בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#108 - מ'קען זאגן תהילים ביינאכט
הפצה, תהלים, דרך ארץ, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זאגן תהילים ביינאכט. מוהרא"ש ברענגט פונעם ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים סימן רלח, סעיף ב) וואס ער פסק'נט אז תהילים מעג מען זאגן ביינאכט אויך, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן.


פירט זיך אויף מיט דרך ארץ צו אייערע טיטשערס, דאס איז די גרעסטע הפצה; ווייל אלע ווייסן אז איר זענט א ברסלב'ע מיידל, אלע ווייסן אז איר און אייערע עלטערן זענען תלמידי היכל הקודש, און ווען מען זעט ווי א תלמידה היכל הקודש פירט זיך מיט דרך ארץ - ווערט פארשטאפט די מויל פון אלע מתנגדים, מען האט נישט וואס צו רעדן מער קעגן היכל הקודש; דאס איז די גרעסטע הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#107 - אויב איז נישטא קיין דרך ארץ, איז גארנישט אינטערעסאנט
סקול, תהלים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר זאגט תהילים, איר האט שוין געענדיגט די ... מאל תהילים; אבער יעצט ווען איך הער פון אייער טיטשער אז איר לאכט ווען זי זאגט מען קען נישט עסן און נישט טרינקען אין קלאס, איר זאגט פאר די מיידלעך אז איר גייט נישט פאלגן, - וויל איך אייך בעטן איר זאלט מיר מער נישט שרייבן קיין בריוו; עס איז מיר מער נישט אינטערעסאנט צו הערן אייערע סיומים, אויב איז נישטא קיין דרך ארץ - איז מיר גארנישט אינטערעסאנט.


איר ווייסט נישט וואס מיינט פאר מיר צו האבן א סקול, ווי שווער עס איז מיר צו פירן די סקול; איר וואלט ווען געדארפט זיין פון די תלמידות וואס פאלגן אלעס וואס די טיטשערס זאגן. אייערע שוועסטערס האבן דא געלערנט, זיי זענען געווען אויסנאם דרך ארץ'דיגע מיידלעך, זיי האבן מיר נאר געהאלפן, זיי האבן געמאכט א ווינט אין סקול צו פאלגן אלעס וואס די טיטשערס זאגן; הלואי זאלט איר אויך זיין פון די וואס העלפן בויען די סקול, נישט פון די וואס מאכן די ארבעט שווערער און שווערער.

#106 - אפווארטן די קינדער צופרי און ביינאכט, זיי געבן ווארעמקייט און ליבשאפט
חינוך הילדים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט, אייער טאכטער זאגט אייך: "נאר מאמי ווארט מיט מיר אינדרויסן צופרי און נאכמיטאג", איר ווילט וויסן וואס איז די בעסטע זאך איר זאלט טון.


אודאי איז דאס די וועג, אפצואווארטן די קינדער און זיי געבן דאס מערסטע וואס מען קען נאר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "אֲמַר לֵיהּ רַב לְרַבִּי חִיָּא, נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָן", וואס איז די שכר פאר פרויען? פרויען לערנען דאך נישט קיין תורה?! זאגט די גמרא, בשכר וואס זיי שיקן די קינדער לערנען און ווארטן אפ די קינדער.


מען קען נישט דן זיין אנדערע מאמעס; עס זענען דא משפחות וואס זענען זייער פארפלאגט, זיי האבן נישט די מעגליכקייט צו ווארטן אינדרויסן צופרי און נאכמיטאג, אבער אז איר האט די כח און צייט - איז נישטא קיין בעסערע זאך ווי אפווארטן די קינדער צופרי און ביינאכט, זיי געבן די גאנצע ווארעמקייט און ליבשאפט.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל איר שרייבט מיר אז איר זאגט תהילים און אז איר האט נאכאמאל געמאכט א סיום אויף תהילים; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון תהילים, אלע ישועות ליגן אין תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - אנשטאט וואטסעפפ, נעמט א תהילים
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, תהלים, סמארטפאון, טעלעפאן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ווענדט זיך וואס פאר א סארט שטוב איר ווילט אויפשטעלן; איר ווילט ערליכע דורות אדער חס ושלום דורות וואס זעען אויס פון אינדרויסן ווי אידן אן קיין יראת שמים.


ווי איידער פרעגן אויב איר מעגט האבן א סמארטפאון פרעגט אויב איר דארפט בכלל א טעלעפאן, אפילו א פשוט'ע טעלעפאן מיט טעקסט קען שוין אויך טוישן די אידישע מאמע פון זיין א מאמע פאר די קינדער.


קוקט אן אייערע געשוויסטער ווי זיי פירן זיך השם ישמרינו; אויב איר ווילט ערליכע דורות - זאלט איר נישט ארייננעמען אין די הענט די סארט כלים.


אנשטאט וואטס עפפ נעמט א תהילים און בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע דורות; עס איז אזוי שרעקעדיג וואס גייט פאר אין די וועלט, ווי פון די שענסטע משפחות פאלן שטיקער. בעטס פאר אייערע קינדער זיי זאלן זיין ערליך, בעטס אז ביי אייער שבת טיש זאל מען נישט רעדן ניבול פה, אייערע קינדער זאלן גיין בצניעות.


איר האט טייערע עלטערן און קוקט די צער וואס זיי האבן פון די קינדער ווי זיי פירן זיך השם ירחם; זעט מען ווי שטארק מען דארף בעטן אויף גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - תהלים איז אזוי ווי א קאלטע זיסע געטראנק
תהלים

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה) תהלים איז אזוי ווי א קאלטע זיסע געטראנק; אז מען זאגט תהלים איז מען נישט דורשטעריג, מען שפירט זאט, מען באקומט אלע גוטע זאכן.


פון דער ראש ישיבה.

#103 - אז מען זאגט תהלים, פאלט מען נישט
תהלים

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) תהלים איז א "משענת", אן אונטערליינער; אז מען זאגט תהלים פאלט מען נישט, מען קען אנגיין אין לעבן אין אלע מצבים.


פון דער ראש ישיבה.

#102 - אלס כלה דארף מען זיך שטארקן צו זאגן נאך מער תהלים
תפילה והתבודדות, תהלים, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


... תחי', מאנטשעסטער


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר אייער שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל מיט ערליכע אידישע דורות.


יעצט זאלט איר זיך שטארקן צו זאגן תהילים נאך מער פון ווען איר זענט געווען א מיידל; יעצט קומט צו צענדליגער זאכן אויף וואס צו בעטן, ביז יעצט האט איר געבעטן פאר א שידוך, יעצט דארפט איר בעטן אויף שלום בית, קינדער, געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, פרנסה, און אזוי ווייטער.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#101 - תהלים איז א זיסע זאך
חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


דער ספר תהלים איז א מתנה פאר ... תחי'


זאגט יעדן טאג אביסל תהלים וועט איר באקומען הימלישע כוחות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) אז תהלים געבט כח צו טון גוטע זאכן און צו זיין א גוטער איד.


זייער אסאך מיידלעך און ווייבלעך ווילן נישט זאגן תהלים ווייל מען האט זיי גע'קנס'עט מיט זאגן תהלים, אדער דערשראקן מיט זאגן תהלים, אדער געצווינגען צו זאגן תהלים, היינט קענען זיי נישט קוקן אויפ'ן תהלים; זיי ווילן נישט קיין קנס, זיי ווילן נישט שרעק אדער ווערן באצווינגען, אבער באמת איז תהלים א זיסע זאך, תהלים היילט דעם מענטש, תהלים עפנט די הארץ צום אייבערשטן; ווער דען אויב נישט א אידישע מאמע דארף אזוי וויכטיג דעם ספר תהלים, צו בעטן פאר די קינדער און פאר אלעס.


יעדעס מאל איר זענט מסיים נאכאמאל דעם ספר תהלים זאלט איר אריינשרייבן ביים סוף אייער סיום, אויך זאלט איר מיר דערציילן אייערע סיומים, וועט איר מיר דערפרייען.


פון דער ראש ישיבה.

#100 - אין ספר תהלים ליגן אלע ישועות
תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


דער ספר תהלים איז א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה מחנה בית פיגא ברסלב, ליבערטי


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים, אין ספר תהלים ליגן אלע ישועות. תהלים איז אזוי ווי א וואקער אויף וואס מען ליינט זיך אן (שיחות הר"ן, סימן צח); ווער עס זאגט תהלים פאלט נישט, מען באקומט כח בייצוקומען אלעס פון לעבן.


יעדעס מאל איר ענדיגט זאגן דעם גאנצן ספר תהלים זאלט איר אריינשרייבן ביים סוף פונעם תהלים וויפיל מאל איר האט געענדיגט, אויך זאלט איר מיר דערציילן וויפיל מאל איר ענדיגט תהלים; וועט איר מיר דערפרייען.


פון דער ראש ישיבה.

#99 - תהלים געבט כח זיך צו דערהאלטן אין אלע צייטן
תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


דער ספר תהלים איז א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה מחנה בית פיגא ברסלב.


דער הייליגער רבי זאגט, ווער עס וויל נאנט ווערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהלים; תהלים ווייזט פאר'ן מענטש וואס מען זאל טון, תהלים געבט כח זיך צו דערהאלטן אין אלע צייטן.


יעדעס מאל איר ענדיגט תהלים זאלט איר אויפשרייבן אינעם תהלים וויפיל מאל איר האט געענדיגט, אויך זאלט איר מיר שרייבן פון צייט צו צייט וויפיל מאל איר האט שוין געענדיגט ספר תהלים.


פון דער ראש ישיבה.

#98 - פארגעסן די אלטע מעשיות און אנהויבן פון ניי
תהלים, התחדשות, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיר שוין לאנג צוריק געשריבן א בריוו וואו ער בעט מיר אין אייער נאמען אז איר דארפט חיזוק אויף זאגן תהלים, איר קענט נישט קוקן אויפ'ן תהלים צוליב וואס אייערע עלטערן האבן אייך זייער געדרוקט צו זאגן תהלים ביום החופה, אויך דארפט איר חיזוק אויף נעגל וואסער.


איך פארשטיי אייך זייער גוט אז איר קענט נישט, עס דערמאנט אייך צוריק אלטע נישט גוטע זכרונות, דאך בעט איך אייך איר זאלט נישט צוריק גיין צו די אלטע מעשיות, הייבט אן א נייע לעבן. מיר זענען מקורב צום רבי'ן, די עיקר ביים רבי'ן איז "זיך באנייען", נישט טראכטן פונעם עבר, וואס איז געווען איז געווען, מען דארף פארגעסן פונעם עבר.


אז איר וועט זאגן תהלים וועט איר פארדינען גרויסע רווחים, תהלים ברענגט ישועות, אויך זאלט איר זיך אפגיסן נעגל וואסער; וועלן אוועקגיין אלע שדים ורוחות רעות, איר וועט זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


ביי מיר זענט איר זייער חשוב, אויך אייער מאן איז ביי מיר זייער באליבט.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#97 - זאג כאטש אביסל תהלים
תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ערב ראש חודש אלול מוקדם, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה "בית פיגא" ברסלב


דאס איז א מתנה פאר די חשוב'ע תלמידה ... תחי'.


זעט צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים; אויב איר קענט זאגן דעם "יום תהלים" יעדן טאג – איז זייער גוט, און אויב איז נישטא די צייט - זאלט איר זאגן כאטשיג אביסל.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהלים איז א משענת, אן אונטערלאנער, אזוי ווי א שטעקן פאר עלטערע מענטשן צו קענען גיין; תהלים ברענגט צו תשובה, תהלים ברענגט אלע ישועות.


פון דער ראש ישיבה.

#96 - מקבל זיין גוטע קבלות נאר בלי נדר
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת .. תחי', בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זאגט אייער טאכטער זי זאל זיך פארנעמען לכבוד איר בת מצוה צו זאגן תהלים יעדן טאג. אז זי וועט קענען זאגן דעם יום וועט זי זאגן דעם יום, און אז זי איז פארנומען, זי האט נישט קיין צייט צו זאגן דעם יום תהלים - זאל זי זאגן וויפיל זי קען.


אויך זאל זי זיך פארנעמען צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס.


בנוגע אז זי האט לחץ אין סקול פון דעם וואס מען פארלאנגט אז מען מוז זיך פארנעמען קבלות טובות; רעדט מיט איר אז זי זאל זיך אויסנעמען די אלע קבלות בלי נדר, ווען זי נעמט זיך פאר די גוטע קבלות זאל זי קלאר זאגן אז דאס איז בלי נדר. זי דארף נישט זאגן אין מייק הויך אז דאס איז בלי נדר, זי קען זאגן פארדעם אז די אלע גוטע קבלות וואס זי גייט אויסרופן איז אלץ נישט קיין נדר.


ביי אונז אין סקול אין בית פיגא זאגן די מיידלעך יעדן טאג דעם יום תהלים, אזוי ענדיגן זיי יעדע וואך דעם ספר תהלים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - דער אייבערשטער באצאלט שיין פאר'ן העלפן די מוסדות
שידוכים, מוסדות, תהלים, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


מזל טוב, מזל טוב! אלע זענען אזוי פרייליך פאר דיין שידוך; עס איז א שמחה אין די גאנצע ישיבה, א שמחה פאר די גאנצע קהלה - אז דו האסט געטראפן דיין שידוך; דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, ערליכע אידישע דורות.


קוק ווי שיין דו ווערסט באצאלט פונעם אייבערשטן פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי, קוק וואס דער רבי באצאלט; דאס איז נאך גארנישט וואס דו וועסט נאך באקומען אין לעבן פאר'ן העלפן די אלע יארן די ישיבה.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט קענען ווייטער דיין גאנץ לעבן העלפן די ישיבה; דו און דיינע דורות זאלן זיין געטריי צום רבי'ן, פארשפרייטן די הייליגע לימודים פאר די גאנצע וועלט.


וואס מען טוט - טוט מען פאר זיך אליינס; דו האסט מיר געדרוקט די שיינע גרויסע תהלים, יעצט וועסטו הערן פון דיין כלה תחי' אז זי זאגט תהלים און זי האט גע'פועל'ט איר שידוך - מיט די תהלים וואס דו האסט געדרוקט!

#94 - נאך אביסל וועט איר זוכה זיין צו גרויסע נסים
ישועות, תהלים, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


זייט אייך מחזק, שטארקט אייך אינאיינעם; ענקער ישועה שטייט שוין ביים טיר, נאך אביסל וועט איר זוכה זיין צו גרויסע נסים.


ביידע פון אייך זאלן זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג תהלים, פרובירט צו ענדיגן יעדע וואך דעם ספר תהלים, יעדן טאג זאלט איר זאגן דעם יום.


ברענגט נישט אריין אין שטוב קיין טעלעפאן, טעבלעט וכדומה – וואס האט אינטערנעט, האלטס די שטוב ריין און הייליג.


איך בין מתפלל פאר אייך, איך בין זיכער אז איר גייט זען אט אט א גרויסע נס.

#93 - הייליגער באשעפער איך געב דיר איבער מיין גאנצע טאג
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך דאנק אייך און אלע אנדערע מיידלעך וואס העלפן די סקול מיט וואס מען דארף. איך הער פון מרת ... תחי' זייער גוטע גרוסן אויף אייך, זי דערציילט מיר כסדר ווי שיין איר העלפט, ווי איבערגעגעבן איר זענט פאר די סקול.


אויך בין איך זייער צופרידן פון אייער צניעות, מען זעט אז איר קומט פון אן איידעלע שטוב און אז איר האט ליב איידלקייט; אייער צניעות איז א שטאלץ פאר אונזער סקול בית פיגא.


איך האף אז איר זאגט נאך תהלים יעדן טאג; איך וועל זיך זייער פרייען צו הערן ווען איר ענדיגט תהלים, שרייבט מיר וויפיל מאל איר האט שוין געענדיגט תהילים.


געוואוינט זיך צו זיך איבערגעבן יעדן אינדערפרי צום אייבערשטן, זאגט: "הייליגער באשעפער איך געב דיר איבער מיין גאנצע טאג, אלעס וואס איך גיי טראכטן, רעדן און טון", וועט אייך אלעס גיין גוט.

#92 - פסוקי תהלים מיט א בענקשאפט צום אייבערשטן
תהלים, רבינו ז"ל, ארץ ישראל, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נאכן זיך באקענען אביסל מיט דיר אין ארץ ישראל ליינט זיך גאר אנדערש דיינע בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו טרעפן אין אתרא קדישא מירון און איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין די מערה ביי רבי שמעון בר יוחאי ל"ג בעומר צוזאמען מיט דיר; איך האב דארט אויסגעזאגט תהילים און מסיים געווען ספר תיקוני זוהר און אנגעהויבן נאכאמאל.


בשעת איך האב געזאגט תהילים ביסטו געשטאנען אונטער מיר, איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן ווי דו זינגסט די פסוקי תהילים מיט אזא הארץ, ווען דו האסט זיך געטראפן מיט א פסוק וואס האט א ליד האסטו אנגעהויבן זינגען איינמאל און נאכאמאל; איך טו אויך אזוי, איך זוך נישט צו ענדיגן תהילים שנעל, איך זוך נישט צו ענדיגן שנעל דעם יום; ווען איך טרעף א פסוק און איך האב אן התעוררות ביי דעם פסוק - בלייב איך שטיין, איך זינג דאס איינמאל, צוויי מאל - ביז איך קען גיין ווייטער. איך האב געהערט ווי דו זינגסט אין קאפיטל נא דעם פסוק (יב): "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים, וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי", מיט אזא בענקשאפט צום אייבערשטן, איך האב זיך זייער מחי' געווען.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר וויסן פון רבי'ן; דער רבי ברענגט אונז צו אזעלכע הויכע פלעצער, פלעצער וואו צדיקים קומען אן; דער רבי מאכט די זאך מיט אונז פשוט'ע אידן, אז מיר זאלן אויך האבן א בענקעניש צום אייבערשטן, מיר זאלן זיין באהאפטן צו אים דורך די עצה פון התבודדות, די עצה פון זינגען צום אייבערשטן.


זיי נישט בייז אויף מיר אז איך בין נישט אנגעקומען צו זיין אין ירושלים; איינער איז געקומען דארט, ער האט געוואלט מאכן אן איבערקערעניש. אלעס איז זיכער לטובה, וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז, אזעלכע חסדים; איך וועל קומען צו ענק בקרוב נאכאמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#91 - תהלים היט דעם מענטש פון אלעם בייזן
תהלים

בעזרת ה' יתברך


אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


זעט צו זאגן תהלים יעדן טאג פון אייער לעבן, תהלים היט דעם מענטש פון אלעם בייזן.


ווען איר זאגט תהלים זאלט איר אריינפלעכטן אייערע אייגענע לויב ווערטער און אייערע געבעטן.


דאס וועט ארויפגיין הויך אין הימל צום אייבערשטן אליינס און איר וועט האבן ישועות אייער גאנץ לעבן.


פון דער ראש ישיבה.


 

#90 - דאנקען דעם אייבערשטן מאכט שטארקע נערוון
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך געבן א גרוס פון אייער מאן נרו יאיר, ער לערנט פלייסיג אין כולל, ער פירט זיך מיט יראת שמים, א ליכטיגער אינגערמאן.


שטארקט אייך, זאגט תהלים יעדן טאג, מי יתן אז איר זאלט זאגן יעדן טאג דעם "יום תהלים"; תהלים געבט כח זיך צו קענען דערהאלטן אין אלע שווערע צייטן, תהלים ברענגט נאנט צום אייבערשטן.


וואס איר דארפט - בעטס פונעם אייבערשטן, אין אייער שפראך - אין אידיש. ווען איר רעדט צום אייבערשטן זאלט איר איינטיילן דאס רעדן אין צוויי; געדענקט צו דאנקען און צו בעטן, נישט נאר בעטן נאר אויך דאנקען.


דאנקען דעם אייבערשטן מאכט שטארקע נערוון, עס געבט כח.


 

#89 - תהילים איז אן אונטערליינער
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר זאגט תהילים, איר האט מסיים געווען פאריגע וואך שבת די ניין און זיבעציגסטע מאל תהילים; דאס וועט מיט גיין מיט אייך א גאנץ לעבן, דאס וועט אייך אונטערליינען; דער רבי זאגט אז תהילים איז אן אונטערליינער אויף וואס מען קען זיך גוט אנליינען.


אייער מאמע שרייבט מיר אז זי איז זייער איבערגענומען פון די חינוך וואס איר האט געלערנט א גאנצע זמן אין בית פיגא; איר העלפט, איר זענט פרייליך, איר מאכט אלעמען פרייליך.


בנוגע א שידוך; אייערע עלטערן שרייבן מיר כסדר אז זיי ווילן שוין זייער איר זאלט א כלה ווערן, בעטס דעם אייבערשטן עס זאל שוין אונטערקומען אייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#88 - די בעסטע עצה צו געראטעוועט ווערן פון פחדים, איז חזר'ן אמונה
פחדים, צדקה, תהלים, נשמה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די בעסטע עצה צו געראטעוועט ווערן פון פחדים - איז חזר'ן אמונה; ווי מער מען חזר'ט זיך די פשוט'ע אמונה אלץ מער גייען ארויס די פחדים.


חזר'ט אייך די פשוט'ע אמונה; זאגט פאר זיך: "קיינער קען מיר גארנישט טון, אלעס איז דער אייבערשטער; דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ער היט מיר, ער איז מיט מיר"; דאס וועט ארויסנעמען פון אייך אייערע פחדים.


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג; דאס וועט זיין א טובה פאר אייער טאטע'ס נשמה. אויך זאלט איר געבן יעדן טאג אפאר פרוטות פאר צדקה לטובת נשמתו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - תהלים איז געמישט פון צוויי זאכן, פון לויבן און בעטן
צניעות, קדושה, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלעס גוטס וואס ער טוט מיט אייך; איר האט אזוי גוט חתונה געהאט, און אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק.


איך האף אז איר זענט נאך שטארק מיט זאגן תהלים אזוי ווי איר פלעגט זיין אלס מיידל. זאגט יעדן טאג תהלים; תהלים איז געמישט פון צוויי זאכן, פון לויבן און בעטן; איין פסוק איז דאנק און לויב ווערטער און אינעם צווייטן פסוק בעט מען אויף ווייטער.


איך וויל אייך בעטן נישט צו רעדן מיט מיידלעך פון זאכן וואס איז נוגע פאר נאך די חתונה. אפילו מיט חתונה געהאטע ווייבלעך רעדט מען נישט פון די זאכן; נישט פון די הלכות און אויך נישט וכו'. איך לייג אריין מיין לייב און לעבן אז אונזערע תלמידות זאלן אויסוואקסן הייליג און ריין, בעט איך אייך איר זאלט אכטונג געבן אויף דעם.


אייער צניעות איז א קידוש השם; אלע זעען ווי שיין עס איז צו זיין א איד, אלע זעען ווי שיין אידישקייט איז. מען זעט אין אייך אז מען קען זיין סיי ערליך און סיי אנגעטון לויט די היינטיגע טעג.


ווי מער איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן אלץ מער ניסים וועט איר זען.

#86 - אריינפלעכטן לויב ווערטער אין ספר תהלים
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, י"ט אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א מחי' צו באקומען א פאזעטיווע בריוו צווישן טויזנט בריוו פון צרות און געשרייען; רוב מענטשן טראכטן נישט פון שרייבן ווי גוט עס גייט זיי און וואס פאר א שיינע לעבן זיי האבן, רוב שרייבן נאר די צרות און די געשרייען, דעריבער פריי איך זיך זייער ווען עס קומט א פאזעטיווע בריוו; ווי שיין אייער לעבן איז, אייער מאן לערנט און דאווענט און איר לעבט מיט שלום.


זייט ממשיך צו זאגן תהילים און פלעכטס אריין אייערע אייגענע תפילות און אייערע אייגענע לויב ווערטער צווישן די הייליגע ווערטער פון תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#85 - מ'זאגט אזויפיל תהלים, פארוואס זעט מען נאכנישט די ישועה?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, תהלים, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן איז געווען ביי מיר, ער האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן ענטפערס אויף די זאכן וואס שטערן אייך.


איר פלעגט זאגן זייער אסאך תהילים, אבער יעצט איז אייך שווער צו זאגן תהילים ווייל איר זעט ווען איר בעט אזויפיל פאר חולי ישראל, איר זענט אזויפיל מתפלל און איר זאגט תהילים - און למעשה איז דער חולה נישט געהיילט געווארן; איר פארשטייט נישט וואס גייט פאר, וואו גייען די אלע תפילות? איר דריידט זיך ארום מיט קשיות.


וויסן זאלט איר אז עס מוז זיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; דאס איז די שיינקייט, אז מיר פארשטייען נישט וואס טוט זיך אויף די וועלט. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נב): "כָּךְ רָאוּי לִהְיוֹת דַּיְקָא, שֶׁיִּהְיוּ קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְכָךְ נָאֶה וְיָפֶה לוֹ יִתְבָּרַךְ", אזוי דארף זיין, אזוי קומט עס זאל זיין און עס איז שיין עס זאל זיין - קשיות אויפ'ן אייבערשטן. דער רבי זאגט ווייטער: "אִם הָיָה הַנְהָגָתוֹ כְּפִי חִיּוּב דַּעְתֵּנוּ, אִם כֵּן הָיָה, חַס וְשָׁלוֹם, דַּעְתּוֹ כְּדַעְתֵּנוּ". ווייל אויב וואלט מען ווען פארשטאנען יעדע זאך וואס דער אייבערשטער טוט, וואלט דאך חס ושלום געווען אונזער שכל אזוי ווי דעם אייבערשטנ'ס פארשטאנד. אבער - האט דער רבי אויסגעפירט - וואויל איז דעם מענטש וואס האט נישט קיין שום קשיות אויפ'ן אייבערשטן, ער גלייבט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף אים איז נאר פאר זיין טובה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט ווייטער זאגן תהילים, איר זאלט ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות; זוכט נישט, ווילט נישט און ערווארטס נישט צו פארשטיין וואס דער אייבעשטער מאכט און טוט. עס איז נישט מעגליך אז מיר קליינע מענטשן זאלן פארשטיין דעם אייבערשטנ'ס וועגן, מיר דארפן גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט מיט א פונקטליכקייט, אלעס וואס פאסירט איז נאר צום גוטן, אלעס איז ער און ער איז אלעס.


דאס איז געווען די גרויסקייט פון די אבות הקדושים. דער אייבערשטער האט זיי אויסגעפרואווט מיט ביטערע שווערע נסיונות און זיי האבן נישט געהאט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, זיי האבן ווייטער געדינט דעם אייבערשטן מיט תמימות ופשיטות. דערפאר האבן זיי זוכה געווען אז ביים דאווענען רופט מען דעם אייבערשטן: "אלקי אברהם, אלקי יצחק ואלקי יעקב", ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין קשיות אויף די אמונה.


מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו האבן א שטארקע אמונה, א ריינע אמונה - אזוי ווי די אבות הקדושים, מיר זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן. דער הייליגער צדיק רבי אלימלך זכותו יגן עלינו פון ליזענסק האט געמאכט א תפילה וואס מען זאל בעטן פאר מען הייבט אן דאווענען, אין די תפילה בעט מען: "'וְתַשְׁפִּיעַ רוּחַ קָדְשְׁךָ עָלֵינוּ, שֶׁנִּהְיֶה דְבֵקִים בָּךְ', העלף מיר באשעפער, איך זאל זוכה זיין צו זיין איינס מיט דיר, 'וְשֶׁנִּשְׁתּוֹקֵק תָּמִיד אֵלֶיךָ יוֹתֵר וְיוֹתֵר', און איך זאל שטענדיג מער און מער גליסטן צו דיר, 'וּמִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה תַּעֲלֵנוּ, שֶׁנִּזְכֶּה לָבוֹא לְמַעֲלַת אֲבוֹתֵינוּ הַקְּדוֹשִׁים, אַבְרָהָם, יִצְחָק וְיַעֲקֹב', און איך זאל זוכה זיין צו קומען צו די מדריגה פון די אבות הקדושים, אברהם אבינו, יצחק אבינו און יעקב אבינו, איך זאל האבן אזא שטארקע אמונה ווי זיי, 'וְתִקְבַּע אֱמוּנָתְךָ בְּלִבֵּנוּ תָמִיד בְּלִי הֶפְסֵק', איך זאל שטענדיג האבן א פעסטע אמונה, 'וּתְהֵא אֱמוּנָתְךָ קְשׁוּרָה בְּלִבֵּנוּ כְּיָתֵד שֶׁלֹּא תִמּוֹט', די אמונה זאל זיין אזוי שטארק אין מיר אזוי ווי א נאגל וואס איז גוט אריינגעהאקט אין דער ערד, אזוי שטארק זאל זיין מיין אמונה אין דיר אייבערשטער, איך זאל קיינמאל נישט פארגעסן פון דיר".


לייגט אריין די ווערטער אין הארץ וועט איר שפירן די זיסקייט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#84 - יעצט זאלט איר זאגן תהלים צו דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, שבת מברכים, כ"ד טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


הכלה החשובה ... תחי'


מזל טוב פאר אייער שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן שיינע ליכטיגע דורות.


איך געב אייך א מתנה, א תהלים; א נייע תהלים. דער תהלים וועט זיין אייער "דאנק תהלים"; אין די אלטע תהלים האט איר געבעטן און געבעטן, איבער הונדערט מאל אויסגעזאגט תהלים איר זאלט טרעפן אן ערליכער חתן, א ירא שמים, א בעל מידות וכו', וכו'; יעצט אז איר האט זוכה געווען צו טרעפן אזא טייערע חתן - דארפט איר אנהייבן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


פון דער ראש ישיבה.