בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2271 - אין שול קומט נישט קיין בילדער
חינוך הילדים, בית המדרש, לימוד התורה, אחדות, בילדער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת טהרה, ד' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים


איך האב געזען בילדער פונעם סיום מסכת שקלים; איך פריי זיך זייער אז איר האלט זיך אינאיינעם, איר שטארקט זיך בלימוד התורה, איר קענט זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אז מיר וועלן זיך האלטן באחדות, מיר וועלן זיך ליב האבן.


איך זע אז איר האט אויפגעהאנגען אין שול בילדער פון מוהרא"ש; לדעתי זאלסטו אראפנעמען די בילדער, אין שול קומט נישט קיין בילדער. ביי אונז אין ישיבה איז נישטא קיין בילדער, נישט פון מוהרא"ש און נישט פון אנדערע צדיקים; אין חדר און אין סקול ביי די קינדער לייגן מיר יא בילדער פון צדיקים, אזוי ווי מוהרא"ש ברענגט בשם דעם חזון איש זכרונו לברכה אז מען זאל לייגן אין חדר און אין סקול בילדער פון צדיקים כדי די קינדער זאלן באקומען יראת שמים, אבער אין בית המדרש איז נישט קיין פלאץ פאר בילדער.


געב איבער א גרוס פאר ר' ... נרו יאיר, איך באקום גרוסן פון זיין שיעור אז ער לערנט שיין פאר יעדן טאג דעם בלאט גמרא; איך פריי זיך אז אין אלע שולן היכל הקודש איז דא שיעורים אינעם בלאט גמרא. ברוך השם עס זענען דא אסאך תלמידי הישיבה וואס לערנען פאר דעם בלאט גמרא; יעצט האט מען געמאכט ביי אונז נאך א שיעור, מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א לערנט פאר יעדע נאכט אין ישיבה דעם בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2270 - זוכן פרנסה איז נישט קיין חסרון אין אמונה
מקוה, חינוך הילדים, פרנסה, השתדלות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט ריכטיג וואס דו זאגסט אז בעטן מענטשן מען זאל דיר שיקן ארבעט - איז א חסרון אין אמונה; בעטן מענטשן זאלן געבן ארבעט איז בכלל נישט קיין חסרון אין אמונה, עס איז א חסרון אין קאנפידענס, א חסרון אין גלייבן אין זיך; מען מעג בעטן און מען דארף בעטן פאר ארבעט.


קענסט דאך זאגן נאך מער, אפשר זאלסטו בכלל פארמאכן דיין ארבעט און מער נישט ארבעטן ווייל עס איז א חסרון אמונה? נאר וואס דען, ארבעטן און זוכן ארבעט איז בכלל נישט קיין חסרון אמונה, דער אייבערשטער זאגט מען זאל ארבעטן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי דברים פרק טו, פיסקא קנח) אויפ'ן פסוק (מלשון הכתוב דברים טו, יח): "וּבֵרַכְתִּיךָ בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", דער אייבערשטער בענטשט אונז מיר וועלן זען א ברכה אין אונזער ארבעט, "יָכוֹל יְהִי יוֹשֵׁב וּבָטֵל", וועסטו מיינען אז מען דארף נישט ארבעטן, מען קען זיצן ליידיג? "תַּלְמוּד לוֹמַר בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", אויף דעם שטייט מען זאל טון.


אודאי זאלסטו אנרופן אלע וואס דו האסט זיי געגעבן פרייזן זיי פרעגן פארוואס זיי נעמען דיר נישט, אויב ביסטו צו טייער זאלסטו אראפקומען מיט די פרייז. דער עיקר זאלסטו זיך נישט פארלאזן אויף די ארבעט אז דאס איז דיין מקור הפרנסה, זאלסט זיך נישט פארלאזן אויף מענטשן; זיך פארלאזן אויף מענטשן איז א חסרון אמונה, פארלאז זיך אויפ'ן אייבערשטן.


קענסט נעמען זייטיגע ארבעט כל זמן עס קומט נישט אריין קיין ארבעט פאר דיר ביים בויען. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פונעם בעל בטחון, עס האט אים געפאסט צו נעמען אלע סארט ארבעט - אבי ער זאל קענען אהיים ברענגען פרנסה; האב נישט מורא צו נעמען ארבעט אינדערזייט, אפילו עמטליך ביסטו א גרויסער קאנטראקטאר.


בנוגע נעמען קינדער אין מקוה; מיר נעמען ערב שבת קינדער פון קליינערהייט אן - אין מקוה, אבער מען טוט דאס אין די צייט ווען עס איז נישט איבערגעפילט מיט מענטשן, בדרך כלל אין אנהייב האבן די קינדער נאך מורא זיך איינטונקען די קאפ, מען הייבט אן קודם אז זיי זאלן אריינקומען אין מקוה זיך טובל'ן ביזן האלז, אזוי מיט דער צייט גייט אוועק די פחד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2269 - געלט קומט פונעם אייבערשטן
תפילה והתבודדות, קדושה, פרנסה, דרייוון, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר'ן דאווענען פאר מיר; איך וויל דיר בעטן זאלסט ווייטער מתפלל זיין פאר מיר, איך זאל קענען ממשיך זיין מיט'ן משמש זיין דעם רבי'ן מיט די ישיבה און אזוי ווייטער.


בנוגע נעמען לייסענס; איך פארשטיי נישט וואס דיין שאלה איז, וואס זאל זיין דער פראבלעם? נעם ארויס לייסענס צו דרייוון, אזוי וועסטו קענען גיין און קומען, נישט זיין אנגעהאנגען אין אנדערע; דו וועסט קענען גיין התבודדדות.


אויף דיין פראגע 'ווי אזוי קען מען זיין אפגעהיטן אין די טעג וואס מען דארף האלטן הלכות וכו'?' אז מען לעבט ווי די תורה זאגט, אן קיין חומרות און אן קיין פרישות - קען מען זיין אפגעהיטן אין אלע טעג און אין אלע צייטן. אז מען מאכט זיך אן אייגענע תורה - דעמאלט פאלט מען אראפ, אבער אז מען גייט אין די וועג פון די תורה, מען לעבט ווי די תורה זאגט - דעמאלט קען מען זיין אפגעהיטן אין אלע צייטן.


בנוגע גיין צו א מכון וואס זיי זאגן וואס איז גוט פאר'ן מענטש, מיט וואס מען זאל זיך באשעפטיגן; ביי מיר איז דאס א געלעכטער, דאס איז זיכער אז דער מכון מאכט געלט, זיי האבן פרנסה. די אלע וואס גייען און רעדן ווי אזוי צו מאכן פרנסה און ווי אזוי מען האט פרנסה - די האבן פרנסה, די זענען גוט פאר זיך. פרנסה געבט דער אייבערשטער; בעט דעם אייבערשטן זאלסט טרעפן א מלאכה קלה ונקיה, זאג נאך א קאפיטל תהילים; וועסטו אנקומען צו טרעפן דיין פרנסה.


געלט קומט פונעם אייבערשטן; מען קען האבן א גוטע פרנסה און מען האט גארנישט אין מויל צו נעמען, ווידעראום קען מען האבן א שוואכע פרנסה און עס גיסט זיך גרויס שפע. אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי מאיר זאגט (קידושין פב:): "לְעוֹלָם יְלַמֵּד אָדָם אֶת בְּנוֹ אֻמָּנוּת נְקִיָּה וְקַלָּה, וִיבַקֵּשׁ רַחֲמִים לְמִי שֶׁהָעשֶׁר וְהַנְּכָסִים שֶׁלּוֹ", נאכן זיך לערנען א גרינגע ריינע פרנסה זאל מען בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן הצלחה, "שֶׁאֵין עֲנִיּוּת מִן הָאֻמָּנוּת", מען ווערט נישט ארעם פון ארבעט, "וְאֵין עֲשִׁירוּת מִן הָאֻמָּנוּת", און מען ווערט נישט רייך פון ארבעט, "אֶלָּא לְמִי שֶׁהָעשֶׁר שֶׁלּוֹ", עשירות קומט פונעם אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (חגי ב, ח): "לִי הַכֶּסֶף וְלִי הַזָּהָב נְאֻם ה' צְבָאוֹת".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2268 - דער עיקר זאלסטו גיין הפצה צווישן אנשי שלומינו
הפצה, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט אייך אויף א סעודת ראש חודש און א סיום אויף מסכת שקלים; איך האב זיך זייער געפריידט צו זען די פרישע מקורבים און אויך די אלטע מקורבים וואס האבן זיך אויפגעפרישט.


בנוגע דיין פראגע אויב מען קען לייגן אין שולן בחינם ספרים און קונטרסים אזוי ווי מען לייגט גליונות; גליונות קען מען לייגן אין שולן בחינם, ווייל גליונות איז א זאך וואס אלע לייגן אין שולן, עס קומט אז מען זאל דאס לייגן אין שולן, ווידער ספרים און קונטרסים איז נישט א זאך וואס מען לייגט אין שולן; ספרים און קונטרסים קען מען פארשפרייטן מיד ליד און בעטן צדקה.


שטארק זיך ווייטער מיט די הייליגע ארבעט, דער עיקר זאלסטו גיין הפצה צווישן אנשי שלומינו; עס איז דא אין מאנסי אזויפיל תלמידים און אנשי שלומינו, מען דארף זיי צאמנעמען, מען דארף זיי אויפוועקן זיי זאלן אויך קומען צו די חבורה; אפילו די וואס וואוינען ווייט און קענען נישט קומען שבת - זאלן קומען אינדערוואכן, אז נישט יעדע נאכט - כאטשיג איין מאל א וואך. אז דו וועסט מחזק זיין אנשי שלומינו וועסטו האבן א גרויסע זכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2267 - וואס מ'זאל פארלערנען ביי שלש סעודות
התחזקות, שבת קודש, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר נעמט זיך צאם אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש פאר שלש סעודות; עס איז זייער א גרויסע זאך צו זיצן אינאיינעם ביי שלש סעודות, זיך מחזק זיין מיט דעם רבינ'ס עצות.


בנוגע וואס מען זאל לערנען; איינער זאגט ליקוטי מוהר"ן, א צווייטער זאגט עפעס אנדערש; דער עיקר דארף מען זען עס זאל ארויסקומען חיזוק אויף למעשה. מען קען לערנען דעם הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, די שאלה איז נאר ווער עס לערנט דאס פאר, נעמט נישט איינער וואס וועט זוכן צו ווייזן וואס פאר א גאון ער איז, נעמט נישט איינער וואס זאל אייך פארקויפן פשעטלעך וכדומה, נעמט איינעם וואס וועט רעדן פשוט'ע ווערטער, נישט קיין טיפע זאכן, אז די וואס קומען זיך צוזאמען זאלן אהיים גיין מיט פרישע כוחות.


ביי אונז אין ישיבה לערנט מען פאר יעדע וואך עפעס אנדערש; איין וואך א שטיקל פון ליקוטי מוהר"ן, איין וואך חיי מוהר"ן, על פי רוב לערן איך פאר שיחות הר"ן. אין ירושלים לערנען זיי בריוו פון עצתו אמונה און אשר בנחל; דער עיקר דארף מען זען עס זאל זיין אין די ווערטער חיזוק אויף למעשה.


יעצט קומט ארויף די נייעס אז נאך אביסל עפנט מען אויף די גרעניץ; איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו קומען און איך וועל קומען צו ענקער חבורה.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט מאכן קיין פרסום, איך וויל נישט די זאכן; איך קום אויף ארץ ישראל וויל איך נישט האבן מיט קיינעם, נאר מיט אנשי שלומינו. איך וועל אם ירצה ה' קומען צו אלע חבורות אין אלע שטעט, אבער נאר נישט מאכן קיין שום פרסום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2266 - ס'לוינט זיך צו פארן אויף זומער צו די קאנטרי
פרנסה, שמירת עינים, קאנטרי, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארגעס נישט וואס טוט זיך אין שטאט זומער; מען קען נישט גיין אין גאס, די גוים ווערן אינגאנצן צעלאזט, זיי פירן זיך אויף ווי חיות, דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז אידישע קינדער; מה שאין כן אויבן אין קאנטרי איז דא א ריינקייט, עס לוינט זיך די גאנצע שלעפ און טרחה וכו' אבי איין שלעכטע קוק ווייניגער.


אז דו האסט א פרנסה אין קאנטרי און אויך דיין ווייב וויל זייער שטארק גיין - זאלסטו אננעמען די פרנסה פון מלמדות און גיין אין קאנטרי; סיי דיין ווייב וועט זיין פרייליך, דיינע קינדער וועלן זיך קענען גוט אויסגעבן, קאנטרי איז זייער א געזונטע זאך פאר די קינדער - און דו וועסט אויך מרוויח זיין פון דעם, דו וועסט זיך גוט קענען מתבודד זיין צווישן די וועלדער און פעלדער.


עס איז אן אנדערע התבודדות צווישן די ביימער און גראז, דער רבי איז אמאל געווען א שפאציר מיט זיין טאכטער שרה, דער רבי האט איר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): "אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים, אֵיךְ כָּל עֵשֶׂב וְעֵשֶׂב אוֹמֵר שִׁירָה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי פְּנִיָּה, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת, וְאֵינָם מְצַפִּים לְשׁוּם תַּשְׁלוּם גְּמוּל, כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם", ווי געשמאק איז צו גיין צווישן די גראז, צו הערן ווי זיי זינגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן, אן קיין שום שלעכטע מחשבות; זיי ווארטן נישט אויף קיין שכר וכדומה, ווי גוט איז צו זיין צווישן זיי.


איך וועל אויך זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צווישן די בערג במשך די זומער וואכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2265 - שטארק זיך און הייב זיך נאכאמאל אויף
מקוה, קדושה, שידוכים, התחזקות, תשובה, התחדשות, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ב' דראש חודש אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און הייב זיך אויף; הייב אן נאכאמאל פון ניי, אפילו דו האסט שוין אנגעהויבן טויזנט מאל - הייב אן טויזנט מיט איין מאל; אז דו ביסט אראפגעפאלן - הייב זיך אויף, ביסט נכשל געווארן אין פגם הברית - זאלסטו תשובה טון, זאלסט צוריק קומען צום אייבערשטן.


דער רבי האט אונז געגעבן א תיקון פאר די עבירה; די צען קאפיטלעך תהילים איז א תיקון אויף די עבירה. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "אסאך צדיקים האבן געוואלט אראפברענגען א תיקון פאר דעם, אבער זיי האבן דאס נישט געקענט משיג זיין; א טייל האבן יא אנגעהויבן משיג זיין, אבער זיי זענען אוועק פון דער וועלט אינמיטן, איך - האט דער רבי אויסגעפירט - האב זוכה געווען משיג צו זיין און מגלה זיין דעם תיקון הכללי".


אויך זאלסטו זיין נזהר צו גיין אין מקוה. ווען דער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי, האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, שם): "דאס ערשטע זאך איז מקוה"; ווען א מענטש גייט אין מקוה וואשט ער אפ זיין נשמה, אין די זעלבע צייט וואס ער טובל'ט זיין גוף דא אונטן דעמאלט טובל'ט מען זיין נשמה אויבן.


איך בעט דיר זייער, גיי נישט צו די אלע פלעצער וכו' וכו'; זיי שטארק נישט צו טון עבירות, אז דו וועסט צעברעכן דיין יצר הרע - וועסטו באקומען שנעל דיין שידוך. יעדעס מאל מען האט א נסיון און מען שטארקט זיך אויפ'ן נסיון - איז מען זוכה צו גרויסע ניסים.


איך האף אז דו וועסט אנהייבן פונדאסניי, דו וועסט אפלאזן די אלע עבירות; איך ווייס אז עס איז דיר ביטער שווער, ווייל דער וואס האט זיך שוין צוגעוואוינט צו די ביטערע עבירה פון פגם הברית - אים איז זייער שווער, ער ליגט שוין אין די הענט פונעם יצר הרע, ער האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה; וויפיל מען וויל אפלאזן - פאלט מען צוריק אין דעם. מיט דעם אלעם, אויב מען נעמט דעם רבינ'ס עצה, די עצה פון התבודדות; מען שרייט צום אייבערשטן ער זאל ראטעווען פון דעם - איז מען זוכה צו ווערן אן ערליכער איד.


בעיקר זאלסטו ארבעטן אויף שמחה, זאלסט זיין פרייליך און אז עס איז דיר שווער צו זיין פרייליך - זאלסטו זיך מאכן פרייליך, ווייל שמחה היט דעם מענטש פון די עבירה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט) עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", ווען איך פריי זיך מיט'ן אייבערשטן איז: "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ" - עס איז מער נישטא קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2264 - מקור פון דעם מימרא 'א קינד קישט מען נישט און א קינד שלאגט מען נישט'
חינוך הילדים, עצתו אמונה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ב' דראש חודש אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה יעדעס מאל איר שרייבט מיר, בפרט ווען איר שרייבט מיר באמערקונגען אויפ'ן ספר עצתו אמונה; איך וויל אז אלע שיחות און אלע תשובות זאלן זיין ריכטיג.


בנוגע אייער באמערקונג אויפ'ן בריוו וואו עס שטייט: "דער רבי האט געזאגט 'א קינד קישט מען נישט און א קינד שלאגט מען נישט'"; איר צייכנט צו מראה מקומות אז דאס איז נישט א דיבור פון רבי'ן אליינס, נאר פון אנשי שלומינו. דער אמת איז אז עס איז דא בריוו אין אשר בנחל וואו מוהרא"ש ברענגט דאס בשם אנשי שלומינו, נאכדעם איז דא מאלן וואס מוהרא"ש ברענגט דאס יא פון רבי'ן, צום ביישפיל, אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק א, מכתב לא) זאגט מוהרא"ש "בשם אנשי שלומינו", אזוי אויך אין חלק יט (מכתב ב' תלד); פון די אנדערע זייט ברענגט מוהרא"ש די שיחה - יא בשם דעם רבי'ן, (שאלות ותשובות ברסלב חלק ח, מכתב תתסח): "וכן יש דבור מרבנו ז"ל: 'לא מנשקים את הילדים, ולא מרביצים לילדים'"; א צווייטע מאל ברענגט דאס מוהרא"ש, אז דער רבי האט דאס גאר געזאגט פאר רבי נתן (חלק כד, מכתב ג' טז): "ואמר פעם למוהרנ"ת ז"ל, בשעה שנתן סטירה לבן שלו, 'א קינד שלאגט מען?' [ילד, מכים אותו?] 'מען קישט נישט און מען שלאגט נישט' [לא מנשקים ולא מרביצים]"; אין אנדערע פלעצער איז משמע אז דאס זענען צוויי באזונדערע שיחות, איינמאל האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן: "א קינד שלאגט מען?!" און א באזונדערע שיחה אז מען זאל נישט צערטלען.


איך האב הנאה אז איר לערנט די בריוו און איר זענט מדייק דערין; איך ווארט צו הערן נאך באמערקונגען.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פאלגן אלעס וואס מוהרא"ש לערנט מיט אונז; מיר זאלן מקיים זיין אלע שיחות פון רבי'ן, אלע שיחות פון רבי נתן און פון מוהרא"ש, וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2263 - יעדע פון דעם רבינ'ס ספרים האט אנדערע גרויסע סגולות
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת טהרה, א' דראש חודש אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי דו ביסט זיך מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים; דאס איז דיין חיות, דאס געבט דיר לעבן.


ווען דו ענדיגסט לערנען דעם רבינ'ס ספרים זאלסטו דאס אנהייבן נאכאמאל; דעם רבינ'ס ספרים איז גוט צו לערנען א גאנץ לעבן, דאס איז נישט א לימוד וואס מען לערנט איין מאל און מער נישט, דאס איז א לימוד פאר'ן לעבן, יעדן טאג לערנט מען אביסל פון אלע ספרים; אביסל ליקוטי מוהר"ן, חיי מוהר"ן, שיחות הר"ן ספר המידות און סיפורי מעשיות.


יעדע פון דעם רבינ'ס ספרים האט אנדערע גרויסע סגולות, אנגעהויבן מיט ספר ליקוטי מוהר"ן; דער רבי האט געזאגט: "יְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", ווער עס וועט לערנען זיין ספר ליקוטי מוהר"ן וועט ווערן אן אמת'ער בעל תשובה. נאך האט דער רבי געזאגט: "מִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד, דעם לשון האט דער רבי געזאגט: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען (חיי מוהר"ן, סימן שמט)".


חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן איז דעם רבינ'ס שמועסן; דאס האט א כח צוריק צו קערן דעם מענטש צום אייבערשטן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן; אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן.


ספר המידות - האט דער רבי געזאגט: "דאס האט מיר געמאכט פאר א איד", און סיפורי מעשיות: "דאס וועקט אויף פון שלאף (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ס; חיי מוהר"ן, סימן כה)".


וואויל איז דעם וואס לעבט מיט די ספרים, ער לערנט דאס און חזר'ט דאס זיין גאנץ לעבן; וועט ער זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2262 - טראגן קינדער איז א גרויסע אחריות
מוסדות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט הער איך אז די טרענספארטעישן איז נישט מיט אחריות; איך ווייס דיר נישט וואס צו זאגן, עס זעט אויס ווי דו מיינסט אז דרייוון קינדער איז א שפיל.


געב א קוק, איך שיק דיר א שטיקל פון די קעמרע ווי צוויי ווענס פארן מיט אפענע טירן; איך בין דערציטערט, איך ווייס נישט וואס צו זאגן. זעט אויס זיי ווייסן נישט וואס מיינט דרייוון; לדעתי טארן זיי נישט מער דרייוון אונזערע קינדער.


איך בעט דיר זייער, אדער קענסטו אויפנעמען גוטע דרייווערס מיט אחריות, אדער פארמאך די טרענספארטעישן; אפהיטן זאל דער אייבערשטער אז עפעס שלעכטס וועט פאסירן.

#2261 - איך בין פרייליך צו הערן אז דו לערנסט פלייסיג
תפילה והתבודדות, משניות, אומאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אומאן


דיין טאטע האט מיר געשריבן אז דו האסט יעצט געענדיגט די דריטע מאל ששה סדרי משנה; איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דו לערנסט אזוי פלייסיג, דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט התמדת התורה.


לערן ווייטער משניות; משניות איז א הייליגע זאך, עס מאכט הייליג; אז דו וועסט לערנען אסאך משניות וועסטו ווערן א גרויסער צדיק.


בעט דיין טאטע זאל דיר נעמען צום רבינ'ס ציון, דארט זאלסטו זאגן תהילים און זיך מתבודד זיין. אויך בעט איך דיר א פריוואטע טובה, זאלסט בעטן פאר מיר ביים רבינ'ס ציון, מיין נאמען איז יואל בן ריצא רעכיל; בעט פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט די ישיבה און מיט אלעס ארום, קיינער זאל מיר נישט שטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2260 - זיך צוגעוואוינען צו בענטשן, נישט שעלטן
שידוכים, רפואה, ברכות, קללות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער נישט גוט דיין הנהגה, דו שעלסט וכו'; דער רבי זאגט (ספר המידות אות קללה, חלק ב', סימן א'): "אָדָם הָרָגִיל בִּקְלָלוֹת, הוּא מֵעוֹלָם הַתּוֹהוּ", דער וואס שעלט איז אין עולם התוהו, ער לעבט אן אמונה, ביי אים איז אלעס תוהו ובוהו; ענדערש זאלסטו זיך צוגעוואוינען בענטשן יעדן איינעם, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "הָרָגִיל בִּבְרָכָה, הוּא מֵעוֹלָם הַתִּקּוּן", ווער עס בענטשט יעדן איינעם, דער איז אין עולם התיקון; דער איז א געזונטער מענטש, א גאנצער מענטש, דאס ווייזט אז די אמונה איז ביי אים גאנץ.


בנוגע אויפהערן נעמען די מעדעצין; דאס קען מען נאר טון מיט א דאקטער, מען קען נישט אפלאזן פלוצלונג, דעמאלט קען מען צוריקפאלן און עס קען ווערן ערגער; גיי צום דאקטער און וואס דער דאקטער וועט דיר זאגן – אזוי זאלסטו טון.


בנוגע דיין שידוך; דו זיי מתפלל אז דו זאלסט טרעפן דיין שידוך. א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, ווי מער מען בעט אויף דעם - אלץ נענטער קומט דער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#2259 - דארף נישט אויסרופן הויך אז דו ביסט א ברסלב'ער
מקוה, שידוכים, שלום בית, חסידות ברסלב, סדר דרך הלימוד, ספרי ברסלב, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מודיעין עילית


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסער רבי וואס לערנט מיט אונז עצות ווי אזוי מיר זאלן זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.


בעזרת השם בין איך גרייט צו ענטפערן אלע דיינע שאלות.


אויף דיין פראגע אז עס איז דיר שווער צו לערנען דעם ספר ליקוטי מוהר"ן, דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט; אויך מיט'ן פירוש שפת הנחל פארשטייסטו נישט, דו ווילסט וויסן א וועג ווי אזוי צו קענען לערנען דעם רבינ'ס ספרים.


וויסן זאלסטו אז אין אנהייב איז נישט גרינג, מען דארף זיך צוגעוואוינען צום שפראך וכו'; אז דו וועסט נעמען דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דו וועסט אין אנהייב גורס זיין, דו וועסט זיך מסדר זיין צו לערנען ליקוטי מוהר"ן אן פארשטיין, דו וועסט זאגן די ווערטער - וועסטו במשך הזמן זוכה זיין אז עס וועט זיך דיר עפענען דיין מח, דו וועסט אנהייבן צו פארשטיין.


עס גייט נישט אין איין מינוט, מען דארף האבן אסאך סבלנות; אז מען האט סבלנות איז מען זוכה צו קענען און פארשטיין די תורה.


בנוגע דיין פראגע וואס דו זאלסט טון מיט דיין ווייב און קינדער, זיי האבן נישט ליב אז דו ביסט געווארן א ברסלב'ער; איך וויל פארשטיין, וואס פעלט אויס צו זאגן פאר אלעמען "איך בין געווארן א ברסלב'ער"? וואס איז שלעכט אז דו, פאר דיר אליינס - וועסט זיך מחי' זיין מיט דעם רבינ'ס עצות אן אויסרופן פאר אלעמען: "איך בין געווארן א ברסלב'ער" און אזוי פירן דיין שטוב? איך זאג דיר, אויב דו וועסט אזוי טון, נישט נאר זיי וועלן נישט האבן קיין טענות אויף דיר, נאר במשך הזמן וועלן זיי אלע מקורב ווערן; ווען מען וועט זען ווי דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, מיט שמחה און מיט די אלע שיינע זאכן וואס דער רבי איז אונז מזכה - וועסטו זיי מקרב זיין מיט דיין התנהגות.


בנוגע חתונה מאכן די קינדער יונג; מוהרא"ש האט נישט גענומען קליינע קינדער און זיי חתונה געמאכט, מוהרא"ש האט גענומען קינדער וואס זענען דערוואקסן און האבן שכל מער ווי דרייסיג יעריגע און זיי חתונה געמאכט. איך ווייס נישט ווי קינדעריש דיין זון איז, אויב איז עס אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ, אז ער איז ממש א קליין בעבי, דעמאלט קען מען נאכנישט חתונה האבן, אפילו ביי די אכצן.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, זיי זאלן חתונה האבן און אויפשטעלן ערליכע דורות; ווייל תפילה איז זייער שטארק, תפילה איז שטערקער פון אלעס.


בנוגע מקוה וכו'; ביי אונז ברסלב'ער חסידים איז מען זיך מוסר נפש אויף מקוה, מען קוקט נישט אויב עס איז שווער אדער נישט, מען גייט יעדן טאג אין מקוה, זאל זיין וואס זאל זיין; ווייל דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט צוגעזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון פון תקוה - אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן".


בנוגע וואו דו זאלסט געבן דיין צדקה, פאר די ישיבה אין אמעריקע אדער פאר די שולן אין ארץ ישראל; ענדערש זאלסטו געבן די צדקה פאר די גבאים אין ארץ ישראל, זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין מיט זייער הייליגע ארבעט.


נאכאמאל בעט איך דיר, דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן אויף דיין שטוב, דיין ווייב זאל זיין צופרידן, זי זאל זיין מיט דיר אויף איין בלאט. אויב ביסטו אויף איין בלאט און זי אויף אן אנדערע בלאט, זאלסטו צוריק מישן די בלעטער, זוך אויף די בלאט וואו זי איז און לעב מיט איר אויף איין בלאט; ווייל אן שלום בית איז גארנישט דא, שלום בית איז דער יסוד פון זיין הייליג.


שעם זיך נישט צו פרעגן, דו קענסט פרעגן אלע דיינע שאלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#2258 - זיין צייטליך אין כולל
כולל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד חברי הכולל שיחיו, קרית ברסלב


מיר הייבן אן נאכאמאל כולל מיט א פרישקייט, וויל איך אייך בעטן איר זאלט האלטן די זמנים; צען אזייגער אינדערפרי דארף מען שוין זיין גרייט נאכן דאווענען און נאכן עסן. איך פארלאנג איר זאלט זיך צייכענען ווען איר קומט און ווען איר גייט אוועק, ווייל איך וועל נישט צאלן קיין געהאלט נאר אז מען האלט די זמנים.


דער כולל איז מיין לעבן; איך האף איר וועט מצליח זיין, איר וועט זוכה זיין צו בלייבן א גאנץ לעבן ביים לערנען.

#2257 - וואס טוט מען אז די קינדער זאלן פאלגן?
פחדים, תפילות אויף אידיש, מזוזה, חינוך הילדים, הפצה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווער נישט שוואך ווען דו טרעפסט צעריסענע גליונות, אדער דו טרעפסט די גליונות אין מיסט אדער אין בית הכסא; דו זיי ממשיך מיט פארשפרייטן ווייטער די גליונות. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט דעם, וויפיל מענטשן שטייען און ווארטן און זוכן וואו זיי קענען טרעפן א גליון לכבוד שבת זיך צו קענען אביסל מחזק זיין.


אז דער גבאי פונעם בית המדרש זאגט דיר דו זאלסט נישט לייגן מער קיין גליונות דעמאלט זאלסטו נישט לייגן, אבער אז מען ווארפט עס אין מיסט זאלסטו נישט קוקן אויף דעם.


בנוגע די פחדים ביי דיין קינד; עס מאכט זיך ביי זייער אסאך קינדער, דאס האבן פחדים ביינאכט, דער עיקר זאלסטו נישט מאכן פון דעם קיין עסק, עס וועט אריבער גיין. נעם דיין קינד צו די מזוזה, ער זאל קישן די מזוזה און בעטן: "הייליגער באשעפער היט מיר און ראטעווע מיר פון די פחדים וואס איך האב".


בנוגע דיין פראגע 'וואס טוט מען אז די קינדער זאלן פאלגן?' דאס האט מיט די עלטערן; עלטערן מוזן שטיין אויף דעם זייער שטרענג, מען דארף מחנך זיין די קינדער אז א ווארט פון טאטע מאמע איז א ווארט. על פי רוב זענען די עלטערן אליינס שולדיג, זיי מאכן א געשפעט פון זיך אליינס; מען זאגט פאר'ן קינד וואס צו טון און ווען דער קינד זאגט נאך די ווערטער, למשל טאטע מאמע זאגן: "אריין אין בעט", רופט זיך דאס קינד אן: "אריין אין בעט", - וואס טוען די עלטערן? זיי שמייכלען צו זיך און זאגן: "אזוי זיס", "אזוי פאני"; אז דאס קינד זעט אז מען קען באקומען אויפמארקזאמקייט (עטענשאן) טוט מען דאס נאכאמאל.


עלטערן דארפן שטיין אויף דעם זייער שטרענג, אז א ווארט איז א ווארט, דעמאלט פאלגן די קינדער.


ועל כולם דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו האבן גוטע קינדער, ערליכע קינדער; ווי מער מען דאווענט אויף דעם אלץ מער נחת זעט מען ביי די קינדער און אייניקלעך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2256 - דינען דעם אייבערשטן אין די יונגע יארן איז מער חשוב
משניות, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ברודער ... נרו יאיר שרייבט מיר כסדר דיינע סיומים, יעצט האט ער מיר געשריבן אז דו האסט מסיים געווען די זיבעטע מאל ששה סדרי משנה.


אשריך ואשרי חלקך אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן מיט התמדת התורה, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות תשובה, סימן עג): "הָעַבְדוּת שֶׁאָדָם עוֹבֵד אֶת הַשֵּׁם בְּבַחֲרוּתוֹ כָּל יוֹם, עֶרְכּוֹ יָקָר מִשָּׁנִים רַבּוֹת שֶׁל עֲבוֹדָה לְעֵת זִקְנָתוֹ", דאס דינען דעם אייבערשטן אין די יונגע יארן איז מער חשוב ווי די עבודה אויף דער עלטער; דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו שרייבט אינעם בריוו פאר זיין זון: "וְשָׁעָה אַחַת בִּימֵי הַבַּחֲרוּת - כְּשָׁנָה שְׁלֵמָה בִּימֵי הָעֲמִידָה חָשׁוּב", איין שעה אין די יונגע יארן איז אזוי ווי א גאנצע יאר אויף דער עלטער.


שטארק זיך ווייטער צו לערנען בהתמדה רבה.

#2255 - אויפהערן נאך צוויי יאר
קינדער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


על פי הלכה, כל זמן מען הערט נישט אויף זייגן - קען מען ווייטער ממשיך זיין, אבער אז דער קינד ווערט שוין צוויי יאר איז בעסער מען זאל שוין אויפהערן מיט'ן זייגן מכמה טעמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2254 - אויב עס איז דא חן צווישן אייך זאלט איר גיין ווייטער מיט'ן שידוך
שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


דער בחור ... נרו יאיר איז א טייערער בחור; ער האט זייער גוטע מידות, ער האט א לב טוב, ער קומט זיך אויס מיט חברים, ער האט יראת שמים; ער איז זייער חשוב ביי מיר, איך האלט זייער פון אים.


ער גייט נישט מיט א הוט און רעקל א גאנצן טאג, ער דאווענט מיט א הוט און רעקל.


טרעפט זיך מיט אים; אויב עס איז דא חן צווישן אייך זאלט איר גיין ווייטער מיט'ן שידוך.


 

#2253 - עס טוט זיך א פרישקייט אין אלע הינזיכטן
תפילה והתבודדות, קברי צדיקים, מוסדות, התחדשות, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, כ"ז ניסן, מברכין החודש, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים שיחיו


איך ווארט א גאנצע וואך איינער פון אייך זאל בכלל בעטן פאר א בריוו, למעשה היינט איז שוין ערב שבת און קיינער פון אייך האט נישט געבעטן פאר א בריוו, וועל איך אייך שרייבן אומגעבעטן, ווייל איך טראכט א גאנצע וואך פון אייך, איך בענק זיך נאך אייך.


איך האף צום אייבערשטן אז איר זענט זיך נאך ווייטער מחזק; קען זיין איר בעט נישט פאר א בריוו, איר מיינט אז איך בין פארנומען, איר מיינט אז איך בין דערשראקן, עס גייען ארום פאלשע קלאנגען אז עפעס טוט זיך וכו' וכו'.


איך וועל אייך דערציילן וואס טוט זיך; עס טוט זיך אזוי, מיר האבן אנגעהויבן נאך א זמן אין ישיבה מיט א שטארקע פרישקייט, עס איז שוין די דרייצנסטע יאר וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה צו זיצן מיט בני הנעורים, אריינלייגן אין זיי די שכל פון רבי'ן מיט מוהרא"ש'ס וועג, עס זענען צוגעקומען פרישע תלמידים, די בחורים לערנען מיט א שטארקע התמדה ח"י פרקים משניות, אויך לערנט מען אסאך גמרא.


נאך א זאך טוט זיך יעצט; די חדר, סיי אין וויליאמסבורג סיי אין קרית יואל און אין קרית ברסלב - גייט אן מיט א שטארקייט, די מלמדים לייגן אריין אין די קינדער יראת שמים, מיר האבן מלמדים וואס איז נישטא אין די וועלט, זייער לעבן איז אמונה, אזוי קענען זיי דאס אריינלייגן אין די קינדער.


אויך טוט זיך יעצט, די סקול בית פיגא גייט ווייטער אן, מען גרייט אן די תלמידות וואס דאס לעבן איז; זיי זאלן מכבד זיין די עלטערן, זיי זאלן דאנקען יעדע זאך דעם אייבערשטן.


נאך טוט זיך, עס בויט זיך א שטעטל לשם ולתפארת; מיר האלטן שוין נאנט צו זעכציג משפחות וואס לעבן א באשיידענע לעבן, אלע לעבן מיט'ן אייבערשטן, וואס מען דארף בעט מען דעם אייבערשטן.


נאך טוט זיך, מיר ענדיגן יעצט נאך א שטאק אינעם בנין אין אומאן; עס זענען דא אזויפיל פרישע מקורבים וואס ווילן זיין אינאיינעם ראש השנה מיט תלמידי היכל הקודש, ענדיגט מען יעצט אויפבויען נאך א שטאק.


נאך טוט זיך, עס ווערן געדרוקט וועכנטליך צענדליגער טויזנטער ספרים, קונטרסים און גליונות אין אלע שטעט; תלמידי היכל הקודש גיין אן מיט הפצה, מען פארשפרייט דאס אין אלע שול'ן. אסאך שול'ן ווארפן דאס אוועק, א טייל לייגן די גליונות אין בית הכסא מיט זלזול, א טייל צערייסן דאס, אבער מיר קענען נישט קוקן אויף דעם, מיר דארפן טון וואס מיר דארפן טון, וואס דער רבי האט אונז געהייסן, מיר פארשפרייטן ווייטער די הייליגע זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר אנדערע, און אז מען ווארפט דאס אוועק וועלן פון די מיסט מקורב ווערן פרישע מקורבים; מיר אליינס האבן דא גרויסע מפיצים וואס זענען מקורב געווארן פון קונטרסים אין שמות, פון גליונות אין בית הכסא.


מער פון דעם טוט זיך נישט, עס טוט זיך אפשר ביי מענטשן וואס האבן נישט דעם סדר דרך הלימוד און לעבן נישט מיט זכרון פון עלמא דאתי; ביי זיי טוט זיך עפעס אין מח, מען רעדט וכו' וכו', אבער ביי תלמידי היכל הקודש טוט זיך נאר פון תכלית.


מיר ענדיגן די וואך מאנטאג, ראש חודש אייר - מסכת שקלים און מען הייבט אן מסכת יומא, איך בעט אייך טייערע חברים, זייט נישט קיין בטלנים, כאפט איך מיט מיט'ן באן, עס פארט א רכבת יעדן טאג פון מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה; א שאד מען זאל נישט זיין אויף די רכבת, אויף די באן. דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען מצליח זיין ארויסכאפן אביסל גוטס יעדן טאג, אפילו די פארנומענע טעג; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) אז מען דארף נישט פארשטיין דאס לערנען, מען דאף זאגן די ווערטער; בעט איך אייך טייערע ברידער, עפנט די הייליגע גמרא יעדן טאג און לערנט גמרא, משניות און דעם רבינ'ס ספרים, וועט איר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן.


ועל כולם גייט אביסל התבודדות, גייט אביסל צו מאמע רחל מזמן לזמן, כאפט אייך אריבער צו שמואל הנביא, שמעון הצדיק; ביי די פלעצער איז דאך אזוי גוט זיך מתבודד זיין; בעטס אויך פאר מיר יואל בן ריצא רעכיל, איך דארף אסאך תפילות.


א פרייליכן שבת.

#2252 - א אידישע הויז דארף זיין ריין און זויבער
ריינקייט, שטעטל, סכנה, דרייוון, זומער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמיני, כ"ז ניסן, מברכין החודש, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט אנשי שלומינו יום טוב פסח אין קרית ברסלב, עס איז מיר געווען א תענוג און א פארגענוגן צו זען די אינגעלייט דאווענען אזוי ווארעם, די טאטעס זיצן מיט די קינדער ביים דאווענען, מען לאזט נישט די קינדער אויף הפקר; די פרויען אזוי איידל אנגעטון; ממש א שיינקייט פון א שטאט. אפגערעדט די תמימות פון די קינדער ווי אזוי זיי רעדן צום אייבערשטן; יעדע זאך וואס זיי דארפן ווייסן זיי צו וועם זיך צו ווענדן.


איך וויל אבער זיין מיט אייך זייער אפן, איין זאך וואס האט מיר געשטערט דעם יום טוב; עס זענען דא משפחות וואס עס איז א שרעק צו זען ווי אזוי זיי פירן זיך אויף, עס עקלט אריבערצוגיין זייער הויז, ווי שמוציג און נאכגעלאזט עס איז אינדרויסן, איך קען זיך נישט פארשטעלן וואס טוט זיך אינעווייניג ווען אינדרויסן איז אזוי שמוציג. עס באדערט מיר זייער שטארק, ווייל מיר בויען א שטאט על שם רבינו און ביים רבי'ן איז דאך געווען נקיות אזוי וויכטיג, ווי פאסט עס מען זאל אזוי בויען דעם שטעטל...


מען רעדט נישט דא פון רוב שטעטל, רוב שטעטל איז זויבער, אבער די פאר משפחות וואס זענען נאכגעלאזט מאכט אזא שלעכטע גערוך פאר אונז אלע, אז עס פארגייט די אפעטיט פון זיין דארט.


איך בעט און איך ווארן, אלע משפחות וואס זענען אין אונזער קהילה דארפן אכטונג געבן עס זאל זיין שיין זויבער אינדרויסן פון שטוב; מען זאל קענען טייטלען מיט די פינגער 'דא וואוינט א ברסלב'ער איד, דא וואוינט א תלמיד היכל הקודש, זויבער ריין'.


אויך בעט איך אייך אלע איר זאלט נישט אפשטעלן די קאר אויפ'ן גאס ביים בית המדרש; מיר האבן באצאלט פופצן טויזנט דאללער צו מאכן דעם פארקינג לאט נעבן דעם בית המדרש, מען קען נישט לאזן די קאר אויבן אויפ'ן גאס, די שכינים ווערן ברוגז, מען מאכט זיך אליינס שאדן. דער אויבערהאר פון ליבערטי רופט מיר מיט טענות וכו', אלעס פאלט אויף מיר, איך האב גענוג אויף מיר, עס פעלט מיר נישט אויס נאך פראבלעמען.


נאך א זאך וואס איך וויל איבערגיין מיט ענק, איך האב איך שוין געבעטן און געשריבן פאריאר זומער מען זאל פארן שטייט, מען זאל נישט פארן שנעל; בפרט זומער ווען די קינדער הייבן אן שפילן אין גאס איז דאס א גרויסע סכנה און סיי מען רעגט אויף די שכינים. איך שרייב נאכאמאל, איך בעט אייך איר זאלט זיך אליינס נישט שלעכטס טון, איר זאלט אכטונג געבן אויף אייערע קינדער, אויף אייער לעבן.


א פרייליכן שבת.

#2251 - משניות האט אין זיך גרויסע סגולות פאר'ן גוף און פאר די נשמה
שידוכים, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט זוכה געווען צו לערנען און ענדיגן די צווייטע מאל ששה סדרי משנה.


משניות האט אין זיך גרויסע סגולות פאר'ן גוף און פאר די נשמה.


... זארג נישט, דו וועסט טרעפן א גוטע שידוך און זוכה זיין צו ליכטיגע דורות.


איך האף דו וועסט זיך דערהאלטן.


דיין ראש ישיבה

#2250 - זען ווי ערליכע אידן פירן א שבת
שידוכים, שבת קודש, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אפשר קענט איר איינלאדענען צו אייך דאס מיידל ... תחי', איך וויל מאכן א שידוך פאר איר; איר טאטע האט מיר געזאגט אז ער וויל איך זאל מאכן א שידוך, אבער זי דארף נאך אביסל תיקון המדות וכו'.


דעריבער בעט איך אייך, אויב איר האט כח זאלט איר זי רופן אויף שבתים, זי זאל זען א אידישע היימישע שטוב; זי זאל זען ווי ערליכע אידן פירן א שבת, אן קיין קולות, אן קיין קללות און אן קיין מכות. זי מיינט אז אן ערליכער איד שלאגט, אן ערליכער איד שעלט; דאס האט זיך געזען אלע יארן אין שטוב.


בזכות וואס מען איז מחזק אידישע קינדער, האט מען א ברכה אין די אייגענע קינדער און אייניקלעך.

#2249 - דער סוד ווי אזוי זיך צו דערהאלטן
התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך בין צעבראכן פון דיין צער, אלע זענען זייער צעשאסן פון דיין פרשה; דיין פרשה איז אונזער פרשה.


איין זאך קען איך דיר זאגן, אויב דו וועסט זיך דערהאלטן וועט ארויסקומען פון ענק זייער שיינע זאכן, ליכטיגע דורות.


איך האף דו וועסט זיך דערהאלטן. איך וועל דיר דערציילן א סוד, איך האב א סוד ווי אזוי איך דערהאלט זיך; איך בין אריבער אין לעבן אסאך שווערע זמנים, איך בין נאר געווארן שטערקער און שטערקער, ווייל איך האב א סוד. ווען עס ווערט מיר שווער, איך גיי אריבער שוועריקייטן – דאנק איך זייער דעם אייבערשטן אויף מיין לעבן, דאס בויט אויף שטארקע נערוון, א שטארקע קאפ, מען ווערט שטארק; שטערקער פון אייזן.


אז דו וועסט דאנקען דעם אייבערשטן וועסטו באקומען שטארקע כוחות, למעלה מכוחות אנושי.

#2248 - לערן מיט די קינדער אסאך חומש רש"י
חינוך הילדים, מלמדים, סיפורי צדיקים, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער מלמד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש


היינט איז א גרויסער טאג, דער יארצייט פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו.


עס איז באוויסט אז דער הייליגער דברי חיים האט געבעטן די מלמדים פון זיינע קינדער, זיי זאלן דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון הייליגן רבי אלימלך און פון זיין ברודער, דער הייליגער רבי זושא זכותו יגן עלינו; ווייל דאס איז די שטערקסטע מוסר, דאס פלאמט אויף די הערצער פון די קינדער.


זאלסטו זיך מאכן א סדר יעדן טאג צו דערציילן מעשיות פון די צדיקים; היינט איז דא א שפע פון מעשה ביכלעך גוט אראפגעלייגט פאר קינדער.


אויך בעט איך דיר זייער, לייג אריין מער כח אין חומש רש"י, מער פון אלעס. די קינדער גייען באלד ארויס פון חדר, זיי גייען מער נישט לערנען חומש רש"י; אין ישיבה און אין כולל לערנט מען גמרא און הלכה, וויפיל זיי וועלן לערנען יעצט - דאס וועלן זיי האבן.


קינדער וואס קענען גוט חומש רש"י - קענען שוין נאכדעם אלעס; וואו זיי לערנען האבן זיי ידיעות התורה, בנוסף - די יראת שמים.

#2247 - מכבד זיין איינער דעם צווייטן, וועט זיין נאר שלום און השראת השכינה
שלום בית, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי אייך גוט; איך בענק זיך, איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון אייך.


שטארקט אייך, דאנקט דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער האט געטון מיט אייך ביז אהער וועט איר זען גרויסע ניסים ווייטער.


..., איך האף אז דו פירסט זיך אזוי ווי דו האסט געלערנט אלע יארן אין ישיבה, מיט גרויס דרך ארץ. זיי מכבד דיין שווער, מאך נישט חוזק פון אים; עס טוט וויי פאר די ווייב ווען מען מאכט חוזק פון אירע עלטערן, און אזוי אויך זאלט איר מרת ... תחי' נישט אוועק מאכן זיינע עלטערן. אויך זאלט איר זיך מכבד זיין, וועט זיין נאר שלום און השראת השכינה.