בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2246 - איך וויל דיר נאכאמאל בעטן זאלסט לערנען דעם בלאט גמרא
לימוד התורה, גמרא, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה געהאט יום טוב פסח אין שטעטל. איך האב דיר אביסל באטראכט, איך האב געזען אין דיר יראת שמים; דו דאווענסט אזוי ווי מען דארף דאווענען, דו שמועסט נישט, דו האלסט דיינע זונען נעבן דיר, אויך האב איך געזען ווי דו ביסט קובע עתים לתורה.


שטארק זיך, גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת ה'. איך וויל דיר נאכאמאל בעטן און מחזק זיין זאלסט לערנען דעם בלאט גמרא; אדער אינדערפרי ביים שיעור פון הר"ר ..., אדער נאך מנחה מעריב ביים שיעור פון הר"ר ..., אדער זאלסטו נעמען א חברותא און לערנען דעם בלאט גמרא. איך וויל אזוי שטארק דער שטעטל זאל זיין א מקום פון תורה און תפלה.


איך האף צום אייבערשטן צו זיין יום טוב שבועות אין שטעטל.


 

#2245 - די קינדער און די בחורים דארפן זיין צייטליך
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מגיד שיעור קרית ברסלב


איך וויל דו זאלסט מיר איבערגעבן אלע פרטים פון די תלמידים אין שטעטל, לעת עתה איז נישטא קיין מנהל, דארף איך זיין מנהל.


עס קען נישט זיין קיין הפקירות, די קינדער און די בחורים דארפן זיין צייטליך, אז נישט – פארמאך איך דיין כתה; נישטא אזא זאך אז קינדער זאלן קומען טאג איין טאג אויס שפעט, אפילו כולל אינגעלייט האבן א סדר צו זיין 10:00 און יונגע בחורים זאלן קומען שפעט?! איך וועל דאס נישט צולאזן.


אויב פעלן קינדער זאלסטו מיר דאס מודיע זיין, שרייב מיר אן הודעה; איך וויל נישט עס זאל זיין הפקר.


היינט ווען דו האסט מיר דערציילט אז א קינד איז נישט געקומען, האב איך גערופן די עלטערן; די עלטערן האבן זיך אזוי דערשראקן, זיי האבן ניטאמאל געוויסט אז דאס קינד איז נישט געקומען.


איך וועל זיין דער מנהל ביז דערווייל; איך האב גערופן אלע עלטערן און גערעדט זייער קלאר אז אויב מען וועט נישט האלטן קיין זמנים וועט מען נישט קענען קומען.

#2244 - אנגרייטן די לוח ברסלב לשנת תשפ"ב
צדקה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן אזוי געטריי די רענט קאמפיין, מען זאל קענען באצאלן רענט חודש'ליך פאר די ישיבה, חדר, סקול, בית הדפוס, כולל, בית המדרש, חתונה זאל וכו' וכו'.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט אנגרייטן די לוח ברסלב לשנת תשפ"ב. גרייט אן אלע זמנים, שיעורים און התחזקות, געב אכטונג די חיזוק זאל ליגן אויף די ריכטיגע פלאץ. יעצט זע איך אין די לוח פון היי יאר אז עס האט א גרויסע טעות, די חיזוק ליגט אפגערוקט פיר עמודים; למשל, יעצט א וואך נאך פסח דארף שטיין חיזוק פון ספירה, אנשטאט דעם שטייט חיזוק אויף הכנות לפסח.


זיי געזונט.


 

#2243 - הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, סגולות, יבנאל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני, כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שטופט אוועק פון אייך די שלעכטע מחשבות וואס קומען כסדר ארויף אין מח אז איר וועט נישט האבן קיין קינדער, ווייל קינדער געבט דער אייבערשטער; עס איז דא הונדערטער און טויזנטער מעשיות פון פרויען וואס דאקטורים האבן געזאגט אז זיי וועלן נישט האבן קיין קינדער און מיט תפילה זענען זיי געבענטשט געווארן מיט קינדער און אייניקלעך.


דער רבי זאגט (ספר המידות תפילה, סימן כח): "עַל יְדֵי הַתְּפִלָּה יָכוֹל לְשַׁנּוֹת אֶת הַמַּזָּל", מיט תפילה קען מען איבערדרייען די מזל; אפילו אונטער'ן מזל קען מען נישט האבן קיין קינדער, אבער מיט תפילה דריידט זיך אלעס איבער.


בעטס דעם אייבערשטן אין אייער אייגענע שפראך, אז איר זאלט געהאלפן ווערן מיט קינדער. עס איז גוט צו זאגן אלע תפילות און יהי רצון'ס, אבער אייגענע תפילות - דאס איז עפעס אנדערש, דאס קומט ארויס פון טיפעניש פון הארץ, דאס גייט ארויף זייער הויך, ווייל דאס איז אמת. "קָרוֹב ה' לְכָל קֹרְאָיו", דער אייבערשטער הערט אויס יעדער איינער וואס רופט אים, "לְכֹל אֲשֶׁר יִקְרָאֻהוּ בֶאֱמֶת", אבער נאך מער הערט דער אייבערשטער אויס די וואס רופן אים מיט אמת (תהלים קמה, יח).


דא האט איר א געבעט וואס איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר; איך דאנק דיר אז איך בין חתונה געהאט, איך דאנק דיר אויף מיין טייערער מאן, איך דאנק דיר אז איך און מיין מאן זענען ביידע געזונט.


הייליגער באשעפער העלף מיר, געב מיר קינדער; איך וויל אזוי שטארק האבן קינדער, איך ווארט שוין אזוי לאנג אויף קינדער; איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי פארזארגט, ווייל עס גייען אריבער נאך טעג און וואכן און איך ווארט נאכאלץ אויף מיין ישועה, דאס מאכט מיר זייער פארזארגט. בעט איך דיר טאטע זיסער, העלף מיר, געב מיר געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, קינדער וואס וועלן דיר דינען, קינדער וואס וועלן גיין אין די וועגן פון די הייליגע תורה.


העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר; בזכות דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי, בזכות דער הייליגער רבי יצחק לוריא אשכנזי, בזכות דער הייליגער רבי ישראל בעל שם טוב, בזכות דער הייליגער רבי - רבי נחמן בן פיגא מברסלב, אין זכות פון זיין תלמיד רבי נתן מברסלב און בזכות רבינו אליעזר שלמה מברסלב; יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי. אמן כן יהי רצון".


בנוגע די סגולה פון מקוה מלכה אין יבנאל; מוהרא"ש האט געזאגט, ווער עס וועט זיך טובל'ן אין די מקוה - וועט געהאלפן ווערן מיט קינדער. ווייל די מקוה אין יבנאל איז געבויט געווארן מיט מסירות נפש, די מדינה של גיהנום האט נישט געגעבן קיין רשות צו בויען קיין מקוה. דארט וואוינט א רב מטעם המדינה וואס האט לאנגע יארן מכשיל געווען אלעמען מיט איסורי כריתות; געזאגט האט ער אז די מקוה אין יבנאל איז כשר, למעשה איז נישט געווען קיין מי גשמים ממילא איז די מקוה בכלל נישט קיין מקוה, עס איז א וואנע. ווען דער שטראף האט געזען אז עס ווערט א גערודער האט ער אנגעפילט די אוצר מיט וואסער, געווען איז דאס אינמיטן זומער ווען עס רעגנט נישט אין ארץ ישראל. מוהרא"ש האט דאס נישט אויסגעהאלטן, האט מוהרא"ש געבויט א מקוה שטילערהייט, אזוי ווי די ערליכע אידן, די בעלי מסירות נפש האבן געטון אין רוסלאנד אונטער די קאמעניסטן, און מוהרא"ש האט געזאגט אז ווער עס וועט גיין אין די מקוה וועט געהאלפן ווערן, ווייל א זאך וואס מען טוט מיט מסירת נפש קען מען זען דערביי ישועות למעלה מדרך הטבע, און אזוי איז עס, צענדליגער און הונדערטער פרויען זענען שוין געהאלפן געווארן דורך די סגולה.


בנוגע אויב מען זאל נאכאמאל גיין וכו'; אדרבה ואדרבה, יעדע מאל מען טוט די סגולות איז מען זוכה אויף נאך נסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2242 - אז דער אייבערשטער איז דא, פאלן אוועק אלע פחדים
פחדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אמונה איז די עצה פטור צו ווערן פון פחדים; ווי מער מען נעמט אריין אין זיך אמונה - אלץ מער גייען אוועק די פחדים, ווייל ווען מען נעמט אריין אין זיך 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיר, דער אייבערשטער באשיצט מיר', - פאלן אוועק אלע פחדים.


דאס האט דוד המלך געטון ווען עס איז אריבער אויף אים שווערע ביטערע צרות, מען האט אים געוואלט הרג'ענען; ער האט זיך באהאלטן אין היילן און אין טאלן, ער האט געחזר'ט די אמונה, ביז ער האט אויסגעשריגן (תהלים כז, א): "ה', אוֹרִי וְיִשְׁעִי", דער אייבערשטער איז מיין ליכטיגקייט, דער אייבערשטער איז מיין הילף, "מִמִּי אִירָא", פון וועם זאל איך זיך שרעקן? איך שרעק זיך פון קיינעם נישט ווייל איך האב דעם אייבערשטן, "ה' מָעוֹז חַיַּי", דער אייבערשטער מאכט שטארק מיין לעבן, "מִמִּי אֶפְחָד", פאר וועם זאל איך מורא האבן?


דאס איז די עצה פטור צו ווערן פון שרעק, חזר'ן איינמאל און נאכאמאל די ווערטער: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיר"; דאס נעמט אוועק אלע שרעק.


געוואוינט אייך איין צו זאגן די הייליגע תהילים, דורכדעם וועלן אוועקגיין אלע פחדים, יעדע קאפיטל תהילים איז אנגעפילט מיט אמונה און בטחון. זינגט די פסוקים פון תהילים (קיח, ו-ט): "ה' לִי", דער אייבערשטער איז מיט מיר, "לֹא אִירָא", איך האב נישט מורא פון קיינעם, "מַה יַּעֲשֶׂה לִי אָדָם", ווער קען מיר שלעכטס טון, "ה' לִי בְּעֹזְרָי", דער אייבערשטער איז מיין העלפער, "וַאֲנִי אֶרְאֶה בְשֹׂנְאָי", איך וועל זען א נקמה אין מיינע פיינט, "טוֹב לַחֲסוֹת בַּה' מִבְּטֹחַ בָּאָדָם", עס איז גוט זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן ווי איידער זיך פארלאזן אויף מענטשן, "טוֹב לַחֲסוֹת בַּה' מִבְּטֹחַ בִּנְדִיבִים", עס איז בעסער זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן ווי זיך פארלאזן אויף גוטע פריינט; די אלע קאפיטלעך וועלן אריינבלאזן אין אייך שטארקייט, איר וועט נישט מורא האבן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2241 - מיט'ן רייניגן דעם בית המדרש, וועט איר זיך אפרייניגן פון אלעם שלעכטס
בית המדרש, משמש דעם רבי'ן, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון די גבאים אז איר האט געהאלפן ריין מאכן דעם בית המדרש לכבוד יום טוב.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן רייניגן א בית המדרש, בפרט דעם רבינ'ס שול.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין מיט דעם זיך אפצורייניגן פון אלעם שלעכטס און זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח מיט גרויס שמחה.

#2240 - תהילים איז אן אונטערליינער
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר זאגט תהילים, איר האט מסיים געווען פאריגע וואך שבת די ניין און זיבעציגסטע מאל תהילים; דאס וועט מיט גיין מיט אייך א גאנץ לעבן, דאס וועט אייך אונטערליינען; דער רבי זאגט אז תהילים איז אן אונטערליינער אויף וואס מען קען זיך גוט אנליינען.


אייער מאמע שרייבט מיר אז זי איז זייער איבערגענומען פון די חינוך וואס איר האט געלערנט א גאנצע זמן אין בית פיגא; איר העלפט, איר זענט פרייליך, איר מאכט אלעמען פרייליך.


בנוגע א שידוך; אייערע עלטערן שרייבן מיר כסדר אז זיי ווילן שוין זייער איר זאלט א כלה ווערן, בעטס דעם אייבערשטן עס זאל שוין אונטערקומען אייער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2239 - נישט עסן קיין קטניות אום פסח
מנהגים, הלכה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דו ווייסט זיכער אז מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אלע יארן געזאגט אין יבנאל מען זאל נישט עסן קיין קטניות אום פסח; מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר אונזערע ספרד'ישע ברודער זיי זאלן בשום אין פנים ואופן נישט עסן קטניות, ער פלעגט זאגן: "וואס וועט זיין אז מען וועט נישט עסן קיין רייז די זיבן טעג?"


דאס האט מוהרא"ש געזאגט אפילו פאר יבנאל וואס רוב מנין ובנין זענען ספרד'ישע אידן, זיכער דו וואס דו געהערסט צו אונזער קהלה אין קרית ברסלב, איז נישט שייך צו זאגן דו מעגסט עסן קטניות. דו עסט נישט קטניות אלס מנהג, עס איז נישט אזוי, ביי דיר איז דאס אויך אן הלכה, עס איז אסור. דו ביסט א חלק פון די קהילה, דארפסטו זיך פירן מיט אלע הלכות אזוי ווי דער רמ"א פסקנ'ט.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן נעמען איינע פון מיינע קינדער אז מיין ווייב זאל זיך קענען אפרוען און קומען צו אירע כוחות.


איך וועל אם ירצה ה' היינט נאכט שוין ארויסקומען אויף יום טוב פסח זיין אין שטעטל.

#2238 - די בזיונות נעמען אוועק אלע דינים
סיום, קנאה, בזיונות, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל ארויסקומען ערליכע אידישע דורות.


מזל טוב פאר די סיום מסכת תענית מאה פעמים ואחד! דאס איז א מורא'דיגע שמחה, צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט, ווי דו האסט אויסגענוצט דיינע טעג אין ישיבה; יעצט זאלסטו נעמען נאך א מסכתא, דאס לערנען און חזר'ן מאה פעמים ואחד.


ווער נישט איבערגענומען פון די בזיונות וכו', מאך זיך נישט צו טון פון די אלע וואס מאכן ווערטלעך אויף דיין חשבון; דאס איז דיר א שטארקע טובה, עס נעמט אוועק אלע דינים, אלע שלעכטע אויגן. ווי נישט ווי ביסטו יונג און עס זענען דא עלטערע פון דיר וואס האבן קנאה, דאס וואלט געקענט שאטן השם ישמרינו, אבער אז עס איז דא די בזיונות ווערן אלע דינים בטל.


לערן די מעשה ווי אזוי דער רבי האט געקענט פארן קיין ארץ ישראל, נאר דורך בזיונות, והבן.

#2237 - חס ושלום טראכטן פון צעברעכן דיין שטוב
תפילות אויף אידיש, צרות, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת צו, י' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, אויף די וועלט פרובירט מען אויס יעדן איינעם; נישטא קיינער אויף די וועלט וואס האט נישט שווערע ביטערע נסיונות און עגמת נפש. דער רבי פלעגט זייער אסאך רעדן פון דעם פרט, געגעבן משלים און געוויזן אויף די אלע וועמען מען איז מקנא - ווי זיי זענען אנגעפילט מיט יסורים, יעדער אן אויסנאם (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט).


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ליבער ברודער, זיי מקבל אויף זיך נישט צו ווערן באליידיגט ווען דיין ווייב טשעפעט דיר; ווער נישט בייז אויף איר, טראכט נישט די שלעכטע מחשבות פון צעברעכן די שטוב. טראכט און זוך אויף אין איר גוטע נקודות. גיי אין די וועגן פון מוהרא"ש און רבי נתן וואס זיי האבן געזאגט ווען עס אריבער אויף זיי ביטערע שווערע נסיונות: "עס איז נאך מיט גרויס חסדים"; זיי האבן שטענדיג געזוכט דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט.


געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז דערציילט, איינמאל האט דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו איינגעדרימלט און גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש פון דער וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.


ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.


טייערער ברודער, הארציגער חבר, מיין הארץ גייט אויס פאר דיר; איך וויין מיט דיר. איך ווייס וואס דו גייסט אלץ אריבער, איך ווייס פונקטליך דיינע ליידן, דאך זאג איך דיר אז עס איז אלעס כדאי. חס ושלום טראכטן פון צעברעכן דיין שטוב; ווען איך זאג דיר און איך בין דיר מחזק דו זאלסט היטן דיין שלום בית - מיין נישט אז איך ווייס נישט וואס דו גייסט אריבער, איך ווייס זייער גוט, ווייל איך האב דיר זייער ליב, דו ביסט ביי מיר ווי א קינד; דאך בעט איך דיר, קוק און זוך אין איר נאר גוטס און ווען עס איז גאר ביטער זאלסטו גיין אין א זייט און שרייען: "הייליגער באשעפער, עס איז מיר זייער שווער, איך קען נישט; מיין ווייב הערט נישט אויף מיט אירע טענות, זי האט נאר טענות, זי האט נאר חסרונות אויף מיר; איך געב איר אלעס, איך רעד צו איר שיין און אז איך מאך א קליינע טעות - איז שוין עק וועלט; העלף מיר אייבערשטער איך זאל זיך קענען דערהאלטן".


איך דארף מקצר זיין, איך בין זייער אפגעמאטערט; איך האב געמיינט אז די זיבן וואסערן זענען שוין אריבער אויף מיר, מוהרא"ש האט מיר געשריבן שוין יארן צוריק אז די זיבן וואסערן זענען שוין אריבער אויף מיר, זעט אויס אז איך דארף נאך אסאך פאררעכטן, ווייל איך גיי אריבער יעצט גאר גרויסע תיקונים. איך שרייב דיר מיט מסירות נפש, איך וויל דו זאלסט אריינגיין צום יום טוב מיט שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2236 - גיי אביסל שפאצירן אין פעלד, רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מאך זיך א קביעות צו גיין אביסל שפאצירן אין פעלד, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן. דו וואוינסט אין שטעטל, דו האסט דאך ארום דיין שטוב פעלדער און וועלדער; פארוואס זאלסטו נישט אויסנוצן די פלאץ מיט גוטע זאכן.


גיי הינטער דיין שטוב פאר געציילטע מינוטן יעדן טאג אינדערפרי און מאך זיך א חשבון הנפש.


 

#2235 - אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן ביים זיכוי הפת פאר'ן עירוב
פסח, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב, ליבערטי


געב איבער פאר אלע בודקים פונעם עירוב אז איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאכן די עירובי חצירות, זיכוי פת פאר'ן עירוב אין שטעטל – ערב שבת הגדול, ערב פסח אינדערפרי, גלייך נאך שחרית ביי מיר אין שטוב; איך וויל אז אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן.


איך האב גרויס הכרת הטוב פאר אייך אלע פאר אייער איבערגעגעבנקייט וואס איר געבט זיך אוועק יעדע וואך בודק זיין דעם עירוב ארום דעם שטעטל.


זעט צו זיין פונקטליך ווייל איך פאר אריין אין שטאט באקן ערב פסח מצות.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר קומענדיגע יאר זיין אין ארץ ישראל, און אויב נישט וועלן מיר האבן א מצה בעקעריי אין שטעטל.

#2234 - ששה אני יודע, איך לערן די זעקס סדרים משניות
משניות, ישיבה, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


האסט מיר זייער פרייליך געמאכט מיט'ן זאגן דיין סיום, אז דו האסט געענדיגט די צענטע מאל ששה סדרי משנה.


פסח ביינאכט ווען אלע וועלן זינגען: "ששה מי יודע?" אלע וועלן פרעגן 'ווער ווייסט די נומער זעקס?' וועסטו קענען אויסשרייען: "ששה אני יודע!" איך ווייס די נומער זעקס, איך לערן זעקס, איך קען זעקס; איך לערן די זעקס סדרים.


... טייערער, דערהאלט זיך, איך זע אין דיר אן עתיד; אז דו וועסט זיין שטארק ווייטער צו קומען אין ישיבה און לערנען יעדן טאג משניות – וועסטו נאך אביסל חתונה האבן.


אלע לאכן: 'די ברסלב'ע האבן חתונה יונג'; זאלן אלע לאכן, דו וועסט חתונה האבן, דו וועסט האבן לעבן; נו וואס ארט דיר אז מענטשן זענען פרייליך...


 

#2233 - זיך נישט אפשטעלן פאר קיין שום זאך
צרות, התחזקות, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך קען דיר איין זאך זאגן, וואס איך בין אריבער פאריגע וואך וכו' – ווייסט קיינער נישט, אבער איך קען דיר זאגן איין זאך, איך האב געשפירט א טיפה מן הים וואס מוהרא"ש האט מיטגעמאכט אלע יארן אין יבנאל. איך דערצייל עס נישט קיינעם אבער דיר שרייב איך עס, ווייל דו האלסט מיט שטילערהייט וואס טוט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן כח ווייטער צו טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט; מיר זאלן זיך נישט אפשטעלן פאר קיין שום זאך אויף דער וועלט, מיר זאלן טון דעם רצון השם מיט מסירות נפש.


איך האב דיר געזאגט וואס איך האב אינזין געהאט בשעת וכו', איך האב געזאגט פאר'ן באשעפער: "סקילה, שריפה, הרג וחנק, איך בין גרייט אויף אלעס; פארשטיינערט ווערן, פארברענט ווערן וכו' וכו'".


זיי מתפלל פאר מיר; אז דער אייבערשטער וועט מיר ווייטער געבן כח – וועט איר אלע הנאה האבן.


 

#2232 - מיר זענען אייך שטארק מכיר טובה פאר די גוטע זאכן וואס איר העלפט אונז
הכרת הטוב, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אונזער טייערער ליבער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה; מיר זענען אייך שטארק מכיר טובה פאר די גוטע זאכן וואס איר העלפט אונז מאז ומקדם, פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין אריינצוגיין אינעם יום טוב מיט שמחה, שפירן די הייליגקייט פון יום טוב און זוכה זיין צו געזונט, און נחת פון אייערע קינדער און אייניקלעך.

#2231 - די משניות, די מסכתות און די פרקים, וועט דיר באגלייטן בזה ובבא
משניות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קען זיך נישט בארואיגן פון וואס דו האסט מיר דערציילט היינט, דו האסט געענדיגט ששה סדרי משנה די צוויי הונדערט און דריי און צוואנציגסטע מאל; וואו אין די וועלט איז דא אזא זאך, א אינגערמאן זאל זוכה זיין צו לערנען און חזר'ן אזוי סאך מאל מאל ששה סדרי משנה...


 די משניות, די מסכתות און די פרקים – וועט דיר באגלייטן בזה ובבא; דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס, דאס וועט דיר ברענגען צו אלעס גוטס; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


איך האב דיר זייער ליב.

#2230 - שטארק זיך, פארליר זיך נישט
תפילה והתבודדות, רפואה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך ווארט צו הערן צי עס איז דא עפעס גוטע נייעס ביי דיין ווייב תחי'. איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר איר, זי זאל האבן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל. ווי נאר עס איז דא עפעס א גוטע פארענדערונג – זיי מיר מודיע, ווייל איך נעם עס פערזענליך; איך ווארט צו הערן גוטע נייעס.


שטארק זיך, פארליר זיך נישט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י.): "אֲפִילוּ חֶרֶב חַדָה מוּנַחַת עַל צַוָארוֹ שֶׁל אָדָם", אפילו א שארפע שווערד ליגט אויפ'ן האלז, "אַל יִמְנַע עַצְמוֹ מִן הָרַחֲמִים", זאל מען זיך נישט צוריק האלטן פון בעטן רחמנות; ווייל מען קען אלץ איבערדרייען.


תפלה איז העכער פון אלעס. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע", תפלה טוישט די נאטור.


מיר גלייבן אלע אז די מצה וואס מיר עסן יעצט פסח, דאס וועט אונז היילן פון אלעם שלעכטס.


 

#2229 - אונזערע זאכן זאלן נישט האבן קיין שום ריח פון זייער שפראך
פסח, גליון, מלכות הרשעה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דער בלעטל וואס דו געבסט ארויס איז הערליך שיין, געב נאר אכטונג נישט צו שרייבן די נעמען וכדומה אזוי ווי מען שרייבט עס אין עברית; צום ביישפיל ... - זאלסטו שרייבן געהעריג, נישט אזוי ווי זיי שרייבן דאס.


געב אכטונג אז אונזערע זאכן זאלן נישט האבן קיין שום ריח פון זייער שפראך.


נעם צאם אלע טישטעכער פון א גאנץ יאר און לייג דאס אויסצואוואשן; פסח נוצט מען נישט די טישטעכער פון א גאנץ יאר.


אויך די קעסל קען מען נישט נוצן מחשש חמץ, דארף מען אנגרייטן א נייעם קעסל לכבוד פסח.


איך האף צו קומען אם ירצה ה' היינט נאכט אין שטעטל זיין מיט ענק א גאנץ יום טוב.

#2228 - גיי אהיים צו דיינע עלטערן אויף פסח
כיבוד אב ואם, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האלט דו זאלסט יא אהיים גיין צו דיינע עלטערן אויף פסח; דו האסט טייערע עלטערן, דיין טאטע מאמע זענען זייער אויסנאם וואוילע מענטשן – דארפסטו זיין ביי זיי אויף יום טוב.


איך נעם נישט קיין געסט אויף פסח, אויסער די בחורים וואס האבן נישט קיין עלטערן, זיי האבן נישט קיין שטוב.


איך זוך זיך נישט ארויסצודרייען פון דיר, דו ביסט ביי מיר זייער חשוב; איך זאג דיר וואס איז ריכטיג, דו וועסט מיר שפעטער אין לעבן באדאנקען.


 

#2227 - ווי אזוי צו גיין מיט די קמיע פון מוהרא"ש
גמרא, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע ווי אזוי צו גיין מיט די קמיע פון מוהרא"ש; גיי נישט מיט א קייטל. בחורים און אינגעלייט גייען נישט מיט קיין קייטל ארום די האלז, לייג עס אויפ'ן שליסל האלטער אדער האלט דאס אין טאש.


א קייטל איז געמאכט פאר פרויען; פרויען און מיידלעך קענען טראגן די קמיע אויפ'ן קייטל.


זיי שטארק צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, דאס וועט דיר היטן פון אלעם שלעכטס.

#2226 - ברענג נישט אהיים דעם טעלעפאן, וועסטו האבן א שיין לעבן
שלום בית, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


פארגעס נישט קיין איין רגע די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר. דו האסט זוכה געווען, האסט חתונה געהאט מיט אן אשת חיל; נישט יעדער איז זוכה צו אזא מתנה.


זאלסט האלטן טייער און חשוב די מתנה; זע צו מכבד זיין דיין ווייב, זע צו רעדן שיין צו איר. פיר זיך אויף אין שטוב אזוי ווי דו האסט געלערנט אלע יארן אין ישיבה, פיר זיך ווי א ברסלב'ער חסיד.


ברענג נישט אהיים דעם טעלעפאן, אזוי וועסטו זיך קענען קאנצעטרירן אויף עיקרים בחיים – תורה, תפילה ויראת שמים.


 

#2225 - טו תשובה, גיי נישט אויף שלעכטע פלעצער
שידוכים, תשובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


היינטיגע טעג ווען עס איז דא טעכנעלאגיע קען מען אין איין רגע ווערן באשמוצט פאר אלעמען, ווען מען גייט אויף נישט קיין גוטע פלעצער קומט איינער און כאפט א בילד און שיקט דאס נאר פאר זיין חבר, און חברא – חברא אית ליה, ביז מען באקומט א שלעכטע נאמען.


איך שרייב דיר דאס ווייל דו שטייסט אין שידוכים און מען שמועסט אויף דיר אז מען זעט דיר ליגן ביים ים צווישן גוים און גוי'טעס רחמנא לצלן; וואס טראכסטו, אן איידעלע משפחה וואס הערט דאס – וועט דיר נעמען פאר זייער'ס א טאכטער?


טו תשובה, גיי נישט מער צווישן גוים און גוי'טעס; עס איז דא גענוג און נאך פלעצער ביים ים וואו עס איז דא זויבערקייט.

#2224 - עס איז נישט שייך יענעם צו זאגן וואו צו וואוינען
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, ספיקות, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער פראגע איז נישט קלאר, עס איז אויסגעמישט דריי זאכן; איינס די דירה וואס איר האט געזען איז קליין, צוויי, די באקוועמליכקייט פון האבן געשעפטן צו די האנט וכו', דריטנס, די רואיגקייט וכו'.


איר פרעגט אויב איר זאלט ווארטן אויף א גרעסערע דירה; דאס פארשטיי איך נישט, ווייל אפילו אויב איר וועט ווארטן עס זאל ארויפקומען א גרעסערע דירה אין שטעטל, וועט איר נאכאלץ האבן די זאך אז אין שטאט איז גרינגער מיט געשעפטן, און אזוי אויך די צווייטע פראבלעם, אז עס איז צו רואיג וכו'.


איך וועל אייך נישט ענטפערן אויף די שאלה; בכלל איז נישט שייך יענעם צו זאגן וואו צו וואוינען, דאס וועט איר אליינס דארפן בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואו זאל איך וואוינען? וואו זאל איך גיין? איז מיר בעסער צו בלייבן אין שטאט אדער זאל איך גיין אין שטעטל?" ביז דער אייבערשטער וועט אייך ענטפערן און איר וועט אנקומען צום פלאץ וואו איר דארפט וואוינען.


דאס איז די מתנה פון התבודדות; התבודדות קלארט אויס דעם מענטש וואס ער האט צו טון, התבודדות מאכט רואיג, עס ווערט זייער קלאר וואס מען האט צו טון.


וואויל איז דעם וואס בעט דעם אייבערשטן, שמועסט מיט'ן אייבערשטן, דערציילט דעם אייבערשטן אלע ספיקות, אלע בלבולים און אלע מחשבות; וועט ער וויסן אין יעדן פאל ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2223 - העלפן אין שטוב איז נישט קיין ביטול תורה
שלום בית, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען מעג בעטן דעם מאן זאל העלפן אין שטוב, אז מען בעט דעם מאן ער זאל העלפן - איז דאס נישט ביטול תורה; איר זענט נישט מבטל זיין תורה מיט דעם וואס איר בעט אים הילף.


עס איז דא א מצוה פון לערנען און אויך איז דא א מצוה פון מקיים זיין וואס שטייט אין די תורה; ווען מען העלפט אין שטוב, מען ציט אויף אן ערליכער שטוב - איז דאס אויך תורה, עס איז קיום התורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2222 - גייט נישט צו די בחירות, דער עיקר איז דער מאן און ווייב זאלן שטימען
תפילות אויף אידיש, אמונה, שלום בית, הפצה, פסח, קשיות, בלבולים, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; עס איז גאר אנדערש די הכנות צום יום טוב פסח ווען מען ווייסט פון רבי'ן, אלעס גייט צו מיט א שטארקע שמחה, מען פריידט זיך צו רוימען די חמץ.


ווען איר רוימט אויס די חמץ זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף די חמץ וואס איז אין הארצן, די חמץ וואס ליגט אין מח; דער יצר הרע וואס ווערט אנגערופן (ברכות יז.): 'שְׂאוֹר שֶׁבְּעִסָּה', מען זאל נישט האבן קיין שום קשיות און ספיקות אויפ'ן אייבערשטן.


קשיות און ספיקות איז אסור - אפילו במשהו; איין פינטעלע קשיות אויף די אמונה איז שוין זייער ביטער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה): "וְתַעֲשֶֹה מֵאוֹתִיּוֹת חָמֵץ מַצָּה, הַיְנוּ שֶׁלֹּא תַּחְמִיץ חָכְמָתְךָ", חמץ און מצה האבן די זעלבע אותיות, ביידע האבן א מ' און א צ', דער גאנצער חילוק איז פון דעם אות חי"ת און דעם אות ה"א וואס מאכט אינגאנצן אויס א קליינע פינטעלע, ווייל אז מען לייגט צו א קליינע פינטעלע צום אות ה"א ווערט דאס א חי"ת; זאגט דער רבי אז מען דארף אכטונג געבן פון שלעכטע מחשבות אפילו במשהו.


טייערע חברים, וויסן זאלט איר אז אן תפילה קען מען גארנישט; מען דארף אסאך בעטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין נזהר פון א משהו חמץ, איך זאל זוכה זיין אריינצוגיין אין יום טוב מיט שמחה"; נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו זיין נזהר פון חמץ און זיין פרייליך יום טוב.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן זייער אסאך מאל די מעשה פון דעם גרויסן צדיק, רבי דוד ממיקולייב זכרונו לברכה, א תלמיד פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. ער האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב, ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפ'ן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביי די גרעניץ און דער וועכטער האט געעפנט די וויין און עס מטמא געווען, ער האט עס געמאכט יין נסך. רבי דוד איז געווארן אויסער זיך, ער איז געווארן זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, ער האט געפרעגט זיין רבי דעם הייליגן בעל שם טוב זי"ע פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געפרעגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטער אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פאר'ן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטער.


מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן מיט אונז, מיר זאלן וויסן און געדענקען צו בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך; נאר אזוי האט מען הצלחה.


טייערע ליבע ברידער, גייט מזכה זיין אנדערע זיי זאלן אויך האבן וואס מיר האבן; זייט עוסק אין די הייליגע עבודה פון מפיץ זיין. מיר דארפן געבן אונזער חיים טובים פאר אנדערע, מיר קענען דאס נישט האלטן בלויז פאר אונז; מיר דארפן עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים ווי מער. פארשטייט זיך עס זאל נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב; מען דארף יעצט העלפן אין שטוב אריינברענגען דעם יום טוב, אבער אין די זייטיגע צייטן דארף מען גיין מזכה זיין אידישע קינדער זיי זאלן אויך האבן דעם רבינ'ס התחזקות.


יעצט גייט זיין נאכאמאל בחירות, דארף מען גיין פארשפרייטן פאר אלעמען פאר וועמען מיר שטימען; מיר שטימען פאר'ן אייבערשטן, מיר דארפן פארשפרייטן פאר אלעמען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט און אלעס אנדערש איז ליגנט. נישט דער פארטיי וועט אונז העלפן און נישט יענע פארטיי וועט זיין גוט, אלעס איז נארישקייטן; די אלע פארטייען מיינען כבוד און געלט, מיר האבן נישט קיין חלק אין די זאכן, מיר האבן די הייליגע תורה. אנדערע זאגן אויך: 'מיר פאלגן דעת תורה', אבער עס איז תורא מיט אן אל"ף, "וְאָתָא תּוֹרָא וְשָׁתָא לְמַיָּא"; עס איז געקומען די אקס און אויסגעטרינקען די וואסער, די הייליגע תורה, אזוי ווי עס שטייט (בבא קמא יז.): "אֵין מַיִם אֶלָּא תּוֹרָה", די תּוֹרָא טרינקט אויס די אמת'ע תורה.


אין שטוב זאלט איר זיך אויסקומען, מאן און ווייב זאלן שטימען. אין אידיש זאגט מען, ווען מען קומט זיך נישט אויס: "מיר שטימען נישט"; ווען מאן און ווייב קריגן זיך זאגט מען אויף זיי: "זיי שטימען נישט?" די זעלבע ווארט וואס מען נוצט ווען מען זאגט: "מיר גייען נישט צו די בחירות"; בעט איך אייך, מיר שטימען טאקע נישט ביי די בחירות, אבער אין שטוב שטימען מיר יא; תלמידי היכל הקודש געבן זייער אכטונג צו שטימען אין שטוב, זיך נישט קריגן.


קויפט א שיינע זאך פאר די ווייב לכבוד יום טוב; געב איר געלט מיט א גוט אויג, מיט די גאנצע הארץ. זאג איר 'דאס איז פאר דיר לכבוד יום טוב', זי זאל זיך קויפן וואס איר הארץ באגערט. עס זאל דיר נישט אנגיין וואס זי קויפט, א פרוי וויל עפעס אנדערש, זי האט אירע זאכן וואס זי דארף; זאלסטו איר פרייליך מאכן.


דא האט איר א תפילה, א געבעט צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח אזוי ווי עס דארף צו זיין:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס קוּמְט יֶעצְט דֶער יוֹם טוֹב פֶּסַח, אִיךְ פְּרוּבִּיר זִיךְ צוּצוּגְרֵייטְן צוּם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב, אִיךְ וֵוייס אָבֶּער דֶעם אֱמֶת אַז אִיךְ אַלֵיין קֶען גָארְנִישְׁט טוּן, נָאר מִיט דַיין הִילְף וֶועל אִיךְ קֶענֶען זוֹכֶה זַיין צוּ אַ שֵׁיינֶעם יוֹם טוֹב. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל הָאבְּן גֶענוּג גֶעלְט צוּ קֶענֶען אַיינְקוֹיפְן אַלֶע גֶעבְּרוֹיכְן פוּן יוֹם טוֹב, אַז אִיךְ זָאל קֶענֶען צוּשְׁטֶעלְן פַאר מַיין וַוייבּ אוּן קִינְדֶער אַלֶעס וָואס זֵיי דַארְפְן הָאבְּן אוֹיף יוֹם טוֹב. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁפִּירְן אַ זִיסֶע אוּן גֶעשְׁמַאקֶע טַעַם אִין דֶעם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב, אִיךְ זָאל נָאר זַיין פְרֵיילִיךְ בְּמֶשֶׁךְ דֶעם גַאנְצְן פֶּסַח, אֲפִילוּ וֶוען זַאכְן וֶועלְן נִישְׁט גֵיין אַזוֹי וִוי אִיךְ וִויל, אֲפִילוּ וֶוען זַאכְן וֶועלְן זִיךְ נִישְׁט אוֹיסְאַרְבֶּעטְן אַזוֹי וִוי אִיךְ הָאבּ זִיךְ פָארְגֶעשְׁטֶעלְט, זָאל אִיךְ נִישְׁט וֶוערְן גֶערֶעגְט אוּן טְרוֹיעֶרִיג נָאר אִיךְ זָאל זִיךְ וַוייטֶער הַאלְטְן זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרַיינְצוּבְּרֶענְגֶען אַ פְרֵיילִיכֶע שְׁטִימוּנְג אִין מַיין שְׁטוּבּ, אִיךְ אַלֵיין זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל אוֹיךְ מַאכְן פְרֵיילִיךְ מַיין וַוייבּ אוּן קִינְדֶער. דִי שִׂמְחָה‏ זָאל זִיךְ אִיבֶּערְגִיסְן פוּן מִיר אַזוֹי וַוייט אַז אֲפִילוּ וֶוער עֶס וֶועט נָאר שְׁטֵיין נֶעבְּן מִיר זָאל אוֹיךְ וֶוערְן פְרֵיילִיךְ.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ גֶעבּ אִיבֶּער מַיין גַאנְצֶע יוֹם טוֹב פֶּסַח פַאר דִיר, אִיךְ גֶעבּ זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּער פַאר דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט עֶסְן קַיין בְּרֶעקְל חָמֵץ אוּן עֶס זָאל זִיךְ נִישְׁט גֶעפוּנֶען אִין מַיין הוֹיז קַיין מַשֶׁהוּ חָמֵץ אוּם פֶּסַח. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זִיךְ זֵייעֶר פְרֵייעֶן מִיט דֶעם וָואס אִיךְ בִּין זוֹכֶה אוֹיסְצוּרֵיינִיגְן דֶעם חָמֵץ פוּן מַיין שְׁטוּבּ אוּן אִיךְ בִּין זוֹכֶה צוּ עֶסְן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ דִי אַלֶע סְגוּלוֹת פוּן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה, אַז דִי מַצָה זָאל אוֹיסְוַואשְׁן מַיין הַארְץ, עֶס זָאל אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין מַיין הַארְץ אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה, אַז אִיךְ זָאל נָאר גְלֵייבְּן אִין דִיר מִיטְ'ן גַאנְצְן הַארְץ, אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין שׁוּם סְפֵיקוֹת אִין דִי הֵיילִיגֶע אֱמוּנָה, אִיךְ זָאל וִויסְן אוּן גְלֵייבְּן מִיט אַ קְלָארְקֵייט אַז נָאר דוּ פִירְסְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיף דֶער וֶועלְט אוֹיסֶער דִיר. דִי מַצָה זָאל זַיין צוּ מִיר פַאר אַ רְפוּאָה, עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן פוּן אַלֶע סָארְט קְרֶענְק, סֵיי פִיזִישֶׁע קְרֶענְק אוּן סֵיי גֵייסְטִישֶׁע קְרֶענְק, עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן בְּגַשְׁמִיוּת אוּן עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן בְּרוּחֲנִיוּת.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז דִי שִׂמְחָה פוּן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה אוּן פוּן אַלֶע מִצְוֹת פוּנֶעם יוֹם טוֹב זָאל מִיר בַּאגְלֵייטְן אוֹיךְ אוֹיף דִי גַאנְצֶע יָאר, אִיךְ זָאל אַ גַאנְץ יָאר זַיין זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ אַז אִיךְ הָאבּ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ עֶסְן נָאר מַצָה אוּן נִישְׁט חַס וְשָׁלוֹם קַיין שׁוּם בְּרֶעקְל חָמֵץ אוּם פֶּסַח. אוּן אַזוֹי זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג‏ נָאר פְרֵייעֶן מִיט יֶעדֶע מִצְוָה וָואס אִיךְ טוּ, מִיט יֶעדֶע גוּטֶע זַאךְ וָואס אִיךְ טוּ, אֲפִילוּ וֶוען אִיךְ קוּק זִיךְ אָן אוּן אִיךְ זֶע אַז אִיךְ בִּין אַזוֹי וַוייט פוּן דִיר, אוּן דֶער יֵצֶר הָרַע וִויל אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין מִיר אַ צֶעבְּרָאכְנְקֵייט אוּן עַצְבוּת, זָאל אִיךְ זִיךְ נִישְׁט לָאזְן פַארְפִירְן פוּן אִים, נָאר אִיךְ זָאל זִיךְ וַוייטֶער הַאלְטְן זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ, אִיךְ זָאל קוּקְן נָאר אוֹיף דִי גוּטֶע חֲלָקִים וָואס אִיךְ הָאבּ, אוּן דוּרְךְ דֶעם זוֹכֶה זַיין צוּ וֶוערְן אֱמֶת'דִיג נָאנְט צוּ דִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער! אִיךְ וִויל אוֹיךְ אַרוֹיסְגֵיין פוּן מִצְרַיִם! אַזוֹי וִוי דִי אִידִישֶׁע קִינְדֶער זֶענֶען גֶעוֶוען פַארְשְׁקְלַאפְט אִין מִצְרַיִם אוּנְטֶער דֶעם שְׁוֶוערְן יָאךְ פוּן פַּרְעֹה אוּן דִי שְׁלֶעכְטֶע מִצְרִיִים, דִי זֶעלְבֶּע בִּין אִיךְ אוֹיךְ פַארְשְׁקְלַאפְט אוּנְטֶער מַיין שְׁוֶוערֶע יֵצֶר הָרַע אוּן אוּנְטֶער מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע מִדוֹת אוּן שְׁלֶעכְטֶע תַּאֲווֹת, אוּן אִיךְ זֶע נִישְׁט דֶעם וֶועג אַרוֹיס פוּן מַיין אֵייגֶענֶע שְׁוֶוערֶע גָלוּת. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, מַיינֶע אוֹיגְן זֶענֶען נִישְׁט גוּט, זֵיי וִוילְן נָאר קוּקְן אוֹיף זַאכְן וָואס מֶען טָאר נִישְׁט, אוּן זֵיי וִוילְן נִישְׁט קוּקְן צוּ דִיר. מַיינֶע אוֹיעֶרְן וִוילְן נָאר הֶערְן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן אוּן זֵיי וִוילְן זִיךְ נִישְׁט צוּהֶערְן צוּ דִי קוֹל פוּן דִי צַדִיקִים וֶועלְכֶע וִוילְן מִיר מְקַרֵב זַיין צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. מַיין נָאז טוֹיג אוֹיךְ נִישְׁט, אִיךְ הָאבּ אַזַא שְׁטַארְקֶע "חֲרוֹן אַף", יֶעדֶע קְלֵיינִיקֵייט וָואס גֵייט נִישְׁט אַזוֹי וִוי אִיךְ וִויל, נֶעמְט מִיךְ מַמָשׁ אַרוֹיס פוּן דִי כֵּלִים אוּן אִיךְ וֶוער אַזוֹי שְׁנֶעל אוֹיפְגֶערֶעגְט. מַיין מוֹיל אִיז מַמָשׁ וִוי פַארְשְׁלָאסְן וֶוען עֶס קוּמְט צוּ רֶעדְן צוּ דִיר אוּן וֶוען עֶס קוּמְט צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אַנְשְׁטָאט אִיךְ זָאל אוֹיסְנוּצְן מַיין מוֹיל וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אַנְשְׁטָאט אִיךְ זָאל אוֹיסְנוּצְן דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גְרוֹיסֶע כּוֹחוֹת וָואס אִיךְ הָאבּ אִין מַיין מוֹיל, וֶוען אִיךְ זָאל זִיךְ אוֹיסְרֶעדְן מַיין גַאנְצֶע הַארְץ פַאר דִיר יֶעדְן טָאג, וֶוען אִיךְ זָאל זִיךְ אוֹיסְבֶּעטְן בַּיי דִיר אַלֶעס וָואס אִיךְ דַארְף, וָואלְט אִיךְ שׁוֹין לַאנְג גֶעהָאלְפְן גֶעוָוארְן אוּן אַרוֹיסְגֶעקְרָאכְן פוּן אַלֶע מַיינֶע פְּרָאבְּלֶעמֶען; וֶוען אִיךְ זָאל וֶוען נוּצְן מַיין מוֹיל צוּ זָאגְן דִי וֶוערְטֶער פוּן דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, וָואלְט דִי תּוֹרָה מִיךְ שׁוֹין לַאנְג גֶעמַאכְט פְרֵיילִיךְ אוּן מִיךְ בַּארוּאִיגְט פוּן אַלֶע מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע מִדוֹת אוּן שְׁלֶעכְטֶע תַּאֲווֹת; אַנְשְׁטָאט דֶעם נוּץ אִיךְ מַיין מוֹיל נָאר צוּ רֶעדְן נַארִישְׁקֵייטְן אוּן זַאכְן וָואס דוּ לָאזְט נִישְׁט רֶעדְן, אוּן דָאס בְּרֶענְגְט אוֹיף מִיר נָאךְ פִיל מֶער צָרוֹת אוּן פְּרָאבְּלֶעמֶען. מַיין מֹחַ אִיז אִינְגַאנְצְן פַארְדְרֵייט, אִיךְ טְרַאכְט נָאר פוּן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן אוּן עֲבֵירוֹת, מַיין מֹחַ אִיז פוּל מִיט אַלֶע סָארְט פְּחָדִים, אִיךְ טְרַאכְט נָאר וָואס אַ צְוֵוייטֶער וֶועט זָאגְן אוֹיף מִיר, אוּן מַיין מֹחַ אִיז פַארְדְרֵייט מִיט אַלֶע סָארְט גֵייסְטִישֶׁע קְרֶענְק אוּן שְׁוֶוערִיקֵייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, שִׁיק מִיר שׁוֹין משֶׁה רַבֵּינוּ, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין טְרֶעפְן דֶעם אֱמֶת'ן צַדִיק אַזוֹי וִוי משֶׁה רַבֵּינוּ וָואס הָאט דֶעם כֹּחַ מִיר אַרוֹיסְצוּנֶעמֶען פוּן מַיין שְׁוֶוערֶע גָלוּת מִצְרַיִם, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זִיךְ צוּהֶערְן צוּם קוֹל פוּן דֶעם צַדִיק, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל פָאלְגְן דִי אַלֶע עֵצוֹת פוּנֶעם צַדִיק, אוּן דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ אַרוֹיסְגֵיין פוּן מַיין אֵייגֶענֶע גָלוּת, אִיךְ וֶועל אֱמֶת'דִיג שְׁפִּירְן דֶעם "כְּאִילוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם", אִיךְ וֶועל קֶענֶען אַרוֹיסְגֵיין פוּן מַיין מִצְרַיִם, אוּן דַאן וֶועל אִיךְ קֶענֶען זִינְגֶען שִׁירָה פַאר דִיר, אוּן דִיר דַאנְקֶען פַאר דִי גְרוֹיסֶע נִסִים וָואס דוּ הָאסְט גֶעטוּן מִיט מִיר".


 דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.