בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - די גרעסטע כיבוד אב ואם איז ווען מ'פירט זיך ערליך
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ און גוטע מידות וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען ביי אלעמען; אזוי ווי שלמה המלך זאגט (קהלת ז, א): "טוֹב שֵׁם מִשֶּׁמֶן טוֹב", עס איז בעסער פארן מענטש א גוטע נאמען מער ווי די בעסטע שמעקעדיגע אויל, ווייל אפילו מען זאל לייגן אויף זיך גוטע שמעקעדיגע אויל וועלן נאר די מענטשן וואס שטייען ארום דעם מענטש שפירן דעם אויל וכו', אבער א גוטע נאמען גייט פון איין עק וועלט ביזן צווייטן; אויך וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייערע עלטערן מיט דעם וואס איר וועט זיך פירן מיט גוטע מידות.


דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


איך פריי זיך זייער אז איר זאגט יעדן טאג תהלים; דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהילים איז אזוי ווי א פאנטש", אזוי ווי ווען א מענטש האט א גוטע טרינק, כאפט ער יעדע מאל נאך א טרינק און נאך א טרינק, אזוי דארף א מענטש זיך צוגעוואוינען צו זאגן תהילים און שפירן ווי יעדע קאפיטל איז ווי א גוטע טרינק; אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות, ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט אז אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות וואלט מען געזאגט אסאך תהילים יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - אביסל תהלים איז אויך גוט
תפילה והתבודדות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ר' נתן פלעגט זאגן אז פון ווען ער האט געהערט פון רבי'ן: "מְעַט גַם כֵּן טוֹב", אביסל איז אויך גוט; האט ער זייער מצליח געווען.


זייער אסאך מאל האלט זיך דער מענטש צוריק פון טון גוטע זאכן ווייל ער מיינט אז ווייניג איז גארנישט ווערד. און וויבאלד ער קען נישט טון קיין סאך טוט ער גארנישט. אבער אז מען ווייסט אז "מְעַט גַם כֵּן טוֹב" פרובירט מען אריין צו כאפן וואס מען קען; דערפאר בעט איך דיר זייער זאלסט זאגן תהלים, אפילו דו קענסט נישט זאגן דעם גאנצן 'יום תהלים'. און ווען דו זאגסט תהלים זאלסטו נישט טראכטן אז דו דארפסט עס ענדיגן. קיינער הייסט דיר נישט ענדיגן תהלים, נאר זאג תהלים - איין קאפיטל נאכן צווייטן און בעט דעם אייבערשטן נאך יעדע קאפיטל פאר דיר און פאר אלע אידן.


דער רבי האט דערציילט אז אמאל זענען געווען צוויי קינדער - זייער נאנטע חברים, זיי זענען געווען אזוי צוגעבינדן איינער צום צווייטן אז זיי האבן פשוט נישט געקענט זיין איינער אן דעם צווייטן. איינמאל איז איינער פון די צוויי חברים זייער קראנק געווארן לא עלינו, זיין חבר איז געווארן זייער צעבראכן דערפון, האט ער געפרעגט דעם חבר: "וואס קען איך טון אז דו זאלסט האבן א רפואה שלימה?" האט אים זיין חבר געזאגט: "זאג תהילים פאר מיר"; האט ער גענומען א תהלים און אנגעפאנגען זאגן מיט תמימות תהלים. נאך יעדע פאר קאפיטלעך תהלים וואס ער האט געזאגט איז ער געקומען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך זייער שוואך", איז ער ארויס געגאנגען און ווידער גענומען דעם תהלים און געזאגט נאך אפאר קאפיטלעך מיט בכיות און געזאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, הייל אויס מיין חבר", נאכדעם איז ער ווייטער געגאנגען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך אלץ זייער שוואך"; אזוי האט ער געבעטן און געבעטן און געזאגט תהלים, און נאך יעדע פאר קאפיטלעך איז ער נאכאמאל געקומען פרעגן זיין חבר, ביז דער חבר איז אויסגעהיילט געווארן.


דער רבי האט פארציילט דער מעשה אריין צו ברענגען אין אונז וואס הייסט זאגן תהילים מיט תמימות און פשיטות, אז גלייך ווען מען זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים זאל מען פרעגן דעם חולה צי ער איז שוין אויסגעהיילט. און אויב זאגט ער אז נישט, זאל מען נאכאמאל נעמען דעם תהלים און זאגן נאך קאפיטלעך - אן קיין חכמות, נאר מיט אמונה אז בזכות די קאפיטלעך תהלים וועט דער חולה האבן א רפואה שלימה.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט אויפנייען שיינע מחיצות פאר די חתונה זאל, ווייל ווען מען מאכט קלענערע שמחות פעלט נישט אויס מען זאל נוצן די שול און מען קען צעטיילן די זאל פאר מענער און פרויען.


איך האב זייער הנאה יעדעס מאל דו שרייבסט מיר א בריוו.