בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8221 - עס איז נישט קיין קלייניקייט דאס העלפן די קהילה
שטעטל, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


בזכות וואס איר זענט משמש דעם רבי'ן, איר העלפט אין שטעטל מיט צושטעלן וועגן ווי צו קומען און גיין פאר די פרויען מיטן העלפן ארגאנעזירן די קאר סערוויס, און יעצט האט איר אויך גענומען אויף זיך צו העלפן מיט צושטעלן גוי'טעס פאר אלע משפחות און האלטן די פרייז אויף די ריכטיגע פלאץ, זיי זאלן נישט בעטן מער וכו' וכו', און אויך דאס וואס איר העלפט יעצט ביי די מצה בעקעריי און אזוי ווייטער; זאלט איר האבן נחת ביי אייערע קינדער און זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות.


עס איז נישט קיין קלייניקייט דאס העלפן די קהילה, יעדער וואס העלפט די קהילה איז א משמש פארן רבי'ן, ווייל דורך אונזער קהילה ווערט פארשפרייט דער רבי אין די גאנצע וועלט, די גאנצע וועלט שעפט חיזוק פון רבינ'ס עצות, פון רבינ'ס חיזוק.

#8220 - מחנך זיין די בחורים צו האבן דרך ארץ
חינוך הילדים, דרך ארץ, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


אברהם משה נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש


זע אריין צו לייגן אין די בחורים דרך ארץ און מידות טובות, און אפילו דו פאר דיר ביסט נישט מקפיד ווי אזוי מען רעדט צו דיר, דארפסטו אבער וויסן אז מיר דארפן מחנך די תלמידים זיי זאלן וויסן פון דרך ארץ, דאס איז די עכטע רחמנות, אז מען לערנט קינדער און תלמידים די ריכטיגע וועג; חס ושלום אויב מען איז נישט מחנך קינדער, מען לאזט זיי רעדן מיט עזות, מיט חוצפה, מען לערנט זיי נישט צו האבן דרך ארץ פאר עלטערע, און זיכער פאר רביים, מלמדים, מחנכים – וואקסן זיי אויף רחמנא לצלן אן יראת שמים, אן השראת השכינה, ווייל "עִקַּר תִּקּוּן פְּגַם עֲווֹנוֹתָיו", דער עיקר ווי אזוי מען קען פאררעכטן אלע עבירות, "עַל יְדֵי הַכְנָעָה", איז דורך זיין הכנעה'דיג פאר עלטערע און פאר וועם מען דארף (ספר המידות אות תשובה, סימן עא).


מיינע עלטערן זענען היינט געקומען פון מירון, און די דריי שבתים וואס זיי זענען דארט געווען האט משה שמואל דער מגיד שיעור פון אונזער ישיבה אין ירושלים געשיקט די בחורים צו זיי, צו העלפן מיין טאטע מיט די הכנסת אורחים אין מירון, אין קארלסבורג, זיי זאגן מיר אז די בחורים פון די ירושלימ'ע ישיבה זענען זייער הכנעה'דיג, פול מיט יראת שמים, גאר אנדערש פון אנדערע בחורים.


וויל איך דיר בעטן דו זאלסט נישט לאזן בחורים אין ישיבה וואס רעדן מיט חוצפה, דו ווייסט אז דער הייליגער רבי האט געזאגט: "יעדן קען איך העלפן אויסער אן עזות פנים", חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם", אויך דער רבי זכותו יגן עלינו [מסאטמער] האט קיינמאל נישט געלאזט פארשיקן בחורים פון ישיבה, אפילו בחורים וואס מען האט זיי געטראפן מיט עבירות רחמנא לצלן, אבער דער וואס איז געגאנגען קעגן די הנהלה האט ער געהייסן ארויסווארפן.


איך יאג זיך, איך דארף מקצר זיין.

#8219 - זאל מען פארשפארן די מקוה נאכמיטאג?
מקוה, בית המדרש, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן די הודעה.


אויב איז דאס א מעסעדזש אז אזוי האבן ענק מחליט געווען, אז ענק גייען פון היינט אן פארשפארן די מקוה פון איינס אזייגער – זאג איך גארנישט, אבער אויב מען פרעגט מיך וואלט איך געזאגט אז עס איז נישט ריכטיג, ווייל עס איז דא נאר איין מקוה אין שטעטל, איז וואס זאלן טון די וואס דארפן נאך איינס אזייגער א מקוה? און אז עס זענען דא בחורים און אינגעלייט וואס פירן זיך נישט אויף איידל, דארף מען זיי זאגן. אינטערעסאנט, איך האב גארנישט געהערט פונעם שמש אדער פון די גבאים אז די בחורים זיצן אין מקוה וכו', פארוואס ווענדט מען זיך נישט צו די מגידי שיעורים, מנהלים אדער גאר צו זייער ראש ישיבה?


נאכאמאל, אויב מען פרעגט מיר, וואלט איך נישט געראטן צו פארמאכן די מקוה, עס איז די איינציגסטע מקוה אין די גאנצע געגנט, און מיר ברסלב'ע חסידים וואס דער רבי האט אונז געזאגט צו זיין נזהר צו גיין אין מקוה – דארפן מיר האבן א מקוה, און אז עס זענען דא וואס פירן זיך נישט איידל – קען דער שמש זיי זאגן מיט שיינעם זיך צו פירן איידל, און אז מען רעדט שיין – פועל'ט מען.


דאך וויל איך קלאר שטעלן פאר אלעמען, אז אויב וועט נאכאלץ זיין ענקער החלטה פאר קדושת המקום יא צו פארמאכן די מקוה איינס אזייגער – וועל איך דאס אננעמען און פאלגן, ווייל א בית המדרש דארף געפירט ווערן דורך די גבאים און וואס די גבאים זענען מחליט – אזוי דארף זיין.

#8218 - יעדע נעגאטיווע זאך, גייט פאסירן צו מיר
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דא האט איר א תפילה צו בעטן יעדן טאג, דאס וועט אייך העלפן צו זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש:


"רבונו של עולם העלף מיך, געב מיר כח, געב מיר שטארקע נערווען, איך בין לעצטנס אפגעשוואכט, איך האב אינטערעסאנטע מחשבות, יעדע זאך וואס איך הער, אויב עס איז נעגעטיוו טראכט איך אז עס גייט מיר פאסירן, און יעדע שרעקעדיגע זאך וואס האט אמאל פאסירט, טראכט איך אז עס גייט פאסירן צו מיר.


רבונו של עולם העלף מיך, איך וויל האבן א שטארקע אמונה אין דיר, איך זאל געדענקען אז דו פירסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס, עס קען גארנישט פאסירן נאר אז דו מאכסט און דו ווילסט עס זאל פאסירן, דו געבסט לעבן, דו געבסט קינדער, דו ביסט אלעס, דומם צומח חי מדבר, אלעס איז אלקות, און אלעס וואס מיר זעען איז נאר א פארשטעלאכטס.


הייליגער באשעפער איך וויל האבן א שטארקע אמונה, העלף מיר איך זאל נישט מסיח זיין דעת פון דיר, העלף איך זאל זיין פרייליך, איך זאל טראכטן פאזעטיוו, איך זאל זיין אזוי פרייליך אז איך זאל טאנצן פון שמחה, און איך זאל קענען אפלאזן די עצבות ומרה שחורה, אמן".


זאגט די תפילה יעדן טאג, וועט איר צוריק ווערן געזונט און שטארק.

#8217 - געראטעוועט געווארן מיט ניסי ניסים
תודה והודאה, נסים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר וזוגתו תחי', קרית ברסלב


איך האב געהערט די נייעס אז דיין הויז איז פארברענט געווארן היינט אינדערפרי, און דו, דיין ווייב מיט די קינדער – זענען אלע געראטעוועט געווארן מיט ניסי ניסים; דארפסט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים ונפלאות אז קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, יעדער לעבט, יעדער איז געזונט.


דאס וואס האט פאסירט האט אונז אלע צעטרייסלט, אז מיר אלע זאלן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז אלע זענען געזונט און אלע לעבן, מען כאפט נישט, מען פארגעסט די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז יעדע רגע און יעדע מינוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט נישט האבן קיין שום שאדן, דו זאלסט רייך ווערן, און בעיקר זאלסטו רייך ווערן מיט זיין פרייליך און צופרידן, און נישט אפלאזן דאס זאגן לויב און דאנק פארן אייבערשטן.

#8216 - זיך פרייען צו קענען מאכן נחת רוח פאר די עלטערן
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ...


ווי אזוי קען דאס זיין, צו רעדן חיזוק מיט יעדן איינעם, ווען די אייגענע עלטערן רופן דיך, זיי ווילן רעדן מיט דיר – און דו מאכסט זיך נישט וויסנדיג?


אוודאי און אוודאי זאלסטו רופן דיינע עלטערן, און אז זיי וועלן רעדן פאר א שעה – זאלסטו זיך נישט בייסן די ליפן און טראכטן 'א שאד די צייט, א שאד עס נעמט אזוי לאנג, איך וואלט יעצט געקענט רעדן מיט מענטשן, אדער לערנען, דאווענען וכו'', נאר זאלסט זיך פרייען אז דו קענסט מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן, וואס דאס איז אזוי גרויס ווי מאכן א נחת רוח דעם אייבערשטן, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:): "הוקש כבודם לכבוד המקום".


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן וואס לערנט אונז די שיינקייט פון תורה ומצוות.

#8215 - איי איי פראסטאק
עבודת השם, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


"איי איי פראסטאק" – האט דער רבי געזאגט; קענסט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מען קען זוכה זיין, צו הויכע מדריגות וכו' – דורך זיך פירן פשוט, דורך רעדן צום אייבערשטן בתמימות ופשיטות, דורך זאגן תהלים מיט א תמימות.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד), אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות דורך די עבודה פון פראסטאק (פשיטות), און ווען ער וואלט ווען געוואוסט וואס דער אייבערשטער וועט מאכן פון אים, וואס ער איז יעצט, אזא חידוש – וואלט ער געטון אין איין טאג וואס ער האט געטון אין א גאנצע יאר.


דעריבער בעט איך דיר, זיי נישט קיין בטלן, טו די עבודות פון דאווענען צום אייבערשטן און זאגן תהילים, פיר זיך פשוט, פיר זיך מיט תמימות, ביים דאווענען זאלסטו נישט רעדן מיט קיינעם, נאר מיטן באשעפער, בעט אים אלעס וואס דו דארפסט.

#8214 - מיט תפילה און סבלנות, און מיט אסאך ליבשאפט
שלום בית, הדרכות, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו'; וויסן זאלסטו, מען קען נישט באצווינגען א ווייב, סך הכל וואס מען קען – מען קען רעדן שיין, מען קען בעטן שיין, מען קען איר אויסלויבן מיט גוטע ווערטער און איר בעטן מיט שיינעם: "די זאך וואס דו טוסט שטערט מיך", מען קען זאגן: "אז דו וועסט נישט מאכן די נעגל וכו' – וועל איך דיך זייער מכיר טובה זיין", אבער צווינגען קען מען נישט.


שמירן נעגל, אפילו נאר אויף די פיס – איז נישט קיין זאך וואס איז גוט, עס ברענגט טומאה, עס ברענגט דינים, עס איז זייער א גרויסע סכנה; דאס זאג איך דיר.


רעד שיין צו דיין ווייב און העלף איר מיט די קינדער, העלף אין שטוב, און אז זי וועט יא וועלן שמירן וכו' – זאלסטו חס ושלום נישט וויי טון, נאר ווייטער ליב האבן, און ווייטער זיין בשלום און מיט ליבשאפט, נאר איין זאך, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף אונזער שטוב זאל זיין געבויט אויף די צדיקים, איך און מיין ווייב זאלן ביידע טון וואס צדיקים זאגן און זיך פירן אין די וועג פון צדיקים"; מיט תפילה און סבלנות און מיט אסאך ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


דיין ציל אין שטוב זאל זיין איין זאך, שלום און אהבה.

#8213 - באקומען חיות פון די תורה, נישט פון אנדערע זאכן
פרנסה, יראת שמים, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר אז דו האסט נישט גענומען די ארבעט ביי וכו', ווייל דו שפירסט אז דו וועסט דארט האבן נסיונות וכו', איך קוק אויף דיר גאר אנדערש היינט, ווייל נאכן נישט האבן קיין פרנסה און נאכן טרעפן א גוטע פרנסה וואלט מען געקענט מאכן דריידלעך, היתרים, דאך האסטו געפרעגט און מחליט געווען צו בלייבן ערליך, אשריך ואשרי חלקיך.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט געווען יעדע נאכט צום שיעור גמרא וואס דער דיין שליט"א לערנט פאר, א איד דארף האבן א שיעור קבוע, אדער אינדערפרי אדער פארנאכטס; אז מען האט א שיעור קבוע איז מען צוגעקלעבט צו די תורה, מען האט חיות פון די תורה, מען דארף נישט זוכן נישט גוטע זאכן צו באקומען א חיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט האבן א גוטע פרנסה, א פרנסה וואס וועט דיר נישט אוועק נעמען פון יראת שמים.

#8212 - יעדער וויל האבן א חלק אין די הדפסה
הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לייבי ראטה נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיך באדאנקען פאר די הערליכע מסיבה וואס דו האסט אהערגעשטעלט, דעם מסיבת הכרת הטוב – פאר אלע וואס העלפן במשך די יאר אונזער "קרן הדפסה", אינאיינעם מיט די יארצייט סעודה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. עס איז געווען זייער א שיינע נאכט, א געשמאקע פראגראם, און דיר קומט די יישר כח פאר די שווערע ארבעט, מי און פלאג פון לאנגע וואכן און חדשים וואס דו האסט אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות אין דעם.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיטן צאמנעמען צדקה פון אנשי שלומינו פארן קרן הדפסה, אנשי שלומינו זענען זייער ווארעם פארן קרן הדפסה, אלע ווייסן וואס מוהרא"ש'ס ווילן איז געווען, אז מיר אלע זאלן עוסק זיין אין הפצה און הדפסה.


לדעתי, יעצט ביים יארצייט, האבן זיך אלע דערוועקט פון שלאף, זאלסט יעדן רופן פרעגן ווער עס וויל האבן א זכות אין פארשפרייטן די זיסע ליכטיגע עצות פאר די וועלט, שטארק זיך, זיי נישט בקטנות הדעת, דו ביסט נישט קיין שנארער, דו מאכסט ליכטיג די וועלט, און אז איינער זאגט א ווארט וכו' – זאלסטו דאס נישט נעמען פערזענליך, זיי יעדן איינעם דן לכף זכות, און האב נישט מורא צו רופן נאכאמאל און נאכאמאל.


א גרויסן יישר כח פארן אראפנעמען די שווערע לאסט פון דעקן די קרן הדפסה פון מיינע פלייצעס, הלוואי זאל זיין איינער אין די מוסדות אזוי ווי דיר, וואס וועט אראפנעמען די שווערע לאסט פון מיר.

#8211 - נעם א גמרא, וועט דיר ליכטיג ווערן
דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, סטעטן איילענד


זע עס זאל דיר נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען דעם דף גמרא, מען קען זיך גארנישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון לערנען דעם דף גמרא.


מוהרא"ש דערציילט נאך פונעם צדיק, הרב הקדוש רבי שלמה פון זעוויל זכותו יגן עלינו, אז אויב מען לערנט נישט א דף גמרא, האט מען א פנים פון א חי' אדער א בהמה... און אז מען לערנט גמרא האט מען א פנים פון א מענטש; אז מען לערנט גמרא ווערט מען אויס טויט, מען ווערט לעבעדיג.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפן פסוק (איכה ג, ו): "'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם', אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", מוהרא"ש זאגט א וואונדערליכע פשט, ווען איינער קאמפלעינט (רעדט זיך אפ), 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי', איך זיץ אין די פינצטערניש, 'כְּמֵתֵי עוֹלָם', איך בין אזוי ווי א טויטער פון צרות, מרירות, השלכות ונפילות, זאגט מען אים, האסט אן עצה ארויסצוגיין דערפון, עס איז דא אן עצה צו ווערן אויס טויט, 'זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל', נעם א גמרא, הייב אן לערנען אפילו בלי הבנה, וועט דיר ליכטיג ווערן, וועסט ווערן לעבעדיג.


אז דו וועסט מקפיד זיין צו לערנען יעדן טאג די בלאט גמרא וועסטו זיך קענען דערהאלטן מיט די שווערע נסיונות וואס בוזשעווען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין ל:), תורה איז די עצה צו באזיגן דעם יצר הרע, מיט לערנען תורה קען מען זיך ראטעווען פונעם יצר הרע.

#8210 - ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן?
אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דער הייליגער רבי פלעגט שטענדיג זאגן: "העיקר שקורין זיך דערהאלטן", עס גייט אריבער שווערע ביטערע איבערגייאכץ, מען דארף זיך זייער דערהאלטן נישט צו האבן חלישות הדעת.


ווי אזוי קען מען זיך דערהאלטן? דורכדעם וואס מען חזר'ט אמונה, דורך ארייננעמען אין זיך אמונה, צו וויסן און גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אלעס איז לטובה, און אפילו די זאכן וואס זעט אויס נישט גוט – איז אויך גוט, אזוי קען מען זיך דערהאלטן.


מען דארף דאס גוט ארייננעמען אין זיך, אז אלעס וואס גייט אריבער האט מען אויסגערופן אין הימל, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:), א מענטש כאפט נישט א קלאפ אין קליינעם פינגער נאר אז מען האט דאס אויסגערופן אויבן אין הימל, און אז מען ווייס דאס און מען געדענקט דאס – קען מען זיך דערהאלטן.


אז מען האלט זיך אין רבי'ן, מען איז צוגעבינדן צום רבי'ן – קען מען זיך דערהאלטן, ווייל דער רבי לערנט אונז אמונה, דער רבי דערמאנט אונז מיר זאלן געדענקען אז אלעס איז דער אייבערשטער, עס איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות בלעדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, דומם צומח חי מדבר, הכל לכל עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, אשרי האדם שזוכה ללמוד ספרי רבינו, וועט ער קיינמאל נישט פאלן.

#8209 - די גאנצע שטוב קען חס ושלום צעפאלן
חברים, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


היט די הלכות וכו', חס ושלום אויב מען איז מזלזל אין די הלכות ווערט מען נכשל באיסור... און מען קען ווערן אומגליקליך מיט נישט געזונטע קינדער השם ישמרינו, בעלי מומים בגוף ונפש.


חזר די הלכות, און יעדע זאך זאלסטו פרעגן א דיין, זאלסט זיך נישט שעמען צו פרעגן א דיין.


איך ציטער אזוי שטארק אויב מען איז מזלזל אין די הלכות, די גאנצע שטוב קען חס ושלום צעפאלן.


גיי יעדן טאג אין מקוה פארן דאווענען, הייב נישט אן דיין טאג פאר דו גייסט אין מקוה און פאר דו דאווענסט, זאל זיין וואס זאל זיין, לאז זיך נישט פארפירן פון קיינעם.


בנוגע חברים; קענסט רעדן מיט וכו', אבער די וואס זענען אמאל געווען ווארעם צום רבי'ן מיט די קענסטו רעדן וועלטליכע זאכן, אבער נישט פון רבי'ן, פון היכל הקודש, דריי אוועק די שמועס, אזוי וועסטו האבן א טשענס צו בלייבן ווארעם... בלייבן אין היכל הקודש.

#8208 - סעודת בר מצוה פאר אונזער טייערער זון
בר מצוה, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אם ירצה ה' מוצאי שבת פרשת תצוה מאכן מיר א סעודת בר מצוה פאר אונזער טייערער זון הבחור יצחק דוד נרו יאיר, איך וויל דיך לאדענען צו די בר מצוה, עס וועט זיין אין ישיבה אין וויליאמסבורג, די סעודה איז נאר פאר מענער (מיר מאכן נישט די סעודת בר מצוה פאר פרויען).


עס קומט שוין חודש אדר, די חודש פון שמחה. מוהרא"ש זאגט, אז עס גייט אריבער שובבי"ם, מען איז מתקן אות ברית קודש – קען מען זיין פרייליך, נאר דורך זיין אפגעהיטן, נאר דורך זיין הייליג – קען מען זיין פרייליך, און אזוי אויך פון די אנדערע זייט, נאר דורך שמחה קען מען זיין אפגעהיטן און נישט פוגם זיין.


מען דארף זיך פרייען אז מען איז א איד, און אז מען האט א מזוזה אויפן טיר, און אז מען היט שבת, כשרות וכו' וכו'.

#8207 - אין מוהרא"ש'ס ספרים וועסטו טרעפן מורא'דיגע חיזוק
התחזקות, לימוד התורה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


מאך זיך א שיעור אין מוהרא"ש'ס ספרים און קונטרסים, בפרט אין ספר הקדוש אשר בנחל, דארט וועסטו טרעפן מורא'דיגע חיזוק, ווייל אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע יסורים און צרות, און די בריוו פון אפשר בנחל דאס איז מחי' ממש מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, איך אליינס בין זיך מחי' מיט אשר בנחל, דאס איז מיין חיזוק, דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין אין לעבן.


העיקר לערן יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום, אזוי וועסטו ענדיגן יעדע וואך פרשת השבוע. אויך זאלסטו לערנען יעדן טאג משניות, משנה איז די חשבון פון פרנסה (385), און א בלאט גמרא; וועסטו האבן חיות אין לעבן, וועסט נישט דארפן זוכן אונטערטעינמענט מיט וואס זיך צו אונטערהאלטן, ווייל די תורה הקדושה געבט אמת'ע חיות, עס געבט א רוח חיים פארן מענטש, מען שפירט א טעם אינעם לעבן.


איך האב הנאה יעדע מאל באזונדער ווען דו קומסט צו די ליל שישי שיעורים, צו זען אז דו האסט נאך דיין חיות פון הייליגן רבי'ן, און אז דו קומסט איבער אלע מניעות וכו'.

#8206 - זיי נישט קיין עבד כנעני
חינוך הילדים, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית יואל


זייער גוט אז דו ארבעטסט, דו ברענגסט פרנסה פאר דיין משפחה, געב נאר אכטונג זאלסט נישט ווערן אריינגעדרייט צו ווערן אן עבד כנעני; אז דיינע שעות זענען פון ניין ביז פינף זאל דאס זיין אזוי, דאס הייסט נאך פינף איז געענדיגט מיט די ארבעט, נאך פינף זאלסטו גיין העלפן דיין משפחה.


זיי נישט קיין עבד כנעני, פארגעס נישט דעם ציל פון לעבן, פארגעס נישט פארוואס דו ארבעטסט; נאר פאר דיין משפחה, דארפסטו דאך האבן א משפחה, דארף מען אהיים גיין העלפן עס זאל קענען בלייבן א משפחה, דארף מען אין שטוב – ווען מען איז מיט די משפחה – זיך ארויסשרייבן פון אלע זאכן וואס האבן נישט מיט די משפחה.


איך וויל דיר דערציילן, פאריגע וואך דאנערשטאג בין איך געפארן קיין לעיקוואד געבן די ליל שישי שיעור, אויפן וועג זע איך ווי דער דרייווער, מען רופט אים און ער הייבט נישט אויף, איך פרעג אים: "פארוואס הייבסטו נישט אויף די טעלעפאן פאר די וואס רופן דיך?" זאגט ער מיט א פשטות: "נאך זעקס אזייגער הייב איך נישט אויף, איך זע ווער עס רופט, און צומארגנס ניין אזייגער הייב איך אויף", ער זאגט מיר: "רוב פון די קאסטומערס ווייסן שוין דאס אז נאך זעקס אזייגער איז נישטא מיט וועם צו רעדן"; מען רעדט דא פון גרינגע ארבעט, טעלעפאן ארבעט וכו', און פון פארדינען שיין, ער זאגט ער האט באקומען די שכל פון היכל הקודש, פון הערן די שיעורים אין ישיבה ווי מען רעדט שכל פון צדיק.


הלוואי זאלסטו ווערן באפרייט פון זיין א געבארטע קנעכט.

#8205 - דאנקען דעם אייבערשטן היט פון עין הרע
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, עין הרע

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


דאנקט דעם אייבערשטן אז עס איז דא גוטע נייעס ביי ענק, ווי מער מען דאנקט – אלץ מער איז מען אפגעהיטן פון עין הרע.


נעמט נישט קיין פרעשור פון אייערע חבר'טעס פון אייער יארגאנג, וואס זיי וועלן זאגן, וואס זיי וועלן טראכטן; ברענגען קינדער איז נישט קיין פארמעסט (רעיס), יעדע משפחה איז א פרשה פאר זיך; פאר איינעם זאגט מען צו ווארטן וכו', פאר א צווייטן זאגט מען נאכמער ווארטן, און פאר א דריטן זאגט מען גאר בכלל נישט ווארטן, און מיט דעם, בנוסף לזה – ווארט מען וואס מען וועט אויסרופן אין הימל; איז נישט שייך צו ווערן צעדרוקט, צו האבן פרעשור וואס וועט זיין ווען די חברט'עס וועלן זיך דערוויסן וכו'.


די בעסטע סגולה צו זיין אפגעהיטן פון עין הרע איז 'דאנקען דעם אייבערשטן'; ווי מער מען זאגט: "שכוח אייבערשטער" – אלץ מער איז מען פארזיכערט אז די שלעכטע אויגן וועלן נישט שלעכטס טון.

#8204 - מחזק זיין אנשי שלומינו
קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין טייערער איידעם נתנאל נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו געבן די שיעור פאריגע וואך ליל שישי אין קרית יואל, א גרויסן יישר כח פארן מיך שלעפן אהין, איך האב זיך זייער געפרייט צו זען די חשוב'ע טייערע אינגעלייט, די פרישע מקורבים.


פארן שיעור בין איך געווען ביים ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו מסאטמער, איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, תיקון הכללי, און נאכדעם זיך אביסל מתבודד געווען, זיך אויסגערעדט מיין הארץ, עס איז געווען א מחי', עס איז א מחי' התבודדות ביי קברי צדיקים, עס איז גאר אנדערש, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", התבודדות ביי קברי צדיקים ווערט אנגענומען אין הימל.


שטארק זיך בעבודת השם, מיט תורה ותפילה און מיט מחזק זיין אנשי שלומינו, מוהרא"ש זאגט: "מחזק זיין אנשי שלומינו איז גאר א גרויסע מצוה"; וואויל איז דעם מענטש וואס האט א חלק אין דעם.

#8203 - הכרת הטוב פאר'ן העלפן אונזער "בית הדפוס"
הכרת הטוב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


...


דאס איז א מתנה פאר א צייכן פון "הכרת הטוב" פארן העלפן אונזער "בית הדפוס", וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אויפגעשטעלט צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארשפרייטן אויף די וועלט.


בזכות די גרויסע מצוה פון העלפן דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים זאלסטו האבן ישועות ורפואות און הצלחה אין אלעס, פאר דיר און פאר דיין משפחה.

#8202 - פרייליכע פורים, מיט אן ערליכע מויל
פורים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פורים – ווען דו גייסט ארום מיט די חברים ביי הייזער משמח זיין און צאמנעמען צדקה זאלסטו זיך אכטונג געבן פון רעדן און הערן ניבול פה, ווייל ליידער ליידער זענען דא בחורים און אינגעלייט וואס זיי מיינען אז פורים איז א טאג וואס מען שיכור'ט, קען מען רעדן שמוציג; זאלסט זיך זייער היטן פון רעדן און הערן ניבול פה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לג.): "בַּעֲווֹן נִבּוּל פֶּה", דורך די עבירה פון רעדן ניבול פה, "צָרוֹת וּגְזֵרוֹת מִתְחַדְּשׁוֹת", קומען געפערליכע צרות השם ישמרינו; בפרט אין אזא הייליגע טאג ווי פורים, וואס איז נאך הייליגער פון יום כיפורים, ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (תיקוני זוהר תיקון כא, דף נז:) יום כיפורים איז אזוי ווי פורים.


זאלסט גיין מיט ערליכע חברים, גיי אין די הייזער מיט שמחה, טאנצט און שפרינגט און מאכט אלעמען פרייליך, אבער אז דו הערסט רעדן ניבול פה – זאלסטו אנטלויפן ווי מען אנטלויפט פון פייער; ווייל אויך אויב מען רעדט נישט ניבול פה, נאר מען הערט ניבול פה – איז זייער געפערליך, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה, סימן ד): "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", אויך דער וואס הערט רעדן שמוציג און שווייגט – ברענגט אויף זיך אלע צרות.

#8201 - פורים קען מען פועל'ן גרויסע זאכן
תפילות אויף אידיש, בחור, סדר היום, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פורים איז זייער א הייליגע טאג, וואס מען בעט דעם אייבערשטן פורים – באקומט מען. צדיקים טייטשן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי מגילה א, ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יַד נוֹתְנִים לוֹ", יעדער וואס שטרעקט אויס זיינע הענט צום אייבערשטן מיט תפילה ותחנונים – 'נותנים לו', געבט מען אים זיינע בקשות; זאלסטו אויפשטיין פרי און זאגן תהלים, אז דו קענסט אויסזאגן גאנץ תהלים פארן דאווענען – מה טוב ומה נעים, און אז נישט – זאלסטו זאגן אביסל תהלים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אָדָם אֶת דַּעְתּוֹ לַשָּׁמַיִם", סיי דער וואס פארמערט, און סיי דער וואס קען נאר טון ווייניג – זענען ביידע חשוב ביים אייבערשטן; און ווען דו זאגסט תהלים זאלסטו אריינפלעכטן דיינע אייגענע תפילות ובקשות צום אייבערשטן.


רעד זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן אין אידיש, אויף דיין מאמע לשון, בעט אים דו זאלסט טרעפן דיין שידוך, וויין זיך אויס דיין הארץ, זאג: "רבונו של עולם איך מוז שוין חתונה האבן, איך וויל זיין הייליג און ריין, איך האלט אין איין פאלן אין עבירות, איך טו תשובה, איך וויל נישט טון קיין שלעכטס, וואס קען איך טון אז איך האלט אין איין אראפפאלן, וויפיל איך פרוביר פאל איך ווייטער, אייבערשטער געב מיר מיין שידוך".

#8200 - טרינק אפאר גלעזלעך וויין און טאנץ און שפרינג
סדר היום, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פורים איז א מצוה צו טרינקען וויין, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ז:): "חַיָיב אִינִישׁ לִבְסוּמֵי בְּפוּרַיָּא", מען דארף טרינקען פורים וויין, "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְכַי"; אבער וויסן זאלסטו אז דאס מיינט נישט מען זאל טרינקען ביז מען ווערט שיכור ווי לוט, מען זאל ווערן אינגאנצן אויס, ליגן אויפן גאס אנגעבראכן וכו', און פארפאסן בענטשן און דאווענען השם ישמרינו, דאס איז בכלל נישט קיין מצוה, דאס איז בכלל נישט וואס די הייליגע חכמים זאגן.


דעריבער בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, טרינק צוויי דריי גלעזלעך וויין און טאנץ און שפרינג; וועט זיך דיין קאפ אביסל אנהייבן דרייען, מיט דעם וועסטו האבן יוצא געווען די מצוה, אבער נישט מער פון דעם.


אויך איז כדאי זאלסט ערשט דאווענען מנחה, און נאכמיטאג זאלסטו זיך וואשן צו א סעודה און אביסל טרינקען, און דער עיקר זאלסטו טאנצן און פאטשן, ביז דו וועסט ווערן זייער פרייליך און דו וועסט וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער; אז עס גייט גוט – איז עס דער אייבערשטער, און אז חלילה פארקערט – איז עס אויך פונעם אייבערשטן, און דאס איז די זאך פון 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי', סיי עס איז גוט – ברוך מרדכי, סיי שלעכט – ארור המן – ווייס איך אז עס איז נאר לטובה, דער אייבערשטער טוט נישט קיין שלעכטס, אלעס איז פאר מיין תיקון הנצחי, מיך צו מתקן זיין.

#8199 - פורים מיט קדושה וטהרה
קדושה, צדקה, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פורים איז זייער א הייליגע טאג, מען קען זוכה זיין צו באקומען אסאך קדושה וטהרה, דעריבער וויל איך דיר זייער בעטן זאלסט זיך אכטונג געבן צו זיין הייליג און זיך פירן מיט יראת שמים, און אז דו גייסט ביי די שטיבער פרייליך מאכן און צאמנעמען צדקה – זאל דאס זיין בקדושה ובטהרה, עס מוז זיין אפגעטיילט די מענער מיט די פרויען, און אז דו קומסט אין א שטוב און עס איז דארט ליידער דא תערובות, מענער מיט פרויען, זאלסטו אוועק גיין פון דארט, זאלסט חס ושלום נישט זיין דארט.


די תורה זאגט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער גייט כביכול אוועק פון א שטוב וואס עס דא דארט תערובות, און אז דער אייבערשטער געפינט זיך נישט דארט – איז די טומאה דארט, די קליפות און די סטרא אחרא זענען דארט.


לויף אוועק פון אזעלכע פלעצער, עס לוינט נישט צו פארלירן אלע קדושות און אלע טהרות וואס דו האסט זוכה געווען צו מקבל זיין ביי די מגילה און פון די מצוות היום.


איך בעט דיר ליבער ברודער, גיי נאר אין שטיבער און אין זאלן וואס איז אפגעזונדערט די מענער מיט די פרויען, און אפילו מען וויל דיר געבן גרויס געלט – זאלסטו נישט גיין ביי פלעצער וואו עס איז דא תערובות, (משלי א, טו): "בְּנִי, אַל תֵּלֵךְ בְּדֶרֶךְ אִתָּם", מיין קינד גיי נישט אויף זייער וועג, "מְנַע רַגְלְךָ מִנְּתִיבָתָם", גיי נישט אויף זייערע וועגן.

#8198 - די ערשטע זאך איז מגילה ליינען
סדר היום, פורים, מגילה

 


בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


פורים אינדערפרי נאך שחרית ליינט מען נאכאמאל די מגילה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (מגילה ד.): "חייב אדם לקרות את המגילה בלילה ולשנותה ביום", מען איז מחויב צו ליינען די מגילה פורים ביינאכט און נאכאמאל אינדערפרי; ביים ליינען די מגילה קען מען פועל'ן גרויסע ישועות, די 'גן עדן' עפנט זיך אויף, און די גרעסטע ישועה איז – דאס ווערן נאנט צום אייבערשטן.


טו נישט קיין שום זאך איידער דו הערסט מגילה ליינען, און אז דו ביסט אויפגעשטאנען שפעט און דיינע חברים גיין שוין ארום ביי די הייזער מיט די באס... מיט די מוזיק... דו ווילסט נישט פארפאסן – זאלסטו נישט גיין צו זיי איידער דו הערסט מגילה ליינען.


 


צדיקים האבן געזאגט: "עס לוינט זיך צו לעבן זיבעציג יאר און אריבערגיין וואס מען גייט אריבער, אבי זוכה זיין צו הערן איין מאל מגילה ליינען"; זאלסטו פורים אינדערפרי פארלעשן דיין טעלעפאן, גיי נישט צו די גרופ נאר נאכן דאווענען, נאכן לייגן תפילין און נאכן הערן די מגילה, וועסטו זוכה זיין צו מצליח זיין.


 

#8197 - א שיכור נעמט ארום א חבר מיט ליבשאפט
הדרכות, פורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אויב דו ווילסט וויסן ווער עס איז אן אמת'ער שיכור, קוק זיך ארום פורים; די אלע וואס זענען פרייליך צו א צווייטן איד די זענען אמת'ע שיכורים, אבער די וואס שלאגן און טוען וויי אנדערע – די זענען נישט שיכור, די זענען געמאכטע שיכורים, ווייל דער וואס שלאגט – איז נישט קיין שיכור, דער וואס שלאגט איז א שגץ, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "הסוטר לועו של ישראל כאילו סוטר לועו של שכינה", דער וואס שלאגט א צווייטן איד, איז דאס כאילו ער שלאגט כביכול דעם אייבערשטן; א שיכור שלאגט נישט, א שיכור נעמט ארום א חבר מיט ליבשאפט, ער פריידט זיך צו א צווייטן איד, אדער וויינט ער זיך אויס צום אייבערשטן אז ער וויל זיין אן ערליכער איד וכו', אבער די וואס שלאגן און ווילדעווען – די זענען בדרך כלל נישט שיכור, זיי האבן חשבונות מיט דעם און מיט יענעם, זיי וואלטן א גאנץ יאר געוואלט שלאגן, זיי האבן מורא אז מען וועט זיי צוריק טון, ווארטן זיי אויף א צייט וואס זיי וועלן זיך מאכן שיכור.


דערפאר זאלסטו זיך אכטונג געבן אין אזא הייליגע טאג ווי פורים נישט צו האבן צוטון מיט ווילדע זאכן; דו זאלסט נאר זען ווי דו קענסט פרייליך מאכן א צווייטן איד און טון א טובה פאר א איד.