בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2328 - אלץ גיין אביסל מער צניעות'דיג
צניעות, חיזוק פאר פרויען, רפואה, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב, דארף מען זיך מקבל זיין גוטע זאכן לזכות אז אלעס זאל אנקומען גרינג; זאלט איר אלץ גיין אנגעטון א ברעקעלע מער אויף די איידעלע זייט.


צום ביישפיל, ווען איר קויפט זיך א קלייד, איר טראכט צו זיך, איר ווייסט נישט אויב עס איז צניעות'דיג אדער נישט, זאלט איר אלץ גיין אויף די איידעלע וועג; אין דעם זכות וועט איר האבן גרינג און זוכה זיין צו ערליכע געזונטע קינדער.


א בית פיגא תלמידה טראגט אן אחריות; די גאנצע קהילה, אלע פרישע מקורבים קוקן אויף ענק.


 

#2327 - אז דו וועסט אנטון תפילין וועסטו האבן א ברכה אין וואס דו טוסט
ישועות, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף אז דו ביסט מצליח, איך טראכט אסאך פון דיר.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט אנטון יעדן טאג די הייליגע תפילין. די הייליגע חכמים זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין מַאֲרִיךְ יָמִים", ווער עס לייגט תפילין לעבט א לאנגע גוטע לעבן; אז דו וועסט אנטון תפילין וועסטו האבן א ברכה אין וואס דו טוסט.


שרייב מיר צוריק וועסטו מיר מחי' זיין.


איך געדענק די יארן ווען דו האסט געלערנט אין ישיבה.

#2326 - מען פרובירט אויס יעדן איינעם אויף דער וועלט
צרות, התחזקות, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין הארציגער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויסן זאלסטו, מען פרובירט אויס יעדן איינעם בזה העולם; וואויל איז דעם וואס דערהאלט זיך און בלייבט ביי די אמונה.


דער הייליגער צדיק רבי יוסף יצחק שניאורסאהן זכותו יגן עלינו - האט  געזאגט, נאכדעם וואס ער איז באפרייט געווארן פון תפיסה: "איך וועל נישט פארקויפן פאר מיליאנען דאלער די יסורים און שווערע טעג וואס איך בין אריבער, אבער אויב איינער וועט מיר געבן מיליאנען דאלער איך זאל נאכאמאל אריבערגיין וואס איך בין אריבער - וועל איך דאס נישט טון".


דאס איז די מדריגה פון צדיקים, זיי פארלירן נישט זייער אמונה; אפילו מען פרובירט זיי אויס מיט שווערע ביטערע נסיונות - בלייבן זיי געטריי צום אייבערשטן; דער חידוש איז, אז נישט נאר די צדיקים זענען זוכה צו דעם, נאר די אלע וואס לעבן מיט די צדיקים, די אלע וואס זענען צוגעקלעבט צו צדיקים - זענען אויך זוכה צוצוקומען צו האבן א שטארקע, קלארע, לויטערע אמונה; זיי בלייבן שטארק אין אמונה, אפילו מען פרובירט זיי אויס.


דאס איז די וואונדער ביים רבי'ן, דער רבי האט אזא כח, ער נעמט מענטשן ווי מיר זענען, פראסטע גראביאנעס און ברענגט אונז צו די הויכע מדריגה.


דראפע זיך און דערהאלט זיך.


 

#2325 - אין אזא שווערע צייט קען מען זיך נאר שטארקן מיט אמונה
צרות, אמונה, התחזקות, סוכות, ניחום אבלים, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, פה אתרא קדישא מירון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', אשת ר' ... נרו יאיר


עס איז זייער שווער צו טרייסטן נאך אזא שוידערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט אין מירון אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר, ווען אזויפיל אומשולדיגע טייערע אידן זענען אומגעקומען, ובתוכם אייער טייערער ברודער ... עליו השלום. וואס קען מען זאגן? ווי אזוי קען מען טרייסטן די חשוב'ע משפחה; די טאטע, מאמע, די ווייב, די ברודער שוועסטער און קינדער; נישטא קיין ווערטער וואס צו זאגן, מיר קענען זאגן נאר די ווערטער: "המקום", דער הייליגער באשעפער, "ינחם אתכם", זאל אייך טרייסטן, "בתוך שאר אבלי ציון וירושלים".


עס איז א גזירה מן השמים, דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן די טייערע אידן אין אזא הייליגע טאג ל"ג בעומר. אזוי איז געווען ווען אידישע קינדער האבן אויפגעשטעלט די הייליגע משכן, דעמאלט איז געווען אזא גרויסע שמחה, די גאנצע וועלט האט זיך געפריידט, פלוצלונג האט דער אייבערשטער אוועקגענומען אהרן הכהן'ס קינדער; אינמיטן די שמחה, אינמיטן די טענץ. שטייט אין די תורה אז אהרן הכהן האט געשוויגן, "וַיִּדֹּם אַהֲרֹן (ויקרא י, ג)", ער האט נישט געהאט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער האט דאס מקבל געווען מיט גרויס שמחה, ער האט געוויסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א חשבון, אהרן הכהן האט ווייטער געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי פריער.


איך האב געהערט זייער א שטארקע חיזוק פון מוהרא"ש. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כח:) אויב עס רעגנט יום טוב סוכות איז דאס אזוי ווי א הַאר בעט זיין קנעכט ברענג מיר וואסער, און ווען דער קנעכט ברענגט די וואסער נעמט דער הַאר די וואסער און שפריצט דאס אן דעם קנעכט, אזוי איז יום טוב סוכות ווען עס גייט א רעגן; יום טוב סוכות ווען מיר אלע זיצן אין די סוכה, מיר טוען דעם רצון ה', און דער אייבערשטער גיסט אונז אן; אויבנאויף זעט דאס אויס ווי א שלעכטע זאך, אבער מוהרא"ש זאגט אונז אז עפעס טיפערס ליגט אין דעם משל.


ווען א הַאר קויפט זיך א קנעכט ווייסט ער נאכנישט אויב דער קנעכט איז אים באמת געטריי, ווי אזוי קען דער הַאר וויסן אויב זיין קנעכט איז אים באמת געטריי? ער בעט אים ברענג מיר וואסער און ער נעמט די וואסער און גיסט אים אפ אין פנים אריין; איז דער קנעכט נישט געטריי – וועט ער אנטלויפן פון אזא הַאר, אויב אבער דער קנעכט בלייבט ווייטער געטריי – איז א סימן אז דער קנעכט האט נישט קיין שום ווילן, ער האט נאר איין ווילן, טון דעם רצון פון זיין הַאר.


אזוי אויך, עס קומט דער יום טוב ראש השנה און יום הכיפורים ווען אלע אידן זאגן פאר'ן אייבערשטן: "מיר זענען דיר געטריי, מיר ווילן נאר טון דיין ווילן"; נאכדעם קומט דער יום טוב סוכות, אלע בויען סוכות, אלע גיין אריין אין די סוכה; דער אייבערשטער וויל זען ווי געטריי זיינע קינדער, זיינע קנעכט - זענען, גיסט ער זיי אן מיט וואסער, דעמאלט זעט מען ווער מיר זענען; מיר בלייבן ווייטער קנעכט פאר'ן אייבערשטן.


אנדערש ווי די אומות העולם, וואס ביי זיי שטייט (עבודה זרה ג.) אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי האבן א טענה צום אייבערשטן פארוואס מען האט זיי נישט געגעבן די תורה, וועט דער אייבערשטער זיי געבן די מצוה פון סוכה און די גויים וועלן צעברעכן די סוכות, זיי וועלן ארויסלויפן פון די היצן; דאס איז א גוי, ווען עפעס גייט אים נישט גוט, שטויסט ער גלייך אלעס אוועק. ווידער, אידישע קינדער, בני א-ל חי, זיי בלייבן געטריי.


מיר זענען געקומען צו פארן צו רבי שמעון בר יוחאי, יעדער איינער איז געקומען אויס'פועל'ן ישועות און פלוצלונג איז אלעס צעשטערט געווארן, מען האט אונז אנגעגאסן מיט די וואסער וואס מיר האבן געברענגט; דאך בלייבן מיר געטריי, מיר האבן נישט קיין קשיות, מיר פרעגן נישט, מיר ווייסן נישט, מיר קענען סיי ווי נישט פארשטיין דרכי המקום, מיר וועלן ווייטער טון דעם רצון ה'.


שטארקט אייך און שטארקט אייערע טייערע עלטערן; זיי זענען דאך אזוי צעבראכן אויף שברי שברים. עס איז נישטא נאך אזא צער ווי די צער פון עלטערן וואס דארפן באגלייטן א קינד צו די קבורה. זייט מחזק אייער שוועגערין די אלמנה, זי דארף דאך אזויפיל כח זי זאל קענען ווייטער זיין א מאמע פאר די אומשולדיגע יתומים'לעך. זייט מחזק אלע געשוויסטער, יעצט איז א צייט וואס מען מוז זיך שטארקן, מען מוז אנגיין מיט עבודת השם יתברך, מען דארף ווייטער אויפציען דורות פאר'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז; מיר זענען אלע אזוי צעבראכן, יעדער איד אין די גאנצע וועלט איז צעקלאפט, דאס איז א קלאפ פאר אונז אלע בכלל און בפרט פאר די משפחות ה' ירחם.


דער אייבערשטער זאל אונז שוין אלע טרייסטן, אונז שיקן משיח צדקינו און מיר וועלן זוכה זיין צו תחיית המתים; מיר וועלן זיך טרעפן מיט אלע אידן אינאיינעם, מיט אלע צדיקים; אמן.

#2324 - עצתו אמונה מוז זיין גרייט אין צייט
עצתו אמונה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב געזאגט פאר ... נרו יאיר ער זאל נעמען א צווייטן אינגערמאן וואס וועט אויסשטעלן די וועכנטליכע קונטרסים פון עצתו אמונה; מיר דארפן דאס שוין האבן גרייט יעדן זונטאג, מיר שיקן דאס ארויס אין די פאסט און עס האלט זיך אויף, וואך נאך וואך, נאר וועגן דיר.


זיי מיר מוחל, איך קען נישט ארבעטן מיט פארשלעפטע מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2323 - איך זע איר זענט גוטע מפיצים
הפצה, ארץ ישראל, מירון

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


חסדי ה' יתברך איך האב זוכה געווען אנצוקומען קיין ארץ ישראל, יעצט געפון איך זיך אין מירון; אויף שבת וועל איך דא זיין. אם ירצה ה' קומענדיגע וואך וויל איך זיין אין ירושלים, איך וויל זיין מיט אייך, זיך מחזק זיין מיט אונזערע אוצרות וואס מיר האבן פון רבי'ן.


איך מוז אייך זאגן, איך זע איר זענט גוטע מפיצים, עס איז נישט צום גלייבן וואס דא טוט זיך, איך קען נישט זיין א מינוט פאר מיר; יעדע רגע ממש קומט צו נאך א בחור, נאך א אינגערמאן זיך באדאנקען פאר די עצתו אמונה, פאר די גליונות, פאר די שיעורים, פאר די חיזוק יומי; אזוינס האב איך נאכנישט געהאט, אן קיין גוזמא, מען שטעלט מיר אפ אין די הונדערטער זיך באדאנקען.


דאס איז אלעס די פרישע מקורבים, גוטע מפיצים; איר זענט לעבעדיגע חברה, שטערקערע און פרישערע ווי אמאל.


א פרייליכן שבת.

#2322 - עס איז נישט געזונט זיך אויפצועסן שטילערהייט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


זייט אפן מיט אייער מאן; רעדט צו אים, זאגט אים וואס שטערט אייך. עס איז נישט געזונט זיך אויפצועסן שטילערהייט; עס איז נישט געזונט סיי פאר'ן געזונט און סיי פאר'ן שלום בית.


אז אייער מאן קומט אהיים שפעט און ער רעדט נישט מיט אייך קיין צוויי ווערטער, ער זיצט מיט זיין טעלעפאן טאג און נאכט - דארפט איר אים דאס זאגן. זייט אפן מיט אים, זאגט אים שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך וויל רעדן מיט דיר, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל האבן מיט דיר; עס שטערט מיר אז דו לויפסט צו דיין טעלעפאן טאג און נאכט".


אייער מאן איז נישט קיין שלעכטער, ער כאפט זיך נישט וואס ער טוט; די טעלעפאן ציט אזוי שטארק אז מען ווערט אומווילנדיג צוגעקלעבט צו דעם, מען כאפט נישט וויפיל צייט עס גייט אוועק דורך דעם.


איך בעט אייך, רעדט צו אים, זייט אפן מיט אים; זאגט אים שיינערהייט ווי שטארק איר ווארט א גאנצן טאג ער זאל אהיים קומען, וועט ער זיכער זיין מיט אייך, ווייל ער איז א גוטער מענטש, ער מיינט נישט קיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2321 - לאז אפ דיין טעלעפאן און פארברענג מיט דיין ווייב
שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב האט מיר געשריבן אז זי איז זייער צעבראכן, דו האסט נישט מיט איר וכו'; זי ווארט דיר אפ יעדע נאכט, זי ווארט דו זאלסט אהיים קומען צייטליך, זי וויל זיין מיט דיר, אבער דו קומסט אהיים שפעט, דו בלייבסט שמועסן אין שול, און ווען דו קומסט שוין אהיים, מאכסטו זיך ווי דו האסט נישט קיין כח, לויפסט אריין אין בעט; זי האלט עס נישט אויס, זי זאגט אז זי שפירט ווי דו האסט חתונה געהאט מיט א צווייטן, מיט דיין טעלעפאן.


איך געדענק ווי שטארק דו האסט געוואלט חתונה האבן, דו האסט נישט אויסגעהאלטן צו זיין א בחור; יעצט אז דו האסט שוין חתונה געהאט, דו האסט באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אן אשת חיל - פארוואס זאלסטו זיך פירן ווי א בחור? פארוואס זאלסטו נישט אהיים גיין צו דיין ווייב גלייך נאך מעריב? און אז דו לערנסט דעם שיעור זאלסטו גלייך אהיים גיין נאכן שיעור!


דיין ווייב זאגט אז דו קומסט אהיים שפעט און דו זאגסט דו האסט נישט קיין כח, דו גייסט שלאפן, אבער ווילאנג דו שפילסט מיט'ן טעלעפאן האסטו כח; דאס באדערט איר זייער, זי וויינט פון דעם.


איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן אז אונזער שטעטל זאל זיין א פלאץ פון שלום, א פלאץ וואו אלע לעבן מיט יראת שמים. איך געב אוועק זייער אסאך פאר די שטעטל, איך וויל אזוי שטארק אז אלע איינוואוינער פון שטעטל זאלן נישט האבן קיין טעלעפאן אין שטוב; די שטוב זאל זיין זויבער, די שטוב זאל זיין ריין.


טייערער ברודער, איך האב דיר ליב, איך וויל דיין גוטס, אפשר דאך וועסטו אנהייבן צוריק פונדאסניי אפלאזן אלע נארישקייטן; אנשטאט קוקן אין טעלעפאן ספארט"ס, ווי די באלי פילט אהער און אהין - קענסטו קוקן אין די הייליגע תורה; אין א משניות, אין די גמרא. קענסט קוקן אויף דיין ווייב; זי ווארט דו זאלסט קוקן אויף איר, זי פרובירט אזוי שווער זיך אהער צו שטעלן שיין פאר דיר, אבי דו זאלסט איר געבן די גוטע ווערטער, און דו לויפסט צוריק צו די נארישע געימס, נארישע ספארט"ס.


געב זיך א דערמאן ווי שווער עס איז דיר געווען צו זיין אליינס, געב זיך א דערמאן וויפיל סגולות דו האסט געטון צו קענען טרעפן דיין שידוך, און יעצט אז דו האסט חתונה געהאט - דארפסטו ווייטער בויען די שטוב אינאיינעם מיט דיין ווייב.


שרייב מיר דיינע שיעורים, וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2320 - די מלמדים דארפן א מנהל וואס זאל זיי מחזק זיין
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חבר, מחותני הר"ר ... שליט"א, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


איך פריי זיך זייער צו הערן פון די מלמדים אז דו האסט נאכאמאל אנגעהויבן דיין וועכנטליכע שיעור פאר זיי, דו ביסט מחזק די מלמדים זיי זאלן ממשיך זיין מיט זייער ארבעט.


זיין א מנהל איז זייער א גרויסע אחריות; די מלמדים לערנען טאקע מיט די קינדער, זיי זיצן מיט די קינדער, אבער איינער דארף זיי מחזק זיין, איינער דארף זיי געבן א גוט ווארט, אן עצה, אביסל הילף וכו' וכו'; אז דער מנהל האט אינזין די מלמדים, זיי צו שטארקן און מחזק זיין, אז דער מנהל קוקט זיך אום אויב די מלמדים זענען צייטליך, צי זיי לערנען געניט חומש רש"י, משניות און גמרא, יעדער איינער וויפיל זיי דארפן לערנען - דעמאלט גייט די זכות אויפ'ן מנהל; די לימוד התורה - אלעס גייט אויף זיין חשבון.


איך דאנק דיר פאר'ן מחזק זיין די מלמדים. וויסן זאלסטו, אונזער זאך איז די קינדער; אז מיר וועלן אריינלייגן די קאפ און מח אין די חינוך הילדים - וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען פון אלע צדיקים, מיר וועלן האבן מיט וועם אנטקעגן גיין משיח צדקינו במהרה בימינו, אמן.

#2319 - דו גיי דיין וועג, מאך נישט קיין עסק פון אנדערע
צדקה, חסד, סיפורי צדיקים, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל בית התבשיל קרית ברסלב, ליבערטי


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; אנשי שלומינו זענען דיר זייער דאנקבאר פאר דיין געטרייע ארבעט פון צושטעלן עסן פאר די גאנצע שטאט.


עס זאל דיר אבער נישט וויי טון ווען איינער דארף נישט און וויל נישט נעמען פון די עסן, אדער אויב איינער פון די גבאים נעמען נישט; דו גיי דיין וועג, דו טו גוטס און ווער עס דארף נישט - דארפסטו נישט מאכן קיין עסק דערפון.


דו ווייסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אלץ געזאגט פאר זיינע הייליגע קינדער זיי זאלן גיין נאך געלט, אין די זעלבע צייט האט ער זיי געבעטן זיי זאלן נישט ווערן קיין שונאי ישראל, נישט פיינט האבן אידן; וואס איז די שייכות איינס מיט'ן צווייטן? נאר בדרך כלל, די אלע וואס טוען חסד ווערן אזוי אריינגעטון אין עולם החסד, זיי פארגעסן אז עס איז דא נאך מענטשן; מען פארגעסט אז עס איז דא נאך מידות, עס איז דא חסד, גבורה, תפארת וכו', בשעת מען נעמט צאם געלט און מען זעט איינער געבט נישט ווערט מען גערעגט אויף די מענטשן; דאס האט ער זיי געבעטן, זיי זאלן ווייטער ליב האבן אידישע קינדער.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך, קוק נישט אויף קיינעם; גיי דיין וועג און האב יעדן ליב, וועסטו זייער מצליח זיין.

#2318 - מאך דיר א שיעור אין הייליגן תיקוני זוהר
מקוה, תיקוני זוהר, ארץ ישראל, ל"ג בעומר, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש וויליאמסבורג


ביז דערווייל האב איך נאכנישט באקומען קיין רשות אריינצוגיין קיין ארץ ישראל, איך האף נאך צו באקומען רשות, איך וויל זייער שטארק זיין אין מירון דעם יאר ל"ג בעומר.


אויב איך וועל נישט באקומען קיין רשות וויל איך דיר בעטן זאלסט צושטעלן א סעודה פאר אלע תלמידים, אויך זאלסטו צוגרייטן מוזיק (אויך קלארינעט וואס שפילט אין מירון); מיר וועלן מאכן א סעודה ליל שישי אין ישיבה פאר אנשים, און אויך אין ווייבער שול פאר די נשים און פאר די קינדער. ל"ג בעומר איז א יום טוב, א טאג וואס אלע אידן פרייען זיך אויף וואס מיר האבן באקומען דעם זוהר, די פנימיות התורה.


לייג צו א שיעור צווישן דיינע שיעורים, אין ספר התיקונים; איך לערן יעדן טאג תיקוני זוהר, איך בין זיך ממש מחי' מיט די תיקונים. אפילו מען פארשטייט ווייניג, דאך שפירט מען ביים לערנען אז עפעס גרויסע זאכן טוט זיך.


דעם שיעור זאלסטו לערנען נאר נאכן גיין אין מקוה.

#2317 - לערנען יעדן טאג תורה מיט א שטארקייט
סיום, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל חומש, אביסל משניות און כאטשיג א בלאט גמרא.


דעם זונטאג נאכט בין איך געווען אין בלומינגראוו פאר א סעודה לכבוד פסח שני און בעיקר פאר א סיום, דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש האט מסיים געווען די צווייטע מאל הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה, דאס איז אינאיינעם צוויי הונדערט און צוויי מאל. איך בין געווארן אזוי פרייליך צו זען די שכל פון אנשי שלומינו; אנשטאט זיין פארנומען מיט הבלים, זענען זיי פארנומען מיט תכלית; מען גרייט זיך אן מיט אסאך תורה, דאס וועט מיט גיין אויף יענע וועלט.


זאלסט זיך באשטומען מיט א שטארקייט צו עפענען יעדן טאג די הייליגע משניות און די הייליגע גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דאס וועט דיר באגליקן.

#2316 - א אידישע פרוי דארף זיין פרייליך
תפילה והתבודדות, שמחה, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער עיקר אויף וואס איר זאלסט זיך פארלייגן - איז אויף שמחה; שמחה היט אפ דעם מענטש פון אלעם שלעכטס, שמחה איז א פאנצער, שמחה פארברענט אלע קליפות.


אמת טאקע, דער רבי האט אונז געלערנט די הייליגע עבודה פון התבודדות און וידוי דברים; זיך מתודה זיין פאר'ן אייבערשטן, דערציילן אלעס וואס מען האט געטון, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ד) אז דאס איז די וועג ווי אזוי מען קען ארויסנעמען די עבירות פון די ביינער, אבער דאס קען מען נישט טון טאג און נאכט, דאס דארף מען טון איינמאל א טאג, אבער דורכאויס דעם גאנצן טאג דארף מען זיין פרייליך (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה).


איך האף אז איר וועט פון היינט אנהייבן לעבן מיט שמחה, דער עיקר שמחה איז אז מיר זענען אידן, מיר היטן די תורה; דורכדעם וועט איר מאכן א פלאץ ביי אייך אין שטוב פאר השראת השכינה.


געדענקט, א אידישע מאמע, א אידישע פרוי – מוז זיין פרייליך.

#2315 - פירן א שיינע שבת טיש מיט די קינדער
חינוך הילדים, שבת קודש, תכלית, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ברודער האט מיר דערציילט אז ער האט געגעסן ביי דיר שבת, איך האב אים אויסגעפרעגט וואס מען האט גערעדט ביי די סעודה; איך האב אלץ ליב צו נאשן פון אנשי שלומינו נאך שיחות, נאך שמועסן; אלץ פרעג איך די בחורים: "וואס האט מען געשמועסט ביי דיין טאטנ'ס סעודה?" אפשר וועל איך הערן א פרישע שיחה.


דיין ברודער זאגט מיר ווי מען האט זיך געקאכט ביי די סעודה וואס פאר א חרבנות דער נייער פרעזידענט ביידען האט שוין אנגעמאכט פאר'ן לאנד.


וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז מיר א גרויסע ווינדער אז אנשי שלומינו, תלמידי הישיבה זאלן רעדן "אזוינע שטותים!" פארגעסן פון באשעפער, זיין אריינגעטון אין נארישע פאליטיק, בפרט ביים שבת סעודה וואס איז א צייט פון אמונה, א צייט פון דביקות צום אייבערשטן.


איך וויל דיר אויפוועקן פון דיין זיסער חלום, ... נרו יאיר, בארואיג זיך, ביידען איז נישט אזוי שלעכט; נישט דער פרעזידענט וועט אונז העלפן און נישט דער פרעזידענט וועט אונז שעדיגן, דער אייבערשטער פירט די וועלט אזוי שיין.


אז דו ווילסט העלפן בויען די וועלט זאלסטו עוסק זיין אין עבודת ה', אין חינוך הילדים. שבת ביים טיש זאלסטו רעדן נאר פון שיינע זאכן, פון צדיקים, פון גוטע מידות. רעד צו דיינע קינדער פאר אנדערע וועלן רעדן צו זיי, לאז זיך אראפ צו זייער מח.

#2314 - שטארק זיך ארויסצוגעבן נאך סידי'ס מיט ניגונים פון אמונה
ישועות, אמונה, ניגונים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל ... תחי'; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט איר מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, אפשר דאך ווילסטו ממשיך זיין מיט'ן ארויסגעבן סידי'ס מיט ניגונים פון אמונה, ניגונים פון תשובה; מיר האבן שוין אנגעהויבן ארבעטן אויף "טאנץ מיט אמונה - 4", ממש א שאד דאס נישט צו ענדיגן.


האסט נישט קיין אנונג וויפיל טויזנטער מענטשן זענען זיך מחזק באמונה פשוטה ובתשובה שלמה בזכות די ניגונים.


אז דו וועסט ווייטער ארויסגעבן די סידי'ס וועסטו זען ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.

#2313 - לאז אים הערן נייעס האטליינס
שלום בית, טעלעפאן, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


עס איז נישט אזוי געפערליך אז אייער מאן וויל הערן "קול מבשר"; צוליב דעם דארפט איר נישט ווערן אויסער זיך. אסאך מאל ווילן זיך מענטשן אויסלופטערן דעם מח, צינדט מען אן א האטליין אז דער מח זאל זיך אויסלופטערן; רוב מאל הערט מען אפילו נישט צו צום ראדיו, עס איז פשוט אז דער מח זאל זיך אויסלופטערן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער מאן, ער איז א טייערער מענטש, באמת א וואוילער; איר דארפט נישט מאכן קיין עסק פון דעם, ער וועט עס אויסוואקסן. לאזט אים הערן די ליין, ער זאל הערן אז עס איז נישטא וואס צו הערן. דאס נעמט צייט ביז מען כאפט עס, איך האף איר וועט נישט מאכן קיין עסק פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין השראת השכינה צווישן אייך; נאר שלום און ליבשאפט.

#2312 - דעם רבינ'ס ציון איז א מתנה פאר אלעמען
הכרת הטוב, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זאלט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס ביים הייליגן רבינ'ס ציון; א גרויסן יישר כח פאר'ן מתפלל זיין פאר מיר, איך בין זייער מכיר טובה אויף דעם.


דעם רבינ'ס ציון איז א מתנה פאר אלעמען; מענער, פרויען - נישט קיין חילוק ווער עס זאל נאר זיין.


וואויל איז דעם וואס איז זוכה צו גיין קיין אומאן און זאגן די תיקון הכללי, וועט ער זוכה זיין צו אלע תיקונים; פאררעכטן אלעס פון דעם גלגול און פון אלע גלגולים.

#2311 - העלף דיין טאכטער זיין וואויל און גוט
חינוך הילדים, שידוכים, לימוד התורה, יונגע יארן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב באקומען א באריכט פון חדר אין שטעטל, איך האב א גוטע גרוס פון דיין זון ... נרו יאיר.


דער מלמד שרייבט מיר אז ער האט געלערנט פרשת טהרה 122 פרקים משניות און פיר בלאט גמרא, און אין פרשת אחרי-קדושים האט ער געלערנט 105 פרקים משניות און זיבן בלאט גמרא.


איך פריי זיך זייער אז ער האט באקומען א חשק צו לערנען.


דיין טאכטער ... תחי' איז זייער א קלוגע מיידל, א שארפע מיידל; זי האט אבער לעצטנס אנגעהויבן זיך אונטער צו לאכן פון די טיטשער, זי איז נישט שלעכט, זי איז וואויל, אבער דאס שטערט זייער שטארק די סדר פון סקול. אפשר קענסטו איר ווייזן דעם בריוו, זאג איר אז איך בעט איר זייער זי זאל אויסארבעטן איר נאטור, זי זאל זיין די מיידל וואס פאלגט, די מיידל וואס קאאפערירט, אלע זאלן איר נאכמאכן.


בנוגע די שידוך; איך האב גוטע נייעס, איך וועל רעדן מיט דיר פנים אל פנים.

#2310 - די שענסטע זאך איז צו זען ווי א קינד איז מכבד די עלטערן
כיבוד אב ואם, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געהערט זייער שיינע זאכן אויף אייך; מיין ווייב תחי' זאגט מיר זי האט געזען ביי די פרויען צאמקום ווי שיין איר נעמט אויף אייער מאמע. אייער מאמע איז אנגעקומען אינמיטן די שיעור, איר האט זיך אויפגעשטעלט און איר געגעבן א גוטע פלאץ, מיט אזויפיל דרך ארץ.


דאס איז די שענסטע זאך וואס קען נאר זיין, צו זען ווי א קינד איז מכבד די עלטערן. ליידער זעט מען דאס נישט ביי אנדערע, נאך די חתונה פארגעסן די קינדער פון די עלטערן, אדער מאכט מען זיך ווי מען פארגעסט.


בזכות כיבוד אב ואם זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות פון די תורה, "לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ (שמות כ, יא)".

#2309 - מיר אלע דארפן מער עוסק זיין אין דאנקען דעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, רפואה, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייער משפחה; איר וועט בקרוב האבן א רפואה שלימה, איר וועט זיין געזונט און שטארק, עס וועלן אוועקגיין די אלע פראבלעמען.


איר פרעגט וואס איר דארפט פאררעכטן, איר בעט איך זאל אייך זאגן; איין זאך קען איך אייך זאגן, וואס "מיר אלע" דארפן פאררעכטן; מיר אלע דארפן מער עוסק זיין אין דאנקען דעם אייבערשטן, מען כאפט זיך אליינס נישט וויפיל מיר זענען שולדיג צו לויבן און דאנקען אויף אלע זיינע חסדים.


ווען מען לויבט דעם אייבערשטן נעמט מען אראפ פון זיך אלע דינים.

#2308 - איך בין זייער איבערגענומען פון אייערע קינדער
לימוד התורה, יונגע יארן, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב, ליבערטי


איך וויל אייך איבערגעבן א גרוס פון אייערע טייערע קינדער; דער מלמד האט מיר געשיקט א באריכט פון די תלמוד תורה, וויפיל זיי לערנען, יעדער פאר זיך - על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן.


איך זע אז אייער זון, הבחור ... נרו יאיר האט געלערנט במשך די צוויי וואכן, פרשת טהרה און פרשת אחרי-קדושים - א חשבון פון 156 פרקים משניות און 96 בלעטער גמרא, און אייער זון הילד ... נרו יאיר, האט געלערנט 31 פרקים משניות און 138 בלעטער גמרא.


איך בין זייער איבערגענומען פון אייערע קינדער; פון זייער התמדה, פון זייער ערנסטקייט, ווי זיי נוצן אויס זייערע יונגע יארן מיט תכלית, מיט תורה ותפלה.


אויך זאגט דער מלמד אז זיי זענען זייער וואויל, זייער דרך ארץ'דיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען נאר נחת פון זיי און פון אלע אייערע קינדער און אייניקלעך.

#2307 - ל"ג בעומר זאלסטו זיך שפילן מיט'ן פייל און בויגן
קינדער, ישועות, אמונה, סגולות, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה; אמונה איז אזוי ווי א מאגנעט, עס ציט אלע ישועות צום מענטש.


אמונה ברענגט ישועות; ווען מען גלייבט אינעם באשעפער, מען פארלאזט זיך אויף אים – דאס מאכט די ישועה זאל קומען.


קויף זיך א פייל און בויגן; ל"ג בעומר זאלסטו זיך שפילן מיט'ן פייל און בויגן, זאלסט שיסן די פיילן. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות בנים, סימן סג): "דְּרִיכַת הַקֶּשֶׁת בְּלַ"ג בָּעֹמֶר", שיסן ל"ג בעומר מיט'ן פייל און בויגן, "הִוא סְגֻלָּה לְבָנִים", דאס איז א סגולה פאר קינדער.

#2306 - וואלסטו געוואוסט ווי חשוב הפצה איז, וואלסטו געטאנצן פון פרייד
הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ווי גוט איז אונזער חלק, ווי וואויל איז אונזער גורל – אשר בנחל שם גורלינו, אז מיר האבן די זכי' צו עוסק זיין אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די ספרים, קונטרסים און גליונות פאר אלעמען.


אנו עמלים והם עמלים, אלע מוטשען זיך; אנו רצים והם רצים, אלע זענען פאריאגט; אבער וואס וועט בלייבן פון אלע פלאג און יאגעניש? נאר דאס וואס מיר זענען זוכה צו פארשפרייטן פאר אנדערע, דאס וועט בלייבן.


וואלסטו געוויסט ווי חשוב הפצה איז, וואלסטו געטאנצן און געזינגען פון פרייד: "אשרינו מה טוב חלקינו..."

#2305 - נישט רעדן פון אנהייב דאווענען ביז'ן סוף
תפילה והתבודדות, הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר


שטארק זיך בלימוד התורה ויראת שמים; ביים דאווענען זאלסטו אלעס אוועקלייגן און נאר דאווענען. געוואוין זיך צו נישט צו רעדן פון אנהייב דאווענען ביז'ן סוף, בפרט מיט די הייליגע תפילין זאלסטו נישט רעדן קיין איין ווארט.


ווען דו ענדיגסט און דער בעל תפלה שלעפט – זאלסטו אויסנוצן די סעקונדעס און מינוטן זיך מתבודד זיין, חס ושלום רעדן אדער שמועסן מיט חברים; דורך דאווענען וועסטו קומען צו די העכסטע דרגא און צו כל טוב.


איך האב געזען די נייע קונטרס וואס דו האסט געדרוקט, איך פריי זיך אז מיינע קינדער דרוקן ספרים; זיי האבן א חלק אין הפצת ספרי רבינו.


דיין טאטע.

#2304 - יישר כח פאר'ן צושטעלן אזא שיינע סיום
הכרת הטוב, סיום, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד האברך היקר ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין ביי דיר אין שטוב זען די חבורה היכל הקודש, זיך טרעפן מיט תלמידי הישיבה און מיט די פרישע מקורבים. איך האף צו קומען צו דיר מער אפט, איך וויל זיך מחזק זיין מיט אנשי שלומינו; בעיקר וויל איך מחזק זיין די שיעור גמרא.


איך האב זיך נאכנישט באדאנקט פאר דיין ווייב תחי', פאר'ן צוגרייטן די שיינע סיום; געב איר איבער א גרויסן דאנק. אין זכות פון ארייננעמען אנשי שלומינו ביי אייך אין שטוב וועט איר זוכה זיין צו גרויס שפע.


איך ווארט צו באקומען רשות צו קענען פארן קיין ארץ ישראל; איך וועל דיר לאזן וויסן אויב איך האב רשות, וועסטו מיר ערלעדיגן די טיקעטס וכו'.