בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#6386 - זיך געדרייט אויף דער ערד ווי א רעדל פאר שמחה
שמחה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיט ארויסגעבן די נייע שיינע הערליכע קונטרסים עצתו אמונה. טויזנטער און צענדליגער טויזנטער זענען זיך מחי' מיט די נייע קונטרסים; חיזוק, עצות והדרכה פארן לעבן וואס מוהרא"ש האט געלערנט מיט אונז פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט זיך נעמען צו די עצתו אמונה פאר קינדער, טראכטן נייע געדאנקען ווי אזוי מען קען אנציען די קינדער זאלן לעבן מיט די 'עצתו אמונה פאר קינדער', ווייל וואס קינדער ליינען - דאס איז וואס גייט אריין אין זייער קאפ; אפילו עס וועט זיך טון מיט זיי וואס עס וועט זיך טון - וועלן זיי אבער געדענקען זייער גאנץ לעבן די יראת שמים, די מידות טובות און די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


די וואך זאל זיין די מעשה: "וואס איז אין הימל חשוב"


בעט דעם מעלער צו מאכן פאר די וואך 'עצתו אמונה פאר קינדער' א בילד פון מוהרא"ש ווי ער דרימלט, און פון דער זייט ווי איינער דרייט זיך ווי א רעדל, א בילד פון א רעדל און נאך א רעדל, מען זאל זען אינעם בילד ווי איינער דרייט זיך.


שא שטיל... עס איז אינמיטן די נאכט... מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דרימלט און ער זעט אן אינטערעסאנטע חלום.


ער חלומ'ט זיך ווי עס קומט צו פליען א נשמה פון די הויכע הימלען, די נשמה זעט אויס צו זיין זייער פרייליך, די נשמה'ס פנים שיינט פון שמחה, די נשמה זעט אויס ווי ס'טאנצט, מוהרא"ש ווארט צו הערן פון די נשמה עפעס פון יענע וועלט, וואס איז חשוב אין הימל.


עס איז שטיל, די לבנה שיינט, אויך זעט מען די שטערנס ווי זיי שטראלן, די הימל איז שווארץ, די נשמה זאגט אין חלום: "וואלטן מענטשן געוואוסט ווי חשוב אין הימל איז ווען מען איז פרייליך, ווי הייליג עס איז צו זיין לוסטיג - וואלט מען זיך געדרייט אויף דער ערד ווי א רעדל פאר שמחה".


אזוי רעדנדיג זעט מוהרא"ש ווי די נשמה הויבט זיך אן דרייען ווי א רעדל, די נשמה האט זיך געדרייט און געדרייט ביז ער האט איר מער נישט געזען.


מוהרא"ש וועקט זיך אויף, מוהרא"ש גיסט אפ נעגל וואסער, און ער הויבט אן טאנצן. מוהרא"ש האט יעדן טאג געטאנצן, עס איז נישט אריבער איין טאג וואס מוהרא"ש זאל נישט טאנצן פאר שמחה אז ער איז א איד און נישט קיין גוי, און אז ער ווייסט פון הייליגן רבי'ן, און מוהרא"ש שרייבט אראפ די חלום פאר אונז, מיר זאלן וויסן דאס גרויסקייט פון שמחה.


דער טאטע הויבט אן זינגען: "שכוח אייבערשטער איך בין א איד, שכוח אייבערשטער איך היט שבת" און אלע קינדער לייגן זיך אראפ אויף די ערד און מען הויבט זיך אן דרייען ווי א רעדל פאר שמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6385 - די "שטעטל בלעטל" איז די איינציגסטע מאגאזין ביי אונז אין שטוב
מאגאזינען, צייטונגען, בלעטל, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


איך וואלט דיר געדארפט יעדע וואך שרייבן א דאנק בריוו, ווי איך און מיין גאנצע משפחה, זענען זיך מחי' מיט די הערליכע אויסגאבע "שטעטל בלעטל", מידי שבוע בשבוע.


דאס איז די איינציגסטע מאגעזין וואס קומט אריין ביי אונז אין שטוב פון אונזער חתונה, מיר נעמען נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל, אויך מיינע טייערע עלטערן האבן קיינמאל נישט אריינגענומען אין שטוב קיין צייטונגען און מאגעזינען וכדומה, נאר די שטעטל בלעטל צייטונג, דאס ליינען מיר, און מיר זענען זיך זייער מחי' מיט דעם.


גיי אן מיט דיין עבודת הקודש, שטעל זיך נישט אפ פאר גארנישט, און אז דו האסט חלישות הדעת וכו' - זאלסטו זיך בשום אין אופן נישט אפשטעלן; ווער עס טוט אין הדפסה והפצה - האט חלישת הדעת, איך האב אויך חלישות הדעת, דאס טאר אבער נישט אפשטעלן פון טון וואס מען טוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6384 - העלפן די געשוויסטער מיט זייערע קליינע קינדער
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


איך וויל אייך בעטן איר זאלט גיין העלפן אייער שוועגערין ... תחי' אין די טעג וואס די מענער פארן קיין אומאן אויף ראש השנה; די גרעסטע זכות פאר אייך פארן יום הדין - אז איר וועט טון חסד מיט אידישע מאמעס וואס קענען זיך נישט באפארען מיט די קליינע קינדער.


דער גרויסער צדיק רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו איז געווען אויפן וועג צו שול צו כל נדרי, האט ער געהערט א געוויין, ער איז נאכגעגאנגען דאס געוויין און געזען אן ארעמע פרוי אן אלמנה, מיט קליינע קינדער - האבן נישט קיין הייצונג, איז ער געגאנגען זארגן פאר זיי, און שפעטער האט ער געזאגט פאר די מתפללים אז דאס איז אין הימל חשוב'ער פון די גרעסטע מדריגות, מחי' זיין א איד איז אין הימל די חשוב'סטע זאך.


נאך אביסל וועט איר א כלה ווערן, חתונה האבן און זיין א מאמע, דעמאלט וועט איר פארשטיין דאס חשיבות פון העלפן יונגע ווייבלעך, אידישע מאמעס - מיט די קינדער.


אז איר האט צייט אדער צו זאגן תהלים אדער צו העלפן אייערע געשוויסטער - זאלט איר גיין העלפן אייערע געשוויסטער מיט די קליינע קינדער, און אז איר האט צייט אדער צו זאגן תהלים אדער צו שמועסן מיט פרענדס - דעמאלט זאלט איר נעמען דעם תהלים און בעטן פאר זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6383 - שלא עשני אשה, ש'כח אייבערשטער איך לערן תורה
חינוך הילדים, מוסדות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


דו פרעגסט וואס זאל מען זינגען מיט די קליינע קינדער נאך די ברכה פון 'שלא עשני אשה'? ווייל ביי 'שלא עשני גוי' זינגט מען נאך די ברכה: "שכוח אייבערשטער איך בין נישט קיין גוי", איז וואס זאל מען זינגען ביים טייטשן 'שלא עשני אשה'? זינג: "שכוח אייבערשטער איך לערן תורה", ווייל דאס איז די פשט פון די ברכה, אז מיר דארפן לערנען תורה.


געדענק וואס די פליכט פון א מנהל איז, האבן שייכות מיט יעדן מלמד, געבן גוטע ווערטער און זיך אינטערעסירן וואס מען לערנט און אויף די יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6382 - א פרוי טאר נישט גיין שווימען מיט א בעידינג סוט
תפילות אויף אידיש, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שווימען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


א פרוי טאר נישט גיין שווימען מיט א בעידינג סוט, א בעידינג סוט איז א בגד פון פריצות, עס איז א בגד טמא וואס טאר נישט ארויפגיין אויף א אידישע הייליגע פרוי, אפילו מען טוט אן אויף דעם א שווים קלייד.


עס איז דא נסיונות, אבער ווער עס זעט און ווייסט וואס טוט זיך אפ אין הימל מיט א נשמה נאכן אוועק גיין פון די וועלט, די ליכטיגקייט פאר די צדקניות, און פארקערט - פאר די וואס זענען געגאנגען בפריצות - די האבן נישט קיין נסיונות.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נאר ליב האבן וואס דער אייבערשטער האט ליב, ביי די שבת ליכט זאלט איר בעטן די תפילה:


"הייליגער באשעפער געב מיר א ריינע הארץ, א ריינע מח, איך זאל ליב האבן איידלקייט און ריינקייט, איך זאל זיך פארעקלען פון פריצות, הייליגער באשעפער, 'לב טהור ברא לי אלקים' געב מיר א נייע ריינע הארץ, 'ורוח נכון חדש בקרבי' און א נייע ווילן, א נייע גייסט פון הייליגקייט און ריינקייט - טו מיר געבן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6381 - אכטונג געבן וואו מ'נעמט די קינדער
חינוך הילדים, יראת שמים, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


יישר כח פארן נישט נעמען די קינדער פון דיין כיתה צו די הכנסת ספר תורה וכו' וואו עס איז א מיש-מאש.


ליידער איז ביי אסאך קאנטריס הפקר, נישטא קיין רב, קיין דיין - וואס זאל שטיין אויף צניעות, מען זיצט מענער מיט פרויען בתערובות, און מען קומט צו עבירות רחמנא לצלן, מען מאכט עס אויסזען כלומר'יש אז עס איז א סעודת מצוה, א סיום הכנסת ספר תורה; דאנק איך דיר אז דו האסט נישט גענומען אונזערע קינדער, דו געבטס אכטונג אויף אונזערע קינדער'ס יראת שמים.


שכרך הרבה מאוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6380 - עטליכע פונקטן פאר די הצלחה פון די קינדער צום נייעם לערן יאר
צניעות, חינוך הילדים, רעדן, הדרכות, היטן די צייט, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך מאנטאג הויבן מיר אן נאך א יאר בית פיגא שולע, עס איז אויסגעשטעלט ביי רוב מוסדות אז די מיידל שולע הויבט זיך אן חודש אלול, און חדר פאר די אינגלעך הויבט מען אן - די נייע יאר - אסרו חג סוכות.


די שענסטע זאך ביי אונז אין די קהילה איז די מוסדות; א תלמוד תורה מיט א מיידל סקול וואס מען לערנט מיט די קינדער אמונה, קדושה וצניעות, מען געבט אכטונג אויף יעדן קינד אים אויפצובויען און אים חס וחלילה נישט צעקלאפן.


איך וויל דיר שרייבן אפאר זאכן אז מיר זאלן מצליח זיין די יאר מיט דיינע קינדער. מיר דארפן דיין הילף, הצלחה קען נאר זיין אז דו און דיין שטוב וועלן ארבעטן אינאיינעם מיט די מוסד. הדבר הראשון זאלסט זען צו לייגן דיינע קינדער שלאפן צייטליך, זיי זאלן קענען קומען צייטליך; שלעפ נישט ארום דיינע קינדער ביינאכט צו שמחות און צו פארטיס, זע די שטוב זאל זיין מסודר.


צווייטנס, האלט זיך נישט צוריק פון אויפהייבן א טעלעפאן און רופן דער מנהל און מנהלת, דורכשמועסן זאכן וואס מען קען בעסער מאכן, און זיכער אויב עס איז זאכן וואס מען דארף פאררעכטן; יעדע פינטל, יעדע נארישקייט - זאלסטו רופן און זאגן, אפילו עס האט נישט מיט דיינע קינדער, אזוי ווי די ווארט גייט: "אז דו זעסט עפעס - זאג עפעס".


עס טוט וויי פאר מיר, פארן מנהל און פאר די מנהלת - ווען מען הערט צוריק זאכן בשם די עלטערן און בשם יענע עלטערן - אז דאס שטערט, און דאס איז נישט גוט, און אז דאס איז אן עוולה וכו' וכו'; פארוואס זאל מען נישט אדורכשמועסן אדער מיטן מנהל אדער מיט די מנהלת אדער מיט דער אדמיניסטראטאר רפאל נרו יאיר, און אז עס איז א זאך פון סקול און מען האט עפעס אויף די מנהלת - קען מען אויך רופן דעם מנהל, און אז עס איז א זאך פון חדר וואס מען האט עפעס אויפן מנהל - קען מען רעדן מיט די מנהלת, אדער מיט דער אדמיניסטראטאר רפאל.


טו אן דיינע טעכטער איידל, נישט נאר ווען זיי קומען אין סקול, נאר אפילו אין שטוב, און אפילו אין די טעג וואס מען גייט נישט אין בית פיגא - טו זיי אן איידל, זאג נישט 'זיי זענען יונג, עס מאכט נישט אויס'; וואס וועסטו קענען טון ווען זיי וועלן עלטער ווערן און זיך אנטון פראסט, קיינער וועט נישט האבן קיין השפעה אויף זיי, וואס האסטו מורא אז דיין טאכטער וועט גיין אנגעטון מיט א קלייד וואס גייט נאך די קניען און נישט אויסגעשניטן, איך בעט דיר מיין ליבער טייערער ..., לאמיר ארבעטן אינאיינעם, וועסטו זען שיינע פירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6379 - יישר כח פאר'ן העלפן שאפן געלט פאר אונזער מוסד
קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יישר כח פארן זיך אנשליסן אין די קאמפיין, יישר כח פארן העלפן שאפן געלט, יישר כח פארן טון פאר אונזער מוסד.


ענדיג דיין ציל וויפיל דו האסט זיך אונטערגענומען, העלף מיר קענען אנגיין מיט די מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6378 - די עבודה פון חודש אלול
מחלוקת, מנהגים, חודש אלול, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך מאנטאג ערב ראש חודש אלול - איז א טאג וואס אלע קומען אין שול זאגן יום כיפור קטן; אפילו די וואס זאגן נישט יעדן ערב ראש חודש יום כיפור קטן, אבער ערב ראש חודש אלול זאגן אלע יום כיפור קטן.


ביי אונז איז דער מנהג אז מען הויבט אן זאגן קאפיטל (כז) "לדוד ה' אורי וישעי" - ביי מנחה פון ערב ראש חודש אלול נאך יום כיפור קטן, פאר קדיש תתקבל.


די ספרדי'שע אידן זאגן גאנץ חודש אלול סליחות, מיר זאגן נאר די וואך פון ראש השנה, אבער מיר האבן אויך א קליינע סליחות וואס מיר זאגן יעדן טאג. קאפיטל (כז) "לדוד ה' אורי וישעי", די קאפיטל איז א מורא'דיגע קאפיטל, מען קען זיך גוט אויסוואשן דאס הארץ מיט די קאפיטל; "לְדָוִד" דוד המלך זינגט צום אייבערשטן, "ה' אוֹרִי וְיִשְׁעִי" דער אייבערשטער איז מיין ליכטיגקייט און מיין העלפער, "מִמִּי אִירָא" פון וועם זאל איך זיך פארכטן? "ה' מָעוֹז חַיַּי" דער אייבערשטער איז דער שטארקקייט פון מיין לעבן, "מִמִּי אֶפְחָד" פון וועם זאל איך ציטערן? אזעלכע שיינע ווערטער, "אִם תַּחֲנֶה עָלַי מַחֲנֶה לֹא יִירָא לִבִּי" אויב וועלן אויפשטיין אויף מיר א גאנצע באנדע שלעכטע מענטשן - האב איך אויך נישט מורא, "אִם תָּקוּם עָלַי מִלְחָמָה בְּזֹאת אֲנִי בוֹטֵחַ" און אויב וועט מען מאכן אויף מיר א מלחמה - פארלאז איך זיך אויפן אייבערשטן.


מיר פירן זיך צו בלאזן שופר גאנץ חודש אלול נאך קדיש דרבנן, פאר מען זאגט עלינו לשבח. דעם הייליגער אריז"ל זאגט, די ראשי תיבות פון שופ"ר איז (דברים כט, יז): "שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה", דו ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן, לכאורה וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? נאר רש"י זאגט, וואס איז דאס שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם" ווען מען הערט דעם שופר - דארף דאס אויפוועקן מען זאל תשובה טון, ארויסנעמען פון זיך דאס רשעות און מען זאל אנהויבן קוקן גוט אויף אנדערע, און טון נאר חסד מיט אנדערע.


מוהרא"ש זאגט, אלע עבודות וואס מען דינט דעם אייבערשטן, אויב האט מען פיינט א צווייטן איד - לאכט מען אין הימל פון דעם איד. יעצט אלול מוז מען דאס פאררעכטן, די דורשי רשומות זאגן, אלול איז ראשי תיבות (אסתר ט, כב): "אִ'ישׁ לְ'רֵעֵהוּ וּ'מַתָּנוֹת לָ'אֶבְיוֹנִים", מוהרא"ש זאגט, די עבודה פון אלול איז מרבה זיין ליבשאפט, זיך מוחל זיין, זיך איבערבעטן, זיך פארגינען; כל זמן מען האט פיינט א צווייטן איד - איז מען זייער ווייט פון תשובה, מוהרא"ש זאגט: "אדם יכול לקום בחצות", א מענטש קען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, "ולהתבודד", און רעדן צום אייבערשטן, "וללמוד", און לערנען, "לעשות עבודות קשות", און טון שטארקע עבודות בעבודת השם יתברך, "אבל הוא שונא את הזולת", אויב האט ער פיינט א צווייטן, "על לא דבר", פאר גארנישט, "אזי למעלה בשמים צוחקים מכל עבודות הקשות שלו", אין הימל לאכט מען פון אלע זיינע עבודות, "והקדוש ברוך הוא אומר לו", און דער אייבערשטער זאגט אים, "איך אקבל את העבודות שלך", ווי אזוי ווילסטו איך זאל אננעמען דיינע עבודות, "בשעה שאתה שונא את הזולת", ווען דו האסט פיינט א צווייטן, "ועובר על (ויקרא יט, יז) 'לֹא תִשְׂנָא אֶת אָחִיךָ בִּלְבָבֶךָ'", (אשר בנחל חלק לט, מכתב ו'תשט).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6377 - אונזער מוסד איז אלע צדקות
צדקה, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טו מיר די טובה, שליס זיך אן אין אונזער קאמפיין, מאך נישט קיין פוילע מעשיות, גיי ארויס פון דיין באקוועמע באהעלטעניש און שטרעק אויס דיין האנט צו בעטן צדקה פאר די מוסד, די קהילה - וואס איז דא פאר דיר און פאר דיינע קינדער.


די צוויי טעג אין יאר זיי עוסק אין צדקה; אונזער מוסד איז אלע צדקות.

#6376 - נעם א משניות, אנשטאט מישן נייעס
משניות, מאוויס, אומאן, טעלעפאן, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קוק נישט קיין מאוויס; אפילו די וואס איז נישט קיין פראבלעם אין דיינע אויגן - איז אויך אסור צו קוקן. איך בעט דיר זייער היט דיינע אויגן, היט דיין מח מחשבה, קוק נישט קיין עבירות, רייס זיך נישט אפ פונעם אייבערשטן.


אז מען היט נישט די אויגן - איז מען נאכדעם פוגם בברית רחמנא לצלן, און מען פארלירט אלעס. ווייל די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה איז אזוי געפערליך, די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן איז חייב מיתה, רבי יצחק און רבי אמי זאגן: "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, רב אסי זאגט: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן; דאס אלעס קומט פון קוקן מאוויס רחמנא לצלן, פון גיין ליידיג, דאס ברענגט צו שלעכטס; גיין ליידיג ברענגט צו עבירות, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", ליידיג גיין ברענגט צו אלעס שלעכטס. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָתוֹ מְרֻבָּה וכו'", דער ליידיגייער וואס טוט גארנישט - דער האט אסאך נסיונות און פאלט אראפ אין עבירות, עיין שם.


נעם א קליינע משניות אנשטאט די סמ'-טעלעפאון, נעם א משניות אנשטאט מישן נייעס, מען פארט שוין כמעט צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה צו באקומען טהרת המוחין, זאלסטו מער נישט קוקן קיין מאוויס וואס שעדיגט די מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6375 - לאז מיך נישט ווערן צעקוועטשט
צדקה, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, טו עפעס פאר אונזער קהילה, טו עפעס פאר אונזער מוסד, לאז מיך נישט ווערן צעקוועטשט; א גאנץ יאר שלעפ איך געלט פון דעם און פון יענעם, איך בארג און איך דריי, כדי צו קענען באצאלן אונזערע מלמדים, צו קענען אנגיין מיט די קהילה; פארוואס זאלסטו נישט טון עפעס? מאכן א טעלעפאן קאל, רופן באקאנטע, צאמנעמען צדקה.


מעגסט איין מאל א יאר גיין נאך געלט; יעצט בעט מען נישט קיין צדקה, אייגן געלט, מעשר געלט; יעצט בעט מען דו זאלסט גיין נאך געלט, זאלסט צאמנעמען צדקה.


העלף מיר.

#6374 - זע אז דיין ווייב זאל גיין צום פרויען צאמקום
היכל הקודש, פרויען צאמקום

 


בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע צאמקום פאר פרויען, זע דיין ווייב זאל גיין צום פרויען צאמקום.


דו טו אלעס פון דיין זייט זי זאל קענען גיין, קום אהיים צייטליך אכטונג געבן אויף די קינדער אז זי זאל קענען ארויסגיין, און אז זי פון איר זייט וויל נישט גיין, זי איז נישט פרייליך, זי זאגט זי ווייסט שוין אלעס וואס מען גייט רעדן וכו' - זאלסטו זיין גענוג קלוג איר צו מחזק זיין זי זאל יא גיין, דו וועסט זען זי וועט אהיים גיין פרייליך, און אויב איז זי שעמעדיג, זי האט נישט קיין חבר'טעס (ביי די פרויען איז דא די זאך אז מען וויל נישט קומען אין א פלאץ וואו מען האט נישט א נאנטע חבר'טע מיט וועם צו רעדן), זאלסטו מיט חכמה אונטערשטעלן איינער זאל רופן דיין ווייב און איר מאכן באקוועם, און אז דיין ווייב זאגט דיר זי ווערט נערוועז פון די וואס טאנצן ארויף אויפן קאפ ווען א פרישע ווייבל קומט אריין און מען הויבט איר אן פרעגן די ברסלב'ע ווערטער: "ווען ביסטו מקורב געווארן?" "ווי אזוי ביסטו מקורב געווארן?" "ווי לאנג ביסטו מקורב?" "ווען ווערסטו אויס מקורב?" און "ווען וועסטו ווערן אן עכטע מקורב?" זאלסטו איר מחזק זיין אז היכל הקודש איז נישט דער און נישט יענער, עס איז אלץ געווען און עס וועט אלץ זיין מענטשן וואס ווייסן נישט די וועג ווי אזוי צו רעדן, דאס האט נישט נאר מיט פרויען דא, איבעראל זענען דא מענטשן וואס קריכן אויף די נערווען וכו'.


דו טו אלעס פון דיין זייט אז דיין ווייב זאל הערן די שיעורים ווייל עס איז קלאר בלי ספק אז ווער עס הערט די שיעורים - ווערט נתהפך לגמרי צו לעבן מיט די לימודים פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#6373 - אפילו רייכע אידן, האבן נישט קיין רעכט צו מאכן טייערע שמחות
שטעטל, חתונה, שמחות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך איך האב היינט זוכה געווען צו זיין ביי א ברית פון מיין אייניקל, בן בני הרב אלחנן חיים שליט"א, ויקרא שמו בישראל יחזקאל, נאך מיין זיידע, הגאון רבי יחזקאל רוטה זכר צדיק לברכה, רב דקארלסבורג.


מיין טאטע שליט"א איז נישט געווען ביים ברית, ער איז אין מירון; אלע יארן פארט ער קיין מירון פון נאך ט' באב ביז שבת סליחות, ער זיצט ביים תנא רבי שמעון בר יוחאי און גרייט זיך פאר די הייליגע טעג. מיין שווער הרב רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז יא געווען, אויך איז ער געקומען נעכטן נאכט צום וואך נאכט.


נעכטן איז געווען א חתונה אין שטעטל עס האט געהאט אלע טעמים, די חתונה איז געווען אין מיידל סקול, אלע משתתפים זאגן אז די חתונה האט געהאט אלע טעמים, די חתן כלה זענען געווען זייער פרייליך, און די מחותנים זענען געווען גאר פרייליך אז די חתונה האט זיי נישט געקאסט קיין איין דאלער, זיי זענען געקומען ווי מחותנים און אהיים ווי מחותנים מיט אמת'ע שמחה.


אז מען טראכט אריין זעט מען אז עס האט נישט קיין שום פשט צו מאכן טייערע שמחות, פאר אפאר שעה לוינט נישט צו שפילן שיינער איד און ווערן פאר די גאנצע לעבן א בעל חוב, א גנב; עס לוינט צו מאכן שיינע איידעלע שמחות און לעבן א געזונטע לעבן.


די גאנצע זאך פון מאכן טייערע שמחות קומט פון די גוים, פון די אומות העולם, עס קומט פון די טומאה, און פון אזוי לאנג זיין אין גלות - ווייסט מען שוין נישט וואס איז שיין און וואס איז געמיין, א נס אז מוהרא"ש האט אזויפיל גערעדט צו אונז וואס איז אן אמת'ע שמחה, וואס איז שיין, וואס איז ריין; אזוי קענען אנשי שלומינו מאכן שיינע אידישע שמחות.


אפילו די וועם דער אייבערשטער האט געגעבן שפע, פרנסה - האבן אויך נישט קיין רעכט אויס צו געבן געלט ביי זייערע שמחות, זיי זענען גורם אז די אנדערע וואס האבן נישט קיין געלט - זאלן מוזן בארגן און לעבן א חובות לעבן, א גנב לעבן, א פארקנעכטעטע לעבן, זיי זעען אויס ווי שיינע אידן אבער זיי זענען די וואס הרג'ענען כלל ישראל, אז מען גייט צו א שמחה און מען זעט ווי דער בעל שמחה האט דא אויסגעגעבן געלט, וואלט מען געדארפט - אנשטאט שמייכלען און זאגן 'אזא שיינע שמחה' - זאגן: היתכן מען טוט שאדן מאכן פאר אנדערע.


איך האף ביי אונז אין די קהילה וועלן אלע מאכן פשוט, און העלפן איינער דעם צווייטן לעבן א לעבן אן גניבות און חובות, און די וואס האבן יא שפע, פרנסה - וועלן נישט פורץ גדר זיין, זיי וועלן העלפן אנדערע מיט נישט אויסגעבן געלט פאר שמחות, און די סיפוק החיים וועלן זיי שעפּן פון משניות און פון פארברענגען מיט די ווייב און קינדער.


שכוח פארן העלפן קאמפיינען פאר אונזערע מוסדות.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6372 - עס קומט חודש אלול, וואו האלט איך אויף דער וועלט?
חברים, חינוך הילדים, טעלעפאן, לימוד התורה, תכלית, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חודש אלול איז שוין ביים טיר, מען דארף זיך מאכן א חשבון, וואס איז מיין עיקר אין לעבן? וואס איז דאס מערסטע חשוב ביי מיר? מיין געלט? מיינע חבירים? די תורה? וואס איז חשוב'ער און וואס ווייניגער?


אנשטאט פארברענגען און פארברענען צייט מיט חברים, גיי אהיים צו דיינע קינדער, און נעם נישט מיט דיין אפיס (די סמ'-טעלעפאון) אין שטוב, אזוי וועסטו האבן סבלנות צו זיי, דו וועסט קענען שמועסן מיט זיי, און חס ושלום נישט שלאגן; ווייל שלאגן קינדער איז נישט קיין חינוך, שלאגן קינדער איז אויסבלאזן די נערוון.


שלאג נישט דיינע קינדער, און זיכער נישט ווען דו ביסט איבערגעשטרענגט, ווייל אויב מען שלאגט די קינדער ווען מען איז איבערגעשטרענגט - קען דאס זיין א גרויסע סכנה, מען קען זיי מאכן בעלי מומין פאר זייער גאנץ לעבן. עס איז דא אסאך מעשיות צו דערציילן פון עלטערן און מלמדים וואס האבן געמאכט זייערע קינדער בעלי מומין פאר א גאנץ לעבן, לא עלינו.


חודש אלול דארף מען זיך מאכן א חשבון הנפש 'ווי האלט איך אויף דער וועלט? וואס טו איך אויף דער וועלט? וואס וועל איך ענטפערן אויף יענע וועלט?' וואס וועל איך ענטפערן ווען מען וועט מיך פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ" הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ" הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; נעם א משניות און יעדן טאג לערן אביסל תורה אפילו אן פארשטיין, נעם א גמרא און זאג די ווערטער פון די תורה; דאס וועט דיך רייניגן, אזוי וועסטו נישט פארשעמט ווערן בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6371 - די זומער איז אריבער, וואס איז דער פלאן אויף ווייטער?
תפילה והתבודדות, חברים, אמונה, תכלית, אמונת חכמים, חודש אלול, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די זומער איז אריבער, מען פאקט שוין די פעקלעך אהיים צו פארן, 'עבר קציר כלה קיץ', דעם קומענדיגן שבת איז שוין 'שבת מברכים אלול'; עס כאפט שוין א ציטער, מען גרייט זיך צום יום הדין, מען דארף זיך מאכן א חשבון, ווי האלט מען? וואס טוט מען? וואס איז דער פלאן אויף ווייטער?


גיי א שפאציר אליין מיטן אייבערשטן, שמועס זיך אויס דיין הארץ, קרעכץ זיך אויס, דערצייל דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי דו ביסט פארכאפט אינעם נעץ ביים יצר הרע, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.


רעד נישט מיט מענטשן וואס רעדן קעגן די אמונה, אויך אין ביזנעס זאלסטו נישט רעדן מיט די וואס פרעגן קשיות וכו' און מאכן ליצנות אויף די הייליגע אמונה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ליצנות, סימן ד): "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת בָּאִים יִסּוּרִים", דורך ליצנות קומט יסורים אויפן מענטש, אויך פארלירט מען די פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "הַמִּתְלוֹצֵץ מְזוֹנוֹתָיו מִתְמַעֲטִין", מען פארלירט די געלט דורך ליצנות.


ווילסט שפע, ווילסט האבן אסאך געלט? דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיג): "עַל יְדֵי אֱמוּנַת צַדִּיקִים אֲמִתִּיִּים זוֹכֶה לְמָמוֹן הַרְבֵּה", דורך אמונת חכמים איז מען זוכה צו האבן אסאך געלט, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6370 - איך בעט זיך אז די קיאסק זאל זיין געפילטערט
שטעטל, קיאסק

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דארף דו זאלסט מיר העלפן מיט די קיאסק; וויפיל איך רעד צו ... נרו יאיר, וויפיל איך בעט זיך אז די קיאסק זאל זיין געפילטערט – איז עס נאכאלץ נישט מסודר, און יעדן טאג בלי גוזמא רופן מענטשן זאגן אז די קיאסק איז נישט גוט געפילטערט.


אויך יעצט זומער קומען פרעמדע מענטשן און זיי רופן ביי מיר אין שטוב זאגן אז די פילטער איז נישט גוט.


איך וואלט שוין לאנג פארמאכט און פארשלאסן די פלאץ, אז עס זאל נישט ארויסקומען דורך אונז א מכשול און חילול השם, אבער וואס זאל איך טון אז איך וויל די שטעטל זאל בלייבן ריין, אינגעלייט און משפחות זאלן האבן ריינע שטיבער, נישט אהיים ברענגען די סמארטפאון.


ובכן בעט איך דיר, אלס חבר הנהלה, העלף מיר אז די קיאסק זאל האבן א בעל הבית וואס שטייט אויף די קדושה פון די פלאץ, עס זאל זיין אויסגעהאלטן און ריין.


הויב אן דיין טאג מיט התבודדות; בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער און דורות, זיי זאלן זיין ערליך, ווייל נאר תפילה איז די שליסל פאר ערליכע דורות.



 

#6369 - צוביסלעך זיך אפגעוואוינען פונעם סמארט טעלעפאן
שלום בית, אומאן, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


נעכטן נאכן שיעור האסט מיך מחי' געווען מיטן זאגן אז זייט אנהויב זומער – ברענגסטו נישט אריין דיין סמארט טעלעפאן אין שלאף שטוב, דו פרובירסט צוביסליך זיך אפגעוואוינען פון די עדיקשן פון האלטן די סמארט טעלעפאן טאג און נאכט; האסט מיך ממש מחי' געווען.


ביי די שיעור נעכטן נאכט האב איך ממש זיך געשטיקט פון צער און געוויין, פון וויפיל שטיבער צעפאלן צוליב דעם סמארט טעלעפאן; וויפיל ווייבלעך שרייבן מיר און רופן מיט געוויין אז זיי קענען נישט געווינען זייער מאן'ס הארץ צוליב דעם טעלעפאן, עס פאר'שיכור'ט, עס מאכט פארטעמפט, וויפיל זיי טוען פארן מאן – קענען זיי נישט באקומען אפאר מינוט פון שמועסן, רעדן און זיך אנקוקן מיט ליבשאפט, דער סמארט טעלעפאן גנב'עט זייער מאן, זיי ליידן וכו'; פאר מיר איז דאס די גרעסטע ווייטאג.


הלוואי זאלסטו אינגאנצן פטור ווערן פון די סמארט טעלעפאן.


ביים רבי'ן אין אומאן זאלסטו נאר אויף דעם בעטן; אויף הייליגקייט, ריינקייט, קדושה וטהרה.



 

#6368 - עס איז כדאי צו וואוינען נעבן דעם שווער
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, דירה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן - נחמו, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אין לשער, אוודאי איז עס נישט גרינג, אבער די מצוה איז אזוי גרויס אז אלעס פאלט אוועק.


בנוגע קויפן א דירה נעבן דיין שווער וכו'; עס איז כדאי, אזוי וועט דיין ווייב תחי' – וואס זי איז די יונגסטע – קענען העלפן אירע עלטערן, עס וועט דיר נישט שאטן, עס וועט דיר גארנישט פעלן. עס איז אזא גרויסע מצוה – כיבוד אב ואם, אלעס איז כדאי; מען פארדינט סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט, אויך איז כיבוד אב ואם מכפר עוונות (עיין תנא דבי אליהו רבה, פרק כו).


געוואוין זיך צו אנצוהויבן דיין טאג מיט תפילה והתבודדות, כאפ א שפאציר, שמועס מיטן אייבערשטן, שמועס אויף דיין שפראך; הויב אן מיט דאנקען, דאנק אים אויף אלעס וואס ער טוט מיט דיר און בעט אויף ווייטער.

#6367 - דער ס"ם זוכט צו מאכן פירוד לבבות צווישן אנשי שלומינו
חינוך הילדים, דרך ארץ, שלום, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט ווערן וויי געטון פון די שכנים, ווען מען מוסר'ט איר אז זי קען נישט מחנך זיין וכו'; עס איז קיינעמ'ס געשעפטן ווי אזוי ענק זענען מחנך ענקערע קינדער, ענק זאלן מחנך זיין אויף ענקער וועג און די שכנים זאלן מחנך זיין אויף זייער וועג, און אז די שכנים ווילן נישט זייערע אינגלעך זאלן שפילן מיט מיידלעך – האט דאס מיט זיי, דארפן זיי אויסלערנען זייערע קינדער ווי אזוי זיך צו פירן.


איך בעט דיך זייער, זיי דן לכף זכות יעדן איינעם, דער סמ"ך מ"ם זוכט צו מאכן פירוד לבבות צווישן אנשי שלומינו, ער קען נישט ליידן אז מען האט זיך ליב, ער קומט צו יעדן איינעם מיט אן אנדערע וועג ווי אזוי צו מאכן מחלוקת מיט פיינטשאפט.


איך בין מחזק מיינע קינדער זאלן רעדן מיט דרך ארץ צו עלטערע, און אויב איך הער זיי רעדן מיט חוצפה צו עלטערע – בין איך זייער שטרענג און איך קנס'ע זיי אויף דעם. איך געדענק מיין טאטע שליט"א איז געווען צו מיר זייער שטרענג אויב ער האט מיך געהערט רעדן מיט זלזול צו איינעם עלטער פון מיר.

#6366 - שפאציר צווישן די ביימער און גראז, און שמועס מיט'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, עבודת השם, היטן די צייט, סדר היום, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס איז דא א גרויסע יצר הרע צו פארברענען די נעכט און נאכדעם אויפשטיין שפעט, בעט איך דיר זאלסט אויסדרייען דיין סדר, גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, עס איז אנדערש ווען מען גייט שלאפן פרי און מען שטייט אויף פארטאגס.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, גיי יעדן טאג א שפאציר צווישן די ביימער און גראז און שמועס מיטן אייבערשטן כאשר ידבר איש אל רעהו, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים זאלסט זיין א צדיק.


דער הייליגער רבי האט אונז דערציילט אז אזוי האט ער זוכה געווען צו קומען צו זיינע מדריגות, דורך תפילה והתבודדות בתמימות ופשיטות; נאר אזוי קומט מען אן צו זיין א צדיק.

#6365 - עס לוינט צו העלפן אין אומאן
שלום, אומאן, ראש השנה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מען הערט שוין די ניגון 'אומאן אומאן, ראש השנה, אומאן אומאן, ראש השנה', מען פארט שוין צום רבי'ן זוכה זיין צו אלע תיקונים און צו א שנה טובה ומבורכת.


איך וויל דיר זייער בעטן און אויך אלע וואס העלפן מיר אין אומאן, איר זאלט אויפנעמען אלעמען בסבר פנים יפות, מיט א שמייכל, און אז מען רעדט זיך אפ און מען פארשעמט וכו', זאל מען דאס נישט נעמען צום הארצן, נאר דן זיין אלעמען לכף זכות, מען פארט א לאנגע וועג, מענטשן זענען איבערגעשטרענגט, ממילא פאסירט אז מען שרייט וכו'.


מוהרא"ש זאגט, עס שטייט (שמואל א כב, ב): "וַיִּתְקַבְּצוּ אֵלָיו כָּל אִישׁ מָצוֹק", ביי דוד המלך האבן זיך צאמגענומען אלע צעבראכענע מענטשן, "וְכָל אִישׁ אֲשֶׁר לוֹ נֹשֶׁא", אלע וואס האבן חובות, "וְ'כָל אִ'ישׁ מַ'ר נֶ'פֶשׁ", ראשי תיבות אומן; ווער קומט צום רבי'ן? דער וואס איז געלאפן צו דוד המלך, די צעבראכענע הערצער; דארף מען זיין גרייט נישט צו נעמען זאכן פערזענליך.


בעט דעם אייבערשטן אלעס זאל זיין בשלום, יעדער זאל קומען געזונטערהייט און צוריק פארן מיט ישועות, אויך זאל זיין וואסער, לעקטער, עסן וכו' וכו'.


עס לוינט צו העלפן אין אומאן, די הייליגע חכמים זאגן (עירובין נד.), א תלמיד פון רבי אליעזר האט געדארפט באקומען אן עונש שריפה, "אָמְרוּ, הַנִּיחוּ לוֹ, אָדָם גָדוֹל שִׁמֵּשׁ", מען האט אים פריי געלאזט בזכות וואס ער האט משמש געווען א צדיק.



 

#6364 - נאך אביסל האסטו בחורים, און זיי וועלן נאכמאכן וואס זיי זעען
חינוך הילדים, שלום בית, טעלעפאן, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


ביסט א חידוש אין דיין חסד וואס דו טוסט מיט אנדערע, דו טוסט און טוסט פאר אידישע קינדער אזויפיל חסדים, ממש צו באוואונדערן.


וויל איך דיך מחזק זיין, זאלסט ווייטער טון חסד און אויך זאלסטו העלפן דיין ווייב מיט דיינע קינדער, ווייל אמאל קען פאסירן ביי די וואס טוען אסאך חסד אז דאס גייט אויפן חשבון פון די משפחה, מען קומט נישט אהיים, מען פארגעסט צו שמועסן מיט די ווייב – פון זיין אזוי אריינגעטון צו טון גוטס.


האסט א טייערע פרוי מיט ליכטיגע קינדער, זאלסט מיט זיי אויך טון חסד.


אויך זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן נישט צו האלטן אין שטוב א סמ' טעלעפאן, נאך אביסל האסטו בחורים, און זיי וועלן נאכמאכן וואס זיי זעען אין שטוב, דארף מען באצייטנס זען וואס מען קען ראטעווען.


איך האב דיך ליב, דעריבער שרייב איך דיר.

#6363 - אלע צדיקים קומען צו דעם מענטש וואס איז עוסק אין הפצה
הפצה, חלישות הדעת, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די גרעסטע מצוה וואס איז דא – איז עוסק זיין אין הפצה, פארפלייצן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים, עצות און התחזקות פון הייליגן רבי'ן – פאר די גאנצע וועלט.


אלע צדיקים קומען צו דעם מענטש וואס איז עוסק אין הפצה. אזוי זאגט דער רבי (ספר המדות אות פדיון שבוים חלק ב', סימן י): "מִי שֶׁעוֹסֵק בְּפִדְיוֹן שְׁבוּיִים", ווער עס נעמט ארויס געפאנגענע פון זיין פארשלאסן, "גְּדוֹלֵי הַדּוֹר נִכְלָלִים בּוֹ עַל יְדֵי זֶה", אלע צדיקים ווערן נכלל אין דעם מענטש; מוהרא"ש זאגט, דאס מיינט מען דער וואס איז מפיץ דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז דאך פדיון שבוים, ארויסנעמען מענטשן פון די קליפות און טומאה, צו דעם מענטש קומען אלע צדיקים, אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, נשמת רבי שמעון בר יוחאי, דער אריז"ל, דער בעל שם טוב הקדוש, דער הייליגער רבי, דער הייליגער רבי נתן וכו'; אלע ווילן ווערן איינס מיט דעם מפיץ.


שטארק זיך, האב נישט קיין חלישות הדעת, קוק נישט אויף קיינעם, גיי ווייטער פון שול צו שול, פון שטוב צו שטוב און פארפלייץ ווי מער די קונטרסים און ספרי אשר בנחל וכו'.


כתיבה וחתימה טובה.

#6362 - דער אייבערשטער וויל מיר נאר אויפוועקן
אמונה, משמש דעם רבי'ן, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה, גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט – איז נאר פאר גוטס, נישטא קיין טעותים, נישטא קיין פערצופאל. די הייליגע חכמים זאגן (חולין ז.): "אֵין אָדָם נוֹקֵף אֶצְבָּעוֹ מִלְּמַטָּה", מען כאפט נישט קיין קלאפ אין פינגער, "אֶלָא אִם כֵּן מַכְרִיזִין עָלָיו מִלְּמַעְלָה", נאר אז מען רופט אויס אין הימל 'פלוני אלמוני זאל כאפן א קלאפ אין פינגער, אין פיס'; נישט נאר עס איז נישט קיין פערצופאל, נאר מען רופט גאר אויס די נאמען; ווער רופט אויס מיין נאמען? וואו רופט מען אויס מיין נאמען? אין הימל, בהשגחה פרטית; דארף דאס אויפהייבן און נישט אראפווארפן, דאס דארף שטארקן, אז 'דער אייבערשטער מאכט מיט מיר זאכן אז איך זאל זיך אויפוועקן און צוריק קומען צו אים'.


געב איבער א גרויסן דאנק פאר דיין ווייב תחי' פארן זיך מתנדב זיין צו העלפן אין בית פיגא באקוקן די האר פון די קינדער, מאכן זיכער אז עס נישטא קיין לייז וכו', יעדע זאך וואס מען טוט פארן רבי'ן, ובפרט פאר די מוסדות – איז אן אייביגע זכות.


אויך א דאנק פאר וואס זי געבט אוועק אירע נעכט צו העלפן אין די מקוה טהרה, דאס איז וואס ענק וועלן מיט ענק מיטנעמען.