בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - אויב מען שיקט אוועק א מיידל פון א געים, זאלן אלע אוועק גיין פון די געים
מדות טובות, חיזוק פאר מיידלעך, טשעפען, בושה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד שיין צו דיין חבר'טע, זאג איר אז אויב זי לאזט נישט אנדערע מיידלעך שפילן מיט אייך וועסטו אויך נישט שפילן מיט איר. שעם זיך נישט ווען עס קומט זיך אנצונעמען פאר די מיידלעך וואס מען שיקט זיי אוועק פון א געים און געב דאס איבער פאר אלע מיידלעך: "אויב מען שיקט אוועק א מיידל פון א געים זאלן אלע אוועק גיין פון די געים", איר זאלט נאר שפילן מיט מיידלעך וואס גרויסן זיך נישט אויף אנדערע.


דאס אז דו שעמסט זיך וכו'; בושה איז זייער א גוטע מידה. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בושה, סימן ל): "מִי שֶׁאֵין לוֹ בּוּשָׁה, בְּיָדוּעַ שֶׁלֹּא עָמְדוּ רַגְלֵי אֲבוֹתָיו עַל הַר-סִינַי", בושה איז א סימן פון א איד; עס זענען דא צייטן ווען מען דארף אוועק לייגן די מידה פון בושה און זיין פעלזן פעסט מיט וואס מען טוט. ווען עס קומט צו אידישקייט, צו גיין אנגעטון בצניעות און אלע לאכן, דעמאלט דארף מען האבן עזות דקדושה אין זיך נישט צו ווערן איבערגערעדט פון די וואס לאכן, אזוי אויך ווען איינע פון די מיידלעך טשעפעט א צווייטן דארף מען לייגן די בושה אין דער זייט כדי זיך נישט נאכצושלעפן נאך די וואס פירט, הייסט און טשעפעט וכו', נאר טון וואס איז ריכטיג.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג דו זאלסט זיין שטארק מיט דיין אידישקייט און זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם.

#4 - די וויכטיגסטע זאך איז אכטונג צו געבן אויף א צווייטנ'ס געפילן
חיזוק פאר מיידלעך, טשעפען, תהלים, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע תלמידות פון "בית פיגא" ברסלב שתחיו.


געלויבט דעם הייליגן באשעפער אז מיר ענדיגן נאך א יאר סקול.


עס איז אריבער א שיינע יאר ביי אייך אין סקול; איך האב געהערט גריסן פון אייערע טיטשערס און פון אייער מנהלת אויף אייך ווי שיין איר האט זיך אויפגעפירט דעם גאנצן יאר - מיט דרך ארץ און גוטע מידות. ביים הייליגן רבי'ן איז די ערשטע זאך געווען "דרך ארץ"; דער הייליגער רבי האט געזאגט: "וֶוען קֵסָרִין אוּן קֶענִיגְן וָואלְטְן גֶעוואוּסְט וָואסְפַארַא דֶּרֶך אֶרֶץ אִיך לֶערְן מִיט מַיינֶע מֶענְטְשְׁן, וָואלְטְן זֵיי גֶעשִׁיקְט זֵיֶיערֶע קִינְדֶער לֶערְנֶען בַּיי מִיר דֶּרֶך אֶרֶץ", דאס זעט מען ממש ביי אייך אין סקול, אלע תלמידות פירן זיך איידל און טייער ווי קעניגליכע קינדער.


יעצט ווען די יאר איז אריבער דארפן מיר זיך מאכן א חשבון הנפש צי מיר האבן גענוג אכטונג געגעבן אויף א צווייטע מיידל'ס כבוד, אויב מען האט חס ושלום וויי געטון א צווייטן קינד. אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, מען זאגט א ווארט וואס קען שטעכן אזוי ווי א מעסער אין יענעמס הארץ, אדער מיט א לַא קען מען יענעם זייער וויי טון.


יעצט ווען איר קומט אין קעמפ, און מען גייט פארברענגען א זומער אין "מחנה בית פיגא ברסלב", וויל איך אייך זייער שטארק בעטן איר זאלט זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי איר פירט זיך אויף צו א צווייטע מיידל; מען דארף זיין זייער סענסעטיוו צו א צווייטן, קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן, קיינמאל נישט לאכן פון א צווייטן, און קיינמאל נישט שפילן א שפיל אויב מען לאזט נישט א צווייטן שפילן מיט דעם שפיל. אויף אלע עבירות איז דער אייבערשטער מוחל, אבער אז מען טשעפעט א צווייטן האט מען נישט קיין מחילה ביז מען בעט יענעם איבער.


זוכט אויף די מיידלעך וואס זיצן שטענדיג שטיל און איינזאם, און חבר'ט זיך מיט מיידלעך וועם קיינער קוקט נישט אן; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ט.): "בַּמִּדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד, בָּהּ מוֹדְדִים לוֹ", מען פירט זיך פון הימל צום מענטש אזוי ווי דער מענטש פירט זיך צו א צווייטן; אויב מען איז מקרב א צווייטן דעמאלט וועט דער אייבערשטער אים מקרב זיין, און אויב מען איז מרחק א צווייטן, דעמאלט וועט מען אים פון הימל אויך מרחק זיין.


טייערע "בית פיגא" תלמידות, איך בעט אייך פון טיפעניש פון מיין הארץ איר זאלט מיר דאס צוליב טון; האט אביסל הכרת הטוב פאר די סקול, עס איז מיר נישט גרינג צו פירן די סקול, איך ארבעט זייער שווער פאר אייך אלע אז איר זאלט זיין צופרידן, בעט איך אייך אז די טובה זאלט איר מיר צוריק טון: איר זאלט זיך נישט קריגן מיט א צווייטן און איר זאלט קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן; אז איר זעט א מיידל איז נאכגעלאזט, זי שטערט דעם סדר וואו מען שלאפט וכו', זאלט איר חס ושלום איר נישט פארשעמען, נאר איר זאלט דאס פארציילן פאר מרת ... תחי', זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן שיינערהייט וכו', ווייל אויב מען פארשעמט א צווייטן ברבים קען מען פארלירן די חלק אין עולם הבא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "הַמַּלְבִּין פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים, אֵין לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס פארשעמט א חבר ברבים, האט נישט קיין חלק אין עולם הבא; נאך זאגן אונז די הייליגע חכמים (שם): "נוֹחַ לוֹ לָאָדָם שֶׁיַּפִּיל עַצְמוֹ לְכִבְשַׁן הָאֵשׁ, וְאַל יַלְבִּין פְּנֵי חֲבֵירוֹ בָּרַבִּים", ענדערש זאל א מענטש זיך לאזן אריין ווארפן אין א ברענעדיגע קאלך אויוון ווי צו פארשעמען א חבר.


דערפאר, אז איר שפירט ווי א מיידל איז נאכגעלאזט, עס גייט א גערוך פון איר וכו', אדער זי רוימט נישט איר בעט; אירע חפצים פליען ארום די גאנצע שטוב, טאר מען איר נישט פארשעמען חס ושלום. גייט רעדט דאס דורך מיט מרת ... תחי', זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן צו די מיידל אז זי זאל נישט חס ושלום פארשעמט ווערן.


איר ווייסט נישט ווי גליקליך איר זענט מיט אייער מנהלת מרת ... תחי', זי איז פאר אייך א מתנה פון הימל. הערט אויס יעדע ווארט וואס זי זאגט אייך, דאס וועט אייך העלפן פאר אייער גאנץ לעבן, זי וועט שוין וויסן ווי אזוי צו רעדן מיט די מיידלעך; חס ושלום איר זאלט פארשעמען א צווייטן, דאס איז א שפיל מיט פייער. אז מען פארשעמט א צווייטן און יענער וויינט צום אייבערשטן נעמט זיך דער אייבערשטער אן פאר יענעם אפילו יענער איז נישט גערעכט.


איך האב אייך געגעבן א מתנה א ספר תהילים; זעט צו זאגן יעדן טאג תהילים. אין תהילים ליגן אלע ישועות, אין ספר תהילים ליגט אלע רפואות, אז איר קענט זאגן יעדן טאג דעם 'יום תהילים' איז גאר גוט, אבער אז איר האט נישט קיין צייט זאגט כאטש וויפיל איר קענט.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט הנאה האבן דעם זוממער, און איר וועט אהיים קומען אנגעפילט מיט אמונה.


א פרייליכן זוממער.

#3 - קיינער גלייכט נישט א מענטש וואס קריטיקירט
חיזוק פאר מיידלעך, טשעפען, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


זע אז דו זאלסט נישט איינטיילן פאר אנדערע מיידלעך ווי אזוי זיך צו פירן; דו זע זיך צו פירן אזוי ווי מען דארף, זאלסט טון דיין ארבעט פון רייניגן אזוי ווי דו דארפסט און לאז אפ אנדערע קינדער.


קיינער גלייכט נישט א מענטש וואס קריטיקירט; מענטשן האבן ליב איינער וואס געבט גוטע ווערטער פאר א צווייטן. אז דו וועסט געבן א גוט ווארט פאר אנדערע וועלן אלע דיר געבן גוטע ווערטער, אבער אז דו וועסט איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טון וועלן אלע זיך אפלאזן פון דיר. איך בעט דיר זייער ... תחי' זאלסט זיך אויסקומען מיט אנדערע מיידלעך; דו געב נאר אכטונג אויף דיר וועט אלעס זיין מסודר.


זע צו זאגן תהילים יעדן טאג; יעדע קאפיטל תהילים וואס מען זאגט ווערט אוועק געלייגט אין אן אקאונט, און חס ושלום ווען עס איז דא דינים אויפן מענטש נעמט מען אפיר די קאפיטלעך תהילים און דאס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.

#2 - דער וואס טשעפעט, איז דער רחמנות
חיזוק פאר מיידלעך, טשעפען, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח): דער וואס דרייט איבער פון כעס אויף רחמנות איז זוכה צו א גוט לעבן; יעדעס מאל מען האט צוטון מיט א צווייטן מענטש, אויב מען לייגט אריין אין די מעשה דאס ווארט "רחמנות", דאן טוישט זיך די גאנצע מעשה.


די גאנצע לעבן טוישט זיך אויב מען קוקט אויף א צווייטן מיט רחמנות; ווען מען האט צוטון מיט א שווערע מענטש און מען שפירט ווי מען קען עס מער נישט נעמען, דארף מען טראכטן: 'איין מינוט, ער איז דאך אזא רחמנות, ער ליידט דאך דאס מערסטע פון זיך אליין', דעמאלט פאלט אוועק די שנאה, מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז מען האט נישט די שלעכטע נאטור וואס דער אנדערער האט.


דעריבער בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך נישט צו טון מאכן ווען איינער שאפט אויף דיר; דו טראכט צו זיך איין ווארט: 'נעבעך...' אז יענער קומט נאכאמאל און שרייט אויף דיר: "וואס טוסטו נישט דאס? וואס טוסטו נישט יענץ?", און דו שפירסט שוין ווי דו קענסט עס מער נישט נעמען, טראכט די איין ווארט: 'נעבעך... יענער איז אזא רחמנות, יענער ווייסט נישט ווי אזוי צו רעדן; יענער מיינט אז די וועלט איז זיינס וכו', יענער טיילט איין פאר אנדערע וואס צו טון וכו''.


דו האסט אודאי געהערט פונעם גרויסן מפיץ ר' שמואל דוד יונגרייז זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש; איינמאל איז ער געגאנגען הפצה אין די פאנעוויטשע ישיבה אין בני ברק, ווען פלוצלינג קומט צו אים צו א בחור און הייסט אים ארויס גיין פון ישיבה, ער האט אים געטשעפעט און געטשעפעט ביז ר' שמואל דוד ז"ל האט זיך ארויס געכאפט א ווארט פון זיין מויל: "דו וועסט נאך ווארטן יארן לאנג פאר דיין שידוך!" ווען ר' שמואל דוד ז"ל איז ארויס פון בנין הישיבה האט אים זייער וויי געטון פארוואס ער האט געדארפט זאגן א שלעכט ווארט פאר יענעם בחור און ער האט נישט געהאט קיין מנוחה דערפון. ער איז צוריק אריין אין ישיבה אים אויפזוכן און געוויינט פאר אים ער זאל אים מוחל זיין, ביז דער בחור האט אים געזאגט: "איך בין דיר מוחל נאר אז דו גייסט שוין ארויס פון דא".


זעט מען פון דעם ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד לעבט; ער קוקט מיט אנדערע אויגן אויף א צווייטן. אנשטאט ווערן ברוגז אויף יענעם און ווארטן יענער זאל אים איבער בעטן, קוקט ער אויף יענעם מיט רחמנות'דיגע אויגן און בעט יענעם איבער. צו דעם קומט מען צו אז מען לעבט מיט אמונה; מען לויבט אין דאנקט דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט אין לעבן, אזוי ווי דער הייליגער "תם" האט זיך געפירט, ער איז געווען שטענדיג פרייליך און נישט געקוקט וואס א צווייטער זאגט.


זארג נישט פאר דיין שידוך; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין זיווג. דו בעט דעם אייבערשטן ווייטער אז דו זאלסט אויפשטעלן א שטוב וואו מען וועט לעבן מיטן אייבערשטן און מיט אמונת צדיקים.

#1 - דערשרעק זיך נישט ווען מ'לאכט פון דיר
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


זייט נישט צעקלאפט אז זיי לאכן פון אייך; דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט גוטע ערליכע נייע חבר'טעס ביי אונז אין שולע. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן דעם כלל: "אויב איינער דארף דיר נישט, זאלסטו אים טויזנט מאל מער נישט דארפן"; אויב איר זעט א מיידל לאכט פון אייך וכו', דארפט איר נישט ווערן צעבראכן דערפון, איר דארפט זיין שטארק ביי זיך און זאגן: "דו דארפסט מיר נישט, איך דארף דיר טויזנט מאל מער נישט", ווייל אז זי האט נישט קיין שכל און זי שפעט פון אייך איז א סימן אז זי איז זייער נאריש, אפילו זי האט ארום זיך נאכשלעפערס.


בכלל זאלט איר וויסן אז ווען איינער לאכט אפ פון א צווייטן, ווייזט דאס אז יענער איז פארפוילט פון אינעווייניג; אן ערליכער איד וועט קיינמאל נישט אפשפעטן פון א צווייטן, און זיכער נישט אין פארענט פון א צווייטן. די סימנים פון א איד איז (יבמות עט.): "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים"; א איד טשעפעט נישט א צווייטן, א גוטע מיידל איז נישט דער וואס גייט אנגעטון טייער, אויסגעפיצט און סטייליש וכו', א גוטע מיידל איז דער וואס געבט א גוט ווארט פאר יעדן איינעם, דער וואס מאכט נישט אוועק א צווייטן.


ווען איר גייט ארום ביי די טירן צוזאמנעמען געלט פאר די סקול און איינער זאגט אייך: "מיר געבן נישט פאר ברסלב", דארף דאס אייך נישט באדערן; דאס ווייזט אז די מענטשן זענען נישט קלוג, דאס ווייזט אז זיי טראכטן נישט וואס זיי רעדן, ווייל אפילו דו ווילסט נישט געבן פאר ברסלב וואס דארפסטו וויי טון א צווייטן איד? בפרט א קינד וועם די עלטערן שיקן אין די מוסד; אנשטאט זאגן: "מיר געבן נישט פאר ברסלב", זאג: "מיר האבן נישט קיין געלט", אדער אן אנדערע תירוץ, פארוואס פארשעמען? פארוואס טשעפען? אלא מאי, דאס זענען מענטשן וואס טראכטן נישט וואס זיי רעדן, דארף מען פון זיי נישט ווערן צעקלאפט.


שטארקט זיך און זעט צו זאגן תהלים יעדן טאג, וועט איר האבן הצלחה.