בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#22 - עלטערן האבן שוין לאנג פארגעסן וואס א בחור און א מיידל גייען אריבער
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחי' ומחזק מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות; דאס דערהאלט אייך אין לעבן נישט אויפצוגעבן.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט זוכה געווען צו מסיים זיין די צוויי אין פערציגסטע מאל תהילים; זייטס ממשיך מיט'ן זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהילים איז אזוי ווי א שטעקן אויף וואס א שוואכע מענטש ליינט זיך אן, ווען א מענטש זאגט תהילים באקומט ער א שטארקע בטחון זיך צו פארלאזן אויפן אייבערשטן. אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים יח, יט): "וַיְהִי ה' לְמִשְׁעָן לִי", דער אייבערשטער איז פאר מיר א אנלאנער, איך פארלאז זיך אויף אים, איך ליג אויף אים.


בנוגע אייער שידוך וכו', איר ווילט וויסן צי איר דארפט עפעס טון ווען אייערע עלטערן זאגן אייך אז איר זאלסט זיך נישט יאגן, זיי טענה'ן אז נאר שוואכע קינדער דארף מען שנעל חתונה מאכן וכו' וכו', איר ווילט וויסן וואס צו טון; עס נישט דא וואס צו טון, ווייל עלטערן האבן שוין לאנג פארגעסן וואס א בחור און א מיידל גייען אריבער טאג נאך טאג; ווי שטארק זיי ווילן חתונה האבן און ווי שווער עס איז צו זיין אליין; ממילא איז נישט שייך וואס צו טון, איר זאלט ווייטער מתפלל זיין, בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר א גוטע שידוך, אן ערליכע שידוך. בעטס פאר ערליכע דורות, וועט אייך דער אייבערשטער העלפן.


שרייבטס מיר ווען עס וועט זיין נאכאמאל א צוזאמקום אין ארץ ישראל וועל איך אייך שרייבן נאך א בריוו.


 

#21 - די פרויען זאלן זיך מחזק זיין אינאיינעם
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, תהלים, סמארטפאון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו און די נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו האסט מסיים געווען די זעכציגסטע מאל ספר תהלים; איך פריי זיך אז דו פירסט זיך יעצט נאך דיין חתונה ווייטער מיט די עצות פון רבי'ן, דו ביסט ממשיך צו זאגן תהלים.


אנשטאט זיצן און שפילן מיט'ן טעלעפאן, זיין פארנומען מיט נארישע גרופס וואס נעמט אוועק דעם קאפ פון לעבן, נאכדעם וואס יעדע מינוט און יעדע רגע לויפט מען צום טעלעפאן קוקן ווער עס שרייבט יעצט און וואס ענטפערט מען יעצט וכו', וכו' – לויפסטו צום תהלים, דו כאפסט אריין נאך א קאפיטל און נאך א געזאנג צום אייבערשטן.


הלוואי זאלסטו מאכן א חברותא מיט דיינע חבר'טעס, זיך צוזאמנעמען פון צייט צו צייט און יעדער זאל דערציילן וויפיל מאל מען האט שוין מסיים געווען ספר תהלים. מען זאל שמועסן פון די שיינקייט פון לעבן, ווי שיין דאס לעבן איז מיט א צדיק. אזוי אויך זאלט איר זיך מחזק זיין ווי אזוי איר קענט מזכה זיין נאך מיידלעך און ווייבלעך צו לעבן לויט די שיינע וועג פון רבי'ן.


א גריס פון דיין חשוב'ער מאן נרו יאיר, ער איז מיר זייער באליבט; דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה, נישט יעדער איז זוכה צו אזא מאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - מסיים געווען די ערשטע מאל תהילים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בחוקותי, כ"ה אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער שטארק צו הערן פון דיר אז דו זאגסט תהילים און יעצט האסטו זוכה געווען צו מסיים זיין די ערשטע מאל תהילים, האסט מיר ממש מחי' געווען מיט דיין בריוו.


געב א גריס פאר דיין טאטע.

#19 - זאג תהלים אפילו אן פארשטיין
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו זאגסט תהלים און דו האסט שוין מסיים געווען דעם דריטן מאל ספר תהילים; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן וואס מען באקומט דורך זאגן תהילים. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות התנשאות, סימן כז): "עַל-יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים נִתְרוֹמֵם", דורך זאגן תהילים ווערט מען דערהויבן; מען ווערט נאנט צום אייבערשטן און מען איז זוכה צו א גוט לעבן.


דו פרעגסט וואס דו זאלסט טון אז דו פארשטייסט נישט די טייטש פון די ווערטער פון תהילים; איך וועל דיר דערציילן א מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. די תלמידים פונעם בעל שם טוב האבן געפרעגט זייער רבי פארוואס ער רעדט אזויפיל פון דאס גרויסקייט פון די תהילים פון פשוט'ע אידן, וואס זענען זיי דען - פשוט'ע מענטשן, זיי פארשטייען ניטאמאל קיין עברי טייטש?! האט דער הייליגער בעל שם טוב זיי געזאגט זיי זאלן זיך פארמאכן זייערע אויגן וועלן זיי שוין פארשטיין, ווען זיי האבן פארמאכט זייערע אויגן האבן זיי פלוצלינג אנגעהיבן צו הערן א שיינע קול פון א זיסע געזאנג ווי איינער זינגט: "אשרי האיש אשר לא הלך בעצת רשעים; הייליגער באשעפער העלף מיר, דער פריץ וויל מיר ארויס ווארפן פון מיין דירה, איך האב נישט קיין געלט פאר רענט", און זיי הערן ווייטער ווי א זיסע קול זינגט: "למנצח מזמור לדוד... רבונו של עולם, העלף מיר אז מיין קו זאל צוריק אנהייבן געבן מילך, לעצטענס קומט נישט קיין מילך"; זיי האבן זיך זייער מחי' געווען צו הערן די זיסע קולות וואס האט זיך געהערט מיט אזא געשמאק, ווען זיי האבן געעפנט זייערע אויגן האט זיי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו גאזעגט: "יעצט פארשטייט איר שוין דאס חשיבות פון די תהילים פון די פשוט'ע אידן? אזוי זיס הערט זיך דאס אויבן אין הימל".


ווען דו זאגסט תהילים זאלסטו אריין פלעכטן דיינע אייגענע תפילות; מען מעג אויסרעדן צום אייבערשטן אפילו אינמיטן א קאפיטל און אינמיטן א פסוק, אזוי אויך אינמיטן דאווענען. אז מען פלעכט אריין די אייגענע תפילות בשעת אמירת תהילים איז דאס זייער חשוב אין הימל.

#18 - ווער עס בענטשט אין א בענטשער ווערט רייך
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, ברכת המזון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו געשריבן אין שיינע גראמען.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו זאגסט תהילים און דו האסט יעצט מסיים געווען תהילים די ניינטע מאל; זיי ווייטער ממשיך מיט דיינע גוטע מעשים.


נעם זיך פאר צו בענטשן אין א בענטשער; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז ווער עס בענטשט אין א בענטשער ווערט רייך. ווייל אז מען בענטשט ברכת המזון פון אויסנווייניג קומט אויס זייער אסאך מאל אז מען לאזט אויס ווערטער און צומאל גאנצע ברכות, דעריבער זאלסטו שטענדיג בענטשן אין א בענטשער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן יום טוב.

#17 - לערן אויס די מיידלעך צו גיין בצניעות
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, לערערין, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די גרויסע נס וואס ער האט געטון מיט דיר אז דו האסט געטראפן א טייערער חתן א תלמיד פון ישיבה; א חתן וואס האט אויסגענוצט זיינע יארן מיט תורה און גוטע זאכן. בעט אויך אויף ווייטער אז דו זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב מיט ליכטיגע קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט.


איך פריי זיך צו הערן אז דו האסט מסיים געווען די 31'סטע מאל ספר תהילים; קוק צו וואס דו האסט זוכה געווען דורך די קאפיטלעך תהילים - צו טרעפן אזא שידוך. יעצט זאלסטו ווייטער זאגן תהילים, זאג יעדן טאג דעם 'יום תהילים' - אזוי וועסטו מסיים זיין יעדע וואך ספר תהילים און זוכה זיין צו אלע ברכות.


לייג אריין אין די מיידלעך זיי זאלן זיך פירן מיט צניעות; דערצייל זיי דאס שיינקייט פון צניעות און זאג זיי די שכר פון צניעות. דער עיקר זאלסטו עס איבער געבן אויף א וועג אז זיי זאלן נישט אנקוקן צניעות ווי א 'אלט מאדישע זאך', ווי א 'יאנטשי זאך'.


שמועס מיט זיי צו וואס מען איז זוכה אז מען פירט זיך באשיידן, מען קען ראטעווען די גאנצע וועלט פון שווערע צרות דורך זיך פירן בצניעות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן אונז (מגילה י"ג:): "בִּשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בָּהּ בְּרָחֵל, זָכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָּה שָׁאוּל", רחל אמינו האט זוכה געווען פון איר איז ארויס געקומען דער גרויסער צדיק שאול המלך וויבאלד זי האט זיך געפירט בצניעות, "וּבִשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיָה בּוֹ בְּשָׁאוּל, זָכָה וְיָצָאת מִמֶּנּוּ אֶסְתֵּר", און שאול המלך האט זוכה געווען דורכדעם וואס ער האט זיך געפירט בצניעות אז פון אים איז ארויס געקומען די גרויסע צדיקת אסתר המלכה וואס האט געראטעוועט גאנץ כלל ישראל פון די שרעקליכע גזירה וואס המן האט געוואלט אויספירן אויף זיי און זיי אומברענגען חס ושלום.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון זיך פירן בצניעות; אויב א מיידל פירט זיך איידל קען זי ראטעווען גאנץ כלל ישראל פון ביטערע גזירות. זאג פאר אלע מיידלעך אז יעדער זאל טראכטן ביי זיך: 'אפשר בין איך די אידישע טאכטער וואס אין מיין זכות וואס איך גיי צניעות'דיג וועל איך ראטעווען גאנץ כלל ישראל?'


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - נישט מוטשען די מאמע
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


דו האסט מיר מחי' געווען מיט דיינע צוויי בריוו; איך פריי זיך צו הערן אז דו זאגסט תהילים יעדן טאג און דו גייסט שוין מסיים זיין די דריטע מאל תהלים.


דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהילים איז אזוי ווי א פאנטש", אזוי ווי ווען א מענטש האט א גוטע טרינק, כאפט ער יעדע מאל נאך א טרינק און נאך א טרינק, אזוי דארף זיך א מענטש צוגעוואוינען צו זאגן תהילים און שפירן ווי יעדע קאפיטל איז ווי א געשמאקע טרינק; אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות, ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט אז אין תהילים ליגן באהאלטן אלע ישועות וואלט מען געזאגט אסאך תהילים יעדן טאג.


זייער גוט טוסטו אז דו מוטשעסט נישט דיינע עלטערן זיי זאלן אויסגעבן געלט פאר נארישקייטן; יעדע שטיק צייט איז דא ביי מיידלעך אן אנדערע סארט שפיל. איין טאג גיפט קארד'ס, איין טאג פרעשעס פרינצעס, היינט איז דאס טייערע נעפקינ'ס; מען געבט אויס געלט פאר נארישקייטן, דעריבער טוסטו זייער גוט אז דו נעמסט נישט קיין געלט פון דיינע עלטערן פאר דעם.


דאס וואס דו פרעגסט אז אסאך מאל דארפסטו ענדיגן דיינע שיעורים אין תהילים, דאווענען וכו' און דיין מאמע זאגט דיר דו זאלסט שוין גיין שלאפן, וואס דו זאלסט טון; אודאי זאלסטו פאלגן דיין מאמע, ווייל כיבוד אב ואם איז פון די חמורות שבחמורות; דאס איז פון די הארבסטע מצוות וואס איז דא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי קידושין פרק א, הלכה ז): "רַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאִי אוֹמֵר, גָדוֹל הִיא כִּיבּוּד אָב וָאֵם שֶׁהֶעֱדִיפוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יוֹתֵר מִכְּבוֹדוֹ", רבי שמעון בן יוחאי זאגט, דער אייבערשטער האט אונז באפוילן מען זאל מער מכבד זיין טאטע מאמע ווי מען זאל מכבד זיין אים אליינס; דעריבער זאלסטו זייער אכטונג געבן צו פאלגן וואס דיינע עלטערן זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - תהילים איז א שטעקן אויף וואס מען קען זיך אנלאנען
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דר"ח אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך ווייטער צו זאגן יעדן טאג תהילים, און אינצווישן די ווערטער פון תהילים פלעכט אריין דיינע אייגענע דיבורים צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט זייער געוואלט מיר זאלן זאגן תהילים; ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהילים איז א שטעקן אויף וואס מען קען זיך אנלאנען, אזוי ווי א קראנקער מענטש לא עלינו גייט מיט א שטעקן, ער פארלאזט זיך דערויף און דאס טראגט אים און פירט אים וואו ער דארף גיין, אזוי - זאגט דער רבי - איז ווען א מענטש זאגט תהילים און פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן וועט ער ארויסגיין פון אלע פראבלעמען.


זיי נישט באזארגט וועגן דיין שידוך; איך האב היינט גערעדט מיט דיין טאטע איבער דעם. איך האף אז בקרוב וועסטו א כלה ווערן און אנהייבן בויען דיין לעבן.


יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט אין סקול; ווער עס העלפט אויפשטעלן דעם מוסד פון רבי'ן וועט אים דער רבי באצאלן מיט גליק און הצלחה.


שרייב מיר יעדעס מאל דו מאכסט א סיום אויף תהילים וועסטו מיר מחי' זיין.

#14 - אויפבויען זעלבס זיכערקייט
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, אמונה, רפואה, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג דעם 'יום תהילים'; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זאגן תהילים, בפרט מיידלעך וואס דארפן גרויסע ניסים צו טרעפן אן ערליכער שידוך, אן ערליכער בחור מיט יראת שמים איז זייער א גרויסע זאך פאר זיי צו זאגן תהלים.


דאס וואס עס איז דיר שווער צו רעדן צו מענטשן וכו'; די עצה אויף דעם איז אסאך רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווי מער מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אלץ שטערקער ווערט אויפגעבויט די אמונה סיי אינעם אייבערשטן און סיי אין זיך, מען גלייבט אין זיך אז מען איז חשוב ביים אייבערשטן. נאכדעם איז מען שוין נישט אזוי פארנומען מיט זיך, מען טראכט נישט: 'וואס וועט מען טראכטן פון מיר?' 'וואס וועט מען זאגן אויף מיר?'


עס איז זייער געזונט צו הערן לעבעדיגע ניגונים; היינט איז דא א שפע פון ערליכע זינגערס וואס זינגען ניגונים פון אמונה. דאס פארטרייבט אלע שלעכטס פונעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - שמחה איז די וויכטיגסטע זאך אין עבודת השם
שמחה, קדושה, בחור, תהלים, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך מיט דעם וואס דו ביסט א איד.


וויסן זאלסטו אז שמחה איז די וויכטיגסטע זאך אין עבודת השם; ווען א מענטש איז פרייליך און דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה היט אים דער אייבערשטער אליינס אפ פון אלע שלעכטס און דאס איז א שמירה אויף פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיטן אייבערשטן דעמאלט: יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ – איז מער נישט דא קיין עבירות (עיין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסט).


אז דו וועסט זאגן משניות וועסטו זוכה זיין צו האבן א ריינע מח; קוק נישט אויף די בלבולים וואס גייען אריבער אויף דיר נאר זאג ווייטער משניות און תהילים. מען זעט אז די ראשי תיבות פון מ'שניות און ת'הילים איז מ"ת, ווייל די צוויי זאכן רייניגט דעם מענטש פון טמאת מת; דאס מאכט אז דער מענטש זאל ווערן אויס טויט און ער זאל לעבן א גוט לעבן אויף דער וועלט.


מען קען אבער נישט זוכה זיין צו דעם נאר אז מען האט די מדה פון תמימות - די סופי תיבות פון משניות' און תהילים', ווייל צו דעם דארף מען זיין א ת"ם, פאלגן וואס די צדיקים זאגן אונז אן קיין שום חכמות המדומות.


זייער גוט האסטו געטון אז דו האסט צעריסן און אוועק געווארפן די נומער וואס מען האט דיר געגעבן פון א מיידל וואס זוכט צו טון עבירות מיט בחורים רחמנא לצלן; אין דעם זכות וועסטו טרעפן אן ערליכע ריינע מיידל וואס וועט זיין דיין ריכטיגע זיווג.


זיי נישט פארלוירן, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין זיווג.

#12 - נישט אריין גיין אין א לחץ
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, תהלים, עבודת השם, תפלות אויף אידיש, לחץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו זאגסט יעדן טאג תהלים און יעצט האסטו מסיים געווען די ערשטע מאל 'ספר תהילים'; דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען מענטשן וואלטן געוויסט דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים וואלט מען שטענדיג עוסק געווען אין תהלים".


בנוגע אז יעדעס מאל ווען עס קומט אן עת רצון וואס מען קען דעמאלט פועל'ן ישועות גייסטו אריין אין א לחץ פון וועלן אויסנוצן די צייט וכו'; אויף דעם אליינס זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, אז דו זאלסט נישט האבן קיין פרעשור פון גארנישט, און דו זאלסט קענען דינען דעם אייבערשטן בשמחה וטוב לבב.


געדענק וואס דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסט): "מַה צְרִיכִין לְהִתְבַּלְבֵּל? אֵיךְ שֶׁעוֹשִׂין עוֹשִׂין וּבִלְבַד שֶּׁלֹּא לַעֲשׂוֹת רַע חַס וְשָׁלוֹם", מען דארף זיך נישט מבלבל זיין פון גארנישט, "ווי מען טוט, טוט מען, אבי מען טוט נישט קיין שלעכץ חס ושלום"; און וואס רבי נתן האט געזאגט: "איך וויל דאווענען ותיקין, אבער נישט ווי א בייזער למדן"; דאס הייסט אפילו פון איין זייט איז דאווענען ותיקן זייער א גרויסע זאך אבער אויב דאס איז גורם לחץ און פרעשור, מען ווערט גערעגט אויף זיך וכו' איז דאס נישט וואס דער אייבערשטער וויל.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט אריין צו גיין אין א לחץ פון עבודת השם, דערפאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך און רואיג; איך זאל זיך פרייען מיט וואס איך טו און מיט וואס איך האב. העלף מיר טאטע זיסער אז ווען עס קומט א שיינע צייט ווי למשל א יום טוב זאל איך נישט ווערן בלחץ פון וועלן אריין כאפן ווי מער; העלף מיר אייבערשטער איך זאל אויסנוצן די צייט אן קיין פרעשור", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וועסטו פטור ווען פון אלע פרעשור און לחץ.


אז דיין נאמען הייבט זיך אן מיט א גימ"ל און ענדיגט זיך מיט א למ"ד איז גוט צו זאגן ביים סוף פון שמונה עשרה – פאר יהיו לרצון אמרי פי וגו' - דעם פסוק (ישעיהו מז ד): "גֹּאֲלֵנוּ ה' צְבָאוֹת שְׁמוֹ קְדוֹשׁ יִשְׂרָאֵל", דער אייבערשטער זאל אונז שוין אויסלייזן פון גלות.

#11 - נישט פארברענגען צו לאנג אין בית הכסא
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, שאלות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו זאגסט תהילים און דו האסט יעצט געענדיגט די ערשטע מאל גאנץ ספר תהילים.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם וואס טרינקט יעדן טאג אפאר קאפיטלעך תהילים"; איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד א שיין ווארט אויף דעם וואס דער רבי רופט אן 'תהילים' ווי א 'טרינק', ווייל מיר געפונען אין די גמרא אז די הייליגע חכמים פרעגן (ברכות ז:): "פארוואס ווערט רות אנגערופן מיט דעם נאמען? שֶׁזָּכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָּהּ דָּוִד שֶׁרִיוָּהוּ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּשִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת, ווייל 'רות' איז א לשון פון טרינקען, און מיין רופט איר אזוי ווייל פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך וואס האט אנגעטרינקען דעם אייבערשטן מיט דעם ספר תהילים".


דאס וואס דו פרעגסט צי מען מעג הערן 'קול ברסלב' אין בית הכסא און צי מען מעג רעדן צום אייבערשטן אין בית הכסא; די בעסטע זאך איז נישט צו פארברענגען צו לאנג אין בית הכסא. דער הייליגער רבי האט זייער חוזק געמאכט פון די אלע וואס זיצן לאנג אין בית הכסא, אזוי ווי ר' נתן ברענגט (שיחות הר"ן, סימן ל): "עַל הַמְבַלִּים זְמַן בִּשְׁבִיל נְקִיּוּת וּמַאֲרִיכִין בְּבֵית הַכִּסֵּא הִקְפִּיד מְאֹד מְאֹד", דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף די וואס פארברענגען צייט אין בית הכסא, "וְהִתְלוֹצֵץ מֵאוֹתָן הָאֲנָשִׁים מְאֹד, וְהֶאֱרִיךְ הַרְבֵּה בְּעִנְיָן זֶה", און דער רבי האט אסאך חוזק געמאכט פון זיי און אסאך גערעדט אנטגעקן דעם. און נאכדעם וואס דער רבי האט געענדיגט דעם שמועס האט דער רבי געזאגט "איך פריי מיר זייער אז עס איז געווארן פון דעם א שמועס"; עד כדי כך האט דער רבי נישט געוואלט מען זאל זיצן לאנג אין בית הכסא. זעט מען פון דעם אז עס איז נישט כדאי זיך צו צוגעוואוינען צו ליינען און הערן האט-ליינס אין בית הכסא, און דער רבי פירט אויס דעם שיחה: "וַאֲפִילּוּ אִם לִפְעָמִים הוּא מֻכְרָח לְהַאֲרִיךְ, טוֹב לָצֵאת וְלַחֲזֹר מִלֵּישֵׁב הַרְבֵּה שָׁם", אפילו אויב מען דארף זיך פארזוימען וכו' זאל מען ענדערש ארויסגיין און נאכדעם צוריק גיין נאכאמאל.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#10 - א מיידל זאל נישט גיין אליין צום ציון
חיזוק פאר מיידלעך, קברי צדיקים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט גוט אז דו זאלסט גיין אליינס צום ציון פון הייליגן סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו אין קרית יואל, אפילו עס איז זייער א גרויסע זאך צו גיין צו א ציון פון א צדיק.


ביי ברסלב'ע חסידים גייט מען אסאך אויף קברי צדיקים - סיי מענער און סיי פרויען, אבער ווי באלד אין קרית יואל ביי סאטמארע חסידים איז דאס נישט איינגעפירט – און זיכער נישט ביי פרויען, און נאכדערצו אז אויבן פונעם בארג, ממש ביים ציון געפונט זיך די סאטמארע ישיבה, איז אז דו וועסט ארויף גיין דעם בארג צום בית החיים וועלן זיי דאס נישט פארשטיין און עס וועט ארויס קומען פראבלעמען וד"ל.


אז דו ווילסט גיין צום ציון מתפלל זיין זאלסטו גיין נאר מיט דיין טאטע אדער מיט דיין מאמע מקיים צו זיין וואס עס שטייט (משלי ג, ד): "וּמְצָא חֵן וְשֵׂכֶל טוֹב בְּעֵינֵי אֱלֹקִים וְאָדָם", און די הייליגע חכמים דרש'נען אויף דעם (שקלים יד:): "אָדָם צָרִיךְ לָצֵאת יְדֵי הַבְּרִיּוֹת כְּדֶרֶךְ שֶׁצָּרִיךְ לָצֵאת יְדֵי הַמָּקוֹם", א מענטש דארף אכטונג געבן אז אנדערע מענטשן זאלן נישט טראכטן נישט גוטע זאכן אויף אים.


עס איז דא נאך א וועג ווי אזוי דו קענסט זיך מתבודד זיין ביי א ציון פון א צדיק; דו קענסט טון אזוי ווי אנשי שלומינו פירן זיך, צו עפענען א ספר פון א צדיק און דארט אויפן ספר איז מען זיך מתבודד צום אייבערשטן, דאס איז אזוי ווי מען געפונט זיך ביים ציון פונעם צדיק, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצב) אז דער פנים, שכל און נשמה פונעם צדיק קען מען טרעפן אין זיין ספר.


מיר געפונען די זעלבע ווערטער אינעם ספר "ישמח לב" (מסכת שבת, דף תקיא) פונעם הייליגן צדיק רבי נחום מטשערנאביל זכותו יגן עלינו וואס ברענגט דאס בשם הבעל שם טוב זי"ע, אז ווען מען לערנט די ווערטער פון א צדיק איז אזוי ווי מען איז זיך משתטח אויפן קבר פון דעם צדיק, אזוי ווי עס שטייט (יבמות צז.): "שִׂפְתוֹתָיו דּוֹבְבוֹת בַּקֶּבֶר", אז דאס גייט ארויף ווען מען לערנט א דיבור פון א צדיק הייסט דאס ווי מען איז זיך משתטח ביי זיין קבר, עיין שם.


ענדערש זאלסטו זיצן אין שטוב און זיך מתבודד זיין אויפן תהילים און נאך יעדע קאפיטל תהילים וואס דו זאגסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר דיר, דיינע עלטערן און פאר אלע אידן.


זארג נישט, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.


 

#9 - ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ די ערשטע זאך
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, דרך ארץ, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ; אלע דיינע טיטשערס - סיי די אידישע טיטשערס און סיי די ענגלישע טיטשערס - זאגן אז דו ביסט א בעלת דרך ארץ.


נאר א מיידל וואס פירט זיך מיט דרך ארץ איז א ברסלב'ע מיידל, ווייל ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ די ערשטע זאך. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, חוץ אן עזות פנים"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם".


דאס וואס דו פרעגסט צי מען קען זאגן תהילים ביינאכט; מוהרא"ש ברענגט נאך פון ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים, סימן רלח, סעיף ב) וואו ער פסק'נט אז מען קען זאגן תהילים ביינאכט, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#8 - זאגן תהלים יעדן טאג
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו זאגסט תהלים יעדן טאג.


מען האט אמאל פארציילט פאר ר' נתן זכרונו לברכה אז עס זענען דא געוויסע חסידים וואס פירן זיך צו לייגן פארן גיין שלאפן אונטער זייער קישן א פלאש ברוינפן, און ווען זיי וועקן זיך אויף פרעגן זיי: "משיח איז נאך אלץ נישט דא?" דאן הייבן זיי אן טרינקען ביז זיי ווערן שיכור און שלאפן נאכאמאל איין, זייער צוגאנג איז אז ווי לאנג משיח איז נאכנישט דא דארף מען איינשלעפן דעם יצר הרע, ווייל ווען מען שלאפט זינדיגט מען נישט. האט ר' נתן געזאגט: "דאס איז נישט קיין עצה; מען דארף לייגן א 'תהילים' אונטערן קישן און ווען מען וועקט זיך אויף און מען זעט אז משיח איז נאך אלץ נישט דא, זאל מען אפיר נעמען דעם תהילים, זאגן אפאר קאפיטלעך און שרייען צום אייבערשטן".


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך - אויף אידיש, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי תפילה והתבודדות.


פאלג דיינע עלטערן; דו האסט זייער חשוב'ע עלטערן, וואס זיי זאגן דיר זאלסטו פאלגן מיט שמחה און פרייד.

#7 - די גרויסקייט פון זאגן תהילים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ד מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך געב דיר א מתנה דעם 'ספר תהילים', זע צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים; אלע ישועות ליגן אין תהילים און ווער עס זאגט תהילים ווערט זיין אמונה געשטארקט. עס ליגט א גרויסע קדושה אין די ווערטער פון תהילים און ווען מען זאגט תהילים איז אזוי ווי דוד המלך האט דאס געזאגט.


מוהרא"ש האט דערציילט, א איד איז געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהילים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט זיך יעדן טאג אויסוויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון זאגן תהילים, מען איז זוכה צו האבן קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט.


וואויל איז דעם מענטש וואס פירט זיך בתמימות ופשיטות, ער טרינקט אפאר קאפיטלעך תהילים יעדן טאג (שיחות הר"ן, סימן כג); וועט אים גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#6 - אלע ישועות ליגן אין תהילים
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן אז דו זאגסט תהילים; אלע ישועות ליגן אין תהילים. אזוי אויך אז איינער זאגט תהילים ווערט זיין אמונה געשטארקט, ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן און אלע פחדים גיין צוביסלעך אוועק פון אים. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א'): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון האט נישט קיין פחדים פון קיינעם; מען לעבט מיט די מחשבה אז דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; איך ליג אין זיינע הענט, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קלא, ב): "כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ כַּגָּמֻל עָלַי נַפְשִׁי", איך בין ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע אן קיין שום דאגות און אן קיין שום פחדים.


וואויל איז דעם מענטש וואס פירט זיך בתמימות ופשיטות, ער טרינקט אפאר קאפיטלעך תהילים יעדן טאג (שיחות הר"ן, סימן כג); דורך דעם וועט אים זיין גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#5 - די וויכטיגסטע זאך איז אכטונג צו געבן אויף א צווייטנ'ס געפילן
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, בין אדם לחבירו, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע תלמידות פון "בית פיגא" ברסלב שתחיו.


געלויבט דעם הייליגן באשעפער אז מיר ענדיגן נאך א יאר סקול.


עס איז אריבער א שיינע יאר ביי אייך אין סקול; איך האב געהערט גריסן פון אייערע טיטשערס און פון אייער מנהלת אויף אייך ווי שיין איר האט זיך אויפגעפירט דעם גאנצן יאר - מיט דרך ארץ און גוטע מידות. ביים הייליגן רבי'ן איז די ערשטע זאך געווען "דרך ארץ"; דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וֶוען קֵסָרִין אוּן קֶענִיגְן וָואלְטְן גֶעוואוּסְט וָואסְפַארַא דֶּרֶך אֶרֶץ אִיך לֶערְן מִיט מַיינֶע מֶענְטְשְׁן, וָואלְטְן זֵיי גֶעשִׁיקְט זֵיֶיערֶע קִינְדֶער לֶערְנֶען בַּיי מִיר דֶּרֶך אֶרֶץ", דאס זעט מען ממש ביי אייך אין סקול, אלע תלמידות פירן זיך איידל און טייער ווי קעניגליכע קינדער.


יעצט ווען די יאר איז אריבער דארפן מיר זיך מאכן א חשבון הנפש צי מיר האבן גענוג אכטונג געגעבן אויף א צווייטע מיידל'ס כבוד, אויב מען האט חס ושלום וויי געטון א צווייטן קינד. אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, מען זאגט א ווארט וואס קען שטעכן אזוי ווי א מעסער אין יענעמס הארץ, אדער מיט א לַא קען מען יענעם זייער וויי טון.


יעצט ווען איר קומט אין קעמפ, און מען גייט פארברענגען א זומער אין "מחנה בית פיגא ברסלב", וויל איך אייך זייער שטארק בעטן איר זאלט זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי איר פירט זיך אויף צו א צווייטע מיידל; מען דארף זיין זייער סענסעטיוו צו א צווייטן, קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן, קיינמאל נישט לאכן פון א צווייטן, און קיינמאל נישט שפילן א שפיל אויב מען לאזט נישט א צווייטן שפילן מיט דעם שפיל. אויף אלע עבירות איז דער אייבערשטער מוחל, אבער אז מען טשעפעט א צווייטן האט מען נישט קיין מחילה ביז מען בעט יענעם איבער.


זוכט אויף די מיידלעך וואס זיצן שטענדיג שטיל און איינזאם, און חבר'ט זיך מיט מיידלעך וועם קיינער קוקט נישט אן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ט.): "בַּמִּדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִים לוֹ", מען פירט זיך פון הימל צום מענטש אזוי ווי דער מענטש פירט זיך צו א צווייטן; אויב מען איז מקרב א צווייטן דעמאלט וועט דער אייבערשטער אים מקרב זיין, און אויב מען איז מרחק א צווייטן, דעמאלט וועט מען אים פון הימל אויך מרחק זיין.


טייערע "בית פיגא" תלמידות, איך בעט אייך פון טיפעניש פון מיין הארץ איר זאלט מיר דאס צוליב טון; האט אביסל הכרת הטוב פאר די סקול, עס איז מיר נישט גרינג צו פירן די סקול, איך ארבעט זייער שווער פאר אייך אלע אז איר זאלט זיין צופרידן, בעט איך אייך אז די טובה זאלט איר מיר צוריק טון: איר זאלט זיך נישט קריגן מיט א צווייטן און איר זאלט קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן; אז איר זעט א מיידל איז נאכגעלאזט, זי שטערט דעם סדר וואו מען שלאפט וכו', זאלט איר חס ושלום איר נישט פארשעמען, נאר איר זאלט דאס פארציילן פאר מרת ... תחי', זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן שיינערהייט וכו', ווייל אויב מען פארשעמט א צווייטן ברבים קען מען פארלירן די חלק אין עולם הבא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "הַמַּלְבִּין פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים, אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס פארשעמט א חבר ברבים, האט נישט קיין חלק אין עולם הבא; נאך זאגן אונז די הייליגע חכמים (שם): "נוֹחַ לוֹ לָאָדָם שֶׁיַּפִּיל עַצְמוֹ לְכִבְשַׁן הָאֵשׁ, וְאַל יַלְבִּין פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים", ענדערש זאל א מענטש זיך לאזן אריין ווארפן אין א ברענעדיגע קאלך אויוון ווי צו פארשעמען א חבר.


דערפאר, אז איר שפירט ווי א מיידל איז נאכגעלאזט, עס גייט א גערוך פון איר וכו', אדער זי רוימט נישט איר בעט; אירע חפצים פליען ארום די גאנצע שטוב, טאר מען איר נישט פארשעמען חס ושלום. גייט רעדט דאס דורך מיט מרת ... תחי', זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן צו די מיידל אז זי זאל נישט חס ושלום פארשעמט ווערן.


איר ווייסט נישט ווי גליקליך איר זענט מיט אייער מנהלת מרת ... תחי', זי איז פאר אייך א מתנה פון הימל. הערט אויס יעדע ווארט וואס זי זאגט אייך, דאס וועט אייך העלפן פאר אייער גאנץ לעבן, זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט די מיידלעך; חס ושלום איר זאלט פארשעמען א צווייטן, דאס איז א שפיל מיט פייער. אז מען פארשעמט א צווייטן און יענער וויינט צום אייבערשטן נעמט זיך דער אייבערשטער אן פאר יענעם אפילו יענער איז נישט גערעכט.


איך האב אייך געגעבן א מתנה א ספר תהילים; זעט צו זאגן יעדן טאג תהילים. אין תהילים ליגן אלע ישועות, אין ספר תהילים ליגט אלע רפואות, אז איר קענט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים' איז גאר גוט, אבער אז איר האט נישט קיין צייט זאגט כאטש וויפיל איר קענט.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט הנאה האבן דעם זוממער, און איר וועט אהיים קומען אנגעפילט מיט אמונה.


א פרייליכן זוממער.

#4 - מיט תהלים און התבודדות, באקומט מען אלע ישועות
תפילה והתבודדות, תהלים, ישיבה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שטארק איך האב הנאה דיר צו זען ווי דו כאפסט זיך ארויף אין ישיבה יעדן טאג ווען דו האסט לאנטש און דו זאגסט תהילים.


וויסן זאלסטו אז אין תהלים ליגן אלע ישועות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים; ר' נתן פלעגט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים', אז מען זאגט יעדן טאג דעם יום ענדיגט מען יעדע וואך גאנץ תהילים.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות'; אז א מענטש זאל גיין אין א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים. ווען א מענטש זאגט פארן אייבערשטן אז ער וויל זיין ערליך; ער וויינט צו אים: "רבונו של עולם, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ נאכאמאל און נאכאמאל? וויפיל מאל איך נעם זיך פאר צו זיין וואויל פאל איך נאכאמאל אראפ!" דורכדעם נעמט ער אראפ פון זיך אלע עונשים; דער אייבערשטער איז אים מוחל און נעמט אים צוריק.


איך פריי מיר צו הערן אז דו העלפסט די מוסד און דו האסט געגעבן פאר די רענט פון חודש ... למספרם ...; אין דעם זכות זאלסטו טרעפן דיין שידוך בקרוב.


יעדעס מאל דו האסט אפאר פרייע מינוט אדער א טאג וואס דו ארבעטסט נישט קום ארויף אין ישיבה, טינק דיך איין אינעם רבינ'ס קוואל. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן; אז מען קומט צו א פלאץ וואו מען רעדט נאר פון רבי'ן איז מען זוכה צו שיינע זאכן, אלע פלעקן און אלע עבירות ווערן אפגעוואשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#3 - מיט א "תפלה צעטל" וועסטו געהאלפן ווערן
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר שטייען יעצט ערב יום טוב שבועות די יום טוב פון מתן תורה ווען משה רבינו איז ארויף אויפן בארג סיני נעמען די תורה פאר אונז אידן. דער אייבערשטער האט אים געזאגט ער זאל קודם גיין צו די פרויען און נאכדעם צו די מענער, אזוי ווי עס שטייט (שמות יט, ג): "כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב, וְתַגֵּיד לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל"; "בית יעקב" דאס מיינט מען די פרויען, און "בני ישראל" דאס זענען די מענער. לכאורה, פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו ער זאל קודם רעדן צו די פרויען און ערשט נאכדעם צו מענער? ווייל פרויען האבן א שטערקערע אמונה ווי מענער, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן - וואס לעבן בתמימות ופשיטות מיט אמונה אינעם אייבערשטן – גלייבן; דערפאר האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו ער זאל קודם רעדן צו די פרויען, ווייל די תורה קען מען נאר מקבל זיין אז מען האט א שטארקע אמונה.


וואס איר דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן אויף אידיש; איר זאלט זיך מאכן א תפילה צעטל וואו איר זאלט אראפ שרייבן אלעס וואס איר דארפט, אלעס וואס באדערט אייך און אלע נאטורן וואס איר דארפט פארעכטן. איר זאלט דאס פאר קיינעם נישט ווייזן, דאס זאל זיין צווישן אייך אינעם באשעפער; יעדן טאג זאלט איר ארויסנעמען דעם צעטל און בעטן דעם אייבערשטן, ביז איר וועט זען די ישועה. נאכדעם זאלט איר מאכן א סימן ביי יעדע זאך וואס איר זענט שוין געהאלפן געווארן; אזוי זאלט איר טון במשך אייער גאנצע לעבן, וועט איר זען מיט אייערע אויגן באשיינפערליך ווי ווייט מען קומט אן מיט תפילה.


וואויל איז אייך אז איר זאגט תהילים; אלע ישועות ליגן אין ספר תהילים.


נאך אביסל וועט איר טרעפן אייער שידוך.

#2 - די גרעסטע כיבוד אב ואם איז ווען מ'פירט זיך ערליך
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט זיך אויפפירן מיט דרך ארץ און גוטע מידות וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען ביי אלעמען; אזוי ווי שלמה המלך זאגט (קהלת ז, א): "טוֹב שֵׁם מִשֶּׁמֶן טוֹב", עס איז בעסער פארן מענטש א גוטע נאמען מער ווי די בעסטע שמעקעדיגע אויל, ווייל אפילו מען זאל לייגן אויף זיך גוטע שמעקעדיגע אויל וועלן נאר די מענטשן וואס שטייען ארום דעם מענטש שפירן דעם אויל וכו', אבער א גוטע נאמען גייט פון איין עק וועלט ביזן צווייטן; אויך וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייערע עלטערן מיט דעם וואס איר וועט זיך פירן מיט גוטע מידות.


דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.


איך פריי זיך זייער אז איר זאגט יעדן טאג תהלים; דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א גוט קאפיטל תהילים איז אזוי ווי א פאנטש", אזוי ווי ווען א מענטש האט א גוטע טרינק, כאפט ער יעדע מאל נאך א טרינק און נאך א טרינק, אזוי דארף א מענטש זיך צוגעוואוינען צו זאגן תהילים און שפירן ווי יעדע קאפיטל איז ווי א גוטע טרינק; אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות, ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט אז אין תהילים ליגט באהאלטן אלע ישועות וואלט מען געזאגט אסאך תהילים יעדן טאג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - אביסל תהלים איז אויך גוט
תפילה והתבודדות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ד' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ר' נתן פלעגט זאגן אז פון ווען ער האט געהערט פון רבי'ן: "מְעַט גַם כֵּן טוֹב", אביסל איז אויך גוט; האט ער זייער מצליח געווען.


זייער אסאך מאל האלט זיך דער מענטש צוריק פון טון גוטע זאכן ווייל ער מיינט אז ווייניג איז גארנישט ווערד. און וויבאלד ער קען נישט טון קיין סאך טוט ער גארנישט. אבער אז מען ווייסט אז "מְעַט גַם כֵּן טוֹב" פרובירט מען אריין צו כאפן וואס מען קען; דערפאר בעט איך דיר זייער זאלסט זאגן תהלים, אפילו דו קענסט נישט זאגן דעם גאנצן 'יום תהלים'. און ווען דו זאגסט תהלים זאלסטו נישט טראכטן אז דו דארפסט עס ענדיגן. קיינער הייסט דיר נישט ענדיגן תהלים, נאר זאג תהלים - איין קאפיטל נאכן צווייטן און בעט דעם אייבערשטן נאך יעדע קאפיטל פאר דיר און פאר אלע אידן.


דער רבי האט דערציילט אז אמאל זענען געווען צוויי קינדער - זייער נאנטע חברים, זיי זענען געווען אזוי צוגעבינדן איינער צום צווייטן אז זיי האבן פשוט נישט געקענט זיין איינער אן דעם צווייטן. איינמאל איז איינער פון די צוויי חברים זייער קראנק געווארן לא עלינו, זיין חבר איז געווארן זייער צעבראכן דערפון, האט ער געפרעגט דעם חבר: "וואס קען איך טון אז דו זאלסט האבן א רפואה שלימה?" האט אים זיין חבר געזאגט: "זאג תהילים פאר מיר"; האט ער גענומען א תהלים און אנגעפאנגען זאגן מיט תמימות תהלים. נאך יעדע פאר קאפיטלעך תהלים וואס ער האט געזאגט איז ער געקומען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך זייער שוואך", איז ער ארויס געגאנגען און ווידער גענומען דעם תהלים און געזאגט נאך אפאר קאפיטלעך מיט בכיות און געזאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, הייל אויס מיין חבר", נאכדעם איז ער ווייטער געגאנגען פרעגן זיין חבר צי ער איז שוין אויסגעהיילט, האט דער חבר געזאגט: "ניין, איך בין נאך אלץ זייער שוואך"; אזוי האט ער געבעטן און געבעטן און געזאגט תהלים, און נאך יעדע פאר קאפיטלעך איז ער נאכאמאל געקומען פרעגן זיין חבר, ביז דער חבר איז אויסגעהיילט געווארן.


דער רבי האט פארציילט דער מעשה אריין צו ברענגען אין אונז וואס הייסט זאגן תהילים מיט תמימות און פשיטות, אז גלייך ווען מען זאגט אפאר קאפיטלעך תהלים זאל מען פרעגן דעם חולה צי ער איז שוין אויסגעהיילט. און אויב זאגט ער אז נישט, זאל מען נאכאמאל נעמען דעם תהלים און זאגן נאך קאפיטלעך - אן קיין חכמות, נאר מיט אמונה אז בזכות די קאפיטלעך תהלים וועט דער חולה האבן א רפואה שלימה.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט אויפנייען שיינע מחיצות פאר די חתונה זאל, ווייל ווען מען מאכט קלענערע שמחות פעלט נישט אויס מען זאל נוצן די שול און מען קען צעטיילן די זאל פאר מענער און פרויען.


איך האב זייער הנאה יעדעס מאל דו שרייבסט מיר א בריוו.