בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - קיינער גלייכט נישט א מענטש וואס קריטיקירט
חיזוק פאר מיידלעך, בין אדם לחבירו, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


זע אז דו זאלסט נישט איינטיילן פאר אנדערע מיידלעך ווי אזוי זיך צו פירן; דו זע זיך צו פירן אזוי ווי מען דארף, זאלסט טון דיין ארבעט פון רייניגן אזוי ווי דו דארפסט און לאז אפ אנדערע קינדער.


קיינער גלייכט נישט א מענטש וואס קריטיקירט; מענטשן האבן ליב איינער וואס געבט גוטע ווערטער פאר א צווייטן. אז דו וועסט געבן א גוט ווארט פאר אנדערע וועלן אלע דיר געבן גוטע ווערטער, אבער אז דו וועסט איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טון וועלן אלע זיך אפלאזן פון דיר. איך בעט דיר זייער ... תחי' זאלסט זיך אויסקומען מיט אנדערע מיידלעך; דו געב נאר אכטונג אויף דיר וועט אלעס זיין מסודר.


זע צו זאגן תהילים יעדן טאג; יעדע קאפיטל תהילים וואס מען זאגט ווערט אוועק געלייגט אין אן אקאונט, און חס ושלום ווען עס איז דא דינים אויפן מענטש נעמט מען אפיר די קאפיטלעך תהילים און דאס ראטעוועט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.

#2 - דער וואס טשעפעט, איז דער רחמנות
חיזוק פאר מיידלעך, בין אדם לחבירו, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח): דער וואס דרייט איבער פון כעס אויף רחמנות איז זוכה צו א גוט לעבן; יעדעס מאל מען האט צוטון מיט א צווייטן מענטש, אויב מען לייגט אריין אין די מעשה דאס ווארט "רחמנות", דאן טוישט זיך די גאנצע מעשה.


די גאנצע לעבן טוישט זיך אויב מען קוקט אויף א צווייטן מיט רחמנות; ווען מען האט צוטון מיט א שווערע מענטש און מען שפירט ווי מען קען עס מער נישט נעמען, דארף מען טראכטן: 'איין מינוט, ער איז דאך אזא רחמנות, ער ליידט דאך דאס מערסטע פון זיך אליין', דעמאלט פאלט אוועק די שנאה, מען דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז מען האט נישט די שלעכטע נאטור וואס דער אנדערער האט.


דעריבער בעט איך דיר זייער, זאלסט זיך נישט צו טון מאכן ווען איינער שאפט אויף דיר; דו טראכט צו זיך איין ווארט: 'נעבעך...' אז יענער קומט נאכאמאל און שרייט אויף דיר: "וואס טוסטו נישט דאס? וואס טוסטו נישט יענץ?", און דו שפירסט שוין ווי דו קענסט עס מער נישט נעמען, טראכט די איין ווארט: 'נעבעך... יענער איז אזא רחמנות, יענער ווייסט נישט ווי אזוי צו רעדן; יענער מיינט אז די וועלט איז זיינס וכו', יענער טיילט איין פאר אנדערע וואס צו טון וכו''.


דו האסט אודאי געהערט פונעם גרויסן מפיץ ר' שמואל דוד יונגרייז זכרונו לברכה, ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש; איינמאל איז ער געגאנגען הפצה אין די פאנעוויטשע ישיבה אין בני ברק, ווען פלוצלינג קומט צו אים צו א בחור און הייסט אים ארויס גיין פון ישיבה, ער האט אים געטשעפעט און געטשעפעט ביז ר' שמואל דוד ז"ל האט זיך ארויס געכאפט א ווארט פון זיין מויל: "דו וועסט נאך ווארטן יארן לאנג פאר דיין שידוך!" ווען ר' שמואל דוד ז"ל איז ארויס פון בנין הישיבה האט אים זייער וויי געטון פארוואס ער האט געדארפט זאגן א שלעכט ווארט פאר יענעם בחור און ער האט נישט געהאט קיין מנוחה דערפון. ער איז צוריק אריין אין ישיבה אים אויפזוכן און געוויינט פאר אים ער זאל אים מוחל זיין, ביז דער בחור האט אים געזאגט: "איך בין דיר מוחל נאר אז דו גייסט שוין ארויס פון דא".


זעט מען פון דעם ווי אזוי א ברסלב'ער חסיד לעבט; ער קוקט מיט אנדערע אויגן אויף א צווייטן. אנשטאט ווערן ברוגז אויף יענעם און ווארטן יענער זאל אים איבער בעטן, קוקט ער אויף יענעם מיט רחמנות'דיגע אויגן און בעט יענעם איבער. צו דעם קומט מען צו אז מען לעבט מיט אמונה; מען לויבט אין דאנקט דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט אין לעבן, אזוי ווי דער הייליגער "תם" האט זיך געפירט, ער איז געווען שטענדיג פרייליך און נישט געקוקט וואס א צווייטער זאגט.


זארג נישט פאר דיין שידוך; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין זיווג. דו בעט דעם אייבערשטן ווייטער אז דו זאלסט אויפשטעלן א שטוב וואו מען וועט לעבן מיטן אייבערשטן און מיט אמונת צדיקים.

#1 - דערשרעק זיך נישט ווען מ'לאכט פון דיר
חברים, חיזוק פאר מיידלעך, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, כ"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


זייט נישט צעקלאפט אז זיי לאכן פון אייך; דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט גוטע ערליכע נייע חבר'טעס ביי אונז אין שולע. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן דעם כלל: "אויב איינער דארף דיר נישט, זאלסטו אים טויזנט מאל מער נישט דארפן"; אויב איר זעט א מיידל לאכט פון אייך וכו', דארפט איר נישט ווערן צעבראכן דערפון, איר דארפט זיין שטארק ביי זיך און זאגן: "דו דארפסט מיר נישט, איך דארף דיר טויזנט מאל מער נישט", ווייל אז זי האט נישט קיין שכל און זי שפעט פון אייך איז א סימן אז זי איז זייער נאריש, אפילו זי האט ארום זיך נאכשלעפערס.


בכלל זאלט איר וויסן אז ווען איינער לאכט אפ פון א צווייטן, ווייזט דאס אז יענער איז פארפוילט פון אינעווייניג; אן ערליכער איד וועט קיינמאל נישט אפשפעטן פון א צווייטן, און זיכער נישט אין פארענט פון א צווייטן. די סימנים פון א איד איז (יבמות עט.): "רַחֲמָנִים, בַּיְישָׁנִין, וְגוֹמְלֵי חֲסָדִים"; א איד טשעפעט נישט א צווייטן, א גוטע מיידל איז נישט דער וואס גייט אנגעטון טייער, אויסגעפיצט און סטייליש וכו', א גוטע מיידל איז דער וואס געבט א גוט ווארט פאר יעדן איינעם, דער וואס מאכט נישט אוועק א צווייטן.


ווען איר גייט ארום ביי די טירן צוזאמנעמען געלט פאר די סקול און איינער זאגט אייך: "מיר געבן נישט פאר ברסלב", דארף דאס אייך נישט באדערן; דאס ווייזט אז די מענטשן זענען נישט קלוג, דאס ווייזט אז זיי טראכטן נישט וואס זיי רעדן, ווייל אפילו דו ווילסט נישט געבן פאר ברסלב וואס דארפסטו וויי טון א צווייטן איד? בפרט א קינד וועם די עלטערן שיקן אין די מוסד; אנשטאט זאגן: "מיר געבן נישט פאר ברסלב", זאג: "מיר האבן נישט קיין געלט", אדער אן אנדערע תירוץ, פארוואס פארשעמען? פארוואס טשעפען? אלא מאי, דאס זענען מענטשן וואס טראכטן נישט וואס זיי רעדן, דארף מען פון זיי נישט ווערן צעקלאפט.


שטארקט זיך און זעט צו זאגן תהלים יעדן טאג, וועט איר האבן הצלחה.