בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#134 - דער אייבערשטער דארף מיך יא, מען האט נישט פארגעסן פון מיר
אמונה, התחזקות, צדקה, מוסדות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די ישיבה. ווער עס העלפט די ישיבה באקומט א פראצענט פון אלע גוטע זאכן וואס קומט ארויס פון דעם פלאץ; ער וועט באקומען שכר פון אלע תלמידים וואס לערנען און דאווענען, און פון זייערע שיינע שטובער וואס זיי גייען אויפשטעלן.


פארליר זיך נישט, חזר זיך א גאנצן צייט די אמונה: "דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס, נישטא גארנישט אויסער אים".


חס ושלום צו טראכטן 'מען האט פארגעסן פון מיר'; חס ושלום צו טראכטן 'מען דארף מיך נישט'; אדער די טריפה'נע מחשבה אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר'; די מחשבה איז טמא ומטמא, דאס איז מחשבות פונעם יצר הרע. צדיקים זאגן אונז: 'דער אייבערשטער דארף מיך יא, מען האט נישט פארגעסן פון מיר, איך בין יא ווערד'.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!

#133 - מיט א שטארקע אמונה, ווערט מען נישט אריינגעשלעפט אין קיין מחלוקת
אמונה, מחלוקת, שלום, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יז, ט): "מְכַסֶּה פֶּשַׁע מְבַקֵּשׁ אַהֲבָה, וְשֹׁנֶה בְדָבָר מַפְרִיד אַלּוּף".


ווען א מענטש לעבט מיט'ן אייבערשטן, ער האט א שטארקע אמונה, א ריינע אמונה, ער ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים קומט פונעם אייבערשטן - דער ווערט נישט אריינגעשלעפט אין קיין מחלוקת. אפילו מענטש טוען אים שלעכטס איז ער "מְכַסֶּה פֶּשַׁע", - ער דערמאנט נישט די שלעכטס, "מְבַקֵּשׁ אַהֲבָה", - דאס איז א סימן אז ער האט ליב דעם אייבערשטן. אבער דער וואס לעבט נישט מיט אמונה, דער איז "וְשֹׁנֶה בְדָבָר", - ער זוכט אלץ איבער צו חזר'ן אלטע ווייטאג, "מַפְרִיד אַלּוּף" - דאס איז א סימן אז ער האט זיך אפגעטיילט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג זוכן דעם אלופו של עולם, אזוי וועלן מיר זיין באליבט ביי אים; "מְבַקֵּשׁ אַהֲבָה" - מיר וועלן ברענגען ליבשאפט פונעם אייבערשטן צו אונז, והבן למעשה.


 

#132 - נישט רייסן די האר ווען מען האט צרות
תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, התחזקות, שבת קודש, כעס, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען מעג זיך אויסוויינען צום אייבערשטן שבת. עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) ווער עס האט א תאוה זיך צו מתבודד זיין און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אזוי אויך ווער עס וויל תשובה טון פון ליבשאפט צום אייבערשטן וכו', - מעג דאס טון שבת קודש, ווייל דאס איז אן עונג שבת; צו שפירן די זיסע, איינגענעמע און געשמאקע טעם פון זיין נאנט צום אייבערשטן.


ווען עס גייט אריבער אויף אייך צרות - זאלט איר נישט רייסן אייערע האר. עס איז דא א לאו אין די תורה אז מען טאר נישט אויספליקן האר פון צער ווען איינער שטארבט (ויקרא כא, ה), און די פוסקים זאגן אז אויב מען רייסט די האר ווען מען גייט אריבער א שווערע צרה איז דאס אויך אן עבירה (ש"ך יורה דעה סימן קפ, סעיף קטן ט, בשם הב"ח).


אז עפעס גייט אייך נישט גוט - זאלט איר זאגן: "גַּם זוּ לְטוֹבָה", דאס איז אויך גוט; זאגט: "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטַב עָבֵיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט; רייסט נישט אייער האר, פליקט נישט אויס אייערע האר, עס איז נישט גוט.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א שטארקע אמונה, איר זאלט שפירן דעם אייבערשטן טאג און נאכט - וועט איר נישט ווערן אזוי אין כעס ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי איר ווילט. ווייל ווען מען גלייבט און מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און ער איז אלעס - דעמאלט ווערט מען נישט פארלוירן ווען זאכן גייען פארקערט ווי מען וויל, מען ווערט נישט פארלוירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#131 - עס איז נישט א חסרון אז מען קען זיך נישט אויפשטעלן רעדן ברבים
תפילה והתבודדות, אמונה, רפואה, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בושה, ראש ישיבה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט וואס דו שרייבסט מיר; ווער האט דיר איינגערעדט די אלע זאכן? אז מען קען זיך נישט אויפשטעלן רעדן ברבים - מיינט דאס אז מען איז נישט קיין סאושעל מענטש?


לאז זיך אפ פון די נייע זאך; פון ארויפקלעבן אויף מענטשן נעמען, - 'דער איז יא סאושעל', 'דער איז נישט סאושעל', וכדומה. רוב מענטשן קענען זיך נישט אויפשטעלן רעדן ברבים, עס איז נישט א חסרון אז מען קען זיך נישט אויפשטעלן רעדן; איך זע נישט עפעס זאל דיר פעלן, אין מיינע אויגן ביסטו געזונט און שטארק.


טו ווייטער די הייליגע עבודה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, רעד צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך; רעד צו אים, בעט אים פאר א שטארקע לויטערע אמונה - וועסטו ווערן מער און מער זיכער מיט זיך.


דו שרייבסט דאך אליינס אז לעצטנס שפירסטו מער זיכער; אז דו וועסט ווייטער רעדן צום אייבערשטן און בעטן בעיקר אויף די זאך, אויף אמונה, דו וועסט זינגען ניגוני אמונה, דו וועסט זינגען: "דער אייבערשטער איז דא, אלעס איז ער, אלעס איז דער אייבערשטער", - וועסטו שוין נישט זען קיין מענטשן, דו וועסט זיין שטארק ביי זיך.


ביי אמונה איז נישטא קיין שיעור, עס איז נישט שייך צו זאגן: 'איך האב שוין גענוג אמונה'; אמונה איז א זאך וואס יעדע רגע וואס מען טראכט פון דעם ווערט דאס שטערקער און שטערקער, יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן ווערט דורכדעם מער און מער אויפגעבויט די אמונה, דאס שטארקט דעם מענטש; מען ווערט אזוי שטארק - ביז מען דארף שוין נישט קיינעם.


איך געדענק, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געזאגט איך זאל דאווענען שחרית ראש השנה אין אומאן ביים קיבוץ. עס איז געווען צוויי וואכן פאר ראש השנה שנת תשע"ב, מוהרא"ש זאגט מיר: "איך וויל דו זאלסט דאווענען פאר'ן עמוד", איך האב גלייך פארשטאנען אז דאס איז וואס איך האב צו טון, אפילו הענט און פיס האבן מיר געווארפן פאר פחד, איך האב קיינמאל נישט געדאווענט פאר'ן עמוד פאר אזויפיל מענטשן, האב איך געזאגט פאר מוהרא"ש: "איך האב מורא צו דאווענען פאר אן עולם"; מוהרא"ש שמייכלט און זאגט: "מורא? מורא דארף מען האבן נאר פונעם אייבערשטן; וואס איז דא מורא צו האבן? טראכט ווי דו דאווענסט צווישן טויזנט ביימער".


איך האב דאס אריינגענומען אין מיר, איך האב דאס געטראכט איין מאל און נאכאמאל און נאכאמאל; וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז טאקע אזוי; וואס איז דא צו טראכטן פון מענטשן?


וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אין אונז אריינגעלייגט אזא אמונה, אפילו פשוט'ע מענטשן כמוני כמוך - האבן א געפיל, האבן אן השגה אין מדריגות וואס גרויסע צדיקים זענען זוכה. אזא שטארקע, קלארע, לויטערע אמונה; מען זעט נישט קיינעם, מען זעט נאר אלוקות.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אזא רבי.

#130 - טאטע הייל מיך אויס, דו ביסט דאך דער בעסטער און גרעסטער דאקטער
פחדים, תפילות אויף אידיש, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


איר האט מיר דערציילט אז אייערע פחדים זענען צוריק געקומען, אויך האט איר לעצטנס יסורים פון וכו'.


דא האט איר א קליינע תפילה צו זאגן יעדן טאג:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר; דו טוסט מיט מיר נאר גוטס, איך וועל דיר קיינמאל נישט קענען גענוג לויבן אויף אפילו איינס פון די חסדים.


איך האב לעצטנס פחדים, עס קען מיר אנכאפן א פלוצימ'דיגע שרעק, איך ווער אזוי דערשראקן, איך הויב אן פאניקן, איך ווייס נישט וואס צו טון; בעט איך דיר הייליגער באשעפער, העלף מיר, שטארק מיר מיין אמונה אין דיר. איך ווייס אז דאס קומט פון חסרון אמונה, ווייל ווען מיין אמונה וואלט געווען קלאר און שטארק, איך וואלט געדענקט אז אלעס ביסטו, עס איז גארנישט דא אויסער דיר; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז דו, עס איז נאר פארשטעלט - דאן וואלט איך נישט מורא געהאט פון קיינעם, איך וואלט נישט געהאט קיין שום שרעק.


דערפאר בעט איך דיר רבונו של עולם, טאטע זיסער, געב מיר א קלארע אמונה, שטארק מיין אמונה, אזוי וועל איך מער נישט האבן די אלע שרעק. אויך די ווייטאג ביי מיינע ביינער, מיין קאפ, איך מאך אינטערעסאנטע פאקסן וכו', - דאס אלעס זאל אוועקגיין פון מיר.


טאטע הייל מיך אויס, הייל מיך אויס, דו ביסט דאך דער רופא נאמן, דער בעסטער און גרעסטער דאקטער, הייל מיך אויס איך זאל נישט בייגן מיין קאפ אזויפיל, איך ווייס עס איז אלעס פון מח, העלף מיר, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי".


זאגט די תפילה יעדן טאג, וועט איר זען גרויסע נסים.

#129 - עס איז א נארמאלע זאך זיך צו פארבענקען אהיים
פחדים, תפילות אויף אידיש, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


עס איז א נארמאלע זאך ביי א פרוי, נאך די חתונה קען מען זיך זייער שטארק פארבענקען אהיים, צו די מאמע אדער שוועסטער וכו', עס קען אנכאפן א פליצומ'דיגע בענקשאפט, עס שפירט זיך ווי אן אטאקע וכו'; שטופט עס נישט אוועק, לאזט די געפילן אייך איבערנעמען, עס וועט אליינס אריבערגיין.


שטארקט זיך מיט אמונה; ווי מער מען נעמט אריין אין זיך אמונה - שפירט מען זיך זיכער, מען שפירט נישט ווי מען איז אליין. אמונה בויט אויף דעם מענטש, אמונה נעמט אוועק אלע סארט פחדים און שרעק.


זינגט זיך: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, נעבן מיר. דער אייבערשטער היט מיך, קיינער קען מיר גארנישט טון, איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא".


בנוגע די קורצע צייטן וכו'; גייט צום דאקטער, א שאד צו לעבן אזוי, מען קען דאס מסדר זיין גרינגערהייט.

#128 - רעד שיין צו דיין ווייב, וועט אלעס ווערן גלאטיג
אמונה, שלום בית, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אלעס וואס דו שרייבסט.


די לעצטע פאר שורות שרייבסטו: "איך וויל בעטן דעם ראש ישיבה אויב מ'קען העלפן מיר און מיין ווייב; איך ווייס נישט פארוואס איך האב נישט געשריבן ביז יעצט, אבער מיר זענען שוין חתונה געהאט איבער א יאר, מיר האבן שוין ברוך ה' א קינד, אבער עס איז נאכאלץ נישט גלאטיג".


טייערע ליבער ... נרו יאיר, אויב דו ווילסט די שכינה הקדושה זאל רוען ביי דיר אין שטוב, דו ווילסט האבן אן אמת'ע שלום בית - איז דאס נאר מעגליך אז דו וועסט זיך איינבייגן דיין קאפ פאר'ן אייבערשטן, דו וועסט זיך מבטל זיין פאר אים; גארנישט וועלן - נאר טון רצון השם יתברך.


ווען מיר לערנען די הייליגע תורה זעען מיר ווי אזוי גרויסע צדיקים זענען געווען בטל ומבוטל צום אייבערשטן, אפילו די ווייב האט מצער געווען האבן זיי נאכאלץ געזוכט גוטס פאר זיי. די הייליגע חכמים דערציילן (יבמות סג.):ַב, הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", דער הייליגער אמורא רב, זיין ווייב האט אים אלץ מצער געווען, ווען רב האט געבעטן עפעס עסן האט זי אלץ געמאכט פארקערט, ביז דער זון האט דאס נישט געקענט אויסהאלטן, האט ער זיך אריינגעמישט און אויסגעשפילט די מאמע אז עס זאל זיין גוט פאר'ן טאט'ן, האט רב געזאגט ער זאל דאס נישט טון.


אזוי אויך דערציילן חכמינו זכרונם לברכה (שם): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב האט אים מצער געווען, "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", מיט דעם אלעם האט ער געזוכט איר גוטס, ווען ער האט געטראפן א גוטע זאך פאר איר האט ער דאס שיין איינגעפאקט און אהיים געברענגט פאר איר, האט אים רב געפרעגט, פארוואס ברענגסטו איר? פארוואס זארגסטו פאר איר? זי איז דיר דאך שטענדיג מצער! האט רב חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", אפילו זי אז מיך מצער וועל איך זוכן נאר איר גוטס, ווייל זי העלפט מיר מגדל זיין די קינדער, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ראטעוועט מיך פון עבירות.


מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג פארוואונדערן ביי די גמרא, מען רעדט דאך דא פון רבי חייא, פון די גרעסטע צדיקים! מיר האבן נישט קיין השגה ווער רבי חייא איז געווען, די הייליגע חכמים זאגן (כתובות קג:): "כַּמָּה גְּדוֹלִים מַעֲשֵׂה חִיָיא וכו'", אפילו די צדיקים אויבן אין הימל זענען נישט זוכה צו זען זיין גרויסקייט וכו'; מיט דעם אלעם האט ער זיך אזוי אראפגעלאזט אין שטוב, געברענגט מתנות און אכטונג געגעבן אויף איר כבוד.


אז דו ווילסט זאכן זאלן ווערן מער גלאטיג - זאלסטו רעדן שיין צו דיין ווייב; געב איר גוטע ווערטער, זיסע ווערטער. קוק די זיסע ווערטער וואס די תורה דערציילט, ווי אזוי אדם הראשון האט גערעדט צו זיין ווייב. דער הייליגער זוהר זאגט (בראשית דף מט:): "הָא בְּסִימוּ דְּמִלִּין", דאס זענען די ווערטער וואס אדם הראשון האט גערעדט צו חוה, "לְאַמְשְׁכָא עִמָּהּ חֲבִיבוּתָא", כדי צו ציען צו איר ליבשאפט, "וּלְאַמְשָׁכָא לָהּ לִרְעוּתֵיהּ", זי זאל וועלן טון זיין ווילן, "לְאַתְעָרָא עִמָּהּ רְחִימוּתָא", און אויפצואוועקן די ליבשאפט; "חָמֵי כַּמָּה בְּסִימִין אִנּוּן מִלִּין", קום און זע די זיסע ווערטער וואס אדם הראשון האט גערעדט צו חוה, "כַּמָּה מִלֵּי דִרְחִימוּתָא אִנּוּן", אזויפיל ליבשאפט ליגט אין די ווערטער וואס ער האט איר געזאגט, "עֶצֶם מֵעֲצָמַי וּבָשָׂר מִבְּשָׂרִי, בְּגִין לְאַחֲזָאָה לָהּ דְּאִנּוּן חַד וְלָא אִית פִּירוּדָא בֵּינַיְיהוּ בְּכֹלָּא", מיר זענען איינס, מיר קענען זיך נישט צעטיילן, דו ביסט א חלק פון מיר.


עס איז כדאי דו זאלסט אריינקוקן וואס דער זוהר הקדוש זאגט (שם): "הַשְׁתָּא שָׁרֵי לְשַׁבָּחָא לָהּ", נאכדעם וואס אדם הראשון האט געזאגט די זיסע ווערטער פאר חוה, "עֶצֶם מֵעֲצָמַי וּבָשָׂר מִבְּשָׂרִי", - האט ער איר אנגעהויבן אויסלויבן, ער האט איר געזאגט: "לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה", דאס מיינט, "דָּא הִיא דְּלָא יִשְׁתַּכַּח כַּוָּותָהּ", נישטא נאך אזא ווייב ווי דיר, "דָּא הִיא יְקָרָא דְּבֵיתָא", דו ביסט די גאנצע כבוד פון אונזער שטוב, "כֻּלְּהוֹן נָשִׁין גַּבָּהּ כְּקוֹפָא בִּפְנֵי בְּנִי נָשָׁא", אלע אנדערע פרויען זענען ווי מאלפעס אנטקעגן דיר, "אֲבָל לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה שְׁלִימוּ דְּכֹלָּא לְזֹאת וְלָא לְאַחֲרָא", דו האסט אלע מעלות, דו ביסט די בעסטע ווייב, "כֹּלָּא הוּא מָלֵי רְחִימוּתָא", אזעלכע שיינע ליבשאפט ווערטער האט אדם הראשון גערעדט צו זיין ווייב, "כְּמָא דְאַתְּ אָמֵר (משלי לא, כט) רַבּוֹת בָּנוֹת עָשׂוּ חָיִל וְאַתְּ עָלִית עַל כֻּלָּנָה".


איך האף דו וועסט ארייננעמען די ווערטער אין דיר, דו וועסט טון וואס דא שטייט - וועט אלעס ווערן גלאטיג, דער לעבן וועט דיר ווערן זיס און שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#127 - די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב
שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, חנוכה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, הפצה, צדיקים, שטעטל, שערן די האר, שבת קודש, אומאן, מוהרא"ש, מסורה, ישיבה, ראש ישיבה, שמחות, חדר, קשיות, וואקאציע, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק פון די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב.


איז דאס געווען א שבת! מיר האבן זיך אזוי שטארק אויפגעפרישט מיט'ן רבינ'ס לימודים, א שאד דו ביסט נישט געקומען; עס זענען זיך צאמגעקומען צענדליגער משפחות אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש.


איך וועל דיר שרייבן אביסל פון דעם שבת.


מיטוואך נאכט נאכן צינדן די מנורה בין איך געווען ביי א בר מצוה אין ישיבה פון הבחור ... נרו יאיר, דארט האב איך געטראפן מוהרא"ש'ס זון, הרב נחמן שליט"א, ער האט גערעדט לכבוד דער בר מצוה בחור. בתוך הדברים האט ער געזאגט אז ער מוז זאגן ברבים וואס ער געדענקט, ווי שטארק זיין טאטע - מוהרא"ש זכרונו לברכה - האט ליב געהאט דעם ראש ישיבה. ער האט דערציילט אז ער האט אליינס מיט געהאלטן וויפיל מענטשן זענען געקומען רעדן שלעכטס צו מוהרא"ש אויף די ישיבה און אויף מיר, אבער מוהרא"ש האט נישט געוואלט מקבל זיין, מוהרא"ש האט זייער געהאלטן פונעם ראש ישיבה.


נאך די בר מצוה בין איך ארויסגעפארן מיט מיין משפחה צום שטעטל, דאנערשטאג צופרי ניין אזייגער האב איך געדאווענט שחרית מיט די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, דער מלמד האט מיך מכבד געווען צו זאגן הלל, מיר האבן אינאיינעם געזאגט הלל מיט אונזער נוסח בקול; עס איז געווען א פארגענוגן.


נאך שחרית האב איך פארגעלערנט דעם דף גמרא פאר די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, די קינדער האבן פיין מיט געהאלטן. איינער פון די קינדער האבן געזאגט א חידוש, מען זעט ביי די מעשה פון אבא אומנא (תענית כב.), ווען אביי האט געשיקט זיינע תלמידים בודק זיין אבא אומנא און זיי האבן אוועק גענומען זיינע קישענעס און דעקעס - האט ער זיי גארנישט געזאגט, ווייל ער האט געוויסט אז תלמידים פון א צדיק וואס קומען בשליחות דעם צדיק, מן הסתם האבן זיי עפעס א כוונה דערין; דאס איז געווען זיין גרויסקייט, ער האט געוויסט אז א צדיק האט זיכער זיינע טעמים.


גלייך נאכדעם האבן מיר געהאט א שבע ברכות פאר החתן ... נרו יאיר, דער מחותן הרב ר' ... נרו יאיר איז געקומען צו פארן, איך האב גערעדט אפאר ווערטער און ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון די חתן כלה, זיי זענען גרויסע מפיצים און ווען איך האב אנגעטראגן דעם שידוך, דער מחותן האט געהערט אז דער בחור/חתן - גייט הפצה, האט ער מיר גלייך געזאגט אז ער וויל ענדיגן דעם שידוך, ער דארף שוין גארנישט מער פון דעם.


נאכדעם האט דער מחותן ר' ... גערעדט אפאר ווערטער, אויך זיין טאטע, הרב החסיד ר' ... האט גערעדט. מען האט געבענטשט, איך האב מכבד געווען ר' ... מיט א ברכה, אויך ר' ...; ביי מיר זענען מפיצים די גרעסטע מיוחסים.


פון דארט בין איך גלייך געפארן צום תלמוד תורה, איך בין אריין אין אלע כיתות, אנגעהויבן ביי כתה א'. איך האב פארהערט די קינדער די עברי, איך בין ארויס פון התפעלות צו זען ווי אונזער נייער מלמד ... נרו יאיר זאל האבן אזעלכע כוחות.


איך האב געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה אין כתה א', איין קינד, א טייער קינד – האט יעדע זאך צוריק געווארפן. צום ביישפיל, איך האב געטיילט א קענדי, האט ער דאס נישט געוואלט נעמען, איך האב געגעבן א שפילצייג – האט ער עס מיר צוריק געווארפן, ער האט געזאגט: "איך דארף נישט די קארעלע", האב איך אים געזאגט ער זאל דאס געבן פאר זיין שוועסטער, און איך פרעג אים: "ווי אזוי הייסט דיין שוועסטער?" זאגט ער מיר אז זי האט נישט קיין נאמען; אזוי מיט יעדע זאך וואס איך האב געזאגט האט ער צוריק געווארפן. איך האב געוויזן פאר'ן מלמד ווי אזוי מען דארף האנדלען מיט אזא קינד; נישט זוכן ווי אזוי אים צו מאכן פאר א מחוצף, נאר ווי אזוי מען קען אים פארדרייען, עס זאל ווערן אלעס גוט.


דער מלמד האט זיך ממש מחי' געווען צו זען די מעשה, ווייל ער האט געמיינט אז נאר ביי אים פאסירט דאס, ער האט נישט געקענט טראכטן אז אזוינס פאסירט אויך ביים ראש ישיבה.


איך בין געווען ביי קינדערגארטן, כתה ב' און כתה ה'; אלע מלמדים האבן געהאט חיזוק.


פון דארט בין איך געפארן קוקן די נייע דירות, געלאפן אין מקוה און געדאווענט מנחה, מעריב.


ביים צינדן זענען געקומען אלע בחורים, מען האט געזינגען אינאיינעם די זמירות, נאכדעם האב איך יעדן געווינטשן זיי זאלן זוכה זיין צו טרעפן זייער שידוך, די בחורים האבן אלע געצינדן אין שול.


נאכדעם זענען מיר געגאנגען א שפאציר צום בית הדפסה; עס זענען דא אפאר פרישע תלמידים וואס האבן נאכנישט געזען דעם בית הדפוס אין שטעטל, איך האב זיי געוויזן דעם בנין, זיי האבן אלע געזאגט אז זיי קענען נישט טראכטן אז דער בנין האבן געבויט בחורים.


אויפ'ן וועג צוריק האט אנגעהויבן רעגענען, איך האב זיך זייער געפרייט אז עס רעגנט; אפילו עס איז געווען שווער צוריק צו גיין, אבער מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אנצופולן די נייע מקוה ביים בית המדרש עצתו אמונה.


די בחורים האבן געגעסן א פיינע סעודה, מיר האבן געשמועסט פון רבי'ן און מוהרא"ש, גלייך נאכדעם איז געווען די ליל שישי שיעור, עס איז געווען זייער א שיינע שיעור, עס איז כדאי דו זאלסט עס אויסהערן.


מיר האבן גערעדט פון אסאך שיינע נקודות, פון "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", חנוכה איז טעג פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "וְזֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא", דאס איז די געשמאקע, זיסע און איינגענעמער טעם וואס מען שפירט אויף יענע וועלט; און ווער עס טוט דאס, ער געוואוינט זיך איין צו דאנקען דעם אייבערשטן - דער שפירט די זיסע טעם, ער דארף שוין נישט קיינעם.


מיר האבן גערעדט פון דעם וואס מענטשן זאגן אז מיר גייען אוועק פון די מסורה, אז דאס איז נישט אמת. אז מען זאגט משניות, מען זאגט גמרא - איז דאס נישט קעגן די מסורה, פארקערט, דאס איז מסורה; אז מען איז מזלזל אין צניעות - דאס הייסט אוועקגיין פון מסורה! אז מען שניידט זיך די בארד און פיאות - דאס איז אוועקגעגאנגען פון די מסורה!


אויך האבן מיר גערעדט וועגן דאס גרויסקייט פון די פרויען וואס שערן זיך אפ די האר, און אפילו אויב מען קומט פון א משפחה וואס מאמע און באבע שערן זיך נישט די האר, זאל מען נישט מורא האבן דאס צו טון, דאס הייסט נישט אוועק גיין פון מסורה, פארקערט, אויב וועט זיך די פרוי שערן די האר וועט זי צוריק גיין צו די מסורה; נישטא קיין גרעסערע זאך וואס א פרוי קען טון פאר זיך און פאר אירע דורות ווי גיין אנגעטון איידל.


ביים שיעור האבן מיר דערמאנט וואס רבי נתן האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אויף דער וואס איז געפארן צו זיין רבי נאכן הערן פון רבי נתן אז מען דארף האבן א רבי: "פרעה איז קלוגער פון דעם מענטש"; ווייל ווען יוסף האט געזאגט פאר פרעה אז מען דארף זוכן אן איש חכם צו ראטעווען דאס לאנד, האט פרעה אנגעכאפט יוסף און געזאגט (בראשית מא, לט) "דו ביסט דער קלוגער מענטש; אז דו זאגסט מיר מען דארף זוכן א קלוגער מענטש - ביסטו דער קלוגער".


רבי נתן זאגט ווייטער: "איך זאג אים א שיינע שמועס איבער דאס גרויסקייט פון האבן א צדיק; ער האט אזעלכע דיבורים נאך פון קיינעם נישט געהערט, וואלט ער געדארפט זאגן 'איך בלייב דא; דו ביסט דער צדיק, דו ביסט מיין לעבן', אנשטאט דעם איז ער געפארן צו זיין רבי".


נאכן שיעור האב איך אנגעגרייט ביי מיר אין שטוב, מיט אפאר בחורים - די עסן פאר שבת. אינמיטן אנגרייטן די עסן האבן די בחורים נישט באמערקט אז איך האב געמאכט א בעשאו, א בחור פון ישיבה, א טייערער תלמיד, הבחור ... מיט א תלמידה, א טאכטער פון ר' ...; מען האט געמאכט די לחיים ביי מיר אין שטוב, עס איז געווען אזא שמחה, אלע בחורים און א טייל משפחות פון שטעטל זענען געקומען ווינטשן "מזל טוב".


ביי מיר איז דאס א גרויסע שמחה, צו מאכן א שידוך; אבער די שמחה איז נאר פאר יענע מינוט, גלייך נאכן לחיים בין איך שוין פארנומען צו מאכן נאך שידוכים, איך ווער נישט זאט מיט וואס איך טו.


ביז אהער איז אלעס פון איין טאג; דאס איז ביי מיר יעדן טאג, ווען איינער פון די תלמידים וואלטן אפגעשריבן מיין סדר היום – וואלטן זיי געקענט ארויסגעבן א דיקע קונטרס פון יעדן טאג.


פרייטאג אינדערפרי האבן מיר געדאווענט, נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, די גמרא מסכת תענית (דף כב). קודם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון שמחה, די מעשה מיט רב ברוקא חוזאה, וואס אליהו הנביא האט אים געזאגט: "די צוויי מענטשן וואס מאכן יעדן איינעם פרייליך – זיי זענען בני עולם הבא"; דא זעט מען דאס גרויסקייט פון מחי' זיין מענטשן.


נאכדעם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נישט האבן קשיות אויף די אמונה; יאשיהו המלך איז געלעגן טויט קראנק, מען האט אים געשאסן, מען האט אים געלעכערט מיט צענדליגער פיילן, ער איז געווארן געלעכערט ווי א זופ. ירמיהו הנביא האט געזען ווי ער זאגט עפעס צו זיך שטילערהייט, האט ער זיך צוגעבויגן צו הערן וואס ער זאגט, האט ער געהערט ווי ער זאגט (איכה א, יח): "צַדִּיק הוּא ה' כִּי פִיהוּ מָרִיתִי", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב אין אים ווידערגעשפעניגט, האט ירמיהו הנביא געזאגט דעם הספד אויף דעם צדיק יאשיהו (שם ד, כ): "רוּחַ אַפֵּינוּ מְשִׁיחַ ה'", דאס איז אונזער אטעם, אונזער משיח; דאס איז א צדיק, ער ליגט געלעכערט מיט פיילן און האט נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן.


די ווערטער דארפן אונזערע ליפן שטענדיג שעפשען: "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט; וואס עס זאל נאר זיין, וואס מען זאל נאר אריבערגיין, דארף מען וויסן אז "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב נישט קיין קשיות, איך האב נישט קיין טענות אויף אים.


נאכמיטאג האבן מיר געהאט א מיטינג מיט די געטרייע אינגעלייט וואס העלפן מיר ראש השנה אין אומאן. מיר גרייטן זיך שוין אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה; ראש חודש שבט הויבט מען אן צאמנעמען געלט פאר די בעטן, די אלע וואס וועלן באצאלן זייער בעט ביז יום טוב פסח – וועט די פרייז זיין אזוי ווי אלע יארן, 750$, נאך פסח וועט די פרייז זיין טויזנט דאלער.


פרייטאג צו נאכטס זענען מיר געגאנגען דאווענען אין בית המדרש עצתו אמונה. צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין שליט"א, ער איז געקומען דאווענען אינאיינעם מיט אונז. קבלת שבת האב איך געדאווענט. נאכן דאווענען האבן די גבאים מיר געבעטן צו זאגן אפאר ווערטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, די קשר פון שבת חנוכה צו פרשת מקץ. אין די פרשה זעען מיר אז אלעס איז פונעם אייבערשטן; דא זעט אויס ווי זאכן ווערן געטון פון זיך אליינס, עס איז דא א חלום מיט א פתרון, יוסף ווערט קעניג, יעקב אבינו שיקט קויפן עסן, מען שפארט איין שמעון און בנימין אין תפיסה, עס זעט אויס ווי מענטשן טוען, מענטשן מאכן, אבער אלעס האט א חשבון, יעקב אבינו דארף אנקומען קיין מצרים, א גאנצע וועלט דריידט זיך איבער וועגן די סיבה.


דאס ווערט נתגלה חנוכה, עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל; אויל וואס ברענט נאר איין טאג ברענט פאר אכט טעג, געציילטע חשמונאים באזיגן הונדערטער טויזנטער גבורים; צו ווייזן אז עס איז נישטא קיין נאטור, עס איז אלעס בהשגחה.


מיר האבן צוריק שפאצירט ביז די שול אויף האשקע; פאר די שפאציר אליינס האט זיך שוין אלעס געלוינט, די געשמאקע שיחות ביים שפאציר; די וועג האט גענומען א שעה.


די סעודה האבן מיר געגעסן אינאיינעם מיט די בחורים אין שול, נאך די סעודה זענען געקומען אסאך משפחות, מען האט געזינגען און זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון מוהרא"ש, די ווערטער: "כל זמן א מענטש רעדט זיך איין דער וועט אים העלפן, יענער וועט אים העלפן – איז ער א גרויס רחמנות"; ווייל ווען מען זעט נאכדעם ווי אלע דרייען זיך ארויס ווערט מען אזוי אנטוישט, מען ווערט אזוי צעבראכן; א רחמנות אויף דער וואס פארלאזט זיך אויף אנדערע, די איינציגסטע עצה צו האבן א גוט לעבן, איז זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


מיר האבן גע'חזר'ט וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן, די ווערטער פון רש"י. די פרשה ענדיגט זיך מיט "וישכחהו"; יוסף הצדיק האט געבעטן דעם שר המשקים ער זאל אים העלפן, ער זאל אים טון א טובה און אים דערמאנען פאר פרעה, ער האט צוגעזאגט פאר יוסף אז ער גייט אים העלפן, אבער דער פסוק זאגט (בראשית מ, כג): "וַיִּשְׁכָּחֵהוּ", ער האט פארגעסן פון יוסף, און רש"י זאגט צוויי ווערטער: "בו ביום", נאך יענעם טאג האט ער פארגעסן פון יוסף; דא זעט מען די נארישקייט פון בעטן פון א צווייטן הילף, יענער האט זיין אייגענע לעבן, ער טראכט נישט פון דיר, ענדערש דארף מען גיין צום אייבערשטן.


שבת אינדערפרי האב איך געוועקט די בחורים, מיר האבן געלערנט ספר פעולת הצדיק, די מעשה פון עולם התוהו (סימן תתמו), ווי דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען די דריי מאל צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות – וועט ניצול ווערן פונעם עונש פון עולם התוהו.


פסוקי דזמרה האט געדאווענט דער גבאי ... נרו יאיר, שחרית האב איך געדאווענט, מיר האבן געזאגט הלל אינאיינעם, מיט'ן נוסח, בקול; איך האב זיך גוט אויסגעוויינט ביי די שטאטע ניגון, ביי פתחו לי; נישטא עפעס בעסערס ווי זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דעקט זיך איבער מיט'ן טלית, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ערה), אונטערן טלית איז אזוי ווי א חדר מיוחד להתבודדות. דער גבאי ... האט געליינט.


ביי סיפורי מעשיות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נאכגיין א צדיק, דער בן מלך האט זיך דערשראקן פון די שלענג און עגדיסן, ער האט געפרעגט דעם מענטש פון וואלד (סיפורי מעשיות, מעשה יא): "ווי אזוי וועל איך קענען אריבערגיין די שלענג?" האט דער מענטש פון וואלד געזאגט: "וואס פרעגסטו? וואס האסטו מורא? ווי אזוי וועסטו אריינקומען צו מיר אין שטוב?" ער ווייזט אים אז זיין שטוב איז אין די לופט, "ווי אזוי וועסטו קענען אריינקומען צו מיר? פרעג נישט, קום מיט מיר, גיי מיך נאך". דער בן מלך האט אזוי געטון, ער איז נאכגעגאנגען דעם מענטש פון וואלד, ער האט אים אריינגעברענגט צו זיך אין שטוב, אים געגעבן צו עסן און צו טרינקען.


דער מענטש פון וואלד – דאס איז דער רבי וואס זאגט אונז צו גיין אין וואלד מאכן התבודדות; אז מען גייט נאך דעם רבי'ן – קען מען אריבערגיין אלע שלענג, אלע קליפות און אלע נסיונות, אויך קען מען האבן א שטוב, אבער אז מען האט נישט דעם מענטש פון וואלד – איז נישט מעגליך צו האבן א שטוב, עס איז אזוי ווי א זאך פון די לופט, וואס מען קען נישט אנקומען צו דעם.


די סעודה האב איך געגעסן אין שול מיט די בחורים. נאך די סעודה זענען מיר געגאנגען שפאצירן, מיר זענען אריבער צום מנהל, ער האט דערציילט פאר די בחורים אלטע מעשיות פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, מעשיות וואס מיר האבן געהאט מיט מוהרא"ש, פון דארט זענען מיר געגאנגען צו האברך ... נרו יאיר, דארט האבן מיר געטראפן נאך אנשי שלומינו.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די מעשה פונעם "אורח", די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן פה), דער אורח – דאס איז דער צדיק, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", דער צדיק קומט צום מענטש, ער וויל אים ברענגען צום אייבערשטן. קודם רעדט ער צום מענטש לויט דעם מענטשנ'ס מח, ער פרעגט אים פון פרנסה: "מֵאַיִן פַּרְנָסָתְךָ", ווי אזוי איז פרנסה? נאכדעם פרעגט ער אים: "מָה אַתָּה לוֹמֵד", וואס לערנסטו? ביז זיי זענען אריין אין א שמועס, אין "שִׂיחַת דְּבָרִים הַיּוֹצְאִים מִן הַלֵּב", דא זעט מען די וועג צו מאכן התבודדות, אפילו אין אנהייב האט מען נישט קיין הארץ, אויב מען רעדט דיבורים – וועט זיך ביים סוף עפענען דאס הארץ.


ביז דער בעל הבית האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין אן ערליכער איד, "אָמַר לוֹ הָאוֹרֵחַ אֲנִי אֶלְמַד עִמְּךָ", האט אים דער צדיק געזאגט, איך וועל לערנען מיט דיר; דער רבי לערנט דעם מענטש ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (עיין הקדמת השתפכות הנפש): "תנו לי את לבכם", ברענגט מיר ענקער הארץ, איך וועל ענק פירן בדרך אבותינו הקדושים; דער רבי דארף נאר מען זאל וועלן זיין גוט, מען זאל האבן גוטע רצונות און כיסופים.


איך בין אפגעמאטערט, איך דארף מקצר זיין.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה, א סעודת הודאה אז מיר זענען נאך ביים רבי'ן.


זונטאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, מען האט געדאווענט אינאיינעם. רוב טאג האב איך אויפגענומען משפחות, נאכמיטאג האב איך גערעדט פאר אלע טיטשערס חיזוק אויף חינוך הבנות, נאכדעם האבן מיר געלערנט נאך א בלאט גמרא; מוצאי שבת האב איך נישט פארגעלערנט, האב איך געדארפט לערנען זונטאג צוויי בלאט גמרא. נאכן צינדן איז געווען א לחיים פון צוויי חשוב'ע משפחות אין שטעטל.


איך האף צו זיין מארגן אינדערפרי צוריק אין ישיבה מיט פרישע כחות; מענטשן מיינען מען באקומט כח ווען מען פארט אוועק אויף וואקאציע, עס איז נישט אזוי, ווען מען פארט זיך אפרוען דארף מען זיך נאכדעם נאכאמאל אפרוען; וואס מער מען טוט - אלץ מער כח באקומט מען. יעצט נאכן זיין די פיר טעג אין שטעטל, פון טון און טון און טון – האב איך פרישע כוחות צו קענען ווייטער טון מיט די בחורים און קינדער.


איך האב דיר נאך גארנישט געשריבן; רעד צו די חברים וואס האבן מיט געהאלטן, וועלן זיי דיר דערציילן שיינע זאכן.

#126 - מיר דארפן זיך שטארקן מיט אלע כוחות אין אמונה
שידוכים, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסידזש.


איך וועל זיך אומקוקן פאר א גוטער בחור פאר דיין טאכטער, דיין טאכטער תחי' איז זייער א חשוב קינד, פון די אויסגעצייכנסטע תלמידות פון בית פיגא; עס קומט איר א גוטער בחור, אן ערליכער בחור, נישט געכאפטערהייט; זאג איר מען גייט אויסקלויבן א גוטער בחור פאר איר.


פארליר זיך נישט, "גאט איז גרויס!" מיר ווייסן גארנישט וואס טוט זיך, מיר דארפן זיך שטארקן מיט אלע כוחות אין אמונה.

#125 - מען מאכט קינדער פאר פראבלעמען, צו מאכן געלט דערויף
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, אמונה, שלום בית, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, רעד נישט צו דיין ווייב פון אריינשיקן די קינדער אין אונזערע מוסדות, זי קען עס נישט נעמען, זי ווערט פשוט משוגע ווען דו רעדסט פון דעם.


איך ווייס אז עס גייט דיר ממש אין לעבן אז דיינע קינדער זאלן קומען אין אונזער מוסד, דו האלסט נישט אויס אז מען מאכט פון זיי א קעיס, מען מאכט זיי פאר ספעציעלע קינדער, מען רייט אויף דיר השם ישמרינו. אזוי טוט מען ליידער מיט צענדליגער הונדערטער קינדער, מען מאכט פון קינדער א ביזנעס, מען מאכט זיי פאר פראבלעמען כדי די שטאט זאל געבן געלט ה' ירחם. דאך בעט איך דיר, לאז אפ דיין ווייב, זי קען דאס נישט נעמען; זי הערט נאר דאס ווארט 'ברסלב'ער מוסדות' - ווערט זי ממש צעדרייט.


דו האסט איין ברירה, גיי צום אייבערשטן; בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר מיינע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליך און געזונט ברוח ונפש, העלף מיר מיינע דורות זאלן האבן אמונה אין דיר באשעפער און אמונה אין צדיקים, זיי זאלן לעבן מיט הייליגע צדיקים, זיי זאלן מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן צוזאמען מיט אלע אידן".


דאס איז די וועג צו באקומען וואס מען וויל, וואס מען דארף; תפילה און נאכאמאל תפילה.


ברודער טייערער, זיי ממשיך מיט'ן העלפן דעם הייליגן רבי'ן, העלף די מוסדות; ביי מיר איז דער עיקר די יוגענט. איך האב ברוך ה' אסאך ארבעט, אלעס איז ביי מיר א טפל אנטקעגן די חדר און מיידל סקול. ביז דערווייל האבן מיר שוין מוסדות אין דריי שטעט, אין וויליאמסבורג, אין קרית יואל און אין ליבערטי, נאך אביסל עפענען מיר אין מאנסי און אזוי ווייטער וועלן מיר אייננעמען די וועלט מיט תפילה והתבודדות, דער בעל תפילה מיט'ן גיבור גייען ארום פון שטאט צו שטאט, מען נעמט אלעס איין מיט איין כוונה, צוריק צו ברענגען אלעמען צום קעניג (ספורי מעשיות, מעשה יב).


"קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנען" - האט דער רבי געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח); אז דער רבי האט אזוי געזאגט - איז טאקע אזוי, דארף מען דאך זייער פרייליך זיין!

#124 - הער אויף זיך צו באקלאגן, הויב אן דאנקען און לויבן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, אמונה, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי נישט ברוגז אז איך דריי זיך ארויס פון רעדן מיט דיר, איך קען נישט ליידן עצבות ומרה שחורה. וויפיל איך רעד מיט דיר פון די עצות פון רבי'ן, שעות אויף שעות - ווארפסטו עס צוריק אין פנים, א שאד פאר מיין צייט און כח.


איך זע ממש מיט מיינע אויגן דעם דיבור וואס רבי נתן פלעגט זאגן: "ווען איינער רעדט זיך אפ, זאגט מען פון הימל מען וועט אים געבן נאך מער צרות, ער זאל האבן אויף וואס זיך צו באקלאגן, און פארקערט, ווען איינער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן, זאגט מען פון הימל, מיר וועלן אים געבן נאכמער גוטס, ער זאל האבן אויף וואס צו דאנקען".


וואס זאל איך דיר זאגן, דו האסט גענומען א שלעכטער וועג, דו הערסט נישט אויף וויינען און קרעכצן, אנדערע וואלטן זיך געווינטשן צו האבן אזא שיינע לעבן וואס דו האסט; דו ביסט געזונט, דו האסט א טייערע ווייב; וואס פעלט דיר? אנשטאט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, זאגן: "עס איז מיר גוט", "דער אייבערשטער איז גוט צו מיר", - טוסטו קרעכצן טאג און נאכט. ווען איך רעד מיט דיר פאל איך אליינס אריין אין עצבות, דעריבער רעד איך נישט מיט דיר.


זיי מיר מוחל; אדער, אז דו ביסט מחליט צו טוישן דיין וועג פון טראכטן - דעמאלט וועל איך ווייטער רעדן מיט דיר.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי א שפאציר און בעט נאר אויף די איינע זאך, אויף שמחה:


"רבונו של עולם, מאך מיך פרייליך; נעם מיך ארויס פון מיין עצבות און מרה שחורה.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל האבן אמונה, איך זאל גלייבן אין דיר; איך זאל וויסן און געדענקען אז אלעס ביסטו, דאס גוטס - ביסטו, און דאס שלעכטס - ביסטו; נישטא קיין גוטס, נישטא קיין שלעכטס, אלעס אלעס ביסטו אליין.


רבונו של עולם, זכינו להיות בשמחה תמיד! העלף מיר איך זאל זיין שטענדיג פרייליך; וואס קען איך טון, איך בין אזוי דעפרעסט, איך בין אזוי נעגעטיוו; איך זע נאר שלעכטס, איך הער נישט אויף צו קרעכצן, העלף מיר טאטע, רחם עלי בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל".


אויך זאג קאפיטל כט: "מזמור לדוד, הבו לה' בני אלים", וגומר; דער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן ו): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה".


אויך זאלסטו אנצינדן א לעכט לזכות רבי מאיר בעל הנס און געבן אפאר פרוטות לצדקה דו זאלסט קענען ארויסקריכן פון די עצבות ומרה שחורה.


לאז מיר וויסן וואס פאר א וועג דו ווילסט נעמען; די וועג פון זאגן און זינגען: "עס איז מיר ביטער", אדער די וועג פון זאגן און זינגען: "כי טוב ה', דער אייבערשטער איז גוט צו מיר!"


איך האב ליב געהאט צו שמועסן מיט דיר, איך פלעג זיצן מיט דיר שעות, איך פלעג שפאצירן מיט דיר, איך האב אזוי הנאה געהאט צו הערן נאכאמאל און נאכאמאל גוטע ווערטער אויפ'ן אייבערשטן. יעדעס מאל מען זאגט: "דער אייבערשטער איז אזוי גוט צו מיר" - מאכט עס אזוי גוט און פרייליך, אבער פון ווען דו זינגסט: "עס איז מיר ביטער" - דאס קען איך נישט נעמען, איך עקל זיך פון די ווערטער.


איך בעט פאר דיר יעדן טאג; ביי די חנוכה ליכט בעט איך זייער אסאך פאר דיר, ווייל איך האב דיר זייער ליב; איך האב גרויס רחמנות אויף דיר.


 

#123 - דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר
אמונה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי'


איך ליין אלע אייערע בריוו, איך האב זייער הנאה צו ליינען אייערע בריוו, שרייבט נאך.


זייט שטארק, איר זאלט וויסן אז דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר.

#122 - נאר מיט אמונה קען מען דורכגיין אלע שווערע צייטן
קינדער, אמונה, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך זיץ יעצט ביי די הייליגע ליכט, איך בין מתפלל פאר ענק, פאר אייער אייניקל, ער זאל האבן א רפואה שלימה – זיין געזונט און שטארק; בזכות די הייליגע מצוה פון נר חנוכה וועט דער אייבערשטער אים שיקן א גאנצע רפואה.


שטארקט אייך מיט אמונה; נאר מיט אמונה קען מען דורכגיין אלע שווערע צייטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קנה): "אֱמוּנָה הִיא בְּחִינַת כֹּחַ הַגּוֹדֵל וְכֹחַ הַצּוֹמֵחַ", אמונה מאכט וואקסן, אמונה געבט כח אנצוגיין, "אֲזַי אֵין מַזִּיק לוֹ שׁוּם דָּבָר", קיין שום זאך קען אים נישט שאדן מאכן, "וְאֵינוֹ יָרֵא מִשּׁוּם אָדָם וְשׁוּם דָּבָר", און מען האט נישט מורא פון קיין שום זאך, פון קיין שום מענטש, "כִּי לֹא אִכְפַּת לֵהּ שׁוּם דָּבָר", עס גייט אים גארנישט אן, מען איז ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן.


זאגט פאר אייערע קינדער זיי זאלן זאגן די פרשה פון ראש חודש, "ובראשי חדשיכם". דער רבי זאגט (שם, סימן קנא): "כְּשֶׁהַתִּינוֹק חוֹלֶה, חַס וְשָׁלוֹם, יֹאמְרוּ אָז גַּם כֵּן הָאִישׁ וְהָאִשָּׁה פָּרָשַׁת 'וּבְרָאשֵׁי חָדְשֵׁיכֶם'".


איך ווארט איר זאלט מיר מבשר זיין גוטע בשורות.

#121 - אויבן אין הימל קוקט מען צו וועם לויפט דער מענטש בעת צרה
חנוכה, אמונה, התחזקות, עבודת השם, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין יעצט אויפ'ן וועג אהיים פון א נסיעה, מיר זענען געפארן מתפלל זיין ביי קברי צדיקים. איך זיץ יעצט אין עירפארט, איך האב אביסל צייט, וועל איך דיר שרייבן אביסל חיזוק.


וויסן זאלסטו, אויבן אין הימל קוקט מען גאר אנדערש אויף א מענטש. דא קוקט מען ווער עס האט געלט, ווער עס האט כבוד, ווער עס האט א פאלאץ, א טייערע קאר וכו' וכו', מען מאכט אן עסק פון די זאכן, אבער אויבן אין הימל איז אן אנדערע וועלט, אויבן קוקט מען ווער עס דערהאלט זיך, מען קוקט צו וועם לויפט דער מענטש בעת צרה; דער וואס איז שטארק אין אמונה, דער וואס פארלירט זיך נישט ווען עס גייט אים נישט ווי אזוי ער וויל - דער איז זייער חשוב.


אויך איז חשוב יעדע מצוה, יעדע ווארט תורה, בפרט ווען מען איז פאריאגט צו ברענגען פרנסה און מען כאפט אריין אביסל תורה, א פרק משניות, א בלאט גמרא, א קאפיטל תהלים - איז דאס זייער חשוב.


עס קומט א צייט וואס מען זעט דאס שיינקייט פון די תורה ותפלה, דעמאלט בלייבט נאר דאס איבער.


יעצט קומען די הייליגע חנוכה טעג, די טעג זענען געשטעלט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן; זאלסטו זיך באנייען און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט דיר.

#120 - מוהרא"ש האט אפגעליטן צרות צרורות און דאך נישט געהאט קיין קשיות אויף די אמונה
צרות, אמונה, הפצה, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, קשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב געזען א בילד וואס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ; איך האב געזען מוהרא"ש אפאר טעג פאר'ן הסתלקות אין שפיטאל אויפ'ן בעטל, מוהרא"ש האט געפאטשט און געשמייכלט, מוהרא"ש האט געזאגט: "איך פאטש אז איך גיי אוועק פון די וועלט".


וואס זאל איך דיר זאגן, דאס בילד לויפט מיר נאך. מוהרא"ש האט אין זיין לעבן זיך אפגעליטן צרות צרורות און דאך האט ער נישט פארלוירן די אמונה, נישט געהאט קיין קשיות אויף די אמונה, ער האט זיין גאנץ לעבן נאר געטון פאר די אמונה; אריינברענגען אמונה אין אונז און אין די גאנצע וועלט.


אז מיר וועלן פאלגן מוהרא"ש, מיר וועלן גיין אין די וועגן, מיר וועלן זיך באנוצן מיט די עצות פון רבי'ן - וועלן מיר זוכה זיין צוצוקומען צו א שטארקע אמונה, מיר וועלן זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מיר וועלן אויך קענען פאטשן און שמייכלען, זיין אמת'דיג איבערגעגעבן צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, גיי אביסל שפאצירן, זיי זיך מתבודד; בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מקרב זיין צו אים, בעט אים: "קרבינו לעבודתיך, הט לבי ליראה את שמך", בעט אין אידיש: "טאטע איך וויל זיין ערליך, העלף מיר".


עס איז דאך א מחי' דאס לעבן ווען מען גייט התבודדות.

#119 - רעד מיט אלעמען דבורי אמונה, מיט אידן און להבדיל מיט גוים
אמונה, רעדן, פרנסה, ניבול פה, גוים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט רעדן מיט אלעמען דבורי אמונה, מיט אידן און להבדיל מיט גוים; ווען מען רעדט פון אייבערשטן ווערט ליכטיג, אלע פראבלעמען פאלן אוועק.


מוהרא"ש זאגט מען זאל רעדן דבורי אמונה אפילו מיט גוים; מוהרא"ש זאגט דאס איז אן עצה ווען מען דארף טובות פון זיי זאל מען זיי זאגן אין זייער שפראך: "יברכך ה'" - דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן; דעמאלט ווערן זיי בטל ומבוטל, זיי טוען אלעס וואס מען בעט זיי.


איך אליינס האב דאס געהאט צענדליגער מאל, איך האב געדארפט אנקומען צו זייערע טובות און נאכן מזכיר זיין שם שמים, נאכן זאגן עפעס ווערטער פון אייבערשטן - האבן זיי געטון וואס איך האב געבעטן.


אז דו ווילסט מצליח זיין - זאלסטו אכטונג געבן עס זאל זיין אלעס בקדושה. געב אכטונג דיינע ארבעטערס זאלן נישט רעדן ניבול פה, ארבעטערס וואס רעדן ניבול פה פארטרייבן די שכינה הקדושה און אז מען פארטרייבט דעם אייבערשטן איז נישטא קיין הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - ווי מער מ'רעדט פון אמונה, אלץ שטערקער ווערט די אמונה
חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט אין סקול מיט די מיידלעך.


אז איר ווילט האבן א שטארקע אמונה - זאלט איר זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס. מוהרא"ש זאגט, עס זענען געווען צדיקים וואס פלעגן זאגן די דרייצן אני מאמין'ס עטליכע מאל א טאג; על כל פנים מיר דארפן דאס זאגן כאטשיג איין מאל א טאג.


די ערשטע אני מאמין זאלט איר חזר'ן אן א שיעור מאל, דאס בויט אויף די אמונה, "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא", ער האט באשאפן, "וּמַנְהִיג" און פירט, "לְכָל הַבְּרוּאִים", אלע באשעפענישן, "וְהוּא לְבַדּוֹ", און ער אליין, "עָשָׂה", האט געטון, "וְעוֹשֶׂה", און טוט, "וְיַעֲשֶׂה", און וועט טון, "לְכָל הַמַּעֲשִׂים", אלעס וואס איז דא אויף די וועלט.


ווי מער מען זאגט ארויס די ווערטער - אלץ שטערקער ווערט די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם וכו', עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה", אז מען רעדט אמונה, "זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", דאס ברענגט אמונה.

#117 - זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס, וועט איר האבן א שטארקע אמונה
סקול, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט אין סקול מיט די מיידלעך.


אז איר ווילט האבן א שטארקע אמונה - זאלט איר זאגן יעדן טאג די דרייצן אני מאמין'ס. מוהרא"ש זאגט, עס זענען געווען צדיקים וואס פלעגן זאגן די דרייצן אני מאמין'ס עטליכע מאל א טאג; על כל פנים מיר דארפן דאס זאגן כאטשיג איין מאל א טאג.


די ערשטע אני מאמין זאלט איר חזר'ן אן א שיעור מאל, דאס בויט אויף די אמונה, "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא", ער האט באשאפן, "וּמַנְהִיג" און פירט, "לְכָל הַבְּרוּאִים", אלע באשעפענישן, "וְהוּא לְבַדּוֹ", און ער אליין, "עָשָׂה", האט געטון, "וְעוֹשֶׂה", און טוט, "וְיַעֲשֶׂה", און וועט טון, "לְכָל הַמַּעֲשִׂים", אלעס וואס איז דא אויף די וועלט.


ווי מער מען זאגט ארויס די ווערטער - אלץ שטערקער ווערט די אמונה, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד): "הָאֱמוּנָה תּוֹלָה בְּפֶה שֶׁל אָדָם וכו', עַל יְדֵי שֶׁמְּדַבְּרִין הָאֱמוּנָה בַּפֶּה", אז מען רעדט אמונה, "זֶהוּ בְּעַצְמוֹ אֱמוּנָה, וְגַם עַל יְדֵי זֶה בָּאִים לֶאֱמוּנָה", דאס ברענגט אמונה.

#116 - ס'זעט אויס עק וועלט, אבער עס קומט נאר ארויס טובות דערפון
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, אמונה, התחזקות, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת מען איז אין א קלעם מיינט מען אז עס איז עק וועלט, מען קען נישט טראכטן אז פון די צרה וועט ארויסקומען א טובה, מען דארף אבער גלייבן אז דאס איז נאר א טובה, שפעטער ווען מען קוקט צוריק זעט מען וואס פאר א נס דער אייבערשטער האט געמאכט דוקא דורך די זאך וואס האט אויסגעזען שלעכט.


נישט לאנג צוריק שרייבסטו אז מען האט דיר ארויסגעווארפן פון ישיבה ווייל דו ביסט א ברסלב'ער און דו מאכסט נאך בחורים ברסלב, יעצט זעסטו די טובה וואס מען האט געטון מיט דיר, מען האט דיר ארויסגעווארפן וכו'; יעצט האסטו געטראפן א ישיבה, א ווינקל וואס מען לאזט אטעמען, קענסט לערנען דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן בגירסא (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), קענסט זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות און אזוי אויך קענסטו ענדיגן ש"ס יעדע יאר, לערנען יעדן טאג זיבן בלאט.


שטארק זיך בתפילה והתבודדות, בעט דעם אייבערשטן פאר דיין שידוך. זוך דיר א שטילע פלאץ, דארט זאלסטו גיין יעדן טאג און רעדן צום אייבערשטן, זאלסט זיך נישט שעמען צו דערציילן אלע דיינע שלעכטע מחשבות, אלע דיינע נישט גוטע מעשים און אים בעטן ער זאל דיר מקרב זיין צו אים.


געב א גרוס דיין ברודער ...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#115 - די ארבעט פונעם מאן איז נאר צו בארואיגן
קינדער, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב אז זי דארף נישט מורא האבן פון האבן אין שפיטאל.


בעט דעם אייבערשטן אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת. מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען די תורה אין לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב, און זאגן די תפילה (לקוטי תפילות חלק ב', סימן ב) דאס איז מסוגל להולדה.


די ארבעט פונעם מאן איז נאר בארואיגן; ווי אזוי בארואיגט מען? ווען מען רעדט דבורי אמונה, מען זאגט: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט אונז, דער אייבערשטער איז מיט אונז"; יעדעס ווארט אמונה נעמט אוועק אלע שרעק און נארישע פחדים.


איך ווארט צו הערן גוטע בשורות.

#114 - אן אייגענע מעשה פון תפלה איז בעסער פון א שיינע דרשה
תפילה והתבודדות, סקול, חינוך הילדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, כ"ג מרחשון, מברכים החודש, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר די געטרייע ארבעט וואס איר לייגט אריין אין אונזערע טעכטער אין "בית פיגא".


לייגט אריין אין די קינדער תפילה והתבודדות; דערציילט זיי יעדן טאג א מעשה פון תפילה פון אייך, אזוי וועלן זיי אויך אנהייבן דאס צו טון. עס איז אסאך שטערקער ווען א טיטשער דערציילט א מעשה פון תפילה פון זיך ווי סתם האלטן א שיינע דרשה, ווייל די קינדער קענען דאס גלייך נאכטון, ווען זיי הערן מעשיות פון היינטיגע טעג.

#113 - דער אייבערשטער מאכט מיט די תפילות דאס בעסטע פאר'ן מענטש
תפילה והתבודדות, אמונה, סבלנות, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, יעדע תפילה ווערט אנגענומען ביים אייבערשטן, נאר אסאך מאל זעט מען נישט גלייך די ישועה, מען דארף האבן אסאך סבלנות ווען מען בעט דעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש רבה ואתחנן ב, יז): "יֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְאַרְבָּעִים יוֹם", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך פערציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי משה רבינו (דברים ט, יח): "וָאֶתְנַפַּל לִפְנֵי ה' כָּרִאשֹׁנָה אַרְבָּעִים יוֹם וגו'", ער האט געדאווענט פערציג טעג צום אייבערשטן. "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְעֶשְׂרִים יוֹם", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך צוואנציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי דניאל (דניאל י, ג): "לֶחֶם חֲמֻדוֹת לֹא אָכַלְתִּי וגו' עַד מְלֹאת שְׁלשֶׁת שָׁבֻעִים יָמִים", ער האט געפאסט דריי וואכן, נאכדעם האט ער געבעטן (שם ט, יט): "ה' שְׁמָעָה ה' סְלָחָה וגו'". "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לִשְׁלשָׁה יָמִים", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך דריי טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי יונה הנביא (יונה ב, א): "וַיְהִי יוֹנָה בִּמְעֵי הַדָּג וגו'", און נאכדעם שטייט (יונה ב, ב): "וַיִּתְפַּלֵּל יוֹנָה אֶל ה' אֱלֹקָיו מִמְּעֵי הַדָּגָה". "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְיוֹם אֶחָד", עס איז דא אמאל א תפילה וואס ווערט אנגענומען נאך איין טאג, אזוי ווי מיר זעען ביי אליהו הנביא, עיין שם.


דעריבער בעט איך דיר זייער זאלסט חס ושלום נישט האבן קיין ספיקות אין תפילה - און זיכער נישט אפלאזן תפילה, ווייל יעדע תפילה ווערט אנגענומען ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער מאכט מיט די תפילות דאס בעסטע פאר'ן מענטש. אמאל איז דא א גזירה אויפ'ן מענטש, נעמט מען די תפילות וואס דער מענטש בעט אויף א געוויסע זאך און מען איז מבטל מיט די תפילות - די גזירה. צום ביישפיל, א מענטש בעט אויף פרנסה און מען לייגט דאס פאר זיין געזונט אדער די געזונט פון זיין משפחה; דער מענטש ווייסט נישט וואס גייט פאר, ער טראכט צו זיך 'איך בעט אויף פרנסה און איך זע נישט ווי עפעס רוקט זיך!' ער ווערט צעבראכן און הערט אויף בעטן; אבער באמת האט מען גענומען די אלע תפילות און אים געראטעוועט דאס לעבן.


איך האף אז דו וועסט זיך שטארקן און ווייטער גיין צום אייבערשטן, אים בעטן אויף יעדע זאך פון דיין לעבן - אפילו דו זעסט נישט גלייך די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#112 - דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד
קינדער, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, צרות, אמונה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארוואס טראכסטו אז דאס איז א שטראף? פארוואס טראכסטו נישט אז דער אייבערשטער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד?!


ביי מיר איז געווען אזא מעשה, מיין ווייב האט פארלוירן וכו'; האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דאנק דעם אייבערשטן וואס ער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד"; פון דעמאלט זאג איך פאר אלע וואס קומען מיר דערציילן אז זיי האבן פארלוירן וכו' - וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט: "דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט ענק געהיטן פון א נישט געזונט קינד".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.): "חַיָּב אָדָם לְבָרֵךְ עַל הָרָעָה", א מענטש דארף דאנקען דעם אייבערשטן אויף שלעכטס, "כְּשֵׁם שֶׁמְּבָרֵךְ עַל הַטּוֹבָה", אזוי ווי ער דאנקט דעם אייבערשטן אויף גוטס; לכאורה, פרעגן אלע, ווי אזוי קען מען זאגן פאר'ן מענטש, זאג יישר כח אויף שלעכטס מיט די זעלבע שמחה וואס מען דאנקט אויף גוטס? נאר מען זאגט דעם מענטש 'דאנק אויף שלעכטס, ווייל עס איז נישט שלעכט, דו מיינסט אז עס איז שלעכט, ווייל עס איז גוט'; דו מיינסט אז דו האסט פארלוירן - ווען פון הימל היט מען דיר פון נישט גוטע זאכן.


חזר אמונה, זינג נגוני אמונה, זינג דעם ניגון: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז דאך גוט, אפילו ווען עס זעט אויס שלעכט - ווייס איך ער איז גערעכט, איך דארף נאר איין זאך זען - איך זאל אייביג רעדן צו אים, איבערשמועסן יעדע זאך - וועט עס ווערן בעסער גלייך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#111 - קען מען בעטן דעם אייבערשטן פאר א נס?
תפילה והתבודדות, אמונה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


אויף אייער פראגע, מען רעדט אזויפיל אין ישיבה אז מען קען בעטן אלעס פונעם אייבערשטן, פרעגט איר 'דעמאלט וואס מיינט תפלת שוא? די הייליגע חכמים זאגן דאך (ברכות נד.) אז אויב מען דאווענט ווען מען ווארט שוין א קינד עס זאל ווערן א אינגל איז דאס א תְּפִלַּת שָׁוְא!'


איר וועט דאס פארשטיין מיט אן הקדמה. חכמינו זכרונם לברכה פרעגן (שם ס.) מיר זעען דאך ביי איינע פון די פיר הייליגע אמהות, לאה, אז זי האט געבעטן דעם אייבערשטן ווען זי האט געזען ברוח הקודש אז זי ווארט א אינגל, עס זאל ווערן א מיידל כדי איר שוועסטער רחל זאל נישט פארשעמט ווערן און האבן נאר איין קינד, און מיט תפילה האט זי איבערגעדרייט און דאס קינד איז געווארן א מיידל, דינה; זעען מיר קלאר אז מען קען יא בעטן א תְּפִלַּת שָׁוְא! ענטפערט די הייליגע גמרא: "אֵין מַזְכִּירִין מַעֲשֵׂה נִיסִים", פרעג נישט פון א מעשה פון א נס!


לכאורה איז שווער, ווי אזוי האט לאה געבעטן פאר די נס? אויך איז דא א מחלוקת (תנחומא ויצא, ח), רב הונא זאגט נאך בשם רבי יוסי: "אֵינוֹ כֵן", עס איז נישט אזוי ווי דער תנא זאגט: "הָיְתָה אִשְׁתּוֹ מְעֻבֶּרֶת וְאָמַר יְהִי רָצוֹן שֶׁתֵּלֵד אִשְׁתִּי זָכָר, הֲרֵי זוֹ תְּפִלַּת שָׁוְא, אֶלָּא אֲפִלּוּ עַד שָׁעָה שֶׁתֵּשֵׁב עַל הַמַּשְׁבֵּר", נאר ביז מען געבוירט דאס קינד, "יִתְפַּלֵּל שֶׁתֵּלֵד זָכָר", זאל מען בעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין א אינגל, "לְפִי שֶׁאֵין קָשֶׁה לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", ווייל עס איז נישט קיין שווערע זאך ביים אייבערשטן, "לַעֲשׂוֹת אֶת הַנְּקֵבוֹת זְכָרִים", צו מאכן פארקערט, "וְאֶת הַזְּכָרִים נְקֵבוֹת".


נאר וואס דען? מען קען זאגן אז דאס איז בכלל נישט קיין קשיא, און עס איז נישט קיין מחלוקת; מען רעדט דא פון צוויי סארט מענטשן, איינער איז א מענטש וואס האט נישט אזא קלארע אמונה, ער איז אונטער געווארפן אונטער טבע, מקרה און מזל, ער גלייבט אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפן די וועלט, אבער ער האלט אז עס איז דא א טבע; אזא איינער קען נישט בעטן אויף אלעס, ביי אים איז דא 'תְּפִלַּת שָׁוְא', ביי אים איז דא 'אֵין מַזְכִּירִין מַעֲשֵׂה נִיסִים'.


נאכדעם איז דא איינער וואס פון איין זייט איז ער א פשוט'ער מענטש, אבער ער איז מקורב צום צדיק, דער צדיק שיינט אריין אזא שטארקע אמונה, ער ברענגט זיינע מענטשן צו אזא הויכע דרגה אין אמונה, עס איז מער נישטא קיין טבע, קיין מקרה און קיין מזל; עס איז די זעלבע נס דאס אטעמען, זען, הערן, רעדן, טאפן, גיין – ווי האבן א קינד און איבערדרייען פון א נקבה צו א זכר; ביי אזעלכע מענטשן איז - "אֵין קָשֶׁה לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא" – גארנישט שווער ביים אייבערשטן, ביי די מענטשן איז דאס נישט א תפלת שוא, צו זיי רערט רבי יוסי און זאגט זיי: "אֲפִלּוּ עַד שָׁעָה שֶׁתֵּשֵׁב עַל הַמַּשְׁבֵּר יִתְפַּלֵּל שֶׁתֵּלֵד זָכָר"; ווידער די ערשטע שיטה, די חכמים – זיי רעדן צום המון עם, מענטשן וואס זעען א טבע'דיגע וועלט, א מזל'דיגע מענטש, א גוטער פאסירונג, א שלעכטע פאסירונג; פאר זיי זאגט מען 'תְּפִלַּת שָׁוְא' און 'אֵין מַזְכִּירִין מַעֲשֵׂה נִיסִים'.


שטארקט אייך מיט אמונה פשוטה, נעמט אריין אין זיך אז אלעס איז אין סוף ברוך הוא; דומם, צומח, חי און מדבר – הכל לכל עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, ביז איר וועט שפירן ביים בעטן דעם אייבערשטן, ביי יעדע זאך, "אֵין קָשֶׁה לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", גארנישט איז שווער צו באקומען.

#110 - נאך דיין ביטערע דורכגאנג, דארפסטו זיך שטארקן אנצוגיין ווייטער
קינדער, צרות, אמונה, שלום בית, התחזקות, נסיונות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברוך דיין האמת, המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, האב נישט קיין קשיות און קיין תרעומות חס ושלום אויפ'ן אייבערשטן.


מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס מיר פארשטייען נישט דרכי המקום - דאס איז די גרויסקייט פונעם אייבערשטן, וואלטן מיר אלעס פארשטאנען - וואלט געווען כביכול די שכל פונעם אייבערשטן אזוי ווי אונזער שכל; מיר פארשטייען נישט דרכי המקום, מיר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אלעס איז בהשגחה, און מען דארף שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו, עס איז געווען א צייט ביי מוהרא"ש ווען מוהרא"ש איז אריבער שרעקליכע ביטערע יסורים אין לעבן, האט מוהרא"ש געהאט אויפגעשריבן אויף א פאפיר אויפ'ן טיש אין גרויסע ווערטער דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא"; דאס האט מוהרא"ש געהאלטן פאר זיינע אויגן און דאס גע'חזר'ט: "דער אייבערשטער איז גערעכט, אלעס וואס ער טוט איז מיט גערעכטיגקייט, דער אייבערשטער איז באגלייבט, נישטא קיין גרייזן".


יעצט דארפסטו זיך אהער שטעלן מיט אלע כוחות צו זיין א טאטע פאר דיינע קינדער און א שטארקער מאן פאר דיין ווייב; באלד מאכסטו חתונה, דארפסטו טוישן די שטומע אין שטוב. אז דו ווילסט וויינען זאלסטו זיך באהאלטן; אז עס ווערט דיר שווער, דו דערמאנסט זיך פון דיין טייערע יונגע נשמה'לע וואס איז נפטר געווארן אזוי יונג, אזוי ריין - זאלסטו גיין אין די זייט וויינען; אין געגנווארט פון די קינדער זאלסטו זיין פרייליך.


אזוי אויך, ווען דיין ווייב וויינט זאלסטו איר שטארקן און זאגן: "מיר האבן נישט פארלוירן אונזער קינד, אונזער קינד איז אויבן אין גן עדן, מיר וועלן זיך שפעטער טרעפן מיט אים"; ביי אידן איז נישטא פארלוירן, ביי אידן איז דא די וועלט און נאך א וועלט, מען גייט אוועק פון די וועלט און מען גייט צום צווייטן וועלט, איינער גייט פריער און איינער גייט שפעטער; דיין זון איז אין גן עדן, דער אייבערשטער לערנט מיט אים תורה.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (אותיות דרבי עקיבא נוסח א, אות א): "בְּכָל יוֹם וָיוֹם יוֹשֵׁב מַטַ"ט שָׁלֹשׁ שָׁעוֹת בִּשְׁמֵי מָרוֹם", יעדן טאג זיצט דער גרויסער מלאך מט"ט אין הימל, "וְכוֹנֵס אֶת כָּל הַנְּשָׁמוֹת שֶׁל עֻבָּרִין שֶׁמֵּתוּ בִּמְעֵי אִמָּן", ער נעמט צוזאמען אלע קינדער וואס זענען געשטארבן אין די מאמע נאך פאר'ן געבוירן ווערן, "וְשֶׁל יוֹנְקֵי שָׁדַיִם שֶׁמֵּתוּ עַל שְׁדֵי אִמָּן", און ער נעמט צוזאמען די אלע נשמות פון די זייגעדיגע קינדער וואס זענען געשטארבן קליינערהייט, "וְשֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן שֶׁמֵּתוּ עַל חוּמְשֵׁי תוֹרָה", און ער נעמט צוזאמען די קליינע קינדער וואס הייבן אן גיין אין חדר, "וּמֵבִיא אוֹתָן תַּחַת כִּסֵּא הַכָּבוֹד, [...] וּמְלַמְּדָן תּוֹרָה וְחָכְמָה, הַגָּדָה וּשְׁמוּעָה, וּמְסַיֵּם לָהֶן סֵפֶר תּוֹרָה", ער נעמט זיי צאם אונטער דעם כסא הכבוד פונעם אייבערשטן און לערנט מיט זיי תורה, ער ענדיגט מיט זיי די גאנצע תורה.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק און שטארק דיין גאנצע משפחה.