בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6461 - איין תירוץ איז דא; אז דער רבי זאגט קומען, קומט מען
אומאן, ראש השנה, מנהגים, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן, אין די בריוו, ביי די דאטום פון פרשת כי תבוא - שרייבט ער: "לסדר 'כי תבוא לאומאן'", ווייל מען גרייט זיך שוין צום גרויסן נסיעה צום הייליגן רבי'ן, יעדער איינער צעברעכט זיינע שוועריקייטן וואס ווילן אפהאלטן זיין נסיעה צום רבי'ן. אזוי ווי רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה זינגט אינעם ליד שיר ידידות: "שׁוֹמְרִים זֹאת תַּלְמִידָיו, מִדֵּי שָׁנָה בְּשָׁנָה לְהִתְרָאוֹת לְפָנָיו, שׁוֹבְרִים עַל זֶה מְנִיעוֹת עֲצוּמוֹת, כִּי זֶה תִּקוּנָם הַמְּיֻחָד לִפְנֵי יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת".


שפרינג אריבער אויף דיינע בלבולים, נישטא קיין תירוצים אויף דיינע קשיות. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תו), וועגן קומען אויף ראש השנה: "וועט זיין נאך א קשיא", ווייל נאר אזוי קען מען קומען; מיט נאך א קשיא און מיט נאך א קשיא, און איין תירוץ איז דא, אז דער רבי זאגט (שם, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


מיר גייען ראש השנה אנגעטון ווייס; פאק זיך איין א ווייסע בעקיטשע אדער א ווייסע קיטל. אויך איז גוט צו קומען צום רבי'ן מיט נייע קליידער; א נייע העמד, מיט נייע אונטער וועש, און א נייע טלית קטן מיט א נייע קאפל. מוהרא"ש האט זיך אזוי געפירט, און אזוי פיר איך זיך.


איין תירוץ איז דא, אז דער רבי זאגט קומען - קומט מען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6460 - מיט עקשנות דקדושה קומט מען אן צו גאר שיינע זאכן
תפילה והתבודדות, התחזקות, שטעטל, עבודת השם, אומאן, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה איז געווען הערליך שיין, שבת מיט אנשי שלומינו איז מעין עולם הבא.


שבת אינדעפרי האבן מיר געלערנט די מעשה פון די חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), דער רבי דערציילט אז די עלטערן פון די צוויי קינדער האבן פארלוירן זייער געלט; מיר האבן גערעדט וויפיל צרות מענטשן האבן פון געלט, און נאכאלץ לויפט מען דאס נאך, און די איינציגסטע וועג געראטעוועט צו ווערן פון גליסטן געלט - איז דורך דעם צדיק.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען מיט די לשון וואס דער רבי זאגט (שם): "אוּן דֶער סֵדֶר פוּן דִי מְשָׁרְתִים, אַז פְרִיר מוּז מֶען זַיין אֵיין אוּנְטֶער מְשָׁרֵת, אוּן מֶען מוּז טָאן שְׁוֶוערֶע אַרְבֶּעט, אוּן מִנֶעמְט וֵויינִיג שְׂכִירוּת, דֶערְנָאךְ וֶוערְט מֶען עֶרְשְׁט אֵיין אֵייבֶּער מְשָׁרֵת"; אז דאס גייט ארויף אויך ברוחניות, ביי עבודת השם איז אין אנהויב זייער שווער, בבחינת אונטער משרת, קוים וואס מען קומט אן צו טון עפעס, בבחינת מען באקומט ווייניג שכירות, דאך אז מען דערהאלט זיך, מען טוט ווייטער, מען לאזט נישט אפ, מען געבט נישט אויף - איז מען זוכה צו ווערן אן אויבער משרת.


אז מען ווייסט די הקדמה אין לעבן, מען ווייסט אז אזוי גייט עס, אזוי שפירט מען, און אז אלע צדיקים וואס האבן זוכה געווען צו קומען צו זייערע מדירגות - זענען קודם געווען בבחינת אונטער משרת, און מיט עקשנות דקדושה זענען זיי צוגעקומען צו זייערע מדריגות - קען מען אויך זוכה זיין צו קומען צו גאר שיינע זאכן.


שבת ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט שיחות הר"ן (סימן רלב), וואו דער רבי זאגט: "הָעִקָּר הוּא הַדִּבּוּר" דער עיקר איז ניצן דעם דיבור; בעטן דעם אייבערשטן צו קענען זיין ערליך, "שֶׁעַל יְדֵי הַדִּבּוּר יְכוֹלִין לִכְבֹּשׁ הַכֹּל וּלְנַצֵּחַ כָּל הַמִּלְחָמוֹת" און מיטן מויל קען מען איבערקומען אלע מלחמות, "אַף עַל פִּי שֶׁיְּכוֹלִין לְהִתְבּוֹדֵד בְּמַחֲשָׁבָה" מען קען אויך מיטן מחשבה זיך מתבודד זיין, "אֲבָל הָעִקָּר הוּא הַדִּבּוּר" אבער דער עיקר איז ארויס צו זאגן מיטן מויל די תפילות ובקשות. מיר האבן גערעדט אויף וואס די תורה זאגט (דברים כא, י): "כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ", אז דו וועסט ארויסגיין מלחמה האלטן מיט דיין פיינט, דאס מיינט מען דעם סמ"ך מ"ם וכת דיליה וואס די זענען די גרעסטע פיינט פונעם מענטש, זאלסטו ניצן די עצות פון די צדיקים וואס האבן מגלה געווען ווי אזוי מען קען זיי מנצח זיין, דורכן ניצן די מויל, דורך רעדן צום אייבערשטן, און דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, שם): "לְעִנְיַן מַה שֶּׁקָּשָׁה עַל הָאָדָם לְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ" דאס וואס עס איז אזוי שווער זיך צו אויסרעדן דאס הארץ פארן אייבערשטן, "אוֹ לִפְנֵי הַצַּדִּיקִים הָאֲמִתִּיִּים מַה שֶּׁבְּלִבּוֹ" אויך דאס וואס עס קומט אן אזוי שווער צו דערציילן פאר צדיקים אלע שוועריקייטן וואס גייט איבער, "וְכָל זֶה מֵחֲמַת בּוּשָׁה וּכְבֵדוּת שֶׁלּוֹ" עס איז אזוי שווער און אזוי פארשעמט, "שֶׁאֵין לוֹ עַזּוּת דִּקְדֻשָּׁה" מען האט נישט די שטארקקייט וואס מען דארף צו האבן ווען מען וויל זוכה זיין צו קדושה, "בְּוַדַּאי הוּא שְׁטוּת גָּדוֹל" דאס איז א גרויסע נארישקייט, "כִּי הֲלֹא הוּא רוֹצֶה לִכְבֹּשׁ בְּדִּבּוּרוֹ מִלְחָמָה חֲזָקָה שֶׁהוּא מִלְחֶמֶת הַיֵּצֶר" ווייל אז ער וויל מנצח זיין דעם יצר הרע, און מיטן רעדן און בעטן דעם אייבערשטן, און מיטן זיך דורכרעדן מיט צדיקים - וועט ער זיי קענען מנצח זיין, "וְעַכְשָׁו" און יעצט, "כְּשֶׁהוּא סָמוּךְ לַדָּבָר" ווען ער האלט שוין אזוי נאנט, "וְלִכְבֹּשׁ וּלְשַׁבֵּר חוֹמוֹת וְלִפְתֹּחַ שְׁעָרִים עַל יְדֵי הַדִּבּוּר" ער גייט שוין אט אט צעברעכן די פעסטע מויערן און עפענען די טירן, "וּבִשְׁבִיל מְנִיעָה קַלָּה מֵחֲלִישׁוּת דַּעְתּוֹ וְכַיּוֹצֵא יִמָּנַע חַס וְשָׁלוֹם מִלְּדַבֵּר" זאל ער זיך צוריק האלטן? "כִּי הֲלֹא הַמְּנִיעָה הַזֹּאת נֶחֱשֶׁבֶת לִסְתִימָה שֶׁל קוּרֵי עַכָּבִישׁ כְּנֶגֶד הַחוֹמוֹת שֶׁרוֹצֶה לְשַׁבֵּר בְּדִבּוּרוֹ" עס איז אזוי ווי א גיבור וואס נעמט איין ריזיגע פעסטונגען און ווען ער זעט אויפן טיר א שפינען וועבאכץ, און ער גייט צוריק - איז דאס א נארישקייט און א טפשות, אזוי אויך ווען מען וויל זוכה זיין צו זיין א צדיק און מען האלט זיך צוריק פון זיך מתבודד זיין; ווייל דער עיקר נצחון איז דורכן דיבור.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין אוהל מתפלל זיין, איך האב מיט גענומען מיינע קינדער מתפלל זיין פאר א גוט יאר. איך האב געזאגט דעם יום תהלים און זיך מתבודד געווען, און ברוך ה' זיך געקענט אביסל אויסגיסן דאס הארץ.


אויב דו בלייבסט דא די יאר, דו קענסט נישט פארן קיין אומאן - ביטע לאז מיר וויסן, ווייל איך וויל זייער שטארק איבערלאזן א מנין אין שטעטל, איך וויל אזוי שטארק עס זאל זיין אלע תפילות און תקיעת שופר אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6459 - איך בין מקנא דיין זכות פון מתקן זיין עירובין
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל ועד העירוב קרית ברסלב ליבערטי


איך בין מקנא דיין זכות פון מתקן זיין עירובין; דיין מסירות נפש פארן עירוב ביי אונז אין שטטעל, סיי מיטן בויען, סיי מיטן שטיין יעדן טאג פונעם יאר זיכער מאכן אז עס איז דא אין שטעטל א כשר'ע מהודר'דיגע עירוב.


איך בין מקנא דיינע זכותים, עס שטייט פון צדיקים אז מתקן זיין עירובין איז זייער מסוגל פאר קינדער און פאר רפואות.


איך ווינטש דיר און דיין משפחה, בזכות די מצוה פון מתקן זיין עירובין זאלן ענק אלע זוכה זיין צו געזונט און צו אלעס גוטס, און צו א כתיבה וחתימה טובה.

#6458 - אין די פארנומענסטע צייט, לויפסטו ארום פאררעכטן די עירוב
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מענידזשער פון די עירוב אין קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן זיך מנדב זיין צו טון אלעס – אז די עירוב זאל זיין כשר יעדע וואך.


אין די פארנומענסטע צייט, ערב שבת – לויפסטו ארום פאררעכטן די עירוב, די זכות זאל דיר ביישטיין.

#6457 - בודק זיין די עירוב אין שטעטל יעדן ערב שבת ויום טוב
הכרת הטוב, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מתנדב זיין די גאנצע יאר שנת תשפ"ד, יעדן ערב שבת ויום טוב – בודק זיין די עירוב אין שטעטל.


בזכות די מצוה זאלסטו זוכה זיין געבענטשט צו ווערן מיט ישועות און רפואות, און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#6456 - ווילסט געהאלפן ווערן, לייג אריין אפאר פרוטות פאר רבי מאיר'ל
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, פדיון נפש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, שד"ר מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען אויף וואס דו העלפסט מיר מיטן צאמנעמען צדקה פאר אונזערע מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש, כהיום האלטן מיר ביי זיבן באזונדערע מוסדות נאר אין ארץ הקודש; א חדר און בית פיגא אין ירושלים, א חדר און בית פיגא אין בני ברק און אין טבריה, און אויך א ישיבה אין ירושלים.


טייל אויס פאר אלע אנשי שלומינו פושקעס וואס עס זאל שטיין דערויף: "צדקת רבי מאיר בעל הנס", אז ווער עס וויל געהאלפן ווערן זאל אריינלייגן אפאר פרוטות פאר רבי מאיר'ל, מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים, רבי מאיר'ל נעמט אויך פרוטות, אויך קליינע סכומים, און מען קען זען גרויסע ישועות.


אויף דיין פראגע, ווען מען מאכט פדיון נפש להמתקת הדינים, אויב מען קען דאס לייגן אין די צדקה פושקע, אדער דאס דארף גיין דירעקט אין די האנט פון דער וואס מאכט די פדיון? מוהרא"ש זאגט (שו"ת ברסלב חלק ד, מכתב תנ) אז מען קען מאכן פדיון נפש דורך געבן אין די פושקע וואס קומט אן צום צדיק, מוהרא"ש זאגט: "בוודאי אם יכולים לתת לידי הצדיק מה טוב ומה נעים" אודאי איז בעסער אז מען קען דאס איבערגעבן אין די האנט פונעם צדיק, "אבל אם לא, יכולים להכניס בקופת הצדקה שלו" אבער אז מען קען נישט - קען מען געבן די פדיון נפש אין די פושקע.


דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקלט): "טוב מאד ליתן בכל עת על פדיונות לצדיקים" עס איז זייער גוט צו מאכן שטענדיג א פדיון, "ואפילו שלא בעת צרה חס ושלום" אפילו מען האט נישט עפעס א ספעציעלע צרה, מען זעט גרויסע ישועות, און דער רבי האט דערציילט אז די אונגארישע אידן געבן אסאך פדיונות פאר צדיקים, דעריבער זעען זיי שטענדיג ניסים, זיי זעען ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#6455 - ביי ליכט צינדען איז א צייט וואס די הימל עפנט זיך
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט, ליכט צינדן, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין אנצוצינדן די שבת ליכט אפאר מינוט פארן זמן הדלקת הנירות, און בעטס ביי די ליכט פאר אייערע דורות, אלע זאלן זיין ערליכע אידן.


בעטס ביי די שבת ליכט פאר אייערע דורות, אלע זאלן זיין ערליכע אידן, אויך זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ביי די ליכט אז דעם הייליגן רבינ'ס עצות זאל אריינגיין אין די וועלט; ביי די ליכט איז א צייט וואס די הימל עפנט זיך, און דערפאר האט רבי נתן זכרונו לברכה געבעטן זיין ווייב און טעכטער, אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן: "רבונו של עולם, אזוי ווי איך צינד אן די שבת ליכט און איך מאך ליכטיג דא אין שטוב, זאלסטו ליכטיג מאכן פאר אלע אידן, זאלסט אריינשיינען אין אלע אידן די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן"; אזוי דארפן אלע פרויען בעטן: "רבונו של עולם, טאטע זיסער! געב מיר א שיינע שבת, א שיינע לעבן, א לעבן מיט שלום, א לעבן מיט ליבשאפט; איך זאל זיך אויסקומען מיט מיין מאן און איך זאל אים שעצן. רבונו של עולם הער אויס מיין געבעט, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער וואס וועלן דיר דינען מיט ליבשאפט. רבונו של עולם אזוי ווי איך מאך ליכטיג די שטוב, איך צינד יעצט אן די שבת ליכט, מאך אונז ליכטיג אונזער לעבן און מאך ליכטיג פאר אלע אידישע קינדער; אלע זאלן וויסן פון דיר, אלע זאלן וויסן פון הייליגן רבי'ן".


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#6454 - סגולות פאר א פרוי, צו האלטן די קינדער
קינדער, אמונה, התחזקות, סגולות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי', לעיקוואד


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן וואס ענק זענען יעצט אריבער, ענק האבן פארלוירן וכו', נאכן זיך אזוי מוטשען מיט טריטמענטס וכו'; עס איז ענק זייער שווער, ענק זענען זייער צעבראכן.


איך בעט דיר טייערער ..., שטארק זיך מיט אמונה, דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, און אז עס זעט אויס שלעכט - איז דאס אויך גוט, דער אייבערשטער איז דער בעל הרחמים, ער מאכט נאר גוט.


שטארק זיך מיט אמונה, אזוי וועט אוועק גיין אלע פחדים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות אות מפלת, סימן א): "עַל יְדֵי פַּחַד הָאִשָּׁה מַפֶּלֶת" דורך שרעק קען א פרוי פארלירן וכו'. אויך זאלסטו קויפן א מאגנעט פאר דיין ווייב זי זאל עס טראגן מיט זיך, דער רבי זאגט (שם, סימן ב): "סְגֻלָּה לְמַפֶּלֶת נְפָלִים שֶׁתִּשָּׂא אֶצְלָהּ מַגְנֵט", און אויך איז דא א סגולה: "גַּם תִּשָּׂא אֶצְלָהּ חֲתִיכַת עֵץ מִקֶּבֶר הַצַּדִּיק" זי זאל טראגן מיט זיך א שטיקל האלץ פון א קבר פון א צדיק; אז מען זעט א בוים העכער א קבר פון א צדיק - זאלסטו נעמען א קליין שטיקל צווייג און דאס האלטן מיט זיך, "גַּם יִתֵּן צְדָקָה", אויך איז צדקה א סגולה נישט צו פארלירן וכו'.


אויך זאל זי נישט גיין מיט גאלדענע צירונג, ווייל דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן א): "אִשָּׁה הַמַּפֶּלֶת נְפָלִים" א פרוי וואס פארלירט וכו' – "לֹא תֵּלֵךְ בְּקִשּׁוּטֵי זָהָב" זאל נישט גיין מיט קיין גאלדענע צירונג.


איך בין מתפלל פאר ענק און איך ווארט צו הערן בקרוב גוטע בשורות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#6453 - אז מ'קוקט מאוויס, ווערן די מח נערווען געשעדיגט
מאוויס, שמירת עינים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף דו פירסט זיך מיט יראת שמים, דו קוקסט נישט קיין מאוויס. אלע צרות קומען ווען מען היט נישט די אויגן און מען איז פוגם בברית, מען ווערט א נערוועזער, א גערעגטער, מען פארלירט די פרנסה, די שכינה הקדושה גייט אוועק פונעם מענטש.


די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ" דער אייבערשטער איז מיט דיר, "לְהַצִּילְךָ" דיך צו ראטעווען, "וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ" צו איבערגעבן דיינע פיינט אין דיינע הענט, אבער מיט איין תנאי – "וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ" דו זאלסט זיין הייליג, "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר" עס זאל נישט געזען ווערן ביי דיר קיין שמוץ, ווייל אויב עס וועט זיין ביי דיר שמוץ – "וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ" וועט דער אייבערשטער אוועק גיין פון דיר; ווען מען קוקט עקלדיגע בילדער, קליפס, מאוויס און ווידיאוס פון עבירות - גייט די שכינה הקדושה אוועק פונעם מענטש, דאס מאכט מען זאל זיך פייניגן מיט שווערע געפילן א גאנץ לעבן, מען האט שלעכטע מחשבות, מען האט דמיונות און פחדים, מען האט נישט קיין מנוחה; מען לויפט פון איין טעראפיסט צום צווייטן, מען זוכט אן עצה, א רפואה - אבער גארנישט העלפט נישט ווי לאנג מען איז מפקיר די אויגן.


בעט דעם אייבערשן זאלסט בלייבן מיט די געפיל צום הייליגן רבי'ן און זיך דרייען מיט אנשי שלומינו, ערליכע אידן תמימים, אן ליצנות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#6452 - דו רעדסט פונעם אייבערשטן? דו ביסט ברסלב?
אמונה, מוסדות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, תכלית, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס דערמאנט אונז פון דעם הייליגן באשעפער; וויפיל מיר פארגעסן און מיר גייען צוריק צו אונזערע שטותים - קומט דער רבי און וועקט אונז, און דערמאנט אונז מיר זאלן נאכאמאל טראכטן פונעם אייבערשטן, און בעט אונז מיר זאלן רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, וואס איז די לימוד פון הייליגן רבי'ן אנדערש פון אנדערע צדיקים? אלע צדיקים רעדן דאך פון די זעלבע זאכן; פון תורה, פון תפילה, פון אמונה וכו' וכו', וואס איז ברסלב? זאגט מוהרא"ש, אלע צדיקים ווייזן דיר א וועג ווי אזוי דו קענסט אנקומען נאנט ווערן צום אייבערשטן, דער צדיק זאגט - דורך תורה וועסטו אנקומען הויך, דער צדיק זאגט - דאס איז די וועג וכו', ווידעראום דער רבי זאגט אנדערש, דער רבי עפנט אונז די אויגן מיר זאלן זען אז 'דער אייבערשטער איז דא מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', מען דארף נאר עפענען די מויל און אנהויבן רעדן צו אים.


נעכטן ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון וואס די תורה זאגט (דברים טז, יח): "שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ" מען זאל שטעלן מנהיגים, די שאלה איז ווי אזוי ווייסט מען צו וועלכער מנהיג צו גיין? מוהרא"ש דערציילט, מענטשן זענען געקומען צו א גרויסן צדיק און אים געפרעגט, זיי וואוינען אין א גרויסע שטאט מיט אסאך גוטע אידן, וועם זאלן זיי נעמען פאר א רבי? האט דער צדיק געענטפערט, עס שטייט אין די תורה: "שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ",  מען זאלן ממנה זיין אין יעדע שטאט און אין יעדע געגנט רבנים און דיינים, וועלכער מנהיג זאל מען אויפנעמען? "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ לִשְׁבָטֶיךָ" א מנהיג וואס שיינט אריין אין ענק 'דער אייבערשטער איז מיט דיר, דער אייבערשטער איז דא, רעד צו אים, בעט אים'.


אינטערעסאנט איז, ווען א תלמיד היכל הקודש רעדט מיט א פרעמדער, ווען יענער ווייסט נישט אז ער דרייט זיך אין רבינ'ס חדר, אין היכל הקודש - וועט יענער פרעגן: "דו ביסט ברסלב?" ווייל נאכן רעדן אפאר ווערטער און הערן ווי אין יעדע שמועס קומט אריין אייבערשטער, "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ" - ווייסט מען שוין אז דאס איז א ברסלב'ער.


עס איז א גרויסע שמחה פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל אז מיר האבן געעפנט די וואך נאך א שולע אין ארץ ישראל, מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין בני ברק; איך באקום צוריק זייער שיינע גריסן ווי די לערערינס ארבעטן געטריי, מען לייגט אריין אין די קינדער אמונה פשוטה מיט שמחה.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#6451 - מתנדב זיין בודק צו זיין די עירוב אין שטעטל די גאנצע יאר
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר בשם כל הקהל הקודש פארן זיך מתנדב זיין בודק צו זיין די עירוב אין שטעטל די גאנצע יאר תשפ"ד - יעדן ערב שבת ויום טוב.


בזכות המצוה הזאת זאלסטו זוכה זיין צו ישועות ורפואות, און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#6450 - ש'כח פאר'ן בודק זיין די עירוב ביי אונז אין שטעטל
הכרת הטוב, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך - אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שכוח פארן בודק זיין די עירוב ביי אונז אין שטעטל די גאנצע יאר תשפ"ד.


בזכות די גרויסע מצוה פון מתקן זיין די עירוב – זאלסטו זוכה זיין צו ישועות און צו א כתיבה וחתימה טובה.



 

#6449 - מיט תפילה און גוטע מעשים וועט מען בקרוב זיצן ביים לחיים
שידוכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך טראכט יעדן טאג - נישט איין מאל - נאר אסאך מאל וועגן א שידוך פאר אייער בחור, ער איז מיר אזוי באליבט, איך בין נישט מסיח דעת פון טרעפן פאר אים א גוטע שידוך.


זארגט נישט, דער אייבערשטער איז זייער גרויס, מיט תפילה און מיט גוטע מעשים וועלן ענק זיצן בקרוב ביי זיין לחיים.


איך בין אים זייער מקרב, ער איז זייער א גוטער, ער האט גאלדענע מידות מיט יראת שמים.


איר מעגט אים ווייזן די בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6448 - פארוואס זאלסטו זיך אליין גראבן א קבר?
שלום בית, פרנסה, טעלעפאן, דאווענען, דמיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קום צוריק, דו קענסט נאך זיין א צדיק.


הויב אן גיין אין שול דאווענען מיט די דריי תפילות מיט מנין, וועסטו זען אז דו וועסט האבן פרנסה.


אויך זאלסטו אוועק ווארפן דיין סמארטפאון, וואס דארפסטו זיך אליין אריינלייגן אין קבר, ווארט ווען עס וועט קומען די צייט ווער דער מלאך וועט קומען, דעמאלט וועלן מיר דארפן גיין אין קבר, פארוואס זאלסטו זיך אליין גראבן א קבר מיטן סמ-פאון.


קיינער זוכט נישט דיך אונטער צו ברענגען, קיינער רעדט נישט צו דיין ווייב קעגן דיר; דיין שוויגער האט דיך נישט פיינט, דאס איז אייגענע אויפגעבלאזענע אויפגעטראכטע דמיונות וואס אלע ליידן פון דעם, און מיט די עצות פון רבי'ן, מיט תורה, תפילה והתבודדות - גייט מען ארויס פון דעם.


הער מיך צו, איך בין דיר א גוטער פריינד, איך האב נישט קיין אייגענע נגיעות ביים שרייבן פאר דיר די פאר ווערטער, איך וויל נאר עס זאל דיר גוט זיין, דו ביסט שוין אריבער אזויפיל שוועריקייטן און אזויפיל מניעות, אזויפיל נסיונות און אלעס בייגעקומען - זאלסטו נישט יעצט אלעס פארלירן.


טראסט מיך, גלייב וואס איך שרייב דיר, קיינער אויף דער וועלט רעדט נישט שלעכטס צו דיין ווייב אויף דיר; דו האסט א טייערע ווייב, א געטרייע ווייב, עס איז אייגענע דמיונות.


שרייב מיר די גוטע נייעס אז דו נעמסט אן מיינע ווערטער, דו גייסט צוריק דאווענען אין שול, שרייב מיר נאכן צוריק עפענען די הייליגע משניות, דיין אלטע ליבער חבר וואס האט דיך נישט אפגעלאזט אין דיינע אלע שווערע טעג, און שמייס אריין אין ים המלח די נייע בליטשקעדיגע סמארט טעלעפאון וואס ברענגט אלע דמיונות און חלומות, השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6447 - זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין
קבלה טובה, יום הולדת, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לכבוד אייער געבורטסטאג זאלט איר זיך מקבל זיין צו זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6446 - שיקן קליידער און שיך קיין ארץ ישראל פאר אנשי שלומינו
ארץ ישראל, באזאר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר העלפן מיט א נייעם פראיעקט, מיר זאלן אנהויבן שיקן קליידער, שיך וכדומה - קיין ארץ ישראל פאר אנשי שלומינו. איך האב גערעדט צו די גבאים פון ארץ ישראל, זיי זענען זייער פרייליך, זיי זאגן אז דארט איז גאר אנדערש פון אמעריקע, דארט ערלויבט מען זיך נישט אזוי ווי דא צו קויפן כסדר נייע קליידער פאר זיך און פאר די קינדער, און אויב מען וועט ברענגען קליידער און שיך - וועט דאס זיין א גרויסע הילף פאר זיי.


דא אין אמעריקע, אויב איינער פארדינט נישט - באקומט ער הילף פון די רעגירונג, עס איז דא פראגראמען פאר עסן, צו באצאלן הייצונג, פאר דירה געלט און אזוי ווייטער, דארט איז נישט אזוי, דארט אויב איינער פארדינט נישט - האט ער נישט אויף איינצוקויפן עסן, און זיכער נישט קליידער, און אז מיר וועלן אנהויבן שיקן קליידער מיט שיך וכדומה קיין ארץ ישראל פאר אנשי שלומינו - וועט דאס מיינען גאר אסאך פאר זיי.


לאז מיר וויסן ווען מיר קענען אנהויבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#6445 - איך האף אז דו שרייסט נישט אויף דיין ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף אז דו ביסט ערליך, דו פירסט זיך מיט יראת שמים, דו רעדסט שיין צו דיין ווייב. איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהערט ווי דו רעדסט צו דיין ווייב אויפן טעלעפאן, ווי דו שרייסט אויף איר, דו רעדסט שארף צו איר; איך האב זיך זייער דערשראקן, ווי מעג מען אזוי רעדן? ווי מעג מען זיך אזוי אויפפירן?


איך שרייב דיר ווייל איך בין געווען דיין שדכן, און איך וויל זיכער מאכן אז דו פירסט זיך ערליך מיט יראת שמים.


שרייב מיר, האלט אן דיין קשר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש, א גוט געבענטשט יאר.

#6444 - אוועקשטעלן קאמערעס אויף די גאסן אין שטעטל
שטעטל, שמירה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, חבר הנהלת קהילת היכל הקודש


איך וויל זייער מען זאל אוועק שטעלן אויף יעדע גאס אין שטעטל כאטשיג איין קאמערע וואס קען אפכאפן יעדע קאר וואס פארט אריבער און ליינען די נומערן פון די לייסענס, אין פאל אז אויב עפעס שלעכטס פאסירט חס ושלום, זאל מען קענען נאכגיין און דאס אפשטעלן.


עס איז געווען די זומער, א קאר האט זיך אפגעשטעלט פרייטאג צו נאכטס און א באנדע שקצים זענען באפאלן א פרוי, זי האט אזוי געשריגן צום אייבערשטן אז א נס איז געשען, זיי זענען אנטלאפן, און דאס האט אויסגעקלאפט אויף די קינדער, עס האט זיי אריינגעווארפן אין א איבערגעטריבענע שרעק השם ישמרינו, נישט צו וועלן ארויסגיין א טריט פון שטוב. אויך האב איך געהערט פון עטליכע משפחות אז עס איז דא גנבים וואס גנב'ענען פאסט; ביינאכט פארן זיי ארום באקוקן די פאסט קעסטלעך, אויך פאר די וואס פארן שנעל און לייגן אונזערע קינדער אין א סכנה.


דו פרעגסט מיר כסדר וואס איז די ארבעט פון די הנהלה, וואס דארפן ענק טון? דאס איז איינע פון די פליכטן פון די הנהלה, זארגן פאר די וואוילזיין פון די קהילה.


גיי יעדן טאג א שפאציר צווישן די גראז, הייב אויף דיינע הענט און דיינע אויגן צום הימל און זאג אפאר ווערטער, זאג אויף דיין מאמע לשון: "הייליגער באשעפער העלף מיר, האב אויף מיר רחמנות, די לעבן גייט מיר אריבער מיט אזעלכע שטותים, איך פארגעס פון דיר, איך טראכט פון נארישקייטן, העלף מיר איך זאל נישט מסיח דעת זיין פון דיר רבונו של עולם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#6443 - שמירה אין שטעטל ווען מען פארט קיין אומאן
שטעטל, ראש השנה, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, חבר הנהלת קהילת היכל הקודש, קרית ברסלב


מען דארף זען עס זאל זיין שמירה אין שטעטל אין די טעג וואס מיר פארן קיין אומאן, איך בין נישט רואיג צו איבער לאזן א גאנצע שטעטל פון בלויז פרויען און קינדער, מען דארף שטעלן שמירה ביי די שול און אויך ביי די שטיבער.


מוהרא"ש פלעגט שטעלן אין יבנאל שומרים אין די טעג וואס אלע אנשי שלומינו זענען געפארן קיין אומאן.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט, פארגעס נישט די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיר דיר אויף טריט און שריט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#6442 - אויסשטעלן א סדר פאר שיין שרייבן און רעכענען
לימוד התורה, סדר היום, לימודי חול

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דו זאלסט אויסשטעלן א סדר פאר די מלמדים ווי אזוי צו לערנען מיט די קינדער שיין שרייבן און רעכענען; וואס מען וועט לערנען מיט די קינדער די לעצטע שעה אין טאג.


איך האב גערעדט צו דיין שווער דער מנהל נרו יאיר, ער דארף דיין הילף דו זאלסט אים העלפן מיט די פרט; אויסשטעלן די סדר הלימוד אויף שיין שרייבן און רעכענען וכו'.


קענסט בעטן הילף פון בית פיגא, זיי האבן אן אויסגעארבעטע סדר פאר אלע כיתות, וויפיל מען דארף אנקומען אין יעדע יארגאנג.


אויך זאלסטו מיר שרייבן יעדן טאג א באריכט וואס טוט זיך אין חדר.


שטעל אויס דיין טאג. גיי שלאפן פרי, רעד נישט מיט קיינעם נאך מעריב נאר מיט דיין ווייב, שטיי אויף פארטאגס לערנען דיינע שיעורים כסדרן; מקרא – חומש, תרגום און רש"י איינגעטיילט לויט די וואך, לערן משנה – ח"י פרקים יעדן טאג, גמרא - די דף גמרא פון די קהילה ובנוסיף לזה זיבן בלאט, און זאג דעם יום תהילים; דאס אלעס נעמט נישט מער ווי צוויי שעה, נאכדעם זאלסטו דאווענען מיט מנין. נאכן דאווענען זאלסטו גיין אין חדר, ווארט אפ די קינדער מיט א שמייכל און מיט א שטארקע דרך ארץ. נאך חדר זאלסטו אהיים גיין העלפן אין שטוב, און שפעטער זאלסטו לערנען דעם רבינ'ס ספרים און זוהר מיט מדרש.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#6441 - קומען אין שול מיט הוט און רעקל, און נישט שמועסן אין שול
קינדער, סגולות, דרך ארץ, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


קום אין שול אנגעטון מיט קליידער, מיט הוט און רעקל; זיי מכבד דעם אייבערשטן - וועט מען דיך מכבד זיין פון הימל, מען וועט דיר געבן כל משאלות לבך לטובה.


ביי אלע דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב - זאלסטו קומען אין שול מיט הוט און רעקל, אויך זאלסטו נישט שמועסן אין שול - וועסטו זען אז דו וועסט נפקד ווערן בזרע של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#6440 - די פרויען הצלה זאל זיין אויסגעהאלטן הלכה'דיג
שטעטל, הלכה, הצלה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ענקער שכר איז זייער גרויס פארן מייסד זיין "פרויען הצלה" אין שטעטל, אוועק שטעלן קדושה וטהרה אין שטעטל. ווען א פרוי שפירט זיך נישט גוט און עס איז נישט בגדר פיקוח נפש - זאלן זיין פרויען וואס וועלן איר קענען באקוקן וכו', עס זאל זיין איידל און ריין.


איך בין דיך ממנה דו זאלסט זיין אחראי אז די פרויען הצלה זאל זיין אויסגעהאלטן הלכה'דיג, עס איז וויכטיג דו זאלסט אריבערגיין מיט דיין ווייב צום דיין שליט"א און דורכגיין הלכות שבת וואס איז נוגע פאר הצלה; וואס מען מעג טון שבת און וואס נישט, ווייל צי אזוי אדער אזוי - איז דאס א גרויסע אחריות; ווען די תורה זאגט מען דארף מחלל שבת זיין - טאר מען זיך נישט צוריק האלטן, און ווען נישט - טאר מען נישט, אזוי אויך ווען מען דארף מאכן מיט א שינוי, ווען מען מעג נישט צוריק קומען און ווען מען זאל טון דורך א גוי וכו' וכו'.


אזוי אויך איז וויכטיג דיין ווייב זאל ארייננעמען די פרויען וואס האבן געלערנט וכו' און טון אויף למעשה, ווייל פון לערנען אליין פארגעסט מען, מען דארף טון אין דעם.


דיין ווייב זאל מודיע זיין פאר אלע פרויען אין שטעטל אויב מען שפירט זיך נישט גוט וואס פאר א נומער מען זאל רופן, און ווי אזוי עס זאל צוגיין וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#6439 - אז מען טשעפעט, ליידט מען
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, טשעפען, בעלי חיים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


עס איז אריבער נאך א יאר אויף דיר, נאך א יאר פון זיכוי הרבים, נאך א יאר פון אריינברענגען אין אידישע הערצער די ריינע אמונה. דאנק דעם אייבערשטן פאר די זכיה אז דיין ארבעט איז אריינברענגען "עצתו אמונה"; לידע ולהודיע אז נאר דאס איז די 'עצה', 'אמונה'; ווי מער מען נעמט אריין אמונה - ווערט מען אויסגעלייזט פון אלע פראבלעמען.


איך שיק דיר נאך א מעשה פאר די 'קינדער עצתו אמונה'; זע עס זאל אנקומען צו אונזערע מוסדות, סיי די אינגלעך, סיי בית פיגא, אין אלע שטעט, אלע מלמדים און לערערינס זאלן לערנען מיט די קינדער די מעשיות פון צדיקים, וואס מען לערנט זיך פון דעם גוטע מידות, יראת שמים און הייליגע אמונה.


די נאמען פון די מעשה איז: "אז מען טשעפעט ליידט מען". בעט דעם מעלער זאל מאלן א הינער שטייג מיט הינדלעך וואס ווילן אראפקומען, און ווי א פרוי האלט א לייטער עס זאל אויסזען ווי זי האט עס אוועק גענומען פון די הינער שטייג, אויך זאל זיין א כלי וואסער אויף דער ערד מיט הינדלעך אין פעלד.


טייערע קינדער, מען טאר נישט טשעפען חיות און פייגלעך, אויב מען טשעפעט זיי הויבן זיי אן וויינען, און דער אייבערשטער נעמט זיך אן פאר זיי און מען באקומט א שטראף.


אמאל איז געקומען א פארפאלק צום הייליגן צדיק דער אריז"ל, זיי האבן געבעטן דעם צדיק ער זאל זיי געבן א ברכה צו האבן קינדער, זאגט דער צדיק: "ענק קענען נישט האבן קיין קינדער וועגן ענק האבן אוועקגענומען די קליינע לייטער וואס די הינער פלעגן דורכדעם אראפקומען פון שטייג טרינקען וואסער, די הינער האבן יעדע מינוט צער און וויייטאג, דעריבער האבן ענק נישט קיין קינדער, גייט שוין אהיים און לייגט צוריק די לייטער אז די הינער זאלן קענען אראפקומען טרינקען וואסער און קענען צוריק גיין, אזוי וועלן ענק געהאלפן ווערן מיט קינדער".


די פארפאלק זענען אהיים און צוריק געלייגט די לייטער, און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן זיי האבן זוכה געווען צו האבן א שיינע משפחה מיט קינדער.


טייערע קינדער, פון די מעשה לערנען מיר אז יעדע זאך וואס פאסירט האט א סיבה, און אז מען טשעפעט א צווייטן, אפילו מען טשעפעט פייגלעך אדער חיות - קען מען באקומען א שטראף, און אז מען טוט תשובה, מען נעמט אוועק די צער פון זיי - העלפט דער אייבערשטער און מען זעט א ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#6438 - עלטערן דארפן זיין איינשטימיג מיט די מוסד
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', טברי'


מיר זענען זייער צופרידן פון אייערע קינדער אין די מוסד, מיר האפן אז איר זענט אויך צופרידן פון אונז.


עס איז זייער וויכטיג מיר זאלן זיין אויף איין בלאט, עס איז לטובה פאר אייערע קינדער, ווייל ווען די עלטערן זענען איינשטימיג מיט די מוסד, אפילו מען זאגט נישט - שפירט מען עס אין די לופט, די קינדער ווייסן דאס און שפירן דאס, און אזוי אויך פארקערט; ווען די עלטערן זענען נישט איינשטימיג מיט די מוסד - ווערן די קינדער נישט זיכער מיט זיך. מיר זעען דאס אין חדר און אין בית פיגא אויף די קינדער, אז זיי זענען נישט רואיג, זיי זענען צומישט וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#6437 - קינדער איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך
פחדים, קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


האט נישט מורא פון געבוירן קינדער, קינדער איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך, קינדער איז א ברכה, קינדער ברענגט שלום בית, קינדער געבט לעבן, די הייליגע חכמים זאגן (נדרים סד:) "מי שאין לו בנים", אן קינדער איז מען אזוי ווי א טויטער מענטש.


דא האט איר א קליינע תפילה צו זאגן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, נעם אוועק פון מיר די עצבות ומרה שחורה, נעם אוועק פון מיר די אומזיסטע שרעק, איך זאל נישט האבן די נישט געזונטע מורא, איך זאל נאר מורא האבן פון דיר, ווייל איך האב אזוי מורא פון האבן קינדער און זיין א מאמע, איך האב אזא שרעק פון דעם, איך קען ממש נישט אנגיין, עס לאזט מיר נישט מנוחה.


אנא ה' רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר, געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל פון קיינעם נישט מורא האבן נאר פון דיר, איך זאל נישט זארגן טאג און נאכט, איך זאל זיך שפירן אזוי רואיג, אזוי ווי א קליין קינד אין די מאמעס שויס, איך זאל זוכה זיין צו ערליכע דורות, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.