בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#87 - וואס דער דיין פסק'נט, אזוי איז די הלכה
מנהגים, הלכה, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, וואס דער דיין פסק'נט - אזוי איז די הלכה! אפילו מען פארשטייט נישט. אמאל קען זיך דאכטן אז עס איז נישט גוט און דער דיין זאגט עס איז יא גוט - טאר מען נישט צווייפלען און טראכטן אז דער דיין ווייסט נישט; אז מען פסק'נט כשר איז כשר און אז מען זאגט עס איז נישט גוט איז נישט גוט.


בנוגע נאכט קליידער וכו'; אזוי איז דער מנהג, אין די טעג גייט מען ווייס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#86 - מיט גוטע מידות און אויסהערן די טיטשערס, וועט איר מצליח זיין
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, מדות טובות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, י"ב אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר האט ליב סקול, איר האט ליב אייערע טיטשערס און איר הערט זיך צו אלעס וואס מען לערנט.


אז איר וועט זיך ווייטער פירן מיט אייערע גוטע מידות און אויסהערן אייערע טיטשערס - וועט איר זייער שיין מצליח זיין.


אויף אייער פראגע אויב מען מעג שפילן וכו'; שבת שפילט מען נישט מיט שניי, מען קען צוקומען צו חילול שבת.


אויף אייער פראגע וועגן הויזן וכו'; טוט נישט אן קיין הויזן, הויזן איז פאר אינגלעך, מיידלעך טראגן קליידער; הויזן איז פריצות פאר מיידלעך.


אויף די פראגע וכו'; טוט אן די קלייד וואס אייער מאמע זאגט אנצוטון.


וואס איר דארפט בעטס דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך.

#85 - אז מען האלט נישט קיין הלכות שטארבט מען יונגערהייט
סכנה, הלכה, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איין שאלה האב איך פאר אייך, ענק ווילן לעבן אדער שטארבן? אז מען האלט נישט קיין הלכות שטארבט מען יונגערהייט.


די הייליגע חכמים דערציילן, (שבת יג.) אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א תלמיד וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארום לויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט: ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא, פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", קיינער האט איר נישט געהאט וואס צו ענטפערן, ביז איינמאל בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה? איר האט אכטונג געגעבן אויף הרחקות?" האט זי געענטפערט: "הרחקות האבן מיר נישט געהאלטן"; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".

#84 - נישט רייסן די האר ווען מען האט צרות
תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, התחזקות, שבת קודש, כעס, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', בית שמש


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען מעג זיך אויסוויינען צום אייבערשטן שבת. עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (שלחן ערוך אורח חיים, סימן רפח, בטורי זהב סעיף קטן ב) ווער עס האט א תאוה זיך צו מתבודד זיין און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, אזוי אויך ווער עס וויל תשובה טון פון ליבשאפט צום אייבערשטן וכו', - מעג דאס טון שבת קודש, ווייל דאס איז אן עונג שבת; צו שפירן די זיסע, איינגענעמע און געשמאקע טעם פון זיין נאנט צום אייבערשטן.


ווען עס גייט אריבער אויף אייך צרות - זאלט איר נישט רייסן אייערע האר. עס איז דא א לאו אין די תורה אז מען טאר נישט אויספליקן האר פון צער ווען איינער שטארבט (ויקרא כא, ה), און די פוסקים זאגן אז אויב מען רייסט די האר ווען מען גייט אריבער א שווערע צרה איז דאס אויך אן עבירה (ש"ך יורה דעה סימן קפ, סעיף קטן ט, בשם הב"ח).


אז עפעס גייט אייך נישט גוט - זאלט איר זאגן: "גַּם זוּ לְטוֹבָה", דאס איז אויך גוט; זאגט: "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטַב עָבֵיד", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט; רייסט נישט אייער האר, פליקט נישט אויס אייערע האר, עס איז נישט גוט.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א שטארקע אמונה, איר זאלט שפירן דעם אייבערשטן טאג און נאכט - וועט איר נישט ווערן אזוי אין כעס ווען זאכן גייען נישט ווי אזוי איר ווילט. ווייל ווען מען גלייבט און מען ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און ער איז אלעס - דעמאלט ווערט מען נישט פארלוירן ווען זאכן גייען פארקערט ווי מען וויל, מען ווערט נישט פארלוירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - הייליגער באשעפער, מאך רוען די שכינה הקדושה צווישן אונז
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב געליינט אייער בריוו; איך פארשטיי פון די ווערטער אז די ליבשאפט צווישן אייך איז גאר שוואך.


איר פרעגט נאכאמאל וואס איר האט שוין געשריבן א יאר צוריק, איך האב אייך דעמאלט שוין געשריבן; איך וועל נאכאמאל ענטפערן כדי צו ראטעווען ענקער שלום בית.


איר פרעגט, היות אייער מאן איז אן עם הארץ, ער קען נישט קיין הלכות ברכות, ער קען נישט פשוט'ע הלכות שבת, - ווי אזוי איז מעגליך אויפצושטעלן אן ערליכע אידישע שטוב?


וויסן זאלט איר, אז איר ווילט אויפשטעלן א אידישע שטוב מיט ערליכע קינדער - האט דאס מיט אייך; ווארפט עס נישט אויף אייער מאן. אייער מאן מעג זיין דער גרעסטער עם הארץ - ווי איר לייגט אים אראפ אינעם בריוו, דאך קענט איר האבן א אידישע שטוב מיט ערליכע קינדער; דאס ווענדט זיך נאר אין אייך, ווען מאן און ווייב האבן זיך ליב, מען לעבט בשלום, מיט ליבשאפט - וואקסן די קינדער געזונט און ערליך.


דאס וואס איר שרייבט, איר שפירט אז איר האט חתונה געהאט מיט א נעבעך; איך זע דא קלאר אז דער שטן האט אייך פארכאפט, איך קען אייער מאן, ער איז גארנישט קיין נעבעך, ער איז גארנישט אזא קלאץ ווי איר מאכט אים, ער איז נאך אזוי קלוג ווי אייך, עפעס א שווארצע קאץ איז אריינגעלאפן צווישן אייך און אייער מאן, און דאס מאכט אלעס חרוב.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קוקן גוט אויף מיין מאן, איך זאל זען דאס גוטס אין אים; העלף מיר, מאך רוען די שכינה הקדושה צווישן אונז. עפעס האט פאסירט מיט מיר, איך ווער נערוועז פון מיין מאן, איך זע נאר שלעכטס אין אים, איך קען אים נישט ליידן, איך ווייס אז עס איז מיינע אייגענע שווערע נאטורן, איך דארף זיך אליינס פאררעכטן; דעריבער בעט איך דיר, אב הרחמן, העלף מיר איך זאל זען נאר דאס גוטס אין מיין מאן, איך זאל אים ליב האבן, איך זאל נישט זען קיין שלעכטס"; אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ביז עס וועט צוריקקומען די געפיל פון אייך צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#82 - ספר גדרי מועדים, הלכות ומנהגים אויף יום טוב פסח
הלכה, ספרים, יום טוב, הסכמה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד הרב הגאון רבי גד סולומון שליט"א, מו"ץ וראש הכולל קהילת היכל הקודש יבנאל


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז מעלת כבודו גרייט זיך יעצט ארויסצוגעבן דעם הערליכן ספר "גדרי מועדים, הלכות ומנהגים" - אויף יום טוב פסח.


האמת אגיד, איך בין זיך מחי' מיט די קונטרסים פון די הלכות אויף יעדן יום טוב פון מעלת כבודו. במשך יום טוב באנוץ איך זיך מיט די הערליכע קונטרסים, אויך די יאר שנת השמיטה האב איך זייער הנאה פון די שאלות ותשובות פון מעלת כבודו, יעצט אז מען געבט דאס ארויס אין א ספר שלם - איז דאס זייער א גוטע זאך.


איך בין נישט פאסיג צו געבן הסכמות, מעלת כבודו דארף נישט מיין הסכמה; איך וויל אבער נישט אפזאגן מעלת כבודו. איך געב א ברכה איר זאלט זוכה זיין צו קענען ווייטער מרביץ תורה זיין מיט ישוב הדעת, און מיר זאלן זוכה זיין צו בנין בית המקדש במהרה בימינו, אמן.

#81 - זאלסט פרעגן אלע שאלות פונעם דיין שליט"א
מוסדות, שאלות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן ישר כח פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי אין די מוסד.


בנוגע די שאלה וועגן כשר'ן וכו'; איך האב אויפגענומען א דיין פאר די קהילה, וויל איך דיר בעטן זאלסט פרעגן אלע שאלות פונעם דיין שליט"א; סיי דיינע פריוואטע שאלות און סיי די שאלות בנוגע די מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - עטליכע הלכה שאלות
הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע שפילן א געים אין די טעג וכו'; מען קען שפילן א געים אדער מאכן א פאזל, מען דארף אבער אכטונג געבן צו היטן די הלכות.


אויך איז נישט קיין פראבלעם צו זינגען אין די טעג מיט די קינדער קריאת שמע.


מען קען באדן צוויי קליינע אינגלעך אינאיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#79 - יעדן טאג לערנען הלכה און רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, הלכה

בעזרת ה' יתברך


כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג הלכה.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט) אז יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה, און אויך רעדן צום אייבערשטן.


פון דיין ראש ישיבה.

#78 - די מיידלעך זאלן קענען גוט הלכות שבת
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, חיזוק פאר פרויען, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כה מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא וויליאמסבורג


איך האב געזען די בחינות פון די תלמידות אויף הלכות שבת; הלכות בישול. איך האב זיך זייער געפריידט אז די קינדער נעמען ערנסט דעם לימוד, ווייל נאך אביסל וועלן זיי זיין אידישע מאמעס, זיי וועלן פירן א קאך, און אויב מען לערנט נישט הלכות שבת – קען מען נכשל ווערן אין חילול שבת.


איך בעט אייך זייער איר זאלט לערנען מיט זיי וואס מער הלכות און דאס גוט מסביר זיין, זיי זאלן גוט קענען הלכות שבת.


דער רבי האט דאך געוואלט מיר זאלן זיין זייער שטארק אין צוויי זאכן, לערנען יעדן טאג הלכה און רעדן צום אייבערשטן.

#77 - זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין הלכה
חסידות ברסלב, הלכה, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, א זון פון דעם גרויסן מפיץ ר' ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין בר מצוה! איך שיק דיר דעם סעט שלחן ערוך פאר א מתנה מיט א שליח פון חוץ לארץ לכבוד דיין בר מצוה.


זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות איין הלכה כרצון רבינו זכרונו לברכה (שיחות הר"ן, סימן כט), וככה תתנהג כל ימיך, וגם להתבודד בכל יום; שתי הנהגות אלו ציוה רבינו לכל אנשי שלומינו לעשות בכל יום ויום, ורק מי שמציית את רבינו נקרא ברסלב'ער חסיד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן אן ערליכער איד.


דיין ראש ישיבה.

#76 - לערן יעדן טאג אן הלכה מיט די תפילין דרבינו תם
תפילה והתבודדות, חסידות ברסלב, הלכה

בעזרת ה' יתברך


חשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה דעם סעט שלחן ערוך הקטנים – מחבר רמ"א; זאלסט לערנען יעדן טאג נאכן דאווענען מיט תפילין דרבינו תם אן הלכה, אזוי ווי דעם רבינ'ס ווילן; דער רבי האט אונז זייער מזהיר געווען מיר זאלן לערנען הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט).


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין, רעד זיך אויס דאס הארץ יעדן טאג צום אייבערשטן אויף דיין שפראך.


די צוויי זאכן האט דער רבי פארלאנגט צו טון יעדן טאג.


פון דיין ראש ישיבה.

#75 - אז מען היט די הלכות, האט מען געזונטע קינדער
חתונה, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


א מתנה פאר'ן חתן ... נרו יאיר


זע צו חזר'ן דעם ספר אן א שיעור מאל, ווייל מען מוז היטן די הלכות; נאר אז מען היט די הלכות - האט מען געזונטע קינדער.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געהייסן אלע אינגעלייט זאלן לערנען נאך די חתונה יעדן טאג די הלכות פון הרחקה און ווי אזוי מען ווערט ריין.


פון דיין ראש ישיבה.

#74 - זע צו לערנען יעדן טאג הלכה מיט די תפילין נאכן דאווענען
שיעורים כסדרן, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה א סעט שלחן ערוך הקטנים, מחבר רמ"א. זע צו לערנען יעדן טאג מיט די תפילין נאכן דאווענען - אן הלכה, דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל לערנען יעדן טאג אן הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט).


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פונעם הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), עולמך תראה בחייך!

#73 - בויען א שטוב אויף תורה און יראת שמים
שאלות, אידישע שטוב, שמחות, מורה דרך, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'


מזל טוב פאר ענקער שמחה, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל מיט ליכטיגע ערליכע דורות.


זייט מיר מוחל, איך בין נישט אנגעקומען צו ענקער שמחה; איך וועל דאס נאך משלים זיין בלי נדר.


זעט צו בויען ענקער שטוב אויף תורה און יראת שמים. אז איר ווילט אייער שטוב זאל זיין געבויט אויף שטארקע יסודות זאלט איר יעדע זאך פרעגן, גארנישט טון מיט די אייגענע שכל; יעדע שאלה זאלט איר פרעגן א דיין און אזוי אויך יעדע זאך זאלט איר אויסשמועסן מיט אן ערליכן רב, אזוי וועט דער שטוב האבן א קיום.


 


 

#72 - מ'דארף פארשטיין די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך צו פירן לויט די תורה
אידישע שטוב, הדרכות, הלכה, חומרות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ברודער טייערער, עס איז מיר זייער שווער צו שרייבן אין דעם נושא; איך קען דיר זאגן אביסל און דו וועסט אליינס דארפן אריינטראכטן און פארשטיין, אזוי ווי דער חכם מכל אדם זאגט (משלי ט, ט): "תֵּן לְחָכָם וְיֶחְכַּם עוֹד", לערן מיט'ן חכם וועט ער ווערן נאך מער קלוגער.


מוהרא"ש האט אונז דערציילט, אנשי שלומינו פלעגן פרעגן דעם הייליגן צדיק רבי אברהם א זון פון רבי נחמן טולטשינער זכותו יגן עלינו הנהגות צווישן מאן און ווייב, פלעגט ער זאגן די ווערטער: "קינדערלעך היט אייך פון כריתות"; דאס הייסט די טעג וואס די תורה זאגט זיין אפגעשיידט דעמאלט היט מען די הלכות, און אין די אנדערע טעג איז אלעס מותר.


ליידער פארדריידט מען די הייליגע תורה, מען לערנט מיט חתנים און כלות א פאלשע תורה, מען לערנט פרישות אזוי ווי להבדיל די גלחים לערנען, ביי זיי איז מען מער שמייליג ווען מען איז אפגעזונדערט און אפגעטיילט; דאס לערנט מען פאר אידישע קינדער השם ישמרינו.


בכתב קען איך נישט שרייבן מער, פנים בפנים קען איך דיר לערנען וויאזוי זיך צו פירן צו זיין אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#71 - זע צו לערנען יעדן טאג הלכה
הלכה, שלחן ערוך

בעזרת ה' יתברך


אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הבחור הבר מצוה ... נרו יאיר


דא האסטו א מתנה ד' חלקי שלחן ערוך, זע צו לערנען יעדן טאג הלכה; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כט) אז יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


פון דיין ראש ישיבה.


 

#70 - ביז ווען פאסט מען צום גדלי', ווען מ'קומט אהיים פון אומאן
אומאן, ראש השנה, תעניתים, הלכה, חומרות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וילך, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואס זוכסטו ארויפצולייגן חומרות אויף אנדערע? מוהרא"ש פסק'נט אז מען קען זיך פארלאזן אויף הרב וואזנער זכרונו לברכה וואס ער פסק'נט (עיין שאלות ותשובות שבט הלוי חלק ח', סימן רסא) אז מען קען שוין אויספאסטן ווען עס ווערט נאכט אין אומאן, מען דארף נישט ווארטן ביז עס ווערט נאכט אין אמעריקע.


עס זענען דא פוסקים וואס זאגן מען זאל יא ווארטן ביז עס ווערט נאכט דא, אבער אויף דעם זאגט מוהרא"ש קען מען נוצן וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקמז) דארט וואו עס איז דא איין פוסק קען מען זיך פארלאזן.


מען קען נאך אסאך מער מקיל זיין אין דעם, אבער דאס איז נישט אויף צו שרייבן וכו'.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#69 - מען דארף פרעגן אן ערליכער רב ווי אזוי זיך צו פירן
רפואה, שאלות, תעניתים, הלכה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וילך-שובה, ד' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דער דאקטער זאגט אז דיין ווייב טאר נישט פאסטן - דארפסטו פרעגן אן ערליכער רב ווי אזוי זיך צו פירן; דער דאקטער איז נישט קיין פוסק, ער קען נישט פסק'נען; מען דארף פרעגן אן ערליכער רב ווי אזוי זיך צו פירן.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#68 - איך שעפ נחת פון אונזער טייערער כולל
כולל, הלכה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה פון דיין התמדה אין כולל, איך האב אזוי שטארק ארויסגעקוקט אלע יארן, פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, 'ווען וועט זיין רייף די צייט צו קענען האבן א כולל להלכה, צו קענען אויפשטעלן דיינים, מורה הוראה'ס?' יעצט שטיי איך אין דער זייט, איך שעפ נחת פון אונזער טייערער כולל.


איך וויל דיר מזרז זיין זאלסט היטן די זמנים; מען קען האבן הצלחה נאר אז מען היט די זמנים, די סדר אין כולל זאל זיין ביי דיר חשוב'ער פון אלעמען.


איך וויל נישט אראפנעמען פונעם געהאלט, אבער אז מען היט נישט די זמנים וועל איך אראפנעמען פונעם געהאלט.

#67 - זאלסט זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין גמרא והלכה
כולל, לימוד התורה, גמרא, הלכה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון הרב ... שליט"א


איך האב זייער הנאה צו זען ווי פלייסיג דו לערנסט אין כולל, איך שיק דיר דא כולל געלט.


איך האב הנאה ווי צוביסלעך קומסטו אריין מיט טעם, מער און מער, אין לערנען הלכה. איך געדענק מיינע ערשטע יארן אין כולל, עס איז מיר נישט געווען גרינג, עס נעמט אביסל צייט ווילאנג מען באקומט א טעם אין הלכה.


איך וויל דיר שטארקן זאלסט זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין גמרא והלכה. לערן יעדן טאג דעם דף גמרא און פרוביר עס צו לערנען מיט תלמידים, ובנוסף לזה לייג זיך אריין אין הלכה; דער רבי האט געוואלט מיר זאלן לערנען הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט).


איך האב אסאך נחת פון דיין עבודת ה'; איך און מאמי דאנקען יעדן טאג דעם אייבערשטן אז מיר האבן אזעלכע טייערע קינדער, מתנות פונעם אייבערשטן. מיר דאנקען פאר דיר און דיין ווייב, דיין ווייב איז זייער אן איידעלע, מיר שעפן נאר נחת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#66 - איך בין זייער צופרידן פון דיין התמדת התורה
לימוד התורה, הלכה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער הרב ... שליט"א, חבר כולל היכל הקודש


איך געב דיר טויזנט דאלער פאר חודש אב, איך בין זייער צופרידן פון דיין התמדת התורה און פון דיין זיין ערנסט מיט די זמנים.


איך וויל דיר בעטן, יעצט ווען דו ענדיגסט לערנען הלכות מקוואות, זאלסטו זיך צאמנעמען און זיך פארהערן, אזוי וועסטו האבן א שטופ צו גיין צו א פרישע מקצוע.


זיי מחזק דיין חברותא זאל אויך קומען אין צייט, היטן זמנים איז זייער וויכטיג; נאר אז מען היט די זמנים קען מען מצליח זיין.

#65 - דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין דיין נייעם פאסטן
הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרב ר' ... שליט"א, דומ"ץ דקהילתינו הקדושה


זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו אז מיר זענען זוכה צו דעם טאג וואס די קהילה נעמט אויף א דיין וואס וועט מדריך זיין די קהילה, פסק'ענען שאלות און ענטפערן דבר ה' זו הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין ביי דיר וואס שטייט ביי דוד המלך (שמואל א' יח, יד): "וַיְהִי דָוִד לְכָל דְּרָכָו מַשְׂכִּיל וַה' עִמּוֹ", ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין צג:): "שהלכה כמותו"; זאלסט האבן סייעתא דשמיא אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה.

#64 - מ'דארף זייער אכטונג געבן אויף איסור יחוד
קדושה, סיפורי צדיקים, הלכה, מלכות הרשעה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איסור יחוד ביי א פעטער מיט א ניס איז גארנישט אנדערש ווי ביי א פרעמדע; דו טארסט נישט זיין מיט דיין ניס אליין. פון די דריי יאר הייבט זיך אן איסור יחוד, מענטשן ווייסן נישט, מען כאפט זיך נישט, מען לאזט איבער די קינדער ביי ברידער און שוועסטער; מען איז עובר אויף איסור יחוד.


אזוי אויך ביי א נעפיו מיט א מומע איז אויך דא איסור יחוד; פון די ניין יאר טאר מען נישט זיין מיט א מומע אליין אין א הויז, הגם עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז נישטא קיין איסור יחוד ביי א נעפיו מיט א מומע (עיין רבינו ירוחם נתיב כ"ג חלק א', קצב-א'; ועוד), אבער מיר זענען נישט מקיל נאר אויב עס איז א גרויסער שעת הדחק און מען באקומט א היתר פון א רב.


געב זיך זייער אכטונג נישט עובר צו זיין אויף איסור יחוד, לויט רוב פוסקים איז איסור יחוד אן איסור דאורייתא (טור אבן העזר סימן כב, ועוד ראשונים); מענטשן קענען נישט די הלכות, מען ווייסט נישט ווי הארב דאס איז.


עס ווערט געברענגט א שרעק פון א מעשה (קונטרס שביבי לב להרב הגאון רבי אליהו לפיאן זכרונו לברכה, אות קכד) וואס האט פאסירט מיט די טאכטער פונעם הייליגן צדיק רבי יעקב זכר צדיק לברכה, דער רב פון שטאט ליסא, דער מחבר פונעם ספר נתיבות המשפט. נאך זיין פטירה האט זיין ווייב די אלמנה געדארפט איינרישן זיין טאכטער צו חתונה האבן, זי איז געפארן מיט א גוי איינקויפן אלעס פאר די טאכטער'ס חתונה, דער גוי דער בעל עגלה האט זיך בארעכנט אינמיטן וועג אז ער גייט זיי אויסנארן, ער האט זיי גענומען צו זיך אהיים, די מאמע מיט די כלה זענען אנגעקומען צום גוי אין שטוב, דער גוי האט גערופן זיינע חברים, זיי האבן צוגענומען די גאנצע געלט פון די מאמע און זיי האבן געוואלט פארברענען די מאמע מיט די כלה. זיי האבן אנגעצינדן די אויוון און זיי האבן שוין געוואלט אריינווארפן די מאמע מיט די כלה אין אויוון, פלוצלונג איז אנגעקומען דארט א דייטשער אפיציר און די רוצחים זענען אנטלאפן, דער אפיציר האט אויפגעבינדן די מאמע מיט די כלה, זיי צוריק געגעבן די געלט און זיי אהיים געטראגן.


ביינאכט חלומ'ט זיך די כלה ווי איר טאטע דער הייליגער צדיק קומט איר אין חלום און זאגט איר: "ווען איך האב זיך דערוויסט אז איר זענט אין א צרה בין איך ארויף אין זייער א הויכע פלאץ אין הימל, איך האב געבעטן מען זאל רחמנות האבן אויף ענק, האט מען געענטפערט אז מען קען נישט רחמנות האבן אויף ענק ווייל איר האט עובר געווען אויף איסור יחוד מיט דעם גוי, האב איך געבעטן מען זאל רחמנות האבן אויף ענק בזכות די תורה וואס איך האב געלערנט, בזכות דער ספר נתיבות המשפט וואס איך האב מחבר געווען, האט מען ענק באפרייט; געב אכטונג אויף דעם, איר זאלט נישט נכשל ווערן אין איסור יחוד". די כלה האט דאס פארציילט פאר די ראשי קהילה און זיי האבן דאס פארשריבן, מען זאל געדענקען די מעשה, כדי מען זאל זיך אכטונג געבן פון דעם איסור.


בנוגע דאס וואס די מלכות הרשעה שלעפט דיר צו קומען ביי זייער טריפה'נע מיליטער; נעם די עצה פון רבי'ן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד; ועיין ליקוטי הלכות נפילת אפים, הלכה ד' אות ה): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד, וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", מען קען נישט זיין פרייליך נאר אז מען מאכט זיך נאריש, דורך מילתא דשטותא; אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט זיך נאריש מאכן - וועסטו פטור ווערן פון זייער טריפה'נע מיליטער, דו וועסט זוכה זיין צו זיין פרייליך, ודי למבין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#63 - נאך חצות טאר מען נישט דאווענען שחרית
הלכה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואס איז בכלל דיין שאלה? נאך חצות טאר מען נישט דאווענען קיין שחרית - ווילסטו מאכן א מנין אין בית המדרש קעגן די הלכה?! בשום אין פנים ואופן, איך בין נישט מסכים אז ביי אונז אין די קהילה זאל מען מאכן א מנין נאך חצות, גיין קעגן די הלכה.


א חרפה און בושה, מען דריידט זיך און מען פריידט זיך, מען האט צייט צו דאווענען פאר חצות, מיט דעם אלעם דריידט מען זיך ארום, מען רייכערט צוגרעטלעך, מען איז מבטל די מצוה פון דאווענען.


ביי אונז אין שול קען מען נישט דאווענען נאך חצות.