בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#168 - ווייטער העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים א גאנצע לעבן
הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


...


עס איז א גרויסע זכות פאר דיר אז דו העלפסט דרוקן די ספרים וואס ברענגען אריין אמונה, שמחה און התחזקות, עצות פון הייליגן רבי'ן.


בזכות די מצוה זאלסטו זוכה זיין צו הצלחה און ברכה, ומצוה גוררת מצוה, דאס זאל דיך מזכה זיין דו זאלסט ווייטער העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים דיין גאנצע לעבן.

#167 - ה
הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געב איבער פאר אלע אנשי שלומינו וואס העלפן דיר דרוקן עצתו אמונה, אז זיי וועלן זען גרויסע ישועות.

#166 - ווער עס וועט דרוקן ספר אשר בנחל וועט זען ישועות
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאס געבן צדקה צו דרוקן ספר אשר בנחל ארבעט וואונדערליך. אזוי ווי איך האב ארויסגעזאגט איך בין מנדב פינף הונדערט דאלער צו דרוקן ספר הקדוש "אשר בנחל" עס זאל זיין א זכות לרפואה פאר איינע פון מיינע קינדערלעך איז די גאנצע ווייטאג פארשווינדן געווארן, און אלע זענען ברוך השם געזונט.


קענסט מפרסם זיין די מעשה, מענטשן זאלן וויסן די הבטחה פון צדיק, אז ווער עס וועט דרוקן ספר אשר בנחל וועט זען ישועות.


שטארק זיך ווייטער מיט צאמנעמען צדקה פון אנשי שלומינו פאר הדפסה, און אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין אויב דו דארפסט די טעלעפאן, סאושעל מידיע, אויב עס איז מוסיף עבודת ה' אדער נישט.

#165 - שיינע גליונות פאר קינדער
הדפסה, גליון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


אפשר קענסטו שיקן קיין אמעריקע די שיינע גליון וואס ענק געבן ארויס וועכנטליך פאר קינדער? איך האב שוין זייער אסאך געבעטן די מדפיסים אין אמעריקע זיי זאלן מאכן פאר קינדער און זיי קענען זיך נישט צאמנעמען, אלעס נעמט א יאר מיט א מיטוואך, יעצט ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל האב איך געזען די שיינע קליינע גליונות פאר קינדער, א שאד אז אין אמעריקע איז דאס נישטא.


ביטע אויב דו קענסט דרוקן און שיקן פאר די מפיצים אין אמעריקע, דארפסט נאר בייטן די נומערן און אראפנעמען די ווערטער אין לשון הקודש "לשמוע בקו", דא פארשטייט מען נישט קיין לשון הקודש, דא דארף אלעס זיין אין אידיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#164 - די גרויסקייט פון העלפן ארויסגעבן עצתו אמונה
הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון צאמנעמען געלט פאר עצתו אמונה; וואלסטו געוויסט וויפיל אינגעלייט, ווייבלעך, בחורים און מיידלעך, און אפילו עלטערע, און אפילו רבנים, דיינים, בעלי מקובלים - זענען זיך מחי' מיט די בריוו פון עצתו אמונה, ווי אלע ווארטן אויף שבת צו ליינען די וועכנטליכע בריוו... דאס ברענגט זיי צום אייבערשטן, דאס ברענגט זיי צו שלום בית און צו אלעס גוטס, וואלסטו זיך געפרייט אז דאס איז דיין חלק.


איך וועל מחזק זיין אלעמען זאלן העלפן מיט געלט אז די מכון זאל קענען אנגיין ווייטער, ארויסגעבן וועכנטליך די קונטרסים און קענען ארויסגעבן יעדע חודש נאך א ספר, און נישט דארפן אויפהאלטן דאס דרוקן צוליב געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#163 - טויזנט דאלער פאר אשר בנחל, פאר נאך צוויי ישועות
ישועות, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שיק דיר דא נאך טויזנט דאלער צו דרוקן די הייליגע ספר אשר בנחל. איך האב דיר געגעבן פאריגע וואך פאר צוויי ישועות, און וואונדער איבער וואונדער, א טאג דערויף האב איך געהאט אויסטערלישע ישועות אין ביידע זאכן אויף וואס מיר האבן געדארפט, און סיי איך האב גלייך געטראכט און אויך מיין ווייב תחי' האט מיר דאס אויך געזאגט, מיר האבן געגעבן פאר אשר בנחל פאר צוויי ישועות יעצט ווילן מיר געבן נאכאמאל פאר לויב און דאנק צום הייליגן באשעפער פאר די ניסים וואס ער האט מיט אונז געטון.


שטארק דיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און ווען עס ווערט דיר שווער און דו ווילסט אויפגעבן - זאלסטו זיך זאגן אז יעדער איינער ארבעט שווער, נאר דער חילוק איז מיט וואס איז די שוועריקייט; דאנק דעם אייבערשטן אז דיינע טעג גייען אריבער מיט העלפן דרוקן די ספרים וואס ברענגט די גאולה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#162 - די זכות צו דרוקן די דריטע חלק אשר בנחל
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, כ"ו אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


יישר כח פארן צאמנעמען געלט פאר די קרן הדפסה, מוהרא"ש האט אונז צוואה געלאזט מיר זאלן דרוקן און פארשפרייטן זיינע הייליגע ספרים, און יעדער איינער פון אנשי שלומינו קען מקיים זיין די צוואה דורך געבן געלט פאר קרן הדפסה, און דו האסט די זכות אויסצופירן די הייליגע צוואה מיטן צאמנעמען געלט פאר די הייליגע קרן.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר, אז משפחת ר' יואל מארקאוויטש שיחיו האבן גענומען די זכות צו דרוקן די דריטע חלק אשר בנחל. עס איז ממש וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לב.): "מגלגלין זכות על ידי זכאי", מען פירט פון הימל אז גוטע מענטשן זאלן טון גוטע זאכן; זיי האבן געקויפט די זכות פון די ערשטע חלק פון די אידישע אשר בנחל און פון די צווייטע חלק, און יעצט פריי איך זיך צו הערן אז זיי האבן אויך מנדב געווען פארן דריטן חלק.


לייג אריין די נוסח אין ספר:


"מהדורת יואל וגענענדל יוטל מארקאוויטש"


די הייליגע ספר 'אשר בנחל' חלק ג' איז געדרוקט געווארן בהתנדבות יואל נרו יאיר און זיין ווייב גענענדל יוטל תחי' מארקאוויטש שיחיו.


די זכות וואס זיי פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן פאר די וועלט זאל זיי ביישטיין, זיי און זייערע קינדער; צירל שבע תחי', רייזל תחי', מלכה תחי' און שפרה תחי', זאלן אלע זיין געזונט און שטארק בגוף ובנפש, אויך זאל דאס זיין לזכות זיי זאלן זוכה זיין צו בנים זכרים, און צו א שיינע באקוועמע אייגענע הויז, עס זאל זיין ביי זיי נאר שמחה און הצלחה, פאר זיי און פאר זייערע דורות, אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#161 - טויזנט דאלער פאר אשר בנחל, פאר צוויי באזונדערע ישועות
ישועות, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שיק דיר דא טויזנט דאלער צו דרוקן ספר אשר בנחל. מוהרא"ש האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט העלפן דרוקן דעם הייליגן ספר וועט זען גרויסע נסים, איך דארף יעצט אין שטוב צוויי גרויסע נסים, צוויי באזונדערע ישועות, עס זאל זיין א זכות פאר זיי.


דער רבי זאגט מען זאל געבן א פדיון פאר א צדיק איידער מען גייט צום דאקטער, דאס איז די פדיון פאר ביידע וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות וואס מיר זענען עוסק אין דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר די וועלט, אראפגעברענגט די עצות פאר אונזער דור - זאלן מיר אלע זיין געזונט פיזיש און גייסטיש, אמן סלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#160 - תלמידי היכל הקודש דארפן אלע עוסק זיין אין הדפסה והפצה
הפצה, הדפסה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך, שבת פרשת יתרו - געפאלט די צענטע יארצייט פון אונזער רבי, אונזער טאטע - מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מיר וועלן זיך צאמנעמען אלע אנשי שלומינו, אלע תלמידים, מוצאי שבת, צו סעודת מלוה מלכה און יארצייט סעודה, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די אוצרות וואס מיר האבן באקומען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די יארצייט סעודה וועט זיין אינאיינעם מיט א מסיבה פאר די קרן הדפסה היכל הקודש, די פאסיגסטע זאך איז צאמשטעלן די צוויי אינאיינעם, ווייל הדפסה והפצה איז געווען דאס שווארץ אפפעל פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן אויף פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים עצות און חיזוק פאר די וועלט. עס איז נישט צו משיג זיין וואס מוהרא"ש האט געטון, א אינגערמאן, איינער אליין - זאל זיך אריינווארפן אין צענדליגער טויזנטער דאלער חובות צו דרוקן די ספרים, ווען קיינער ווייסט נישט פון די ווארט 'ברסלב', קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז, און מוהרא"ש, א אינגערמאן איינער אליין - דרוקט און דרוקט, און גייט אליין ארום ביי די הייזער און אין שולן און פארקויפט און טיילט די ספרים, ער קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט נישט אויף בזיונות, אויף גארנישט.


תלמידי היכל הקודש דארפן אלע עוסק זיין אין הדפסה והפצה, איינער מיט געלט, איינער מיט רצון און איינער מיט טרחה, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט איידער זיין הסתלקות (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).


מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט א ירושה, מוהרא"ש שרייבט אינעם בריוו מאנטאג פרשת יתרו, פיר טעג פארן הסתלקות: "הִשְׁאַרְתִּי אַחֲרַי יְרוּשָׁה גְדוֹלָה וְהֵם שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' שֶׁמִסְתַּכֵּם כְּבָר עַד הַשָּׁנָה הַזּוֹ לְּמַעְלָה מִשִּׁבְעִים אֶלֶף מִכְתָּבִים", איך האב איבערגעלאזט א ירושה 'שאלות ותשבות אשר בנחל', זיבעציג טויזנט בריוו, "וְלָכֵן אֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶת כָּל אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ תַּעַזְרוּ לִי שֶׁיֵּצֵא כָּל חֶלְקֵי שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אֲשֶׁר בַּנַּחַל' לָאוֹר עוֹלָם", בעט איך אלע אנשי שלומינו, העלפט מיר דרוקן אלע בענדער אשר בנחל, "כָּל אֶחָד שֶׁיִּקַּח עַל עַצְמוֹ כַּמָּה כְּרָכִים לְהַדְפִיס אֶת זֶה", יעדער זאל נעמען א באנד צו דרוקן, "וְזֶה הַיְרוּשָׁה הַיְחִידִית שֶׁהִשְׁאַרְתִּי מִמֶּנִּי", דאס איז די איינציגסטע ירושה וואס איך לאז איבער נאך מיר; זאלסטו העלפן דרוקן אשר בנחל, וועסטו האבן א חלק אין די ירושה.


איך האף דו וועסט קומען און העלפן דעם קרן הדפסה וואס מיר האבן אויפגעשטעלט אין שטעטל און מען דרוקט אן אויפהער ספרים קונטרסים גליונות - וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זאלסטו זיך טיילן מיט די ירושה, טון דעם ווילן פון מוהרא"ש. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה בזה הלשון: "דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט אָפְּדְרוּקְן דִי אַלֶע בְּרִיוְון אוּן מֶען זָאל עֶס אִיבֶּערְדְרוּקְן נָאכְאַמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוֹיף דִי אַלֶע סְפָרִים קֶען מֶען נִישְׁט שְׁרַייבְּן: 'כָּל הַזְּכֻיּוֹת שְׁמוּרוֹת', קֵיינֶער קֶען נִישְׁט זָאגְן אַז נָאר עֶר הָאט דִי רֶעכְט דָאס צוּ דְרוּקְן. נָאר יֶעדֶער מֶעג אוּן קֶען עֶס דְרוּקְן, אוּן אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#159 - גיי הפצה
הפצה, הדפסה, שובבי"ם, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


גיי הפצה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן, היינטיגן דף, (סנהדרין לז:): "גלות מכפרת על הכל"; דאס איז הפצה, מען גייט ארום וואנדערן צוריק ברענגען פארבלאנזשטע נשמות.


וואס מיינסטו, וואס איז געווען די הייליגע עבודה פון די הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך זכותו  יגן עלינו, מיט רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו ווען זיי זענען געגאנגען גלות ליידן? זיי האבן עוסק געווען בתיקון העולם, צוריק ברענגען אידישע נשמות צום אייבערשטן. אז מען האט פוגם געווען בברית, אין די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דארף מען עוסק זיין אין צוריק ברענגען נשמות ישראל, אידישע קינדער - צום אייבערשטן.


יעצט שובבי"ם זאלסטו עפעס טון פאר הפצה, אויך זאלסטו געבן צדקה צו דרוקן די ספרים קונטרסים וואס איז מגלה דעם אייבערשטן; דאס איז אויך תיקון הברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - מיר דארפן טראכטן ווי אזוי צו מאכן נאך מפיצים
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו געבסט אוועק דיינע טעג און יארן מיט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געשריבן זיין גאנצע לעבן מיט מסירות נפש צו ראטעווען אונזער דור.


נישטא קיין גרעסערע תענוג און נחת רוח ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין אין מחזק זיין און מקרב זיין זיינע קינדערלעך.


מיר דארפן טראכטן ווי אזוי צו מאכן נאך מפיצים, ווי אזוי קענען מיר מאכן אז יעדער תלמיד היכל הקודש זאל אים גיין בנפשו צו עוסק זיין בהדפסה ובהפצה; אדער אויסטיילן די ספרים, אדער דרוקן, אדער געבן צדקה צו דרוקן די ספרים; ווייל אין הפצה איז געוואנדן די גאולה שלימה.

#157 - ווער עס האט אויפגעלאכטן דיין לעבן? נאר די קונטרסים
צדקה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר זייער פארן העלפן דרוקן די ספרים, די ליכטיגע קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור אין אלע שפראכן; די ספרים און קונטרסים זענען מקרב אזויפיל אידן צום אייבערשטן און צו די תורה, די גאנצע וועלט שטייט אויף די ספרים און קונטרסים; אנטקעגן די שרעקליכע נסיונות וואס מען פרואווט יעצט אויס כלל ישראל פאר ביאת משיח, שטייען די ספרים און די קונטרסים און מאכן ליכטיג פאר נשמות ישראל.


געב דיינע צדקות פאר דרוקן די ספרים, געדענק ווי אזוי דו ביסט מקורב געווארן, ווער עס האט אויפגעלאכטן דיין לעבן, נאר די קונטרסים; דו האסט געפונען די הייליגע קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירות נפש, א מפיץ האט דיר געברענגט די קונטרסים און דעמאלט האט זיך דיר אנטפלעקט די אור הגנוז לצדיקים; זאלסטו האבן הכרת הטוב און דיין גאנץ לעבן דרוקן די ספרים און קונטרסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#156 - זיין צייטליך אין שטוב צו צינדן חנוכה ליכט
חינוך הילדים, חנוכה, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט גייען מיר צינדן די הייליגע מנורה. מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט מיט אונז אז חנוכה איז א יום טוב פון חינוך הבנים והבנות, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיין צייטליך אין שטוב. מאך אלע הכנות פאראויס, מקוה וכדומה, אלעס זאלסטו טון פריער אין טאג - אז ביים זמן זאלסטו שוין צינדן.


מיר פירן זיך אנצוטון שטריימל און בעקיטשע ביים צינדן, מען זינגט זמירות און מען איז זייער פרייליך, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צום אור הגנוז, אנהויבן לערנען די הייליגע תורה, שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מקרא משנה גמרא הלכה ואגדה, און מען בעט פאר די קינדער און פאר די קינד'ס קינדער, אלע זאלן זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, און גיין אין די וועג פון די תורה.


היינט ערב חנוכה האט מוהרא"ש אנגעהויבן שרייבן אשר בנחל פאר איין אין זעכציג יאר צוריק, פון שנת תשכ"ד ביז תשע"ה האט מוהרא"ש געשריבן בריוו פאר אידישע קינדער; מוהרא"ש האט געשריבן א חשבון פון זיבעציג טויזנט בריוו. בריוו וואס זענען מחזק יעדן איינעם אין יעדן מצב וואו ער געפינט זיך, ווי וואלטן מיר געווען ווי וואלטן מיר אויסגעזען ווען נישט די ספרים און די בריוו וואס איז אונז אזוי מחי' ומחזק.


ווער עס דארף א ישועה זאל מנדב זיין געלט פארן בית הדפוס פאר דרוקן אשר בנחל, און אזוי אויך די אנדערע ספרים און קונטרסים. מוהרא"ש האט מבטיח געווען מען וועט זען ישועות, און אזוי פיר איך זיך ווען איך דארף א ישועה, איך בין מנדב געלט צו דרוקן די ספרים און קונטרסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#155 - זכות מהדורא פון ספר הקדוש אשר בנחל
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת לך לך, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דא האסטו די נוסח וואס דו זאלסט אריינשרייבן אין ספר אשר בנחל, לזכות די משפחה וואס האט מנדב געווען די מהדורה פון חלק ב.


מהדורת יואל וגנענדל יוטל מארקאוויטש


די הייליגע ספר איז געדרוקט געווארן דורך יואל נרו יאיר און זיין ווייב גנענדל יוטל תחי' מארקאוויטש שיחיו


די זכות וואס זיי פארשפרייטן די הייליגע ספרים פון רבי'ן פאר די וועלט זאל זיי ביישטיין, זיי און זייערע קינדער צירל שבע תחי', רייזל תחי', מלכה תחי' און שפרה תחי', זאלן אלע זיין געזונט און שטארק בגוף ובנפש, אויך זאל דאס זיין לזכות זיי זאלן זוכה זיין צו בנים זכרים, און צו אמת'ע שמחה, און אמת'ע גליק, פאר זיי און פאר זייערע דורות, אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#154 - א גרויסן דאנק פארן העלפן דרוקן די הייליגע ספרים
הכרת הטוב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - ערב ראש השנה שנת תשפ"ה לפרט קטן, פה אומאן יצ"ו


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פארן העלפן דרוקן די הייליגע ספרים, ספר עצתו אמונה חלק י', וואס ברענגט אריין אזויפיל חיזוק און יראת שמים, אזויפיל שכל און הדרכה על פי די עצות פון הייליגן רבי'ן רבינו נחמן בן פיגא, ותלמידו מוהרנ"ת וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש.


אין זכות פון זיין א מזכה את הרבים זאלסטו האבן א כתיבה וחתימה טובה, דו מיט דיין גאנצע משפחה.

#153 - די זכות פון מנדב זיין פאר "עצתו אמונה", וועט דיר ביישטיין
הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא, אסרו חג, ח' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער חתן ... נרו יאיר


בזכות וואס דו האסט מנדב געווען פינף טויזנט דאלער צו דרוקן חלק ט' עצתו אמונה, וואס אזויפיל מענטשן האבן דערפון חיזוק אויף יראת שמים, אמונה ותפילה; בזכות דעם זאלסטו אויפשטעלן א ליכטיגע שטוב מיט ערליכע געזונטע דורות, נאמנים לה' ולתורתו, מיט א געפיל אין רבי'ן.


דיין ראש ישיבה.

#152 - וואו האלט די 'לוח ברסלב' לשנת תשפ"ה?
קינדער, הדפסה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין אזוי פרייליך דיך צו זען ביי די שיעורים, ווי דו קומסט זיך מחי' זיין מיטן בעטלער'ס ברויט און וואסער, מיטן בעטלער'ס חיים טובים (עיין ספורי מעשיות, מעשה יג).


איך בעט יעדן טאג פאר דיר און דיין ווייב ענק זאלן זוכה זיין צו זרע של קיימא, דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן מיר שנעל קענען דערציילן די גוטע נייעס.


וואו האלט די 'לוח ברסלב' לשנת תשפ"ה? איך בעט דיר זייער, זאלסט זיך צואיילן, ווייל די מפיצים זאגן, פון מוצאי ט' באב דארפן שוין מענטשן די לוח פאר די קומענדיגע יאר.

#151 - ווי גרויס די קדושה איז, אלץ מער חלישות הדעת גייט אריבער
הפצה, הדפסה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיר וואלט איך ווען געדארפט יעדן איינציגסטן טאג שרייבן א בריוו, דיך מחזק זיין מיט דיין הייליגע ארבעט; דו האסט די זכי' עוסק זיין אין די הייליגסטע זאכן אויף די וועלט, דו ביסט דער מנהל אויפן גרויסן בית הדפוס אין אמעריקע, וואו מען דרוקט הונדערטער טויזנטער ספרים, גליונות און קונטרסים, צוריק צו ברענגען עם ישראל צום אייבערשטן; איז דיין חלישות הדעת אויך גרויס, ווייל ווי גרויס די קדושה איז – אלץ מער חלישות הדעת גייט אריבער.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און גיי אן מיט אלע כוחות, און אפילו דו האסט מניעות, בלבולים, חלישות הדעת וכו' וכו' – זאלסטו נישט אפשטעלן די אפערעישן פאר קיין איין רגע. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צא): "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֵינוֹ רוֹצֶה בְּמִיתָתָן שֶׁל רְשָׁעִים", דער אייבערשטער וויל נישט די רשעים זאלן שטארבן, "כִּי אִם בְּטוֹבָתָן, שֶׁיִּזְכּוּ לָשׁוּב בִּתְשׁוּבָה", דער אייבערשטער וויל מען זאל תשובה טון; זאלסטו נישט אויפהערן מיט דיין הייליגע ארבעט.


איך הער זאגן אז דו דרוקסט יעצט איבער די זמירות היכל הקודש מיט די אידישע ניגונים, איך וויל דאס מגיה זיין, ביטע ברענג מיר א קאפי.

#150 - געבענטשט זאלסטו זיין פארן העלפן דרוקן די ספרים
הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא, אסרו חג, ח' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


געבענטשט זאלסטו זיין מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פארן העלפן דרוקן די ספרים וואס זענען מחי' ומחזק אזויפיל אידן, בפרט פארן העלפן דרוקן דעם באנד עצתו אמונה חלק ט.


בזכות די גרויסע מצוה זאלסטו זוכה זיין צו ישועות און רפואות, והצלחה בכל ענינים.


דיין ראש ישיבה.



 

#149 - פינף הונדערט דאלער צו דרוקן דעם הייליגן ספר 'אשר בנחל'
הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ב סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן איך שפיר זיך שוין גוט, און איך וויל דיר דאס לאזן וויסן, ווייל איך האב דיר געגעבן פינף הונדערט דאלער צו דרוקן אשר בנחל פאר א זכות רפואה פאר מיר; ברוך השם איך שפיר זיך שוין גוט.


יעצט וויל איך נאכאמאל א זכות, איך שיק דיר דא נאכאמאל פינף הונדערט דאלער צו דרוקן דעם הייליגן ספר 'אשר בנחל'. איך וויל דיר בעטן זאלסט אריינלייגן די נעמען פון מיין משפחה; מיין נאמען, מיין ווייב'ס נאמען און די נעמען פון מיינע קינדער; עס זאל זיין א זכות פאר מיינע קינדער זאלן מצליח זיין זומער, זיי זאלן לערנען און דאווענען און זיין געזונט.


שטארק זיך, ווער נישט פארלוירן יעצט ווען די בית הדפוס גייט אריבער שווערע טעג, עס איז נישטא קיין געלט צו צאלן די איינגעשטעלטע; דו גיי ווייטער צאמנעמען צדקה פון אנשי שלומינו, ווייל אנשי שלומינו זענען זייער ווארעם פאר הדפסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#148 - איך האב געגעבן געלט פאר "אשר בנחל" און געזען א גרויסע ישועה
ישועות, צדקה, הדפסה, אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו דארפסט א ישועה - זאלסטו געבן צו דרוקן די הייליגע ספרים "אשר בנחל" און די הייליגע קונטרסים. איך האב פאריגע חודש געגעבן פינף הונדערט דאלער און איך האב געזען א גרויסע ישועה, אויך היינט האב איך נאכאמאל מנדב געווען פינף הונדערט דאלער; איך שפיר זיך נישט אזוי גוט, איך האף דאס וועט זיין פאר מיר א ישועה.


מען זעט אפענע ישועות ווען מען העלפט דרוקן די הייליגע ספרים און קונטרסים וואס זענען מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן, א שאד צו זוכן סגולות וואס האבן נישט קיין מקור און וואס העלפט נישט - און דארט געבן די געלט, ווען מיר האבן א קלארע הבטחה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט געבן געלט צו דרוקן דעם ספר "אשר בנחל" וועט זען גרויסע ניסים.


איך האף צום אייבערשטן צו זיין בכח צו געבן מארגן די וועכנטליכע שיעור, איך וועל דיר מארגן מודיע זיין, בעט פאר מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#147 - א סוד אין די קמיע פון מוהרא"ש
הדפסה, קמיע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די בילד פון די נייע קמיעות וואס ענק האבן געמאכט.


לדעתי ליגט א סוד אין די קמיע פון מוהרא"ש, דאס איז נישט א זאך וואס יעדער איינער קען מאכן.


איך זאג נישט מען דארף אננעמען מיין דעה, יעדער קען מאכן און טון ווי אזוי זיי פארשטייען, אבער ווי איך ווייס איז די קמיע א זאך וואס געהערט צו הדפסת והפצת ספרי רבינו, דאס גייט געקניפט און געבינדן מיט א קרן הדפסה וואס דרוקט און פארשפרייט די הייליגע קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור; אז אלע, מקטן ועד גדול זאלן וויסן אז עס איז דא א וועג ווי צו לעבן מיטן אייבערשטן, א וועג צו לערנען כל התורה כולה, א וועג צו לעבן מיט די ווייב בשלום וכו' וכו'.


איך בין היינט צוריק געקומען פון ארץ ישראל, איך בין אפגעמאטערט, וועל איך מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#146 - א געפיל און שכל צו העלפן פארשפרייטן די זיסע עצות
הדפסה

בעזרת ה' יתברך - פסח, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


א מתנה פאר ...


וואויל איז דיר אז דו האסט א געפיל און שכל צו העלפן פארשפרייטן די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט ווייטער האבן די זכי' צו העלפן דרוקן דעם רבינ'ס ספרים.


וואונטשט דיין ראש ישיבה.





 


 





 

#145 - יישר כח פארן נעמען די מהדורה פון "אשר היה אל יואל"
הדפסה

בעזרת ה' יתברך - פסח, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


א גרויסן יישר כח פאר דיר ר' ... נרו יאיר, און פאר דיין ווייב תחי'


פארן נעמען די מהדורה פונעם ספר אשר היה אל יואל.


בזכות דעם זאלסטו האבן ליכטיגע ערליכע דורות


וואונטשט דיין ראש ישיבה.





 


 





 

#144 - א באזוך אין שטעטל, מיט אלע טעמים
כולל, הדפסה, שטעטל, נעגל וואסער, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, כ"ה אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען אויף א באזוך אין שטעטל, ווען איך בין אנגעקומען אינדערפרי בין איך ערשט געגאנגען קוקן די נייע בנין אין מחנה אילן החיים, קוקן ווי די ארבעט האלט און צו מאכן די פלענער פארן זומער הבא עלינו לטובה.


פון דארט בין איך געגאנגען אין אונזער ישיבה, די ישיבה האט אלע טעמים; די בחורים לערנען זייער פלייסיג, פירן זיך מיט יראת שמים און מידות טובות. איך האב געלערנט חומש פון די וואכנדיגע סדרה, נאכדעם האבן מיר געדאווענט, די דאווענען איז געווען מיט א חיות און געשמאק. איך האב זיך דערמאנט וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט מיט יארן צוריק ווען עס איז געווען די גרויסע מחלוקת אויף די ישיבה, אז מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזער ישיבה פאר קיין שום ישיבה; עס איז ממש אזוי, די בחורים אין ישיבה זענען פול מיט חיות, מיט שמחה; עס איז א חידוש אין עולם הישיבות צו געפינען פרייליכע בחורים וואס האבן ליב דאווענען, ליב לערנען, ליב צו טון וואס שטייט אין די תורה.


נאכן דאווענען האב איך געגעסן פת שחרית מיט די בחורים, מיר האבן גערעדט שיינע זאכן, אלעס געפלאכטן מיט די הקדמות פון רבי'ן.


נאכן דאווענען בין איך געגאנגען באזוכן די חדר און בית פיגא, אויך אין אפיס בין איך געווען. די אפיס איז יעצט אין א מצב וואס די גמרא זאגט (תענית כה): "מי שאמר לשמן וידלוק, הוא יאמר לחומץ וידלוק", דער אייבערשטער וואס מאכט אז אויל זאל ברענען - קען מאכן עסיג זאל ברענען; די ניסים וואס טוט זיך אפ אין אפיס - איז שלא כדרך הטבע, ווען איך קוק צוריק אויף די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אונז - געבט מיר דאס כוחות צו גיין ווייטער. איך דארף האבן אויף די וואך דאנערשטאג ניינציג טויזנט דאלער צו באצאלן נאר די איינגעשטעלטע, נאך הונדערטער טויזנט דאלער צו באצאלן ווענדארס און אין באנק איז דא א מיינוס פון זעקס טויזנט דאלער; וועסטו פרעגן ווי אזוי גיי איך אן, וואס איז די פלאן? די פלאן איז נאכאמאל צוריק צו גיין צום אייבערשטן, אים נאכאמאל בעטן, און ער וועט אונז ווייטער נישט פארלאזן.


אויך בין איך געגאנגען באזוכן די בית הדפוס; וואס דארט טוט זיך אפ... זיצן אינגעלייט, איינער פירט די חשבונות, א צווייטער איז מגיה אשר בנחל, א דריטער איז מגיה עצתו אמונה, א פערטער שרייבט די וועכנטליכע בלעטל 'קרית ברסלב', א פיפטער מאכט די קול ברסלב האטליין; א גאנצע בנין וואס שטייט נאר פאר איין סיבה, פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט אז עס איז דא א רבי מיט עצות וואס קען יעדן איינעם העלפן, יעדער קען אנקומען צו זיין א צדיק.


אויך בין איך געווען ביי די אפיס פון די כולל, דארט דארף מען אויך ניסים צו קענען וויייטער באצאלן די כולל אינגעלייט, און פון דארט בין איך צוריק געגאנגען צו די ישיבה און געדאווענט מנחה, איך בין געגאנגען שפאצירן מיט זיי, געשמועסט פון הייליגן רבי'ן.


זיי מקפיד אויף נעגל וואסער. מוהרא"ש האט דערציילט, א פרוי איז געקומען צום סטייפלער גאון זכותו יגן עלינו און ביטערליך געוויינט אז אירע קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, יעצט האט איר זון זיך רחמנא לצלן אפגעשניטן די פיאות, און די צער גידול בנים וואס זי גייט אדורך; האט איר דער סטייפלער גאון געפרעגט: "איר גיסט זיך אפ נעגל וואסער אינדערפרי?" די פרוי איז רויט געווארן פאר בושה און מודה געווען אז זי גיסט נישט אפ קיין נעגל וואסער, האט דער סטייפלער גאון איר געזאגט: "דעמאלט וואס ווילט איר פון מיר? אז מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער בלייבט די טומאה פון ביינאכט אויף די הענט און וואס מען כאפט אן ווערט טמא, דעריבער איז די גאנצע שטוב פול מיט א רוח טומאה רחמנא לצלן. וואס קען איך טון אז איר אליין האט זיך גורם געווען די צרות?" מיר האבן דאס דערציילט אלץ א חיזוק פאר די פרויען זיי זאל זיין נזהר אין מחנך זיין די קינדער זיך אנצוגרייטן נעגל וואסער פארן שלאפן גיין, און אינדערפרי זאלן זיי נישט אראפגיין פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.