בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#238 - דריי הנהגות צו טון אין די ימי השובבי"ם
צדקה, תהלים, מנהגים, תעניתים, שובבי"ם

דריי הנהגות צו טון אין די ימי השובבי"ם


בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויחי, י"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר פאסטן נישט שובבי"ם, דער רבי האט אונז געזאגט נישט צו פאסטן.


מיר זענען עוסק אין די טעג אין זאגן תהלים, אויך איז דא ביי אנשי שלומינו וואס פירן זיך אין די שובבי"ם וואכן איין טאג אין וואך נישט צו עסן אן עסן פון א באשעפעניש נאר עסן וואס וואקסט; קאווע אן מילך, און גרינגצייג מיט פרוכט.


אויך איז דא א מנהג ביי אנשי שלומינו צו אויסלייזן די פ"ד תעניתים מיט צדקה. דער הייליגער אריז"ל זאגט מען דארף פאסטן אויף יעדע חטא פיר און אכציג תעניתים, אבער מיר קענען נישט פאסטן, דער רבי לאזט אונז נישט פאסטן, מיר פאסטן נאר די תעניתים וואס די תורה און די חכמים זאגן; יום כיפורים, און אויך די תעניתים מדרבנן: עשרה בטבת, י"ז תמוז, ט' באב, צום גדלי' און תענית אסתר; ממילא לייזט מען אויס די פ"ד תעניתים מיט פ"ד פרוטות לצדקה, מען געבט יעדן טאג - אין די וואכן פון שובבי"ם - פ"ד פרוטות לצדקה; עס זענען דא וואס געבן פ"ד שקל, פ"ד דאלער וכו' - אבער לא פחות פון פ"ד פרוטות.


די דריי הנהגות קענסטו טון; זאגן דעם יום תהילים יעדן טאג, געבן צדקה, און אויב איז גרינג איין טאג נישט צו עסן א דבר היוצא מן החי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#237 - ווען מען זאגט תהלים קומט ניסים
תהלים, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אזוי שיין צו הערן אז א זיבן יעריג מיידל זאל האבן א געפיל אין זאגן תהלים, און איר האט זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ספר תהלים.


דער הייליגער רבי זאגט (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז) תהלים איז די אותיות "לי תהום", צו מיר וועט קומען וואונדער; ווען מען זאגט תהלים קומט ניסים.


אויך זאלט איר זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט נאך פון צדיקים אז זיי האבן געזאגט כמה פעמים ביום די דרייצן אני מאמין'ס, ווייל דאס שטארקט זייער די אמונה.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#236 - זאג תהלים מיט א זיסע ניגון
תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער זון החתן ... נרו יאיר


גייסט חתונה האבן בשעה טובה ומוצלחת, וויל איך דיך שטארקן זאלסט יעדן טאג זאגן דעם "יום תהילים". מיין טייערער זון, עס נעמט נישט לאנג, עס נעמט אונטער א האלבע שעה, אבער עס געבט לעבן, עס ברענגט ניסים, עס ברענגט דביקות בשם, ווען ווערט זייער צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


זיי שטארק צו זאגן יעדן טאג תהילים, זינג די פסוקים מיט א ניגון. איך פלעג הערן אונזער זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה זאגן תהילים מיט א ניגון, מיט אזא דביקות, מיט א בענקעניש צום אייבערשטן; או איז דאס געווען זיס צו הערן... אזוי זאלסטו זיך פירן.


אויך זאלסטו מיך מזכיר זיין ביי דיינע תפילות, אויך בעט פאר מאמי.

#235 - אין די ימי השובבי"ם, זאג יעדן טאג תהילים
תהלים, תשובה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען אריין אין די ימי השובבי"ם, זאג יעדן טאג תהילים; מי יתן אז דו וועסט זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, און אז עס גייט נישט א יום - זאג וויפיל דו קענסט, ווייל תהילים איז מסוגל לתשובה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'. וְהִנֵּה, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ, וְאַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם זוֹכֶה לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה, כִּי יֵשׁ אֶחָד שֶׁאֵין לוֹ הִתְעוֹרְרוּת כְּלָל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, ווייל ער האט בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, "וַאֲפִילּוּ מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, אֵינוֹ זוֹכֶה לְהַגִּיעַ אֶל הָאוֹת וְהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה הַשַּׁיָּךְ לוֹ", און אפילו איינער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט וואס ער זאל טון דאס צו קענען אויספירן, "וַאֲפִילּוּ אִם מַגִּיעַ לְשָׁם, יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁהַשַּׁעַר שֶׁל תְּשׁוּבָה סָגוּר, וּמֵחֲמַת כָּל זֶה אֵין הָאָדָם זוֹכֶה לִתְשׁוּבָה", און אפילו איינער וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין צו טון למעשה און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו', דערפאר איז נישט יעדער זוכה תשובה צו טון, "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", פירט דער רבי אויס, אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהילים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות - ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#234 - זיך פארנעמען לכבוד די געבורטסטאג צו זאגן יעדן טאג "אני מאמין"
שמחה, תהלים, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים יעדן טאג, און פונעם באקומען דעם פאריגן בריוו פאראיאר – האט איר שוין געזאגט זעקס און צוואנציג מאל ספר תהילים; יעצט, די יאר, ווילט איר וויסן וואס זיך פארצונעמען לכבוד אייער געבורטסטאג.


די יאר זאלט איר זיך פארנעמען – לכבוד די געבורטסטאג – צו זאגן יעדן טאג די דרייצן "אני מאמין"; אין אנהויב וועט עס זיין א נייע זאך, אבער מיט די צייט וועט דאס ווערן א חלק פון אייער לעבן, איר וועט דאס קענען פון אויסנווייניג, עס וועט ווערן איינגעקריצט אין אייך.


הערט לעבעדיגע מוזיק, טאנצט און שפרינגט, ווייל שמחה איז די לייטער צו קומען צו די העכסטע פלאץ. דער הייליגער אריז"ל זכותו יגן עלינו האט מגלה געווען אז ער איז געקומען צו זיינע מדריגות דורך שמחה.

#233 - תהילים ברענגט ישועות, תהילים ברענגט רפואות
תודה והודאה, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים, איר האט געענדיגט די פערטע מאל ספר תהילים; תהילים ברענגט ישועות, תהילים ברענגט רפואות.


וואס איר דארפט – זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, אויך זאלט איר אים דאנקען אויף אלעס גוטס וואס ער מאכט מיט אייך.


יעדעס מאל איר ענדיגט ספר תהילים - זאלט איר מיר שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#232 - די גרויסקייט פון זאגן תהילים און רעדן צום אייבערשטן
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי', טברי'


אייער טאטע האט מיר געשריבן אז איר האט געענדיגט די זעכצנסטע מאל תהילים; עס איז א שיינע זאך צו הערן אז א קינד פון אכט יאר האט די פארשטאנד וואס עלטערע האבן נישט, פון דאס גרויסקייט פון זאגן תהילים.


זייט שטארק, זאגט יעדן טאג אביסל תהילים. אויך זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אין אייער שפראך, אין אידיש; בעטס דעם אייבערשטן וואס איר דארפט, אויך זאלט איר בעטן פאר אמונה און פאר שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#231 - זיי פון די בחורים וואס זענען מכבד די מגידי שיעורים און רעדן מיט דרך ארץ
תהלים, דרך ארץ, משניות, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבה קטנה תפארת התורה, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט געענדיגט די גאנצע חומש, חמשה חומשי תורה, און לכבוד די יאר האסטו אנגעהויבן נאכאמאל חומש; דו לערנסט יעדן טאג שנים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך.


שטארק זיך בלימוד התורה, לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים - וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


פיר זיך מיט דרך ארץ, זיי פון די בחורים וואס זענען מכבד די מגידי שיעורים און רעדן מיט דרך ארץ צו יעדן דערוואקסענעם מענטש.


האסט זייער א שיינע שריפט, שרייב מיר בריוו כאטשיג איין מאל א וואך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#230 - בעטס דעם אייבערשטן פאר קינדער
קינדער, אמונה, תהלים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער, און שטארקט אייך מיט אמונה; חזר'ט 'דער אייבערשטער איז גוט און ער מאכט נאר גוט'.


בנוגע קיין צום דאקטער און וועגן ווייטאמינען; אז אייער מאן וויל דאס - זאלט איר אודאי אזוי טון.


זאגט תהילים און רעדט צום אייבערשטן אין אייער שפראך, בעטס פאר קינדער, טוט וואס חנה האט געטון ווען זי האט געוואלט אזוי שטארק א קינד, זי האט זיך אויסגע'טענה'עט מיטן אייבערשטן, זי האט אזוי שיין געבעטן, עד כדי כך אז מיר לערנען ארויס גאנצע הלכות אין תפילה - פון חנה (ברכות לא.)


איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#229 - וואויל איז אייך אז איר נעמט נישט אין האנט קיין טעלעפאן, טעבלעט און קאמפיוטער
חיזוק פאר פרויען, תהלים, טעלעפאן, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואויל איז אייך אז איר נעמט נישט אריין אין האנט קיין טעלעפאן, טעבלעט און קאמפיוטער; אזוי וועט איר זוכה זיין צו ערליכע דורות.


עס רייסט די הארץ צו זען וואס פאסירט יעצט אין אונזער דור, וויפיל אידישע שטיבער ווערן חרוב דורך די טעלעפאן, טעבלעט און קאמפיוטער; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, עס איז נאכנישט געווען אזא צרה זייט די וועלט שטייט - ווי די צרה פון אינטערנעט.


זאגט אביסל תהלים יעדן טאג, אפילו נאר איין קאפיטל, און ווען איר ענדיגט גאנץ ספר תהלים זאלט איר אריינשרייבן ביים לעצטן בלאט 'געענדיגט די ערשטע מאל', 'געענדיגט די צווייטע מאל'; עס איז גוט צו האלטן חשבון, עס געבט א שטופ צו זאגן נאך און נאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר

#228 - וואס טוט מען ביים אנקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן
תהלים, אומאן, תיקון הכללי, וידוי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע אומאן וכו'; די ערשטע זאך ווען דו קומסט אריין צו די הייליגע פלאץ, קודש הקדשים, ביים ציון - זאלסטו צוגיין צום ציון און געבן א קוש, זאלסט געבן א פרוטה לצדקה, זאגן "הרינו מקשר עצמי" און אנהויבן זאגן די צען קאפיטלעך תהלים, די תיקון הכללי – שטייט, ווארט ביי ווארט.


ווען דו ענדיגסט די תיקון הכללי זאלסטו זאגן די תפילה פון רבי נתן, שטייטליך ווארט ביי ווארט. זאלסט מאכן השתטחות און זיך מתוודה זיין אויף אלע חטאים עוונות ופשעים, זאלסט דערציילן אלעס אין דיין שפראך (אידיש), אלעס וואס דו האסט געטון פון ווען דו ביסט געבוירן געווארן ביז די רגע וואס דו ביסט ביים ציון, און ווען דו ענדיגסט זיך מתודה זיין - זאלסטו אנהויבן בעטן פאר דיר און פאר אלע אידן, אלע זאלן תשובה טון און אז דו זאלסט טון נאר די ווילן פונעם אייבערשטן.


ווען דו ענדיגסט מיט די ווידוי און מיט די בקשות - זאלסטו אנהויבן ספר תהלים, און אז דו וועסט קענען ענדיגן גאנץ תהילים - איז דאס זייער א גרויסע זאך, און אז נישט - זאלסטו נישט ווערן מבולבל.


אויב דו קענסט - זיי מיך מזכיר ביים ציון, די טובות וואס דו האסט באקומען פון מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#227 - אביסל תהילים וועט מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע אין גן עדן
תפילה והתבודדות, תהלים, נחת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, דאס וועט מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע עליה השלום אין גן עדן, איר נשמה וועט ארויפגיין אלץ העכער און העכער.


אויך זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך, דאס וועט אייך ברענגען צו שפירן א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן.

#226 - אביסל תהילים וועט אייך ברענגען נענטער צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, תהלים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, אזוי וועט איר ווערן נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


אויך זאלט איר רעדן צום אייבערשטן; דאנקט אים פאר אייערע טייערע עלטערן און בעטס פאר אייך און פאר אייערע דורות.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע, ווייל העלפן א מאמע איז זייער א גרויסע מצוה, דער אייבערשטער רוט ביי דעם וואס איז מכבד די עלטערן.


פון דער ראש ישיבה.

#225 - אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן וועגן שערן די האר
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, תהלים, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט די עצות פון רבי'ן, איר זאגט תהלים; איר האט שוין געענדיגט די פיר און דרייסיגסטע מאל תהלים.


בנוגע זיך אפשערן די האר; איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש צוויי קבלות אין דער זאך פון זיך אפשערן. איינס, דאס הארבקייט פון גיין מיט אפענע האר אין שטוב, אז דאס ברענגט אלע קללות, און אז די שענסטע זאך, די הייליגסטע זאך – אז א פרוי זאל זיך אינגאנצן אפשערן אירע האר, מיט דעם ברענגט זי אריין הייליגקייט אין שטוב און עס קומען הייליגע דורות; נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען וואס דאס איז אפשערן די האר.


צווייטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש, אז מען זאל חס ושלום נישט באצווינגען די פרוי דאס צו טון, מען זאל נאר רעדן פון דאס גרויסקייט, פון די הייליגקייט דערפון און מחזק זיין צו בעטן דעם אייבערשטן מען זאל טון וואס איז ריכטיג, אבער נישט באצווינגען.


דעריבער וועל איך אייך נאר מחזק זיין איר זאלט דאווענען, זיך גוט מתבודד זיין, דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן - ווי שווער עס איז אייך דאס צו טון, און פון די אנדערע זייט ליינט איר אזויפיל בריוו פון מוהרא"ש פון דאס גרויסקייט דערפון, און דורך תפילה וועט איר קומען צו א קלארקייט, איר  וועט וויסן וואס צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#224 - יישר כח פאר'ן מיטארבעטן מיט די חברי הנהלה אין שטעטל
תהלים, שטעטל, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן אין שטעטל מיט די וואלן, א גרויסער יישר כח פארן מיט ארבעטן מיט די חברי הנהלה וואס העלפן מיר מיט מסירות נפש יומם ולילה.


זאג יעדן טאג תהילים – וועסטו זען ניסים.

#223 - א מאן האט ליב א ווייב וואס שמייכלט און איז פאזעטיוו
שלום בית, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א מאן האט ליב א ווייב וואס שמייכלט, א ווייב וואס איז פאזעטיוו; צו אזא ווייב קומט מען אהיים, אויף אזא ווייב קוקט מען און מען פארברענגט וכו' וכו', און אז די ווייב בלאזט און קריטיקירט כסדר דעם מאן - זוכט זיך דער מאן תירוצים נישט אהיים צו קומען.


זייט קלוג, זייט שטענדיג מיט א שמייכל, זייט פאזעטיוו, זוכט אין אייער מאן נאר דאס גוטס.


זאגט יעדן טאג כאטשיג איין קאפיטל תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#222 - ווילסט פרנסה בריווח? זאג אביסל תהילים יעדן טאג
תהלים, פרנסה, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


טייערער ליבער ... נרו יאיר


ווילסט פרנסה בריווח? זאג אביסל תהילים יעדן טאג.


אויך זאלסטו זיך אנשטרענגען וויפיל דו קענסט דאווענען מיט מנין. מוהרא"ש זאגט: "דאווענען מיט מנין – ברענגט דבר שבמנין".


 

#221 - א קאפיטל תהלים איז אזוי ווי א פאנטש
תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


טייערער ליבער ... נרו יאיר


זאג אביסל תהלים יעדן טאג. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהלים איז אזוי ווי א פאנטש", א גוטע טרינק וואס שטילט די דורשט.

#220 - דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך
תודה והודאה, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים און דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך.


אויך זאלט איר אלעס בעטן נאר פונעם אייבערשטן.

#219 - רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל זיין צופרידן פון מיין מאן
תפילות אויף אידיש, שלום בית, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זאגט אביסל תהילים יעדן טאג און בעטס דעם אייבערשטן די פאר ווערטער:


"רבונו של עולם, לייג אויף מיין מאן א חן, איך זאל אים ליב האבן און ער זאל מיך ליב האבן; מיר זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט שלום און שלוה.


רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, מאך מיך פרייליך, מאך מיך צופרידן, איך זאל זיין צופרידן פון מיין מאן, איך זאל זען אין אים נאר גוטס. הייליגער באשעפער, מאך רוען די שכינה הקדושה צווישן אונז, אמן".


די תפילה זאלט איר זאגן נאכן זאגן תהילים, וועט איר האבן א הערליכע שלום בית.

#218 - זוכט ווי מער צו העלפן אייער מאמע
כיבוד אב ואם, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט געענדיגט פאריגע וואך שבת די ערשטע מאל ספר תהילים.


נאך מער פריי איך זיך אז איר שרייבט איר האט קוים צייט ווען צו זאגן תהילים, ווייל א גאנצן צייט העלפט איר אייער מאמע; וויסן זאלט איר, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי העלפן א מאמע, איר זאלט א גאנצן צייט העלפן אייער מאמע, און איר זאלט זוכן וואס מער איר צו העלפן, ווייל דער אייבערשטער וויל מיר זאלן טון די מצוה פון כיבוד אב ואם.


דער הייליגער חזון איש זכותו יגן עלינו איז געווען זייער גרויס, אמאל האט אים איינער געפרעגט: "ווי אזוי וואקסט מען אויף א חזון איש?" האט ער געזאגט: "דורך די מצוה פון כיבוד אב ואם"; ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר די מצוה און ער איז געווארן זיייער זייער גרויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#217 - זייט פון די קינדער וואס זענען דערוואקסן, און פירן זיך מיט דרך ארץ
שידוכים, תהלים, דרך ארץ, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האף איר זענט צופרידן אין קלאס, איר האט הנאה פון די לערערינס.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיין פון די מיידלעך וואס זיצן מיט דרך ארץ און רעדן נישט ווען די טיטשער לערנט. איך דענק אייך אלס אן איידל קינד, איך וויל אויך אז אייערע לערערינס זאלן אזוי זאגן. איך ווייס איר זענט א טייער קינד און איך וויל דאס אויך הערן פון אלע איינגעשטעלטע.


זייט פון די קינדער וואס זענען דערוואקסן, מאכט זיך א גוטע נאמען. ווייל עס וועט נישט נעמען לאנג, איר וועט דארפן א כלה ווערן און אז איר וועט זיין פון די איידעלע – וועט איר באקומען א איידעלער חתן, ווייל א שידוך גייט לויט די מעשים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", א שידוך ווענדט זיך אינעם מענטש.


זאגט יעדן טאג כאטשיג איין קאפיטל תהילים, אויך זאלט איר פרובירן צו זאגן יעדן טאג די תיקון הכללי פון הייליגן רבי'ן, [די צען קאפיטלעך תהילים - טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#216 - נאר שפילן מיט קינדער וואס שפילן מיט אלעמען
תהלים, מדות טובות, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


אייער טאטע האט מיר געברענגט א בריוו פון אייך, איך האב זיך זייער געפרייט צו הערן אז איר האט געענדיגט דעם דריטן מאל ספר תהילים. איך מוז אייך זאגן, איך בין זייער איבערגענומען פון אייער אויפפירונג, אז א יונג קינד זאל האבן אזא פארשטאנד, צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים; דאס ווייזט אז איר זענט א קלוג קינד, איר ווייסט וואס איז חשוב און וואו עס לוינט זיך צו אינוועסטירן.


זייט פרענדס מיט אלע אייערע שכנים, שפילט מיט די קינדער וואס מאכן נישט קיין קריגערייען, און אויב מען פארשעמט ביים שפילן איינאיינעם - א מיידל - זאלט איר נישט האבן קיין האנט אין דעם, איר זאלט אוועקגיין פון די שפיל, איר זאלט נאר שפילן מיט קינדער וואס שפילן מיט אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#215 - קוק נישט קיין עבירות וועט דיר זיין זיס און ליכטיג
קדושה, תהלים, עבירות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פנחס, י"ד תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קוק נישט קיין עבירות און האק אפ מיט די נישט גוטע חברים, ווייל עס איז אזוי ליכטיג פאר דעם וואס היט אפ דעם אות ברית קודש, בבחינת אור זרוע לצדיק, עס איז גוט און זיס דאס לעבן, און פארקערט; עס איז אזוי ביטער און פינסטער ווען מען איז פוגם בברית, מען פארלירט אלעס.


זאג די צען קאפיטלעך תהילים יעדן טאג [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיי זיך מתוודה, ושב ורפא לך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#214 - משיח וועט קומען בזכות ערליכע פשוט'ע אידן וואס זאגן תהילים
תהלים, משיח

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן די פרייליכע בריוו.


מזל טוב פארן אנקומען צו זאגן תהילים און דאס מסיים זיין די הונדערטסטע מאל, אזא שיינע בריוו; עס קומען מיר אן אזויפיל בריוו פון פראבלעמען, בריוו פון אלע סארט איבערגייאכץ, און אייער בריוו דאס האט מיר געגעבן כח.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זאגן תהילים; דער הייליגער רבי האט געזאגט, משיח וועט קומען בזכות די פשוט'ע אידן וואס זאגן אסאך תהילים, און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו ברענגט דאס אראפ אין ספר ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ), אז משיח וועט קומען בזכות די אלע ערליכע פשוט'ע אידן וואס זאגן תהילים יעדן טאג.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק, דער אייבערשטער וועט אייך מאכן גרויסע ניסים בזכות זאגן תהילים.