בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7796 - נישט גיין אין אפיס פאר'ן דאווענען
תהלים, משניות, פרנסה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיך דערמאנען זאלסט נישט גיין אין אפיס נאר נאכן דאווענען, דוקא אין שול. אז מען גייט גלייך אינדערפרי אין אפיס, פארן גיין אין שול – קען מען ווערן א גוי, מען קען אינגאנצן פארפאלן גיין.


איך בעט דיר, גיי אין שול און נאכדעם גיי צו די ארבעט. אפילו עס איז דא אסאך ארבעט, מען יאגט און מען לייגט פרעשור – זאלסטו ערשט גיין אין שול דאווענען. הלוואי אז דו קענסט ערשט כאפן א טבילה, מיט קדושה, ברכו, קדישים, אזויפיל גוטס; אז מען קומט אין שול ווערט מען א איד און מען איז מצליח.


זאג יעדן טאג ח"י פרקים משניות מיט דעם "יום תהלים", וועסטו קענען לאכן ביים לעצטן טאג, "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן" (משלי לא, כה), אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה נג, ב): "אֵימָתַי הַתּוֹרָה מְשַׂחֶקֶת לָאָדָם, הֱוֵי לְיוֹם אַחֲרוֹן", ביים לעצטן טאג, דעמאלט קומען אלע פרקים משניות און גמרא, און מען קען זיך גוט אויסלאכן.

#7795 - ווי שיין דו העלפסט און פירסט די ווירטשאפט אין שטוב
כיבוד אב ואם, משניות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


צו מיין טייערער זון הבחור ... נרו יאיר


שטארק זיך בעבודת השם יתברך בתורה וביראת שמים, לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות; אויך פרייטאג, אויך שבת קודש, יעדן איינציגסטן טאג. אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים, אזוי וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


איך דערצייל פאר מאמי תחי' ווי שיין דו העלפסט מיר אין די טעג וואס מאמי רוט זיך אפ, ווי דו פירסט א שיינע ווירטשאפט אין שטוב, דאס איז א סימן אז דו קענסט שוין טראגן אחריות פון חתונה האבן.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מקרב זיין און מחזק זיין אלע בחורים, בפרט די צעבראכענע הערצער, ווייל דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו די מענטשן, "קָרוֹב ה' לְנִשְׁבְּרֵי לֵב" (תהלים לד, יט), דער אייבערשטער איז נאנט צו די צעבראכענע הערצער, "לֵב נִשְׁבָּר וְנִדְכֶּה אֱלֹקִים לֹא תִבְזֶה" (שם נא, יט), געב גוטע ווערטער פאר אלעמען, דאס איז ביים אייבערשטן זייער חשוב.


פון טאטי

#7794 - דאנק דעם אייבערשטן אויף א געזונט קינד
תודה והודאה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


מזל טוב פאר די גרויסע שמחה פון די געבורט פון דיין טאכטער, דער אייבערשטער זאל דיר געבן נחת אינאיינעם מיט דיין ווייב געזונטערהייט.


הער נישט אויף דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים, אז דיין ווייב איז געזונט, און אז דו האסט א געזונט קינד, און אלעס ארום זאל דיר נישט אנגיין. דער סמ"ך מ"ם קען נישט סובל זיין א אידישע שמחה, טוט ער אויסדרייען די קאפ פון די עלטערן, זיי זאלן זיין פארנומען מיט זייטיגע נישטיגע זאכן, אבי נישט זיין פרייליך און אבי נישט געדענקען פון דאנקען דעם אייבערשטן.


זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און האלט אן דיין גוטע אויפפירונג פון נישט רעדן אין שול ביים דאווענען.

#7793 - משניות גייט נישט אינאיינעם מיט הערן נארישקייטן
משניות, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האף צום אייבערשטן אז דו שטארקסט זיך מיט לערנען תורה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי עס ווערט אויסגעשמועסט אין שיחות הר"ן, סימן עו; צו לערנען אפילו בלי הבנה.


לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, גיי כסדרן פון אנהייב ביזן סוף, און הייב אן נאכאמאל; אזוי זאלסטו טון דיין גאנצע לעבן. הייב אן דיין טאג מיט לערנען אכצן פרקים משניות און מיטן זאגן תהילים. משניות רייניגט די מח, עס רייניגט די הארץ, עס רייניגט פון אלע טומאות און זוהמות. אפילו מען איז פארשמירט מיט עבירות, און אפילו מען איז פארדרייט פון טון עבירות; אז מען לערנט משניות ווערט מען צוריק ריין און די מח ווערט מיושב.


ווען דו זאגסט משניות איז נישט כדאי צו הערן האטליינס, אינטערוויוס, בדחנות, קאמעדיס וכו', עס איז תרתי דסתרי, עס איז דבר והפיכו. בכלל איז כדאי זיך אפצולאזן פון אלע האטליינס, אינטערוויוס, בדחנות, קאמעדיס וכו', דער רבי זאגט דאך (ספר המדות אות שמחה, סימן יג): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל בִּשְׂחוֹק, בְּיָדוּעַ שֶׁהוּא רָחוֹק מִגְּדֻלַּת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס איז פארטון אין די נארישע זאכן פון קאמעדיס, לאכן פון בדחנות- איז ווייט פון וויסן דאס גרויסקייט פונעם אייבערשטן. נאך זאגט דער רבי, (שם אות אמת, סימן מז): "מִי שֶׁשּׁוֹמֵר אֶת עַצְמוֹ", ווער עס היט זיך, "מִשְּׂחוֹק שֶׁל הִתּוּל", פון די נארישע לאכן פון הערן בדחנים, קאמעדיעס, "בְּיָדוּעַ שֶׁהוּא אִישׁ אֱמֶת".


זיי געזונט און שטארק.


איך האב דיך ליב.

#7792 - לייג אריין אלע זיינע טאלאנטן אין דיין מלמדות
הדרכות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


גרעסערס פון זיין א מלמד – איז נישטא, און אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן די זכי' צו זיין א מלמד – זאלסטו אויסניצן אלע דיינע כוחות און אלע דיינע טאלאנטן פאר די זאך; אריינצובלאזן חיות אין די קינדער, פרייליך מאכן די קינדער מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה און מצוות און מעשים טובים.


זוך דיר נישט קיין שום מצוות צו טון אין די זייטיגע צייטן, זוך נישט צו גיין צו שיעורים, געבן שיעורים וכו' וכו', גיי שלאפן פרי, שטיי אויף פרי, לערן דיינע שיעורים כסדרן, און קוק זיך פאר וואס דו דארפסט לערנען מיט די קינדער. טראכט אויס משלים, גרייט אן מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון מידות טובות, הער אויס טעיפס פון מלמדים וואס דערציילן די פרשה מיט מדרשי חז"ל, גוט אראפגעלייגט, אינטערעסאנט פאר קינדער, און דריי עס איבער אויף אונזער מסורה, ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט, אלע מעשיות זאלן זיין געפלאכטן מיט תפילה, והעיקר לעובדא ולמעשה.


די שעות וואס דו זיצט מיט די קינדער זאלסטו אנקוקן ווי דו דאווענסט שמונה עשרה, וואס עס איז אסור להפסיק אפילו למלך ישראל.

#7791 - די גרויסע זכות פון מנדב זיין פאר'ן ספר שפתי תפתח
הדפסה, ליקוטי מוהר"ן, שפתי תפתח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ו' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב געהערט אז דו האסט גענומען די זכות פון די מהדורה פון ספר שפתי תפתח, די אידישע ליקוטי מוהר"ן, האסט מנדב געווען פופציג טויזנט דאלער; איך בין מקנא דיין זכות.


די ספר שפתי תפתח איז א הערליכע פירוש אין אידיש אויפן ספר ליקוטי מוהר"ן, א גרינגע זיסע פירוש, וואס אפילו קינדער קענען פארשטיין דעם הייליגן ספר. אזויפיל מענטשן זאגן מיר אז זייט זיי האבן געזען די קונטרסים אויף די תורות פון ליקוטי מוהר"ן האבן זיי אנגעהויבן פארשטיין די הייליגע ספר, און עס האט זיי געגעבן א טעם און פארשטאנד אין דעם ספר.


דער הייליגער רבי האט דאך בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמו) אז דער ספר איז אתחלתא דגאולה, נאך האט דער רבי געזאגט (שם): "צְרִיכִים לִלְמֹד אוֹתוֹ הַרְבֵּה", מען דארף לערנען זיין ספר זייער אסאך, "עַד שֶׁיִּהְיֶה שָׁגוּר בְּעַל פֶּה", ביז מען וועט עס קענען אויסנווייניג.


נאך האט ער געזאגט, אויב מען וועט לערנען אסאך זיין ספר (שם, סימן שמז): "יְכוֹלִין לִזְכּוֹת לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת", קען מען ווערן אן אמת'ער ערליכער איד.


נאך האט ער געזאגט (שם, סימן שמ), וואלט די וועלט מיך געהערט זאגן תורה מיט דעם ניגון, מיט דעם טאנץ – וואלט די גאנצע וועלט אויסגעגאנגען.


נאך האט ער געזאגט (שם, סימן שעז; שיחות הר"ן, סימן רד), ווער עס קען גוט זיין ספר קען אלעס טרעפן אין זיין ספר, און אפילו א שיחה און א יעדע ענין בעולם – "יָכוֹל הַשָּׁלֵם לִמְצֹא בְּתוֹךְ תּוֹרָתוֹ"; והעיקר אזא אפילו א פארשטאפטע הארץ, אויב וועט ער לערנען דעם ספר וועלן אים אלע אדערן טרענען וכו' (חיי מוהר"ן, סימן שמט).


איך האף צום אייבערשטן איך וועל האבן די צייט און די כוחות צו גיין ווייטער מיט דעם הייליגן פירוש, צו קענען ענדיגן דעם פירוש אויפן גאנצן ספר ליקוטי מוהר"ן, און וואויל איז דעם וואס וועט האבן שכל צו האבן א חלק אין הדפסת והפצת ספרי רבינו, וועט ער האבן א חלק אין די גאולה, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט, ווען דער ספר ליקוטי מוהר"ן וועט אריינגיין אין די וועלט קען מען זיך גרייטן אויף ביאת משיח (פעולת הצדיק, סימן תתלו בהגהה).

#7790 - מאך פרייליך, מאך ווערטלעך, מאך זיס אינדערהיים
שמחה, חינוך הילדים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זע עס זאל זיין פרייליך ביי דיר אין שטוב, עס זאל זיין א פרייליכע מצב, א לופטיגע אטמאספער, עס זאל זיין לופט פאר די קינדער צו אטעמען.


מען זעט אויף די קינדער אויב זיי קומען פון א פרייליכע שטוב, די קינדער זענען מער קלוג, מער שארף און געריבן, און אויב איז די שטוב מיט נערווען, מיט עצבות, מיט קולות, מיט קריטיק – ווערן די קינדער פארמאכט און פארקלאפט, זיי ווילן נאר אנטלויפן חס ושלום.


אויך די שבת'דיגע סעודות מאך פרייליך; מאך ווערטלעך, מאך זיס. אוודאי לערנט מען דורכאויס די וואך צו האבן דרך ארץ פאר עלטערן, אבער ביי די סעודות איז נישט א צייט פון אויסלערנען, באשטראפן, קנס'ענען, וויינען, פארהערן, פארלאנגען וכו' וכו', די סעודות דארפן זיין גאר געשמאק. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (יתרו פח.): "וּבָעֵי בַּר נָשׁ לְאִתְעַנְגָּא בְּהוּ", מען דארף עסן די סעודות מיט פארגעניגן, "וּלְמֶחֱדֵי בְּהוּ", און זיך פרייען מיט די סעודות, נישט אנגעצויגן חס ושלום.

#7789 - ווי אזוי צו לערנען שלחן ערוך
כולל, הדרכות, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער, הרב ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער אז דו האסט דורך געלערנט הלכות שבת, ראשונים מיט אחרונים, און עס איבערגע'חזר'ט און זיך פארהערט און גוט געקענט, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין ווייטער אין לערנען, לברר שמעתתא אליבא דהלכתא.


יעצט ווען מען הייבט אן לערנען הלכות בשר בחלב זאלסטו געדענקען די דרך הלימוד וואס איך האב דיר געזאגט, ווי אזוי צו לערנען. זאלסט לערנען דעם טור בית יוסף מיטן ב"ח, אויך דעם דרישה ופרישה מיטן דרכי משה; לערן דאס נאכאמאל און נאכאמאל ביז דו ביסט קלאר מיט אלע שיטות ראשונים ואחרונים. נאכדעם לענען דעם מחבר רמ"א טורי זהב מיטן ש"ך, אויף דעם זאלסטו לערנען חוות דעת מיט פרי מגדים מיט יעדן נקודות הכסף. איך האף אז ביז סוף זמן וועסטו קענען גוט גאנץ הלכות בשר וחלב.


לייג זיך שלאפן פרי, נאך מעריב רעד נישט מיט קיינעם, נאר מיט דיין ווייב און קינדער. שטיי אויף פארטאגס, לערן דיינע שיעורים כסדרן, ח"י פרקים משניות, בבלי, ירושלמי, תוספתא, מדרש און זוהר מיט ספרי רבינו.


אויך זאלסטו גיין התבודדות יעדן פארטאגס צווישן די ביימער, וויין זיך אויס צום אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין נאר צו טראכטן פון אים, נישט מסיח דעת זיין פון אים.

#7788 - זיך מאכן א שיעור מיט א חברותא
שיעורים כסדרן, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


היינט איז דא נאך א גרעסערע מבול ווי אין די צייטן פון נח, מוהרא"ש זאגט, היינט האבן מיר ביידע טומאות, סיי דור המבול און סיי דור הפלגה; פון איין זייט ניאוף רחמנא לצלן און פון די אנדערע זייט מינות וכפירה רחמנא לצלן, רחמנא לשיזבן, און די עצה איז – זיך באהאלטן אין תיבת נח; וואס איז די תיבת נח? קומען אין שול דאווענען און לערנען, דורכדעם ווערט מען ניצול פון די מים הזידונים, די הייליגע חכמים זאגן (קדושין ל:): "אִם פָּגַע בְּךָ מְנֻוָּל זֶה", אויב דו האסט נסיונות – "מָשְׁכֵהוּ לְבֵית הַמִּדְרָשׁ", לויף אין שול לערנען און דאווענען.


איך וויל דו זאלסט זיך מאכן א שיעור מיט א חברותא, לערנען יעדן אינדערפרי גמרא אדער הלכה בקביעות, דאס איז אויסער דיינע שיעורים כסדרן אין מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה; זאלסטו זיך מאכן א שיעור, ווייל נאר דאס בלייבט פונעם מענטש, נאר תורה ותפילה; מען ווערט עלטער, מען האט מער נישט כח צו ארבעטן – ווערט מען דעפרעסט, און ווער רעדט נאך פון שפעטער ווען מען ווערט א נפטר, מען ווערט אזוי בעצבות ומרה שחורה (שיחות הר"ן, סימן מג), מה שאין כן דער וואס לערנט – באגלייט אים די תורה בזה ובבא.

#7787 - אז מען פאלט, הייבט מען זיך אויף
חיזוק פאר מיידלעך, בחור, התחזקות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


לאז זיך נישט פאלן, לאז זיך נישט נאך, דער רבי האט אונז געלערנט: "אם נפלת, קמת", אז מען פאלט – הייבט מען זיך אויף; ווי אזוי הייבט מען זיך אויף? דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך וידוי דברים.


טייערער ברודער, מאך זיך א צייט יעדן איינציגסטן טאג זיך מתבודד זיין, זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן רבונו של עולם, דערציילט אים ווי דו פאלסט, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, זיין ערליך, זיין הייליג, און ווי אזוי דו מוטשעסט זיך.


ברודער, וויסן זאלסטו, די תפילות פון בחורים און מיידלעך, ווי זיי וויינען צום אייבערשטן אז זיי ווילן זיין ערליך, די תפילות זענען זייער חשוב ביים אייבערשטן, עס ווערט א הערליכע בליטשקעדיגע קרוין פארן מלך מלכי המלכים, און דער אייבערשטער איז זיי מוחל אויף אלעס.


נאר שטארק זיך, נאר דערהאלט זיך.


זאג יעדן טאג די עשרה מזמורים, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], די תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט אונז אנטפלעקט.

#7786 - רעד צום אייבערשטן, לכל הפחות דריי פיר מינוט
שלום בית, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


פאר דו הייבסט אן דיין טאג, פאר דו לויפסט צו דיין ארבעט, פאר וואס, ווען און ווי – זאלסטו זיך ארויסזעצן הינטער דיין שטוב, (האסט דאך א שיינע גרויסע פארט"ש, פריוואט) – און רעד צום אייבערשטן, לכל הפחות דריי פיר מינוט.


ערשט זאלסטו אים דאנקען פאר אלע חסדים, צווייטנס טו תשובה, טו וידוי דברים, דערצייל נאכאמאל און נאכאמאל יעדן טאג זאכן וואס איז נישט גוט, זאכן וואס דער יצר הרע האט דיך צוגערעדט, דערציילט די נסיונות וואס דו האסט, און די דריטע מינוט זאלסט אוועק געבן צו בעטן אויף ווייטער, בעיקר אויף דעם אז דו זאלסט זיין ערליך, לערנען און דאווענען.


אויך זאלסטו האלטן שיין און טייער די מתנה פונעם אייבערשטן – דיין ווייב; דו האסט אן אשת חיל, דארפסט איר נאר געבן אסאך גוטע ווערטער, און חס ושלום אריינגיין אין טענות און ויכוחים.

#7785 - יעדן גריסן; יונגע, אלטע, ארעמע, און רייכע
שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, בארא פארק


געב יעדן א שמייכל, געב יעדן א גוט ווארט, האסט נישט קיין השגה ווי ווייט איין גוט ווארט קען אויפהייבן דעם מענטש, ווי ווייט איין שמייכל קען יענעם מחי' זיין.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג), אז מחי' זיין א מענטש 'הוא דבר גדול מאוד', ווייל מענטשן גייען ארום מיט יסורים גדולים ונוראים, זיי זוכן איינעם וואס קען זיי מחי' זיין, און מיט איין שמייכל און א גוט ווארט – געבט מען זיי לעבן.


אז דו קומסט אינדערפרי אין שול זאלסטו יעדן גריסן; יונגע, אלטע, ארעמע, רייכע; האב נישט מורא פון קיינעם, און אפילו די בעלי מרה שחורה וואס גריסן נישט צוריק, דו גרוס זיי טאג טעגליך, ביי זיי וועלן ווערן צולאזט און שמייכלען.


וואו דו גייסט נאר זאלסטו יעדן זאגן "העלאו", און פאר חשוב'ע מענטשן זאלסטו גריסן מיט זייער נוסח, נישט "העלאו", נאר "א גוטן", נעם דאס פאר דיין מצוה, דאס זאל זיין דיין קבלה, בפרט ווען דו זעסט בחורים וואס קיינער קימערט זיך נישט מיט זיי זאלסטו זיי באגריסן מיט ט' קבין גוטע ווערטער, דאס וועט זיי אויפלעבן.


לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות מיט א יום תהילים.

#7784 - מיט'ן גיין נאך געלט היט מען אפ די שטאט
צדקה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד בני הרב ... שליט"א, קרית ברסלב


מזל טוב צו די שמחה ביי אונז, איך האב א נאמען געגעבן 'עמרם' נאכן זיידן הרב הצדיק רבי עמרם אויש זכרונו לברכה.


דער זיידע איז געווען א גרויסער צדיק, ער האט עוסק געווען אין תורה, עבודה און גמילות חסדים, ער האט אויסגעהאלטן אלע אלמנות און יתומים אין שטאט סאטמער, און היות דו ביסט אויך עוסק אין גיין נאך געלט פאר משפחות וואס דארפן הילף – וויל איך דיר דערציילן א שיינע מעשה.


אמאל איז דער זיידע ר' עמרם געגאנגען נאך געלט פרייטאג, און אריין אין א געשעפט בעטן צדקה. דער בעל הבית איז געווען זייער איבערגעשטרענגט און ער האט נישט געקענט דערהייבן אז דער זיידע קומט שטערן, האט ער אים אראפגעלאזט א פראסק, האט דער זיידע זיך אנגערופן: "דאס האט איר געגעבן פאר מיר, און וואס געבט איר פאר די אלמנות און יתומים?" דער בעל הבית האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון, האט ער אים געגעבן א שיינעם סכום.


דאס זאג איך דיר, דו זאלסט נישט ווערן באליידיגט ווען איינער שרייט און זאגט וכו', דו גיי נאך געלט ביי אלע הייזער און ביי אלע מענטשן אין שול, היט אפ דעם שטעטל; מיטן גיין נאך געלט פאר משפחות נצרכים היט מען אפ די שטאט פון אלעם שלעכט.


גיי שלאפן פרי, שטיי אויף פרי, גיי אין מקוה, זאג תיקון חצות, ח"י פרקים משניות, תיקונים, ליקוטי מוהר"ן, און געב גוטע ווערטער פאר יעדן איינעם.


דיין טאטע.

#7783 - נעם א חשובער רב צו זיין מסדר קידושין
תודה והודאה, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


איך האב שוין לאנג געטראכט צו אויפהערן זיין מסדר קדושין צוליב כמה סיבות, און יעצט די יאר האב איך עס טאקע אפגעלאזט, במילא זאלסטו נעמען א רב; עס איז דא גענוג חשוב'ע רבנים וועם צו נעמען.


איך וועל בלי נדר קומען צו די חתונה; סיי לכבוד דער חתן, סיי לכבוד דיר, און אויך לכבוד דיינע חשוב'ע מחותנים.


העיקר זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז דו מאכסט חתונה דיינע קינדער, אלע זענען ערליך, אלע גייען בדרך התורה, אלע זענען ליכטיג און טייער, אנגעהויבן ביי ... נרו יאיר, ... נרו יאיר, ... תחי', ... נרו יאיר, און יעצט די חתן ... און כמעט מאכסטו שוין נאך א שידוך; וויפיל ביסטו שולדיג פארן אייבערשטן? ווער איז דען רייכער פון דיר? דאס איז דאך די גרעסטע עשירות.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט נעמען אינגעלייט און לערנען מיט זיי, קורצע שיעורים פון צען מינוט, פופצן מינוט, הלכה ואגדה, סיי אינדערפרי און סיי פארנאכט.

#7782 - נישט רייכערן ארום די שול
הפצה, רייכערן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין הודעה ווי דו בעטסט אז דו ווילסט דער ראש ישיבה זאל זיין מער מקושר, מער אינוואלווד אין דיין לעבן.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט אנגעהויבן עוסק זיין אין הפצה, דו האסט גענומען א שותף ... נרו יאיר, ענק פארן איין טאג קיין לעיקוואד, איין טאג קיין מאנסי וכו'. הפצה איז הצלת נפשות, הפצה איז מתקן דעם מענטש, ומתן שכרה בצדה מען האט שיין פרנסה; הלוואי וואלטן אלע וואס זענען מקורב עוסק געווען אין די הייליגע עבודה פון פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, גליונות וכו' פאר די וועלט, וואלט זיי קיינמאל גארנישט געפעלט.


יעצט אז דו געבסט מיר רשות זיך אריינצומישן אין דיין לעבן וויל איך דיר בעטן, איך האב געלייגט א טאוול ביים אריינגאנג פון בית המדרש מען זאל נישט רייכערן אין די ד' אמות פונעם שול, און עס שטערט מיר צו זען ווי מען שטייט ביים אריינגאנג פון שול און מען רייכערט, וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט רייכערן ארום די שול; וואס דו טוסט ביי דיר – איז דיין געשעפט, אבער אז דו קומסט צו מיר אין שול – זאלסטו נישט רייכערן ביים שול. איך האף דו וועסט אזוי טון.

#7781 - האסט געטון חבילות עבירות, טו חבילות מצוות
תשובה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


די רחמנות פונעם אייבערשטן איז אין לשער, אפילו א מענטש זאל האבן געטון אסאך עבירות – נעמט דער אייבערשטער אן זיין תשובה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה כא, ה), אויב האסטו געטון חבילות עבירות, זאלסטו טון חבילות מצוות און דער אייבערשטער איז דיר מוחל.


איך האב געזען פון הייליגן סאטמער רבי'ן זכותו יגן עלינו (דברי יואל פרשת בראשית, עמוד פח), ער זאגט, די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה יט, יב), ווען דער אייבערשטער האט פארגעהאלטן אדם הראשון אויף דעם וואס ער האט עובר געווען אויפן ציווי ה' יתברך און געגעסן פון די עץ הדעת, האט אדם הראשון געזאגט: "אכלתי, ואוכל עוד", איך האב געגעסן און איך וועל ווייטער עסן, פרעגט ער, ווי קען זיין אז אדם הראשון זאל ענטפערן אזוי, מיט גרויס חוצפה? זאגט ער, חס ושלום, פינקט פארקערט, אדם הראשון האט זיך מחזק געווען אויף תשובה, ווייל ווען מען זינדיגט מיט א געוויסע אבר איז די ריכטיגע תשובה צו טון מיט די אבר מצוות; אז מען איז פוגם מיט די אויגן זאל מען קוקן אין די הייליגע תורה מיט די אויגן, אז מען האט פוגם געווען מיט די הענט – זאל מען טון מצוות מיט די הענט, און אז מען האט פוגם געווען באכילה, מיט עסן – זאל מען עסן כשר'ס וכו'.


דאס האט אדם הראשון געזאגט, "אכלתי", איך האב געגעסן פון די עבירה, אבער איך קען תשובה טון, "ואוכל עוד", איך קען עסן נאך, איך קען פאררעכטן מיט כשר'ע עסן, אזוי ווי די פריער דערמאנטע חז"ל, האסט געטון חבילות עבירות, טו חבילות מצוות.


אשרינו אז מיר ווייסן פון א רבי וואס האט געשריגן: "געוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנדן!"


גיי א טענצל יעדן טאג, אשרינו מה טוב חלקינו.

#7780 - גיי יעדע נאכט צום שיעור גמרא
דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך און גיי יעדע נאכט צום שיעור, דער דיין לערנט פאר דעם דף גמרא; עס איז אזוי וויכטיג זיך קובע זיין א שיעור צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא.


אם ירצה ה' קומענדיגע יאר, תשפ"ז, די וואך פון יום טוב שבועות – וועלן מיר נאכאמאל מסיים זיין גאנץ ש"ס; אוי ווי גוט און ווי זיס דאס לעבן איז ווען מען לערנט יעדן טאג גמרא.


א בלאט גמרא געבט לעבן, א בלאט גמרא באשיצט פון אלע שלעכטס, א בלאט גמרא נעמט אוועק אלע פחדים, ענקזייעטיס וכו', גמרא היילט דעם מענטש.


איך ווייס אז נאך א טאג שווער ארבעטן איז נישט גרינג ארויס צו גיין פון שטוב, דעריבער שרייב איך דיר, ווייל איך האב דיך ליב, איך וויל דיין גוטס, איך וויל דיין נצחיות.


אויך זאלסטו וויסן אז יעדע מאל איך זע דיך מאכסטו מיך פרייליך.

#7779 - מטהר זיין דעם נפש רוח און נשמה, און אויך דער גוף
משניות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר ויזרח


איך האב זייער הנאה געהאט צו רעדן מיט דיר אין אומאן ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, און גאר שטארק איבערגענומען געווארן פון דיין פדיון נפש; די צוויי סמארט טעלעפאונס, איין צעבראכענע און נאך א נייע - וואס דו האסט אוועק געווארפן לכבוד די נייע יאר. דער אייבערשטער זאל דיר העלפן דו זאלסט זוכה זיין צו א נס, זאלסט טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א אידישע ערליכע שטוב.


מאך זיך א שיעור צו לערנען משניות, פרוביר צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט מטהר זיין דיין נפש, רוח און נשמה. אויך דיין גוף וועט ווערן ריין און הייליג; משניות האט א כח אראפצונעמען אלע טומאות און זוהמות.

#7778 - יעדע ווארט וואס מ'רעדט צו קינדער איז עושה רושם
זעלבס זיכערקייט, נקודות טובות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד, לייג אריין אין די קינדער מידות טובות און יראת שמים, און טו גלייבן אז יעדע ווארט וואס מען לייגט אריין אין קינדער איז עושה רושם, אפילו מען טוט דאס נישט אנזען אויף די מינוט.


אויך זאלסטו חזר'ן סימן רפ"ב פון ליקוטי מוהר"ן חלק א'; די תורה איז די פונדאמענט פון אידישקייט, וואו דער רבי טוט ערקלערן מען מוז זען אין זיך אליין גוטס, מען מוז האלטן פון זיך, מען מוז קוקן גוט אויף זיך, ווייל דער סמ"ך מ"ם טוט מיט רשעות צעברעכן דעם מענטש, ביז דער מענטש ווערט בבחינת מת, א טויטער; אזוי ווארפט ער אים אראפ אין שאול תחתית רחמנא לצלן.


גיי א טענצל יעדן טאג 'ברוך שלא עשני גוי, טאטע איך לויב דיך אז איך בין א איד'.

#7777 - נישטא העכערס ווי זיין גרייט צו טראגן די קינדער אין חדר
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ב' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב


איך בעט דיר נאכאמאל דו זאלסט שטיין אויף דעם אז אפילו די בחורים וואס העלפן דורכן טאג אין די מוסד, אין שול, אין די קהלה וכו' וכו' - אלע בחורים זאלן קומען אין ישיבה, סיי הערן די שיעור התחזקות, און סיי לערנען הלכה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט), מען מוז לערנען הלכה, און מען מוז זיך מתבודד זיין; וויל איך אז אלע בחורים זאלן לערנען הלכה און הערן יעדן טאג א שיעור התחזקות.


עס איז כדאי דו זאלסט רעדן צו ר' ... אז דאווענען ותיקין איז טאקע זייער א גרויסע זאך, אבער נאר אויב דאס איז נישט אויפן חשבון פון די חינוך הבנים והבנות; נישטא עפעס העכער'ס ווי זיין גרייט צו ברענגען די קינדער און די בחורים אין חדר, אין ישיבה - לערנען תורה. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן (קידושין ל.), רבי חייא בר אבא האט געזען רבי יהושע בן לוי גיין אין גאס נישט אנגעטון געהעריג, עס האט אויסגעקוקט אביסל אינטערסאנט, ער האט נישט אן געהאט זיין הוט, נאר אן אינטערעסאנטע צודעק, האט רבי חייא בר אבא אים געפרעגט: "וואס איז מיט דיר? פארוואס גייסטו אזוי אין גאס, וואו איז דיין הוט?" האט רבי יהושע בן לוי אים געענטפערט: "איך יאג זיך צו טראגן מיין קינד אין חדר, און אז דו וואונדערסט זיך וואס איז די יאגעניש? וועל איך דיר זאגן, עס שטייט (דברים ד, ט): 'וְהוֹדַעְתָּם לְבָנֶיךָ', און עס שטייט אין די קומענדיגע פסוק 'יוֹם אֲשֶׁר עָמַדְתָּ לִפְנֵי ה' אֱלֹקֶיךָ בְּחֹרֵב', וואס האבן די צוויי פסוקים פון לערנען תורה מיט קינדער א שייכות מיט די פסוק פון מתן תורה? נאר די תורה לערנט אונז, אז ווער עס לערנט תורה מיט זיין קינד איז דאס אזוי ווי ער לערנט תורה ביים בארג סיני, איך לייג אוועק מיין עבודת השם אבי צו לויפן אין חדר מיט מיין זון"; זעט מען פון דעם אז עס איז נישטא קיין גרעסערע זאך ווי טראגן און ברענגען די קינדער און די בחורים אין חדר און אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7776 - יסורים פון די משפחה
כיבוד אב ואם, לערערין, משפחה, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס, אנטשולדיגט פארן נישט ענטפערן די בריוו, איך בין געווען יום טוב אין קרית ברסלב אין שטעטל און איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט צו זען די בריוו, און גלייך נאך יום טוב איז מיר געבוירן געווארן א אינגל למזל טוב און מיין ווייב איז זיך געגאנגען אפרוען, און איך דארף יעצט זיין די טאטע מאמע פאר די קינדער, האב איך קוים צייט צו שרייבן בריוו.


אויף אייער פראגע אויב א מאמע מיט א שטוב מיט קינדער איז מחויב צו זיין א לערערין; דער ענטפער איז ניין, מחויב איז מען נישט, אבער אויב מען קען העלפן אויפבויען די שיינע סקול בית פיגא אין ירושלים וועט דאס זיכער זיין א גרויסע זכות פאר אייך און פאר אייער דורות. ווייל וויפיל מען טוט פארן רבי'ן, וויפיל מען טוט פאר אוועק שטעלן אן ערליכע געזונטע חינוך, געבויט לויט דעם רבינ'ס וועג - איז די זכות עד אין לשער.


בנוגע די משפחה וכו'; עס איז פארקערט ווי מען מיינט, כל זמן מען שטייט אהער און אהין, מען טאנצט מיט איין פוס אין ברסלב און מיט איין פוס טאנצט מען צוריק - דעמאלט האט מען די יסורים פון די משפחה, אבער ווען מען שטייט מיט ביידע פיס אין איין פלאץ, זעט די משפחה אז מען ווייסט וואס מען וויל און אלעס בארואיגט זיך.


א מאמע דארף מען מכבד זיין, און אז די מאמע לאכט - שווייגט מען, און אז די מאמע מאכט א ווערטל אויף וואס מען רעדט ביי אונזער חדר - שווייגט מען ווייטער, און אז די געשוויסטער שמייכלען - שווייגט מען ווייטער.


די אלע זאכן קומען צוניץ שפעטער אין לעבן, עס בויט אויף דעם מענטש און מען איז זוכה צו שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7775 - דער בית המדרש זאל זיין אנגעפילט פארטאגס
שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט אנשי שלומינו גאנץ חודש תשרי, עס איז געווען הערליך שיין אין שטעטל. געב איבער א גרויסן יישר כח פאר אלע גבאים פארן אהער שטעלן אזא שיינעם יום טוב.


איך וויל בעטן די גבאים מען זאל מאכן א גרויסן שטארקן דשענערעיטער אויב עס פאסירט א קורצשלוס. איך האב געזען ערב די צווייטע טעג, עס האט פאסירט א קורצשלוס און מענטשן זענען געגאנגען אין מקוה מיט קליינע קינדער; עס איז א גרויסע סכנה, איך וויל נישט טראכטן וואס קען פאסירן אויב א קינד איז אין בור און האלט זיך אינמיטן טובל'ן און עס פאסירט נאכאמאל. איך וויל ענק זאלן דאס שוין באשטעלן און צוגרייטן, איך וועל שאפן די געלט פאר דעם, אבער מאכט נישט מיט א צומצום, מאכט עס זאל זיין גרויס און שטארק, אז די גאנצע בנין זאל קענען אנגיין; סיי די מקוה, סיי די שול און סיי די כולל.


אויך דארף מען איבערבייטן די בענק מיט די בענקלעך פונעם נייעם שול, די בענק פאלן כסדר אראפ, עס פאלט אויף די קינדער, און די בענקלעך מאכט א גרויסע רעש, עס שטערט דאס דאווענען מיט דאס ליינען.


אויך וויל איך וויסן אויב מיר קענען צוריק באנייען די כולל בוקר, אנהייב שטעטל ווען די בית המדרש איז געווען אונטער אברהם משה'ס הויז האבן מיר געהאט א כולל בוקר פאר אינגעלייט וואס קומען לערנען פון זעקס אזייגער ביז זיבן אזייגער, א שעה פארן דאווענען, איך וויל באנייען די כולל בוקר, איך האב אזא גליסטעניש אז די בית המדרש זאל זיין אנגעפילט פארטאגס וואו אלע וועלן קובע זיין לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, ח"י פרקים משניות, יום תהלים און אסאך בלעטער גמרא און הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7774 - א הייליגע זאך קומט אן זייער זייער שווער
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך וויל דיר בעטן, היות די מוסדות אין ארץ ישראל ווערן גרעסער און גרעסער און די ארבעט ווערט נאר מער, זאלסטו מער נישט טראגן דעם עול פון די געלט, דו זאלסט נאר זיין פארנומען מיט די חינוך פון די קינדער, סיי ביי די אינגלעך און סיי ביי די מיידלעך. עס זאל נישט פאסירן, אבער אז עס פאסירט אז עס קומט די צייט וואס מען דארף געבן די געהאלט פאר די איינגעשטעלטע אדער צאלן רענט וכו' און עס איז נישטא קיין געלט - איז דאס נישט דיין זארג, לאז די זארג אויף מיר, ווייל אויב דו וועסט זארגן פאר די געלט, וועסטו נישט האבן קיין ישוב הדעת און סבלנות פאר די קינדער.


מיר ארבעטן זייער שווער צו קענען אוועק שטעלן א קרן אז די מוסדות זאלן זיך קענען אויסהאלטן, אנשי שלומינו העלפן זייער, מער פון זייערע כוחות, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר קענען אנגיין.


די שוועריקייטן דארף אונז געבן חיזוק. ווייל איך האב געליינט אז אמאל איז געקומען ר' יודל ראזענבערג זכרונו לברכה, דער וואס האט געפירט די סאטמערע קעמפס, צום הייליגן סאטמער רבי זכר צדיק לברכה און זייער געקרעכצט אז ער גייט אויפגעבן, ווייל עס איז ממש נישט מעגליך צו גיין ווייטער, ער האט געזאגט עס איז אזוי שווער ער קען נישט מער אנגיין, דער רבי האט אים אויסגעהערט און געטראכט און געטראכט, און דער רבי זאגט אים: "ווייסט וואס איך וועל דיר זאגן, ווען עס וואלט געווען גרינג דארף איך עס נישט", א הייליגע זאך קומט אן זייער זייער שווער, מוהרא"ש האט מיר דאס אויך כמה פעמים געזאגט: "איך זע ווי שווער עס גייט ענק ווייס איך אז דאס איז פון די קדושה".


נאך א זאך וואס מוהרא"ש פלעגט מיר אלץ זאגן ווען מיר זענען געקומען זאגן אז עס איז נישטא קיין געלט, מען צאלט נישט די מלמדים און די איינגעשטעלטע; האט מוהרא"ש אלץ געזאגט: "נעם די קינדער זיי זאלן מתפלל זיין, די קינדער זענען ריין זייערע תפילות זענען זייער חשוב", און דאס פלעגן מיר טון און דאס טוען מיר נאכאלץ, די מלמדים בעטן יעדן טאג מיט די קינדער אין אידיש תפילות אז די מוסד זאל האבן געלט צו באצאלן די איינגעשטעלטע און קענען אנגיין אן קיין שום שטערונג. זאלסטו דאס אויך טון, בעט די מלמדים זאלן בעטן יעדן טאג מיט די קינדער פאר די מוסד אז מיר זאלן קענען אנגיין מיט אונזער תיבת נח, א פלאץ פאר אונזערע קינדער נישט צו ווערן פארשוועמט מיט די מבול.


אויך יעדע מאל דו גייסט קיין טבריה צו די חדר און צו בית פיגא זיי אזוי גוט און גיי צו מוהרא"ש צום ציון און בעט פאר מיר יואל בן רייצא רעכיל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7773 - דיינע חובות איז צוליב פארשוועכן די שול
דרך ארץ, בית המדרש, חובות, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאס וואס דו מוטשעסט זיך אזוי מיט דיין ביזנעס, דו ביסט אין א לאך פון חובות, פון שווערע הונדערטער טויזנטער דאלער, און וויפיל דו פרובירסט צו באקומען הלוואות פון בענק - פאלט עס אלץ אראפ, עס גייט נישט אריבער; דאס איז פארן פארשעמען די בית המדרש, אז מען רעדט ביים דאווענען און ביי קריאת התורה פארשעמט מען דעם אייבערשטן מיט כנסת ישראל, עס איז ביי מיר קלאר אז דאס וואס דו גייסט אריבער איז צוליב דעם.


איך האב דיר שוין אזויפיל מאל געזאגט שיינערהייט דו זאלסט אויפהערן רעדן אין שול, און נאכאלץ זע איך ווי דו לאכסט און שמועסט מיט גרויס חוצפה.


דאס וואס דו זאגסט אז דו ביסט נישט שולדיג, עס זענען בחורים און אינגעלייט וואס קומען דיקא צו דיר שמועסן וכו'; דאס איז נישט קיין תירוץ, ענדערש זאלסטו נישט קומען מער אין שול, ענדערש זאלסטו בלייבן אין שטוב ווי צו פארשוועכן דעם שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7772 - משניות וועט דיר געבן לעבעדיגקייט און חן
צדקה, מוסדות, משניות, היכל הקודש, ארץ ישראל

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די נעמען פון אלע וואס געבן חודש'ליך פאר די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש.


איך האף אם ירצה ה' צו קומען דעם ווינטער צו ענק אויף א באזוך אין ארץ ישראל, איך וועל אם ירצה ה' זיין אין ישיבה, איך וועל באזוכן די חדר מיט בית פיגא, אויך וועל איך מאכן א פריוואטע מסיבה מיט די וואס געבן חודש'ליך פאר די מוסדות אין ארץ ישראל.


שטארק זיך אין לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות; גיי נישט אריין אין אפיס, הייב נישט אן דיין טאג - נאר נאכן האבן געלערנט ח"י פרקים משניות, משניות וועט דיר געבן א לעבעדיגקייט, משניות וועט דיר געבן א חן, משניות וועט דיך מאכן בענקען צו לערנען נאך און נאך.


געב איבער פאר אלע וואס העלפן מיר אין די מוסד און אין הפצה זיי זאלן נישט מיינען אז זיי זענען פטור פון לערנען שיעורים קבועים על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, אלע וואס ווילן זיך האלטן אין היכל הקודש, קודש קדשים - דארפן לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות און זאגן דעם יום תהלים, די צויי לימודים רייניגן די הארץ און די מח, און אויך בלעטער גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.