בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - די געוואלדיגע זכות פון צושטעלן א קעמפ פאר די זומער טעג
מוסדות, זומער, קאנטרי, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע הנהלה מיטגלידער פון קעמפ "מחנה תפארת התורה ברסלב" כל אחד בשמו הטוב יבורך.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אייער עבודת הקודש.


אייער זכות איז זייער גרויס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְּזַכֶּה אֶת הָרַבִּים, אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", ווער עס איז מזכה א צווייטן איד וועט ער זוכה זיין נישט צו קומען צו עבירות; ווי איז דא נאך א גרעסער זיכוי הרבים ווי שאפן א פלאץ פאר די ישיבה מחוץ לעיר וואו מיר וועלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס. זוממער אין שטאט ברענט א פייער, עס איז ביטער שווער צו האבן ריינע אויגן, הלואי וואלט מען ווען געקענט בלייבן א גאנץ יאר מיט די ישיבה חוץ לעיר.


אין שטאט איז ממש ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמג): "דַּע שֶׁיֵּשׁ בְּחִינַת 'אֲרִיךְ אַנְפִּין בַּקְּלִפָּה' (עין "עץ חיים" שער הקליפות פרק ג): וּמִי שֶׁפּוֹגֵעַ בְּאִשָּׁה מִבְּחִינָה זוֹ, קָשֶׁה לוֹ לְהִנָּצֵל מֵהִרְהוּר, וְאַף אִם יַעֲצִים עֵינָיו, אַף עַל פִּי כֵן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ, כִּי הִיא בְּחִינַת 'אֲרִיךְ אַנְפִּין שֶׁל הַקְּלִפָּה', שֶׁהֵם פָּנִים אֲרֻכִּים, וְעַל כֵּן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ", עס איז דא אמאל וואס מען פאלט אריין אין א גרויסע קליפה וואס רופט זיך אֲרִיךְ אַנְפִּין, אז וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעט מען נישט גוטס.


דעריבער איז ענקער זכות זייער גרויס אז איר שטעלט אהער א קעמפ פאר די ישיבה און חדר וכו'.


בזכות די מצוה זאלט איר זוכה זיין צו זען נחת פון אייערע קינדער.


 


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#2 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן מיט די קעמפ
מוסדות, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו האסט אראפגעהאנדלט די פרייז פארן קעמפ און נאך מער האב איך הנאה אז דו האסט נאך דעם געפיל פאר די ישיבה; דו שפירסט נאך אז די ישיבה איז דיין פריוואטע זאך און דו העלפסט מיר ארויס אז מיר זאלן קענען ארויס פארן אין קעמפ מיט די תלמוד תורה און ישיבה. דאס איז מיר נאך מער חשוב, ווייל איך וויל זייער שטארק דו זאלסט מיר העלפן ווייטער מיט די מצוה פונעם קעמפ.


קוקנדיג צוריק האסטו א גרויסער חלק אין די מוסד; במשך די אלע לעצטערע יארן האסטו מיט מסירות נפש אהער געשטעלט א קעמפ וואו מיר זאלן קענען ארויס גיין מיט די ישיבה און תלמוד תורה. דעריבער פריי איך מיך זייער אז דו האסט היינט געהאנדלט אויפן פרייז וכו', אזוי וועלן מיר קענען גיין דאס יאר אין קעמפ זיך מחזק זיין מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - אכטונג געבן אין וועלכע סארט קאנטרי מ'פארט אויף זומער
חברים, זומער, היכל הקודש, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה?! אודאי זאלסטו נעמען א באנגעלאו ביי אונז אין קעמפ פארן גאנצן זומער, דאס איז נישט קיין מותרות. ווי קען מען בלייבן זומער אין שטאט? די גוים גייען אנגעטון ווי די חיות, בעסער געזאגט אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער צו האבן שמירת עיניים, מען ווערט יעדן טאג פארברענט השם ישמרינו.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (רמ"א ביורה דעה סימן קנז, סעיף א) אז א מענטש איז מחויב אוועק צו געבן זיין גאנצע געלט נישט עובר צו זיין אן עבירה; בפרט אז מיר האבן א פינת יקרת, א ווינקעלע פון אמונה, א ווינקעלע פון יראת שמים און התחזקות וכו' וכו', זאלסטו זיכער קומען.


איך פארשטיי נישט בכלל דיין ספק; אודאי זאלסטו ארויס נעמען א באנגעלאו, די באנגעלאו איז טאקע נישט אזוי אהערגעשטעלט וכו', אבער שלמה המלך זאגט (משלי כא, יט): "טוֹב שֶׁבֶת בְּאֶרֶץ מִדְבָּר, מֵאֵשֶׁת מִדְיָנִים וָכָעַס", ענדערש זיצן אין מדבר וכו' ווי צו זיצן אין א פלאץ וואס ברענגט ווייטאג און כעס.


פארן אין סתם א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין רב אדער ערליכער איד - איז שוין ענדערש בלייבן אין שטאט; אויף דעם איז געזאגט געווארן וואס רב משרשיא האט געזאגט פאר זיינע קינדער (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא. ווייל אין די שטאט מתא מחסיא האבן געוואוינט ערליכע אידן, אבער אין פומבדיתא האבן געוואוינט נישט ערליכע אידן, האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדערש זיצן אין די מיסט פון מתא מחסיא וכו'.


דאס איז ממש די זעלבע זאך; ענדערש בלייבן אין שטאט וואו עס איז ממש איין שטיק מיסט פלאץ השם ישמרינו, ווי צו גיין אין א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין יראת שמים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ב): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תּוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז צוויי מענטשן קומען זיך צוזאמען און מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן, מען רעדט נישט ווי אן ערליכע איד דארף רעדן, איז דאס שוין א מושב לצים; אזוי אויך, אויב מען פארט אין א קאנטרי אן דעם אייבערשטן איז דאס א מושב לצים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל דו זאלסט וויסן דאס חשיבות פון זיין מיט ערליכע אידן, בפרט תלמידי היכל הקודש וואס זיי זענען די באהאלטענע צדיקים פון אונזער דור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.