בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#42 - פאלשע צירונגען מיט אן עכטע חתן
אידיש געלט, חובות, חתונה, שכל, שמחות, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע טאכטער הכלה ... תחי'


זאלסט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א כלה. האסט באקומען זייער א חשוב'ער חתן; דיין חתן לערנט ביי אונז אין ישיבה שוין פינף יאר, פון זיין בר מצוה, ער לערנט פלייסיג אלע זיינע יארן און פירט זיך מיט יראת שמים, דאס דארף זיין דיין גאנצע שמחה.


איך זע דו האסט באקומען א רינגל פון דיינע מחותנים מיט א פאלשע דיימאנט שטיין, אויך א ברעיסלעט מיט פאלשע שטיינער, אבער דיין חתן איז נישט פאלש; דו האסט פאלשע צירונגען מיט אן עכטע חתן. ביי אנדערע איז דא עכטע צירונגען מיט א פאלשער חתן, א געמאכטער, א געפאפטער; מען דארף פרייליך מאכן די כלה מיט טייערע צירונגען. מען לערנט נישט מיט מיידלעך וואס דער לעבן איז, זיי וויל נישט חתונה האבן; די איינציגסטע זאך וואס מאכט זיי חתונה האבן איז אז זיי ווילן נישט בלייבן אליינס, אויך ווילן זיי צירונגען וכדומה.


דו האסט געלערנט אלע יארן אין בית פיגא, דו ווייסט וואס לעבן איז, ווי שיין דער לעבן איז אז מען לעבט ווי אזוי דער אייבערשטער וויל, ווי שיין און גוט איז חתונה צו האבן און אויפשטעלן א אידישע שטוב, קינדער וואס וועלן טון דעם אייבערשטנ'ס ווילן.


דו דארפסט נישט טייערע צירונגען, פריי זיך מיט דיין חתן, פריי זיך אז דיין חתן'ס עלטערן דארפן נישט צאמברעכן פון בארגן חובות, זיי וועלן קענען זיין ביי די חתונה אן חובות, זיין פרייליך מיט די שמחה.


עס איז אזא רחמנות אויף אידישע קינדער, רוב שמחות זענען אן שמחה; רוב שמחות דארף מען בארגן שווערע טויזנטער דאלער פאר די מחותנים, זיי האבן נישט די געלטער וואס עס קאסט חתונה צו מאכן. די חתן און כלה זענען נישט געלערנט, זיי דארפן און דארפן און דארפן, זיי ווייסן נישט וואס איז די זאך פון חתונה האבן, נאר אז דער חתן וועט האבן א טייערע זייגער און א טייערע שטריימל - דעמאלט איז ער פרייליך פאר פינף מינוט.


אשרינו מה טוב חלקינו, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; דער רבי לערנט אונז שכל, פשוט שכל, מיר זאלן וויסן וואס איז די תכלית אין לעבן. נישט די זאכן מאכן פרייליך, נאר דער וואס לעבט מיט'ן אייבערשטן - דער איז פרייליך.


דיין טאטע

#41 - זאג "יישר כח אייבערשטער פאר אלעס" אן א שיעור מאל
תודה והודאה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, כ"ט סיון, ערב ראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ר' ... נרו יאיר


מזל טוב פאר די שמחה ביי דיר, יארן לאנג האסטו געווארט אויף קינדער און יעצט האט דער אייבערשטער דיר געגעבן א בן זכר.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זוכה זיין אים צו מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


יעצט ביסטו געווארן א גרויסער בעל חוב, יעצט דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, אז דו האסט א בן זכר און אויף אלע חסדים. דאנק און לויב דעם אייבערשטן - וועט זיך עפענען די הימלען, עס וועט קומען נאך חסדים.


דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן - ברענגט אלעס גוטס; אין אנהייב איז נישט גרינג דאס רעדן צום אייבערשטן, אין אנהייב זאלסט זאגן אפילו בלויז די ווערטער: "יישר כח אייבערשטער פאר אלעס", דאס זאלסטו זאגן טאג און נאכט אן א שיעור מאל, דאס וועט דיר גרינגער מאכן דאס רעדן, צוביסליך וועסטו קענען אויסרעכענען אלעס און דאנקען אויף יעדע פרט.


 

#40 - נוץ אויס דער גרויסן טאג, דיין יום החופה
שמחות, חתן, יום החופה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין חתונה! היינט איז דיין גרויסע טאג וואס דו גייסט אויפשטעלן דיין שטוב, נאך אפאר שעה גייסטו צו די חופה. היינט איז ביי דיר אזוי ווי "יום כיפורים", מען איז דיר מוחל אלע דיינע עבירות.


זיי נישט קיין בטלן, נוץ אויס דעם גרויסן טאג; זאג תהילים וויפיל דו קענסט, פרוביר צו ענדיגן תהילים און אז דו קענסט נישט ענדיגן גאנץ תהילים זאג וויפיל דו קענסט. אויך זאלסטו שמועסן מיט'ן אייבערשטן; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיר העלפן אז דיין גאנץ לעבן זאל זיין מיט'ן באשעפער.


זיי מיר מוחל, איך קען נישט קומען צו די חתונה; מיין ווייב תחי' איז זיך געגאנגען אפרוען פון האבן דאס קינד, איך בין אין שטוב מיט אלע קינדער. אויך איז מיין טייערער זיידע זכותו יגן עלינו, דער קארלסבורגער רב - יעצט נסתלק געווארן, איז נישט שייך איך זאל פארן קיין פלארידא צו די חתונה.


איך וואונטש דיר אלע ברכות; איך וואונטש דיר פון מיין הארץ דו זאלסט אויפשטעלן א אידישע שטוב, אן ערליכע שטוב, די שכינה הקדושה זאל רוען צווישן אייך.

#39 - אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, קענסטו אויך פאררעכטן
התחזקות, תשובה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ויזרח


דער הייליגער רבי האט אונז בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג) "וואלט איך חס ושלום עובר געווען די גרעסטע עבירה - וואלט דאס מיר גארנישט אראפגעווארפן, איך וואלט תשובה געטון און געבליבן אן ערליכער איד אזוי ווי פאר'ן טון די עבירה"; דער רבי האט געוואלט מיר זאלן אננעמען די זאך פון תשובה, מיר זאלן גלייבן אין תשובה, נישט סתם רעדן פון דעם און אויב מען פאלט אראפ אין אן עבירה זאל מען בלייבן ליגן צעבראכן.


דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין, שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן, "תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", דארפסטו אויך גלייבן אז דו קענסט צוריק פאררעכטן.


אשרינו מה טוב חלקינו, וואס וואלטן מיר געטון אנעם רבי'ן? ווי וואלטן מיר געווען, ווי וואלטן מיר אויסגעזען...


איך מאך חתונה אם ירצה ה' מיטוואך פרשת תרומה, איך האף דו און דיין משפחה וועלן זיך באטייליגן ביי די באווארפן און ביי די חתונה. אם ירצה ה' ביי דיינע שמחות וועל איך זיך אויך באטייליגן.


 

#38 - יישר כח פאר'ן צושטעלן עסן פאר אנשי שלומינו בעת שמחתם
הכרת הטוב, חתונה, שמחות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בשם אונזער גאנצע קהילה טוען מיר זיך באדאנקען פאר אייך פאר'ן ארויסהעלפן מיט'ן צושטעלן עסן פאר אנשי שלומינו בעת שמחתם, איר ארגאניזירט אלע משפחות זאלן זיך באטייליגן ווען עס איז דא א חתונה, א בר מצוה, א שבת שבע ברכות - עס זאל נישט קאסטן קיין געלט פאר די מחותנים.


 יעצט קומט נאך פיר חתונות איינס נאכן צווייטן. מיטוואך פרשת תרומה מאך איך בעזר ה' חתונה, א וואך נאכדעם - דינסטאג פרשת תצוה איז דא נאך א חתונה, פון החתן ..., א וואך נאכדעם - מאנטאג כי תשא מאכט דער מנהל ... חתונה און זונטאג ויקרא - ראש חודש ניסן איז די חתונה פון ... בן הרב ר' ...


איך האף איר וועט קענען ווייטער זארגן פאר אנשי שלומינו עס זאל זיין בחנם די יום החתונה; איר וועט פרעגן משפחות ווער עס קען העלפן מיט א קוגל וכדומה, מען שטעלט נאר צו פאר די נאנטע משפחה, געשוויסטער פון די מחותנים.


אויך וויל איך מאכן די סעודת פורים אום מוצאי שבת פאר אנשים ונשים; וויל איך אייך בעטן אויב מען קען דאס אויך אינזין האבן.


יישר כח


 

#37 - דאס נארישקייט פון אויסגעבן געלט פאר דמיונות
הכרת הטוב, אידיש געלט, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן חתונה מאכן מיין זון הרב אלחנן חיים נרו יאיר; אינעם זכות פון צדקה, הכנסת כלה - זאלסטו האבן גרויס שפע.


איך לאדן דיר פערזענליך צו די חתונה; די חתונה וועט פארקומען מיטוואך פרשת תרומה אין ישיבה.


מיר האלטן יעצט ביי די צוואנציגסטע חתונה אין ישיבה; יעדע פאר חדשים קומט א צווייטער מיט א גראגער און הייבט אן גראגערן מיט נייע פלענער ווי אזוי צו ראטעווען מחותנים פון קראנק ווערן, אבער אויף למעשה דארף מען דעם רבי'ן, דער רבי עפנט אויף די אויגן מען זאל זען דאס נארישקייט פון אויסגעבן געלט פאר אביסל כח המדומה.


אנשי שלומינו מאכן חתונה אין בית המדרש; עס קאסט נישט קיין געלט, די חתונה איז הערליך שיין, עס פעלט גארנישט - נאר חובות.

#36 - איך האף אז אלעס איז אין ארדענונג ביי דיר
תכלית, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאך איך חתונה מיין טייערער זון הרב אלחנן חיים נרו יאיר, די חתונה וועט פארקומען אין ישיבה מיטוואך פרשת תרומה; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיך באטייליגן ביי די שמחה מיט דיין משפחה.


איך בענק זיך נאך דיר, איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, איך האף אז אלעס איז אין ארדענונג ביי דיר.


איך וואונדער זיך אויב דו לערנסט נאך דיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא וכו', וכו'; איך געדענק די התמדת התורה דיינע, ווי דו פלעגסט זיצן אין בית המדרש מיט'ן משניות, מיט'ן גמרא.


איך האף איך וועל דאס נאך זוכה זיין צו זען.


 

#35 - א קינד וואס לערנט עברי טאר נישט פארפעלן א טאג אין קלאס
חינוך הילדים, שמחות, עברי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, י"ג שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין אינגל! דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל זיין אן ערליכער איד.


דו האסט צעטיילט דיינע קינדער, דיין טאכטער איז נישט געווען אין סקול פאר צוויי וואכן, זי איז יעצט צוריקגעקומען; די טיטשער זאגט אז זי האט פארפעלט פון ליינען, זי ווייסט נישט וואס צו טון.


אז עס פאסירט אזוינס, מען דארף צעטיילן די קינדער, דארף מען אין אכט נעמען אז די קינדער וואס לערנען ליינען זאלן טרעפן וואו צו זיין אין די שטאט וואו זיי לערנען כדי זיי זאלן נישט פארפעלן; עס איז נישט קיין חכמה צו טראגן קינדער פון שטאט צום שטעטל און פון שטעטל צום שטאט - ווען זיי לערנען עברי.


יעצט זאלסטו זיך פארבינדן מיט די סקול; זיי משלים וואס זי האט פארפעלט כדי זי זאל קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די עברי.

#34 - מזל טוב פאר ענקער בן זכר
שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


מזל טוב פאר ענקער בן זכר! דער אייבערשטער זאל העלפן, אליעזר שלמה, זה הקטן גדול יהי', ער זאל אריין ראטן אין די נאמען נאך וועם ער הייסט, ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


איר דארפט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, וועט איר זען נאך גרויסע ניסים.


 

#33 - איך וועל ווייטער שרייבן בריוו און מחזק זיין אידישע קינדער
מוהרא"ש, בריוו, עצתו אמונה, ראש ישיבה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין מיידל תחי'! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב; איר זאלט ווייטער קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש, ווייטער ארויסגעבן די שיינע קונטרסים עצתו אמונה - איש אמונות.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם; די מפיצים זאגן אז מענטשן באדאנקען זיך, מענטשן זאגן אז דאס איז זייער וועג ווייזער, דאס העלפט זיי צו קענען אנגיין בחיי יום יום. און פון די אנדערע זייט זע איך אז עס איז דא א קול הברה אויף די בריוו וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו שרייבן; עס קאכט זיך וכו', היתכן שרייבן בריוו פאר בני הנעורים, זיי מחזק זיין צוריק צו קומען צום אייבערשטן וכו' וכו'; וועל איך פון היינט אן שרייבן מער ברייטער און מער באריכות, עס זאל נישט זיין אויף מיר קיין טענה; איך זאל קענען זאגן (דברים כא, ז): "יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָּם הַזֶּה", איך האב נישט פארגאסן אידיש בלוט.


מיר איז דאס א שטארקע חיזוק, "כָּל מַה שֶׁאֵרַע לְיַעֲקֹב אֵרַע לְיוֹסֵף", אלעס וואס האט פאסירט צו מוהרא"ש פאסירט יעצט ווייטער; "זֶה נִשְׂטָם, וְזֶה נִשְׂטָם, זֶה אָחִיו מְבַקֵּשׁ לְהָרְגוֹ, וְזֶה אֶחָיו מְבַקְּשִׁים לְהָרְגוֹ", און אזוי ווייטער, נאך א פשט, "בִּקֵּשׁ יַעֲקֹב לֵישֵׁב בְּשַׁלְוָה, קָפַץ עָלָיו רִגְזוֹ שֶׁל יוֹסֵף. צַדִּיקִים מְבַקְּשִׁים לֵישֵׁב בְּשַׁלְוָה אָמַר הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לֹא דַּיָּן לַצַּדִּיקִים מַה שֶׁמְּתֻקָּן לָהֶם לָעוֹלָם הַבָּא, אֶלָּא שֶׁמְּבַקְּשִׁים לֵישֵׁב בְּשַׁלְוָה בָּעוֹלָם הַזֶּה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#32 - אין זכות פון הכנסת כלה זאלסטו זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות
הכרת הטוב, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


                                     יום א' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן חתונה מאכן מיין זון הרב הגאון אלחנן חיים שליט"א.


אין דעם זכות פון הכנסת כלה זאלסטו זוכה זיין צו ערליכע אידישע דורות, נחת ביי אלעמען; דו און דיין ווייב אינאיינעם געזונטערהייט, אמן.


...


די חתונה וועט אם ירצה ה' פארקומען מיטוואך פרשת תרומה, ה' אדר בשעה טובה ומוצלחת, אין ישיבה אין וויליאמסבורג; איך ליידן דיר פערזענליך מיט דיין גאנצע משפחה.


 

#31 - די שווערע טעג וועלן אריבערגיין, און דערנאך וועט איר זיין פיל נחת
צרות, התחזקות, מחלוקת, שמחות, נחת

בעזרת ה' יתברך


                                יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האף אז דו גייסט צו די שמחה מיט א שמחה; וויפיל דו ביסט צופרידן פונעם חתן וועסטו זען נאך די חתונה אז ער איז נאך אסאך מער ווי דו מיינסט, ער איז א טייער קינד, א דיאמאנט.


דאס וואס גייט אריבער יעצט, מען קען זיך נישט אויסקומען, די מחותנים וכו' וכו' - דאס איז אזוי ווי חבלי לידה. ווען א פרוי גייט האבן א קינד, פון איין זייט איז דאס זייער שווער, אבער זי ווייסט אז די ווייען גייען אריבער און מען באקומט א ליכטיג קינד פונעם אייבערשטן. דאס זעלבע זאג איך דיר, דו און דיין ווייב תחי' גייען יעצט אריבער שווערע טעג, איר קענט נישט אנגיין מיט אייער לעבן פון די אלע רייבערייען וכו'; דאס איז נאר די פאר וואכן, באלד באקומט איר א זיסער ליכטיגער איידעם וואס וועט אייך ברענגען נאר נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - זיי זיך קובע צו לערנען פארטאגס אין בית המדרש
שטעטל, בית המדרש, לימוד התורה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב.


מזל טוב פאר דיין ניי געבוירענעם מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מגדל זיין דיינע קינדער און זען פון זיי אידיש נחת, ליכטיגע דורות.


איך בעט דיר זייער זיי זיך קובע צו לערנען פארטאגס; קום אין בית המדרש לערנען, איך וויל זייער אז אלע אינגעלייט זאלן קומען פארטאגס לערנען אין בית המדרש.


נאר דאס בלייבט פונעם מענטש. טראכט אריין, וואס האט מען פונעם לעבן; די גאנצע לעבן איז איין שטיק שוועריקייט, מען ארבעט א גאנצן טאג - פארוואס? פאר וועם? זיך צו קענען אויסהאלטן ביז מען ווערט עלטער און שוין. דעמאלט קען מען שוין נישט ארבעטן, דעמאלט זיצט מען און מען ווארט אז די טאג זאל זיך ענדיגן, אנהייבן און ענדיגן. אבער אז מען לערנט תורה איז דער לעבן א לעבן; ווען מען ווערט עלטער ווערט מען נאר יונגער און פרייליכער, מען האט וואס אהיים צו ברענגען אויף יענע וועלט.


 איך בעט דיר זייער, גיי שלאפן פרי; אין שטעטל איז נישטא וואס צו טון ביינאכט, עס איז א מחי', מען קען זיך לייגן נאך מעריב און אויפשטיין פארטאגס לערנען.

#29 - מאכן א פשוטע חתונה אן קיין זייטיגע הוצאות
אידיש געלט, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע מחותנים שיחיו.


מיר זענען זייער דאנקבאר צום הייליגן באשעפער אז מיר האבן זוכה געווען זיך צו משדך זיין מיט אזא חשוב'ע משפחה, א משפחה מיט אלע מעלות, מיר האבן זוכה געווען צו באקומען א חשוב'ע כלה פאר אונזער זון, החתן המופלג בתורה ויראת שמים ... נרו יאיר, מיר זענען פרייליך ביז גאר אז מען האט שוין קובע געווען דעם זמן החתונה בשעה טובה ומוצלחת.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט שיקן קיין מתנות; דער חתן דארף גארנישט, דער חתן איז פרייליך מיט זיין כלה תחי', ער איז פרייליך אז ער האט זוכה געווען צו באקומען א בת תלמוד חכם, דאס איז ביי אים דער עיקר, מער פון דעם דארף ער נישט; מיר זענען פשוט'ע מענטשן, מיר מאכן פשוט'ע שמחות אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


איך וויל זייער שטארק די חתונה זאל זיין אין ישיבה, אן קיין שום הוצאות; איך האף אז איר זענט איינשטימיג מיט דעם. מיר מאכן נישט קיין חתונה בריוולעך, מיר דארפן נישט קיין שום זייטיגע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זען נחת ביי דעם פארפאלק און ביי אלע קינדער, עס זאל ארויסקומען ליכטיגע דורות פון זיי.

#28 - אין ישיבה קען מען מאכן שמחות נאר אויפ'ן פשוט'סטן אופן
אידיש געלט, ישיבה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דארפסט פארשטיין, מיר איז נישט גרינג מען זאל מאכן שמחות אין ישיבה, מיר וואלט אסאך גרינגער געווען ווען מען מאכט שמחות ערגעץ אנדערש; דאס אנגרייטן, דאס אוועקרוימען - ליגט אויף מיר אליינס, די אחריות עס זאל נישט שטערן די חדר און די סקול - ליגט אויף מיר און דאס צושטעלן די סעודה ליגט אויך אויף מיר. מיר איז אסאך גרינגער מען זאל נישט מאכן קיין שמחות אין ישיבה, איך האב זיך אוועק געגעבן נאר כדאי אנשי שלומינו זאלן קענען לעבן אן חובות, אז אנשי שלומינו זאלן קענען גיין צו זייערע שמחות געזונטערהייט און הנאה האבן פון זייערע שמחות.


מען קען מאכן שמחות אין ישיבה; חתונות, שבע ברכות, בר מצוה, קידוש, שלום זכור וכדומה - נאר בתנאי אז מען מאכט עס פשוט בתכלית הפשטות.


דערפאר, אויב דו ווילסט בר מצוה מאכן אין ישיבה דארף דאס זיין זייער פשוט (וואס מענטשן רופן נעבעכדיג), אז דו ווילסט חתונה מאכן אין ישיבה דארף דאס זיין זייער פשוט; קענסט רופן צו די סעודה דיינע עלטערן, דיין ווייב'ס עלטערן, דיינע געשוויסטער, דיין ווייב'ס געשוויסטער און דיינע קינדער. אז דו ווילסט בר מצוה מאכן אין ישיבה איז די זעלבע זאך, קענסט רופן צו די סעודה דיינע עלטערן, דיין ווייב'ס עלטערן, דיינע געשוויסטער, דיין ווייב'ס געשוויסטער און דיינע קינדער; אז דו האסט חברים, אז דיין ווייב האט חבר'טעס - קענען זיי קומען וואונטשן מזל טוב, מיר שטעלן נישט צו קיין סעודה פאר חברים און אזוי ווייטער.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט מאכן דיינע שמחות אין ישיבה און איך וועל זיך זייער פרייען אויב דו ווילסט מאכן מער ווי פשוט אז דו וועסט עס מאכן אין א זאל; איך בעט דיר, פרעג מיר נישט יעדע פאר מינוט אויב מען קען מאכן אזוי, אויב מען קען מאכן אזי; אויב מען וויל מאכן אין ישיבה דארף עס זיין מיט א אידישן טעם, פשוט און איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#27 - מאכט נישט קיין גרויסע טראסק פונעם אפשערן
אידיש געלט, מנהגים, שמחות, אפשערן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מאכט נישט קיין גרויסע טראסק פונעם אפשערן, גייט נישט נאך די נייע מנהגים וואס עשירים האבן אריין געברענגט; רופט נישט קיינעם, נאר די זיידע'ס און עלטער זיידע'ס פונעם קינד, זיי זאלן קומען בענטשן דעם קינד; אויך די באבע'ס און עלטער באבע'ס, אבער די משפחה ארום און ארום פעלט נישט אויס צו רופן, אז איר וועט אזוי טון וועלן אלע אייך נאך טון.


נעמט אייער קינד אין חדר, דער מלמד זאל מיט אים זאגן די הייליגע א-ב; געבט אכטונג זיינע אויגן זאלן זיין פארמאכט, מען פירט זיך איבערצודעקן דאס קינד מיט א טלית ער זאל זיין הייליג און ריין, ער זאל נישט קוקן אויף קיין דברים טמאים. דער מלמד וועט מיט אים זאגן די א-ב און פסוקים און קבלת עול מלכת שמים.


דער עיקר זאלט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים אז מען איז זוכה צו מאכן פאות פאר די קינדער און בעטן ווייטער פאר זיי און זייערע דורות.


א גרוס פון אייערע טעכטער, זיי זענען אזוי טייער און וואויל, זיי זענען אנגעפילט מיט אמונה און תמימות ופשיטות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - מסדר זיין א שבע ברכות פאר א פרישע פארפאלק
שטעטל, חסד, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב.


נישטא קיין ווערטער אייך צו דאנקען אויף די גרויסע מצוה וואס איר טוט, איר האט זיך אוועקגעגעבן אייער לעבן צו העלפן די משפחות פון אנשי שלומינו זיי זאלן האבן עסן, בפרט יעצט אויף יום טוב האט איר צאמגעשטעלט עסן מכל טוב וטוב, פיש און פלייש וכדומה און אויסגעצאלט גראסערי פאר אנשי שלומינו וואס זענען אנגעהאנגען אין דעם.


אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו געבענטשט ווערן פונעם אייבערשטן מיט בני, חיי ומזוני רוויחי און הצלחה אין אלע אייערע וועגן.


איך וויל אייך בעטן אויב איר קענט מסדר זיין א שבע ברכות פאר די פרישע פארפאלק, האברך ... מיט זיין כלה תחי', ביידע חשוב'ע תלמידים פון אונזערע מוסדות, פרעגט נאך משפחות ווער עס וויל אנטייל נעמען אין די סעודה. איך וועל אם ירצה ה' ארויסקומען צו די שבע ברכות זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט'ן רבינ'ס ווערטער.


אם ירצה ה' דעם שבת מברכים ראש חודש חשון, וועל איך זיין אין שטעטל; געב איבער פאר אלע משפחות אז מיט'ן אייבערשטנס הילף וועל איך זיין די יאר אלע שבתים וואס מען בענטשט ראש חודש - אין שטעטל, עס קומט אויס יעדע פערטע שבת. אזוי אויך קענסטו פארדינגען דיין דירה אויב אנשי שלומינו, תלמידי הישיבה ווילן קומען.

#25 - זיי מיר מוחל אז איך בין נישט אנגעקומען צום "בר מצוה"
שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זאג דיין טאטע און דיין ברודער - דער בר מצוה בחור, זיי זאלן מיר מוחל זיין אז איך בין נישט אנגעקומען צום "בר מצוה".


איר האט דאך מיטגעהאלטן יום הקדוש אין שטעטל די תפילות; איך בין זייער אפגעמאטערט פון דאווענען אלע תפילות פאר'ן עמוד. כל נדרי, שחרית, מוסף, נעילה און נאכדעם די ריקודין און ועל כולם האב איך נאך געמאכט א שידוך שפעט אויף דער נאכט.


איך בין אנגעקומען אהיים אין וויליאמסבורג פיר אזייגער פארטאגס און היינט האב איך געגעבן אפאר שיעורים אין ישיבה; עס איז מיר זייער שווער געווען צוריק ארויס צו פארן אין שטעטל.


איך וועל דאס מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף משלים זיין, איך וועל קומען צו דעם בר מצוה בחור'ס חתונה און אזוי ווייטער.


איך האף אז דו האלסט אין איין דאנקען דעם אייבערשטן אויף די מתנה, פאר דיין כלה; דו האסט באקומען זייער א חשוב'ע כלה, א צנועה, אן איידעלע און א ערליכע; דארפסטו נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן ווייטער און ווייטער.

#24 - א נאמען פון א צדיק האט א גרויסער כח
שמחות, נאמען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


מזל טוב פאר אייער ניי געבוירענעם אינגל! מזל טוב פאר'ן ברית! דער אייבערשטער זאל העלפן כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה, לחופה ולמעשים טובים.


ויקרא שמו בישראל אליעזר שלמה, ער האט באקומען א הייליגע נאמען, נאך מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, דער נאמען וואס ער טראגט זאל אים העלפן זיין א צדיק.


א נאמען פון א צדיק האט א גרויסער כח; דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו זאגט (ספר נועם אלימלך, במדבר) א נאמען נאך א צדיק העלפט, "שֶׁיִּהְיֶה גַם כֵּן צַדִּיק", אז דער מענטש זאל אויך זיין א צדיק, "מַחֲמַת שֶׁנִּתְעוֹרֵר הָאוֹר שֶׁל הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בָּעוֹלָם הָעֶלְיוֹן", דאס וועקט אויף די ליכטיגקייט פונעם צדיק אויבן אין הימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט צוריק קומען צו די כוחות און איר זאלט קענען אויפציען אייערע קינדער מיט נחת און פרייד.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#23 - סתם אויסווארפן געלט פאר אפאר שעה, איז א גרויסע עבירה
אידיש געלט, שמחות, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קיינער זאגט נישט מען זאל נישט מאכן קיין שיינע שמחות, מען מעג מאכן שיינע שמחות, מיר מאכן אויך שיינע שמחות; וואס טראכט איר, די מענטשן פון היכל הקודש זענען נישט קיין מענטשן מיט טעם? מיר פארשטייען נישט צו שיינע זאכן? מיר ווילן נישט שיינע זאכן? תלמידי היכל הקודש פארשטייען זייער גוט וואס שיין איז און מיר ווילן אויך שיינע זאכן.


אבער סתם אויסווארפן געלט פאר אפאר שעה - איז א גרויסע עבירה; דאס וואס די עשירים טוען, זיי מאכן זיך משוגע פאר אפאר שעה, זיי זוכן כבוד, זיי זענען גרייט זיך צו פארשעמען פאר אביסל כבוד - דאס איז א זאך וואס איז אסור.


ווער רעדט נאך ווען מען האט נישט קיין געלט; מען בארגט געלט פאר נישטיגע פאר שעה פאר נארישע זאכן וואס פעלט בכלל נישט אויס, עכטע בלומען, טייערע קליידער און א טייערע זאל - איז זיכער א גרויסע זינד.


דעריבער האט מוהרא"ש איינגעפירט אין יבנאל אז אנשי שלומינו זאלן מאכן שמחות אינעם זאל וואס די קהלה שטעלט צו בחנם; די עסן טיילט מען איין צווישן די משפחות, יעדער איינער ברענגט עפעס לכבוד די שמחה, עס קאסט נישט קיין געלט פאר די מחותנים, די סעודה איז א סעודה און די שמחה איז א שמחה.


אז איר ווילט מאכן א שיינע סעודה אין שטוב לכבוד די בר מצוה איז נישט קיין פראבלעם, און אז איר ווילט זיך אנטון מיט א שיינע קלייד איז אויך נישט קיין פראבלעם; אדרבה, מאכטס א שיינע סעודה, דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט אייך. געדענקטס נאר וואס איז דער עיקר פון די שמחה, דער עיקר שמחה איז דאס אז אייער זון גייט אריין לעול המצוות; ער הייבט אן לייגן תפילין, ער הייבט אן טון מצוות, ער ווערט מחויב במצוות - דאס איז די עיקר שמחה פון די בר מצוה.


איך האב געהערט פון מיין טאטן זאלן זיין געזונט דערציילן, דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו איז אמאל געקומען באזוכן דעם קיוויאשדער רב א טאג נאכן בר מצוה מאכן א זון; דער קיוויאשדער רב האט געליידנט דעם רבי'ן צו די בר מצוה פון זיין זון, אבער דער רבי האט נישט געוואלט גיין, ווייל נאכדעם וועט ער דארפן גיין צו יעדנ'ס בר מצוה. אבער היות דער רב אייכנשטיין האט אסאך געהאלפן דעם רבי'ן האט דער רבי אפגעשטאט א באזוך ביי אים, האט דער רבי געזאגט: "די אמעריקאנער עולם, ביי זיי מאכט מען א גאנצע עסק אינעם טאג פון די בר מצוה, מען טראגט דעם בחור אין שול מיט די תפילין, מען טוט אים אן א קאפל מיט א טלית און מען מאכט א גאנצע עסק אינעם טאג פון די בר מצוה, אבער דאס איז נאר יענעם טאג, א טאג שפעטער טוען זיי אויס דעם קאפל מיט די תפילין וכו'. ביי זיי, אויב קומט מען נישט צו די בר מצוה האט מען פארפאסט די בר מצוה, אבער ביי ערליכע אידן הייבט זיך אן די בר מצוה אינעם טאג וואס מען ווערט א גדול און עס ציט זיך פאר די גאנצע לעבן, אויב אזוי בין איך נאך יעצט ביי די בר מצוה.."


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן נחת ביי אייערע קינדער, זיי זאלן זיין ערליכע אידן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#22 - אז דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן, וועסטו ארויסגיין פון חובות
כיבוד אב ואם, חובות, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וואונדער זיך פארוואס דו דערציילסט נישט די גוטע נייעס פאר דיינע עלטערן, אז עס איז דא נייעס ביי ענק; וויפיל וויינען דיינע עלטערן צאם פאר דיר דו זאלסט געהאלפן ווערן מיט קינדער און יעצט ווען עס איז דא נייעס זאגסטו זיי נישט? דו ביסט נישט גערעכט.


בזכות וואס דו וועסט מכבד זיין דיינע עלטערן וועסטו ארויסגיין פון אלע דיינע חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#21 - עס זאל נישט אריבערגיין אפילו איין טאג אן הפצה
הפצה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נשא ב', י"ב סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


היינט איז מיין יום הולדת, מיין געבורטס-טאג, און דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א מתנה אינעם היינטיגן טאג אז איך האב זוכה געווען צו א שמחה, מיין ערשטע אייניקל'ס פדיון הבן ביי מיין זון שלמה נרו יאיר. דער אייבערשטער זאל דיר אויך שענקען די שיינע מתנות, דו זאלסט זען קינדער און אייניקלעך, ערליכע אידישע דורות.


איך וויל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט עוסק זיין אין הפצה; עס זאל נישט אריבערגיין אפילו איין טאג וואס דו זאלסט נישט געבן א ספר, א קונטרס, א סידי וכו' – פאר א צווייטן. אפילו דו ביסט פארנומען מיט אזויפיל גוטע זאכן און אויך ביסטו טרוד אין דיין ביזנעס – דאך זאלסטו אריין שטופן יעדן טאג צו גיין אביסל הפצה; האלט שטענדיג מיט דיר ספרים, קונטרסים, גליונות, סידי'ס וכדומה, אז דו זאלסט שטענדיג האבן וואס צו געבן פאר אנדערע, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו קינדער און קינד'ס קינדער, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכ"ח): "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, וכו'.

#20 - לייג אריין דיינע כחות אין די קינדער
חינוך הילדים, שמחות, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין חשוב'ער מחותן ר' ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן די הודעה.


קודם כל מזל טוב! מזל טוב! צום ניי געבוירענעם אייניקל; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זען שטענדיג נחת אינאיינעם פונעם פארפאלק און פון די אייניקלעך.


בנוגע דעם מנין וכו'; דער עיקר זאלסטו זען אז שבת זאל זיין מנין און בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן גוטע ווארעמע דיבורים צו מחזק זיין די וואס קומען הערן חיזוק.


לייג אריין דיינע כחות אין די קינדער; דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א פאך, דו האסט א שפראך צו קינדער, זאלסטו דאס טון דיין גאנצע לעבן; זאלסט לערנען מיט קינדער.


בפרט יעצט ווען אלע תלמוד תורה'ס זענען פארשלאסן ה' ירחם און קינדער פאלן; עס איז מקוים געווארן דער פסוק (איכה ד, ב-ד): "בְּנֵי צִיּוֹן הַיְקָרִים", וגו', טייערע קינדער וואלגערן זיך אין גאס, "חִבְּקוּ אַשְׁפַּתּוֹת" – השם ישמרינו; זאלסטו זיי צוזאמנעמען און אריינלייגן אין זיי א ליבשאפט צו די תורה, א ליבשאפט צו זיין א איד.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; נישט דא אזא חשוב'ע זאך ווי א מלמד וואס האט סבלנות, ער זיצט מיט אידישע קינדער און לייגט אריין אין זיי אמונה פשוטה, זיי זאלן אויסוואקסן מיט'ן וויסן אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און פירט אלעס.


צום שלום זכר וועל איך נישט קומען, איך וועל זיין שבת אין וויליאמסבורג, אבער צום ברית וועל איך אם ירצה ה' קומען; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין בעתו ובזמנו און מיר זאלן זוכה זיין לגדלו לתורה, לחופה ולמעשים טובים.

#19 - אז מ'האלט זיך אינאיינעם מיט ליבשאפט, איז מען זייער שיין מצליח
חסידות ברסלב, היכל הקודש, שמחות, אחדות, לצנות, ספירה, פסח שני

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, ט"ו אייר, פסח שני, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים עיר הקודש, ה' עליהם יחיו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחזק אינאיינעם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; איך האב באקומען א גריס פון אייער חבורה, ווי שיין עס איז צווישן אייך און ווי געשמאק עס איז ביי אייך יעדע שבת ווען איר נעמט זיך צוזאם מיט א ליבשאפט זיך אויפצופרישן מיט די עצות פון רבי'ן.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן צו וואס מען איז זוכה ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד): "הַפָּחוּת שֶׁבַּאֲנָשַׁי אֲנִי מוֹלִיךְ אוֹתוֹ בְּדֶרֶךְ שֶׁל צַדִּיק גָּדוֹל מְאֹד", דעם קלענסטער פון מיינע מענטשן פיר איך אויפ'ן וועג פון גרויסע צדיקים; נאך האט דער רבי געזאגט (שם, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; דאס קען יעדער איינער מעיד זיין אויף זיך, אז פון ווען מען האט זוכה געווען צו טרעפן דעם רבי'ן האט זיך דער גאנצער לעבן געטוישט; מען לערנט פלייסיג, מען איז נזהר אין קיום המצוות, מען רעדט צום אייבערשטן יעדן טאג און מען לעבט מיט'ן אייבערשטן.


מיר געפונען זיך יעצט אין די ספירה טעג אין די מדה פון הוד, מיר פירן זיך אז מען זאגט נישט קיין תחנון אין די טעג פון פסח שני ביז נאך ל"ג בעומר ווייל די טעג זענען זייערע הייליגע טעג (עיין זוהר הקדוש, בהעלותך קנב:).


פסח שני איז אנגענומען אז עס איז דער יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, און גלייך נאכדעם געפאלט די יומא דהילולא פון דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי; די הייליגע תנאים רבי מאיר בעל הנס און רבי שמעון בר יוחאי האבן אריין געברענגט וואס זיי האבן געלערנט ביי זייער רבי דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ירושלמי נדרים ט, ד): "וְאָהַבְתָּ לְרֵעֲךָ כָּמוֹךָ - זֶה כְּלַל גָדוֹל בַּתּוֹרָה", אז די מצוה פון ואהבת לרעך כמוך איז א גרויסע כלל אין די תורה; די אנדערע תלמידים האבן זיך נישט פארטראגן צווישן זיך דערפאר איז גארנישט געבליבן פון זיי, זענען געקומען די הייליגע תלמידים רבי שמעון בר יוחאי און רבי מאיר בעל הנס מיט די איבעריגע חברים און אריין געברענגט א ליבשאפט איינעם צום צווייטן, זיי האבן אויסגעריסן די זאך פון מחלוקת און זיך גרויסן איינער אויפ'ן צווייטן, דאס איז די גרויסע שמחה אין די טעג. אזוי ווי מיר געפונען אין זוהר הקדוש (נשא קכח.) רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז אז מיר האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן; רבי שמעון בר יוחאי האט אריין געברענגט אין זיינע תלמידים אז מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, פלעגט מוהרא"ש זאגן אויף דעם א שיינעם רמז: א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.


איך פריי זיך אז ביי אייך זעט מען וואס דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט הערשן צווישן אייך; דאס איז וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן און זיך בעטן ביי אונז, מיר זאלן זיך נישט קריגן און נישט אוועק מאכן א צווייטן.


איך בין זייער פארנומען די טעג, איך קום נישט אן צו שרייבן און ענטפערן א פראצענט פון די בריוון וואס איך האב צו ענטפערן, איך שרייב אייך נאר ווייל איינער האט מיר געברענגט א גריס אז ביי אייך אין שול, אין ענקער חבורה איז נישט דא קיין ליצנות, עס הערשט א מורא'דיגע ליבשאפט, עס שפירט זיך דארט א ריינע קלארע לופט, דאס האט מיר געגעבן כח און צייט אייך צו שרייבן.


איך בעט אייך זייער, חזר'ט אייך איין און פארגעסט נישט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן דער שיחה, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט אז דער שיחה דארף דינען אלס א קאמפוס ביים מענטש; מען זעט ווען א מענטש פארט אין א שיף אויפ'ן וואסער האלט ער די גאנצע צייט מיט זיך א קאמפוס כדי ער זאל וויסן צי ער פארט אינעם גוטן ריכטונג, ווייל אויפ'ן וואסער זעט מען נישט דעם סוף, עס קען זיין מען זאל פארן א לאנגע צייט אין וואסער און מיינען אז מען פארט, מען מיינט מען קומט שוין אן, אבער באמת איז מען אויפ'ן זעלבן פלאץ, מען האט זיך גארנישט גערוקט, מען איז פשוט געפארן די גאנצע צייט רינגס און ארום; אבער אז מען קוקט אויפ'ן קאמפוס וואס איר מאגנעט ציט צו צפון זעט מען וואו מען פארט. דאס זעלבע דארף א מענטש לעבן מיט א חשבון הנפש; א מענטש דארף זיך משפט'ן יעדן טאג און אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, אפשר נאר איך זיך? רבונו של עולם, איך וויל גארנישט, איך וויל נאר טון דיין רצון".


איך בעט אייך מיינע טייערע חברים, לאזט אייך נישט נארן און הערט נישט אויס קיין ליצנות, ווערטס נישט פארדרייט ווען מען רעדט צו אייך ליצנות אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים; קוקט וואס איז גוט פאר אייך, קוקט אויף די רווחים וואס דער רבי געבט אונז. יעדער איינער ווייסט ביי זיך וואס ער האט זוכה געווען צו באקומען פון ווען ער דריידט זיך אין היכל הקודש קודש קדשים, (אגב, מוהרא"ש האט מתקן געווען אז מיר זאלן זאגן אפילו אין חוץ לארץ ביי קדיש דרבנן "באתרא קדישא הדין" אזוי ווי מען זאגט ביי אייך אין ארץ ישראל).


מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, ווען עס קומט צו גשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, א מענטש טוט וואס איז גוט פאר אים, ער קוקט ווי אזוי ער קען מצליח זיין און וואו ער קען עפעס פארדינען, אבער ברוחניות קען א מענטש זיך דרייען אין א פלאץ יארן לאנג און ער באקומט גארנישט; עס וואלט געדארפט זיין דאס זעלבע ווען עס קומט צו עבודת השם, א מענטש וואלט זיך געדארפט פרעגן: 'וואו קען איך פארדינען? וואו קען איך מצליח זיין?' 'איך האב א רבי, וואס געבט מיר מיין רבי? וואס באקום איך פון מיין רבי? אויב באקום איך נישט קיין תורה ותפילה, וואס האב איך אז מיין רבי פליט אין הימל? וואס האב איך אז מיין רבי האט רוח הקודש? וואס האב איך אז ער רעדט א הויכע שפראך, אז ער רעדט צו נשמות?' דערפאר אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן, זאלן אלע לאכן, זאלן אלע שפעטן; איך וועל דעם רבי'ן נישט אפלאזן, איך האב א רבי וואס געבט מיר א וועג אין לעבן קוק איך נישט אויף קיינעם.


איך וויל אייך דערציילן די גוטע נייעס אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך בין געווארן א זיידע די וואך, מיין זון ר' שלמה נרו יאיר האט זוכה געווען צו א בן זכר למזל טוב; דער אייבערשטער זאל העלפן די ברית זאל זיין אין צייט - ל"ג בעומר און איר אלע זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער און אייניקלעך.


א גוט שבת.

#18 - דארפסט נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס ביסט נישט געקומען צו א שמחה
משפחה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל דיין פראגע? אודאי קומט צו גיין וכו' פאר א משפחה שמחה; חס ושלום אפשטופן וכו'. דו דארפסט קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס איר זענט נישט געקומען אנטייל נעמען אין די שמחה, דאס איז פריוואט צווישן דיר און דיין ווייב; זיכער זאל דיין ווייב גיין וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן די שכינה זאל רוען צווישן אייך.