בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#78 - די קונטרסים "ליכטיגקייט פון אמונה" דערפריידט דאס הארץ
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס דערפריידט מיר זייער צו זען ווי עס קומט ארויס נאך און נאך קונטרסים פון די "ליכטיגקייט פון אמונה", בריוו פון שאלות ותשובות עצתו אמונה, מתורגם אין די ענגלישע שפראך פאר אלע וואס קענען נישט קיין אידיש.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְּזַכֶּה אֶת הָרַבִּים אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", דער וואס העלפט אנדערע ווערט אפגעהיטן פון שלעכטס; נאך זאגן זיי (סנהדרין לז.): "כל המציל נפש אחת", דער וואס ראטעוועט א צווייטן, "כאילו קיים עולם מלא", ווערט עס גערעכנט ווי ער ראטעוועט און שטעלט אויף א גאנצע וועלט.


שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט, זייט ממשיך מיט די עבודת הקודש, און בזכות די גרויסע מצוה פון זיכוי הרבים - זאלט איר זען נחת ביי אייערע קינדער, זיי זאלן אויסוואקסן גרויסער ערליכע אידן.


 

#77 - עס כאפט א קיצל צו הערן 'שנת תשפ"ג'
הדפסה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


היינט בין איך געזיצן מיט אלע וואס ארבעטן אין קרן הדפסה היכל הקודש, איך האב זיך אינטערעסירט ווי עס האלט די לוח לשנת תשפ"ג לפ"ק, מען האט מיר געזאגט אז מען ווארט אויף דיר, דו זאלסט ענדיגן די הגהה.


איך האף דו וועסט דאס ענדיגן ווי שנעלער, ווייל היום קצר והמלאכה מרובה, די צייט איז קורץ אין די ארבעט איז אסאך; מען דארף דאס שוין דרוקן, אנגרייטן פאר'ן קומענדיגן יאר.


עס כאפט א קיצל צו הערן 'שנת תשפ"ג'; מיר האבן נעכטן אנגעהויבן די יאר מיט אזויפיל קבלות טובות, ווי איז די יאר אזוי אריבער? וואו זענען די טעג? די וואכן?


יעצט זומער ווען דו ביסט אין קאנטרי - קענסטו מקיים זיין דעם רבינ'ס ווערטער, זיך מתבודד זיין צווישן די גראז און ביימער; וואויל איז דעם וואס איז מקיים דעם רבינ'ס ווילן בתמימות ובפשיטות.

#76 - זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, טראץ אלע שטערונגען
התחזקות, הדפסה, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט צו דרוקן און פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן, אזוי וועלן מיר צוריק ברענגען כלל נשמות ישראל צום אייבערשטן.


אוודאי וועט זיין אלע סארט שטערונגען, דער סמ"ך מ"ם וועט פרובירן צו שטערן, אבער ואתה מרום לעולם ה', לעולם ידך על העליונה.

#75 - חלישות הדעת האט יעדער, מיר האבן כאטשיג א חלק אין די גאולה
התחזקות, הפצה, הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


לעולם וואלט איך דיר געדארפט שרייבן יעדן טאג א בריוו, דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט פון מגיה זיין און ארויסגעבן די חיזוק, עצות און שכל פון רבי'ן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לַמְּחוּזָקִין"; די וואס זענען מחזק אנדערע - די דארפן דאס מערסטע חיזוק; איך בעט דיר, שטארק זיך; זיי ממשיך מער און מער מיט די זאך פון עצתו אמונה, איש אמונות, חזית איש, מעשה'לעך פאר קינדערלעך, איש יהודי, און יעצט דעם נייעם פירוש אויפ'ן ליקוטי מוהר"ן.


אוודאי וועט זיין אסאך חלישות הדעת און בלבולים, אבער מען דארף קוקן אויף תכלית; ווייל חלישות הדעת האט יעדער איינער, מיר האבן כאטשיג א חלק אין די גאולה.

#74 - חנוכת הבית פונעם נייעם בנין "קרן הדפסה היכל הקודש"
הדפסה, ראש השנה, לימוד התורה, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


די פאסיגע צייט פאר'ן חנוכת הבית פונעם נייעם בנין "קרן הדפסה היכל הקודש" - איז ראש חודש אלול, זונטאג פרשת שופטים.


זונטאג איז א טאג וואס די אלע וואס ארבעטן קענען דאס מיטהאלטן, אויך קען עס זיין א ראש חודש סעודה, און אויך א הכנה צום רבינ'ס ראש השנה.


די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין רבינ'ס ראש השנה (כמובא בחיי מוהר"ן, סימן תה); די בעסטע פלאץ וואו זיך צו גרייטן אויף ראש השנה - וועט זיין אינעם נייעם בנין וואו מען דרוקט הונדערטער טויזנטער ספרים צו ברענגען אלעמען קיין אומאן.


איך בעט דיר זייער, טייל נישט קיין טייערע מתנות. אנשי שלומינו דארפן נישט די זאכן, בפרט די וואס געבן פאר הדפסה, די וואס האבן אן הרגשה אינעם רבינ'ס זאך - די דארפן נישט טייערע זאכן. איך זאג דיר, עס איז א שאד די צייט, א שאד די געלט.


עס איז דא נאך אפאר פרטים וואס איך וויל רעדן מיט דיר פנים בפנים.


זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י, משניות, גמרא, הלכה וכו'.

#73 - אזוי שיין איבערגעטייטשט די עצתו אמונה אויף ענגליש
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בין אזוי פרייליך צו זען די שיינע ספרים, די "ליכט פון אמונה"; די שיינע שאלות ותשובות וואס איר האט מתרגם געווען אין די ענגלישע שפראך פאר אחינו בני ישראל וואס פארשטייען נישט די אידישע שפראך, עס איז אזוי שיין אויסגעקומען.


איך שיק אייך א מתנה חלק א' פון די "ליכט פון אמונה".


איך וואונטש אייך, דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט די הייליגע ארבעט, איר זאלט קענען ארויסגעבן נאך און נאך חלקים.


ווייל די אינגעלייט וואס גייען פארשפרייטן די ספרים אין ענגליש זאגן מיר כסדר ווי הונגעריג מענטשן זענען פאר די ספרים; מען באפאלט זיי, מען בעט זיי נאך א קונטרס, נאך א חלק.


אויך דער מפיץ הרב החסיד רבי נתן נרו יאיר זאגט מיר, די ענגלישע בריוו פון די ליכט פון אמונה איז אזוי פונקטליך מתורגם, עס רירט זיך נישט אוועק קיין ריר פון די אידישע בריוו, און עס איז הערליך, ציענדיג, מיט א רייכע ענגליש געשריבן.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן נחת פון די שיינע גארטן, ... נרו יאיר, ... תחי', ... תחי', ... נרו יאיר און ... נרו יאיר, אינאיינעם מיט אייער טייערער מאן ... נרו יאיר.


פון דער ראש ישיבה.

#72 - די התמדת התורה פון די כולל אינגעלייט אין שטעטל
כולל, מוסדות, הדפסה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז שוין שפעט ביינאכט, איך בין שוין אביסל מיד. היינט בין איך געווען אין שטעטל, אנהויב טאג בין איך געפארן קיין קרית יואל באזוכן אונזער חדר און סקול, מחזק זיין די איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס, פון דארט בין איך געפארן צום שטעטל, איך בין געווען דארט באזוכן די חדר און סקול, אויך בין איך געווען באזוכן דעם נייעם בנין בית הדפוס וואו מען דרוקט און מען פארשפרייט אזויפיל חיזוק פאר טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער.


שחרית האב איך געדאווענט שפעט, ארום עלף אזייגער אין האשקי שול; דארט האב איך באגעגנט א זאך וואס איך האב נאכנישט בייגעוואוינט, איך האב געהערט און געזען די התמדה פון די כולל אינגעלייט, זיי האבן געלערנט מיט אזעלכע קולות, מיט א חיות, זיי האבן נישט מפסיק געווען. דו ווייסט דאך ווי אזוי עס זעט אויס ווען איך קום אין שטעטל, עס ווערט יום טוב אין דער וואכן, אלע קומען צו גיין, אלעס שטעלט זיך אפ; זיי האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון מיר, איך האב אזוינס הנאה געהאט, איך בין ארויס פון התפעלות.


איך שרייב דיר די זאך יעצט ביינאכט מידערהייט, איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט נישט אפלאזן די עבודת הקודש פון צאמנעמען צדקה פאר אונזער כולל. איך וויל העכערן די כולל געהאלט, ווייל מיר שטייען יעצט אין א צייט וואס אלעס הייבט זיך, די פרייזן הייבן זיך; דארפן מיר אויך הייבן די כולל געהאלט.


איך שלאף שוין איין.

#71 - דרוקן דעם פירוש אויפ'ן זוהר אין א באזונדערע קונטרס
הדפסה, ספרי ברסלב, זוהר הקדוש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן נאך אזויפיל תפילות האב איך די יאר ל"ג בעומר אנגעהויבן שרייבן א פירוש אויפ'ן ספר הזוהר. דער פירוש איז געבויט אויף די ווערטער וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך האב נעכטן געטראפן ביי א חתונה האברך היקר לי ..., ער האט מיר געזאגט עס איז בעסער זאלסט דרוקן באזונדער די זוהר, און נישט אריינשטעלן אין די וועכנטליכע קונטרסים.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך דיר שיקן יעדע וואך א שטיקל פון די פרשת השבוע; איך וויל דו זאלסט עס מגיה זיין עס זאל נישט האבן קיין טעותים, און דאס אויסשטעלן אין א באזונדערע גליון.


ויהי רצון מלפניך אבי שבשמים איך זאל זוכה זיין צו קענען ענדיגן דעם פירוש אויפ'ן גאנצן זוהר, איך זאל קענען מתקן זיין מיט דעם מיין נשמה.

#70 - זע צו ענדיגן באצייטנס דעם וועכנטליכן קונטרס עצתו אמונה
הדפסה, בית המדרש, עצתו אמונה, שבועות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער שטארק, זע צו ענדיגן די וואך די קונטרס עצתו אמונה פאר פרשת נשא, ווייל די בית הדפוס וועט עס נאר דרוקן אויב זיי האבן דאס גרייט פאר יום טוב שבועות; זיי קענען נישט אניאגן צו מאכן זאכן די לעצטע מינוט.


איך האף צו קומען דאווענען שבת אינדערפרי ביי ענק אין בית המדרש.


אויך וויל איך דיר זאגן אז איך האב מנדב געווען א נייעם פרוכת פאר ענקער שול, איך האב געגעבן די געלט פאר ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - פארוואס דרוקט מען נישט פרישע חלקים פון ספר עצתו אמונה?
הדפסה, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס איז געשען אז מען דרוקט מער נישט פרישע חלקים פון ספר עצתו אמונה? אזויפיל מענטשן ווארטן אויף דעם, אזויפיל מענטשן זאגן אז דאס איז זייער גאנצע חיות, דאס איז זייער שכל פאר'ן לעבן.


באמת איז נישטא קיין חידושים אין די בריוו; עס איז ווערטער פון הייליגן רבי'ן, פון הייליגן רבי נתן, אויף די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז דאס געלערנט; עס איז נאר געשריבן אויף א וועג אז מענטשן זאלן דאס מקבל זיין, עס זאל זיי מחזק זיין.


איך האף דו וועסט זיך שטארקן ביתר שאת וביתר עוז ווייטער ארבעטן אין די הייליגע ארבעט, וועסטו האבן א חלק אין די גאולה וואס וועט זיין במהרה בימינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#68 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#67 - א קליינטשיגע תורה, וואס מאכט דעם מענטש פאר א גרויסער צדיק
תיקוני זוהר, הפצה, צדיקים, הדפסה, דרשות, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ב לפ"ק, פה מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל. אין עירפארט האט מיר אפגעווארט האברך ... נרו יאיר מיט די נייע מעשה ביכל "מעשה'לעך פאר קינדערלעך"; איך האב זיך אזוי געפרייט, אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א', דאס איז אזוי שיין, איך בין זייער פרייליך.


איך וואונדער זיך אויף זייער ברען צום רבי'ן, זיי האבן אלעס אוועקגעגעבן פאר'ן רבי'ן; ער מיט זיין ווייב ארבעטן טאג און נאכט מתרגם זיין די בריוו, די גליונות, דאס דרוקן און פארשפרייטן, אויך די חדר איז ביי זיי אין די דירה.


איך שיק דיר דא א שטיקעלע חדושי תורה וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען היינט פארטאגס לערנענדיג תיקונים ביי רבי שמעון אין מירון.


רבי שמעון בר יוחאי זאגט (תיקון כא, דף מז:): "וּמַה דַּהֲוָה סְגוּלָה לְעֵילָא כְּגַוְונָא דָא . ֹ . כַּד נָחְתָא לְגַבֵּי צַדִּיק אִתְעֲבִידַת סֶגוֹ"ל כְּגַוְונָא דָא ֹ . ֹ "; מיט די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רעט): "דַּע, שֶׁיֵּשׁ שֶׁאוֹמְרִים תּוֹרָה מִלְּמַטָּה לְמַעְלָה, וְהִיא מִלְּמַטָּה רְחָבָה מְאֹד, שֶׁלְּמַטָּה מַרְחִיבִין הַדָּבָר וּמַגְדִּילִין אוֹתוֹ מְאֹד", עס איז דא וואס זאגן תורה, אונטן איז דאס א ברייטע תורה, זייער א ברייטע, "וּלְמַעְלָה הוּא קָצָר" ; דאס הייסט מען רעדט גרויסע זאכן, מען פארלאנגט אסאך, עס זעט אויס זייער ברייט, "וּלְמַעְלָה הוּא קָצָר, וְהוֹלֵךְ וּמְקַצֵּר וְעוֹלֶה, עַד שֶׁלְּמַעְלָה מַעְלָה הוּא קָצָר מְאֹד מְאֹד", אבער אויבן ווערט די תורה קלענער און קלענער, ביז עס ווערט ממש קליין, "כִּי לְמַעְלָה לֹא נִשְׁאָר מִמֶּנָּה כְּלוּם", אויבן בלייבט כמעט גארנישט פון די תורה, "רַק מְעַט מְעַט, כִּי בְּוַדַּאי יֵשׁ שָׁם אֵיזֶה נִיצוֹץ הַקָּדוֹשׁ", עפעס א פינטעלע בלייבט.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין די ווערטער פון רבי'ן, עס זענען דא וואס זאגן דרשות און תורות, עס זעט אויס זייער ברייט, עס זעט אויס זייער גרויס, אבער וואס קומט ארויס פון די תורה? וואס נעמט מען ארויס פון די דרשה? גארנישט! דעריבער זעט דאס אויס אזוי:  ברייט פון אונטן, און אויבן בלייבט גארנישט. "אֲבָל יֵשׁ לְהֵפֶךְ, שֶׁאוֹמְרִים תּוֹרָה מִלְּמַעְלָה לְמַטָּה" , עס זענען דאס וואס זאגן תורה פון אויבן צו אונטן, "וְשָׁם לְמַעְלָה הִיא רְחָבָה מְאֹד מְאֹד", אויבן איז דאס א ברייטע תורה, "וְכָל מַה שֶּׁיּוֹרֶדֶת לְמַטָּה מִתְקַצֶּרֶת וְיוֹרֶדֶת, עַד שֶׁלְּמַטָּה הִיא קְצָרָה מְאֹד, וְהִיא רַק מְעַט מְעַט לְמַטָּה", ווי מער עס קומט אראפ דא אונטן ווערט דאס קלענער און קלענער, "אֲבָל לְמַעְלָה הִיא רְחָבָה מְאֹד", אבער אויבן איז דאס זייער גרויס.


מוהרא"ש איז מסביר, עס איז דא צדיקים וואס זאגן תורה, אונטן זעט דאס אויס זייער קליינטשיג, עס איז נישט קיין ברייטע תורה, אבער ווען מען גייט אוועק פון אזא דרשה ווערט מען א גרויסער צדיק, אויבן אין הימל ווערט עס ברייט, דער צדיק זאגט אז קליינע תורה, ער זאגט אונז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן, מיר זאלן לערנען תורה אפילו אן פארשטיין, עס זעט אויס ווי א פינטעלע, ווי א קליינע דרשה, א גארנישט, אבער עס ווערט ברייט, מען ווערט א גרויסער צדיק.


דאס קען זיין, רבי שמעון בר יוחאי זאגט: "כַּד נָחְתָא לְגַבֵּי צַדִּיק אִתְעֲבִידַת סֶגוֹ"ל כְּגַוְונָא דָא ֹ . ֹ ", דער צדיק לערנט אויס "טו קליינע פינטעלעך, טו קליינע זאכן", אויבן איז עס נישט קליין, נאר דא איז עס קליין, אזוי אויך, "הויב אן דינען דעם אייבערשטן אפילו דו האסט נישט קיין טעם, קיין הרגש", שפעטער וועט ווערן ברייטער; והבן למעשה.


 

#66 - יישר כח פאר'ן העלפן אריבערציען דעם קרן הדפסה צום נייעם בנין
הפצה, הדפסה, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בהר, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן דאנק פאר'ן העלפן אריבערטראגן אלע מאשינען און אלע ספרים צום נייעם בנין קרן הדפסה היכל הקודש. געב איבער פאר אלע אינגעלייט און בחורים וואס האבן געהאלפן, אלע וואס העלפן האבן די גרויסע הבטחה וואס רבי שמעון בר יוחאי האט צוגעזאגט.


איך געפון זיך יעצט אין מירון, איך בין געקומען צום הילולא, איך וועל אם ירצה ה' זיין אין מירון ביז נאך שבת. איך טראכט, וואס קען זיין גרעסער פון העלפן דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן – וואס איז אזוי מחי' אידישע קינדער.


דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט (תרומה קכח:) "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחֲמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דאס איז דער גרעסטער תיקון, דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", א תיקון פאר די עבירות איז ארבעטן צוריק צו ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; וואויל איז דעם וואס האט א חלק אין הפצה, און א חלק אין הדפסה – וועט ער אלץ פאררעכטן.


געב איבער פאר אלע אינגעלייט און בחורים א פערזענליכע דאנק, ווייז זיי אלע דעם בריוו.


 

#65 - אויפארבעטן די גליון אין ענגליש
הפצה, הדפסה, חסד, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר, י"ד אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ענדערש זאלט איר ענדיגן די זאך וואס איר האט אנגעהויבן ווי איידער זוכן פרישע עסקנות; איר האט אנגעהויבן מאכן דעם ענגלישן גליון - זאלט איר אין דעם אריינלייגן אייער עסקנות.


קויפן א לעקטער פאר קינדער וואס זענען געל אז די ברית זאל קענען זיין אין צייט - דאס קענען אנדערע אויך טון, צושטעלן נאכטמאל פאר משפחות וואס קענען זיך נישט קיין עצה געבן - קענען אויך אנדערע טון, אבער דער ענגלישער גליון וואס טויזנטער מענטשן ווארטן אויף דעם - איז ביזדערווייל נישטא קיין אנדערע וואס זאלן דאס טון, איז ממש א שאד איר זאלט זוכן פרישע עסקנות.


מיר ווילן יעצט אויפארבעטן די ענגלישע גליון דאס זאל זיין אין אלע שטעט, אין אלע אידישע הייזער וואו מען רעדט ענגליש; איך האף צום אייבערשטן איר וועט אריינלייגן אין דעם אייער גאנצע הארץ.


עס איז דא א אינגערמאן וואס איז גרייט איבערצונעמען דאס אויסשטעלן דעם גליון, ער דארף נאר פון אייך די חומר; איר וועט אים שיקן בריוו מתורגם אויף ענגליש און ער וועט דאס שיין אויסשטעלן.


ביטע זיך פארבינדן מיט'ן קרן הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - מיר שרייבן אויף אלע ספרים וואס מיר דרוקן "מאת מוהרא"ש זי"ע"
הדפסה, מוהרא"ש, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב נישט קיין באמערקונגען אויפ'ן ספר, עס איז א הערליכע ספר, איך קען שוין קוים ווארטן אויף נאך חלקים.


זאלסט זיך נישט אפשטעלן, מאך נאך אזעלכע ספרים; "אשר בנחל לילדים", "אשר בנחל למלמדים", "אשר בנחל לחתנים", און אזוי ווייטער.


היות דו בעטסט מיר איך זאל דיר שרייבן מיינע הערות, איין קליינע הערה: מיר שרייבן אויף אלע ספרים וואס מיר דרוקן "מאת מוהרא"ש זי"ע"; איך האב אמאל געהאט א מעשה מיט מוהרא"ש, איך האב געשריבן מוהרא"ש'ס נאמען אויף א מודעה און מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "איך האב נישט קיין נאמען, מיין נאמען איז מוהרא"ש, מער זאלסטו נישט שרייבן מיין נאמען"; דעריבער ווען מיר דרוקן אונזערע ספרים - שרייבן מיר נאר "מוהרא"ש"; איז אפשר כדאי דו זאלסט לייגן אויפ'ן דעקל: "אוצר מכתבים וכו' מאת מורינו ורבינו מוהרא"ש זי"ע, הצדיק מיבנאל".


טו ווי אזוי עס שיינט דיר; מאך אזוי, מאך אזוי - דער עיקר זאלסטו דרוקן און דרוקן אן אויפהער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - מיר דארפן הילף זיך אריבער ציען צום נייעם בנין פונעם בית הדפוס
שלום בית, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט' אייר, כ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אויב דו קענסט העלפן ביים בית הדפוס, מיר דארפן הילף זיך אריבער ציען צום נייעם בנין - ביטע זיך מעלדן צו האברך יצחק אייזיק ראטה.


איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן בלייבן אין שטוב מיט די קינדער היינט נאכט אז דיין ווייב זאל קענען קומען צום פרויען צאמקום; עס איז איר אזוי וויכטיג צו באקומען אביסל פרישע חיות, עס איז איר אזוי וויכטיג צו באקומען פרישע בעטערי; דריי זיך נישט ארויס, זע צו זיין צייטליך אין שטוב אז זי זאל קענען ארויסגיין.


  דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#62 - קרן הדפסה איז דיינ'ס פינקט ווי מיינ'ס
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


געלויבט דעם אייבערשטן די קרן הדפסה ציט זיך אריבער אינעם נייעם בנין דעם קומענדיגן וואך.


עס איז אזוי אינטערעסאנט צו זען, מען האט אנגעהויבן דרוקן אין ישיבה פאר אפאר יאר צוריק. מען האט אנגעהויבן מיט א קליינעם מאשין דרוקן די קונטרסים פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, צוביסליך האט מען זיך פארברייטערט ביז מיר גייען זיך שוין אריינציען אינעם נייעם בנין וואס מען האט געקויפט ספעציעל פאר קרן הדפסה, צו דרוקן און פארשפרייטן די עצות פון הייליגן רבי'ן, די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אלע יארן.


איך וויל דיר זייער בעטן, מיר דארפן האבן הילף, מיר קענען נוצן דיין הילף ביים זיך אריבערציען; בעט איך דיר זאלסט זיך מעלדן צו האברך היקר לי יצחק אייזיק ראטה, ער וועט דיר זאגן ווען צו קומען, און איינטיילן די ארבעט פאר ווער עס וויל העלפן.


פארשטיי גוט, קרן הדפסה איז דיינ'ס פינקט ווי מיינ'ס; אז דו ציסט זיך אריבער א דירה דארף איך דיר נישט שלעפן דיינע פעקלעך, אזוי איז יעצט, קרן הדפסה איז דיינס, עס איז נכסים פון היכל הקודש, יעדער איינער דארף צולייגן א האנט; מען קען נישט יוצא זיין מיט די פאר אינגעלייט וואס ארבעטן יומם ולילה מיט דאס גרעסטע מאס געטריישאפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - ברוחניות טאר מען נישט זיין צופרידן, אלץ וועלן מער און מער
הדפסה, עבודת השם, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


טייערער ..., ליבערטי


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, דו געבסט ארויס די הערליכע קונטרסים עצתו אמונה יעדע וואך, אזויפיל מענטשן זענען זיך ממש מחי' מיט דעם; זיי ווערן נענטער צום אייבערשטן.


אויך די עצתו אמונה פאר קינדער איז אזוי שיין. זייער אסאך משפחות זאגן מיר אז די קינדער ווארטן יעדן שבת אויף די מעשה, מען לעבט מיט די מעשה א גאנצע וואך, אויך אין חדר און אין בית פיגא דערציילט מען דאס פאר די קינדער. איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און שטארק די אנדערע אינגעלייט וואס זיי העלפן דיר, זיי ארבעטן מיט דיר.


מי יתן עס זאל שוין זיין דער מכון עצתו אמונה, עס איז דא אזויפיל ארבעט. איך האף דו ביסט נישט צופרידן מיט דיין ארבעט וואס דו טוסט, דו ווילסט טון מער און מער. ווייל צדיקים זאגן, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר, הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", דאס איז נאר געזאגט געווארן בגשמיות, דער וואס איז צופרידן מיט זיין קאר, מיט זיין הויז, מיט זיין פרנסה - דער איז אן עושר, אבער ווען עס קומט ברוחניות - טאר מען נישט זיין צופרידן, מען דארף אלץ וועלן מער און מער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - שיינע נייע גרעפיקס פאר די ספרים
הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית יואל


איך האב געזען די שיינע נייע גרעפיקס וואס איר מאכט פאר די קרן הדפסה. די דעקל פאר'ן ספר "אוצר חינוך הילדים" און ספר "אוצר החיים" - דאס איז הערליך שיין; מיר האבן נאכנישט געהאט אזעלכע שיינע גרעפיקס פאר די קונטרסים און ספרים.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכותים וואס מען האט ווען מען העלפט דרוקן די ספרים.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט זרע של קיימא און הצלחה.

#59 - וואויל פאר די עלטערן וואס די קינדער זענען עוסק אין הפצה
קינדער, הפצה, זיכוי הרבים, הדפסה, סיפורי צדיקים, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים


איך וויל אייך דערציילן א מעשה וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון דער הייליגער צדיק רבי מיכעלע זלאטשובער זכותו יגן עלינו, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאכנישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


דאס וואס אייערע טייערע קינדער, משפחת ... שיחיו - טוען פאר אידישע קינדער, זיי זענען עוסק אין איבערטייטשן, דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' וועכנטליך מיט די קונטרסים, גליונות וכו' - וואס זיי זענען מתרגם, דרוקן און פארשפרייטן - דאס איז די העכסטע זאך ביים אייבערשטן; וואויל פאר די עלטערן וואס די קינדער זענען עוסק אין די מצוה.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן געזונט, כח און נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך.

#58 - אז דער צדיק איז נסתלק געווארן, דארף מען זוכן זיינע תלמידים
קינדער, הפצה, צדיקים, יבנאל, הדפסה, היכל הקודש, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, ספרי ברסלב, ראש ישיבה, הדרכות, מורה דרך, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חתן, מוהרנ"ת ז"ל, השגחה פרטית

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא, י"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים פון ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש ברסלב


די וואך אין די פרשה זעען מיר זייער א שרעקעדיגע זאך, ווי אין די וועלט קען אזא זאך פאסירן? נאכדעם וואס אידישע קינדער האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די הייליגע תורה מיט אזעלכע וואונדער, אלע אידן האבן זוכה געווען צו רוח הקודש – זאלן זיי אראפפאלן און מאכן דעם עגל?!


אפילו די אידן האבן טאקע דאס נישט געמאכט, נאר די ערב רב, און זיי האבן פארנארט א טייל אידן – איז נאכאלץ שווער, ווייל די ערב רב האבן דאך אויך זוכה געווען צו גיין מיט משה רבינו, זיי האבן זיך מגייר געווען, זיי האבן געזען די גרויסע וואונדער וואס משה רבינו האט געטון; קריעת ים סוף, מלחמת עמלק, מתן תורה, די אותות און מופתים נוראים, נאך דעם אלעם זאל מען אזוי פארנארט ווערן און מאכן אזא זאך – אן עגל?!


זאגט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה (לקוטי הלכות ברכת הריח הלכה ד, אות לג): "וְכָל זֶה מֵחֲמַת שֶׁמֹּשֶׁה רַבֵּנוּ נִסְתַּלֵּק מֵהֶם אָז וְלֹא הָיָה בֵּינֵיהֶם, עַל כֵּן עִרְבֵּב הַשָּׂטָן אֶת הָעוֹלָם עַד שֶׁעָשׂוּ אֶת הָעֵגֶל", וויבאלד דער צדיק משה רבינו איז נישט דארט געווען, האט דער שטן געהאט די כח צו פארנארן די אידן; ווי הויך מען זאל נאר זיין, ווי נאר מען גייט אוועק פונעם צדיק – פאלט מען אראפ פון די העכסטע דרגות צו די גרעסטע טומאה. מען קען זיין ביים בארג סיני, מען האט נארוואס מקבל געווען די תורה הקדושה, נאכאלץ איז דער מענטש אין א סכנה פון אלעס פארלירן. אזוי ווי מען גייט אוועק פונעם צדיק – איז שוין גארנישט דא; דער בעל דבר האט אזעלכע כוחות, ער העצט אויף דעם מענטש – ביז מען ווערט אן עובד עבודה זרה רחמנא לצלן.


און גלייך ווען משה רבינו איז צוריק געקומען איז אלעס גוט געווארן, ער האט מכניע געווען דעם שטן, ער האט צעבראכן דעם עגל און שוין געברענגט א פרישע לוחות; ווייל נאר מיט א צדיק קען מען האבן די תורה און זיין ביים אייבערשטן.


טייערע חברים, טייערע אנשי שלומינו, מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן נישט אפלאזן דעם צדיק, מיר זאלן שטענדיג זוכן זיך פון פריש מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן, לערנען דעם רבינ'ס ספרים און זוכן ווי מען קען געפונען אין אונזער דור דעם צדיק.


רבי נתן זאגט (שם, בשר וחלב הלכה ה, אות כב): "עִקַּר חֵטְא הָעֵגֶל הָיָה עַל יְדֵי שֶׁפָּגְמוּ בִּכְבוֹד מֹשֶׁה וְתַלְמִידָיו", די עבירה פונעם עגל איז געווען אז זיי האבן פוגם געווען אין משה רבינו און אין זיינע תלמידים, "עַל יְדֵי שֶׁלֹּא הֶאֱמִינוּ שֶׁגַּם אַחַר הִסְתַּלְּקוּת מֹשֶׁה, עֲדַיִן תַּלְמִידָיו הַקְּדוֹשִׁים קַיָּמִים", זיי האבן נישט געגלייבט אז נאכן הסתלקות פונעם צדיק האמת איז נאך געבליבן תלמידים וואס זיי קענען ווייטער לערנען די וועג ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, "וַאֲפִלּוּ לְפִי טָעוּתָם שֶׁמֵּת מֹשֶׁה, הָיָה לָהֶם לֵילֵךְ לְתַלְמִידָיו הַקְּדוֹשִׁים וְלִשְׁאֹל מֵהֶם הַדֶּרֶךְ אֲשֶׁר יֵלְכוּ בָּהּ", אפילו לויט זייער טעות, אז משה רבינו איז נישטא, וואלטן זיי נאך געקענט גיין צו אהרן, חור און יהושע וכו'.


שטארקט אייך מיט'ן רבינ'ס ספרים. דער רבי איז דא צווישן אונז, ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים – ביי אים לעבט דער רבי. בפרט די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט בירושה, דאס זענען וואונדערליכע ספרים, עס האט א כח צו שלעפן דעם מענטש צו די גרעסטע דרגא. די ספרים האבן א כח, עס עפנט אויף די מויל צו רעדן צום אייבערשטן, מען הויבט אן לעבן מיט תכלית.


איך האב באקומען שיינע גרוסן; די וואך זענען געקומען צוויי אינגעלייט וואס האבן באזוכט ביי ענק. האברך ... נרו יאיר, און האברך ... ; ביידע פון זיי זאגן אז עס איז דא ביי ענק א שטארקע "אחדות" און "תמימות"; זיי קענען נישט קומען צו זיך פון די ליבשאפט צווישן אייך און ענקער תמימות. איך האב זיך זייער געפריידט דאס צו הערן, ווייל די צוויי זאכן זענען זייער וויכטיג, אז עס איז דא אחדות, ליבשאפט און תמימות, עס איז נישטא קיין ליצנות – דארט איז דער רבי.


די בריוו וואס איך שרייב אייך יעצט דריי אזייגער פארטאגס – איז צו פארדאנקען מיין זון, הילד ... נרו יאיר, ער וויינט שוין מער פון א שעה, ער וויל נישט שלאפן, ער האט מיך אויפגעוועקט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איך וויל ענק שרייבן א בריוו לכבוד שבת, למעשה, פון אזויפיל טרדות איז דאס מיר ארויס פון קאפ.


היינט בין איך נישט געווען א גאנצן טאג אין ישיבה, פון נאך שחרית ביז נאכט בין איך געווען מיט די חתנים פון ישיבה. מיר האבן יעצט א מנין חתנים אין ישיבה, איך האב געלערנט מיט זיי הלכות, הדרכה און השקפה אויפ'ן באפעל פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מוהרא"ש האט מיר אפאר מאל געבעטן צו לערנען מיט חתנים, זיי מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן בקדושה ובטהרה, אן קיין פאלשע לימודים. ליידער לערנט מען מיט חתנים און כלות פאלשע לימודים, קריסטליכע לימודים, פרישות השם ישמרינו; דאס איז גורם אז אינגעלייט און ווייבלעך פאלן אין עבירות, זיי האבן נישט די חומה, די שמירה, די פת בסלו.


עס קומען צו מיר חתנים פון אנדערע ישיבות איך זאל לערנען מיט זיי, אבער איך לערן נאר מיט תלמידים פון ישיבה. מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו אכטונג געבן וכו', אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפח): "הַצַּדִּיק אֵינוֹ מֵשִׁיב לוֹ הָאֲבֵדָה עַד שֶׁיִּדְרְשֶׁנּוּ אִם אֵינוֹ רַמַּאי וְשַׁקְרָן", דער צדיק פרובירט אויס דעם מענטש פאר ער לערנט מיט אים, איידער ער געבט אים צוריק זיינע אבידות – אויב ער איז א פאפער, א ליגנער.


מיר האבן געלערנט מיט די חתנים א גאנצן טאג, צוויי פון די חתנים גייען וואוינען אין ארץ ישראל, איין חתן קומט קיין ירושלים און דער צווייטער קיין בית שמש; ביידע פון זיי זענען טייערע חשוב'ע חתנים, גוטע כלים להשפיע בעזר ה' יתברך.


מן השמים האט מיר מיין זון אויפגעוועקט, יעצט איז ער שוין איינגעשלאפן, מעז יצא מתוק, פון וויינען איז ארויסגעקומען א שיינע בריוו – האט זיך אלעס געלוינט.


ביי רבי נתן איז אזוי געווען, אמאל האט פאסירט אז ביי שלש סעודות איז אריינגעקומען א נישט נארמאלער מענטש, א משוגע'נער – אין שול, ער האט געשריגן און פארפירט. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט פאר אנשי שלומינו: "לעולם וואלטן מיר אויך ווען געדארפט אזוי אויסזען, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג.) 'אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵרָה', א מענטש זינדיגט נישט, 'אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת', נאר נאכדעם וואס עס איז אריין אין אים א רוח שגעון; קומט אויס, לפי אונזערע מעשים האבן מיר דאך אזויפיל רוח שטות, וואלטן מיר שוין געדארפט זיין טויט משוגע, נאר דער אייבערשטער האט אויף אונז רחמנות געהאט און אונז מקרב געווען צום רבי'ן, - זענען מיר אביסל נארמאל". דער שמועס האט זיך פארצויגן, עס איז געווארן הערליכע שמועס; האט זיך רבי נתן אנגערופן: "אויב פון א משוגע'נער קומט ארויס אזעלכע שיינע דיבורים – פעלט אויס עס זאלן זיין אזעלכע מענטשן".


און אז פון א קינד'ס וויינען קומט א בריוו – פעלט אויס א קינד זאל וויינען; טוט מיר נאר א טובה, זייט נישט מתפלל אז מיינע קינדער זאלן זיך אויפוועקן כדי איר זאלט באקומען א בריוו, זייט מתפלל איך זאל האבן כח און קענען אנקומען ענק צו שרייבן יעדן באזונדער און אויך א בריוו יעדע וואך.


טייערע ברודער, איך בעט אייך זייער, זייט נישט "סעלפיש"; אין אמעריקע איז דא א ווארט "סעלפיש", איך ווייס נישט ווי אזוי מען רופט עס ביי ענק, סעלפיש הייסט א מענטש וואס טראכט נאר פון זיך, רעכנט זיך נישט מיט אנדערע. אז מיר זענען אין "גן עדן", מיר האבן פארזוכט פון די אונגארישע וויין, דארפן מיר דאס אויך מזכה זיין פאר אנדערע. פארוואס נישט טראכטן פון נאך א בחור, נאך א איד – זאל פארזוכן פון די גוטע זיסע עצות פון רבי'ן?


נעמט דעם שיינעם גליון היכל הקודש, סיי די אידישע און סיי די מתורגם אויף לשון הקודש, די שיינע קונטרסים עצתו אמונה, איש אמונות – די אידישע און די מתורגם'דיגע, פארשפרייטס דאס פאר אנדערע, פארשפרייטס דאס אין גאנץ ארץ ישראל.


די עצתו אמונה מתורגם איז אזוי שיין, עס האט אזא טעם, אלע ליינען דאס. עס שרייבן מיר פון אלע קרייזן, חסידי'שע, ליטווישע, ספרדי'שע; רבנים, דיינים, לומדים, מלמדים, מגידי שיעור; אלע שרייבן פה אחד אז דאס איז זייער עונג שבת, דאס איז זייער חיזוק, זייער שכל; עס קומען אן הונדערטער אזעלכע בריוון טעגליך.


דער גבאי האברך ... נרו יאיר, שרייבט מיר די וואך אז מען ענדיגט יעצט מתרגם זיין די הונדערט'סטע קונטרס פון "עצתו אמונה" מתורגם. זיין משפחה איז דאס מתרגם וואך נאך וואך, פערציג שעה א וואך, אזויפיל שעה וויפיל א אינגערמאן ארבעט ביי אונז אין אמעריקע א וואך. נישט יעדער קען דאס באווייזן, אריינלייגן אין הפצה פערציג שעה א וואך. קיינער צאלט נישט פאר דעם, קיינער האט נישט געזאגט זיי זאלן דאס טון, נאר עס ברענט אין זיי "הפצה". פון אייך אלע בעט איך נישט קיין פערציג שעה; געבט אביסל צייט פאר הפצה.


די גליונות קען מען פארשפרייטן א גאנצע וואך, עס דארף נישט זיין נאר שבת. מענטשן זענען אויסגעהונגערט פאר חיזוק, הונגעריג פאר פראקטישע עצות. מענטשן זענען שוין מיד פון די אלע גליונות, תורות, ענינים, משלים ומליצות. אויף דעם זאגט דער נביא (ישעיה ז, יג): "הַמְעַט מִכֶּם הַלְאוֹת אֲנָשִׁים, כִּי תַלְאוּ גַּם אֶת אֱלֹקִים", מענטשן ווערן מיד פון די אלע שיינע משלים און מליצות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח): "אֲנָשִׁים חוֹשְׁבִים שֶׁיָּבוֹאוּ לְאֵיזֶהוּ תּוֹעֶלֶת עַל יָדָם", מענטשן זוכן "לָדַעַת אֵיךְ לַעֲבֹד אֶת ה'", און ווען מען זעט אז מען קען גארנישט נאכטון, ביז מען זאגט: "לֹא יִרְאֶה וְלֹא יָבִין אֶלֹקִים", - קומט אויס אז דאס איז גורם מענטשן זאלן אפלאזן אידישקייט.


מה שאין כן דעם רבינ'ס ווערטער, דאס האט א כח אז עס ברענגט צוריק פון די ווייטסטע מקומות – צום אייבערשטן. די גליונות און ספרים ווייזן דעם מענטש, 'דו קענסט תשובה טון', דער מענטש ליינט א צוויי דריי בריוון, ער הויבט אן שפירן 'דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון מיינע מצוות און מעשים טובים'; דאס איז די פאקט, פארוואס איז דאס אזוי? פארוואס די דיבורים האבן א כח? ווייל נאר דער רבי קען אלעמען צוריק ברענגען, אפילו מען האט שוין אריינגעשאסן אלע צען פיילן באשמירט מיט אלע צען גיפטן – זאגט דער רבי (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג): "אוּן אִיך הֵייל זִי".


דעריבער בעט איך אייך, זייט נישט "סעלפיש", יעדער איינער זאל זיך באנייען אין "הפצה"; שעמט זיך נישט מיט היכל הקודש. עס איז שוין היינט גארנישט קיין בושה צו זיין א תלמיד היכל הקודש, א בושה איז צו זיין ביי א רבי וואס מען באקומט גארנישט, זיך דרייען אין א פלאץ אן האבן מסיים געווען אפילו איינמאל אין לעבן ששה סדרי משנה.


אין יבנאל האט מען די וואך געעפנט א דרוק, מען האט אנגעהויבן דרוקן די גליונות, עצתו אמונה וכו', דאס איז פאר מיר א גרויסע שמחה. מוהרא"ש איז פרייליך, אלע צדיקים זענען פרייליך אז די ליכטיגקייט פון רבי'ן וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש גייט ווייטער און ווייטער, "לֹא יִכְבֶּה בַּלַּיְלָה נֵרָהּ" (משלי לא, יח).


בעזרת ה' יתברך קום איך גלייך נאך פורים.

#57 - מיין טאטנ'ס מענטשן, בענטשן ברכת המזון אויפ'ן קול
הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, ברכת המזון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך ווייס נישט ווי אזוי עס קען זיין אז דו ביסט צעבראכן, דו האסט נישט קיין השגה וויפיל מענטשן זענען זיך מחי' מיט די שיינע קונטרסים וואס דו שטעלסט אהער וועכענטליך. מענטשן זאגן און שרייען אז די קונטרסים עצתו אמונה - איש אמונות, די בריוו - דאס איז זייער גאנצע חיות, זייער גאנצע חיזוק; ווי קען זיין דו זאלסט זיין אזוי געפאלן, אזוי פארשלאפן? דו דארפסט טאנצן פאר שמחה: "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו 'אשר בנחל' שם גורלינו"; די אלע בריוו, אלעס איז ארויסגענומען פון אשר בנחל, אלעס איז שכל פון מוהרא"ש, עצות פון הייליגן רבי'ן.


א שאד איך האב אויסגעלאזט פאריגע וואך די קינדער עצתו אמונה, אזויפיל קינדער ווארטן א גאנצע וואך אויף דעם, זיי ווילן זען די שיינע מעשה פון עצתו אמונה פאר קינדער.


איך שיק דיר יעצט א קליינע שיינע ווארט פון אדל, א טאכטער פון רבי'ן. איך וועל עס פרובירן אויסציען אין א מעשה, אז די עלטערן זאלן האבן וואס צו דערציילן פאר די קינדער, און זיי אנווארעמען צו בענטשן ברכת המזון הויך אויפ'ן קול מיט א געשמאק:


טייערע קינדער, לאמיר גיין קיין אומאן, לאמיר אריינקוקן אין שטוב פון רבינ'ס טאכטער, די גרויסע צדיקת אדל עליה השלום:


א שיינע סעודה קומט פאר ביים רבינ'ס טאכטער, אנשי שלומינו עסן א געשמאקע סעודה. אין די צווייטע שטוב זיצט אדל דעם רבינ'ס טאכטער מיט נאך פרויען, מען עסט און מען טרינקט אזוי געשמאק, מען שמועסט און מען פארברענגט אינאיינעם.


וויבאלד מען האט געגעסן אין באזונדערע צימערן האבן די פרויען נישט געוויסט ווי מען האלט ביי די סעודה ביי די מענער, זיי האבן געטראכט: 'האבן זיי שוין געבענטשט ברכת המזון? זאלן מיר שוין אויך בענטשן?' א טייל פרויען האבן געזאגט: "די מענער האבן שוין געבענטשט ברכת המזון, מיר דארפן שוין אויך בענטשן".


רופט זיך אן די צדיקת אדל עליה השלום: "איך זאג אייך מען האט נאך נישט געבענטשט, מען האלט נאך אינמיטן עסן, מיר קענען ווייטער עסן"; אלע פרויען קוקן אויף איר, זיי פרעגן איר: "ביסטו זיכער אז מען האט נאכנישט געבענטשט, אפשר האט מען שוין יא געבענטשט?" רופט זיך אן די צדיקת אדל: "מיין טאטנ'ס מענטשן בענטשן אויפ'ן קול, מיר וואלטן זיכער געהערט זייער ברכת המזון".


פלוצלונג הערט מען א גערודער, מען הערט פון דערווייטנס ווי מען בענטשט ברכת המזון אזוי שיין; רופט זיך אן די צדיקת אדל: "איך האב אייך דאס געזאגט, מיין טאטנ'ס מענטשן, ווען זיי בענטשן ברכת המזון בענטשן זיי אויפ'ן קול".


קינדער, יעצט וועלן מיר אלע בענטשן שיין הויך אויפ'ן קול, אזוי ווי ברסלב'ער חסידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - דער ספר "אשר בנחל לנשים" איז זייער שיין
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די נייע ספרים וואס דו דרוקסט, אשר בנחל לנשים; איך בין זייער איבערגענומען פון די שיינע ארבעט, איך האב זייער הנאה פון דעם; איך האף דו וועסט בקרוב ארויסגעבן חלק ב', ג', און אזוי ווייטער.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון דרוקן די הייליגע ספרים וואס מאכן ליכטיג די וועלט.


 

#55 - דרוקן די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש, ברענגט אלע ישועות
סגולות, הדפסה, ספרי ברסלב, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס זאלסטו זיך זייער שטארקן אין דיין הייליגע ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים, אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", ווער עס איז מזכה אידישע קינדער - היט אים דער אייבערשטער אפ פון שלעכטס; נישטא נאך אזא מזכה את הרבים ווי דער וואס דרוקט די ספרים און קונטרסים און פארשפרייט דאס פאר אנדערע.


אויף דיין פראגע, ווען מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן זיינע ספרים וועט האבן א ישועה – צי מיינט דאס נאר איין ישועה אדער קען מען דאס טון פאר כמה וכמה ישועות; אודאי און אודאי, ווער עס העלפט דרוקן די ספרים קען דאס טון פאר כמה ישועות און מען וועט זען גרויסע נסים.


אויף דיין פראגע אויב די הבטחה פון מוהרא"ש איז נאר פאר ווער עס דרוקט אשר בנחל, אדער דאס איז אויך אויף די אנדערע ספרים; אלע קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן - האבן אין זיך די הבטחה אז ווער עס וועט נעמען א חלק און וועט דאס דרוקן - וועט זען ישועות, בפרט דעם ספר אשר בנחל, דארט האט מוהרא"ש מבטיח געווען מיט א שטארקע הבטחה אז מען וועט זען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט דיין הייליגע ארבעט.

#54 - זיין א מלמד איז פון די חשוב'סטע זאכן
מלמדים, הדפסה, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, מלמדות איז זייער א הייליגע ארבעט; זיין א מלמד איז פון די חשוב'סטע זאכן.


איך ווייס נישט אויב דו ווייסט דיין גרויסקייט; דו לערנסט מיט תינוקות של בית רבן די הייליגע א-ב, דו לערנסט זיי אויס דאווענען, פרשה, מידות טובות וכו'; דאס וועט זיי בלייבן זייער גאנץ לעבן.


איך האב שוין געשריבן פאר מלמדים זייער אסאך בריוו, פרעג די מלמדים; זיי זאלן דיר ווייזן אלע בריוו וואס איך האב זיי געשריבן. אפשר וועט איינער צאמנעמען אלע בריוו און ארויסגעבן א באזונדערע ספר פאר מלמדים, פאר מחנכים; עס איז דא אין די בריוו אסאך גוטע עצות, שכל און חיזוק אויף חינוך הבנים והבנות.