בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#102 - איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער אליין
אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, בין המצרים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר זייער מחי' געווען אז דו האסט א שיעור אין ספר הקדוש והנורא 'תיקוני זוהר'; דו האסט ממש יעצט אנגעהויבן און שוין מסיים געווען. איך האף מארגן מסיים צו מסיים זיין נאכאמאל דעם הייליגן ספר אינעם יארצייט פונעם אריז"ל.


מוהרא"ש פלעגט אונז מעורר זיין מיר זאלן לערנען אסאך תיקונים, בפרט אין די טעג פון בין המצרים וואס מיר קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש, די שכינה הקדושה זוכט א הויז וואו צו וואוינען. ווייל אין די הקדמה זאגט רבי שמעון בר יוחאי אז מיט דעם חיבור 'תיקוני זוהר' וועלן מיר מאכן א נעסט פאר די שכינה הקדושה; איז דאך פאסיג צו לערנען יעצט אסאך תיקונים.


איך פריי זיך זייער אז דו העלפסט ארויסגעבן דעם נייעם אלבוים; איך טראכט זאלסט געבן א נאמען דעם אלבוים: "איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער", ווייל אונזער דור איז אזוי געפאלן, מענטשן זענען ממש נישט ביי זיך, יעדער ליידט פון אנדערע מחשבות און דמיונות; די רפואה פאר דעם איז נאר אמונה, איינ'חזר'ן אן א שיעור מאל 'איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער אליין'.

#101 - מיר קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש
תפילות אויף אידיש, אמונה, בין המצרים, הפצה, צדיקים, אומאן, ראש השנה, צייטונגען, פאליטיק, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש בני ברק, ה' עליהם יחיו


זייט מיר מוחל, איך דארף ווען שרייבן פאר אייך יעדן טאג א בריוו, כאטשיג איין מאל א וואך; וואס זאל איך טון, איך קום נישט אן, איך האב אזויפיל זאכן וואס ליגט אויף מיר צו טון, זייט מיר דן לכף זכות; איך וועל פרובירן פון יעצט צו מאכן צייט צו שרייבן פאר די טייערע אנשי שלומינו פון ארץ ישראל.


מיר זענען יעצט אריין אין די דריי וואכן, די טעג זענען טעג וואס מיר קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סז) אז דער עיקר חורבן בית המקדש איז אז מען ווייסט נישט פונעם צדיק, די צדיקי אמת זענען פארשטעלט פון די וועלט, ווער איז גרויס? ווער איז חשוב? טאָטערן, זאכן וואס זענען גארנישט, דאס איז שריפת בית המקדש; אויף דעם וויינען מיר, אויפ'ן צדיק וואס איז פארשטעלט פון דער וועלט. ווייל ווען דער צדיק וואלט ווען נישט געווען פארשטעלט, וואלט נישט געווען דער חורבן בית המקדש. קוקט דעם לשון פון רבי'ן: "וְעַל זֶה נֶאֱמַר: 'תִּשְׁתַּפֵּכְנָה אַבְנֵי קֹדֶשׁ בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת, בְּנֵי צִיּוֹן הַיְקָרִים הַמְסֻלָּאִים בַּפָּז' וְכוּ' (אֵיכָה ד), דְּהַיְנוּ שֶׁיִּשְׂרָאֵל קְדוֹשִׁים מִתְגַּלְגְּלִים, חַס וְשָׁלוֹם, בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת, כִּי נִסְתַּלֵּק וְנִתְעַלֵּם הָרֹאשׁ בַּיִת, דְּהַיְנוּ הַצַּדִּיק הָאֲמִתִּי, וְנִתְגַּבֵּר, חַס וְשָׁלוֹם, הַהֵפֶךְ, שֶׁהוּא בְּחִינַת שֵׁם שֶׁל הַטֻּמְאָה שֶׁל הַחִיצוֹנִים, בְּחִינַת רֹאשׁ כָּל חוּצוֹת כַּנַּ"ל", אידישע קינדער וואלגערן זיך אין די גאסן, נישטא קיין הויז פאר זיי; דער צדיק, דער ראש בית - איז פארהוילן.


מיר דארפן אין די טעג זיך שטארקן אין פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, ביתר שאת וביתר עוז, דאס איז בנין בית המקדש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לג.): "כָּל אָדָם שֶּׁיֶּשׁ בּוֹ דֵּעָה כְּאִילוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו", ווער עס האט שכל, ביי אים איז אזוי ווי דער בית המקדש איז אויפגעבויט, ער שפירט יעצט וואס מען האט געשפירט אין בית המקדש; אין בית המקדש איז געווען א שטארקע גילוי אלוקית, א פלאץ וואו מען האט געשפירט דעם אייבערשטן. ווען מען האט דעה, מען האט שכל, מען ווייסט, מען גלייבט און מען לעבט מיט 'מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם', מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס - איז מען נישט אין גלות, דער גוף איז אין גלות, אבער דער קאפ, דער מח - איז נישט אין גלות, די נשמה איז נישט אין גלות. ווען מען פאלט אונטער טבע, מקרה און מזל - דעמאלט איז מען אין גלות בגוף ונפש; אין די טעג דארף מען מער עוסק זיין אין הפצה, אריינברענגען אין אלעמען 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער פירט די וועלט'.


טייערע ברידער, טייערע חברים, אנטלויפט פון פאליטיק, עס זאל ענק נישט אינטערעסירן די זאכן; אלע פארטייען, פון אנהייב ביזן ענדע - איז נאר שררה, כבוד און געלט. איך האב נישט מורא דאס צו זאגן און צו שרייבן, קען זיין איר זענט נישט צוגעוואוינט צו די שפראך, קען זיין עס זענען דא צווישן אייך וואס טראכטן אז די פארטיי איז א ישועה, די פארטיי איז א גאולה וכו' וכו'; זאלט איר וויסן אז אלעס איז פאליטיק, אלע פארטייען זענען איין שטיק ליגנט, אך און וויי ווער עס האט שייכות מיט זיי.


ליינט נישט קיין צייטונג, בפרט די פרומע צייטונג; פון דעם זאלט איר זיך זייער היטן, זיך נישט איינרעדן אז דאס איז א חלק פון די תורה. אנשטאט ליינען די צייטונג זאלט איר לערנען די הייליגע תורה, מאכט אייך שיעורים אין כל התורה כולה. מאכט א שיעור אין חומש רש"י יעדן טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. נאך א שיעור זאלט איר מאכן אין משניות, יעדער איינער וויפיל ער קען, פון איין פרק משניות אדער צוויי דריי, אכצן אדער מער, וויפיל צייט איר האט. מאכט זיך א שיעור אין גמרא, לערנט דעם בלאט גמרא יעדן טאג, עס איז דאך א מחי' א טאג וואס מען לערנט דעם בלאט גמרא. מאכט א שיעור אין הלכה, אין מדרש, זוהר און אזוי ווייטער.


גרייט אייך צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה. ווי אזוי גרייט מען זיך? מיט תפילה והתבודדות. נעמט יעדן טאג א מינוט צוויי צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, זאגט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אין אומאן דעם יאר ראש השנה, איך וויל א תיקון פאר מיין נפש, רוח ונשמה. הייליגער באשעפער, אלע שפעטן פון מיר, אלע מאכן חוזק פון מיר אז איך פאר קיין אומאן, מען ווארנט מיר אז מען וועט מיר שלעכטס טון אויב איך פאר קיין אומאן, הייליגער באשעפער, דו ווייסט דאך דעם ריינעם אמת, פארוואס פאר איך קיין אומאן? פארוואס גיי איך צום רבי'ן? נאר ווייל איך וויל מתקן זיין וואס איך האב פוגם געווען, קיינער ווייסט נישט ווער איך בין, דו רבונו של עולם, דו ווייסט דאך אז איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט; איך האב אזא יצר הרע וואס ברענט אין מיר, ער ווארפט מיר אראפ אן א שיעור מאל, און דא איז דא א רבי וואס קען מיר העלפן, איך וויל פארן צו אים, העלף מיר איך זאל טאקע אנקומען צו אים".


איך בענק זיך צו אייך, איך באקום בריוו פון א טייל פון ענק, איך ווארט אויף בריוו פון יעדן באזונדער; איך קום נישט אן צו ענטפערן, אבער איך ליין אלע בריוו, איך בין זיך מחי' ווען איר שרייבט מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#100 - מזל טוב פאר'ן מסיים זיין ששה סדרי תוספתא
ישועות, אמונה, התחזקות, לימוד התורה, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר'ן מסיים זיין ששה סדרי תוספתא, וואויל איז דיר אז דו לערנסט יעדן טאג א בלאט ב'בלי, א בלאט י'רושלמי און א פרק ת'וספתא - ראשי תיבות בי"ת. דו בויסט זיך א בי"ת נצחי, א הויז לנצח נצחים; דאס וועסטו מיט נעמען מיט זיך.


איך האף יעדן טאג צו הערן גוטע נייעס ביי דיר; איך בין זיך נישט מייאש פון דיין ישועה, איך בין זייער אסאך מתפלל פאר דיר. עס גייט נישט אריבער א טאג וואס איך זאל נישט דאווענען פאר דיין ישועה; אפילו עס נעמט אזוי לאנג - טאר מען נישט פארלירן די אמונה און בטחון.


איך האף צום אייבערשטן צו זיין דורכאויס די זומער וואכן אין קרית ברסלב ליבערטי. איך האב געטראפן א פלאץ פאר די בחורים, איך פריי זיך צו זיין אביסל צווישן די גראז און ביימער, די לופט איז ריין, עס איז נישטא די זוהמה פון די שטאט, איך האף דיר צו זען במשך די זומער וואכן.


זאג פאר'ן אייבערשטן: "איך האב נישט קיין קשיות אויף דיר, איך האב נישט קיין שום ספיקות אין די אמונה"; אז מען זאגט די ווערטער זעט מען גלייך א ישועה, ווייל ווען מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, דעמאלט גייט אלעס ווי אזוי מען וויל (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פד).

#99 - די קינדער קומען אהיים פון חדר אנגעפילט מיט אמונה
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית יואל


נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא.


מיר באקומען אזעלכע גוטע גרוסן אויף די חדר אין קרית יואל, מאנרא; די קינדער קומען אהיים אנגעפילט מיט אמונה, ווער עס זעט די קינדער קען אביסל פארשטיין וואס די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי סוטה ה, ד), ביי קריעת ים סוף האבן די קליינע קינדער, די זייגעדיגע קינדער געוויזן מיט די פינגער (שמות טו, ב): "זֶה אֵלִי וְאַנְוֵהוּ"; ביי דיר אין כתה הערשט אזא גילוי אלקות, די פיצלעך שרייען: "אייבערשטער, אייבערשטער!"


מיר דארפן זיך צאמזעצן זומער צו זען די פלענער פאר שנת תשפ"ב.

#98 - זאגן די דרייצן אני מאמין'ס יעדן טאג
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא וויליאמסבורג


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר ווילט וויסן וואס זיך פארצונעמען, א גוטע זאך; איך האב געטראכט אז איר האט נישט אין וואס זיך צו פארבעסערן ווייל איר זענט אויסגעצייכנט גוט, אייערע טיטשערס און די מנהלת זאגן אז איר זענט איידל, איר זענט צניעות'דיג, איר פירט זיך מיט דרך ארץ און יראת שמים; דארפט איר זיך נאר שטארקן, ווייטער אנגיין - מיט די גוטע וועג.


איין זאך וועל איך אייך שרייבן, וואס איר זאלט צולייגן צו אייער סדר היום; געוואוינט אייך צו צו זאגן די דרייצן אני מאמין'ס יעדן טאג. בעט אייערע לערערינס זיי זאלן לערנען די טייטש פון די אני מאמין'ס; דאס זאלט איר זאגן יעדן טאג, דאס וועט שטארקן די אמונה; איר וועט שפירן 'דער אייבערשטער איז מיט מיר'.


וואס איר דארפט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, וועט איר זען גרויסע ניסים.

#97 - זיך שטארקן מיט אמונה אפילו ווען מ'זעט נישט די גוטע ענדע
חברים, אמונה, חסידות ברסלב, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, אלעס וואס פאסירט מיט'ן מענטש איז פונעם אייבערשטן, קיין שום זאך איז א בייצופאל. אלעס איז דער אייבערשטער; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער. און אלעס איז נאר פאר אונזער טובה, מיר פארשטייען נישט וואס פאסירט, עס קען אויס קוקן ווי שלעכטס אבער באמת איז גארנישט קיין שלעכטס, אלעס איז נאר גוטס.


די הייליגע חכמים דערציילן (נדה לא.): "שְׁנֵי בְּנֵי אָדָם שֶׁיָּצְאוּ לִסְחוֹרָה", צוויי מענטשן האבן איינגעקויפט סחורה דאס צו פארקויפן אין א צווייטע מדינה, "יָשַׁב לוֹ קוֹץ לְאַחַד מֵהֶן", גייענדיג צום שיף האט זיך איינער פון זיי צעבראכן די פיס און ער האט נישט געקענט גיין צום שיף, די שיף איז אוועק געפארן מיט'ן אנדערן שותף, מיטנעמענדיג אלע סחורה, און דער מענטש מיט'ן צעבראכענעם פוס איז אונטערגעבליבן, "הִתְחִיל מְחָרֵף וּמְגַדֵּף", האט דער מענטש אנגעהויבן רעדן קעגן די אמונה, ער האט געהאט טענות צום אייבערשטן, "לְיָמִים שָׁמַע שֶׁטָבְעָה סְפִינָתוֹ שֶׁל חֲבֵירוֹ בַּיָּם הִתְחִיל מוֹדָה וּמְשַׁבֵּחַ", נאך א שטיק צייט האט ער געהערט אז די שיף איז איינגעזינקען אין וואסער מיט אלע מענטשן מיט די גאנצע סחורה, האט ער אנגעפאנגען דאנקען דעם אייבערשטן (ישעיה יב, א): "אוֹדְךָ ה' כִּי אָנַפְתָּ בִּי", איך דאנק דיר אייבערשטער אז דו האסט געצערנט אויף מיר און מיר צעבראכן מיין פיס, "יָשֹׁב אַפְּךָ וּתְ'נַחֲמֵנִ'י", ווייל אזוי בין איך געראטעוועט געווארן פון ווערן דערטראנקען; אין דעם פסוק איז מרומז דעם הייליגן רבינ'ס נאמען, דער רבי לערנט אויס דעם מענטש אז ער זאל דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אים, אפילו וואס עס זעט אויס ווי שלעכטס.


רוב מעשיות ענדיגן זיך נישט אזוי, רוב מעשיות ענדיגן זיך אן דעם וואס מען זאל הערן אז דער שיף איז איינגעזינקען, מען בלייבט מיט די צעבראכענע פיס, מען בלייבט מיט'ן פארשפעטיגן די שיף; טאקע דערפאר זענען זייער אסאך מענטשן צעבראכן, זיי פארלירן די אמונה, זיי האבן קשיות, אבער אז מען איז מקורב צום הייליגן רבי'ן, דעמאלט דאנקט מען דעם אייבערשטן אפילו מען ווייסט נישט דעם אויספיר, פארוואס דער אייבערשטער האט געמאכט מען זאל זיך צעברעכן די פיס, מען ווייסט נישט פארוואס מען האט פארשפעטיגט די שיף, פארוואס מען האט פארלוירן די געשעפטן; מען בלייבט געטריי.


עס איז זייער גוט צו האבן שייכות מיט אנשי שלומינו, זיך צאמקומען לכל הפחות איין מאל א וואך; אזוי ווערט מען שטארק מיט אמונה, מען באקומט כוחות צו קענען אנגיין וויייטער אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#96 - אלע עצות העלפן נאר אויב מען האט אמונה
קינדער, תודה והודאה, אמונה, סגולות, עצות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא אין רבינ'ס ספרים סגולות פאר דעם. דער רבי זאגט אין ספר המדות (אות סגולה חלק ב', סימן ג): "מֵי גְּשָׁמִים מְסֻגָּלִין", טרינקען רעגן וואסער איז מסוגל פאר דעם; אין חיי מוהר"ן זאגט רבי נתן (סימן תס) "איך האב אמאל אריינגעבליקט אין רבינ'ס כתבים, האב איך געזען ביים רבי'ן פארשריבן א סגולה אויף דעם, מען זאל זאגן שיר השירים, משלי און קהלת, דאס איז וואס רבי שמעון בן יוחאי זאגט אין תיקוני זוהר די בחינה פון תלת טפין (תקון יג, נג:) עין שם".


ועל כולם נעם די עצה פון תפילה והתבודדות; דאס איז די בעסטע עצה, מיט תפילה קען מען פועל'ן שלא כדרך הטבע, מען קען זען ניסים ונפלאות קעגן די טבע. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵּב כָּךְ, וּתְפִלָּה מְשַׁנָּה הַטֶּבַע".


אויך זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן; ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן - עפנט זיך אויף די טירן פון הימל און עס קומט ניסים שלא על פי טבע. דאנק דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט, און בעט אז דו זאלסט זוכה זיין צו קינדער, וועסטו זען ניסים ונפלאות.


די אלע עצות העלפן נאר אויב מען האט אמונה; אז מען גלייבט - ווערט מען געהאלפן, אבער אז מען האט ספיקות, מען ווייסט נישט, מען טראכט 'מן הסתם וועל איך נישט האבן קיין קינדער, איך וועל נישט געהאלפן ווערן' - דעמאלט איז א שאד די עצות, ווי מער מען גלייבט - אלץ מער ווערט מען געהאלפן, ווי מער אמונה - אלץ מער ניסים קומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#95 - מען טאר זיך נישט טענה'ען בעניני אמונה
בחור, אמונה, וויכוחים, חסד, ישיבה, קירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דיין פראגע אויב דו זאלסט זיך אפגעבן מיט הבחור ... נרו יאיר; אויב דיין ווייב איז מסכים - זאלסטו טון די מצוה.


דער בחור איז א גרויסער רחמנות, ער איז אנטלאפן פון שטוב, ער איז געלאפן צו גוים; ער מיינט די גוים וועלן רחמנות האבן אויף אים. ער מאכט שרעקליכע פראבלעמען, ער רעדט קעגן אידן רחמנא לצלן.


געב אים עסן און שלאפן, אבער טענה זיך נישט מיט אים; מען טאר זיך נישט טענה'ען בעניני אמונה, ווער עס טענה'עט זיך אין אמונה - דער פאלט נאכדעם אראפ אין כפירות.


אגב, דער בחור האט געוואלט אריינקומען אין ישיבה א צייט צוריק אבער זיינע עלטערן האבן נישט געוואלט, זיי האבן מקבל געווען לשון הרע אויף די ישיבה, והוה מה דהוה.


שטארק זיך, לערן יעדן טאג חומש, משניות און אביסל גמרא, אויך זאג תהלים - וועסטו זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן.

#94 - מ'דארף רעדן צו קינדער פון אמונה און פון צדיקים
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, מדות טובות, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו לערנסט מיט זיי, דו לייגסט אריין אין זיי תורה און יראת שמים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט.


דער עיקר זאלסטו רעדן צו זיי פון גוטע מידות, פון בין אדם לחבירו; דערצייל זיי מעשיות פון דאס הארבקייט פון טשעפען א צווייטן און די שכר פון די וואס געבן אכטונג אויף אנדערע.


דערצייל זיי מעשיות בכלליות פון צדיקים, אלע מעשיות פון צדיקים איז סם החיים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", וויסן זאלסט אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט אויפגעפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א מורא'דיגע בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד. ווען מען הערט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך זוכה זיין צו דעם און ווערן א צדיק.


אויך זאלסטו רעדן צו זיי פון יראת שמים, זיי זאלן זיך היטן די אויגן און זיך היטן בקדושת היסוד; אבער אלץ זאלסטו רעדן מער פון עשה טוב, מען דארף רעדן פון סור מרע, אבער די עיקר דארף מען רעדן פון אמונה און פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#93 - דיין טאטע אין הימל קען מען פון דיר נישט צונעמען
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, חסידות ברסלב, משניות, סיפורי צדיקים, נשמה, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ב אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר טרייסטן, יעצט הער איך די שווערע נייעס אז דיין טאטע איז נפטר געווארן; עס איז זייער שווער זיך צו טרייסטן ווען מען פארלירט א טאטע, עס איז זייער שווער; אבער דאך ביסטו געבליבן מיט'ן טאטן פון הימל. אונזער טאטע, דער אייבערשטער - אים פארלירט מען נישט, אים קען מען נישט צונעמען; אלעס קען מען צונעמען פונעם מענטש, אלעס קען מען פארלירן - אבער דער אייבערשטער בלייבט, דער אייבערשטער קען מען נישט צונעמען.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען א יונג קינד פון פינף יאר ווען ער האט פארלוירן זיין טאטע. ווען דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן איז זיין מאמע שרה גלייך נפטר געווארן, זי איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב, זי איז גלייך אוועק. שפעטער ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר איז זיין טאטע נפטר געווארן; ווי אזוי האט זיך דער קליינער ישראליק דערהאלטן? ווי אזוי איז מעגליך אז א קינד פון פינף יאר זאל זיין איינער אליין, אן עלטערן, אן משפחה? הער ווי אזוי ער האט זיך דערהאלטן איינער אליין.


איידער ער איז נפטר געווארן האט אים זיין טאטע גערופן און געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, געדענק אז דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר, זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם", און מיט די ווערטער איז ער נפטר געווארן; דאס האט אים געטראגן ווייטער זיין גאנץ לעבן, אזוי האט ער געטון און ער איז געווארן צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


איך בעט דיר טייערער ..., דערהאלט זיך, שטארק זיך. אויך זאלסטו שטארקן דיין מאמע און דיינע געשוויסטער. זיי דו א העלד, געב זיי אלע חיזוק, רעד צו זיי דיבורי אמונה; פאר די קליינע געשוויסטער זאלסטו זאגן: "טאטע איז יעצט שוין נישט אין קיין צער, טאטע איז יעצט אין גן עדן, טאטע מוטשעט זיך שוין נישט", און העלף דיין מאמע.


באפלייסיג זיך אין משניות; לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, וועסטו ענדיגן יעדע חודש משניות פאר דיין טאטנ'ס נשמה.


ועל כולם זאלסטו זיך מתבודד זיין מיט'ן אייבערשטן; דאנק אים אויף אלעס וואס ער טוט און בעט אים ער זאל דיר העלפן, ער זאל דיר געבן כח צו זיין שטארק אין אמונה, מיט דעם וועסטו ארויפטראגן דיין טאטנ'ס נשמה העכער און העכער.


אויבן אין הימל קוקט מען אנדערש אויף ברסלב'ער חסידים, אויבן אין הימל זענען אלע נשמות מקנא די נשמה וואס האט קינדער ברסלב'ער חסידים. עס ווערט געברענגט (ספר ארך אפים, פרק ה) דאס גרויסקייט פון א נשמה אויבן אין הימל וואס האט בזה העולם א קינד וואס איז זיך מתבודד, איך ברענג דיר דעם לשון: "כִּי כְּשֶׁבְּנוֹ יִתְבּוֹדֵד פֹּה לְמַטָּה וְיִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", ווייל ווען זיין זון אויף די וועלט וועט זיך מתבודד זיין און זיך צוקלעבן צום אייבערשטן, "עַל יְדֵי זֶה יַעֲלֶה אֶת אָבִיו בַּעֲלִיּוֹת אַחַר עֲלִיּוֹת מַעְלָה מַעְלָה וְכוּ', וְכוּ'", דורכדעם וועט ער ארויפגיין העכער און העכער, "וְכַמָּה אַלְפֵי אֲלָפִים וְרִבּוּי רִבְבוֹת נְשָׁמוֹת יְקַנְּאוּ אוֹתוֹ עַל נוֹעַם חֶלְקוֹ וּמַזָּלוֹ הַטּוֹב", און הונדערטער טויזנטער נשמות וועלן אים מקנא זיין, "שֶׁזָּכָה לְהַשְׁאִיר בְּזֶה הָעוֹלָם בֵּן עוֹבֵד ה' וּמִתְבּוֹדֵד וּמִתְדַּבֵּק עִמּוֹ יִתְבָּרַךְ", אז ער האט זוכה געווען איבערצולאזן אויף די וועלט א זון אן עובד ה' וואס איז זיך מתבודד און איז נאנט צום אייבערשטן, "וְהוּא בֵּין חֲבוּרָה קְדוֹשָׁה כָּזוֹ, בֵּין הַצַּדִּיקִים הַקְּדוֹשִׁים הַמְקַבְּלִים בְּכָל יוֹם פְּנֵי הַשְׁכִינָה", און איז אין א חבורה פון הייליגע צדיקים וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, "אַשְׁרֵי לוֹ וְאַשְׁרֵי חֶלְקוֹ", וואויל איז אים און וואויל איז זיין חלק.


המקום ינחם אותך מתוך שאר אבילי ציון וירושלים, זאלסט נישט וויסן מער פון קיין צער.

#92 - אויבן אין הימל שטומט אלעס
אמונה, משפחה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


האסט געבעטן חיזוק אויף אמונה.


טייערער ..., - מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, עס זענען דא מענטשן וואס ליידן ביטערע יסורים, קינדער פון צעריסענע שטובער ה' ישמרינו, נאכדעם זענען דא גאנצע שטובער; וואס זענען די קינדער שולדיג, פארוואס דארפן זיי ליידן?!


דאס איז זאכן וואס מיר ווייסן נישט און מיר ווילן נישט וויסן, דאס איז זיכער אז אויבן אין הימל שטומט עס, אויבן אין הימל שטומט אלעס.


דער הייליגער צדיק רבי מרדכי'לע מנעשכיז זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "ווער עס האט קשיות - רופט מען ארויף אויבן, מען שטארבט; דעמאלט פארשטייט מען שוין אלעס", אויך האט דער צדיק געזאגט: "איך פרעג נישט קיין קשיות, דערפאר האב איך אריכות ימים".


גלייב מיר, איך וויין פאר דיר; ווען איך טראכט ווי מען האט דיר געפייניגט און וואס דו גייסט נאכאלץ אריבער - קומט מיר טרערן, דאך בעט איך דיר שטארק זיך, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; חזר זיך די ווערטער (דברים לב, ד): "אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא"; חזר זיך די ווערטער (איכה א, יח): "צַדִּיק הוּא ה' כִּי פִיהוּ מָרִיתִי", דער אייבערשטער איז גערעכט מיט אלעס וואס ער טוט.


ווי מער דו וועסט חזר'ן די אמונה - וועסטו באקומען אייזערנע נערוון, דו וועסט אלעס קענען אריבערגיין, די אלע צרות וועט נישט מאכן קיין רושם אויף דיר.

#91 - אין אזא שווערע צייט קען מען זיך נאר שטארקן מיט אמונה
צרות, אמונה, התחזקות, סוכות, ניחום אבלים, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, פה אתרא קדישא מירון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', אשת ר' ... נרו יאיר


עס איז זייער שווער צו טרייסטן נאך אזא שוידערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט אין מירון אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר, ווען אזויפיל אומשולדיגע טייערע אידן זענען אומגעקומען, ובתוכם אייער טייערער ברודער ... עליו השלום. וואס קען מען זאגן? ווי אזוי קען מען טרייסטן די חשוב'ע משפחה; די טאטע, מאמע, די ווייב, די ברודער שוועסטער און קינדער; נישטא קיין ווערטער וואס צו זאגן, מיר קענען זאגן נאר די ווערטער: "המקום", דער הייליגער באשעפער, "ינחם אתכם", זאל אייך טרייסטן, "בתוך שאר אבלי ציון וירושלים".


עס איז א גזירה מן השמים, דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן די טייערע אידן אין אזא הייליגע טאג ל"ג בעומר. אזוי איז געווען ווען אידישע קינדער האבן אויפגעשטעלט די הייליגע משכן, דעמאלט איז געווען אזא גרויסע שמחה, די גאנצע וועלט האט זיך געפריידט, פלוצלונג האט דער אייבערשטער אוועקגענומען אהרן הכהן'ס קינדער; אינמיטן די שמחה, אינמיטן די טענץ. שטייט אין די תורה אז אהרן הכהן האט געשוויגן, "וַיִּדֹּם אַהֲרֹן (ויקרא י, ג)", ער האט נישט געהאט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער האט דאס מקבל געווען מיט גרויס שמחה, ער האט געוויסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א חשבון, אהרן הכהן האט ווייטער געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי פריער.


איך האב געהערט זייער א שטארקע חיזוק פון מוהרא"ש. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כח:) אויב עס רעגנט יום טוב סוכות איז דאס אזוי ווי א הַאר בעט זיין קנעכט ברענג מיר וואסער, און ווען דער קנעכט ברענגט די וואסער נעמט דער הַאר די וואסער און שפריצט דאס אן דעם קנעכט, אזוי איז יום טוב סוכות ווען עס גייט א רעגן; יום טוב סוכות ווען מיר אלע זיצן אין די סוכה, מיר טוען דעם רצון ה', און דער אייבערשטער גיסט אונז אן; אויבנאויף זעט דאס אויס ווי א שלעכטע זאך, אבער מוהרא"ש זאגט אונז אז עפעס טיפערס ליגט אין דעם משל.


ווען א הַאר קויפט זיך א קנעכט ווייסט ער נאכנישט אויב דער קנעכט איז אים באמת געטריי, ווי אזוי קען דער הַאר וויסן אויב זיין קנעכט איז אים באמת געטריי? ער בעט אים ברענג מיר וואסער און ער נעמט די וואסער און גיסט אים אפ אין פנים אריין; איז דער קנעכט נישט געטריי – וועט ער אנטלויפן פון אזא הַאר, אויב אבער דער קנעכט בלייבט ווייטער געטריי – איז א סימן אז דער קנעכט האט נישט קיין שום ווילן, ער האט נאר איין ווילן, טון דעם רצון פון זיין הַאר.


אזוי אויך, עס קומט דער יום טוב ראש השנה און יום הכיפורים ווען אלע אידן זאגן פאר'ן אייבערשטן: "מיר זענען דיר געטריי, מיר ווילן נאר טון דיין ווילן"; נאכדעם קומט דער יום טוב סוכות, אלע בויען סוכות, אלע גיין אריין אין די סוכה; דער אייבערשטער וויל זען ווי געטריי זיינע קינדער, זיינע קנעכט - זענען, גיסט ער זיי אן מיט וואסער, דעמאלט זעט מען ווער מיר זענען; מיר בלייבן ווייטער קנעכט פאר'ן אייבערשטן.


אנדערש ווי די אומות העולם, וואס ביי זיי שטייט (עבודה זרה ג.) אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי האבן א טענה צום אייבערשטן פארוואס מען האט זיי נישט געגעבן די תורה, וועט דער אייבערשטער זיי געבן די מצוה פון סוכה און די גויים וועלן צעברעכן די סוכות, זיי וועלן ארויסלויפן פון די היצן; דאס איז א גוי, ווען עפעס גייט אים נישט גוט, שטויסט ער גלייך אלעס אוועק. ווידער, אידישע קינדער, בני א-ל חי, זיי בלייבן געטריי.


מיר זענען געקומען צו פארן צו רבי שמעון בר יוחאי, יעדער איינער איז געקומען אויס'פועל'ן ישועות און פלוצלונג איז אלעס צעשטערט געווארן, מען האט אונז אנגעגאסן מיט די וואסער וואס מיר האבן געברענגט; דאך בלייבן מיר געטריי, מיר האבן נישט קיין קשיות, מיר פרעגן נישט, מיר ווייסן נישט, מיר קענען סיי ווי נישט פארשטיין דרכי המקום, מיר וועלן ווייטער טון דעם רצון ה'.


שטארקט אייך און שטארקט אייערע טייערע עלטערן; זיי זענען דאך אזוי צעבראכן אויף שברי שברים. עס איז נישטא נאך אזא צער ווי די צער פון עלטערן וואס דארפן באגלייטן א קינד צו די קבורה. זייט מחזק אייער שוועגערין די אלמנה, זי דארף דאך אזויפיל כח זי זאל קענען ווייטער זיין א מאמע פאר די אומשולדיגע יתומים'לעך. זייט מחזק אלע געשוויסטער, יעצט איז א צייט וואס מען מוז זיך שטארקן, מען מוז אנגיין מיט עבודת השם יתברך, מען דארף ווייטער אויפציען דורות פאר'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז; מיר זענען אלע אזוי צעבראכן, יעדער איד אין די גאנצע וועלט איז צעקלאפט, דאס איז א קלאפ פאר אונז אלע בכלל און בפרט פאר די משפחות ה' ירחם.


דער אייבערשטער זאל אונז שוין אלע טרייסטן, אונז שיקן משיח צדקינו און מיר וועלן זוכה זיין צו תחיית המתים; מיר וועלן זיך טרעפן מיט אלע אידן אינאיינעם, מיט אלע צדיקים; אמן.

#90 - שטארק זיך ארויסצוגעבן נאך סידי'ס מיט ניגונים פון אמונה
ישועות, אמונה, ניגונים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל ... תחי'; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט איר מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, אפשר דאך ווילסטו ממשיך זיין מיט'ן ארויסגעבן סידי'ס מיט ניגונים פון אמונה, ניגונים פון תשובה; מיר האבן שוין אנגעהויבן ארבעטן אויף "טאנץ מיט אמונה - 4", ממש א שאד דאס נישט צו ענדיגן.


האסט נישט קיין אנונג וויפיל טויזנטער מענטשן זענען זיך מחזק באמונה פשוטה ובתשובה שלמה בזכות די ניגונים.


אז דו וועסט ווייטער ארויסגעבן די סידי'ס וועסטו זען ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט דיר.

#89 - ל"ג בעומר זאלסטו זיך שפילן מיט'ן פייל און בויגן
קינדער, ישועות, אמונה, סגולות, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה; אמונה איז אזוי ווי א מאגנעט, עס ציט אלע ישועות צום מענטש.


אמונה ברענגט ישועות; ווען מען גלייבט אינעם באשעפער, מען פארלאזט זיך אויף אים – דאס מאכט די ישועה זאל קומען.


קויף זיך א פייל און בויגן; ל"ג בעומר זאלסטו זיך שפילן מיט'ן פייל און בויגן, זאלסט שיסן די פיילן. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות בנים, סימן סג): "דְּרִיכַת הַקֶּשֶׁת בְּלַ"ג בָּעֹמֶר", שיסן ל"ג בעומר מיט'ן פייל און בויגן, "הִוא סְגֻלָּה לְבָנִים", דאס איז א סגולה פאר קינדער.

#88 - זיך גרייטן צו די שמחה מיט אמונה און בטחון
קינדער, תודה והודאה, אמונה, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיר געבעטן אייך צו שרייבן אפאר ווערטער.


שטארקט אייך, גייט מיט אמונה און בטחון; עס איז גאר אנדערש ווען מען גייט אין שפיטאל, מען גרייט זיך פאר א שמחה - ווען מען גייט מיט'ן אייבערשטן, מען ווייסט אז מען איז אין די הענט פונעם אייבערשטן; ווי ווען מען גייט אן אמונה און אן בטחון, דעמאלט איז מען מער פארלוירן און דערשראקן.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) א סגולה צו האבן גרינג דאס קינד, מען זאל זאגן מזמור לתודה (תהילים, קאפיטל ק), מזמור לתודה איז א געזאנג וואס מען דאנקט דעם אייבערשטן, "לְתוֹדָה אוֹתִיּוֹת תּוֹלָדָה"; אויך די ראשי תיבות פון מ'זמור ל'תודה [מ' ל'] באטרעפט זיבעציג, דאס איז די ע' קלין וואס ווערט געברעגנט אין זוהר הקדוש (פרשת פנחס, רמט) וואס די יולדת דארף אריבערגיין קודם די הולדה.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, דאס וועט אייך געבן כח אריבער צו גיין אלעס בנקל ובנחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#87 - אז דער אייבערשטער איז דא, פאלן אוועק אלע פחדים
פחדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אמונה איז די עצה פטור צו ווערן פון פחדים; ווי מער מען נעמט אריין אין זיך אמונה - אלץ מער גייען אוועק די פחדים, ווייל ווען מען נעמט אריין אין זיך 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיר, דער אייבערשטער באשיצט מיר', - פאלן אוועק אלע פחדים.


דאס האט דוד המלך געטון ווען עס איז אריבער אויף אים שווערע ביטערע צרות, מען האט אים געוואלט הרג'ענען; ער האט זיך באהאלטן אין היילן און אין טאלן, ער האט געחזר'ט די אמונה, ביז ער האט אויסגעשריגן (תהלים כז, א): "ה', אוֹרִי וְיִשְׁעִי", דער אייבערשטער איז מיין ליכטיגקייט, דער אייבערשטער איז מיין הילף, "מִמִּי אִירָא", פון וועם זאל איך זיך שרעקן? איך שרעק זיך פון קיינעם נישט ווייל איך האב דעם אייבערשטן, "ה' מָעוֹז חַיַּי", דער אייבערשטער מאכט שטארק מיין לעבן, "מִמִּי אֶפְחָד", פאר וועם זאל איך מורא האבן?


דאס איז די עצה פטור צו ווערן פון שרעק, חזר'ן איינמאל און נאכאמאל די ווערטער: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט מיר"; דאס נעמט אוועק אלע שרעק.


געוואוינט אייך איין צו זאגן די הייליגע תהילים, דורכדעם וועלן אוועקגיין אלע פחדים, יעדע קאפיטל תהילים איז אנגעפילט מיט אמונה און בטחון. זינגט די פסוקים פון תהילים (קיח, ו-ט): "ה' לִי", דער אייבערשטער איז מיט מיר, "לֹא אִירָא", איך האב נישט מורא פון קיינעם, "מַה יַּעֲשֶׂה לִי אָדָם", ווער קען מיר שלעכטס טון, "ה' לִי בְּעֹזְרָי", דער אייבערשטער איז מיין העלפער, "וַאֲנִי אֶרְאֶה בְשֹׂנְאָי", איך וועל זען א נקמה אין מיינע פיינט, "טוֹב לַחֲסוֹת בַּה' מִבְּטֹחַ בָּאָדָם", עס איז גוט זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן ווי איידער זיך פארלאזן אויף מענטשן, "טוֹב לַחֲסוֹת בַּה' מִבְּטֹחַ בִּנְדִיבִים", עס איז בעסער זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן ווי זיך פארלאזן אויף גוטע פריינט; די אלע קאפיטלעך וועלן אריינבלאזן אין אייך שטארקייט, איר וועט נישט מורא האבן פון קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - גייט נישט צו די בחירות, דער עיקר איז דער מאן און ווייב זאלן שטימען
תפילות אויף אידיש, אמונה, שלום בית, הפצה, פסח, קשיות, בלבולים, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; עס איז גאר אנדערש די הכנות צום יום טוב פסח ווען מען ווייסט פון רבי'ן, אלעס גייט צו מיט א שטארקע שמחה, מען פריידט זיך צו רוימען די חמץ.


ווען איר רוימט אויס די חמץ זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף די חמץ וואס איז אין הארצן, די חמץ וואס ליגט אין מח; דער יצר הרע וואס ווערט אנגערופן (ברכות יז.): 'שְׂאוֹר שֶׁבְּעִסָּה', מען זאל נישט האבן קיין שום קשיות און ספיקות אויפ'ן אייבערשטן.


קשיות און ספיקות איז אסור - אפילו במשהו; איין פינטעלע קשיות אויף די אמונה איז שוין זייער ביטער, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה): "וְתַעֲשֶֹה מֵאוֹתִיּוֹת חָמֵץ מַצָּה, הַיְנוּ שֶׁלֹּא תַּחְמִיץ חָכְמָתְךָ", חמץ און מצה האבן די זעלבע אותיות, ביידע האבן א מ' און א צ', דער גאנצער חילוק איז פון דעם אות חי"ת און דעם אות ה"א וואס מאכט אינגאנצן אויס א קליינע פינטעלע, ווייל אז מען לייגט צו א קליינע פינטעלע צום אות ה"א ווערט דאס א חי"ת; זאגט דער רבי אז מען דארף אכטונג געבן פון שלעכטע מחשבות אפילו במשהו.


טייערע חברים, וויסן זאלט איר אז אן תפילה קען מען גארנישט; מען דארף אסאך בעטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין נזהר פון א משהו חמץ, איך זאל זוכה זיין אריינצוגיין אין יום טוב מיט שמחה"; נאר אזוי קען מען זוכה זיין צו זיין נזהר פון חמץ און זיין פרייליך יום טוב.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן זייער אסאך מאל די מעשה פון דעם גרויסן צדיק, רבי דוד ממיקולייב זכרונו לברכה, א תלמיד פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. ער האט זיך אונטערגענומען צו מאכן וויין פאר זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב, ער האט עס אליינס געמאכט מיט אלע חומרות, מיט אלע ענינים און מיט אלע בחינות וכו' וכו'. אויפ'ן וועג אהיים האט מען אים אפגעשטעלט ביי די גרעניץ און דער וועכטער האט געעפנט די וויין און עס מטמא געווען, ער האט עס געמאכט יין נסך. רבי דוד איז געווארן אויסער זיך, ער איז געווארן זייער צעבראכן פארוואס דאס האט פאסירט, ער האט געפרעגט זיין רבי דעם הייליגן בעל שם טוב זי"ע פארוואס דאס האט פאסירט, האט אים דער הייליגער בעל שם טוב געפרעגט: "האסטו געבעטן דעם אייבערשטער אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובה?" האט ער געענטפערט פאר'ן הייליגן בעל שם טוב אז ער האט טאקע אינגאנצן פארגעסן צו בעטן דעם אייבערשטער.


מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן מיט אונז, מיר זאלן וויסן און געדענקען צו בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך; נאר אזוי האט מען הצלחה.


טייערע ליבע ברידער, גייט מזכה זיין אנדערע זיי זאלן אויך האבן וואס מיר האבן; זייט עוסק אין די הייליגע עבודה פון מפיץ זיין. מיר דארפן געבן אונזער חיים טובים פאר אנדערע, מיר קענען דאס נישט האלטן בלויז פאר אונז; מיר דארפן עוסק זיין אין הפצה, פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים ווי מער. פארשטייט זיך עס זאל נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב; מען דארף יעצט העלפן אין שטוב אריינברענגען דעם יום טוב, אבער אין די זייטיגע צייטן דארף מען גיין מזכה זיין אידישע קינדער זיי זאלן אויך האבן דעם רבינ'ס התחזקות.


יעצט גייט זיין נאכאמאל בחירות, דארף מען גיין פארשפרייטן פאר אלעמען פאר וועמען מיר שטימען; מיר שטימען פאר'ן אייבערשטן, מיר דארפן פארשפרייטן פאר אלעמען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט און אלעס אנדערש איז ליגנט. נישט דער פארטיי וועט אונז העלפן און נישט יענע פארטיי וועט זיין גוט, אלעס איז נארישקייטן; די אלע פארטייען מיינען כבוד און געלט, מיר האבן נישט קיין חלק אין די זאכן, מיר האבן די הייליגע תורה. אנדערע זאגן אויך: 'מיר פאלגן דעת תורה', אבער עס איז תורא מיט אן אל"ף, "וְאָתָא תּוֹרָא וְשָׁתָא לְמַיָּא"; עס איז געקומען די אקס און אויסגעטרינקען די וואסער, די הייליגע תורה, אזוי ווי עס שטייט (בבא קמא יז.): "אֵין מַיִם אֶלָּא תּוֹרָה", די תּוֹרָא טרינקט אויס די אמת'ע תורה.


אין שטוב זאלט איר זיך אויסקומען, מאן און ווייב זאלן שטימען. אין אידיש זאגט מען, ווען מען קומט זיך נישט אויס: "מיר שטימען נישט"; ווען מאן און ווייב קריגן זיך זאגט מען אויף זיי: "זיי שטימען נישט?" די זעלבע ווארט וואס מען נוצט ווען מען זאגט: "מיר גייען נישט צו די בחירות"; בעט איך אייך, מיר שטימען טאקע נישט ביי די בחירות, אבער אין שטוב שטימען מיר יא; תלמידי היכל הקודש געבן זייער אכטונג צו שטימען אין שטוב, זיך נישט קריגן.


קויפט א שיינע זאך פאר די ווייב לכבוד יום טוב; געב איר געלט מיט א גוט אויג, מיט די גאנצע הארץ. זאג איר 'דאס איז פאר דיר לכבוד יום טוב', זי זאל זיך קויפן וואס איר הארץ באגערט. עס זאל דיר נישט אנגיין וואס זי קויפט, א פרוי וויל עפעס אנדערש, זי האט אירע זאכן וואס זי דארף; זאלסטו איר פרייליך מאכן.


דא האט איר א תפילה, א געבעט צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו מקבל זיין דעם יום טוב פסח אזוי ווי עס דארף צו זיין:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, עֶס קוּמְט יֶעצְט דֶער יוֹם טוֹב פֶּסַח, אִיךְ פְּרוּבִּיר זִיךְ צוּצוּגְרֵייטְן צוּם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב, אִיךְ וֵוייס אָבֶּער דֶעם אֱמֶת אַז אִיךְ אַלֵיין קֶען גָארְנִישְׁט טוּן, נָאר מִיט דַיין הִילְף וֶועל אִיךְ קֶענֶען זוֹכֶה זַיין צוּ אַ שֵׁיינֶעם יוֹם טוֹב. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל הָאבְּן גֶענוּג גֶעלְט צוּ קֶענֶען אַיינְקוֹיפְן אַלֶע גֶעבְּרוֹיכְן פוּן יוֹם טוֹב, אַז אִיךְ זָאל קֶענֶען צוּשְׁטֶעלְן פַאר מַיין וַוייבּ אוּן קִינְדֶער אַלֶעס וָואס זֵיי דַארְפְן הָאבְּן אוֹיף יוֹם טוֹב. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁפִּירְן אַ זִיסֶע אוּן גֶעשְׁמַאקֶע טַעַם אִין דֶעם הֵיילִיגְן יוֹם טוֹב, אִיךְ זָאל נָאר זַיין פְרֵיילִיךְ בְּמֶשֶׁךְ דֶעם גַאנְצְן פֶּסַח, אֲפִילוּ וֶוען זַאכְן וֶועלְן נִישְׁט גֵיין אַזוֹי וִוי אִיךְ וִויל, אֲפִילוּ וֶוען זַאכְן וֶועלְן זִיךְ נִישְׁט אוֹיסְאַרְבֶּעטְן אַזוֹי וִוי אִיךְ הָאבּ זִיךְ פָארְגֶעשְׁטֶעלְט, זָאל אִיךְ נִישְׁט וֶוערְן גֶערֶעגְט אוּן טְרוֹיעֶרִיג נָאר אִיךְ זָאל זִיךְ וַוייטֶער הַאלְטְן זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרַיינְצוּבְּרֶענְגֶען אַ פְרֵיילִיכֶע שְׁטִימוּנְג אִין מַיין שְׁטוּבּ, אִיךְ אַלֵיין זָאל זַיין פְרֵיילִיךְ אוּן אִיךְ זָאל אוֹיךְ מַאכְן פְרֵיילִיךְ מַיין וַוייבּ אוּן קִינְדֶער. דִי שִׂמְחָה‏ זָאל זִיךְ אִיבֶּערְגִיסְן פוּן מִיר אַזוֹי וַוייט אַז אֲפִילוּ וֶוער עֶס וֶועט נָאר שְׁטֵיין נֶעבְּן מִיר זָאל אוֹיךְ וֶוערְן פְרֵיילִיךְ.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיךְ גֶעבּ אִיבֶּער מַיין גַאנְצֶע יוֹם טוֹב פֶּסַח פַאר דִיר, אִיךְ גֶעבּ זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּער פַאר דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט עֶסְן קַיין בְּרֶעקְל חָמֵץ אוּן עֶס זָאל זִיךְ נִישְׁט גֶעפוּנֶען אִין מַיין הוֹיז קַיין מַשֶׁהוּ חָמֵץ אוּם פֶּסַח. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זִיךְ זֵייעֶר פְרֵייעֶן מִיט דֶעם וָואס אִיךְ בִּין זוֹכֶה אוֹיסְצוּרֵיינִיגְן דֶעם חָמֵץ פוּן מַיין שְׁטוּבּ אוּן אִיךְ בִּין זוֹכֶה צוּ עֶסְן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ דִי אַלֶע סְגוּלוֹת פוּן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה, אַז דִי מַצָה זָאל אוֹיסְוַואשְׁן מַיין הַארְץ, עֶס זָאל אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין מַיין הַארְץ אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה, אַז אִיךְ זָאל נָאר גְלֵייבְּן אִין דִיר מִיטְ'ן גַאנְצְן הַארְץ, אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין שׁוּם סְפֵיקוֹת אִין דִי הֵיילִיגֶע אֱמוּנָה, אִיךְ זָאל וִויסְן אוּן גְלֵייבְּן מִיט אַ קְלָארְקֵייט אַז נָאר דוּ פִירְסְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיף דֶער וֶועלְט אוֹיסֶער דִיר. דִי מַצָה זָאל זַיין צוּ מִיר פַאר אַ רְפוּאָה, עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן פוּן אַלֶע סָארְט קְרֶענְק, סֵיי פִיזִישֶׁע קְרֶענְק אוּן סֵיי גֵייסְטִישֶׁע קְרֶענְק, עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן בְּגַשְׁמִיוּת אוּן עֶס זָאל מִיר אוֹיסְהֵיילְן בְּרוּחֲנִיוּת.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז דִי שִׂמְחָה פוּן דִי הֵיילִיגֶע מַצָה אוּן פוּן אַלֶע מִצְוֹת פוּנֶעם יוֹם טוֹב זָאל מִיר בַּאגְלֵייטְן אוֹיךְ אוֹיף דִי גַאנְצֶע יָאר, אִיךְ זָאל אַ גַאנְץ יָאר זַיין זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ אַז אִיךְ הָאבּ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ עֶסְן נָאר מַצָה אוּן נִישְׁט חַס וְשָׁלוֹם קַיין שׁוּם בְּרֶעקְל חָמֵץ אוּם פֶּסַח. אוּן אַזוֹי זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג‏ נָאר פְרֵייעֶן מִיט יֶעדֶע מִצְוָה וָואס אִיךְ טוּ, מִיט יֶעדֶע גוּטֶע זַאךְ וָואס אִיךְ טוּ, אֲפִילוּ וֶוען אִיךְ קוּק זִיךְ אָן אוּן אִיךְ זֶע אַז אִיךְ בִּין אַזוֹי וַוייט פוּן דִיר, אוּן דֶער יֵצֶר הָרַע וִויל אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין מִיר אַ צֶעבְּרָאכְנְקֵייט אוּן עַצְבוּת, זָאל אִיךְ זִיךְ נִישְׁט לָאזְן פַארְפִירְן פוּן אִים, נָאר אִיךְ זָאל זִיךְ וַוייטֶער הַאלְטְן זֵייעֶר פְרֵיילִיךְ, אִיךְ זָאל קוּקְן נָאר אוֹיף דִי גוּטֶע חֲלָקִים וָואס אִיךְ הָאבּ, אוּן דוּרְךְ דֶעם זוֹכֶה זַיין צוּ וֶוערְן אֱמֶת'דִיג נָאנְט צוּ דִיר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער! אִיךְ וִויל אוֹיךְ אַרוֹיסְגֵיין פוּן מִצְרַיִם! אַזוֹי וִוי דִי אִידִישֶׁע קִינְדֶער זֶענֶען גֶעוֶוען פַארְשְׁקְלַאפְט אִין מִצְרַיִם אוּנְטֶער דֶעם שְׁוֶוערְן יָאךְ פוּן פַּרְעֹה אוּן דִי שְׁלֶעכְטֶע מִצְרִיִים, דִי זֶעלְבֶּע בִּין אִיךְ אוֹיךְ פַארְשְׁקְלַאפְט אוּנְטֶער מַיין שְׁוֶוערֶע יֵצֶר הָרַע אוּן אוּנְטֶער מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע מִדוֹת אוּן שְׁלֶעכְטֶע תַּאֲווֹת, אוּן אִיךְ זֶע נִישְׁט דֶעם וֶועג אַרוֹיס פוּן מַיין אֵייגֶענֶע שְׁוֶוערֶע גָלוּת. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, מַיינֶע אוֹיגְן זֶענֶען נִישְׁט גוּט, זֵיי וִוילְן נָאר קוּקְן אוֹיף זַאכְן וָואס מֶען טָאר נִישְׁט, אוּן זֵיי וִוילְן נִישְׁט קוּקְן צוּ דִיר. מַיינֶע אוֹיעֶרְן וִוילְן נָאר הֶערְן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן אוּן זֵיי וִוילְן זִיךְ נִישְׁט צוּהֶערְן צוּ דִי קוֹל פוּן דִי צַדִיקִים וֶועלְכֶע וִוילְן מִיר מְקַרֵב זַיין צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. מַיין נָאז טוֹיג אוֹיךְ נִישְׁט, אִיךְ הָאבּ אַזַא שְׁטַארְקֶע "חֲרוֹן אַף", יֶעדֶע קְלֵיינִיקֵייט וָואס גֵייט נִישְׁט אַזוֹי וִוי אִיךְ וִויל, נֶעמְט מִיךְ מַמָשׁ אַרוֹיס פוּן דִי כֵּלִים אוּן אִיךְ וֶוער אַזוֹי שְׁנֶעל אוֹיפְגֶערֶעגְט. מַיין מוֹיל אִיז מַמָשׁ וִוי פַארְשְׁלָאסְן וֶוען עֶס קוּמְט צוּ רֶעדְן צוּ דִיר אוּן וֶוען עֶס קוּמְט צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אַנְשְׁטָאט אִיךְ זָאל אוֹיסְנוּצְן מַיין מוֹיל וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אַנְשְׁטָאט אִיךְ זָאל אוֹיסְנוּצְן דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גְרוֹיסֶע כּוֹחוֹת וָואס אִיךְ הָאבּ אִין מַיין מוֹיל, וֶוען אִיךְ זָאל זִיךְ אוֹיסְרֶעדְן מַיין גַאנְצֶע הַארְץ פַאר דִיר יֶעדְן טָאג, וֶוען אִיךְ זָאל זִיךְ אוֹיסְבֶּעטְן בַּיי דִיר אַלֶעס וָואס אִיךְ דַארְף, וָואלְט אִיךְ שׁוֹין לַאנְג גֶעהָאלְפְן גֶעוָוארְן אוּן אַרוֹיסְגֶעקְרָאכְן פוּן אַלֶע מַיינֶע פְּרָאבְּלֶעמֶען; וֶוען אִיךְ זָאל וֶוען נוּצְן מַיין מוֹיל צוּ זָאגְן דִי וֶוערְטֶער פוּן דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, וָואלְט דִי תּוֹרָה מִיךְ שׁוֹין לַאנְג גֶעמַאכְט פְרֵיילִיךְ אוּן מִיךְ בַּארוּאִיגְט פוּן אַלֶע מַיינֶע שְׁלֶעכְטֶע מִדוֹת אוּן שְׁלֶעכְטֶע תַּאֲווֹת; אַנְשְׁטָאט דֶעם נוּץ אִיךְ מַיין מוֹיל נָאר צוּ רֶעדְן נַארִישְׁקֵייטְן אוּן זַאכְן וָואס דוּ לָאזְט נִישְׁט רֶעדְן, אוּן דָאס בְּרֶענְגְט אוֹיף מִיר נָאךְ פִיל מֶער צָרוֹת אוּן פְּרָאבְּלֶעמֶען. מַיין מֹחַ אִיז אִינְגַאנְצְן פַארְדְרֵייט, אִיךְ טְרַאכְט נָאר פוּן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן אוּן עֲבֵירוֹת, מַיין מֹחַ אִיז פוּל מִיט אַלֶע סָארְט פְּחָדִים, אִיךְ טְרַאכְט נָאר וָואס אַ צְוֵוייטֶער וֶועט זָאגְן אוֹיף מִיר, אוּן מַיין מֹחַ אִיז פַארְדְרֵייט מִיט אַלֶע סָארְט גֵייסְטִישֶׁע קְרֶענְק אוּן שְׁוֶוערִיקֵייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, שִׁיק מִיר שׁוֹין משֶׁה רַבֵּינוּ, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין טְרֶעפְן דֶעם אֱמֶת'ן צַדִיק אַזוֹי וִוי משֶׁה רַבֵּינוּ וָואס הָאט דֶעם כֹּחַ מִיר אַרוֹיסְצוּנֶעמֶען פוּן מַיין שְׁוֶוערֶע גָלוּת מִצְרַיִם, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זִיךְ צוּהֶערְן צוּם קוֹל פוּן דֶעם צַדִיק, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל פָאלְגְן דִי אַלֶע עֵצוֹת פוּנֶעם צַדִיק, אוּן דוּרְךְ דֶעם וֶועל אִיךְ אַרוֹיסְגֵיין פוּן מַיין אֵייגֶענֶע גָלוּת, אִיךְ וֶועל אֱמֶת'דִיג שְׁפִּירְן דֶעם "כְּאִילוּ הוּא יָצָא מִמִּצְרַיִם", אִיךְ וֶועל קֶענֶען אַרוֹיסְגֵיין פוּן מַיין מִצְרַיִם, אוּן דַאן וֶועל אִיךְ קֶענֶען זִינְגֶען שִׁירָה פַאר דִיר, אוּן דִיר דַאנְקֶען פַאר דִי גְרוֹיסֶע נִסִים וָואס דוּ הָאסְט גֶעטוּן מִיט מִיר".


 דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#85 - הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין קשיות אויף דיר
תפילות אויף אידיש, שמחה, אמונה, רפואה, נסיונות, קשיות, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקהל-פקודי - החודש, מברכים ניסן, כ"ח אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


היינט איז דיין געבורטס טאג; עס ווערט געברענגט ("ספר היום יום" יום י"א בניסן): "בְּיוֹם הַהֻלֶּדֶת, עַל הָאָדָם לְהִתְבּוֹדֵד וּלְהַעֲלוֹת זִכְרוֹנוֹתָיו וּלְהִתְבּוֹנֵן בָּהֶם, וְהַצְּרִיכִים תִּיקוּן וּתְשׁוּבָה - יָשׁוּב וִיְתַקְנֵם", אינעם געבורטסטאג דארף מען אריינטראכטן וואס מען דארף אלץ פאררעכטן און מען זאל תשובה טון און אלעס פאררעכטן.


דער עיקר אויף וואס מיר אלע דארפן תשובה טון איז אויף די עבירה פון טראכטן שלעכטס אויפ'ן אייבערשטן. ווען מען גייט אריבער שווערע טעג אין לעבן און מען פארלירט די אמונה, מען פרעגט קשיות: 'פארוואס?' 'פארוואס לייד איך?' 'פארוואס האב איך נישט מיין שידוך?' 'פארוואס האב איך נישט קיין געלט?' און אזוי ווייטער, אויף דעם דארף מען תשובה טון.


דאס איז די מדרגה פון צדיקים; דער אייבערשטער פרובירט זיי אויס מיט ביטערע שווערע נסיונות - דאך האבן זיי נישט קיין קשיות און קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, זיי ווייסן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט מיט זיי - איז נאר גוט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם וְעָמַד בְּכֻלָּם, לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", אברהם אבינו האט מען אויספרובירט מיט צען נסיונות און ער האט זיך דערהאלטן, ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה און ער האט ווייטער מגלה געווען די אמונה פאר די גאנצע וועלט. "לְהוֹדִיעַ כַּמָּה חִבָּתוֹ שֶׁל אַבְרָהָם אָבִינוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם", דאס ווייזט אונז ווי ווייט אברהם אבינו איז געווען דבוק צום אייבערשטן; ער איז נישט אוועק געגאנגען פון די אמונה אפילו ער איז דורך שווערע ביטערע נסיונות.


איך בעט דיר זייער, היינט אין דיין געבורטסטאג זאלסטו תשובה טון; זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך האב נישט קיין קשיות אויף דיר, איך גלייב באמונה שלמה אז אלעס וואס איך גיי אריבער איז נאר פאר מיין טובה, אלעס איז צו פאררעכטן מיינע מעשים - פון יעצט און פון די פריערדיגע גלגולים. איך גלייב אז דו געבסט מיר נאר גוטס, דאס וואס איך מוטשע זיך, עס טוט מיר וויי מיין גאנצע גוף, און דאס וואס איך ווארט נאך אויף מיין שידוך [און אזוי ווייטער זאלסטו אויסרעכענען אלעס וואס גייט אריבער] - דאס איז נאר פאר מיין גוטס, מיר צו אויסלייטערן, איך זאל זיין נענטער צו דיר".


נעם די עצה פון רבי'ן. דער רבי האט אונז געגעבן א וואונדער מעדעצין, די מעדעצין קענסטו שוין יעצט האבן; דארפסט נישט ווארטן ביזן זומער אויף די נייע מעדעצין וואס דער דאקטער זאגט דיר יענץ וועט דיר היילן; קענסט שוין יעצט אייננעמען די מעדעצין, זאג דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער הייל מיר אויס", זינג דיר דעם ניגון: "ורפא, ירפא, ורפא ירפא ירפא; דו האסט דער כח צו היילן, טו דיין רפואה צואיילן - הייל מיר אויס", וויין צום אייבערשטן: "הייל מיר אויס, הייל הייל - מיר אויס", בעט אים ער זאל דיר שיקן א רפואה, דו זאלסט זיין געזונט; בעט אים דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך, דיין פּאָר, זאלסט זיין גליקליך און צופרידן; די טרערן וואשן אפ אלע פלעקן, די טרערן וואשן אפ אלע צרות.


אבער דאס וויינען דארף קומען פון א ריינע פלאץ אין הארץ, נישט פון די אנגעווייטאגטע פלאץ, נישט פון עצבות און מרה שחורה, נישט פון דעפרעסיע, נאר מתוך שמחה. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קעה) ווען מען וויינט דארף דאס זיין פון א פרייליכע פלאץ פון הארץ, די ראשי תיבות פון בכיה איז (תהלים פט, יז): "בְּ'שִׁמְךָ יְ'גִילוּן כָּ'ל הַ'יּוֹם וּבְצִדְקָתְךָ יָרוּמוּ", איך וויין פון שמחה, איך פריי זיך אז איך האב א באשעפער; איך בין נישט אליינס, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ער היט מיר, ער טוט וואס איז באמת גוט פאר מיר.


שבת וועל איך זיין אין בארא פארק ביי מיין טאטע שליט"א.


זאלסט האבן א פרייליכן שבת.

#84 - נאר איך מוטשע זיך? נאר איך גיי אריבער שוועריקייטן?
צרות, אמונה, התחזקות, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו אז מען פרובירט אויס יעדן איינציגסטן מענטש בזה העולם. מענטשן טראכטן: 'נאר איך מוטשע זיך? נאר איך גיי אריבער שוועריקייטן?' מען פרעגט קשיות: 'פארוואס?' 'פארוואס לייד איך?' אבער עס איז נישט וואר, יעדער איינער האט זיינע שוועריקייטן; נישטא קיינער אויף די וועלט וואס מוטשעט זיך נישט.


ווער עס האט שכל דער קוקט אויפ'ן שורש פון יעדע זאך, ער קוקט פון וואו עס קומען די שוועריקייטן, ווער שטייט אונטער דעם? - דער אייבערשטער, אז דער אייבערשטער מאכט דאס איז דאס זיכער גוט, איז דאס נאר פאר מיין טובה.


זיי נישט קיין בטלן, אנטלויף צום אייבערשטן; גיי צו אים, רעד צו אים, בעט אים יעדע זאך און דערצייל אים אלעס - וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט, עס וועט שיינען אויף דיר די ליכטיגע, זיסע און איינגענעמע שיין פונעם אייבערשטן.

#83 - סיי ארור המן סיי ברוך מרדכי, איז נאר דער אייבערשטער
אמונה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ר' ... נרו יאיר, דיין דקהילתינו


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי; עס זאל נישט מאכן קיין חילוק שלעכט אדער גוט, מיר זאלן וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער; אלעס וואס פאסירט, אלעס וואס גייט אריבער, סיי ארור המן סיי ברוך מרדכי - איז נאר דער אייבערשטער.


שמחת פורים.

#82 - פורים איז גרעסער פון יום כיפור
תפילות אויף אידיש, אמונה, שלום בית, מחלוקת, ספיקות, שלום, פורים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תרומה-זכור, ז' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו שיחיו פון ירושלים עיר הקודש


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן זוכה געווען צו מקיים זיין די מצות עשה אויסצומעקן עמלק, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין אויסגעלייזט ווערן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין תנחומא תצא, יא): "אֵין הַכִּסֵּא שָׁלֵם עַד שֶׁיִמָּחֶה זַרְעוֹ שֶׁל עֲמָלֵק", אז מען מעקט אויס עמלק איז מען זוכה צו ווערן אויסגעלייזט; עמלק פארדעקט די אמונה, עמלק פארדעקט דעם אייבערשטן. מוהרא"ש האט אלץ גע'חזר'ט מיט אונז אז עמל"ק איז בגימטריא ספ"ק, די טומאה פון עמלק איז אריינצוברענגען ספיקות אינעם מענטש, עמלק ברענגט אריין די ספיקות פון (שמות יז, ז): "הֲיֵשׁ ה' בְּקִרְבֵּנוּ אִם אָיִן"; מיר דארפן אויסמעקן עמלק, ארויסנעמען פון זיך די אלע ספיקות ובלבולים וכו', מיר דארפן גלייבן אינעם אייבערשטן.


מיר קומען שוין נענטער צום הייליגן יום טוב פורים; פורים איז זייער א גרויסער טאג. אין תיקוני זוהר שטייט (תיקון כא, נז:): "פּוּרִים אִתְקְרִיאַת עַל שֵׁם יוֹם הַכִּפּוּרִים", פורים איז גרעסער פון יום כיפור; ווייל פורים איז א צייט וואס מען מאכט שלום איינער מיט'ן צווייטן, מען שיקט משלוח מנות איינער פאר'ן צווייטן, מען געבט צדקה פאר ווער עס בעט און מען איז מרבה שמחה - דאס איז חשוב'ער פאר'ן אייבערשטן מער ווי אלצדינג.


שלום איז דער נאמען פונעם אייבערשטן (שבת י:), שלום איז די העכסטע זאך; פורים איז א צייט וואס מען בעט זיך איבער, מען מעקט אויס די קליפה פון המן און עמלק - פון מחלוקת. המן האט געוואלט מאכן מחלוקת, ער האט געזאגט פאר אחשורוש (אסתר ג, ח): "יֶשְׁנוֹ עַם אֶחָד מְפֻזָּר וּמְפֹרָד", זיין זאך איז מחלוקות, וואו עס איז דא א מחלוקת איז עס פון המן און עמלק, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", א פלאץ וואו מען קריגט זיך - דארט איז דער שטן; ווידער מרדכי הצדיק און אסתר המלכה זייער זאך איז (אסתר ד, טז): "לֵךְ כְּנוֹס אֶת כָּל הַיְּהוּדִים", זיך צאמנעמען לעבן בשלום.


בעט איך אייך טייערע חברים, זעט עס זאל זיין שלום אין שטוב; געדענקט, אין שטוב איז אסור וויכוחים, מיט א ווייב איז מען זיך נישט מתווכח, מיט א ווייב טענה'ט מען נישט, מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "א ווייב איז אלץ גערעכט"; מען דארף זיך מוסר נפש זיין אויף דעם, ווייל דער יסוד פונעם מענטש איז צו האבן א ריינעם מח מחשבה, און כדי צו האבן א ריינעם מח דארף זיין שלום אין שטוב, אז מען איז בשלום מיט די ווייב איז מען אפגעהיטן פון אלעם שלעכט.


דערפאר יעצט ווען עס קומט יום טוב, עס טוט זיך, מען מאכט הכנות, מען גייט צו די עלטערן און מען איז פארנומען מיט די מצות היום קען אמאל אויסקומען מען זאל פארגעסן פונעם עיקר, מען קען אריינפאלן אין טענה'רייען און קריגערייען, דארף מען זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, הצלינו מקליפות המן ועמלק, היט מיר פון מחלוקת, היט מיר פון דעם יצר הרע; העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו קדושת מרדכי ואסתר, איך זאל דיר רבונו של עולם שטענדיג שפירן, איך זאל נישט מסיח דעת זיין פון דיר קיין איין רגע".


א פרייליכן ליכטיגן יום טוב פורים.

#81 - אלעס וואס גייט אריבער איז נאר צו זען צו וועם דער מענטש וועט זיך ווענדן
צרות, אמונה, התחזקות, נסיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ה' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות צו גלייבן אינעם אייבערשטן און נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן; גלייב און ווייס אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז מיט א חשבון, ווען איינער שטארבט איז דאס מיט א חשבון. יעצט אז דו האסט פארלוירן דיין זיידע, דיין פעטער און דיין מומע השם ירחם - זאלסטו נישט פארלירן דיין אמונה, נאר ווייטער גלייבן אינעם אייבערשטן.


וויסן זאלסטו, אלעס וואס גייט אריבער איז נאר למען הבחירה והנסיון; מען וויל זען וואס דער מענטשט וועט טון, צו וועם ער וועט זיך ווענדן.


מוהרא"ש זאגט אונז אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יד) מורא'דיגע ווערטער, איך ברענג דיר אראפ דעם גאנצן שטיקל, דאס וועט אריינבלאזן אין דיר א פרישע גייסט, עס וועט דיר שטארקן דיין אמונה; דו וועסט קענען צוריקגיין צו דיין טאג טעגליכן לעבן.


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דָאס לֶעבְּן פוּן אַ מֶענְטְשׁ אוֹיף דִי וֶועלְט אִיז זֵייעֶר זֵייעֶר שְׁוֶוער אוּן בִּיטֶער, מֶען פְּרוּבִּירְט אוֹיס יֶעדְן מֶענְטְשׁ מִיט אַנְדֶערֶע שְׁוֶוערֶע נִסְיוֹנוֹת, אוּן דָאס אַלֶעס אִיז נָאר מִיטְן צִיל צוּ זֶען צוּ וֶועם דֶער מֶענְטְשׁ וֶועט זִיךְ וֶוענְדְן וֶוען עֶס קוּמְט אוֹיף אִים אַ צָרָה.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט לָאזְן צוּבְּרֶעכְן פוּן קַיין שׁוּם שְׁוֶוערִיקַייט וָואס גֵייט אוֹיף אַייךְ אַרִיבֶּער סֵיי בְּגַשְׁמִיוּת אוּן סֵיי בְּרוּחֲנִיוּת. אִיר זָאלְט אַייךְ פְּרוּבִּירְן צוּ הַאלְטְן פְרֵיילִיךְ אוּן לוּסְטִיג דֶעם גַאנְצְן לֶעבְּן. שִׂמְחָה אִיז דֶער כֵּלִי אַרָאפּ צוּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע יְשׁוּעוֹת אוּן רְפוּאוֹת. וִוי מֶער פְרֵיילִיךְ אַ מֶענְטְשׁ אִיז, אַלְץ אַ גְרֶעסֶערֶע אוּן שֶׁענֶערֶע יְשׁוּעָה בְּרֶענְגְט עֶר אַרָאפּ. שִׂמְחָה בְּרֶענְגְט פַאר אַ מֶענְטְשׁ הַרְחָבַת הַדַעַת, אוּן וֶוען מֶען הָאט הַרְחָבַת הַדַעַת קֶען מֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע גוּטֶע זַאכְן וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער שִׁיקְט, מֶען קֶען מְקַבֵּל זַיין אַלֶע רוּחְנִיוּת'דִיגֶע אוֹרוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


דֶער אֱמֶת אִיז אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט בַּאשַׁאפְן אוּן עֶר דֶערְהַאלְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, עֶר פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן דָאס אַלֶעס וָואס גֵייט אַרִיבֶּער אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ צָרוֹת אוּן יִסוּרִים אִיז נָאר צוּ אוֹיסְלַייטֶערְן דֶעם מֶענְטְשׁ. דֶער מֶענְטְשׁ הָאט אַ שְׁוֶוערֶע גוּף, וָואס מֶען קֶען נִישְׁט אוֹיסְלַייטֶערְן נָאר דוּרְךְ שְׁוֶוערִיקַייטְן אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן וֶוען אִיר הָאט יִסוּרִים, חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרֵאשִׁית רַבָּה ט) "טוֹב מְאֹד זוּ מִדַת יִסּוּרִין, שֶׁעַל יָדֶיהָ הַבְּרִיוֹת בָּאִים לְחַיֵי עוֹלָם הַבָּא" - דִי יִסוּרִים וָואס אַ מֶענְטְשׁ הָאט, אִיז זֵייעֶר גוּט פַאר אִים, וַוייל דָאס בְּרֶענְגְט אִים צוּ חַיֵי עוֹלָם הַבָּא. דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ פְרֵייעֶן אַז אִיר בַּאקוּמְט דִי יִסוּרִים וָואס וֶועט אוֹיסְלַייטֶערְן אֵייעֶר גוּף פוּן אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן וָואס הָאבְּן זִיךְ אָנְגֶעקְלֶעבְּט אִין אִיר.


גֶעדֶענְקְט גוּט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת ה.) כָּל שֶׁהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא חָפֵץ בּוֹ, מְדַכְּאוֹ בְּיִסּוּרִין. וְאִם קִבְּלוֹ בְּאַהֲבָה, יִרְאֶה זֶרַע יַאֲרִיךְ יָמִים" - וֶועם דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט לִיבּ, שִׁיקְט עֶר אִים יִסוּרִים, אוּן אוֹיבּ דֶער מֶענְטְשׁ אִיז עֶס מְקַבֵּל בְּאַהֲבָה, וֶועט עֶר הָאבְּן גוּטֶע קִינְדֶער אוּן אַ לַאנְג לֶעבְּן.


מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, וָואס זָאל אִיךְ אַייךְ זָאגְן? אִיר קֶענְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וִויפִיל יִסוּרִים אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן אוֹיף דֶער וֶועלְט, אִיךְ הָאבּ מַמָשׁ נִישְׁט גֶעהַאט קַיין אֵיין גוּטְן טָאג אִין מַיין לֶעבְּן, אָן קַיין גֻּזְמָא. אִיךְ הָאבּ יֶעדְן טָאג גֶעוֵויינְט פוּן דִי פִילֶע צַעַר אוּן עַגְמַת נֶפֶשׁ וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעהַאט פוּן אַלֶע זַייטְן, פוּן אִינֶעוֵויינִיג אוּן פוּן אִינְדְרוֹיסְן. אָבֶּער אִיךְ הָאבּ זִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעטְרֵייסְט מִיט דֶעם אַז בָּרוּךְ ה' אִיךְ גְלֵייבּ אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ וֵוייס אַז אַלֶעס הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אַלֶעס וֶוערְט גֶעפִירְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אִיךְ בִּין נָאר אַנְטְלָאפְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן נָאר דָאס הָאט מִיר גֶעהָאלְפְן אִיבֶּערְקוּמֶען מַיינֶע צָרוֹת אוּן יִסוּרִים.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר אוֹיךְ טוּן דִי זֶעלְבֶּע, אִיר זָאלְט חַס וְשָׁלוֹם נִישְׁט הָאבְּן קַיין טַעֲנוֹת אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, זִיךְ נִישְׁט אָפְּרֶעדְן אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. גֶעדֶענְקְט וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (תַּנְחוּמָא תֵצֵא) "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחְזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו, לָמָה? שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן וֶוען עֶר שִׁיקְט אִים יִסוּרִים. פַארְוָואס? וַוייל דִי יִסוּרִים שְׁלֶעפְּן דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. נָאךְ זָאגְן דִי חֲזַ"ל (סִפְרִי וָאֶתְחַנַּן) "יְהֵא אָדָם שָׂמֵחַ בְּיִסּוּרִין יוֹתֵר מִן הַטוֹבָה, שֶׁאִילוּ הָאָדָם בְּטוֹבָה אֵין נִמְחָל לוֹ עָווֹן שֶׁבְּיָדוֹ, וּבִּיְסוּרִין נִמְחָל לוֹ" - אַ מֶענְטְשׁ דַארְף זִיךְ מֶער פְרֵייעֶן מִיט דִי יִסוּרִים וָואס עֶר בַּאקוּמְט וִוי מִיט דִי גוּטְס וָואס עֶר בַּאקוּמְט, וַוייל וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט נָאר גוּטְס וֶועט עֶר מִיט דֶעם נִישְׁט אָפְּקוּמֶען זַיינֶע עֲבֵירוֹת, אָבֶּער וֶוען עֶר הָאט יִסוּרִים וֶועט דָאס אָפְּמֶעקְן אַלֶע זַיינֶע עֲבֵירוֹת.


אוּן דִי עֵצָה זִיךְ אַרוֹיסְצוּדְרֵייעֶן פוּן יִסוּרִים אִיז צוּ אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, צוּ לֶערְנֶען תּוֹרָה, אוּן צוּ מְחַדֵשׁ זַיין חִידוּשֵׁי תּוֹרָה, דֶער רֶבִּי זָאגְט (עַיֵין לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן ס"ה) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ הָאט יִסוּרִים מַאכְט עֶר זִיךְ שְׁטַארְק צוּ דִי אוֹיגְן אוּן עֶר גֶעבְּט זִיךְ אִינְגַאנְצְן אִיבֶּער צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר אַנְטְלוֹיפְט נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן דוּרְךְ דֶעם אִיז עֶר זוֹכֶה צוּ מְחַדֵשׁ זַיין אַסַאךְ חִידוּשֵׁי תּוֹרָה. חֲזַ"ל זָאגְן (תָּנָא דְבֵי אֵלִיָהוּ רַבָּה פֵּרֶק ו') "אִם רָאִיתָ שֶׁיִּסּוּרִים מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאִין עָלֶיךְ, רוּץ לְחַדְרֵי תּוֹרָה, וּמִיַד הַיִּסּוּרִים בּוֹרְחִין מִמְךָ" - אוֹיבּ זֶעסְטוּ אַז עֶס קוּמֶען אוֹיף דִיר יִסוּרִים, זָאלְסְטוּ אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן דַאן וֶועלְן דִי יִסוּרִים אַוֶועק גֵיין פוּן דִיר.


דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז מַיין עֵדוּת אַז דָאס הָאבּ אִיךְ גֶעטוּן יֶעדְן טָאג, וֶוען אִיךְ הָאבּ גֶעלִיטְן שְׁוֶוערֶע אוּן בִּיטֶערֶע יִסוּרִים בְּגַשְׁמִיוּת אוּן בְּרוּחֲנִיוּת, בִּין אִיךְ שְׁטֶענְדִיג גֶעלָאפְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן פוּן דֶעם הָאבּ אִיךְ זוֹכֶה גֶעוֶוען צוּ מְחַדֵשׁ זַיין אַזוֹיפִיל חִידוּשֵׁי תּוֹרָה אוּן אַזוֹיפִיל סְפָרִים.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ, מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט וֶוערְן צוּבְּרָאכְן אוּן צוּפַאלְן פוּן אַלֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן וָואס גֵייט אוֹיף אַייךְ אַרִיבֶּער, אִיר זָאלְט נָאר אַנְטְלוֹיפְן צוּ דִי תּוֹרָה, אִיר זָאלְט לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיר זָאלְט מְחַדֵשׁ זַיין חִידוּשֵׁי תּוֹרָה, אוּן אַזוֹי וֶועט אִיר גֶערַאטֶעוֶועט וֶוערְן פוּן אַלֶע עֶרְלֵיי צָרוֹת אוּן יִסוּרִים, אוּן דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט אַייךְ גֶעבְּן נָאר רַחֲמִים וְחַסָדִים גְמוּרִים".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט
אמונה, שלום בית, קנאה, סבלנות, יענער, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו פון ..., ה' עליהם יחיו


מען דארף האבן זייער אסאך סבלנות אויף דער וועלט; עס גייט אריבער אויף יעדן איינציגסטן מענטש שווערע ביטערע נסיונות.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', "כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם, כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, יעדער האט זיינע יסורים. נאך זאגט דער רבי (שם) יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא קיין איין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים וכו', אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, א מענטש לעבט ווייניג און דאס גאנצע לעבן איז פול מיט ווייטאג; און שלמה המלך זאגט (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


דערפאר איז א שאד מקנא צו זיין א צווייטן; יעדער איינער האט זיינע שוועריקייטן. מען דארף קוקן אויף זיך, מען דארף זיך פרייען מיט די אייגענע לעבן.


די אלע וואס לעבן פאר אנדערע, זיי זענען מקנא אנדערע - די עסן זיך אויף לעבעדיגערהייט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס איז מקנא א צווייטן ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף ווען מען שטארבט, א מענטש וואס האט קיינעם נישט מקנא געווען וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר, אבער מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט אז דאס מיינט מען לעבעדיגע מענטשן, דער וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט בחיים חיותו; במשך זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף, ער טראכט שטענדיג: 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם? פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענער? פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענער? א קאר ווי יענער?' באמת דארף אבער א מענטש וויסן 'אויב דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די סארט לעבן; די ווייב, די קינדער און די דירה וכו' וכו', איז דאס גוט פאר מיר; דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, בעסער קען נישט זיין'.


הלוואי זאלן מיר אנהייבן לעבן דער לעבן פונעם תם. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דער חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך; ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך, ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א האניג'דיג, וואס פאר א צוקער'דיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן? לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אין די מעשה ליגט דער סוד ווי אזוי מען קען האבן א חיים טובים אויף דער וועלט; א מענטש האט נישט וואס צו קוקן אויף א צווייטן, אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן, איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט. מען דארף געדענקען די פאר ווערטער: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן?"


טייערע חברים, טייערע תלמידים; לאמיר געדענקען וואס דער רבי וויל פון אונז, לאמיר בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן. ביים רבי'ן איז געווען טהרת המחשבה דער עיקר, מען זאל האבן א ריינעם געדאנק, דערפאר האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון שלום בית, מען זאל זיין בשלום מיט די ווייב; נאר אזוי קען מען האבן א ריינעם מח.


אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט די תלמידים און איינער פון די אנוועזנדע האט נישט געהאט קיין שלום בית, ער האט זיך געקריגט מיט זיין ווייב, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן - אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען, ער האט זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיט'ן זאגן תורה; זעט מען ווי שטארק דער רבי האט געוואלט מען זאל האבן שלום בית.


איך שרייב דעם בריוו בכלליות פאר די גאנצע חבורה אבער די כוונה איז פאר יעדן איינעם בפרטיות. איך בעט יעדן פון אייך באזונדער, הער זיך אויף קריגן אין שטוב מיט דיין ווייב; פארוואס זאלסטו זיצן אין א גיהנום? טאג און נאכט איז מען פארנומען מיט טענות איינער אויפ'ן צווייטן, בעט איך דיר, גיי ארויס פון גיהנום, הער זיך אויף צו קריגן, לעש אויס די פייער, זוך נישט צו זיין גערעכט; מען ווערט נישט מער פרייליך און מער צופרידן ווען מען איז גערעכט, לאז איר זיין גערעכט, געב איר נאך, בעט איר איבער, בלייב מיט איר אין שטוב אנשטאט גיין מיט חברים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - אז מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם לעבן, האט מען א חיים טובים
אמונה, רפואה, ספיקות

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בשלח, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס שטייט (שמות יז, יא) אז ווען משה רבינו האט געהאלטן זיינע הענט אין די הייעך האבן די אידן מנצח געווען, פרעגן חכמינו זכרונם לברכה (ראש השנה כט.): "וְכִי יָדָיו שֶׁל משֶׁה עוֹשׂוֹת מִלְחָמָה אוֹ שׁוֹבְרוֹת מִלְחָמָה", צי טוט דען משה רבינו'ס הענט מאכן מען זאל מנצח זיין אדער פארלירן? "אֶלָּא כָּל זְמַן שֶׁהָיוּ יִשְׂרָאֵל מִסְתַּכְּלִים כְּלַפֵּי מַעְלָה וּמְשַׁעְבְּדִין אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם, הָיוּ מִתְגַּבְּרִים; וְאִם לָאו, הָיוּ נוֹפְלִין", נאר וואס דען, משה רבינו איז געזיצן און געוויזן מיט זיינע הענט אויף ארויף, ער האט געזאגט פאר די אידן: "קוקט ארויף צום אייבערשטן!" "האטס נישט מורא פון עמלק".


עמלק וויל אונז שוואך מאכן, ער מאכט ספיקות אין די אמונה, ער רעדט איין דעם מענטש 'דער אייבערשטער הערט נישט אויס דיינע תפילות', ער מאכט טראכטן שלעכטע מחשבות, אז די תפילות ווערן נישט אנגענומען וכו' וכו'; קומט משה רבינו און ווייזט מיט די הענט אויף ארויף, מיר זאלן קוקן צום אייבערשטן, מיר זאלן וויסן אז דער אייבערשטער הערט אויס יעדע תפילה.


אז מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם לעבן - ווערן בטל אלע דינים און מען לעבט א חיים טובים. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (סנהדרין סז:): א כישוף מאכער'ן האט געוואלט מאכן כישוף אויפ'ן הייליגן אמורא רבי חנינא, האט איר רבי חנינא געזאגט: "אִי מִסְתַּיְּיעַת זִילִי עֲבִידִי, אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ כְּתִיב", דו קענסט פרובירן מאכן כישוף וויפיל דו ווילסט איך האב אבער נישט מורא פון דיר, ווייל עס שטייט אין די תורה (דברים ד, לה): "אֵין עוֹד מִלְּבַדּוֹ", עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן; זעט מען פון דעם אז ווען מען לעבט מיט'ן אייבערשטן ווערן בטל אלע דינים און אלע כישוף.


מוהרא"ש פלעגט זאגן פאר משפחות וואס ווארטן וכו' זיי זאלן מזכיר זיין שמות הצדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער איז גוט מען זאל זאגן כסדר די נעמען פון די צדיקים וואס מען געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה: "יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶר מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים, אִיךְ זָאל זוֹכָה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - אוועקנעמען די פחדים ביינאכט
פחדים, תפילות אויף אידיש, שלאפן, אמונה, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בשלח, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב ליבערטי


דיין טאטע האט מיר דערציילט אז דו האסט לעצטנס פחדים, ער האט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן א בריוו מיט א תפילה.


פאר דו גייסט שלאפן זאלסטו ליינען קריאת שמע, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווען מען ליינט קריאת שמע גייען אוועק אלע שלעכטע זאכן, נאך זאגן אונז חז"ל (שם): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", קריאת שמע איז אזוי ווי א שארפע שווערד וואס הרג'עט אויס אלע שלעכטע זאכן.


יעדע נאכט פאר דו גייסט שלאפן זאלסט ליינען קריאת שמע, דאס וועט מאכן עס זאל אריינגיין אין דיר א שטארקע אמונה, דו וועסט וויסן אז קיינער קען דיר גארנישט טון. דער אייבערשטער היט דיר, דער אייבערשטער איז מיט דיר; דו וועסט מער נישט מורא האבן פון קיינעם.


נאכדעם זאלסטו גיין צו די הייליגע מזוזה, כאפ אן די מזוזה און זאג: "הייליגער באשעפער, היט מיר אפ פון אלע שלעכטס, העלף מיר איך זאל נישט מורא האבן פון קיין שום זאך"; מְזוּזָה איז די אותיות זָז מָוֶת (תיקוני זוהר תיקון כב, סד:); מזוזה נעמט אוועק אלע שלעכטס.


נאכדעם, ווען דו ביסט אין בעט זאלסטו זאגן די ווערטער: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען אז דו ביסט מיט מיר; דו ביסט דא, דו היטסט מיר, קיינער קען מיר גארנישט טון, ווייל דו ביסט מיט מיר"; די ווערטער זאלסטו איבער זאגן ביז עס וועט אוועק גיין אלע פחדים.


בעט דיין מאמע זאל אנצינדן מעשיות פון צדיקים; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רלד): "מעשיות פון צדיקים ברענגט גוטע מחשבות, עס נעמט אוועק אלע שלעכטע מחשבות"; שלאף איין ביינאכט מיט מעשיות פון צדיקים - וועסטו מער נישט מורא האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.