בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6811 - אז מען פרובירט דיך צו צעברעכן, זאלסטו מער גיין הפצה
חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס ביסטו אזוי צעבראכן? וואלסטו געוואוסט ווי מען בארימט זיך אין הימל מיט א מפיץ, ווי חשוב אין הימל איז דער וואס פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די וועלט - וואלסטו נישט געווען צעבראכן, דו וואלסט געטאנצן פאר שמחה פון די נחת רוח וואס די ביסט גורם אין אלע עולמות עליונים.


מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז רש"י הקדוש אים אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל'ע זלאטשובער אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליין וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליין רעש'ט זיך נאכנישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער איז אזוי חשוב".


אז מען פרובירט דיך צו צעברעכן - זאלסטו ווערן שטערקער און שטערקער, און מער גיין הפצה, מער פארשפרייטן די ליכטיגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6810 - הייליגער באשעפער געב אונז קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


זונטאג, נאכדעם וואס דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב, ענק האבן געוויינט פאר קינדער, ענק ווילן געהאלפן ווערן מיט קינדער - בין איך געגאנגען צו א משפחה חתונה און איך האב געהאט בזיונות, קינדער און יונגע בחורים האבן גענומען קונטרסים עצתו אמונה (זעט אויס א מפיץ איז געווען דארט ביי די חתונה), זיי האבן דאס צעריסן און ארום געווארפן, איך האב געהאט שטילע בזיונות, ברוך השם עס איז געווען מיט רחמנות, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין ברחמים ובחסדים.


האב איך געבעטן דעם אייבערשטן ענק זאלן האבן קינדער; איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס אז ענק זענען געהאלפן געווארן.


שטארק דיין ווייב, און זי זאל דיך שטארקן. יעדן טאג זאלן ענק אינאיינעם דאנקען דעם אייבערשטן, און נאכדעם אינאיינעם בעטן: "הייליגער באשעפער געב אונז קינדער, הייליגע קינדער, קינדער תלמידי חכמים, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6809 - בלייב אין שטוב, זיי אן ערליכער איד
שלום בית, משניות, סדר דרך הלימוד, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דיין ווייב שרייבט מיר אז עס איז איר אזוי שווער, זי ווארט גאנצע נעכט דו זאלסט אהיים קומען, זי גייט יעדע נאכט אליין שלאפן, זי שרייבט זי שפירט ווי עס גייט שוין צו איר מח, ווי זי גייט כאפן א נערווען צאמבראך השם ישמרינו.


ביסט דאך א קלוגער אינגערמאן, ביסט נישט קיין נאר, וואס וועסטו טון אז דיין ווייב וועט חס ושלום באקומען א נערווען צאמבראך השם ישמרינו? עס וועט דיר דאך זיין אזוי ביטער, איז פארוואס זאלסטו נישט אהיים קומען צייטליך, זיין אין שטוב, העלפן מיט די קינדער, און מחזק זיין די ווייב, זיך לייגן שלאפן צייטליך און אויפשטיין צייטליך.


דו אליין ביסט מודה אז דיין ווייב איז דיר אזוי גוט, זי איז דיר אזוי געטריי, מען זעט נישט אזא געטריישאפט ביי אנדערע פרויען, קומט איר נישט צו זיצן אליין נאכט נאך נאכט; וואלסטו געגאנגען אין שול לערנען די הייליגע תורה, וואלסטו געדינט דעם אייבערשטן גאנצע נעכט - וואלט מען איר געדארפט געבן חיזוק זי זאל זיך פרייען אז איר מאן לערנט, אבער וואו ביסטו? דו זיצט אין קיאסק, פארברענסט דיינע נעכט; רבונו של עולם וואס איז שוין דא צו טון אזוי לאנג אויפן קאמפיוטער? מוהרא"ש רופט אן דעם קאמפיוטער 'מכשף' ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין סז:), וואס איז די לשון כישוף? "מכחישין פמליא של מעלה", דאס טוט אפשוואכן די כח פון די קדושה, אזוי אויך דער קאמפיוטער - מחשב (מכשף); "למה נקרא שמן כשפים, שמכחישין פמליא של מעלה".


מיין ליבער טייערער ברודער, איך געב נישט אויף אויף דיר, איך ווייס דו ווילסט זיין גוט און דו וועסט זיין גוט, און אפילו מיר האבן שוין אזויפיל גערעדט, פרוביר איך נאכאמאל דיך בעטן זאלסט רחמנות האבן אויף דיר, אויף דיין ווייב און אויף דיינע קינדער.


בלייב אין שטוב אזוי ווי מיר האבן געשמועסט, ביינאכט זאלסטו נישט ארויסגיין פון שטוב, בלייב אין שטוב, זיץ מיט א משניות, א גמרא, לערן די הייליגע תורה; זאג משניות, זאג גמרא - וועסטו זיך מדבק זיין צום אייבערשטן.


משניות רייניגט דעם מענטש, משניות איז משנה דעם מענטש, מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון אלע פראבלעמען וואו דער מענטש איז נעבעך אריינגעפאלן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען גמרא, בלייב אין שטוב און לערן גמרא. דער הייליגער זוהר זאגט (תיקונים, אנהויב): "וּמָאן דְּבָעִי לְמֶחְזֵי לְמַלְכָּא, לֵית לֵיהּ רְשׁוּ לְמֶחְזְיֵיהּ אֶלָּא בְּבֵיתֵיהּ", ווער עס וויל זען דעם קעניג - קען אים נאר זען אין שטוב, "וְרָזָא דְמִלָּה חָכְמָה לָא אִשְׁתְּמוֹדְעָא אֶלָּא בְּבֵיתֵיהּ", קען מען זאגן בדרך אפשר, מען קען זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן נאר אז מען איז אין שטוב; מיט שלום בית, מיט ליבשאפט.


יעצט חנוכה איז א גוטע צייט זיך צו באנייען מיט לימוד התורה. זיץ אין שטוב און זאג גמרא, דאס וועט פארברענען די קליפות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת לִילִית'", און אז מען לערנט גמרא - פארברענט מען די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן אין פגם הברית.


עס איז אזא נישט גוטע געפיל, ווען די ווייב גייט ארבעטן אינדערפרי און זי זעט ווי דער מאן בלייבט שלאפן ביז סוף טאג, און ווען זי קומט אהיים דעמאלט הויבט דער מאן אן זיין טאג, און נאכדעם ווערט ער נעלם ביז סוף נאכט. איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער, גיי מער נישט אין קיין קיאסק, בלייב אין שטוב, זיי אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6808 - א צדיק טראכט נאר פונעם אייבערשטן
תהלים, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מענטשן זענען זיך אזוי מחי' מיט די וועכנטליכע קונטרסים עצתו אמונה, מענטשן ווארטן אויף דעם א גאנצע וואך, עס איז זיי אזוי מחי', עס געבט זיי אזויפיל חיזוק, און עס ווייזט די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ווי זיך צו פירן אין לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


עס איז אזוי וויכטיג זאלסט צוריק אנהויבן מאכן די עצתו אמונה פאר קינדער, ווייל דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך גיטאן", און רבי נתן זאגט אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע ברען און מיט א התלהבות, און דאס איז זייער וויכטיג, ווייל אז מען וואקסט אויף מיט אמונה און מיט אמונת חכמים - איז דאס לעבן זיס און גוט.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פון הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, ווי ער זיצט מיט קייטלעך אויף די הענט און אויף די פיס, מיט א ספר תהילים אין די האנט, און ווי א פאליציי מאן עפנט די טיר.


טייערע קינדער, מיר האבן נישט קיין אנונג דאס גרויסקייט פון צדיקים, ווי זיי דינען דעם אייבערשטן אין אלע צייטן; אפילו מען רודפ'ט זיי און מען פייניגט זיי, דאך בלייבן זיי געטריי דעם אייבערשטן, זיי לאזן נישט אפ זייער דביקות.


דער הייליגער צדיק דער בעל התניא זכותו יגן עלינו איז אריבער שרעקליכע רדיפות פון די מתנגדים, מען האט אים פאר'מסר'ט פאר די רוסישע רעגירונג אז ער וויל אונטערווארפן די רעגירונג, און מען האט דעם צדיק אריינגעלייגט אין די רוסישע תפיסה.


קינדער, וואס טראכטן ענק, וואס טוט דער צדיק אין תפיסה? קינדער מיר האבן נישט קיין אנונג וואס א צדיק איז, א צדיק טראכט נאר פונעם אייבערשטן, אים איז נישט קיין חילוק וואו ער איז; ווען ער איז אין שול טראכט ער פונעם אייבערשטן, ווען ער איז אין שטוב טראכט ער פונעם אייבערשטן, ביים עסן, ביים שפאצירן, אינטערוועגענס טראכט ער פונעם אייבערשטן, און אויך ווען עס גייט אריבער אויף אים שווערע צייטן טראכט דער צדיק נאר פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער בעל התניא זאגט תהילים, ער זאגט די ווערטער: "'פדה בשלום נפשי מקרב לי', אייבערשטער דו ראטעוועסט מיך אזויפיל מאל פון מיינע מלחמות פון מיינע ליידן", און עס עפנט זיך אויף די טיר... עס קומט אריין דער גרויסער אפיציר, און זאגט: "ראבינער באפרייט!" דער צדיק האט געענדיגט די קאפיטל תהילים און מיט דאנק צום אייבערשטן איז ער ארויס פון תפיסה.


טייערע קינדער, מיר וועלן זיך אפלערנען פון די הייליגע צדיקים, מיר וועלן יעדן טאג זאגן תהילים, און אפילו ווען עס גייט אריבער אויף אונז שווערע טעג - וועלן מיר אויך זאגן תהילים, און דער אייבערשטער וועט מאכן נסים, און מיר וועלן געהאלפן ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6807 - ווערן פארשעמט פאר'ן אייבערשטן
תשובה, בזיונות, וידוי

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי זיך מתוודה, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו האסט געטון, און אז דו וועסט ארויסזאגן אלעס בפה מלא פארן אייבערשטן, און צוזאגן אז דו וועסט מער נישט טון - וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין און דו וועסט זוכה זיין צו אמת'ע תשובה.


דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן פרעגט (באור הלקוטים, דבור המתחיל ויש להתפלא), דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק", אז מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ - דאס איז דער עיקר תשובה, פרעגט ער, ווי קען זיין אז דער עיקר תשובה איז 'ישמע בזיונו ידום וישתוק', ווען אין אלע דורות ארויף ביזן רבי'ן ווערט נישט דערמאנט די זאך פון 'ידום וישתוק', איז אלע דורות ביזן רבי'ן האבן נישט תשובה געטון? הגם חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יב:): "כל העובר עבירה ומתבייש בו, מוחלין לו על כל עוונותיו", ווער עס זינדיגט און טוט תשובה - איז מען אים מוחל אלע עבירות, אבער דאס איז מצד די יסורים וואס דער מענטש גייט אריבער, אבער נישט אז דאס איז דער עיקר תשובה, און נאכמער פרעגט ער, ווי קען זיין אז תשובה זאל זיין תלוי אין א צווייטן מענטש? עס קומט אויס אז אויב וועט קיינער אים נישט פארשעמען, קען מען נישט זוכה זיין צו קומען צו תשובה? און אפילו מען וויל תשובה טון קען מען נישט תשובה טון נאר אויב איינער וועט קומען מיך פארשעמען? און נאכמער, ווי קען זיין אז תשובה איז אנגעהאנגען אין אן עבירה, ווייל פארשעמען איז דאך אן עבירה! קומט אויס מען קען נאר זוכה זיין צו תשובה אויב א צווייטער קומט און פארשעמט?!


זאגט ער, 'עיקר התשובה ישמע בזיונו ידום וישתוק' - איז ווען דער מענטש איז זיך מתוודה צום אייבערשטן, ער דערציילט פארן אייבערשטן וואס ער האט געטון, און ער ווערט פארשעמט - דאס איז דער עיקר תשובה, אזוי ווי דער רבי האט געפרעגט רבי נתן: "ווערסטו ריץ רויט פאר בושה פונעם אייבערשטן?!" אז מען דארף דערציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס מען האט געטון במחשבה דיבור און מעשה, אלעס דערציילן, און איבער בעטן, און צוזאגן אז מען גייט מער נישט טון, דאס איז תשובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6806 - די ווייב ווארפט צוריק די מתנה
חינוך הילדים, חנוכה, שלום בית, משניות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעם א משניות און זאג אפאר פרקים משניות, נאר דאס וועט דיר בלייבן, נאר דאס איז תכלית. נעם א גמרא און זאג בלעטער גמרא, דאס וועסטו מיט נעמען מיט דיר אויף יענע וועלט.


הער אויס וואס צדיקים זאגן, נאר די צדיקים ווייסן וואס איז תכלית און וואס מאכט פרייליך. הער א מעשה, אמאל איז דאקטער לאנדא פון אומאן אריין צו רבי נתן אין שטוב און געהערט ווי רבי נתן רעדט פון תכלית, ער הערט זיך צו וואס רבי נתן רעדט, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), מענטשן מוטשען זיך פאר גארנישט, נאר תורה ותפילה איז תכלית, נאר דאס איז ווערד, נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש. דר. לאנדא טראכט צו זיך: 'וואס ווייסט דען רבי נתן וואס מיינט גוט אז ער רעדט פון גוטס? ווייסט ער דען ווי גליקליך איך בין, איך האב היינט פארדינט גרויס געלט, און געקויפט א טייערע צירונג פאר מיין ווייב, וואס האט דען רבי נתן אפילו אן אנונג וואס גוטס מיינט?' און רבי נתן זאגט ווייטער: "א מענטש קען פארדינען געלט און אפילו קויפן א טייערע צירונג פאר זיין ווייב, און ער קומט אהיים און געבט איר די מתנה, און זי איז נישט צופרידן, עס ווערט א גאנצע מחלוקה פון דעם, ער אנטלויפט פון שטוב און זוכט נאר ווי אזוי זיך צו הרג'ענען", דר. לאנדא טראכט: 'א בטלן דער רבי נתן, וואס רעדט ער? וואס ווייסט ער?!'


למעשה איז רבי נתן געווען גערעכט, דער דאקטאר לאנדא איז אהיים, ער האט געגעבן פאר זיין ווייב די מתנה וואס ער האט איר געקויפט, און זי האט דאס נישט ליב געהאט. עס האט זיך אנגעהויבן א קריגעריי צווישן זיי, ביז ער איז ארויסגעלאפן פון שטוב, עס איז אים געווארן אזוי ביטער אז ער האט אנגעהויבן טראכטן פון זיך הרג'ענען. ער איז געלאפן צו רבי נתן און געזאגט: "איי ווי גוט האט איר צוגעטראפן; פינקט די ווערטער פון דעם שמועס האט ביי מיר פאסירט", רבי נתן האט אים מחזק געווען, ביז ער האט אים ארויסגעטריבן די שלעכטע מחשבות פון זיך הרג'ענען.


נעם נישט ארויס פון די מעשה נישט צו קויפן מער מתנות וכו'; קויף יא מתנות פאר דיין ווייב, אבער נאר אז דו וועסט זאגן משניות וועסטו זיין פרייליך, נאר אז דו וועסט רעדן צום אייבערשטן אפאר מינוט יעדן טאג וועסטו זיין פרייליך, אלעס אנדערש איז נאר צייטווייליגע זאכן, עס ענדיגט זיך מיט גארנישט; נאר תורה ותפילה, נאר חינוך הבנים והבנות - דאס בלייבט, דאס איז נצחיות.


חנוכה איז א צייט פון אנהויבן פריש אינוועסטירן אין שטוב מיט די קינדער, דער עיקר דארף מען אינוועסטירן אין שמחה; טאנצן אין שטוב, עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער אין שטוב, געבן גוטע ווערטער פאר אלעמען; די מאן פאר די ווייב און די ווייב פארן מאן, און ביידע פאר די קינדער, מען טאר נישט זיין קארג ביים געבן גוטע ווערטער, און מען דארף מחמיר זיין, אפילו עס קומט זיך נישט די גוטע ווערטער - זאל מען עס געבן, באגיסן יעדע קינד באזונדער מיט גוטע ווערטער, די גוטע ווערטער דאס איז די געזונסטע זאך, דאס מאכט זיי וואקסן געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#6805 - אום שבת, יום טוב, און ביי שמחות, ווערט צעשפילט די נערווען
חנוכה, מוסדות, ארץ ישראל, נערווען, עשרה בטבת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז די הייליגע טאג זאת חנוכה. עס שטייט פון צדיקים אז מען קען פועלן זאת חנוכה ישועות, זאלסטו זיך היטן פון קנאת המלאכים; היט זיך פון כעס און פון מחלוקת, ווייל יעדע מאל עס קומען די הייליגע טעג ווערט א פחד, די מלאכים זענען מקנא דעם מענטש און זיי זוכן אים אראפ צו ווארפן אין מחלוקת, אין כעס, פאר שטותים והבלים. וועסט גוט קוקן, יעדע שבת און יום טוב, און אויך ביי שמחות - ווערט דער מענטש צעשפילט מיט נערווען וכו' וכו', מען הויבט אן שרייען אויף די ווייב און קינדער, מען הויבט אן מיט פארשעמען השם ישמרינו; זאלסטו זיך אכטונג געבן נישט צו ווערן בכעס. היינט נאכט ביים צינדן די הייליגע מנורה זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, עס זאל דיר גארנישט אנגיין, עס זאל דיר גארנישט אינטערעסירן, נאר איין זאך - שמחה.


קומענדיגע וואך, פרייטאג פרשת ויחי, עשרה בטבת - געפאלט אויס די יארצייט פון אונזער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו. ליל שישי וועלן מיר מאכן די יארצייט סעודה אין מאנסי, אינאיינעם מיט א דינער פאר אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל, מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש. איך לאדן דיך פערזענליך, איך וויל דו זאלסט קוקן אויף די מוסדות ווי דיינע אייגענע מוסדות, ווייל ביי מיר איז דאס אזוי חשוב און אזוי וויכטיג; מיר זאלן האבן ריינע ערליכע מוסדות על טהרת הקודש, געבויט אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#6804 - נישט מקנא זיין יענעמ'ס עבודת השם
תודה והודאה, חנוכה, עבודת השם, קנאה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס קוקסטו אויף א צווייטן? וואס ביסטו מקנא א צווייטן? וואס ווייסטו ווער איז חשוב אויבן? מיר זענען ביים רבינ'ס חדר, דאס איז די א-ב ביים רבי'ן; נישט צו קוקן אויף א צווייטן, נישט מקנא זיין א צווייטן, זוכן אין זיך גוטע נקודות און זיך פרייען מיט דעם, זוכן אין זיך דאס גוטס וואס דער אייבערשטער מאכט און דאנקען און לויבן אויף דעם.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ה): "אַל תִּתְאַוֶּה לְשֻׁלְחָנָם שֶׁל מְלָכִים", גליסט נישט צו האבן יענעמ'ס טיש, "שֶׁשֻּׁלְחָנְךָ גָדוֹל מִשֻּׁלְחָנָם", ווייל דיין טיש איז שענער און גרעסער פון זייער, "וְכִתְרְךָ גָדוֹל מִכִּתְרָם", און דיין קרוין איז שענער און גרעסער פון זייער; מוהרא"ש זאגט, דאס מיינט מען מען זאל נישט מקנא זיין יענעמ'ס עבודת השם, ווייל אמאל קען זיין אז דייקא דער וואס עס גייט אריבער אויף אים, וואס עס גייט איבער און מען דערהאלט זיך, מען גייט דאווענען, מען כאפט ארויס אביסל תורה - דאס איז די שענסטע עבודה ביים אייבערשטן.


חנוכה איז א צייט פון זיך באנייען אויף תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אונז, בעיקר פאר די נס אז מיר האבן געטראפן דעם פך שמן, דעם צדיק הדורות, וואס שטארקט אונז מיר זאלן זיך נישט נארן, מיר זאלן אריינכאפן גוטס וואס בלייבט, וואס מיר וועלן מיט נעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#6803 - אין פופציג יאר ארום וועט זיין נייע זאכן אין רבינ'ס זאך
חנוכה, התחזקות, מוהרא"ש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך זיך א פרישע התחלה אנצוהויבן לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); מאך זיך א שיעור אין תנ"ך, משניות, גמרא, שלחן ערוך, עין יעקב, מדרש רבה, זוהר הקדוש און אין דעם הייליגן רבינ'ס ספרים.


אז דו פאלסט אין בלאטע - זאלסטו זיך נישט נאכגעבן וכו', הייב אויף איין פוס, פרוביר כאטשיג ארויס צו גיין, לאז זיך נישט נאך, געב נישט נאך דעם יצר הרע. דער רבי זאגט, ווען מען גייט אין בלאטע איז דער עיקר א פוס אריין א פוס ארויס, א פוס אריין און א פוס ארויס, מען בעט דעם אייבערשטן און מען געבט נישט אויף.


היינט איז די יארצייט פון רבי אברהם בן רבי נחמן זכר צדיק לברכה, עס אזי דא אזויפול צו דערציילן פון דעם צדיק, איין אפענע רוח הקודש פון דעם צדיק מוז איך דיר דערציילן. מוהרא"ש האט באקומען פון הרב החסיד רבי אהרן גלידמאן זכרונו לברכה א זון פון רבי משה טשענסטעחאווער זכרונו לברכה (רבי לוי יצחק'ס שוואגער), שיחות וואס ער האט זיך אראפגעשריבן, וואס ער האט געהערט פון דעם געטליכן מאן רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה, און אין איין שיחה האט רבי אהרן געשריבן אזוי:


בשנת תרע"ה ווען איך האב באגלייט רבי אברהם אין מקוה, אויפן וועג ארויס, האט רבי אברהם זיך צו מיר אנגערופן: "אין פופציג יאר ארום וועט זיין נייע זאכן אין רבינ'ס זאך, עס וועט קומען א אינגערמאן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ליכטיגקייט אויף די גאנצע וועלט, און רבי אברהם האט אויסגעפירט און מיר געזאגט, און דו וועסט אים נאך קענען...", און אזוי איז טאקע געווארן, פון תרע"ה ביז תשכ"ה איז פינקט פופציג יאר, און דעמאלט איז מוהרא"ש געקומען און אנגעהויבן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און דאס פארשפרייט פאר די גאנצע וועלט. (קוק נאך די שיחה אין אשר בנחל, כרך יא, מכתב א' שסד, שנת תשל"ד).


וואס זאל איך דיר זאגן, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אשר בנחל שם גורלינו אז מיר האבן אזא רבי מיט אזעלכע תלמידים, אזעלכע עצות וואס וועקט אויף טויטע מענטשן און מאכט לעבן, מען זאל רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן, מען זאל זיך נישט מייאש זיין, זאל זיין וואס זאל זיין, און אפילו נאך טויזנט מאל אראפפאלן - זאל מען נאכאמאל אנהויבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6802 - דאנקען און לויבן, גארנישט מער און גארנישט ווייניגער
תפילות אויף אידיש, חנוכה, אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן א רבי וואס איז אונז מחזק, מעודד ומשמח, לאמיר טאנצן אינאיינעם: "בך רבינו נגילה, בך רבינו ונשמחה", דאנקען דעם אייבערשטן פאר די הייליגע צדיקים, און אז דער הייליגער צדיק דער חוזה פון לובלין זכותו יגן עלינו האט פאר זעכצן יאר אין א צי, יעדן טאג, אוועק געגעבן א גאנצע שעה צו דאנקען דעם אייבערשטן פארן אראפשיקן אזא הייליגע נשמה, דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו, איז וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן יעדן טאג אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן.


דער רבי האט אמאל געבעטן זיין תלמיד רבי יודל פון דאשוב זכרונו לברכה (חיי מוהר"ן, סימן תרי): "זאג מיר עפעס נאך פון דיין רבי'ן, רבי פנחס קוריצער זכותו יגן עלינו", איידער רבי יודל איז מקורב געווארן צום רבי'ן איז ער געווען א תלמיד ביים צדיק וקדוש רבי פנחס קוריצער, האט רבי יודל געזאגט: "לכאורה פארוואס זאגן מיר 'אשמנו' בלשון רבים, מען דארף דאס ווען זאגן 'אשמתי, בגדתי' בלשון יחיד, וואס איז דער לשון רבים אשמנו - מיר האבן געזינדיגט? בגדנו מיר האבן געפעלטשט? נאר מיר קומען מיט א טענה צום אייבערשטן, מיר זאגן, 'רבונו של עולם, איך צוזאמען מיט דיר כביכול האבן געזינדיגט, ווען דו נעמסט ווען ארויס דיין כח פון מיר וואלט איך נישט געזינדיגט, דערפאר בעטן מיר דיר, זיי אונז אינאיינעם מוחל'".


ווען דער רבי האט דאס געהערט, האט ער זיך צופייערט און געזאגט: "מיר זאגן אויך אזוי", דער רבי האט אים געטייטשט דעם פסוק פון די פרשת השבוע, (בראשית מד, יח): "וַיִּגַּשׁ אֵלָיו יְהוּדָה", א איד קומט צום אייבערשטן, "וַיֹּאמֶר בִּי אֲדֹנִי", און זאגט, זיי נישט ברוגז אויף מיר אז איך האב געזינדיגט, ווייל "בִּי", אין מיר, "אֲדֹנִי".


די ווערטער זאלסטו זאגן פארן אייבערשטן און אים בעטן: "הייליגער באשעפער ווען וועל איך שוין זוכה זיין דיך צו שפירן? ווען וועל איך געדענקען אז 'בִּי אֲדֹנִי', דו ביסט אין מיר, ביי מיר און נעבן מיר? העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל געדענקען אז אלעס ביסטו, און קיינער קען מיך נישט העלפן און נישט שעדיגן".


דער עיקר פון חנוכה איז דאנקען און לויבן, גארנישט מער און גארנישט ווייניגער; דאס קענסטו טון וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט, זאג נאכאמאל און נאכאמאל: "טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר פאר אלעס גוטס וואס דו טוסט מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6801 - רעדן איידל און ווייך, נישט וויי טון
מדות טובות, טשעפען, גרים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה פון דיין התנהגות, פון דיין יראת שמים און פון דיין התמדת התורה, איך וויל שוין אנטראגן א גוטע שידוך פאר דיר, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין לערנען און דאווענען און יראת שמים.


איין זאך וויל איך דיר מחזק זיין, עס זענען געקומען צו מיר די חשוב'ע משפחה, משפחת ... שיחיו, זיי בעטן מיר איך זאל רעדן צו דיר, דו זאלסט זיין מער פארזיכטיג מיט זייער זון ... נרו יאיר, ער ווערט זייער וויי געטון און צעקלאפט ווען מען מאכט אים אוועק, ווען מען מאכט אים שפירן אז ער איז נישט קלוג וכו'. איך בעט דיר פון די טיפעניש פון מיין הארץ, געב אכטונג ווען דו רעדסט מיט אים, זיי אים מחזק, זיי אים מקרב, עס קען זיין אז דו טשעפעסט אים נישט, נאר די שטארקע וועג פון רעדן – צעקלאפט אים.


בזכות וואס דו וועסט אים מחזק זיין און מקרב זיין – וועסטו בקרוב זוכה זיין צו א גוטע שידוך, און צו ווערן אן ערליכער איד; מיט די קינדער פון משפחות פון גרים דארף מען זיך פירן גאר שיין און גאר ווייך, ווייל דער אייבערשטער נעמט זיך שנעלער אן פאר זיי, ווען זיי וויינען און שרייען צו אים.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער שיין, איך וויל דיר נאר בעסער מאכן, איך האב דיך זייער ליב, אזוי ווי אן אייגן קינד.

#6800 - נישט לעבן אויף קרעדיט קארדס
הפצה, חובות, קרעדיט קארד

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט שטארק מיט וואס מיר האבן גערעדט אויף נישט מאכן פרישע חובות, און נישט לעבן אויף קרעדיט קארדס, פון צאלן ריבית השם ישמרינו. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות תשובה, סימן מו): "מִי שֶׁרוֹצֶה לָשׁוּב", ווער עס וויל תשובה טון און ווערן אן ערליכער איד, "יִזָּהֵר מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב", זאל זיך זייער אכטונג געבן פון האבן חובות.


גיי יעדן טאג הפצה, און די געלט וואס מענטשן געבן פאר צדקה – זאלסטו צעטיילן; באצאל חובות, און מיט די איבריגע געלט קויף נאך ספרים, קונטרסים וכו', און די איבריגע געלט געב פאר צדקה פארן רבי'ן. אז דו וועסט גיין פלייסיג הפצה – וועסטו ביז א קורצע צייט ארויסגיין פון אלע חובות.

#6799 - אפילו מען איז פארלאשן, קען מען זיך צוריק אנצינדן
חנוכה, התחזקות, התחדשות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט חנוכה ביים לערנען די סוגיא פון כבתה, דערמאן איך זיך, מיט יארן צוריק האבן מיר געלערנט בחברותא די סוגיא פון כבתה, איך בענק זיך צוריק צו אונזער חברותא; אפשר וואלסטו ארויפגעקומען אין ישיבה און מיר וועלן לערנען אביסל אינאיינעם.


אפשר ביסטו אנגעווייטאגט אויף מיר? אפשר וועגן דעם קומסטו קיינמאל נישט ארויף אין ישיבה? אמאל דארף איך זאגן פאר בחורים צו קומען צייטליך און אמאל ווען זאגן העלפט נישט – שיק איך אהיים פאר א טאג, אבער איך מיין נישט קיין שלעכטס, איך וויל נאר די טובה פון די בחורים און די תלמידים.


צדיקים זאגן, "כבתה", אפילו מען איז פארלאשן – "זקוק לה", קען מען זיך צוריק אנצינדן און ווערן א גרויסער צדיק.


טייערער ... רעד אפאר ווערטער יעדן טאג צום אייבערשטן, דאס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער ערליכער איד.

#6798 - רעדן, שמועסן, דערציילן פאר'ן אייבערשטן, און ווערן געהאלפן
צדקה, חלישות הדעת, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך צו זען דיין נאמען ביי די ליסט פון די וואס העלפן די ישיבה צאלן די רענט יעדן חודש, דיך האב איך שוין לאנג נישט געזען און נישט געהערט, אבער אז דו געבסט נאך צדקה פאר די פלאץ וואס איז מגלה ומפרסם דעם הייליגן רבי'ן אויף די גאנצע וועלט – איז דאס זייער א גרויסע זכות.


ווען רבי נתן איז מקורב געווארן צום רבי'ן און ער איז געווען מיט אזויפיל חלישות הדעת און מיט בלבולים וכו', האט אים דער רבי גענומען אויף א שפאציר, ער האט געלייגט די האנט אויף רבי נתן'ס אקסל און אים אויסגעלערנט די סוד פון רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן. רבי נתן האט שפעטער דערציילט אז דאס האט אים געגעבן א שטארקע זעלבסט-זיכערקייט (קאנפידענס), די ווערטער האבן אים זייער אויפגעלעבט און אויפגעבויט, אז וואס עס וועט נאר אריבערגיין אויף אים, וואס זאל נאר זיין – האט ער די עצה פון רעדן, שמועסן, דערציילן פארן אייבערשטן און ווערן געהאלפן.


אשרינו טויזנט מאל.

#6797 - צעבראכן דעם טעלעפאן
טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך בין אזוי איבערגענומען פון וואס דו האסט מיר דערציילט, אז ווען דו ביסט געווען ביים שאצער רבינ'ס ציון אין לאנדאן האסטו צעבראכן דיין טעלעפאן און זיך פארגענומען נישט צו האבן די שעדליכע כלים, איך בין אזוי איבערגענומען פון דיר, ווי שטארק דו ביסט, ווי שטארק דיין ווייב תחי' איז; נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך די גוי'אישע וועלט.


בזכות וואס דו און דיין ווייב פירן זיך אזוי איידל און ערליך – זאלן ענק זוכה זיין צו גרויסע ניסים, ישועות און רפואות.

#6796 - דאס לעבן ווערט זיס און צוקער ווען מען לערנט גמרא
דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, לעיקוואד


לערן יעדן טאג א בלאט גמרא, אז דו קענסט לערנען דעם דף וואס מיר אלע לערנען – מה טוב ומה נעים, אז נישט – לערן אויף דיין סדר; אבער זע עס זאל נישט אריבערגיין דעם טאג אן לערנען א בלאט גמרא.


דער צדיק וקדוש רבי שלמה'קע מזוויל זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווער עס לערנט נישט גמרא, יענעם טאג האט ער א פנים ווי א בהמה"; ער פלעגט זאגן: "אוי... איך האב מורא פון א בהמה..." ווען ער פלעגט זען איינער וואס לערנט נישט, ער פלעגט ברומען: "אוי... איך ציטער פון די בהמה..."


דאס לעבן איז גאר אנדערש ווען מען לערנט גמרא, עס ווערט זיס און צוקער.

#6795 - א צעמישטער און צעפלויגענער מענטש, אן ישוב הדעת
תודה והודאה, התחזקות, עבודת השם, ישוב הדעת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם יתברך בתורה ובתפילה ובגמילות חסדים, ועל כולם שטארק זיך מיט די עצה פון התבודדות; זיי נישט מוותר אויף דעם, מאך זיך א צייט וואס דו גייסט אין א שטילע פלאץ און זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן. ווייל דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רכח), מען קען זיין אן איש כשר אן התבודדות, אבער מען איז א צעמישטער און צעפלויגענער מענטש, אן ישוב הדעת, און דורך רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן – איז מען אויסגערוט מיט ישוב הדעת, אזוי ווי איינער איז אויפגעשטאנען נאך א גוטע שלאף.


פארליר זיך נישט, די שוועריקייטן וועלן אריבערגיין, דאנק און לויב דעם אייבערשטן – וועסטו זען גרויסע ניסים.

#6794 - ווען מען האט חתונה, דארף מען פריש מקורב ווערן צום צדיק
התחזקות, חתונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער צו זען דיין נאמען ביי די נדבנים וואס העלפן חודש'ליך צאלן רענט פאר די ישיבה, איך האב שוין א לאנגע צייט נישט געהערט פון דיר, איך האף אז אלעס איז גוט ביי דיר, און דו לעבסט מיט שלום און אהבה מיט דיין ווייב.


ווען מען האט חתונה – דארף מען פון פריש מקורב ווערן צום צדיק, בפרט ביי זיווג שני; פריש אנהויבן לערנען שיעורים כסדרן, פריש אנהויבן זיך מתבודד זיין און טון די זיסע עצות פון רבי'ן.


שרייב מיר דיינע סיומים, וועסטו מיך מחי' זיין.

#6793 - העלפן שאפן פרנסה פאר אנשי שלומינו
צדקה, שטעטל, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ווען דער רמב"ם רעכנט אויס די מעלות פון צדקה, וואס איז א גרעסערע צדקה און וואס איז נאך מער חשוב, זאגט דער רמב"ם (פרק י' מהלכות מתנות עניים, הלכה ז): "מַעֲלָה גְּדוֹלָה שֶׁאֵין לְמַעְלָה מִמֶּנָּה", די גרעסטע צדקה וואס איז דא – "זֶה הַמַּחֲזִיק בְּיַד יִשְׂרָאֵל שֶׁמָּךְ, מַמְצִיא לוֹ מְלָאכָה כְּדֵי לְחַזֵּק אֶת יָדוֹ", אז מען לייגט אריין אן ארעמאן אין ביזנעס, אדער מען שאפט אים א פרנסה, "עַד שֶׁלֹּא יִצְטָרֵךְ לַבְּרִיּוֹת לִשְׁאֹל", ווייל אזוי דארף ער נישט צוקומען צו נעמען צדקה, ער שעמט זיך נישט און ער קען אהיים ברענגען פרנסה.


אחי היקר, זיי שטארק אין די הייליגע מצוה פון העלפן שאפן פרנסה פאר אנשי שלומינו, דאס איז וואס וועט דיר צוניץ קומען בעת צרה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, סימן לה): "בְּעֵת צָרָה מַזְכִּירִין לוֹ הַצְּדָקוֹת שֶׁנָּתַן", מען דערמאנט די צדקה וואס מען האט געטון, בעת צרה; אויך וועט דיר דאס ראטעווען פון אלעם שלעכטס. דער רבי זאגט (שם, סימן ח): "עַל יְדֵי צְדָקָה נַעֲשֶׂה סוּר מֵרָע", דורך צדקה ווערט מען אן ערליכער איד, "וְנִקְרָא צַדִּיק גָּמוּר", און מען איז א צדיק גמור (שם, סימן ז).

#6792 - אפילו ביסט פארשעמט, צעקלאפט, צעשטאכן; גיי דאווען מיט מנין
התחזקות, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שכוח פארן העלפן די ישיבה חודש'ליך מיטן געבן דיין מעשר פאר די רענט, דו האסט א חלק אין אלע גוטע זאכן וואס קומען ארויס פון די הייליגע פלאץ, ישיבת היכל הקודש סקילמאן סטריט, ובזכות די מצוה זאלסטו זען ברכות און ישועות.


זיי זיך מוסר נפש אויף דאווענען מיט מנין, (איך מיין נישט צו זאגן ווען דו פליעסט מיט א פליגער זאלסטו באצאלן פאר א מנין וכו' וכו'), אפילו דו ביסט מיד – זאלסטו גיין דאווענען, און אפילו דו ביסט פארשעמט, צעקלאפט, צעשטאכן וכו' – גיי דאווען מיט מנין, וועסטו זוכה זיין מען זאל אננעמען דיינע תפילות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח.): "אֵין תְּפִלָּתוֹ שֶׁל אָדָם נִשְׁמַעַת אֶלָּא אִם כֵּן מֵשִׂים נַפְשׁוֹ בְּכַפּוֹ", דער אייבערשטער נעמט אן די תפילות נאר ווען מען האט אינזין וואס מען דאווענט, פרעגט די גמרא, עס שטייט דאך (תהלים עח, לו-לז): "וַיְפַתּוּהוּ בְּפִיהֶם, וּבִלְשׁוֹנָם יְכַזְּבוּ לוֹ, וְלִבָּם לֹא נָכוֹן עִמּוֹ, וְלֹא נֶאֶמְנוּ בִּבְרִיתוֹ", די אידן האבן געפאפט דעם אייבערשטן מיט זייער מויל, זיי האבן נישט אינזין געהאט ווען זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן וכו', דאך שטייט נאכדעם (תהלים עח, לח): "וְהוּא רַחוּם יְכַפֵּר עָוֹן" וגו', אז דער אייבערשטער האט אנגענומען זייערע תפילות און ער האט זיי מוחל געווען אויף זייערע עבירות, ענטפערט די גמרא: "לֹא קַשְׁיָא, כָּאן בְּיָחִיד כָּאן בְּצִבּוּר", אויב מען דאווענט מיט מנין דעמאלט נעמט דער אייבערשטער אן יעדע תפילה אפילו מען האט נישט אינזין וכו'.

#6791 - וואוינסט אין שטעטל. איך האף ביסט נאכאלץ מקורב צום רבי'ן
שטעטל, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך ווייס נישט פון דיר, איך הער נישט פון דיר, איך מיין זאלסט ענדערש צוריק מופן קיין ארץ ישראל, דארט האב איך מער געהערט פון דיר, ווי יעצט ווען דו וואוינסט אין שטעטל. איך האף דו ביסט נאכאלץ מקורב צום רבי'ן, דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים און פירסט זיך מיט זיינע עצות.


באמת, די שטעטל איז נישט סוף פסוק. איך געדענק איך בין געווען ביי מוהרא"ש אין יבנאל אויף שבתים און עס זענען דארט אויך געווען וואס האבן נישט געהאט מיטן רבי'ן; עס איז נישט סוף פסוק דאס קומען וואוינען אין שטעטל, מען דארף אלץ פריש זיך מתקרב זיין, זוכן אנשי שלומינו וואס וואוינען אין רבינ'ס ספרים, אנשי שלומינו וואס וואוינען אין הערן שיעורים וכו'.


טייערער ברודער באניי זיך, באווייז זיך, שרייב מיר, לאמיר זיך צוריק מקרב זיין צום רבי'ן און מיר וועלן זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.

#6790 - אויסלויבן די ווייב און איר קיינמאל נישט אוועק מאכן
שלום בית, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


זע און פרוביר צו האבן אמת'ע שלום בית, עס זאל זיין ליבשאפט צווישן דיר און דיין ווייב, ווייל דאס איז געווען ביים רבי'ן א וויכטיגע זאך און אן עיקר, מען זאל האבן שלום בית.


זאלסט אויסלויבן דיין ווייב און זאלסט איר קיינמאל נישט אוועק מאכן, און אז דיין ווייב האט מנהגים און ענינים וכו' – זאלסטו איר שעצן, נישט חוזק מאכן, ווייל עס איז נישטא בעסערס ווי א תמימות'דיגע ערליכע פרוי, וואס האט אירע ענינים וכו' וכו'.


נארישע קליינקעפלדיגע אינגעלייט רייסן אונטער די ווייב מיט אירע מנהגים, עניינים, צניעות וכו', און שפעטער רייסט מען זיך די האר פון קאפ, שפעטער ווען די יונגע היציגע יארן גייען אריבער, דעמאלט וויל מען די וואוילע ערליכע פארמאכטע מאמע וואס היט די קינדער וכו'.

#6789 - כאפ א רקודה'לע מיט דיינע קינדער
חינוך הילדים, טאנצן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט, רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה פלעגט יעדן טאג טאנצן, און אויב האט ער זיך דערמאנט ביינאכט אין בעט אז ער האט נאך היינט נישט געטאנצן – איז ער אראפ פון בעט און געטאנצן א קליינע רקודה'לע פאר זיך, אזוי חשוב און וויכטיג איז געווען ביי אנשי שלומינו דאס טאנצן, ווייל דאס איז ממתיק די דינים (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן י).


אפילו א שטילער מענטש, א ביישן, וואס שעמט זיך צו טאנצן צווישן מענטשן – קען טאנצן אין שטוב מיט די קינדער. עס איז א קליינע זאך, אבער עס לעבט אויף דעם מענטש, עס לעבט אויף די משפחה, עס נעמט אוועק אלע דינים.


זיי זיך קובע - ווען דו קומסט אהיים נאכמיטאג – צו כאפן א רקודה'לע מיט דיינע קינדער, וועט די שכינה רוען ביי דיר אין שטוב.

#6788 - זיך מחזק זיין מיט א גוטער חבר
חברים, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי זיך מחזק מיט גוטע חברים צווישן אנשי שלומינו, וואס רעדן פון רבי'ן און אטעמען דעם רבי'ן. ווייל דער בעל דבר לאקערט אויף יעדן איינעם פון אנשי שלומינו, אים מחליש דעת זיין, אים אוועקשלעפן פון רבי'ן; איינער האט חלישות הדעת פון זיך, איינער פון א צווייטן; מען מוז זיך מחזק זיין, האבן חברים וואס רעדן און אטעמען דעם רבי'ן, נאר אזוי בלייבט מען ביים רבי'ן, און אן דעם פאלט מען ביים סוף אוועק.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן ער זאל רעדן מיט מענטשן (חיי מוהר"ן, סימן שכה), און אזוי פלעגט זיך רבי נתן פירן, און אויב איז קיינער נישט געקומען רעדן צו אים פון רבי'ן - איז ער ארויס אין גאס זוכן צו וועמען ער קען רעדן פון רבי'ן; היינטיגע טעג קען מען דורכן רעדן אויפן טעלעפאן זיך מחזק זיין מיט א גוטער חבר.


 וואויל איז דעם וואס זוכט עצות צו בלייבן פריש און דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות.

#6787 - א זיכערע אינוועסטמענט וואס לוינט
חנוכה, לימוד התורה, אינוועסטמענט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געלט איז א זאך וואס היינט האט מען און מארגן – פארלירט מען, און איבערמארגן זעט שוין אויס ווי מען גייט שוין ווערן רייך; אזוי גייט דאס לעבן, דער רבי האט דערציילט אזא מעשה, די מעשה מיט "די פלאמפ".


וואס איז יא? וואס איז א זאך וואס בלייבט? תורה, תפילה, חינוך הבנים והבנות; דאס בלייבט, דאס פאלט נישט, יעדע ווארט תורה וואס מען איז זוכה צו לערנען – איז נצחיות.


דעריבער טייערער ליבער ברודער, באניי זיך, יעצט חנוכה איז א צייט פון ווערן צוריק פריש. מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה, לייג אריין סטיקערס אין אלע ספרים; תנ"ך, משניות, בבלי, ירושלמי, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר הקדוש, תיקונים, ספרי רבינו, ספרי הלכה, טור, שלחן ערוך, רמב"ם, אויך ספרי תלמידי בעל שם טוב זכותם יגן עלינו. מען דארף נישט כאפן אלעס אויף איין מאל, אבער מען דארף בענקען, וועלן, און אנהויבן צוביסליך.


די אינוועסטמענט לוינט, די אינוועסטמענט איז א זיכערע.