בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7846 - איך ווארט צו זען דיין פרייליכע פנים
שמחה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


נישט אומזיסט האט דער רבי צו אונז גערעדט אזויפיל פון דאס גרויסקייט און וויכטיגקייט פון זיין פרייליך, ווייל אין דעם איז תלוי אלעס; די רוחניות, די גשמיות, דער מענטש, זיין משפחה; אלעס איז אנגעהאנגען אין שמחה, און חס ושלום ווי געפערליך עצבות איז, ווי מוהרנ"ת זאגט (לקוטי הלכות נפילת אפים ד, ה): "כִּי אֵין דָּבָר מַזִּיק לַעֲבוֹדַת ה' כְּמוֹ הָעַצְבוּת, כַּמּוּבָא בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים", נישטא נאך אזא זאך וואס שטערט פאר עבודת השם ווי עצבות, און דאס איז פשט וואס שטייט אין זוהר (ויקרא, דף מז ע"ב): "רַב הַמְנוֹנָא סָבָא הֲוָה מְסַדֵּר קָמֵי חַבְרַיָּא פִּרְקָא דְּמִילֵי דִּשְׁטוּתָא"; ווייל מען מוז זיין פרייליך, און נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו תורה, צו עבודה און צו אלע מדריגות.


טייערער ליבער ברודער, איך האב דיך ליב, איך דאווען פאר דיין הצלחה, אבער דיין הצלחה ליגט אין דיינע הענט, דו דארפסט זיין פרייליך, דו דארפסט טון אלעס אין די וועלט צו זיין פרייליך.


איך ווארט צו הערן פון דיר און צו זען דיין פרייליכע פנים.

#7845 - טו נישט קיין ווילדע זאכן, רוף יענעם צו דין תורה
בית דין, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


אויף דיין פראגע וואס צו טון מיט די משפחה ... וואס איז אריין אין איינע פון דיינע דירות אן רשות, אן א ליעס און אן צאלן; איך בעט דיר, טו נישט קיין ווילדע זאכן, טו נאר וואס א איד דארף טון, רוף יענעם צו דין תורה, חס ושלום טון ווילדע זאכן, ווייל מען קען אמאל ליידן צוליב וואס מען האט פארשעמט אדער דערשראקן א פרוי מיט קינדער, זאלסט נאר טון וואס בית דין זאגט.


טו זיך אן דיין ווארעמע מאנטל, דיין קוטשמע, דיינע הענטשיך און שאל, און גיי אין פעלד הינטער דיין שטוב; עס איז טאקע קאלט, עס איז שוין פרעסטיג; דאך זאלסטו גיין שרייען צום אייבערשטן יעדן אינדערפרי און יעדע נאכט: "רבונו של עולם העלף מיך איך זאל נישט ארויפקומען מיט מיינע פראבלעמען און דארפן ליידן די גרויסע בושה".

#7844 - איך האף דו ברענסט נאך צום רבי'ן
התחדשות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואס מאכסטו עפעס? שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז גוט ביי דיר און מיט דיין משפחה.


איך האף דו ברענסט נאך צום רבי'ן, איך געדענק דיין התקרבות, דעמאלט ביסטו געווען א פלאם פייער, האסט געלעבט מיט א ברען, דיין ליבשאפט צום רבי'ן, דיין דאווענען, דיין לערנען; איך האף אז דו ביסט נאך אזוי. געב זיך אכטונג פון ליצנות וכדומה, פארגעס נישט וואס דער רבי האט געטון מיט דיר, ביסט געווען א פארלוירענער בחור, און וואס איז אלץ אריבער אויף דיר, און דער רבי האט דיך אזוי שיין אנגעטון מיט שיינע לבושים, דיך א חתן געמאכט, אזוי שיין חתונה געהאט, אזא שיינע משפחה האסטו היינט. מוהרא"ש זאגט, די מעשה פון אליעזר איז געווען, ווען מען האט אים געזאגט: "דַּבֵּר", האט ער אנגעהויבן רעדן מיט אן אמת, ער האט דערציילט: "עֶבֶד אַבְרָהָם אָנֹכִי", איך בין אברהם אבינו'ס קנעכט, אלעס וואס איך האב, אלעס וואס איך בין – איז פון מיין רבי, והבן למעשה.

#7843 - א מלמד מיט זעלבסטזיכערקייט, דיסציפלין, און פרייליכקייט
שמחה, הדרכות, זעלבס זיכערקייט, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו האסט די זכי' צו זיצן מיט ריינע הייליגע נשמות, זיי לערנען תורת משה רבינו און תורה שבעל פה, עס איז נישטא גרעסערס פון זיין א מלמד.


דער עיקר הצלחה פון א מלמד איז דאס זעלבסטזיכערקייט, נישט ווערן פארלוירן ווען א קינד פאלגט נישט, בלייבן רואיג און באהאנדלען די מצב מיט מח, נישט מיט געפיל, נישט אריינגיין אין א כעס פון פארלוירנקייט, ווי מער מען האט אמונה אין זיך – אלץ מער דיסציפלין האט מען.


נאך אן עיקר אין הצלחה מיט תלמידים – עס זאל זיין א געשמאקע פרייליכע גיסטע אין כתה. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:), אז די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געמאכט מילי דבדיחותא קודם הלימוד, זיי האבן געמאכט פרייליך איידער זיי האבן אנגעהויבן לערנען, ווייל נאר אזוי עפנט זיך די מח און הארץ צו מקבל זיין וואס מען לערנט, און אזוי ווי מיר זעען קלאר, די אלע קינדער פון פרייליכע שטובער זענען קלוג און שארף, און פארקערט, די אלע וואס מען איז צו ערנסט – זענען פארקלאפט און פאר'תמ'ט.

#7842 - מיטהאלטן אין ישיבה
בחור, ישיבה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר פון די מגידי שיעורים און פונעם מנהל, דו פירסט זיך מיט יראת שמים און מידות טובות.


שטארק זיך טייערער ..., דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, וואס דו דארפסט זאלסט זיך נאר צו אים ווענדן, גיי מיט די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות. גיי אין וואלד רעדן צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים דו זאלסט זיין א צדיק; אלע צדיקים האבן זוכה געווען צו קומען צו זייער גרויסע מדריגה דורך די פשוט'ע וועג פון רעדן צום אייבערשטן אויף פראסט אידיש, אויף די מאמע לשון, איך וויל זייער זיין דיין שדכן, און זיין דיין באגלייטער אין דיין לעבן, מיר איז נישט אינטערעסאנט עס זאל שטיין אויפן וואנט פון די ישיבה בנשיאות מיין נאמען און שוין, איך וויל זיין דיין ראש ישיבה, דיך העלפן מיט אויסלערנען וואס איך האב געהאט די זכי' צו לערנען ביי מוהרא"ש.


קום צייטליך אין ישיבה, דאווען מיט די בחורים, און זיץ ביי די שיעורים פון די מגידי שיעור. מיר האבן גאר גוטע מגידי שיעור וואס לערנען חומש רש"י, גמרא מיט הלכה; איך וויל זייער דו זאלסט זיין ביי די שיעורים. אז דו וועסט מיך פאלגן וועסטו ביז א קורצע צייט זיין א חתן און חתונה האבן מיט גאר א גוטע שידוך.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר שרייבן א בריוו מפעם לפעם, איך וויל זיין נאנט מיט דיר.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיך זייער ליב.

#7841 - ווען עס קומען אריין אנגעצויגענע מחשבות
תפילות אויף אידיש, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


החתן ... נרו יאיר


מזל טוב צו דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט גיין מיט שמחה צו די חתונה און אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב.


זיי נישט נערוועז, זיי נישט אנגעצויגן, געב זיך איבער צום אייבערשטן וועט אלעס זיין גוט.


ווען עס קומען אריין די אנגעצויגענע מחשבות, זאלסטו גלייך זאגן די ווערטער: "הייליגער באשעפער איך געב זיך איבער צו דיר, הייליגער באשעפער העלף מיר אלעס זאל זיין גוט און פרייליך, אלעס זאל קלאפן הונדערט פראצענט, העלף מיר איך זאל זיין רואיג, איך זאל נישט זארגן".


טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר, נאר אז מען נעמט אריין אמונה איז מען רואיג, נאר מיט אמונה קען מען אנגיין אין לעבן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.

#7840 - רעדן איידל, רעדן שיין, נישט שעלטן
חינוך הילדים, משניות, משלי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי ג, לג): "מְאֵרַת ה' בְּבֵית רָשָׁע", א קללה פונעם אייבערשטן איז אין הויז פונעם רשע, "וּנְוֵה צַדִּיקִים יְבָרֵךְ", און די וואוינונג פונעם צדיק איז געבענטשט.


אפשר לומר, ביים רשע אין שטוב שעלט מען, יעדע ווארט איז נאך א קללה, ווען עפעס גייט נישט גוט הייבט מען אן שעלטן, מה שאין כן "וּנְוֵה צַדִּיקִים", אין שטוב פון צדיק – "יְבָרֵךְ", הערט מען נאר ברכות; אפילו ווען זאכן גייען נישט אזוי ווי מען וויל – שעלט מען נישט, נאר מען בענטשט, מען איז מצדיק את הדין, מען זאגט 'דער אייבערשטער טוט נאר גוטס', אלעס איז נאר ברכות.


דאס דארף מען אריינלייגן אין די קינדער פון קליינווייז אן, זיי זאלן רעדן איידל, רעדן שיין, נישט שעלטן, נישט רעדן מיאוס'ע ווערטער, און ווען עפעס גייט נישט אזוי ווי מען וויל – זאל מען געדענקען אז דער אייבערשטער פירט אלעס, דער אייבערשטער מאכט אלעס, והבן למעשה.


זע צו זאגן אכצן פרקים משניות יעדן טאג, דאס וועט דיך משנה זיין אינגאנצן און עס וועט ריין מאכן דיין נשמ"ה, אותיות משנ"ה.

#7839 - טו היינט, נישט מארגן
עבודת השם, משלי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


עס שטייט אין פסוק (משלי ג, כח): "אַל תֹּאמַר לְרֵעֲךָ", זאלסט נישט זאגן פאר דיין פריינד – "לֵךְ וָשׁוּב וּמָחָר אֶתֵּן", גיי און קום צוריק מארגן און איך וועל דיר דעמאלט געבן, "וְיֵשׁ אִתָּךְ", ווען דו האסט יעצט אים צו געבן.


מיט דעם רבינ'ס הקדמות קען זיין נאך א פשט, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רעב), אויפן פסוק (תהלים צה, ז): "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", "זֶה כְּלָל גָּדוֹל בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס איז א גרויסע כלל אין עבודת השם, "שֶׁלֹּא יָשִׂים לְנֶגֶד עֵינָיו כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם", ער זאל נישט טראכטן נאר פון דעם היינטיגן טאג, "כִּי כְּשֶׁרוֹצִין לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", ווייל ווען מען וויל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן, "נִדְמֶה לְהָאָדָם כְּאִלּוּ הוּא מַשָּׂא כָּבֵד, וְאִי אֶפְשָׁר לוֹ לִשָּׂא מַשָּׂא כָּבֵד כָּזוֹ", זעט עס אויס שווער, מען טראכט – "מָחָר אַתְחִיל", מארגן וועט מען אנהייבן, "מָחָר אֶתְפַּלֵּל", מארגן וועל איך שוין דאווענען; זאגט דער רבי עס איז נישט גוט, "כִּי אֵין לְאָדָם בְּעוֹלָמוֹ כִּי אִם אוֹתוֹ הַיּוֹם וְאוֹתוֹ הַשָּׁעָה שֶׁעוֹמֵד בּוֹ", דער מענטש האט נישט אין זיין לעבן נאר די היינטיגע טאג און די יעצטיגע שעה; דאס זאגט דער פסוק: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ, הַיּוֹם דַּיְקָא", אז דו ווילסט אויסהערן די קול פונעם אייבערשטן, מוז דאס זיין מיט 'היום'.


דאס איז פשט: "אַל תֹּאמַר לְרֵעֲךָ", זאג נישט פאר דיין חבר, דאס מיינט מען דער יצר טוב, ווען ער רעדט דיך צו צו גיין לערנען, דאווענען און טון מצוות - "לֵךְ", גיי אוועק, "וָשׁוּב", און קום צוריק, "מָחָר", מארגן, "אֶתֵּן", און מארגן וועל איך דיר נאכגעבן - "וְיֵשׁ אִתָּךְ", ווען דו האסט יעצט די מעגליכקייט צו צעברעכן די נסיון און גיין לערנען און דאווענען און טון מצוות, והבן למעשה.

#7838 - טונקעלע געלטער
חינוך הילדים, משלי, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לעיקוואד


איך וויל דיר שרייבן וואס איז מיר נתחדש געווארן ביים לערנען ספר משלי, עס שטייט אין פסוק (משלי טו, כז): "עֹכֵר בֵּיתוֹ בּוֹצֵעַ בָּצַע", דער וואס גנב'עט – פארדארבט זיין הויז, "וְשׂוֹנֵא מַתָּנֹת יִחְיֶה", און דער וואס האט פיינט מתנות – דער וועט לאנג לעבן.


קען זיין נאך א פשט, "בּוֹצֵעַ בָּצַע", דער וואס זיין גאנצע לעבן איז בצע, געלט; ער טראכט פון געלט, ער גליסט געלט, ער רעדט פון געלט, דער איז -  "עֹכֵר בֵּיתוֹ", ער מאכט חרוב זיין הויז, די קינדער וואקסן אויף אן חינוך, אן תורה ותפילה, זיי זעען איין זאך, געלט, געלט און נאכאמאל געלט, "וְשׂוֹנֵא מַתָּנֹת", און דער וואס האט פיינט געלט, דער וואס פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן, און די חינוך הבנים והבנות איז אים וויכטיגער פון געלט – "יִחְיֶה", דער וועט זוכה זיין צו לאנג לעבן, מיט נחת, ערליכע אידישע דורות; ווייל וואס מען פלאנצט איין – דאס וואקסט, אז מען פלאנצט איין אמונה, מען פלאנצט שמחה – שניידט מען שיינע פירות, און אז מען פלאנצט געלט - "עֹכֵר בֵּיתוֹ", ווערט אלעס חרוב, עס ווערט חושך, מיתה, סטרא אחרא. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כג), פנים דסטרא אחרא, אנפין חשוכין, מרה שחורה, אלהים אחרים, עבודת אלילים השם ישמרינו, והבן למעשה.

#7837 - גיין נאך געלט פאר די ישיבה
צדקה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אמאל האב איך דערציילט פאר מוהרא"ש אז איך העלף איינעם פון אנשי שלומינו וואס האט חובות וכו', האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "יענער וועט זיך אן עצה געבן, דו זע אז די ישיבה און די הדפסה זאל אנגיין".


דאס זאג איך דיר אויך, זיי מחזק די בחורים און די אינגעלייט זאלן גיין נאך געלט פאר די ישיבה, און אויך דער חתן זאל גיין נאך געלט פאר די ישיבה; פון וואו זאל איך האבן געהאלט דיר צו צאלן? פון וואו זאל איך נעמען רענט צו באצאלן פאר די ישיבה? דו זע מען זאל גיין נאך געלט פאר די ישיבה, איך זאל נישט אונטער ברעכן.


וואלסטו געוואוסט וואס פאר אן עול עס ליגט אויף מיר, וואלסטו נישט געקענט פארשטיין ווי קען זיין אז דער מענטש קען שרייבן בריוו פון חיזוק און געבן דרשות פון חיזוק אן דעם וואס מען זאל זען אז דא ליגט א לאסט פון שווערע טויזנטער דאלער געהאלט וועכנטליך פון אמעריקע און פון ארץ ישראל.


איך בעט דיר נאכאמאל, זיי מחזק די בחורים און אינגעלייט אלע זאלן עוסק זיין אין גיין נאך געלט פאר די ישיבה, פאר די מוסדות, און די חתנים וואס ווילן העלפן זייערע עלטערן און שטעלן צאם געלט פאר זייער חתונה זאלן אויך העלפן באצאלן די גרויסע חובות וואס די עלטערן האבן פון שכר לימוד.


איך בענק זיך צו דיר און צו די בחורים, איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען צו ענק גלייך נאך חנוכה.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7836 - איינער רופט בעטן חיזוק, זאלט איר אים געבן חיזוק
חיזוק פאר פרויען, קירוב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וועגן די מיידל וואס רופט אייך וכו'; איך וויל אייך בעטן איר זאלט איר יא אויפהייבן די טעלפאן און אויסהערן. איר שוועסטער איז נעבעך פארפאלן מיט אן אראבער רחמנא לצלן, און יעצט האט זי אויך שוין א נסיון מיט אן אראבער, און אז זי רופט אייך זאלט איר זי געבן ווארעמע ווערטער און איר ראטעווען פון אוועק פאלן.


נעמט דעם כלל, אז איינער רופט אייך בעטן חיזוק זאלט איר אים געבן חיזוק, ווייל מוהרא"ש זאגט (ארך אפים, פרק ח): "וקבלה מפי זקני אנשי שלומינו", איך האב מקובל פון ברסלב'ע חסידים, "מי הוא התלמיד הגון שאתה צריך לדבר עמו"? ווי אזוי ווייסט מען ווער איז דער תלמיד הגון וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ס) - אז מען דארף רעדן מיט א תלמיד הגון? "זהו שבא מעצמו אליך", דער וואס איז געקומען פון זיך אליין רעדן צו דיר, "זהו בכלל התלמיד הגון לפי בחינתך, וצריך אתה דייקא לדבר עמו", דו דארפסט מיט אים רעדן און אים מחזק זיין; דער עיקר זאלט איר זי אויסהערן און מיט שפירן איר צער און ווייטאג און איר מחזק זיין אויף התבודדות און אריינשיינען אין איר תקווה, האפענונג.


און אז איר האט נישט קיין ווערטער וואס איר צו זאגן, זאלט איר זי געבן א נומער פון א פרוי פון אנשי שלומינו וואס וועט איר קענען מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7835 - טענות אויפ'ן מנהל, אדער הכרת הטוב?
מוסדות, הכרת הטוב, ארץ ישראל, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער דיינע טענות, איך וויל דיר זאגן, ערשטנס עס איז נאכנישט געבליבן אז מען פירט אריבער די מוסדות קיין בית שמש. צווייטנס, דאס איז מיין געדאנק, נישט דער מנהל; פארקערט, דער מנהל וויל נישט פארמאכן, דאס האב איך געזאגט, אז וואס איז אנדערש ביי ענק ווי אין אמעריקע, מיר האבן נישט קיין מוסדות אין יעדע צווייטע שטאט, מיר האבן איינס אין צפון און איינס אין מרכז, וואס איז אין ארץ הקודש אנדערש? פארוואס קענען די קינדער נישט פארן אזוי ווי ביי אונז וואס קינדער פארן יעדן טאג א שעה מיט א באס?


איך זאג נישט אז מען גייט טאקע אזוי טון, אבער איך וויל זאלסט פארשטיין וואס דא גייט פאר, פון וואו זאל איך נעמען יעדע חודש זעכציג טויזנט דאלער? וואס איז אזוי געפערליך אז קינדער פארן? יעצט קומען דאך אויך קינדער מיט גרויס שמחה פון בית שמש קיין ירושלים? איז וואס איז אז מען וועט דאס מאכן פארקערט, אז מיר האבן באקומען א פלאץ פאר די חדר און בית פיגא, א גרויסע פלאץ, א פלאץ בהרחבה, איז וואס איז אזוי געפערליך?


דאס איז קלאר אז דו זאלסט האבן הכרת הטוב פארן מנהל וואס געבט זיך אזוי אוועק פאר די קינדער, אים רופן כסדר זיך באדאנקען און אים פרעגן וואס מען קען העלפן. איך וויל הערן פון דער מנהל און פון די אפיס אז דו ביסט פון די וואס זוכן צו העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7834 - מחנך זיין די קינדער נישט וויי צו טון קיין שום איד
חינוך הילדים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין מוחל די בזיונות וואס די קינדער מאכן מיר, און אז דיין זון איז פון די שכנים וואס פארשעמען מיך כסדר אין גאס, מען באזידלט מיך - בין איך מוחל, אבער וואס וועט זיין מיט זיין חינוך? דארפסט אים לערנען אז מען טאר נישט וויי טון קיין שום איד, מען שרייט נישט אויף קיין שום איד, דאס דארף מען לערנען מיט קינדער, אפילו מיר האלטן נישט פון די וועג דארף מען נאכאלץ מכבד זיין א צווייטע איד.


זאלסט האבן אסאך הצלחה.

#7833 - די שוועריקייט צו זיין א גבאי אין שול
הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך פארשטיי דיך זייער גוט אז דו האסט מער נישט קיין כח צו זיין גבאי ביי אונז אין שול, דו קענסט נישט נעמען די וועג ווי אזוי מען רעדט וכו' וכו'; דאך וויל איך דיר בעטן זאלסט קוקן מיט רחמנות אויף אנשי שלומינו, דן זיין יעדן איינעם לכף זכות. למשל דער אינגערמאן וואס האט דיך אפגעזידלט וכו'; וואלסטו געוואוסט וואס אויף אים גייט אריבער, ווי ער ליידט, זאכן וואס איך קען נישט דערציילן השם ירחם - וואלסטו גאר אנדערש געטראכט און געקוקט אויף אים, און אזוי אויך דער אינגערמאן וואס האט וכו' וכו'; וואלסטו געוואוסט זיין עבר פון וואו ער קומט און וואס איז אויף אים אריבער אין זיינע יונגע יארן - וואלסטו אים נאר געשוינט, עס וואלט דיר נישט געשטערט די גאנצע מעשה. נישט אז דאס בארעכטיגט זיי חס ושלום, מיר טוט וויי די מעשיות, מיר שטעכט די מעשיות אין הארץ.


וואס זאל איך זאגן, ווי אזוי איך בין דא אריינגעדרייט געווארן אין מיין גבאות; איך בין בכלל נישט געקומען קיין ברסלב צו זיין א גבאי, צו זיין א מאן דאמר, איך בין געקומען קיין ברסלב ווייל איך האב זייער געוואלט זיין אן ערליכער איד, און איך וויל נאכאלץ זיין אן ערליכער איד. נאכדעם בין איך געווארן א מלמד, נאכדעם א מנהל אין א ישיבה, שפעטער האט מיר מוהרא"ש געזאגט איך זאל רעדן צו מיינע תלמידים פון תכלית, פון סדר דרך הלימוד, און פארשטייט זיך מען האט מיך ארויסגעווארפן פון דארט. דעמאלט האט מוהרא"ש מיר געזאגט עפן אליין א ישיבה, און שפעטער האט מוהרא"ש געזאגט לערן מיט חתנים, און נאכדעם לערן מיט אינגעלייט, און אזוי טרעף איך מיך זיין פארנומען מיט קהל, און איך זאג דעם אייבערשטן אז אוועקגיין קומט נישט אין באטראכט, ווייל איך וועל אנהאלטן וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן.


איך זאג דיר נישט וואס צו טון, בפרט ווען עס טרעט דיר צו צום געזונט; דו ביסט אן איידעלער, דו קענסט נישט נעמען די פראסטע וועג ווי מען רעדט און מען שרייט וכו' וכו', (איך קען עס נאך מער נישט נעמען), אפשר זאלסטו יא אפלאזן, איך זאג דיר נאר א וועג ווי אזוי מען דארף קוקן אויף מענטשן, מען דארף קוקן מיט רחמנות, מיט די אויגן וואס צדיקים האבן, און פון די אנדערע זייט דארף מען זיין זייער שטארק, מען דארף פירן די שול אויף די ריכטיגע וועג, נאר נישט ווערן אויס ווען איינער זאגט עפעס וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7832 - א איד מוז פרעגן שאלות
שאלות, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב דיר שוין געשריבן זומער אז א איד מוז פרעגן שאלות, מען מוז האבן א דיין, און היות אין שטעטל איז נאר דא אונזער דיין פון די קהילה, וואלט ווען געדארפט אויסקומען נאכן וואוינען שוין אזא לאנגע צייט אין שטעטל - צו פרעגן שאלות, אבער דער דיין שליט"א זאגט מיר אז אין שטעטל וואוינען איבער צוויי הונדערט משפחות און אלע פרעגן שאלות אויסער דו.


איך בין זייער דערשראקן, איך וויל וויסן וואס גייט פאר, איך ווארט אויף אן ענטפער. אין אונזער קהילה קען מען נאר זיין אויב מען היט הלכות, אז נישט קען מען נישט זיין אין די קהילה און אויך נישט שיקן די קינדער. איך וויל דיך חס ושלום נישט מרחק זיין, איך וויל דיך מקרב זיין, איך וויל וויסן אז דיין שטוב פירט זיך בדרך התורה. אז דו וועסט מיר ענטפערן אז דו האסט א דיין וועם דו פרעגסט, און ווען דו האסט א שאלה פארסטו אראפ אין שטאט פרעגן - וועל איך מיך זייער פרייען.


ביטע אנעמען די בריוו גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7831 - אריינברענגען דאס חתונה מאכן בחנם
חתונה פלאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מו"ה ... ני"ו


א גרויסן יישר כח פארן מנדב זיין פלייש פאר די קומענדיגע צען חתונות אין ישיבה.


עס איז כדאי זאלסט קומען קוקן ווי די חתונות זעען אויס, אפשר וועסטו דאס קענען אריינברענגען ביי דיר אין די קהילה; מען זאל קענען חתונה האבן אין א שול בחינם אזוי ווי עס איז געווען אינדערהיים אין אלע דורות ביי אידישע קינדער, די חופה איז געווען אין הויף פונעם שול, און די חתונה איז געווען פשוט, מיט אמת'ע שמחה.


מיר האבן די וואך געהאט די הונדערטסטע חתונה, הונדערט חתונות מיינט אז צוויי הונדערט מחותנים האבן חתונה געמאכט בחינם; נישט נאר די בית המדרש איז אומזיסט נאר אלעס איז בחינם. דער שמש רופט אויס און גראמט אויס, די בחורים מאכן די עסן מיט די מוזיק, ביי די פרויען מאכן די מיידלעך פון סקול די עסן, די אויסטיילן, די אנגרייטן, אלעס, אויך די האר פאר די משפחה מיט די פנימ'ער וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט קענען דאס אריינברענגען אין ענקער קהילה, שפארן געלט פאר עמך אידן, און איינשפארן געזונט פראבלעמען פאר עלטערן, זיי זאלן קענען מאכן שמחות מיט שמחה.

#7830 - היכל הקודש זיך פירן ווי די צוויי צדיקים
צדיקים, היכל הקודש, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דאנערשטאג נאכט פרשת בראשית, כ"ה תשרי - איז מיר געבוירן געווארן מיין זון עמרם נרו יאיר. אין שפיטאל ביינאכט האב איך זיך געכאפט אז דער טאג איז א גרויסער טאג, די יארצייט פון הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו און פון הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו, די צוויי הייליגע צדיקים האבן געהאט זייערע וועגן אין עבודת השם; דער הייליגער קדושת לוי האט גענומען די וועג פון מלמד זכות זיין אויף יעדן איד, און דער הייליגער חתם סופר האט אוועקגעשטעלט די וועג פון התבדלות, זיך אפטיילן פון מינים און אפיקורסים.


איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש זאגט, אויף די צוויי וועגן האט ער אוועקגעשטעלט קהילות היכל הקודש, מען זאל זיך פירן ווי ביידע צדיקים. די ערשטע זאך איז הלכה, זיך נישט אוועק רירן פון הלכה, שיטת חתם סופר, נישט משנה זיין קיין ריר פון מסורת אבות, יש לנו אב זקן הוא לא נשתנה. און די צווייטע זאך איז, קוקן גוט אויף אנדערע, זוכן דאס גוטס אין אלעמען, אזוי ווי דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו האט אלץ דערציילט פארן אייבערשטן דאס שיינקייט פון אידן, ער האט שטענדיג אויפגעזוכט דאס גוטס אין אנדערע, אזוי זאל זיך פירן די קהילה; מען זאל אויפזוכן דאס גוטס אין יעדן איינעם.


איך האב אנגעהויבן דאנקען דעם אייבערשטן אז ער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך געברענגט צום הייליגן רבי'ן, איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש וואס מאכט אונזער מח זאל זיין באלאנצירט; פון איין זייט פארלאנגט מען דאס מערסטע, און פון די אנדערע זייט זיך פרייען מיט יעדע פינטעלע וואס מען האט יא.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך וויל דו זאלסט אזוי פירן די ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7829 - וואס טוט זיך פארדעם און נאכדעם?
חלישות הדעת, קאמפלעקס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די בילדער וכו'.


בנוגע די שיינע ווארעמע מסיבה ביי...; געדענקזשע וואס מוהרנ"ת האט געזאגט ווען ער איז אריבער שמחת תורה ביינאכט די ... קלויז, און געהערט די 'אתה הראת' פון די מתנגדים, און האט שיעור נישט געהאט חלישות הדעת וכו', 'אזעלכע מתנגדים און אזא קנאקעדיגע אתה הראת?!' האט ער זיך אנגערופן: "טאקע א שיינע 'אתה הראת', אבער וואס איז פארן 'אתה הראת' און וואס איז נאכן 'אתה הראת' - דאס ווייסט נאר דער אייבערשטער אליין", און איך זאג דיר אביסל אנדערש, וואס טוט זיך פאר די שיינע מסיבה וואס דו האסט מיר דערציילט וכו' - דאס ווייסטו, און איך, און יעדער - וואס טוט זיך פארדעם און נאכדעם; נישטא קיינער פון די גאנצע פלאץ וואס זאל מעביר סדרה זיין, קיינער עפנט נישט קיין משניות, און אזוי ווייטער, אפגערעדט פון זיך מתבודד זיין, פון זיצן אין א שטילע פלאץ און בענקען צום אייבערשטן און רעדן און שמועסן צום אייבערשטן, און אזוי ווייטער.


איך בין בצער אז דו האסט צער פון מיר, איך קען אבער גארנישט טון פאר דעם ווייל לדעתי איז דאס חכמות (קאמפלעקסן).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7828 - קיינמאל האב איך דאס אפילו נישט געטראכט אויף דיר
לשון הרע, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בין אהיים געפארן מוצאי שמחת תורה פון שטעטל מיט האברך ... נרו יאיר. ער האט מיר דערציילט אויפן וועג אהיים אז דו האסט זיך אויסגערעדט דיין הארץ, אז מען האט מיר געברענגט לשון הרע אויף דיר, אז די האסט גע'גנב'עט פון ישיבה געלט וכו'; וויל איך דיר זאגן אז עס איז נישט אמת, קיינער האט מיר דאס נישט געזאגט און אפילו פאר א ווערטל איז דאס נישט גוט; קיינמאל האב איך דאס אפילו נישט געטראכט אויף דיר.


מען דארף אסאך שמועסן מיטן אייבערשטן, אים דערציילן אלע ווייטאג וואס ליגט באהאלטן אינעם מענטש, ווייל נאר דורך התבודדות און דורך לערנען על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן גייען ארויס אלע חכמות המדומות און אלע בלבולים וכו'.


איך האב דיך זייער ליב און אויך בין איך דיר זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7827 - אנקוקן דעם מאן מיט א ליכטיגקייט, וועט אלעס ווערן גוט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי עס איז אייך שווער אז אייער מאן קומט נישט אהיים צייטליך, איר קענט זיך קיין עצה נישט געבן מיט די קינדער, דאך זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אז אייער מאן איז אין שול, ער לערנט, ער איז נישט מיט שלעכטע חברים.


דער רבי לערנט אונז ווי אזוי צו ניצן אונזער מח מחשבה, און אזוי וועט מען קענען אריבערגיין שווערע מצבים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב א מענטש וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט; "יִרְאֶה, שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען ער האט שווערע טעג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", זאל ער גוט קוקן, וועט ער זען אז אין די צרה מאכט אים דער אייבערשטער גוט.


אייער מאן קומט אהיים שפעט, אייער מאן קען זיך נישט צאמנעמען, א צייט איז ביי אים נישט קיין צייט, איר שפירט אז איר קענט עס נישט נעמען; זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן וואס איז אין שול, ער לערנט, ער דאווענט, ער איז ערליך, ער זיצט נישט מיט חברים און הוליעט; הייבט אן קוקן אויף אייער מאן מיט א ליכטיגקייט, מיט א שיין - וועט אלעס ווערן גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7826 - מען דארף מיך יא, אדער מען דארף מיך נישט?
משניות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י"ב מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע מעסעדזשעס.


ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות, קיינער איז נישט ברוגז אויף דיר, קיינער האט נישט אויף דיר, אנשי שלומינו זענען טייערע מענטשן. לדעתי רודפ'סטו זיך אליין, דו לויפסט אוועק פון דיין אייגענע שאטן. איך האב דיר געוואלט ווינטשן הושענא רבה, איך האב דיך געזוכט א גאנץ חודש תשרי, א שאד דו קומסט מער נישט צווישן די טייערע חבורה.


הייב אן צוריק לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס וועט דיר געבן שטארקייט, דאס וועט ארויסנעמען די חכמות המדומות. איך זאג דיר נישט סתם זאכן, איך זאג דיר וואס איך האב געזען אלע יארן אין היכל הקודש; די וואס האבן געטון למעשה, געלערנט שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, הלכה, מדרש ואגדה וספרי רבינו, און זיך מתבודד געווען, און עוסק געווען אין פארשפרייטן דעם רבי'ן אין די וועלט - די האבן זיך פעסט געהאלטן.


איך האב דיך ליב, איך בעט פאר דיר יעדן טאג, איך שוין דיך, א שאד די חכמות דיינע פון מאכן חשבונות אויף חשבונות אויב מען דארף דיך יא אדער נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7825 - נאך א שיחה, נאך א דיבור, נאך א ווארט, נאך אן אטעם פון רבי'ן
התחדשות, חלישות הדעת, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס האסטו מיט א צווייטן? וואס קוקסטו אויף א צווייטן? אודאי אז מען קוקט אויף דעם און יענעם האט מען חלישות הדעת, יעדן טאג א פרישע בלבול, פרישע מעשיות; אבער דער וואס קוקט אויף זיך, ער קוקט 'וואס באקום איך ביים רבי'ן? וואס קויף איך דא איין?' - דער ווערט נישט צעטומלט.


דערמאן זיך פארוואס דו ביסטו געקומען צום רבי'ן, דערמאן זיך די סיבה; האסט געזוכט א וועג ווי צו זיין א איד, א וועג ווי צו קענען לערנען תורה, א וועג ווי צו קענען האבן שלום בית, און דאס האסטו געפונען, איז וואס דארף דיך שטערן דאס און יענץ? פארגעס נישט פארוואס דו ביסט בכלל געקומען צום רבי'ן, פארגעס נישט ווי אזוי דו ביסט געקומען, ביי דיין התקרבות האט דיר גארנישט אינטערעסירט, נישט יענקל, נישט געצל, נישט גרונם, האסט נאר געוואלט הערן נאך א שיחה, נאך א דיבור, נאך א ווארט, נאך אן אטעם פון רבי'ן, איז וואס איז יעצט געשען מיט דיר?


געדענק וואס דער רבי האט אונז געבעטן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט זאל אייך נישט אפנארן, "כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", ווייל די וועלט נארט זייער; נאך האט דער רבי אונז געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד), אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר, און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוואוסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף די וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט ניצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט.


געב זיך אכטונג פון לצים, אפילו בתוכינו. בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט האבן מיט אפגעקילטע מקורבים, דער רבי האט געזאגט אז דער אפגעקילטער מקורב איז זייער א גרויסע סכנה, מען כאפט זיך נישט אז מען דארף זיך היטן, און מען שמועסט, מען לאכט, מען הערט ווערטלעך, און די ווערטל קילט אפ אז מען קען מער נישט הערן די חיזוק און די הדרכה וכו'.


היינט נאכט וועט זיין די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7824 - די גאלדענע ווינטער נעכט
חברים, שלום בית, משניות, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען האט שוין צוריק גערוקט די זייגער, עס ווערט פרי נאכט, מען קען זיך לייגן פרי שלאפן און אויפשטיין פרי, אויסניצן די צייט; דער הייליגער רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן אויף די ווינטער נעכט 'די גאלדענע נעכט', ווייל מען קען אין די נעכט זייער אסאך דינען דעם אייבערשטן.


גיי נישט ביינאכט מיט חברים, זאלסט נישט ארויסגיין ביינאכט פון שטוב, דאווען מעריב וואס פריער און בלייב אין שטוב. פאר איינעם איז גרינגער צו לערנען ביינאכט, פאר איינעם איז גרינגער אויפצושטיין לערנען פארטאגס, נישט קיין חילוק, ביידע זענען חשוב, ביידע זענען גוט, נאר בלייב אין שטוב; אדער גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, אדער לערן אין שטוב דיינע שיעורים כסדרן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז א אינגערמאן האט נישט וואס צו זיין אינדרויסן פון שטוב ביינאכט, נאר בלייבן אין שטוב לערנען אין שטוב. אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט דיין ווייב זיך זייער פרייען, זי וועט דיך מחשיב זיין, זי וועט דיך ארויפקוקן, דיין שלום בית וועט ווערן גאר גוט.


אפילו פרייטאג צו נאכטס, ווען עס איז איינגעפירט ביי אנדערע פלעצער צו גיין צו טישן וכו' - איז ביי אונז נישט אזוי. מוהרא"ש זאגט, א אינגערמאן האט נישט וואס ארויס צו גיין פרייטאג צו נאכטס, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב, און איך האב שוין כמה פעמים געזאגט אז מען זאל נישט קומען צו מיר פרייטאג צו נאכטס, אינגעלייט בלייבן אין שטוב מיט די ווייב.


מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס מען איז זוכה דורך לערנען אכצן פרקים משניות און ענדיגן יעדן חודש ששה סדרי משנה, מען באקומט א ריינע נשמה, א ריינע מח, מען ווערט ריין פארן אייבערשטן. אין אנהייב וועט דאס זיין שווער, אבער אז דו וועסט זיין שטארק מיט דעם טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש - וועסטו נישט קענען אן דעם, עס וועט זיין ווי עסן פאר דיר, דו וועסט נישט שפירן זאט נאר נאכן גורס זיין ח"י פרקים משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7823 - אויסגעלאשן, אויסגעטריקנט, צוליב דיין נייעם חבר
טעלעפאן, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זייט דו האסט דיין נייעם חבר ביסטו אנדערש געווארן, דיין התקרבות צום רבי'ן איז נישט ווי אמאל; איך מיין עס איז שוין צייט דו זאלסט זיך צוריקערן צום אייבערשטן, זאלסט אוועק ווארפן דיין חבר וואס פארפירט דיך, דיין טעלעפאן. איך געדענק דיך יארן צוריק ווי פייער דו ביסט געווען פארן רבי'ן, דיין געפיל צום רבי'ן איז געווען וואונדערליך, און היינט זעסטו מיר אויס אזוי אויסגעלאשן, אויסגעטריקנט, דאס קומט צו פארדאנקען דיין נייער חבר די טעלעפאן.


די צדיקים סיי פון אונזער דור און די צדיקים פון די פריערדיגע דור האבן אלע גערעדט פון די סכנה פון האבן א קאמפיוטער, טעבלעט, סמארטפאון וכדומה אן א פילטער, מען קען שרעקליך אראפפאלן רחמנא לצלן און אלעס פארלירן, אזויפיל שטיבער זענען צעפאלן פון דעם, און אזויפיל קינדער זענען אראפ פון וועג צוליב די כלים.


באמת האב איך דיר געוואלט שיקן דעם בריוו פערזענליך, איך האב אבער געטראכט אז דו וועסט ווערן באליידיגט, דעריבער האב איך דאס געמאכט פאר א כלליות'דיגע בריוו און געלייגט אינעם קונטרס, איך האף צום אייבערשטן אפשר וועסטו זיך אפשטעלן ליינען די בריוו, אדער קוקן שבת אינעם קונטרס און נעמען די בריוו - פון איין זייט פערזענליך און פון די אנדערע זייט נישט ווערן באליידיגט, ווייל עס איז דאך נישט פערזענליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7822 - דיין ווייב האט בי. פי. די?
קאמפלימענטס, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואו האסטו געהערט די נייע אותיות פון בי. פי. די? זאג מיר, וואו שטייט אין גמרא די אותיות? ביי וועלכע צדיק האסטו געהערט די זאך? פארוואס ארויפלייגן די עי בי סי אויף דיין ווייב? פארוואס זאלסטו נישט נעמען די וועג פון הייליגן רבי'ן, די וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז א ווייב דארף מען פרייליך מאכן און געבן גוטע ווערטער? און אז זי שרייט און זי בלאזט זאל מען ווייטער העלפן און ווייטער רעדן מיט ליבשאפט; נישט איר אפשטעמפלען מיט עי. בי. סי.


אז דו וועסט העלפן דיין ווייב מיט די שטוב ארבעט, דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער, דו וועסט זיך מיט איר נישט טענה'ן וכו' וכו' - וועסטו זען ווי די אלע עי. בי. סי. מיט די נומערן וואס מען לעבלט מענטשן - צעפאלן, די שכינה וועט רוען אין שטוב, און אלע ברכות וועלן קומען צו דיר.


זאג דיין ווייב גוטע ווערטער, זאג איר דו האסט איר ליב, האב נישט מורא צו געבן א גוט ווארט, די גאנצע שטוב וועט אויפשיינען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.