בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#137 - הלכות און מנהגים פון תשעה באב
הלכה, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מארגן נאכט וועלן מיר זיך אלע אוועק זעצן אויף דער ערד און זאגן מגילת איכה, מיר וועלן אלע וויינען אויף די ביטערע גלות.


ט' באב ביינאכט פאסטן אלע, אפילו קינדער; אלע טרויערן אויפן גלות. אינדערפרי קענען קינדער עסן, אבער נישט קיין נאש; מען לערנט אויס די קינדער אז אלע דארפן טרויערן אויפן חורבן בית המקדש.


אויך מיידלעך פון די צוועלף יאר, אויך ווייבלעך - אלע פאסטן; אויב איז מען אין די חדשים וואס מען ווארט, אדער אין די חדשים וואס מען זייגט - זאל מען פרעגן א רב אויב מען דארף פאסטן.


ט' באב טוט מען אויס די שיך, ט' באב דארפן זיך מאן און ווייב דערווייטערן, ט' באב טאר מען זיך נישט שמירן דעם גוף און נישט די פנים.


ט' באב ווער עס שלאפט געווענליך מיט צוויי קישנעס - זאל שלאפן מיט איין קישן, און ווער עס שלאפט מיט איין קישן - זאל שלאפן אן קיין קישן.


ט' באב באדט מען זיך נישט, אפילו קינדער, און אפילו די הענט וואשט מען נאר ביז די עק פינגער. אויך די פנים וואשט מען נישט, און אויב עס איז דא שמוץ ביי די אויגן מעג מען דאס אראפנעמען מיט פייכטע הענט.


ט' באב גריסט מען זיך נישט ביז חצות היום, און אויב איינער גריסט מעג מען צוריקגריסן האלבוועגס.


ט' באב לערנט מען נישט ווייל מען דארף טרויערן און לערנען תורה מאכט פרייליך. נאכמיטאג נאך מנחה קען מען לערנען שיעורים כסדרן וואס מען לערנט יעדן טאג, ווי ח"י פרקים משניות, יום תהלים, וכדומה.


אשר בנחל קען מען לערנען ט' באב.


ט' באב ארבעט מען נישט, נאך חצות קען מען מקיל זיין ביי געוויסע פעלער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#136 - לכתחילה דארף מען זיך גרייטן פריער
הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, ערב ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע זיך שערן אינעם טאג וואס מען גייט וכו'; עס איז נישט קיין לכתחילה, ווייל עס קען זיין די קליינע האר בלייבט קלעבן און עס איז א חציצה, מען דארף זיך שערן אינעם פערטן טאג אדער פינפטן טאג.


בדיעבד אז מען האט פארגעסן זיך צו שערן קען מען זיך שערן אויך נענטער ווען מען גייט וכו', אבער לכתחילה שערט מען זיך נישט אינעם טאג וואס מען גייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#135 - דיקא אין די טעג פון חורבן זעט מען די ליבשאפט פונעם אייבערשטן
אמונה, בין המצרים, התחזקות, הלכה

 


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ראש חודש אב; שטייט פון צדיקים, מען זאגט ביים ראש חודש בענטשן "מנחם-אב" - ווייל מיר טרייסטן דעם טאטן, מיר טרייסן דעם אייבערשטן מיט אונזערע מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען.


אויך שטייט פון צדיקים אז דיקא יעצט אין די טעג פון חורבן איז נתגלה געווארן דאס ליבשאפט פונעם אייבערשטן צו אונז. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא נד:) ווען די גוים זענען אריין אין קדשי קדשים חרוב מאכן דעם בית המקדש - זענען די כרובים געווען מעורים זה בזה, דאס איז די סימן פון ליבשאפט פונעם אייבערשטן צו אידישע קינדער.


וואו דו ביסט און אין וועלכע מצב דו געפינסט זיך - זאלסטו געדענקען אז דער אייבערשטער האט דיך ליב, ער איז מיט דיר ביי דיר און נעבן דיר, און אז מען לעבט מיט דעם - איז אלעס אנדערש; אז מען לעבט מיט די מחשבה 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר' - גייט אלעס אנדערש, דאס איז דביקות בה'.


מען טאר זיך נישט באדן פון ראש חודש ביז מוצאי ט' באב לשם תענוג, אבער לצורך מצוה, אדער לרפואה, אדער ווען מען טוט דאס אראפ צו נעמען די שווייס - מעג מען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.


 

#134 - רעד צו דיין ווייב אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש
שלום בית, חסידות ברסלב, הלכה, חומרות, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחוקותי, י"ח אייר, ל"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די מתנה, דיין ווייב תחי', און האלט איר טייער. רעד צו איר אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש, רעד צו איר איידל און ווייך, און אנטלויף פון אלע פארדריידטע לימודים; שפיי אויס די פאלשע הדרכות פון חומרות ופרישות. דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט אז חומרות און פרישות איז שטותים און דמיונות (עיין לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד), און דאס ווארפט אראפ דעם מענטש אין עבירות רחמנא לצלן.


ליידער אין ברסלב לערנט מען מיט אברכים די דמיונות, מען נעמט טייערע אברכים, מען פארדרייט זיי מיט נארישע זאכן; נאכמאכן דעם ברסלב'ער חסיד און נאכמאכן דעם - דאס ווארפט אראפ דעם מענטש. ברודער טייערער, מיר האבן א הייליגע תורה, מען דארף זיך פירן לויט ווי עס שטייט אין די תורה, היטן די הלכות און גארנישט מער.


ברסלב'ער חסידים (אמת'ע ברסלב'ער חסידים, נישט עכטע) פירן זיך יעדן טאג אינדערפרי נאך מודה אני צו זאגן א דאנק פארן אייבערשטן פאר די ווייב און פאר די קינדער, זיי דערמאנען זיך ווי אזוי זיי האבן אויסגעזען פאר די חתונה, זיי חזר'ן די חסדים און ניסים.


 

#133 - אויב מען גייט אוועק פון די עלטערנ'ס וועג, וואס וועט זיין מיט די קינדער?
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שמחה, ניגונים, מסורה, הלכה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער גוט צו גיין אין די וועג פון די עלטערן, אזוי בלייבט מען ערליך און די דורות בלייבן ערליך. אויב מען גייט אוועק פון די וועג פון די עלטערן - וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך...


אז אייער באבע זאגט אייך איר זאלט נאר גיין מיט די פוסטע (סקור"ט) וואס וכו' - זאלט איר אזוי גיין.


מיר דארפן אלץ צוריק גיין אפאר טריט פון די עק פון צניעות, אז די קומענדיגע דורות זאלן נאך זיין בצניעות. ווייל די דורות פאלן דאך, און אז מיר וועלן זיך אנטון ממש ביים עק, צווישן צניעות און נישט צניעות - וואס וועט זיין מיט אונזערע דורות...


זייט פרייליך, הערט זיך צו צו לעבעדיגע מוזיק. שמחה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער עס ברענגט צו די גרעסטע מדריגות.


לערנט גוט הלכות שבת. נאך אביסל גייט איר אויפשטעלן א שטוב, דארפט איר וויסן אלע הלכות וואס מען מעג טון שבת און וואס נישט.


הערט זיך גוט צו ווען מען לערנט אין שולע (סקול) - הלכות, דאס וועט אייך צוניץ קומען אייער גאנצע לעבן.


 

#132 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#131 - עס איז זייער שרעקעדיג אויב מען היט נישט די הלכות פון א אידישע שטוב
קינדער, רפואה, תשובה, אידישע שטוב, הלכה, טהרת המשפחה, עונשים, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, פה אתרא קדישא מירון


 


מיינע טייערע ... און ... וואס איר זענט ביי מיר באליבט ווי מיינע קינדער


איך בעט ענק זייער, שפילט אייך נישט מיט די הלכות; עס איז זייער שרעקעדיג און ביטער אויב מען היט נישט די הלכות פון א אידישע חתונה געהאטע לעבן.


איך וויל אייך נישט דערשרעקן, אבער אויב וועל איך נישט זאגן - וועט שפעטער זיין גאר שרעקעדיג, ווייל אויב מען היט נישט חס ושלום די הלכות - באקומט מען לא עלינו ולא עליכם קראנקע קינדער, עס איז ביטער דאס לעבן, און דעמאלט איז שוין שפעט.


ובכן טייערער ... און ... תחי', שפילט אייך נישט ארום, נעמט עס ערנסט. איך שרייב אייך דעם בריוו אין מירון ביים הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, איך בעט פאר ענק איר זאלט זוכה זיין צו זרע של קיימא. טוט תשובה, זאגט פארן אייבערשטן אז איר האט חרטה און איר גייט איינהאלטן אלע הרחקות, ובזכות רבי שמעון בר יוחאי וועט איר געהאלפן ווערן מיט אלעס גוטס.


איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב אייך. איך ציטער אזוי שטארק, איך ווער אזוי דערשראקן צו הערן אז די הרחקות איז א שפיל.

#130 - פרעגן יעדע זאך פון א דיין
תפילה והתבודדות, שלום בית, שאלות, הלכה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע שאלה וואס דו האסט - זאלסטו פרעגן, שעם זיך נישט צו פרעגן. זיי נישט מזלזל אין הלכות טהרה וכו', פסק'ן זיך נישט אליינס, זיי נישט מדמה מילתא למילתא; אז מען האט דיר איינמאל גע'פסק'נט כשר - קענסטו נישט אליינס פסק'נען, פרעג יעדע שאלה דעם דיין.


אויך זאלסטו פרעגן דעם דיין ווי אזוי צו כשר'ן דיין קאך, זאלסט חס ושלום נישט נכשל ווערן מיט איסור חמץ.


ווען מען רוימט אויס די חמץ זאלסטו נישט פארגעסן פון די חמץ אין מח, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו האבן א ריינעם מח מחשבה, נישט האבן קיין שום קשיות אויפן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#129 - וועלכע שפילצייג נוצט מען פסח?
הלכה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מען קען רייניגן די טויס פון א גאנץ יאר און דאס נוצן פאר פסח. אויב איז צו שווער צו רייניגן די שפילצייג פון א גאנץ יאר - קען מען אוועקלייגן נייע שפילצייג פאר פסח און דאס נוצן אלע יארן, (אגב אזוי טוט מען ביי מיר אין שטוב, עס איז דא שפילצייג ספעציעל פאר פסח).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#128 - דער עיקר זאלט איר אריינלייגן אין די קינדער אמונה
חינוך הילדים, אמונה, חיזוק פאר פרויען, שבת קודש, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט זיך און גייט אן מיט אייער הייליגע ארבעט פון מחזק זיין אידישע קינדער. דער עיקר זאלט איר אריינלייגן אין די קינדער אמונה, אמונה איז אלעס; אז מען האט אמונה האט מען אלעס, און אז נישט - האט מען גארנישט.


אז עס קומט אויס צו גיין מוצאי שבת וכו' מאכט מען די חפיפה פרייטאג און מען מעג עסן שבת פלייש, און אזוי אויך אלעס פון עונג שבת וואס בלייבט שטעקן צווישן די ציינער לכבוד שבת, נאר מוצאי שבת דארף מען מאכן זיכער אז עס איז נישטא קיין שום חציצה צווישן די ציינער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#127 - ווי לאנג ס'איז נישט קעגן די הלכה, טוט מען אלעס פאר שלום בית
שלום בית, סיפורי צדיקים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז מען ליינט די בריוו וואס איך שיק אייך פאר שלש סעודות, און אז דאס איז אייך מחי' און מחזק. גלייב מיר, איך האב קוים צייט צו אטעמען, איך קום נישט אן צו מיין ארבעט. אבער פון ווען איך בין געווען דעם ווינטער אין ארץ ישראל און געזען די דורשטיגקייט און הונגעריקייט פון אנשי שלומינו צו די חיזוק, שכל און הדרכה פון מוהרא"ש, וואס געבט אונז איבער פון הייליגן רבי'ן - פרוביר איך מיט אלע כוחות צו שרייבן פאר אייך א בריוו.


בנוגע וכו'; איך ווייס נישט ווי שטארק דיין ווייב תחי' שטעלט זיך אויף דעם וכו', איך קען דיר נאר דערציילן וואס אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, עס איז געווען א צדיק נסתר, א באהאלטענער צדיק, וואס ביי זיין חתונה האט ער זיך ארויפגעדריידט זיינע פיאות צוליב שלום בית, ווייל זיין כלה האט נישט געהאט אן השגה און דאס גרויסקייט פון גיין געקרייזלטע פיאות, זי האט דאס אנגעקוקט ווי א חניאקישע זאך; האט דער צדיק ברוב ענותנותו ארויפגעדריידט די פיאות. אויך האט דער צדיק שוין געהאט א בארד ביי די חתונה און די כלה האט געבעטן ער זאל דאס אריינדרייען, האט דער צדיק נסתר דאס געטון.


שלום בית איז זייער א הייליגע זאך און זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודות השם, און עס איז כדאי אלעס צו טון - פרייליך צו מאכן אין שטוב. (פארשטייט זיך, ווען עס קומט צו זאכן קעגן די הלכה - דעמאלט איז נישטא וואס צו רעדן, דעמאלט איז [משלי כא, ל]: "אֵין חָכְמָה וְאֵין תְּבוּנָה וְאֵין עֵצָה לְנֶגֶד ה'", און [סנהדרין פב.]: "אין חולקין כבוד אפילו לרב").


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - מען דארף טון, און וויפיל מען קומט אן איז גוט
לערערין, חינוך הילדים, עבודת השם, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די הייליגע חכמים זאגן (אבות ב, טז): "לֹא עָלֶיךָ הַמְּלָאכָה לִגְמוֹר, וְלֹא אַתָּה בֶּן חוֹרִין לְהִבָּטֵל מִמֶּנָּה", עס איז זייער וויכטיג צו וויסן די ביידע זאכן, פון איין זייט 'די ארבעט ליגט נישט אויף דיר צו ענדיגן', און פון די אנדערע זייט 'ביסטו נישט פריי פון נישט טון'; מען דארף טון, און וויפיל מען קומט אן - איז גוט.


לערנט מיט די קינדער הלכות וויפיל איר קענט אנקומען, און אז איר ענדיגט נישט - איז גארנישט, זיי וועלן שוין לערנען ווייטער די קומענדיגע יארן.


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט פון לערנען מיט אידישע טעכטער הלכות שבת, בזכות לערנען מיט אידישע קינדער זאלט איר האבן נחת ביי אייערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#125 - געוואוין זיך צו נישט צו טון קיין שום זאך אן פרעגן
כיבוד אב ואם, בחור, לימוד התורה, יונגע יארן, מורה דרך, הלכה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, גיי יעדן טאג צום שיעור הלכה. דער הייליגער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט).


זיי קלוג, נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען. איך באצווינג טאקע נישט אלע בחורים צו גיין צום שיעור הלכה וואס מיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א לערנט פאָר, אבער דו זיי קלוג און גיי צום שיעור, א שאד צו פארברענגען אזויפיל צייט און גארנישט טון.


אז דו וועסט לערנען פלייסיג - וועסטו מאכן א נחת פאר דיינע עלטערן. דו האסט דאך אזעלכע טייערע עלטערן, וועסטו האבן א גרויסע מצוה און דו וועסט טרעפן אן ערליכער שידוך.


איך האף דו וועסט מיך פאלגן, איך וויל דאך נאר דיין גוטס. אזוי אויך טו נישט קיין שום זאך אן פרעגן. געוואוין זיך צו, פרעג יעדע זאך אין דיין לעבן, ווייל ווער עס גייט נאך דעם אייגענעם שכל - קען זיך זייער פארפלאנטערן אין לעבן, און נאר דער וואס גייט אין די וועג פון צדיקים - איז אים גוט.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.

#124 - מען דארף לעבן אזוי ווי די תורה הייסט
קדושה, שלום בית, הדרכות, הלכה, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, לעיקוואד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז מיר א גרויסע וואונדער אז נאכן הערן אזויפיל שיעורים - זאלסטו נאכאלץ נישט האבן פארשטאנען פון צווישן די שורות ווי אזוי צו לעבן א חתונה געהאטע לעבן אן קיין פרישות.


די אלע זאכן וואס דו פרעגסט - קענסטו טון וכו' וכו'. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג נאכזאגן וואס רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה פלעגט זאגן ווען מען פלעגט אים בעטן הדרכות של בינו לבינה וכו', ער פלעגט זאגן: "קִינְדֶערְלֶעךְ, הִיט אַייךְ פוּן כְּרִיתוּת"; דאס הייסט מען זאל זיך אכטונג געבן אין הלכות טהרה, מען זאל חזר'ן הלכות נדה צו וויסן נישט נכשל צו ווערן אין קיין שום הלכה, אבער ווען מען מעג - מעג מען אלעס וכו' און מען זאל זיך נישט מבלבל זיין פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


א מניוול איז מען - אז מען טוט עבירות, אז מען לעבט אזוי ווי די תורה זאגט, מען לעבט מיט א ווייב מיט ליבשאפט - איז מען נישט קיין מניוול.


איך שרייב דיר דאס ווייל דו הויבסט אן דיין שאלה: "איך וויל בעטן דער ראש ישיבה זאל מיך נישט אנקוקן שלעכט"; די אלע זאכן וואס דו פרעגסט - דאס איז אלעס מותר, אזוי וועסטו קענען זיין הייליג און ערליך, נישט פוגם זיין און נישט טראכטן שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#123 - זאג א יישר כח פאר דיין מלמד
קינדער, הכרת הטוב, יונגע יארן, חדר, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אלעס וואס דו שרייבסט; אז דו לערנסט פלייסיג, אז דו האסט ליב צו קומען אין חדר און דו האסט ליב דיין מלמד.


הער זיך גוט צו ווען מען לערנט הלכות. דער הייליגער רבי האט געהייסן לערנען הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט); נאר אז מען לערנט הלכה - קען מען מקיים זיין אלע מצוות.


פיר זיך אויף מיט דרך ארץ און געוואוין זיך צו אז יעדעס מאל דיין מלמד ענדיגט לערנען, איידער דו גייסט זיך שפילן און זיך אפרוען - זאג א יישר כח פאר דיין מלמד, אזוי אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען מיט די גוטע מידה פון זיך באדאנקען פאר יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - איך וויל דו זאלסט לערנען מיט די חתנים אין ארץ ישראל
הלכה, חתן, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם א חברותא פאר הלכות טהרה, הויב אן סימן קפג ביז סימן קצט, לערן גוט דורך דעם טור בית יוסף מיט ב"ח, און אז עס פעלט אויס זאלסטו דורכלערנען די גמרא מיט די ראשונים, און ווען דו וועסט זיין גוט קלאר - זאלסטו גיין צום שלחן ערוך רמ"א, ט"ז און ש"ך און אזוי ווייטער, עס דארף נישט נעמען צו לאנג דאס גוט צו לערנען און קענען.


איך וויל דו זאלסט לערנען מיט די חתנים אין ארץ ישראל. לערן מיט זיי אזוי ווי איך האב מיט דיר געלערנט, אן קיין חומרות און אן קיין פרישות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - געב אכטונג פון די וואס פארדרייען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער
שלום בית, חסידות ברסלב, הדרכות, הלכה, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין זייער דערציטערט פון דיין בריוו.


גיי אוועק פון די וועג פון פרישות, דאס איז נישט ברסלב, דאס איז אויסגעטראכט אליינס. דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן לעבן מיט די תורה, לעבן מיטן שולחן ערוך; אז דו וועסט ווייטער גיין אויף דעם וועג - וועט זיין א גט, דו וועסט פאלן אין טיפן אפגרונד.


בעט איבער דיין ווייב, דו ביסט עובר אויף שווערע לאווין, און לעב מיט איר. געב אכטונג פון די וואס פארדרייען דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי וויל מיר זאלן לעבן מיט די תורה און אזוי זיך צוקלעבן צום אייבערשטן.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - נאר מיט'ן לערנען הלכות שבת, קען מען היטן שבת
שבת קודש, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער וויכטיג צו לערנען הלכות שבת, ווייל נאר אזוי קען מען היטן שבת.


בנוגע אויב מען מעג נוצן די דינע פאוני פלעסטיק ראבערס צאמצובינדן די האר פון קליינע קינדער; שבת טאר מען עס נישט נוצן, ווייל עס איז נישט מעגליך דאס צו נוצן אן אויסרייסן האר, ענדערש זאל מען נוצן די גראבע ראבערס, אדער קען מען לייגן די דינע אום ערב שבת און דאס נישט ארויסנעמען א גאנץ שבת.


בנוגע אנגרייטן וועש פאר די קינדער פרייטאג צו נאכטס פאר שבת אינדערפרי; מען מעג אנגרייטן וועש פאר די קינדער, עס איז נישט קיין פראבלעם פון אנגרייטן איין טאג פאר'ן צווייטן; פון ביינאכט אויף אינדערפרי איז איין טאג.


זייט ממשיך צו זאגן תהילים יעדן טאג, וועט איר זען גרויסע ישועות.

#119 - זיך האלטן שטארק, אין די צייט וואס אנדערע פאלן
חברים, התחזקות, פרנסה, גמרא, תעניתים, הלכה, חומש רש"י, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויחי, עשרה בטבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן זאלסט זיך מיטכאפן מיטן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, לערנען גמרא איז מטהר און מתקן דעם מענטש. מוהרא"ש דערציילט פון הרב הקדוש רבי בנציון פון באבוב זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זאגן פאר זיינע תלמידים: "אויב וועל איך ענק זאגן צו פאסטן און צו מאכן סיגופים, עבודות קשות - וואלט איר מיר געגלייבט אז דאס איז מתקן דעם מענטש פון אלע חטאים, און אז איך זאג ענק איר זאלט לערנען א בלאט גמרא - דאס גלייבט איר נישט אז דאס איז מתקן דעם מענטש, עס זעט אויס צו פשוט"; ער האט זיי געזאגט אז דאס איז נאך מער מתקן פון אלע סיגופים.


קוק נישט אויף אנדערע, קוק וואס שטייט אין שלחן ערוך. איך האב היינט געהאט א שרעק פון א מעשה, איך פרעג א בחור ווי אזוי ער פאסט, זאגט ער מיר: "איך האב היינט געגעסן א פיינעם פרישטאג"; איך פרעג אים: "וואס גייט פאר מיט דיר? דו ביסט דאך אן ערליכער איד!" פרעגט ער מיר: "וואס, מען דארף פאסטן? עס איז אן עכטע תענית?! איך זע אזויפיל מענטשן ביים ארבעט וואס עסן!"


איך האב זיך זייער דערשראקן צו זען וואס פאסירט אז מען דריידט זיך מיט געפאלענע מענטשן, מען פאלט אליינס אראפ; דעריבער בעט איך דיר זייער, קוק נישט אויף אנדערע, פיר זיך מיט די הייליגע תורה, וואס שטייט אין שלחן ערוך, און אז דו זעסט ביי דיין ארבעט מענטשן וואס זענען נישט מקיים די תורה - זאלסטו בלייבן שטארק און נישט פאלן פאר זיי.


די וואך ענדיגן מיר די ערשטע ספר פון חמשה חומשי תורה, מיר האבן קוים אנגעהויבן פרשת בראשית און מיר האלטן שוין פרשת ויחי. וואויל איז דעם וואס לערנט יעדן טאג אביסל חומש מיט'ן תרגום, אזוי איז ער פארזיכערט צו לערנען יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום, און ער וועט זוכה זיין צו אריכת ימים און פרנסה בשפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - לערנען די הלכות פאר א יום טוב
חנוכה, שלום בית, מדות טובות, חלישות הדעת, הלכה, יום טוב, בלבולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר נאכאמאל בעטן, געב אכטונג; פיר זיך אין שטוב מיט סבלנות, מיט רואיגקייט. כעס זיך נישט אין שטוב אויף דיין ווייב, מיט א ווייב דארף מען זיך פירן זייער איידל, מען דארף רעדן שיין.


נאך א זאך, עס איז א גרויסע מצוה צו רעדן און מחזק זיין אנשי שלומינו. עס דרייען זיך ארום וואס האבן חלישות הדעת און בלבולים וכו' וכו', און מיט אפאר ווערטער קען מען יענעם ממש מחי' זיין, און דאס שטארקט דעם מענטש זעלבסט; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפד) אן עצה צו ווערן שטארק - אז מען שטארקט א צווייטן.


דעם קומענדיגן זונטאג נאכט צינדן מיר שוין אן די הייליגע חנוכה לעכט. עס איז כדאי זאלסט דורכלערנען הלכות חנוכה, כאטשיג מחבר רמ"א, די פאר סמנים (תר"ע - תרפ"ה) - זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


אזוי זאלסטו טון פאר יעדן יום טוב; דער רבי האט געוואלט מיר זאלן זיין צוגעבינדן צו הלכה (עיין שיחות הר"ן, סימן כט; קפה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#117 - אנשטאט זיך טענה'ן, זאג 'יישר כח פאר'ן זאגן'
דרך ארץ, חסידות ברסלב, וויכוחים, משפחה, היכל הקודש, הלכה, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, דו טענה'סט נישט מיט קיינעם. עס נעמט א שטיק צייט פון ווען מען ווערט מקורב ביז מען כאפט די שכל פון מוהרא"ש פון נישט אריינגיין אין ויכוחים מיט קיינעם, זיך נישט טענה'ן מיט מענטשן, און זיכער נישט מיט טאטע, מאמע און זיידעס. אז דיין זיידע האט דיר געגעבן א גאנצע דרשה אז מען טאר נישט זאגן "שכוח אייבערשטער" נאר "איך דאנק דיר אייבערשטער" - האסטו זיך נישט צוריק גע'טענה'ט, נאר אים געזאגט: "שכוח פארן זאגן".


בנוגע ליינען קריאת שמע גייענדיג אין גאס; אז מען ליינט קריאת שמע אין גאס גייענדיג - דארף מען זיך אפשטעלן ביי שמע ישראל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא לך לך, א): "אָסוּר לְקַבֵּל עָלָיו עֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם כְּשֶׁהוּא מְהַלֵּךְ", מען טאר נישט זאגן די ערשטע פסוק פון קריאת שמע גייענדיג, "אֶלָּא יַעֲמֹד בְּמָקוֹם אֶחָד", מען מוז זיך אפשטעלן, "וִיכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם" און אינזין האבן דעם אייבערשטן, "בְּאֵימָה וּבְיִרְאָה בְּרֶתֶת וּבְזִיעַ בְּיִחוּד הַשֵּׁם", מען דארף ליינען קריאת שמע מיט א ציטער און א פארכט, "וְיִקְרָא 'שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹהֵינוּ ה' אֶחָד' (דברים ו, ד), כָּל אֶחָד וְאֶחָד בְּכַוָּנַת הַלֵּב, וְאַחַר כָּךְ, 'בָּרוּךְ שֵׁם כְּבוֹד מַלְכוּתוֹ לְעוֹלָם וָעֶד'", נאכדעם קען מען ווייטער גיין. עס איז דא קלארע גמרות ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה דערציילן אז זיי האבן געליינט קריאת שמע גייענדיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#116 - די אויסטערלישע התמדה פון די כולל אינגעלייט
כולל, צדקה, שטעטל, שבת קודש, הלכה

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קום יעצט פון שטעטל, איך בין געווען אויף א באזוך אינעם כולל; איך בין שטימלאז, איך האב נישט קיין ווערטער...


דו האסט נישט קיין השגה וואס דארט טוט זיך; זיצן טייערע איידעלע אינגעלייט און לערנען מיט אן אויסטערלישע התמדה, זיי לערנען און קענען זייער גוט.


איך בין אריינגעקומען מיט האברך יצחק אייזיק ראטה, ער האט מיך געדרייווט. אויפ'ן וועג פרעגט ער מיך א שאלה אין הלכות שבת. היות ער איז א סעילסמאן פאר א טראקינג קאמפאני, און אסאך מאל באשטעלן מענטשן א טראק זאל קומען שבת אפנעמען, אדער שבת דארף עס אנקומען.


זאג איך אים, זייער גוט, יעצט לערנען אונזערע אינגעלייט הלכות שבת, שכירות וקבלנות; מיר וועלן דאס פרעגן די אינגעלייט. פרעג אים, ער וועט דיר דערציילן וואס האט זיך אפגעטון; אלע אינגעלייט, אינאיינעם מיט'ן דיין שליט"א - דער ראש הכולל, האבן אנגעהויבן טענה'ען און זיך מפלפל זיין. איך האב דאס אויך געלערנט אלס אינגערמאן, איך האב געשריבן חידושים אויף אלע קונטרס אחרון'ס.


איך בין געזיצן דארט און געקוועלט פון נחת; איך האב אזא נחת פון זיי, זיי געבן מיר פרישע כוחות. איך זאג דיר מיט אן אמת, יעדער איינער פון זיי איז א בריליאנט און עס וועט זיין פון זיי שיינע זאכן.


ביטע נעם צאם געלט פאר זיי, איך שעם זיך אזוי זיי צו געבן נאר טויזנט דאלער א חודש, איך וויל זיי געבן נאך מער, איך דארף אבער דיין הילף.

#115 - אין בית פיגא איז הלכה זייער א וויכטיגע שיעור
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים, שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה אז איר לערנט גוט הלכות שבת; אין בית פיגא איז הלכה זייער א וויכטיגע שיעור, ווייל דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף הלכה. דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען יעדן טאג הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט); נאר אז מען לערנט הלכה - ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן.


איר פרעגט זייער א גוטע פראגע, אויב מען האט אראפגעווארפן שבת א שטיקל פרוכט אדער שאלאכטס אינדרויסן אין חצר, דאס איז דאך א פראבלעם פון זורע, און אז מען הויבט אויף די שאלאכטס איז דאך א פראבלעם פון מוקצה, ווילט איר וויסן אויב מען זאל עובר זיין אויף מוקצה כדי נישט עובר צו זיין אויף זורע.


איך זע אז איר הערט זייער גוט אויס אייער לערערין און איר פארשטייט גוט די הלכות.


דער ענטפער איז, עס ווענדט זיך וואס פאר א סארט שאלאכטס מען רעדט און וואס פאר א סארט קערלעך, ווייל שאלאכטס און קערלעך וואס איז ראוי צו עסן פאר בעלי חיים - איז נישט מוקצה, דעמאלט איז נישט קיין פראבלעם דאס אויפצוהייבן, און אויב איז דאס שאלאכטס און קערלעך וואס איז נישט ראוי צו עסן פאר בעלי חיים - ווענדט זיך; אויב איז דאס א גרף של רעי, דאס מיינט עס מאכט שלעכט פאר'ן מענטש - מעג מען דאס ווייטער אויפהייבן, און אויב איז דאס נישט ראוי פאר בעלי חיים און אויך נישט קיין גרף של רעי - דעמאלט טאר מען דאס נישט אויפהייבן אלס מוקצה, און אלס זורע איז מען נישט עובר נאר אויב מען טוט דאס בכוונה.


זאגט תהילים, און פלעכט אריין אייגענע תפילות אין אייער שפראך - אידיש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#114 - ווי מער מען בעט, אלץ מער נחת זעט מען
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, נחת, מורה דרך, הלכה, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער זון נרו יאיר, ער איז זייער וואויל און זייער טייער, ער פירט זיך מיט יראת שמים, ער לערנט פלייסיג, איך בין אים זייער מקרב.


בנוגע וכו'; אויב מאכט זיך אסאך שאלות וכו' - מאכט מען נאר די ערשטע און די לעצטע טאג.


בנוגע וכו'; וואו מען וואוינט איז גוט, עס איז גוט אין שטאט, עס איז גוט אין שטעטל; דער עיקר דארף מען קוקן וואו קענען די קינדער באקומען א גוטע חינוך, און וואו קען דער מאן האבן גוטע חברים, אן ערליכער רב, אן ערליכער דיין; נאר אויף דעם דארף מען קוקן.


עלטערן דארפן בעטן און בעטן אן אויפהער פאר אלע קינדער און קומענדיגע דורות, זיי זאלן זיין ערליך; ווי מער מען בעט - אלץ מער נחת זעט מען.

#113 - עס לוינט זיך אוועקצוגעבן די מאדעס, כדי צו האבן ערליכע דורות
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סגולות, נחת, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראגעס מאכן מיך שוואך; וואס זאל איך דיר ענטפערן? נישטא קיין הלכות אויף צניעות, גיין אנגעטון איידל איז א געפיל זאך, און אז דיין ווייב וויל נאכמאכן די גוים, זיך מאכן נאך א לאך אין אויער פאר נאך אן אויערינגל - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין איר א רוח טהרה; נאר תפילה וועט דיר העלפן.


דיין ווייב איז באמת זייער א וואוילע טייערע פרוי; די פאר מאל וואס דו ביסט געקומען רעדן צו מיר מיט איר האב איך איינערקענט אז זי איז זייער וואויל. מעגסט איר זאגן אז דו ווילסט נישט, און זיי איר מחזק, אז מען גייט אנגעטון איידל - האט מען ערליכע קינדער, און אז מען גייט אנגעטון ווי א אידישע טאכטער גייט - וועלן די קינדער בלייבן אידן; עס לוינט זיך אוועק צו געבן די זאכן - צו האבן ערליכע דורות.


זיי איר מחזק, ווייז איר ווי שרעקעדיג די וועלט איז. קינדער לויפן אוועק, קינדער מישן זיך אויס מיט אומות העולם רחמנא לצלן, און אז מען פירט זיך איידל - זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים".


קענסט איר זאגן וואס דיין רצון איז, און זאלסט איר מחזק זיין. און אז זי וועט דאס סיי ווי מאכן - זאלסטו איר נישט טשעפען, נאר בעט דעם אייבערשטן אז דו, דיין ווייב און די קינדער - זאלן האבן א געפיל צו צניעות, און מיט סבלנות און תפילה וועט זי זיך ציען צו רעכטס און וועלן גיין אנגעטון אזוי ווי א בת ישראל.


ווער נישט פארלוירן, איך האב שוין געזען אסאך מעשיות ביי אנשי שלומינו וואס זיי האבן מיט תפילה והתבודדות גע'פועל'ט ניסים ונפלאות. דו בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, העלף מיר און מיין ווייב מיר זאלן זיין ערליך און אפגעהיטן פון חוקות העכו"ם, מיר זאלן ליב האבן די אידישע וועג, מיר זאלן ליב האבן צניעות. הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין ווייב און קינדער, דו טוסט מיט מיר אזויפיל ניסים ביז אהער, העלף מיר אז מיין ווייב זאל וועלן גיין אנגעטון איידל, זי זאל נישט וועלן נאכמאכן די נייע מאדעס, איך בעט דיר, אנא ה' הושיעה נא, העלף מיר און מיין ווייב מיר זאלן וועלן טון נאר דיין ווילן און זוכה זיין צו ערליכע קינדער און אייניקלעך".


אז זי פרעגט דיר וואס איך זאג - קענסטו איר ווייזן דעם בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.