בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6911 - די גאנצע הצלחה פונעם מענטש ליגט אין שמחה
שמחה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך הער אזעלכע שיינע גריסן פון די מנהל אויף דיר, אז דו לערנסט שיין און דו דאווענסט שיין; איך בין אזוי פרייליך פאר די שיינע גריסן וואס מען באקומט אויף דיר.


איך וויל דיר בעטן זאלסט ארבעטן אויף שמחה, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אויף זיין פרייליך, ווייל אין דעם ליגט די גאנצע הצלחה פונעם מענטש; אז מען איז פרייליך, מען פרייט זיך אז מען איז א איד און מען פרייט מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן - איז מען זייער מצליח.


שיק א גרוס פאר דיינע טייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6910 - דערצייל מיר גוטע גריסן פון די תלמידים
משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, י"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך דאנק דיר פארן העלפן מיט די ישיבה מיט לייגן שלאפן די בחורים. יעדע זאך וואס מען טוט פארן רבי'ן איז א נצחיות, דאס איז אונזער גרעסטע תיקון אויף שובבי"ם, אז מיר קענען העלפן דעם רבי'ן.


אז דו זעסט ביי די בחורים שיינע זאכן, מידות טובות, ותרנות, יראת שמים - שרייב מיר און דערצייל מיר. עס איז אזוי געשמאק צו הערן גוטע גריסן אויף תלמידים וואס זענען אזוי ווי קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6909 - זע אז די געלט פאר די מוסדות בארץ הקודש זאל זיין צייטליך
מוסדות, משמש דעם רבי'ן, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, י"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, אדמיניסטראטער מוסדות היכל הקודש, קרית ברסלב ליבערטי


שיק שוין די געלט פאר חודש טבת פאר די מוסדות בארץ הקודש. דער מנהל פון די מוסדות אין ארץ ישראל, יצחק נרו יאיר, האט מיר געשריבן אז ער דארף 39,863 פאר חודש טבת. ביטע פארבינד זיך מיט אים און שיק אים די גאנצע סכום פון די געלט וואס איך האב דיר פריער געשיקט.


זע אז די געלט קיין ארץ ישראל זאל זיין צייטליך, ווייל זיי זענען מער אנגעוויזן אויף די געלט ווי דא אין אמעריקע; דארט איז נישטא קיין שטאטישע הילף, דארט דארפן די מלמדים און די לערערינס דאס האבן פאר פשוט ברויט און מילך פאר זייערע קינדער.


אשרינו אז אונזער פלאג און מי איז אויף משמש זיין דעם רבי'ן, אויפציען א דור שכולו זכאי, א דור מיט די ריינע אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6908 - פארפעלן איין שעה פון עברי כתה, קען זיין א בכיה לדורות
חינוך הילדים, עברי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, י"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בני ברק


וואס מאכסטו? וואס הערט זיך ביי דיר? איך האף אז דו שטארקסט זיך בעבודת השם; עס איז נישט שייך צו זאגן 'איך בין שוין מקורב צום רבי'ן' און שוין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוכה נב.): "יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום ומבקש להמיתו", יעדן טאג קומט דער יצר הרע פון פריש אראפקלאפן דעם מענטש.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט זען דיין זון זאל קומען צייטליך אין חדר. ער לערנט יעצט עברי, און אז מען פארפעלט אפילו א שעה פון כתה - קען דאס זיין א בכיה לדורות. ווייל אז מען פאלט ארויס פון די עברי כיתה - קען מען נישט מיט האלטן אלע כיתות, און אז מען דארף גיין מיטן קינד ערלעדיגן זאכן וכו' - דארף מען דאס טון נאך חדר, אדער אין די צייט פון הפסקה, און זיכער נישט אנהויב טאג, וואס דעמאלט לערנען די מלמדים די עברי, ווייל דעמאלט זענען די מוחות מסוגל צו לערנען.


זיי שטארק מיט לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ואגדה; דאס און נאר דאס - וועט פון אונז בלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6907 - א גוט ווארט און א שמייכל איז אנשטעקיג
שמחה, חסד, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שמייכל פאר א צווייטע איד איז אויך א תיקון שובבי"ם; מאכן פרייליך א איד, געבן א גוט ווארט פאר א צווייטן. מיט איין גוט ווארט, מיט איין שמייכל - קען מען מחי' זיין די גאנצע וועלט; עס איז אנשטעקיג, עס פארט ארום די גאנצע שטעטל; דו געבסט א גוט ווארט אין שול פאר דיין חבר, דיין חבר גייט ארויס, ער טרעפט זיין חבר און געבט אים אויך א שמייכל, יענער איז אנגעזעצט, ער גייט יעצט אהיים און ער ווערט פרייליך, ער זאגט א גוט מארגן פאר די ווייב מיט א גרויסע שמייכל, זי ווערט פרייליך, זי איז א טיטשער, זי גייט אריין אין כיתה און זי מאכט פרייליך אלע קינדער און אלע טיטשערס, אלע טיטשערס גייען יעצט ארויס ביי הפסקה און שיקן א שיינע מעסעדזש דעם מאן, די מענער אינמיטן ארבעט ווייסן נישט וואס האט זיי באטראפן, אזעלכע שיינע ווערטער צו באקומען, זיי געבן איבער די אנשטעקעניש ווייטער, די גאנצע שטעטל איז פרייליך, מען ווייסט נישט ווער עס האט עס אנגעהויבן, ביז עס קומט צוריק צו דעם מענטש וואס איז שוין יעצט אינמיטן טאג אביסל טרויעריג, קומט איינער און מאכט אים פרייליך, וואס דאס קומט גאר פון אים אליין; וואס מען טוט פאר יענעם - טוט מען פאר זיך אליין.


ווער עס וויל וויסן וואס ער קען מיר העלפן - זאל דאס טון, געבן א שמייכל פאר א צווייטן, בפרט פאר אנשי שלומינו וואס אויף זיי גייט נאך מער איבער, בבחינת (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ".


מען זאל זיך גריסן איינער דעם צווייטן, איך וויל זייער מיר זאלן אלע זיין איין משפחה, אלע זאלן זיך גריסן, אלע זאלן זיך פרייליך מאכן. עס איז דאך אזא גרויסע מצוה צו שמייכלען צו א צווייטן, מען קען דאך יענעם מחי' מתים זיין. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם".


דער רבי ברענגט דארט אראפ די מעשה וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.), רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים, ווען מיר זעען מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6906 - לכבוד שובבי"ם, געב א קוש די מזוזה
מזוזה, שובבי"ם, וידוי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גוטע קבלה לכבוד שובבי"ם; ווען מען גייט ארויס פון שטוב, ווען מען גייט אריבער א טיר מיט א מזוזה - צו געבן א קוש און זאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן, בעטן מען זאל אנקומען בשלום, און דאנקען ווען מען איז אנגעקומען. וואס ווייסט א מענטש וואו ער גייט יעצט? וואס וועט פאסירן? מען דארף שטענדיג האבן א שמירה עליונה.


דערצייל דעם אייבערשטן אלע דיינע עבירות, זיי זיך מתוודה אין דיין שפראך. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ד), ווען א מענטש זינדיגט - ווערן די עבירות אריינגעקריצט אין זיינע ביינער, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לב, כז): "וַתְּהִי עֲוֹנֹתָם עַל עַצְמוֹתָם", און דאס הרג'עט דעם מענטש, אזוי ווי עס שטייט (תהילים לד, כב): "תְּמוֹתֵת רָשָׁע רָעָה", די עבירות פונעם מענטש טוען אים הרג'ענען; מען ווערט זייער דעפרעסט, בפרט די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן מאכט דעפרעסט און צעבראכן. דער רבי זאגט (שם, סימן נ): "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", פון די עבירה קומט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש', דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך, און שפירט נישט קיין טעם אין זיין לעבן.


אבער ווען א מענטש איז זיך מתוודה פארן אייבערשטן, ער דערציילט פארן אייבערשטן יעדע זאך וואס ער האט געטון און ער בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים, דאן גייען ארויס אלע עבירות פון זיינע ביינער. דעריבער בעט איך דיר זייער, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס דו ביסט אריבער און וואס דו גייסט נאכאלץ אריבער, שעם זיך נישט פונעם אייבערשטן; דערצייל, שמועס אויס אלעס; וועט עס ארויסגיין פון דיינע ביינער, וועסט ווערן פרייליך און לעבעדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6905 - ווי אזוי רעדט מען צו קינדער פון קדושה?
קדושה, חינוך הילדים, הדרכות, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, כ"ז טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען יעצט אין די טעג פון שובבי"ם וואס איז מסוגל צו מתקן זיין פגם הברית. דארף מען די ערשטע זאך אכטונג געבן רעדן צו די קינדער פון קדושה, זיי זאלן וויסן אז מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש, זיי לערנען ווי אזוי מען באדט זיך, ווי אזוי מען נעמט א שויער און ווי אזוי מען גייט ארויס אין בית הכסא; דאס אלעס דארפן עלטערן אויסלערנען, אז מען טאר נישט אנרירן.


אויך דארף מען אנגרייטן די קינדער זיי זאלן זיך אכטונג געבן אויב איינער, א פרעמדער; א קינד, א בחור, אדער עלטערע - וויל אנרירן השם ישמרינו, אדער וויל מען זאל אים אנרירן השם ישמרינו; מען זאל וויסן ווי צו זיין באשיצט, מען זאל שרייען, מען זאל אנטלויפן און דערציילן.


זיכער די טעכטער דארף מען אויסלערנען צניעות, זיך אכטונג געבן אז קיינער זאל נישט שפילן מיטן קערפער, מיידלעך דארפן א שטארקע שמירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (במדבר רבה יא, ה): "'וְיִשְׁמְרֶךָ' בְּבָנוֹת", א מיידל דארף א שטארקע שמירה; בפרט היינטיגע טעג איז דא אסאך פריצות, דארף מען אכטונג געבן אויף די קינדער, זיי אנזאגן זיי זאלן זיך אכטונג געבן פון מניוולים און משחיתים.


ווען מען רעדט צו די קינדער פון קדושה דארף דאס זיין בניחותא, נישט מיט איבערגעטריבענע שרעק, נאר קלאר, שטארק און שטרענג; מען דארף זיין איידל, מען דארף זיין ערליך, מען טאר נישט שפילן אזוי און אזוי, מען דארף היטן די אויגן, מען דארף היטן דעם דיבור וכו' וכו'.


האב נישט מורא צו זיין א גוטע שטרענגע טאטע, א ניין זאל זיין א ניין, און א יא זאל זיין א יא; זיי נישט קיין שוואכלינג און פויל, לאז זיך נישט פירן פון די קינדער. מיר וואוינען אין אמעריקע אבער מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער, מיר זענען אידן, מיר טוען וואס די תורה זאגט, די תורה זאגט מען זאל לערנען די קינדער דרך ארץ, מען זאל זיי לערנען צו דאווענען און לערנען, מאכן ברכות וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6904 - אויפברעכן די אייז אין הארץ, און זיך טובל'ן
שובבי"ם, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען אין די דריטע וואך שובבי"ם, דער אריז"ל האט מגלה געווען וויפיל מען דארף פאסטן צו מתקן זיין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, מיר האבן נישט קיין כוחות צו פאסטן, און אויך דער רבי האט אונז געזאגט נישט צו פאסטן, אונזער תיקון שובבי"ם איז קומען אין שול יעדן טאג דאווענען מיט מנין די דריי תפילות, דאס איז אונזער תיקון שובבי"ם, ווער רעדט נאך אז מען קען זיך טובל'ן; דאס איז אונזער תיקון שובבי"ם.


אמאל איז געווען די עבודות פון האקן אייז, ברעכן אייז - זיך צו טובל'ן; היינט איז אויך דא די שווערע עבודה, היינט איז די אייז אין הארץ, אין קאפ; מען איז קאלט, מען איז פויל, מען איז זייער באקוועם, און אז מען גייט אין מקוה, אין א הייסע מקוה, אפילו ווען די הארץ און די מח איז אייז קאלט, מען צעברעכט די אייז - דאס איז אונזער תיקון שובבי"ם.


ביים דאווענען זאלסטו זיך איבערדעקן מיטן טלית און זיך פארשטעלן ווי דו ביסט אין א ליידיגע פעלד אין א וואלד, ווייט אוועק פון מענטשן, דו האסט נאר דעם אייבערשטן, און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. בעט אים פאר אלעס וואס דו גייסט אריבער, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס, זאלסט גארנישט באהאלטן פון אים, בעט זיך ביים אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6903 - אט אט קומט שוין דיין ישועה
בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך בעבודת השם, שטארק זיך בלימוד התורה, אין שיעורים כסדרן אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן; לערנען אפילו בלי הבנה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


איך ווייס עס איז דיר זייער שווער, דו דארפסט דיין שידוך, דו שפירסט ווי דו גייסט אראפ פון זין פון ווארטן אזוי לאנג, איך ווייס אז דו ליידסט, דו ווילסט זיין ערליך און אפגעהיטן, און עס איז דיר זייער שווער, דו פאלסט אראפ, דו ווילסט שוין אזוי שטארק חתונה האבן, לעבן א הייליג לעבן, א ריינע לעבן, איך בעט דיר זייער דערהאלט זיך, כי קרובה ישועתך לבוא, אט אט איז דיין ישועה.


גיי יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן, וויין צו אים: "באשעפער איך וויל חתונה האבן, באשעפער איך וויל זיין ערליך, איך ווייל זיין הייליג".

#6902 - האב נישט מורא פון קאמפעטישאן
שמחה, אמונה, שלום בית, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


האב נישט מורא פון קאמפעטישן, קיין איין פרוטה קען מען דיר נישט אוועקנעמען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", א פרוטה קען מען נישט צונעמען פון א צווייטן; אז דו ווילסט מצליח זיין – זאלסטו מכבד זיין דיין ווייב. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ממון, סימן צד): "אֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ שֶׁל אָדָם", די ברכה געפינט זיך נישט אין שטוב, "אֶלָּא בִּשְׁבִיל כְּבוֹד אִשְׁתּוֹ", נאר אויב מען איז מכבד די ווייב; זאלסטו רעדן שיין, ווייך און הארציג צו דיין ווייב, און חס ושלום נישט טשעפען, נישט מאכן וויינען, נישט חוזק מאכן; וועט זיין ביי דיר אין שטוב א ברכה.


אויך זאלסטו זיך שטארקן מיט זיין בשמחה, פריי זיך מיט דעם אז דו ביסט א איד און מיט די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן. דער רבי זאגט (שם סימן ממון, אות מז): "הַשִׂמְחָה תְּמִידִית מְסוּגָל לְהַצְלָחָה", זיין שטענדיג פרייליך איז די סגולה פאר סוקסעס.

#6901 - וואס נייער און וואס פרישער
עבודת השם, התחדשות, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער...


ביי אנדערע איז אפשר א גאנצע גדולה ווי עלטער און לענגער מען געפינט זיך אין די חסידות וכו', אבער אין היכל הקודש איז דאס בכלל נישט קיין גרויסקייט, ווייל דער רבי האט געשריגן (שיחות הר"ן, סימן נא): "אלט טאר מען נישט זיין", דער רבי האט נישט ליב אלט, דער רבי וויל ניי, וואס נייער, וואס פרישער, דער רבי וויל מיר זאלן זיך מחי' זיין און מחדש זיין, יעדע מינוט שפירן 'אה מחי', א נייע התקרבות', א נייע וועג צו לערנען, א נייע וועג אין עבודת השם, זיך מחי' זיין מיט יעדע קלייניקייט, יעדע מצוה, יעדע תנועה'לע, און נישט זיין אלט.


ברודער טייערער, לאמיר אנהויבן פון יעצט א נייע התקרבות, אלעס ניי, לאמיר טאנצן "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו, אשרינו שיש לנו רבי ותלמידים כזה, בך רבינו נגילה".

#6900 - די בחורים זאלן קומען אין ישיבה אנגעטון איידל
קדושה, ישיבה, הדרכות, קליידער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... שליט"א


זע אז די בחורים אין ישיבה זאלן קומען אין ישיבה אנגעטון איידל, אלע זאלן קומען מיט איידעלע שיך, מיט איידעלע קליידער.


איך וואונדער זיך ווען איך זע בחורים און קינדער פון אנשי שלומינו פון איידעלע שטיבער - טוען זיך אן אזוי אינטערעסאנט, זיי קומען אין ישיבה מיט ארבעט'ס קליידער, ארבעט'ס שיך; איך וויל דו זאלסט זיי לערנען וואס איז ריכטיג.


יעצט שובבי"ם זאלסטו רעדן צו די בחורים פון קדושת הברית, מאך זיכער ווען דו רעדסט זאלן אלע זיין, ביים רעדן פון קדושת היסוד טאר קיינער נישט פעלן, רעד צו זיי מיט א רשפי אש שלהבת-יה, זיי זאלן וויסן מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש, דער אייבערשטער האט זייער פיינט זימה (סנהדרין צג.), און מען זאל נישט קוקן וכו' וכו'.


אשרינו אז אונזער פלאג און מיה איז אויף נצחיות.

#6899 - וואוין אין א פלאץ וואו דו האסט מנין שבת און וואכן
שטעטל, דירה, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


אוואו ביסטו? איך בענק זיך אזוי צו דיר, שוין אזא לאנגע צייט וואס איך הער נישט פון דיר...


אפשר דאך קען מען צוריק אויפוועקן אונזער נאנטשאפט, טייערער ... נרו יאיר, נישט אלעס איז האבן אן אייגענע הויז, און נישט אלעס איז האבן געלט, דאווענען יעדן טאג מיט מנין די דריי תפילות, דאס איז אלעס.


א שאד דו האסט זיך אוועק געצויגן פון שטעטל צו א פלאץ אן מנין, הלוואי אז דו קומסט צוריק וואוינען נעבן מיר, און אויב דו האסט עפעס טענות אויף אונזער קהילה – זאלסטו זיך אריבערציען צו אן אנדערע קהילה, ווייל וואס וועט זיין מיט די קינדער...


איך זאג דיר דאס, נאר ווייל איך האב דיך ליב, און איך וויל נאר דיין טובה. ווען דו ביסט געווען א בחור, מען האט דיך געווארפן פון אלע ישיבות ווי מען ווארפט א באלי, האב איך דיך אריינגענומען, איך האב דיר געעפנט די טיר, איך האב דיך מקרב געווען און געזארגט פאר דיין שידוך, און געברענגט די טייערע פרוי, דיין ווייב תחי', וויל איך דיר בעטן נאר איין זאך, וואוין צווישן אידן, וואוין אין א גאס וואו דו האסט מנין שבת און וואכן, אויף דעם זאלסטו זיך מוסר נפש זיין.


הלוואי וואלט איך דיר געזען אמאל, וואלטן מיר געקענט רעדן פנים בפנים; אפשר האסטו עפעס ווייטאג אויף מיר, טענות אויף מיר; איך ווייס אז דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן רעדן וכו', אבער טייערער ..., איך וויל נאר איין זאך, דיין שטוב זאל זיין געבויט אויף די גרונד פון די תורה, אויף די פונדאמענט פון די תורה.


איך ווארט זאלסט מיר ענטפערן.

#6898 - דאווענען מיט מנין, און גיין צום דיין'ס גמרא שיעור
דאווענען, היטן די צייט, מרה שחורה, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס טוט מיר וויי דיך צו זען טאג נאך טאג קומען נאך חצות דאווענען אן קיין מנין. ערשטנס זאלסטו וויסן אז נאך חצות קען מען נישט דאווענען, עס איז ברכות לבטלה, צווייטנס, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן; אויב דו ביסט אריינגעפאלן אין א מרה שחורה, אז דו שטייסט אויף שפעט, אדער זאל איך טראכטן אז דו גייסט אריין ערשט אין אפיס און שפעטער קומסטו אין שול.


עס טוט מיר וויי, איך האב דאך אזויפיל געלערנט מיט דיר אין ישיבה און דיך חתונה געמאכט מיט אן איידעלע פון בית פיגא; איז וואס איז מיט דיר געשען אז דו פירסט זיך אזוי אויף?


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך צוריק באנייען, קומען אין שול אינדערפרי, א אינגערמאן ווי דו דארף דאווענען וואס פריער; שפעטסטנס אכט אזייגער, און גיין צו די ארבעט ניין אזייגער.


איך וויל זיך דערקוויקן, זען אין די קאמערע ווי די אברכי הכולל לערנען פלייסיג, קוק איך אין די קאמערע, אבער פון די אנדערע זייט מחיצה באקום איך ווייטאג צו זען אינגעלייט וואס האבן געלערנט אין ישיבה קומען טאג נאך טאג דאווענען נאך חצות, טרעטן אויף די הלכה מפורשת פון דאווענען שחרית אין צייט; מילא בעלי מרה שחורה וכו', אבער טייערע אברכים ווי דיר – דאס קען איך נישט נעמען.


איך וויל צוויי זאכן פון דיר, איינס דאווענען מיט מנין אלע תפילות שחרית וואס פריער, צוויי, זאלסט גיין צום דיין'ס גמרא שיעור.

#6897 - די קינדער מוזן גיין שלאפן פרי
חינוך הילדים, חסד, אידישע שטוב, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט האלטן טייער דיינע קינדער'ס לערנען, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך.


איך ווייס אז דיין שטוב איז למעלה מן הזמן, עס איז ביתו של אברהם אבינו, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ה): "יְהִי בֵיתְךָ פָתוּחַ לִרְוָחָה, וְיִהְיוּ עֲנִיִּים בְּנֵי בֵיתֶךָ", דיין שטוב זאל זיין ברייט אפן, אבער דיינע קינדער זאלן זיין ביי דיר דאס חשוב'סטע.


פון בית פיגא זאגט מען מיר אז דיין טייערע טאכטער ... תחי' פעלט און קומט שפעט; אין די יארן וואס מען לערנט עברי איז דאס קומען אין סקול קריטיש וויכטיג. בעט איך דיר זאלסט ווייטער ממשיך זיין צו טון חסד מיט דיין אשת חיל, אבער אין די זעלבע צייט מוזן די קינדער גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי מיט א סדר היום.


ביי מיר אין שטוב איז אויך אפן די טיר, אבער איך בין זייער שטארק אז די קינדער זאלן גיין שלאפן פרי, די קליינע ביז די זעקס שלאפן שוין 7:00, און די קינדער ביז צען שלאפן שוין 9:00, און די עלטערע, אפילו די בחורים – שלאפן שוין אלע 10:00.


איך האב נאך זאכן וואס איך וויל דיר שרייבן, אבער איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף מיר, איך דארף זיי מחזק זיין.



 

#6896 - אפגעשוירן די האר מיט מסירות נפש
שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לעיקוואד


אייער מאן האט מיר געשריבן די מסירות נפש פון אייך, אז איר האט זיך אפגעשוירן די האר, אזוי ווי די הייליגע צדיקים האבן אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות די הייליגע זאך וואס איר האט געטון, זאלט איר זוכה זיין אז די שכינה הקדושה זאל רוען ביי אייך אין שטוב, עס זאל זיין א זיסע שיינע שלום בית, מיט קינדער צדיקים, פרנסה און נאר ברכות.



 

#6895 - אנשי שלומינו זאלן העלפן די כולל מיט גרויסע סכומים
כולל, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


ערשטנס, א גרויסן דאנק פארן מיר העלפן שאפן געלט פאר די כולל, עס איז זייער א גרויסע זכות צו העלפן לומדי תורה זאלן קענען לערנען בהתמדה און נישט חס ושלום דארפן אפלאזן דאס לערנען.


איך בעט דיר זאלסט זיך שטארקן און נאך מער אראפנעמען פון מיר דעם עול פון צאלן די כולל אינגעלייט. עס טוט מיר וויי אז איך קען נישט צאלן צייטליך, שוין אפאר וואכן וואס איך קען נישט צאלן די כולל אינגעלייט; מאך א התעוררות צווישן אנשי שלומינו, ביי די בעלי בתים, זיי זאלן העלפן מיט גרויסע סכומים, אז אונזער כולל זאלן האבן א קיום.


אויך זאלסטו זיין זייער פרייליך אז אונזער פלאג און מי – איז פאר גוטע זאכן; פארן משמש זיין דעם רבי'ן. אויך זאלסטו פרייליך מאכן דיין ווייב תחי'.

#6894 - דאס ביסל זיצן אין ישיבה, וועט דיר העלפן פאר'ן לעבן
בחור, שידוכים, ישיבה, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א שאד אז דו קומסט מער נישט אין ישיבה; דאס ביסל וואס מען קען זיצן אין ישיבה, ביז די חתונה, קען מען זיך אנזאפן אזויפיל חכמת החיים, אזויפיל עצות און חיזוק פארן לעבן.


קום צוריק, איך ווארט אויף דיר, איך וויל דיר אנטראגן א גוטע שידוך, דיינע טייערע עלטערן ווילן דיך שוין א חתן מאכן, א שאד דאס ביסל צייט וואס דו קענסט נאך הערן די שיינע דיבורים פון רבי'ן – זאלסטו דאס פארפאסן.


איך האף דו ביסט שטארק אין לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. מיר האבן דאך געמאכט א געשעפט, אז דו וועסט יעדן טאג לערנען דעם בלאט גמרא און דו וועסט קומען צום סיום הש"ס מיט א ווייב און א קינד; איך האף דו ביסט שטארק אין דעם.


אויך זאלסטו נישט מוותר זיין אויף דאווענען די דריי תפילות מיט מנין דוקא.



 

#6893 - די שולע דארף זיין אוועקגעשטעלט ריכטיג
דרך ארץ, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן מיט די "בית פיגא" אין מאנרא. די טיטשערס דארפן דארט אסאך חיזוק, מען דארף דארט מסדר זיין די דרך ארץ און צוגאנג.


איך האב נישט קיין אינטערעס צו האבן נאך א סקול כאילו בית פיגא; אדער שטעלט מען די שולע צוריק ווי עס דארף צו זיין, אדער דארף מען דאס פארמאכן ווי שנעלער.


איך וויל הערן פון דיר אויב דו קענסט מיר העלפן מיט דעם.

#6892 - א מלמד מוז גיין אין מקוה
תפילה והתבודדות, מקוה, מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מלומדות איז א חכמה, פון איין זייט דארפן די קינדער ליב האבן חדר, און עס דארף זיך שפירן א פרייליכקייט אין כיתה, און אין די זעלבע צייט דארף זיין א שטארקע דיסציפלין, די קינדער דארפן זיצן שטיל, יעדער אויף זיין פלאץ אן ארויסרעדן א ווארט; אז די צוויי זאכן זאלן גיין אינאיינעם – איז א חכמה, און מיט תפילה קען מען מצליח זיין.


שטיי אויף פארטאגס, גיי שפאצירן מיטן אייבערשטן; בעט אים אז דו זאלסט מצליח זיין מיט יעדן תלמיד, זאלסט טון דיין ארבעט בנאמנות; געבן פאר דיינע תלמידים דאס מערסטע וואס איז שייך.


א מלמד מוז גיין אין מקוה, איך נעם זיך אויס אז אויב מען גייט נישט אין מקוה אינדערפרי – קען מען נישט זיין ביי מיר א מלמד. היות איך ווייס נישט, איך קוק נישט נאך, פארלאנג איך מען זאל זיין אפן מיט די מוסד.

#6891 - איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער
בחור, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ליב דיין ערליכקייט און דיין תמימות, ווי דו שטארקסט זיך צו דינען דעם אייבערשטן מיט לערנען און מיט דאווענען.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און דערהאלט זיך. איך ווייס עס איז דיר ביטער שווער, דו ווילסט שוין דיין שידוך, דו ווילסט חתונה האבן, דו האלטסט מער נישט אויס צו זיין אליין; איך בעט דיר ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, לאז נישט אפ דיין עבודת השם יתברך, און דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, דו וועסט טרעפן דיין שידוך.

#6890 - איר אויפבויען און אויסלויבן, וועט אוועקגיין אלע מחלות
שמחה, שלום בית, אנערעקסיע

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, בוי צוריק אויף דיין ווייב, עס איז נישט צום גלייבן וואס מען האט מיר איר געטון, מען האט איר אזוי צעבראכן און דערנידערט; פון דעם אליין, פון איר האקן אין קאפ אז זי איז א פראבלעם, פון דעם איז זי נעבעך אריין אין די זאך פון נישט עסן, ה' ישמרינו.


בוי איר אויף, זי איז א קלוגע פרוי און א ערליכע פרוי; זאלסטו איר אויפבויען און איר נישט צוריק שיקן צו די מטפלים, וועסטו זען אז זי וועט געזונט ווערן און עסן און האבן כח, ווייל אזוי ווי עס זענען דא פרויען וואס – פון צעבראכנקייט – עסן זיי מער, אזוי איז דא פארקערט, פון צעבראכנקייט איז מען זיך מייאש פון עסן; און אז דו וועסט איר אויפבויען און אויסלויבן, וועלן אוועק גיין אלע מחלות וחלאים רעים השם ישמרינו.

#6889 - וואס נעמט א נשמה מיט פון די וועלט?
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ...


יישר כח נאכאמאל פאר אלעס וואס איר טוט פאר די מוסד און פאר די קהילה, א מענטש לעבט זיך אפ אפאר יאר, מען פלאגט זיך, מען מוטשעט זיך, ביז עס קומט די צייט, מען גייט צוריק צום אייבערשטן; א נשמה נעמט נישט מיט גארנישט פון די וועלט, נאר דאס וואס מען האט געטון פארן באשעפער, די זכותים, די גמילות חסדים, דאס בויען אידישקייט, משמש זיין דעם רבי'ן, מגדל זיין ערליכע דורות; דאס נעמט מען מיט.


אויך אייער מאן נרו יאיר איז אזוי טייער, ער העלפט אזוי די מוסד און די קהילה, אשריכם ואשרי חלקכם.

#6888 - נישט שמועסן און אויך נישט לערנען, ביים דאווענען
שחיטה, דאווענען, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער באליבטער זון הרב ... נרו יאיר


איך בענק זיך צו דיר און צו דיין משפחה, איך הער ברוך ה' גוטע גריסן פון דיין לערנען און מידות טובות, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין עבודת השם.


נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביים דאווענען מתחילתו ועד סופו, בפרט ביי חזרת הש"ץ, ביי הויכע שמונה עשרה, צו אויסהערן דעם בעל תפילה ווארט ביי ווארט, נישט שמועסן און אויך נישט לערנען. ביסט דאך געווארן א שוחט, א שוחט דארף זיין מיט יראת שמים, און אז דו וועסט שמועסן ביים דאווענען, אדער אפילו לערנען וכו', ווער וויל עסן פון א שוחט אן יראת שמים...?


זאלסטו זיך מקבל זיין נישט צו רעדן מיט קיינעם, יהי' מי שיהי', אפילו חברים, עסקנים, גבאים; דו קוק אריין אין סידור און דאווען. בעט פאר דיר, פאר דיינע קינדער, פאר דיינע דורות, אלע זאלן לעבן מיט אמונה, מיט די תורה, מיט יראת שמים. מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער און אייניקלעך.


געב א גרוס אין שטוב, און אויך פאר דיין ... נרו יאיר

#6887 - א קורצע קליינע קאפיטל ברענגט אויסטערלישע ניסים
שמחה, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, שיר השירים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, כ' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט מיר געפרעגט וואס איר קענט זיך מקבל זיין אז אייער מאן נרו יאיר זאל זיין געזונט און שטארק.


זייט זיך מקבל צו זאגן יעדן טאג "מזמור לתודה... כי טוב ה' לעולם חסדו", ווייל דער אייבערשטער איז גוט, אויף אייביג איז זיין חסד; דאס דאנקען דעם אייבערשטן וועט ברענגען נאך ישועות און רפואות.


עס איז דא נאך סגולות, צו זאגן יעדן אינדערפרי שיר השירים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות המתקת הדין, סימן פט): "על ידי שיר השירים נמתקים הדין", דורך זאגן שיר השירים וועט זיס אלע שלעכטס. אויך זאגט דער רבי (שיחות הר"ן, סימן רמג): "כל הרפואות שבעולם", אלע רפואות פון די וועלט, "כולם כלולים בשיר השירים", אלעס ליגט אין שיר השירים; אז איר האט צייט – מה טוב ומה נעים, אבער א אידישע מאמע, א פארנומענע מאמע מיט פיצליך קינדער – קען ניצן די סגולה פון זאגן מזמור לתודה, א קורצע קליינע קאפיטל פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; דאס וועט ענק ברענגען אויסטערלישע און וואונדערליכע ניסים, ישועות ורפואות.


ווארפט ארויס פון שטוב די עצבות ומרה שחורה; אין א אידישע שטוב טאר נישט זיין די זאכן, אין א אידישע שטוב דארף זיין נאר שמחה, זינגען, טאנצן, פאטשן און זיך פרייען מיטן אייבערשטן.


איך בעט פאר ענק, ביידע פון ענק, איר און אייער מאן נרו יאיר זאלן זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש.