בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד האברך החשוב ... נרו יאיר
איך דאנק דיר זייער בשם אונזער גאנצע קהילה, ובשם אונזערע מוסדות - פארן זיך אזוי אוועק געבן בלב ונפש מיטן יערליכן קאמפיין צו העלפן די מוסד.
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד האברך החשוב ... נרו יאיר
איך דאנק דיר זייער בשם אונזער גאנצע קהילה, ובשם אונזערע מוסדות - פארן זיך אזוי אוועק געבן בלב ונפש מיטן יערליכן קאמפיין צו העלפן די מוסד.
בעזרת ה' יתברך - ערב ל"ג בעומר, ה'תשע"ט
לכבוד מיין טייערע ליבע מאמע תחי'
איך האב יעצט געטראפן א שליח וואס פארט קיין מירון, האב איך זיך געפרייט אז איך וועל דיר קענען שיקן א בריוו.
איך בענק מיך זייער נאך דיר, איך האף אלעס איז דארט אין ארדענונג.
איך וויל דיר בעטן זאלט מיך מזכיר זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי, מיך און מיין ווייב און מיינע קינדער. מיר גייען יעצט חתונה מאכן אונזער עלצטע קינד ... נרו יאיר, דארפן מיר אסאך תפילות און זכותים, אין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי זאלן מיר שוין געהאלפן ווערן, יעדער מיט וואס ער דארף.
ווען דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו איז געקומען די ערשטע מאל צום הייליגן חוזה פון לובלין זכותו יגן עלינו, האט ער געהאט א פראגע אויף חסידים, פארוואס זיי זענען שטענדיג פרייליך, עס שטייט דאך אין שלחן ערוך, אין די ערשטע סימן אין אורח חיים, אז מען דארף זיין טרויעריג אויפן חורבן בית המקדש! האט אים דער הייליגער חוזה געענטפערט: "מיר חסידים זענען פרייליך פון אינדרויסן, צווישן מענטשן וכו' – זענען מיר בשמחה, אבער פריוואט, בינם לבין קונם – זענען מיר צעבראכן און מיר קלאגן אויפן גלות וכו'.
דאס זעלבע זאג איך דיר טייערע מאמע, ברבים געב איך דרשות פון התחזקות, עס זעט אויס אלעס אזוי גוט, אבער אין מיין הארץ אינעווייניג בין איך זייער צעבראכן, עס גייט אריבער אויף מיר אסאך שוועריקייטן, בעט איך דיר דו זאלסט מיך אינזין האבן אין דיינע תפילות, בפרט באתרא קדישא אין מירון ביים הייליגן תנא אלוקי און נאך צדיקים, איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט מיין ארבעט פון מחזק זיין בחורים צו דינען דעם אייבערשטן.
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
א מאן האט ליב א ווייב וואס שמייכלט, א ווייב וואס איז פאזעטיוו; צו אזא ווייב קומט מען אהיים, אויף אזא ווייב קוקט מען און מען פארברענגט וכו' וכו', און אז די ווייב בלאזט און קריטיקירט כסדר דעם מאן - זוכט זיך דער מאן תירוצים נישט אהיים צו קומען.
זייט קלוג, זייט שטענדיג מיט א שמייכל, זייט פאזעטיוו, זוכט אין אייער מאן נאר דאס גוטס.
זאגט יעדן טאג כאטשיג איין קאפיטל תהילים.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
טייערער ליבער ... נרו יאיר
געדענק, פרנסה קומט נאר פונעם אייבערשטן, מיר דארפן מאכן מיט די הענט און פיס – אבער די פרנסה האט נישט מיט אונז, עס איז פון אייבערשטן.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
טייערער ליבער ... נרו יאיר
איך בעט פאר דיר און איך פרוביר נאכאלץ צו מאכן פאר דיר א שידוך, איך האף צו זיין דיין שדכן.
דראפע זיך און דעהאלט זיך.
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
טייערער ליבער ... נרו יאיר
ווילסט פרנסה בריווח? זאג אביסל תהילים יעדן טאג.
אויך זאלסטו זיך אנשטרענגען וויפיל דו קענסט דאווענען מיט מנין. מוהרא"ש זאגט: "דאווענען מיט מנין – ברענגט דבר שבמנין".
בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
טייערער ליבער ... נרו יאיר
זאג אביסל תהלים יעדן טאג. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תפה): "א קאפיטל תהלים איז אזוי ווי א פאנטש", א גוטע טרינק וואס שטילט די דורשט.
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
... תחי'
זאגט יעדן טאג אביסל תהילים און דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך.
אויך זאלט איר אלעס בעטן נאר פונעם אייבערשטן.
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר
דעם ספר געב איך דיר א געשאנק פאר א צייכן און באווייז פארן זיך פרייוויליג אוועקגעבן וועכנטליך פארן שטעטל "קרית ברסלב", צו באקוקן דעם עירוב יעדן ערב שבת מיט אזא איבערגעגעבנקייט און פאראנטווארטליכקייט.
דער אייבערשטער זאל דיר בענטשן, דיר און דיין משפחה מיט אלעס גוטס און א כתיבה וחתימה טובה.
ווינטשט דיין ראש ישיבה
בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
זאגט אביסל תהילים יעדן טאג און בעטס דעם אייבערשטן די פאר ווערטער:
"רבונו של עולם, לייג אויף מיין מאן א חן, איך זאל אים ליב האבן און ער זאל מיך ליב האבן; מיר זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט שלום און שלוה.
רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, מאך מיך פרייליך, מאך מיך צופרידן, איך זאל זיין צופרידן פון מיין מאן, איך זאל זען אין אים נאר גוטס. הייליגער באשעפער, מאך רוען די שכינה הקדושה צווישן אונז, אמן".
די תפילה זאלט איר זאגן נאכן זאגן תהילים, וועט איר האבן א הערליכע שלום בית.
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
א גרויסן יישר כח פאר וואס דו טוסט מיט די מלמדים, זיי האבן אלע אויפגעלעבט, זיי זאגן עס איז גאר געשמאק אין חדר; דו בלאזט אריין אין די מלמדים א חיות, אזוי קענען זיי אריינלייגן אין די קינדער א חיות.
בנוגע וכו'; אודאי זאלן די מלמדים זיך לערנען ביי הרב ... ווי אזוי אויסצולערנען עברי פאר קינדער, וואס איז די פראגע? דאס איז דאך די וויכטיגסטע זאך, אויב א קינד כאפט נישט אויף עברי - וועט ער זיך פיייגן אלע יארן אין חדר און אויך נאכדעם.
זאג פאר די מלמדים וואס זענען געשטעלט צו לערנען מיט די קינדער עברי – זיי זאלן אלע גיין צו די קורס פון הרב ... און די מוסד וועט דאס באצאלן.
בנוגע וכו'; א מלמד וואס וויל נישט מיט ארבעטן מיט דיר - זאלסטו פטור ווערן וואס שנעלער.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איר האט א וואוילער מאן, ער איז פול מיט גוטע זאכן, ער האט נאר די איין זאך, ער פארלירט זיך און ער טראכט נישט וואס ער זאגט, ער קען זיך צושרייען: "קום די מינוט", "אויב דו קומסט נישט די מינוט - לאז איך דיך איבער"; ער מיינט נישט וואס ער שרייט, ער ווערט פארלוירן, אבער עכט האט ער זייער אסאך גוטס.
אויב איר וועט האבן סבלנות און דאס נישט נעמען פערזענליך, איר וועט אים ווייטער ליב האבן און אים שיינערהייט זאגן: "שריי נישט אויף מיר, איך בין דיין ווייב איך בין נישט קיין דינסט" - וועט ער זיך טוישן.
בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק; מיט תפילה און מיט סבלנות קען מען אלעס איבערדרייען צום גוטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
רעדט נישט מיט קיינעם פון זאכן וואס איז נאכנישט נוגע פאר אייך, רעדט נישט פון זאכן פון נאך די חתונה; וואס זוכט איר קאפ וויי? זוכט גוטע חברט'עס, רעדט נאר איידעלע זאכן.
אז איר וועט זיך פירן איידל, דו וועט נאר רעדן איידל, איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ; מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט איר באקומען אן ערליכער בחור, א ירא שמים, איידל מיט גוטע מידות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו
איך וויל אייך דערציילן די גוטע נייעס, מיט גרויסע חסדים פונעם אייבערשטן האב איך א שידוך געטון מיט מיין זון הרב שמעון נרו יאיר, מיט א טאכטער פון ר' אברהם משה שטראסער נרו יאיר. מיין זון לערנט זייער פלייסיג אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) ער לערנט יעדן טאג צענדליגער בלעטער גמרא און אסאך משניות, מה אשיב לה', כל תגמולוהי עלי, איך ווינטש אייך אלע, איר זאלט זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער געזונטערהייט.
מיר זענען יעצט אין פרשת כי תצא. מוהרא"ש זאגט, די לעצטע פרשיות זענען כי תצא; מיר גייען ארויס פונעם יאר, עס איז אריבער א לאנגע יאר, יעצט גייען מיר זיך שוין געזעגענען פון די יאר און מיר גייען יעצט אריין אין פרשת כי תבוא לאומאן, מיר גרייטן זיך שוין צו די נסיעה קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה.
בנוגע די מניעות וכו'; דער רבי זאגט עס מוז אזוי זיין, עס מוז זיין מניעות להגדל החשק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סו) אזוי ווי מען ווייזט פאר א קינד א גוטע זאך און מען באהאלט עס גלייך, מען וויל אנרייצן דעם קינד פאר די גוטע זאך, מען ווייזט עס נאכאמאל און מען באהאלט עס נאכאמאל, אזוי ווערט דאס קינד זייער אנגערייצט, אזוי אויך: "כָּל דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת", יעדע זאך וואס האט מיט די קדושה, "כְּגוֹן לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק", צום ביישפיל מען וויל פארן צום צדיק, "אוֹ שְׁאָר דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת", אדער אנדערע עבודות וואס מען דארף טון, "נוֹתְנִין לוֹ מִתְּחִלָּה חֵשֶׁק", ברענגט מען דעם מענטש א גלוסטעניש, "כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יַעֲשֶׂה הַדָּבָר", אזוי וועט ער דאס טון, "וְעִקַּר גֹּדֶל הַחֵשֶׁק נַעֲשֶׂה עַל יְדֵי הַמְּנִיעָה שֶׁמַּזְמִינִין לוֹ", און דער שטערקסטער וועג ווי אזוי מען קען געבן א גלוסטעניש פארן מענטש - איז דורך דעם וואס מען מאכט אים שוועריקייטן צו קענען טון די זאך, "כִּי כְּשֶׁאִישׁ יִשְׂרְאֵלִי צָרִיךְ לַעֲשׂוֹת דָּבָר הַצָּרִיךְ לוֹ לְיַהֲדוּתוֹ", ווייל ווען עס קומט אויס צו טון עבודות השם, "בִּפְרָט כְּשֶׁצָּרִיךְ לוֹ לַעֲשׂוֹת דָּבָר גָּדוֹל הַצָּרִיךְ לְיַהֲדוּתוֹ", ווער רעדט נאך ווען עס קומט אויס צו טון א גרויסע זאך פאר עבודות השם, "שֶׁכָּל יַהֲדוּתוֹ תָּלוּי בָּזֶה", וואס די גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין דעם, "כְּגוֹן לִנְסֹעַ לְצַדִּיק אֲמִתִּי", צום ביישפיל פארן צום צדיק אמת, "אֲזַי מַזְמִינִין לוֹ מְנִיעָה", ברענגט מען פון הימל א שטער זאל אים צוריק האלטן פון קענען גיין צום צדיק, "וְזאֹת הַמְּנִיעָה הִיא בִּשְׁבִיל הַחֵשֶׁק", דאס איז מיט איין כוונה, דאס איז נאר אז דער מענטש זאל באקומען א שטארקע חשק, "כְּדֵי שֶׁעַל יְדֵי זֶה יִהְיֶה לוֹ חֵשֶׁק יוֹתֵר לַעֲשׂוֹת אוֹתוֹ הַדָּבָר", אזוי באקומט ער נאך מער גלוסטעניש, "כִּי עַל יְדֵי הַמְּנִיעָה שֶׁמּוֹנְעִין אֶת הָאָדָם מִן הַדָּבָר, עַל יְדֵי זֶה נַעֲשֶׂה הִתְגַּבְּרוּת הַחֵשֶׁק מְאֹד", ווייל דורך מניעות וויל מען נאך שטערקער און נאך שטערקער.
גלייבט מיר, אלע גייען מיר אריבער שווערע ביטערע מניעות צו קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אבער עס לוינט, עס איז אלעס כדאי צו קענען זוכה זיין צו באקומען אונזער תיקון פון הייליגן רבי'ן. געבט נאר אכטונג אויף ענקער שלום בית, געבט אכטונג ווי אזוי ענק רעדן אין שטוב א גאנץ יאר. דער מציאות איז, אז מען רעדט שיין, מען רעדט ווייך, מען רעדט מיט הכנעה און דרך ארץ - וועט די ווייב לאזן פארן צום רבי'ן, זי וועט אויך איינפאקן גוטע געבעקס און שיקן מיטן גאנצן הארץ.
טייערע ליבע ברידער, איך בענק זיך שוין גאר שטארק, איך האף אייך צו זען אין אומאן. איך האף צום אייבערשטן איר ווערט שטערקער צוגעקנופט צום רבי'ן, דורך לערנען די הייליגע ספרים און טון די עצות; בעיקר דורך תפילה והתבודדות, זיך אוועק רייסן אפאר מינוט א טאג אין א ליידיגע שטילע פלאץ און רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, זיך בעטן: "הייליגער באשעפער האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר, איך וויל זיין א איד, איך וויל לערנען און דאווענען, הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר? איך ווער נאר ווייטער פון דיר, איך וויל דאך אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד, זיי מיך מקרב צו דיר", אז מען פאלגט די עצה פון תפילה והתבודדות - ווערט מען אויסגעלייטערט, מען ווערט נענטער און נענטער צום אייבערשטן.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף פאר איך אהיים פון שטעטל דעם קומענדיגן זונטאג. אין ישיבה אין שטאט קען איך מיטהאלטן וואס טוט זיך ביי ענק אין שול און אין תלמוד תורה, אויך קען איך רעדן צו ענק דורכן אונטערקאם.
א גוט שבת.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
שטארק זיך, פארליר זיך נישט, קיינער קען דיר גארנישט שלעכטס טון; דער אייבערשטער איז מיט דיר, דער אייבערשטער היט דיך, דער אייבערשטער איז מיט דיר.
איך בעט דיר זייער, טראסט דעם אייבערשטן; א שאד צו זארגן, זיך אויפעסן די קישקעס. א שאד דיין זארג, עס וועט דיר סיי ווי נישט העלפן, זארגן טוט נאר אפשוואכן דעם מענטש. געב זיך איבער צום אייבערשטן, זאג: "אייבערשטער איך געב זיך איבער צו דיר, איך בין אינגאנצן צעמישט, העלף מיר איך זאל קענען אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ערליכע דורות, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, איך זאל דיך טראסטן, איך זאל וויסן אז דו ביסט מיט מיר און דו מאכסט מיר נאר גוט".
מיר פארן דאך יעצט צום הייליגן רבי'ן, דארט וועסטו פועל'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא קרית יואל
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך בין זייער פרייליך צו הערן אז איר קריגט זיך נישט מיט קיינעם, און אז איר זאגט תהילים, איר האט שוין געענדיגט צוויי מאל ספר תהילים.
זייט חבר'טעס מיט די קינדער וואס זענען דרך ארץ'דיג. ווען מען איז אין קלאס און די טיטשער רעדט - טאר מען נישט רעדן, און די מיידלעך וואס לאכן זיך אויס און רעדן ווען א טיטשער רעדט - זענען נישט דרך ארץ'דיג; ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ דאס וויכטיגסטע זאך. דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך- יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
בשם כל הקהל הקודש, בשם אלע איינוואוינער פון אונזער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, דריקן מיר אויס אונזער הכרת הטוב פאר דיר פאר אלעס וואס דו טוסט, אז עס זאל זיין עסן פאר אנשי שלומינו און פאר די שבת פעקלעך, וואס משפחות וואס דארפן הילף - באקומען וועכנטליך, און פאר די גרויסע פסח חלוקה און פאר די פסח געלט; פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונז.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און מח צו קענען ווייטער טון גוטס פאר אידישע קינדער.
דו ראטעוועסט אונזער גאנצע שטעטל פון שלעכטס מיט די חסד וואס דו טוסט.
בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, אז די געבורטסטאג פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו געפאלט אינעם טאג ח"י אלול, דאס קומט אונז ווייזן אז דער בעל שם טוב האט אריינגעברענגט א חיות אין אלול; ווייל ביזן הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט מען תשובה געטון פון פחד פון עונשים, מען האט תשובה געטון נישט ריכטיג, נאר פון ציטערן פון ביטערע פיין, און דער הייליגער צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אריינגעברענגט ח"י אלול - א 'חיות' אין 'אלול', מען זאל תשובה טון פון ליבשאפט. דער דרך הבעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז תשובה מאהבה, און דרך המוסר איז תשובה מיראה; ח"י אלול - א חיות אין אלול.
איינע פון די רמזים אינעם ווארט אלול איז די ראשי תיבות א'יש ל'רעהו ו'מתנות ל'אביונים. מוהרא"ש זאגט, די עבודה פון אלול איז מרבה זיין ליבשאפט, זיך מוחל זיין, זיך איבערבעטן, זיך פארגינען; כל זמן מען האט פיינט א צווייטן איד - איז מען זייער ווייט פון תשובה. מוהרא"ש זאגט: "אדם יכול לקום בחצות", א מענטש קען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, "ולהתבודד", און רעדן צום אייבערשטן, "וללמוד", און לערנען, "לעשות עבודות קשות", און טון שטארקע עבודות בעבודת השם יתברך, "אבל הוא שונא את הזולת", אויב האט ער פיינט א צווייטן, "על לא דבר", פאר גארנישט, "אזי למעלה בשמים צוחקים מכל עבודות הקשות שלו", אין הימל לאכט מען פון אלע זיינע עבודות, "והקדוש ברוך הוא אומר לו", און דער אייבערשטער זאגט אים, "איך אקבל את העבודות שלך", ווי אזוי ווילסטו איך זאל אננעמען דיינע עבודות, "בשעה שאתה שונא את הזולת", ווען דו האסט פיינט א צווייטן, "ועובר על (ויקרא יט, יז) 'לֹא תִשְׂנָא אֶת אָחִיךָ בִּלְבָבֶךָ'", (אשר בנחל ו תשט).
אז מיר וועלן זיך ליב האבן, אנשי שלומינו וועלן זיך קענען ליידן - וועט אונז דער רבי ברענגען אויף זייערע הויכע מדריגות, און אויב נישט - וויל איך נישט טראכטן וואס וועט זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
א גוטן חודש.
בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
תלמידות בית פיגא שתחיו
איר זענט גרויסע קינדער, דארפט איר פארשטיין נישט צו טון קיין סכנה'דיגע זאכן. עס איז א גרויסע סכנה ארויף צו גיין אויפן דאך פון סקול און טאנצן, און אזוי אויך ארויפקריכן אויפן דאך פונעם באס אין טאנצן; איך וויל נישט טראכטן וואס קען פאסירן חס וחלילה אז א קינד פאלט אראפ, מען קען זיך צעברעכן די ביינער, און אויך איז דאס א סכנה פאר אונזער גאנצע מוסד; א שכן א גוי האט אריינגערופן זאגן 'וואס גייט פאר? מיידלעך קריכן ארויף אויפן דאך פון סקול! עס איז נישטא קיין צוים און עס איז א גרויסע סכנה!' איך בין געווארן גוט פארשעמט.
איך וויל איר זאלט האבן הנאה, און טאנצן און שפרינגען, אבער טוט נישט קיין סכנה'דיגע זאכן. איר זענט גרויסע קינדער, איר דארפט פארשטיין ווי צו טאנצן און ווי צו מאכן לעבעדיג; דאס קען מען נישט טון, ארויפקריכן אויפן באס אדער אויפן דאך.
איך בעט ענק, העלפט מיר, מאכט מיר גרינגער די ארבעט - נישט שווערער.
בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ערשטנס דאס וואס עס קאכט אין דיר וכו', דו ווילסט איין מינוט דיין ווייב זאל זיך טוישן איר איידלע לבוש וכו', און איין מינוט טראכסטו 'וואס פעלט עס אויס?' און נאכדעם ווייטער הויבט אן קאכן א פייער אין דיר, דיין ווייב זאל גיין אזוי און אזוי, ביז דו שפירסט ווי עפעס שלעכט איז מיט דיר, דו פרעגסט וואס איז דאס?
וויסן זאלסטו, די געפיל איז דא ביי אסאך; אסאך אינגעלייט אין די ערשטע יארן נאך די חתונה האבן די זאך, עס קאכט א פייער, זיי ווייסן נישט וואס זיי ווילן; מען ווייסט נישט די מעלה פון איידלקייט, מען מיינט עפעס פעלט אין לעבן און מען טראכט די ווייב איז די פראבלעם, זי גייט צו פשוט וכו' וכו'.
איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, גיי התבודדות, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עס קאכט אין מיר א פייער, איך ווייס נישט וואס מיט מיר איז, העלף מיר איך זאל ליב האבן איידלקייט, איך זאל ליב האבן צניעות, פארוואס ברענט אין מיר א נישט גוטע פייער? העלף מיר איך זאל קאכן און ברענען צו דיר אייבערשטער, איך וויל זיין פרייליך מיט דיר, און ליב האבן איידלקייט.
הייליגער באשעפער וואס איז דאס מיט מיר אז איך ווער אזוי פארברענט? איך וויל נאר מיין ווייב זאל זיין אנדערש, יעדן טאג וויל איך עפעס אנדערש; איך טראכט אז עפעס פעלט מיר און עפעס בעסערס איז דא ביי אנדערע, העלף מיר איך זאל פלאקערן פאר דיר אייבערשטער, איך זאל אויסגיין פאר דיר". אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן טאג און נאכט ביז דו וועסט אויסארבעטן די בלוט, דו וועסט שוין אנהויבן איינזען דאס שיינקייט פון איידלקייט.
טייערער ברודער, ביסט דאך א פארשטענדליכער אינגערמאן, ביסט א בר דעת, זאלסטו זיך בארעכענען; טראכט אריין וואס פאר א נס דו האסט, אז דיין ווייב לעבט מיט דיר וכו', זי גרויסט זיך נישט אויף דיר וכו', דארפסטו נישט מער; ליידער זענען היינט דא אזויפיל אינגעלייט וואס די ווייב איז א מורדת, עס איז נישטא דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "דַּיֵּינוּ שֶׁמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", אז די ווייב היט פון עבירות; קיינער ווייסט נישט וואס זיי ליידן, זיי לעבן נישט אינאיינעם, און מענטשן זענען מקנא, ווייל מען זעט דאס נישט פון אינדרויסן. אינדרויסן דאכט זיך אז זיי האבן א מעכטיגע שלום בית, זיי זענען גליקליך, זיי גייען אנגעטון אויסגעפיצט וכו', ווען על פי תורה קומט זיך נישט קיין כתובה פאר די ווייב פארן זיך אפשיידן השם ישמרינו; איז וואס זאלסטו קוקן אויף אנדערע, ווי אזוי אנדערע גייען אנגעטון? דו האסט אן אשת חיל, א מתנה פון הימל, זי לעבט מיט דיר - דארפסטו איר מכבד זיין און איר שעצן.
נאך אפאר יאר ווען די נישט גוטע פייער לעשט זיך אויס, הויבט מען אן זען דאס שיינקייט און דאס טייערקייט פון אן איידעלע שטוב, פון אן איידעלע פרוי, א ווייב וואס ווייסט נישט פון די וועלט, איר קאפ ליגט אין שטוב, זי טוט די שטוב ווירטשאפט, זי איז גרייט פאר איר מאן, זי איז א מאמע פאר די קינדער; מען הויבט אן קוקן אויף די לעבן ריכטיג.
מאך זיך א שיעור אין משניות, זיץ אין שטוב מיט א הויפן ספרים; א חומש, משניות, גמרא, מדרשים און ספרי רבינו. שפאציר אין די תורה אזוי ווי מען שפאצירט אין א שיינע גארטן, און דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב איידל און באשיידן - וועסטו שוין גארנישט דארפן, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.
ליין די בריוו כמה פעמים און זיי מקיים וואס שטייט דא, וועסטו שפירן א זיסקייט אין לעבן, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
דיר בעט איך זייער דו זאלסט זען אז די אלע וואס קויפן דירות ביי שבתי זאלן זיין צופרידן, מאך דאס בעסטע וואס דו קענסט; אודאי וועט מען האבן טענות, אבער אז מען האט אן אוזן קשבת, מען קען צו איינעם רעדן - פארמיידט מען מחלוקות.
עס איז כדאי זאלסט ערקלערן פאר די אלע וואס קויפן דירות אין שטעטל, זיי זאלן וויסן די זאכן וואס זיי זענען נישט געווען צוגעוואוינט פון פארדעם. ווי צום ביישפיל אז מען טאר נישט לייגן קיין ווייפס אין בית הכסא; די וואס קויפן קומען פון שטאט, דארט לייגן מענטשן ווייפס אין טוילעט, אבער ביי א סעפטיק, אז מען לייגט ווייפס - ווערט א שאדן, און נאך א שטיק צייט ווערט א בעק-אפ, און פארשטייט זיך די טענות גייט אויף שבתי; איי וואס האט עס מיט אים, האב טענות אויף דיר אליין? אזוי גייט עס.
אזוי אויך, נישט אלע נעמען אין אכט אז מען דארף טוישן די פילטער ביי די עירקאנדישן און נאך א יאר צעברעכט זיך די מאשין, און פארשטייט זיך די טענות גייט אויף שבתי; איי וואס האט עס מיט אים, האב טענות אויף דיר אליין? אזוי גייט עס.
אזוי אויך די נייע הייזער וואס די שטאט פארלאנגט מען זאל דאס אינגאנצן פארמאכן, און נאכן פלעסטערן ווערט די לופט אנגעפילט מיט וואסער און מען דארף אין אנהויב לייגן א מאשין וואס ציט ארויס די נאסקייט, איז כדאי דו זאלסט דאס זאגן, ווייל אז נישט וועלן אנהויבן שימלען זאכן און פארשטייט זיך די טענות גייט אויף שבתי; איי וואס האט עס מיט אים, האב טענות אויף דיר אליין? אזוי גייט עס.
אזוי אויך איז כדאי צו זאגן פאר אלע וואס קויפן הייזער, זיי זאלן מתפלל זיין עס זאל קומען גוטע וואסער פון קוואל, ווייל עס פאסירט ביי מענטשן אז עס קומט שמוציגע וואסער און מען ווערט אויסער זיך; מען האט געקויפט א הויז, מען האט געבארגט געלט, מען איז איבערגעשטרענגט און מען ווערט פארווייטאגט; איז גוט זאלסט די אלע זאכן אויסשמועסן.
אז עס וועט זיין שלום צווישן אנשי שלומינו וועט אונז דער רבי ברענגען צו זייער הויכע מדריגות, און אז מען וועט זיך קריגן, מען וועט נישט קענען איינער דעם צווייטן ליידן - וויל איך נישט טראכטן וואס וועט פאסירן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
קום אין שול דאווענען יעדן טאג די דריי תפילות מיט מנין. יעצט ביסטו שוין א טאטע פאר קינדער, דארפסטו דאס טון פאר זיי. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות תפילה, סימן לו): "מִי שֶּׁיֶּשׁ לוֹ בֵּית הַכְּנֶסֶת, וְאֵינוֹ נִכְנָס לְשָׁם לְהִתְפַּלֵּל, גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו", ווער עס האט א שול אינעם שטאט וואו ער וואוינט און ער גייט נישט דאווענען אין שול, ברענגט ער אויף זיך שלעכטס, און די קינדער וועלן האבן א גלות לעבן, די קינדער וועלן זיין פארוואגלט, חס ושלום.
איך בעט דיר זייער, קום אין שול יעדן טאג דאווענען די דריי תפילות. אויך, אויב האסטו פארפאסט די מנין – זאלסטו דאווענען אין שול. איך בעט דיר זייער, פאלג וואס איך בעט דיר, נאר דו וועסט האבן פון דעם; דאווען אין שול שחרית מנחה מעריב, זאל זיין וואס זאל זיין, אפילו דו האסט פארפאסט דעם מנין.
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום פלעגט אונז אלץ זאגן: "תשובה טון מיינט 'זיין צופרידן', תשובה טון איז 'מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן, מען ווייסט און מען גלייבט אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט'".
דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
זייער גוט אז דו האסט אוועק געווארפן דעם טעבלעט, דו זאגסט דו האסט דאס געטון פאר דיין ווייב תחי', האסט געזען ווי שטארק עס שטערט איר; וואס זאל איך דיר זאגן, יעצט וועסטו זען אז דו אליין וועסט ווערן מער געזונט, דו וועסט האבן מער מיט דיינע קינדער, מיט דיר אליין.
דאנק דעם אייבערשטן פאר די נס אז דו האסט אן אשת חיל, א קלוגע ווייב, וואס זי האלט דיך אין פארעם, זי ווייסט ווי צו פירן אן ערליכע איידעלע שטוב; אלעס וואס דו ביסט – איז איר קרעדיט.
לאז זיך אפ פון די דמיונות פון פארקויפן וכו'; גיי הפצה – וועסטו האבן שפע. טייל איין די טאג, אינדערפרי זאלסטו לערנען שעורים כסדרן בכל התורה כולה, און נאכמיטאג זאלסטו גיין הפצה; מזכה זיין נשמות ישראל מיט די זיסע וואסער וואס קוועלט פונעם נחל נובע מקור חכמה.
בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש
איך וויל נישט דו זאלסט מיינען איך האב זיך אוועק געדרייט פון דיר און זיך נישט געזעגנט, איך בין פארנומען געווארן מיט מיין שטוב; ביז איך האב זיך געכאפט אז איך דארף נאך רעדן מיט דיר - ביסטו שוין געפארן צום עירפארט.
איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט, ווי צו פירן די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש און לויט די וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.
איך וויל דו זאלסט רעדן צום מגיד שיעור ר' משה שמואל ער זאל פארלאנגען פון די בחורים זאלן גיין נאך געלט פאר די ישיבה; יעדער בחור מוז עוסק זיין אין גיין נאך געלט. אויב די בחורים ווילן דאס מאכן אינאיינעם מיט הפצה - אשרי להם, און אז דער בחור קען זיך נישט זען גיין הפצה - מוז ער נאכאלץ צוזאמנעמען געלט. די ישיבה אין אמעריקע שטייט שוין זעכצן יאר, די אלע בחורים וואס זענען געגאנגען נאך געלט פאר די ישיבה די אלע האבן מצליח געווען, אזוי האט מוהרא"ש אוועק געשטעלט.
אויך זאג דעם מגיד שיעור ער זאל נישט מורא האבן צו לערנען די בחורים וואס איז ריכטיג צו טון; יעצט איז די צייט וואס מען קען גוט אויסבייגן די מידות צום גוטן. קינדער און בחורים האבן ליב ווען מען לערנט זיי די וועג ווי זיך צו פירן.
איך וויל דיר באצאלן פאר די שיינע ווייסע זיידענע קאפל וואס דו האסט מיר געברענגט לכבוד ראש השנה. דערמאן מיך אין אומאן, איך וויל דיר באצאלן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.
א גוטן חודש.