בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - נישט בייסן די נעגל
מדות טובות, פחדים, חיזוק פאר מיידלעך, שלום, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל ענטפערן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויף אלע פראגעס.


אויף דיין פראגע אויב א מיידל פון צען יאר דארף ליינען קריאת שמע; אודאי דארפסטו ליינען קריאת שמע ביינאכט פאר'ן גיין שלאפן.


אן עלטערע שוועסטער דארף מען מכבד זיין; דיין שוועסטער איז זייער א וואוילע מיידל, זי טשעפעט דיר נישט אומזיסט. עס קען זיין אז דו רייצט זיך מיט איר, דו מאכסט חוזק פון איר דעמאלט טשעפעט זי צוריק. אז דו וועסט איר מכבד זיין אזוי ווי די הלכה איז (שלחן ערוך יורה דעה סימן רמ, סעיף כב; עיין שאלות ותשובות תשובה מאהבה חלק ג', סימן רמ; בן איש חי פרשת שופטים, סעיף כט) אז מען דארף מכבד זיין עלטערע געשוויסטער, וועט זי דיר מער נישט טשעפען.


וועגן פחדים ביינאכט וכו'; אז דו וועסט ליינען קריאת שמע וועלן אוועק גיין אלע פחדים. אזוי ווי מיר געפונען, דער הייליגער אמורא רבי יהושע בן לוי האט מורא געהאט ביינאכט (ירושלמי שבת, סוף פרק כל כתבי) פלעגט ער זאגן די פסוקים וואס מיר זאגן ביי קריאת שמע: "יֹשֵׁב בְּסֵתֶר עֶלְיוֹן, בְּצֵל שַׁדַּי יִתְלוֹנָן, אֹמַר לַה' מַחְסִי וּמְצוּדָתִי, אֱלֹהַי אֶבְטַח בּוֹ", דאס האט אוועק גענומען די פחדים פון אים.


בייסן די נעגל איז נישט קיין שיינע זאך, בפרט פאר א מיידל; עס איז נישט גוט צו בייסן די נעגל. נעם נישט דיינע פינגערס אין מויל, עס פארעקלט מענטשן וכו', א מיידל דארף אכטונג געבן צו צייגן גוט.


יעדע זאך וואס דו דארפסט בעט דעם אייבערשטן אויף אידיש; רעד צו אים יעדע זאך וועסטו אויסוואקסן א גרויסע צדקת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4 - קריאת שמע שעל המיטה של אריז"ל איז פאר אלעמען
חיזוק פאר מיידלעך, נעגל וואסער, שלאפן, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קריאת שמע שעל המיטה של אריז"ל איז פאר אלעמען, סיי פאר אינגלעך און סיי פאר מיידלעך.


וואויל איז דעם וואס ליינט קריאת שמע פאר'ן גיין שלאפן, דורכדעם וועט ער געראטעוועט ווערן פון אלעם שלעכטס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ - מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות ח:): רבא האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'שע בעט; זאגט די גמרא אפאר פשטים וואס דאס מיינט, די ערשטע פשט איז: "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", ער האט זיי געזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן ליינען קריאת שמע; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען מען ליינט קריאת שמע פאר מען לייגט זיך שלאפן.


אויך נעגל וואסער איז פאר אלעמען – סיי פאר אינגלעך און סיי פאר מיידלעך; מען טרעט נישט אראפ פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער.


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ניסים.

#3 - וואס מיידלעך קענען טון אין די ליידיגע צייט
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, מוזיק, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אינעם בריוו אז אסאך מאל שפירסטו זיך אליינס אויף די וועלט, דו פרעגסט וואס דו קענסט טון.


די גרעסטע זאך וואס דו קענסט טון איז העלפן דיין מאמע, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן די מאמע מיט די שטוב ווירטשאפט, נאך אביסל וועסטו חתונה האבן און דו וועסט אויך האבן קינדער, ערשט דעמאלט וועסטו כאפן וואס איז א מאמע, דעמאלט וועסטו פארשטיין ווי אויסגעמוטשעט א מאמע איז מיט די שטוב ארבעט. דעריבער זאלסטו שטענדיג העלפן דיין מאמע; ווען דו שפירסט זיך ליידיג און אומעטיג פרעג דיין מאמע: "וואס קען איך טון?" מאך די וועש, אדער די געשיר, אדער רוים צוזאם די שטוב, אדער קאך און באק וכו' וכו'.


אויך זאלסטו זאגן אביסל תהילים; פרוביר צו זאגן דעם יום תהילים און זיי זיך מתבודד, בעט דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס דו דארפסט, בעיקר זאלסטו אסאך בעטן פאר דיין שידוך און פאר דיינע קומענדיגע דורות.


אויך קענסטו רעדן מיט חבר'טעס; היינט איז זייער גרינג צו זיין פארבינדן מיט גוטע חבר'טעס דורך רעדן אויפן טעלעפאן, זיי מחזק אנדערע וועסטו אליינס ווערן מחוזק.


בנוגע הערן מוזיק בשעת מען ליינט קריאת שמע; דו קענסט הערן מוזיק בשעת דו ליינסט קריאת שמע. געב אכטונג צו הערן נאר מוזיק פון ערליכע בעלי מנגנים, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ג): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵעַ נְגִינָה מִמְּנַגֵּן רָשָׁע קָשֶׁה לוֹ לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא", ווער עס הערט ניגונים פון נישט אן ערליכער זינגער וועט אים אנקומען שווער צו דינען דעם אייבערשטן, "וּכְשֶׁשּׁוֹמֵעַ מִמְּנַגֵּן כָּשֵׁר וְהָגוּן, אֲזַי טוֹב לוֹ", ווידער אויב מען הערט ניגונים פון אן ערליכן זינגער וועט עס אים צוהעלפן צו עבודת השם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - נישט ליינען קריאת שמע אין א טעלעפאן
סמארטפאון, שידוכים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): הלל הזקן פלעגט זאגן: "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", דער וואס שעמט זיך וועט נישט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן, "וְלֹא הַקַּפְּדָן מְלַמֵּד", און א רבי וואס רעגט זיך ווען מען פרעגט אים צו סאך שאלות קען נישט זיין קיין רבי; דעריבער זאלסטו זיך נישט שעמען צו פרעגן און איך וועל דיר ענטפערן מיט אייבערשטנ'ס הילף אויף אלע דיינע פראגעס.


בנוגע ליינען קריאת שמע וכו'; ענדערש זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו ליינען קריאת שמע פון א סידור ווי איידער צו ליינען קריאת שמע אויף א טעלעפאן; עס איז נישט כדאי צו לעבן פיר און צוואנציג שעה מיט'ן טעלעפאן, נוץ דעם טעלעפאן נאר צו רעדן וכו', אבער פאר אלע אנדערע זאכן, ווי ליינען קריאת שמע, בענטשן ברכת המזון - זאלסטו נעמען א סידור. און פארשטייט זיך אז דאווענען טאר מען אודאי נישט מיט א טעלעפאן, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן צו, סעיף א; משנה ברורה סעיף קטן ה) אז מען טאר נישט האלטן אין די האנט בשעת מען דאוונט קיין שום זאך וואס מען האט מורא אז עס וועט אראפ פאלן.


בנוגע דיין פראגע וועגן זינגען זמירות שבת ווען עס זענען דא פרעמדע מענטשן; א מיידל און א פרוי טארן נישט זינגען ווען עס זענען דא פרעמדע מענטשן, עס וואונדערט מיר ווי עס קען זיין אזאנס אז א טאטע זאל פארלאנגען פון א גרויסע מיידל אזא זאך, קען זיין אז איך האב נישט גוט פארשטאנען די פראגע. מען טאר נישט מיט זינגען אפילו שטילערהייט, און אפילו דער טאטע הייסט דארף מען זיך ארויסדרייען מיט דרך ארץ, און חס ושלום נישט מיט זינגען.


בנוגע שלאפן מיט הויזן; א מיידל טאר נישט גיין מיט הויזן, נישט קיין חילוק בייטאג אדער ביינאכט, אדער ביי עקסערסייז (איבונגען); הויזן פאר א מיידל איז פריצות. אז דו האסט זיך אזוי צוגעוואוינט און עס איז דיר שווער זיך צו אפגעוואוינען דערפון וועסטו באקומען מער שכר, אזוי ווי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", ווי שווערער עס קומט אן צו מקיים זיין א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן א גוטע שידוך; דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו אלעס גוטס; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; דאס איז די איינציגסטע עצה סיי פאר א בחור און סיי פאר א מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגער שידוך שנעל און גרינג".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - פחדים ביינאכט
פחדים, שלאפן, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו האסט שרעק ווען דו גייסט שלאפן, דו האסט מורא צו שלאפן אין דיין שטוב וכו', - זאלסטו ליינען קריאת שמע פאר דו גייסט שלאפן, אזוי וועסטו נישט מורא האבן פון קיין שום זאך.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן גייען אלע מזיקים אוועק פון אים; נאך זאגן זיי (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר'ן גיין שלאפן איז אזוי ווי ער האלט א מעסער וואס איז שארף פון ביידע זייטן און אזוי הרג'עט ער אויס אלע מזיקים.


גרייט דיר אן נעגל וואסער פאר דו גייסט שלאפן, אז גלייך ווען דו שטייסט אויף פון שלאף זאלסטו זיך אפגיסן די הענט, דורכדעם וועסטו מער נישט מורא האבן פון גארנישט אויף די וועלט, דו וועסט זיין זיכער אז דער אייבערשטער איז נעבן דיר און היט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.