בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6225 - בעסער נישט הענגען בילדער פון חיות טמאות
חינוך הילדים, בילדער, בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בעסער נישט אנקלעבן די שטוב מיט סטיקערס פון חיות טמאות, ענדערש ווייזן פאר די קינדער כשר'ע חיות און כשר'ע בהמות.


דער חזון איש זכר צדיק לברכה האט געזאגט פאר די מנהלים פון חדרים זאלן אויפהענגען בילדער פון צדיקים, אזוי וועלן די קינדער קוקן אויף די בילדער, וועט דאס מאכן א גוטע רושם אויף זיי. די זעלבע איז פארקערט, אז מען קוקט זיך איין אין בילדער פון חיות טמאות - מאכט עס נישט קיין גוטע רושם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6224 - געבענטשט זאלסטו זיין פארן העלפן דרוקן די ספרים
הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא, אסרו חג, ח' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


געבענטשט זאלסטו זיין מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פארן העלפן דרוקן די ספרים וואס זענען מחי' ומחזק אזויפיל אידן, בפרט פארן העלפן דרוקן דעם באנד עצתו אמונה חלק ט.


בזכות די גרויסע מצוה זאלסטו זוכה זיין צו ישועות און רפואות, והצלחה בכל ענינים.


דיין ראש ישיבה.



 

#6223 - הער אויס דיין ווייב ווען זי רעדט צו דיר
שלום בית, אומאן, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הער אויס דיין ווייב ווען זי רעדט צו דיר, עס איז נישט גערעכט אז די פאר מינוט וואס זי רעדט צו דיר, זי וויל דיר דערציילן פון איר טאג - זאלסטו איר נישט געבן; אפשר זאלסטו נישט אהיים ברענגען דיין טעלעפאן? עפעס דארפסטו טון, קענסט נישט לאזן לויפן, איגנארירן די זאך.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב היינט געמאכט טיקעטס פאר מיר און מיינע קינדער צו פארן צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, מיטן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך זונטאג נאכט פרשת האזינו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה אין אומאן, זוכה זיין צו אלע תיקונים און צו אלעס גוטס. ווי עס זעט אויס פאר איך די זעלבע וועג ווי פאראיאר, פון פוילן קיין אוקריינע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6222 - דער וואס איז מוותר למען השלום, דעם האט דער אייבערשטער ליב
שלום, טעלעפאן, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קוק דיך זייער ארויף אז דו האסט מוותר געווען וכו', אבי עס זאל זיין שלום, ביי מיר ביסטו היינט אסאך חשוב'ער, ווייל דער וואס איז מוותר למען השלום – דעם האט דער אייבערשטער ליב.


איך זאג דיר צו דו וועסט גארנישט דערלייגן פון דעם, דו וועסט נאר האבן מער הצלחה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שלום, סימן כב): "הַשָּׁלוֹם סִימָן לְשֹבַע", שלום ברענגט שפע ברכה והצלחה.


דארפסט נישט קיין סמארטפאון, עס וועט דיר נישט ברענגען קיין איין פרוטה מער פאר דיין ביזנעס, עס וועט דיר נאר צונעמען דיין חן, דיין ישוב הדעת, דיין שלום בית.

#6221 - צניעות היט פון אלעם שלעכטס
חברים, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס, אז עס קומט א שמחה ביי ענק; דער אייבערשטער זאל העלפן די חדשים זאלן אריבערגיין גרינג, און איר זאלט האבן בנקל ובנחת.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן גוטע חבר'טעס און זיך דרייען צווישן א גוטע סביבה וואס צניעות איז נישט א נעבעכדיגע זאך, איר זאלט ליב האבן די שיינע אידישע איידעלע רייכע וועג, נישט ווי די פעלקער וואס האבן גע'הרג'עט אונזערע זיידעס און באבעס.


גייט נישט ארויס פון שטוב אן טייץ, גייט אנגעטון איידל, וועט איר זיין געזונט, אן קיין מחלות חס ושלום.


צניעות היט פון אלעם שלעכטס.

#6220 - אין די קהילה דארף מען אויך מפיצים
הפצה, שטעטל, עבודת השם, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן דאנק פארן מקרב זיין און מחזק זיין די נייע משפחות וואס ציען זיך ארויס ביי אונז אין שטעטל, זיי מאכן שפירן גוט און היימיש. ווייל מיר האבן אסאך מפיצים וואס זענען מחזק און מקרב מענטשן פון אינדרויסן פון אונזער קהילה, אבער אין די קהילה דארף מען אויך מפיצים. עס זענען דא אין שטעטל משפחות וואס ווארטן אויף גוטע חבר'טעס, אויף אביסל ווארעמקייט און מקרב זיין וכו' וכו', דעריבער קומט אייך א יישר כח פארן טון מיט אונזערע משפחות.


אז מען האט אינזין דעם אייבערשטן, לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו – ווערט מען נישט אויסגעשעפט און אויסגעמוטשעט, וויפיל מען טוט – האט מען פרישע כחות צו טון נאך און נאך.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס.

#6219 - תורה מאכט פרייליך, תורה מאכט צופרידן
כיבוד אב ואם, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך בין זייער צופרידן פון דיר, איך האב זייער הנאה דיך צו זען לערנען פלייסיג חומש מיט משניות. תורה מאכט פרייליך, תורה מאכט צופרידן. עס איז טאקע נישט גרינג, בפרט ווען מען איז יונג, מען וויל אלעס טון אויסער לערנען, אבער אז מען צעברעכט דעם יצר הרע, מען מאכט זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג חומש, משניות, גמרא וכו' – ווערט עס נאכדעם זייער געשמאק.


זיי מכבד דיינע עלטערן, האסט טייערע עלטערן, זיי זענען זייער וואויל; זאלסט רעדן שיין צו זיי מיט דרך ארץ, וועסטו מיר מאכן א נחת רוח.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#6218 - מאך זיך א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן
ספרי ברסלב, ליקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, מיט דיינע שיעורים כסדרן און מיט התבודדות ותפילה. ווייל ווען מען איז זוכה, מען לערנט תורה און מען איז זיך מתבודד, מען שמועסט מיטן אייבערשטן – איז מען זוכה צו קומען צו די העכסטע מדריגות, דאס איז דער סוד ווי אזוי מען ווערט א צדיק, דורך לערנען און דאווענען. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רפז), וואס דארף א איד טון אויף דער וועלט? נאר דאווענען, לערנען און דאווענען.


איך האב דיך זייער ליב, איך בין זייער צופרידן פון דיר, איך בעט פאר דיר דו זאלסט מצליח זיין אין אלעס וואס דו טוסט.


מאך זיך א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן, אין אנהויב זאלסטו זאגן די ווערטער אפילו בלי הבנה, און במשך הימים וועסטו אנהויבן פארשטיין, און דאס וועט דיך ברענגען צו בענקען צום אייבערשטן, צו תשובה און צו אלעס וואס מען קען צוקומען.


איך האב דיך ליב.

#6217 - שטרענג זיך אן אויפצונעמען יעדן מיט א שמייכל
קאמפלימענטס, שמחה, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, יב): "וֶהֱוֵי מְקַבֵּל אֶת כָּל הָאָדָם בְּשִׂמְחָה", זאלסט אויפנעמען יעדן איינעם מיט א שמייכל, זאלסט זיך אנשטרענגען צו שמייכלען צו יעדן איינעם, ובפרטיות צו אנשי שלומינו.


די הייליגע חכמים זאגן (אבות דרבי נתן פרק יג, ד) ווען מען שמייכלט צו א חבר, "אפילו לא נתן לו כלום", אפילו האסט אים גארנישט געגעבן, "כאילו נתן לו כל מתנות טובות שבעולם", איז דאס אזוי ווי דו האסט אים געגעבן אלע מתנות אויף דער וועלט.


למען השם, שטרענג זיך אן מקיים צו זיין די מצוה צו אויפנעמען יעדן מיט א שמייכל, און געבן א גוט ווארט פאר יעדן איינעם. גיי נישט אריבער איינעם אן אים זאגן "וואס מאכסטו?" "וואס הערט זיך?" און בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל ליב האבן יעדן איינציגסטן איד", וועסטו זיין אפגעהיטן פון קנאת המלאכים וואס ווילן דיך אראפווארפן אין נוקבא דתהומא רבה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן א).

#6216 - שלום מאכן מיט די שכנים, וועט ברענגען א נס
קינדער, מחלוקת, שלום, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דער דאקטער האט ענק גוט אנגעשראקן אז ער זעט שלעכטע זאכן אין די בלוט פון דיין ווייב, און דאס גייט שאטן פארן קינד חס ושלום, און ענק זענען דערשראקן און פארלוירן, ענק בעטן א ברכה.


איך זאג דיר אזוי, אויב דו וועסט שלום מאכן מיט דיינע שכנים, דו וועסט זיי מער נישט פיינט האבן, דו וועסט זוכן שלום מיט זיי, דו מיט דיין ווייב וועלן נאר זוכן דאס גוטס ביי זיי – זאג איך דיר צו דו וועסט זען א נס; סיי דיין ווייב וועט זיין געזונט און שטארק, און סיי דאס קינד וועט זיין געזונט און שטארק.


קום מיר נישט זאגן אז דו ביסט גערעכט, איך ווייס דו ביסט גערעכט, און פון דעם רעדט מען יעצט; ווען דו און דיין ווייב זענען גערעכט, און די שכנים טוען אזוי און אזוי, זאלסטו נאר זען גוטס און זוכן שלום.


געדענק, א געשעפט איז א געשעפט.



 

#6215 - זאלסטו איר אויסהערן, אויסרעדן, און פרייליך מאכן
קינדער, שלום בית, דרך ארץ, בית המדרש, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויסן זאלסטו, די נאטור פון א פרוי איז זייער הייקל, ספעציעל אין די טעג וואס גייט אן הלכות וכו' – דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, און אז די פרוי וויינט – דארף מען זיין קלוג דאס נישט נעמען צום הארצן, נאר אויסהערן מיט געדולד און רעדן שיינער הארציגע ווערטער, און מיט סבלנות אויסווארטן אז די פאר טעג זאלן אריבערגיין וכו'.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה; האסט באקומען א וואוילע גוטע ווייב פון א חשוב'ע משפחה, זיי איר מכבד און זיי מכבד אירע עלטערן, און זארג נישט וועגן קינדער; דו וועסט זוכה זיין צו א שיינע משפחה, ערליכע דורות, און אז דיין ווייב וויינט, זי זארגט זיך וועגן קינדער, בפרט ווען מען זעט נאכאמאל אז מען האט נאכנישט קיין גוטע נייעס – זאלסטו איר אויסהערן, אויסרעדן און פרייליך מאכן.


קום אין שול מיט דרך ארץ, אנגעטון ווי עס פאסט צו דאווענען פארן מלך מלכי המלכים; וועסטו האבן בקרוב גוטע נייעס.



 

#6214 - נישט אוועקגעגעבן דעם באשעפער פאר די דזשאב
תפילה והתבודדות, פרנסה, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב געהערט די שיינע מעשה אויף דיר, ווי דו האסט גערופן דעם בעל הבית וואו דו ארבעסט און אים געזאגט שיין און קלאר, אדער זאל ער אכטונג געבן נישט צו רעדן ניבול פה נעבן דיר, אדער גייסטו ארויס פון די ארבעט, און דער בעל הבית וואו דו ארבעסט זאגט, ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון א אינגערמאן זאל אים זאגן אזוי שיין מוסר.


איך בין אזוי פרייליך צו הערן די מעשה, דאס ווייזט אז דו ביסט א ירא שמים, דו ביסט נישט גרייט אוועק צו געבן דיין תורה און דעם באשעפער – פאר א דזשאב.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך קובע זיין יעדן טאג אפאר מינוט פאר התבודדות, זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, וועסטו ווערן זייער נאנט צום באשעפער, ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פד): "עִקָּר הִתְחַבְּרוּת וּדְבֵקוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא עַל יְדֵי הַתְּפִילָּה".

#6213 - איך שטוין ווי איר זענט אזוי איבערגעגעבן פאר היכל הקודש
משמש דעם רבי'ן

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך שטיי און איך שטוין ווי ענק ביידע געבן זיך אזוי אוועק ענקער לייב און לעבן פאר קהילות היכל הקודש מהבוקר ועד הערב, און פון ביינאכט ביז אינדערפרי; מיט אזא איבערגעגעבנקייט, אָן קיין שום ערווארטונגען מען זאל ענק עפעס צוריק טון.


איך בין מתפלל פאר ענק און איך וואונטש ענק, דער אייבערשטער זאל ענק געבן הצלחה, ענק זאלן זען נחת ביי ענקערע דורות און בלייבן געטריי העלפן דעם רבינ'ס זאך זאל ווערן שענער און שענער.


 

#6212 - אייערע קינדער פירן זיך מיט יראת שמים און דרך ארץ
נחת

בעזרת ה' יתברך - ערב יום טוב שבועות, ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מו"ה ר' ... נרו יאיר


איך וויל איבערגעבן א גרוס פון אייערע טייערע קינדער, אלע פירן זיך מיט יראת שמים און דרך ארץ. סיי די זין ר' ... און ..., סיי די איידעמער ... און ...; אלע לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו קבלת התורה פונדאסניי, און זוכה זיין ביום חתונתו זה מתן תורה, וביום שמחת לבו זה בנין בית המקדש, שיבנה במהרה בימינו (תענית כו:), אמן.

#6211 - א גרוס פון די חשוב'ע אייניקלעך
נחת

בעזרת ה' יתברך - ערב חג השבועות, ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ידיד נפשי הרה"ח ... שליט"א


א גרוס פון די חשוב'ע אייניקלעך, אלע פירן זיך מיט יראת שמים און מיט גרויס דרך ארץ.


איך בענק זיך זייער צו אייך, און איך האף צום אייבערשטן אלעס איז ביי ענק גוט.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן געזונט און נחת און מיר זאלן זוכה זיין צו מקבל זיין משיח צדקינו, אמן.



 

#6210 - פינף הונדערט דאלער צו דרוקן דעם הייליגן ספר 'אשר בנחל'
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ב סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן איך שפיר זיך שוין גוט, און איך וויל דיר דאס לאזן וויסן, ווייל איך האב דיר געגעבן פינף הונדערט דאלער צו דרוקן אשר בנחל פאר א זכות רפואה פאר מיר; ברוך השם איך שפיר זיך שוין גוט.


יעצט וויל איך נאכאמאל א זכות, איך שיק דיר דא נאכאמאל פינף הונדערט דאלער צו דרוקן דעם הייליגן ספר 'אשר בנחל'. איך וויל דיר בעטן זאלסט אריינלייגן די נעמען פון מיין משפחה; מיין נאמען, מיין ווייב'ס נאמען און די נעמען פון מיינע קינדער; עס זאל זיין א זכות פאר מיינע קינדער זאלן מצליח זיין זומער, זיי זאלן לערנען און דאווענען און זיין געזונט.


שטארק זיך, ווער נישט פארלוירן יעצט ווען די בית הדפוס גייט אריבער שווערע טעג, עס איז נישטא קיין געלט צו צאלן די איינגעשטעלטע; דו גיי ווייטער צאמנעמען צדקה פון אנשי שלומינו, ווייל אנשי שלומינו זענען זייער ווארעם פאר הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6209 - א דרימל אינמיטן טאג איז גוט פאר א אידישע מאמע
שלאפן, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז גוט צו כאפן א דרימל אינמיטן טאג, עס קלארט אויס די מח. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קי) דורך שלאפן - גייען אוועק אלע שטותים און בלבולים, און מען באקומט א שטערקערע אמונה.


א אידישע מאמע וואס האדעוועט קינדער, מען זייגט קינדער און מען ווארט קינדער וכו' - איז א נארמאלע זאך צו ווערן מיד און צו וועלן כאפן א דרימל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6208 - ווען מאן און ווייב שעצן זיך, האט מען קינדער צדיקים
קינדער, תודה והודאה, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח, כ' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט א טייערע מאן, איר האט א מאן אן ערליכער איד, ער איז אזוי פרייליך מיט אייך, ער האט אייך אזוי ליב, ער זאגט מיר ער דארף אן עצה ווי אזוי ער קען אייך פרייליך מאכן; ער האט אויסגעפלאצט צו מיר אין א געוויין אז ער וויל איר זאלט זיין פרייליך וכו' וכו'.


בעט איך אייך, איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די מתנה פון האבן א מאן אן ערליכער איד, און אים זייער שעצן, וועט פון ענק ארויסקומען קינדער צדיקים; ווייל ווען מאן און ווייב שעצן זיך און מען פירט זיך איידל - קומען קינדער צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#6207 - זיך זייער פרייען אז אייער מאן איז מחזק אידישע קינדער
חינוך הילדים, הפצה, הכרת הטוב, תהלים

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זאגט יעדן טאג אביסל תהלים, אויך זאלט איר אריינפלעכטן צווישן די פסוקי תהלים אייערע אייגענע לויב ווערטער און די אייגענע בקשות.


אויך זאלט איר זיך זייער פרייען אז איר האט א מאן וואס איז עוסק אין מחזק זיין אידישע קינדער, זיי מזכה זיין אין חינוך הבנים והבנות, ווייזן פאר די קינדער דאס שיינקייט פון תורה ומצוות. עס איז גאר א גרויסע זכות אז איר העלפט אים און אז איר שעצט אים.


בזכות די גוטע זאכן זאלט איר זען נאר נחת ביי אייערע דורות.


ברסלב'ער ראש ישיבה

#6206 - די תהלים וועט ארויפגיין אזוי הויך, נאך העכער פון די מלאכים
הפצה, הכרת הטוב, תהלים

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זאגט יעדן טאג אביסל תהלים און פלעכטס אריין די אייגענע געבעט, און זיכער די אייגענע לויב ווערטער צום אייבערשטן; וועט די תהלים ארויפגיין אזוי הויך, נאך העכער פון די מלאכים, עס וועט אנקומען צום אייבערשטן אליין און איר וועט זען גרויסע נסים.


די תהלים איז א צייכן פון דאנקבארשאפט פארן זיך אוועקגעבן בלב ונפש פאר די גליונות וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן, בפרט די גליונות פון שיעורי חינוך, וואס מאכט א שטארקע מהפיכה ביי אידישע קינדער.


בזכות דעם זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער און אויך זען נחת פון זיך אליין.


דער ראש ישיבה

#6205 - אות להכרת הטוב פאר'ן מתרגם זיין די שיעורי חינוך
הפצה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


אות להכרת הטוב ממערכת שיעורי חינוך פארן מתרגם זיין בכל שבוע את הגליון בלב ונפש.


הראש ישיבה

#6204 - די וועכנטליכע "שיעורי חינוך" ברענגט חיזוק פאר טויזנטער מענטשן
הפצה, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


א קליינע אות הכרת הטוב פאר וואס דו געבסט זיך אוועק בלב ונפש פאר די שיעורי חינוך, די וועכנטליכע גליונות וואס ברענגט חיזוק פאר טויזנטער מענטשן.


חזק ואמץ ביתר שאת וביתר עוז.


דיין ראש ישיבה

#6203 - בזכות די גוטע מעשים דיינע זאלסטו זען ליכטיגע הייליגע דורות
הפצה, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליכטיגער ... נרו יאיר


א קליינע מתנה, א קליינע צייכן פאר די אלע גוטע זאכן וואס דו טוסט צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות און חיזוק פאר די גאנצע וועלט, פארן אויפשטעלן די שיינע ברסלב'ע מוסדות און די שיינע קהילה.


ובפרט פארן זיך אזוי אוועקגעבן צו העלפן די "מערכת שיעורי חינוך", די גליונות און קונטרסים וואס מוטיגט און ווייזט פאר עלטערן דאס שיינקייט פון חינוך, ווי אזוי מחנך זיין אידישע קינדער.


בזכות די גוטע מעשים דיינע זאלסטו זען ליכטיגע הייליגע דורות.


פון דער ראש ישיבה.

#6202 - וואלסט אלעס אפגעלאזט און נאר עוסק געווען אין "שיעורי חינוך"
חינוך הילדים, הפצה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - אייר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואלסטו געוואוסט דאס גרויסקייט פון מזכה זיין אידישע קינדער מיט די גליונות פון שיעורי חינוך – וואלסטו אפגעלאזט אלעס און נאר עוסק געווען אין מזכה זיין נשמות ישראל מיט די שיינע גליונות פון שיעורי חינוך.


בעט איך דיר טייערער שוואגער, חזק ואמץ בעבודתך הקדושה, לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט, צענדליגער טויזנטער אידן זענען זיך מחי' מיט דיין ארבעט; זיי ממשיך ביתר שאת וביתר עוז.


דיין ראש ישיבה, דיין שוואגער וואס ליבט דיך.



 

#6201 - משניות וועט דיר מאכן פאר א גרויסער צדיק
משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא, ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


א מתנה פאר דער חשוב'ער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג משניות, אפילו אן פארשטיין. דאס וועט דיר מאכן פאר א גרויסער צדיק.