בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#179 - באניי זיך, פריש זיך אויף, ווער פריש מקורב
גמרא, הלכה, ניין טעג

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מטות-מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ערב ראש חודש מוקדם וועלן מיר היינט זאגן יום כיפור קטן, בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט בכלליות און בפרטיות.


דעם שבת איז ראש חודש אב, עס הויבט זיך אן די הלכות פון די ניין טעג. שבת גייט נישט אן די הלכות, אבער פון מוצאי שבת הויבט זיך אן די הלכות, מען עסט נישט קיין פלייש, מען טרינקט נישט קיין וויין און נישט קיין גרעיפ-דזשוס. מען שווימט נישט, מען גייט נישט אין שוויץ, מען באדט זיך נישט לשם תענוג (מען רעדט נישט פון זיך אביסל ארומוואשן מען זאל זיין זויבער), אלץ טוט מען צו טרויערן אויפן חורבן בית המקדש.


איידער דו גייסט אין ארבעט זאלסטו לערנען גמרא, און אז דו האסט נישט קיין צייט - זאלסטו לערנען ביי הפסקה אדער נאכן ארבעט, ווייל אז מען לערנט גמרא איז מען זוכה צו זיין ארום גענומען מיט די הייליגע מלאכים וואס זענען די מרכבה פאר די שכינה, גמר"א איז די ראשי תיבות מִ'יכָאֵל, גַ'בְרִיאֵל, רְ'פָאֵל, א'וֹרִיאֵל; ווען מען לערנט גמרא ווערט מען א מרכבה פאר די שכינה, מען ווערט פרייליך, מען שפירט שוין די גן עדן אויף די וועלט.


היינט איז די יארצייט פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו, מוהרא"ש דערציילט אז דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט אמאל געלערנט גמרא, און אינמיטן לערנען האט ער איינגעדרימלט. ער חלומ'ט זיך ווי ער זעט די הייליגע תנאים, געבט ער זיי א פרעג: "זאגט מיר, וואו איז דער גן עדן? איך וויל גיין צום גן עדן", ענטפערט אים א תנא: "דער גן עדן איז דא"; ווייל ווען מען לערנט תורה, מען לערנט די הייליגע גמרא - איז דאס די גרעסטע גן עדן.


קום היינט נאכט צום שיעור, איך וויל זיך מחזק זיין מיט דיר מיט די עצות פון רבי'ן; באניי זיך, פריש זיך אויף, ווער פריש מקורב; דער רבי מיט זיינע עצות, זיינע התחזקות - וועט דיך ברענגען צו די העכסטע מדריגה. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן? ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#178 - די הלכות פון די ניין טעג
הלכה, מעביר סדרה, ניין טעג

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך הויבן מיר אן ספר דברים, משנה תורה. וויל איך דיר בעטן זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל פון די פרשת השבוע, חומש רש"י מיט תרגום איינגעטיילט לויט די וואך.


מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן צדיק רבי יששכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י, איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן"; אז מען לערנט חומש רש"י איז מען צוגעבינדן צום אייבערשטן.


וויפיל האט מוהרא"ש גערעדט צו אונז פון לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיטן תרגום פון די פרשה, מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן אז דער קדושת יום טוב זכותו יגן עלינו האט אמאל געשיקט זיינע צוויי קינדער דער הייליגער עצי חיים און דעם הייליגן סאטמער רבי זכותם יגן עלינו ווען זיי זענען נאך געווען גאר קליין, זיי זאלן גיין נעמען א ברכה פון דעם הייליגן צדיק רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו. רבי מרדכי'לע האט זיי געבענטשט און זיי געזאגט די ווערטער: "קינדערלעך, פילעוועט זיך אין חומש רש"י (לערנט אסאך חומש רש"י), ווייל איך האב געקענט גרויסע גאונים וואס האבן נישט געוואוסט וואו דער אייבערשטער וואוינט ווייל זיי האבן נישט געלערנט חומש רש"י".


היט די הלכות פון די ניין טעג, נישטא קיין פלייש די וואך; מיר פירן זיך אז אפילו מיט א סיום עסן מיר נישט קיין פלייש, מוהרא"ש זאגט מען זאל זען צו מאכן יעדן טאג סיומים, וואס מער לערנען און ענדיגן מסכתות, אבער פלייש זאל מען נישט עסן אין די ניין טעג, "כדאי הוא בית אלקינו - עס איז ווערד דער חורבן בית המקדש - אז מען זאל טרויערן און נישט עסן פלייש", נישטא קיין טרינקען וויין (א גאנץ יאר טרינקען מיר נישט קיין וויין, א ברסלב'ער חסיד טרינקט נישט, א ברסלב'ער חסיד טרינקט נאר אונגארישע וויין, דאס מיינט מען די יין המשומר לצדיקים, די תורות און התחזקות פון הייליגן רבי'ן).


די וואך טאר מען זיך נישט באדן לשם תענוג, דאס מיינט זיך באדן פאר הנאה, שווימען, זיצן אין א ווארעמע וואנע, גיין אין שוויץ; ווייל די טעג טרויערן מיר אויפן חורבן בית המקדש, (די אינגעלייט וואס ארבעטן אין די היצן, זיי שוויצן און עס גייט א גערוך פון זיי, און אזוי אויך בחורים וואס שפרינגען און טאנצן, זיי שוויצן און עס גייט א גערוך וכו' - אין אזא פאל מעג מען זיך אביסל ארום וואשן און אראפנעמען די גערוך און שווייס. אזוי אויך פרויען און מיידלעך מוזן זיך וואשן).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#177 - מזמור לתודה וועט עפענען די טויערן פון הימל
תודה והודאה, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נעמט זיך פאר צו זאגן יעדן טאג קאפיטל ק', מזמור לתודה, און ביי די ווערטער 'כי טוב ה' זאלט איר זיך טייטשן די ווערטער "ווייל דער אייבערשטער איז גוט", 'לעולם חסדו', "אויף אייביג זענען זיינע גענאדע", 'ועד דור ודור אמונתו', "און אין אלע דורות איז זיין באגלייבטקייט".


דאס וועט עפענען די טויערן פון הימל, אייך ברענגען א ישועה, איר וועט זיין געזונט און שטארק, איר וועט זען ניסים.


אויך זאלט איר זיך שטארקן און היטן די הלכות טהרה, ווייל טהרת המשפחה היט די קערפער פון אלע שרעקעדיגע קרענק, השם ישמרינו.

#176 - קענען מברר זיין שמעתתא אליבא דהילכתא
כולל, הלכה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אינדערפרי ביי ברכת התורה זאלסטו זיך אויסוויינען, און אזוי אויך ביי אהבת עולם זאלסטו לאזן אפאר טרערן, און אויך זאלסטו גיין פארטאגס זיך מתבודד זיין, וויין צום אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען און קענען מברר זיין שמעתתא אליבא דהילכתא. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ח): "אַךְ לִזְכּוֹת לְזֶה הַשֵּׂכֶל שֶׁיּוּכַל לָלוּן לְעָמְקָהּ שֶׁל הֲלָכָה" ווי אזוי איז מען זוכה צו קענען צוטרעפן צום אמת, וויסן וואס איז מותר און וואס איז אסור? "הוּא עַל יְדֵי תְּפִלָּה" דאס איז דורך תפילה, "כִּי מִשָּׁם נִמְשָׁךְ הַשֵּׂכֶל", ווייל דורכדעם וואס מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן מען זאל פארשטיין דאס לערנען - ווערט פון דעם אזוי ווי א קוואל וואסער וואס טרינקט אן די פעלד, אזוי ווי דער רבי זאגט (דארט): "וּמֵהֵיכָן מְקַבְּלִין הַחָכְמָה וְהַשֵּׂכֶל, שֶׁהוּא בְּחִינַת הַמַּעְיָן, הוּא מֵהַתְּפִלָּה" דאס באקומט מען דורך תפילה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (יואל ד, יח): "'וּמַעְיָן מִבֵּית ה' יֵצֵא' הוּא הַתְּפִלָּה", דורך בעטן און דורך וויינען צום אייבערשטן איז מען זוכה צו אויסארבעטן הלכה למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#175 - דער פונדאמענט פון געזונטע ערליכע דורות
הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער, החתן ... נרו יאיר


זאלסט זיך מאכן א שיעור אין דעם ספר, זאלסט דאס חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל, אן א שיעור מאל. ווייל די הלכות פון טהרת המשפחה איז דער פונדאמענט פון געזונטע ערליכע דורות.


איך וואונטש דיר א זיסע לעבן.

#174 - זיין בקשר מיט'ן דיין
מורה דרך, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער, החתן ... נרו יאיר


איך געב דיר א מתנה די אידישע ספר הלכות פאר די אידישע שטוב, זאלסט האבן א שיעור אין דעם ספר, דאס לערנען כסדרן, און ווען דו ענדיגסט די ספר זאלסטו דאס נאכאמאל אנהויבן און לערנען, אזוי זאלסטו טון אלע דיינע יארן.


ווייל נאר אז מען היט די הלכות האט מען געזונטע קינדער, און נאר אז מען לערנט די הלכות ווייסט מען וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט.


אויך זאלסטו זיין בקשר מיטן דיין, זאלסט זיך נישט שעמען צו פרעגן און דערציילן, און אזוי וועט דיין שטוב זיין א פלאץ פאר די שכינה הקדושה.


דיין ראש ישיבה.

#173 - זיך נישט שעמען צו פרעגן
מורה דרך, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, ערב ראש חודש סיון, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער, החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב מיט ערליכע געזונטע דורות.


זע צו לערנען און חזר'ן די הלכות פון טהרת המשפחה. מען דארף דאס אסאך לערנען; צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן און צו וויסן וואס איז א שאלה און וואס מען דארף פרעגן דעם דיין.


געדענק, "לֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד" (אבות ב, ה), מען טאר זיך נישט שעמען צו פרעגן און נישט מורא האבן אלעס צו דערציילן דעם דיין.


איך וואונטש דיר א זיסע לעבן.

#172 - דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען הלכה
ישיבה, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיך זייער בעטן אז דו זאלסט יעדן טאג זיין אין ישיבה ווען מען לערנט הלכה, און אפילו דו גייסט העלפן פארמיטאג אין חדר מיט די קינדער און דו העלפסט נאך זאכן - זאלסטו אבער זיין ביי די שיעור הלכה, ווייל דאס איז ברסלב'ע חסידות, דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען הלכה.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים וְלֹא יַעֲבֹר", יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג חק ולא יעבור שלחן ערוך, "וְאַף אִם הוּא אָנוּס וְאֵין לוֹ פְּנַאי, יִלְמַד עַל כָּל פָּנִים אֵיזֶה סְעִיף 'שֻׁלְחָן עָרוּךְ' בְּאֵיזֶה מָקוֹם שֶׁהוּא", אפילו מען האט נישט קיין צייט, מען איז אן אונס - דאך זאל מען לערנען כאטש איין סעיף שלחן ערוך, "אֲפִילּוּ שֶׁלּא בִּמְקוֹמוֹ שֶׁהוּא עוֹמֵד עַתָּה בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ", אפילו ער האלט אין אן אנדערע פלאץ, "כִּי צָרִיךְ לִלְמֹד אֵיזֶה דִּין בְּשֻׁלְחָן עָרוּךְ בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּל יְמֵי חַיָּיו", ווייל יעדער איד מוז לערנען יעדן טאג אין זיין לעבן שלחן ערוך - זאל זיין וואס זאל זיין, "וּכְשֶׁאֵינוֹ אָנוּס יִלְמַד כְּסֵדֶר כָּל הָאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן עָרוּךְ מִדֵּי יוֹם בְּיוֹמוֹ", און ווען מען איז נישט קיין אונס, מען קען לערנען געהעריג - זאל מען לערנען אין א רייע יעדן טאג אביסל, ביז מען וועט ענדיגן גאנץ שלחן ערוך, "וּכְשֶׁיִּגְמֹר וִיסַיֵּם הָאַרְבָּעָה שֻׁלְחָן עָרוּךְ יַחֲזֹר וְיַתְחִיל לְלָמְדָם כְּסֵדֶר, וְכֵן יִנְהַג כָּל יְמֵי חַיָּיו", און נאכדעם זאל מען אנהייבן נאכאמאל שלחן ערוך, אזוי זאל מען זיך פירן א גאנץ לעבן.


אז דו וועסט מיך פאלגן וועסטו נישט חרטה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#171 - שפירן א זיסע טעם אין די מצוות
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז אידישע פרויען זענען זייער זייער טייער ביים אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט אונז געגעבן די תורה און די הלכות נישט אונז צו קנס'ענען, נאר פאר אונזער אייביגע גוטס. די הלכות וואס איז צווישן מאן און ווייב איז פאר אונזער גוטס, און אז מען היט די הלכות האט מען א לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, און אויב חס ושלום מען היט נישט די הלכות - וועט מען פריער אדער שפעטער באקומען א קלאפ השם ישמרינו.


ווי לאנג מען ווייסט נישט די טייערקייט פון די הלכות - זעט עס אויס ווי א שווערע זאך וכו', אבער אז מען גלייבט אז די תורה איז די שענסטע זאך, די בעסטע זאך, די זיסטע זאך - איז א מחי' צו היטן די הלכות.


אז עס איז אייך שווער - זאלט איר טון די עצה פון דער הייליגער רבי, איר זאלט יעדן טאג בעטן פאר די פרט, איר זאלט דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן. זאגט: "הייליגער באשעפער יעדע מאל עס קומט צו היטן די הלכות ווער איך אזוי דערביטערט, איך שפיר ווי איך בין גארנישט ווערד, ווי מען דארף מיך נישט וכו', ווי א דערווייטערטע וכו', העלף מיך אייבערשטער איך זאל היטן די מצוות, די הלכות - מיט א שמחה, איך זאל זיך פרייען יעדע מאל איך האלט די הלכות, איך זאל נישט דארפן קיין באצאלונג, איך זאל נאר וועלן טון נאך מצוות און נאך מצוות".


אזוי זאלט איר בעטן יעדן טאג, און לייגט צו אייערע אייגענע תפילות. שמועסט אויס די געפיל מיטן אייבערשטן, און בעטס אים אויף צו טון די מצוות מיט שמחה, וועט איר אנהויבן שפירן א זיסע טעם אין די מצוות, ביז איר וועט שוין נישט וועלן קיין שום שכר אויף די וועלט, איר וועט נאר וועלן טון נאך מצוות. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ד, ב): "שְׂכַר מִצְוָה, מִצְוָה", ווי דער רבי טייטשט דאס (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), אז מען וויל שוין גארנישט, מען וויל נאר קענען האבן די זכי' צו טון נאך און נאך מצוות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#170 - נעם זיך א חברותא און לערן הלכה
יונגע יארן, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


נעם זיך א חברותא צו לערנען הלכה, דער הייליגער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען הלכה מיט אלע פירושים.


א שאד דיינע יונגע יארן, דיינע שענסטע יארן – זאל אריבערגיין מיט גארנישט טון, ווייל צו לערנען דרך הלימוד – דאס קען מען אין א צוויי דריי שעה גאר אסאך אנקומען, איז וואס איז מיט די איבריגע טאג? אדער נעמען אן ארבעט, אדער גיין אין כולל, אדער נעמען א חברותא, אבער נישט סתם גארנישט טון.


נעם זיך א חברותא און לערן הלכה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט), אז לערנען הלכה איז זייער א גרויסע תיקון, דורך לערנען הלכה "נתברר ונפרש מן הרע", מען ווערט אן ערליכער איד.


איך זאלסטו אנהויבן דיין טאג מיט התבודדות, גיי א שפאציר צווישן די גראזעלעך און ביימער, און רעד צום אייבערשטן, בעט אים דו זאלסט זוכה זיין צו לעבן מיט אים, נישט מסיח דעת זיין פון די אמונה.

#169 - גיי נישט אין שולן וואו מען פארשעמט דעם רבי'ן
הפצה, מחלוקת, הלכה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו גייסט פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים פון רבי'ן און פון מוהרא"ש, זאלסטו אכטונג געבן אויפן רבינ'ס נאמען, מאכן א שיינע נאמען אויפן רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק", דארף היטן אויפן צדיק, "שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק.


רייץ זיך נישט מיט קיינעם, גיי נישט אין שולן וואו מען פארשעמט דעם רבי'ן. זעסט וואס פאסירט, יעצט קומט מען צו מיר מיט טענות היתכן מיינע תלמידים שלאגן, נאכדעם וואס דו און דיין ברודער האבן באקומען מכת רצח און זיך פשוט געוואלט ראטעווען, זעסטו אז מען דרייט אויס די מעשה און מען טענה'ט אויף מיר אז תלמידי הישיבה זענען שלעגער. על כן בעט איך דיר גיי נישט אין שולן וואו מען פארשעמט דעם רבי'ן און מוהרא"ש, גיי אין שולן וואו מען איז מכבד דעם רבי'ן, אויך זאלסטו גיין פריוואט ביי הייזער וכו'.


גיי נישט ליידיג, נעם זיך א חברותא, לערן הלכה. דער רבי האט געוואלט מען זאל לערנען הלכה, זאלסטו פארמיטאג לערנען מיט א חברותא שלחן ערוך, און נאכמיטאג זאלסטו גיין הפצה, בטל נישט דיינע יונגע שיינע יארן.

#168 - קליינע קינדער צו טון מלאכות שבת?
שבת קודש, הלכה, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די שרעקעדיגע חלום וכו'; געבט צדקה און בעטס דעם אייבערשטן עס זאל גארנישט שלעכטס פאסירן מיטן קינד.


בנוגע וואס מען טוט ביי אייער שווער'ס הויז, מען נעמט קליינע קינדער צו טון מלאכות שבת, איר ווילט וויסן אויב ביי אייך אין שטוב קענט איר דאס טון; עס איז א קלארע הלכה אז מען טאר נישט טון קיין מלאכות שבת דורך א קינד און מען טאר נישט הנאה האבן פון א מלאכה וואס א קינד מאכט שבת, נאר אויב די קינד מאכט עס פאר זיך אליין און נאר ווען עס איז א גרויסע צורך און אויך נאר אויב דאס קינד איז אונטער דריי יאר קען מען מקיל זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#167 - נעמען ערנסט די שיעור הלכה
שטעטל, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז דו פירסט זיך מיט יראת שמים און אז דו העלפסט אין שטעטל אין תלמוד תורה, און אויך העלפסטו מיט די שוחטים; וואויל איז דיר אז דו ניצט אויס די צייט מיט ערליכע זאכן, צו העלפן בויען די שיינע קהילה וואס טראגט דעם הייליגן רבינ'ס נאמען.


איך וויל דיר זייער בעטן, ווען דו ענדיגסט העלפן אין חדר - זאלסטו גיין אין ישיבה און זיין ביים שיעור הלכה. דאס ווייסטו אז דער רבי האט געוואלט מיר זאלן לערנען הלכה, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כט): "כָּל אִישׁ יִשְׂרְאֵלִי מְחֻיָּב לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם פּוֹסְקִים, וְלֹא יַעֲבֹר", יעדער איד איז מחויב צו לערנען יעדן טאג הלכות, יעצט לערנט מען אין ישיבה הלכות שבת, דעם זמן לערנט מען הלכות בורר; זאלסטו נישט פארפאסן קיין איין טאג פון די שיעור, דארפסט וויסן וואס מעג מען טון שבת און וואס מען טאר נישט טון שבת; איז די פאר יאר וואס דו ביסט אין ישיבה - זאלסטו נעמען ערנסט די שיעור הלכה.


ווייז דעם בריוו אויך פאר הבחור ..., דער קעכער אין תלמוד תורה. זאג אים איך וויל ער זאל אויך קומען אין ישיבה נאכן ענדיגן קאכן און העלפן וכו', לערנען הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#166 - ווי אזוי וואשט מען נעגל וואסער?
שבת קודש, נעגל וואסער, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


נטילת ידים - נעגל וואסער - וואשט מען דריי מאל יעדע האנט בסירוגין, איין מאל די רעכטע און נאכדעם די לינקע, און נאכמאל די רעכטע און נאכדעם די לינקע, און נאכאמאל די רעכטע האנט און די לינקע, און אפילו מען וועט גיסן אויף איין מאל די רעכטע האנט זייער אסאך וואסער און נאכדעם אויף די לינקע - וועט די רוח רעה נישט אוועק גיין, עס העלפט נישט גיסן אויף איינמאל אסאך וואסער, מען קען אראפנעמען די רוח טומאה נאר בסירוגין.


אויך איז דא וואס לייגן צו א פערטע מאל אויף ביידע הענט, אבער דאס איז שוין נאר א מנהג, און אויך איז דא וואס וואשן קודם דריי מאל יעדע האנט בסירוגין און נאכדעם וואשט מען נאכאמאל דריי מאל די רעכטע האנט און דריי מאל די לינקע האנט נישט בסירוגין.


רעדט צו די תלמידות פון נעגל וואסער, ווייל ווי פריער מען לייגט עס אריין אין זיי - וועלן זיי דאס טון זייער גאנץ לעבן.


שבת שארט מען נישט קיין שניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#165 - נאר אז מען היט די תורה איז דא אמת'ע ליבשאפט און שלום
שלום בית, אידישע שטוב, מורה דרך, הלכה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט היטן די הלכות וכו' - וועט איר זען ווי דער אייבערשטער וועט אייך העלפן, עס וועט קומען א רוח טהרה אין שטוב, אויף אייך און אויף אייער מאן; נאר אז מען היט די תורה איז דא אמת'ע ליבשאפט און אמת'ע שלום.


שטייט שטארק, אייזן שטארק - נישט זיך אוועק רירן פון די תורה; אין די טעג וואס מען דארף היטן הלכות איז נישטא קיין דריידלעך און קיין מעשיות, עס איז א שפיל מיט פייער.


בנוגע אייער מאן; אמאל פלעגט ער מיר שרייבן, ער האט געהאט א שטיקל קשר - האב איך אים געקענט מחזק זיין, היינט הער איך נישט פון אים; הלוואי וואלט ער צוריק געמאכט די קשר, וועל איך אים מחזק זיין ער זאל היטן שבת און זיין אן ערליכער איד.


אז מען רייסט זיך אפ פון צדיק איז גאר ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#164 - די ערשטע זאך טוט מען אן די ווייסע קיטל
הלכה, פסח, סדר נאכט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מארגן נאכט איז בדיקת חמץ, על פי הלכה ווען עס ווערט נאכט טאר מען גארנישט טון, אויך נישט לערנען, מען דארף בודק חמץ זיין. מען איז בודק חמץ די יאר אזוי ווי אלע יארן, מען מאכט די ברכה, און נאכן ענדיגן בודק חמץ זיין זאגט מען כל חמירא וכו'. פרייטאג אינדערפרי פירט מען זיך אזוי ווי אלע יארן ערב פסח, מען פארברענט די חמץ, מען לאזט נישט איבער קיין חמץ, נאר לחם משנה פאר די שבת'דיגע סעודות, מען דארף אכטונג געבן דאס צו לייגן אין אן אפגעהיטענע פלאץ.


מארגן איז תענית בכורים, אויב דו ביסט א בכור, אדער דו האסט א קינד אונטער די בר מצוה א בכור - דארף מען מארגן מסיים זיין, אדער הערן א סיום, אז נישט - דארף מען פאסטן.


פסח ביינאכט הויבן מיר אן די סדר מיט: "קדש, ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן די ווייסע קיטל", שטייט פון צדיקים, אז פסח ביינאכט רופט מען 'די סדר נאכט', ווייל דאס איז א סדר פאר די גאנצע יאר, אפשר לומר, דער רבי לערנט אונז (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נד): "תֵּכֶף בַּבֹּקֶר בַּהֲקִיצוֹ", די ערשטע זאך אינדערפרי, "מִיָּד כְּשֶׁיִּפְתַּח אֶת עֵינָיו", גלייך ווען מען עפנט די אויגן, "קֹדֶם שֶׁיַּעֲשֶׂה שׁוּם דָּבָר", איידער מען הויבט אן עפעס טון, "יַזְכִּיר אֶת עַצְמוֹ תֵּכֶף בְּעָלְמָא דְּאָתֵי", זאל מען טראכטן פון יענע וועלט; דאס איז די ווייסע קיטל וואס דערמאנט פון די תכריכים, דאס איז קדש, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#163 - זע אז פסח זאל בלייבן ביי די קינדער מיט א גוטע טעם
חינוך הילדים, ראש ישיבה, הלכה, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקרא, ה' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע עס זאל זיין געשמאק אין שטוב ביים פסח מאכן, דאס איז די וויכטיגסטע פון אלצדינג; נאר אזוי וועלן די קינדער און דיינע דורות ליב האבן דעם אייבערשטן און ליב האבן די מצוות.


ווען דו טראכסט פון פסח וואס ווערט ביי דיר - גוט אדער ביטער? עס זענען דא בחורים און אינגעלייט וואס זאגן מיר, ווען זיי הערן דאס ווארט 'פסח' ווערט זיי נישט גוט, דאס קומט פון די חינוך וואס זיי האבן באקומען - דירעקט און נישט דירעקט; אז אין שטוב איז אנגעצויגן, מען שרייט, מען שלאגט, מען פארשעמט - וועלן די קינדער זייער גאנץ לעבן נישט וועלן הערן פון פסח און פון זיין א איד.


אויך זאלסטו וויסן, אויב דו ווילסט דיינע קינדער זאלן האבן ווייטער דא א געפיל ביי אונזער חבורה - זאלסטו מיך נישט ניצן פאר די שטעקן צו זיי; א זאך וואס דו ווילסט נישט געבן פאר דיינע קינדער - זאלסטו מיך נישט מאכן פאר דער שלעכטער. אז דיינע קינדער בעטן דיר זיי ווילן א טעלעפאן, א קאמפיוטער, א בייק, א קאמערע, אן עראפלאן, א העליקאפטער, א מאטער-סייקל - זאג נישט: "דער ראש ישיבה לאזט נישט"; ווייל דאן וועלן זיי אויפוואקסן מיט א פיינטשאפט אויף אונזער פלאץ, זיי וועלן ווארטן ווען קענען מיר שוין אוועק לויפן פון דא.


נעם דיינע קינדער צום דיין ווען דו גייסט פארקויפן די חמץ, קינדער דארפן אויפוואקסן מיטן זען זייער טאטע גיין צום דיין פרעגן א שאלה, און גייט פארקויפן די חמץ.


בנוגע ניצן חמץ'דיגע כלים פאר פסח; על פי הלכה מעג מען, מען דארף וויסן יעדע זאך ווי אזוי מען כשר'ט עס. אבער היינט איז ביליגער א נייע טאפ ווי צאלן פאר כשר'ן, איז זיכער כדאי זאלסט זיך איינקויפן פסח כלים (מען קען איינקויפן צוביסליך, יעדע יאר נאך אביסל). אויך באזונדערע טישטוכער, באזונדערע האנטוכער, באזונדערע אפווישטיכער, קינדער באטיס, קינדער צאמיס; מען לייגט דאס אוועק פון יאר צו יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#162 - וויכטיגע אנווייזונגען ווי אזוי צו פירן א ביזנעס
הדרכות, הלכה, דאווענען, ביזנעס, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין נייע ביזנעס, דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט האבן גרויס הצלחה.


איך וויל דיר שרייבן אפאר וויכטיגע אנווייזונגען ווי אזוי צו פירן א ביזנעס און מצליח זיין.


הדבר הראשון, עס מוז געפירט ווערן מיט די תורה. יעדע שאלה; צי אין ריבית, צי אין השגת גבול, עני המהפך בחררה, גניבה, גזילה וכדומה – מוז מען פרעגן א רב, א דיין – און טון ווי אזוי מען פסק'נט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפ), וואס איז דאס אז מען רופט איינעם צו דין תורה? זאגט דער רבי, די תורה איז זיך נוקם אינעם מענטש פארן פירן די ביזנעס שלא על פי תורה, עיין שם.


שנית, גיי נישט אין אפיס נאר נאכן דאווענען שחרית, און שטעל אפ די געשעפט ביי מנחה מעריב.


שלישית, נעם אריין א שיתוף, כביכול דעם אייבערשטן; פון די פארדינסטן געב מעשר (אדער ווי אנשי שלומינו פירן זיך צו געבן א חומש).


פערטנס, רעד שיין צו יעדן איינעם. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, ג): "אַל תְּהִי בָז לְכָל אָדָם", זאלסט יעדן איינעם געבן גוטע באנעמונג. מיין שיטה איז, אנשטאט אריינלייגן קאפ, מח און געלט אין מארקעטינג – זאל מען אריינלייגן די נשמה אין קאסטעמער סערוויס, גוטע באנעמונג צו יעדן; צום קליינעם, צום גרויסן, צום רייכן און צום ארעמאן.


איך דארף מקצר זיין, אז דו וועסט טון די זאכן וועסטו האבן גרויס הצלחה.

#161 - לערנען הלכות וואס איז וויכטיג פאר פרויען צו וויסן
הלכה, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, א' דראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


בנוגע לערנען מזלות מיט די מיידלעך; מען קען דאס לערנען מיט זיי, דאס איז אויך א חלק פון די תורה, אבער נאר נאכן לערנען וואס איז מער וויכטיג, ערשט דארף מען אוועקשטעלן הלכות וואס איז וויכטיג פאר פרויען צו וויסן; הלכות שבת, הלכות ברכות, הלכות יחוד וכדומה לזה. אויך ווי צו האלטן א כשר'ע קאך, בשר בחלב, און ווי אזוי מען איז בודק עסן פון ווערעם; דאס איז זייער זייער וויכטיג, ווייל נאר אז מען לערנט אלס מיידל הלכות קען מען פירן א כשר'ע קאך, און היטן שבת.


עס האבן מיר דערציילט אן א שיעור ווייבלעך אז זיי האבן געלערנט אין זייער סקול כל מיני טיפע לימודים, אבער פשוט'ע הלכות קענען זיי נישט, זיי זענען נעבעך מחלל שבת אן וויסן אז די זאכן טאר מען נישט טון.


דעריבער בעט איך אייך מען זאל אוועק שטעלן דאס לערנען הלכות פון די ערשטע און וויכטיגסטע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.

#160 - לערנען הלכה מיט די בחורים
כיבוד אב ואם, ישיבה, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דו זאלסט לערנען מיט די בחורים הלכה; הלכות ברכות, הלכות תפילה, ווי אזוי זיך צו פירן טאג טעגליך, און ווען עס קומט א יום טוב - זאלסטו לערנען די הלכות פון די יום טוב; חנוכה לערן מיט זיי הלכות חנוכה, פורים לערן מיט זיי הלכות פורים, און אזוי ווייטער.


אז דו פארסט ממילא אריבער די שטוב פון דיינע עלטערן - זאלסטו יעדן טאג ארויפגיין צו דיין מאמע איר באגריסן, איר פרייליך מאכן מיט א מעשה, מיט א גוט ווארט. היינטיגע טעג - ווען אלע האבן א קאר - איז אזוי גרינג צו טון די מצוה פון כיבוד אב ואם, און אפילו מען וואוינט אביסל ווייט - דארף מען כאטשיג איין מאל א חודש אריבערגיין צו די עלטערן, און אז מען וואוינט נאנט - כאטשיג איין מאל א וואך, און אז מען וואוינט אין די זעלבע שטאט, די זעלבע געגנט - דארף מען גיין יעדן טאג צו זיי.


זיי מחי' דיין מאמע. דער אייבערשטער זאגט (קידושין ל:): "בזמן שאדם מכבד את אביו ואת אמו, אמר הקדוש ברוך הוא, מעלה אני עליהם כאילו דרתי ביניהם וכבדוני", ווער עס איז מכבד טאטע מאמע איז אזוי ווי מען איז מיך מכבד; די מצוה פון כיבוד אב ואם איז אזוי גרויס, "הוקש כיבוד אב ואם לכבודו של מקום" (בבא מציעא לב.), עס איז די זעלבע זאך ווי מכבד זיין טאטע מאמע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#159 - זיין פעלזן פעסט צו היטן די הלכות
תשובה, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


היט די הלכות פון טהרת המשפחה, מען מוז היטן די הלכות, און אז דיין ווייב וויינט וכו' - זאלסטו ווייטער בלייבן היטן די הלכות; וויינען איז נישט שטערקער פון די תורה. אויב מען היט די הלכות בלייבט די שטוב גאנץ, און אויב נישט, גט מען זיך ביים סוף חס ושלום.


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב און דערציילט וכו' - האב איך זיך זייער דערשראקן, ווייל איך ווייס וואס דער סוף איז אויב מען היט נישט קיין הלכות, די תורה זאגט (ויקרא יח, כט): "וְנִכְרְתוּ", מען ווערט פארשניטן פון די וועלט און פון יענע וועלט.


די הייליגע חכמים זאגן (שבת יג.), אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארומלויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט, ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא, פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוואוסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל - דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, און האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה", האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פינקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף די הלכות אין די שבעה נקיים; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


טו תשובה, און זע צו פארן מיט דיין ווייב קיין אומאן צום רבינ'ס ציון און זאגן דארט די תיקון הכללי, און מהיום והלאה זאלסטו זיין פעלזן פעסט צו היטן די הלכות.

#158 - לערן און חזר הלכות טהרה אן א שיעור מאל
אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, ערב ראש חודש מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער הארציגער, החתן ... נרו יאיר


לערן און חזר די הלכות טהרה אן א שיעור מאל, מוהרא"ש זאגט אונז אז דער שרף פון סטרעליסק זכותו יגן עלינו האט גע'חזר'ט איבער טויזנט מאל הלכות טהרה, איז דאך זיכער אז מיר דארפן חזר'ן די הלכות.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב מיט דורות ישרים ומבורכים, אמן.


פון דיין ראש ישיבה.



 

#157 - אז דער דיין האט גע'פסק'נט, זאל מען נישט איבערטראכטן
חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איינמאל מען האט געפרעגט דעם דיין און דער דיין האט גע'פסק'נט - איז אזוי די הלכה; נישטא וואס צו איבער טראכטן, בפרט אין די הלכות פון א ריינע שטוב וכו'; אז דער דיין האט גע'פסק'נט איז אזוי די הלכה און אזוי דארף מען זיך פירן, און אז מען טראכט איבער - איז דאס נישט פון ערליכקייט.


דאס איבער טראכטן - איז מעשה יצר הרע, עס איז א גרויסע סכנה, עס קומט נישט פון צד הקדושה. דער רבי זאגט (עיין בשיחות בסוף סיפורי מעשיות), די וויכטיגסטע זאך צו זוכה זיין צו זיין ערליך און הייליג איז "נישט איבער טראכטן", נאך זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה): "וְעִקָּר, לִשְׁמֹר מֹחוֹ שֶׁלֹּא יַחְמִיץ", מען דארף היטן די מח פון ווערן זויער, וואס דאס איז "סִטְרָא דְּמוֹתָא", א טויטע לעבן, "כִּדְאִיתָא", אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש אויפן פסוק "'מַחְמֶצֶת', תַּמָּן סִטְרָא דְמוֹתָא", דאס איז די אנדערע זייט פון די קדושה, דאס איז טויט; אז מען טראכט איבער נאכן פרעגן - איז דאס נישט קיין לעבן.


פון היינט און ווייטער ווען איר האט א שאלה זאלט איר פרעגן אייער דיין, און ווען דער דיין ענטפערט - זאלט איר זיך זייער פרייען אז איר זענט א איד און איר פרעגט און פאלגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#156 - די וואלן אין אמעריקע
התחזקות, תשובה, הלכה, נייעס, וואלן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביסט אראפגעפאלן? הייב זיך אויף, און גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער נעמט אן דיין תשובה און האט ווייטער א נחת רוח פון דיין עבודת השם. אויבן אין הימל האט דער אייבערשטער טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מלאכים וואס האבן נישט קיין בחירה און האבן נישט קיין נסיונות, נישט קיין ווייב און נישט קיין קינדער; דער אייבערשטער האט אונז באשאפן ווייל דאס איז די גרעסטע תענוג און נחת רוח, צו זען ווי מיר הייבן זיך אויף און מיר קומען נאכאמאל און נאכאמאל צוריק צו אים.


די וואך איז די וואלן אין אמעריקע, מענטשן זענען פאר'כישופ'ט פאר די וואלן, מען פארגעסט אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס און ער מאכט אלעס; לאז אפ די נייעס, לאז אפ די שטותים, נישט ער קען אונז העלפן און נישט זי וועט אונז העלפן, נאר דער אייבערשטער וועט אונז העלפן, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס.


מאך זיך א שיעור אין איבער'חזר'ן די הלכות וואס איז נוגע פאר בויען א אידישע שטוב, א ריינע שטוב. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אונז שטענדיג זאגן אז דער גרויסער צדיק רבי אורי פון סטרעליסק זכותו יגן עלינו האט איבערגע'חזר'ט מער פון טויזנט מאל הלכות טהרה, איז דאך זיכער אז מיר פשוט'ע אידן דארפן דאס חזר'ן אן א שיעור מאל, אז מיר זאלן נישט חס ושלום נכשל ווערן אין די הלכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - א פנים פון א ציגעלע
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, הלכה, עסן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שופטים, כ"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך שיק דיר נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, געב דאס פאר די חדר און פאר בית פיגא, די מלמדים און טיטשערס זאלן אריינלייגן אין די קינדער דאס גרויסקייט פון צדיקים, און מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן און פון צדיקים, און אז מען פאלגט נישט וואס שטייט אין די תורה שרייבט זיך דאס אויף אויפן שטערן פונעם מענטש, און אלע צדיקים זעען וואס דער מענטש האט געטון בחדרי חדרים.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד פונעם גאון רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה ווי בחורים שטייען אין א שורה און ווי איין בחור שטייט מיט א זויערע פנים, און העכער זיין קאפ זאל זיין א פנים פון א ציג.


אלע בחורים גייען מיט דרך ארץ, אלע זענען אנגעטון מיט די הוט און רעקל אזוי ווי עס פאסט, מען גייט ארויף די טרעפ פון די דירה פונעם גרויסן צדיק רבי חיים קנייבסקי זכרונו לברכה, קיינער שטופט זיך נישט, יעדער וויל זוכה זיין צו באקומען א ברכה פונעם צדיק. דער צדיק וויל נישט מבטל זיין פון לערנען תורה, ווינטשט ער יעדן איינעם אין קורצן: "בוהא", דאס איז די ראשי תיבות פון "ברכה והצלחה", אזוי קען ער שנעלער צוריק גיין לערנען די הייליגע תורה.


איין בחור באקומט נישט קיין ברכה, דער צדיק קוקט אוועק און וויל אים נישט ווינטשן, דער בחור פרובירט נאכאמאל אריבער צו גיין, דער צדיק געבט א קוק אויפן בחור און קוקט גלייך אוועק, ער וויל אים נישט בענטשן, די גבאים זאגן: "דער בחור האט נאכנישט באקומען א ברכה", דער צדיק זאגט: "ווי קען איך געבן א ברכה פאר איינעם וואס עסט בשר בחלב? פאר איינער וואס עסט מילכיגס ווען ער איז פליישיג - געב איך נישט קיין ברכה!"


דער בחור האט דערשראקענערהייט מודה געווען און געזאגט: "איך בין זיך מודה אויף די גרויסע עבירה פון עסן מילכיגס ווען איך בין פליישיג, איך האב זייער ליב מילכיגע שאקאלאד און איך קען זיך נישט איינהאלטן, איך עס דאס אויך ווען איך בין פליישיג".


די גבאים פרעגן דעם צדיק: "ווי אזוי האט דער צדיק געוויסט אז דער בחור עסט בשר בחלב?" זאגט דער צדיק: "איך האב געקוקט אויף זיין פנים און איך האב געזען אויף זיין פנים א ציגעלע, און עס שטייט אין די הייליגע זוהר פרשת משפטים (דף קכה ע"ב), אז ווער עס עסט בשר בחלב - ווערט זיין פנים ווי א פנים פון א ציגעלע, מען פארלירט די מענטשליכע פנים".


טייערע קינדער, מיר לערנען זיך פון די מעשה אז מען דארף עסן נאר כשר'ע עסן, און אויך אז מען זאל חס ושלום נישט עסן בשר בחלב, אפילו קיינער זעט נישט, ווייל דער אייבערשטער זעט אלעס, און אויך לערנען מיר זיך פון די מעשה דאס גרויסקייט פון די צדיקים, און אז מען קען זיך נישט באהאלטן פון א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.