בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#35 - מעשיות פאר קינדער
קינדער, חינוך הילדים, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, דו ביסט מסדר אזוי שיין די בריוו פון ספר איש אמונות, דו ביסט דאס מגיה זייער גוט, מען טרעפט נישט קיין טעותים.


דא האסטו א מעשה פאר 'עצתו אמונה פאר קינדער':


קינדער, ווער ווייסט ווי אזוי מען ווערט א צדיק?


די קינדער שרייען אלע: "אז מ'רעדט צום אייבערשטן!"


זייער גוט, אז מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען א גרויסער צדיק, אזוי האט דער הייליגער רבי געזאגט, ער האט זוכה געווען צו ווערן א גרויסער צדיק ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן. פון ווען ער איז געווען א קליין קינד, האט ער זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן, ביז ער איז געווארן א גרויסער צדיק.


דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער זייער שטארק געוואלט שפירן א טעם אין שבת קודש, פרייטאג נאכמיטאג איז ער געגאנגען זיך טובל'ען אין מקוה לכבוד שבת קודש און ער איז געגאנגען אין שול, ער האט געוואלט עפעס טון כדי זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת. איינמאל האט דער רבי געזען א איד זאגן שיר השירים ביי זיין שטענדער, דער רבי האט געטראכט 'איך וויל אויך שפירן א טעם אזוי ווי דער איד וואס זאגט שיר השירים אזוי בא'טעמ'ט', האט ער זיך אריינגעזעצט אינעם שטענדער, דער איד האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, ער האט נישט געטראכט אז דאס איז מאדנע, וואס זיצט א קינד אינעם שטענדער? ער האט געטראכט אז דאס איז די וועג פון קליינע קינדער, זיי שפילן זיך, זיי טוען אינטערעסאנטע זאכן.


אבער דער רבי האט דאס נישט געטון אלץ נארישע קינדערישע זאכן, דער רבי איז געזיצן אינעם שטענדער און געוויינט, ער האט געוויינט: "הייליגער באשעפער, איך וויל אויך שפירן א טעם אינעם שבת, הייליגער באשעפער, איך וויל זיין א צדיק", דער רבי איז דארט געזיצן א לאנגע צייט.


דער איד האט פארגעסן אז דער רבי זיצט דארט, ביז ווען עס איז שוין געווארן שפעט ביינאכט, דעמאלט איז דער רבי ארויסגעקומען, און דער רבי האט געשפירט ווי ער זעט א גרויסע ליכטיגקייט פון זיצן אזוי לאנג אין די טונקל.


אלע קינדער וואס וועלן טון וואס דער רבי האט געטון, איר וועט גיין אין א שטילע פלאץ בעטן דעם אייבערשטן, וועלן אלע ווערן גרויסע צדיקים.


שטארק זיך מיט דיין ארבעט, זיי נישט קיין מסתפק במיעוט, ווער נישט זאט; טראכט אלץ 'וואס נאך קען מען טון מיט די ליכטיגע עצות פון רבי'ן, עס זאל אריינגיין אין די וועלט?' נעם צוזאמען אלע מעשיות פאר קינדער און געב ארויס א באזונדערע ספר מעשיות פאר קינדער, דאס וועט זיין א גרויסע זאך; די מפיצים וועלן דאס טיילן ביי די הייזער, מענטשן וועלן דאס כאפן.

#34 - אז מיר לערנען און פארשפרייטן "אשר בנחל", איז מוהרא"ש צווישן אונז
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


וואו האלט די מפתחות אויף ספר אשר בנחל חלק ג'? איך ווארט שוין אזוי לאנג דאס צו ענדיגן און דרוקן.


איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל דאס דרוקן און פארשפרייטן, איך וויל מקיים זיין מיין צוזאג; בעט איך דיר העלף מיר, וועט דאס זיין פאר דיר אן אייביגע זכות.


מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן דעם ספר אשר בנחל וועט זען גרויסע ישועות; איך אליין האב צו דערציילן גרויסע זאכן וואס איך האב געזען ביי מיר נאכן דרוקן די הייליגע ספרים.


אויך זאלסטו צאמנעמען אלע מפתחות און מאכן פון דעם א באזונדערע באנד. אויסער די זיבן חלקים וויל איך דרוקן א באזונדערע באנד 'ספר המפתחות' און 'תוכן ענינים' פון אלע זיבן בענדער, דאס וועט פארגרינגערן צו קענען טרעפן אלעס וואס מען וויל טרעפן.


כל זמן מיר וועלן לערנען אשר בנחל און דאס פארשפרייטן – איז גערעכנט אזוי ווי מוהרא"ש איז דא צווישן אונז; נאר וואו מען לערנט די ספרים פונעם צדיק – דארט איז דער צדיק.


 


 

#33 - זיי מנדב צו דרוקן די הייליגע בריוון, וועסטו זען א גרויסע ישועה בקרוב
ישועות, הדפסה, בריוו, עצתו אמונה, אשר בנחל, איש אמונות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דו דארפסט דאך א גרויסע ישועה, זאלסטו מנדב זיין געלט צו דרוקן אשר בנחל, אדער עצתו אמונה, איש אמונות - וואס איז א המשך פון אשר בנחל.


ווייל מוהרא"ש האט מבטיח געווען, ווער עס וועט נעמען א חלק אין דרוקן די הייליגע בריוו פון אשר בנחל - וועט גלייך זען א גרויסע ישועה, למעלה מדרך הטבע.


די הבטחה גייט אויך ארויף אויפ'ן ספר עצתו אמונה, און ספר איש אמונות; די בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות איז א שטיק אשר בנחל, אלעס איז גענומען פון מוהרא"ש, יעדע בריוו איז שכל פון מוהרא"ש.


איך האב געגעבן דעם נאמען איש אמונות, געבויט אויף דעם וואס שלמה המלך זאגט (משלי כח, כ): "אִישׁ אֱמוּנוֹת", א מענטש מיט אמונה, "רַב בְּרָכוֹת", האט אסאך ברכות; אין די ווארט אי"ש איז דא די אותיות א' ש' - די נאמען פון מוהרא"ש, און אויך איז מרומז מיין נאמען - י' - אריינגעלייגט צווישן די אותיות פון מוהרא"ש'ס נאמען; איך האף צום אייבערשטן איך זאל בלייבן ביי מוהרא"ש מיין גאנץ לעבן בזה ובבא.


אז דו וועסט מנדב זיין צו דרוקן די הייליגע בריוון וואס ברענגט אריין אזויפיל קדושה וטהרה און חיזוק צו מקיים זיין די תורה, וועסטו זען א גרויסע ישועה בקרוב ממש.

#32 - נישט רעדן פון אנהייב דאווענען ביז'ן סוף
תפילה והתבודדות, הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר


שטארק זיך בלימוד התורה ויראת שמים; ביים דאווענען זאלסטו אלעס אוועקלייגן און נאר דאווענען. געוואוין זיך צו נישט צו רעדן פון אנהייב דאווענען ביז'ן סוף, בפרט מיט די הייליגע תפילין זאלסטו נישט רעדן קיין איין ווארט.


ווען דו ענדיגסט און דער בעל תפלה שלעפט – זאלסטו אויסנוצן די סעקונדעס און מינוטן זיך מתבודד זיין, חס ושלום רעדן אדער שמועסן מיט חברים; דורך דאווענען וועסטו קומען צו די העכסטע דרגא און צו כל טוב.


איך האב געזען די נייע קונטרס וואס דו האסט געדרוקט, איך פריי זיך אז מיינע קינדער דרוקן ספרים; זיי האבן א חלק אין הפצת ספרי רבינו.


דיין טאטע.

#31 - דרוקן דעם קונטרס "יש במי לבחור"
הפצה, הדפסה, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, ד' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט גייט זיין נאכאמאל בחירות אין ארץ ישראל, וויל איך דיר בעטן זאלסט דרוקן דעם קונטרס וואס מוהרא"ש האט געשריבן: "יש במי לבחור", און דאס פארפלייצן ווי מער דו קענסט.


ליידער מעשה שטן הצליח, מען נעמט א חלק מיט די רשעים - די ערב רב, מען מאכט נאך פון דעם א מצוה, 'מצוה לשמוע דברי חכמים'; דעריבער ליגט אויף אונז א חובת השעה מיר זאלן פארפלייצן די קונטרסים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן.


איך שיק דיר דא דעם קונטרס זאלסט עס קענען דרוקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#30 - שיין צו זען ווי דו האסט געמאכט א בית הדפוס ביי דיר אין שטוב
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די בילדער פונעם נייעם מאשין.


איך בין זייער איבערגענומען פונעם געדאנק אז דו האסט אריינגענומען ביי דיר אין שטוב א מאשין צו דרוקן די ספרים, קונטרסים און גליונות.


עס איז שיין צו זען א בילד וואו אינעם דיינונג רום נעבן דעם שבת טיש, נעבן די שיינע מעבל - שטייט א גרויסע דרוקער; עס איז א נייער דערהער, ביי אונז האט דאס נאך קיינער נישט געטון.


איך האב געוויזן די בילדער פאר אנשי שלומינו אין אמעריקע, אלע זענען ארויס פון התפעלות צו זען די שטארקע ברען און חיות וואס איז דא אין ארץ ישראל ביי די מפיצים.


א גרויסן יישר כח קומט פאר דיין ווייב תחי' אז זי איז מסכים די מאשין זאל ליגן אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - נישטא אזא זאך געבן בחינם די ספרים און קונטרסים
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י"ד שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע געבן ספרים בחינם פאר מפיצים, עס איז דא א נדבן וואס האט מנדב געווען ספרים; נישטא אזא זאך געבן בחינם די ספרים און קונטרסים - אפילו פאר מפיצים, אויב האסטו א נדבן קענסטו געבן די ספרים פאר גאר ביליג. אדער קענסטו מאכן אנדערש, קענסט מאכן אז אויב דער מפיץ קויפט כך וכך גליונות און קונטרסים באקומט ער כך וכך ספרים בחינם.


אז דו וועסט געבן בחינם קען פאסירן אז א פרישער מקורב וועט כאפן א ברען צו גיין הפצה, ער וועט אהיים נעמען א באקס ספרים און דארט וועט זיך ענדיגן די מעשה.


איך שרייב דיר פון וואס מיר האבן געהאט אין די פארגאנגענהייט; ווען מיר האבן געעפנט דעם בית הדפוס אין ישיבה האבן מיר געטיילט ספרים און קונטרסים בחינם, איך האב געזען ווי בחורים און אינגעלייט ווערן נתעורר פאר הפצה, זיי האבן גענומען זעק ספרים און דארט האט זיך עס געענדיגט.

#28 - גליון היכל הקודש איבערגעטייטשט אויף ענגליש
הפצה, הדפסה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געליינט דעם גליון היכל הקודש איבערגעטייטשט אויף ענגליש; עס איז הערליך שיין, די מפיצים זאגן אז מענטשן באדאנקען זיך זייער דערויף, זיי זענען זיך ממש מחי' מיט'ן גליון.


איין קליינע באמערקונג, ווען איר טייטשט איבער דאס ווארט 'אייבערשטער' זאלט איר שרייבן 'השם' נישט 'גאט', אזוי אויך ווען איר טייטשט איבער דאס ווארט 'תורה' זאלט איר שרייבן דאס ווארט 'תורה' אין ענגליש, נישט 'בייבל'.


פאר אומות העולם זאגט מען גאט (God), אבער אידישע קינדער וואס רעדן ענגליש, בפרט די היימישע עולם וואס ליינען די גליונות - פאר זיי זאגט מען אין ענגליש השם (Hashem).


שטארקט אייך מיט אייער עבודת הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#27 - א שאד צו ארבעטן אויף א זאך וואס איז שוין דא
הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שאד איר זאלט ארבעטן אויף א זאך וואס מען וועט נישט נוצן, מיר האבן שוין איבערגעטייטשט אין ענגליש דעם ספר פעולת הצדיק, א שאד צו ארבעטן ווען מען וועט דאס נישט נוצן; ענדערש זאלט איר נעמען א ספר וואס מען האט נאך נישט מתרגם געווען און ארבעטן אויף דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#26 - מאך אן התעוררות מ'זאל העלפן און האבן א חלק אין הדפסה והפצה
הפצה, צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מאך אן התעוררות ביי אנשי שלומינו ווער עס וויל העלפן און האבן א חלק אין הדפסה והפצה; מיר דארפן האבן יעצט גרויס געלט צו קענען ווייטער אנגיין מיט'ן פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות.


איך זע אז צווישן אנשי שלומינו האבן אויך נישט אלע א זכות צו העלפן, וואס איז אינטערעסאנט, ווייל רוב רובם, רובם ככולם זענען מקורב געווארן דורך הפצה, וואלטן זיי ווען געדארפט האבן א געפיל דערצו... זעט אויס אז מען דארף האבן א זכי' די געלט זאל אנקומען צו דעם הייליגן זאך.


שיק מיר א באריכט יעדע וואך ווער עס האט אלץ מנדב געווען פאר הדפסה.

#25 - ווי מער מען טוט, אלץ מער צייט איז דא
הדפסה, היטן די צייט, פעולת הצדיק

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת בית פיגא, מרת ... תחי'


די מפיצים זאגן מיר אז זיי טרעפן זיך מיט מענטשן וואס בעטן זיך פאר די צווייטע חלק פעלת הצדיק אין ענגליש; מענטשן זאגן זיי אז ווען זיי האבן גענומען אין די האנט דעם ספר פעולת הצדיק אין ענגליש האבן זיי דאס געליינט און געענדיגט אין איין צו, בלי הפסק.


איך ווייס אז איר האט גענוג און נאך ארבעט, אנגעהויבן מיט די סקול, נאכדעם לערנען און באגלייטן די כלות און יונגע ווייבלעך, און יעצט גרייט מען זיך אויף די קומענדיגע פלעי, און איר האט דאך נאך א בית פיגא ביי אייך אין שטוב - אייערע קינדערלעך, דאך בעט איך אייך, אויב איר קענט זיך מאכן צייט ווייטער צו גיין מיט'ן ספר. עס איז דא א חזקה 'ווי מער מען טוט - אלץ מער צייט איז דא און ווי ווייניגער מען טוט אלץ ווייניגער צייט און כח האט מען'.


יישר כח פאר אלעס.

#24 - אלע זאלן האבן א חלק אין "הפצה"
הפצה, הדפסה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב הנאה אז דו האסט געכאפט א קיצל פון אלע שיעורים און דרשות דורכאויס שבת חנוכה אין שטעטל; דאס האב איך דאך געוואלט, מחזק זיין אנשי שלומינו, אלע זאלן האבן א חלק אין "הפצה".


דו פרעגסט מיר וואס דו קענסט טון פאר הפצה, איך האב פאר דיר וואס צו טון; די וואך האבן מיר געעפנט דעם "בית הדפוס" אין שטעטל, פארבינד זיך מיט ... און ... נרם יאיר, זיי העלפן מיר מיט'ן דרוקן די ספרים, טראג זיך אן צו העלפן דרוקן. ווען דו וועסט האבן צייט זאלסטו דרוקן ספרים; מיט דעם וועסטו האבן א חלק אין די הייליגע ארבעט, אין מקרב זיין די גאולה.


לאז מיר וויסן אויב דו ווילסט א חברותא צו לערנען הלכה אדער גמרא אינדערפרי אדער ביינאכט, איך וויל זייער דו זאלסט האבן א שיעור קבוע.

#23 - העלף מיר איך זאל קענען מקיים זיין מיין צוזאג צו דרוקן אשר בנחל
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער מחותן, מזכה את הרבים, ר' ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג


איך בעט דיר זייער, העלף מיר איך זאל קענען זאגן ביי הלל "נדרי לה' אשלם", איך זאל קענען מקיים זיין מיין צוזאג וואס איך האב זיך אונטערגענומען ביי מוהרא"ש'ס הסתלקות, אז איך וועל דרוקן און דרוקן און פארשפרייטן די אשר בנחל.


עס דארף אנקומען יעצט נאך פינף טויזנט ספרים, אשר בנחל חלק ב'; העלף מיר גיין צום דריטן חלק, דאס מגיה זיין און מסדר זיין מיט די שיינע מפתחות אז מען זאל דאס קענען דרוקן.


מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט דרוקן די בריוו וועט זען אפענע ישועות.


איך ווייס אז דו ביסט פארנומען, יעדע מינוט איז ביי דיר אויסגענוצט; אנגעהויבן מיט די חדר, נאכדעם מסדר זיין די שיעורים און איבערטייטשן קונטרסים, דעם וועכנטליכן גליון און נאך הונדערטער זאכן, דאך בעט איך דיר העלף מיר ענדיגן די חלקים אשר בנחל באידיש, עס זאל זיין דאס שענסטע וואס איז שייך, ווייל מיט די חלקים אשר בנחל וועלן זיך מחי' זיין צענדליגער טויזנטער אידן וואס רעדן און ליינען אידיש.

#22 - מיר טארן זיך נישט אפשטעלן פון דרוקן די הייליגע ספרים
הפצה, צדיקים, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פונעם רבי'ן, ער האט זייער פיינט דעם רבי'ן; ער האט נישט קיין פראבלעם עס זאלן זיין טויזנט און איין רבי'ס, נאר נישט דער רבי. דער רבי איז לוחם מיט אים, דער רבי האט א שפראך מיט אלע זיינע קליענטן, מיט אלע בחורים און אברכים וואס פאלן אראפ אין עבירות; בפרט די אלע וואס פאלן אראפ אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, די אלע איז דער רבי מחזק זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן.


מיר טארן זיך נישט אפשטעלן פון דרוקן די הייליגע ספרים און דאס פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט, פארשטייט זיך אז דער סמ"ך מ"ם וועט פרובירן זיינ'ס - דאס צו שטערן, יעדן טאג מיט א צווייטע מעשה, אבער מיר וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט אויף דער וועלט.


יעצט פרובירט ער מיט א פרישע וועג, עס האט פאסירט א שטיקל רייבעריי צווישן ... נרו יאיר און ... נרו יאיר; בעט איך דיר זייער דו זאלסט זען די הדפסה זאל אנגיין, מען זאל נישט אונטערברעכן און זיך קיינמאל נישט באגנוגן מיט וויפיל מען טוט, אלץ גיין מוסיף והולך, כשיטת בית הלל.


דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר - הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", ווער איז רייך? דער וואס איז צופרידן; דאס איז נאר ביי פריוואטע נכסים, נישט ווען עס קומט צו רוחניות.

#21 - איך בין פרייליך אז דו האסט א געפיל צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


מען האט מיר דערציילט אז דו האסט זיך אינטערעסירט וויפיל געלט מען דארף מנדב זיין פאר'ן קרן הדפסה צו באקומען דעם "שם הבנין" פאר'ן נייעם בנין אין שטעטל, אין ליבערטי.


איך ווייס נישט וואס איז געווארן למעשה, אויב דו האסט גענומען די זכות פאר דיר אדער נישט, אבער דאס אליינס אז דו האסט גערופן פרעגן האברך ... נרו יאיר זיך אינטערעסירן - האט מיר געמאכט גרויס פרייד; צו זען אז דו האסט נאך דעם אלטן געפיל פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, עס ליגט נאך אין דיר דעם געפיל.


איך האב געזאגט פאר אלע דריי מעמבערס: ... נרו יאיר, ... נרו יאיר און ... נרו יאיר, אז אפילו דו זאלסט נאר בלייבן ביים פרעגן וויפיל עס קאסט, ביים זיך אינטערעסירן - איז מיר שוין א שמחה גדולה, צו זען אז די תלמידי הישיבה האבן און בלייבן מיט'ן געפיל אין הפצה והדפסה.

#20 - א שטאט וואו מען דרוקט דעם רבינ'ס ספרים ווערט די גאנצע שטאט הייליג
הפצה, הדפסה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


פארוואס שלעפט זיך אזוי לאנג? מען ווארט דער אינספעקטאר זאל קומען געבן א סי-או פאר'ן בנין הדפסה; עס טוט מיר וויי יעדן טאג וואס דער בנין איז נישט אין באנוץ, פארוואס איז דאס נישט וויכטיגער פון דיין פריוואטע הויז? פארוואס זאלסטו נישט קוקן אויף די הדפסה בנין אז דאס איז דיין הויז?! דאס איז וויכטיגער פון אלעס, די גאנצע שטעטל וועט האבן נוצן ווען מען וועט דרוקן אין שטעטל די הייליגע ספרים; די לופט אין שטעטל וועט ווערן הייליג, מוהרא"ש זאגט: "אין א שטאט וואו מען דרוקט דעם רבינ'ס ספרים ווערט די גאנצע שטאט הייליג".


איך האב אסאך זאכן וואס מען דארף מאכן; איך וויל אנהייבן ארבעטן ביי די ישיבה, איך וויל מאכן א מצה בעקעריי, אויך וויל איך בויען נאך א שטאק אינעם בנין הדפסה פאר אלע וואס זענען עוסק אין הפצה, זיי זאלן האבן אפיסעס; אבער איך מאך גארנישט ווילאנג די הדפסה גייט צוריק אין קראפט.


געב איבער פאר ... נרו יאיר ער זאל קוקן אויף הדפסה אזוי ווי ער קוקט אויף זיין אייגנס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - ווען מ'ווייסט נישט וואס גייט דורך אויף די יונגווארג, רעדט מען אויף די בריוו
הפצה, הדפסה, בריוו, בית דין

בעזרת ה' יתברך


                                     יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


יעצט הער איך אז מען זיצט אינאיינעם עסקנים, מען איז דן אויב מען דארף ארויסקומען קעגן מיר און קעגן די בריוו; אויב זיי וועלן מיר רופן, זיי וועלן מקיים זיין וואס שטייט אין די תורה (דברים א, טז): "שָׁמֹעַ בֵּין אֲחֵיכֶם" - וועל איך מיט ברענגען בריוו פון זייערע קינדער, זין און טעכטער, וואו זיי בעטן עצות; ביי איינעם האט זיך די טאכטער פארטשעפעט מיט א גוי רחמנא לצלן, זי שעמט זיך צו רעדן צו די עלטערן, נאר דורך די בריוו איז זי געראטעוועט געווארן און אויפגעשטעלט א ערליכע שטוב. ביי א צווייטן שרייבט די טאכטער, זי האט א פלאן אז זי גייט נאך אביסל אפלאזן דעם אידישן וועג השם ישמרינו און דורך די בריוו איז נאך דא א שטיקל האפענונג.


גיי דערצייל וואס טוט זיך אפ שטילערהייט ביי בני הנעורים; קיינער וויל נישט גלייבן, קיינער וויל נישט הערן, מען מאכט זיך תמ'עוואטע: "ביי אונז איז נישטא די זאכן", "ביי אונז איז אלעס מסודר"; מען שרייט אויף די מפיצים: "די קונטרסים און בריוו איז גוט פאר די שוואכע סארט, נישט פאר אונזער קרייז"; גיי דערצייל אז אלע בריוו, אלע שאלות קומען פון די חשוב'סטע שטובער. קינדער וואס גייען אריבער שווערע ביטערע נסיונות, זיי האבן נישט ווער עס זאל זיי מחזק זיין און אין די בריוו טרעפן זיי חיזוק צו קענען בלייבן שטארק ביי די אמונה.


מיר וועלן ווייטער שרייבן, דרוקן און פארפלייצן פאר די גאנצע וועלט; מיר וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר קיינעם נישט. מיר האבן געהאט הדרכה פון מוהרא"ש, מיר האבן אביסל צוגעזען וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן מיט אלע רדיפות פון מחרחרי ריב וואס עושים מעשים זמרי און שטעלן זיך אהער ווי פנחס; וועלן מיר גיין אין די וועגן מיט מסירות נפש, אזוי וועלן מיר ברענגען די גאולה.

#18 - אויף די וואס טוען, האט מען אלץ טענות
הדפסה, שטעטל, עירוב

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


קענסט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכות וואס דו האסט מיט דעם וואס דו העלפסט מיר בויען דעם שטעטל קרית ברסלב, א שטעטל אויפ'ן רבינ'ס נאמען, א שטעטל וואו מיר וועלן מחנך זיין אונזערע דורות מיט ריינע אמונה, מיט קדושה וטהרה.


נעם זיך נישט צום הארצן פון די וואס רעדן אויף דיר; אז מען טוט, אז מען העלפט - האט מען טענות; אויף א טויטע זאך איז נישטא קיין טענות, אויף די וואס העלפן וועט מען שטענדיג האבן טענות.


איך האף אז דו וועסט ווייטער בויען אלע הייזער אין שטעטל, דו וועסט זיך דערהאלטן און זיך נישט צוטון מאכן פון די וואס רייסן דיך אונטער.


בנוגע דעם עירוב טראק; איך האב געבעטן האברך ... נרו יאיר זאל דאס קויפן, עס איז זייער וויכטיג צו האבן אן עירוב טראק צו קענען פאררעכטן דעם עירוב.


איך האב ארויסגעשיקט צוויי בחורים זאלן ענדיגן דעם בנין ההדפסה און נאכדעם אנהייבן בויען א וועג אריין אינעם שטח הישיבה.


איך וויל מען זאל קויפן א באס; איך וועל צושטעלן א בחור זאל דרייוון דעם באס ארום דעם שטעטל יעדע שעה, די פרויען זאלן קענען גיין און קומען.

#17 - עס טוט מיר זייער וויי אז מען האט אפגעשטעלט דאס דרוקן די ספרים
הדפסה, שטעטל, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס, א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר.


בנוגע די בית הדפוס; עס טוט מיר זייער וויי אז מען האט אפגעשטעלט דאס דרוקן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, פון מוהרא"ש; איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך ווייס נישט וואס צו טראכטן, איך האב געזאגט פון פאראויס אז דאס גייט פאסירן, ביז דערווייל שרייען די מפיצים אז עס איז נישטא קיין קונטרסים.


בנוגע עפענען נאך א קאנגרעגעישן וכו'; איך וועל רעדן מיט דיר פנים אל פנים.


בנוגע געלט פאר אומאן; איך וועל זאגן ... זאל שיקן 1500$ פאר היטן דעם בנין, 700 צו ווינטערייזן דעם בנין, 600 פאר די עלעקטעריק און 5000 פאר...


אויב דו האסט געלט פון נדרים און נדבות וואס איז אריינגעקומען אין שטעטל במשך די הייליגע טעג איז זייער וויכטיג צו קויפן א דזשענערעיטאר, כדי די שול זאל קענען אנגיין ווען עס איז נישטא קיין לעקטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - ת'הא ש'נת פ'ארשפרייטן א'מונה
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג סוכות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


אפשר קען מען אויף עפעס א וועג ווייטער דרוקן די קונטרסים פון מוהרא"ש? האברך ... נרו יאיר איז וויליג מען זאל נוצן די אונטערשטע שטאק פון זיין דירה אין שטעטל פאר הדפסה.


עס טוט מיר זייער וויי אז די הדפסה איז אפגעשטעלט; איך האב געוואוסט אז דאס וועט געשען, איך האב דאס געזאגט פאר ..., יעצט שרייען די מפיצים אז זיי דארפן ספרים און קונטרסים און עס איז נישטא.


טראכט וואס מען קען טון ווייטער צו דרוקן ווייל ווי עס זעט אויס וועט מען נישט אזוי שנעל ענדיגן דעם נייעם בנין.


אויך זאלסטו צואיילן דעם פראגרעמער פאר'ן עפפ; היינט ווען אלע לעבן מיט'ן טעלעפאן דארף מען מאכן הפצה אויף דעם אופן, וד"ל.


די יאר - תשפ"א איז א יאר פון פארשפרייטן אמונה; די ראשי תיבות פון תשפ"א איז ת'הא ש'נת פ'ארשפרייטן א'מונה.

#15 - העלף מיר דרוקן אשר בנחל
הדפסה, אומאן, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן אראפ נעמען פון מיר דעם גאנצן עול פון אומאן; דו נעמסט אויף דיר שוין אפאר יאר די גאנצע עול פון פארדינגען בעטן און צושטעלן די פלאץ אזוי שיין.


אז דו נעמסט צאם געלט פאר בעטן פון אנשי שלומינו פון ארץ ישראל און דו האסט געלט ליגן דארט, אפשר קען איך דיר געבן געלט דא און די געלט פון דארט זאל איך קענען נוצן צו דרוקן אשר בנחל? איך דארף יעצט שיקן א גרויסע סומע געלט קיין ארץ ישראל, מיר גייען יעצט נאכאמאל דרוקן אשר בנחל.


לאז מיר וויסן אויב מען קען דאס ערלעדיגן, איך וויל נישט אפשטעלן דאס דרוקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - דיין זכות איז זייער גרויס מיט'ן העלפן דרוקן דעם צווייטן חלק עצתו אמונה
הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דיין זכות איז זייער גרויס מיט'ן העלפן דרוקן דעם צווייטן חלק עצתו אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן גרויס שפע און האבן די זכות צו העלפן דרוקן די אנדערע חלקים.


פון דיין ראש ישיבה.

#13 - די הדפסה דארף אנגיין
הפצה, הדפסה, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


עס איז זייער נישט גוט אז די הדפסה איז פארשלאסן יעצט במשך די זומער וואכן.


איך האב נעכטן גערעדט מיט די מפיצים, זיי וויינען; זיי דארפן גליונות, קונטרסים און עצתו אמונה. זיי זאגן אז די זומער וואכן איז זייער בעסטע צייט, אלע בחורים פון אלע קעמפס ווארטן אפ די מפיצים און כאפן די ספרים.


בפרט יעצט נאך קאראנע האט זיך אלעס געגעבן א שאקל; אלע ישיבות, כוללים און חדרים זענען צעטומלט, אלע דארפן יעצט דעם רבינ'ס חיזוק, פונקט יעצט האט מען פארמאכט דעם דרוקעריי... איך האב גרויס צער.


איך האף אז דו וועסט טון אלעס וואס איז שייך אז עס זאל ווייטער אנגיין דאס דרוקן די ספרים, קונטרסים, גליונות, סידי'ס וכו', וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - געלט פון קמיעות דארף גיין פאר קרן הדפסה
הדפסה, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו מאכסט די ריפלעקטארס אין שטעטל אז עס זאל האבן אויף זיך די קמיע פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו - דארף די געלט גיין פאר קרן הדפסה.


די וועסטל ריפלעקטארס קענסטו האלטן פאר דיר, אויך קענסטו האלטן די גארטל ריפלעקטאר פאר דיר; אבער אז דו שרייבסט ארויף אויפ'ן גארטל די אותיות פון די קמיע איז דאס שייך פאר קרן הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - די פושקע פון קרן הדפסה דארף גיין אויסדרוקליך פאר קרן הדפסה
הפצה, צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא ב', י"א סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלט וואס מען לייגט אינעם פושקע פון קרן הדפסה דארף גיין אויסדרוקליך פאר קרן הדפסה, מען קען נישט מאכן מיט די געלט אייגענע הפצה; אז דו ווילסט מנדב זיין א נייע קאמפיוטער פאר האברך ... נרו יאיר אז ער זאל קענען בעסער מסדר זיין די וועכנטליכע בריוו פון ספר עצתו אמונה איז דאס זייער א חשוב'ע זאך און א גרויסע זאך, אבער נישט פון געלט פון די קרן הדפסה פושקע.


אז דו ווילסט אליינס אנהייבן טון אין הפצה קענסטו זיך מאכן אן אייגענע פושקע און טון מיט דעם דיין אייגענע הפצה, אבער געלט פון די פושקע פון קרן הדפסה דארף גיין אויסדרוקליך פאר קרן הדפסה און געלט פון די פושקע פון מוסדות היכל הקודש דארף גיין אויסדרוקליך פאר די מוסד, די פושקע פון די מוסד זאלסטו מיר ברענגען און נישט פאר קיינעם אנדערש.


וואויל איז דעם וואס געבט צדקה, ער לייגט יעדן טאג אפאר פרוטות אין צדקה פושקע, וועט עס אים היטן פון שלעכטס; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ט:): אויפ'ן פסוק (ישעיהו נט, יז): "וַיִּלְבַּשׁ צְדָקָה כַּשִּׁרְיָן", צדקה איז אזוי ווי א פאנצער, א פאנצער איז צאמגעשטעלט פון אסאך שטיקלעך אייזן, געמאכט אויף א וועג אז ווען מען שיסט אויפ'ן מענטש פיילן זאלן די פיילן נישט אריין גיין אינעם מענטש, אזוי אויך ווען מען געבט פרוטות פאר צדקה נעמען זיך צאם אלע פרוטות פונעם פושקע און עס ווערט א גרויסער פאנצער צו באשיצן דעם מענטש.


שרייב מיר נאך, איך האב הנאה פון יעדן בריוו דיינע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.