בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#92 - ווען עס צעברעכט זיך א גלאז שרייט מען מיט פרייד, מזל טוב
שמחה, סגולות, קברי צדיקים, שלום, אידישע שטוב, עצבות, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, קרעכץ נישט, רעד זיך נישט אפ, אפילו עס שטערט דיר וכו'. מענטשן גייען אריבער שווערע ביטערע צרות און יסורים; נאר הערן וואס מענטשן גייען אריבער - פון דעם קען שוין פלאצן דער מח, דאנק און לויב דעם אייבערשטן וועסטו זען נאך און נאך ניסים.


היינט איז דער יארצייט פון הרב הקדוש מצאנז זכותו יגן עלינו, איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף היינט ארויס צו פארן קיין פוילן און זיין אין צאנז, מתפלל זיין ביים ציון פון הייליגן צאנזער רב. הגם דער מנהג איז נישט צו גיין חודש ניסן צו קברים; דאס איז נישט ביי קברי צדיקים, צו קברי צדיקים גייט מען שטענדיג.


אז עפעס צעברעכט זיך אין שטוב - זאלסטו נישט מאכן קיין עסק פון דעם. ביי אונז איז דער מנהג, ווען עס צעברעכט זיך א גלאז שרייט מען מיט פרייד: "מזל טוב!" דאס אליינס אז מען רעגט זיך נישט ווען עפעס צעברעכט זיך, מען קריגט זיך נישט, מען בלייבט פרייליך - דאס ברענגט שמחות, קינדער און שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#91 - אזוי שיין געווען אין שטעטל די הכנות צום פסח
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, צדקה, קעמפ, שטעטל, סיום, ראש ישיבה, שמחות, פירושים, פסח, שבת הגדול, נערווען, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין געפארן אין שטעטל אויף יום טוב, איך בין ארויסגעפארן דאנערשטאג נאכט נאכן שיעור. איך האב זייער הנאה דא, איך דערמאן זיך וואס רבי נתן האט געזאגט נאכן בודק חמץ זיין, ער שפירט שוין א שטיקל טעם פון פסח נאך בדיקת חמץ. איך שפיר שוין יעצט א געשמאק צו זיין מיט אנשי שלומינו, מען לעבט מיט אמונה, מען לעבט מיט העלפן איינער דעם צווייטן; עס איז עפעס אן אנדערע וועלט, עס איז ממש חוץ לישוב, דער פלאץ וואו דער בעל תפילה פלעגט פירן זיינע מענטשן (עיין ספורי מעשיות מעשה יב, מבעל תפילה).


פרייטאג בין איך געווען אין חדר, איך האב געלערנט מיט די עלצטע כיתה און געדאווענט מיט זיי. איך האב מסיים געווען צוויי מאל ששה סדרי משנה, (איך האב געהאט איבערגעלאזט א משנה פון איין מאל פריער), נאכדעם האבן מיר געדאווענט אינאיינעם.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שטוב פון הרב ר' יעקב לעזער שליט"א צו א סיום מסכת נזיר. ער לערנט מיט די קינדער יעדן טאג דעם בלאט גמרא, קינדער וואס ווילן לערנען נאך חדר בהתנדבות לבם. עס איז געווען אזוי שיין צו זיצן מיט די קינדער און זען די ליכטיגקייט אויף זייערע פנימ'ער.


נאכדעם האט מען אויסגעטיילט פון בית התבשיל - פאר א גרויס חלק שטעטל - קארטלעך צו קענען איינקויפן אין גראסערי פאר פסח. דאס קומט צו באדאנקען די טייערע איבערגעגעבענע גבאים פון בית התבשיל וואס זיי האבן אויסגעטיילט אזויפיל געלט פאר אנשי שלומינו פאר יום טוב. מיך האט מען געבעטן עס אויסצוטיילן, די גבאים ווילן אפילו נישט וויסן ווער באקומט און וויפיל מען באקומט. זיי ברענגען די געלט און מער פון דעם ווילן זיי נישט, זיי האבן מיר געבעטן איך זאל דאס אויסטיילן. מען זאגט מיר יישר כח, אבער עס האט גארנישט מיט מיר, דער יישר כח קומט פאר די גבאים.


שבת הגדול איז געווען הערליך שיין, איך האב געדאווענט אלע תפילות אין בית המדרש אונטער מיין שטוב און די סעודות האב איך געגעסן ביי מיין זון הרב שלמה. ביי מיר אין שטוב איז שוין גע'כשר'ט און איבערגעדעקט אלע קאונטערס גרייט צו קאכן פאר פסח. נאך די סעודה זענען געקומען אנשי שלומינו, אויך דער דיין שליט"א; עס איז געווען זייער שיינע שמועסן, שמועסן פון תכלית, שמועסן פון אמונה.


שבת אינדערפרי האבן מיר געלערנט ספר פעולת הצדיק, פון וואס דער רבי זאגט דער עיקר תכלית אויף די וועלט איז נאר מען זאל רעדן צום אייבערשטן, כידבר איש אל רעהו. עס איז געווען א הערליכע שמועס, אפשר וועט איינער פון די צוהערער דאס אפשרייבן.


ספורי מעשיות האבן מיר געלערנט סיפורי מעשיות (מעשה יג) פון דעם בעטלער מיט די הויקער וואס האט זיך בארימט אז ער האט די זאך פון מיעוט המחזיק את המרובה; מיר האבן גערעדט אז ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט, ער איז ביי זיך מיעוט, ער איז זיך מבטל צום אייבערשטן - באקומט מען כוחות צו קענען אנגיין אין לעבן, אפילו עס גייט איבער שווערע ביטערע נסיונות; מען איז מחזיק את המרובה, מען קען דערהייבן די שטוב, די ווייב, די קינדער, אלעס אלעס; ווייל מען איז ביי זיך גארנישט.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי", איך פיר זיך, "כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם", ווען עס קומט א נייעם טאג, "אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי", געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, "וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי, עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איך געב איבער פארן אייבערשטן אלע מיינע קינדער און אלע וואס זענען אנגעהאנגען אין מיר, "שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", אלעס זאל זיין אזוי ווי דער אייבערשטער וויל, "וְזֶה טוֹב מְאֹד", און דאס איז זייער א גוטע זאך, ווייל אזוי קען מען זיין רואיג אז אלעס וואס פירט זיך, אלעס וואס פאסירט - איז אזוי ווי דער אייבערשטער וויל.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך ווען עס קומט שבת אדער יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבערטראכטן און איבערקלערן צי איך האב גוט געטון אדער נישט.


מוצאי שבת האבן מיר געלערנט דעם בלאט בבלי און ירושלמי.


היינט אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית מיט די קינדער פון כיתה ט', איך בין געזיצן מיט זיי און געלערנט סדר דרך הלימוד. עס איז אזוי געשמאק אין חדר, מען שפירט דארט אן אויר הזך והנח, איך בין געפארן מיט די באס; איך האב הנאה צו זען ווי מען ברענגט די קינדער צום תלמוד תורה.


נאכדעם בין געגאנגען מיטן מענידזשער אליעזר אין מחנה אילן החיים. איך האב אים געוויזן זאכן וואס מען דארף אנגרייטן פארן זומער הבא עלינו לטובה, איך האב געוויזן ווי אזוי איך וויל ער זאל גרעסער מאכן די שול פאר די קינדער וואס גייען דארט לערנען דעם קומענדיגן זומער, אויך די מחיצה ביי די שווים באסיין, און נאך זאכן.


רוב טאג האב איך געהאלפן אין שטוב אנגרייטן צום פסח.


איך בעט דיר זייער, העלף דיין ווייב און מאך איר נישט משוגע יעדע מאל מיט א צווייטע משוגעת. איך טראכט צו מיר, אז זי וואוינט נאך מיט דיר - איז דאס א נס, א צווייטער וואלט שוין לאנג אנטלאפן.


האסט נערווען? גיי אין א זייט און שריי: "הייליגער באשעפער, נעם ארויס מיינע נערווען, מאך מיך געזונט, מאך מיך פרייליך וכו' וכו'".


מזל טוב פאר די שידוך פון אליעזר שלמה נרו יאיר, א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא, אן אייניקל פון הרב רבי יצחק שליט"א. איך האף צו קענען מאכן נאך און נאך שידוכים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#90 - שטארקע התחזקות וואס דער רבי האט געשריבן פאר זיין ברודער
התחזקות, הפצה, ראש ישיבה, שמחות, רבינו ז"ל, פסח, ארץ ישראל, התנגדות, יחוס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל, ויקרא שמה בישראל, פיגא - נאכן הייליגן רבינ'ס מאמע. דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל אויסוואקסן א גרויסע צדיקת און דו זאלסט האבן אסאך נחת פון איר און פון אלע דיינע קינדער.


דו שרייבסט אז דו ביסט אן אייניקל פון רבינ'ס עלטערן - שמחה און פיגא - דורך דעם רבינ'ס ברודער רבי יחיאל. עס איז דא א בריוו וואס דער רבי האט געשריבן פאר זיין ברודער רבי יחיאל, א מורא'דיגע בריוו, יעדער קען נוצן די בריוו פאר התחזקות, דער רבי שרייבט אים (חיי מוהר"ן, סימן קסה):


"הִגִּיעַנִי מִכְתָּבוֹ פֹּה זַאסְלַאב", איך האב ערהאלטן דיין בריוו, "וְהָיָה לִי צַעַר גָּדוֹל מִזֶּה", איך האב זייער אסאך ווייטאג, "אֵיךְ מָלְאוּ לִבָּם הָאֲנָשִׁים הָרְשָׁעִים הָאֵלֶּה וְהֵעִזּוּ פְּנֵיהֶם כָּל כָּךְ נֶגְדְּךָ", ווי קען זיין מען זאל זיך צו דיר אויפפירן מיט אזא עזות, "וְתָמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ לֹא נִמְצָא טוֹב לְעֻמַּת רַע כְּנֶגְדָּם לְבַעֵר הָרַע", און איך וואונדער זיך, ווי קען זיין עס זאל נישט זיין מענטשן וואס זאלן זיך אנעמען פאר דיר?


"אֲהוּבִי אָחִי נַפְשִׁי וּלְבָבִי", מיין ליבער ברודער, "אַל תִּירָא וְאַל תֵּחַת מִפְּנֵיהֶם", האב נישט מורא פון זיי, "רַק חֲזַק וֶאֱמַץ בַּתּוֹרָה וּבְיִרְאַת ה' כָּל הַיּוֹם, כַּמְדֻבָּר בֵּין שְׁנֵינוּ", שטארק זיך אין תורה און אין יראת ה', "וּזְכוּת אֲבוֹתֶיךָ מְסַיַּעְתְּךָ, כִּי כָּל זֶה לְגַדֵּל אוֹתְךָ וּלְהַרְבּוֹת כְּבוֹדְךָ וּלְגַדֵּל שִׂכְלְךָ", ווייל דאס אלעס וואס דו גייסט אריבער איז נאר פאר דיין טובה, דיך ברענגען נענטער צום אייבערשטן, "כִּי כְּמוֹ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְכָל מִינֵי זֵרְעוֹנִים לָבוֹא לְתַכְלִית גִּדּוּלָם אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִין מִתְּחִלָּה הַגַּרְעִין בֶּעָפָר וְאַחַר כָּךְ הַגַּרְעִין נִתְבַּלֶּה וְאַחַר בְּלוֹתוֹ יִפְרַח וְיָצִיץ וְנַעֲשֶׂה אִילָן גָּדוֹל", אזוי ווי אלע פרוכט און אלע גרינצייג, אלעס וואס וואקסט - קען נאר וואקסן נאר נאכדעם וואס מען דעקט צו די זומען, די קערל - אונטער די ערד, און די קערל ווערט פארפוילט, "כֵּן הַדָּבָר הַזֶּה שֶׁעַל יְדֵי זֶה שֶׁמַּשְׁפִּילִין אוֹתְךָ עַד עָפָר, עַל יְדֵי זֶה תִּתְגַּדֵּל וְתָצִיץ וְתִפְרַח בָּעוֹלָם", אזוי אויך מיט דיר, דורכדעם וואס מען פארשעמט דיך און מען דערנידערט דיך, דורכדעם וועסטו וואקסן און גרויס ווערן אויף דער וועלט, "אִלּוּ הָיוּ יוֹדְעִין אֵלּוּ הָרְשָׁעִים מִזֶּה", ווען די שלעכטע מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס פאר א טובה זיי טוען דיר מיט דעם וואס זיי רודפ'ן דיך, "בְּוַדַּאי לֹא הָיוּ מְבַזִּין אוֹתְךָ", וואלטן זיי דיך זיכער נישט געפייניגט, "כִּי כָּל כַּוָּנָתָם לְרַע", ווייל זייער גאנצע כוונה איז נאר דיר שלעכטס צו טון.


אגב, מיינע קינדער שיחיו זענען אייניקלעך פון הרב החסיד רבי אברהם עביר ראזענבערג זכרונו לברכה מזאווידקא דורך מיין שווער'ס שווער, הרב החסיד רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה. ער איז געווען אן איידעם ביי הרב החסיד רבי שלמה גפן בן ר' מענדל גרשון חתן ר' מאיר גראס, וואס ער איז געווען אן איידעם ביי ר' סנדר פערלמאן, און ער איז געווען אן איידעם ביי אן אייניקל פון רבי אברהם עביר ראזענבערג זכרונו לברכה מזאווידקא, און עס איז דא א יש אומרים אז דער רבי אברהם עביר איז אן אייניקל פון רבינ'ס עלטערן דורך רבי יחיאל, עס איז נישט קלאר.


שטארק זיך און שטארק אלע חברים. וויפיל איר בענקט צו מיר - בענק איך זיך אסאך מער צו ענק. איך האב געוואלט קומען צו ענק בעפאר פסח, אבער לא איסתייע מילתא. עס קען זיך דאכטן אז מיר זענען ווייט, אבער מיר זענען זייער נאנט, עס זעט נאר אזוי אויס.


אמאל פלעגסטו מיר שרייבן מער איינצלהייטן וואס טוט זיך ביי ענק אין שול, איך האב דאס זייער ליב געהאט. לעצטנס הער איך נישט פון דיר, איך וויל זיין צווישן אייך; שרייב מיר כאטשיג איין מאל א וואך עפעס פון דיר און עפעס פון שול.


געב א באזונדערע גרוס פאר האברך ... און פאר ... זיי שרייבן מיר יעדן טאג ווי לאנג זיי גייען הפצה און וויפיל זיי האבן מפיץ געווען, דאס איז ביי מיר זייער חשוב. אויך די בני ברק'ער בחורים וואס גייען הפצה - לאז זיי אלע גרוסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין די יאר צו עסן פונעם קרבן פסח, מיר גלייבן באמונה שלימה אז מיר וועלן נאך די יאר עסן דעם קרבן פסח.


 

#89 - קיינמאל נישט ארויסשיקן א מענטש וואס קומט עסן ביי א שמחה
קאמפלימענטס, צדקה, מדות טובות, מוסר, שמחות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קיינמאל זאלט איר נישט אויפשטעלן א מענטש וואס קומט עסן ביי א שמחה. העכסטנס קען מען אויסרופן נאך א פרויען צאמקום אז די חתונה סעודות אין ישיבה איז בצמצום, עס איז נישטא קיין פלאץ, עס איז נאר פאר משפחה; אבער מען קען נישט אויפשטעלן מענטשן, ארויס שיקן מענטשן פון א שמחה. דער בית המקדש איז דאך חרוב געווארן צוליב דעם וואס מען האט ארויסגעשיקט א מענטש פון א שמחה (גיטין נה:).


געבט גוטע ווערטער פאר יעדן איינעם, דאס איז די גרעסטע צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - העלפן דיינע עלטערן גיין צו די חתונה אן קיין חובות
כיבוד אב ואם, הפצה, צדקה, לימוד התורה, חובות, שמחות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב חתן, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צו די חתונה בשעה טובה ומוצלחת, אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב, ליכטיגע דורות, אמן.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט העלפן דיינע עלטערן גיין צו די חתונה אן קיין חובות, פון היינט און ווייטער זאלסטו גיין אביסל מער הפצה צו העלפן דיינע עלטערן דיך חתונה מאכן. ווען דו גייסט הפצה זאלסטו זאגן "הכנסת כלה" און די געלט זאלסטו געבן דיינע עלטערן. אין ישיבה טוען אלע בחורים אזוי, זיי גייען צו די חתונה אן דעם וואס זייערע עלטערן זאלן דארפן אריינלייגן די הענט אין טאש ארויסנעמען אפילו איין פרוטה, (אויסער די חתנים וואס די עלטערן זענען פארמעגליך).


יעצט זאלסטו זיך באפלייסן אין לערנען די הייליגע תורה. יעצט האסטו שוין אביסל רואיגקייט, האסט זוכה געווען צו א כלה נאה וחסידה, און דו גייסט אריין אין א חשוב'ע שטוב, דיין מחותן איז זייער א טייערער איד, ער איז זייער מחזק די אינגעלייט אין טברי', דארפסטו יעצט זיך באנייען; לערנען דיינע שיעורים כסדרן און זיך מתבודד זיין יעדן טאג.


לאז גרוסן אלעמען, בפרט די בחורים פון די ירושלימ'ער ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - א באזוך אין קרית יואל און אין קרית ברסלב
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, הדפסה, מדות טובות, טעלעפאן, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, שמחות, שמירת עינים, פירושים, שובבי"ם, ברית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט בין איך נישט געווען אין ישיבה, איך בין געפארן קיין קרית יואל צו א ברית ביי האברך אברהם שבתי נרו יאיר, די ברית איז געווען אין בית המדרש היכל הקודש - בית נתנאל. מיר האבן בטעות אריינגעלייגט די נאמען פון די גאס, אבער עס איז דא נאך א גאס וואס האט די נאמען אין א פארקערטע פלאץ, מיר זענען אנגעקומען שפעטער מיט א שעה. מיר האבן געדאווענט, און נאכן ברית ביי די סעודה האבן מיר גערעדט פון די גרויסקייט פון א ברית מילה, און אויך די גרויסקייט פון די טעג פון שובבי"ם וואס מיר אלע זענען עוסק זיך צו מל'ן, "וּמָל ה' אֱלֹקֶיךָ אֶת לְבָבְךָ" (דברים ל, ו); ווי אזוי קענען מיר אויפשטאפן אונזער הארץ? דורך תורה ותפילה, דורך לערנען יעדן טאג אביסל חומש איינגעטיילט אויף די וואך, און אויך משניות און גמרא; דאס איז מטהר דעם מענטש.


היינט איז מיר נישט גרינג צו פארן צו אלע שמחות, די קהילה וואקסט קיין עין הרע, יעדן טאג איז דא שמחות, אבער הכרת הטוב האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. דערפאר בין איך געפארן, ווייל דער אינגערמאן, דער בעל הברית - האט מיר געהאלפן אין די שווערע צייטן ביים עפענען די ישיבה, ער האט געבויט די ישיבה אין וויליאמסבורג, און אויך אלע יארן די קעמפס פאר די ישיבה, און בפרט יעצט מיטן בויען די שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי, ער העלפט מיר זייער שטארק; איז אלס הכרת הטוב בין איך געגאנגען צו זיין שמחה.


אויך בין איך געגאנגען צום חדר אין קרית יואל; וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין אזוי מקנא די קינדער, זיי וועלן קיינמאל נישט וויסן וואס זיי האבן און וואס זיי שפארן איין. זיצט דארט מיט זיי צוויי דריי מלמדים, גאלדענע אינגעלייט, הערצער פון פוטער; ווי זיי רעדן צו די יונגע שעפעלעך, ווי זיי האבן סבלנות צו זיי - דאס קען מען נישט מסביר זיין.


איינער זאגט מיר: "איך שיק נישט אין חדר דא אין קרית יואל, עס איז נישט קיין חדר, עס האט נישט קיין פנים פון א חדר"; וואס זאל איך אים זאגן? וואס איז א חדר? א שיינע בנין? א גרויסע כתה? א חדר איז א מלמד מיט א ווייכע הארץ, מיט געדולד - זיצט מיט די קינדער און לייגט אריין אין זיי יראת שמים, לערנט מיט זיי תורה, דאס איז די חדר; אז דו ווילסט דאס אנטון מיט א שיינע בנין - קענסטו דאס טון, אבער נישט דאס איז קובע א חדר; וואס האט מען פון א שיינע אנטון ווען אינעווייניג איז פארפוילט השם ישמרינו...


איך געדענק יארן צוריק, מיין טאכטער איז געווען א קליינע מיידל, פלעגט זי אהיים קומען זאגן אז די שכנים שפעטן פון בית פיגא, מען לאכט פון איר אז זי איז א נעבעך, אז זי האט אין איר קלאס נאר זיבן מיידלעך. איך פלעג איר זאגן: "ווען מען פרעגט דיך וויפיל קינדער לערנען ביי דיר אין שולע, זאג 'איין מיידל, נאר איך מיט מיין לערערין'"; ווייל וואס איז א גוטע שולע? איז דאס געוואנדן וויפיל קינדער עס זענען דא? איז דאס געוואנדן אויב עס זעט אויס מעכטיג? א גוטע שולע איז א לערערין וואס פארשטייט דאס קינד, א לערערין וואס קלאפט נישט אראפ דאס קינד, וואס מאכט נישט דאס קינד פאר א מענטל-קעיס.


פון דארט בין איך געגאנגען צו בית פיגא אין מאנרא; אזוי געשמאק צו זען ווי עס זענען דא ווייבלעך פון אנשי שלומינו וואס לערנען מיט הארץ מיט די קינדער, מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק אין זיין א איד, א געשמאק אין זיך אנטון איידל.


פון דארט בין איך געפארן אין שטעטל, איך בין געגאנגען באזוכן אונזער בית הדפוס. דארט האט מען מיר געוויזן דעם נייעם קונטרס שפתי תפתח, א פירוש אויף לקוטי מוהר"ן די ערשטע חלק די צווייטע תורה. איך האב זיך אזוי געפריידט דאס צו זען, ווייל דאס וועט זיין א גרויסע זאך פאר די וואס פארשטייען נישט קיין לקוטי מוהר"ן און קוקן אן דעם ספר ווי א מאמר סתום, וועלן זיי קענען אביסל טועם זיין פון הייליגן רבינ'ס עצות און ווערן נאנט צום אייבערשטן.


איך בין פון דארט געגאנגען צום חדר דאווענען מנחה מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער פון מוותר זיין. איך האב זיי דערציילט וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה:): "מעשה ברבי אליעזר שירד לפני התיבה ואמר כ"ד ברכות ולא נענה", עס איז געווען אמאל א טרוקעניש, מען האט געמאכט א תענית און רבי אליעזר איז געווען דער שליח ציבור, ער האט געזאגט די פיר און צוואנציג ברכות וואס די הייליגע חכמים האבן מתקן געווען צו זאגן ביי א יום תענית, און עס איז נאכאלץ נישט געקומען קיין רעגן, "ירד רבי עקיבא אחריו ואמר: 'אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, "אבינו מלכנו למענך רחם עלינו', וירדו גשמים", האט רבי עקיבא מתפלל געווען און געזאגט: "אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, אבינו מלכנו למענך רחם עלינו", און עס האט גלייך אנגעהויבן רעגענען. האט מען אנגעהויבן רעדן שלעכט'ס אויף רבי אליעזר, ווייל מען האט געזען אז ווען רבי עקיבא האט מתפלל געווען איז גלייך געקומען רעגן, און ווען ער האט געבעטן איז נישט געקומען רעגן. איז ארויס א 'בת קול' פון הימל און אויסגערופן: 'נישט ווייל רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר האט מען אנגענומען זיינע תפילות, נאר ווייל רבי עקיבא איז א וותרן, ער איז מעביר על מדותיו', און ווער עס גיבט נאך און ער קריגט זיך נישט, אפילו ווען ער איז גערעכט - העלפט אים דער אייבערשטער און מען געבט אים נאך וואס ער דארף.


אויך די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (שם) אז בזכות א פרוי וואס האט געטון חסד מיט אירע שכנים - איז געראטעוועט געווארן א גאנצע שטאט פון א שריפה; זעט מען אז אויב מען איז מוותר איינער דעם צווייטן - ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.


איך בין אויך געווען אין בית פיגא און אויך אין כולל.


איך האב זיך זייער אהיים געיאגט צו די חתונה אין ישיבה; היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, א תלמיד הישיבה און א תלמידה פון בית פיגא.


איך וועל דיר נאך שרייבן. איך בעט דיר זייער, כאפ זיך מיט יעצט שובבי"ם צו מתקן זיין אלעס וואס מען דארף פאררעכטן, יעצט איז א צייט פון תיקון הברית. דאס ערשטע זאך זאלסטו אנהויבן רייניגן דיינע אויגן, קוק נישט קיין עבירות, דאס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט בעצבות און מרה שחורה, אז מען איז מפקיר די אויגן איז זייער ביטער, אז מען איז מפקיר די אויגן - פארלירט מען די פרנסה. זע דיין טעלעפאן זאל זיין ריין, לייג ארויף א שטארקע פילטער, שפיל נישט אויס, נישטא וועם אויסצושפילן, קענסט זיך אליינס אויסשפילן, און דיינע קינדער וועלן אויך אויסשפילן; דו ווילסט דאך ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - געלט פון טייערע שמחות, געב ענדערש פאר צדקה, צו פארדינען זכותים
כולל, צדקה, מוסדות, הדפסה, אידיש געלט, היכל הקודש, זכותים, חתונה, שמחות, בר מצוה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האב איך געהאט א משפחה חתונה, איך האב געהאט נחת צו זען ווי די בחורים פון ישיבה גייען נאך געלט. עס האט מיך ממש פרייליך געמאכט צו זען תלמידי היכל הקודש זענען עוסק אין די גרויסע מצוה פון גיין נאך געלט, הלואי וואלסטו אויך עוסק געווען אין גיין נאך געלט. מאך זיך א צייט איינמאל א וואך אדער איינמאל אין צוויי וואכן וואס דו וועסט עוסק זיין אין גיין נאך געלט, און ברענג די געלט פאר די מוסד. מיר פלאגן זיך זייער; ווי עס זעט אויס וועלן מיר נישט קענען צאלן די וואך די איינגעשטעלטע, די קאסע איז אין א לאך.


עס האט נישט קיין פשט די אלע וואס מאכן טייערע שמחות, ענדערש זאלסטו נעמען די געלט וואס דו ווילסט אויסגעבן פאר די שמחה און טון צדקה מיט דעם. אז דו מאכסט בר מצוה זאלסטו פרעגן דיין זון: "וואו זאלן מיר געבן די געלט וואס מיר וואלטן ווען אויסגעגעבן פאר א זאל, פאר א שפילער, פאר א וועיטער וכו' וכו'? וואו זאלן מיר געבן די געלט לכבוד דיין בר מצוה - אז דו זאלסט אויסוואקסן א צדיק?


אז דו מאכסט חתונה זאלסטו זיך אראפזעצן מיט דיין מחותן און ביידע אינאיינעם זאלט איר פרעגן די חתן כלה, וואס פאר א צדקה זאלן מיר טון מיט די געלט וואס מיר וואלטן ווען אויסגעגעבן, זאלן מיר אויסצאלן די מלמדים די וואך פון די חתונה?


עס קאסט אונז כהיום דרייסיג טויזנט דאלער א וואך צו צאלן אלע איינגעשטעלטע, ביז דערווייל האבן מיר איין גרויסע שיסל פאר די מלמדים פון אלע תלמוד תורה'ס: וויליאמסבורג, מאנרא, שטעטל, טברי' און ירושלים.


אדער א וואך פאר אונזער כולל? כהיום דארפן מיר א וואך פינף טויזנט דאלער פאר די טייערע אינגעלייט.


אדער אזוי ווי מען טוט אין חב"ד; זייערע רביים האבן איינגעפירט אז דער בר מצוה בחור און חתן דרוקט א ספר לכבוד די שמחה. אפשר נעם די געלט פון דיין שמחה צו דרוקן ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן און ווייזן א וועג צו לעבן.


פארוואס אויסגעבן געלט פאר א וואך נאכט? מען איז מפרסם אין די בלעטער אז מען קען האבן א וואך נאכט פאר בלויז ניינצן הונדערט דאלער; גיוואלד און געשריגן, ניינצן הונדערט דאלער קען מען צאלן צוויי מלמדים פאר א וואך, פארוואס זאל מען אויסגעבן געלט פאר אפאר שעה פאר גארנישט און פאר נישט? פארוואס מאכן טייערע שמחות? העלף מיט דיין געלט אידישע קינדער.


היינט האבן מיר געטאנצן אין ישיבה מיט די בחורים וואס האבן שוין מסיים געווען ספר בראשית. די בחורים האבן געטאנצן מיט א שטארקע שמחה: "חזק, חזק ונתחזק!" מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסד אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, מיר זענען אין חדר היכל הקודש, דאס איז דאך די גרעסטע מופת; נעמען א מענטש וואס איז ווייט פון לערנען - און אים מאכן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#85 - געב יעדן איינעם מזל טוב, און זיי נישט אריינגעמישט אין מחלוקת
מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, משפחה, שמחות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דעם בריוו.


אז מען האט ענק איינגעליידנט צו די חתונה - זאלן ענק גיין; וואס האסטו צו קוקן אויף א צווייטן? וואס האט עס מיט דיר אז מען האט נישט איינגעליידנט אנדערע פון די משפחה? וואס דארפסטו זיין אריינגעמישט אין מחלוקות? דו גיי מיט דיין ווייב און געב יעדן איינעם שלום, געב יעדן איינעם מזל טוב, און זיי נישט אריינגעמישט אין מחלוקות.


אנטלויף פון מחלוקות, האב נישט מיט קיין מחלוקות. בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר וויי טון מחלוקות און חס ושלום נישט זיך פרייען און הנאה האבן צו הערן מחלוקות.


היינט נאכט איז דער יארצייט פון אונזער רבי - רבי נתן זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זאגן: "ווען איך זע צוויי אידן קריגן זיך - שפיר איך ווי עס שטעכט מיר אין די זייט"; אז מען הערט ווי מען קריגט זיך ביי אידישע קינדער, קהילות צעטיילן זיך - דארף מען וויינען, און אז מען וויינט נישט דארף מען וויינען אויף דעם אליינס אז מען איז אזוי פארגרעבט; מען פריידט זיך, מען האט הנאה צו הערן די סארט זאכן.


קענסט ווייזן דעם בריוו פאר דיין שווער און שוויגער.


 רבי נתן האט מען אמאל געזען זייער לעבעדיג טאנצן ביי א חתונה, האט ער געזאגט: "איך האב געטאנצן נישט לכבוד החתונה, איך האב געטאנצן ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; אין שטוב איז שווער צו טאנצן אזוי לעבעדיג, ביי א א חתונה איז גרינגער".


אזוי אויך האט מען אים געזען זייער שטארק וויינען ביי א לוי', האט ער געזאגט: "איך האב געוויינט צום אייבערשטן אויף מיינע זאכן, איך האב געוויינט מיט מיינע תפילות, גארנישט מיט די לוי; נאר ביי א לוי' איז א גוטע צייט ווען מען קען וויינען".

#84 - נאך די חתונה זאלסטו ווייטער לערנען יעדן טאג משניות
תודה והודאה, משניות, שמחות, חתן

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.


האסט שוין מסיים געווען אזויפיל מאל משניות, אכט און זעכציג מאל האסטו שוין מסיים געווען ששה סדרי משנה; יעצט ביסטו א חתן און דו גייסט חתונה האבן, זאלסטו יעצט ווייטער לערנען יעדן טאג משניות, אזוי וועסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, וועסט זיין אפגעהיטן פונעם יצר הרע.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה ה:): "אשריהם ישראל", וואויל איז פאר אונז אידן, "בזמן שעוסקין בתורה ובגמילות חסדים", ווען מען לערנט תורה, "יצרם מסור בידם ואין הם מסורים ביד יצרם", פאלט מען נישט אריין אין די הענט פונעם יצר הרע.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסד אז דו האסט געטראפן א שידוך, און בעט דעם אייבערשטן אויף ווייטער; אויף יעדע טריט און שריט.

#83 - דער נייער אינגעלע וועט ברענגען א רפואה
רפואה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע אינגעלע! חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי מועד קטן ג, ז) "נולד בן זכר באותה המשפחה", ווען עס ווערט געבוירן א אינגל אין די משפחה, "נתרפאת כל אותה המשפחה", ווערן אלע אין די משפחה אויסגעהיילט; אזוי וועט זיין ביי דיר, דו וועסט האבן א גאנצע רפואה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מכניס זיין דיין קינד לבריתו של אברהם אבינו און מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און האבן א רפואה שלימה בקרוב.

#82 - פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט
מוסדות, שטעטל, אידיש געלט, לימוד התורה, חובות, חתונה, ראש ישיבה, שמחות, וועג

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, טראג מיט זיך א זעקל ספרים צדה לדרך; א חומש'ל מיט א משניות'ל, א תהילימ'ל מיט א גמרא; עס איז דא אזויפיל צייט אין טאג.


היינט בין איך געפארן קיין שטעטל אהין און צוריק, מיר האבן געהאט א מעמד קביעת מזוזה אינעם נייעם בנין התלמוד תורה מיט די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן קויפן דעם בנין, עס זענען געווען א צוויי מנינים אינגעלייט. אויפ'ן וועג האב איך זיך איינגעפאקט אפאר ספרים, האב איך געקענט לערנען מיינע שיעורים כסדרן; ח"י פרקים מיט א יום תהילים. אזוי זאלסטו אויך טון, נעם זיך מיט דיין זעקל ספרים - וועסטו אנקומען צו לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "וְאַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה, שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", זאג נישט ווען איך וועל האבן צייט דעמאלט וועל איך לערנען, קען זיין דו וועסט נישט אנקומען צו האבן צייט; נאר אז מען גנב'עט אראפ צייט, מען כאפט אריין דא אביסל לערנען און דארט אביסל לערנען - אזוי קען מען לערנען.


היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, דער חתן א תלמיד הישיבה און די כלה א תלמידה, ביידע זענען צופרידן חתונה צו האבן אין בית המדרש. עס איז גוט דו זאלסט קומען קוקן מיט דיינע אויגן די חתונות אין ישיבה - וועסטו זען און זיך איבערצייגן אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונות; די חתונות זענען מלא טעם, א אידישע טעם, א אידישע שמחה. ווען מען הערט עס פון שמועסן קען זיך דאכטן אז עס איז א נעבעכדיגע זאך, אבער ווען מען זעט עס מיט די אויגן - זעט מען אז מאכן טייערע שמחות איז א נעבעכדיגע זאך. א שאד אויסגעבן געלט פאר די פאר שעה, און ווער רעדט נאך אז עס איז נישטא קיין געלט, מען מאכט חובות פאר אפאר שעה, איז עס ממש א נעבעכדיגע זאך.


עלטערן פאלן פון די כחות, עלטערן ווערן קראנק פון חובות, און אפילו די וואס האבן יא געלט - קענען דאס נוצן צו העלפן די קינדער מיט א הויז, וכדומה.


פארגעס נישט דיין זעקל ספרים, נעם עס מיט דיר וואו דו גייסט - וועסטו קענען אנקומען מיט דיינע שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#81 - דער וואס דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, לעבט א גן עדן לעבן
תודה והודאה, חנוכה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


איך וואונטש אייך מריחוק מקום ומקירוב הלב א ברכת מזל טוב פאר די חתונה פון אייער טאכטער תחי' מיט'ן חתן מנחם למשפחת גרומן. אייער מחותן האט מיר געשריבן א פערזענליכע איינליידענונג צו די חתונה, אבער איך האב נישט געקענט אנקומען, וואונטש איך אייך א ברכה פון טיפן הארצן: "דער אייבערשטער זאל אייך באגליקן מיט נחת דקדושה פון דעם קינד און פון אלע קינדער, איר זאלט זיין נאר זיין פרייליך".


מיר קומען שוין נענטער צו די הייליגע חנוכה טעג, חנוכה איז טעג פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן שפירט מען א טעם פון גן עדן. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כִּי זֶה עִקָּר שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא - לְהוֹדוֹת וּלְהַלֵּל לִשְׁמוֹ הַגָּדוֹל יִתְבָּרַךְ וּלְהַכִּיר אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", דאס איז דער תענוג פון עולם הבא - צו דאנקען דעם אייבערשטן און אים צו לויבן, וויסן אז אלעס איז ער און ער איז אלעס, "שֶׁעַל יְדֵי זֶה סְמוּכִים וּקְרוֹבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי איז מען נאנט צום אייבערשטן, "כִּי כָּל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווייל ווי מער מען ווייסט אז אלעס אלעס איז נאר דער אייבערשטער אליין - "סְמוּכִים אֵלָיו בְּיוֹתֵר", איז מען נענטער צו אים.


יעצט אין די צייט פון די שמחה זאלט איר זיך שטארקן אין די זאך פון להודות ולהלל, פון לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן. ווייל דער וואס דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן - דער לעבט א גן עדן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - גרייט זיך צו די חתונה מיט אסאך תורה ותפילה
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, תודה והודאה, בזיונות, אידיש געלט, לימוד התורה, חתונה, שמחות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט באקומען א גאר חשוב'ע כלה און א גאר חשוב'ע משפחה; די גאנצע שידוך דיינע איז א גרויסע נס מן השמים.


בנוגע אז די חתונה זאל זיין אין ישיבה; אז דיינע עלטערן ווילן מאכן די חתונה אין א זאל - זאלסטו זיך נישט מתחצף זיין צו זיי, דו זאלסט זיי נאר דאנקען פאר אלעס וואס זיי טוען פאר דיר. פיר זיך מיט גרויס דרך ארץ צו זיי, עס איז נישט דיין געשעפט, מן הסתם שעמען זיי זיך מיט ברסלב, פון די משפחה און פון די ארומיגע.


גרייט זיך צו די חתונה מיט אסאך תורה ותפילה, זע צו ענדיגן ש"ס לכבוד די חתונה און נאך אסאך ספרים.


בעט דעם אייבערשטן אז דו און דיינע דורות זאלן אלע זיין ערליכע אידן, אלע זאלן גיין אין די וועג פון די תורה, בעט יעדן טאג עס זאל זיין ביי דיר אין שטוב נאר שלום און נאר ליבשאפט.

#79 - הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, סגולות, שטעטל, סיום, אידיש געלט, נסיונות, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, ספרים, בר מצוה, וואך נאכט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל צו א בר מצוה ביי א חשוב'ע משפחה ביי אונז אין די קהילה. דער בר מצוה בחור האט מסיים געווען ביי די בר מצוה מסכת שבת, דאס איז געווען במקום זיין פשעטל.


ביי די בר מצוה האב איך געזאגט אז עס איז מיר נישט גרינג ארומצופארן צו שמחות, דאך בין איך ארויסגעקומען צו די בר מצוה, היות די עלטערן האבן געמאכט די סעודת בר מצוה אויף א פשוט'ע איידעלע אופן ביי זיי אין שטוב, און איך האף אז אנשי שלומינו וועלן זיין קלוג און דאס נאכמאכן, נישט אויסצוגעבן אומזיסטע געלט און זיך מאכן חובות פאר די פאר שעה, צו פראווענען א שמחה אין א זאל וכו' וכו'.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אבות און די אמהות. מיר זעען אין די וואכעדיגע סדרה, אויפ'ן פסוק (בראשית כג, א): "שְׁנֵי חַיֵּי שָׂרָה", זאגט רש"י: "כֻּלָּן שָׁוִין לְטוֹבָה", ווי צדיקים טייטשן: עס איז איר שטענדיג גוט געווען; די אבות און די אמהות האבן געהאט אזא קלארע לויטערע אמונה, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי - איז פאר זייער טובה.


ווייטער זאגט רש"י הקדוש (שם, ב): "נִסְמְכָה מִּיתַת שָׂרָה לַעֲקֵדַת יִצְחָק, לְפִי שֶׁעַל יְדֵי בְּשׂוֹרַת הָעֲקֵדָה שֶׁנִּזְדַּמֵּן בְּנָהּ לַשְּׁחִיטָה וְכִמְעַט שֶׁלֹּא נִשְׁחָט, פָּרְחָה נִשְׁמָתָהּ מִמֶּנָּהּ וָמֵתָה", שטייט פון ספרים, וואס איז די כִּמְעַט 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט', אויבנאויף איז דאך דאס געווען די סיבה פון איר מיתה, אז זי האט געהערט כִּמְעַט 'שֶׁנִשְׁחָט'?! זאגן זיי א פארקערטע בחינה, אז שרה אמנו האט געוויסט אז אברהם אבינו איז געגאנגען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, און ווען זי האט געהערט אז 'שֶׁלֹּא' נִשְׁחָט - פון דעם האט זי זיך דערשראקן, זי האט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן אברהם אבינו און איר זון יצחק האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויפ'ן שטן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן; ווי קען זיין, נאך אזויפיל נסיונות, און ער איז אלעס בייגעשטאנען - האט ער יעצט נישט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם איז געווען מיתת שרה. אבער באמת האט אברהם אבינו יא געטון רצון ה', ווייל דער אייבערשטער האט אים נישט געהייסן שחט'ן יצחק, נאר געזאגט (שם כב, ב): "וְהַעֲלֵהוּ שָׁם לְעֹלָה".


דער בר מצוה בחור איז געזיצן מיט א ליכטיגע פנים; אזוי פרייליך. דאס איז די חינוך פון אונזערע מוסדות, ווי די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין גרייט פאר די לעבן, זיי גרייטן אן די קינדער וואס איז א בר מצוה; נישט א זאל, נישט א שפילער, נישט א פארטי פלענער, נישט בלומען וכו' וכו', נאר אז מען גייט זוכה זיין צו לייגן תפילין, מען גייט אריין לעול התורה והמצוות. און אזוי אויך ביי די מיידלעך, די לערערינס לייגן אריין אין די מיידלעך וואס איז חתונה האבן; נישט א זאל, נישט בלומען, נישט א טייערע כלה קלייד, נישט טייערע צירונגען וכו' וכו' וכו', נאר לעבן א שיינע זיסע לעבן, אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט.


נאך די בר מצוה בין איך צוגעגאנגען צום נייעם ספרים געשעפט, דער בעל הספרים סטאר האט מיך מכבד געווען צו קלאפן מזוזה. עס איז מיר זייער געפאָלן דעם געשעפט, ער האט דארט אן אויסוואל פון ספרים פאר אנשי שלומינו וואס ווילן לערנען און מסיים זיין כל התורה כולה. אנגעפאנגען פון חומש - שיינע חמשים, נ"ך - הערליכע סעטס נ"ך, משניות - הערליכע סעטס משניות, תלמוד בבלי - הערליכע שיינע גמרות מיט גרויסע געפינטלטע אותיות, און אזוי אויך תלמוד ירושלמי. הערליכע סעטס רמב"ם. טור, שלחן ערוך. הערליכע סעטס מדרשים, אלע סארטן מדרשים; איך האב זיך געקויפט א סעט מדרש, איינע פון די מדרשים וואס האט מיר געפעלט. הערליכע זוהר, הערליכע תיקונים, אלע דעם רבינ'ס ספרים.


אויך האט ער אריינגעברענגט טעוועלעך שמירה ליולדת, וואס אגב, איך האב אים דאס געבעטן אריינצוברענגען, ווייל איך האב געזען אז אנשי שלומינו ווייסן בכלל נישט פון דעם, אז מען פירט זיך אויפצוהענגען אינעם שטוב פון די יולדות, אויף אלע פיר ווענט - די טעוועלעך פון די שמירה.


איך בין אריין צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פאר די וואך נאכט פון מיין זון יצחק דוד נרו יאיר, איך האב געפרעגט מוהרא"ש וואס איך דארף טון, צי איך דארף אויף זיין און לערנען א גאנצע נאכט, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דארפסט נישט אויף זיין א גאנצע נאכט, איין זאך יא, הענג אויף די טעוועלעך אויף אלע פיר ווענט".


פון דארט בין איך געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א חשוב'ע משפחה, משפחת זוסמאן - וואס האבן זיך יעצט אריינגעצויגן אין איינע פון די נייע דירות אויף טווין ברידזש.


איך האב איבערגענעכטיגט ביי מיר אין שטוב. היינט פארטאגס האב איך געהאט גרויס נחת זייענדיג אין בית המדרש אין שטעטל, זען אברכים זיצן אין לערנען, מען איז זיך קובע עיתים לתורה.


איין פראבלעם האב איך יעדעס מאל וואס איך קום אין שטעטל, עפעס וואס שטערט מיר זייער שטארק; פארוואס איך וואוין נאכנישט דא. ווען איך קום אין שטעטל זאג איך פאר מיין ווייב: "פארוואס קען איך נישט דא וואוינען, פארוואס דארף איך זיין אין שטאט?"


איך האב זיך זייער געפריידט צו קענען טרעפן אונזער דיין שליט"א, ער האט מיר איבערגעגבן זייער שיינע גרוסן סיי פון די כולל אינגעלייט און סיי פון אלע משפחות וואס פרעגן שאלות, איך האב מיט אים גערעדט זייער וויכטיגע זאכן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנגרייטן א פלאץ, אז די ישיבה הקדושה זאל זיך קענען ארויסציען, אזוי וועל איך קענען קומען און זיין אין די שיינע ליכטיגע שטעטל.


איך האב געטראפן הרב רבי יצחק שליט"א, און איך פריי זיך זייער צו קענען ארייננעמען אין מיין שטוב אזא גאסט, ווי עס זעט אויס וועט הרב רבי יצחק שליט"א איינשטיין ביי מיר אין שטוב דעם שבת הבא עלינו לטובה. די תפילות, די באטע און די שלש סעודות וועלן געפראוועט ווערן אין האשקי שול, דאס וועט זיין א גרויסע חיזוק פאר אלע משפחות פון אנשי שלומינו.


יעדער מענטש האט עפעס א שפילצייג וואס מיט דעם שפילט ער זיך, אזוי אויך האט יעדער מענטש עפעס א זאך וואס דאס איז ביי אים זייער באליבט, א זאך וואס מען דרוקט זיך אויס: "דאס איז מיין בעבי"; מיין זאך איז "אונזערע קינדער".


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס דרייווער, ארומפארן אינדערפרי און אויפנעמען די ליכטיגע קינדערלעך, זיי באגרוסן מיט "א גוט מארגן", זיי אויפנעמען מיט א ריזיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א באס רבי און אפווארטן די טייערע קינדערלעך, אראפגיין פון באס און זיי אויפנעמען מיט א הויכע געשריי מיט'ן קינד'ס נאמען: "א גוט מארגן", מיט א זאפטיגע שמייכל.


איך טראכט, הלוואי וואלט איך געקענט זיין א מלמד, זיצן מיט די קינדער, תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, און אריינלייגן אין זיי לעבן, מוט, ווייזן פאר יעדן איינציגן קינד 'דו קענסט אויך זיין א גרויסער צדיק', און אזוי יעדע זאך וואס האט מיט קינדער.


ווען איך זע דעם קעכער וואס גרייט צו עסן פאר די קינדערלעך, טראכט איך, הלוואי וואלט איך געקענט שניידן ירקות, קאכן אייער און שמירן ברויט פאר קינדער וואס קומען לערנען די הייליגע תורה, און ווען איך זע דעם לאנטש מלמד טראכט איך, הלוואי וואלט דאס געווען מיין זאך; יעדן טאג נעמען די קינדער ביי הפסקה שפילן מיט זיי באלי און מאכן יעדע קינד שפירן אז ער קען די בעסטע די שפיל וכו' וכו'.


גלייך אינדערפרי האב איך גערופן איינער פון די חשוב'ע מלמדים וואס פירן די באס און אים געבעטן: "איך וויל מיט דיר מיטגיין ארומפארן די שטעטל"; וואס זאל איך דיר זאגן, דאס געבט מיר כח. ביי יעדע שטוב וואו די באס שטעלט זיך אפ בין איך אראפגעקומען פון באס, איך האב געגעבן א שריי: "א גוט מארגן! שלום עליכם!" און אויך א גאנצע וועג אויפ'ן באס האב איך פרייליך געמאכט די קינדער. די שטעטל איז שוין גרעסער, עס זענען שוין דא צוויי באסעס וואס נעמען אויף די קינדער, איך בין נאר געווען מיט איין באס.


ניין אזייגער, ווען די קינדער זענען אנגעקומען בין איך געגאנגען דאווענען שחרית מיט די עלטערע קינדער, די ישיבה קטנה פון קרית ברסלב; דער מגיד שיעור זייערער איז הרב ישראל יוסף שניצלער שליט"א, וואס ער טוט מיט די בחורים - איז נישט צום באגרייפן.


איך האב אנגעטון תפילין פאר'ן פרישן בר מצוה בחור אפרים פישל נרו יאיר און נאכן דאווענען איז געווען א שטיקל לחיים.


איך האב געגעבן א שיעור פאר די מלמדים און לערערינס; איך האב זיי דערציילט די גוטע נייעס אז ברוך ה' האברך נתן יוסף ברוך בן טויבא וואס דארף א רפואה שלימה איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר און זיין מצב ווערט בעסער און בעסער, דאס איז אין זכות פון די תפילות וואס מיר אלע בעטן און וואס די קינדער בעטן.


יעצט בין איך אויפ'ן וועג קיין קרית יואל, צו מחזק זיין די חדר און בית פיגא אין קרית יואל.


איך דארף מקצר זיין, איך בעט דיר זייער, היינט נאכט גייט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך בעט דיר זייער זאלסט קומען.


א שאד אויף יעדן טאג וואס גייט אריבער אנעם לערנען דעם בלאט גמרא פונעם טאג, נעם דו אויך א גמרא און לערן דעם בלאט גמרא. היינט איז די דף מסכת נדרים דף כג. דער רבי האט אונז קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, ווי שווער איז צו נעמען א גמרא און לערנען דעם דף? מסכת נדרים איז קליינע בלעטער, עס וועט דיר נעמען אינגאנצן אפאר מינוט צו דורכלערנען דעם בלאט.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך פאר אוועק מיט געציילטע בחורים וואס גייען ארום צאמשטעלן געלט אז איך זאל קענען ארויסגיין פון מיינע חובות וואס איך האב פאר אונזערע מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - ווער קען חתונה מאכן אין ישיבה פאר אומזיסט?
כיבוד אב ואם, תהלים, משניות, אידיש געלט, ישיבה, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב, מיט ליכטיגע דורות.


בנוגע חתונה האבן אין ישיבה וכו'; איך פריי זיך זייער צו יעדע חתונה אין ישיבה פון א תלמיד הישיבה מיט א תלמידה פון בית פיגא, אבער דאס קען זיין נאר מיט צוויי תנאים.


ערשטנס, נאר אז די עלטערן פון ביידע צדדים זענען מסכים.


איך האב געמאכט מען זאל קענען חתונה האבן אין ישיבה - גרינגער צו מאכן פאר די עלטערן, זיי זאלן נישט דארפן ווערן בעלי חובות, נאר גרינגער צו מאכן; אבער אויב די עלטערן שעמען זיך חתונה צו מאכן אין א שול - וויל איך נישט דו זאלסט זיך מתחצף זיין צו זיי.


איך האב דאס אויך געזאגט פאר דיין כלה תחי'; זי פרעגט וואס זי קען טון חתונה צו האבן אין ישיבה, איך האב איר געזאגט אז זי האט איין עצה, בעטן דעם אייבערשטן און רעדן שיין צו אירע עלטערן, זי זאל זיי זאגן אז פאר איר מיינט עס זייער אסאך, פאר איר איז דאס איר לעבן.


דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דו ווילסט חתונה האבן אין ישיבה, זאלסטו זיי בעטן שיין מיט דרך ארץ, זאג זיי אז דו ווילסט דיין ראש ישיבה זאל זיך באטייליגן ביי די חתונה, דיין ראש ישיבה גייט נישט צו קיין חתונות נאר אין ישיבה.


חס ושלום רעדן מיט חוצפה, חס ושלום זאגן איין שלעכט ווארט פאר טאטע מאמע, עס לוינט נישט חתונה צו האבן אין ישיבה - אויב מען רעדט צו די עלטערן מיט חוצפה; צו עלטערן דארף מען רעדן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.


די צווייטע תנאי, נאר ווער עס מאכט א פשוט'ע באווארפן, מען עסט אין שטוב אזוי ווי א געהעריגע שבת, און אויך די שבת שבע ברכות איז פשוט אן קיין זאל, אן קיין קעטערינג און אן קיין אויסגעבן געלט; נאר דעמאלט קען מען חתונה האבן אין ישיבה, אויב מען מאכט א טייערע באווארפן, א טייערע שבת שבע ברכות - האט נישט קיין פשט צו חתונה האבן אין ישיבה.


ברוך ה' עס איז שוין געווען פערציג חתונות אין ישיבה אזוי ווי מען פלעגט חתונה מאכן אין אלע דורות ביי אידישע קינדער, און עס וועלן נאך זיין הונדערטער און טויזנטער אזעלכע חתונות, פשוט, מיט א אידישן טעם.


די חתונות אין ישיבה קאסט נישט קיין געלט, עס איז גענצליך בחנם, אנשי שלומינו קאכן די עסן. די סעודה איז אויסדרוקליך נאר פאר חתן כלה, פאר די מחותנים, זיידעס און באבעס, און נאר די חתן כלה'ס געשוויסטער. די איבריגע משפחה קענען עסן א פיינע מאלצייט אין שטוב, און אויב זיי ווילן זיך פרייען - קענען זיי קומען ביים טאנצן ווינטשן מזל טוב.


נאכאמאל בעט איך דיר טייערער חתן, האסט געלערנט די פאר יאר אין ישיבה, זאלסטו געדענקען וואס דו האסט געלערנט די אלע יארן. דאס גרויסקייט פון כיבוד אב ואם; רעד צו דיינע עלטערן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, עס לוינט זיך נישט די צרות און ביטערניש וואס מען גייט אריבער אויב מען איז מזלזל אין די כבוד פון עלטערן.


לערן יעדן טאג משניות, פארלייג זיך אויף לערנען ח"י פרקים משניות יעדן טאג, און אויף זאגן תהילים; די צוויי שיעורים זאלסטו זאגן מיט מסירות נפש - וועסטו ווערן בטל צום אייבערשטן, עס וועט שיינען אויף דיר אור אין סוף ברוך הוא.

#77 - מזל טוב צו די חתונה
שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די הזמנה.


איך וויל אייך ווינטשן מזל טוב צו די חתונה, און א ברכה פאר אייך און די בני בית, איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי דעם קינד און די אנדערע קינדער, עס זאל זיך ציען ליכטיגע דורות.


 

#76 - א באזונדערע ברכה אויף די טעכטער, זיי זאלן זיין ערליך און הייליג
תפילה והתבודדות, חברים, חינוך הילדים, קברי צדיקים, מוסדות, הכרת הטוב, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, תיקון חצות, פרויען צאמקום, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך געווען אין מאנסי, איך האב געהאט א חתונה פון א תלמיד הישיבה. איך בין געווען זייער שוואך, דאך בין איך געפארן ווייל דער חתן איז מיר זייער נאנט. אויך זיין טאטע האט זייער משמש געווען מוהרא"ש, בפרט די לעצטע פאר יאר פון די הארץ אטאקע האט ער זיך זייער אוועקגעגעבן פאר מוהרא"ש, בין איך געפארן צו די חתונה. נאכדעם בין איך געגאנגען צום ריבניצער רבי'ס ציון, איך האב דארט זיך גוט מתבודד געווען און געזאגט תיקון חצות.


היינט אינדערפרי האב איך זיך זייער נישט גוט געשפירט, איך בין זייער פארקילט איך הער נישט אויף צו היסן. ברוך השם יעצט איז שוין אביסל בעסער, בין איך געקומען אין ישיבה. איך האב פארגעלערנט דעם בלאט גמרא, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל זיך גוט שפירן.


מארגן נאכט וועלן אלע מאמעס פון שטעטל זיך צאמקומען אין סקול רעדן מיט די לערערינס און הערן שיינע הדרכות ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די טעכטער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): "וְיִשְׁמְרֶךָ" מיינט מען "בְּבָנוֹת", מען דארף א באזונדערע ברכה אויף די טעכטער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג. זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען זיין צייטליך. אויך וועט מען אויפשפילן א דרשה, וויכטיגע זאכן וואס איך האב צו זאגן פאר די מאמעס בנוגע די חינוך פאר אונזערע קינדער.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. אפילו דו פארשטייסט נאכנישט וואס דו זאגסט, זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא; די תורה וועט דיך אפוואשן אינגאנצן פון דיינע עבירות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער אלע קליפות; מוהרא"ש זאגט, מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, דער יצר הרע לאזט אלעס טון - אויסער עפענען די הייליגע גמרא, ער האט זייער מורא אויב דער מענטש וועט לערנען גמרא, ווייל דאס פארברענט אים אינגאנצן.


גיי אביסל זיך מתבודד זיין, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר. לאז דיך אפ פון מענטשן, מענטשן וועלן דיר נישט העלפן, מענטשן קענען דיר נישט העלפן; א שאד זיך פארלאזן אויף א בשר ודם. גיי צום אייבערשטן, בעט אים אלעס; שעם זיך נישט, רעד צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט - וועט זיך אלעס טוישן ביי דיר צום גוטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#75 - א הערליכע שבת בראשית אין ישיבה מיט אנשי שלומינו
הפצה, צדקה, הדפסה, שבת קודש, פרנסה, אידיש געלט, לימוד התורה, חובות, ישיבה, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, חסידות, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א הערליכע שבת איז געווען אין ישיבה מיט אנשי שלומינו. אנגעהויבן האט זיך עס פרייטאג צו נאכטס, די תפילות איז געווען זייער שיין, נאכן דאווענען זענען מיר ארויס אין א ריקוד כמנהג אנשי שלומינו.


שבת אינדערפרי איז געווען א שיינע שמועס וועגן חתונה מאכן אין ישיבה און נישט מאכן טייערע שמחות. איינער האט נישט פארשטאנען וואס פעלט אויס אזוי סאך צו רעדן פון דעם, האב איך אים געזאגט: "גיי ברענג מיר איינעם וואס האלט שוין נאכן חתונה מאכן צוויי דריי קינדער וואס האט נישט קיין איין דאלער חובות... איך רעד נישט פון גרויסע עשירים, איך רעד פון דורכשניטליכע אינגעלייט, ברוך ה' איך האלט נאכן חתונה מאכן דריי קינדער און איך קום נישט קיין איין פרוטה פאר קיינעם, נאר ווייל איך פאלג מוהרא"ש, איך מאך פשוט'ע שמחות, איך מאך זיך נישט נאריש. דעריבער רעד איך צו מיינע תלמידים אזוי סאך פון דעם, ווייל איך וויל ענק זאלן אויך קענען לעבן אן קיין איין פרוטה חובות".


עס איז א שאד מען שרייבט נישט אפ די שיינע שמועסן; אזוי וואלטן אלע געקענט מיטהאלטן די שיינע זאכן.


שחרית האב איך געדאווענט פאר'ן עמוד, איך האב עולה געווען די זיבעטע עלי', שביעי. ביי מיין עלי', בשעת דער בעל קורא האט געליינט דעם פסוק (בראשית ה, כט): "זֶה יְנַחֲמֵנוּ מִמַּעֲשֵֹנוּ וּמֵעִצְּבוֹן יָדֵינוּ" - האב איך געוואלט אנהויבן טאנצן פאר שמחה, ווייל דא איז דאך מרומז דער הייליגער רבי'ן; די תורה זאגט זֶה יְ'נַחֲמֵנ'וּ, דער רבי וועט אונז טרייסטן און אונז ארויסנעמען פון אונזער עצבות.


שבת אינדערפרי ביי ספורי מעשיות האבן מיר גערעדט נאכאמאל פון זיך אכטונג געבן פון חובות, מיר האלטן ביי די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג). דער רבי זאגט: "די פארלוירענע קינדער האבן זיך געמאכט גרויסע טארבעס, און געגאנגען אין די הייזער בעטן עסן"; דא זעט מען די עצה, אז אויב מען האט נישט קיין געלט - זאל מען גיין אין די הייזער קלייבן געלט צו קענען לעבן, און חס ושלום מאכן חובות.


מיר האבן גערעדט אז מען קען דאס טון אינאיינעם מיט הפצה. מען גייט ביי די הייזער, מען בעט צדקה פאר "א משפחה וואס האט נישט צו לעבן", און מען געבט א שיינע מתנה; אזוי איז מען א משפיע.


איך האב דערציילט פאר די אינגעלייט, א בחור איז צו מיר צוגעקומען פאריאר ראש השנה אין אומאן און מיר געזאגט אז ער וויל מנדב זיין דעם שער הבנין פונעם נייעם בית הדפוס. דער אינגערמאן וואס העלפט צאמנעמען די געלט פאר'ן נייעם בנין האט מיך געפרעגט אויב ער זאל דאס יענעם אוועקגעבן, האב איך אים געזאגט: "דו קענסט דא נישט גארנישט דערלייגן, אדער וועט ער דיר ברענגען געלט - אדער נישט". למעשה איז אריבער א יאר, און דער בחור נרו יאיר האט געברענגט במשך די יאר פאר'ן בית הדפוס פופציג טויזנט דאלער. דאס האט ער געטון אין די צייט פון נאך ישיבה, נאך זיבן אזייגער - פאר אפאר שעה.


איך האב אויפגעוויזן פאר די אינגעלייט, דו קענסט זיין אן ארבעטער, קענסט זיין אין כולל; אז דו גייסט הפצה אפאר שעה, אדער נאכמיטאג אדער פארנאכטס - קענסט פארדינען מער וואס א צווייטער פארדינט דורך ארבעטן א גאנצן טאג.


א צווייטע מעשה האב איך דערציילט, איך רוף אן א אינגערמאן אין שטעטל: "אפשר זוכסטו אן ארבעט? איינער זוכט אן ארבעטער", זאגט ער מיר: "איך דארף גיין ארבעטן? אויב דער ראש ישיבה הייסט מיר ארבעטן - גיי איך ארבעטן, איך וויל אבער זאגן פאר'ן ראש ישיבה, איך פאר ארויס פון שטעטל יעדן טאג דריי אזייגער - הפצה, איך גיי פאר צוויי שעה און איך ברענג אהיים איבער צוויי הונדערט דאלער א טאג, וואס פעלט מיר אויס ארבעטן?" זעט מען אז ווען מען גייט אין די הייזער מיט ספרים קען מען לעבן א שיינע ברייטע לעבן אן חובות.


נאכמיטאג אויפ'ן וועג צום שול האבן מיך קינדער נאכגעשריגן, אזוי ווי כסדר, איך האב דאס יעדן טאג, מען שפעט פון מיר. איך בין זייער פרייליך, אז מען שפעט פון מיר נישט ווייל איך האב איינעם בא'גנב'ט, נאר ווייל איך ברענג אריין דעם רבינ'ס עצות אין אידישע קינדער.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט, עס שטייט די וואך אין די פרשה (בראשית ג, כד): "וַיְגָרֶשׁ אֶת הָאָדָם וַיַּשְׁכֵּן מִקֶּדֶם", מען האט פארטריבן אדם הראשון פון גן עדן, מען האט אים געלייגט מקדם. זאגן אונז חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה כא, ט): 'מִקֶּדֶם' דאס איז דער 'גֵּיהִנֹם', דער אייבערשטער האט אים געוויזן דעם גיהנום, זאגן די הייליגע חכמים, אדם הראשון האט זיך זייער דערשראקן, ער האט געפרעגט דעם אייבערשטן: "מִי מַצִּיל אֶת בָּנַי מֵאֵשׁ לוֹהֶטֶת זוֹ", ווי אזוי וועלן מיינע קינדער זיך ראטעווען פון דעם שרעקליכן גיהנום? האט אים דער אייבערשטער געזאגט, דורך "חֶרֶב תּוֹרָה", דורך די שווערד פון לערנען די הייליגע תורה; אז מען לערנט תורה איז מען זוכה זיך צו ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


אזוי אויך, ווער עס לערנט תורה - ראטעוועט זיך פון די ברענעדיגע יצר הרע וואס ברענט מיט אלע תאוות און אלע שלעכטס. ווייל מען קען נישט פארלעשן די פייער - נאר דורך לערנען תורה, אז מען מאכט זיך א שיעור אין חומש רש"י, משניות און גמרא וכו' - קען מען אויסלעשן די גיהנום.


אויך האבן מיר גערעדט אז מען זאל זיך נישט דרייען ביינאכט אינדרויסן פון שטוב, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב און קינדער אביסל העלפן, אביסל שמועסן און אסאך לערנען.


נאך מעריב האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא, און שפעטער איז געווען א שיינע מלוה מלכה ביי מיר אין שטוב מיט א מנין בחורים, יעדער האט דערציילט זיינע מעשיות פון הפצה און זיינע מעשיות פון תפילה.


ישיבה הויבט זיך אן ראש חודש חשון, זאג דיינע בחורים זאלן ברענגען א מסכת נדרים; ראש חודש הויבן מיר אן א פרישע מסכתא, מסכת נדרים, יעדן טאג לערנען מיר א בלאט גמרא. און דיין ישיבה קטנה בחור זאל אויך ברענגען א מסכת סוכה, מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א לערנט פאר נאך פרישטאג מסכת סוכה. איך וועל אם ירצה ה' פארלערנען יעדן טאג איינס דרייסיג דעם בלאט גמרא, און נאכמיטאג נאך מנחה לערנט דער מגיד שיעור פאר שלחן ערוך הלכות שבת, דיין זון זאל ברענגען א שולחן ערוך הלכות שבת, דעם זמן וועלן זיי לערנען די הלכות פון בישול בשבת, סימן שי"ח.


מארגן ערב ראש חודש זאגט מען נישט יום כיפור קטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#74 - מען טוט מיר נישט קיין טובה מיט'ן חתונה מאכן אין ישיבה
אידיש געלט, ישיבה, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו, ח' תשרי, שלש עשרה מדות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וואס מען האט געטון ביי דיין שוואגער'ס חתונה אין ישיבה - איז נישט גערעכט; איך האף עס וועט נישט פאסירן נאכאמאל.


מיר ארבעטן זייער שווער אז אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה מאכן פאר בחינם אין בית המדרש, און געלויבט דעם אייבערשטן אז מען האלט שוין דא, אז עס איז שוין נישט קיין בושה פאר אנשי שלומינו; אלע תלמידים און אלע תלמידות ווילן נאר חתונה האבן אין בית המדרש.


מיר מוטשען זיך אזוי שטארק אז אנשי שלומינו זאלן קענען חתונה האבן ביליג, עס שטייען פרויען וואס קאכן און באקן, עס איז זיי בכלל נישט גרינג; מיין ווייב תחי' קאכט ביי יעדע חתונה די פלייש, קומסטו אן מיט באשטעלטע עסן פאר דיין משפחה?! מען האט זיך קלאר אויסגענומען אז מען קען גארנישט ברענגען, פארוואס טוסטו דאס צו מיר?!


איך וועל זיך נישט באליידיגן אז קומענדיגע קינדער וועט איר חתונה מאכן אין א זאל; מען טוט מיר נישט קיין טובה מיט'ן חתונה מאכן אין ישיבה, עס איז מיר בכלל נישט גרינג די שמחות אין ישיבה, איך טו דאס נאר צו העלפן אנשי שלומינו זאלן קענען לעבן אן קיין גנבות און אן קיין חובות.


די חתונות אין ישיבה איז נאר פאר ווער עס וויל גארנישט, ער וויל נאר חתונה מאכן די קינדער אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן.

#73 - צאמנעמען צדקה פאר אונזערע מוסדות אין ירושלים על טהרת הקודש
צדקה, מוסדות, אידיש געלט, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיר דארפן דו זאלסט זיך נעמען צו די עבודה, צאמנעמען צדקה פאר אונזערע מוסדות אין ירושלים על טהרת הקודש.


היינט האט זיך געעפנט די סקול "בית פיגא" אין ירושלים, דארפן מיר צאלן סיי מלמדים און סיי טיטשערס; בעט איך דיר זייער דו זאלסט צאמנעמען צדקה מען זאל קענען צאלן צייטליך די איינגעשטעלטע.


איך ווייס אז דו מאכסט חתונה אין צוויי וואכן ארום, דו ביסט טרוד מיט דיין שמחה, אבער געב א טראכט וויפיל וואלט דיר געקאסט חתונה צו מאכן דיין קינד אן מוהרא"ש און וויפיל קאסט דאס דיר יעצט...? די גאנצע שמחה, הכל בכל מכל כל - קאסט דיר נישט קיין צען טויזנט דאלער; האסטו דאך כח און צייט צו העלפן דעם רבינ'ס מוסדות.


מיר נעמען נישט קיין געלט פון די ערב רב, מיר האבן נישט קיין שטיצע פון קיינעם; אונזער גאנצע הכנסה איז פון אנשי שלומינו וואס האבן א געפיל אין בויען נאך מוסדות היכל הקודש ארום און ארום די וועלט.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#72 - די דריי חלקים פון התבודדות; דאנקען, איבערבעטן, בעטן
תפילה והתבודדות, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט איר מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים, געזונטערהייט, אינאיינעם מיט דיין ווייב.


גיי אביסל התבודדות, מאך זיך א קביעות אביסל צו שפאצירן ארום דיין שטוב. דו האסט דאך א שיינע פעלד ארום דיין הויז, זאלסטו גיין שפאצירן, זיך מתבודד זיין.


טייל איין די התבודדות אין דריי:


די ערשטע זאך איז תודה והודאה, הויב אן מיט דאנקען; דאנק דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט דיר און מיט דיין משפחה, דאנק אים פאר'ן דיך מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן, און אזוי ווייטער.


צווייטנס, תשובה; בעט איבער דעם באשעפער, טו תשובה אויף אלעס וואס דו האסט געטון, דערצייל אים אלעס וואס דו האסט געטון און וואס דו טוסט און האב חרטה, זאג פאר'ן באשעפער אז דו גייסט מער נישט טון די זאכן.


דריטנ'ס, בקשה; בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט זיך פירן אזוי ווי דער אייבערשטער וויל.


די פאר מינוט וואס דו שפאצירסט אזוי ארום דיין שטוב - זאלסטו אפלאזן דעם טעלעפאן און אלעס ארום; יעצט איז א צייט וואס איך שטעל אלעס אפ.


מיר פארן שוין כמעט צום רבי'ן זיך אויסבעטן א גוטע יאר, לנו ולכל ישראל, אמן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#71 - מאך דעם קידוש ביי דיינע עלטערן
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, צדקה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידעלע! זאלסט זוכה זיין איר צו מגדל זיין לבעל תורה ולחופה ולמעשים טובים בנקל ובנחת.


בנוגע די קידוש וכו'; גיי צו דיינע עלטערן, מאך דארט די קידוש; אזוי וועסטו פארמיידן פראבלעמען וכו'.


א גרויסן יישר כח פאר די צדקה פון צען טויזנט דאלער; די געלט גייט פאר זייער א וויכטיגע צוועק. בזכות די מצוה פון צדקה זאלסטו זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, און דו זאלסט האבן פרנסה בריווח און נחת ביי דיינע קינדער.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס דו האסט, פאר אלעס וואס ער טוט מיט דיר. פאר דיין שיינע שטוב, פאר דיין ווייב, פאר דיינע קינדער.


גיי אביסל שפאצירן אין פעלד הינטער דיין שטוב - וועסטו שפירן טעם גן עדן.

#70 - איך האב ברוך ה' געמאכט פאר מיין זון שיינע לאנגע געקרייזלטע פאות
חינוך הילדים, שטעטל, אומאן, בארד און פאות, שמחות, חדר, אפשערן, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, ערמאנט


איך בענק זיך זייער צו דיר, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג.


איך בין יעצט אין שטעטל, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין דא במשך דעם זומער - ביז א וואך פאר מיר פארן צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה.


היינט זונטאג חקת האב איך אפגעשוירן למזל טוב מיין זון מענדל נרו יאיר, אים געמאכט הייליגע פאות, געמאכט שיינע לאנגע געקרייזלטע פאות כרצון רבינו. דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן תקז) אין די געקרייזלטע פאות ליגט גרויסע סודות, אזוי ווי עס שטייט (שיר השירים ה, יא): "קְוּצּוֹתָיו תַּלְתַּלִּים". דער רבי איז געגאנגען מיט שיינע לאנגע געקרייזלטע פאות, אלץ פלעגט דער רבי דאס נאס מאכן און זיך צאמנעמען.


מיין שווער און שוויגער זענען געקומען צום אפשערן; מיין שווער איז נישט ווייט פון אונזער שטעטל, ער איז א מגיד שיעור אין סאטמער ישיבה קטנה. מיינע עלטערן זאל זיין געזונט זענען נישט ארויסגעקומען, עס איז נישט גרינג פאר זיי זיך ארויף צו שלעפן צו אן אפשערן, איך בין געווען ביי מיינע עלטערן פאריגע וואך איידערן ארויספארן - אפנעמען די מזל טוב.


היינט איז נישט געווען קיין חדר, מען מאכט אן הפסקה פון חדר א גאנץ יאר - צו די זומער חדר פאר א טאג; נישט זאלסט מיינען אז זומער חדר איז נישט לערנען און דאווענען, כמנהג הגוים חס וחלילה, זומער איז חדר אזוי ווי א גאנץ יאר, און נאך מער, מען לערנט און מען דאווענט אזוי ווי א גאנץ יאר, דאס האבן די צדיקים מדורות הקודמים אוועק געשטעלט.


ליידער אין אמעריקע פלעגן זיין פארמאכט אלע חדרים פאר די צוויי חדשים וואס די גוים האבן נישט קיין שולע, זענען געקומען די צדיקים, הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, און זיך געשלאגן מיט אמעריקע און געמאכט געהעריג חדר.


איך האב זייער געוואלט גיין מיט מיין זון אונטערן טלית, איך האב אים גענומען אונטערן טלית אראפ צום בית המדרש אונטער מיין דירה.


דער מלמד פון שטעטל יעקב יאקאבאוויטש נרו יאיר האט פרובירט זאגן מיט אים די א' ב', ער האט זיך נישט געלאזט; מיין שווער האט פרובירט, עס איז געווען היבש שווער, ברוך השם פאר דעם.


פון דארט בין איך געגאנגען צום נייעם בנין קרן הדפסה, זיך דורך רעדן מיט אלע וואס האבן א חלק אין די וועכנטליכע קונטרסים, ווי אזוי מען קען ארבעטן אינאיינעם עס זאל ארויסקומען צייטליך.


די בחורים קומען ארויס אם ירצה ה' מארגן; די ישיבה איז גרויס, קרוב צו אכציג בחורים, דער אייבערשטער זאל מיר געבן כח זיי צו מחזק זיין און עס זאל זיין שידוכים וואס שנעלער.

#69 - הדרכות פאר א כלה
תודה והודאה, שבת ליכט, חתונה, שמחות, הדרכות, כלה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו, מזל טוב!


איך וועל אייך ענטפערן אויף אייערע פראגעס:


די כלה גייט נישט צום באווארפן, די באווארפן איז נאר פאר די חתן.


קריאת שמע של אריז"ל איז פאר יעדן איינעם.


די נאכט פון די חתונה זאלט איר נאר ליינען די ערשטע קאפיטל, ביז "ובשעריך".


דריי טבילות, מען טובל'ט זיך איינגעבויגענערהייט.


מען צינדט צוויי אויל לעכט כנגד זכור ושמור און פיר לעכט אנטקעגן די פיר אותיות פון שם הוי"ה ברוך הוא, און ווען עס ווערט געבוירן א קינד לייגט מען צו נאך א לעכט.


הדרכות פאר'ן לעבן; איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן, אויך זאלט איר דאנקען אייערע עלטערן און רעדן שיין צו אייער מאן.


גייט צו די חופה מיט די רעכטע פוס, בשעה טובה ומוצלחת.


געבט א מזל טוב פאר אייערע עלטערן.

#68 - זאלסט אייביג געדענקען די וואס האבן דיר געהאלפן
הכרת הטוב, ראש ישיבה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו אז דיין קעיס איז פארמאכט; דאנק און לויב דעם אייבערשטן און בעט אים אויף ווייטער.


"הנותן מתנה לחבירו", ווען איינער געבט א מתנה פאר זיין חבר, זאגן די הייליגע חכמים (שבת י:): "צריך להודיעו", זאל ער לאזן וויסן כדי עס זאל זיין מער שלום אויף די וועלט.


זאלסט וויסן, צוויי אינגעלייט פון די חברי הנהלה, האברך ... מיט ... נרם יאיר האבן אוועקגעגעבן פאר דיין קעיס צענדליגער שעות, מיר האבן געהאט שלאפלאזע נעכט אז עס זאל חס ושלום נישט פאסירן מיט דיין משפחה קיין שלעכטס. זאלסט זיך פארצייכענען די צוויי נעמען, דיין גאנץ לעבן זאלסטו האבן פאר זיי הכרת הטוב.


הכרת הטוב מיינט נישט זאלסט אים יעצט קויפן א קראנץ בלומען, אדער א האריגע טלית בייטל און אים שטויסן אין רוקן; הכרת הטוב מיינט זאלסט שטענדיג געדענקען איינער וואס האט אוועקגעגעבן זיין ווייב, קינדער און פרנסה דיר א טובה צו טון.


איך קום יעצט פון א חתונה אין בארא פארק, די חתונה פון החתן ...; איך בין געווען דארט מסדר קידושין. איי וועסטו פרעגן, דער ראש ישיבה האט דאך אן אפמאך נאר צו זיין מסדר קידושין אין ישיבה, וואס איז דא אנדערש? וועל איך דיר זאגן, איך האב געלערנט ביי מוהרא"ש די מדה פון הכרת הטוב; דער חתן'ס טאטע האט מיר געהאלפן ווען איך בין געווען אין נויט, ווען קיינער האט נישט געקוקט אויף די ישיבה – האט ער מיר געהאלפן, דעריבער האב איך פאר זיי הכרת הטוב.