בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6861 - פארגענוגן אום שבת, איז מער ווי פאסטן טויזנט תעניתים
שבת קודש, תעניתים, שובבי"ם, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט ווען מיר גייען אריין אינעם ערשטן שבת פון די ימי השובבי"ם, דארפן מיר געדענקען וואס מוהרא"ש האט מיט אונז געלערנט, אז מען איז פרייליך שבת און מען האט א פארגענוגן פון שבת - איז דאס מער ווי פאסטן טויזנט תעניתים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא בראשית, ג): "עוֹנֶג שַׁבָּת כְּאֶלֶף תַּעֲנִיּוֹת", ווען א מענטש איז פרייליך שבת, ער האט הנאה פון דאס עסן און טרינקען - איז דאס אזוי ווי ער וואלט געפאסט טויזנט תעניתים; בפרט יעצט אין די שובבי"ם וואכן וואס מיר זענען מתקן פגמי הברית - דארפן מיר זיין זייער פרייליך שבת, ווייל צו פאסטן האבן מיר נישט קיין כח, אויף איין מאל פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף מען שוין פאסטן פ"ד תעניתים.


דער אריז"ל זאגט, ווען א מענטש זינדיגט איין מאל אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף ער פאסטן פ"ד תעניתים, און אז מען וויל מתקן זיין צען מאל די עבירה - דארף מען שוין פאסטן אכט הונדערט און פערציג טעג, און ווער רעדט נאך אויף מער - איז דאך נישט מעגליך, און אז דער רבי האט אונז געזאגט נישט פאסטן איז וואס איז אונזער תקנה? נאר מיט זיין פרייליך שבת; אז מיר וועלן זיך פרייען שבת, מיר וועלן טאנצן שבת, וואס דאס איז כאלף תעניתים - דאס וועט אראפנעמען אונזערע זינד.


א פרייליכן שבת.

#6860 - די רייניגער אין חדר זאל זיך נישט דרייען ביי די קינדער
מנוולים, חדר, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש, קרית ברסלב ליבערטי


עס איז כדאי אכטונג צו געבן אז די נישט אידן וואס קומען ריין מאכן דעם בנין זאלן נישט קומען בשעת קינדער דרייען זיך אין עס זאל. א אינגערמאן דערציילט מיר פאריגע וואך, אז ווען ער איז געווען א קינד אין תלמוד תורה האט אים דער גוי וואס פלעגט רייניגן די חדר מטמא געמאכט, און פון דעמאלט ליידט ער רחמנא לצלן. ער קומט פון א חשוב'ע חדר, וואס אלע לויבן און אלע זאגן אז די חדר איז די בעסטע. ער זאגט מיר מיט בכיות אז ער האט נאך קיינעם נישט דערציילט די מעשה, ער האט שוין א משפחה, אבער דער מח איז אים נעבעך חרוב ונחרב.


איך בעט דיר זאלסט רעדן מיטן מענעדזשער, אז די גוים וואס קומען רייניגן זאלן קומען נאר נאכדעם וואס די קינדער גייען אהיים, און אויב עס איז נישט שייך, זיי מוזן יא קומען פריער - זאל מען זיכער מאכן אז קינדער קענען נישט אראפגיין אין עס זאל.


רעד צו די קינדער פון קדושת הברית, קדושת היסוד, לייג אריין אין זיי יראת שמים. לערן זיי אויס אז מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש, און אויב א צווייטער וויל אנרירן דארט, א צווייטער שטעקט אריין די הענט אין זיין הויזן - זאל ער שרייען און דערציילן פאר אלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6859 - איגנארירן איז די בעסטע מעדעצין
טשעפען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אויב א קינד טשעפעט דיך, זאלסטו זיך נישט צוטון מאכן, איגנאריר אים. איגנארירן איז די בעסטע מעדעצין, דאס איז די בעסטע עצה אפצושטעלן מחלוקת. דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג), מיט איין שווייג פארענטפערט מען אלע קשיות.


געווענליך זוכן די קינדער וואס טשעפען אזעלכע קינדער וואס ווערן שנעל גערעגט, עס הויבט זיך אן א גאנצע מעשה, אויף דעם ווארטן זיי; אבער אז מען איגנארירט זיי, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, איז נאך אפאר מאל לאזן זיי אפ און זוכן א צווייטע קרבן.


טייערער ... נרו יאיר, מאך זיך נישט וויסנדיג. קוק נישט אויף אנדערע, קוק נאר אויף דיין מלמד, און קוק אין די הייליגע חומש, אין די הייליגע גמרא; וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6858 - נישט האבן התפעלות און חלישות הדעת פון דעם און יענעם
דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביסט נישט גערעכט אז דו דערציילסט מיר נישט וואס טוט זיך ביי ענק אין שול; אז עס איז דא מיין נאמען אויפן טיר - דארפסטו מיר דערציילן יעדע זאך, און אויך ביסטו נישט גערעכט אז דו ביסט אוועק געגאנגען פון היכל הקודש צוליב די התנהגות פון אנשי שלומינו וכו'; האסט געמיינט אז אלע זענען מלאכים און יעצט זעסטו אז מען טשעפעט, מען פארשעמט.


עס טוט מיר זייער וויי אז מען האט מבזה געווען דעם איד דעם כהן, ביים דוכנ'ען האט מען אים ארויסגעטראגן זיינע שיך, און ווען ער איז געגאנגען זוכן זיינע שיך האט מען אים געזאגט אז עס ליגט אינדרויסן און אים אויסגעשפארט; איך שעם זיך אז מיין נאמען בנשיאות - שטייט אויפן טיר.


איך וויל זאלסט צוריק גיין דאווענען און מיר דערציילן אויב חס ושלום מען איז מבזה אדער מען טוט וויי איינער דעם צווייטן, אויך זאלסטו נישט האבן קיין התפעלות פון דעם אדער יענעם, און אויך נישט קיין חלישות הדעת פון דעם און יענעם. היכל הקודש איז נישט דער און נישט יענער, היכל הקודש איז די שכל און עצות פון צדיק. מען דארף זיין גרייט אויף חלישות הדעת, מוהרא"ש האט מיר דערציילט אויף רבי שמשון שווארץ זכרונו לברכה, א ברסלב'ער חסיד וואס האט געפירט א ברסלב'ער שטיבל אין אמעריקע, אין קרית יואל. ווען ער איז געקומען קיין ארץ ישראל צו דאווענען אין שול אין מאה שערים, זיין ביים קיבוץ ראש השנה, נאכן ערשטן טאג ראש השנה, איז ער מער נישט צוריק געגאנגען קיין ברסלב, ער האט געהאט אזא חלישות הדעת פון די התנהגות וואס דארט האט זיך אפגעטון, פון די עזות פנימ'ער, פון די לצים וכו', ער איז געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן. נאר נאכדעם וואס מוהרא"ש האט גערעדט מיט אים לאנגע שעות, אים מחזק געווען ער זאל נישט קוקן אויף קיינעם, ברסלב איז נישט דער און נישט יענער, ברסלב איז די ספרים פון רבי'ן - איז ער צוריק געקומען און געבויט א שיינע ברסלב'ע קהלה.


דאס זאג איך דיר אויך, עס איז נישט כדאי זאלסט אוועק גיין פון רבי'ן, און אז מען נוצט נישט דיינע מזונות פאר ספורי מעשיות - איז נישט, דאס זאל דיך נישט אוועק טראגן פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6857 - ווייז פאר'ן קינד אז זיינע ספרים זענען חשוב ביי דיר
חינוך הילדים, ספרים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרוס פון דיינע קינדער אין חדר, איך בין געווען חנוכה ביי זייערע כיתות; זיי לעבן און שיינען.


דיין זון אין כיתה ב האט א צעריסענע סידור, עס איז א שאד אז ווען עס קומט צו ספרים פאר דיינע קינדער - ווערסטו בקטנות הדעת; קויף אים א שיינע סידור, ווייז אים ווי חשוב עס איז פאר דיר אז ער דאווענט און לערנט. ווען איך בין געווען ביי זיי אין כיתה און געדאווענט מיט זיי - האב איך אים צוגעקלעבט די סידור, אבער עס איז בעסער אים צו קויפן א שיינע נייע סידור און אים ווייזן אז דאס איז די העכסטע זאך ביי ענק עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6856 - קינדער איז די בעסטע זאך, קינדער איז א ברכה
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויינען דארפן די וואס האבן נישט קיין קינדער, נישט די וואס האבן נייעס אז מען ווארט שוין נאך א קינד וכו'; קינדער איז דאך די בעסטע זאך, קינדער איז א ברכה.


אז דער אייבערשטער נעמט אייך נאכאמאל אין א שותפות, ווי איז שייך צו זאגן 'איך וויל נישט גיין בשותפות מיטן אייבערשטן'? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): תָּנוּ רַבָּנָן, שְׁלׂשָׁה שׁוּתְּפִין יֵשׁ בָּאָדָם", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש, "הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאָבִיו, וְאִמוׂ", דער אייבערשטער, טאטע און מאמע וכו'; אז דער אייבערשטער האט אייך געגעבן א מתנה א קינד, און שוין וויל ער אייך נעמען אין נאך א שותפות - אויף דעם וויינט מען נישט, אויף דעם שרייט מען נישט, און חס ושלום טראכטן פון טון פעולות פון זיך ארויסציען חס ושלום, ווייל דער זוהר זאגט אז דאס איז די ערגסטע עבירה אויף די וועלט, און צוליב די עבירה ליידט מען צרות, און אפילו מען דאווענט העלפט עס נישט (פרשת שמות, דף ג:).


די לינקע וועלט קומען מיט זייערע שיטות כאילו מען קען געבן מער ליבשאפט פאר איין קינד ווי פאר צוויי, מען דארף האבן צייט פארן קינד און צייט פאר זיך וכו' וכו'; ווי קלוג זיי זענען - קענען זיי נישט זיין קליגער פונעם גרויסן באשעפער; איר דארפט דאנקען דעם אייבערשטן, און חס ושלום וויינען אויף גוטס; וויינען איז שוין דא נעבעך אזויפיל פרויען וואס וויינען און ווארטן אויף קינדער.


אז איר ווילט כח זאלט איר נעמען די עצה פון רבי'ן, דאנקען דעם אייבערשטן און אים לויבן; דאס ברענגט כח און מח, "וְאַתָּה אָמַרְתָּ הֵיטֵב", אויב דו זאגסט 'עס איז מיר גוט' - "אֵיטִיב" ווערט נאך מער גוט (בראשית לב, יג).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6855 - אונזער עבודה אין די שובבי"ם טעג, איז חזר'ן אמונה
אמונה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות; זאלסטו זיך אריינטון אין די אמונה, חזר אמונה, און לעב מיט אמונה, אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, אלעס פירט דער אייבערשטער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז:): "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה", א מענטש צוקלעמט זיך נישט זיין פינגער אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אין הימל פון פאראויס אז דער מענטש זאל זיך צעקלאפן זיין פינגער; פרנסה, קינדער, געזונט - אלעס מאכט דער אייבערשטער.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר; די לעבן וועט דיר ווערן זיס, מיט אמונה איז אזוי שיין אלעס, ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה - גייט אים אלעס גאר אנדערש; מען ווייסט אז קיינער קען גארנישט טון, קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון, אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן.


דאס איז אונזער עבודה אין די שובבי"ם טעג; חזר'ן אמונה, לעבן מיט אמונה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6854 - לייג אריין אין טאש א קליינע תהלים
תהלים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען יעצט אין די שובבי"ם טעג, די טעג איז מסוגל צו פאררעכטן וואס מען האט פוגם געווען בברית רחמנא לצלן. דער רבי זאגט אונז מיר זאלן נישט פאסטן, דער רבי זאגט אונז מיר זאלן זאגן תהלים; דאס איז דאך נישט קיין שווערע זאך, און דאך קומט עס אן אזוי שווער.


לייג אריין אין טאש א קליינע תהלים, און ווען דו האסט אפאר מינוט - זאלסטו זאגן אביסל תהלים. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח), ווען מען זאגט תהילים איז דאס אזוי ווי דוד המלך זאגט דאס יעצט, עס ליגט אין די ווערטער רוח הקודש, און ווען מען זאגט די ווערטער וועקט זיך אויף די רוח הקודש כאילו דוד המלך אליין זאגט די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6853 - אזוי סאך שיעורים צו לערנען, בלייבט נישט צייט צו טראכטן
שיעורים כסדרן, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן האט געזאגט ביי די שרעקליכע מחלוקת אויף אים, מען האט אים געפרעגט ווי אזוי ער קען זיך דערהאלטן, האט ער געזאגט: "דער רבי האט מיר געגעבן אסאך שיעורים צו לערנען, איך האב נישט קיין צייט צו טראכטן פון די רדיפות".


דאס איז זייער א טיפע שכל; אז מען לייגט די קאפ אין תורה, תפילה, עבודת השם - איז נישטא קיין צייט צו זוכן און טראכטן אויף וואס זאל שטערן.


מאך זיך א ציל צו ענדיגן די יאר ש"ס, און אויך צו ענדיגן בכל חודש משניות און תיקוני זוהר, וועסטו נישט האבן קיין צייט אז זאכן זאלן דיר באדערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6852 - תיקון פאר שובבי"ם, צו לערנען דעם רבינ'ס ספרים
ספרי ברסלב, שובבי"ם, תיקונים, ליקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ד טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען אין די שובבי"ם טעג, דארפן מיר לערנען דעם רבינ'ס ספרים וואס איז מחזק און מעודד צוריק צו קומען צום אייבערשטן. ברסלב'ע חסידות איז נאר די ספרים; נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים און מען בעט דעם אייבערשטן צו קענען טון וואס דער רבי לערנט אונז - דאס איז ברסלב'ע חסידות.


מאך זיך א שיעור אין לקוטי מוהר"ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט לקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", ואמר בזו הלשון: "סע וועט אים אלע אדערן טרענען", און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען לקוטי מוהר"ן, אין אנהויב וועסטו אפשר נישט פארשטיין יעדע זאך, אבער עס דארף דיר נישט שטערן, דו זאג די ווערטער, און ביים סוף, נאך אפאר מאל - וועסטו אנהויבן צו פארשטיין.


דאס איז אונזער תיקון פאר שובבי"ם, לערנען דעם רבינ'ס ספרים. דער רבי לאזט אונז נישט פאסטן, דער רבי געבט אונז עצות און התחזקות ווי אזוי אלעס צו פאררעכטן. מאך זיך אויך א שיעור אין חיי מוהר"ן און אין שיחות הר"ן; רבי נתן האט געזאגט: "איך האב מער ארויס געהאט דעם רבי'ן פון זיינע שיחות און שמועסן"; דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין. אז דו וועסט לערנען די שיחות פון רבי'ן וועסטו ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6851 - דיין ווייב איז נישט קיין קאנטראל פריק
שלום בית, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז זייער גרינג צו זאגן: "מיין ווייב איז א קאנטראל פריק"; ווער האט דיר אויסגעלערנט די ווארט? וועלכער טיפוש הערסטו אויס?! אז די ווייב בעט מען זאל אהיים קומען, נישט גיין מיט חברים פארברענען צייט - מיינט שוין אז זי איז א קאנטראל פריק?! אז די ווייב וויל נישט ארויסגיין מיט פרעמדע קאפלס מיינט אז זי קאנטראלירט?! דיין ווייב וויל א שיינע ערליכע שטוב, זי וויל אויפשטעלן א שטוב בקדושה ובטהרה.


דאנק דעם אייבערשטן פאר דיין איידעלע ווייב, דאס איז נאר א מעלה, און אז זי איז אזוי שטארק תמימות'דיג - איז דאס נאר א מעלה, און אז זי איז אזוי מקפיד אויף מנהגים - איז דאס נאר א מעלה, און אז זי וויל נישט ארייננעמען אין האנט א טעלעפאן וואס מען קען זען אויף דעם עבירות - איז דאס נאר א מעלה, און אז זי וויל נישט גיין עסן מיט פרעמדע קאפלס וכו' וכו' - איז דאס נאר א מעלה.


אז דיין ווייב וויל אן ערליכע שטוב - זאלסטו טאנצן פאר שמחה, אז דיין ווייב בעט דיר נישט אהיים צו ברענגען דיין טעלעפאן - זאלסטו איר נישט מסביר זיין אז עכט מעג מען יא וכו'... איך ווייס משפחות וואס די ווייבער זענען געווען אזוי וואויל, אזוי ערליך, און די מענער מיט זייער טפשות האבן מסביר געווען אז עכט מעג מען יא, און עכט איז עס נאר א מנהג, און עכט איז עס נאר א דרבנן, און היינט קומען די אינגעלייט און שרייען: "הצלינו, ראטעווע! די שטוב צעפאלט!" ווייל דאס איז די נאטור פון א פרוי, אדער תמימות'דיג, ערליך און הייליג, אדער רחמנא לצלן - פארקערט.


אויך וויל איך דיר בעטן זאלסט אכטונג געבן דיינע קליידער זאלן זיין ריין און מסודר, דער רבי האט מקפיד געווען אויף דעם, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכז), די קליידער איז א שמירה פארן מענטש. אויך זאלסטו טוישן יעדן טאג דיינע קליידער, נישט גיין מיט די נעכטיגע קליידער, נקיות איז די יסוד צו קדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6850 - ווי אזוי אנצוהויבן די תיקון פון שובבי"ם
מעביר סדרה, שובבי"ם, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, י"ב טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר הויבן יעצט אן די טעג פון שובבי"ם, דער הייליגער אריז"ל האט אונז אנטפלעקט אז מען קען אין די טעג אלעס פאררעכטן. זאלסטו שוין היינט אנהויבן מיט מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יט) אז דאס איז תיקון הברית. געב א קוק, שוין אריבער א גאנצע ספר בראשית, און מיט דיינע פוילע תירוצים - וואו האלסטו אויף דער וועלט...?


נעם יעצט א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום פון די פרשה פון די וואך, דאס איז מסוגל פאר אריכות ימים ושנים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): "לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שנים מקרא ואחד תרגום, שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור מאריכין לו ימיו ושנותיו", דער וואס לערנט יעדע וואך די פרשה, צוויי מאל יעדע פסוק חומש און איין מאל יעדע פסוק תרגום - וועט האבן אריכות ימים ושנים, און עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מיום ראשון ואילך חשוב עם הצבור", פון זונטאג קען מען שוין טון די מצוה, און דער משנה ברורה זאגט (שם, סעיף קטן ח), אז דער גר"א האט זיך אזוי געפירט, ער האט יעדן טאג געלערנט שנים מקרא ואחד תרגום און דאס געענדיגט ערב שבת; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך קען מען לערנען פון פאראויס, זונטאג ביז שלישי, מאנטאג ביז רביעי, און אזוי ווייטער.


נעם יעצט א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין, דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם. מוהרא"ש זאגט נאך פונעם הייליגן צדיק רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6849 - מחזק זיין אלע פרויען צו קומען צו די פארברענג
פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


עס איז כדאי אז די גבאי'טעס, די אלע פרויען וואס מאכן די 'פרויען צאמקום' אין שטעטל - זאלן ארבעטן אינאיינעם, זען ווי אזוי מען קען מחזק זיין אז אלע פרויען זאלן קומען צו די פארברענג. אין אנהויב, ווען די שטעטל איז געווען קליין, עס איז געווען איין פארברענג - האט מען געקענט זען ווער עס פעלט, ווער עס קומט נישט, ווער עס דארף חיזוק אויף קומען צו די 'פרויען פארברענג', ארויסגיין פון שטוב זיך טרעפן איינמאל א וואך מיט אנדערע פרויען און אנשעפן פרישע כוחות צו קענען זיין א מאמע, אבער יעצט ווען די שטעטל איז גרויס, און מען קומט זיך צוזאם אין אפאר פלעצער, ווייסט מען נישט ווער עס פעלט, וועם מען זאל מחזק זיין און באזונדער איינלאדענען וכו'; וואלט גוט געווען אז איר זאלט טראכטן א פלאן ווי אזוי מען קען ארבעטן אינאיינעם, לטובת הכלל.


אויך קען מען נעמען עצות איינער פון צווייטן ווי אזוי מען קען מאכן א גוטע אטמאספער נאכן שיעור; מען זאל אינאיינעם פארברענגען און אנגרייטן א גוטע פראגראם אז אלע זאלן הנאה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6848 - טענה'ט זיך נישט מיט קיינעם איבער געבן וואקסינען
וואקסינען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


טענה'ט זיך נישט מיט קיינעם וועגן די זאך פון געבן וואקסינען; וואס גייט אייך אן וואס אייער שוואגער און שוועגערין טוען, דאנקט דעם אייבערשטן אז איר און אייער מאן גייען נאך א צדיק, ענק פאלגן דעם רבי'ן. דער הייליגער רבי האט געזאגט, אפילו אינמיטן ווינטער ווען עס איז זייער קאלט (אין אוקריינע אין א געווענליכן ווינטער גייט אראפ דער גראד ביז אונטער זירא; עס קען אפילו אראפגיין ביז דרייסיג דעגרי אונטער זירא) דארף מען נעמען די קינדער צום דאקטער זיי צו געבן שאטס וכו', (עיין בספר אבניה ברזל, סימן לד).


מוהרא"ש שרייבט קלאר (שו"ת ברסלב חלק לב, מכתב ג' תתקפב): "וְלָכֵן מֻכְרָחִים לְחַסֵּן אֶת הַיְלָדִים כְּשֶׁהֵם קְטַנִּים נֶגֶד כָּל מִינֵי מַחֲלוֹת וָחֳלָאִים רָעִים שֶׁנִּמְצָאִים וְכוּ', וְאָסוּר לִהְיוֹת חָכָם בְּעֵינָיו", מען מוז געבן שאטס פאר די קינדער ווען זיי זענען קליין קעגן אלע שלעכטע קרענק וכו', און מען טאר נישט זיין קיין אויבער חכם ביי דעם.


טענה'ט נישט מיט קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6847 - העלפן שאפן הלוואות צו בויען די קהלה
משמש דעם רבי'ן, געלט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


קענסט מיר העלפן שאפן הלוואות? רוף אינגעלייט פון די קהילה אויב זיי קענען מיר בארגן געלט פאר א יאר אדער צוויי, איך זאל זיך קענען ווייטער רוקן אין זאכן אין די קהילה און מיט די מוסד.


קענסט זאגן פאר די אינגעלייט וואס העלפן בויען די קהילה אז זיי וועלן זען גרויסע ישועות, ווייל אז מען העלפט דעם רבי'ן - ווערט מען געהאלפן בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6846 - געוואלד, עס איז דא א רבי וואס קען יעדן העלפן
חיזוק פאר פרויען, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך שטיי און וואונדער זיך, נאכן אריבערגיין וואס איר זענט אריבער, זאלט איר האלטן אזוי שיין, אויפגעשטעלט א הערליכע משפחה... קיינער וועט נישט חלומ'ען וואס איר זענט אריבער פון אלס קליין מיידל ביז יעצט, און ווי שיין איר שטייט היינט מיט א הערליכע משפחה.


מען דארף ווען שרייען אין די גאסן: "געוואלד, עס איז דא א רבי, מיט אזעלכע עצות, וואס קען העלפן יעדן איינעם"; אבער דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן ווען ער האט געוואלט לויפן אין די גאסן שרייען: "געוואלד, עס איז דא א רבי!" האט אים דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן כג): "שטיי דו וועסט סיי ווי נישט פועל'ן".


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין, דאס וועט אייך געבן שטארקע כוחות אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6845 - קיינמאל נישט פארשעמען ספרים
צדיקים, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מען דארף טראכטן נאך געדאנקען וואס מען קען מאכן פאר די יוגענט, זיי אנפילן מיט אמונה און אמונת חכמים. די נסיונות פונעם דור ווערן שטערקער און שטערקער, און מען מוז אנקומען צו די קינדער, זיי אויסלערנען די ריינע אמונה און אמונת חכמים.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די עצתו אמונה פאר קינדער, די מעשה פון הייליגן בעל התניא וואס האט געזען ביי איינעם אין שטוב ליגן דעם הייליגן ספר נועם אלימלך אונטער די פיס פון בענקל.


איך האב געטראכט אז די מעשה איז וויכטיג, ווייל איך בין געווען די וואך ביי א חתונה און געזען ווי בחורים און קינדער נעמען די הייליגע קונטרסים פון עצתו אמונה וואס איז מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן, זיי צערייסן דאס און זיי זענען דאס מבזה; איז וויכטיג צו דערציילן פאר די קינדער די מעשה, אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס דערציילט (שיחות וסיפורים, אות קיא).


א ספר אויף דער ערד? וואס איז מיט אייך? איר שעמט זיך נישט? איר לייגט א ספר וואס ברענגט אמונה און קדושה פאר אידישע קינדער אונטער די פיס פונעם בענקל? וואס גייט דא פאר?!


דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו איז אמאל אנגעקומען אין א שטאט וואס דער רב דארט איז געווען פון די מתנגדים אויף חסידים, דער רב האט געוויזן פארן הייליגן בעל התניא ווי ער האט געלייגט דעם הייליגן ספר נועם אלימלך אויף דער ערד אונטער די בענקל, אז די בענקל זאל זיך נישט שאקלען, ער פרעגט דעם הייליגן בעל התניא אויב ער קען אים דערציילן וועגן דעם בעל מחבר פון דעם ספר.


דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו זאגט פאר דעם רב, דער מתנגד: "א ספר אויף דער ערד? וואס איז מיט אייך? איר שעמט זיך נישט? איר לייגט א ספר אונטער די פיס פונעם בענקל? וואס גייט דא פאר?!"


איר ווילט איך זאל אייך דערציילן פון דעם צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק? איין זאך קען איך אייך זאגן, וואלט איר גענומען אים אליין און אים געלייגט אויף דער ערד אונטערן בענקל - וואלט ער געשוויגן און גארנישט געזאגט, ווייל דער צדיק איז אן עניו און ביי זיך זייער קליינטשיג.


טייערע קינדער מיר לערנען זיך פון די מעשה מיר זאלן קיינמאל נישט פארשעמען קיין ספרים, און נאך א זאך לערנען מיר זיך; דאס גרויסקייט פון צדיקים, ווי זיי זענען זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער זיי זאלן אויך האבן א גוט לעבן, און ווי פארשעמט זיי זענען, ווי מען ווארפט זייערע ספרים אויף דער ערד.


מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן קיינמאל נישט קריגן אויף די הייליגע צדיקים און אויף זייער ספרים.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פון א שטוב, א טיש און בענקל, און אונטער איין פיסל פונעם בענקל ליגט דער ספר נועם אלימלך, און א בילד פון הייליגן בעל התניא (די באקאנטע בילד), ווי ער שטייט פון דער זייט מיט די הענט אויפן פנים, ווי איינער וואס זאגט אוי וויי... און א בילד פון נאך איינעם ווי ער ווייזט פארן בעל התניא מיטן פינגער אויפן נועם אלימלך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6844 - אכטונג געבן פון א נישט ערליכן דענטיסט
שטעטל, מנוולים, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נאכדעם וואס עטליכע פרויען זענען געקומען דערציילן זאכן וואס טויגן נישט וועגן דעם דענטיסט, זאלט איר מפרסם זיין פאר די פרויען אז דער דענטיסט נעבן שטעטל טויג נישט, מען זאל נישט גיין צו אים, ער איז א מניוול און א שוסטער.


דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#6843 - לערנען הלכות וואס איז וויכטיג פאר פרויען צו וויסן
הלכה, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


בנוגע לערנען מזלות מיט די מיידלעך; מען קען דאס לערנען מיט זיי, דאס איז אויך א חלק פון די תורה, אבער נאר נאכן לערנען וואס איז מער וויכטיג, ערשט דארף מען אוועקשטעלן הלכות וואס איז וויכטיג פאר פרויען צו וויסן; הלכות שבת, הלכות ברכות, הלכות יחוד וכדומה לזה. אויך ווי צו האלטן א כשר'ע קאך, בשר בחלב, און ווי אזוי מען איז בודק עסן פון ווערעם; דאס איז זייער זייער וויכטיג, ווייל נאר אז מען לערנט אלס מיידל הלכות קען מען פירן א כשר'ע קאך, און היטן שבת.


עס האבן מיר דערציילט אן א שיעור ווייבלעך אז זיי האבן געלערנט אין זייער סקול כל מיני טיפע לימודים, אבער פשוט'ע הלכות קענען זיי נישט, זיי זענען נעבעך מחלל שבת אן וויסן אז די זאכן טאר מען נישט טון.


דעריבער בעט איך אייך מען זאל אוועק שטעלן דאס לערנען הלכות פון די ערשטע און וויכטיגסטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#6842 - אנטון א טיכל אדער שייטל נאך די חתונה?
צניעות, שמחה, שייטל, כלה, טיכל

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך אז איר ווילט גיין צניעות'דיג, איר ווילט אנטון א טיכל נאך די חתונה, אבער אז אייער מאמע וויל בשום אין אופן איר זאלט גיין א טיכל און אויך די חתן'ס מאמע גייט נישט קיין טיכל - איז נישט כדאי זיך צו קריגן, ענדערש זאלט איר חתונה האבן אזוי ווי אייער מאמע און דער חתן'ס מאמע, און אז איר וועט וועלן שפעטער אויסטון די שייטל און גיין מיט א טיכל - איז אנדערש.


אויף איין זאך זאלט איר זיך עקשנ'ען, אויף בלייבן פרייליך; אויף די איין זאך זאלט איר זיך שטעלן אין די לענג און די ברייט, זאל זיין וואס זאל זיין, איר בלייבט פרייליך, איר בלייבט דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים און ניסים וואס ער טוט שטענדיג מיט אייך.


איר זאלט זיך קאנצעטרירן אויף איין זאך, אויף שלום ושלוה, נישט זיך קריגן מיט אייער מאמע תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.


 

#6841 - די שליסל צו זיין א פרייליכער איד און א צדיק
שמחה, שידוכים, מאוויס, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב צוגעזאגט פאר אלע בחורים וואס שלאפן אין דארמיטארי, אויב וועט נישט אריינקומען כלים וואס מען קען זען אויף דעם מאוויס, קליפס וכדומה - וועלן אלע דירות ווערן ליידיג די יאר, אלע וועלן חתנים ווערן און חתונה האבן, יעצט הער איך אז דו קוקסט מאוויס אין דארמיטארי, וויל איך דיר בעטן, אדער זאלסטו דאס צעברעכן און מיר ברענגען צעבראכענערהייט, אדער זאלסטו שוין ארויסגיין און זיך זוכן א צווייטע אכסניא, און דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן די שטארקקייט צו תשובה טון און ווערן אן ערליכער איד.


קוקן מאוויס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט מער דעפרעסט און מער פארלוירן, קוקן עבירות איז אזוי שלעכט, מען פאלט אין גראבע עבירות, מען פארלירט אלעס. די שליסל צו זיין א פרייליכער איד און א צדיק - איז שמירת עיניים, זיך היטן די אויגן; אז מען היט זיך די אויגן האט מען אלעס גוטס, און אז מען איז מפקיר די אויגן - פארלירט מען אלעס; מען פארלירט די שידוך, מען פארלירט די שלום בית, מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט אלעס.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דיין באשלוס איז.

#6840 - בענקשאפט צו אייער טאטע עליו השלום
התבודדות, יתום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין חסרון אמונה אז איר בענקט זיך צו אייער טאטע עליו השלום, און אז איר קענט נישט עסן און שלאפן פון גרויס בענקשאפט צו אייער טאטע עליו השלום - איז דאס זייער נארמאל.


שטארקט זיך, גייט אן מיט אייערע גוטע מעשים, דאס מאכט א נחת רוח פאר אייער טאטע עליו השלום. דאס אז איר לערנט מיט תלמידות אמונה, יראת שמים און מידות טובות - דאס מאכט א גרויסע רעש בשמים, דאס איז אזוי ווי זאגן קדיש פאר א נשמה, דאס איז די אפטייטש פון "יתגדל ויתקדש שמיה רבא", מען מאכט גרויס דעם אייבערשטנ'ס נאמען, די נשמה אין הימל וואס לאזט איבער א קינד אויף די וועלט וואס איז עוסק אין לערנען מיט קינדער אמונה ויראת שמים - גייט ארויף זייער הויך, העכער און העכער.


אויך זאלט איר זיך מתבודד זיין, רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן אין אייער אייגענע שפראך, אויף אידיש; דערציילט דעם אייבערשטן אייערע מחשבות, אייערע געפילן, אלעס אלעס; דאס וועט אייך בארואיגן, דאס וועט אייך היילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6839 - איך לאז נישט אפ דעם אייבערשטן, זאל זיין וואס זאל זיין
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי נישט צעבראכן פון דעם וואס דו זעסט אז עס גייט אריבער אסאך צייט און וויפיל דו פרובירסט צו זיין אפגעהיטן און צו ווערן ערליך - גייט עס נישט און דו ווערסט נאר מער דערווייטערט; זיי נישט צעבראכן, אזוי גייט עס, און אזוי מוז עס גיין. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "כְּשֶׁאָדָם נִכְנָס בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן, "אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת", גייט עס אזוי, אז מען דערווייטערט אים; נישט אמת'דיג, עס דאכט זיך אזוי, "וְנִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מִלְמַעְלָה וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", מען שפירט ווי קיינער דארף אים נישט, מען לאזט אים נישט אריינגיין צו די קדושה, "וּבֶאֱמֶת כָּל הַהִתְרַחֲקוּת הוּא רַק כֻּלּוֹ הִתְקָרְבוּת", אבער דאס איז נאר א וועג ווי אזוי מען וויל דערנענטערן דעם מענטש צום אייבערשטן, און אויב דער מענטש איז שטארק ביי זיך און ער דערהאלט זיך - דאן וועט ער אלעס אריבער גיין, און ער וועט זוכה זיין צו אלע מדריגות וואס זענען נאר פארהאן.


פון די שטערקסטע ווערטער וואס האט מיך זייער באנומען ווען איך האב זיך דערוויסט פון רבי'ן, איך בין אנגעקומען אין חדר היכל הקודש; ווען מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מען דארף זיין אזוי שטארק ביי זיך, אז אפילו עס וועלן אראפקומען מלאכים פון הימל און דיך צעברעכן - זאלסטו זיי זאגן 'איך לאז נישט אפ דעם אייבערשטן, זאל זיין וואס זאל זיין', און אויך די ווערטער וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן: "אפילו מען וועט מיר אויפווייזן אז דער אייבערשטער דארף מיך נישט - וועל איך ענטפערן 'איך דארף דעם אייבערשטן און איך לאז נישט אפ דעם אייבערשטן, זאל זיין וואס זאל זיין'".


געוואלד, וואו הערט מען אזעלכע קלארע לויטערע ווערטער, אזא שטארקע אמונה וואס דער רבי געבט; אז אונז פשוט'ע מענטשן, פיצא עסערס און קאקע קאלע טרינקערס - זאלן זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


היינט נאכט וועלן מיר זיך צאמקומען לכבוד רבי נתן'ס יארצייט, אינאיינעם מיט א מסיבה לחזק מוסדותינו היכל הקודש בארץ הקודש, און אפגעבן א דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן געהאט רבי נתן; אנשי שלומינו זאגן: "ולא נתן", ווען נישט רבי נתן – "למוט רגלינו", וואלטן מיר זיך חס ושלום... למוט רגלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6838 - די סוד איז אויפבויען, אויסהערן, און ווייזן אינטערעס
שלום בית, הדרכות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דיין ווייב איז צעקלאפט וכו', זי וויינט וכו' - זאלסטו איר נישט מער צעקלאפן, נאר בוי איר אויף. דאס וואס דו זאגסט דיין ווייב איז א גולם, די גמרא זאגט שוין דאס; חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אין די היינטיגע בלאט, (סנהדרין כב:): "אשה גולם היא", און זי איז "כורת ברית", זי ווערט איינס - "אלא למי שעשאה כלי", נאר מיט דעם מאן וואס מאכט איר פאר א כלי; ווייסט די פשט וואס מוהרא"ש זאגט, ווער עס בויט אויף די ווייב און מאכט איר פאר א כלי, פון א שברי כלי מאכט ער איר פאר א גאנצע זאך, ער רימט איר כסדר אז זי איז אזוי חשוב און אזוי גוט - נאר צו אים איז זי כורת ברית, זי ווערט איינס מיט אים.


מארגן נאכט איז די יארצייט פון אונזער הייליגער רבי ר' נתן; רבי נתן האט געזאגט: "אויף שלום בית, אויף דברים שבינו לבינה - וואלט איך געדארפט שרייבן נאך א גאנצע סעט ליקוטי הלכות"; די סוד איז אויפבויען, אויסהערן, ווייזן אינטערעס; אז מען זיצט מיט די טעלעפאן און מיט איין אויער הערט מען איר רעדן, און מיט די אנדערע אויער הערט מען די וויצן פון די סטעטוס וכדומה - איז נישט גוט, מען ווערט נישט איינס.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא. מוהרא"ש ברענגט פון דעם גרויסן גאון רבי שעפטיל זכר צדיק לברכה, דער זון פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, וואס ער שרייבט אין זיין צוואה (בסוף ספר יש נוחלין), "לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג דארף זיין א חיוב פארן מענטש אזוי ווי אנטון תפילין יעדן טאג".


מארגן נאכט וועט זיין א יארצייט סעודה, איך וויל דיך פערזענליך לאדענען. אויך וועט דאס זיין אינאיינעם מיט א מסיבה פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות, די מוסדות אין ארץ ישראל איז מיר זייער חשוב, און איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען מיט האלטן און מחזק זיין די הייליגע מוסדות בארץ הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6837 - אכטונג געבן די קינדער זאל נישט האבן שייכות מיט לצים
חברים, חינוך הילדים, מעביר סדרה, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך וועלן מיר אינאיינעם אויסשרייען: "חזק, חזק ונתחזק!" איך האף דו לערנסט יעדן טאג חומש, דו ביסט מעביר סדרה יעדן טאג, און דו ענדיגסט אויך ספר בראשית די וואך; עס איז גאר אנדערש די וואך, די טאג, די לעבן - ווען מען לערנט תורה, מען לערנט אביסל חומש, תרגום מיט רש"י יעדן טאג, עס נעמט אינגאנצן אפאר מינוט, און אלעס גייט אנדערש.


ביים רבי'ן איז דער עיקר תמימות ופשיטות, אן קיין חכמות, אן קיין דריידלעך; און ווי מער מען קען פטור ווערן פון די ליצנות, חכמות וכו' - אלץ מער איז מען זוכה צו נעמען פון רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", דער עיקר אמונה איז אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן וואס לעבן בתמימות ובפשיטות, מיט אמונה - גלייבן אינעם אייבערשטן און גייען אין די וועגן פון די תורה.


זוך אויף צווישן אנשי שלומינו א גוטער חבר צו שמועסן שיחות און התחזקות פון הייליגן רבי'ן, און אנטלויף פון לצים, מען קען נישט זיין מקורב צום רבי'ן אויב מען האט אין זיך ליצנות. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קלד): "הַלֵּיצָנוּת אֵינוֹ מַנִּיחַ אֶת הָאָדָם לֵילֵךְ לְצַּדִּיקִים", ליצנות האלט צוריק דעם מענטש פון גיין צום צדיק, און פון פאלגן די עצות פון צדיק.


אויך זאלסטו אכטונג געבן אויף דיינע קינדער זיי זאלן נישט האבן מיט חברים וואס האבן אין זיך ליצנות, אפילו קליינע קינדער דארף מען אכטונג געבן זיי זאלן האבן גוטע חברים און זיך שפילן נאר אין שטובער וואס איז ריין פון ליצנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.