בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#8 - א יונגע מיידל קען זיין מער ערוואקסן ווי אן עלטערע מיידל
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, זומער, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דער זומער איז אריבער אזוי שיין ביי ענק אין קעמפ, דו האסט הנאה געהאט יעדע רגע און יעדע סעקונדע.


עס וועט נישט נעמען צו לאנג און דו וועסט ווערן א כלה למזל טוב; עס האט נישט צו טון ווי אלט מען איז. עס קען זיין א מיידל פון צוואנציג יאר וואס ווייסט נאכנישט וואס דאס לעבן איז, און עס קען זיין א יונגע מיידל פון צוועלף יאר וואס איז שוין גרייט פאר'ן לעבן.


וואס דו דארפסט און וואס דו ווילסט - זאלסטו בעטן נאר פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#7 - די הדפסה דארף אנגיין
הפצה, זומער, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


עס איז זייער נישט גוט אז די הדפסה איז פארשלאסן יעצט במשך די זומער וואכן.


איך האב נעכטן גערעדט מיט די מפיצים, זיי וויינען; זיי דארפן גליונות, קונטרסים און עצתו אמונה. זיי זאגן אז די זומער וואכן איז זייער בעסטע צייט, אלע בחורים פון אלע קעמפס ווארטן אפ די מפיצים און כאפן די ספרים.


בפרט יעצט נאך קאראנע האט זיך אלעס געגעבן א שאקל; אלע ישיבות, כוללים און חדרים זענען צעטומלט, אלע דארפן יעצט דעם רבינ'ס חיזוק, פונקט יעצט האט מען פארמאכט דעם דרוקעריי... איך האב גרויס צער.


איך האף אז דו וועסט טון אלעס וואס איז שייך אז עס זאל ווייטער אנגיין דאס דרוקן די ספרים, קונטרסים, גליונות, סידי'ס וכו', וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - שטיין אויף די פרינציפן פון די מוסד
חינוך הילדים, צניעות, זומער, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא ברסלב.


געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט אונז נישט פארלאזט; מיר האבן געקענט פלאצירן די מיידלעך דא אין שטעטל צווישן די גראז און ביימער און אנגיין מיט די לימודים במשך די זומער וואכן.


עס איז נישט גרינג, אבער אז מען קוקט אויף די תוצאות וואס קומט ארויס פון די זומער וואכן זעט מען אז עס לוינט זיך די שווערע הארעוואניע.


איך האף אז מען שטייט אויף די פרינציפן פון די מוסד; די מיידלעך און ווייבלעך זאלן גיין שווימען בצניעות, אלע זאלן האבן א קלייד בשעת'ן שווימען.


איך באקום כסדר גוטע גריסן פון די עלטערן; אלע זענען זייער צופרידן, אלע זענען זייער פרייליך.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.

#5 - גיין שווימען מיט צניעות
צניעות, תפלות אויף אידיש, זומער, ספיקות, מורה דרך, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


דו שעמסט זיך נישט? דו גייסט שווימען מיט דיינע ברידער און שוואגערס ווען די ווייבער זענען דארט?! ווער איז דיין וועג ווייזער - דיין שוואגער...? ער איז דיין וועג ווייזער? וואס ער איז מחליט דאס איז ריכטיג?! דו האסט שוין פארלוירן דיין גאנצע שכל? עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ אז תלמידי הישיבה זאלן דאס נישט וויסן! אפילו זיי שווימען נישט, זיי זיצן נאר דארט ביי די טרעפ וכו' - איז דאס פריצות, אפילו דאס זאל זיין דיינע אייגענע שוועסטערס איז דאס נישט קיין צניעות, אפגערעדט ווען דאס איז שוועגערינס, דאס איז אן עקל און א גרויל.


וואס נאך ווייסטו נישט? עס איז נישט קיין תירוץ צו זאגן: "איך האב נישט געוואוסט אז דאס איז א פראבלעם", וויי פאר דעם וואס ווייסט נישט די א' ב' פון צניעות; אז דו ווייסט גארנישט, אפילו אזא זאך - פארוואס זאלסטו נישט פרעגן דיין ראש ישיבה, דיין מורה דרך, פאר דו גייסט צו אזא פארוויילונג, פאר דו טוסט עפעס אין לעבן?


וויפיל פלעגט דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו וויינען אויף די וואס פארן אוועק אין קאנטרי, מען זאלן וויסן אז דער אייבערשטער איז אויך דארט און מען דארף זיך אויפפירן מיט יראת שמים; מען פארט אוועק פון שטאט אבער מען פארט נישט אוועק פונעם אייבערשטן.


זע צו לערנען אסאך משניות, אויך זאלסטו לערנען אסאך דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, דאס וועט דיר געבן א בירור המדמה, דו וועסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן.


זיי זיך מתבודד יעדן טאג; נעם אראפ אפאר מינוט וואס דעמאלט איז אלעס געשטארבן און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כג:) דער הייליגער אמורא רבי יונה, די טאטע פונעם הייליגן אמורא רבי מנא, ווען ער האט געוואלט גיין התבודדות פלעגט ער בעטן זיינע קינדער: "הָבוּ לִי גוּאַלְקִי", ברענגט מיר מיין טאשקע, ער האט זיי איינגערעדט אז ער גייט מאכן ביזנעס, "קָאֵי בְּדוּכְתָּא צְנִיעָא", ביז דערווייל האט ער זיך באהאלטן און דארט פלעגט ער בעטן דעם אייבערשטן אויף וואס ער דארף; אזוי זאלסטו טון, זאג אין שטוב: "איך גיי מאכן ביזנעס" און גיי ערגעץ אין א שטילע גאס, אין א שטילע פלאץ - און וויין זיך אויס צום אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו לעבן מיט אים; בעט אים: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל לערנען און דאווענען; אייבערשטער העלף מיר איך זאל געדענקען פון תכלית".


איך שרייב דיר וואס צו טון נאר ווייל איך האב דיר ליב; דו ביסט מיר אינגעקריצט אין הארץ, וויל איך דיר פירן אויף א וועג דו זאלסט זיין ערליך און האבן ערליכע דורות; נעם אן די מוסר מיט ליבשאפט.

#4 - ווארט נישט ביז דו וועסט ווערן מסודר
לימוד התורה, היטן די צייט, זומער, תכלית, וויכוחים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת-בלק, י"א תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים שיחיו, תלמידי היכל הקודש ירושלים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן צו לערנען יעדן טאג אביסל תורה; שטופט נישט אפ די שיעורים אויף שפעטער, אויף מארגן וכדומה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ד): "אַל תֹּאמַר לִכְשֶׁאֶפָּנֶה אֶשְׁנֶה", זאג נישט 'ווען איך וועל זיך מסדר זיין וועל איך לערנען', ווייל "שֶׁמָּא לֹא תִפָּנֶה", עס קען זיין אז דו וועסט אייביג בלייבן נישט מסודר; עס זענען פארהאן מענטשן וואס קענען זיך נישט מסדר זיין, שטענדיג האבן זיי וואס צו ערלעדיגן און עס גייט אריבער דער טאג, עס גייט אריבער דער וואך, דער יאר און מען קערט זיך צוריק צום אייבערשטן אן קיין תורה, אן גארנישט.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "אויבן אין הימל שרייען די נשמות 'מיר זענען הונגעריג, מיר דארפן עסן; מיר זענען דארשטיג, געבטס אונז צו טרינקען', און ווען מ'וויל זיי געבן עסן און טרינקען זאגן זיי, 'נישט דאס מיינען מיר, מיר דארפן עסן און טרינקען פון תורה און עבודת ה'', אזוי אויך זענען דא נשמות וואס זענען נאקעט, זיי שרייען און בעטן זיך: 'מיר זענען נאקעט, געבטס אונז קליידער מיט וואס זיך צוצודעקן', און ווען מ'וויל זיי געבן קליידער אנצוטון זאגן זיי 'נישט דאס מיינען מיר, מיר דארפן מצוות און מעשים טובים", און דער רבי האט אויסגעפירט: "וואויל איז דעם מענטש וואס עסט יעדן טאג אפאר פרקים משניות, טרינקט קאפיטלעך תהילים און טוט זיך אן מיט מצוות ומעשים טובים".


איך מוז מקצר זיין, איך בין יעצט זייער טרוד; מיר דארף מסדר זיין צווישן די בערג א פלאץ פאר די בחורים, אינגלעך און מיידלעך, מיר קענען נישט זיין אין שטאט. ביי אונז איז זייער שווער אין שטאט זומער, די גוים זענען זייער געמיין, זיי גייען אויסגעטון ווי די חיות, עס פלאקערט א פייער אין גאס; מיר ציען זיך אוועק פון שטאט פאר די זומער וואכן צו זיין אביסל צווישן די בערג, צווישן די גראז און ביימער צו קענען דינען דעם אייבערשטן ריינערהייט.


איך האב נישט קיין וועג ווי אזוי צו שיקן די בריוו, דאך האב איך זיך זייער אנגעשטרענגט צו קענען שיקן דעם קליינעם בריוו פאר אייך ווייל איך האב ענק זייער ליב; איך זע ענקער שטארקייט, ענקער אחדות און ענקער ווילן. איך וועל אייך נאך שרייבן מער במשך די זומער וואכן.


איין זאך בעט איך ענק טייערע ברידער פון ירושלים, גייט נישט אין קיין וויכוחים מיט קיינעם; אז איר הערט ווי מען שפעט פון רבי'ן, פונעם רבינ'ס תלמידים - זאלט איר שווייגן, אונזער זאך איז נישט קיין וויכוחים, אונזער זאך איז נישט נצחון; מיר דארפן נישט פארענטפערן דעם רבי'ן, מיר דארפן נישט טענה'ען מיט יעדן פארעך, מיר דארפן זיך נאר מחי' זיין מיט דעם וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא רבי.


אז איר כאפט זיך אריבער מתפלל זיין ביי מקומות הקדושים זאלט איר בעטן פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל - איך זאל האבן כח ווייטער צו משמש זיין דעם רבי'ן, פארשפרייטן זיינע עצות אין די וועלט.


א פרייליכן שבת.

#3 - ווי שיין איז צו דינען דעם אייבערשטן אין קעמפ
הכרת הטוב, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד תלמידי היקר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש 204 דאללער; בזכות די צדקה זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך האב זייער הנאה דא אין קעמפ; א גאנץ יאר ווארט איך שוין צו קענען זיצן דא אויפן פעלד לערנען און דאווענען בקדושה ובטהרה, אוועק פון די שמוציגע גאס.


איך דאנק דיר פארן אהער שטעלן אזא שיינע קעמפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - די געוואלדיגע זכות פון צושטעלן א קעמפ פאר די זומער טעג
מוסדות, זומער, קאנטרי, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע הנהלה מיטגלידער פון קעמפ "מחנה תפארת התורה ברסלב" כל אחד בשמו הטוב יבורך.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אייער עבודת הקודש.


אייער זכות איז זייער גרויס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְּזַכֶּה אֶת הָרַבִּים, אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", ווער עס איז מזכה א צווייטן איד וועט ער זוכה זיין נישט צו קומען צו עבירות; ווי איז דא נאך א גרעסער זיכוי הרבים ווי שאפן א פלאץ פאר די ישיבה מחוץ לעיר וואו מיר וועלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס. זוממער אין שטאט ברענט א פייער, עס איז ביטער שווער צו האבן ריינע אויגן, הלואי וואלט מען ווען געקענט בלייבן א גאנץ יאר מיט די ישיבה חוץ לעיר.


אין שטאט איז ממש ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמג): "דַּע שֶׁיֵּשׁ בְּחִינַת 'אֲרִיךְ אַנְפִּין בַּקְּלִפָּה' (עין "עץ חיים" שער הקליפות פרק ג): וּמִי שֶׁפּוֹגֵעַ בְּאִשָּׁה מִבְּחִינָה זוֹ, קָשֶׁה לוֹ לְהִנָּצֵל מֵהִרְהוּר, וְאַף אִם יַעֲצִים עֵינָיו, אַף עַל פִּי כֵן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ, כִּי הִיא בְּחִינַת 'אֲרִיךְ אַנְפִּין שֶׁל הַקְּלִפָּה', שֶׁהֵם פָּנִים אֲרֻכִּים, וְעַל כֵּן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ", עס איז דא אמאל וואס מען פאלט אריין אין א גרויסע קליפה וואס רופט זיך אֲרִיךְ אַנְפִּין, אז וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעט מען נישט גוטס.


דעריבער איז ענקער זכות זייער גרויס אז איר שטעלט אהער א קעמפ פאר די ישיבה און חדר וכו'.


בזכות די מצוה זאלט איר זוכה זיין צו זען נחת פון אייערע קינדער.


 


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#1 - אכטונג געבן אין וועלכע סארט קאנטרי מ'פארט אויף זומער
חברים, זומער, היכל הקודש, קאנטרי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני-ב, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה?! אודאי זאלסטו נעמען א באנגעלאו ביי אונז אין קעמפ פארן גאנצן זומער, דאס איז נישט קיין מותרות. ווי קען מען בלייבן זומער אין שטאט? די גוים גייען אנגעטון ווי די חיות, בעסער געזאגט אויסגעטון ווי די חיות און עס איז זייער שווער צו האבן שמירת עיניים, מען ווערט יעדן טאג פארברענט השם ישמרינו.


עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (רמ"א ביורה דעה סימן קנז, סעיף א) אז א מענטש איז מחויב אוועק צו געבן זיין גאנצע געלט נישט עובר צו זיין אן עבירה; בפרט אז מיר האבן א פינת יקרת, א ווינקעלע פון אמונה, א ווינקעלע פון יראת שמים און התחזקות וכו' וכו', זאלסטו זיכער קומען.


איך פארשטיי נישט בכלל דיין ספק; אודאי זאלסטו ארויס נעמען א באנגעלאו, די באנגעלאו איז טאקע נישט אזוי אהערגעשטעלט וכו', אבער שלמה המלך זאגט (משלי כא, יט): "טוֹב שֶׁבֶת בְּאֶרֶץ מִדְבָּר, מֵאֵשֶׁת מִדְיָנִים וָכָעַס", ענדערש זיצן אין מדבר וכו' ווי צו זיצן אין א פלאץ וואס ברענגט ווייטאג און כעס.


פארן אין סתם א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין רב אדער ערליכער איד - איז שוין ענדערש בלייבן אין שטאט; אויף דעם איז געזאגט געווארן וואס רב משרשיא האט געזאגט פאר זיינע קינדער (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא. ווייל אין די שטאט מתא מחסיא האבן געוואוינט ערליכע אידן, אבער אין פומבדיתא האבן געוואוינט נישט ערליכע אידן, האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדערש זיצן אין די מיסט פון מתא מחסיא וכו'.


דאס איז ממש די זעלבע זאך; ענדערש בלייבן אין שטאט וואו עס איז ממש איין שטיק מיסט פלאץ השם ישמרינו, ווי צו גיין אין א קאנטרי וואו עס איז נישט דא קיין יראת שמים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ב): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תּוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז צוויי מענטשן קומען זיך צוזאמען און מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן, מען רעדט נישט ווי אן ערליכע איד דארף רעדן, איז דאס שוין א מושב לצים; אזוי אויך, אויב מען פארט אין א קאנטרי אן דעם אייבערשטן איז דאס א מושב לצים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל דו זאלסט וויסן דאס חשיבות פון זיין מיט ערליכע אידן, בפרט תלמידי היכל הקודש וואס זיי זענען די באהאלטענע צדיקים פון אונזער דור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.