בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#121 - חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת
כיבוד אב ואם, שלום בית, תהלים, מחלוקת, נעגל וואסער, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו פירסט דיין שטוב בקדושה ובטהרה, דו און דיין ווייב גרייטן אן נעגל וואסער, איר גייט נישט אראפ פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער; דאס איז די פונדאמענט פון א ריינע שטוב.


בנוגע דיין שווער און שוויגער וואס קריגן זיך און דיין ווייב ווערט אריינגעמישט; זאג דיין ווייב אז זי זאל זיך נישט מישן, זי זאל שטיין פון די זייט. עס איז זייער ווייטאגליך פאר קינדער צו זען ווי עלטערן קריגן זיך, עס איז דא א גרויסע יצר הרע זיך אריין צו מישן; מען דארף אבער טון וואס דער אייבערשטער זאגט און חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת.


דו זאלסט זאגן יעדן טאג אביסל משניות און גמרא, און דיין ווייב זאל זאגן אביסל תהלים, און ביידע פון ענק זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף ענקער פשוט'ע שפראך אלעס וואס איר דארפט; וועט איר האבן א גן עדן לעבן אויף די וועלט.


 

#120 - שובבי"ם ת"ת, אכט וואכן וואס מיר קענען אלעס פאררעכטן
התחזקות, תהלים, חסידות ברסלב, תשובה, בית המדרש, היכל הקודש, נסיונות, פירושים, יאוש, ארץ ישראל, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים און בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכאלץ זייער איבערגענומען מיט גרויס התרגשות פון מיין נסיעה, פון זיין מיט אייך דעם פארגאנגענעם שבת קודש; איך האף איר האט אויך הנאה געהאט פונעם שבת.


איך בעט אייך זייער אז דער בית המדרש זאל זיין א פלאץ וואס מען רעדט פון רבינ'ס דיבורים; נישט קיין תורות, פלפולים - נאר ווערטער פון חיזוק. מענטשן זענען זייער צעבראכן היינטיגע טעג, נישטא א מענטש וואס האט נישט זיין פעקל, זיין פרשה - וואס ער גייט אריבער. מענטשן מוטשען זיך זייער מיט עניות און דחקות, נאכדעם זענען דא וואס מוטשען זיך מיט די ווייב און קינדער, און ועל כולם מוטשענען מיר זיך אלע מיט צרות היצר; מענטשן זוכן אביסל חיזוק אזוי ווי מען זוכט לופט צו אטעמען, מען זוכט א שמייכל, א גוט ווארט - אזוי ווי א דורשטריגער מענטש זוכט א טראפ וואסער, דעריבער דארף מען זען צו רעדן אין בית המדרש דבורי חיזוק.


די וואך האבן מיר זייער גוטע חיזוק, מוהרא"ש פלעגט דאס חזר'ן ביי די שיעורים פרשת ויחי. די פרשה ענדיגט זיך (בראשית נ, כו): "וַיָּמָת יוֹסֵף בֶּן מֵאָה וָעֶשֶׂר שָׁנִים וַיַּחַנְטוּ אֹתוֹ וַיִּישֶׂם בָּאָרוֹן בְּמִצְרָיִם", יוסף איז געשטארבן און מען האט אים באערדיגט אין מצרים, עס זעט אויס ווי לאחר הייאוש, מען קען שוין גארנישט טון, מען קען שוין גארנישט מאכן, אלעס איז טויט, שוין באגראבן; דארף מען וויסן אז מען מוז זיך מחזק זיין, מען שרייט אויס אלע אינאיינעם: "חזק חזק, ונתחזק!" שטארקט זיך, שטארקט זיך, לאמיר זיך אינאיינעם שטארקן! ווייל עס איז נישטא קיין ייאוש, דער הייליגער רבי האט געשריגן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען!"


טייערע אנשי שלומינו, מיר גייען היינט נאכט אריין אין די ליכטיגע שובבי"ם טעג, די יאר האבן מיר שובבי"ם ת"ת - אכט וואכן וואס מיר קענען פאררעכטן אלע אונזערע נישט גוטע מעשים. איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט אלע זאגן יעדן טאג דעם יום תהלים, איר ווייסט דאך אלע אז דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט יעדן טאג זאגן דעם יום תהלים, און אין די טעג פון שובבי"ם פלעגט ער זאגן דעם יום תהלים צוויי מאל א טאג; לאמיר זאגן דעם יום תהלים יעדן טאג, דאס וועט אונז ברענגען צו די גרעסטע דרגא, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון - זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון - ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא אן התעוררות תשובה צו טון, און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד - דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס; אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


איך קען נישט מער מאריך זיין, איך בין זייער אפגעשוואכט, אויך מיינע קינדער זענען אין שטוב מיט היץ, געלויבט דעם אייבערשטן עס איז מיט גרויס חסדים; איך וועל אייך שרייבן מער קומענדיגע וואך.


א פרייליכן שבת.

#119 - בעטס דעם אייבערשטן יעדע זאך, וועט איר זען גרויסע ניסים
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי'


נעמט די מתנה דעם ספר תהלים און זאגט יעדן טאג אביסל תהלים.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח): תהלים איז א מִשְׁעֶנֶת, אן אנלאנער; תהלים העלפט אין אלע צייטן, תהלים געבט כח.


אויך זאלט איר רעדן צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, בעטס אים יעדע זאך וואס איר דארפט – וועט איר זען גרויסע ניסים.


בעטס אויך פאר אייערע טייערע עלטערן, זיי זאלן האבן נאר נחת.


פון דער ראש ישיבה.          

#118 - אין זכות פון ביישטיין דעם נסיון, וועט איר באקומען א גוטע שידוך
שידוכים, תהלים, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט אפגעהאקט אלע קשרים, איר האט מער נישט קיין שייכות מיט דעם בחור.


בזכות דעם וואס איר האט עומד געווען בנסיון, איר האט אלעס אפגעלאזט - וועט איר באקומען א גוטע שידוך, אן ערליכע שידוך.


זאגט יעדן טאג דעם יום תהלים, און בעט דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך אלעס וואס איר ווילט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#117 - די סדר הנסיעה אויף קברי צדיקים אין אייראפע
מקוה, ניגונים, קברי צדיקים, תהלים, אידיש געלט, סיפורי צדיקים, חתונה, ראש ישיבה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון א נסיעה. חסדי השם יתברך מיר זענען געפארן מיט א קבוצה תלמידי היכל הקודש מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים, קדושים אשר בארץ המה. איך האב מתפלל געווען פאר דיר.


איך האב דיר שוין לאנג נישט געזען, איך בענק זיך צו דיר, איך האף אז אלעס איז ביי דיר אין בעסטן ארדענונג, איך האף אז דו נוצט דעם רבינ'ס עצות, די זיסע עצה פון זוכן גוטס אין זיך און אין א צווייטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) אפילו מען זעט זיך פול מיט חסרונות, מען זעט זיך שלעכט, מען איז פול מיט תאוות רעות – מוז מען זוכן א פינטעלע גוטס און מאכן אן עסק פון די נקודות טובות, זיך ליב האבן מיט די פינטעלע גוטס, דאס ברענגט דעם מענטש צו ווערן א גרויסער צדיק.


איך האב דיר זייער ליב, דעריבער וועל איך דיר שרייבן אביסל די סדר הנסיעה.


מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכמיטאג פון נוארק צוזאמען פינף און דרייסיג מענטשן; אפאר בחורים פון ישיבה מיט אינגעלייט תלמידי היכל הקודש. אויפ'ן וועג האב איך געשריבן בריוון. איך בין געווען זייער פרייליך, ווייל איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיין פרייליך.


מיר זענען אנגעקומען קיין וויען מאנטאג אינדערפרי, מיר זענען צוגעפארן צום בית המדרש, מיר האבן געכאפט א טבילה, דארט האבן מיר זיך באגעגנט מיט נאך חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, טייערע אינגעלייט, גרויסע מפיצים.


מיר האבן געדאווענט, איך האב געליינט, עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל. מען האט געגעסן פת שחרית און זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן.


אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם דעם "יום ראשון" פון תהלים, געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען. האברך ... נרו יאיר האט מיר געברענגט אלע נעמען פון די וואס העלפן די ישיבה, איך האב געבעטן פאר אלעמען, פאר דיר אויך, דיין נאמען איז געווען אויף די קוויטלעך.


מיר האבן געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע נסיעה, זיבן שעה זענען מיר געפארן אלע אינאיינעם מיט א באקוועמע באס, רוב וועג, פאר לאנגע שעות, האבן מיר גערעדט שיחות וסיפורים פון הייליגן רבי'ן.


איך האב פארברענגט מיט די ארץ ישראל'דיגע חברים, מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די אוצרות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן פון רבי'ן. עס זענען געווען צוויי גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, מיר האבן גערעדט געוויסע פונקטן וואס מען דארף אכטונג געבן אין א בית המדרש היכל הקודש.


מיר זענען אנגעקומען אין אוהעל שפעט ביינאכט, מיר זענען געגאנגען קודם דאווענען מעריב, איך האב געזען אז עס איז דא א מקוה האט מיר אנגעכאפט א חשק זיך צו טובל'ען. הגם איך בין געווען אינדערפרי אין מקוה, אבער א ברסלב'ער חסיד גלוסט זיך ווי מער צו גיין אין מקוה, למעשה האב איך זיך אפגעבריט מיינע פיס, עס איז געווען קאכעדיג הייס, סכנת נפשות, איך בין ארויס מיט א נס.


מיר האבן געזאגט אינאיינעם "יום שני" פון תהלים און מיר האבן געזינגען דעם "אהבה רבה" ניגון פון רבי הערשעלע רימנובער זכותו יגן עלינו, עס איז געווען א גרויסע התעוררות, איך האב געהאט גרויס התעוררות, איך האב זיך געעפנט מיין הארץ, איך האב געהאט אפאר מינוט גוטע התבודדות, אויך דארט האב איך פארגעליינט אלע נעמען פון אלע קוויטלעך.


איך בין ארויס פון דארט האב איך זיך אנגעהויבן גוט שפירן. דארפסט פארשטיין, נאכן פארן אזויפיל שעות ווערט מען צעטומלט, אבער אז דער אייבערשטער העלפט, מען קען זאגן אפאר אמת'ע דיבורים פאר'ן אייבערשטן, מען קען זיך אויסקרעכצן און לאזן א טרער – דארף מען שוין נישט עפעס מער.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ליסקע צום הייליגן צדיק רבי הערשעלע ליסקער זכותו יגן עלינו, דער מחבר פונעם ספר אך פרי תבואה, א תלמיד פונעם הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, תיקון רחל און תיקון לאה, מיר האבן געזינגען אידישע תפילות אינאיינעם. מיר האבן געזינגען דעם ניגון פון הרב הקדוש רבי אייזיקל קאלובער זכותו יגן עלינו:


"גלות גלות, ווי גרויס ביסטו - שכינה הקדושה, ווי שיין ביסטו.


וואלט דער גלות קלענער געווען - וואלט די שכינה שענער געווען".


עס איז געווען א גרויסע התעוררות, צוביסליך זענען מיר געקומען צו זיך.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קערעסטיר, מיר האבן זיך דערכאפט דאס הארץ, עס איז געווען צוגעשטעלט א געשמאקע סעודה, מיר האבן דארט גענעכטיגט.


דינסטאג אינדערפרי האבן מיר זיך גע'טובל'ט אין מקוה און געדאווענט, געגעסן פת שחרית און ארויף צום ציון פון הרב הקדוש רבי ישעי'לע מקערעסטיר זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזאגט דעם יום תהלים, "יום שלישי", נאכדעם האבן מיר געזינגען ניגוני התעוררות און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר דיר דארט. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך וואלט נישט געדענקט צו בעטן פאר דיר, נאר האברך ... נרו יאיר האט מיר געגעבן דיין נאמען מיט נאך אסאך נעמען, די אלע וואס העלפן די מוסד, האב איך געבעטן פאר דיר; עס איז געווען א גרויסע התעוררות.


האברך ... נרו יאיר פון קרית ברסלב האט געמאכט אן אפיל, מען האט צאמגענומען צדקה פאר'ן בית התבשיל, פאר נצרכים פון אנשי שלומינו.


פון קערעסטיר זענען מיר געפארן קיין מאַד, אויפ'ן וועג האבן מיר געהאט שיחות חברים מיט די חברים פון ארץ ישראל און פון חוץ לארץ.


איך בין יעצט אביסל אפגעמאטערט פון די נסיעה, איך האב נישט די כוחות זיך מצמצם זיין צו שרייבן וואס מען האט גערעדט, הלוואי זאלן די אינגעלייט דאס אפשרייבן; מען האט גערעדט אזעלכע שיינע שיחות וסיפורים פון מוהרא"ש און אנשי שלומינו.


מיר האבן געזאגט צען קאפיטלעך תהלים ביים ציון פונעם קול ארי' זכותו יגן עלינו, נאכדעם האבן מיר געזאגט דעם קאפיטל "שיר המעלות ממעמקים" פסוק בפסוק ביים ציון פונעם לבושי מרדכי זכותו יגן עלינו. מיר האבן געזינגען די שיינע זיסע ליד:


"איך וויל זיין א איד, איך וויל זיין א איד - איך וויל זיין א פשוט'ער איד,


ווייל דער עיקר אידישקייט - זאגט דער הייליגער רבי - איז זיך פירן בתמימות ובפשיטות".


מען האט דאס געזינגען מיט'ן גאנצן הארץ צום אייבערשטן.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קאלוב, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם שיעור גמרא, עס איז געווען אזוי שיין צו זען ווי אזוי אנשי שלומינו לערנען שיעורים כסדרן.


מיר האבן געזינגען ניגונים פון הרב הקדוש מקאלוב, מען האט זיך מחזק געווען מיט דעם רבינ'ס עצות פון דאנקען דעם אייבערשטן. בפרט יעצט אין די הייליגע חנוכה טעג, זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) חנוכה איז טעג פון הודאה; דער גאנצער לעבן ווערט גוט און זיס ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן, מען ווערט נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


ביים ציון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו האבן מיר געזען די טיטל וואס מען האט געשריבן אויף די מצבה: "הי' ערליכער איד, והי' לומד גמרא על הדף".


מען האט געזאגט דארט די סוף פונעם יום תהלים, "יום רביעי", מען האט געזינגען א ניגון פון הרב הקדוש מקאלוב זכותו יגן עלינו, געדאווענט מנחה און זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין רומעניע.


אויפ'ן וועג האבן מיר גערעדט מעשיות וואס מיר האבן געהאט, ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט'ן באצאלן חובות.


די וועג קיין רומעניע איז געווען אביסל שווער, מען האט אונז אויפגעהאלטן ביים גרעניץ אפאר שעה, מען איז אנגעקומען שפעטער ווי געפלאנט קיין סיגוט.


אין סיגוט האט קהילת סאטמאר געבויט א הערליכע בנין, א מקוה, א בית המדרש - מיט אלע באקוועמליכקייטן, דו מיינסט ממש אז דו ביסט אין וויליאמסבורג אדער מאנרא. מיר האבן דארט געגעסן, געדאווענט מעריב און געגאנגען צום ציון פונעם הייליגן ייטב לב, קדושת יום טוב און עצי חיים זכותם יגן עלינו. מיר האבן דארט געזאגט אינאיינעם תיקון חצות, דארט ביים ציון, נאכדעם האבן מיר געזאגט תהלים, "יום חמישי".


לכתחלה האבן מיר געהאט אין פלאן צו פארן קיין קארלסבורג צום מראה יחזקאל זכותו יגן עלינו, אבער א טייל עולם האבן זיך ממש געבעטן מען זאל אפשטעלן די נסיעה, עס איז געווארן חלוקי דעות, א טייל האבן געזאגט מען זאל גלייך פארן קיין קארלסבורג, א טייל האבן געזאגט אז אויב מען פארט ווייטער שפירן זיי אז דאס וועט זיי צוטרעטן צום מח, עס איז נישט פאר זייערע כחות צו פארן יעצט ביינאכט א נסיעה פון זעקס שעה.


איך האב געהאט גרויס חשק צו פארן קיין קארלסבורג, די גאנצע זאך וואס מיר זענען געפארן בכלל קיין רומעניא איז נאר געווען אז מיר זאלן קענען גיין קיין קארלסבורג, דאך האב איך זיך געמוזט רעכענען מיט די אויסגעמוטשעטע אידן, מען האט אפגעשטעלט די נסיעה און מען האט זיך אראפגעלייגט פאר דריי שעה, פון דריי אזייגער פארטאגס ביז זעקס אזייגער.


מען האט געדאווענט און זיך ארויסגעלאזט קיין קלויזנבורג, א וועג פון פיר שעה, אויפ'ן וועג האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אין אונז אזוי שטארק אריינגעבאקן מיר זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אפילו מען איז אונטערוועגנס, צעבראכן און צעפארן, דאך איז מען נישט מוותר אויפ'ן בלאט גמרא.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ברודער, מיין הארץ איז פול מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן אז ער האט אויף מיר רחמנות געהאט, מיך מקרב געווען צום רבי'ן; וואו וואלט איך געווען, ווי אזוי וואלט איך אויסגעזען אן דעם רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק? דאס האלט אונז ביים לעבן, דאס ברענגט אונז צום אייבערשטן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות און תפלה – איז מען גאר גליקליך.


מיר קומען שוין אן אין קלויזנבורג עירפארט, מיר פארן פון דארט קיין ווארשא און פון דארט פארן מיר אהיים קיין ניו יארק; מיר וועלן אנקומען אם ירצה ה' מיטוואך נאכט.


מארגן וועט נישט זיין די וועכנטליכע שיעור, עס איז דא א חתונה אין ישיבה, די דרייסיגסטע חתונה אין ישיבה בחנם. דאס אלעס איז צו פארדאנקען מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס האט אונז געלערנט מיר זאלן זיך נישט נאריש מאכן מיט טייערע שמחות; מיר זאלן חתונה מאכן די קינדער יונג אויפ'ן פשוט'ן וועג.


דעם שבת פרשת וישב, שבת מברכים חודש טבת, וועל איך זיין אין שטעטל. אויך די קומענדיגע וואך, שבת חנוכה, וועל איך זיין אם ירצה ה' אין שטעטל, זיין מיט אנשי שלומינו.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.

#116 - מ'קען זייער גרינג אלעס איבערדרייען צום גוטן
תפילה והתבודדות, צרות, תהלים, שאלות, תכלית, נאמען, חכמות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים און איר האט שוין מסיים געווען די זעקסטע מאל ספר תהלים.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עג) אז תהלים ברענגט צום אייבערשטן, תהלים ווייזט די וועג ווי אזוי מען ווערט נאנט צום אייבערשטן; אז מען זאגט תהלים האט מען כח נישט אראפצופאלן, מען בלייבט אן ערליכער איד.


זייט זיך נישט מבלבל אז איר האט אסאך נעמען; מוהרא"ש זאגט טאקע מען זאל נישט געבן פאר א קינד אסאך נעמען, מען זאל געבן אדער איין נאמען אדער צוויי נעמען, ווייל: "אסאך נעמען - מער פראבלעמען", אזוי האט מוהרא"ש געזאגט, אבער אז איר האט אפאר נעמען - מיינט נישט אז איר וועט ליידן. עס איז אזוי ווי ביי חכמת היד, וואס מוהרא"ש זאגט: "כָּל הַחָכְמָה הַזֹּאת הוּא אֱמֶת לַאֲמִתּוֹ", די חכמה פון קוקן אויף די האנט און זען וואס גייט זיין מיט'ן מענטש איז אן אמת'ע חכמה, "יֵשׁ קַו הַחַיִּים", מען קען זען אויפ'ן האנט ווילאנג מען גייט לעבן, "קַו הַחָכְמָה", מען קען זען אויב מען האט חכמה, "קַו הַשֻׁלְחָן", מען קען זען אויב מען וועט האבן פרנסה, "קַו הַגְּדוּלָּה", אויב מען וועט האבן גרויסקייט, "וַאֲפִלּוּ אִם קוֹרְאִים בְּקַו הַחַיִּים וְכוּ', שֶׁהָאָדָם הַזֶּה יֵשׁ לוֹ קִצּוּר יָמִים וְהוֹלֵךְ לָמוּת וְכוּ', אוֹ שֶׁנִּגְזַר עָלָיו עֲנִיּוּת וְכוּ'", דאך דארף מען וויסן, ווער עס קען די חכמה פון חכמת היד און זעט לויט די סימנים אויף די הענט אז ער וועט לעבן ווייניג, נישט האבן א שידוך, אדער נישט האבן קיין קינדער, "אִם רַק יְסוֹבֵב פָּנָיו אֶל הַקִּיר וְיִבְכֶּה בִּדְמָעוֹת שָׁלִישׁ אֶל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְיַחְזֹר בִּתְשׁוּבָה שְׁלֵמָה, הַכֹּל יָכוֹל לְהִתְהַפֵּךְ לְטוֹבָה, כִּי אֵין הַקָּוִים מְחַיְּבִים כְּלָל", אויב וועט ער אויסדרייען זיין פנים צום וואנט און וויינען מיט הייסע טרערן צום אייבערשטן, ער וועט זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ער וועט זאגן איין קאפיטל תהילים אדער טון א חסד פאר א צווייטן איד, דורכדעם ווערט אויסגעדריידט אלע שלעכטס; אזוי איז ביי אלע זאכן, מען טאר זיך נישט צעברעכן פון קיין שום זאך אין די וועלט, מיר האבן די שטארקע געווער פון תפילה והתבודדות, מען קען מיט דעם אלעס איבערדרייען.


אויף אייער פראגע, אויב עס איז א פראבלעם אז איר שפירט ווי די טעג פליען וכו'; אז מען טראכט אריין זעט מען אז עס איז טאקע אזוי, די טעג פליען אריבער אזוי שנעל א שאטן, "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה" (דברי הימים-א כט, טו), זאגן אויף דעם חכמינו זכרונם לברכה (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", הלואי זאלן אונזערע טעג זיין אזוי ווי א שאטן פון א וואנט וואס נעמט אביסל צייט ווי לאנג עס גייט אריבער, אדער ווי א שאטן פון א בוים, אבער אז מען קוקט גוט זעט מען אז דאס לעבן פונעם מענטש איז ניטאמאל ווי אזא שאטן, נאר עס פליט דורך ווי די שאטן פון א פייגל וואס פליט.


אויף אייער פראגע אויב מען ווערט טמא וכו'; אז מען גייט אריין אין א בית הכסא, אפילו מען גייט אריין נאר צו נעמען עפעס - ווערט מען טמא, מען דארף זיך וואשן די הענט.


נעמט די עצה פון רבי'ן פון תפילה והתבודדות - וועט איר שפירן ווי א נייער מענטש, ווי איינער וואס איז אויסגעלייזט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#115 - איך וויל אויסטיילן נאך ספרי תהלים פאר די תלמידות
סקול, תודה והודאה, שלום בית, תהלים, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


טו מיר א טובה, באשטעל מיר נאך הונדערט תהלים'ס פון די גרויסע תהלים. אויפ'ן דעקל לייג ארויף די ברסלב'ער קרוין און פון אונטן קריץ אריין די ווערטער: "א מתנה פון דער ראש ישיבה".


די הונדערט תהלים'ס וואס דו האסט באשטעלט - איז מיר שוין אויסגעגאנגען, איך דארף שוין נאך; עס קומען אריין כסדר פרישע תלמידות, אלע ווילן די שיינע תהילים.


עס איז דא נאך א זאך וואס איך וויל געבן פאר אלע תלמידות; דאס וועל איך שוין רעדן מיט דיר.


שטארק זיך מיט תודה והודאה, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים, חסד חנם, וואס ער האט געטון מיט דיר ביז יעצט – וועט קומען צו גיין נאך גרעסערע חסדים.


מאך פרייליך דיין ווייב; דאס איז יעצט אין דיין ערשטע יאר, שנה ראשונה - דאס וויכטיגסטע זאך, וויכטיגער פון אלעמען.

#114 - ווי מער מען בעט פאר א שידוך, אלץ נענטער ווערט די שידוך
שידוכים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


זעט צו זאגן יעדן טאג תהלים, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך.


א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן; ווי מער מען בעט פאר א שידוך – אלץ נענטער ווערט די שידוך.


 

#113 - אפילו אין אן אנדערע סקול זענט איר ווייטער א 'בית פיגא תלמידה'
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר האט יעצט געענדיגט די ערשטע מאל ספר תהילים, אזוי יונג, איר זענט זיבן און א האלב יאר מיט אזויפיל פארשטאנד, איר האט שכל צו זאגן תהילים.


איך שיק אייך א מתנה א ספר תהילים, איר זאלט עס נוצן געזונטערהייט, איר זאלט יעדן טאג זאגן תהלים. דער רבי זאגט אז תהילים ברענגט נאנט צום באשעפער, תהילים ברענגט צו גוטע זאכן, צו בטחון, צו אמונה; תהילים נעמט אוועק אלע צרות.


אפילו איר לערנט יעצט אין אן אנדערע סקול - זענט איר ווייטער א 'בית פיגא תלמידה'; א תלמידה בלייבט א תלמידה אויף אייביג.


פון דער ראש ישיבה.

#112 - א שיינע תהילים לכבוד די בת מצוה
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, הפצה, תהלים, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר שטארקט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, ובפרט אז איר געבט דאס איבער פאר אנדערע, איר זענט מחזק נאך משפחות; מען נעמט זיך צאם נשות אנשי שלומינו, מען הערט אינאיינעם שיעורי התחזקות.


ווער עס האט א חלק אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות - ווערט א פרייליכער מענטש. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה, סימן טז): "מִי שֶׁמְּפַרְסֵם אֶת הַצַּדִּיק, זוֹכֶה לְשִׂמְחָה", ווער עס פארשפרייט דעם צדיק - ווערט פרייליך; די גאנצע שטוב ווערט פרייליך.


בנוגע אייער טאכטער וואס זי ווערט יעצט א בת מצוה, איר פרעגט וואס מען זאל איר זאגן, וואס זאל מען טון וכו'; קויפט איר א שיינע תהילים און זייט איר מחזק זי זאל זאגן יעדן טאג אביסל תהילים, און יעדעס מאל זי ענדיגט תהילים זאל זי אריינשרייבן "סיימתי עוד הפעם", "פעם ראשון", "פעם שני", אזוי וועט זי האבן א שטופ צו זאגן מער און מער; תהילים ברענגט א מענטש צו די העכסטע מדריגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#111 - מאן און ווייב דארפן זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אייך שוין געשריבן און געזאגט מערערע מאל, אויב איז דא זאכן וואס שטערט אייך פון אייער מאן - דארפט איר דאס אויסשמועסן מיט אים. מאן און ווייב זענען שותפים אין לעבן; ביי שותפות דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן.


עס זענען דא וואס האלטן זיך צוריק פון רעדן און זיין אפן ווען עפעס באדערט מיט די טענה אז נאכן רעדן ווערט צעשטערט די רואיגקייט, מען ווערט אביסל אנטוישט איינער אויפ'ן צווייטן; דאס איז נישט גערעכט, ווייל אזוי ווי ווען מען האט אן אינפעקשן גייט מען צום דאקטער, דער דאקטער פלאצט אויף דעם וואונד, עס רינט ארויס די אייטער און בלוט; עס זעט אויס שרעקעדיג, עס איז נישט בא'טעמ'ט - אבער דאס איז די רפואה, אז די אייטער און שמוץ זאל ארויסגיין. וועט איינער זאגן: "איך גיי נישט צום דאקטער, איך וויל נישט זען די אייטער און בלוט"? וועט איינער טראכטן נישט אויפצועפענען די וואונד ווייל עס טוט וויי? מען קען דאך אינגאנצן פאר'סמ'ט ווערן השם ישמרינו! אזוי איז ביי מאן און ווייב, מען מוז עפענען דעם וואונד, אפילו עס טוט וויי.


אז מען האט זאכן צו שמועסן דארף מען דאס דורכרעדן און אז מען רעדט עס דורך איינמאל און נאכאמאל, מען זאגט פאר'ן מאן: "דאס טוט מיר וויי, דאס שטערט מיר", און דער מאן ענטפערט: "מיר טוט וויי עפעס אנדערש", - ווייסט מען ווי אזוי אכטונג צו געבן איינער אויפ'ן צווייטן, אבער אז מען רעדט נישט, מען עסט זיך אויף פון אינעווייניג - איז נישט גוט, די גאנצע ליבשאפט גייט אוועק.


נאך א וויכטיגע כלל אין שלום בית; אז דער מאן האט א פארקערטע נאטור פון די ווייב און דאס שטערט פאר די ווייב, צום ביישפיל, אז דער מאן איז א שטייטער און די פרוי איז מער שנעל, מער שארף, און זי ווערט נערוועז פון זיין שטייטקייט - איז דאס איר פראבלעם, נישט זיין פראבלעם; די פרוי האט צוויי ברירות, אדער זיך אויפעסן און חוזק מאכן צו אירע געשוויסטער אדער חבר'טעס פון איר מאן און לעבן יענע סארט לעבן השם ישמרינו, אדער זיך איינבייגן דעם קאפ פאר'ן אייבערשטן, אנערקענען אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נישט אלעס מוז זיין ווי איך וויל; זוכן די וועג ווי אזוי זיך צוגעוואוינען לעבן מיט א שטייטע מענטש.


אדער צום ביישפיל, דער מאן איז א נישט מסודר'דיגער און די ווייב איז א פונקטליכע - איז דאס נישט זיין פראבלעם; זי האט א פראבלעם, זי מיינט אז אלע מענטשן דארפן זיין לויט איר פונקטליכקייט, לויט איר ריינקייט וכו'. אנשטאט וויינען אויפ'ן מאן - זאל זי וויינען אויף איר צרה, זי זאל ארויסקריכן פון די וועג וואס זי לעבט אז אלע דארפן זיין אזוי ווי איר.


אבער אז מען ווערט וויי געטון איינער פון צווייטן - דאס מוז ווערן דורכגערעדט, אדער חס ושלום האבן א פחד איינער פון צווייטן - דאס טאר נישט זיין; ווען מען רעכנט זיך נישט מיט'ן צווייטנ'ס געפילן, מען מאכט יענעם אוועק, מען טוט וויי יענעם - דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום ביי אייך אין שטוב, זאגט אביסל תהילים יעדן טאג און פלעכטס אריין צווישן די פסוקים אייגענע ווערטער, זאגט ארויס דעם אייבערשטן וואס דרוקט אייך אויפ'ן הארץ - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#110 - זיין אפן איינער צום צווייטן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת .. תחי', קרית ברסלב


די וויכטיגסטע זאך אין שלום בית איז צו זיין אפן איינער צום צווייטן; עס איז נישט אזוי געשמאק צו זיין אפן, אבער דאס איז זייער וויכטיג, מער פון אלעס.


צום ביישפיל, אז אייער מאן האט אייך געזאגט א ווארט וואס טוט אייך וויי, זאלט איר אים זאגן שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך האב דיר אזוי ליב, אבער עס טוט מיר וויי די ווארט וואס דו האסט מיר געזאגט", אדער אויב רעדט ער צו אייך נישט אזוי שיין, זאלט איר אים זאגן שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך בין אזוי פרייליך מיט דיר, אבער די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו מיר טוט מיר וויי"; בשעת מען זאגט דאס איז טאקע נישט די בא'טעמ'סטע זאך, אבער נאכדעם ווערט עס גוט.


איר האט באקומען א וואוילער מאן, סיי איר און סיי אייער מאן זענען זייער וואוילע מענטשן; דער יצר הרע וויל נאר קאליע מאכן דאס ליבשאפט צווישן אייך, דאס איז זיין זאך - מחלוקת!


זאלט איר שטיין שטארק אויף דעם, נישט צו לאזן קאליע מאכן דאס ליבשאפט. האט נישט מורא פון אייער מאן, מען טאר נישט מורא האבן. רעדט צו אים שיין און ווייך, זאגט אים אייערע פילינגס - וועט איר ווערן באמת נאנט מיט אים, די שכינה וועט רוען צווישן ענק.


מאכט זיך צייט יעדן טאג צו זאגן אביסל תהלים.

#109 - תהלים געבט כח, תהלים געבט מח
תהלים

תהלים געבט כח, תהלים געבט מח


בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת נח, ג' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים; תהלים געבט כח, תהלים געבט מח; אלעס ווערט גוט דורך זאגן תהלים.


איין קאפיטל תהלים איז שטערקער פון אלעס אין דער וועלט; עס טוישט די טבע, עס טוישט די בריאה.


פון דער ראש ישיבה.

#108 - מ'קען זאגן תהילים ביינאכט
הפצה, תהלים, דרך ארץ, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זאגן תהילים ביינאכט. מוהרא"ש ברענגט פונעם ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים סימן רלח, סעיף ב) וואס ער פסק'נט אז תהילים מעג מען זאגן ביינאכט אויך, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן.


פירט זיך אויף מיט דרך ארץ צו אייערע טיטשערס, דאס איז די גרעסטע הפצה; ווייל אלע ווייסן אז איר זענט א ברסלב'ע מיידל, אלע ווייסן אז איר און אייערע עלטערן זענען תלמידי היכל הקודש, און ווען מען זעט ווי א תלמידה היכל הקודש פירט זיך מיט דרך ארץ - ווערט פארשטאפט די מויל פון אלע מתנגדים, מען האט נישט וואס צו רעדן מער קעגן היכל הקודש; דאס איז די גרעסטע הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#107 - אויב איז נישטא קיין דרך ארץ, איז גארנישט אינטערעסאנט
סקול, תהלים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר זאגט תהילים, איר האט שוין געענדיגט די ... מאל תהילים; אבער יעצט ווען איך הער פון אייער טיטשער אז איר לאכט ווען זי זאגט מען קען נישט עסן און נישט טרינקען אין קלאס, איר זאגט פאר די מיידלעך אז איר גייט נישט פאלגן, - וויל איך אייך בעטן איר זאלט מיר מער נישט שרייבן קיין בריוו; עס איז מיר מער נישט אינטערעסאנט צו הערן אייערע סיומים, אויב איז נישטא קיין דרך ארץ - איז מיר גארנישט אינטערעסאנט.


איר ווייסט נישט וואס מיינט פאר מיר צו האבן א סקול, ווי שווער עס איז מיר צו פירן די סקול; איר וואלט ווען געדארפט זיין פון די תלמידות וואס פאלגן אלעס וואס די טיטשערס זאגן. אייערע שוועסטערס האבן דא געלערנט, זיי זענען געווען אויסנאם דרך ארץ'דיגע מיידלעך, זיי האבן מיר נאר געהאלפן, זיי האבן געמאכט א ווינט אין סקול צו פאלגן אלעס וואס די טיטשערס זאגן; הלואי זאלט איר אויך זיין פון די וואס העלפן בויען די סקול, נישט פון די וואס מאכן די ארבעט שווערער און שווערער.

#106 - אפווארטן די קינדער צופרי און ביינאכט, זיי געבן ווארעמקייט און ליבשאפט
חינוך הילדים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט, אייער טאכטער זאגט אייך: "נאר מאמי ווארט מיט מיר אינדרויסן צופרי און נאכמיטאג", איר ווילט וויסן וואס איז די בעסטע זאך איר זאלט טון.


אודאי איז דאס די וועג, אפצואווארטן די קינדער און זיי געבן דאס מערסטע וואס מען קען נאר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "אֲמַר לֵיהּ רַב לְרַבִּי חִיָּא, נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן", וואס איז די שכר פאר פרויען? פרויען לערנען דאך נישט קיין תורה?! זאגט די גמרא, בשכר וואס זיי שיקן די קינדער לערנען און ווארטן אפ די קינדער.


מען קען נישט דן זיין אנדערע מאמעס; עס זענען דא משפחות וואס זענען זייער פארפלאגט, זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו ווארטן אינדרויסן צופרי און נאכמיטאג, אבער אז איר האט די כח און צייט - איז נישטא קיין בעסערע זאך ווי אפווארטן די קינדער צופרי און ביינאכט, זיי געבן די גאנצע ווארעמקייט און ליבשאפט.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל איר שרייבט מיר אז איר זאגט תהילים און אז איר האט נאכאמאל געמאכט א סיום אויף תהילים; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תהילים, אלע ישועות ליגן אין תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - אנשטאט וואטסעפפ, נעמט א תהילים
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, תהלים, סמארטפאון, טעלעפאן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווענדט זיך וואס פאר א סארט שטוב איר ווילט אויפשטעלן; איר ווילט ערליכע דורות אדער חס ושלום דורות וואס זעען אויס פון אינדרויסן ווי אידן אן קיין יראת שמים.


ווי איידער פרעגן אויב איר מעגט האבן א סמארטפאון פרעגט אויב איר דארפט בכלל א טעלעפאן, אפילו א פשוט'ע טעלעפאן מיט טעקסט קען שוין אויך טוישן די אידישע מאמע פון זיין א מאמע פאר די קינדער.


קוקט אן אייערע געשוויסטער ווי זיי פירן זיך השם ישמרינו; אויב איר ווילט ערליכע דורות - זאלט איר נישט ארייננעמען אין די הענט די סארט כלים.


אנשטאט וואטס עפפ נעמט א תהילים און בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע דורות; עס איז אזוי שרעקעדיג וואס גייט פאר אין די וועלט, ווי פון די שענסטע משפחות פאלן שטיקער. בעטס פאר אייערע קינדער זיי זאלן זיין ערליך, בעטס אז ביי אייער שבת טיש זאל מען נישט רעדן ניבול פה, אייערע קינדער זאלן גיין בצניעות.


איר האט טייערע עלטערן און קוקט די צער וואס זיי האבן פון די קינדער ווי זיי פירן זיך השם ירחם; זעט מען ווי שטארק מען דארף בעטן אויף גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - תהלים איז אזוי ווי א קאלטע זיסע געטראנק
תהלים

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה) תהלים איז אזוי ווי א קאלטע זיסע געטראנק; אז מען זאגט תהלים איז מען נישט דורשטעריג, מען שפירט זאט, מען באקומט אלע גוטע זאכן.


פון דער ראש ישיבה.

#103 - אז מען זאגט תהלים, פאלט מען נישט
תהלים

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) תהלים איז א "משענת", אן אונטערליינער; אז מען זאגט תהלים פאלט מען נישט, מען קען אנגיין אין לעבן אין אלע מצבים.


פון דער ראש ישיבה.

#102 - אלס כלה דארף מען זיך שטארקן צו זאגן נאך מער תהלים
תפילה והתבודדות, תהלים, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


... תחי', מאנטשעסטער


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר אייער שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל מיט ערליכע אידישע דורות.


יעצט זאלט איר זיך שטארקן צו זאגן תהילים נאך מער פון ווען איר זענט געווען א מיידל; יעצט קומט צו צענדליגער זאכן אויף וואס צו בעטן, ביז יעצט האט איר געבעטן פאר א שידוך, יעצט דארפט איר בעטן אויף שלום בית, קינדער, געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, פרנסה, און אזוי ווייטער.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#101 - תהלים איז א זיסע זאך
חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


דער ספר תהלים איז א מתנה פאר ... תחי'


זאגט יעדן טאג אביסל תהלים וועט איר באקומען הימלישע כוחות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) אז תהלים געבט כח צו טון גוטע זאכן און צו זיין א גוטער איד.


זייער אסאך מיידלעך און ווייבלעך ווילן נישט זאגן תהלים ווייל מען האט זיי גע'קנס'עט מיט זאגן תהלים, אדער דערשראקן מיט זאגן תהלים, אדער געצווינגען צו זאגן תהלים, היינט קענען זיי נישט קוקן אויפ'ן תהלים; זיי ווילן נישט קיין קנס, זיי ווילן נישט שרעק אדער ווערן באצווינגען, אבער באמת איז תהלים א זיסע זאך, תהלים היילט דעם מענטש, תהלים עפנט די הארץ צום אייבערשטן; ווער דען אויב נישט א אידישע מאמע דארף אזוי וויכטיג דעם ספר תהלים, צו בעטן פאר די קינדער און פאר אלעס.


יעדעס מאל איר זענט מסיים נאכאמאל דעם ספר תהלים זאלט איר אריינשרייבן ביים סוף אייער סיום, אויך זאלט איר מיר דערציילן אייערע סיומים, וועט איר מיר דערפרייען.


פון דער ראש ישיבה.

#100 - אין ספר תהלים ליגן אלע ישועות
תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


דער ספר תהלים איז א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה מחנה בית פיגא ברסלב, ליבערטי


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים, אין ספר תהלים ליגן אלע ישועות. תהלים איז אזוי ווי א וואקער אויף וואס מען ליינט זיך אן (שיחות הר"ן, סימן צח); ווער עס זאגט תהלים פאלט נישט, מען באקומט כח בייצוקומען אלעס פון לעבן.


יעדעס מאל איר ענדיגט זאגן דעם גאנצן ספר תהלים זאלט איר אריינשרייבן ביים סוף פונעם תהלים וויפיל מאל איר האט געענדיגט, אויך זאלט איר מיר דערציילן וויפיל מאל איר ענדיגט תהלים; וועט איר מיר דערפרייען.


פון דער ראש ישיבה.

#99 - תהלים געבט כח זיך צו דערהאלטן אין אלע צייטן
תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


דער ספר תהלים איז א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה מחנה בית פיגא ברסלב.


דער הייליגער רבי זאגט, ווער עס וויל נאנט ווערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהלים; תהלים ווייזט פאר'ן מענטש וואס מען זאל טון, תהלים געבט כח זיך צו דערהאלטן אין אלע צייטן.


יעדעס מאל איר ענדיגט תהלים זאלט איר אויפשרייבן אינעם תהלים וויפיל מאל איר האט געענדיגט, אויך זאלט איר מיר שרייבן פון צייט צו צייט וויפיל מאל איר האט שוין געענדיגט ספר תהלים.


פון דער ראש ישיבה.

#98 - פארגעסן די אלטע מעשיות און אנהויבן פון ניי
תהלים, התחדשות, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיר שוין לאנג צוריק געשריבן א בריוו וואו ער בעט מיר אין אייער נאמען אז איר דארפט חיזוק אויף זאגן תהלים, איר קענט נישט קוקן אויפ'ן תהלים צוליב וואס אייערע עלטערן האבן אייך זייער געדרוקט צו זאגן תהלים ביום החופה, אויך דארפט איר חיזוק אויף נעגל וואסער.


איך פארשטיי אייך זייער גוט אז איר קענט נישט, עס דערמאנט אייך צוריק אלטע נישט גוטע זכרונות, דאך בעט איך אייך איר זאלט נישט צוריק גיין צו די אלטע מעשיות, הייבט אן א נייע לעבן. מיר זענען מקורב צום רבי'ן, די עיקר ביים רבי'ן איז "זיך באנייען", נישט טראכטן פונעם עבר, וואס איז געווען איז געווען, מען דארף פארגעסן פונעם עבר.


אז איר וועט זאגן תהלים וועט איר פארדינען גרויסע רווחים, תהלים ברענגט ישועות, אויך זאלט איר זיך אפגיסן נעגל וואסער; וועלן אוועקגיין אלע שדים ורוחות רעות, איר וועט זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


ביי מיר זענט איר זייער חשוב, אויך אייער מאן איז ביי מיר זייער באליבט.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#97 - זאג כאטש אביסל תהלים
תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ערב ראש חודש אלול מוקדם, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה "בית פיגא" ברסלב


דאס איז א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה ... תחי'.


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים; אויב איר קענט זאגן דעם "יום תהלים" יעדן טאג – איז זייער גוט, און אויב איז נישטא די צייט - זאלט איר זאגן כאטשיג אביסל.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהלים איז א משענת, אן אונטערלאנער, אזוי ווי א שטעקן פאר עלטערע מענטשן צו קענען גיין; תהלים ברענגט צו תשובה, תהלים ברענגט אלע ישועות.


פון דער ראש ישיבה.