בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#135 - מען מוז ענדיגן מגיה זיין און דרוקן אשר בנחל אידיש
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, שובבי"ם, ד' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל בית הדפוס היכל הקודש ליבערטי


איך האב נישט קיין מנוחה אז איך האב צוגעזאגט בתורת נדר אז איך וועל דרוקן און פארשפרייטן ספר אשר בנחל אין אידיש, און נאכאלץ האט מען נאכנישט געקענט ענדיגן מגיה זיין און דאס טון.


ובכן וויל איך דיר זאגן זאלסט שוין יעצט צוריק נעמען אלע מכתבים פון ... און זוכן א צווייטער זאל דאס טון, אפשר קענסטו דאס טון דורך ....


איך האב געלט פאר דעם פראיעקט, איך וויל דאס זען אינדרויסן אויף די יאר, און אז דאס וועט זיך שלעפן – וועל איך דאס אוועקנעמען פון דיר, איך וועל גיין צו א צווייטן דאס דרוקן.


איך בעט שוין די זאך פאר די לעצטע פינף יאר, און עס איז נישט גערעכט אז גארנישט רוקט זיך נישט.

#134 - וואס מען טוט פאר הדפסה און הפצה, איז א תיקון אויף אלעס
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה ה'תשפ"ד, פה אומאן ביים רבינ'ס ציון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל דיר געבן א זיסע יאר, עס זאל קומען די אלע זכותים דיינע וואס דו טוסט פאר הדפסה, די גליונות און די קונטרסים וכו' וכו', און אויך וואס דיין ווייב טוט פאר הדפסה, ליכטיג מאכן אידישע הערצער, פרייליך מאכן אידישע שטיבער.


וואס מען טוט פאר הדפסה, הפצה – איז א תיקון פאר אלעס וואס מען דארף מתקן זיין.


זאלסט האבן א כתיבה וחתימה טובה.

#133 - ווייטער דרוקן די איבריגע חלקים פון אשר בנחל אין אידיש
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מנהל קרן הדפסה קרית ברסלב


איך וויל וויסן אויב מען קען זיך ווייטער רוקן מיטן דרוקן די איבריגע חלקים פון אשר בנחל אין אידיש; נדרי לה' אשלם, איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל דרוקן די אידישע בריוו, איך ווארט שוין איבער צוויי יאר צו דרוקן חלק ג' און עס רוקט זיך נישט ווייטער.


אפשר ווילסטו נאכאמאל פרעגן ... אויב ער וויל ווייטער מגיה זיין די בריוו; ווייל אויב עס וועט זיך ווייטער ציען - וועל איך דארפן נעמען א צווייטן מגיה, איך מוז דאס ענדיגן דרוקן, איך מוז מקיים זיין מיין נדר.


א שאד דו געבסט נישט ארויס די עצתו אמונה פאר קינדער אלע בענדער; הויב אן מיט נישט קאלירטע, ווארט נישט ביז עס וועט ווערן פארטיג די קאלירטע, א שאד; דאס וואלט ווען געווען א גוטע זאך פאר מפיצים, זיי וועלן דאס קענען באקומען פאר ביליג און מענטשן וועלן דאס צוכאפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#132 - איך האב זיך מחי' געווען אין שטעטל און אין ישיבה קטנה
שכר לימוד, חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, הדפסה, שטעטל, סדר דרך הלימוד, תכלית, ישיבה, האטליין, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק געקומען פון שטעטל, איך באקום אזויפיל חיות יעדע מאל איך גיי דארט באזוכן, זען דאס שיינקייט פון אנשי שלומינו.


איך בין ארויסגעפארן פארטאגס, זעקס אזייגער, איך בין געגאנגען אין מקוה איידער איך בין ארויסגעפארן, איך בין געווען כמעט א גאנצן טאג אין אונזער נייע ישיבה. איך בין אנגעקומען נאך פאר די בחורים קומען אן, איך האב געלערנט מיינע שיעורים. בערך ניין אזייגער קומען די בחורים אן, איך האב אלע באגריסט און אלע האבן זיך געזעצט לערנען אזוי ווי דערוואקסענע מענטשן, אן קיין משגיח, אן קיין טרייבער, יעדער איינער ווייסט וואס ער האט צו טון; איינער מיט חומש, א צווייטער מיט א משניות, איינער מיט א גמרא און א צווייטער מיט א תהילים; א תענוג דאס צו זען.


מיר האבן געדאווענט אינאיינעם שחרית, און געגעסן פרישטאג, געשמועסט אינאיינעם. נאך פרישטאג האבן זיי א שיעור פון זייער מגיד שיעור, בין איך אריבערגעגאנגען אינעם בית הדפוס. ווען מען פארט אריבער דעם בנין פונדרויסן זעט מען גארנישט, עס זעט אויס ווי א שטילע ליידיגער בנין, אבער אינעווייניג טוט זיך א מעכטיגע אפעראציע, מען דרוקט טויזנטער ספרים, גליונות, אלע סארטן. אויבן זיצן אינגעלייט, איינער פירט דעם האטליין קול ברסלב וואס צענדליגער טויזנטער מענטשן נעמען לופט טאג טעגליך צו אטעמען, א צווייטער מאכט דעם שטעטל בלעטל, אויך איז דא אין באזונדערע אפיסעס ווייבלעך וואס ארבעטן פאר הדפסה, איינער מאכט די בריוו אויף ענגליש, א צווייטע שטעלט אויס דעקלעך פאר אלע ספרים, אויך דער כולל אפיס געפינט זיך דארט, נאכדעם דער מנהל פונעם בית הדפוס און דער פאנדרעיזער. איך האב געקלאפט א מזוזה אויף די נייע אפיסעס, אויך האט מען מכבד געווען דעם נדבן מיט קלאפן א מזוזה, אויך דער פאנדרעיזער פונעם כולל. מיר האבן אביסל גערעדט דארט, זיך מחזק געווען מיט שיחות פון הייליגן רבי'ן.


איך בין גלייך צוריק געגאנגען אין ישיבה לערנען מיט די בחורים סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אויך האב איך געגעבן א שיעור גמרא, פארגעלערנט דעם בלאט. נאכדעם האבן מיר שפאצירט צום גראסערי, איך האב געזאגט יעדן בחור ער זאל עפעס נעמען און איך וועל דאס באצאלן; מען מוז אזוי מאכן, מען קען נישט נאר זאגן "לערן", "דאווען", "קוק אריין אין סידור", "שאקל זיך", מען מוז אויך שפאצירן, געבן גוטע זאכן, מאכן א לופטיגע פרייליכע אטמאספער, און אזוי קען מען נאכדעם פועל'ן לערנען און דאווענען.


עס איז זייער וויכטיג פאר אלע וואס טוען אין חינוך, און אויך פאר עלטערן אין שטוב; מען קען נישט נאר זאגן "טו נישט", "מאך נישט", "גיי נישט", עס מוז זיין א געשמאקע לופט, מען דארף טון אסאך פרייליכע זאכן און געבן א סאך גוטע ווערטער, און אינדערמיט זאגט מען "מאך אזוי", "טו אזוי", "גיי אזוי"; און נאר מיט אסאך תפילה און בקשה זעט מען פירות.


מיר האבן געדאווענט מנחה און נאך אביסל פארברענגט מיט שיינע שיחות און שיינע שמועסן.


פון דארט בין איך געגאנגען צום נייעם קימפעטארין היים, אונזער "ילד שעשועים". דארט איז פארגעקומען א חנוכת הבית מיט א קביעות מזוזה אינאיינעם מיט א שבע ברכות פאר משפחת אפפעל און משפחות ברוין, איך האב געלייגט א מזוזה און מכבד געווען ר' אייזיק אפפעל וואס ער מיט זיין ווייב האבן גענומען דעם פראיעקט, זיי לייגן אריין זייער גאנצע הארץ און נשמה. אויך האב איך מכבד געווען יואל הכהן חבר הנהלה - זאל לייגן א מזוזה, ווייל ער שטייט אונטער די גאנצע זאך, עס איז אים צו פארדאנקען פון אנהויב שטעטל ביז יעצט, יעדע זאך איז אים צו פארדאנקען.


דערנאך האבן מיר זיך געוואשן צו א סעודה, מיר האבן זיך זייער מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן פון רבי'ן. דער רבי העלפט אונז לעבן ברוחניות און בגשמיות, דער רבי מאכט אונז לערנען, ער דערמאנט אונז פונעם אייבערשטן, ער מאכט אונז טראכטן פון עלמא דאתי, עס קומט נאך א וועלט, און אין די זעלבע צייט העלפט ער אונז לעבן אין שטוב מיט א ווייב און קינדער, מיר קענען חתונה מאכן די קינדער פשוט, איידל און באשיידן.


איך בין יעצט אהיים געקומען, איך האב געהאלפן לייגן שלאפן מיינע קינדער. מען האט מיר געבעטן אין שטעטל איך זאל נאך קומען דא, און נאר דא, און נאר איין מינוט דא, אבער אהיים גיין העלפן די ווייב איז נאך מער וויכטיגער פון אלע זאכן.


איך בעט דיר זייער, דו זאלסט אויך אזוי טון, גיי אהיים, לאז אלעס אפ, אפילו מען וועט דיר פארנארן 'קום דא', און 'גיי דא', און 'מען מוז וכו' וכו'; דו גיי אהיים, רעד צו דיינע קינדער. פרעג יעדן טאג דיינע קינדער אויב זיי זענען דרך ארץ'דיג; זיי זאלן זען אז דאס איז נישט קיין שפיל, און דאס מוז זיין.


אונזערע מוסדות איז יעצט אין א שווערע מצב, מען האט נישט צו באצאלן די איינגעשטעלטע. די בחורים אין ישיבה אין שטעטל זיצן מיט די מאנטלעך פארפרוירן, איך בין היינט דארט געווען און אויך געזיצן אין די קעלט מיט זיי, ווייל עס איז נישטא קיין געלט צו מאכן הייצונג. קען זיין איך בין שולדיג אז איך האב נישט געלאזט בעטן קעמפ געלט, איך האב געוואלט טון א טובה פאר אנשי שלומינו, זאלן נישט דארפן צאלן טויזנטער דאלער; דער אדמיניסטראטאר רפאל זאגט, איך האב אוועק גענומען א פערטל מיליאן דאלער פון די מוסד מיטן נישט לאזן בעטן קעמפ געלט, אבער יעצט זע איך אז שכר לימוד צאלט מען אויך נישט, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, איז ווי אזוי וועל איך ווייטער קענען אנגיין מיט די מוסד...


איך וויל בעטן אלע אנשי שלומינו זאלן צאלן שכר לימוד און זיך נישט שפילן מיט דעם, איך האב געדארפט טון די וואך א זאך וואס איך האב נישט געוואלט טון, מיר האבן צוזאמגענומען אלע טיטשערס און געזאגט מען גייט אראפ מיט די געהאלט, א גוטע פאטש אין פנים פאר מיר; גלייב מיר, איך בין גוט פארשעמט פון דעם. די מנהלת תחי' פרעגט, וואס גייט דא פאר? וואס זאל איך טון, אז אנשי שלומינו מאכן זיך נישט וויסנדיג פון די קינדער - איז נישט.


מארגן וועט זיין דער ליל שישי שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש אין לינדען ניו דשערזי אינאיינעם מיט א חנוכת הבית המדרש און סיום מסכת קידושין, סיום חצי ש"ס.


מאך א שיינע סיום אין שטוב, זאלן דיינע קינדער זען אז זייער טאטע לערנט תורה, ווייז זיי וואס איז חשוב; ביז אהער ווייסן זיי שוין אז א קאר איז זייער א חשוב'ע זאך, ווייל פון דעם רעדט מען טאג און נאכט. אויך ווייסן זיי אז האבן אן אייגענע הויז איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין לעבן, ווייל פון וויגעלע הערן זיי רעדן ווען גייט מען שוין קויפן א הויז, און מען קויפט שוין וכו' וכו', יעצט איז געקומען די צייט זאלסט זיי ווייזן וואס איז טאקע חשוב; מאך א סיום, נעם צוזאם די קינדער פון שטוב ביי נאכטמאל וכדומה, און זיי מסיים, געב א גוטע נאש, און זינג און טאנץ: "א מחי' א בלאט גמרא!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#131 - קויף נישט אייגענע מאשינען צו דריקן די גליונות
הדפסה, גליון, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


קויף נישט אייגענע מאשינען צו פרינטן די גליונות, אפילו עס מאכט זיך וואכן וואס די גליונות ווערן פארטיג שפעטער און די בית הדפוס וויל שוין נישט דרוקן - ווילסטו קענען אליין דרוקן.


ענדערש זאל נישט זיין קיין גליונות און עצתו אמונה פאר די וואך, ווי איידער טשעפען דעם בית הדפוס.


פון וואו זאל איך קענען באצאלן די איינגעשטעלטע פון בית הדפוס אז אלע וועלן דרוקן פאר זיך...? און אז מען וועט מער נישט נעמען ביים בית הדפוס ספרים, קונטרסים, גליונות וכו' – וועל איך דארפן פארמאכן, חס ושלום.


ענדערש זאלסטו רעדן צו די מתנדבים וואס ארבעטן לשם שמים אן קיין געלט, זיי זאלן זיך צואיילן מיט די גליונות, אז עס זאל זיין גרייט זונטאג אז מען זאל דאס קענען דרוקן אינעם בית הדפוס קרית ברסלב ליבערטי.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט – זאלסטו זאגן די ווערטער.


 

#130 - דער יצר הרע וויל נאר צעברעכן אז ס'פעלט נישט אויס די ספרים און גליונות
התחזקות, הפצה, הדפסה, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואלסטו געוואוסט וויפיל אידן זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים פון 'אשר היה אל יואל', מיט די גליונות פון 'שיעורי חינוך' און מיט די גליונות פון 'ספורי מעשיות' - וואלסטו געטאנצן פאר שמחה א גאנצן טאג; אז דו האסט די זכיה צו עוסק זיין אין דעם.


דאס וואס דו האסט בלבולים וכו' וכו'; וויסן זאלסטו, אלע וואס טוען פארן רבינ'ס זאך האבן די געפיל אז זיי טוען גארנישט אויף. אזוי גייט עס, מען טראכט: 'ווער דארף די גליונות? ווער דארף די ספרים? וכו', מען שפירט ביי זיך ווי מען טוט גארנישט, אבער דאס איז נישט אמת; אודאי טוען די ספרים אויף, אודאי איז דאס מקרב מענטשן צום אייבערשטן, עס ברענגט אריין אזויפיל הרהורי תשובה.


איך האב אליינס געהערט כמה פעמים פון מוהרא"ש; פון די גרויסע מחלוקת און בזיונות פלעגט מוהרא"ש צומאל טראכטן 'ווער דארף די ספרים און וואס טוט דאס אויף?' און פינקט אין די מינוט איז פון הימל געקומען אן ענטפער; א בחור איז געקומען זאגן ווי ער איז געראטעוועט געווארן פון די ספרים, אדער א אינגערמאן איז געקומען דערציילן ווי ער איז געווען באגראבן אין שאול תחתית און די קונטרסים - דאס האט אים געראטעוועט.


אז דו האסט בלבולים, דו טראכסט דו געבסט אוועק אזויפיל צייט, וואס טוט דאס שוין אויף...? וויל איך דיר בעטן זאלסט אפלאזן די מחשבות, דאס איז פונעם סמ"ך מ"ם וואס זוכט אלע מיטלען ווי ער קען אפשטעלן די גליונות וואס איז מחזק אזויפיל מענטשן, און דאס ברענגט אריין אזויפיל הרהורי תשובה; נעמט ער זיך צו די ביינער פון די שרייבערס, טייפערס און מגיהים.


חזק ואמץ בכל כוחך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#129 - וואויל איז דיין חלק אז דו העלפסט דרוקן דעם ספר עצתו אמונה
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיין חלק אז דו האסט געגעבן צדקה צו דרוקן דעם זיבעטן חלק פון ספר עצתו אמונה.


דער ספר איז מחי' און מחזק אזויפיל אידן, עס ברענגט אריין אזויפיל הרהורי תשובה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך הצלחה און דו זאלסט ווייטער האבן די זכי' צו קענען ווייטער דרוקן די ספרים וואס פארשפרייטן אמונה און תשובה אויף די וועלט.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#128 - דער זכות פון איבערטייטשן די קינדער ביכל אויף ענגליש
הפצה, הדפסה, שטעטל, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך בין געווען דאנערשטאג אין שטעטל באזוכן דעם בית הדפוס, איך האב דארט געזען די ערשטע מאל די שיינע ביכל פאר קינדער אין ענגליש וואס איר האט איבערגעשריבן פון די קינדער עצתו אמונה; איך וויל אייך באדאנקען, איר זאלט וויסן דאס גרויסקייט און די זכותים וואס איר האט.


אויך די מפיצים זאגן מיר אז דאס איז א חידוש צווישן די משפחות וואס רעדן ענגליש; זיי כאפן דאס, זיי בעטן נאך חלקים.


איך שיק אייך דא נאך צען מעשיות פון די מעשה'לעך, און אז איר קענט דאס מתרגם זיין אין ענגליש איז דאס א גרויסע זאך.


איך בעט פאר אייך איר זאלט האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


אויך א גרויסן יישר כח פאר די חסד וואס איר טוט אין שטעטל מיטן אויסטיילן עסן פאר די קימפעטארינס. אין דעם זכות זאלט איר זיין געזונט און שטארק און האבן כח מיט די קינדער, זיי מחנך זיין, זיי אויפציען געזונטערהייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#127 - איינער דארף נעמען אחריות אז דער גליון זאל זיין גוט איבערגעטייטשט
הפצה, הדפסה, גליון

בעזרת ה' יתברך


        יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דעם נייעם גליון פון חינוך וואס איינער האט איבערגעטייטשט אויף ענגליש; מען קען דאס נישט ארויסגעבן נאר אויב עס איז דא איינער פון אנשי שלומינו וואס גייט דאס איבער און נעמט אחריות אויף דעם אז עס איז גוט איבערגעטייטשט.


פארבינד זיך מיט קרן הדפסה, זיי וועלן אייך געבן נעמען ווער עס קען דאס איבערקוקן און זיכער מאכן עס זאל זיין ריכטיג איבערגעטייטשט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#126 - חיזוק יומי המתורגם, איז יעצט די שטערקסטע און גרעסטע הפצה
התחזקות, הפצה, צדקה, צדיקים, הדפסה, התנגדות, חיזוק יומי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט אז די "קרן הדפסה" זאל איבערנעמען די חיזוק יומי המתורגם, צאלן פארן מתרגם זיין; איך וויל זייער איר זאלט עס איבערנעמען און באצאלן, דאס איז די שטערקסטע און גרעסטע הפצה אין די היינטיגע טעג.


איך געב דיר די ערשטע צען טויזנט דאלער. איידער איך בין געפארן קיין ארץ ישראל האט מיר א אינגערמאן פון שטעטל געברענגט צען טויזנט דאלער, ער דארף א ישועה; איך געב דיר אוועק די געלט, לייג עס אוועק פאר דעם צוועק, נאר פאר תרגום חיזוק יומי, דאס וועט זיין א זכות פאר אים.


איך בין דא אין ארץ ישראל, איך בין יעצט אין מירון. קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל מענטשן לעבן אויף די חיזוק פון רבי'ן בנוסח היכל הקודש, אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דאס אונז געגעבן. אמת, עס איז דא א קול הברה, דער משוגע'נער ... האט צאמגעשטעלט א ווידיא צו באשמיצן מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אבער דעם אמת קען מען נישט פארדעקן, אמת בלייבט אמת, צדיק בלייבט צדיק, עס ווערט ביים סוף וואס שטייט (תהלים ז, טז): "בּוֹר כָּרָה", ער גראבט א גרוב, און ער אליינס פאלט אריין אין דעם.


 


 

#125 - די נייע גליונות פון חינוך איז עפעס הערליך שיין
חינוך הילדים, הדפסה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך מוז דיר זאגן, די נייע גליונות פון חינוך איז עפעס הערליך שיין; אזויפיל מענטשן זענען זיך זייער מחי' מיט דעם, דיין זכות איז זייער גרויס.


איך וויל דיר בעטן זאלסט געבן אלע גליונות איידער דו דרוקסט עס פאר האברך יצחק שמואל פרענקל נרו יאיר, ער זאל דאס מגיה זיין. לכתחילה וואלט איך דאס געוואלט מגיה זיין, אבער איך האב נישט די צייט פאר דעם, וויל איך ער זאל דאס איבערקוקן, ער פארשטייט ווי אזוי מען שרייבט, ווייל ווען מען רעדט און מען שרייבט איז דאס צוויי וועגן.


שטארק זיך און זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן און התבודדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#124 - מכבד זיין טאטע מאמע אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן
קינדער, כיבוד אב ואם, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט. דו ביסט מחי' די וועלט, אלע האבן חיזוק פון דיר, אלע זענען זיך מחי' מיט די בריוו פון עצתו אמונה. ווען דו וואלסט ווען געוויסט וואס פאר א זכות דו האסט, וויפיל מענטשן טוען תשובה בזכות דיר, וויפיל מענטשן הייבן אן לעבן מיט יראת שמים, מיט שלום בית, מיט לערנען און דאווענען וכו' וכו' - וואלסטו געטאנצן און נישט אויפגעהערט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


די וואך וויל איך שרייבן פאר די קינדער די מעשה פונעם בן איש חי, פון כיבוד אב ואם. די מעשה ווערט געברענגט אין ספר בן יהוידע (על מסכת בבא מציעא דף לג).


קִינְדֶער יֶעצְט זֶענְט עֶטְץ דִי קִינְדֶער, אוּן נָאךְ אַבִּיסְל וֶועט אִיר זַיין דִי עֶלְטֶערְן. וִויל אִיךְ אַייךְ דֶערְצֵיילְן אַ מַעֲשֶׂה וָואס אִיר וֶועט זִיךְ לֶערְנֶען דֶערְפוּן אַז וִוי אַזוֹי מֶען פִירְט זִיךְ מִיט דִי עֶלְטֶערְן - אַזוֹי וֶועלְן דִי קִינְדֶער זִיךְ פִירְן מִיט עֶנְק.


עֶס אִיז גֶעוֶוען אַ גְרוֹיסֶער גְבִיר וָואס הָאט גֶעהַאט אַן אַלְטְן טַאטְן אַן אָרֶעמַאן, דֶער גְבִיר הָאט נִישְׁט אַכְטוּנְג גֶעגֶעבְּן אוֹיף זַיין טַאטֶע, עֶר הָאט אִים אַרוֹיסְגֶעוָוארְפְן פוּן שְׁטוּבּ אוּן עֶר הָאט גֶעדַארְפְט שְׁלָאפְן אִין גַאס מִיט אַנְדֶערֶע אָרֶעמֶעלַייט.


וַיְהִי הַיוֹם, עֶס אִיז גֶעוֶוען אִינְמִיטְן וִוינְטֶער, זֵייעֶר אַ קַאלְטֶע טָאג, וֶוען דֶער אַלְטֶער טַאטֶע אִיז גֶעזִיצְן אִין גַאס פְרִירְנְדִיג פַאר קֶעלְט, אִיז דָארְט אַרִיבֶּער זַיין אֵיינִיקְל - אַ זוּן פוּן דֶעם גְבִיר, הָאט דֶער זֵיידֶע גֶעבֶּעטְן זַיין אֵיינִיקְל: "אִיךְ בֶּעט דִיר, גֵיי בֶּעט דַיין טַאטֶע זָאל אוֹיף מִיר רַחְמָנוּת הָאבְּן אוּן מִיר שִׁיקְן אַ וַוארֶעמֶע מַלְבּוּשׁ אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט אוֹיסְגֵיין פַאר קֶעלְט דָא אִין גַאס". דֶער אֵיינִיקְל אִיז אַהֵיים גֶעקוּמֶען אוּן גֶעבֶּעטְן: "טַאטֶע, הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף זֵיידִי; זֵיידִי בֶּעט אַ וַוארֶעמֶע קְלֵייד", הָאט דֶער גְבִיר גֶעזָאגְט פַאר זַיין זוּן: "גֵיי אַרוֹיף אוֹיבְן אִין בּוֹידֶעם, דָארְט הָאבּ אִיךְ אַן אַלְטֶע קְלֵייד וָואס אִיךְ דַארְף סֵיי וִוי נִישְׁט, דָאס קֶענְסְטוּ טְרָאגְן פַארְן זֵיידְן".


דֶער זוּן אִיז אַרוֹיף אִין בּוֹידֶעם אוּן גֶעטְרָאפְן אַן אַלְטֶע קְלֵייד, פוּל מִיט רִיסְן אוּן גְרוֹיסֶע לֶעכֶער, עֶר אִיז גֶעוָוארְן זֵייעֶר אוֹיפְגֶערֶעגְט, עֶר הָאט גֶענוּמֶען אַ שֶׁערְל, אַיינְגֶעקְנֵייטְשְׁט דֶעם קְלֵייד אוּן דָאס צֶעשְׁנִיטְן אִין הַאלְבּ. וֶוען זַיין טַאטֶע - דֶער גְבִיר הָאט גֶעזֶען אַז דֶער זוּן קוּמְט נָאכְנִישְׁט אַרָאפּ, הָאט עֶר אַרוֹיפְגֶעשְׁרִיגְן צוּם בּוֹידֶעם: "וָואס טוּסְטוּ אַזוֹי לַאנְג אִין בּוֹידֶעם? גֵיי שׁוֹין מִיט דֶעם קְלֵייד צוּ מַיין טַאטֶע!" דֶער זוּן הָאט זִיךְ אָבֶּער וַוייטֶער פַארְזוֹימְט, עֶר הָאט גֶעעֶנְדִיגְט שְׁנַיידְן דֶעם קְלֵייד אוֹיף צְוֵויי שְׁטִיקְלֶעךְ אוּן אַרָאפְּגֶעקוּמֶען צוּ זַיין טַאטֶע מִיט אֵיין שְׁטִיקְל קְלֵייד, הָאט אִים דֶער טַאטֶע גֶעפְרֶעגְט: "פַארְוָואס הָאסְטוּ צֶעשְׁנִיטְן דֶעם קְלֵייד אוֹיף צְוֵויי שְׁטִיקְלֶעךְ?" הָאט עֶר גֶעזָאגְט פַאר זַיין טַאטֶע: "אֵיין שְׁטִיקְל לֵייג אִיךְ אַוֶועק פַאר דִיר, וֶוען דוּ וֶועסְט וֶוערְן אַן אַלְטֶער מֶענְטְשׁ וֶועל אִיךְ דִיךְ אַרוֹיסְוַוארְפְן פוּן שְׁטוּבּ, אוּן וֶוען עֶס וֶועט קוּמֶען וִוינְטֶער אוּן דוּ וֶועסְט זַיין קַאלְט - וֶועל אִיךְ דִיר שִׁיקְן דֶעם צְוֵוייטְן חֵלֶק פוּנֶעם קְלֵייד".


הָאט דֶער טַאטֶע זִיךְ גֶעכַאפְּט בַּיים קָאפּ וָואס עֶר הָאט גֶעטוּן אוּן עֶר הָאט אַהֵיים גֶערוּפְן זַיין אַלְטְן טַאטְן, עֶר הָאט אִים אַרַיינְגֶענוּמֶען אִין שְׁטוּבּ אוּן אִים אִיבֶּערְגֶעבֶּעטְן.


טֵייעֶרֶע קִינְדֶער, מִיר גֵייעֶן מְכַבֵּד זַיין טַאטֶע מַאמֶע אַזוֹי וִוי דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט גֶעהֵייסְן, אוּן וֶוען מִיר וֶועלְן חֲתוּנָה הָאבְּן וֶועט דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּנְז בַּאצָאלְן מִיט נַחַת, מִיר וֶועלְן אוֹיךְ הָאבְּן קִינְדֶער וָואס וֶועלְן אַכְטוּנְג גֶעבְּן אוֹיף אוּנְז.


לָאמִיר זִינְגֶען: "שְׁכֹּחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער אַז דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן אַזַא גוּטֶע טַאטֶע אוּן מַאמֶע".


בעט דעם מעלער ער זאל מאכן א בילד פון אן אלטער איד מיט צעריסענע קליידער, נעבן אים שטייט איינער אנגעטון ווי א גביר. דער אלטער איד שטרעקט אויס זיין האנט, ער בעט צדקה, און דער איד שטייט קאלטערהייט מיט די הענט אויף די לענדן, און אין די זייט א אינגל מיט א גרויסע שערל, שניידט א סחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#123 - "די ליכט פון אמונה" שיינט און לייכט אויף אידישע שטובער
הפצה, הכרת הטוב, זיכוי הרבים, הדפסה, עצתו אמונה

- ומשלוח מנות איש לרעהו -


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ...


דעם ספר געב איך דיר א מתנה פאר'ן האבן די זכות צו העלפן דרוקן דעם ספר.


דער ספר מאכט ליכטיג פאר אידישע קינדער, כשמו כן הוא: "די ליכט פון אמונה", עס שיינט און לייכט אויף אידישע שטובער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן שפע און קענען ווייטער העלפן דרוקן און פארשפרייטן די זיסע עצות פון רבי'ן פאר די וועלט.

#122 - א גאנץ לעבן עוסק זיין אין דרוקן די בריוו וואס איז מחזק אזויפיל אידן
הפצה, הכרת הטוב, הדפסה, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי מיטן דרוקן די בריוו און חדושי תורה וואס איז מחזק אזויפיל אידן איבער די וועלט.


איך וואונטש דיר א ברכה דו זאלסט דיין גאנץ לעבן עוסק זיין אין דעם, און זוכה זיין צו שפירן דאס זיסקייט און איינעגענעמקייט פון די שכינה הקדושה, דו מיט דיין משפחה, אמן.

#121 - אלע קאמפיוטערס אינעם בית הדפוס זאלן זיין געפילטערט
הדפסה, קאמפיוטער, פילטער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ט"ז שובבי"ם, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


אודאי דארפסטו זיכער מאכן אז ער האט א פילטער; ווער עס קומט אריין אינעם בנין פון הדפסה ארבעטן מיט א קאמפיוטער - איז אונטער דיין אחריות.


איך בעט דיר זייער, געב אכטונג אז אלע וואס ארבעטן אינעם בית הדפוס מיט קאמפיוטערס זאל דאס זיין געפילטערט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - א באזוך אין קרית יואל און אין קרית ברסלב
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הכרת הטוב, הדפסה, מדות טובות, טעלעפאן, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, שמחות, שמירת עינים, פירושים, שובבי"ם, ברית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט בין איך נישט געווען אין ישיבה, איך בין געפארן קיין קרית יואל צו א ברית ביי האברך אברהם שבתי נרו יאיר, די ברית איז געווען אין בית המדרש היכל הקודש - בית נתנאל. מיר האבן בטעות אריינגעלייגט די נאמען פון די גאס, אבער עס איז דא נאך א גאס וואס האט די נאמען אין א פארקערטע פלאץ, מיר זענען אנגעקומען שפעטער מיט א שעה. מיר האבן געדאווענט, און נאכן ברית ביי די סעודה האבן מיר גערעדט פון די גרויסקייט פון א ברית מילה, און אויך די גרויסקייט פון די טעג פון שובבי"ם וואס מיר אלע זענען עוסק זיך צו מל'ן, "וּמָל ה' אֱלֹקֶיךָ אֶת לְבָבְךָ" (דברים ל, ו); ווי אזוי קענען מיר אויפשטאפן אונזער הארץ? דורך תורה ותפילה, דורך לערנען יעדן טאג אביסל חומש איינגעטיילט אויף די וואך, און אויך משניות און גמרא; דאס איז מטהר דעם מענטש.


היינט איז מיר נישט גרינג צו פארן צו אלע שמחות, די קהילה וואקסט קיין עין הרע, יעדן טאג איז דא שמחות, אבער הכרת הטוב האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. דערפאר בין איך געפארן, ווייל דער אינגערמאן, דער בעל הברית - האט מיר געהאלפן אין די שווערע צייטן ביים עפענען די ישיבה, ער האט געבויט די ישיבה אין וויליאמסבורג, און אויך אלע יארן די קעמפס פאר די ישיבה, און בפרט יעצט מיטן בויען די שטעטל קרית ברסלב אין ליבערטי, ער העלפט מיר זייער שטארק; איז אלס הכרת הטוב בין איך געגאנגען צו זיין שמחה.


אויך בין איך געגאנגען צום חדר אין קרית יואל; וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין אזוי מקנא די קינדער, זיי וועלן קיינמאל נישט וויסן וואס זיי האבן און וואס זיי שפארן איין. זיצט דארט מיט זיי צוויי דריי מלמדים, גאלדענע אינגעלייט, הערצער פון פוטער; ווי זיי רעדן צו די יונגע שעפעלעך, ווי זיי האבן סבלנות צו זיי - דאס קען מען נישט מסביר זיין.


איינער זאגט מיר: "איך שיק נישט אין חדר דא אין קרית יואל, עס איז נישט קיין חדר, עס האט נישט קיין פנים פון א חדר"; וואס זאל איך אים זאגן? וואס איז א חדר? א שיינע בנין? א גרויסע כתה? א חדר איז א מלמד מיט א ווייכע הארץ, מיט געדולד - זיצט מיט די קינדער און לייגט אריין אין זיי יראת שמים, לערנט מיט זיי תורה, דאס איז די חדר; אז דו ווילסט דאס אנטון מיט א שיינע בנין - קענסטו דאס טון, אבער נישט דאס איז קובע א חדר; וואס האט מען פון א שיינע אנטון ווען אינעווייניג איז פארפוילט השם ישמרינו...


איך געדענק יארן צוריק, מיין טאכטער איז געווען א קליינע מיידל, פלעגט זי אהיים קומען זאגן אז די שכנים שפעטן פון בית פיגא, מען לאכט פון איר אז זי איז א נעבעך, אז זי האט אין איר קלאס נאר זיבן מיידלעך. איך פלעג איר זאגן: "ווען מען פרעגט דיך וויפיל קינדער לערנען ביי דיר אין שולע, זאג 'איין מיידל, נאר איך מיט מיין לערערין'"; ווייל וואס איז א גוטע שולע? איז דאס געוואנדן וויפיל קינדער עס זענען דא? איז דאס געוואנדן אויב עס זעט אויס מעכטיג? א גוטע שולע איז א לערערין וואס פארשטייט דאס קינד, א לערערין וואס קלאפט נישט אראפ דאס קינד, וואס מאכט נישט דאס קינד פאר א מענטל-קעיס.


פון דארט בין איך געגאנגען צו בית פיגא אין מאנרא; אזוי געשמאק צו זען ווי עס זענען דא ווייבלעך פון אנשי שלומינו וואס לערנען מיט הארץ מיט די קינדער, מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק אין זיין א איד, א געשמאק אין זיך אנטון איידל.


פון דארט בין איך געפארן אין שטעטל, איך בין געגאנגען באזוכן אונזער בית הדפוס. דארט האט מען מיר געוויזן דעם נייעם קונטרס שפתי תפתח, א פירוש אויף לקוטי מוהר"ן די ערשטע חלק די צווייטע תורה. איך האב זיך אזוי געפריידט דאס צו זען, ווייל דאס וועט זיין א גרויסע זאך פאר די וואס פארשטייען נישט קיין לקוטי מוהר"ן און קוקן אן דעם ספר ווי א מאמר סתום, וועלן זיי קענען אביסל טועם זיין פון הייליגן רבינ'ס עצות און ווערן נאנט צום אייבערשטן.


איך בין פון דארט געגאנגען צום חדר דאווענען מנחה מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער פון מוותר זיין. איך האב זיי דערציילט וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כה:): "מעשה ברבי אליעזר שירד לפני התיבה ואמר כ"ד ברכות ולא נענה", עס איז געווען אמאל א טרוקעניש, מען האט געמאכט א תענית און רבי אליעזר איז געווען דער שליח ציבור, ער האט געזאגט די פיר און צוואנציג ברכות וואס די הייליגע חכמים האבן מתקן געווען צו זאגן ביי א יום תענית, און עס איז נאכאלץ נישט געקומען קיין רעגן, "ירד רבי עקיבא אחריו ואמר: 'אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, "אבינו מלכנו למענך רחם עלינו', וירדו גשמים", האט רבי עקיבא מתפלל געווען און געזאגט: "אבינו מלכנו אין לנו מלך אלא אתה, אבינו מלכנו למענך רחם עלינו", און עס האט גלייך אנגעהויבן רעגענען. האט מען אנגעהויבן רעדן שלעכט'ס אויף רבי אליעזר, ווייל מען האט געזען אז ווען רבי עקיבא האט מתפלל געווען איז גלייך געקומען רעגן, און ווען ער האט געבעטן איז נישט געקומען רעגן. איז ארויס א 'בת קול' פון הימל און אויסגערופן: 'נישט ווייל רבי עקיבא איז גרעסער פון רבי אליעזר האט מען אנגענומען זיינע תפילות, נאר ווייל רבי עקיבא איז א וותרן, ער איז מעביר על מדותיו', און ווער עס גיבט נאך און ער קריגט זיך נישט, אפילו ווען ער איז גערעכט - העלפט אים דער אייבערשטער און מען געבט אים נאך וואס ער דארף.


אויך די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (שם) אז בזכות א פרוי וואס האט געטון חסד מיט אירע שכנים - איז געראטעוועט געווארן א גאנצע שטאט פון א שריפה; זעט מען אז אויב מען איז מוותר איינער דעם צווייטן - ווערט מען געראטעוועט פון שלעכטס.


איך בין אויך געווען אין בית פיגא און אויך אין כולל.


איך האב זיך זייער אהיים געיאגט צו די חתונה אין ישיבה; היינט נאכט איז דא א חתונה אין ישיבה, א תלמיד הישיבה און א תלמידה פון בית פיגא.


איך וועל דיר נאך שרייבן. איך בעט דיר זייער, כאפ זיך מיט יעצט שובבי"ם צו מתקן זיין אלעס וואס מען דארף פאררעכטן, יעצט איז א צייט פון תיקון הברית. דאס ערשטע זאך זאלסטו אנהויבן רייניגן דיינע אויגן, קוק נישט קיין עבירות, דאס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט בעצבות און מרה שחורה, אז מען איז מפקיר די אויגן איז זייער ביטער, אז מען איז מפקיר די אויגן - פארלירט מען די פרנסה. זע דיין טעלעפאן זאל זיין ריין, לייג ארויף א שטארקע פילטער, שפיל נישט אויס, נישטא וועם אויסצושפילן, קענסט זיך אליינס אויסשפילן, און דיינע קינדער וועלן אויך אויסשפילן; דו ווילסט דאך ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#119 - געלט פון טייערע שמחות, געב ענדערש פאר צדקה, צו פארדינען זכותים
כולל, צדקה, מוסדות, הדפסה, אידיש געלט, היכל הקודש, זכותים, חתונה, שמחות, בר מצוה, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האב איך געהאט א משפחה חתונה, איך האב געהאט נחת צו זען ווי די בחורים פון ישיבה גייען נאך געלט. עס האט מיך ממש פרייליך געמאכט צו זען תלמידי היכל הקודש זענען עוסק אין די גרויסע מצוה פון גיין נאך געלט, הלואי וואלסטו אויך עוסק געווען אין גיין נאך געלט. מאך זיך א צייט איינמאל א וואך אדער איינמאל אין צוויי וואכן וואס דו וועסט עוסק זיין אין גיין נאך געלט, און ברענג די געלט פאר די מוסד. מיר פלאגן זיך זייער; ווי עס זעט אויס וועלן מיר נישט קענען צאלן די וואך די איינגעשטעלטע, די קאסע איז אין א לאך.


עס האט נישט קיין פשט די אלע וואס מאכן טייערע שמחות, ענדערש זאלסטו נעמען די געלט וואס דו ווילסט אויסגעבן פאר די שמחה און טון צדקה מיט דעם. אז דו מאכסט בר מצוה זאלסטו פרעגן דיין זון: "וואו זאלן מיר געבן די געלט וואס מיר וואלטן ווען אויסגעגעבן פאר א זאל, פאר א שפילער, פאר א וועיטער וכו' וכו'? וואו זאלן מיר געבן די געלט לכבוד דיין בר מצוה - אז דו זאלסט אויסוואקסן א צדיק?


אז דו מאכסט חתונה זאלסטו זיך אראפזעצן מיט דיין מחותן און ביידע אינאיינעם זאלט איר פרעגן די חתן כלה, וואס פאר א צדקה זאלן מיר טון מיט די געלט וואס מיר וואלטן ווען אויסגעגעבן, זאלן מיר אויסצאלן די מלמדים די וואך פון די חתונה?


עס קאסט אונז כהיום דרייסיג טויזנט דאלער א וואך צו צאלן אלע איינגעשטעלטע, ביז דערווייל האבן מיר איין גרויסע שיסל פאר די מלמדים פון אלע תלמוד תורה'ס: וויליאמסבורג, מאנרא, שטעטל, טברי' און ירושלים.


אדער א וואך פאר אונזער כולל? כהיום דארפן מיר א וואך פינף טויזנט דאלער פאר די טייערע אינגעלייט.


אדער אזוי ווי מען טוט אין חב"ד; זייערע רביים האבן איינגעפירט אז דער בר מצוה בחור און חתן דרוקט א ספר לכבוד די שמחה. אפשר נעם די געלט פון דיין שמחה צו דרוקן ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן און ווייזן א וועג צו לעבן.


פארוואס אויסגעבן געלט פאר א וואך נאכט? מען איז מפרסם אין די בלעטער אז מען קען האבן א וואך נאכט פאר בלויז ניינצן הונדערט דאלער; גיוואלד און געשריגן, ניינצן הונדערט דאלער קען מען צאלן צוויי מלמדים פאר א וואך, פארוואס זאל מען אויסגעבן געלט פאר אפאר שעה פאר גארנישט און פאר נישט? פארוואס מאכן טייערע שמחות? העלף מיט דיין געלט אידישע קינדער.


היינט האבן מיר געטאנצן אין ישיבה מיט די בחורים וואס האבן שוין מסיים געווען ספר בראשית. די בחורים האבן געטאנצן מיט א שטארקע שמחה: "חזק, חזק ונתחזק!" מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסד אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, מיר זענען אין חדר היכל הקודש, דאס איז דאך די גרעסטע מופת; נעמען א מענטש וואס איז ווייט פון לערנען - און אים מאכן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - וואס איז די שרעקעדיגסטע זאך?
הפצה, הדפסה, תשובה, עבירות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט. איך בין זייער פרייליך אז דו האסט געמאכט די קאלערינג בוך פאר קינדער, און איך ווארט צו זען מעשה'לעך פאר קינדער חלק ב', חלק ג' און אזוי ווייטער.


מיר דארפן פלאנצן אמונה אין די קינדער, עס וואקסט א פרישע דור און מען מוז פלאנצן יראת שמים אין זיי.


די וואך וויל איך דערציילן א מעשה פון חזל. מסכת ברכות דף לג, די מעשה פון די שלאנג וואס האט געביסן רבי חנינא בן דוסא. בעט דעם מעלער ער זאל מאכן א בילד ווי א רב האלט א שלאנג אויפן אקסל, אנגעטון ווי א שאל. די וויידל אין די לינקע האנט און די קאפ אין די רעכטע האנט, די קאפ זאל זיין א שרעקעדיגע בילד אויסגעמישט א שלאנג מיט א פראש, עס זאל אויסקוקן טויט, און די פנים פונעם רב זאל זיין מיט א שמייכל, ווי ער רעדט צו דריי קינדער וואס זייער פנים איז דערשראקן. די קינדער זאלן גיין מיט ציצית ארויסגעשטעקט, און מיט שיינע געקרייזלטע פיאות. דער מעלער איז נישט קיין חסידי'שער זאלסטו אים לערנען ווי אזוי מען גייט ביי אונז, מיט א שיינע קאפל און צוויי שיינע געקרייזלטע פיאות מיט ציצית ארויסגעשטעקט.


דא האסטו די מעשה:


וואס איז די שרעקעדיגסטע זאך? א שלאנג? א לייב? א בער? ווער ווייסט?


מיט יארן צוריק, אין די צייטן פונעם צדיק רבי חנינא בן דוסא - איז געווען א שרעקעדיגע חי', אזוי ווי א שלאנג און א פראש, און מענטשן האבן זייער מורא געהאט צו גיין אין גאס ווייל די חי' פלעגט בייסן.


וואס טוט מען ווען מען האט א צרה? מען גייט זוכן א צדיק ער זאל געבן א ברכה, אזוי האט מען געטון. מען איז געגאנגען צום הייליגן צדיק רבי חנינא בן דוסא, מען האט צו אים געוויינט: "רבי, העלפט אונז, מיר ציטערן צו גיין אין גאס"


דער הייליגער צדיק בעט מען זאל אים ווייזן די נעסט פון די חי', ער גייט אהין און שטעקט אריין זיין פיס אין די לאך פון די נעסט. די חי' שמעקט אז איינער איז דא, ער קומט ארויס, ער קריכט ארויס - און געבט נאר א קליינע בייס דעם צדיק'ס פיס און די חי' איז גלייך געשטארבן, דער צדיק הייבט אויף די חי' און ווייזט פאר אלע קינדער און זאגט:


"קינדער איר זעט? א חי' קען גארנישט טון, א שלאנג איז נישט שרעקעדיג, עבירות איז שרעקעדיג! אויב מען טוט עבירות און מען טוט נישט תשובה - דעמאלט קען א חי' בייסן, אבער אויב מען טוט נישט קיין עבירות, און אז מען האט חס ושלום געטון אן עבירה טוט מען גלייך תשובה, מען בעט איבער דעם אייבערשטן, מען זאגט: 'הייליגער באשעפער, זיי מיר מוחל, איך גיי שוין זיין וואויל'; דעמאלט דארף מען נישט מורא האבן פון גארנישט, נישט פון שלענג און נישט פון בערן, קיינער קען נישט שלעכטס טון דעם מענטש".


קינדער, ווער ווייסט וואס איז די שרעקעדיגסטע זאך? אלע קינדער שרייען הויך: "טון עבירות, און נישט תשובה טון!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#117 - צדקה ראטעוועט
קינדער, הפצה, צדקה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון ארויסגעבן די נייע קונטרסים, די בריוו פון איש אמונות און עצתו אמונה, וואס זענען מחזק און מעודד אזויפיל בחורים און אינגעלייט.


אויך זאלסטו ווייטער ארויסגעבן עצתו אמונה ביכער פאר קינדער, מעשיות פון צדיקים - וואס פלאקערן אויף די הערצער פון קינדער צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן - זאגט דער רבי - אז דערציילן מעשיות פון צדיקים - איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד.


דא האסטו א שיינע מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה. בעט דעם מעלער ער זאל מאלן ווי רבנים זיצן אויבן אן פון א חתונה און איינער שטייט און האלט א מטבע מיט ביידע האנט, עס זעט אויס ווי ער געבט צדקה.


עס טוט זיך א רבי'שע חתונה, עס קומען צו פארן גרויסע רבי'ס און גרויסע צדיקים, דער גרויסער צדיק רבי אהרן פון טשערנאביל זכותו יגן עלינו מאכט חתונה אן אייניקל מיט אן אייניקל פון רבי'ן, רבי ישראל, שרה'ס טאכטער.


אויך דער הייליגער רבי נתן איז געווען ביי די חתונה. עס איז געווען זייער א פרייליכע חתונה, א לעבעדיגע חתונה; אזעלכע גרויסע צדיקים טאנצן אינאיינעם.


אינמיטן די חתונה זאגט דער הייליגער צדיק רבי אהרן פון טשערנאביל מען זאל רופן רבי נתן, ער וויל מיט אים רעדן. דער צדיק פרעגט רבי נתן: "זאגט מיר, אפשר האט איר עפעס געהערט פון אייער גרויסן רבי'ן, עפעס אן עצה אויף חולי נופל? ווייל איינער פון מיינע קינדער ליידן אויף די מחלה, עס פאסירט ביי אים פלוצלונג פאלט ער אראפ און עס ווארפט זיך אים די גאנצער גוף, ביז ער קומט צוריק צו זיך"; דער צדיק בעט רבי נתן ער זאל אים עפעס זאגן פון הייליגן רבי'ן.


רבי נתן ענטפערט גלייך: "יא אודאי, דער רבי האט אן עצה! דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רא) אז די ראשי תיבות פון די פסוק (תהלים קיב, ט): פ'זר נ'תן ל'אבונים - איז 'נפל', אז מען טיילט אויס געלט פאר ארעמעלייט - ווערט מען געראטעוועט פון די מחלה".


רופט זיך אן דער צדיק רבי אהרן פון טשערנאביל: "אויב אזוי דארפן מיר פונדאסניי אנהויבן טיילן צדקה". ווייל דער צדיק פלעגט טיילן גרויסע צדקות, ער האט אויסגעהאלטן אסאך באהאלטענע צדיקים, אבער ווען ער האט געהערט פון רבי נתן די עצה, האט ער געזאגט: "איך גיי אנהויבן געבן מער צדקה".


טייערע קינדער, אויך קינדער קענען געבן צדקה; אויב מען האט א גוטע נאש און א צווייטער קינד בעט און מען געבט אביסל פון די גוטע נאש - איז דאס צדקה, עס איז א גרויסע מצוה, און אז מען טוט די מצוה פון צדקה - ווערט מען געראטעוועט פון נישט אראפפאלן; סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, מען ווערט א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#116 - דרוקן נאך "מעשה'לעך פאר קינדערלעך"
קינדער, אמונה, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, השגחה פרטית, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך און זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, אריינברענגען אין די וועלט דעם הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועג ווי אזוי מיר האבן דאס מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. די נייע וועכנטליכע קונטרסים, עצתו אמונה, איש אמונות - זענען מחי' טויזנטער אידן איבער די גאנצע וועלט; דו האסט נישט קיין אנונג וואס דאס טוט, וויפיל מענטשן באקומען לעבן פון דעם.


איך וויל דיר זייער בעטן, עס איז ענדערש דו זאלסט זיך אריינלייגן צו ענדיגן די מעשה'לעך פאר קינדערלעך - ווי אנדערע זאכן. ווייל די מפיצים זאגן פה אחד אז די קונטרס "מעשה'לעך פאר קינדערלעך" גייט די מערסטע ביי די הייזער, אלע נעמען דאס.


וויל איך דיר בעטן, היות דו האסט זיך פארגענומען דאס יאר ארויסצוגעבן יעדע חודש א פרישע ספר, זאלסטו לייגן אלעס אין דער זייט און ארויסגעבן יעדע חודש נאך א מעשה'לעך. דאס וועט אריינברענגען אין קינדער אמונה מיט יראת שמים; די מעשיות זענען נישט סתם מעשיות, די מעשיות זענען מעשיות וואס יעדע קינד קען נאכמאכן, מעשיות פון צדיקים ווי אזוי די צדיקים זענען געווארן צדיקים. זארג נישט פאר געלט, איך וועל דיר העלפן דאס דרוקן.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די עצתו אמנה פאר קינדער.


די נאמען פון די מעשה איז "אלעס האט א חשבון".


אההה קוק... די פייגל איז טויט...!


פינקט ווען דער בעל עגלה האט אויפגעהויבן די רוט צו שמייסן די פערד - איז דאס פייגן אריבערגעפלויגן און געכאפט א שמייס פונעם רוט און איז אראפגעפאלן טויט... אזוי אינטערעסאנט...


די מעשה האט פאסירט ווען דער הייליגער צדיק רבי נחום פון טשערנאביל זכותו יגן עלינו איז אמאל געקומען צו פארן קיין מעזיבוזש צום ציון פון זיין הייליגע רבי, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו.


דער צדיק וויינט ביים קבר פון בעל שם טוב, ער בעט דעם אייבערשטן פאר אידישע קינדער, אלע אידן זאלן האבן פרנסה, אלע אידן זאלן זיין געזונט און האבן ישועות. דער קבר פון בעל שם טוב איז זייער הייליג, עס קומען אהין זייער אסאך אידן מתפלל זיין.


ווען דער הייליגער צדיק רבי נחום טשערנאבלער איז ארויף אויפ'ן וואגן אהיים צו פארן איז דער רבי געשטאנען פון דער זייט און געקוקט אויפ'ן הייליגן צדיק, און אין די מינוט וואס דער בעל עגלה האט אויפגעהויבן די רוט צו שמייסן די פערד - איז אריבערגעפלויגן א פייגל, עס האט געכאפט דעם שמייס און איז אראפגעפאלן טויט, דער הייליגער רבי רופט זיך אן הויך: "עס איז אים געקומען".


ווען דער צדיק רבי נחום מטשערנאביל האט דאס געהערט איז אים דאס זייער געפאלן, און ער האט געזאגט דאס וואס שטייט אין פסוק אויף דוד המלך: "יְפֵה עֵינַיִם", ער האט געהאט שיינע אויגן, "וְטוֹב רֹאִי", און א גוטע אויסזען, דאס איז געזאגט געווארן אויף דעם קינד, ווייל ער זעט גוט; ווייל די פייגל איז געווען א גלגול פון א  נשמה וואס האט יעצט באקומען איר תיקון.


פון די מעשה זען מיר אז יעדע זאך האט א חשבון, קיין שום זאך פאסירט נישט נאר אויב דאס איז אנגעשריבן פון הימל עס זאל אזוי פאסירן, און דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו, ווען ער איז נאך געווען א קליין קינד - האט ער שוין געזען וואס טוט זיך מיט נשמות און גלגולים.


אזוי אויך מיר, אפילו מיר זעען נישט די זאכן, אבער מיר דארפן האבן א שטארקע אמונה צו גלייבן און פארשטיין, אזוי ווי די פייגל האט געכאפט א שמייס און געשטארבן - איז דאס איר געקומען, אזוי אויך יעדע זאך וואס פאסירט - האט א חשבון, און מיר זאלן קיינמאל נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן.


אלע קינדער זינגען אינאיינעם: "באשעפער איך בעט דיר, איך זאל אייביג נאר גיין צו דיר, און נישט האבן קיין קשיות אויף דיר".


 בעט דעם מעלער ער זאל מאכן א בילד ווי מען זעט א וואגן, א בעל עגלה מיט א רוט. דער צדיק זיצט אין וואגן, נעבן וואגן שטייט א קינד מיט צוויי שיינע פיאות, און א פייגל אין די לופט איבערגעדריידט און פאלט אראפ נעבן די רוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#115 - געבליבן מיט די הייליגע בארד און פיאות
קינדער, תפילה והתבודדות, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


וואס גייט פאר מיט דיר? פארוואס ביסטו אזוי פארוואלוועלט? וואס ביסטו אזוי צעבראכן? דו ווייסט נישט אז דו ביסט עוסק אין די הייליגסטע זאך? דו ברענגסט אידן צום אייבערשטן, אזויפיל אידן האבן חיזוק אנצוגיין אין טאג טעגליכן לעבן צוליב דיר.


איך בעט דיר מיין טייערער ברודער, מיין הארציגער חבר, לאז אפ די עצבות ומרה שחורה; הויב אן זינגען און טאנצן "אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו", און שטארק זיך, און גיי ווייטער אן ביתר שאת וביתר עוז מחזק זיין אידישע קינדער מיט די שיינע ספרים, די ליכטיגע בריוו.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, א מורא'דיגע מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט פון רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה, פון גדולי אנשי שלומינו פון פולין, ווי ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל בלייבן מיט די בארד און פיאות, מען זאל אים דאס נישט אפשערן.


בעט דעם מעלער ער זאל מאלן א בילד פון לאגער מיט די שטעכעדיגע דראט, און א שורה אויסגע'שורה'טע אידן מיט די געשטרייפטע בגדים מיט די געלע לאטעס, מיט די הענט אין די הייעך. א האלבע שורה זענען אפגעשוירן בארד און פיאות, און פון אינמיטן די שורה און ווייטער מיט בארד און פיאות, און ווי א נאצי ימח שמו האלט א גרויסער שערל און פרבירט דאס צו פאררעכטן.


ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן די נאציס ימח שמם גענומען אלע אידן, זיי אריינגעלייגט אין א פארמאכטע לאגער ארומגענומען מיט שטעכעדיגע דראטן, מען האט נישט געקענט ארויסלויפן פון דארט. זיי האבן אנגעטון אלע אידן מיט פארשעמטע קליידער, אזוי ווי מען טוט אן ארעסטאנטן אין תפיסה, אלע אידן האבן געדארפט האבן א געלע שמאטע מיט א מגן דוד, אויך האבן זיי אפגעשוירן אלע אידן די הייליגע בארד און די הייליגע פיאות.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א גרויסער ערליכער איד מיט'ן נאמען רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה, מען האט אים געכאפט און גענומען אין די ווארשע לאגער, דארט האט מען יעדן אויסגע'שורה'ט און געזאגט אז מען גייט יעצט יעדן איינעם אפשערן די הייליגע בארד און די הייליגע פיאות. רבי יצחק האט געוויסט פון תפילה, ער האט געוויסט אז וואס מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען, האט ער אנגעהויבן זאגן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך מען זאל מיך נישט אפשערן די בארד און פיאות"; ער האט דאס איבערגעזאגט הונדערטער מאל.


דער נאצי ימח שמו קומט נענטער און נענטער, ער שניידט אפ פון די הייליגע אידן די הייליגע בארד און די הייליגע פיאות, און דער רבי יצחק הערט נישט אויף צו זאגן פאר'ן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך, מען זאל מיך נישט אפשערן מיין הייליגע בארד און הייליגע פיאות"; ער קומט שוין נענטער, ער שטייט שוין ביי רבי יצחק און... ב ו ו ו ם...! די שערל האט זיך צעבראכן.


דער עס עס ימח שמו ווערט גערעגט, ער הויבט אן שרייען, ער ווערט אין כעס, ער פרובירט צו פאררעכטן די שערל, אבער עס גייט נישט, רבי יצחק איז געבליבן מיט זיינע הייליגע פיאות און הייליגע בארד.


טייערע קינדער, וואס מיר ווילן און וואס מיר דארפן - גייען מיר בעטן דעם אייבערשטן, אפילו עס זעט אויס ווי דאס גייט מען נישט קענען באקומען.


לאמיר זינגען אינאיינעם: "א תפילה, א תפילה - אויף דיין אייגן שפראך, מיט תפילה מיט תפילה - באקומט מען יעדע זאך, מיט תפילה מיט תפילה - וועסטו ניסים זען, מיט תפילה מיט תפילה - ישועות וועט געשען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#114 - דוד באזיגט גלית
קינדער, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון מזכה זיין את הרבים מיט די וועכנטליכע קונטרסים. מענטשן זענען זיך זייער מחי'; יעדן טאג קומען מיר מענטשן זאגן ווי די בריוו דערקוויקט זייער הארץ, עס פילט אן מיט יראת שמים, עס איז זיי מחזק צו זיין אן ערליכע איד.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, די מעשה ווי דער קליינער בחור'ל דוד האט נישט מורא פונעם גרויסן באשעפעניש גלית, ער לויפט אים אנטקעגן מיט די אמונה.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א גרויסער שרעקעדיגער מענטש מיט זעקס פינגער אויף יעדע האנט, מיט גרויסע כלי זיין, און אנטקעגן אים שטייט א בחור'ל מיט פיר שטיינער אין די לינקע האנט, אין איין שטיין מיט די צוויי פינגער פונעם רעכטן האנט, גרייט צו ווארפן. מאך דעם בחור מיט א שמייכל און דעם פארשוין מיט א פנים פון כעס.


מעשה:


אלע אידן וויינען, אלע באהאלטן זיך אין די הייזער מיט פארמאכטע פענסטער; 'וואס גייט דא זיין?' עס איז א פחד א שרעק, די פלשתים די אראבער וואס טשעפען אלע יארן די אידן - האבן א נייעם פלאן, זיי ווילן מאכן א פארמעסט. קינדער איר ווייסט וואס מיינט 'א פארמעסט'? מען נעמט צוויי מענטשן איינער אנטקעגן דעם צווייטן, די צוויי פארטרעטן אנדערע, זיי מאכן א מלחמה און ווער עס פארלירט מיינט אז אלע האבן פארלוירן.


די אראבער זאגן: "מיר וועלן ארויסשטעלן א גיבור און די אידן זאלן אויך ארויסשטעלן א גיבור, די צוויי זאלן זיך קריגן און אויב דער פלשתי וועט געווינען וועלן די אידן זיין אונטערדרוקט אונטער די אראבער און אויב דער איד וועט געווינען וועלן מיר זיין ענקערע קנעכט".


אומר ועושה, די אראבער האבן געטראפן א מין באשעפעניש, מען קען אים נישט אנרופן מענטש ווייל ער האט אויסגעזען אזוי שרעקעדיג, ער האט אויסגעזען מער ווי א פארציקנדע חיה ווי א מענטש, ער האט געהייסן "גלית", ער האט געהאט אויף יעדע האנט זעקס פינגער און ער איז געווען הויך טאפלט פון א ריז, צוועלף פיס. ער איז געווען אן אפיקורס, ער האט זיך ארויסגעשטעלט אויף א הויכע בארג און געשריגן צו די אידן, ער האט געלאכט פון די אידן און פונעם אייבערשטן.


אלע אידן האבן זיך באהאלטן, אויך דער קעניג "שאול המלך" איז באהאלטן. אלע וויינען, מען ציטערט, מען האט מורא פון דעם שרעקעדיגן באשעפעניש גלית.


איין קליין אינגל - מיט'ן נאמען "דוד" - זאגט פאר'ן אידישן קעניג: "אדוני המלך, דער קעניג זאל מיר געבן רשות, איך וועל גיין הרג'נען דעם פלשתי". דער קעניג וואונדערט זיך: "וואס? דו קליינער אינגל, דו קענסט זיך שלאגן מיט די ריזיגע חי?!" דוד זאגט: "אדוני המלך, איך גיי בעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער גייט מיר העלפן; דער אייבערשטער קען אלעס טון, ביי אים איז נישט קיין אונטערשייד"; דער קעניג געבט רשות.


דוד שפרינג ארויף אויפ'ן בארג, ער נעמט פינף שטיינער, די פינף שטיינער איז געווען די פינף ווערטער וואס מיר אידן זאגן יעדן טאג: "שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד". איין שטיין איז "שמע ישראל", די צווייטע שטיין "ה'", די דריטע שטיין "אלוקינו", פערטער שטיין "ה'" און די פיפטע שטיין "אחד". ער זינגט צו זיך: "הערט אויס אלע אידן, דער אייבערשטער אונזער גאט, דער אייבערשטער איז איינער אליינס, נישטא גארנישט אויסער אים".


דער פארציקנדער חי' ווערט פארשעמט, ער שרייט: "ו ו א א ס ס??? איך בין א הונט??? וואס דו קומסט צו מיר מיט קליינע שטיינדלעך?!" א הונט ווען מען וויל עס פארטרייבן - ווארפט מען קליינע שטיינער; "איך בין דער גרויסער גיבור, דער שטערקסטער אראבער! מיט די גרעסטע מעסער! און די גרעסטע גאן!!!"


דוד המלך האט נישט מורא, ער האט אמונה, ער ווייסט 'אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא פון וואס מורא האבן'; ער הויבט אן שרייען: "שמע ישראל...!" און נעמט א שטיין און שיסט עס אריין אינעם קאפ פונעם פלשתי, דער ריזיגער פלשתי פאלט אראפ, ער חלש'ט! און דוד לויפט צו צו אים, ער כאפט זיין מעסער און שניידט אפ זיין קאפ.


אלע אראבער אנטלויפן, און די אידן האבן געווינען די מלחמה.


ווי אזוי האבן מיר געוואונען די מלחמה? מיט אמונה! מיט שמע ישראל!


טייערע קינדער, האט נישט מורא פון קיינעם, ווער עס האט א שטארקע אמונה - קען אים קיינער גארנישט טון, ווייל מיט אמונה קען מען יעדן איינעם באזיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#113 - אזוי שיין געווען נעכטן אין שטעטל
כולל, חברים, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, הדפסה, שטעטל, שבת קודש, דרשות, קאמפיוטער, פרנסה, טעלעפאן, חובות, ישיבה, ראש ישיבה, הלכה, דאווענען, אינוועסטמענט, דף גמרא, קיאסק

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען א גאנצן טאג אין שטעטל; או ווי שיין דארט איז, קענסט זיך נישט פארשטעלן! עס שפירט זיך דארט ממש די פלאץ וואו דער בעל תפילה פלעגט ארויסטראגן זיינע מענטשן חוץ לישוב (ספורי מעשיות, מעשה יב).


איך בין ארויסגעפארן אינדערפרי. דאס ערשטע בין איך געקומען אין ישיבה פארלערנען דעם בלאט גמרא, מוהרא"ש האט דאס מיר אזוי אריינגעלייגט אין מיינע ביינער, איך זאל נישט אנהויבן דעם טאג אן לערנען א בלאט גמרא, איך האב געדאווענט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל האבן א וועג ווי אזוי צו פארן, איך האב געטראפן א אינגערמאן וואס איז מיר גרייט געווען ארויס צו טראגן.


דאס ערשטע בין איך געפארן צו די בנין התלמוד תורה, ווייל ביי מיר איז דער עיקר די תלמוד תורה און די מיידל שולע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (זוהר חדש, לך לך): "אָמַר רַבִּי יִצְחָק, הַמְלַמֵּד תּוֹרָה לְתִינוֹקוֹת" ווער עס לערנט מיט קינדער די הייליגע תורה, "דִּירָתוֹ עִם הַשְּׁכִינָה" וואוינט ביי אים די שכינה הקדושה, "וְהַיְינוּ דְּאָמַר רַבִּי שִׁמְעוֹן" דאס איז וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון האט געזאגט: "כַּד הֲוָה אָתֵי לְמֶחֱמֵי עוּלֵימַיָיא בְּבֵי רַב" ווען ער פלעגט קומען קוקן די קינדער וואס לערנען אין חדר, "הֲוָה אֲמַר" האט ער געזאגט, "אֲזַלְנָא לְמֶחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", איך גיי יעצט קוקן די פנים פון די שכינה; ווען איך פאר אין שטעטל גיי איך די ערשטע צו די קינדער, ביי מיר איז דאס די חשוב'סטע זאך.


איך האב גערעדט פאר די בית פיגא תלמידות, אין יעדע כיתה באזונדער. נאכדעם האב איך געגעבן א שיעור, מחזק זיין אלע וואס האבן א חלק אין אונזער מוסד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לַמְּחוּזָקִין", דאס מערסטע דארפן חיזוק די וואס געבן חיזוק פאר אנדערע; איך בין געגאנגען נאכדעם צו די אינגלעך, איך האב זיי דערציילט א מעשה פון "מעשה'לעך פאר קינדערלעך"; די ליכטיגקייט פון די קינדער, די פרייליכקייט וואס דארט הערשט - איז נישט צום באגרייפן.


מיר האבן אנגעהויבן נישט לאנג צוריק די חדר מיט אפאר קינדער, און די סקול מיט אפאר קינדער, און יעצט איז אין שטעטל אליינס דא אינעם תלמוד תורה און אין די מיידל סקול איבער צוויי הונדערט קינדער, כן ירבו.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין פונעם תלמוד תורה. מיר וועלן אפטיילן די אינגלעך און מיידלעך אין באזונדערע בנינים; יעצט זענען זיי אויך אפגעטיילט, יעצט איז איין שטאק אינגלעך און איין שטאק מיידלעך, אבער די מוסד וואקסט - דארף מען שוין האבן א באזונדערע בנין פאר אינגלעך און א באזונדערע בנין פאר מיידלעך.


פון דארט בין איך געפארן צום בנין בית הדפוס אביסל שעפן פרישע כוחות, זען די נחת, ווי עס שטייען אינגעלייט און דרוקן אן אפשטעל די ספרים און קונטרסים. איך האב דארט געזען אן אינטערעסאנטע זאך, איך טרעף דארט א אינגערמאן, א שיינער בעל פרנסה, א בעל מלאכה - שטייט און דרוקט, פרעג איך אים: "וואס טוסטו דא?" זאגט ער מיר, ער קומט טון עפעס פאר זיין נשמה; עס איז שוין סוף וואך, ער האט שוין גענוג געלט פאר די וואך - יעצט קומט ער אביסל בהתנדבות העלפן פאקן ספרים און דרוקן. דאס איז מיר זייער געפאלן, צו זען א אינגערמאן האט שכל, ער קומט זיך אנטראגן צו העלפן.


אויך האב איך געזען ווי מען דרוקט שוין אלע ספרים און קונטרסים אויף חנוכה, און אויך גרייטן זיי זיך שוין אויף פורים און אפילו אויף שבועות. עס איז נייע צייטן; יארן צוריק האט מען זיך דערמאנט ערב חנוכה צו דרוקן עפעס אויף חנוכה, היינט אינעם נייעם בית הדפוס קען מען דרוקן אן אויפהער, און אנגרייטן פאר אלע צייטן וואס מען דארף נאר האבן פאר די מפיצים.


מיר האבן געכאפט א טענצל: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו!" דארט אינעם בית הדפוס איז א פרייליכקייט, מען דרוקט דארט די הייליגע ספרים פון רבי'ן וואס ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער.


פון דארט בין איך געפארן צום נייעם לאונטש, דארט בין איך געווארן זייער פרייליך, ענדליך וועלן די אינגעלייט אין שטעטל קענען האבן די שטוב זויבער, ריין; מען וועט קענען האבן ביידע זאכן, א זויבערע שטוב, און פון די אנדערע זייט - ווי עס איז דא א פלאץ וואו מען וועט קענען באשטעלן זאכן, קויפן זאכן, ערלעדיגן שטאטישע זאכן, באנק חשבונות, זיך לערנען זאכן וכו' וכו'. איך האף אז אלע וועלן ארויסווארפן די געטשקעס פון שטוב און פון קאר, געענדיגט דאס מישן די יוצרות, שטוב איז שטוב און ביזנעס איז ביזנעס.


לכתחילה איז געווען מיין פלאן צו פארן פארטאגס און צוריק פארן עלף צוועלף אזייגער, זיין צוריק אין ישיבה. למעשה דארט אין שטעטל ווערט אזוי גוט אז עס גליסט זיך דארט צו בלייבן, איך וואלט ווען געבליבן וואוינען דארט, איך קען נאר נישט צוליב די ישיבה, איך דארף א פלאץ נעבן מיין שטוב וואו צו לייגן די בחורים; יעצט פרובירט מען, די הנהלה ארבעט זייער שווער צו באקומען רשות צו בויען א שיינע גרויסע בנין פאר די בחורים.


עס האט זיך פארשלעפט, האב איך קודם געדאווענט מנחה. מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערנט נישט ווארטן ביזן לעצטן מינוט, נאר גלייך דאווענען. מיר האבן געמאכט א מנין, עס זענען געקומען נאך אינגעלייט וואס זענען געקומען משלים זיין די מנין.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן די כולל, אויפ'ן וועג פרעגט מיך דער דרייווער א שאלה פון הלכות שבת. ער איז א סעילסמאן פאר טראקינג, מענטשן באשטעלן א טראק צו טראגן און ברענגען סחורה, און אמאל בעט מען אים צו קומען אויפפיקן שבת און אמאל דארף ער דאס טראגן שבת, פרעגט ער מיר אויב מען מעג? זאג איך אים מיר וועלן גיין אין כולל, די חשוב'ע אינגעלייט לערנען יעצט די הלכות אין הלכות שבת, הלכות שכירות וקבלנות, מיר וועלן זיי פרעגן. איך קום אין כולל, איך זע ווי פלייסיג מען לערנט, זאג איך פאר'ן דיין שליט"א דער ראש הכולל: "איך האב דא א אינגערמאן, דאס און דאס איז די שאלה", אלע אינגעלייט האבן אנגעהויבן זאגן לכאן ולכאן, עס האט אנגעהויבן ווערן דארט א טענה'ריי, מען האט זיך מפלפל געווען, איך בין געזיצן דארט און געקוואלן פון נחת.


פון דארט בין איך געפארן קלאפן מזוזות ביי הרב יעקב לעזער שליט"א, אין שטוב פון אונזער מנהלת בית פיגא תחי'. פון דארט בין איך אהיימגעפארן, געלייגט שלאפן די קינדער, געליינט קריאת שמע מיט זיי, און געלאפן געבן א שיעור.


ביים שיעור האבן מיר גערעדט, מיר זעען א פלא'דיגע זאך, דער אייבערשטער האט זיך באוויזן צו אברהם אבינו בְּאֵלֹנֵי מַמְרֵא, זאגט רש"י: "הוא שנתן לו עצה על המילה", וואס איז פשט אברהם אבינו זאל דארפן אן עצה נעמען מיט ממרא? אברהם אבינו, דער גרויסער צדיק וואס איז בייגעשטאנען אלע נסיונות און קיינמאל נישט מהרהר געווען אויפ'ן אייבערשטן - וואס גייט דא פאר?! אלא מאי זעט מען אז מען דארף האבן א גוטער חבר, מען דארף האבן שיחות חברים זיך צו קענען מחזק זיין.


קומענדיגע וואך האבן מיר א סורפרייז אין שטעטל, מיר האבן א גרויסן גאסט, הרב רבי יצחק שליט"א גייט זיין שבת מברכים אין קרית ברסלב ליבערטי. דאס גייט זיין א שטארקע חיזוק פאר אלע אנשי שלומינו, די גבאים וועלן מעלדן די קומענדיגע וואך וואו די תפילות וועלן פארקומען, און די באטע, און אזוי ווייטער.


איך האב געהאט די וואך א גרויסע נס, איך האב פלוצלונג געדארפט באצאלן א חוב פון הונדערט פופציג טויזנט דאלער. ביים בארגן האט זיך יענער אויסגענומען אז אויב ער וועט עס דארפן דארף איך אויפקומען מיט די געלט ביז א וואך. וואס האב איך געטון? איך האב זיך גוט מתבודד געווען, איך האב געבעטן: "הייליגער באשעפער, פארשעם מיך נישט, איך האב געבארגט די געלט - נישט פאר מיין ביזנעס, נאר פאר דיין ביזנעס, פאר די מוסד"; און פון הימל איז געקומען צו מיר א אינגערמאן א תלמיד הישיבה און זיך מיר אנגעטראגן, אויב דער ראש ישבה זוכט אן הלואה; א נס פון הימל. די מעשה איז נאך נישט פערטיג, איך האב דאס געדארפט באצאלן אין גרינע שמאטעס, 'וואו קען מען שאפן גרינע שמאטעס אין הונדערט פופציג טויזנט דאלער?' איך האב זיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן זאל מיר העלפן, און א פרישע נס... א אינגערמאן א תלמיד הישיבה קומט מיר זאגן, אויב דער ראש ישיבה דארף מזומנים; בקיצור ניסים פון הימל, ולא יכלמו לנצח כל החוסים בך.


איך האב א גוטע ביזנעס דיל פאר דיר, אויב דו זוכסט וואו צו משקיע זיין דיין געלט פאר גוטע רווחים - קענסטו זיך מעלדן צו האברך י. הכהן נרו יאיר, חבר הנהלה. ער האט גוטע בנינים וואס מיר ווילן קויפן פאר די מוסד, מען זוכט איינער זאל איינשטעקן די געלט, דאס קויפן. די דיל גייט, מען קויפט דאס פאר די מוסד און די תורה ותפילה וואס קומט ארויס פון דעם בנין - גייט פאר דער וואס איז משקיע, פאר אים און פאר זיינע דורות פאר אייביג. קענסט זיך פארבינדן מיט אים אויב דו ביסט ערנסט אינטערעסירט.


שבת זאלסטו נישט אויפהערן צו לאכן און טאנצן, אז דו ווייסט פון רבי'ן.


א פרייליכן שבת.

#112 - דוד המלך מיט'ן פראש
קינדער, תודה והודאה, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו פארברענגסט דיינע טעג און דיינע יארן מיט הפצה והדפסה. עס איז אריבער נאך א יאר און יעדע מינוט און יעדע סקונדע פון יאר האסטו אויסגענוצט פאר'ן אייבערשטן, להתודע ולהגלות כי הוא מלך, אריינשיינען אין אידישע קינדער אמונה, און א זיסקייט צו די תורה.


בנוגע זיך אנהויבן רוקן שנעלער מיט די ספרים; איך האף דו וועסט נעמען נאך אינגעלייט זאלן דיר העלפן מיט ארויסגעבן די ספרים. די ספרים זענען מחי' יעדן איינעם; דו ווייסט נישט וויפיל טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' וועכנטליך, סיי רבנים, דיינים, מגידי שיעורים, כולל אינגעלייט - אלע נעמען זייער חיות פון די ספרים, אלע לעבן אויפ'ן רבי'ן.


עס איז כדאי ארויסצושטעלן א בקשה צו אנשי שלומינו, ווער עס קען די מלאכה פון מגיה זיין אדער שרייבן, טייפן וכדומה. עס איז זיכער דא צווישן אנשי שלומינו באהאלטענע כוחות וואס פארשטייען צו די זאכן, זיי ווארטן מען זאל זיי בעטן.


געב איבער פאר האברך ... נרו יאיר אז ער האט געמאכט א הערליכע ארבעט מיט די דרשות פון כל נדרי און הושענא רבה, מענטשן האבן זיך זייער דערקוויקט מיט דעם. איך האף ער וועט אויך ארויסגעבן די שיינע דיבורים וואס מיר האבן גערעדט צווישן איין הקפה און צווייטן.


דא האסטו א מעשה פאר די עצתו אמונה פאר קינדער:


קִינְדֶער וֶוער וִויל הֶערְן אַ מַעֲשֶׂה מִיט אַ פְרָאשׁ?


אַלֶע קִינְדֶער קוּמֶען צוּ לוֹיפְן, וֶוער וִויל דֶען נִישְׁט הֶערְן אַ מַעֲשֶׂה מִיט אַ פְרָאשׁ...


הֶערְט אוֹיס טֵייעֶרֶע קִינְדֶער, עֶס בְּלָאזְט אַ לַייכְטֶע וִוינְטְל, דִי הִימְל אִיז שְׁוַוארְץ, עֶס אִיז שְׁפֶּעט בַּיינַאכְט, אַלֶע שְׁלָאפְן, עֶס שַׁיינְט דִי לְבָנָה מִיט דִי פִּינְטְלֶעךְ שְׁטֶערְנְס, נָאר דִי צַדִיקִים זֶענֶען אוֹיף, זֵיי שְׁטֵייעֶן אוֹיף דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִין דִי שְׁטָאט טְבֶרְיָה, נִישְׁט וַוייט פוּן דִי בְּרֶסְלֶבְ'עֶ שְׁטֶעטְל יַבְנְאֵל, בַּיים יַם כִּנֶּרֶת - שְׁפַּאצִירְט זִיךְ דָוִד הַמֶּלֶךְ, עֶר זִינְגְט אוּן רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר דַאנְקְט אוּן לוֹיבְּט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן פַאר זַיין לֶעבְּן.


דָוִד הַמֶּלֶךְ הֵייבְּט אוֹיף זַיינֶע אוֹיגְן צוּם הִימְל אוּן זָאגְט: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיז דֶען דָא אִין דִי וֶועלְט אֵיינֶער זָאל דִיךְ אַזוֹי דַאנְקֶען אַזוֹי וִוי אִיךְ דָוִד דַאנְקְט דִיךְ...?" דָוִד הַמֶּלֶךְ פְלֶעגְט אַלְץ רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר הָאט יֶעדֶע זַאךְ גֶעבֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן אוֹיף יֶעדֶע זַאךְ גֶעלוֹיבְּט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


פְּלוּצְלוּנְג שְׁפְּרִינְגְט אַרוֹיס אַ פְרָאשׁ פוּנֶעם יַם כִּנֶּרֶת, נִישְׁט אַ פִּיצִי פְרָאשׁ, אַ רִיזִיגֶע פְרָאשׁ! דִי פְרָאשׁ הוֹיבְּט אָן קְוִויטְשֶׁען. דָוִד הַמֶּלֶךְ דֶערְשְׁרֶעקְט זִיךְ נִישְׁט, דָוִד הַמֶּלֶךְ לֶעבְּט מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה. אוֹיךְ קִינְדֶער וָואס וֵוייסְן אַז 'דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז דָא, קֵיינֶער קֶען מִיר גָארְנִישְׁט טוּן' - וֶוערְן אוֹיךְ נִישְׁט דֶערְשְׁרָאקְן פוּן גָארְנִישְׁט.


דִי פְרָאשׁ קוּמְט נֶענְטֶער אוּן נֶענְטֶער צוּ דָוִד הַמֶּלֶךְ אוּן הוֹיבְּט אָן רֶעדְן צוּ דָוִד... דִי פְרָאשׁ קְוִויטְשֶׁעט: "דָוִד, דוּ זָאגְסְט אַז אִין דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁטָא נָאךְ אֵיינֶער וָואס זָאל אַזוֹי דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי דוּ, לִיגְנְט! אִיךְ מִיט אַלֶע פְרֶעשׁ דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַסַאךְ מֶער פוּן דִיר; מִיר שְׁלָאפְן נִישְׁט, מִיר דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַ גַאנְצְן טָאג אוּן אַ גַאנְצֶע נַאכְט, אוֹיךְ זֶענֶען מִיר מֶער גֶעטְרֵיי פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, מִיר זֶענֶען אַרַיינְגֶעשְׁפְּרִינְגֶען אִין מִצְרַיִם אִין דִי בְּרֶענֶעדִיגֶע אוֹיוְון, צוּ טוּן דִי רָצוֹן פוּן אֵייבֶּערְשְׁטְן!"


דָוִד הַמֶּלֶךְ נֶעמְט אַרוֹיס זַיין פִידְל אוּן הוֹיבְּט אָן זִינְגֶען (תְּהִלִים, קַאפִּיטְל קלה): "ה'", אֵייבֶּערְשְׁטֶער, "לֹא גָּבַהּ לִבִּי", מַיין הַארְץ גְרוֹיסְט זִיךְ נִישְׁט, "וְלֹא רָמוּ עֵינַי", מַיינֶע אוֹיגְן דֶערְהֵייבְּן זִיךְ נִישְׁט מִיט גַּאֲוָה... דֶעמָאלְט הָאט דָוִד הַמֶּלֶךְ גֶעזִינְגֶען דֶעם קַאפִּיטְל.


קִינְדֶער, מִיר לֶערְנֶען זִיךְ פוּן דִי מַעֲשֶׂה צוּ דַאנְקֶען אוּן לוֹיבְּן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אַזוֹי וִוי דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים טוּעֶן, אוּן אַזוֹי וִוי דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, אַלֶע בַּאשֶׁעפֶענִישְׁן - טוּעֶן; וֶועלְן מִיר אוֹיךְ דַאנְקֶען אוּן לוֹיבְּן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אַלֶע קִינְדֶער הוֹיבְּן אָן זִינְגֶען: "שְׁכֹּחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער - פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן, שְׁכֹּחַ בַּאשֶׁעפֶער - וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן!"


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#111 - גייט ארויס ראטעווען אידישע קינדער
הפצה, זיכוי הרבים, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו גייסט נאך געלט און דו געבסט די געלט פאר'ן בית המדרש אין ירושלים. זאג אלע בחורים זיי זאלן אזוי טון; זיי זאלן גיין הפצה און געבן די צדקה פאר'ן שול אין ירושלים.


א שאד אז די הפצה איז איינגעשלאפן; פאריגע וואך איז נישט ארויסגעקומען קיין גליון מתורגם און עצתו אמונה מתורגם ווייל די משפחה וואס זענען דאס מתרגם, זיי געבן אוועק זייער גאנצע וואך פאר דעם, דרייסיג פערציג שעה לייגן זיי אריין אין די וועכנטליכע גליון און וועכנטליכע קונטרס עצתו אמונה, זיי זעען אז מען איז דאס מער נישט מפיץ, די בחורים און אינגעלייט זענען פיין באקוועם - טראכטן זיי א שאד דאס צו מאכן.


הלוואי וואלט איר זיך צאמגענומען, א חבורה בחורים און אינגעלייט - מיט'ן נאמען "חברת מפיצים", גיין יעדע פארנאכטס פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים, די קונטרסים און גליונות; אזויפיל בחורים און אזויפיל אברכים זענען פארלוירן, זיי ווייסן נישט וואס צו טון מיט'ן לעבן, זיי ווייסן נישט וואו זיך אהין צו טון, און מיט איין גליון, מיט איין בלעטל קען מען זיי העלפן; זיי אויסלייזן פון זייער אייגענע גלות.


שרייב מיר נאך בריוו - וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.