בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#40 - פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, פרנסה, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, קשיות, יום טוב, ארץ ישראל, תמימות, געלט, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין יעצט געווען אין ארץ ישראל און שוין בענק איך זיך צוריק צו גיין צו ענק. איך וואלט געבליבן מיט ענק פאר נאך לענגער, איך האב אייך זייער ליב. איך בין אהיים געפארן פאר איין סיבה, איך האב א שטוב מיט קליינע קינדער, זיי דארפן מיך אין שטוב, איך ליין מיט זיי קריאת שמע יעדע נאכט, איך לייג זיי שלאפן, און אינדערפרי גיס איך זיי אפ נעגל וואסער (איך האב א קליינע דירה, מען שלאפט איינער נעבן צווייטן, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר יעדע קינד צו לייגן נעגל וואסער. איך וועק זיי און גיס זיי אפ נעגל וואסער); נאר צוליב דעם בין איך אהיים געקומען, אז נישט - וואלט איך געבליבן מיט אייך. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אן ענין אחר לגמרי; דאס תמימות, דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס איז עפעס א ווילד חידוש, איך בין אייך זייער מקנא.


שטארקט אייך, און מאכט א חשבון יעדן טאג וואס מיר האבן אלץ באקומען פון הייליגן רבי'ן. עס איז דא אסאך בלבולים, אסאך ליצנות, אסאך קשיות אויפן צדיק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "מַה שֶּׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיקִים", דאס וואס עס איז דא קשיות אויף צדיקים, "זֶהוּ מֻכְרָח לִהְיוֹת", אזוי מוז זיין, "כִּי הַצַּדִּיקִים מִתְדַּמִּים לְיוֹצְרָם כַּמּוּבָא", ווייל די צדיקים זענען צוגעגליכנט צום אייבערשטן, "וּכְמוֹ שֶׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און אזוי ווי מענטשן האבן קשיות אויפן באשעפער, 'פארוואס גייט מיר נישט? פארוואס מוטשע איך זיך?' "כְּמוֹ כֵן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיֶה קָשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיק, כִּי הוּא מִתְדַּמֶּה אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי אויך איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; וואויל איז דעם וואס קומט אלעס איבער.


נישט מען זאל מיינען אז עס איז דא אן ענין פון האבן קשיות, באלד וועט נאך איינער זאגן 'קוק עס שטייט אין לקוטי מוהר"ן, זה מוכרח להיות, עס מוז זיין'; ניין, חס ושלום; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און האט נישט קיין טענות, ער ווייסט און גלייבט אז מיר קענען נישט פארשטיין דעם אייבערשטן און מיר ווייסן אז אלעס וואס ער טוט - איז גוט.


ווער עס איז זיך מתבודד און שמועסט אויס מיטן אייבערשטן ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און ווי אזוי ער זעט נאך אלץ אויס, און וואס דער רבי האט געטון מיט אים, און וואס דער רבי טוט מיט אים יעדן טאג - דער האט כח איבער צו קומען אלע קשיות און בלבולים, אים קומט אויס קלאר טאג נאך טאג: 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רב, רבי אהרן, ווען ער איז געקומען צום רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה פון רבי'ן - שנת תקע"א - פרעגן וואס ער זאל טון וועגן זיין אין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה - וועט ער פארלירן זיין פרנסה וכו'. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען. ווען רבי נתן האט געהערט דערפון, אז ער איז נישט געקומען ווייל דער רבי האט אים געזאגט: "קום נישט", האט ער אים געזאגט: "אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן - וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


אזוי אויך גייט די מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם?!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


די וואך קומט דער הייליגער יום טוב שבועות. געבט אכטונג נישט ארייננעמען דעם יום טוב מיט נערווען, און נארישקייטן; דער עיקר איז ארייננעמען יום טוב מיט שמחה. גארנישט דארף זיין, נאר איין זאך, מען דארף זיין פרייליך און איבערגעגעבן צום אייבערשטן. אז איר וועט קענען אויפזיין שבועות ביינאכט - איז זייער גוט, מען קען זוכה זיין צו גרויסע זאכן. מוהרא"ש זאגט, דער עיקר תיקון איז זאגן דעם ערשטן פסוק פון יעדע פרשה און דעם לעצטן פסוק, סיי פון תורה און פון נביאים וכתובים, און אויך די תרי"ג מצוות.


ביי אונז נאכן זאגן דעם תיקון - טאנצן מיר; מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים. מיר טאנצן ביז פארן עלות השחר, מען גייט און מקוה און מען איז זייער פרייליך.


א פרייליכן שבת און א פרייליכן יום טוב.

#39 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#38 - וויפיל איז דער שיעור נאכצולויפן די בהמות, גיי אביסל אהיים
חינוך הילדים, שלום בית, משפחה, פרנסה, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ערשטנס, דאס איז נישט קיין כלליות'דיגער בריוו, דער בריוו איז ספעציעל פאר דיר געשריבן.


אויב איך מעג זיך אריינמישן אין דיין ביזנעס - וויל איך דיך פרעגן: "ווען ארבעסטו?" "וויפיל ארבעסטו?" "וואס זענען דיינע שעות?" "וואס איז דיין סדר היום?" מיר קוקט אויס ווי דו ביסט דער מענטש פון סיפורי מעשיות (מעשה יא) וואס דו לויפסט נאך די בהמות, השם ישמרינו.


זאג מיר, דיינע קינדער זענען דיר גארנישט ווערד? דיין ווייב צערייסט זיך, קוים וואס זי אטעמט, וואס איז מיט דיר? וויפיל איז דער שיעור נאכצולויפן די בהמות (די עבירות)?!


די שפיל גייט זיך נישט ענדיגן; דו טראכסט 'נאך איין טאג', 'נאך איין וואך'; הער זיך צו, די שפיל גייט מען שפילן מיט דיר דיין גאנץ לעבן, א שאד דו זאלסט נאכלויפן די בהמות א גאנץ לעבן. גיי אהיים צייטליך, פארמאך די געשעפט. גיי צו דיינע קינדער, ליין מיט זיי קריאת שמע, מאך מיט זיי ברכות, הער אויס וואס זיי דערציילן דיר און געב איר גוטע ווערטער.


ביים סוף איז דער בן מלך געקומען צו די העכסטע מדריגות, ווייל ער האט געפאלגט דעם מענטש פון וואלד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#37 - סדר הנסיעה צו קברי צדיקים אין פוילן, פרשת תזריע מצורע תשפ"ג
קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, חינוך הילדים, אמונה, ניגונים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, צדקה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוסדות, זיכוי הרבים, תהלים, חסידות ברסלב, שטעטל, עבודת השם, שאלות, שערן די האר, רעדן, נסיעה, משניות, אומאן, ראש השנה, פרנסה, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, דרייוון, לימוד התורה, תכלית, אמונת חכמים, ישיבה, כשרות, ראש ישיבה, מחשבות, התעוררות, יאוש, תיקון הכללי, התנגדות, ל"ג בעומר, ספירה, געלט, וויינען, קאמפיין, לייף אינשורענס, חודש ניסן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין פאריגע וואך זונטאג געפארן קיין פוילן, פועל'ן ישועות ביי קברי צדיקים. מיר זענען געפארן מיט א חבורה פון זעכציג חברים תלמידי היכל הקודש, דיין שוואגער האברך אהרן נרו יאיר האט דאס צאמגעשטעלט. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס ער מאכט א נסיעה פאר די אינגעלייט און בחורים וואס ברענגען אריין א געוויסע סכום ביי די יערליכע קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות.


קרית ברסלב


זונטאג נאכמיטאג בערך פינף אזייגער בין איך ארויסגעפארן פון שטעטל צום עירפארט מיט האברך אלי' קנאל נרו יאיר, מיר האבן דורכגערעדט אויפן וועג אלע פלענער וועגן ראש השנה הבא עלינו לטובה. קומענדיגע ראש השנה געפאלט דער ערשטער טאג אום שבת קודש און דער צווייטער טאג - זונטאג. ווי עס זעט יעצט אויס וועל איך שוין פארן מאנטאג נאכט, היות עס איז יעצט אינמיטן די מלחמה און מען קען נישט פארן קיין אוקריינא מיט אן עראפלאן, מען קען נאר אריינקומען אויפן ערד, קומט אויס אז די נסיעה איז א לענגערע און אז מען פארט דינסטאג נאכט קומט מען ערשט אן דאנערשטאג, און איך וויל זיין אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית, וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מאנטאג נאכט ב' סליחות, און צוריק קומען מאנטאג האזינו, צום גדלי'.


נוארק


מנחה האב איך געדאווענט אין שטעטל, מעריב האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. דודי לאקס איז געווען בעל תפילה, מען האט געציילט ספירה, י"א לעומר. אין עירפארט האבן מיר געטראפן אסאך אידן וואס פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות. מיר האבן געטראפן א גרופע בחורים פון די סאטמערע ישיבה פון קרית יואל, זיי זענען געפארן מיט א זון פונעם סאטמערער רב פון קרית יואל. איך האב געשמועסט מיט אים, איך האב אים געזאגט אז פונקט נעכטן האט מיין שווער שליט"א מיר געזאגט אז דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט זייער שטארק אנגענומען די ווערטער פון קב הישר (פרק פח) אז חודש ניסן גייט מען נישט אויף קברים; למעשה זע איך אז א גרופע סאטמערע בחורים פארן, זע איך אז צו קברי צדיקים קען מען יא פארן.


אויפן פליגער האב איך געזען א מאדנע זאך, עס איז געקומען צו מיר א איד, ער איז געזיצן אין ביזנעס קלאס. זיין פרנסה איז, זיין א גבאי פאר אן ערל וואס האט ביליאנען דאלער, און דער ערל ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון אויף דער וועלט, עס איז אים נמאס דאס לעבן, איז דעם איד'ס פרנסה צו זאגן פארן ערל יעדן טאג וואו צו גיין, וואו צו קומען און וואס צו טון. מיר האבן געזען ממש דעם רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד) אלע עשירים זענען משוגעים, און וואס מוהרא"ש זאגט וועגן עשירות, ווער איז רייך און וואס מיינט רייך; פון געלט האט מען גארנישט, מען ווערט משוגע פונעם טאג, מען האט נישט קיין טעם אינעם לעבן, נאר תורה מאכט פרייליך, נאר דער וואס איז עוסק מיט מצוות - דער איז א צופרידענער.


דיין שוואגער האט מיר געבעטן איך זאל אריינשרייבן פאר אלע חברים וואס קומען מיט די נסיעה אפאר ווערטער אין א תהילים וואס ער געבט פאר א מתנה. עס האט מיר גענומען אסאך שעות, איך האב אנגעיאגט צו שרייבן נאר פאר האלב. נאכדעם בין איך אביסל געשלאפן, נאכדעם האב איך געדאווענט שחרית.


ריישא


מיר זענען אנגעקומען בערך צוועלף אזייגער קיין ריישא, מיר זענען אלע ארויף אויף א באס פון צוויי שטאק, מען האט אביסל געווארט אז די פעקלעך זאלן אנקומען.


עס זענען געקומען פון ארץ ישראל אפאר אינגעלייט אנטייל נעמען מיט די נסיעה, משה ראזענבערג און חיים יאקאבאוויטש. אויך זענען געקומען אפאר אינגעלייט וואס זענען געפארן צו די עלטערן אויף פסח קיין ארץ ישראל, זענען זיי געקומען פון ארץ ישראל; די כולל יונגעלייט הרב הערשל בוים און הרב יחזקאל שארף, אויך לייבי אפפעל, איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי אלע.


ליזענסק


מיר זענען געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו. דאס ערשטע זענען מיר געגאנגען אין מקוה; איך בין געגאנגען אין די קאלטע בור, ווייל ביי די הייסע בור איז געווען אנגעצינדן די פילטער. איך האב געוואלט גלייך גיין צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער איך האב געטראכט אז דער עולם וויל גיין אינאיינעם, און רוב עולם איז זייער הונגעריג, וועל איך גיין מיט זיי עסן און נאכדעם גיין צום ציון.


ביים ציון איז געווען א גרויסע התעוררות איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס דארפן ישועות.


אויפן וועג פון ליזענסק קיין שינאווא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאווא. אויפן וועג איז געווען שיינע שמועסן, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען האט גערעדט פון זייער אסאך זאכן.


עס האט זיך אנגעהויבן שאלות ותשובות, אינגעלייט האבן געשטעלט פראגעס. איינער האט געפרעגט: "וואס מיינט זיך מבטל זיין צום צדיק?" זענען מיר אריין אין א שמועס אז דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - דארפסטו גלייבן אז דוי קענסט פאררעכטן; א מענטש האט געזינדיגט, ער האט געטון עבירות, ער ביי זיך שפירט ווי עס איז שוין נישטא קיין וועג פאר אים צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דארף ער האבן ביטול צום צדיק און וויסן "אז דער רבי זאגט 'נישטא קיין יאוש' - איז דאס ממש אזוי", אפילו מען פארשטייט דאס נישט.


דער שמועס איז מיר געווען זייער חשוב, ווייל אינמיטן וועג האט מיר א אינגערמאן געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז עס איז אים אזוי שווער זיך צו מחזק זיין, עס איז אים אזוי שווער צו גלייבן אז ער קען נאך פאררעכטן, ער הערט נישט אויף פאלן. ער האט ממש געוויינט, ער האט געוואלט וויסן אויב עס איז ביי אים נאך מעגליך אויפצוהערן פוגם זיין.


מיר האבן אסאך גערעדט פון דעם, אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט ביים סוף זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, און אפילו אויב מען וועט נישט זוכה זיין צו זען דא בזה העולם קיין שום ליכטיגקייט - דארף מען גלייבן אז עס וועט זיין (ויקרא כב, ז): "וּבָא הַשֶּׁמֶשׁ וְטָהֵר, וְאַחַר יֹאכַל מִן הַקֳּדָשִׁים", נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט ער זען וואס ער האט אויפגעטון (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה', אות מב).


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, אזא רחמנות'דיגער רבי וואס מיר האבן; ער ווייזט פאר אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער געבט אונז עצות וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען טון, גרינגע עצות; מיר דארפן נאר פאלגן, מיר דארפן גיין אין די וועג; אויב מיר וועלן פאלגן - וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ) דורך זיינע עצות קען מען ווערן א גרויסער צדיק; דער עיקר וואס דער רבי געבט אונז איז די חיזוק פון אנהויבן פונדאסניי און נישט קוקן וואס איז געווען.


איינער האט געפרעגט א פראגע, דער רבי זאגט אין ספר המידות (אות בשורה, סימן ב): "אַל תְּבַשֵּׂר בְּשׂוֹרָה רָעָה, כִּי מֵחֲמַת בְּשׂוֹרָה רָעָה מֵתוּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת", מען זאל נישט דערציילן קיין שלעכטע נייעס, ווייל דורך שלעכטע נייעס זענען מענטשן געשטארבן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְבַשֵּׂר בְּשֹוֹרוֹת רָעוֹת, נוֹפֵל לְמֹחִין דְּקַטְנוּת", מען פאלט אין מוחין דקטנות דורך דערציילן שלעכטע נייעס; דעריבער פארציילט ער נישט קיין שלעכטע זאכן אין שטוב, אבער שפעטער ווען זיין ווייב הערט די נייעס ווערט זי ברוגז אויף אים, פארוואס ער האט נישט דערציילט. אויף דעם איז די עצה צו דערציילן אויף א וועג אז יענער זאל דאס אליינס כאפן, מען דערציילט עס האלבוועגס, ביז מען כאפט אליינס.


איינער האט געפרעגט פארוואס מען מאכט אוועק צו קויפן לייף אינשורענס, פארוואס זאל מען נישט אוועקלייגן עפעס א קרן פאר די קינדער? דער ענטפער איז, מיר געפינען (עירובין נד.) דער אמורא רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני, אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון די וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר זיי.


עס איז געווען א תענוג, א געשמאק - צו פארברענגען מיט תלמידי היכל הקודש. אונטערוועגנס ווען מען איז אויסגעמוטשעט, הונגעריג און מיד - קען מען מער זען ווער איז דער מענטש, ווי אזוי פירט ער זיך; וואס זאל איך דיר זאגן, פון יעדן איינעם האט מען געהערט שיינע שיחות פון רבי'ן און מעשיות פון תפילה.


איינער האט געפרעגט אויב נאך אפאר יאר נאך די חתונה, נישט האבן קינדער - אויב מען זאל גיין צו די ארגאניזאציעס זיי זאלן העלפן. מיר האבן גערעדט אז עס ווענדט זיך אינעם פארפאלק, עס ווענדט זיך אין זיי אליינס; אויב איז דער מאן און די ווייב שטארק ביי זיך אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן, זיי זענען שטארק מיט תפילה - דעמאלט האט נישט קיין פשט צו גיין צו זיי, א שאד די צייט, א שאד די קאפ וויי, זיי קענען נישט געבן קיין קינדער, קינדער קומט פונעם אייבערשטן, און אויב די ווייב זאגט זי וויל גיין צום דאקטער אדער צו די ארגאניזאציעס, זי וויל טון עפעס - דעמאלט גייט מען.


עס זענען געווען פראגעס וואס איך האב נישט געענטפערט, פראגעס וואס איז נישט נוגע אויף למעשה. איינער פרעגט, ער זעט אין די בריוו ווי מען זאגט פאר איינעם עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א פרוי צו דרייווען א קאר, און אין געוויסע בריוון זעט מען אז פרויען זאלן נישט דרייווען; פון די פראגעס האב איך זיך ארויסגעדרייט, דאס איז נישט נוגע פארן כלל.


איינע פון די פראגעס איז געווען אויב מאכן געלט איז א סתירה מיט וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מען דארף נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה און זכרון בעלמא דאתי, מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין סתירה, דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט מען זאל ארבעטן און האבן א גוטע פרנסה (חיי מוהר"ן, סימן תקא). נאר וואס דען, זיך נישט פארלאזן אויף די געלט און נישט רעדן פון די געלט; פארלאזן דארף מען זיך אויפן אייבערשטן און רעדן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן און צום אייבערשטן.


איינער האט געפרעגט אויב בעטן א רעיז פונעם בעל הבית איז א חסרון אין אמונה, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; מיר האבן גערעדט אז דאס איז נישט קיין חסרון אמונה, מען מעג בעטן א רעיז און מען מעג טון זאכן פאר פרנסה, דער עיקר איז מען זאל זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נאר קוקן צו אים.


איינער האט געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו נעמען לכתחילה פאר פרנסה 'גיין נאך געלט'; מיר האבן גערעדט אז גיין נאך געלט איז פאר איינעם וואס האט נישט. ווען א אינגערמאן זיצט און לערנט און האט נישט צו לעבן - מעג ער על פי הלכה גיין צאמנעמען געלט פאר זיך, אבער איינער זאל גארנישט טון מיטן טאג, שלאפן ביזן טאג אריין און זיך דרייען ליידיג, און גיין נאך געלט - איז נישט ריכטיג.


מען דארף באמערקן אז הפצה און גיין נאך געלט - איז צוויי זאכן. ווען עס קומט צו הפצה איז דאס נישט קיין זאך פון שנארן, דאס איז מזכה זיין נשמות ישראל, דאס איז די גרעסטע עבודה וואס איז נאר פארהאן.


איינער האט געפרעגט אויב דאס איז אמת אז מפיצים זענען בחינת אליהו הנביא; דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (ספר המידות אות בשורה, סימן א): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל לוֹמַר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, הוּא נִתְלַבֵּשׁ מִבְּחִינַת אֵלִיָּהוּ", ווער עס דערציילט גוטע בשורות - ווערט ער א בחינה פון אליהו הנביא; קומט אויס, אז די מפיצים וואס גייען פארשפרייטן גוטע בשורות, זיי פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וואס דארט שטייט גוטע נייעס, אז מען קען נאך זוכה זיין תשובה צו טון, מען קען זוכה זיין צו האבן א חלק אין די הייליגע תורה, מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק - זענען זיי אלע בבחינת אליהו הנביא.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געשריבן די הייליגע ווערטער פון זוהר תרומה (קכח עמוד ב) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


שינאווא


ביים הייליגן שינאווא רב האבן מיר געזאגט תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן יעדער איינער אויף וואס ער דארף, איך האב געבעטן פאר מיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, אויך האב איך געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות.


עס איז נאכאמאל ארויפגעקומען די פראגע ווי אזוי מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק, מען בעט דעם אייבערשטן בזכות דעם צדיק אדער מען בעט דעם צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטן? די פראגע פרעגט מען אלעמאל ווען עס מאכט זיך א נסיעה. דער ענטפער איז, מען בעט דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים, "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם" - זאל מען געהאלפן ווערן, אויך קען מען בעטן דעם צדיק זאל בעטן פאר אים.


לאנצוט


פון שינאווא זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב'ס ציון. מיר האבן באטראכט די נוסח המציבה וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהייסן שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים", מיר האבן דארט געזאגט תהילים, און יעדער האט געבעטן זיינע בקשות.


מיר האבן געדאווענט מנחה אין לאנצוט אין די הכנסת אורחים שטיבל.


איך בין געזיצן א חלק נסיעה אויבן אויפן באס און א חלק נסיעה אונטן, אז אלע זאלן קענען מיטהאלטן. אויך האב איך גערעדט רוב וועג אין א מייק, אלע האבן געקענט מיטהאלטן די שמועסן דורכאויס די גאנצע וועג.


וויינען ביי קברי צדיקים


א אינגערמאן האט מיר געבעטן איך זאל געבן חיזוק אויף נישט וועלן וויינען און נישט ווארטן אויף התעוררות. דאס איז זייער וויכטיג ווען מען פארט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, מען ערווארט צו האבן התעוררות ביי די הייליגע פלעצער, מען ערווארט צו קענען זיך אויסוויינען, און היות מען איז אונטערוועגנס, מען איז אויסגעמוטשעט, מען עסט נישט און מען שלאפט נישט - פארמאכן זיך די געפילן, און אז מען ווארט צו קענען וויינען און מען וויינט נישט - ווערט מען אויס מענטש.


מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן - ווען מען גייט שוין קענען וויינען, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן די התבודדות. "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט - אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען - איז גוט, און אז נישט - איז ווייטער גוט.


דינוב


פון דארט זענען מיר געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו.


די גאנצע וועג זענען געזיצן אנשי שלומינו, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין ערגעץ. איך פלעג משמש זיין מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, איך פלעג אים באדינען, פארן מיט אים נסיעות. ביי אים האב איך געזען די זאך פון לערנען אונטערוועגנס, ער האט מיר אלץ געזאגט ביים זיך פאקן די פעקלעך איידער א נסיעה: "פאק מיר איין א קליין חומש'ל, א משניות'ל, א תיקונים וכו' וכו'"; איך האב געטראכט 'מיין זיידע איז א העכערער סארט מענטש, ער לערנט, אבער איך, איך בין א פשוט'ער מענטש איך לערן נישט אויפן וועג', סתם מענטשן, פשוט'ע מענטשעלעך ווי מיר זענען - ווער לערנט אויפן וועג? פרעג נאך שטערקער 'ווער לערנט אינדערהיים, נאך איידערן ארויספארן אויפן וועג?'


דאס צו זען, ווי אלע זיצן מיט זייערע ספרים - איז פאר מיר געווען די שטערקסטע זאך. דער זיצט מיט א משניות, א צווייטער מיט די קונטרס 'ב'י'ת' נצחי' - ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, א דריטער מיט א תיקוני זוהר.


מען האט געשמועסט אסאך אונטערוועגנס פון חינוך הבנים והבנות. איינער האט געפרעגט אויב ער קען זאגן פאר זיינע קינדער אז טאטי און מאמי מעגן עסן א געוויסע הכשר, אבער די קינדער טארן דאס נישט עסן? מיר האבן אלע געשמייכלט, וואס איז שייך צו זאגן אזא זאך?! קינדער גייען דאך נאך די עלטערן, עס איז נישט שייך אזא סארט חינוך. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד עסט און וואס ער טוט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן די הייליגע חכמים (מדרש תנחומא וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער.


רימנוב


עס איז געווארן שפעט, עס האט זיך אנגעהויבן שאלות אויב מען זאל שוין פארן קיין קראקא עסן און שלאפן אדער ווייטער אריינכאפן אויפן וועג נאך מקומות הקדושים. למעשה זענען מיר ווייטער געפארן פון דינוב קיין רימנוב צום ציון פון הייליגן רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו, מיר האבן אלע געצינדן א ליכט לזכות מנחם מענדל בן יוסף, דער צדיק האט דאך מבטיח געווען אז ווער עס וועט צינדן א לעכט פאר זיין נשמה - וועט ער אים א טובה טון. אויך זענען מיר אריין אינעם אוהל פון הייליגן רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו, מיר האבן דארט געזינגען זיינע לידער, די הארציגע ניגון וואס מיר זינגען יום טוב שבועות ביי אהבה רבה, אויך די ניגון וואס מיר זינגען ביי תפילת טל און תפילת גשם; הארציגע ניגונים, אויך האבן מיר געזינגען אידישע ניגונים.


מיר האבן געדאווענט מעריב אין רימנוב, ווייל עס איז שוין געווארן שפעט, מיר האבן געוואלט דאווענען פאר חצות, אזוי ווי די הלכה. מיר האבן געדאווענט אינעם נייעם בנין. מען האט יעצט געבויט דארט א שיינעם בנין הכנסת אורחים, מען האט מיך מכבד געווען צו קלאפן א מזוזה. חיים מאיר ערפס איז געווען דער בעל תפילה, מיר האבן געציילט ספירה י"ב לעומר, הוד שבגבורה.


אויפן וועג האבן מיר ווייטער גערעדט און געשמועסט, מען האט גערעדט פון שלום בית. איינער האט געפרעגט וואס ער קען טון, זיין ווייב זאגט אים ער זעט נישט אויס שיין; איך האב נישט געזען ווער עס פרעגט די פראגעס, ווייל מען האט געשריבן שאלות אויף צעטלעך און ארויפגעשיקט. דער ענטפער איז ער זאל געבן גוטע ווערטער, דאס איז א תירוץ אויף אלע טענות וואס די ווייב האט; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערן אלע טענות בטל.


שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, נאר אז מען האט שלום בית - קען מען זיין אפגעהיטן און האבן א ריינעם מח מחשבה. דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער אויף יונגע פארפעלקער זיי זאלן נישט האבן שלום בית, אזוי קען ער אראפווארפן ביידע אין עבירות. אזוי שרייבט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסג), איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום; דער רבי האט געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווייל אז מען איז אן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


צאנז


פון דארט זענען מיר געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו. עס איז געווען אין די דריי טעג פון די יארצייט, איך האב זיך זייער געבענקט צו קומען קיין צאנז. איך האב א שטארקע געפיל אין צאנז, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמער, מיין בלוט איז סאטמער און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אויך מיינע קינדער זענען אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב.


ביים ציון פון הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו האבן מיר געזאגט קאפיטלעך תהילים און געבעטן אונזערע בקשות. איך האב געהאט א שטארקע התעוררות אין צאנז, איך האב מזכיר געווען ביים הייליגן צאנזער רב אז ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש - שערן זיך די פרויען די האר נאך די חתונה. מיר האבן איידעלע משפחות, די פרויען זענען איידל און באשיידן, און אלע בית פיגא תלמידות שערן זיך די האר, נישטא איין תלמידה וואס זאל בלייבן מיט די האר. איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע דורות אלע זאלן זיין ערליך, איידל און באשיידן.


דארט איז דא א ווארעמע הכנסת אורחים, איך האב זיך דארט מחי' געווען מיט אביסל ווארעמע זופ. איך האב געטראפן דעם בעל הכנסת אורחים און אים שיין באגריסט.


קראקא


פון דארט זענען מיר געפארן קיין קראקא, מיר זענען אנגעקומען א שעה פארן עלות השחר. עס איז נאך געווען צייט צו עסן, מיר האבן געגעסן א סעודה, חלה מיט פיש. עס איז אויך געווען פלייש, אבער איך האב א גדר נאר צו עסן פלייש אין שטוב. נאכדעם איז מען געגאנגען אין א צווייטע פלאץ שלאפן, עס איז געווארן שפעט, מען האט זיך אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי.


זיבן אזייגער אינדערפרי האט לייבי אפפעל געוועקט דעם עולם, מיר זענען געגאנגען צום שול פון רמ"א, דארט האב איך געזאגט ברכת התורה, און פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רמ"א. מיר האבן געזאגט קאפיטלעך תהילים און יעדער האט געבעטן דעם אייבערשטן זיינע בקשות, מיר זענען צוגעגאנגען צום הייליגן תוספות יום טוב'ס ציון, צום הייליגן ב"ח און צום הייליגן מגלה עמוקות; ביי יעדע ציון האבן מיר זיך אפגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן די בקשות.


ראדאמסק


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ראדאמסק. אויפן וועג האב איך נישט געהאט קיין כח מער צו רעדן און ענטפערן פראגעס, איך בין געווען אביסל אפגעמאטערט. איך האב געלערנט מיינע שיעורים, אכצן פרקים משניות און תיקונים, נאכדעם האב איך געדרימלט.


מיר זענען אנגעקומען אין ראדאמסק בערך עלף אזייגער, צום ערשט זענען מיר געגאנגען זיך טובל'ן, עס איז געווען א געשמאקע קאלטע מקוה, אלע האבן זיך גע'טובל'ט. מיר האבן געדאווענט שחרית דארט, משה עקשטיין איז געווען דער בעל תפילה, תיקון הכללי האבן מיר געזאגט ביים ציון פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו. מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן אונזערע תפילות און בקשות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין ווארשא צוריק קיין אמעריקע. אויפן וועג בין איך געשלאפן, איך בין געווארן זייער אויסגעמאטערט.


מנחה האבן מיר געדאווענט אין עירפארט. איך האב געטראפן אין עירפארט הרב רבי חיים יעקב רובין שליט"א מיין מנהל פון סאטמערע חדר אין בארא פארק, איך האב אים באגרוסט און אים באדאנקט; איך האב הכרת הטוב פאר אלע מיינע מלמדים און מנהלים.


אויפן פליגער בין איך געזיצן נעבן האברך שבתי מזרחי, מיר האבן זייער אסאך גערעדט פון דעם עתיד פון שטעטל, ווי מען קען מאכן מער ביליגערע הייזער און ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן.


ניו יארק


דינסטאג נאכט זענען מיר אנגעקומען קיין ניו יארק, איך האב געדאווענט מעריב אין עירפארט און געציילט ספירה י"ג לעומר, יסוד שבגבורה.


טייערער ..., זונטאג אינדערפרי אין שטעטל האב איך דיך געכאפט מיט א משניות, דיך געזען זאגן א שטיק צייט משניות אין די בית המדרש אין שטעטל; איך האב אזוי הנאה געהאט, האסט מיר געגעבן א שטיק לעבן. זה חלקי מכל עמלי, אלעס ביז אהין איז זייער פיין און וואויל, אבער ווען איך זע א אינגערמאן מיטן משניות - איז גאר עפעס אנדערש, איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גוט מקושר צום רבי'ן, ווייל נאר דער וואס לערנט על פי סדר דרך הלימוד - דער איז צוגעבינדן צום רבי'ן.


אם ירצה ה' ל"ג בעומר וועל איך זיין אין מירון. איך פאר מיט מיין משפחה קיין ארץ ישראל, איך מאך בר מצוה מיין נחמן נתן. דו געדענקסט דאך ווען ער איז געבוירן, דו ביסט יענעם זומער אריינגעקומען אין ישיבה, זומער שנת תש"ע. דעמאלט איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, די פראטעסטן, ברוך ה' מיר זענען איבערגעקומען יענע טעג.


יענעם פסח האט מען ארויסגעווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות, זיי האבן געטראכט אז אזוי וועלן זיי מיך אפשוואכן און איך וועל פארמאכן די ישיבה. למעשה, מיט די חיזוק פון מוהרא"ש - האבן מיר גאר דעמאלט געעפנט די חדר. היינט צו טאגס האבן מיר שוין פינף תלמוד תורה'ס, און ווי עס זעט יעצט אויס וועלן מיר עפענען קומענדיגע יאר א תלמוד תורה אין בני ברק, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.


איך דארף מקצר זיין, מיר הויבן אן היינט א פרישער זמן אין ישיבה, איך הויב אן פון אנהויב מיט פרישע בחורים, זיי אויסלערנען די וועג פון רבי'ן. איך בעט דעם אייבערשטן זאל מיר געבן כח צו קענען בלייבן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר געבעטן צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#36 - ווי אזוי אנשי שלומינו פירן זיך אויף אונטערוועגנס
התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, נסיעה, אמונת חכמים, ראש ישיבה, וועג

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען יעצט אוועקגעפארן פון דינוב, פונעם ציון פונעם הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו, מיר פארן יעצט קיין רימנוב אויסבעטן ישועות ביי אלע מקומות הקדושים. איך בין דיך מזכיר, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט שוין זען א ישועה.


די וואך האבן מיר אין די פרשה וואס מען טוט ווען מען איז קרעציג, ווען מען איז דערווייטערט פונעם אייבערשטן; די תורה זאגט מען זאל גיין צום צדיק, מען זאל גיין צום כהן. דער צדיק היילט אויס, ער שיינט אריין אינעם מענטש א האפענונג זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן.


פארוואס זאלסטו טראכטן אז דו ביסט שוין דערנאך? פארוואס זאלסטו אויפגעבן? דער הייליגער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן",  אויב דו גלייבסט אז דו קענסט טון שלעכטס, גלייב אז דו קענסט פאררעכטן.


מיר זענען אנגעקומען היינט פארמיטאג ארום צוועלף אזייגער און גלייך געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין שינאוו צום הייליגן דברי יחזקאל, דער הייליגער שינאווער רב זכותו יגן עלינו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב, און פון דארט קיין דינוב.


מיר האבן נאך א לאנגע רייזע, איך האב נישט די ישוב הדעת דא אויפן באס צו שרייבן. איך וועל דיר נאך שרייבן באריכות די גאנצע שיינע נסיעה.


איין זאך קען איך דיר יא זאגן, מיר האט זיך געלוינט צו פארן אויף די נסיעה נאר צו זען ווי אזוי אנשי שלומינו פירן זיך אויף אונטערוועגנס; ווי אזוי יעדער איינער איז זיך מחי' מיט זיינע אוצרות, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, און די דבורי אמונה, דיבורי חיזוק, און אפילו די ווערטלעך איז איידל מלא חן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#35 - ווי אזוי ווערט מען אויסגעהיילט פון קרעץ
קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, מוהרא"ש, אמונת חכמים, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז כדאי זאלסט מעביר סדרה זיין פון אנהויב וואך, ווארט נישט אויף פרייטאג, הייב אן זונטאג. די וואך גייען צוויי פרשיות תזריע און מצורע; לערן יעדן טאג חומש, תרגום און רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. א טאג וואס מען לערנט חומש רש"י איז מען פארזיכערט אז מען וועט נישט האבן קיין שאדן, אויך איז דאס א שמירה קעגן דעם יצר הרע.


די צוויי פרשיות פון נגעים און קרעץ לערנען אונז, ווי אזוי קען מען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן; ווייל וואס איז דאס נגעים? וואס איז דאס קרעץ? דער תרגום זאגט אויף צרעת 'סגירו', פארמאכט, פארשפארט, און דער זוהר הקדוש זאגט, וואס איז דאס קרעץ? 'סְגִירוּ דִּנְהוֹרָא עִלָּאָה' (פרשת תזריע, דף מט עמוד ב) עס איז פארהוילן פון אים די ליכטיגקייט פון אייבערשטן, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, 'סְגִירוּ דְּטִיבוּ עִלָּאָה', עס איז פון אים אוועקגענומען אלע גוטס פון אויבן, ווייל ווען מען זינדיגט, מען טוט עבירות - ווערט מען דערווייטערט פון באשעפער, מען פארלירט אלע גוטס. וואס איז די עצה? ווי אזוי קען מען זיך אויסהיילן? צוריק שפירן אייבערשטן? די תורה זאגט, די עצה איז: "והובא אל הכהן וגו' וראה הכהן וגו', אחרי הראותו אל הכהן וגו', לכל מראה עיני הכהן וגו'", מען זאל גיין צום צדיק און טון וואס דער צדיק זאגט, דאס איז די עצה צו ווערן אויס קרעציג. דער צדיק עפנט די אויגן, מען הויבט אן שפירן 'עס איז דא א באשעפער', מען הויבט אן שפירן 'דער אייבערשטער איז דא, מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר', מען הויבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען טוט תשובה, ביז עס ווערט צוריק ליכטיג.


דעריבער בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים און אויך אין די בריוו פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס דאס איז תמצית פון רבינ'ס ספרים; וועט דיר ליכטיג ווערן, דו וועסט אנהויבן שפירן דעם אייבערשטן, דו וועסט אנהויבן רעדן צום אייבערשטן, דו וועסט זיין ארומגענומען מיט די שכינה הקדושה.


איך פאר אם ירצה ה' היינט נאכט קיין פוילן, איך וועל בעטן פאר דיר. איך פאר צום הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו, היינט איז דער יארצייט. איך וועל אויך זיין ביים הייליגן ראפשיצער רב, ביים הייליגן רבי אלימלך און ביים היליגן רבי ר' מענדעלע זכותם יגן עלינו. איך פאר מיט א גרופע פון אנשי שלומינו, איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#34 - שוין חתונה געהאט צוויי און צוואנציג יאר און ס'שפירט זיך ווי שנה ראשונה
שלום בית, צדיקים, אמונת חכמים, חתונה, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני א', י"א ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע זאכן, ווי דיין לעבן איז דיר אזוי שיין און אז דיין ווייב זאגט דיר אז זי שפירט - זייט ענקער התקרבות צום רבי'ן - ווי איר זענט אינמיטן ענקער שבע ברכות.


ביי מיר איז אויך אזוי, איך בין שוין חתונה געהאט איבער צוויי און צוואנציג יאר און עס שפירט זיך ווי שנה ראשונה. מיטן רבינ'ס עצות, שכל און חיזוק - איז דער לעבן א זיסע חלום, מיט די שטארקע אמונה וואס דער רבי געבט אונז איז דער לעבן אזוי גוט.


זאלסט האבן א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#33 - אז מען דערהאלט זיך ביים רבי'ן, איז דאס א גרויסער חידוש
צדיקים, חסידות ברסלב, ספיקות, אמונת חכמים, פסח, קשיות, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמיני א', י"ב ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אז עס איז דיר שווער און ביטער - זאלסטו נישט ווארפן די שולד אויפן רבי'ן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, בדרך כלל ווען עס גייט אריבער שווערע טעג און מען האט קשיות און ספיקות - זענען די הייליגע צדיקים די ערשטע אויף וועם מען הויבט אן האבן קשיות, און זיי ווערן די כפרה...


דעריבער זעט מען אז נישט אלע האבן די זכי' צו בלייבן ביים הייליגן רבי'ן; מען קילט זיך אפ, מען האט שאלות, בלבולים וכו', און אז מען דערהאלט זיך יא - איז דאס א גרויסער חידוש; אזוי ווי די מעשה גייט, רבי נתן האט געזען איינעם פון אנשי שלומינו מיט א ווייסע בארד, איז ער געווארן זייער איבערראשט און געזאגט: "א ווייסע בארד און א ברסלב'ער חסיד?!"


מארגן פארנאכטס וועלן מיר שעפן מים שלנו פאר די ערב פסח מצות ביי אונזער בעקעריי אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#32 - פרעגן אן עצה פון א צדיק, דאס אליינס איז די ישועה
ישועות, צדיקים, שאלות, אמונת חכמים, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


"וּתְשׁוּעָה", און א הילף קומט, "בְּרֹב יוֹעֵץ", ווער עס איז זיך אסאך מתיעץ (משלי יא, יד).


דער הייליגער רבי טייטשט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קמג): "וּתְשׁוּעָה", און א הילף קומט, "בְּרֹב יוֹעֵץ", ווען מען נעמט אן עצה פונעם צדיק. 'רב' דאס איז א רבי, א צדיק. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ט.): "מֹשֶׁה, אַיְּדֵי דִּנְפִישׁ זְכוּתֵהּ כְּרַבִּים דָּמֵי", משה רבינו איז ווי אסאך; ווייל ווען מען פרעגט אן עצה פון א צדיק, איז אפילו עס קומט נישט אויס גוט, ווייסט מען אז דאס איז פונעם אייבערשטן. און אז מען נעמט נישט קיין עצה פונעם צדיק ברענגט מען זיך אליינס דאס שלעכטס.


דעריבער איז זייער וויכטיג צו גיין צו צדיקים און נעמען ביי זיי עצות אויף יעדע זאך. מיט דעם אליינס וואס מען פרעגט אן עצה, דאס אליינס איז די ישועה, דאס איז ממתיק אלע דינים, והבן למעשה.


 

#31 - אן אינטערעסאנטע וועג פון שפילן צווישן די קינדער
קינדער, חינוך הילדים, מוסדות, אמונת חכמים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דיין מלמד נרו יאיר געבט מיר איבער זייער גוטע גרוסן, אז דו לערנסט און דו פירסט זיך מיט יראת שמים.


אויך האט ער מיר דערציילט זייער א שיינע זאך פון דיר, דו האסט אריינגעברענגט אן אינטערעסאנטע וועג פון שפילן צווישן די קינדער; איינער לויפט נאך די קינדער ביז ער געבט יענעם א ריר אן, און אויב יענער קען גלייך אויסשרייען א נאמען פון א צדיק - קען ער ווייטער לויפן. דער מלמד זאגט מיר, א גאנצע הפסקה הערט מען קינדער טאנצן און שפרינגען און שרייען נעמען פון צדיקים. איינער שרייט: "דער הייליגער חתם סופר!" א צווייטער שרייט: "דער הייליגער בעל שם טוב!" "דער הייליגער צאנזער רב!" עס איז א מחי' צו הערן ווי די קינדער לעבן בשעת'ן שפילן מיט צדיקים.


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש.

#30 - דער צדיק העלפט דעם מענטש טרעפן וואס ער האט פארלוירן
צדיקים, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, י"ח שובבי"ם, ג' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן די פראגע.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפח): "דַּע, שֶׁצָּרִיךְ לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק לַחֲזֹר עַל אֲבֵדָתוֹ", וויסן זאלסטו, מען דארף פארן צום צדיק אויפצוזוכן און צוריק באקומען אלעס וואס מען האט פארלוירן, "כִּי קֹדֶם שֶׁיּוֹצֵא הָאָדָם לַאֲוִיר הָעוֹלָם", ווייל איידער מען ווערט געבוירן, "מְלַמְּדִין", לערנט מען מיט'ן מענטש, "וּמַרְאִין לוֹ כָּל מַה שֶּׁצָּרִיךְ לַעֲשׂוֹת וְלַעֲבֹד וּלְהַשִּׂיג בְּזֶה הָעוֹלָם", און מען ווייזט אים אלעס וואס ער האט צו טון דא אויף די וועלט, "וְכֵיוָן שֶׁיָּצָא לַאֲוִיר הָעוֹלָם מִיָּד נִשְׁכַּח מֵאִתּוֹ", און ווען מען ווערט געבוירן - קומט דער מלאך, ער געבט א פליק דעם קינד און מען פארגעסט אלעס. דעמאלט פארלירט מען אלעס, מען פארגעסט אלעס, און ווען מען ווערט עלטער הויבט זיך אן די עבודה פון זוכן און טרעפן אלעס וואס מען האט פארלוירן. אבער וויבאלד דער מענטש ווייסט דאך נישט וואס ער האט פארלוירן און וואס עס פעלט אים, דארף מען פארן צום צדיק, ער זאל ווייזן דעם מענטש וואס ער האט פארלוירן, און דער צדיק העלפט דעם מענטש טרעפן אלע זיינע אבידות, עיין שם.


מענטשן גייען און קומען, טוען און מאכן, מען ווייסט נישט 'פארוואס בין איך באשאפן געווארן? וואס איז מיין ציל אין לעבן?' אבער ווער עס ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן און הויבט אן פאלגן די עצות בתמימות ופשיטות, ער איז זיך מתבודד צום אייבערשטן, ער שמועסט מיט'ן אייבערשטן, מיט די צייט עפנט זיך אויף די אויגן, מען הויבט אן שפירן א טעם אין לעבן, מען פארשטייט שוין 'מה חובתי בעולם, וואס טו איך אויף די וועלט? מיין פליכט איז איך זאל אנערקענען און טרעפן דעם אייבערשטן אין יעדע זאך, און שטענדיג טראכטן פונעם אייבערשטן'. די מענער לערנען כל התורה כולה און די ווייבער העלפן די מענער זיי זאלן קענען לערנען, מען פילט זיך אן מיט הייליגקייט ביז מען באקומט צוריק אלעס וואס די נשמה האט געלערנט און פארשטאנען איידער זי איז אראפגעקומען אויף די וועלט.


דער רבי זאגט ווייטער: "אַךְ הַצַּדִּיק אֵינוֹ מֵשִׁיב לוֹ הָאֲבֵדָה עַד שֶׁיִּדְרְשֶׁנּוּ אִם אֵינוֹ רַמַּאי וְשַׁקְרָן", דער צדיק געבט נישט גלייך צוריק דעם מענטש אלעס, נאר נאכן אים אויספארשן אויב ער איז נישט קיין ליגנער, אזוי ווי די הלכה איז; מען גייט קודם אריבער שווערע נסיונות, און אויב מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו שיינע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט אפלאזן דעם רבי'ן, מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן ביז מיר וועלן זוכה זיין משיג צו זיין אלעס וואס די נשמה האט משיג געווען איידער זי איז אראפ אויף די וועלט, דורך ריבוי התבודדות ותפילה.

#29 - שטארקט אייך און שטארקט די לערערינס צו געבן א גוטע חינוך
לערערין, סקול, חינוך הילדים, הפצה, יבנאל, מוסדות, דרך ארץ, שטעטל, מוהרא"ש, אמונת חכמים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, כ"ו שובבי"ם, י"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט וועט איר זען אז דאס איז אזוי ווי מוהרא"ש זאגט, ווען די מאמע איז פרייליך - זענען די קינדער פרייליך, און ווען די מאמע איז דערביטערט - זעט מען עס גלייך אויף די קינדער. די מיידל ... איז א גרויסע רחמנות, ביטע רעדט מיט איר רחמנות'דיג; ווייל איר מאמע גייט אריבער יעצט א שווערע צייט, זי איז נישט צופרידן מיט זיך וכו' וכו', און דאס קלאפט גלייך אויס אויף די קינדער. זי איז א גוט קינד, וואס זאל זי טון, וואס קען א קינד טון ווען די מאמע איז נישט מסודר וכו'; דאס קינד פארלירט די מח, הויבט אן טון אינטערעסאנטע זאכן, חוצפה'דיגע זאכן וכו'; איך בעט אייך, רעדט צו די לערערינס זיי זאלן רחמנות האבן אויפן קינד.


(פארשטייט זיך אז אלעס דארף זיין העכסט פריוואט, די לערערינס קענען נישט רעדן פון דעם; סיי פון דאס קינד און סיי פון די מאמע, וד"ל).


בנוגע די מיידל ... תחי', אז זי ווערט נערוועז אז מען רעדט אין סקול צופיל פון רבי'ן, מוהרא"ש און ראש ישיבה; עס איז נישט קיין פראבלעם, זי דארף נישט דא בלייבן, קיינער צווינגט נישט דא צו לערנען, זי קען צוריקגיין צו איר סקול. ברוך השם אונזערע קינדער רעדן פון אמונת חכמים, און זיי ווערן נערוועז פון וואס מען רעדט צווישן מיידלעך אין אנדערע סקולס, מען דארף נישט רעדן צו די מיידלעך זאלן רעדן ווייניגער פון רבי'ן און פון דער ראש ישיבה.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן אין יבנאל, קיינער מוז נישט דא זיין, מוהרא"ש פלעגט זיך אויסדרוקן, עס איז דא צוויי וועגן ארויס צו פארן פון יבנאל, אז ווער עס איז נישט צופרידן זאל קענען ארויספארן פון ביידע זייטן. דאס זעלבע איז אין שטעטל, עס איז דא בערך אכט וועגן ארויס צו פארן; צוויי וועגן פון טווין ברידזש, צוויי וועגן ארויס פון אלד מאנטיסעלאו, דענמען, איסט מאנגאפ, גארדן האוז, און קראס פארם, און ווער עס ווערט נערוועז אז מען רעדט דא פון ראש ישיבה, ווער עס ווערט נערוועז פון אונזער קהילה - קען אויסוועלן וואס פאר א וועג ארויס צו פארן.


נאכן צאמקום האט מען געמאכט א געים, ווער עס קען זאגן פון וואס זיי ווערן נערוועז, זאגט איינער אז זי ווערט נערוועז פון די מענטשן וואס רעדן אזוי סאך פון ראש ישיבה. עס דארף נישט זיין קיין פראבלעם, אונזער קהילה איז נישט געמאכט צו ווערן נערוועז, אין ישיבה האב איך אויך בחורים וואס רעדן א גאנצן טאג פון הפצה און בחורים זאגן אז זיי ווערן נערוועז פון רעדן אזויפיל פון הפצה, זאג איך זיי: "נערוועז דארף מען ווערן ווען מען רעדט פון פאליטיק אדער פון געלט, ווי קען מען רעדן אזוי סאך פון געלט און פון שיינע קארס"; זאגט די מיידל: "א שאד צו זיין דא און ווערן נערוועז, עס איז דא אזויפיל שיינע פלעצער וואו צו זיין".


בנוגע שיקן די שיעורים פון בית פיגא וויליאמסבורג; איך וועל רעדן צום מנהל ר' מרדכי נרו יאיר ער זאל שיקן די שיעורים פאר בית פיגא אין שטעטל.


בנוגע די לערערין וואס האט נישט קיין כח צו קומען ...; איך מיין זי דארף נאר אביסל חיזוק. עס איז אייער פליכט צו געבן די לערערינס גוטע ווערטער, דאס איז די וויכטיגסטע זאך פון א מנהלת; מיט אפאר גוטע ווערטער באקומען זיי כח און זיי וועלן טון א גוטע ארבעט מיט די גאנצע הארץ.


די חדר אין שטעטל דארף נאך א מנהל, איך ווארט דער מנהל ר' מרדכי אינדיג זאל זיך ארויסציען אהין, די מלמדים האבן נישט ווער עס זאל זיי העלפן, ווען א קינד איז חוצפה'דיג האט ער נישט וואו צו שיקן דעם קינד. נעכטן האט א מלמד צוגעכאפט די גלעזער פון א קינד ווייל ער איז געווען נישט דרך ארץ'דיג, ווען איך האב דאס געהערט האב איך געבעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, ווי בין איך דא? וואס איז דא?" אויך האט א מלמד גע'קנס'עט א קינד מיט נישט אהיימגיין פון חדר ווייל ער איז נישט דרך ארץ'דיג, דאס איז נישט נארמאל; דאס איז נישט קיין קנס און דאס טוט מען נישט, איך האף אז ביז זומער וועט זיין א מנהל און זאכן וועלן ווערן מסודר.


זייער גוט אז מען האט צעטיילט די צוויי מיידלעך ... מיט ..., די עלטערן פון משפחת ... זענען אביסל ברוגז, זיי מיינען אז מיר ווילן זיך ספעציעל פארלייגן אויף זייער טאכטער; וואס קען מען טון? נישט אלע עלטערן ווייסן ווי אזוי עס ארבעט חינוך, עלטערן פאלן פאר די קינדער ווען זיי זעען טרערן. איך שרייב עס אייך, איר זאלט וויסן אז די מאמע מיינט אז איר האט עפעס אויף איר קינד, איז אויב איר קענט רעדן מיט די מאמע - זאלט איר רעדן. אזוי אויך מרת ... האט זייער געשריגן אויף די לערערין מרת ... אז זי האט פיינט איר טאכטער. איך ווער אזוי צעמישט, איך ווייס שוין נישט ווער איז די קינד און ווער דארף זיין די מאמע... איך מיין מען זאל מאכן סקול פאר די עלטערן, זיי אויסלערנען מידות טובות און הכרת הטוב.


איך בעט אייך זייער מרת ... תחי', שטארקט אייך און שטארקט אלע טיטשערס זיי זאלן אריינלייגן אין די קינדער אמונה, יראת שמים און מידות טובות, און נישט שוואך ווערן פון גארנישט.


א גוט שבת.


איך האף צו קומען אין בית פיגא קומענדיגע וואך.

#28 - די שטיבער וואס מען לאכט אויף ערליכע אידן, פאלן די קינדער אוועק
שלום בית, צדיקים, וויכוחים, היכל הקודש, מוהרא"ש, אמונת חכמים, שבת טיש, ליצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, י"א שובבי"ם, כ"ה טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב הנאה פון דיר אז דו האסט שכל צו וויסן ווי צו גיין צווישן די טראפן; פון איין זייט נישט רעדן צו דיין ווייב קעגן אירע עלטערן, און פון די אנדערע זייט זאגסטו פאר דיין ווייב אז ביי ענק אין שטוב זאל מען נישט חוזק מאכן פון קיין ערליכע אידן. אירע עלטערן האלטן זיך פאר עכטע (מלשון אחטא) תלמידי היכל הקודש, זיי מאכן חוזק ביי אלע סעודות פון די תלמידים פון מוהרא"ש וואס זענען זיך מוסר נפש צו העלפן אידישע קינדער.


איך וויל פרעגן די אלע לצים, איר טוט דאך דאס זעלבע וואס מען האט געטון אלע יארן מיט מוהרא"ש; אלע יארן האט מען געשריגן אויף אונז: 'היתכן זיך נעמען א מורה דרך, מען טאר נישט גיין צו מפורסמים, נאר דער רבי און נאר רבי נתן', אבער מיר האבן זיך נישט צוטון געמאכט פון די לצים, מיר האבן געקוקט 'ווער איז אונז מחזק צו נעמען דעם רבי'ן און רבי נתן'; וויל איך פארשטיין, וואס איז יעצט ווען עס וואקסט אויף א נייעם דור וואס האט נישט זוכה געווען צו זיצן ביים טיש פון מוהרא"ש, טארן זיי נישט האבן ערליכע אידן וואס זאלן זיי מחזק זיין? דאס איז היכל הקודש? דאס איז מוהרא"ש?!


א שאד צו טענה'ן, א שאד גיין אין ויכוחים; נעם דיר דעם כלל, די שטובער וואס מען לאכט אויף ערליכע אידן - פאלן די קינדער אינגאנצן אוועק פון אידישקייט, די שטובער וואס דער שבת טיש דריידט זיך מיט ליצנות, פון די שטוב וועלן אלע אפלאזן דעם דרך התורה לא עלינו ולא עליכם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - רעדן נאר דיבורים וואס מען לערנט אין היכל הקודש
חיזוק פאר פרויען, צדיקים, דרשות, היכל הקודש, אמונת חכמים, לשון הרע, קשיות, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווען איר רעדט מיט די פרויען זאלט איר רעדן נאר דיבורים וואס מען לערנט אין היכל הקודש; רעדט פון אמונה, פון שמחה, אויך פון תפילה און פון שלום בית וכו'.


רעדט אויך אסאך פון אמונת חכמים, ווייל אן אמונת חכמים איז גארנישט דא; א מענטש אן א צדיק איז א פארלוירענער, א מענטש אן אמונת חכמים פאלט.


מוהרא"ש זאגט בשם דעם גרויסער צדיק רבי מרדכי פון לעכעוויטש זכותו יגן עלינו (הובא בספר אבקת רוכל): "אויב איז נגזר געווארן א גזירה אויפ'ן מענטש, ברענגט מען אים אריין קשיות אויף צדיקים, און אזוי פאלט ער און טראסקעט ער מיט נפילות נאכאנאנד".


רעדט אסאך פון נישט ווערן צעמישט פון לשון הרע און ליצנות. מען זאל שטענדיג זיך מאכן א חשבון 'ווער געבט מיר חיזוק אויף אמונה? ווער געבט מיר חיזוק אויף שלום בית? ווער געבט מיר חיזוק צו קענען שפירן דעם אייבערשטן? און אז מען רעדט אויף דעם צדיק טאר איך עס נישט אויסהערן'; ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט, אין יעדע דור זענען דא צדיקים וואס קענען גרינגערהייט מקרב זיין גאנץ כלל ישראל צום אייבערשטן, נאר דער סמ"ך מ"ם און זיינע מיטהעלפער מאכן חוזק, מאכן ליצנות און רעדן לשון הרע, דאס איז גורם מען זאל זיך דערווייטערן פון די צדיקים, און אזוי בלייבט מען נעבעך יעדער איינער אין זיין שקר.


ווען משה רבינו האט געזען ווי די אידן האבן זיך נאכגעשלעפט נאך די ערב רב האט ער אויסגערופן (שמות לב, כו): "מִי לַה' אֵלָי", ווער עס וויל זיך צוקלעבן צום אייבערשטן זאל זיך צוקלעבן צו מיר; ווייל נאר אזוי קען מען קומען צום אייבערשטן.


האט נישט מורא פון קיינעם.

#26 - שבת דארף מען זיין פרייליך און לעבן בשלום
שלום בית, צדיקים, שבת קודש, דרשות, אמונת חכמים, ראש ישיבה, פירושים, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט איז געווען זייער א שיינע שיעור. עס איז מיר געווען שווער פארצולערנען, איך בין זייער פארקילט און איך היס שטארק, אבער ברוך ה' צווישן איין היס און צווייטן איז ארויסגעקומען שיינע דיבורים; דעם רבינ'ס עצות, און אז מען איז מקורב צום צדיק, מען לערנט די ספרים פון צדיק - באקומט מען א שטארקע אמונה, מען לעבט א רואיגע לעבן, אזוי ווי דער פסוק זאגט (בראשית ו, ט): "אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק"; ווי אזוי קען מען לעבן א לעבן פון נֹחַ נֹחַ - אלץ זיין רואיג? אִישׁ צַדִּיק - אז מען איז דבוק צום צדיק!


העלף אנגרייטן דעם הייליגן שבת, און בשעת דו גרייטסט אן דעם שבת זאג: "לכבוד שבת" - נאכאמאל און נאכאמאל; ווייל יעדע מאל מען זאגט "לכבוד שבת" - קומט א קדושה אין שטוב.


שבת דארף מען זיין פרייליך און לעבן בשלום מיט די ווייב. דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כא, דף נז.): "אִם הוּא עָצִיב בְּחוֹלָא" אויב איז מען א גאנצע וואך טרויעריג, "דִּיְהֵא חָדֵי בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען שבת זיין פרייליך, "וְאִם אִית לֵיהּ קְטָטָה בְחוֹלָא" און אויב מען האט זיך געקריגט דורכ'ן וואך, "עִם בַּר נַשׁ" מיט א צווייטן, "אוֹ עִם אִתְּתֵיהּ" אדער מיט די ווייב, "דִּיְהֵא לֵיהּ שְׁלָמָא עִמָּהּ בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען זיך שבת איבערבעטן און לעבן בשלום, "וּבְדָא לֵית רְשׁוּ לְקָרְבָא לְסַם הַמָּוֶת חֲלָלָה, וּלְבַעִִלָהּ דְּאִיהוּ אֵל אַחֵר חִלּוּל שַׁבָּת" ווייל אז מען איז שבת בשלום און מען איז פרייליך שבת, קענען די קליפות נישט האבן קיין שליטה אויפ'ן מענטש, "וּבְגִין דָּא אָמְרוּ קַדְמָאֵי, 'אִם יִשְׂרָאֵל הֲווֹ מְקַיְּימִין שַׁבָּת אַחַת כְּהִלְכָתָהּ, מִיָּד הֲווֹ נִגְאָלִין'" דעריבער זאגן די הייליגע חכמים, אויב אידן היטן אפ שבת אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען איז פרייליך און מען קריגט זיך נישט - ווערט מען אויסגעלייזט.


איך בין נאך אביסל פארקילט, איך היס נאך אביסל; עס איז אבער מיט גרויס חסדים.


א פרייליכן שבת.

#25 - רעד צו די בחורים זיי זאלן זיך נישט לאזן וואקסן א טשופ
בחור, יבנאל, סכנה, מוהרא"ש, דרייוון, בארד און פאות, אמונת חכמים, טשופ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט געהערט די ביטערע נייעס, איינער איז נעבעך אומגעקומען פון פארן מיט א מאטאר-סייקל. דו ווייסט וויפיל מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געווארנט אנשי שלומינו אין יבנאל נישט צו פארן מיט א מאטאר ביציקל, ווייל דאס איז סכנת נפשות; אזויפיל מענטשן ווערן גע'הרג'עט פון דעם, כמעט יעדן טאג איז דא הריגות פון דעם.


אז דו לערנסט מיט בחורים אין יבנאל און זיי פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש - דארפסטו רעדן צו זיי דיבורים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. זאג זיי, אויב מען פאלגט א צדיק - איז גוט, און אז מען האלט זיך קלוגער - איז זייער ביטער; אלע וואס גייען אין די וועג פון צדיק האבן א גוט לעבן, און אז מען האלט זיך קלוגער - איז זייער ביטער.


אזוי אויך זאלסטו רעדן צו די בחורים זיי זאלן זיך נישט נאריש מאכן מיט לאזן וואקסן א טשופ ווי די אומות העולם. זאג זיי וואס איז שיין; שיין איז אפגעשוירן ווי א איד. אזוי ווי מיר זעען, דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער (שיר השירים א, טו): "הִנָּךְ יָפָה רַעְיָתִי" כנסת ישראל, ביסט אזוי שיין; "הִנָּךְ יָפָה" ביסט שיין, "עֵינַיִךְ יוֹנִים" אזוי ווי די אויגן פון א טויב; זאגן די הייליגע חכמים (שיר השירים רבה א, טו): "מַה יּוֹנָה זֹאת מְצֻיֶּנֶת", אזוי ווי א טויב איז אויסגעצייכנט, מען דערקענט א טויב צווישן אנדערע פייגל, "כָּךְ יִשְׂרָאֵל מְצֻיָּנִין בְּתִגְלַחַת", אזוי אויך זענען אידישע קינדער אויסגעצייכנט מיט די וועג ווי מען שערט זיך אפ די האר, מען לאזט נישט איבער קיין טשופ אזוי ווי די אומות העולם און מען שניידט נישט די פיאות מיט די בארד; לייג אריין אין זיי וואס מיינט שיין, די וועג ווי אזוי דער אייבערשטער זאגט אונז מיר זאלן גיין - דאס איז שיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - רבונו של עולם, איך בעט דיר געב מיר מיין שידוך
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, התחזקות, סגולות, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ו' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, בארא פארק


איך ווייס עס איז דיר אזוי שווער, דו ביסט אזוי צעבראכן; דו האסט שוין געמיינט אפאר יאר צוריק אז דו וועסט האבן דיין שידוך, דו ביסט געווען זיכער אז מען וועט דיך צוכאפן יונגערהייט, און עס גייט אריבער נאך א יאר און נאך א יאר און גארנישט; עס גייט גארנישט, עס רירט זיך גארנישט, עס זעט אויס פארקלאפט, פארהאקט, פארמאכט אלע טירן.


דאך בעט איך דיר ליבער ברודער, הארציגער חבר, געב נישט אויף; דערהאלט זיך, דראפע זיך, בלייב מיט דיין אמונה, בלייב מיט אמונת חכמים, בלייב מיט אלע סגולות וואס דו טוסט. איך בעט דיר, האב נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, האב נישט קיין תרעומות, עס וועט דיר אויך ליכטיג ווערן, עס וועט קומען דיין ישועה, דו וועסט האבן דיין שידוך.


דו זיי ממשיך מיט התבודדות ותפילה; בעט דעם אייבערשטן, וויין צו אים, זאג אים:


"רבונו של עולם, איך גלייב אין דיר, איך גיי נישט אוועק פון דיר; איך בעט דיר געב מיר מיין שידוך, איך וויל שוין אזוי שטארק חתונה האבן, איך וויל זיין ריין, איך וויל נישט פוגם זיין בברית. איך וויל אזוי שטארק זיין גוט, העלף מיר, אנה ה' הושיעה נא, בזכות די צדיקים וואס האבן זיך פאר דיר מוסר נפש געווען".


ברודער שטארק זיך.


א כתיבה וחתימה טובה.

#23 - דער עיקר וואס מיר באקומען פון רבי'ן איז דאס איינשפריץ פון אמונה
תפילות אויף אידיש, אמונה, אומאן, ראש השנה, אמונת חכמים, קשיות, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער הארציגער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך הער דיינע קרעכצן, איך הער דיין ווייטאג. אבער טייערער ברודער, וויסן זאלסטו אז מיר ווייסן גארנישט, מיר גלייבן אין צדיקים; אז דער רבי האט געזאגט מען זאל קומען קיין אומאן צו אים אויף ראש השנה און ער וועט אונז געבן דאס בעסטע און שענסטע - איז עס אזוי, פשוטו כמשמעו.


איי וועסטו טענה'ען, ביסט געקומען פאריאר מיט מסירות נפש און מיט דעם איז דיר אזוי שווער ברוחניות ובגשמיות, עס איז דיר אריבער א שווערע יאר; דאס איז בכלל נישט קיין טענה, אדרבה, דאס איז א ראי' אז מיר מוזן קומען צום רבי'ן און זיך האלטן ביים רבי'ן. דער עיקר וואס מיר באקומען פון רבי'ן איז דאס איינשפריץ פון אמונה, אזוי ווי דער דאקטער, איידער ער גייט אפערירן דעם פאציענט, שפריצט ער אריין א מעדעצין וואס שלעפט איין דעם מענטש ער זאל קענען דערהייבן די יסורים וכו' - דאס טוט דער רבי מיט אונז, ער שפריצט אריין אמונה אין אונז, מיר זאלן גלייבן אז אלעס וואס פאסירט - איז נאר פון אים, אלעס וואס גייט אריבער - איז נאר פאר מיין טובה, אלעס אלעס איז נאר ער, און מיר קענען אים נישט פארשטיין, און מיר וועלן סיי ווי נישט פארשטיין.


טייערער ברודער, קום קיין אומאן; שפרינג אריבער אלע דיינע שווערע מניעות. יעצט האסטו ריכטיגע מניעות, ווייל ווילאנג די מניעות איז פון ארום און ארום; פון משפחה, ביזנעס, חברים וכדומה - דאס קען מען גרינג איבערטאנצן, אבער ווען די מניעות קריכן אריין אין מח מחשבה, מען הויבט אן האבן ספיקות ובלבולים אויפ'ן צדיק און אויפ'ן באשעפער - דאס איז שוין זייער ביטער.


די עצה פאר דעם זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו) איז שרייען מעומק הלב צום אייבערשטן:


"רבונו של עולם, וואס איז מיט מיר? וואס גייט פאר מיט מיר? איך האב קשיות און ספיקות. רבונו של עולם, ראטעווע מיך, איך קיל זיך אפ, עס פייניגט מיר מיין מחשבה, איך האב קשיות אויף די אמונה. רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר איך זאל בלייבן שטארק מיט אמונה, סיי אמונה אין דיר, און סיי אמונת חכמים. העלף מיר איך זאל האבן שפע, איך זאל ארויסגיין פון מיין דחקות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין מא:) 'עניות מעביר את האדם על דעתו ועל דעת קונו', ארעמקייט מאכט מען זאל פארלירן די דעת און פארלירן די אמונה, רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך זאל בלייבן צוגעקלעבט צום הייליגן רבי'ן, איך זאל זוכה זיין צו באקומען מיין תיקון, איך זאל נישט זיין פארווארפן סיי אויף די וועלט און סיי אויף יענע וועלט; די וועלט איז איין זאך, אבער מיין נשמה זאל האבן א רוה אויבן. העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה און שטארקע אמונת חכמים".


איך האף דיר צו זען אין אומאן ראש השנה.

#22 - איינפלאנצן אין די קינדער די דריי חלקים פון אמונה
כיבוד אב ואם, צניעות, לערערין, סקול, חינוך הילדים, אמונה, אמונת חכמים, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ענדערש זאלט איר זיך איינגעבן ביי אנדערע סקולס צו זיין א לערערין, מיר האבן גענוג לערערינס אין בית פיגא; ענדערש זאלט איר זיין א לערערין אין א צווייטע מוסד און דארט איינפלאנצן אמונה אין אידישע קינדער.


אמונה איז דער עיקר וואס מען דארף אריינלייגן אין קינדער, אמונה ווערט צעטיילט אין דריי חלקים:


די ערשטע און וויכטיגסטע - איז צו לערנען מיט די קינדער אז אלעס איז פונעם באשעפער, די וועלט האט א בעל הבית, איינער פירט אלעס; דער באשעפער מאכט אלעס און טוט אלעס, קיין שום זאך געשעט נישט און פאסירט נישט – נאר דורך אים.


אז עס קומט קאראנע – איז דאס פונעם באשעפער, אז די פרייזן הייבן זיך – איז דאס פונעם באשעפער, אז עס קומען הייסע טעג – איז דאס פונעם באשעפער, אז עס קומען שטורעם ווינטן, צונאמיס, מלחמות – אלעס אלעס איז פון באשעפער.


די צווייטע חלק, רעדט צו די קינדער פון צדיקים; דערציילט זיי מעשיות פון הייליגע צדיקים, פונעם הייליגן רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו, פון הייליגן רבי זושא זכותו יגן עלינו און פון אלע צדיקים.


די דריטע חלק איז אמונה אין זיך; הייבט אויף די קינדער, בויט זיי אויף, נעמט די מיידלעך וואס זענען ביי זיך צעקלאפט און בויט זיי אויף. ווען קינדער זאגן: "איך קען נישט", זאלט איר זיי זאגן: "קוק, דו קענסט יא; לאמיר פרובירן"; דאס איז זייער וויכטיג פאר קינדער, זיי זאלן האבן א לערערין וואס בויט זיי אויף.


איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער, זיך נישט עקשנ'ען דוקא צו קומען לערנען פאר קינדער אין בית פיגא. מיר האבן גוטע לערערינס וואס לערנען מיט די קינדער אמונה, ענדערש גייט אין א צווייטע מוסד – דארטן פלאנצן אמונה, אויך וועט איר זיך נישט דארפן קריגן מיט אייערע טייערע עלטערן.


אויף די צווייטע פראגע וכו'; פרעגט אייערע עלטערן, איר האט זייער חשוב'ע עלטערן, זיי פירן זיך מיט די העכסטע סטאנדארט צניעות. אויב אייער מאמע זאגט איר קענט גיין מיט וכו', זאלט איר זי אויסהערן.

#21 - יעדעס ווארט פון א צדיק האט א טיפע כוונה
צדיקים, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו דארפסט זיך זייער פרייען אז דו ביסט עוסק אין ארויסגעבן וועכענטליך די שיינע קונטרסים עצתו אמונה. זייער אסאך מענטשן זענען זיך מחי' מיט די בריוו; עס געבט זיי א פרישקייט אין עבודת השם, עס געבט זיי חיזוק אנצוגיין אין לעבן.


איך שיק דיר דא א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, דער סיפור ווי די צדקת אדל, די טאכטער פון בעל שם טוב - האט זיך משדך געווען מיט דער גרויסער צדיק רבי נחמן הורידענקער זכותו יגן עלינו:


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געהאט א גרויסער תלמיד רבי נחמן הורידענקער זכותו יגן עלינו. דער צדיק רבי נחמן הורידענקער איז געווען זייער נאנט צו זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב; ער האט אים זייער ליב געהאט, ער פלעגט אסאך אוועקפארן אויף ווייטע פלעצער צו טון שליחות'ן פאר זיין רבי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. וויבאלד ער האט נישט געהאט מער זיין ווייב, זי איז נפטר געווארן, פלעגט ער איבערלאזן זיין זון שמחה ביי אדל, די טאכטער פון בעל שם טוב.


איינמאל ווען דער בעל שם טוב איז געקומען באזוכן זיין טאכטער די צדיקת אדל, און ער האט געזען דעם קינד שמחה, האט ער זיך אנגערופן צו אדל: "דער אינגל געפעלט מיר!"


אדל האט נישט פארשטאנען וואס דער בעל שם טוב מיינט צו זאגן, זי האט אבער געוויסט אז יעדעס ווארט פון א צדיק האט א באדייט; זי האט זיך איינגע'חזר'ט די ווערטער וואס איר טאטע דער בעל שם טוב האט איר געזאגט.


שפעטער, ווען שמחה איז געווארן דרייצן יאר, און פייגא די טאכטער פון די צדיקת אדל איז געווארן גרייט חתונה צו האבן, האט זיך אדל דערמאנט אין די ווערטער פון איר טאטע, וואס ער האט איר געזאגט: "דער אינגל געפעלט מיר"; זי האט זיך פארוואונדערט: 'פארוואס האט מיר מיין טאטע געזאגט די ווערטער? מוז זיין ער האט געמיינט צו זאגן איך זאל זיך משדך זיין מיט דעם קינד'.


אזוי האט זי געטון, זי האט זיי חתונה געמאכט, און פון זיי איז ארויסגעקומען דער הייליגער רבי, רבינו נחמן בן פיגא ובן שמחה.


קינדער, מיר לערנען ארויס פון די מעשה אז ווען א צדיק זאגט א ווארט איז דאס מיט א כונה, און אויב מען לייגט גוט צו די אויערן, מען הערט אויס יעדעס ווארט פונעם צדיק, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל פארשטיין די מיינונג דערפון - איז מען זיכער אז מען טוט גוט, מען גייט אויפ'ן גוטן וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - אז מען ווייסט וואס צו טון, מיינט נישט אז מ'האט נישט קיין אמונת חכמים
שאלות, ספיקות, אמונת חכמים, עצתו אמונה, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט: "איך קוק מיך ארום און איך זע ווי מרת ... און ... און... און אלע האבן אזא אמונת צדיקים, יעדע זאך פרעגן זיי דעם ראש ישיבה, זיי האבן אייביג ליסטעס מיט זאכן צו פרעגן, און איך ווייס נישט גארנישט וואס צו פרעגן. ווי אזוי ווייסן זיי וואס צו פרעגן? מיר פאלט נישט איין אפילו וואס צו פרעגן, אבער איך פריי זיך ווען איך דערמאן זיך וואס דער ראש ישיבה זאגט, אז ווער עס ליינט עצתו אמונה און הערט די שיעורים ווייסט אלעס וואס מען דארף וויסן".


ווערט נישט צעבראכן פון אנדערע, ווערט נישט מבולבל פון אנדערע; אז מען ווייסט וואס צו טון, מען האט נישט קיין ספיקות - מיינט נישט אז מען האט נישט קיין אמונת חכמים. עס זענען דא וואס קומען פון שטובער אן חינוך, זיי ווייסן גארנישט אין לעבן, דעריבער פרעגן זיי יעדע זאך; אנדערע וואס קומען פון ערליכע שטובער, אזוי ווי אייך, וואס אייערע עלטערן האבן אייך געגעבן א גוטע חינוך - ווייסט איר אליינס ווי אזוי זיך צו פירן, דאס מיינט נישט אז איר האט ווייניגער אמונת חכמים; זיי ווייסן נישט ווי אזוי זיך צו געבן א ריר אין לעבן, זיי הייבן יעצט אן זייער לעבן, דעריבער פרעגן זיי יעדע זאך.


צעברעכט זיך נישט פון אנדערע, איר זענט מער פון זיי; קוקט נישט אויף אנדערע, מאכט נישט נאך אנדערע, ווילט נישט זיין ווי אנדערע, ווילט נאר איין זאך - טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


לערנט די בריוו פון עצתו אמונה, לערנט דאס אפאר מאל; עס איז נישט גענוג אריין צו בליקן שבת אין דעם, א גאנצע וואך זאלט איר לעבן מיט די בריוו. ווען איר זעט תפילות אין די בריוו - זאלט איר דאס מיט זאגן אויפ'ן קול, און ווען איר זעט אין די בריוו מען זאל דאנקען דעם אייבערשטן - זאלט איר אנהייבן דאנקען דעם אייבערשטן אויפ'ן קול.


ווער עס לערנט די בריוו ווייסט שוין אליינס ווי אזוי זיך צו פירן, מען דארף שוין נישט קיינעם.


א ליכטיגן חנוכה.

#19 - אז מ'גלייבט, באקומט מען די ישועה
ישועות, אמונה, אומאן, אמונת חכמים, ברכות

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דעם בריוו שרייב איך אייך פון אומאן. מיין ווייב זאגט מיר אז איר זענט זייער צעבראכן, איר זאגט אז אייער מאן האט אייך שוין צוגעזאגט די לעצטע פאר יאר אז ער גייט אהיימברענגען ישועות פון אומאן, און נאכאלץ ווארט איר אויף די ישועה, איר טראכט אז איר וועט שוין נישט געהאלפן ווערן.


דעריבער שרייב איך אייך פון אומאן, וויסן זאלט איר אז מען דארף האבן אמונה, מען דארף גלייבן אז תפילה העלפט, גיין צו צדיקים העלפט, בפרט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה העלפט; דאס וואס מען ווארט אויף א ישועה איז נאר פאר די טובה פונעם מענטש.


איך גלייב אז איר גייט האבן א ישועה, איך בין היינט געווען ביים ציון און אסאך געבעטן פאר אייך און פאר אייער מאן, אבער וויסן זאלט איר אז מען דארף האבן אמונה, אמונה איז די כלי מען זאל קענען מקבל זיין, אויב מען בעט א ברכה פון א צדיק, דער צדיק וואונטשט, אויב דער מענטש זאגט נישט "אמן", איז נישטא די פלאץ וואו די ברכה זאל חל זיין, ווען מען זאגט "אמן", מען גלייבט - דעמאלט קומט די ישועה.


די אלע וואס קומען צום צדיק און זאגן "איך האב שוין באקומען אזויפיל מאל הבטחות און למעשה איז גארנישט געשען", זיי האבן טענות; דאס איז די אייגענע פראבלעם, זיי דארפן גלייבן.


איר וועט האבן א ישועה ווייל איך גלייב אז איר וועט שוין געהאלפן ווערן.


כתיבה וחתימה טובה.

#18 - קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם צדיק
צדיקים, אומאן, ראש השנה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


פאר פרשת כי תבוא וויל איך לייגן א מעשה פון אומאן; איך שיק דיר די מעשה וואס איז געווען ביים רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה, ווי דער רבי האט געזאגט פאר'ן רב ער זאל נישט קומען און נאכדעם האט דער רבי געקרעכצט: "וואו איז דער רב? פארוואס איז ער נישט געקומען?"


דאס איז זייער א וויכטיגע זאך צו וויסן אין לעבן; ווען מען פרעגט א צדיק וואס צו טון - ענטפערט דער צדיק לויט יענעמ'ס מח, דער צדיק זאגט נישט אנדערש ווי יענער וויל הערן, ווייל מען קען נישט זאגן דעם מענטש ער זאל טון אנדערש ווי יענער וויל הערן.


מאך א בילד ווי איינער שטופט אוועק א צווייטן מיט א דיקע שטעקן און יענער כאפט זיך אן, ער גייט נישט אוועק; מאך די בילד עס זאל זיין אינטערעסאנט, די קינדער זאלן דאס גוט איינקריצן אין זיך, זיי זאלן בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן זייער גאנץ לעבן, אפילו עס וועט איבערגיין וואס וועט איבערגיין.


מעשה:


קינדער, ווער פון ענק קומט קיין אומאן?


שוין וואכן פאר ראש השנה גרייטן זיך ברסלב'ער חסידים אויף די נסיעה קיין אומאן, קיינער וויל נישט פארפאסן א ראש השנה ביים רבי'ן, די גאנצע וועלט איז דאך אנגעהאנגען אין רבינ'ס ראש השנה. יעדער מאכט זיינע הכנות, מען גרייט זיך אויף די נסיעה, אבער דער רב, דער ברסלב'ער רב, רבי אהרן זכרונו לברכה - ער ווייסט נישט וואס צו טון; די ראשי הקהלה פון ברסלב בעטן אים יעדעס יאר ער זאל זיי נישט איבערלאזן, זיי האבן א טענה: "ווער וועט דאווענען פאר'ן עמוד? ווער וועט בלאזן שופר?" זיי זאגן פאר'ן רב: "איר קענט דאס נישט טון פאר אונז, איר קענט אונז נישט איבערלאזן, די יאר בלייבט דער רב מיט אונז!"


דער רב זכרונו לברכה ווייסט נישט וואס צו טון, פון איין זייט וויל ער נישט פארפאסן דעם רבינ'ס ראש השנה, ער וויל זיין אין אומאן, פון די צווייטע זייט האט ער אסאך דרוק פון די ראשי קהילה. רבי אהרן איז מחליט אז ער גייט פרעגן דעם רבי'ן, דער רבי זאגט פאר'ן רב: "אודאי זאלסטו נישט קומען, ווי אזוי קענסטו קומען ראש השנה קיין אומאן? דו קענסט דאך נישט איבערלאזן דיין קהילה", רבי אהרן זאגט דעם רבי'ן: "אבער רבי, איך האב דאך געהערט פון רבי'ן אז זיין ראש השנה ביים רבי'ן איז גרעסער פון אלעם", זאגט אים דער רבי: "דעמאלט פארוואס קומסטו נישט?" ענטפערט דער רב: "איך קען נישט איבערלאזן די קהילה", "אויב אזוי" - זאגט דער רבי "בלייב מיט דיין קהילה".


רבי אהרן איז געבליבן אין ברסלב, ער איז נישט געקומען צום רבי'ן קיין אומאן. ראש השנה פרעגט דער רבי: "וואו איז דער רב, רבי אהרן?" דעם רבי'ן האט זייער וויי געטון אז ער איז נישט געקומען, דער רבי האט געזאגט: "אלעס דארף מען פאלגן א צדיק, אויסער ווען דער צדיק זאגט מען זאל נישט קומען צו אים אויף ראש השנה, דעמאלט טאר מען נישט פאלגן, נאר מען דארף קומען צו אים".


שפעטער ווען דער הייליגער רבי נתן האט געטראפן דעם רב רבי אהרן, פרעגט אים רבי נתן: "אהרן, וואו ביסטו געווען? פארוואס ביסטו נישט געקומען צום רבי'ן?" האט דער רב געענטפערט: "דער רבי האט מיר געזאגט איך זאל נישט קומען", זאגט אים רבי נתן: "נישט זיין ביים רבי'ן ראש השנה?! ווען דער רבי זאל נעמען א דראנג און האקן אויף מיר און מיר אוועק שטופן וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען פון אים".


טייערע קינדער, מיר לערנען ארויס פון די מעשה צוויי זאכן, איינס אז אלעס דארף מען פאלגן א צדיק, אויסער ווען דער צדיק זאגט מען זאל נישט קומען צו אים, דעמאלט טאר מען נישט פאלגן; דער צדיק דארף ענטפערן לויט וואס יענער וויל, לויט יענעמ'ס מח, א צדיק ענטפערט וואס יענער וויל הערן.


צווייטנס, דאס גרויסקייט פון זיין ביים רבי'ן ראש השנה. אפילו דער צדיק שטופט אוועק, ער האקט מיט א האלץ - זאל מען זיך גוט אנכאפן און נישט אוועקגיין. בפרט מוז מען קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, ווייל דער רבי האט געזאגט אז יעדער דארף קומען קיין אומאן, קיינער טאר נישט פעלן. ראש השנה גייט מען דן זיין יעדן מענטש וואס וועט זיין מיט אים דעם קומענדיגן יאר, ראש השנה איז דער גרויסער יום הדין, אלע ציטערן, אלע טוען תשובה. דער רבי האט געזאגט: "אלע זאלן קומען קיין אומאן, איך וועל יעדן איינעם מתקן זיין.


אלע קינדער זינגען: "אומאן אומאן, ראש השנה; אומאן אומאן, ראש השנה; אומאן אומאן ראש השנה!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#17 - מקושר מיט'ן רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט
צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, סיפורי צדיקים, בריוו, אמונת חכמים, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע הארציגע בני ברק'ער חברים, אנשי שלומינו, וואס זענען זוכה צו טרינקען פונעם נחל נובע מקור חכמה.


איך באקום כמעט יעדן טאג בריוו פון בחורים און אינגעלייט פון חבורת בני ברק וואס בעטן זיך אז דער ראש ישיבה זאל שרייבן א בריוו ספעציעל פאר די חבורה. ווען איך ליין די בריוו וואס איר בעט טראכט איך צו מיר 'היינט גיי איך שרייבן א בריוו פאר זיי, איך מוז שרייבן'; אבער עס פאסירט דאס וואס פאסירט, איך שרייב נישט. גלייבט מיר, איך בין זייער אנגעשטרענגט, איך קום נישט אן צו וואס איך דארף טון, דעריבער ווערט עס אפגעשטופט נאכאמאל און נאכאמאל; יעצט האב איך אפאר מינוט, די בחורים פארן היינט אהיים פון שטעטל - קען איך יעצט שרייבן.


טייערע ברידער, שטארקט אייך מיט די עצות פון רבי'ן; דער וואס איז מקושר מיט'ן רבי'ן דא - דער וועט זיין אויבן אין הימל מקושר מיט'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן קא) עס איז געווען א איד, א תלמיד פון הרב הקדוש רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק זכותו יגן עלינו, ווען ער איז נפטר געווארן זענען געקומען די מלאכי חבלה און אים איינגערעדט אז ער לעבט נאך און ער איז עוסק אין מסחר, מען האט אים אריינגעשלעפט אין עולם התוהו, כאילו ער טוט ביזנעס, ער האט אנגעהויבן דמיונ'ען אז ער פארט צום יריד וכו'. דער איד איז געווען זייער דבוק צום גרויסן צדיק, ער פלעגט כסדר פארן צום הייליגן צדיק, אויפ'ן וועג צום יריד זאגט דער איד: "איך וויל גיין צו מיין רבי, הרב הקדוש רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו", האבן אים די ארבעטערס - וואס זענען געווען מלאכים - אפגערעדט; זיי האבן אים געזאגט: "מען וועט גיין שפעטער וכו'", אזוי איז געווען אפאר מאל, ער האט געוואלט גיין צו זיין רבי און די מלאכים האבן אים אפגערעדט, ביז ער האט זיי געזאגט: "יעצט גיי איך ענק שוין נישט פאלגן, איך גיי צו מיין הייליגער רבי", און וויפיל זיי האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך נישט פאר די געשעפטן, האט ער געזאגט: "עס גייט מיך גארנישט אן, זאל איך פארלירן מיינע געשעפטן, איך פאר צו מיין רבי!" און ער האט זיך אנגעפאנגען שלאגן מיט זיי, ער האט געשריגן: "איר זענט מיינע ארבעטערס און איר דארפט מיר פאלגן!" האבן זיי אים אויסגעזאגט דעם אמת: "זאלסט וויסן אז דו ביסט א מת - א טויטער מענטש און דו גייסט נישט אין ערגעץ, דו קומסט מיט אונז", האט ער געשריגן: "איך וויל גיין צו מיין רבי!" האבן זיי אים געזאגט: "מה דאך פריער ווען מיר האבן געשפילט מיט דיר, מיר האבן דיר איינגערעדט א גאנצע מעשה כאילו דו לעבסט, דו ארבעטסט און מיר זענען דיינע ארבעטערס האבן מיר דיך נישט געלאזט גיין, יעצט וואס דו ווייסט שוין דעם אמת אז דו ביסט טויט און מיר זענען מלאכי חבלה - דארפן מיר דיך זיכער נישט פאלגן", עס איז געגאנגען קולות ביז דער בית דין של מעלה האט געפרעגט וואס די קולות זענען, האט מען זיי געזאגט וואס עס גייט פאר, האט בית דין של מעלה גע'פסק'נט אז זיי מוזן אים לאזן גיין צו זיין רבי וויבאלד ער פלעגט כסדר גיין צו זיין רבי, און דער הייליגער רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו האט אים געגעבן א תיקון.


האט דער רבי אויסגעפירט די מעשה, אז א מענטש איז שטארק דא אויף די וועלט מיט א צדיק - וועט אים דער צדיק מתקן זיין.


גייט א טענצל: "אומאן אומאן, ראש השנה! אומאן אומאן, ראש השנה!!" מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר פארן שוין קומענדיגע וואך צום רבי'ן קיין אומאן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך זייער פרייען, אזוי ווי עס שטייט (נחמיה ח, י): "אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַּקִּים", עסט גוטע זאכן און טרינקט זיסע געטראנקען, "כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", אונזער שטארקייט איז - זיך פרייען מיט'ן אייבערשטן.


איך האף אייך אלע צו זען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#16 - א פרייליכע געשמאקע בית המדרש
מקוה, שמחה, הפצה, צדיקים, דרך ארץ, מחלוקת, מדות טובות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, חומש רש"י, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, מנהיגים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי - מברכים סיון, כ"ה אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


חזק, חזק, ונתחזק! אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! חסדי השם יתברך מיר האבן מסיים געווען ספר ויקרא, דעם קומענדיגן זונטאג הייבן מיר אן ספר במדבר; יעצט איז א גוטע צייט פאר א פרישע התחלה, אנהייבן לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום מידי יום ביומו; אז מען איז מעביר סדרה טאג טעגליך איז מען זוכה צו ענדיגן די פרשה יעדע וואך.


איך געדענק נישט א שיעור ביי מוהרא"ש וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון דאס גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין. איבער צען יאר האב איך זוכה געווען צו זיין יעדע וואך ליל שישי ביים שיעור, איך האב כמעט נישט פארפעלט קיין איין שיעור, און יעדע וואך האט מוהרא"ש געשפירט פאר וויכטיג נאכאמאל צו רעדן פון די גרויסע מצוה פון מעביר סדרה זיין.


אינטערעסאנט פארוואס מוהרא"ש האט זיך פארלייגט דוקא אויף די מצוה, עס איז דא צענדליגער סימנים אין הלכות שבת, פארוואס פונקט פון די הלכה אין סימן רפ"ה, דאס האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט? מען קען פרעגן נאך אסאך מער, מען זעט ביי ערליכע אידן איז מען זייער מקפיד אויף געוויסע זאכן, צום ביישפיל מען איז זייער מקפיד אויף מקוה, מען איז זיך מוסר נפש אויף מקוה; אז די מקוה איז קאלט וועט מען אריינשפרינגען אין א קאלטע מקוה וכו'. אזוי אויך נעגל וואסער, דאס איז ביי ערליכע אידן ממש ווי פון די וויכטיגסטע זאכן, וואס איז די פשט אז צדיקים האבן גענומען געוויסע זאכן און פון דעם געמאכט א גרויסער עסק?


אלא מאי איז געדרונגען אז דער קשיא איז דער תירוץ, זעט אויס אז די זאכן זענען זייער וויכטיג פאר'ן מענטש; אפילו מיר פארשטייען נישט וואס עפעס די זאכן, דאס איז ווייל מיר זענען זייער ווייט, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען צו עסן, צו טרינקען און צו געשמאקע זאכן. די צדיקים - זיי זעען וואס טוט זיך אין הימל, זיי זעען וואס טוט זיך מיט א נשמה, זיי זענען אונז מודיע אויף וואס מיר זאלן זיך מוסר נפש זיין.


נישט נאר מוהרא"ש האט געמאכט אן עסק פון מעביר סדרה זיין, אלע צדיקים האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון לערנען חומש רש"י. דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווער עס לערנט יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י"; אויך זאגט מען נאך פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה. דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט א סדר פאר זיינע תלמידים אז זיי זאלן יעדן טאג לערנען חומש מיט רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, און אזוי האבן זיך געפירט אלע רבי'ס פון חב"ד, און אזוי פירן זיך היינט אויך חסידי חב"ד; יעדן טאג צו לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, ווייל דאס ברענגט יראת שמים.


איך געדענק ווען איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז מען זאל שוין אנהייבן פון אנהייב וואך מעביר סדרה זיין, האב איך געטראכט אז דאס איז אפשר פאר אנדערע, דאס איז נישט פאר מיר; איך טו וואס דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [עמוד שנז]) אז מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת, אבער מוהרא"ש האט מיר אויפגעעפנט די אויגן און געוויזן זיך נישט צו נארן, 'קוק אויף זיך, אויב ביסטו טאקע מעביר סדרה וועכנטליך'; א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַך חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה, און אזוי פיר איך זיך, בעט איך אייך איר זאלט זיך אויך אזוי פירן, איר זאלט אנהייבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין.


טייערע חברים, ליבע ברידער, נעמט נישט קיין חלק אין קיין שום מחלוקות, ווי עס איז דא מחלוקות זאלט איר אנטלויפן; בפרט ווען עס רעדט זיך פון מחלוקת לשם שמים, די מחלוקת לשם שמים איז זייער ביטער; דארט קען מען איינזינקען אין די גרעסטע טומאה. ליידער אין ברסלב איז דא פלעצער וואס איז א פלאץ פון מחלוקות, אנשטאט מען זאל רעדן דיבורי אמונה, דיבורי תכלית - רעדט מען אויף דעם און אויף יענעם; דער איז א מפורסם של שקר, דעם דארף מען רודפ'ן, ער איז נישט די ריכטיגע ברסלב, ער איז נישט פון אונזערע לייט, איך ווייס נישט אויב יענער איז פון אונזער לייט אדער נישט, אבער דו וואס דו רעדסט קעגן דעם און יענעם - דו ביסט זיכער נישט פון אונזערע לייט. וואס וועסטו ענטפערן ווען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן וועט קומען און דיר געבן א קנאק און אוועק נעמען דיין נשמה? וואס וועסטו אים זאגן, דו ביסט יא דער מלאך המות, דו ביסט נישט דער ריכטיגער מלאך המות, דער מלאך המות איז פון אונזער לייט, אדער איז ער נישט פון אנזערע לייט, וואס וועסטו דעמאלט טון? וועסט דאך נישט וויסן וואס צו טון פאר בושה, וועסט נישט וויסן וואס צו טון פון פחד!


בעט איך ענק טייערע ברידער, אז מיר האבן זוכה געווען צו נתקרב ווערן צום רבי'ן - טארן מיר נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, אדער חס ושלום אונטער שרייבן א צעטל קעגן אנדערע. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "המגביה ידו על חבירו [...] נקרא רשע", דער וואס הייבט אויף זיין האנט אויף זיין חבר - איז א רשע; וואס איז די זאך אז מען הייבט נאר אויף די האנט איז מען שוין א רשע? מען האט דאך נאכנישט געשלאגן? נאר דאס גייט ארויף אויף דער וואס הייבט אויף זיין האנט צו אונטער שרייבן א צעטל קעגן זיין חבר, ער הייבט אויף די האנט מיט א פענע צו חתמ'נען קעגן א צווייטן דער איז "נקרא רשע".


בעט איך מיינע טייערע ברידער פון ירושלים, איר האט א בית המדרש אין מאה שערים; דארט איז א פלאץ פון גאר ערליכע אידן, דארט וואוינען זייער חשוב'ע משפחות, אויך איז דארט פארהאנען זייער אסאך וואס זענען פארנומען מיט אנדערע, דארט איז דער פלאץ וואס מען איז דן ווער איז פון אונזערע און וועם דארף מען אויסשפייען; איר זאלט נישט האבן קיין שייכות מיט רודפ'ן א צווייטן, נאר האבן שייכות מיט מקרב זיין יעדן איינעם. אז איר וועט זיך אזוי פירן וועט איר נאך אביסל דארפן האבן גאר א גרויסער שול, ווייל מענטשן האבן נישט קיין כח צו מחלוקת, מענטשן זוכן א בית המדרש וואו מען לאזט דאווענען, א בית המדרש וואו מען קען הערן א גוט ווארט, א בית המדרש וואו מען זעט מענטשן שמייכלען. איר האט געזען וויפיל הונגעריגע מענטשן זענען געקומען צו גיין די וואך מאנטאג צום שיעור, וואס קומט מען? וואס וויל מען? מען וויל פשוט א גוט ווארט, א ווארט מיט וואס מען וועט קענען צוען נאך א טאג דינען דעם אייבערשטן.


ביי אונז אין אמעריקע איז דא אסאך פלעצער וואו עס איז פארבאטן צו שמייכלען, אויב איינער שמייכלט איז א סימן אז ער איז נישט קיין ערענסטער אינגערמאן; אין א סאך שולן לאזט מען נישט שמייכלען, מען מוז זיין זייער דערביטערט. איך ווייס נישט ווי אזוי עס איז ביי ענק, איך מיין אז אין ירושלים, בפרט אין מאה שערים - איז אויך דא געוויסע שולן וואס מען טאר נישט שמייכלען דארט, אויב מען שמייכלט איז מען שוין א קאליקער. בעט איך ענק, אויב איינער וויל זיין דערביטערט זאל ער גיין אין א צווייטע פלאץ, מיר דארפן טון וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך.


ביים דאווענען זאלט איר נישט רעדן, איך בעט אייך, אלע זאלן אכטונג געבן נישט צו רעדן ביים דאווענען, נישט עסן און טרינקען ביים דאווענען; אויב דו שפירסט אז מען דאוונט צו שטייט פאר דיר - קענסטו זיך מתבודד זיין, קיינער זאל זיך נישט מישן ווי אזוי צו פירן דעם שול. איך האב ממנה געווען גבאים - זיי פירן דעם שול אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט, אויב איינער האט עפעס וואס צו זאגן - קען ער מיר שרייבן, איך ליין אלע בריוו, איך ווארט אויף יעדן איינעם פון אנשי שלומינו זאל מיר שרייבן לכל הפחות איין מאל א וואך, אבער זיך נישט מישן אין שול, נישט רעדן ביים דאווענען און זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ.


איך וויל נישט אונזער שול זאל אויסקוקן ווי ביי די הפקר'דיגע ברסלב'ע שולן וואו קיינער טאר נישט זאגן, און אויב איינער וועט זאגן ווי אזוי זיך צו פירן קען מען חס ושלום נכשל ווערן און ווערן א בחינה פון א מפורסם של שקר השם ישמרינו, נאר אויב דו קענסט אונטער שרייבן קעגן א צווייטן - דאס איז מותר, דאס איז נישט פון די בחינה פון זיין א מפורסם של שקר, אויך אויב דו קענסט רעדן א דרשה קעגן א צווייטן - דאס איז כשר, אויב דו וועסט זאגן חיזוק, אדער ווי אזוי זיך צו פירן - דאס טאר מען נישט, דער שול אין ירושלים וועלן מיר פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס אוועקגעשטעלט, עס מוז זיין דרך ארץ; אלע מתפללים און בחורים זאלן זיך צושטעלן לויט ווי די גבאים פירן די שול, אויב איז דא וואס צו פאררעכטן, אויב איז דא וואס איז נישט גוט - קענט איר מיר שרייבן.


איך בעט אייך איבער אז איך בין נישט געקומען אין שול צו אייך, איינער א צעבראכענער איד מיט זיין צעבראכענע ווייב זענען געקומען דארט, זיי האבן געוואלט מאכן א טומל וכו' וכו', איך האב מקיים געווען וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", דער וואס אנטלויפט פון א צרה - איז קלוג.


ווער עס וויל זיך אננעמען פאר מיר, ווער עס וויל מוחה זיין אויף די וואס טשעפען מיר - זאל נעמען נאך גליונות, נאך קונטרסים און דאס פארשפרייטן; מער פון דעם זאל קיינער זיך נישט קריגן פאר מיר, דער אייבערשטער העלפט מיר, ער קריגט פאר מיר.


א פרייליכן שבת.