בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2353 - יישר כח פאר'ן מנדב זיין צו דרוקן די עצתו אמונה אויף ענגליש
הפצה, הכרת הטוב, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מנדב זיין די גאנצע סכום צו קענען דרוקן די עצתו אמונה אויף ענגליש.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן גרויס שפע צו קענען ממשיך זיין דיין גאנצע לעבן אפצודרוקן אלע בענדער עצתו אמונה אין ענגליש.


פון דיין ראש ישיבה.

#2352 - געבט א קוק וואס איז געווארן פון אייער שווערע ארבעט
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געבט א קוק וואס איז געווארן פון אייער שווערע ארבעט, א הערליכע ספר וואס וועט צוריק ברענגען הונדערטער און טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער צו העלפן מיט'ן איבערטייטשן אלע חלקים עצתו אמונה.


פון דער ראש ישיבה.

#2351 - רעד שיין צו דיין ווייב, האב רחמנות אויף איר
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך שרייב דיר דעם בריוו פון הימל, פון העכער די וואלקענעס אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, קיין מירון.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר פון מיין הארץ. רעד שיין צו דיין ווייב, האב רחמנות אויף איר; פארוואס זאלסטו איר וויי טון? עס איז נישט קיין תירוץ אז זי מאכט דיר שפירן ווי דו ביסט נישט ווערד, דאס איז נישט קיין תירוץ; סוף כל סוף ביסטו דער מאן, דארפסטו זיין א משפיע, א געבער, א נותן; דו דארפסט נישט צוקומען צו איר הסכמה, צו וויסן אז דו ביסט יא ווערד.


איך בעט דיר נאכאמאל און נאכאמאל, טויש דיין התנהגות צו איר; אפילו זי איז נישט גערעכט, אפילו זי איז אלעס וואס דו ווילסט זאגן אויף איר.


ממש פאר'ן ארויספארן פון שטוב זע איך א בריוו וואו זי בעט מיר איך זאל דיר מחזק זיין דו זאלסט רעדן מיט איר; אפשר דאך הייבסטו אן לעבן א אידישע לעבן? נאר דו וועסט פארדינען אז דו וועסט זיך שיין פירן.


איך וויל נישט טראכטן וואס עס קען פאסירן ווען מען קריגט זיך כסדר, זי קען איין טאג אוועק לויפן פון שטוב חס ושלום. אסאך האבן געמיינט אז זיי האבן די ווייב אין די הענט, זי וועט קיינמאל נישט אוועק גיין און ביים סוף זענען זיי געבליבן אליין.

#2350 - ברענג אריין דעם אייבערשטן מיט ווידיאס
הפצה, מאוויס, שמירת עינים, עראפלאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אזא שאד אז דו גייסט נישט ווייטער מיט די ווידיאו"ס; דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א טאלאנט, דארפסטו מיט דעם אריינברענגען די אמונה אין די וועלט. פארגעס נישט, דו אליינס ביסט מקורב געווארן פון א ווידיאו קליפ פון ישיבה.


איך בין יעצט אויפ'ן פליגער קיין ארץ ישראל, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס טוט זיך מיט מענטשן; זיצן מענטשן אנגעטון מיט די שמונה בגדים און קוקן עקלדיגע אויסגעלאסענע ווידיאו"ס פון גוים, ערלים וערילות, די מאוויס זענען פון אלע דריי ערגסטע עבירות - עבודה זרה, גלוי עריות און שפיכות דמים רחמנא לצלן, דארף מען קומען צו זיי מיט'ן זעלבן שטריק וואס רחב האט אריינגעשלעפט מענטשן אין שטוב טון עבירות, מיט'ן זעלבן חבל אריינברענגען די אידן קיין ארץ ישראל, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין רש"י יהושע ב, טו): "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם בְּאֵלּוּ חָטָאתִי, בְּאֵלּוּ תִּמְחוֹל לִי", זי האט געזאגט פאר'ן אייבערשטן, "רבונו של עולם, מיט דעם זעלבן שטריק וואס איך האב געזינדיגט, מיט דעם זעלבן שטריק טו איך תשובה".


יעצט אויפ'ן וועג זע איך א פינטל וואס טוט זיך ביי די וועלט, קיינער זאל נישט קומען זאגן היתכן מיר געבן ארויס קליפס - ווען די שענסטע און בעסטע ליגן אין בלאטעס.


העלף מיר זיי ארויסשלעפן.

#2349 - האסט געמאכט א גוטע טריט אין לעבן, גענומען גוטע חברים
חברים, תיקוני זוהר, עבודת השם, ארץ ישראל, לצנות, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דו האסט געמאכט א גוטע טריט אין לעבן, דו האסט זיך געטוישט מקצה אל הקצה, דו פירסט זיך מיט יראת שמים; דיין דאווענען איז שיין, דיין לערנען איז אויסנאם. בעיקר האסטו גענומען גוטע חברים, תמימות'דיגע; האסט זיך אפגעשאקלט פון ליצנות, אשריך ואשרי חלקיך.


איך בין יעצט אויפ'ן עראפלאן, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל; איך וועל זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין מירון ל"ג בעומר און שבת פרשת אמור. אז מען האט שייכות מיט רבי שמעון בר יוחאי א גאנץ יאר - איז ל"ג בעומר גאר אנדערש; ווי אזוי האט מען שייכות מיט רבי שמעון בר יוחאי? אז מען לערנט זוהר און תיקונים.


יעצט איז א גוטע צייט צו מאכן אן התחלה, אנהייבן לערנען דעם הייליגן ספר תקוני זוהר; דאס וואשט אויס דעם מענטש פון אלע עבירות, עס רייניגט און הייליגט.

#2348 - מסדר זיין די נסיעות קיין אומאן אויף ראש השנה
חברים, אומאן, ראש השנה, גמרא, ארץ ישראל

 


בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


יישר כח פאר'ן מיר מסדר זיין די נסיעה קיין ארץ ישראל, אלעס איז על צד היותר טוב; איך האף צום אייבערשטן אז אלעס וועט זיין גוט ביי די גרעניץ אן קיין שטערונגען.


בנוגע אומאן ראש השנה; זיי מודיע פאר אנשי שלומינו אז דו וועסט האבן א פליגער (טשארטער) מוצאי שבת. עס זענען דא אסאך אינגעלייט וואס קענען נישט פארן בעפאר שבת, זיי וועלן זיך מחי' זיין אז עס איז דא א וועג פאר זיי נאך שבת, איך מיט מיינע קינדער וועלן פארן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף נאך פאר שבת. גלייך נאך יום טוב שבועות זאלסטו מיר מאכן טיקעטס; איך וועל דיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף באצאלן.


געב א גרוס פאר אלע אנשי שלומינו אין מאנסי; איך האב זייער הנאה פון די חבורה ביי דיר אין שטוב, וואו מען לערנט דעם בלאט גמרא יעדן אווענט.

#2347 - מיט די ניגוני אמונה, וועלן מיר ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן
ניגונים, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו וועסט ארבעטן מיט מיר ארויסצוגעבן ניגוני אמונה, ניגוני תשובה - וועלן מיר קענען צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן, יונג און אלט - צום אייבערשטן.


הלוואי וואלסטו געמאכט דעם פראיעקט פון ארויסגעבן ניגונים מיט די הארץ, ווערטער און מחשבה פון רבי'ן. דו ביסט טאלאנטפול, דו ווייסט וואס איך וויל, דו קענסט מיר אזוי שטארק ארויסהעלפן.


איך בין יעצט אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, איך זיץ אויפ'ן עראפלאן, איך בין זיך אביסל מתבודד, און אויך אביסל טראכט איך נאך און נאך פלענער ווי אזוי צו קענען ארויסנעמען די בת קיסר פון די נישט גוטע (סיפורי מעשיות, מעשה א), און ווי אזוי אויסצוהיילן די בת קיסר וואס דער אכזרי'שער קעניג האט געשאסן, ווי דער רבי דערציילט (שם, מעשה יג, דעם זעקסטן טאג) אז ער היילט איר מיט די כח הנגינה.

#2346 - זיי ממשיך מיט'ן מפיץ זיין די גמרא שיעור
התחזקות, הפצה, דרשות, ספרי ברסלב, גמרא, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך אין הפצה, זיי ממשיך מיט הפצה אין דיין תחום.


דו פלעגסט פארשפרייטן די גמרא שיעור, דאס איז א שטארקע הפצה; אין א געוויסע זין איז דאס א שטערקערע הפצה, ווייל זייער אסאך מענטשן, ווען מען קומט צו זיי מיט שיעורי התחזקות, אזוי אויך מיט ספרים און קונטרסים - וועלן זיי זאגן: "מיר דארפן נישט קיין חיזוק", "מיר דארפן נישט די זאכן"; אבער אין אמת'ן אריין דארפן זיי דען נישט קיין חיזוק? איז דא איינער אויף די וועלט וואס דארף נישט קיין חיזוק?! אלא מאי - עס פאסט נישט וכו', אבער אז דו קומסט צו אזא איינעם מיט א גמרא שיעור - דאס יא.


דערפאר וויל איך דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט'ן פארשפרייטן, וואו דו קענסט נאר, די שיעור אין גמרא בבלי, ירושלמי, אין רמב"ם, נ"ך וכו'; אין די גמרא איז אריינגעפלאכטן חיזוק פון רבי'ן, אז ווער עס הערט דאס, וויל שוין איינמאל נאך און נאך חיזוק, אזוי האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמ): "הָעוֹלָם לֹא טָעֲמוּ אוֹתִי כְּלוּם עֲדַיִן", די וועלט האט מיר נאכנישט טועם געווען, "אִלּוּ הָיוּ שׁוֹמְעִין רַק תּוֹרָה אַחַת שֶׁאֲנִי אוֹמֵר עִם הַנִּגּוּן וְהָרִקּוּד שֶׁלָּהּ, הָיוּ כֻּלָּם בְּטֵלִים בְּבִטּוּל גָּמוּר. הַיְנוּ כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ אֲפִלּוּ חַיּוֹת וַעֲשָׂבִים וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ בָּעוֹלָם, הַכֹּל הָיוּ מִתְבַּטְּלִין בִּכְלוֹת הַנֶּפֶשׁ מִגֹּדֶל עֹצֶם הַתַּעֲנוּג הַמֻּפְלָא וְהַמֻּפְלָג מְאֹד מְאֹד", ווען מען וועט נאר אביסל פארזוכן וועט מען אויסגיין צום אייבערשטן מיט אזא שטארקע ביטול בתכלית השלמות.

#2345 - מ'דארף בעטן א הייסע תפלה פאר מ'גייט ארויס פון שטוב מ'זאל בלייבן ריין
תפילה והתבודדות, שמירת עינים, ארץ ישראל, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן, נעכטן פארטאגס האט מען מיר אויפגעוועקט פון ארץ ישראל אז איך האב באקומען רשות צו קומען, בין איך געלאפן געכאפט און געפארן. איך ווארט שוין איבער א יאר צייט צו קענען זוכה זיין צו קומען קיין ארץ ישראל, זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן וואס דער רבי זאגט, וואס מען איז זוכה דורך ארץ ישראל.


איך האב נישט געהאט קיין צייט זיך צו געזעגענען, אבער איך וועל דאווענען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר דיינע קינדערלעך.


נעכטן בין איך געווען אין סקול, איך האב געזען דיינע קינדער; זיי זענען געווען אזוי פרייליך און צופרידן. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען נאר נחת פון זיי אינאיינעם מיט דיין ווייב.


מען דארף אסאך תפלה מען זאל זיין אפגעהיטן יעצט אין די זומער טעג. אויפ'ן וועג צום לופט-פעלד האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער אז איך ווייס נישט ווי אזוי אינגעלייט מאכן דאס מיט, ווי איז מעגליך צו זיין אפגעהיטן, די גאסן זענען דאך שרעקליך! מען דארף בעטן דעם אייבערשטן א הייסע תפלה פאר מען גייט ארויס פון שטוב מען זאל בלייבן ריין.


 

#2344 - זיך גט'ן איז נישט קיין עצה, אבער ליידן איז דען יא אן עצה?
שלום בית, הפצה, זיכוי הרבים, ספיקות, מוהרא"ש, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב נעכטן באקומען רשות אריין צו קומען קיין ארץ ישראל; איך ווארט שוין זייער לאנג, שוין איבער א יאר, פון פאריאר ווינטער, וואס איך בענק זיך זייער שטארק צו ארץ ישראל, צו די צדיקים, בפרט צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך האב זאכן וואס זענען מיר נישט קלאר, וואס איך דארף דורכשמועסן מיט מוהרא"ש. איך בין נישט קלאר, פון איין זייט איז מוהרא"ש געווען זייער שארף קעגן גט'ן, מוהרא"ש האט נישט אויפגעהערט רעדן און שרייבן אז זיך גט'ן איז נישט קיין עצה, אבער ליידן איז דען יא אן עצה?! א פרוי וואס דער מאן שלאגט און טשעפעט - דארף בלייבן ליידן ווייל זי איז אין היכל הקודש וואס מען רעדט אזויפיל קעגן דעם?! איך בין נישט קלאר, איך האף אז איך וועל אהיימקומען מיט א תשובה. איך וועל זיך מתבודד זיין ביים ציון פון מוהרא"ש צו וויסן ווי אזוי מדריך זיין אין אזעלכע פעלער.


א גרוס פון דיינע איידעמער, אלע זענען זיי חשוב'ע אינגעלייט; אויך דיין חתן איז אן ערליכער און א בא'טעמ'טער.


גיי אן מיט דיין הייליגע ארבעט, זיי מחזק אידישע קינדער; סיי מיט דיינע תלמידים, די קליינע קינדער און סיי אין בית המדרש מיט בחורים און אינגעלייט.


דער הייליגער צדיק רבי יוסף יצחק פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "די תורה איז אזוי הייליג, אזוי הויך, ווי קען זיין די ערשטע זאך אין די תורה, די אנהייב - הייבט זיך אן מיט פרי' ורבי'? נאר דאס זאגט די תורה, ביסט א איד? מאך נאך א איד!"


 

#2343 - א שאד זיך צו טענה'ען, ענדערש אריינברענגן אמונה אין נאך א איד
הפצה, צדיקים, וויכוחים, בריוו, עצתו אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו וועסט אריינקוקן אין בריוו פון פריערדיגע צדיקים, וועסטו זען ווי זיי שרייבן; זיי חתמ'נען זיך: "הדורש שלומך באהבה רבה", אדער: "ידידך האוהב אותך מכל הלב", וכדומה; פארוואס איז דאס נישט קינדיש – ווייל עס איז לשון הקודש?! וואס איז אזוי געפערליך אז א ראש ישיבה זאל שרייבן פאר זיין תלמיד "איך האב דיר ליב"? פארוואס איז דאס מער קינדיש ווי הדו"ש באה"ר - ווייל עס איז לשון הקודש געשריבן אין ראשי תיבות איז דאס מער ערוואקסן?


הקץ לדברי רוח? א שאד צו רעדן, א שאד צו ענטפערן; אין די צייט קען מען מזכה זיין נאך בחורים און אינגעלייט מיט תורה, תפלה, תשובה ומעשים טובים.


די וואס מאכן ליצנות פון די בריוו פון עצתו אמונה אינעם גליון, אז עס איז א גליון פאר קליינע קינדער; מען רעדט פון שלום בית, פון קינדערישע זאכן; פרעג זיי אויב זיך קריגן איז יא דערוואקסן... רעדן שיין, אויסלערנען אינגעלייט א' ב' פון לעבן דאס איז קינדיש, זיך קריגן איז וואס? – דערוואקסן.


שטארק זיך אין דיין עבודת הקודש, זיי ממשיך מיט דיינע תלמידים ביתר שאת וביתר עוז בדרך אהבה ורחמנות.


איך האב דיר ליב.


הדוש"ט [הדורש שלומו וטובתו] באה"ר [באהבה רבה] בלו"נ [בלב ונפש]


 

#2342 - פאר די מתנה פון התבודדות, האט זיך שוין געלוינט צו קומען צום רבי'ן
תפילה והתבודדות, שטעטל, ארץ ישראל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, עס זעט זיך אן דיין געפיל צום רבי'ן; לויט דיין ארבעט, דיין געטריישאפט ווי דו ביסט איבערגעגעבן צום רבי'ן – איז א סימן אז עס ברענט אין דיר דעם רבי'ן.


איך בין יעצט אויפ'ן פליגער, איך פאר קיין ארץ ישראל; איך האב נישט געהאט קיין צייט זיך צו געזעגענען פון דיר. נעכטן – מיטוואך – פארטאגס האב איך באקומען א ידיעה אז איך האב א רשות אריינצוקומען קיין ארץ ישראל, נאך אזויפיל תפילות, נאך אזויפיל בענקעניש – בין איך זוכה יעצט אנצוקומען.


וואס זאל איך דיר זאגן, פאר דעם אליינס, פאר די מתנה פון התבודדות – האט זיך שוין געלוינט מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, צו קענען זוכה זיין צו זיצן אויפ'ן פליגער צעקוועטשט און צעדרוקט שעות אויף שעות און קענען האבן די שכל צו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן.


וואוינסט אין שטעטל צווישן פעלדער און וועלדער, זאלסטו גיין אביסל שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, אים דאנקען פאר דיין שיינע לעבן; עס איז נישטא עפעס זיסער, עס איז נישטא עפעס בעסערס.


 

#2341 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט רעדן שיין און איידל צו יעדן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מדות טובות, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


בעטסט מיר כסדר איך זאל דיר זאגן ווי אזוי זיך אויפצופירן, ווי אזוי צו ווערן בעסער; אלץ טראכט איך 'יא זאגן - נישט זאגן', 'יא שרייבן - נישט שרייבן'. איך וועל דיר שרייבן א קלייניקייט וואס וועט אסאך אויסמאכן.


דו ביסט א טייערער אינגערמאן, באמת א וואוילער, א לב טוב; ביסט א גוטער מענטש, דו לערנסט, דו דאווענסט, דו טוסט חסד וכו' וכו', עס בלייבט איבער א קלייניקייט וואס קען זיין דו ביסט נישט שולדיג, דו ביסט אזוי אויפגעוואקסן, אזוי האט מען צו דיר שטענדיג גערעדט, אזוי האסטו געהערט טאג און נאכט אז דאס איז די וועג פון רעדן צו אנדערע.


דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו בעט אין די תפלה קודם התפלה: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", מיר זאלן רעדן צו אונזערע פריינט שיין און איידל; אז דו וועסט ארבעטן אויף די נקודה, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל רעדן שיין, נישט שטעכעדיג, נישט פליקעדיג, נישט שפיזיג; העלף מיר אייבערשטער אז מיינע רייד פון מויל זאלן זיין געוואויגן", דעמאלט וועסטו האבן חן אין יעדנס אויגן.


מיר זענען געקומען צום רבי'ן, דארפן מיר רעדן אזוי ווי דער רבי וויל מיר זאלן רעדן - מיט דרך ארץ. מוהרא"ש זאגט, אנשי שלומינו פלעגן זיך רופן 'רבי' איינער דעם צווייטן, ר' אייזיק, ר' שבתי, ר' ארי, ר' שלומי.


גיי התבודדות אויף די נקודה - וועסטו עס קענען טוישן.

#2340 - עס לוינט זיך אלע בזיונות אז מען קען אריינשיינען אמונה אין איין איד
הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


ווייל דו גייסט הפצה, דו לייגסט גליונות אין בתי מדרשים - שרייב איך דיר דעם בריוו.


שטארק זיך ברודער, גיי אן מיט די הייליגע ארבעט פון הפצה. מיר לערנען יעצט אין סדר פון נ"ך - ספר ירמיה; איך האב אמאל געהערט פון א ברסלב'ער חסיד, ער האט געפרעגט אויב מיר קענען זיך אויסמאלן ווי אזוי ירמיהו הנביא האט אויסגעזען ווען ער איז געגאנגען אין די געסלעך פון ירושלים און געזאגט פאר די אידן מען זאל תשובה טון, אז נישט גייט ירושלים חרוב ווערן.


ווי אזוי? מיט גבאים? מיט גאלדענע און זילבערנע שטעקענעס? ווי אזוי? ער האט אראפגעלייגט ירמיה הנביא אזוי ווי די מפיצים וואס זענען ללעג ולקלס, צו שאנד און צו שפאט; אזוי האבן די נביאים אויסגעזען, די וואס האבן געפאלגט האבן זיך געראטעוועט - און פון די לצים איז גארנישט געבליבן.


שטארק זיך ווייטער מיט הפצה; עס לוינט זיך אלע בזיונות אז מען קען אריינשיינען אמונה, שמחה, שלום בית און דער סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) - אין איין איד.

#2339 - דיין טאטע אין הימל קען מען פון דיר נישט צונעמען
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, חסידות ברסלב, משניות, סיפורי צדיקים, נשמה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר טרייסטן, יעצט הער איך די שווערע נייעס אז דיין טאטע איז נפטר געווארן; עס איז זייער שווער זיך צו טרייסטן ווען מען פארלירט א טאטע, עס איז זייער שווער; אבער דאך ביסטו געבליבן מיט'ן טאטן פון הימל. אונזער טאטע, דער אייבערשטער - אים פארלירט מען נישט, אים קען מען נישט צונעמען; אלעס קען מען צונעמען פונעם מענטש, אלעס קען מען פארלירן - אבער דער אייבערשטער בלייבט, דער אייבערשטער קען מען נישט צונעמען.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען א יונג קינד פון פינף יאר ווען ער האט פארלוירן זיין טאטע. ווען דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן איז זיין מאמע שרה גלייך נפטר געווארן, זי איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב, זי איז גלייך אוועק. שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר איז זיין טאטע נפטר געווארן; ווי אזוי האט זיך דער קליינער ישראליק דערהאלטן? ווי אזוי איז מעגליך אז א קינד פון פינף יאר זאל זיין איינער אליין, אן עלטערן, אן משפחה? הער ווי אזוי ער האט זיך דערהאלטן איינער אליין.


איידער ער איז נפטר געווארן האט אים זיין טאטע גערופן און געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק אז דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן; דאס האט אים געטראגן ווייטער זיין גאנץ לעבן, אזוי האט ער געטון און ער איז געווארן צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


איך בעט דיר טייערער ..., דערהאלט זיך, שטארק זיך. אויך זאלסטו שטארקן דיין מאמע און דיינע געשוויסטער. זיי דו א העלד, געב זיי אלע חיזוק, רעד צו זיי דיבורי אמונה; פאר די קליינע געשוויסטער זאלסטו זאגן: "טאטע איז יעצט שוין נישט אין קיין צער, טאטע איז יעצט אין גן עדן, טאטע מוטשעט זיך שוין נישט", און העלף דיין מאמע.


באפלייסיג זיך אין משניות; לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, וועסטו ענדיגן יעדע חודש משניות פאר דיין טאטנ'ס נשמה.


ועל כולם זאלסטו זיך מתבודד זיין מיט'ן אייבערשטן; דאנק אים אויף אלעס וואס ער טוט און בעט אים ער זאל דיר העלפן, ער זאל דיר געבן כח צו זיין שטארק אין אמונה, מיט דעם וועסטו ארויפטראגן דיין טאטנ'ס נשמה העכער און העכער.


אויבן אין הימל קוקט מען אנדערש אויף ברסלב'ער חסידים, אויבן אין הימל זענען אלע נשמות מקנא די נשמה וואס האט קינדער ברסלב'ער חסידים. עס ווערט געברענגט (ספר ארך אפים, פרק ה) דאס גרויסקייט פון א נשמה אויבן אין הימל וואס האט בזה העולם א קינד וואס איז זיך מתבודד, איך ברענג דיר דעם לשון: "כִּי כְּשֶׁבְּנוֹ יִתְבּוֹדֵד פֹּה לְמַטָּה וְיִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", ווייל ווען זיין זון אויף די וועלט וועט זיך מתבודד זיין און זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, "עַל יְדֵי זֶה יַעֲלֶה אֶת אָבִיו בַּעֲלִיּוֹת אַחַר עֲלִיּוֹת מַעְלָה מַעְלָה וְכוּ', וְכוּ'", דורכדעם וועט ער ארויפגיין העכער און העכער, "וְכַמָּה אַלְפֵי אֲלָפִים וְרִבּוּי רִבְבוֹת נְשָׁמוֹת יְקַנְּאוּ אוֹתוֹ עַל נוֹעַם חֶלְקוֹ וּמַזָּלוֹ הַטּוֹב", און הונדערטער טויזנטער נשמות וועלן אים מקנא זיין, "שֶׁזָּכָה לְהַשְׁאִיר בְּזֶה הָעוֹלָם בֵּן עוֹבֵד ה' וּמִתְבּוֹדֵד וּמִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", אז ער האט זוכה געווען איבערצולאזן אויף די וועלט א זון אן עובד ה' וואס איז זיך מתבודד און איז נאנט צום אייבערשטן, "וְהוּא בֵּין חֲבוּרָה קְדוֹשָׁה כָּזוֹ, בֵּין הַצַּדִּיקִים הַקְּדוֹשִׁים הַמְקַבְּלִים בְּכָל יוֹם פְּנֵי הַשְׁכִינָה", און איז אין א חבורה פון הייליגע צדיקים וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, "אַשְׁרֵי לוֹ וְאַשְׁרֵי חֶלְקוֹ", וואויל איז אים און וואויל איז זיין חלק.


המקום ינחם אותך מתוך שאר אבילי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער.

#2338 - אייערע דיבורים זאלן זיין פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים
התחזקות, דרך ארץ, חסידות ברסלב, נסיונות, סיפורי צדיקים, ארץ ישראל, אחדות, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך בין נאך זייער איבערגענומען פון זיין אין ארץ ישראל, פון זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון; איך קען נישט מסביר זיין וואס מען שפירט ל"ג בעומר ביי רבי שמעון אין מירון, איך האב געשפירט אזא הייליגקייט, אזויפיל הרהורי תשובה. אויך בין איך זייער פרייליך אז איך האב געטראפן א טייל פון אנשי שלומינו; זייט מיר מוחל אז איך בין נישט געקומען קיין בני ברק, איך האף צו זיין ביי ענק ווי שנעלער.


עס איז זייער א גוטע זאך אז איר נעמט זיך צאם יעדע מיטוואך א חבורה מיט די בני ברק'ער תלמידים. ווען איר נעמט זיך צאם זאלט איר רעדן פון מעשיות וואס איר האט געהאט ביי הפצה, אדער מעשיות ווי אזוי איר זענט מקורב געווארן, אזוי אויך מעשיות פון תפילה און פון השגחה; אייערע דיבורים זאלן זיין פון רבי'ן און פון די תלמידים פון רבי'ן.


טייערע ברידער, איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אייער עבודות השם; דער אייבערשטער האט א גרויסע נחת רוח פון די גוטע זאכן וואס מען כאפט ארויס. דאס שיינקייט פון א איד איז - מיט דעם וואס עס ברענט אין אים די יצר הרע, דאך לויפט ער שטענדיג צוריק צום אייבערשטן.


מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו פלעגט זיך פירן יעדעס יאר מוצאי ראש השנה צו מאכן א סעודה און דערביי דערציילן פאר זיינע תלמידים וואס זיי האבן געבעטן ראש השנה און וואס זיי האבן גע'פועל'ט. איין יאר בשעת די סעודה איז דארט געזעצן דער וואסער טרעגער פון שטאט, ער האט אויך געוואלט וויסן וואס מען האט אים אנגעשריבן אין הימל, האט ער געפרעגט דעם מעזריטשער מגיד: "רבי, וואס האב איך געבעטן און וואס האט מען מיר געענטפערט?" האט דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו אים געזאגט: "דו האסט געוויינט ביים דאווענען צום אייבערשטן פארוואס דיין פרנסה איז צו זיין א וואסער טרעגער; א גאנצן טאג שלעפסטו וואסער און ווען דו רוסט זיך אפ דעמאלט כאפסטו אריין אפאר קאפיטלעך תהילים, דאס יאר ווילסטו זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש און זיך נישט מוטשען מיט ברענגען פרנסה, נאר דינען דעם אייבערשטן גרינגערהייט", ווען דער וואסער טרעגער האט דאס געהערט האט זיין פנים אויפגעשיינט, ער רופט זיך אן צום מעזריטשער מגיד: "טאקע דאס האב איך געבעטן", און ער פרעגט מיט נייגער וואס מען האט אים למעשה אנגעשריבן, האט אים דער הייליגער מעזריטשער מגיד געענטפערט: "אין הימל האט מען געלאכט פון דיר", פרעגט דער וואסער טרעגער: "איך האב אזוי שלעכט געבעטן, פארוואס האט מען פון מיר געלאכט?" זאגט אים דער מעזריטשער מגיד אזוי: "אין הימל האט מען געזאגט, אויב דו וועסט זיצן א גאנצן טאג אין שול וואס דארף מען דיר האבן... דער אייבערשטער האט בילי-ביליאנען מלאכים וואס דינען אים אן זיך מוטשען אויף פרנסה און אן קיין יצר הרע, דער אייבערשטער וויל דוקא הערן דיינע קאפיטלעך תהילים וואס דו כאפסט ארויס אינמיטן דיין ארבעט, ער וויל הערן ווי דו לויבסט אים ווען עס איז דיר שווער".


נאך א זאך בעט איך אייך, איר זאלט אכטונג געבן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך; סיי צווישן די חברים, סיי אין שטוב, סיי מיט די עלטערן און מיט יעדן איינעם; תלמידי היכל הקודש דארפן זיך פירן מיט דרך ארץ, רעדן שיין, רעדן געלאסן, נישט וויי טון אנדערע. דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2337 - פסוקי תהלים מיט א בענקשאפט צום אייבערשטן
תהלים, רבינו ז"ל, ארץ ישראל, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נאכן זיך באקענען אביסל מיט דיר אין ארץ ישראל ליינט זיך גאר אנדערש דיינע בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו טרעפן אין אתרא קדישא מירון און איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין די מערה ביי רבי שמעון בר יוחאי ל"ג בעומר צוזאמען מיט דיר; איך האב דארט אויסגעזאגט תהילים און מסיים געווען ספר תיקוני זוהר און אנגעהויבן נאכאמאל.


בשעת איך האב געזאגט תהילים ביסטו געשטאנען אונטער מיר, איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן ווי דו זינגסט די פסוקי תהילים מיט אזא הארץ, ווען דו האסט זיך געטראפן מיט א פסוק וואס האט א ליד האסטו אנגעהויבן זינגען איינמאל און נאכאמאל; איך טו אויך אזוי, איך זוך נישט צו ענדיגן תהילים שנעל, איך זוך נישט צו ענדיגן שנעל דעם יום; ווען איך טרעף א פסוק און איך האב אן התעוררות ביי דעם פסוק - בלייב איך שטיין, איך זינג דאס איינמאל, צוויי מאל - ביז איך קען גיין ווייטער. איך האב געהערט ווי דו זינגסט אין קאפיטל נא דעם פסוק (יב): "לֵב טָהוֹר בְּרָא לִי אֱלֹקִים, וְרוּחַ נָכוֹן חַדֵּשׁ בְּקִרְבִּי", מיט אזא בענקשאפט צום אייבערשטן, איך האב זיך זייער מחי' געווען.


וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר וויסן פון רבי'ן; דער רבי ברענגט אונז צו אזעלכע הויכע פלעצער, פלעצער וואו צדיקים קומען אן; דער רבי מאכט די זאך מיט אונז פשוט'ע אידן, אז מיר זאלן אויך האבן א בענקעניש צום אייבערשטן, מיר זאלן זיין באהאפטן צו אים דורך די עצה פון התבודדות, די עצה פון זינגען צום אייבערשטן.


זיי נישט בייז אויף מיר אז איך בין נישט אנגעקומען צו זיין אין ירושלים; איינער איז געקומען דארט, ער האט געוואלט מאכן אן איבערקערעניש. אלעס איז זיכער לטובה, וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז, אזעלכע חסדים; איך וועל קומען צו ענק בקרוב נאכאמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2336 - אויבן אין הימל שטומט אלעס
אמונה, משפחה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


האסט געבעטן חיזוק אויף אמונה.


טייערער ..., - מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, עס זענען דא מענטשן וואס ליידן ביטערע יסורים, קינדער פון צעריסענע שטובער ה' ישמרינו, נאכדעם זענען דא גאנצע שטובער; וואס זענען די קינדער שולדיג, פארוואס דארפן זיי ליידן?!


דאס איז זאכן וואס מיר ווייסן נישט און מיר ווילן נישט וויסן, דאס איז זיכער אז אויבן אין הימל שטומט עס, אויבן אין הימל שטומט אלעס.


דער הייליגער צדיק רבי מרדכי'לע מנעשכיז זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "ווער עס האט קשיות - רופט מען ארויף אויבן, מען שטארבט; דעמאלט פארשטייט מען שוין אלעס", אויך האט דער צדיק געזאגט: "איך פרעג נישט קיין קשיות, דערפאר האב איך אריכות ימים".


גלייב מיר, איך וויין פאר דיר; ווען איך טראכט ווי מען האט דיר געפייניגט און וואס דו גייסט נאכאלץ אריבער - קומט מיר טרערן, דאך בעט איך דיר שטארק זיך, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; חזר זיך די ווערטער (דברים לב, ד): "אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא"; חזר זיך די ווערטער (איכה א, יח): "צַדִּיק הוּא ה' כִּי פִיהוּ מָרִיתִי", דער אייבערשטער איז גערעכט מיט אלעס וואס ער טוט.


ווי מער דו וועסט חזר'ן די אמונה - וועסטו באקומען אייזערנע נערוון, דו וועסט אלעס קענען אריבערגיין, די אלע צרות וועט נישט מאכן קיין רושם אויף דיר.

#2335 - אז יעצט איז נישטא קיין איבריגע געלט, וועט עס אויסווארטן
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט זייער א וואוילער מאן, ער וועט אלעס טון פאר אייך; אבער איר דארפט וויסן אז ער וועט עס טון אין די ריכטיגע צייט.


אז איר ווילט א נייע קאך, נייע לעקטער, נייע טיילס - זייער פיין, זייער וואויל, איר וועט עס באקומען, אבער מען קען נישט דערווערגן דעם מאן. אסאך פרויען ליידן אויף דעם וואס זיי טראכטן אז עס מוז 'שוין' זיין וואס זיי זעען, וואס זיי חלומ'ען - דארף ווערן געקויפט, געטון און געמאכט אויף די מינוט; אך און וויי אז דער מאן זאגט 'איך האב נישט קיין געלט'.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אייך ביז אהער, און אלעס וואס איר חלומ'ט, אפילו גוטע חלומות - זאלט איר בעטן פון אייער מאן, און אז יעצט איז נישטא קיין איבריגע געלט - וועט עס אויסווארטן.


וואויל זענען די פרויען וואס ווייסן די שיינע וועג ווי אזוי צו רעדן, ווי אזוי צו בעטן און האבן סבלנות...

#2334 - א גבאי צדקה דארף קוקן גוט אויף יעדן איינעם
צדקה, זכותים, בין אדם לחבירו, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל בית התבשיל קרית ברסלב


איך האב הנאה אז דו נעמסט אן וואס איך זאג דיר, דו שרייבסט מיר איך זאל דיר שרייבן ווייטער ווי אזוי זיך צו פירן; וועל איך דיר שרייבן א וויכטיגע זאך וואס דו וועסט קענען נוצן און אויך אלע גבאי צדקה.


ווען מען גייט נאך געלט דארף מען אסאך רחמים מען זאל נישט קוקן אדער טראכטן שלעכטס אויף אידישע קינדער; מען דארף צומאכן די אויגן און די אויערן נישט טראכטן שלעכטס אויף די וואס געבן נישט, און נישט אויסהערן די וואס האבן אלץ שיינע סברות וואס צו זאגן.


צדיקים האבן געזאגט, פארוואס האט מען צוויי טאשן? איינס אריינצולייגן די געלט וואס מען נעמט צאם, און די אנדערע טאש פאר די בזיונות.


מען קען אמאל טראכטן, דער איז א קמצן, דער איז א חי', דער געבט גארנישט, דער געבט אפאר פרוטות וכו'; דארף מען בעטן אסאך דעם אייבערשטן מען זאל אלץ קוקן גוט און דן זיין אלעמען לכף זכות.


מענטשן גייען אריבער שווערע צייטן, מענטשן האבן שווערע ביטערע צרות; רוב מאל ווייסט דאס קיינער נישט, רוב מענטשן שפילן א שפיל, אלע מיינען אז עס גייט זיי גוט; זיי האבן געלט, זיי האבן שלום בית, זיי האבן כל טוב, ווען באמת איז דאס א שפיל, און ווען דער גבאי צדקה קומט בעטן געלט און יענער געבט גארנישט, דארף דער גבאי צדקה בעטן דעם אייבערשטן פאר אלע וואס געבן נישט ער זאל זיי קענען דן זיין לכף זכות, ער זאל יענעם געבן א שמייכל און בעטן פאר יענעם ער זאל האבן שפע.


איך שרייב דיר ווייל דו האסט מיר געשריבן איך זאל דיר זאגן וואס צו פאררעכטן. זאלסטו ווייטער ממשיך זיין מיט דיין חסד, סיי מיט'ן בית התבשיל, סיי מיט העלפן אלע וואס דארפן הילף און מיט'ן רייניגן דעם בית המדרש, און ווער עס העלפט דיר און ווער עס העלפט דיר נישט - ביידע זאלן זיין דיינע פריינט, אלע זאלן באקומען א שמייכל פון דיר.

#2333 - בעסער אויסצומיידן פראבלעמען
צרות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב אסאך מער געוואלט זיין מיט אייך אין ירושלים; די סיבה פון מיין נסיעה איז טאקע געווען צו זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון אין מירון, אבער אויך איז געווען די סיבה צו קענען זיין אין ירושלים, אין בית המדרש היכל הקודש זיך מחזק זיין מיט די טייערע חברים.


זייט נישט בייז אויף מיר אז איך בין נישט אנגעקומען צום שיעור, איך האב געדארפט מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה - איז קלוג; עס איז דארט געקומען א משפחה, זיי האבן געוואלט מאכן א טומל. א צעבראכענע משפחה וואס זוכן ווי זיי קענען מאכן פראבלעמען, דעריבער האב איך מחליט געווען נישט צו גיין. נישט אז איך האב מורא פון זיי, איך האב פון קיינעם נישט מורא; איך בין שוין איבערגעגאנגען די אלע זאכן און ערגערע זאכן, פון ווען די ישיבה שטייט איז אלץ דא פרישע מענטשן וואס ווילן אויסרייסן דעם פלאץ. איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש אויסצומיידן פראבלעמען, וואו עס איז דא פראבלעמען - נישט אהין צו גיין, איך וועל בקרוב זיין מיט ענק אויף מער ווי א שיעור.


שטארק זיך מיט'ן רבינ'ס עצות און חיזוק; לערן דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) און זיי זיך מתבודד. זיי מחזק יעדן איינעם, זיי עוסק אין הפצה; און געב א גרוס פאר אלע חברים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2332 - לאמיר אנהייבן מיט גוטע קליינע זאכן
עבודת השם, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון אזא רבי; דער רבי האט אזעלכע זיסע עצות אז אפילו מיר פראסטע מענטשן קענען אויך אנקומען צו שיינע זאכן.


די זיסע עצה פון טון קליינע גוטע זאכן, דאס קענען מיר דאך טון, קלייניקייטן קען מען אלץ טון, אפילו מען איז פארמאטערט - קען מען טון קלייניקייטן, איין פרק משניות קען יעדער זאגן, נאר מען וויל טון אסאך - טוט מען גארנישט.


מוהרא"ש ברענגט, רבי לוי יצחק זכרונו לברכה פלעגט זאגן, דייקא די פון אנשי שלומינו וואס האבן געלעבט מיט דעם, זיי האבן געוויסט אז איין קליינע גוטע זאך איז חשוב - זיי האבן זייער מצליח געווען, ביז זיי האבן געטון אסאך.


ברודער טייערער, ליבער חבר; לאמיר אנהייבן מיט גוטע קליינע זאכן, וועלן מיר אנקומען צו גרויסע ליכטיגקייטן.


 

#2331 - גיין אנגעטון איידל און באשיידן
צניעות, סקול, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


וואויל איז אייך אז איר פירט זיך איידל, איר גייט אנגעטון איידל; איר זענט א ביישפיל פון א תלמידה פון "בית פיגא".


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט נחת פון אייך, דאס איז געווען מוהרא"ש'ס ווילן, מיר זאלן גיין אנגעטון איידל און באשיידן.


אין זכות פון אייער צניעות וועט איר האבן בנים צדיקים, אזוי האט דער רבי אונז צוגעזאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה", די צניעות פון די פרוי, "מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", איז איר מזכה צו קינדער צדיקים.


 

#2330 - גיין אויפ'ן גאס מיט די אויגן אויף אראפ
שמירת עינים, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... שליט"א


איך וויל דיר מחזק זיין, יעצט ווען עס ווערט זומער, זאלסטו זיך אכטונג געבן צו היטן דיינע אויגן.


ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו גיין מיט די אויגן אויף אראפ. אויב מען היט די אויגן דעמאלט קען מען נאכדעם לערנען און דאווענען, אבער אויב מען איז מפקיר די אויגן, מען גייט מיט די אויגן אויף ארויף אין גאס, דעמאלט פאלט מען אראפ פון די קדושה, מען פארלירט אלעס.


אויב דו וועסט היטן דיינע אויגן וועסטו זוכה זיין צו אלע מדריגות אין קדושה.


פון דיין טאטע


 

#2329 - מ'קען כאטש האבן א ווילן צו זיין גוט
עבודת השם, רצונות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט אמאל געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכותו יגן עלינו: "אן ערליכער איד איז זייער שווער צו זיין, לאמיר כאטש ליב האבן אן ערליכער איד; לאמיר כאטש מקנא זיין אן ערליכער איד און נישט קריגן אויף אים".


די פאר ווערטער זענען זייער טיפע ווערטער, זייער שטארקע ווערטער; דאס קענען מיר יא טון, מיר קענען האבן א ווילן צו זיין גוט.


איך האף אז דו האסט נאך דעם ווילן אזוי ווי אין די צייט ווען דו ביסט מקורב געווארן צום רבי'ן.