בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6786 - אויסלויבן די ווייב פאר'ן זיך אפשערן די האר
שערן די האר, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות, די שכינה הקדושה זאל רוען ביי ענק אין שטוב.


זיי נישט מוותר אויף לערנען גמרא, לערן יעדן טאג גמרא, גיי צו א שיעור גמרא; ווייל נאר אז מען לערנט תורה – לעבט מען א גוט לעבן.


אויך זאלסטו אויסלויבן דיין ווייב פאר די הייליגע זאך וואס זי האט געטון, זיך אפגעשוירן איר האר נאך די חתונה; בזכות די הייליגע זאך זאלן ענק זוכה זיין צו אלע ברכות.

#6785 - אשר בנחל חלק ג' קומט שוין ארויס
אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - ערב חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ...


מיר פרייען זיך זייער אז אשר בנחל חלק ג' קומט שוין ארויס, דאס וועט אונז באלייכטן.


אחי, חזק ואמץ.

#6784 - די גאנצע הצלחה קומט דורך לערנען תורה
לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - ערב חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך קובע זיין עתים לתורה, זאלסט גיין יעדע נאכט צום שיעור, לערנען א בלאט גמרא. די גאנצע הצלחה קומט דורך לערנען תורה, אלעס אלעס קומט דורך לערנען תורה.


אויך זאלסטו מיר שרייבן בריוו; איך וויל הערן פון דיר, איך וויל זיין בקשר מיט דיר.

#6783 - לאזט נישט אפ די ווילן און בענקשאפט צום אייבערשטן
התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי ח, לד): "אַשְׁרֵי אָדָם", וואויל איז דעם מענטש, "שֹׁמֵעַ לִי", וואס הערט זיך צו צו מיר, "לִשְׁקֹד עַל דַּלְתֹתַי יוֹם יוֹם", ער איילט זיך צו קומען צו מיין טיר יעדן טאג, "לִשְׁמֹר מְזוּזֹת פְּתָחָי", צו היטן די עפענונג פון מיר; לכאורה, וואס כאפט ער דעם לשון פון א טיר און פון די זייטן פון די עפענונג? זאג וואויל איז דעם וואס קומט אין שול יעדן טאג און קומט אין בית המדרש לערנען!


נאר מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח), אז ווען א מענטש וויל זיך דערנענטערן צום אייבערשטן, "אֲזַי הַדֶּרֶךְ שֶׁמַּרְאִין לוֹ הִתְרַחֲקוּת", ווייזט מען אים כאילו מען דארף אים נישט, "וְאֵין מַנִּיחִין אוֹתוֹ כְּלָל לִכָּנֵס לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", מען שפירט ווי מען לאזט נישט אריין.


אמאל - זאגט דער רבי (שם): "וְדַע, שֶׁיֵּשׁ אֶחָד שֶׁכְּבָר הוּא אֵצֶל הַפֶּתַח שֶׁל הַקְּדֻשָּׁה", און עס איז דא אמאל איינער וואס איז שוין ביים טיר פון די קדושה, "וְהוּא חוֹזֵר לַאֲחוֹרָיו", און ער לאזט אלעס אפ, "מֵחֲמַת הַבִּלְבּוּלִים", פון די שווערע געפילן וואס דרייט זיך אין אים, ער שפירט ווי מען דארף נישט זיין עבודה, ווייל דאס איז די וועג פון די קליפות ווען זיי זעען ווי איינער קומט שוין נאנט צו די קדושה, "מִתְפַּשֵּׁט עָלָיו בְּהִתְגַּבְּרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד, רַחֲמָנָא לִצְלָן".


דאס זאגט אונז די פסוק: "לִשְׁקֹד עַל דַּלְתֹתַי יוֹם יוֹם", וואויל איז דעם וואס קומט נאכאמאל צום טיר, און אפילו ער שפירט ווי די טיר איז אים פארמאכט, מען עפנט נישט די טיר צו קדושה, בלייבט ער זיצן, "לִשְׁמֹר מְזוּזֹת פְּתָחָי", ער בלייבט זיצן אינדרויסן און ווארט צו קענען אריינגיין, ער לאזט נישט אפ זיין ווילן און זיין בענקשאפט צום אייבערשטן, וואויל איז אים בזה ובבא, והבן למעשה.

#6782 - טייערער ברודער, גיי וואס מער הפצה
הפצה, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישלח, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט גענומען פאר דיר עוסק זיין, דיין לעבן, דיינע טעג, דיינע יארן – אין אזא הייליגע עבודה, גיין הפצה, צוריק צו ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סב): "עִקַּר שְׁלֵמוּת וְקִשּׁוּטֵי אֱמוּנָה, הַיְנוּ לְקָרֵב דַּוְקָא הַמְרֻחָקִים", אז מען ברענגט צוריק ווייטע צום אייבערשטן – מיט דעם איז מען זוכה צו יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה פנים בפנים.


דאס גיין הפצה איז די גרעסטע תיקון, מען איז מתקן אלעס וואס מען דארף מתקן זיין. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה", ווי אזוי קען מען פאררעכטן פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? "שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", דורך צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; דאס איז די גרויסקייט פון הפצה.


טייערער ברודער, גיי וואס מער הפצה; גיי צו בחורים אין ישיבות, גיי צו אברכים אין די כוללים; זיי דארפן דאס מערסטע חיזוק, קיינער ווייסט נישט וואס קאכט זיך אין זיי שטילערהייט, און נאר די הייליגע קונטרסים פון מוהרא"ש – דאס האט די כוח זיי צו טרייסטן.

#6781 - ליצנות אויף היכל הקודש
התחזקות, היכל הקודש, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך נישט צוטון פון דעם רב וואס האט גערעדט צו דיר קעגן היכל הקודש, ווער עס רעדט אויף צדיקים - דארף תשובה טון, און ווער עס רעדט אויף צדיקים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש - איז דאס א סימן אויף נישט גוטע זאכן השם ישמרינו. מאך זיך נישט צו טון פון אים, זיין טאטע האט ארויסגעגעבן א ספר קעגן דעם הייליגן רבי'ן, און קעגן דעם הייליגן רבי נתן מיט מוהרא"ש, פיל מיט ליצנות רחמנא לצלן.


אז דו האסט געהערט לשון הרע אויף היכל הקודש, האסט געהערט ליצנות - זאלסטו זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן, זאלסט טון וואס דער שני למלכות האט געטון ווען מען האט גערעדט צו אים קעגן דעם גאלדענעם בארג מיטן פערלנעם שלאס, דער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה א' מאבדת בת מלך) ער האט זייער שטארק געוויינט; אזוי זאלסטו טון, ווייל אפילו איין טראפ ליצנות פארשטעלט שוין דעם מענטש פון קענען מקבל זיין אפי שכינתא. אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער מאמרי רז"ל, מסכת סוטה): "דע כי בעולם האצילות יש חמישה פרצופים", אין עולם אצילות איז דא פינף מדריגות, "אריך אנפין, אבא ואמא", און "זעיר ונוקבא", און עס איז דא פינף עבירות וואס פארשטעלט דעם מענטש פון קענען אנקומען צו דעם; די וואס מאכן ליצנות איז פון זיי פארשטעלט די מדריגה 'אריך אנפין', די וואס חנפה'נען איז פון זיי פארשטעלט די מדריגה 'אבא', די וואס זאגן לינגנט איז פון זיי פארשטעלט די מדריגה 'אמא', און די וואס רעדן לשון הרע איז פון זיי פארשטעלט די מדריגה 'זעיר ונוקבא'; עיין שם.


טו תשובה פארן אויסהערן ליצנות אויף היכל הקודש, וואלסט זיך געדארפט אויפשטעלן ווען ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן די פלאץ - וואס נאר דו און דער אייבערשטער ווייסן וואס היכל הקודש האט געטון מיט דיר - און ארויסגיין. ליצנות איז אזוי שעדליך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "הַבָּא לְטַמֵּא פּוֹתְחִין לוֹ", ווער עס וויל אוועק גיין פונעם אייבערשטן העלפט מען אים צו פון הימל ער זאל אוועק גיין, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"; זאגט דער הייליגער רבי נתן, פארוואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"? ווייל אז א מענטש וויל זיך מטמא זיין ברענגט מען אים א לץ וואס יענער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן. אזוי ווי מיר זעען, רבינו הקדוש האט אנגעזאגט זיינע קינדער (פסחים קיב:): "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", איר זאלט נישט וואוינען אין די שטאט שכנציב, ווייל זיי זענען זייער גרויסע לצים און איר וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; זעט מען פון דעם ווי הארב ליצנות איז און ווי ווייט א מענטש דארף אכטונג געבן וואו ער וואוינט און מיט וועם ער חבר'ט זיך וכו' וכו'.


דעם הייליגן רבינ'ס זאך איז תמימות ופשיטות, אן קיין חכמות אן קיין ליצנות, מען קען נישט זוכה זיין צו טון די עצות פון רבי'ן פון זיך מתבודד זיין, דערציילן דעם אייבערשטן אלעס וואס ליגט אפן הארץ, נאר דער וואס האט נישט אין זיך קיין איין טראפ ליצנות, נאר דער וואס פירט זיך בתמימות ופשיטות.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד), ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו קומען צו זיינע מדריגות? נאר דורך תמימות ופשיטות, ער פלעגט אסאך רעדן צום אייבערשטן און זאגן אסאך תהילים. דער רבי האט געזאגט: "וואלט איך געוואוסט וואס דער אייבערשטער וועט פון מיר מאכן, צו וואס מען קען זוכה זיין דורכדעם - וואלט איך געטון אין איין טאג וואס איך האב געטון א גאנץ יאר", דער רבי האט זיך געבענקט צו דעם און געזאגט: "איי איי פראסטאק, ווי וואויל און ווי גרויס איז דאס רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן".


וואויל איז דער וואס ווארפט אוועק אלע ליצנות, אלע חכמות און פאלגט דעם רבי'ן מיט תמימות ופשיטות און אנטלויפט פון לצים, וועט אים זיין גוט בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6780 - ענדערש בלייבן אליין, ווי צו האבן א נישט גוטע חבר'טע
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז די פראגע בכלל? אודאי זאלט איר נישט רעדן מיט די חבר'טע, ענדערש זאלט איר בלייבן אליין, נישט האבן קיין חבר'טע - ווי צו האבן א נישט גוטע חבר'טע וואס רעדט צו אייך פון בחורים און פון חתונה האבן וכו', א נישט גוטע חבר'טע קען פארלעשן די לעבן, און נאכדעם מוטשעט מען זיך זייער.


רעדט נישט מיט די שכינה, געבט אכטונג פאר אייער שיינע לעבן וואס ווארט אייך, א שאד צו רעדן מיט מיידלעך וואס זענען געפאלן און רעדן פון זאכן וואס איז נישט געמאכט צו רעדן; אלעס וואס איר דארפט וויסן פארן לעבן - וועלן אייערע עלטערן רעדן מיט אייך ווען איר וועט עס דארפן וויסן, אויך אייערע לערערינס וועלן רעדן מיט אייך ווען איר וועט א כלה ווערן און אויך שפעטער נאך די חתונה. געבט אייך אכטונג פון די געפאלענע שכנ'טע וואס מאכט אייך קראנק מיט רעדן פון בחורים וכו'.


איך האף איר וועט מיך פאלגן, ווייל איך וויל נאר אייער גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6779 - ווער עס האט אויפגעלאכטן דיין לעבן? נאר די קונטרסים
צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר זייער פארן העלפן דרוקן די ספרים, די ליכטיגע קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור אין אלע שפראכן; די ספרים און קונטרסים זענען מקרב אזויפיל אידן צום אייבערשטן און צו די תורה, די גאנצע וועלט שטייט אויף די ספרים און קונטרסים; אנטקעגן די שרעקליכע נסיונות וואס מען פרואווט יעצט אויס כלל ישראל פאר ביאת משיח, שטייען די ספרים און די קונטרסים און מאכן ליכטיג פאר נשמות ישראל.


געב דיינע צדקות פאר דרוקן די ספרים, געדענק ווי אזוי דו ביסט מקורב געווארן, ווער עס האט אויפגעלאכטן דיין לעבן, נאר די קונטרסים; דו האסט געפונען די הייליגע קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירות נפש, א מפיץ האט דיר געברענגט די קונטרסים און דעמאלט האט זיך דיר אנטפלעקט די אור הגנוז לצדיקים; זאלסטו האבן הכרת הטוב און דיין גאנץ לעבן דרוקן די ספרים און קונטרסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6778 - לייג אוועק אלע אלטע שווארצע ווייטאג און גיי צו דיין טאטע
כיבוד אב ואם

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין צו דיין טאטע אין שפיטאל אים באזוכן איידער מען גייט אים אפערירן. לייג אוועק אלע דיינע נגיעות, לייג אוועק אלע אלטע שווארצע ווייטאג, גיי צו דיין טאטע, רעד מיט אים און דרוק אים די האנט מיט ליבשאפט, דאס איז דיין מצוה יעצט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6777 - די איבריגע חלק טאג זיין נאר פרייליך, טאנצן און זינגען
אמונה, חיזוק פאר פרויען, תהלים, וויינען

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', צפת


איך האב ערהאלטן אייערע בריוו.


שטארקט זיך מיט אמונה, פארמאכט אייערע אויגן און טראכטס ווי די גאנצע וועלט איז איין שטיק אייבערשטער און ווי איר שטייט אינדערמיט, טראכטס 'אלעס איז דער אייבערשטער, און דער אייבערשטער איז ממלא כל עלמין און מסובב כל עלמין, עס איז נישטא קיין מציאות אויסערן אייבערשטן, און אין יעדע איינציגסטע תנועה איז דארט באהאלטן דער אלופו של עולם, דומם, צומח, חי, מדבר - אלעס איז דער אייבערשטער, אלעס איז ער און ער איז אלעס'; דאס איז די גרעסטע הנאה און געשמאק וואס מען קען נאר האבן אויף די וועלט, מען שפירט שוין אויף די וועלט די הנאה וואס מען גייט זוכה זיין צו שפירן אין גן עדן.


איר שרייבט אז איר וויינט אסאך וכו'; מען מעג וויינען, אבער נאר אביסל, איין מאל א טאג מעגט איר זיך אויסוויינען וכו', אבער די איבריגע חלק טאג זאלט איר זיין נאר פרייליך, טאנצן און זינגען. דער הייליגער רבי זאגט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד), נאר איינמאל א טאג זאלן מיר זיך מאכן א חשבון הנפש, תשובה טון אויף וואס מען דארף תשובה טון; אבער א גאנצן טאג דארף מען נאר זוכן גוטס אין זיך, נאר קוקן גוטס אויף זיך.


נעמט דעם ספר תהילים און זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, ווען מען זאגט תהילים קומט ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6776 - דער שטן שפרינגט ביי יעדע שידוך
שדכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די אלע קללות וואס מען האט אייך צאמגעשאלטן פארן מאכן די שידוך וועט אויף אייך נישט קומען; נישט אויף אייך און נישט אויף אייער מאן.


האט נישט מורא פון די זאכן, מאכט וואס מער שידוכים, יעדע שידוך איז א שטאך דעם שטן אין פנים, דער שטן שפרינגט ביי יעדע שידוך, האט פון קיינעם נישט מורא.


צדיקים זאגן, ווער עס מאכט שידוכים, ווער עס העלפט מיט שידוכים - דער איז א פריינד פארן אייבערשטן, און ווער עס שטערט שידוכים איז פארקערט, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ד), דער אייבערשטער איז עוסק אין שידוכים, פון בריאת העולם איז דאס וואס דער אייבערשטער כביוכל טוט, איז פארשטענדליך אז דער וואס העלפט אז א שידוך זאל ווערן - איז ידיד ה'.


מיר וועלן אלע אפגעבן דין וחשבון אז מיר טוען נישט גענוג פאר שידוכים, מען וואלט געדארפט נאר עוסק זיין אין די מצוה, רחמנות האבן אויף בחורים און מיידלעך, רחמנות האבן אויף די שכינה הקדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6775 - נישט אפלאזן די תורה ביז דו וועסט שפירן די זיסע געשמאקע טעם
משניות, חובות, תפלין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז דו לערנסט משניות, דו האסט מסיים געווען שוין זיבן מאל משניות. אויך אז דו לערנסט גמרא, און דו האסט יעצט מסיים געווען סדר מועד. זיי ממשיך, זיי אן עקשן, נישט אפלאזן דאס לערנען ביז דו וועסט זוכה זיין צו שפירן די זיסע געשמאקע טעם, אזוי ווי דער רבי האט אמאל געפרעגט איינעם (שיחות הר"ן, סימן יז): "מַדּוּעַ לֹא תִּלְמַד", פארוואס לערנסטו נישט? "מַה תַּפְסִיד בָּזֶה, הֲלֹא תְּקַבֵּל עוֹלָם הַבָּא עַל הַלִּמּוּד", אז דו וועסט לערנען וועסטו נישט דערלייגן, דו וועסט באקומען עולם הבא, "וְאֵין צָרִיךְ לוֹמַר, כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד, אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא, רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", אפגערעדט ווען די תורה וועט זיך ארויסווייזן פאר דיר, זי וועט דיר ווייזן ליבשאפט - וועסטו שוין גארנישט וועלן, דו וועסט מער נישט דארפן קיין שכר, וועסט נאר וועלן נאך און נאך לערנען.


בארג נישט קיין געלט, קענסט גיין נאך געלט און צוביסליך איינזאמלען געלט און געבן פארן סופר, ביז דו וועסט ענדיגן באצאלן, וועט ער דיר פארקויפן תפילין דרבינו תם; ביז דערווייל זאלסטו בארגן תפילין דרבינו תם פון איינע פון די מתפללים, חס ושלום מאכן חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6774 - אנשטאט קוקן שלעכט, קוק מיט רחמנות
חינוך הילדים, כעס, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מהפך דיין כעס אויף רחמנות (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יח), אנשטאט קוקן שלעכט אויף די טאטע וואס איז נישט מחנך זיינע קינדער, די קינדער זענען הפקר; זאלסטו רחמנות האבן אויף די קינדער, זיי נעמען אונטער דיין פארטוך און זיי מגדל זיין מיט די גרעסטע מאס רחמנות.


וואס נעמסטו אויף דיר זאכן וואס פעלט נישט אויס? אז די קינדער האבן שאדן געמאכט דעם שכן'ס קאר, דאס האט נישט מיט דיר; זאל דער שכן גיין צו זייער טאטע וכו', זאל ער גיין צו דין תורה, אבער אויף די קינדער זאלסטו רחמנות האבן, זיי מקרב זיין און מהפך זיין די כעס צו רחמנות.


אויך אויפן טאטן זאלסטו מהפך זיין די כעס אויף רחמנות; וואס ווייסטו וואס עס גייט אריבער אויף מענטשן, מענטשן האבן אזוי סאך עגמת נפש און צער, מענטשן זענען היינט א בחינה פון שיכורת ולא מיין, שיכור פון צרות; מען דארף רחמנות האבן אויף יעדן איינעם, אויפזוכן גוטס אין יעדן איינעם, און אז מען כאפט א בזיון נעמט מען עס אן פאר כפרת עוונות.


אשרינו אז מיר האבן א רחמנות'דיגע רבי וואס געבט אונז אזעלכע שכל ווי אזוי צו קענען לעבן א זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6773 - געב פאר אידן א וועג ווי אזוי צו לעבן
בחור, הפצה, קבלה טובה, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לכבוד דיין געבורטס טאג זאלסטו זיך מקבל זיין מער עוסק זיין אין הפצה; נעם צאם די בחורים וואס האבן א געפיל צום רבי'ן און טיילט אייך איין צו גיין יעדע ערב שבת אין אלע שולן ביי ענק אין שטאט אויסלייגן אין שולן די גליונות. מענטשן זענען אזוי צעבראכן, מען האט נישט קיין וועג אין לעבן, מען גייט אזויפיל אריבער און מען האט נישט קיין וועג וואו אוועק צו לויפן, לויפט מען צו דראגס, צו אלקאהאל, מען לויפט אין שוויץ השם ישמרינו; דאס זאל זיין דיין קבלה פאר דיין געבורטס טאג.


פאר קומענדיגע יאר, ווען דו וועסט זיך יערן און דו וועסט זוכן וואס פאר א גוטע קבלה זיך פארצונעמען, זאלסטו זיך פארנעמען צו גיין נאך מער הפצה, לייגן אין די שולן גליונות, און געבן פאר בחורים און אברכים די שיינע זיסע קונטרסים וואס ווייזט א וועג ווי אזוי צו לעבן א זיסע לעבן מיטן אייבערשטן.


הפצה איז דיין זאך אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6772 - אוועקגעגעבן די בזיון פאר די וואס ווארטן אויף שידוכים און קינדער
קינדער, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהאט די וואך א גוטע בזיון, איך בין געווען ביי א שמחה און אפאר בחורים האבן מיך אנגעגאסן מיט וויין, מיינע ווייסע זאקן זענען געווארן אינגאנצן רויט, איך האב געדארפט ארויסגיין פון זאל זוכן ווער עס קען מיר געבן פרישע זאקן, איך בין געווארן גוט פארשעמט; האב איך מתפלל געווען פאר דיר, דו זאלסט זוכה זיין צו זרע של קיימא, איך האב געזאגט פארן אייבערשטן אז די בזיון געב איך אוועק פאר די וואס ווארטן אויף שידוכים און קינדער.


איך האב זיך דערמאנט וואס רבי נתן איז אריבער ווען ער איז געפארן חתונה מאכן זיין זון הרב הצדיק נחמן, קיין ליפאוויץ, די כלה'ס היימשטאט. דער מנהג פלעגט זיין אז ווען דער חתן מיט זיין משפחה פלעגן אנקומען אין שטאט, פלעגט די כלה'ס משפחה ארויסגיין זיי מקבל פנים זיין מיט מוזיק און געזאנג און זיי אריינפירן אין שטאט. ווען די מתנגדים פון ליפאוויץ האבן געהערט אז רבי נתן קומט, זענען זיי ארויס אים מקבל פנים זיין מיט אן אנדערע סארט קבלת פנים, מיט שטעקענעס און שטיינער, און די כלה'ס משפחה האט גערופן די פאליציי וכו', און ביז דערווייל איז רבי נתן אנטלאפן אין וואלד. ווען די פאליציי האט געמאכט סדר איז מען געגאנגען זוכן רבי נתן, האט מען אים געטראפן אינמיטן זיך מתבודד זיין מיט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, ווער אין דער וועלט באקומט אזא קבלת פנים ווי איך? אפילו ווען דער פשוט'ער וואסער טרעגער מאכט חתונה זיין זון באקומט ער נישט אזא קבלת פנים, רבונו של עולם וואס קומט מיר אזא קבלת פנים? איז דאס נאר ווייל איך אנטפלעק דעם הייליגן רבינ'ס גרויסקייט און זיינע עצות פאר די וועלט", נאכדעם האט רבי נתן זיך מחזק געווען מיטן רבינ'ס ווערטער: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען", ער האט געזינגען צו זיך די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, מיטן ניגון פון אשת חיל, נאכדעם האט ער באמערקט ווי זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער שטייט נעבן אים, איז ער מיט אים געגאנגען צו די חתונה און זיך זייער געפרייט; איך האב געטראכט צו מיר 'וואס קומט מיר אז איך זאל דארפן ארויסלויפן פון א משפחה שמחה, מען זאל מיך טשעפען? איז דאס אויך נאר פארן אנטפלעקן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די וועלט, דאס קאסט א טייערע פרייז'.


ווי זאגט רבי נתן אין די בריוו? "אשרינו אז מיר זענען נישט פון די מתנגדים אויפן הייליגן רבי'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6771 - זיך עקשנ'ען צו בלייבן אויף איין פלאץ ביים דאווענען און לערנען
דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיך אזוי מחי' געווען מיט דיין בריוו, איך ווארט אזוי שטארק צו באקומען פון דיר בריוו, צו זען ווי דו ביסט זיך מחזק אין עבודת השם יתברך, ווי דו לערנסט די הייליגע תורה, שיעורים כסדרן בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן, כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו.


שטארק זיך בעבודת התפילה, זיי זיך מקבל צו דאווענען אויף איין פלאץ, מאך נישט נאך די פליטעס, וואס רופן זיך עובדים - וואס שפאצירן אהין און צוריק, גייען און קומען; שטיי אויף איין פלאץ פון אנהויב דאווענען ביזן סוף, און אז דו שפירסט ווי די הויט ברענט דיר, קענסט נישט איינזיצן - זאלסטו זיך עקשנ'ען און יא בלייבן אויף איין פלאץ פון אנהויב דאווענען ביזן סוף.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געזאגט מיט יארן צוריק אין ישיבה פאר די בחורים, אז מען עקשנ'ט זיך צו בלייבן זיצן אויף איין פלאץ ביים דאווענען און ביים לערנען - ווערט מען בבחינת אדם היושב על הכסא, (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ו), מען איז א מענטש.


דאווען מיט א סידור, דאווען נישט פון אויסנווייניג. דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן יא): "יַרְגִיל אֶת עַצְמוֹ לְהִתְפַּלֵל בְּכָל כֹּחוֹ וּבְקוֹל הַמְעוֹרֵר הַכַּוָּנָה", מען זאל זיך צוגעוואוינען מיט אלע כוחות צו דאווענען אויפן קול, אזוי קען מען אינזין האבן דאס דאווענען, "לְהַדְבֵּק הַמַחְשָׁבָה לְדִיבּוּר", מען האט אינזין וואס מען בעט, "וּפָּנָיו אֶל הַכּוֹתֵל בְּתוֹךְ סִידוּר הַתְּפִלָה בַּבּוֹקֶר וּבָעָרֶב", מען זאל דאווענען אויף איין פלאץ מיט א סידור, "וְלֹא יִסְתַּכֵּל לִצְדָדִין מִתְּחִלַת הַתְּפִלָה עַד סוֹפָהּ", און מען זאל נישט ארום קוקן וואס טוט זיך ארום און ארום, נאר אריינקוקן אין סידור, "וּבַּחֲזָרַת הַשַׁ"ץ הַשְׁמוֹנָה עֶשְׂרֵה יְעַיֵּין בְּסִידוּר לַעֲנוֹת אָמֵן בְּכָל כֹּחוֹ עַל כָּל בְּרָכָה וּבְּרָכָה", און ביי הויכע שמונה עשרה זאל מען אריינקוקן אין סידור און ענטפערן אמן מיט כוונה, "וּבִּשְׁעַת קְִרִיאַת הַתּוֹרָה לְהַטּוֹת אָזְנוֹ עַל כָּל דִיבּוּר וְדִיבּוּר מֵהַקוֹרֵא כְּקוֹרֵא אֶת הַמְגִילָה", און ביים ליינען זאל מען זאל מען אויסהערן דאס ליינען אזוי ווי מען הערט אויס מגילה ליינען, "וְלַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כְּאִלֵם בְּבֵית הַכְּנֶסֶת אֲפִילוּ קוֹדֶם הַתְּפִלָה וְאַחֲרֶיהָ עַד הֲלִיכָתוֹ לְבֵּיתוֹ", און מען זאל זיך מאכן ווי א שטומער ווען מען דאווענט.


דאס זאל זיין אויף וואס דו זאלסט זיך פארלייגן פאר די קומענדיגע טעג, און איך האף צום אייבערשטן צו קענען זיין דער גוטער שליח, זיין דיין שדכן מיט א גוטער שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6770 - פלאנצט אין די קינדער א ליבשאפט צו די תורה און איידלקייט
הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... נרו יאיר, וזוגתו תחי'


איך האב ערהאלטן ענקער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוס, איך פריי זיך אז איר גייט אין די וועג פון אייערע טייערע עלטערן וואס זענען זיך מוסר נפש זייער גאנצע לעבן פאר אידישע קינדער, איינפלאנצן אמונה און תורה, דעם הייליגן רבינ'ס עצות און שכל, די זיסע וועג, אז אלע זאלן האבן די חיים טובים.


גייט אן מיט אייער הייליגע ארבעט, פלאנצט אין די קינדער א ליבשאפט צו די תורה, און א ליבשאפט צו איידלקייט.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן, און אויך פאר אייער גרויסע זיידע שליט"א.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6769 - א מאמע האט נישט קיין עין הרע
קינדער, כיבוד אב ואם, תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן די גוטע נייעס, דער אייבערשטער זאל העלפן אלעס זאל זיין בנקל ובנחת.


מען געבט זיך טאקע אכטונג פון דערציילן וכו', אין די ערשטע חדשים דערציילט מען נישט צוליב עין הרע, אבער פאר א מאמע - איז א מצוה צו דערציילן, און "שׁוֹמֵר מִצְוָה לֹא יֵדַע דָּבָר רָע" (קהלת ח, ה), מיט כיבוד אם דערלייגט מען נישט, א מאמע האט נישט קיין עין הרע, א מאמע וויל נאר דאס גוטס פון די טאכטער.


איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים; וואלטן מענטשן געוואוסט ווי שטארק תודה והודאה איז, ווי עס פארטרייבט אלע קליפות און אלע שלעכטס, ווי עס נעמט אוועק אלע עין הרע'ס - וואלטן מענטשן נישט אויפגעהערט זאגן: "שכוח אייבערשטער", מען וואלט טאג און נאכט געדאנקט דעם אייבערשטן, ווייל דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פארטרייבט אלע קליפות, אלע שדים און אלע עין הרע'ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6768 - אויף תפילה דארף מען אסאך חיזוק און אסאך סבלנות
פחדים, סבלנות, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


עס איז נישט גערעכט אז איר ווילט מער נישט בעטן די תפילות פון די בריוו וואס איך האב אייך געשריבן, א תפילה צו זיין פרייליך; איר זאגט עס איז שוין אזוי לאנג וואס איר בעט אויף דעם, אז איר קענט מער נישט ארויסזאגן די תפילה.


וויסן זאלט איר, מען דארף האבן אויף תפילה אסאך חיזוק און אסאך סבלנות, און אפילו מען זעט ווי עס גייט אריבער אזא לאנגע צייט וואס מען בעט און מען זעט נאך נישט די ישועה - דארף מען ווייטער מתפלל זיין און ווייטער בעטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ב): "כי עיקר כלי זינו של משיח הוא התפילה", די געווער פון א איד איז תפילה, "שהוא בחינת חוטם", תפילה אזוי ווי די נאז, די נאז ווייזט אויף אריכות אפים, אויף סבלנות, מען דארף אסאך געדולד ביי תפילה, און נאר אז מען האט די געווער פון תפילה, אינאיינעם מיט אסאך סבלנות - דעמאלט קען מען אייננעמען אלעס און זוכה זיין צו ניסים.


זאגט יעדן טאג קאפיטל כט, גלייבט אין דעם, גלייבט אין רבינ'ס ווערטער אז דאס וועט אייך אויסהיילן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", אז מען זאגט קאפיטל כט נעמט מען אוועק דעם רוח רעה וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש, דאס וועט פארטרייבן די שווארצע וואלקענעס וואס שוועבן אויף אייך, די שווארצע וואלקענס וועלן אוועק גיין.


"מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה' בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַה' כָּבוֹד וָעֹז, הָבוּ לַה' כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ. קוֹל ה' עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים ה' עַל מַיִם רַבִּים. קוֹל ה' בַּכֹּחַ קוֹל ה' בֶּהָדָר. קוֹל ה' שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר ה' אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן. וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִׂרְיֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים. קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ. קוֹל ה' יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל ה' מִדְבַּר קָדֵשׁ, קוֹל ה' יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשֹׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד, ה' לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב ה' מֶלֶךְ לְעוֹלָם, ה' עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6767 - זיך פלאגן און מיען פאר זאכן וואס בלייבט
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לערערין ... תחי'


די עלטערן שרייבן מיר אז די קינדער קומען אהיים פון אייער כיתה אזוי פרייליך און אזוי ליכטיג.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר געבט זיך אוועק פאר בית פיגא, איר לייגט אריין אייער הארץ און אייערע כוחות פאר אונזערע קינדער, זיי זאלן אויפוואקסן מיט א ריינע חינוך, א חינוך פון אמונה, א חינוך פון ליב האבן דעם אייבערשטן און ליב האבן די הייליגע תורה וועג, נישטא די ווערטער אראפצומאלן וואס פאר א שכר עס ווארט פאר לערערינס וואס לערנען בנאמנות, פארן אייבערשטנ'ס וועגן.


עס איז אנגעשריבן אנהויב יאר וויפיל עגמת נפש יעדער מענטש דארף אריבערגיין, ראש השנה שרייבט מען אפ פינקטליך וויפיל פלאג און מיה מען וועט האבן די יאר; ביי איינעם איז עס פלאג און מיה וואס בלייבט גארנישט דערפון, און ביי דער וואס איז זוכה - איז די פלאג אין מיה אין זאכן וואס בלייבט, סיי ביי די משפחות וואס ברענגען קינדער, דאס קאסט פלאג און מיה, און סיי ביי די וואס געבן זיך אוועק אויפצושטעלן מוסדות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6766 - וויפיל כוחות די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין דיינע קינדער
תפילה והתבודדות, הפצה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואלסטו געוואוסט וויפיל כוחות די מלמדים און לערערינס לייגן אריין אין דיינע קינדער טאג איין טאג אויס, ווי זיי געבן אכטונג אויף דיינע קינדער - וואלסטו זיי גערופן זאגן שכוח און זיי מטיב געווען.


טייערער ברודער, גיי יעדן טאג א שפאציר ארום דיין שטוב און רעד צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט דעם אייבערשטן דיין לעבן זאל דיר אריבער גיין מיט תכלית.


זיי ממשיך מיט הפצה, מענטשן זאגן מיר דו האסט זיי אויפגעלעבט זייער לעבן, האסט זיי מקרב געווען צום רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6765 - זיך אויפפירן שיין, נישט פאררעכטן אנדערע געשוויסטער
כיבוד אב ואם, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייערע געשוויסטער פירן זיך נישט אויף מיט דרך ארץ צו אייער מאמע, ווען אייער מאמע גייט צו אייער שוועסטער אויף שבת און אירע קינדער פירן זיך נישט אויף מיט דרך ארץ און זי זאגט זיי ווי אזוי זיך צו פירן - קומט אייער שוועסטער צו לויפן און זאגט פאר ענקער מאמע: "מיש זיך נישט אריין, זאג נישט, טו נישט, טייל נישט איין"; איר פרעגט וואס איז ריכטיג צו טון.


ריכטיג איז איר זאלט מכבד זיין, איר זאלט רעדן שיין, ווייל אז איר וועט רעדן וועט מען אייך דאך נישט אויסהערן, איר האט זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן און באקומען פון רבי'ן א מאמע, איר האט באקומען פון רבי'ן א באגריף פון די טייערקייט פון א מאמע, אייערע געשוויסטער זענען נעבעך נאכנישט מקורב, זיי לעבן מיט די טעראפיסטן וואס העצן אן די יוגענט קעגן עלטערן, אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים (יבמות סה:): "כשם שמצוה על אדם לומר דבר הנשמע", אזוי ווי עס איז א מצוה צו פאררעכטן און זאגן וואס איז ריכטיג ווען מען הערט אויס, "כך מצוה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע", אזוי איז א מצוה נישט צו זאגן ווען מען ווייסט אז מען וועט נישט אננעמען.


איר זאלט שיין רעדן צו אייער מאמע, איר זאלט איר מכבד זיין, איר זאלט איר אויסהערן און אויסרעדן, דאס וועט אייך זיין א זכות פאר אייערע דורות, ווייל עס איז נישטא קיין גרעסערע מצוה פון די מצוה פון כיבוד אב ואם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6764 - דעם שבת זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן צו זיין מקורב צום צדיק
חנוכה, שלום בית, צדיקים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת, שבת חנוכה - איז א צייט וואס מען קומט זיך צוזאמען ביים הייליגן רבי'ן. דער רבי האט געזאגט, ווער עס וועט קומען די דריי זמנים צו אים; ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות - וועט ניצול ווערן פון עולם התוהו. דער רבי ראטעוועט אונז נאך דא אויף די וועלט פון עולם התוהו, מען זעט מענטשן דרייען זיך ארום, מען טראכט פון געלט, פון תאוות, פון כבוד וכו' וכו'; מען פארגעסט אז עס איז דא א באשעפער וואס מאכט אלעס און טוט אלעס, מען פארגעסט אז עס איז דא א בית החיים וואס קיינער וועט זיך פון דעם נישט קענען ארויסדרייען, און דער רבי דערמאנט אונז מיר זאלן לעבן מיט תכלית, לעבן מיט תודה והודאה. שבת חנוכה באקומען מיר פון רבי'ן די זאך פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אויפזוכן דאס גוטס אין לעבן, און אויף דעם דאנקען און לויבן.


קריג זיך נישט אין שטוב, זיי א ותרן אין שטוב, און אז מען שרייט אויף דיר - זאלסטו חס ושלום נישט ענטפערן, נאר דן זיין לכף זכות. דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן רעדן שיין אין שטוב און האלטן טייער די ווייב; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם", די פרויען ליידן גאר אסאך צער און ווייטאג פון די קינדער, "צַעַר הָעִבּוּר", זיי ליידן בשעתן טראגן, "וְהַלֵּדָה", נאכדעם די צער פון געבוירן, "וְהַגִּדּוּל", און צער פון אויפציען די קינדער, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", אזוי ווי עס איז פאר יעדן באקאנט ווי שווער עס איז אריבער צו גיין די זאכן. דער הייליגער רבי נתן זאגט (שם, סימן רסג), ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט ביי אינגעלייט אז זיי צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ענדיגט זיך דאס מיט א גט חס ושלום, האט דער רבי געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דאס איז מעשה שטן, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב ווארפט ער אראפ דעם מענטש אין ביטערע עבירות, דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין זיין נעץ השם ישמרינו.


דעם שבת זאלסטו זיך מתבודד זיין און בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין מקורב ווערן צום צדיק, און זיך נישט לאזן אפנארן בזה העולם. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן, די טעג און די יארן גייען אריבער און אז מען נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות איז מען זוכה צו קומען צו די העכסטע מדריגות.


וואו איז דער רבי? וואו איז דער צדיק? דארט וואו מען רעדט פון צדיק, אזוי ווי די מעשה וואס מוהרא"ש דערציילט, עס איז געקומען צו רבי נתן א איד ר' משה, און ווען רבי נתן האט אזויפיל גערעדט פון צדיק, אז מען דארף האבן א צדיק, מען דארף לעבן מיט א צדיק, אלע השפעות קומען דורכן צדיק - האט ער זיך זייער צופלאמט, און ער איז צוריק געפארן צו זיין רבי, (ער איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חסיד).


שפעטער איז ער צוריק געקומען צו רבי נתן, ער האט געפרעגט רבי נתן: "איך האב געהערט פון אייך אזויפיל רעדן פון צדיק, איך זאג אייך דעם אמת, מיין רבי איז טאקע א צדיק, אבער ביי אים באקום איך נישט וואס איך באקום פון אייך", זאגט אים רבי נתן: "מיר זעען אין די תורה (פרשת השבוע) פרעה זאגט פאר יוסף (בראשית מא, לט) 'אַחֲרֵי הוֹדִיעַ אֱלֹקִים אוֹתְךָ אֶת כָּל זֹאת אֵין נָבוֹן וְחָכָם כָּמוֹךָ', נאכדעם וואס דו האסט מיר אנטפלעקט וואס דער אייבערשטער האט דיר געוויזן, זאג איך אז עס איז נישטא קיין גרעסערער חכם ווי דיר", זאגט אים רבי נתן: "פרעה איז שוין קלוגער פון דיר, ווייל ווען דו האסט געהערט דא ביי מיר דאס גרויסקייט וואס מען באקומט ביים צדיק - וואלסטו געדארפט פארשטיין אז דא וואו דו הערסט אזעלכע גילויים, איז א סימן אז דער צדיק איז דא"...


מוהרא"ש פלעגט אונז דערציילן די מעשה, מוהרא"ש האט אונז אפילו דאס אויסגעלערנט, מיר זאלן זיך מאכן דעם חשבון 'ווער איז מיר מגלה דעם אייבערשטן? ווער איז מיר מגלה אז איך – וואס איך ווייס דאך יא אביסל ווער איך בין – זאל אויך קענען לעבן מיטן אייבערשטן און לערנען די הייליגע תורה און זיך אויסקומען מיט א ווייב מיט קינדער וכו' וכו'?' דארט איז דער צדיק.


שבת זאלסטו זיין נאר פרייליך.


א גוט שבת און א פרייליכן חנוכה.

#6763 - וואס וועסטו האבן פון א באקס מיט געלט?
תודה והודאה, חינוך הילדים, חנוכה, געלט, הלל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חנוכה ביי הלל זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום צדיק. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אהבה, סימן ח): "עַל יְדֵי אֲמִירַת הַלֵּל", דורך זינגען הלל, "בְּקוֹל גָּדוֹל", מיט א הויכע קול - "זוֹכִים לְאַהֲבַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", איז מען זוכה, מען הויבט אן ליב האבן דעם אייבערשטן. נאך זאגט דער רבי (שם אות מריבה, סימן ג): "עַל יְדֵי קְרִיאַת הַלֵּל", דורך זינגען הלל, "יוֹשִׁיעַ לְךָ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", וועט דער אייבערשטער דיר העלפן - "מֵאוֹיְבֶיךָ", פון דיינע פיינט; זינג: "מקימי מעפר דל", האסט מיך אויפגעהויבן פון מיין בלאטע, "מאשפות ירים אביון", פון די מיסט האסטו מיך אויפגעהויבן; איך ווייס דאך יא ווער איך בין געווען, וואו בין איך געלעגן; פון די מיסט, פון די טומאה - האט מיך דער צדיק מקרב געווען צום אייבערשטן.


חנוכה ווערט אנטפלעקט די אור הגנוז, די אמונה, די הייליגע חשמונאים האבן מנצח געווען, מען האט געזען אז עס נישטא קיין טבע, נישט קיין מקרה, קיין מזל, עס איז נאר דא אייבערשטער.


אנשטאט טראכטן פון געלט - טראכט פונעם אייבערשטן; וואס וועסטו האבן אז דו וועסט האבן א באקס מיט געלט? א שטוב מיט געלט? וועסט נאכאלץ דארפן צוקומען צום אייבערשטן; אטעמען קענסטו נישט אליין, מען קען נישט אוועק לייגן א באקס מיט לופט, און געזונט קענסטו אויך נישט אליין, מען קען נישט אוועק לייגן א באקס מיט געזונט, מען דארף אנקומען צום אייבערשטן; איז וואס עפעס ביי געלט פיבערט דיין מח ווי מען קען אוועק לייגן געלט? אנשטאט אוועקגעבן די לעבן צו טראכטן פון געלט - זאלסטו טראכטן נאך איין מינוט 'עס איז דא א באשעפער וואס איז מחי' די וועלט, מהוה די וועלט, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס און נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן ווען מען איז געדרוקט'.


לכבוד חנוכה זאלסטו געבן פאר דיינע קינדער'ס מלמדים און לערערינס א טיפ (געלט-מתנה), חנוכה איז א צייט פון חינוך הבנים והבנות, מען דארף אלעס טון פאר די חינוך הבנים והבנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6762 - דער אייבערשטער מאכט ציין ווייטאג צו ראטעווען פון פליגער קראך
תפילות אויף אידיש, שמחה, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שטארקט זיך מיט אמונה, חזר'ט זיך 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער מאכט אלעס, דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס'; ווייל ווי מער מען חזר'ט זיך אמונה - אלץ מער געזונט ווערט מען, און אלץ מער כח האט מען.


אויב עפעס גייט נישט ווי אזוי מען וויל - טאר מען נישט ווערן אויסער זיך, מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס. יעצט איז געווען א שרעקליכע זאך, א קליינע פליגער האט אראפגעקראכט און א איד איז געשטארבן. דערציילט א תלמיד פון ישיבה, ער האט געדארפט זיין אויף דעם פליגער, ער לערנט זיך יעצט ווי צו פליען, און א טאג פריער האט ער באקומען שרעקליכע ציין ווייטאג, אז ער האט גערופן דער וואס לערנט אים אויס ווי צו פליען אז ער וועט נישט קענען קומען מארגן, און יעצט דאנקט ער און לויבט דעם אייבערשטן פאר די ציין שמערצן וואס דער אייבערשטער האט אים געגעבן א מתנה צו ראטעווען זיין לעבן.


זאגט די תפילה יעדן טאג צום אייבערשטן, און אויך לייגט צו אייגענע ווערטער, און נאך אסאך בעטן אויף שמחה - וועט איר זוכה זיין צו שפירן גן עדן אויף די וועלט:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז די פיס, אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


אנא השם, איך בעט דיר אייבערשטער, נעם אוועק פון מיר די עצבות און מרה שחורה, העלף מיר איך זאל נאר זיין פרייליך און איך זאל זוכה זיין צו פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליין, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.