בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6836 - שכר לימוד איז נישט קיין קנס
שכר לימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן זאלסט צאלן שכר לימוד פאר דיינע קינדער'ס מלמדים און לערערינ'ס, נאר אזוי וועט זיין א ברכה ביי די קינדער.


איך ווייס דו ביסט זייער ענג מיט געלט, דאס איז אבער נישט קיין תירוץ, שכר לימוד מוז מען באצאלן. איך בעט פון אפיס כסדר א ליסט ווער זענען די עלטערן וואס צאלן און ווער זענען די וואס צאלן נישט; איך וויל זען דיין נאמען אז דו ביסט אויסגעצאלט דיין גאנצע חוב און דו צאלסט פאראויס יעדע חודש.


שכר לימוד איז נישט קיין קנס עס איז די עתיד פון דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#6835 - ווען א נפטר באקומט רשות אויפצושטיין פון קבר פאר איין תפילה
כיבוד אב ואם, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע מאל דו גייסט התבודדות, זאלסטו זאגן פארן אייבערשטן: "איך הויב אן פון ניי, איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי שוין זיין אן ערליכער איד" (חיי מוהר"ן, סימן תלז), דער רבי האט דערציילט די סוד פון זיין הצלחה, אז ער האט שטענדיג אנגעהויבן פונדאסניי, ער האט געהאלטן אין איין מאכן התחלות (עיין שבחי הר"ן, סימן לג; שיחות הר"ן, סימן קסד).


באניי זיך, גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות. רעד נישט מיט קיינעם ביים דאווענען; ווען מען איז שטארק מיט נישט רעדן ביים דאווענען מיט קיינעם, נאר מיטן אייבערשטן - זעט מען וואונדער, מען זעט ישועות. דאווען מיט א סידור, דאווען אויף איין פלאץ, גיי נישט אהער און אהין, אזוי ווי דאס איז דיין ערשטע תפילה.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא): "אִם הָיוּ מַנִּיחִין מֵת לָעוֹלָם הַזֶּה לְהִתְפַּלֵּל, בְּוַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל יָפֶה יָפֶה בְכָל כּחוֹ", ווען מען געבט ווען פאר א נפטר רשות אויפצושטיין פון קבר פאר איין תפילה, אוי ווי שיין ער וואלט געדאווענט... אנשי שלומינו זאגן, ווען מען געבט ווען פאר א נפטר רשות אויפצושטיין פון קבר - וואלט ער נישט אין ערגעץ געגאנגען, ער וואלט געגאנגען נאר אין שול; נישט צו די ארבעט, נישט צו זיין שטוב, נאר אין שול, און ער וואלט נישט אויסגעטרעטן פון דאווענען צו דארפן צוריק גיין אין קבר; זאלסטו אויך אזוי טראכטן, 'נישטא וואו צו גיין, נישטא וואו צו לויפן, נאר צום אייבערשטן'.


געב אכטונג נישט וויי צו טון דיין טאטע און נישט דיין זיידע, געב זיי נישט קיין מוסר, דו זאלסט זיי נאר מכבד זיין, און אז מען דארף זיי פאררעכטן - לאז די מצוה פאר אנדערע, דו פארמאך דיינע ליפן און רעד נישט א ווארט מוסר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6834 - לאז דיין ווייב בלייבן ריין און ערליך
צניעות, טעלעפאן, אידישע שטוב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, ה' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רייס נישט אראפ דיין ווייב מיט איר צניעות; יעצט ביסטו היציג, פול מיט הייסע בלוט וואס דו דארפסט נאך אויסשרייען צום אייבערשטן, שפעטער וועסטו זיך רייסן די האר ביים קאפ פארן אראפרייסן די שיינע אידישע לבוש.


לויב אויס דיין ווייב מיט איר צניעות, לויב איר אויס אז זי גייט ווי איר מאמע און זי גייט נישט ווייניגער איידל אנגעטון; מען מעג משנה זיין פון די מאמעס לבוש נאר אויף גיין בעסער, אבער אז מען הייבט אן נאכלאזן א האר, א פינטל, פון די איידעלע שיינע אידישע לבוש - איז שפעטער זייער ביטער, די קינדער גייען מטה מטה.


לאך איר נישט אויס אז זי וויל נישט קיין טעלעפאן וכו', דו דארפסט אויך נישט קיין טעלעפאן; די ווערטל 'לצורך פרנסה' - האט שוין עקספייער"ט, שוין אזוי לאנג וואס דו האסט דיין טעלעפאן לצורך פרנסה און פרנסה האסטו נישט, האסט נאר צרות וכו'; שוין, פון דעם וויל איך נישט רעדן יעצט; אבער דיין ווייב לאז ריין, לאז איר בלייבן א אידישע מאמע פאר די קינדער, לאז איר מיט אירע מנהגים, לאז איר מיט אירע שטארקע פרינציפן; ווי נישט גיין אפענע פיס, און נישט זיין פריינדליך צו פרעמדע וכו' וכו'.


פאלג מיך, און לויב אויס דיין ווייב מיט איר איידלקייט, נאך אפאר יאר וועסטו זען ווי שיין און זיס - איידל איז, ווי שיין עס בויט זיך א אידישע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6833 - אויפשטיין טאג נאך טאג נאך חצות?
ישיבה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


ווי קען זיין אזא זאך מען זאל נישט דאווענען שחרית אין צייט? ווי קען זיין אזא זאך אויפשטיין טאג נאך טאג נאך חצות?!


איך בין נישט מסכים צו האבן תלמידים אין ישיבה וואס לעבן בהפקירות און שטייען אויף נאך חצות.


אדער טוישסטו זיך, דו ביסט מקבל עול מלכות שמים, דו לייגסט זיך צייטליך, דו דאווענסט שחרית מנחה מעריב אין צייט, וועסטו קענען ממשיך זיין אין ישיבה, אז נישט – קענסטו נישט ווייטער זיין דא.

#6832 - נאר איין אינטערעס, אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן
שאלות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך הער זייער גוטע גריסן אויף דיר, איך האב אסאך נחת פון דיר, דו ביסט פון די ערשטע אין שול, מען זעט דיך אין שול דאווענען און לערנען.


איך האב דיך זייער ליב, איך וויל אונזער נאנטקייט זאל ווערן שטערקער, איך האב נישט קיין אייגענע אינטערעס ווען איך ענטפער שאלות, ווען איך געב עצות, נאר די איין אינטערעס האב איך, עס זאל יענעם אויך גוט זיין, אלע זאלן שפירן דעם אייבערשטן און האבן א זיסע לעבן.


גיי אן מיט דיין עבודת השם יתברך.


שכוח פארן העלפן צאלן רענט פאר די ישיבה.

#6831 - מיר דארפן טראכטן ווי אזוי צו מאכן נאך מפיצים
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו געבסט אוועק דיינע טעג און יארן מיט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן זיין גאנצע לעבן מיט מסירות נפש צו ראטעווען אונזער דור.


נישטא קיין גרעסערע תענוג און נחת רוח ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין מחזק זיין און מקרב זיין זיינע קינדערלעך.


מיר דארפן טראכטן ווי אזוי צו מאכן נאך מפיצים, ווי אזוי קענען מיר מאכן אז יעדער תלמיד היכל הקודש זאל אים גיין בנפשו צו עוסק זיין בהדפסה ובהפצה; אדער אויסטיילן די ספרים, אדער דרוקן, אדער געבן צדקה צו דרוקן די ספרים; ווייל אין הפצה איז געוואנדן די גאולה שלימה.

#6830 - בעטן דעם אייבערשטן צו קענען לערנען אין רבינ'ס סקול
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תודה והודאה, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז איר האט זייער הנאה געהאט פון די שבת התוועדות מיט בית פיגא תלמידות, ווי איר האט געזען מיידלעך וואס זענען פרייליך, מען לעבט אן קיין דרוק, מען לעבט נישט פאר א צווייטן.


דאס וואס איר שרייבט אז איר זענט טרויעריג אז איר דארפט צוריק גיין צו אייער סקול וואו אלעס איז פרעשור וכו' וכו', און ווען איר בעט פון אייערע טייערע עלטערן צו קומען צו בית פיגא, זאגן זיי: "עס איז נאכנישט די צייט", איר פרעגט וואס איר קענט טון.


תפילה איז די עצה, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין צוגעבינדן צום רבי'ן, לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, בעיקר מיט די עצה פון שמחה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד), עס איז זייער א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, ווי אזוי איז מען פרייליך? ווי אזוי קומט מען צו די גרויסע מדריגה? דורך זוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט שטענדיג און ארויסזאגן מיטן מויל: "שכוח אייבערשטער" אויף די חסדים.


מאכט זיך א קביעות יעדן טאג צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אין אייער שפראך, אין אידיש, זאגט: "שכוח אייבערשטער איך בין א איד, שכוח אייבערשטער איך בין געזונט, שכוח אייבערשטער פאר מיינע טייערע עלטערן, שכוח אייבערשטער איך קען זען, שכוח אייבערשטער איך ווייס פון די עצות פון רבי'ן", און אזוי ווייטער.


דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן טראגט ארויס אלע פרעשור, מען פליט אריין אין גן עדן, מען ווערט פרייליך, מען ווערט אין א גוטע מוט.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט קענען לערנען אין רבינ'ס סקול, און בעטס שוין פאר אייערע דורות, אלע זאלן זיין ביים רבינ'ס מוסדות, אייערע דורות זאלן לערנען און דאווענען, און איר זאלט זיי נישט שטערן, עס זאל זיין די שענסטע זאך אז מען טראגט דעם רבינ'ס נאמען, עס זאל נישט זיין קיין בושה.


געבט א גרוס פאר אייערע טייערע עלטערן.

#6829 - געב גוטע ווערטער אין שטוב, אן קיין חשבונות
קאמפלימענטס, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט דיר, האסט א טייערע וואוילע ווייב, מיט ליכטיגע קינדער, די שענסטע מתנה וואס מען איז זוכה, צו האבן אן ערליכע אידישע מאמע פאר די קינדער, א מאמע וואס פירט זיך ערליך און איידל, דאס איז די שענסטע זאך פארן מענטש.


געב גוטע ווערטער אין שטוב, מאך נישט קיין חשבונות אויב יא זאגן א גוט ווארט אדער נישט זאגן, דו געב נאך און נאך גוטע ווערטער; דיין ווייב ווארט אויף די ווערטער, אויף די ליבשאפט; וועסט איר אזוי מחי' זיין מיט די גוטע ווארעמע ווערטער, דו וועסט מאכן רוען די שכינה הקדושה אין שטוב, וועט שוין ממילא קומען אלע ברכות וישועות.

#6828 - נישט גיין אין טיאטער
שלום בית, מאוויס, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אויף דיין פראגע, אויב דו זאלסט גיין מיט דיין ווייב אין טיאטער; חס ושלום, "הַרְחֵק מֵעָלֶיהָ דַרְכֶּךָ, וְאַל תִּקְרַב אֶל פֶּתַח בֵּיתָהּ", גיי נישט אהין, דערווייטער זיך פון דעם (משלי ה, ח), "דַּרְכֵי שְׁאוֹל בֵּיתָהּ", דארט איז דער גיהנום, "יֹרְדוֹת אֶל חַדְרֵי מָוֶת", דארט איז די טרעפ צום טויט (שם ז, כז).


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, האב רחמנות אויף דיר, אויף דיין נשמה, אויף דיינע קינדער, בלייב א איד, בלייב ערליך, אנטלויף פון קוקן מאוויס, דער סוף פון דעם איז גאר ביטער.


הויב צוריק אן לערנען – וועסטו זיין פרייליך, וועסט שפירן א צופרידנקייט. איך געדענק ווען דו פלעגסט מיר שרייבן יעדע פאר וואכן "סיימתי עוד הפעם", איך האב נאכאמאל געמאכט א סיום מסכת, הלוואי ווען איך הויב אן נאכאמאל באקומען פון דיר די בריוו. תורה מאכט פרייליך, נאר תורה מאכט צופרידן, נאר תורה זעטיגט דעם מענטש.


אז דו וועסט פאלגן וועסטו נישט חרטה האבן.

#6827 - מעג מען איבערזאגן א ווארט אין תהילים?
תהלים

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא, טברי'


איך פריי זיך זייער אז איר האט הנאה פון בית פיגא, איך פריי זיך זייער אז איר זאגט תהילים און איר האט שוין געזאגט איין און דרייסיג מאל תהילים, דער רבי האט אזוי געוואלט מיר זאלן זאגן תהילים, זאגן תהילים קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג איבער זאגן א ווארט אין תהילים מער ווי איין מאל; דער ענטפער איז, אוודאי און אודאי מעג מען, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו; ווען מען זאגט תהילים און מען קומט אן צו א ווארט און מען פארבענקט זיך צום אייבערשטן, מען וויל נאכאמאל זאגן די ווארט - זאגט מען עס איבער.


אזוי אויך קען מען ביים זאגן תהילים זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, מען קען רעדן אויף די אייגענע שפראך. מען פלעגט הערן ברסלב'ער חסידים זאגן תהילים און ווי זיי זענען זיך מתבודד, בשעת'ן זאגן די ווערטער הושיענו פלעגן זיי זאגן: "העלף מיך אייבערשטער, איך קען נישט מער"; וואויל איז דער וואס לאזט זיך נישט נארן, ער זאגט תהילים און איז זיך מתבודד, וועט אים זיין גוט בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6826 - וואונדערליכע עצות און סגולות וואס איר האט נאכנישט פרובירט
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר די הערליכע משפחה וואס איר האט, און פאר אייער טייערע מאן, און פאר די פרנסה וואס ענק האבן; ענק האבן אלעס גוט, ענק האבן ליכטיגע קינדער, עס פעלט ענק גארנישט.


איר שרייבט אז איר האט שוין געטון אלע עצות און אלע סגולות צו ווערן געבענטשט מיט ברכות און ישועות וכו' וכו', אבער איין עצה און איין סגולה - האט איר נאכנישט פרובירט, די עצה פון זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, די עצה פון גארנישט וועלן, די עצה פון וועלן נאר וואס דער אייבערשטער טוט און וואס דער אייבערשטער מאכט. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רעט): "אז עס איז גאר ביטער איז מען זיך אינגאנצן מבטל", האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "אֵיךְ מְבַטְּלִין עַצְמוֹ", ווי אזוי איז מען זיך מבטל, וואס טוט מען ווען מען איז אין א שווערע מצב אין מען שפירט ווי מען קען נישט מער? האט אים דער רבי געזאגט: "מען פארמאכט זיך די מויל און די אויגן, דאס איז ביטול", מען פרעגט נישט קיין קשיות; זיכער ביי אייער מצב וואס עס איז בכלל נישט שלעכט, ענק ווילן נאר מער פרנסה און מער קינדער וכו' וכו'; איז זיכער די עצה זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, די עצה און די סגולה איז וואונדערליך, מען ווערט אזוי פרייליך און אזוי רואיג.


צדיקים האבן געזאגט אויפן פסוק (תהלים עט, י): "לָמָּה, יֹאמְרוּ הַגּוֹיִם", א גוי זאגט "פארוואס?" פארוואס אהער? פארוואס אהין? אבער א איד זאגט: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט האט א חשבון", מען פארמאכט זיך די מויל און מען פרעגט נישט: "פארוואס?" "פארווען?" ווייל מען ווייסט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט, מען פארמאכט די אויגן און מען וויל גארנישט פארשטיין, מען גלייבט אז אלעס איז לטובה.


נאך איין עצה איז דא, די עצה פון תודה והודאה, פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן. מאכט אייך א צעטל און שרייבט אייך אויף א ליסט פון זאכן וואס איז גוט, און יעדן טאג זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אויף די זאכן, דאס וועט אייך העלפן ווערן פרייליך און ווערן בטל צום אייבערשטן, דאס דאנקען און לויבן קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, מען הויבט אן שפירן דאס גוטע זיסע געשמאק וואס מען שפירט אין גן עדן.


נאכן דאנקען און לויבן זאלט איר זיך אויסגיסן אייער הארץ און בעטן: "הייליגער באשפער העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל נישט זיין דעפרעסט, נעם מיך ארויס פון מיין עצבות ומרה שחורה, העלף מיר איך זאל נאר זען דיינע חסדים, דיינע ניסים - וואס דו מאכסט מיט מיר און מיט מיין משפחה.


הייליגער באשעפער געב מיר א גוטע שלום בית, העלף מיר איך זאל זען אין מיין מאן נאר גוטס, איך זאל אים ליב האבן און ער זאל מיך ליב האבן, העלף מיר איך זאל נישט זען אין אים קיין איין חסרון, און מאך רוען די שכינה צווישן אונז, מיר זאלן זיך ליב האבן און נאר זיין פרייליך".


אזוי זאלט איר בעטן און אויך צולייגן אייגענע תפילות, און איר וועט זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6825 - ווי אזוי רעדט מען מיט א ווייב
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף דו געדענקסט די דיבורים וואס מיר האבן גערעדט אין אומאן, ווי מען קען פרייליך מאכן די ווייב, און ווי מען רעדט מיט א ווייב. מוהרא"ש האט אונז געלערנט קיינמאל נישט אויפווייזן פאר די ווייב אז זי איז נישט גערעכט, אפילו זי זאל זאגן אויף טאג - נאכט און אויף נאכט – טאג, זאל מען איר נישט מבטל זיין און נישט אויפווייזן אז זי ווייסט נישט, נאר מיט גיין מיט איר און האבן סבלנות.


אז זאכן טוען דיר וויי פון דיין ווייב וכו' וכו' - זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אים בעטן עס זאל זיין שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6824 - נאר מיט שלום וועלן מיר מצליח זיין
שטעטל, שלום, באזאר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך דאנק אייך פארן העלפן אין די קליידער געשעפט אין שטעטל וואו מען קען איינקויפן פאר אפאר דאלער שיינע קליידער, אנשי שלומינו דארפן נישט ווערן קיין בעלי חובות, מען קען לעבן אן חובות און האבן קליידער.


נאך מער דאנק איך אייך פארן אויסגלעטן און אויסגראדן צווישן די פרויען די וואלענטירן, עס זאל זיין שלום צווישן אייך. עס לוינט מיר נישט די גאנצע קליידער געשעפט נאר אויב עס איז דא שלום צווישן אייך, נאר מיט שלום וועלן מיר מצליח זיין, נאר מיט שלום וועלן מיר ברענגען די גאולה. אזוי ווי דער צדיק רבי חיים ויטאל זכרונו לברכה דערציילט (ספר שבחי האר"י ז"ל) אמאל אין אן ערב שבת האט אויסגעבראכן א קריגעריי צווישן אונזערע ווייבער תלמידים פון אריז"ל, און דער אריז"ל האט געזאגט, "בְּקַבָּלַת שַׁבָּת בָּא אֵלַי הַמֶלֶךְ הָרָע, וְאָמַר לִי", אינמיטן קבלת שבת איז געקומען דער מלאך המות און ער האט מיר געזאגט, "גַם אַתֶּם גַם מַלְכְּכֶם תִּסָפוּ", אז איך גיי נפטר ווערן, "וְכָל זֶה בִּגְלַל הַקְּטָטָה שֶׁהָיְתָה בֵּינֵיכֶם הַיוֹם", אלעס צוליב די מחלוקה וואס איז היינט געשען צווישן אייך, "כִּי כָּל פַּעַם שֶׁהָיָה הַשָׁלוֹם שׁוּרָה בֵּינֵיכֶם לֹא הָיְתָה לְמַלְאָךְ הַמָוֶת דְרִיסַת רֶגֶל", ווייל ווי לאנג עס איז געווען שלום צווישן אייך האט דער מלאך המות נישט געהאט קיין שליטה אויף מיר, "כֵּן הָיָה בַּעֲווֹנוֹתֵנוּ הָרַבִּים בְּאוֹתוֹ זְמַן נִתְבַּקֵּשׁ בִּיְשִׁיבָה שֶׁל מַעֲלָה מוֹרֵנוּ וְרַבֵּנוּ עֲטֶרֶת רֹאשֵׁנוּ זַ"ל", וכך הוה, אז דער אריז"ל איז יענע יאר אוועק; א שרעק פון א מעשה, דער אריז"ל איז דא מיט זיינע הייליגע תלמידים און די ווייבער קריגן זיך, און דאס איז גורם אלע צרות; זאלט איר מיר העלפן מיט די איין זאך, עס זאל זיין שלום צווישן די ארבעטער, די וואלענטירן.


איך בין דאנקבאר יעדן איינעם פון אייך, אבער נאר דער וואס זוכט נישט צו זיין בעל הבית און טרעט נישט אויף אנדערע, און אז מיר וועלן פרובירן מיט אלע אונזערע כוחות צו זיין בשלום מיט יעדן איינעם - וועלן מיר זוכה זיין צו ברענגען משיח במהרה בימינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6823 - וואס איז די עצה פאר א קינד וואס צעברעכט כלים פון כעס?
תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, שבת ליכט, כעס, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר בעט אן עצה, איינע פון די קינדער זענען זייער בכעס וכו', עד כדי כך אז דאס קינד צעברעכט כלים פון כעס; וואס איז די עצה?


די עצה איז, ווען איר צינדט אן די הייליגע שבת לעכט זאלט איר בעטן פאר דאס קינד: "הייליגער באשעפער העלף דאס קינד (זאגט מיטן נאמען) זאל נישט זיין בכעס, זאל נישט צעברעכן זאכן דורך כעס, הייליגער באשעפער העלף דאס קינד זאל אויסוואקסן ערליך און הייליג".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6822 - פרעגן א מורה דרך, אבער נאר מיט אן אמת
מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ו): "עֲשֵׂה לְךָ רַב", נעם זיך א רב, נעם זיך א רבי וואס וועט דיר לערנען ווי צו לעבן מיטן אייבערשטן; מען מוז האבן א רב, אן א רב קען מען זייער פארקריכן. מען דארף זוכן א רב וואס איז דבוק צום אייבערשטן, און אזוי וועט מען זוכה זיין אויך צו ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן, און ווי מער מען איז זיך מבטל פארן רבי'ן - איז מען זוכה צו מקבל זיין מער און מער קדושה וטהרה.


אויף דיין פראגע, 'וואס קען מען טון אז דער מאן וויל פרעגן און טון וואס דער רבי זאגט, אבער די ווייב וויל נישט פרעגן און וויל טון ווי זי פארשטייט?' דארף מען דאס אויך זאגן פארן רב, און ווען מען פרעגט די פראגע דארף מען אויסשמועסן אז 'איך וויל פרעגן, אבער מיין ווייב וויל אזוי און אזוי', און די זעלבע זאך פארקערט, אויב די פרוי האט א רב, א רבי - וועם זי פרעגט אירע שאלות, און דער מאן וויל נישט פרעגן זאל זי אויסשמועסן אז איר מאן וויל אזוי און אזוי, און דער רבי וועט איר מדריך זיין ווי אזוי זיך צו פירן.


דער עיקר עס זאל זיין מיט אן אמת און מיט ביטול, נישט אויף נאכצומאכן אנדערע וכו', און נישט אוועק נעמען צייט פון רבי'ן אים אויסלערנען ווי צו ענטפערן וכו'. אזוי ווי די מעשה, א איד געקומען צום רבי'ן, דער איד איז געווען זייער צוגעבינדן צום רבי'ן, מען האט אים גערופן רבי ישראל פון נעמירוב, און ער האט געבעטן דעם רבי'ן אז ער זאל אים לאזן פארן צו א געוויסע פלאץ - וואו עס איז געווען דארט א מלחמה - פאר פרנסה; היות דער מענטש האט זייער געוואלט פארן האט אים דער רבי נישט געזאגט בפירוש ער זאל נישט פארן, נאר דער רבי האט אים געזאגט די ווערטער: "זאלסט זיך פארנעמען אז יא מיט ניין איז ביי דיר גלייך, און זאלסט זאגן פינף קאפיטלעך תהילים, נאכדעם ווי אזוי עס וועט דיר אריינקומען אין מחשבה - אזוי זאלסטו זיך פירן", ער האט אזוי געטון, און ער איז צוריק געקומען צום רבי'ן זאגנדיג: "עס איז מיר אריין אין מחשבה איך זאל יא פארן", פארן רבי'ן איז דאס נישט געפאלן, דער רבי האט געוויסט קלאר אז דער איד האט נישט אינזין געהאט יא און ניין צוגלייך (פעולת הצדיק, סימן תתקע); זעט מען אז נאר ווען מען וויל טאקע הערן וואס דער רבי האט צו זאגן, א יא און א ניין איז גלייך - נאר דעמאלט באקומט מען דעם ריכטיגן ענטפער.


דער עיקר דארף מען בעטן אסאך דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן נארן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, "שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם", לאזט אייך נישט נארן, "כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד" די וועלט נארט אייך; מען זאל לערנען און דאווענען און עוסק זיין וואס מער אין הפצה, פארשפרייטן דעם צדיק אויף דער וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6821 - א מחי' צו גיין צווישן די פעלדער שמועסן מיט'ן אייבערשטן
תפילות אויף אידיש, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיך אזוי מחי' געווען מיט דיין בריוו, האסט מיך ממש אויפגעלעבט מיט דעם וואס דו גייסט התבודדות, דו גייסט אין 'וואלנאט מאונטן' שפאצירן מיטן אייבערשטן, דו קענסט שוין דארט יעדע בוים און יעדע וועג - פון אזוי סאך גיין התבודדות.


וואלנאט איז אגוז, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ו, ב), אויפן פסוק (שיר השירים ו, יא): "אֶל גִּנַּת אֱגוֹז יָרַדְתִּי", צום וואלנאט מאונטן בין איך געגאנגען; וואס עפעס זענען אידן צוגעגליכן צו אגוזים? זיי זאגן אסאך פשטים, איינע פון די פשטים, אז א ניסל ווען עס פאלט אין בלאטע קען מען דאס אפוואשן און עס בלייבט ריין אזוי ווי פריער, אנדערש ווי אנדערע פרוכט, אזוי אויך אידישע קינדער, ווען זיי פאלן אין בלאטע קענען זיי זיך גוט אפוואשן מיט תשובה און מעשים טובים. אויך ווייל אויב מען פארדעקט די ווארצלען פון א ניסל בוים קען דאס נישט וואקסן, אזוי אויך, ווער עס פארדעקט זיך, ער איז זיך נישט מתוודה – "מְכַסֶּה פְּשָׁעָיו לֹא יַצְלִיחַ" (משלי כח, יג), עיין שם במדרש.


אה מחי' צו גיין צווישן די פעלדער שמועסן מיטן אייבערשטן, מען בויט אויף די אמונה. דו שרייבסט אז היינט נאכן גיין אזויפיל שעות התבודדות – איז דיין אמונה אסאך שטערקער; אודאי איז אזוי, דאס רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן בויט אויף די אמונה אזוי שטארק, אז מען דארף מער נישט קיינעם נאר דעם אייבערשטן, מען האט נישט מורא פון קיינעם נאר פונעם אייבערשטן.


האסט מיך אזוי מחי' געווען אז דו גייסט מיט די עצות פון רבי'ן, דאס איז מיין גאנצע כוונה מיטן שטעטל, נאר פאר דעם אז מען זאל לעבן מיטן אייבערשטן, מען זאל גיין צווישן די ביימער און שמועסן מיטן אייבערשטן, אים בעטן: "הייליגער באשעפער פיר מיך אויפן אמת'ן וועג, איך וויל זיך נישט נארן, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל נכלל ווערן אין דיר בתכלית השלימות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#6820 - יעדן ליב האבן, און אויך דרך ארץ, קען מען נאר מיט תפילה
חנוכה, שטעטל, גבאי, ליכט צינדן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


געדענק וואס א גבאי מיינט, שמייכלען און אויפלעבן יעדן איינעם בלי יוצא מן הכלל, און זען אין יעדן איינעם נאר דאס גוטס, און אז מען זעט חסרונות - דארף מען גיין זיך מתבודד זיין אין די פעלדער און אין די וועלדער.


אויך דארף מען זען אז אלעס זאל זיך פירן מיט דרך ארץ, די שול און אזוי אלעס ארום - זאל זיין מיט דרך ארץ, און מיט מאכן א גוטע נאמען פארן צדיק; אויפהייבן דעם רבינ'ס נאמען. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק; בפרט אין היכל הקודש דארף מען זייער מקפיד זיין עס זאל זיין אלעס מיט דרך ארץ.


פארשטייט זיך אז די צוויי זאכן - יעדן ליב האבן און זען עס זאל זיין סדר און דרך ארץ – קען מען נאר צאמשטעלן מיט תפילה והתבודדות.


ביטע איבערגעבן אין שטעטל פאר די אינגעלייט זיי זאלן נישט ארויפקומען צו מיין חנוכה ליכט צינדן, איך וויל צינדן פריוואט מיט מיינע קינדער, מכמה טעמים.


א פרייליכן חנוכה.

#6819 - גוט געלערנט שווימען, קומט מען אן בשלום
תהלים, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


 


... תחי', תלמידה בית פיגא טברי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר האט הנאה אין בית פיגא. הערט זיך גוט איין וואס אייערע לערערינס לערנען, נאך אביסל גייט איר ארויס פון סקול, איר גייט חתונה האבן, עס איז אזוי ווי מען פאלט אריין אין א רוישיגע וואסער, און נאר אויב מען האט זיך גוט געלערנט שווימען - קומט מען אן בשלום, אזוי איז די לעבן; די יארן וואס מען גייט אין שולע לערנט מען אויס שווימען, מען לערנט אויס ווי זיך צו ראטעווען אין לעבן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך אמונה, דעם רבינ'ס עצות ראטעוועט דעם מענטש מען זאל זיך נישט דערטרענקען.


זאגט יעדן טאג תהילים, אפילו אביסל; ווייל ווער עס זאגט תהילים איז זוכה צו ווערן נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6818 - דריי מינוט התבודדות
חיזוק פאר מיידלעך, התבודדות

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא טברי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אה מחי' אז איר הויבט אן די טאג מיט דריי מינוט התבודדות; איין מינוט דאנקט איר דעם אייבערשטן, איין מינוט געבט איר אוועק פאר תשובה, און נאך א מינוט פאר תפילה ובקשה.


אין אמת'ן האט דער רבי געוואלט מיר זאלן א גאנצן טאג נאר רעדן צום אייבערשטן (חיי מוהר"ן, סימן תלח), אבער אז מען קען נישט - זאל מען זיך באשטימען א צייט, א שעה יעדן טאג - צו רעדן צום אייבערשטן, קומט מוהרא"ש און זאגט, הויב אן מיט אפאר מינוט און מיט די צייט וועט ווערן די גאנצע טאג ארום גענומען מיט רעדן צום אייבערשטן.


אזוי זאלט איר טון; הויבט אן מיט דריי מינוט, און מיט די צייט וועט איר מאכן נאך אמאל דריי מינוט, און נאכדעם פינף מינוט, און אזוי וועט די גאנצע טאג זיך ארומדרייען מיט טראכטן און מיט רעדן צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6817 - אין זכות פון שלום וועט זיין ברכה והצלחה
ספיקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע וכו'; איר זאלט אלעס טון למען השלום, שלום איז קדושה, שלום איז אמת, די גרעסטע זאך איז שלום, די גרעסטע זאך פאר די קינדער איז שלום. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שלום, סימן יז): "עַל יְדֵי רְדִיפַת שָׁלוֹם מַצִּיל לְבָנָיו מִמִּיתָה וּמִגָּלוּת", דורך זוכן שלום ראטעוועט מען די קינדער פון מיתה און פון גלות. די גאנצע ברכה קומט דורך שלום, דער רבי זאגט (שם, סימן יח): "הַבְּרָכָה בָּא עַל יְדֵי שָׁלוֹם", ברכה קומט דורך שלום.


לעבט נישט מיט קיין ספיקות, געבט איבער די גאנצע זאך פארן אייבערשטן און טוט אלעס נאר פאר שלום, ובזכות שלום וועט זיין ברכה והצלחה, און די קינדער וועלן לעבן און נישט האבן קיין גלות לעבן, נאר א שיינע זיסע גליקליכע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6816 - די ווארט 'באשערט' לאז פאר די אנדערע זייט
שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


אז מען טראגט דיר אן א שידוך - זאלסטו עס נישט אפזאגן; די ווארט 'באשערט' לאז פאר די אנדערע זייט, זאלן זיי אפזאגן די שידוך, און אז מען זאגט דיר 'ניין' - זאלסטו נישט ווערן צעבראכן, נאר זאגן עס איז נישט 'באשערט', אבער דו פון דיין זייט זאלסטו זיין גרייט אויף יעדע שידוך וואס מען טראגט דיר אן, זאלסט חתונה האבן נאר צו טון רצון השם יתברך.


געב זיך אכטונג פון די גרויסע פיינט וואס הייסט 'צייט', ווייל מען געבט זיך איין דריי און מען גייט שוין צוריק צום אייבערשטן, און מען מוז חתונה האבן און ברענגען קינדער.


וואויל איז דער וואס וועלט זיך נישט, ער טוט דעם רצון פון אייבערשטן; וועט אים זיין גוט בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6815 - לערנען הלכה מיט די בחורים
כיבוד אב ואם, ישיבה, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דו זאלסט לערנען מיט די בחורים הלכה; הלכות ברכות, הלכות תפילה, ווי אזוי זיך צו פירן טאג טעגליך, און ווען עס קומט א יום טוב - זאלסטו לערנען די הלכות פון די יום טוב; חנוכה לערן מיט זיי הלכות חנוכה, פורים לערן מיט זיי הלכות פורים, און אזוי ווייטער.


אז דו פארסט ממילא אריבער די שטוב פון דיינע עלטערן - זאלסטו יעדן טאג ארויפגיין צו דיין מאמע איר באגריסן, איר פרייליך מאכן מיט א מעשה, מיט א גוט ווארט. היינטיגע טעג - ווען אלע האבן א קאר - איז אזוי גרינג צו טון די מצוה פון כיבוד אב ואם, און אפילו מען וואוינט אביסל ווייט - דארף מען כאטשיג איין מאל א חודש אריבערגיין צו די עלטערן, און אז מען וואוינט נאנט - כאטשיג איין מאל א וואך, און אז מען וואוינט אין די זעלבע שטאט, די זעלבע געגנט - דארף מען גיין יעדן טאג צו זיי.


זיי מחי' דיין מאמע. דער אייבערשטער זאגט (קידושין ל:): "בזמן שאדם מכבד את אביו ואת אמו, אמר הקדוש ברוך הוא, מעלה אני עליהם כאילו דרתי ביניהם וכבדוני", ווער עס איז מכבד טאטע מאמע איז אזוי ווי מען איז מיך מכבד; די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום" (בבא מציעא לב.), עס איז די זעלבע זאך ווי מכבד זיין טאטע מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6814 - זיין פעלזן פעסט צו היטן די הלכות
תשובה, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


היט די הלכות פון טהרת המשפחה, מען מוז היטן די הלכות, און אז דיין ווייב וויינט וכו' - זאלסטו ווייטער בלייבן היטן די הלכות; וויינען איז נישט שטערקער פון די תורה. אויב מען היט די הלכות בלייבט די שטוב גאנץ, און אויב נישט, גט מען זיך ביים סוף חס ושלום.


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב און דערציילט וכו' - האב איך זיך זייער דערשראקן, ווייל איך ווייס וואס דער סוף איז אויב מען היט נישט קיין הלכות, די תורה זאגט (ויקרא יח, כט): "וְנִכְרְתוּ", מען ווערט פארשניטן פון די וועלט און פון יענע וועלט.


די הייליגע חכמים זאגן (שבת יג.), אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארומלויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט, ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא, פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוואוסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל - דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, און האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה", האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פינקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף די הלכות אין די שבעה נקיים; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


טו תשובה, און זע צו פארן מיט דיין ווייב קיין אומאן צום רבינ'ס ציון און זאגן דארט די תיקון הכללי, און מהיום והלאה זאלסטו זיין פעלזן פעסט צו היטן די הלכות.

#6813 - יעדן איינעם מחזק זיין, און קוקן גוט אויף יעדן איינעם
משמש דעם רבי'ן, חלישות הדעת, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


וואויל איז אייך אז איר זענט משמש דעם רבי'ן, איר פארשפרייט די זיסע עצות פון רבי'ן פאר נשות אנשי שלומינו, איר נעמט זיי צאם איין מאל א וואך, איר רעדט מיט זיי און איר געבט זיי צו הערן די שיעורים פאר פרויען, דאס איז די גרעסטע זאך ביים אייברשטן, מחזק זיין אידישע קינדער.


האט נישט חלישות הדעת וכו', זייט יעדן דן לכף זכות, קיינער וויל נישט זיין שלעכט און קיינער איז נישט שלעכט, מען דארף יעדן איינעם מחזק זיין און קוקן גוט אויף יעדן איינעם, אזוי קען מען יעדן איינעם ברענגען צו די העכסטע מדריגה.


רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע א חסרון ביי א צווייטן, איז דאס אדער ווייל האב איך נישט געהאט יענעם טאג התבודדות, און אז איך האב יא געמאכט התבודדות - איז דאס געווען ווינציג".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6812 - אנגעטון תכריכים צו דערמאנען פון די חתונה
יום החופה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


פאריגע וואך האב איך געמאכט א שבע ברכות ביי מיר אין שטוב פאר החתן ..., מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער. איינער האט דערציילט ווי מען האט אים אנגעשראקן פאר זיין חופה אז מען טוט אן די ווייסע קיטל צו דערמאנען אז נאך אביסל וועט מען אנטון די ווייסע תכריכים, אז עס איז אים ממש שלעכט געווארן, ער האט נישט געהאט קיין חשק צו זיין חופה.


מיר האבן גערעדט אז אין ברסלב זאגט מען פארקערט, מען זאגט פארן נפטר אין די אויער: "קוק, מען האט דיר אנגעטון ווייסע תכריכים, דערמאן זיך אז דו האסט חתונה געהאט און געברענגט קינדער מיט מסירות נפש, האסט זיי מחנך געווען, איז וואס ביסטו אזוי בעצבות? דו לאזט איבער דורות וואס פירן זיך אויפן דרך הישר".


אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס מאכט אונז פרייליך און שלעפט אונז ארויס פון די עצבות ומרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.