בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#65 - יישר כח פאר'ן פירן די שאטל אין שטעטל
הכרת הטוב, מחלוקת, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


א גרויסן גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן בויען דעם שטעטל. דו טראכסט 'וואס טו איך שוין אויף מיט'ן טאג? איך פאר ארום און ארום מיט'ן שאטעל וכו' וכו'...' דו מיינסט דו טוסט גארנישט, איך זאג דיר אבער אז דאס איז מיר זייער וויכטיג. איך האב דאס געקויפט פאר אסאך געלט, און עס קאסט מיר אסאך געלט, אבער דאס איז זייער א וויכטיגע זאך פאר די שטעטל; פרויען זאלן נישט זיין איינגעשפארט אין די שעות ווען די מענער ארבעטן, זיי זאלן קענען ארויסגיין פון שטוב איינקויפן, ערלעדיגן און זיך אויסלופטערן.


איך האף דו האסט סבלנות פאר די ארבעט; ארבעטן פאר'ן כלל איז נישט קיין גרינגע זאך, יעדער וויל עפעס אנדערש, יעדער וויל וואס איז גוט פאר אים; מען דארף אסאך סבלנות.


דא איז די פלאץ צו באדאנקען איינע פון די חשוב'ע איינוואוינער, איינער וואס איז ביי מיר זייער חשוב, הרב שמעון ק. נרו יאיר, ער העלפט מיר מיט'ן שאטעל, ער טוט דאס שלא על מנת לקבל פרס, נישט צו פארדינען עפעס, אלא על מנת שיקללו אותי, שסיקלו אותי... אזוי פאסירט ווען מען טוט פאר'ן כלל, קיינעם פאלט נישט איין צו זאגן: "יישר כח", "איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן", קיינער טראכט נישט 'איינער זארגט פאר מיר', 'איינער טראכט פאר מיר זאל גוט זיין'; חוזק מאכן - דאס יא, פליקן און טשעפען - דאס יא, און נאכדעם מיר קומען זאגן: "ראש ישיבה די שטעטל איז הערליך, מען האט זיך ליב, מען לעבט בשלום", אזא שלום ווי די אראבער ווילן, שלום און זיך שטעכן.


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן, זאלסט האבן א פרייליכן פסח.

#64 - אויב איז נישטא קיין שלום, איז גארנישט ווערד
מחלוקת, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן; נאר מיט די הילף פון אנשי שלומינו האלטן מיר דא.


עס איז נישט צום באגרייפן ווי שנעל די שטעטל בויט זיך, מיט אזא סייעתא דשמיא. עס פילט זיך שוין היינט אן די מקוה טהרה, איך האב באקומען בילדער ווי יעדער לייגט צו א האנט צו ענדיגן די מקוה טהרה, עס איז אזוי שיין צו זען ווי יעדער טוט, יעדער מאכט; ממש א מחי'.


אזוי אויך אין מצה בעקעריי. מענטשן וואונדערן זיך ווי אזוי דער שטעטל בויט זיך אזוי שיין, אזוי שנעל; נאר מיט די געטריישאפט פון אנשי שלומינו.


איך וויל אבער זיין זייער אפן מיט דיר; מיר קענסטו נאר העלפן אויב דו האסט נישט פיינט אנדערע אידן, אויב דו האסט א פיינטשאפט אויף א צווייטן איז מיר גארנישט אינטערעסאנט דיין הילף. איך דארף נישט קיין מוסד, קיין שטעטל, קיין חדר, קיין מצה בעקעריי, בית התבשיל, הדפסה, קיין גארנישט - אויב דאס קומט מיט פיינטשאפט.


אז אין ... שול בייסט מען זיך איינער דעם צווייטן - וועל איך טוישן מיינע פלענער, איך וועל בלייבן פסח אין וויליאמסבורג. נעכטן נאכט האט מען זיך מבזה געווען איינער דעם צווייטן, פארשטייט זיך לשם שמים; דער וויל העלפן די שטעטל מיט גוי'טעס - בארעדט ער דעם און יענעם, א צווייטער נעמט זיך אויס קלאר ווען מען בעט אים געלט פאר די מוסדות - אז ער געבט נישט קיין געלט אויב די געלט גייט פאר דעם און דעם פאנדרעיזער; אויב איז דא פיינטשאפט - בין איך נישט דארט.


ענדערש העלף מיר נישט, ענדערש זאל די גאנצע מוסד צעפאלן - אויב גייט עס נאר מיט פיינטשאפט.

#63 - וואויל איז דעם וואס שווייגט אפ אויף בזיונות
מחלוקת, וויכוחים, בזיונות, סיפורי צדיקים, חסידות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


אז אייער שוועסטער טשעפעט אייך וועגן ברסלב, מען שפעט פון היכל הקודש, מען העצט אויף די משפחה קעגן אייך - זאלט איר נישט צוריק טשעפען.


דער רבי האט אונז געלערנט: "ענדערש זיין פון די נרדפים, ווי איידער זיין פון די רודפים", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:): "הַנֶּעֱלָבִים וְאֵינָם עוֹלְבִים", די וואס ווערן פארשעמט און זיי פארשעמען נישט צוריק, "שׁוֹמְעִין חֶרְפָּתָם וְאֵינָן מְשִׁיבִין", זיי הערן ווי מען שענדט זיי און ענטפערן נישט, "עוֹשִׂים מֵאַהֲבָה וּשְׂמֵחִים בְּיִסּוּרִים", זיי דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט און פרייען זיך מיט אלעס וואס דער אייבערשטער שטראפט זיי, אויף זיי זאגט דער פסוק (שופטים ה, לא): "וְאוֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבוּרָתוֹ", לעתיד לבוא ווען משיח וועט קומען וועלן זיי שיינען דריי הונדערט און דריי און פערציג מאל שטערקער ווי די זון שיינט יעצט.


מוהרא"ש דערציילט, אמאל איז דער טשערינער רב זכרונו לברכה געגאנגען מיט איינעם פון אנשי שלומינו צום הייליגן רבינ'ס ציון, אויפ'ן וועג איז געקומען א מתנגד און געווארפן אויפ'ן טשערינער רב א שטיק צואה. דער טשערינער רב איז געגאנגען מיט א שיינע זיידענע בעקיטשע און די בעקיטשע איז אים פארשמירט געווארן, ער האט זיך אבער נישט וויסנדיג געמאכט פון דעם, ער איז ווייטער געגאנגען כאילו לא הי'. דער אנדערער וואס איז מיטגעגאנגען מיט'ן רב האט זיך אויסגעדרייט צום מתנגד און געשריגן אויף אים "שגץ, שעם זיך, דרך ארץ!" און דער מתנגד האט צוריקגעשריגן וכו', האט דער טשערינער רב אים אנגעכאפט און געזאגט: "שווייג, דאס איז דאך אונזער זאך, דער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן שווייגן", און ער האט צוגעלייגט: "אויב א מענטש שווייגט אפ אויף בזיונות איז ער זוכה צו גאר שיינע זאכן אויף די וועלט".


וואויל איז דעם וואס שווייגט אפ אויף בזיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#62 - מען טאר נישט פארטרייבן קיין שום מענטש פון א שמחה
כיבוד אב ואם, מחלוקת, שלום, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל.


זאג דיין ווייב תחי' זי זאל נישט זיין בייז אויף מיר אז איך האב נישט געלאזט ארויסטראגן איר טאטע פון די שמחה. מען טאר נישט פארטרייבן קיין שום מענטש פון א שמחה, אפילו א פיינט, כל שכן א טאטע מאמע - זאלן זיי זיין ווער זיי זאלן זיין.


א בחור האט מיר דערציילט אז נישט לאנג צוריק איז ער געווען ביי א באווארפן, דער חתן קומט פון א צעבראכענע שטוב פול מיט מחלוקות. דער טאטע האט נישט געגעבן קיין געלט פאר די חתונה און עס איז געווארן א שרעקליכע פייער אז ער טאר נישט קומען. למעשה איז ער געקומען צום דאווענען און מען האט אויסגערופן אז דער חתן גייט נישט עולה זיין לתורה ביז דער טאטע גייט ארויס פון שול; הנשמע כזאת?! ווי איז דאס געהערט געווארן ביי אידישע קינדער ארויס צו טראגן פון א שמחה א צווייטער איד?! על זה דוה לבנו, דער בית המקדש איז דאך חרוב געווארן צוליב אזא מעשה, צוליב קמצא בר קמצא.


זאג דיין ווייב, אז זי שפירט זי קען זיי נישט רופן צו די קומענדיגע שמחה - איז איין זאך, אבער אוועקשיקן איז א זאך וואס א איד טאר נישט טון, און אויב די שמחה וועט זיין ביי אונז אין היכל הקודש - וועל איך נישט ארויסשיקן און פארשעמען.


זיי נישט בייז אויף מיר, איך טו נאר וואס די תורה זאגט.


קענסט איר ווייזן דעם בריוו.

#61 - אכטונג געבן פונעם יצר הרע וואס ברענגט אריין פאלשע ענוה
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, התחזקות, תהלים, מחלוקת, שלום, זעלבס זיכערקייט, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייערע בריוון.


איך פריי זיך זייער אז איר זאגט תהילים, נאך מער פריי איך זיך זייער צו הערן פון אייך אז אין סקול הערשט אחדות און ליבשאפט, די שענסטע זאך איז אחדות און ליבשאפט.


יעצט איז דא א מלחמה צווישן צוויי גרויסע לענדער, רוסלאנד מיט אוקריינא; וואו מען גייט און וואו מען שטייט זאגן אלע 'פארוואס דארף מען זיך קריגן?' מענטשן האבן נישט קיין כח פאר מלחמות, אבער קיינער כאפט זיך נישט אז מיר דארפן אליינס אנהויבן לעבן בשלום, זיך נישט קריגן איין איד מיט'ן צווייטן.


דעריבער, אז איר שרייבט מיר ווי שיין מען לעבט אין סקול, אלע מיידלעך ליבן זיך, גרויסע מיט קליינע צוגלייך, - איז דאס פאר מיר א גרויסע שמחה.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט קיינעם נישט מקנא זיין. איר זענט זייער א טייער קינד, אייערע לערערינס און די מנהלת זאגן אויף אייך אז איר זענט פון די בעסטע תלמידות; דארפט איר נאר אכטונג געבן פונעם יצר הרע וואס כאפט זיך צומאל אריין אין די כשר'ע הערצער מיט פאלשע ענוה, ער צעברעכט, ער מאכט שפירן ווי מען איז ווייניג חשוב, אנשטאט ארומגיין מיט א פרייליכע מוט צו געדענקען און צו וויסן אז מיר זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער, מאכט ער מען זאל זיך שפירן שולדיג.


דעריבער זאלט איר ארומגיין מיט איין מחשבה, א גאנצן טאג טראכטס: 'דער אייבערשטער איז גוט צו מיר', 'איך בין גוט'; דאס איז די שליסל אריין צו קומען צו קדושה.


שרייבט מיר אלע אייערע סיומים פון ספר תהלים.

#60 - קלוגע פרויען ווייסן ווי אזוי צו רעדן צום מאן מיט שעצונג און כבוד
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך זע דעם רוצח ווי ער וויל קומען צו אייער שטוב, לאזט אים נישט אריינקומען, עפנט נישט די טיר; ווען ער קומט זאלט איר אים זאגן: 'גיי צו א צווייטע שטוב, קום נישט צו מיר'.


איר וועט נישט אזוי שנעל פטור ווערן פון אים, דאס איז א מלחמה א גאנץ לעבן; דער סמ"ך מ"ם וויל זיך אריינזעצן ביי יונגע פארפעלקער זיי חרוב מאכן דאס לעבן דורך מחלוקות און קריגערייען, לאזט נישט ביי אייך אין שטוב קיין מחלוקות, דערמאנט נישט אייער מאן אלטע זאכן, אייער מאן איז וואויל, ער וויל זיין א צדיק, ער דארף נאר די גוטע געפיל צו שפירן ווי ער איז חשוב אין אייערע אויגן.


בעט איך אייך זייער, געבט אים דעם געפיל; און אויב חס ושלום ער פארלירט זיך - זאלט איר פרובירן ווייטער אים צו שעצן, אים מאכן שפירן גוט. ביי מיר זענט איר זייער חשוב, ביידע פון ענק; איך געב אוועק אזויפיל צייט נאר פאר ענק, איר זאלט לעבן א חיים טובים.


מענער האבן א נאטור זיי ווילן שפירן ווי מען האלט פון זיי, זיי האבן נישט ליב ווען מען זאגט זיי, ווען מען מאכט זיי אוועק; דעריבער, די קלוגע פרויען ווייסן ווי אזוי צו רעדן צום מאן מיט שעצונג און כבוד; איך ווייס פון מעשיות וואס דער מאן איז נישט קיין קליינער נאר און אויך נישט קיין גרויסער חכם, די ווייב רעדט צו אים אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש און די קינדער זייערע שיינען און לייכטן.


בקיצור, צוריק צום אנהויב, פארמאכט אייער טיר, לאזט נישט אריין דעם רוצח; ווען אימער עס צינדט זיך אן א כעס, א ווייטאג, גייט צום טיר און זאגט: 'אנטשולדיגט, נישט ביי אונז אין שטוב; ביי אונז אין שטוב וואוינט די שכינה הקדושה, ביי אונז איז דא שלום'.


איר קענט קומען זונטאג, איך וועל מאכן צייט פאר ענק; איך וועל ענק העלפן מאכן ענקער שטוב א פלאץ פאר די שכינה הקדושה.

#59 - מיט חכמה קען מען שלום מאכן צווישן די מאמע און שוויגער
כיבוד אב ואם, מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, סיפורי צדיקים, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


משפחת ... שתחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט חכמה קענט איר אלעס צוריק דרייען, נעמט די טריק פון אהרן הכהן. די הייליגע חכמים דערציילן (אבות דרבי נתן יב, ג) ווי אזוי אהרן הכהן פלעגט שלום מאכן צווישן צוויי פיינט, ער האט געזאגט פאר איינעם: "דיין חבר וויל זייער שטארק רעדן מיט דיר אבער ער שעמט זיך פון וואס עס איז געווען, ער האט חרטה, ער זאגט א גאנצן צייט, הלוואי ווען ער קען ווען צוריק דרייען", נאכדעם איז אהרן הכהן געגאנגען צום צווייטן מיט די זעלבע מעשה, אים אנגערייצט אז יענער וויל שלום מאכן, יענער האט חרטה, ער שעמט זיך פון דיר, נאכדעם ווען די ביידע האבן זיך געטראפן זענען זיי ארויפגעפאלן איינער אויפ'ן צווייטן, זיך געהאלזט און געקושט, און געווארן נאנטע חברים.


אזוי זאלט איר טון, ווען איר רעדט מיט אייער מאמע זאלט איר זי זאגן ווי שטארק אייער שוויגער שעמט זיך אז זי איז נישט געקומען וכו', און ווען אייער מאן רעדט צו זיין מאמע זאל ער אריינווארפן גוטע ווערטער פון אייער מאמע.


באלד קומט פורים, מאכט א שפיצל, מאכט צוויי שיינע משלוח מנות'ער; ווען איר גייט צו אייער מאמע זאלט איר זאגן: "איך קום פון מיין שוויגער, זי שיקט דיר די שיינע משלוח מנות", און ווען איר גייט צו אייער שוויגער זאגט איר: "דאס איז פון מיין מאמע"; אזוי וועט איר זיין בבחינת אהרן הכהן, אוהב שלום ורודף שלום.


אזוי אויך ווען איינער רעדט שלעכט אדער מאכט חוזק - זאל מען דאס חס ושלום נישט איבערזאגן. ווען איר רעדט מיט אייער מאמע און זי זאגט עפעס א שלעכט ווארט - זאלט איר עס נישט טראגן ווייטער, אפילו אייער מאן דארף דאס נישט הערן. פאר אייער מאן זאגט: "מיין מאמע רעדט זייער שיין פון דיינע עלטערן און אוודאי פון דיר", און ווען אייער שוויגער זאגט עפעס א קרום ווארט - שלינגט עס אראפ.


דאס האב איך געלערנט פון מיין טייערע מאמע, זי פלעגט אונז אלץ זאגן: "האסט א גוט ווארט אויף א צווייטן - זאג עס איבער פאר יענעם, האסט א שלעכט ווארט - שלינג עס אראפ"; מיין מאמע תחי' זאגט אז זי האט דאס געלערנט פון איר מאמע, מיין באבע רחל לאה עליה השלום. מיין מאמע תחי' זאגט, איך לייג צו נאך שטערקער: "האסט א שלעכט ווארט - שלינג עס אראפ, אפילו דו דערשטיקסט זיך"; ענדערש טשאו"ק זיך, ווי איידער טראגן א נישט גוטע ווארט.


 איין גוט ווארט קען מאכן א שלום, און איין שלעכט ווארט מאכט מחלוקות, און אלע צרות קומט פון מחלוקות, אלע קראנקהייטן קומט פון מחלוקות. אזוי זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יד): "כִּי כָּל הַחוֹלַאַת בָּאִין עַל יְדֵי בְּחִינַת מַחֲלֹקֶת", אלע קראנקהייטן קומען פון קריגערייען.


אין דעם זכות פון מאכן וואס אהרן הכהן האט געמאכט - וועט איר זוכה זיין צו זען א גרויסע ישועה, איר וועט זען באשיינפערליך ווי דער אייבערשטער וועט מאכן גרויסע נסים.

#58 - נישט זיין אנגעהאנגען אין קיינעם, נאר אינעם אייבערשטן
חברים, אמונה, מחלוקת, שלום, מדות טובות, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס זעט מיר אויס פון אייערע ווערטער ווי איר האט שוין פארגעסן די שיינע זאכן וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא. איינע פון די וויכטיגסטע זאכן וואס מוהרא"ש לערנט אונז - אז מיר זאלן נישט זיין אנגעהאנגען אין קיינעם, נאר אינעם אייבערשטן, מיר זאלן נישט מאכן פון קיינעם קיין מציאות; אלע מחלוקות און פראבלעמען פאסירן ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען הויבט אן מאכן א מציאות פון א בשר ודם.


אויב איינער וויל נישט רעדן מיט אייך, וואס דארף אייך דאס שטערן פאר אייער לעבן? אז א צווייטער וויל נישט האבן מיט אייך - וואס דארף אייך דאס אראפווארפן? די מיידל וואס רעדט צו אנדערע מיידלעך וועגן אייך - וועט אייך נישט שאטן, קיינער קען גארנישט צונעמען פון אייך; אז איר וועט זיך אויפפירן גוט, איר וועט העלפן אייער מאמע, איר וועט זיך פירן מיט גוטע מידות – וועט איר האבן א גוטע נאמען, איר וועט טרעפן א גוטע שידוך.


דאס איז דער לימוד וואס מוהרא"ש לערנט מיט אונז; מיר זאלן זיין אזוי פעסט מיט די אמונה אינעם אייבערשטן, מיר זאלן זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם נאר אויף אים.


איך שרייב אייך דא א שטיקל פון די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן (צוואת מוהרא"ש אות ח-ט), חזר'ט דאס יעדן טאג - וועט איר ווערן אזוי שטארק, קיין שום זאך אין די וועלט וועט אייך נישט קענען צעברעכן:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.


דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן.


אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיין נֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן, אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן.


פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם. אַ אִיד וָואס גְלֵייבְּט אָבֶּער אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר פַארְלָאזְט זִיךְ אִינְגַאנְצְן נָאר אוֹיפְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דַאן אִיז עֶר זֵייעֶר מַצְלִיחַ".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - עס איז נישט קיין פראבלעם צו געבן פארן קינד א צומי
קינדער, שלום בית, מחלוקת, שלום, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו געבן פארן קינד א צומי; עס פאסירט גארנישט מיט די ציינער, דאס איז באבע מעשיות.


ווערט נישט באליידיגט אז אייער עלטער באבע האט אייך ארויסגעשיקט פון איר שטוב ווייל איר געבט א צומי פאר אייער קינד, זייט נישט באליידיגט; אן אנדערע מאל ווען איר גייט איר באזוכן זאלט איר געדענקען אוועקצולייגן די צומי, אזוי וועט איר נישט ווערן געטשעפעט.


אז די עלטער באבע שרייט: "נישט געבן די צומי" - איז נישט געפערליך; איך האב ביי מיר א קאפל, זיי קריגן זיך שוין עטליכע יאר; דער מאן שרייט אז די צומי איז נישט געזונט, עס פארדריידט די ציינער, די פרוי וואלט נאכגעגעבן דעם מאן, זי זוכט נישט דוקא יא צו געבן א צומי, זי זוכט נישט קיין מחלוקת, אבער וואס זאל זי טון אז זי פאלט פון אירע כוחות, זי וויל אביסל שלאפן, פאר אפאר מינוט זיך קענען פארמאכן אירע אפגעמאטערטע אויגן - געבט זי א צומי דעם קינד, קומט דער מאן און שלעפט ארויס די צומי, מיט'ן טענה אז די ציינער גייען וואקסן קרום. הויבט דאס קינד אן וויינען, וועקט זיך אויף די מאמע, וויינט די מאמע צום מאן: "לאז מיך אביסל שלאפן, לאז מיך אטעמען", איך פרוביר רעדן מיט דעם אינגערמאן, זאגט ער מיר: "דער ראש ישיבה פארשטייט נישט, דער ראש ישיבה ווייסט נישט - ווי שעדליך א צומי איז".


דאס איז א צרה; אז מאן און ווייב קריגן זיך ארום וועגן א צומי - דאס איז א פראבלעם. ביי אייער פאל אז אייער מאן איז מיט אייך, ער האט נישט קיין פראבלעם וואס איר טוט, נאר די עלטער באבע, זי האט אייך געהייסן אהיים גיין וכו', - זאלט איר נישט זיין באליידיגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - פארוואס טשעפען די ווייב אויף די עוולות פון איר מאן?
תפילות אויף אידיש, חברים, חיזוק פאר פרויען, מחלוקת, שטעטל, שלום, מדות טובות, דירה, אחדות, בית דין

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך וויל אייך פרעגן א שאלה, וואס איז מרת ... שולדיג אז איר מאן האט אייך געבויט א הויז מיט טויזנט פראבלעמען?! וואס איז זי שולדיג אז איר מאן איז א גנב? וואס איז זי שולדיג אז זי האט א מאן א פארברעכער?!


איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען קען זיין אזוי נאריש, אז איר זענט נאכאלץ נישט צופרידן פון אייער מקח – האט איר צוויי ברירות; אדער רופט אים צו דין תורה, און וואס בית דין וועט פסק'ענען וועט מען מקיים זיין, אדער קענט איר פארקויפן די הויז און קויפן פון א גוי, אדער זיך אוועקציען און עס וועט זיין שלום על ישראל; אבער פארהאלטן די פרוי איז א זאך וואס מען טאר נישט טון.


איך לייד פון דעם זייער אסאך, צענדליגער מאל האבן פרויען מיר וויי געטון מיט'ן גיין צו מיין ווייב און איר פארהאלטן: "פארוואס טוט דער ראש ישיבה אזוי?" "פארוואס זאגט דער ראש ישיבה אזוי?" ווען איך קום אהיים און איך זע מיין ווייב וויינען – ווייס איך שוין מיט וועם זי האט היינט גערעדט...


מיין ווייב איז בכלל נישט קיין שוואכע, זי האט מיר אלץ נאר מחזק געווען. זי איז אריבער שווערע בזיונות; ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה האט מען ארום געשיקט בריוו פאר אלע שכנים מען זאל אפהאקן קשר מיט מיין ווייב און קינדער, מען האט געשיקט אויף די פאסט פאר די גאנצע גאס בריוו אין אידיש און אין ענגליש (מיר האבן אוועקגעלייגט פון אלע בריוו און פאשקעווילן). אויך האט מען געמאכט הפגנות קעגן מיין ווייב, מען האט איר זייער געטשעפעט, עד היום ווען מיין ווייב דערמאנט זיך פון די טעג – וויינט זי, אבער גארנישט האט איר שוואך געמאכט, עס האט וויי געטון אבער נישט אפגעשוואכט; אבער ווען נאנטע חבר'טעס, נשות אנשי שלומינו האבן נישט קיין שכל, זיי רופן און הויבן אן רעדן צו איר קעגן איר מאן – דאס קען זי נישט נעמען. זי פרעגט מיך אסאך מאל: "זאל איך צוריק פרעגן שאלות פון זייער מאן וכו'?" מיר טוען דאס נישט, מיר טשעפען נישט אנדערע.


אינטערעסאנט, דער בויער האט מיר אויך געבויט א הויז אין שטעטל, איך און מיין ווייב זענען אים זייער דאנקבאר, מיר האבן נאר הכרת הטוב פאר'ן אונז בויען אזא געשמאקע הויז. ברוך ה' ביי אונז איז אויך דא זאכן וואס מען דארף פאררעכטן, און זאכן וואס מען קען נישט פאררעכטן, וואס האט דאס מיט יענעם? דאס האט מיר מיר אליינס; מיר בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן האבן אלעס וואס מיר דארפן.


דער אינגערמאן וואס בויט די הייזער אין שטעטל איז נישט קיין גנב, נישט קיין פארברעכער, ער איז זייער ערליך אין געלט. עס איז אינטערעסאנט צו זען וואס פאסירט נאכן קויפן, ווי אזוי מען פירט זיך אויף; אבער דאס צו טון מיט זיין ווייב, איר וויי טון, איר טשעפען - איז א שרעקליכע עולה! טראכטס ווי אזוי איר וואלט געשפירט ווען מען זאל אייך אנהויבן זאגן זאכן אויף אייער מאן; נישטא קיין שום תירוץ דאס צו טון!


איך בעט אייך און איך בעט אלע פרויען, העלפט מיר בויען דעם שטעטל, שטעלט מיר נישט אונטער קיין פיסלעך, לייגט מיר נישט אונטער שטיינדלעך; איך ארבעט אזוי שווער אהערצושטעלן א שטאט על שם רבינו, א פלאץ פון ליבשאפט און אחדות; פארוואס זאל מען זיך בייסן.


ווען מיר האבן אנגעהויבן די שטעטל האב איך ענק געזאגט און געשריבן: "אויב וועט זיין אחדות צווישן אייך – וועלן אלע גוים פארקויפן פאר ביליג"; אנהויב איז אזוי געווען, מען האט געקויפט הייזער ממש בחנם, יעצט גייען די פרייזן ארויף העכער און העכער, די שכנים ווילן נישט פארקויפן; ווער איז שולדיג אין דעם? מיר אליינס, מיר בייסן זיך, מיר קענען זיך נישט ליידן.


איך ענדיג מיט א תפלה: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קענען אריין ברענגען שלום צווישן אנשי שלומינו".


א צעבראכענע הארץ.

#55 - מיט א שטארקע אמונה, ווערט מען נישט אריינגעשלעפט אין קיין מחלוקת
אמונה, מחלוקת, שלום, פירושים, משלי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


שלמה המלך זאגט (משלי יז, ט): "מְכַסֶּה פֶּשַׁע מְבַקֵּשׁ אַהֲבָה, וְשֹׁנֶה בְדָבָר מַפְרִיד אַלּוּף".


ווען א מענטש לעבט מיט'ן אייבערשטן, ער האט א שטארקע אמונה, א ריינע אמונה, ער ווייסט אז אלעס וואס פאסירט מיט אים קומט פונעם אייבערשטן - דער ווערט נישט אריינגעשלעפט אין קיין מחלוקת. אפילו מענטש טוען אים שלעכטס איז ער "מְכַסֶּה פֶּשַׁע", - ער דערמאנט נישט די שלעכטס, "מְבַקֵּשׁ אַהֲבָה", - דאס איז א סימן אז ער האט ליב דעם אייבערשטן. אבער דער וואס לעבט נישט מיט אמונה, דער איז "וְשֹׁנֶה בְדָבָר", - ער זוכט אלץ איבער צו חזר'ן אלטע ווייטאג, "מַפְרִיד אַלּוּף" - דאס איז א סימן אז ער האט זיך אפגעטיילט פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג זוכן דעם אלופו של עולם, אזוי וועלן מיר זיין באליבט ביי אים; "מְבַקֵּשׁ אַהֲבָה" - מיר וועלן ברענגען ליבשאפט פונעם אייבערשטן צו אונז, והבן למעשה.


 

#54 - נישט חוזק מאכן פון אנדערע
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, מוסדות, מחלוקת, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


ווען מיידלעך מאכן חוזק פון אנדערע - זאלט איר פארדרייען די שמועס.


עס איז נישט שיין חוזק צו מאכן פון אנדערע, בפרט פון די וואס ארבעטן פאר די מוסד; מען דארף שעצן די וואס ארבעטן פאר די מוסד, מען דארף העלפן די מוסד, נישט זוכן ווי מען קען לאכן אדער חוזק מאכן.


וויסן זאלט איר, די וואס מאכן חוזק פון דעם און יענעם, די מאכן חוזק פון דיר אויך; אונטער אייער רוקן, ווען איר וועט נישט הערן - וועלן זיי חוזק מאכן פון אייך. דעריבער זאלט איר אכטונג געבן נישט צו נעמען א טייל ווען מען מאכט חוזק פון אנדערע.


הלואי זאלן די תלמידות זיין א חלק פון די מוסד, זוכן צו העלפן מיט וואס מען קען און זיך באדאנקען פאר אלע וואס ארבעטן אזוי שווער; פאר די דרייווערס, פאר דעם מענידזשער, פאר יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - איך האלט אין איין באקומען גוטע גרוסן פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים
חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום, בית המדרש, ירושלים, חלומות, קידוש ה'

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערער חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך האלט אין איין באקומען גוטע גרוסן פון די שול; איך האב זייער הנאה אז דער שול איז א פלאץ וואס מאכט שיין דעם רבינ'ס נאמען, צוביסלעך ווערן מקורב נאך און נאך מענטשן, מען זעט דאס שיינקייט פון הייליגן רבי'נס פלאץ.


איך שיק אייך א בריוו וואס איך האב באקומען די וואך, איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די בריוו, ווייל יענער שרייבט קלאר עס איז אים נמאס געווארן אין ברסלב פון די אלע מחלוקות'ער, ער האט געזוכט א פלאץ אן קיין פאליטיק, ער איז זיך מחי' צו דאווענען ביי אונז אין שול.


היינט בין איך אויפגעשטאנען מיט אן אינטערעסאנטע חלום, ווי איך בין נאכאמאל אין ירושלים; איך האף דער חלום וועט מקוים ווערן, איך וועל בקרוב זיין מיט אייך.


דא האט איר דעם בריוו:


לכבוד ...


אני אברך צעיר חסיד ברסלב, עד לא מזמן הייתי גר בירושלים עיה"ק. עוד בתור בחור זכיתי להכיר את הרב דרך השיעורים המיוחדים ו'החיזוק יומי', אך מעולם לא ראיתי את הרב.


שאבתי מהם אמונה ובטחון, שמחה, דרך בתפילה והתבודדות, דרך ללימוד התורה, קדושה, עצות לשלום בית, והסתכלות בריאה על החיים ועוד הרבה דברים טובים. זכיתי בזכות הדיבורים של הרב, בס"ד, לסיים יותר משלש פעמים את הש"ס משניות, ועוד הרבה ספרי קודש, החיזוקים שלכם עזרו לי הרבה. עם כל זאת אני לא מגדיר את עצמי מאנשי 'היכל הקודש' ולכן רציתי לכתוב לכם על הרגשותי כלפי ביהמ"ד 'היכל הקודש' ירושלים:


בשנים האחרונות בהרבה בתי כנסיות של ברסלב התחילו להסתכל על כל אחד מי הוא ומה הוא בגלל כל מיני מחלוקות על מחלוקות עוד מימי מוהרא"ש זצ"ל עד ימינו אנו, פשוט נמאס לי וכמעט שלא התפללתי בברסלב למרות שב"ה לא לקחתי שום צד במחלוקות הטיפשיות האלו.


תקופה אחרי שנפתח בית המדרש 'היכל הקודש' בירושלים נכנסתי לשם להתפלל, וכך מידי פעם באתי להתפלל בביהמ"ד, לאט לאט התחלתי לשים לב לדברים מיוחדים שיש בביהמ"ד הזה שלא רואים בשום מקום. רבינו הקדוש אמר: "העולם ראוי שיתמהו על האהבה שבינינו", ב'היכל הקודש' נותנים כזו תחושה טובה ומאירים פנים לכל מי שמגיע לביהמ"ד, לא משנה אם הוא שייך לקהילה או לא, מי שמתפלל שם ישר שם לב שאין שם שום פוליטיקה וגאוה בין המתפללים, כולם מכבדים אחד את השני, שמחים אחד עם השני, בצורה שאין בשום מקום אחר. זה מאוד חימם לי את הלב, תמיד האירו לי פנים, הראו לי איפה יש מקום לישב וכו' וכו' אשריכם שזכיתם.


עוד דבר מיוחד מאוד, בד"כ אחרי התפילה דרך העולם שהחברים מדברים קצת גם ב'היכל הקודש' מדברים אבל מעולם לא שמעתי את החברים שם מדברים לשון הרע ורכילות פוליטיקה ומחלוקת, בתוך הדברים הם שוזרים דיבורי אמונה והנהגות טובות ועל זה עוד הפעם אשריכם שזכיתם.
על כאלו חסידים נאמר מפי רביז"ל מלכים וקיסרים יכולים לשלוח אלי את בניהם כדי ללמוד דרך ארץ. כשרואים את התלמידים שלכם עם הדבר הכי חשוב "בין אדם לחבירו". בלי פילפולי השקר של מה זה ברסלב ומה לא.
ושוב מודה על הדברים הטובים שזכיתי בזכותכם, תאירו את העולם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#52 - חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת
כיבוד אב ואם, שלום בית, תהלים, מחלוקת, נעגל וואסער, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויחי, י"א טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו פירסט דיין שטוב בקדושה ובטהרה, דו און דיין ווייב גרייטן אן נעגל וואסער, איר גייט נישט אראפ פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער; דאס איז די פונדאמענט פון א ריינע שטוב.


בנוגע דיין שווער און שוויגער וואס קריגן זיך און דיין ווייב ווערט אריינגעמישט; זאג דיין ווייב אז זי זאל זיך נישט מישן, זי זאל שטיין פון די זייט. עס איז זייער ווייטאגליך פאר קינדער צו זען ווי עלטערן קריגן זיך, עס איז דא א גרויסע יצר הרע זיך אריין צו מישן; מען דארף אבער טון וואס דער אייבערשטער זאגט און חס ושלום ווערן אריינגעדריידט אין מחלוקת.


דו זאלסט זאגן יעדן טאג אביסל משניות און גמרא, און דיין ווייב זאל זאגן אביסל תהלים, און ביידע פון ענק זאלן בעטן דעם אייבערשטן אויף ענקער פשוט'ע שפראך אלעס וואס איר דארפט; וועט איר האבן א גן עדן לעבן אויף די וועלט.


 

#51 - זיי ממשיך אין הפצה מיט א שטארקייט, אבער קריג זיך נישט מיט קיינעם
תפילה והתבודדות, הפצה, מחלוקת, מדות טובות, עזות, כעס, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט, דו לערנסט און דאווענסט זייער שיין, דיין התנהגות איז אויסנאם, דו מאכסט נאר נחת פאר אלעמען.


זיי ממשיך אין הפצה, גיי ווייטער מיט א שטארקייט און א שטורעם פארפלייצן די ספרים, קונטרסים, גליונות, קארטלעך, סידיס וכדומה לזה; דאס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


איך וויל דיר אבער בעטן, קריג זיך נישט מיט קיינעם; אז איינער איז אן עזות פנים, איינער צערייסט די ספרים - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם"; דאס וועט סיי ווי מקוים ווערן, דו קריג זיך נישט.


איך האב נישט ליב צו הערן דיינע מעשיות ווי דו האסט דעם אויסגעבויגן דעם האנט און יענעם צובלוטיגט, אפילו דו זאלסט זיין הונדערט פראצענט גערעכט; דאס איז נישט אונזער וועג, אונזער וועג איז ישמע בזיונו ידום וישתוק.


דער אייבערשטער נעמט זיך אן פאר די כבוד פון צדיקים; עס איז דא אזויפיל שרעקעדיגע מעשיות פון מענטשן וואס האבן באקומען א שרעקליכער עונש פון פארשעמען א איד, פארשעמען א מפיץ. איך ווייס א מעשה, איינער האט צעריסן אין בית המדרש בפני קהל ועדה ספרים פון מוהרא"ש מיט א מורא'דיגער בזיון און גלייך נאכדעם האט ער זיך בטעות אפגעזויגן מיט אן עלעקטערישער זעג זיינע פינגערס השם ישמרינו; אזוי זענען דא כמה מעשיות פון שווערע עונשים לא עלינו.


דו גיי ווייטער הפצה, זיי מחזק אידישע קינדער, גיי מיט א שטאלץ מיט'ן גאנצן שטורעם, אבער אז דו טרעפסט א שיכור, א מנוול - זאלסטו נישט זוכן צו מנצח זיין, נאר מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה איז קלוג.


איך האף דו וועסט מיר דערציילן פון היינט און ווייטער שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן זיך באדאנקט, און שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן דיר פארשעמט און דו האסט נישט געענטפערט.


רבי נתן האט געהאט די מעגליכקייט צו פארשיקן זיינע מתנגדים קיין סיביר, דאך האט ער געזאגט: "איך וויל נישט, איך וויל ענדערש זיין פון די גע'רודפ'טע ווי איידער זיין פון די וואס רודפ'ן יענעם".


בשעת דו גייסט הפצה זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זינג, ברום, מורמל ארויס שטילערהייט ווערטער - וועסטו נישט ווערן גערעגט אויב מען נעמט נישט.

#50 - מען דארף טון אלעס אין דער וועלט עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת
מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט כדאי צו מאכן א קריגעריי מיט די שווער און שוויגער וועגן דעם; ענדערש זאלט איר אנטון אייערע קינדער מיט די קליידער ווי איידער עס זאל ווערן א קריגעריי.


מחלוקות איז די ערגסטע זאך, מען דארף טון אלעס אין דער וועלט עס זאל נישט זיין קיין מחלוקות; דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.), דער אייבערשטער האט ליב שלום, "ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם" (תהלים כט, יא).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - לאמיר זיך באנייען, לאמיר האבן אונזער פרישקייט אונזער גאנץ לעבן
תפילה והתבודדות, מחלוקת, שלום, התחדשות, ארץ ישראל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גרוסן פון ענקער חבורה; מען האלט זיך פריש, מען באנייט זיך כסדר פונדאסניי.


דאס זעען מיר די וואך ביי די הייליגע אבות און אמהות, שרה אמנו האט געלעבט מֵאָה שָׁנָה וְעֶשְׂרִים שָׁנָה וְשֶׁבַע שָׁנִים; זאגט די הייליגע רש"י, פארוואס זאגט די תורה באזונדער נאכאמאל און נאכאמאל: "שנה"? אונז צו לערנען אז שרה איז געווען ביי די הונדערט יאר אזוי פריש ווי ביי די צוואנציג און ביי די זיבן; דאס איז די מעלה פון די הייליגע צדיקים, זיי האבן א פרישקייט, א לעבעדיגקייט - זייער גאנץ לעבן; דער הייליגער רבי האט געזאגט אויפ'ן גרויסן צדיק דער רבי ר' זושא פון האניפולי זכותו יגן עלינו, אז ער האט לאנגע יארן געהאט דעם ברען, דעם התחדשות - אזוי ווי אין אנהייב.


דעריבער טייערע חברים, ליבע ברידער; לאמיר זיך באנייען, לאמיר האבן אונזער פרישקייט אונזער גאנץ לעבן. דער רבי זאגט: "אלט טאר מען נישט זיין" (שיחות הר"ן, סימן נא), דער רבי האט געזאגט אויף זיך (שבחי הר"ן, סימן ו) ער פלעגט שטענדיג אנהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, ער פלעגט מאכן עטליכע מאל א טאג א פרישע התחלה.


זייט שטארק אין די הייליגע הנהגה וואס דער רבי לערנט אונז, די הנהגה פון התבודדות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה; ק) ער האט געהערט פון אסאך צדיקים, אז זיי אלע זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך התבודדות, ווייל מען קען נישט זיין אן ערליכער איד אן התבודדות. ווען דער רבי האט דאס געזאגט, אז מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן התבודדות, זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו, זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדע נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט, אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן, נאכדעם האט מען אויסגערעכנט נעמען וואס זענען זיך נישט מתבודד, האט דער רבי געזאגט זיי זענען טאקע ערליכע אידן אבער זיי זענען צעמישטע ערליכע אידן, זיי האבן נישט קיין ישוב הדעת; אן התבודדות איז מען א פארלוירענער.


מישט אייך נישט אין קיין מחלוקות, מיר זענען נישט געקומען קיין ברסלב פאר מחלוקות. אפילו מען וועט אייך זאגן אין מיין נאמען עפעס פון מחלוקות - זאלט איר נישט אויסהערן, נאר אנטלויפן; קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן, קיינמאל נישט רעדן אויף אנדערע. נישטא קיין צייט פאר די זאכן, עס איז נישט ווערד צו רעדן פון מחלוקות. לאמיר נאר זוכן ווי מיר קענען ברענגען נאך א איד צום אייבערשטן, נאך א פארפאלק זאלן וויסן אז זיי קענען לעבן דא בזה העולם אין גן עדן.


גייט התבודדות; אלעס גייט גרינגער ווען מען איז זיך מתבודד. דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "דערפאר וואס איך האב זיך אזוי צוגעוואוינט צו מאכן התבודדות, יעדע זאך וואס איך טו - שמועס איך אויס מיט'ן אייבערשטן, דעריבער גייט מיר אלעס אזוי מיט א ישוב הדעת".


די וואך זעען מיר אין די פרשה ווי אליעזר עבד אברהם האט זיך מתבודד געווען ביים ברונעם ער זאל טרעפן א שידוך פאר יצחק, ער האט פונקטליך אויסגעשמועסט מיט'ן אייבערשטן די סימנים ווי אזוי ער וועט זען אויב דאס איז די ריכטיגע, דאך זאגן אונז די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (תענית ד.) אז ער האט נישט גוט געבעטן, "שלשה שאלו שלא כהוגן [...] אליעזר עבד אברהם", ער האט געבעטן שלא כהוגן, ער וואלט ווען געדארפט אויסשמועסן בפרטי פרטיות; "יכול אפילו חיגרת, אפילו סומא", וואס וואלט ער געטון ווען עס קומט א הונקעדיגע מיידל, א בלינדע מיידל? זאגט מוהרא"ש מען זעט פון דעם וואס הייסט התבודדות, אפילו דער וואס שמועסט שוין יא מיט'ן אייבערשטן - דארף וויסן אז מען דארף אלעס אויסשמועסן, אלעס אויסרעדן, ממש כידבר איש אל רעהו.


ווען איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וועל איך בלי נדר קומען אריינשטעקן מיין קאפ ביי ענקער חבורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - ס'איז א גרויסע עבודה זיך צו קענען אויסקומען מיט מענטשן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מחלוקת, שטעטל, שלום, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס ביסל צייט וואס דער שטעטל שטייט זע איך אז וואוינען אין שטעטל איז פון איין זייט זייער א געשמאקע זאך און פון די אנדערע זייט היבש שווער; פון איין זייט האבן מיר א פלאץ וואו מען קען אויפציען די קינדער זיי זאלן האבן די לעבן פון רבי'ן, די חדר און סקול זענען עפעס וואס מען האט נישט ערגעץ אנדערש, אבער פון די אנדערע זייט איז א גרויסע עבודה זיך צו קענען אויסקומען מיט חברים, מיט שכנים, מיט אנשי שלומינו. אויב מען גייט נישט התבודדות יעדן טאג שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, ווען וועל איך שוין תשובה טון? ווען וועל איך קענען דערליידן א צווייטן? ווען וועל איך שוין ליב האבן יעדן איד?" - קען מען ווערן גוט אנגעגעסן איינער אויפ'ן צווייטן.


נישט אז אין אנדערע פלעצער איז אלעס גוט, נאר דא קלאפט אלעס אויס אויף אנשי שלומינו. ווען מען וואוינט נישט אין שטעטל, דעמאלט ווען מען האט צוטון מיט שכנים - טראכט מען: 'די חסידים זענען חיות, די מענטשן זענען נישט נארמאל', אבער ווען אלע זענען איין משפחה, אלע זענען אנשי שלומינו, הייבט מען זיך אן עסן אויף די פלאץ, מען האט חלישות הדעת; אנשטאט טראכטן: 'וואס איז מיט מיר אליינס? ווען וועל איך זיך אביסל אויסארבעטן צו קענען ליידן אנדערע? ווען וועל איך שוין גארנישט וועלן?' - גיסט מען דעם פראבלעם אויף אנדערע, אדער אויף די פלאץ.


מוהרא"ש האט דערציילט די באקאנטע מעשה, דער גרויסער הערש לויפט אין וואלד און זיינע שיינע, גרויסע, געדרייטע הערנער לאזן אים נישט לויפן, עס האנקערט זיך אריין אין יעדן בוים; דער הערש האלט עס נישט אויס, ער קען נישט לעבן, מען לאזט אים נישט אטעמען; נעכטן האט ער געהאט צוטון מיט דעם בוים און יעצט האט ער צוטון מיט א צווייטן בוים, אזוי האט ער יעדן טאג חלישות הדעת פון ביימער. דער הערש זוכט דעם פיקח שבחיות, דער קלוגער חי', ער וויינט צום פוקס, ער בעט זיך ביים פוקס פאר אן עצה און שלאגט אים פאר: "אפשר זאל מען אפשניידן אלע ביימער? אזוי וועל איך האבן א חיים טובים?" זאגט אים דער פקח שבחיות: "אז דו ווילסט האבן א חיים טובים - זאלסטו אפשניידן דיינע אייגענע שיינע, גרויסע, געדרייטע הערנער; וועסטו קענען לויפן, גיין און קומען, דו וועסט האבן א חיים טובים".


מוהרא"ש פלעגט אונז אסאך דערציילן די מעשה און אויספירן: "ווער עס וויל האבן א חיים טובים האט איין ברירה, אפשניידן זיינע אייגענע איינגעגעסענע שלעכטע נאטורן, נאר אזוי קען מען האבן א חיים טובים, עס האט נישט מיט דעם און מיט יענעם".


ווי אזוי שניידט מען אפ די אייגענע הערנער? ווי אזוי קען מען ארויסרייסן די שלעכטע נאטורן? דורך בעטן דעם אייבערשטן, דורך קרעכצן צום אייבערשטן; דאס האט דער רבי אונז געלערנט, מיר זאלן זיך אויסקרעכצן צום אייבערשטן, אים בעטן מען זאל זיך קענען רייניגן און ווערן לויטער.


דא אין שטעטל איז דאך געאייגנט פאר התבודדות, מען קען זיך דא גוט מתבודד זיין. גיי יעדן טאג אביסל התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל קוקן גוט אויף יעדן איינעם, קיינער זאל מיר נישט נערוועז מאכן. רבונו של עולם, פארוואס זע איך נאר שלעכטס? פארוואס זע איך אין יעדן איינעם א חסרון? פארוואס זע איך אלעס שווארץ? העלף מיר איך זאל זען דאס שיינקייט פון יעדן איינעם, איך וויל זען דעם שיינעם ליכט פון אלעמען".


מיר אלע האבן חסרונות, דאך קענען מיר אינאיינעם ארויסגעבן א שיין און א ליכט פאר די גאנצע וועלט. דער רבי האט דערציילט, אמאל איז געווען א קעניג, ער האט געהאט א בן יחיד; דער קעניג האט אוועק געשיקט זיין איינציגער זון ער זאל זיך לערנען חכמה מיט גדולה, ווען דער בן יחיד איז אהיים געקומען האט אים דער קעניג געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט עפעס גרויס חכמה די אלע יארן וואס דו ביסט נישט דא געווען?" האט דער זון געזאגט: "טאטע, איך וועל דיר ווייזן עפעס א שיינע זאך וואס דו האסט נאכנישט געזען"; ער האט ארויסגענומען א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר און געזאגט: "טאטע, קוק וואס פאר א שיינע טשילאר איך האב געמאכט".


דער קעניג האט געטראכט: 'איך וועל צאמרופן אלע שרים און חכמים זיי זאלן זען די חכמה און גדולה פון מיין איינציג קינד'. ווען אלע חכמים און שרים זענען געקומען צום פאלאץ האט דער בן יחיד ארויסגענומען דעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר און אלע האבן דאס באטראכט, דער קעניג האט אבער באמערקט אז אלע קרומען מיט די נאז, זיי זענען נישט אזוי צופרידן, ווען דער קעניג האט זיי געפרעגט: "וואס זאגט איר צו מיין זון?" האבן זיי געזאגט: "דער טשילאר איז טאקע זייער שיין, אבער עס האט א חסרון"; יעדער איינער האט געוויזן עפעס א חסרון אינעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר. דער קעניג איז געווארן באליידיגט און פארשעמט, ער האט גערופן זיין זון און אים געפרעגט: "וואס האסטו דא געמאכט?! אלע זאגן אז די הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר האט חסרונות!" האט דער קינד געענטפערט: "טאטע, דאס איז מיין שיינקייט; איך האב צאמגענומען אלע חסרונות און געמאכט פון זיי א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר".


דאס איז דער שיינקייט ווען מען מאכט א שטעטל פון אלע סארט מענטשן; עס ווערט פון דעם א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר, ביז עס קומען מענטשן און הייבן אן קרומען מיט דער נאז; דער זאגט עס האט אזא חסרון, א צווייטער זאגט עס האט אן אנדערע חסרון, זאגט דער בן יחיד: "דאס איז דאך דער שיינקייט פון שטעטל, אז מען האט געמאכט א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע טשילאר פון אלע חסרונות".


איך האף אז דו וועסט אנקוקן דעם הערליכן, גרויסן, שיינעם, בלישקעדיגן טשילאר גאר אנדערש ווי דו האסט געקוקט אויף דעם ביז יעצט, דו וועסט זען דאס גרויסקייט פון אנשי שלומינו וואס יעדער איינער האט נאך אסאך ארבעט ביז מען וועט זיך אויסארבעטן, אלע האבן חסרונות; אבער אז מען וועט לעבן באחדות, מען וועט קוקן שיין איינער אויפ'ן צווייטן, וועט ווערן א הערליכע, גרויסע, שיינע, בליטשקעדיגע שטעטל.


א גוט געבענטשט יאר.

#47 - זאגט וואס ס'שטערט אייך, מ'קען אלעס פאררעכטן און מסדר זיין
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, מחלוקת, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך שפיר זייער שלעכט; איך בעט אייך איבער, זייט מיר מוחל; עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז איר זענט געווארן וויי געטון פון אונזער מוסד. איך האב פריער גערעדט מיט איר, זי שפירט זיך אזוי שלעכט, אין איר חלום האט זי נישט געמיינט אייך וויי צו טון. זי איז אן אויסנאם פרוי, זי האט זיך אוועקגעגעבן פאר אונזערע קינדער; דער טיטל זאגט מען אויף אסאך, אבער ביי איר איז דאס טאקע אזוי, זי גייט אייך רופן און רעדן מיט אייך.


זייט מיר מוחל וואס איך גיי אייך זאגן, זייער אסאך מאל איז דא וואס מענטשן ווערן וויי געטון אבער עס איז דער מענטש אליינס, אסאך מאל קען דער מענטש אויסטראכטן אז מען האט עפעס קעגן אים, מען האט ראיות, מען בויט א בנין, מען זעט עס קלאר מיט די אויגן, ביז ווען יענער זאגט א ווארט שפירט מען א שטעך, א פליק וכדומה, מען שפירט זייער וויי געטון, ווען באמת איז אלעס דער מענטש אליינס, דער דמיון. איך זאג אייך דעם אמת, ווי נאר איך האב געליינט דעם בריוו האב איך איר גלייך געזאגט, איך האב איר געפרעגט אויב זי געדענקט די ווערטער וואס זי האט געזאגט, די ווערטער וואס איר האט מיר געשריבן אינעם בריוו; זי האט דאס נישט געדענקט, איין זאך האט זי געזאגט: "אוי וויי, זי איז וויי געטון געווארן? איך גיי איר איבערבעטן, איך גיי רעדן מיט איר".


איר שרייבט אינעם בריוו אז דאס איז נאר איין פרט וואס טוט זיך דא אין שטעטל, ווי מען טוט זיך וויי, אויב איר האט נאך מעשיות בעט איך אייך זייער איר זאלט מיר שרייבן די מעשיות; איך וויל נישט מענטשן זאלן זיין פארווייטאגט, אויב איז דא זאכן וואס איך אדער איינגעשטעלטע אינעם מוסד אדער אנשי שלומינו דארפן פאררעכטן - וויל איך דאס וויסן און פאררעכטן, און אויב איז דאס נישט וואר - איז דאך א שאד סתם זיך אויפצועסן.


איין זאך וויל איך אייך מיטטיילן פון מיין פריוואטע לעבן, איך האב אויך געהאט מעשיות אין סקול מיט מיינע טעכטער; מיין טאכטער פלעגט אהיים קומען מיט יארן צוריק פון סקול אז מען האט איר גע'קנס'עט, זי האט געוויינט אז מען האט איר אנגעשריגן, מען האט איר געהייסן איבערבעטן, מען האט איר בא'עולה'עט וכו' וכו', מעשיות וואס פאסירט ביי לעבעדיגע קינדער וכו', און ווי ביי יעדע אזא פאל איז די נאטור פון א מאמע אז זי נעמט זיך גלייך אן פאר'ן קינד, די מח מחשבה ווערט פארמאכט, די הארץ און די געפילן נעמען איבער דעם מענטש, די טאכטער איז שטענדיג גערעכט. איך פלעג זיך בעטן שטילערהייט ביי מיין ווייב: "טו מיר א טובה, רעד נישט; טו מיר א טובה, בארעד נישט די טיטשער; עס איז נישט געזונט אונזערע קינדער זאלן הערן ווי מען שענדט זיי"; עס איז געווען אסאך מאל זייער שווער, דאך האבן מיר געטון וואס דער מח זאגט, די זאך איז ביי מיר פון די שטערקסטע עבודות, צו קענען האלטן דעם מח העכער די הארץ.


אזוי אויך ביי מיינע זין; נישט איינמאל און נישט צוויי מאל האב איך זיי געדארפט געבן א פאטש אין חדר ווען דער מלמד האט מיר דערציילט אז דער קינד איז חוצפה'דיג, איך האב געזאגט מיין קינד זייער שטרענג: "מען מוז זיין דרך ארץ'דיג!" און בשעת מעשה האב איך געדארפט בייסן מיין ליפן נישט צו זאגן דעם מלמד וואס איך האב אים צו זאגן, איך וואלט אים געקענט פרעגן: "וואס חוצפה? ווי חוצפה? ווען חוצפה? וואס מאכסטו זיך נאריש?" א מלמד קען פון יעדע זאך מאכן אן עסק, יעדער קינד קען זיין א מחוצף, און א קלוגער מלמד קען פארווישן די גרעסטע מעשה עס זאל נישט זיין קיין חוצפה; דאך האב איך גענומען די פארשטאנד פון מוהרא"ש אז קינדער טארן נישט הערן ווי די עלטערן רעדן און לאכן זיך אונטער אויף די טיטשערס. אינעווייניג האט מיין הארץ געוויינט, אבער פון אינדרויסן האב איך געדארפט געדענקען דער תכלית פון דאס קינד.


בעט איך דאס פון אייך און איך רעד צו אלע אנשי שלומינו, אויב ווילט איר מצליח זיין מיט אייערע קינדער - זאלט איר אויסלויבן די טיטשערס און די מנהלת פאר די קינדער, די קינדער זאלן וועלן מקבל זיין פון זייערע לערערינס; די קינדער זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ, און אז מען האט עפעס וואס שטערט, קען מען דאס דורך רעדן, און אויב מען שפירט אז עס איז נישטא צו וועם צו רעדן, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, דארף מען נישט ווארטן ביז עס זאל אזוי אויפעסן דאס געזונט, מען קען מיר גלייך שרייבן, און אויב איך בין דער פראבלעם, מען האט פון מיר חלישות הדעת, מען ווערט באליידיגט פון מיר - בין איך גרייט צו הערן און פאררעכטן.


איך בין נישט געקומען דא עפענען א שטעטל צו מאכן פאר מענטשן חלישות הדעת; איך בין א מענטש, איך קען מאכן טעותים און איך מאך טעותים, אבער איך בין גרייט צו הערן און פאררעכטן, אויסער אז עס איז זאכן אין פרינציפ, אין די וועג ווי אזוי מיר פירן זיך; צום ביישפיל, אז איינער וועט מיר קומען זאגן, עס שטערט אים אז מען רעדט אזוי סאך פון אייבערשטן, עס שטערט אים די זאך פון זאגן משניות, פון זיין פרייליך, פון פארן קיין אומאן - קען איך אים גארנישט טון, ווייל דאס איז די יסודות פון אונזער קהלה, אבער אז עס שטערט עפעס א זייטיגע זאך - בין איך גרייט צו הערן און פאררעכטן.


עס איז געקומען צו מיר א משפחה און זיך געבעטן, עס שטערט זיי זייער אז ביי די חתונות וואס מיר מאכן אין שול, פארוואס דער ראש ישיבה עקשנ'ט זיך אזוי שטארק אז עס זאל זיין פלעסטיק טישטוכער ביי די ווייבער, פארוואס קען נישט זיין סחורה'נע טישטוכער? וואס מיינט איר, איך האב זיי ארויסגעווארפן? איך האב גלייך געזאגט פאר די גבאים אז פון היינט און ווייטער לייגט מען ביי די ווייבער שיינע ווייסע סחורה'נע טישטוכער; דאס איז א קליינע פרט וואס ליגט מיר יעצט אויפ'ן זכרון. אזוי טו איך כסדר, איך בין גרייט צו הערן אויב איז דא זאכן וואס שטערט.


איך פריי זיך זייער אז איר האט געשריבן און איך ווארט איר זאלט ווייטער שרייבן.


א גוט געבענטשט יאר.

#46 - וויי און ביטער איז פאר די קינדער וואס וואקסן אויף מיט מחלוקת
קינדער, חינוך הילדים, מחלוקת, שלום, בית המדרש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אין שאלות ותשובות ברסלב (חלק ג, מכתב שצד) פרעגט איינער אז ביי זיי אין שטאט זענען דא צוויי שולן, איינס א ברסלב'ער שטיבל אן קיין הנהגה וכו' וכו' און א צווייטע שול נישט קיין ברסלב'ער שול אבער דארט איז דא אן ערליכער רב וואס איז מעורר צו דאווענען און לערנען, יענער פרעגט וואו ער זאל ענדערש דאווענען; מוהרא"ש ענטפערט: "זֶה בָּרוּר שֶׁעָדִיף לְהִתְפַּלֵּל בְּבֵית הַכְּנֶסֶת הַנִּקְרָא עַל שֵׁם הַצַּדִּיק", דאס איז קלאר אז מען זאל ענדערש גיין דאווענען אין א ברסלב'ער שטיבל, "עִם כָּל זֹאת אִם יֵשׁ שָׁם הֶפְקֵרוּת", אבער אז עס איז דא דארט הפקירות, אזוי ווי עס שטייט (שופטים יז, ו): "בַּיָּמִים הָהֵם אֵין מֶלֶךְ בְּיִשְׂרָאֵל, אִישׁ הַיָּשָׁר בְּעֵינָיו יַעֲשֶׂה", יעדער איינער טוט וואס ער וויל, עס איז נישטא קיין הנהגה, "וּבִפְרָט שֶׁמְּדַבְּרִים בְּאֶמְצַע הַתְּפִלָּה וְכוּ'", ווער רעדט נאך אז מען שמועסט און מען רעדט ביים דאווענען, "עָדִיף לְהִתְפַּלֵּל בְּבֵית הַכְּנֶסֶת שֶׁיֵּשׁ שָׁמָּה סֵדֶר וְכוּ'", איז ענדערש צו דאווענען אין א שול וואס איז דא דארט א סדר, "וּבִפְרָט שֶּׁבַּמָּקוֹם הַזֶּה מְעוֹרְרִים אוֹתוֹ לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", בפרט אז דארט איז דא התחזקות פאר עבודת השם, איז זיכער כדאי צו דאווענען דארט. "כִּי אָדָם צָרִיךְ לְהִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ אֵיפֹה טוֹב לוֹ", מען דארף שטענדיג קוקן וואו איז גוט פאר זיך אליינס, "וְלִילָדָיו", וואו וועלן מיינע קינדער האבן הצלחה, "וְזֶה הָעִקָּר", דאס איז דער עיקר אויף וואס מען דארף קוקן.


מוהרא"ש ענדיגט דעם בריוו: "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יַעֲזֹר שֶׁכָּל בֵּית כְּנֶסֶת הַנִּקְרָא עַל שֵׁם רַבֵּנוּ זַ"ל לֹא יְבַזֶּה אֶת שְׁמוֹ הַקָּדוֹשׁ", דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע שולן וואס פאררופן זיך אויפ'ן רבינ'ס נאמען זאל מען נישט פארשעמען דארט דעם הייליגן רבי'ן, "אֶלָּא שֶׁיְּדַבְּרוּ שָׁמָּה רַק מֵעֲצוֹתָיו הַקְּדוֹשׁוֹת", מען זאל נאר רעדן פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע עצות, "כִּי רַבֵּנוּ זַ"ל נִמְצָא רַק בְּמָקוֹם שֶׁמְּדַבְּרִים מִמֶּנּוּ וּמְקַיְּמִים אֶת עֲצוֹתָיו הַקְּדוֹשׁוֹת וְאֶת דְּבָרָיו", ווייל דער רבי געפונט זיך נאר דארט וואו מען רעדט פון אים, פון זיינע עצות און מען איז מקיים וואס ער זאגט. "כִּי אִם יֵשׁ בֵּית כְּנֶסֶת עַל שֵׁם רַבֵּנוּ זַ"ל שֶׁבּוֹ בִּכְלָל לֹא מְדַבְּרִים מֵרַבֵּנוּ זַ"ל", אויב איז דא א שול וואס פאררופט זיך א ברסלב'ער שטיבל אבער מען רעדט נישט דארט פון רבי'ן, "רַק הַכֹּל הֶפְקֵר וְכוּ'", אלעס איז מיט הפקירות, "עַבְדָּא בְּהֶפְקֵירָא נִיחָא לֵיהּ וְכוּ'", אזוי ווי קנעכט וואס זוכן הפקירות, קיינער זאל נישט זאגן וואס צו טון, קיינער זאל נישט אנטיילן וכו', "אֲזַי צְרִיכִים לָדַעַת שֶׁרַבֵּנוּ זַ"ל לֹא נִמְצָא שָׁמָּה", איז דער רבי נישט דארט, "כִּי הוּא נִמְצָא רַק בְּמָקוֹם שֶׁמְּדַבְּרִים מִמֶּנּוּ", ווייל דער רבי איז נאר דארט וואו מען רעדט פון אים און וואו מען פאלגט אים.


איך ווייס נישט וואס גייט פאר אין די מוסדות דארט; איין זאך קען איך אייך זאגן, אנטלויפט פון מחלוקות! געבט אכטונג צו שיקן די קינדער אין א מוסד וואס די קינדער קריגן זיך נישט, ווייל וויי און ביטער איז פאר די קינדער וואס וואקסן אויף מיט מחלוקות, די אלע גייען ארויס פריער אדער שפעטער לתרבות רעה.


איר שרייבט אז איר זענט תלמידים פון מוהרא"ש, איר זענט אויפגעוואקסן ביי מוהרא"ש; ווייסט איר אודאי וואס מוהרא"ש האט געוואלט און וואס ער האט אונז געלערנט, מיר זאלן שטיין ווייט פון מחלוקות און זיכער נישט אריינמישן די קינדער אין מחלוקות. עס איז זייער חשוב אז קינדער זאלן לערנען אין מוסדות וואס פאררופן זיך מיט'ן נאמען 'היכל הקודש', אבער אז די גאנצע לופט אין די מוסד אין מחלוקות, שנאה, שפעטן פון ערליכע אידן - האט דאס נישט מיט מוהרא"ש.


איך וועל אייך דערציילן וואס איך האב בייגעוואוינט מיט אונזער תלמוד תורה, מוהרא"ש האט אונז געשריבן א בריוו אז אויב מען וועט נישט טון וואס ער זאגט זאלן מיר אראפנעמען זיין נאמען פון די מוסד; מיר האבן געפרעגט יעדע זאך ווי אזוי צו טון און עד היום פירן מיר די מוסד ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן וואס איר האט צו טון, ווי אזוי זיך צו פירן; בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, און בעיקר מען זאל זיך נישט קריגן צווישן אידן און צווישן אנשי שלומינו, מען זאל זיך ליב האבן, יעדער איינער זאל גיין אויף זיין וועג, קיינער זאל נישט פיינט האבן דעם אנדערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#45 - איך האב קיינעם נישט געזאגט מען זאל גיין נעמען די וואקסין
מחלוקת, אומאן, וואקסינען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען פארדריידט מיינע ווערטער; איך האב קיינעם נישט געזאגט מען זאל גיין נעמען די וואקסין, וואס יא? איך זאג פאר דער וואס פרעגט אויב עס איז א פראבלעם צו נעמען - אז דאס איז נישט קיין פראבלעם, מען קען דאס נעמען.


קריג זיך נישט וועגן די וואקסין, כל זמן עס איז דאך דא נאך וועגן אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#44 - די בעסטע עצה איז זיך אויסצושמועסן אפן איינער מיט'ן צווייטן
חסידות ברסלב, מחלוקת, שבת קודש, שלום, רעדן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב אסאך אריינגעטראכט אין וואס איר האט מיר דערציילט; די ריכטיגע וועג איז איר זאלט איר לאזן וויסן אז איר ווערט געטשעפעט פון די וועג ווי אזוי זי רעדט מיט אייך, ווייל עס קען זיין אז זי ווייסט ניטאמאל אז זי טשעפעט אייך, זי ווייסט נישט אז זי שטערט אייך; נישט נאר זי ווייסט נישט, נאר אין איר וויסטן חלום פאלט איר נישט איין אז איר ווערט געטשעפעט און געקלאפט. זי איז נישט קיין שלעכטע פרוי, זי איז א וואוילע פרוי; קען זיין די וועג ווי אזוי זי רעדט איז נישט גוט.


איך ווייס אז עס וועט אייך זיין זייער שווער דאס צו זאגן, אפשר וועט אייך זיין גרינגער איר צו שרייבן א שיינע בריוו. שרייבט איר ווי אזוי איר שפירט ווען זי רעדט אזוי צו אייך, ווייל עס איז א שאד צו לעבן מיט פיינטשאפט; א שאד ווען מיר זענען דא ביים רבי'ן, מיר זענען ווי איין גרויסע משפחה – זאל מען זיין צוקריגט, ווען מען קען דאס אויסגראדן.


איך האב דאס געהאט מיט יארן צוריק, מיין נאנטער חבר מיט וועם איך האב אינאיינעם געעפנט די מוסד – מיט אים האט דאס פאסירט. עס איז געווען א זאך וואס האט מיר זייער געשטערט, די וועג ווי אזוי ער האט גערעדט צו מיר, איך האב געשפירט אז אט אט גיי איך זיך צוקריגן מיט אים, עס איז אריין אין מיר א פיינטשאפט. וואס האב איך געטון? איך האב גענומען דעם רבינ'ס עצה, איך האב מיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן 'וואס טו איך רבונו של עולם? מיין נאנטער חבר, מיין נאנטער פריינט מיט וועם איך האב אויפגעשטעלט די ישיבה, די חדר און אזוי ווייטער – מאכט מיר נערוועז, ביז איך קען מער נישט', אזוי האב איך געבעטן און געבעטן ביז עס איז מיר אריין א מחשבה 'אפשר ווייסט ער נישט, אפשר כאפט ער נישט?' איך האב גערעדט מיט אים און אלעס איז מסודר געווארן, מיר זענען געווארן נאך נענטער.


אזוי איז ביי אסאך משפחות, מאן און ווייב האבן חתונה, איינער קומט פון א משפחה וואס מען רעדט מער שארף, מער שטעכעדיג, און ביים צווייטן רעדט מען ווייך, פוטער'דיג; קען פאסירן דאס אז מען זאל ווערן פארווייטאגט און געטשעפעט אן דעם וואס דער אנדערער זאל דאס וויסן.


איך ראט אייך איר זאלט איר שרייבן א שיינע בריוו, זאגט איר 'איך וויל זיין נאנט מיט דיר אזוי ווי אין אנהייב', שרייבט איר אייער געפיל, ווי אזוי איר שפירט בשעת זי רעדט וכו' וכו'; - וועט זיך אלעס אויסגראדן.


דאס איז נאך א נסיון, נאך א פראוואקאציע פונעם סמ"ך מ"ם צו מאכן חלישות הדעת צוויישן אנשי שלומינו; עס וועט אים אבער גארנישט נוצן, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אונז.


איך שרייב אייך דעם בריוו אינמיטן די הכנות צו שבת, עס איז א פארנומענע טאג; דאך האב איך אראפגענומען צייט צו שרייבן כדי עס זאל אייך זיין גוט, איר זאלט זיך נישט פייניגן פון דעם, און אייך געבן אן עצה ארויסצוגיין פון דעם.


ערב שבת איז א צייט פון תשובה, ביי די הייליגע צדיקים פלעגט ערב שבת זיין א מורא'דיגע התעוררות לתשובה. מען דערציילט אז ביים הייליגן רבי'ן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו פלעגט זיין יעדע ערב שבת אזא התעוררות לתשובה, אלע פרויען וואס האבן געארבעט דארט אין שטוב, די משרתות – פלעגן זיך איבערבעטן יעדן ערב שבת פון די גרויסע קדושה, עס האט זיך געשפירט אזוי ווי יום הקדוש.


א פרייליכן שבת.


 

#43 - זיך נישט טענה'ן און ענטפערן
חסידות ברסלב, מחלוקת, שווער און שוויגער, וויכוחים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס קען מען טון אז מען רעדט שלעכטס אויף ברסלב'ער חסידים בכלל און אויף תלמידי היכל הקודש בפרט. דער רבי האט שוין געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל", אויף מיר קריגט מען נישט, "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַה מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף דעם מענטש קריג איך אויך; אזוי איז היינט מיט ברסלב'ער חסידים בכלליות און תלמידי היכל הקודש בפרטיות, מען רעדט אויף אונז כל דבר אסור, זאכן וואס איז נישט אמת.


איך שרייב דיר דאס כדי דו זאלסט האבן חיזוק יעצט ווען דיין שווער און שוויגער האבן זיך גענומען צו ענקערע ביינער, זיי פארלאנגען פון ענק איר זאלט אנטלויפן פון היכל הקודש, זיי רעדן נישט שיינע זאכן; עס איז זייער שווער פאר דיר און בעיקר פאר דיין ווייב, ווען איר מאמע רעדט שלעכטס אויף אונזער פלאץ.


ענטפערט נישט, טענה'עט נישט; אז מען פרעגט זאלט איר זאגן מיט דרך ארץ אויב די זאכן זענען אמת אדער נישט אמת. אז איר וועט נישט טענה'ען וועט נישט לאנג נעמען ביז זיי וועלן זען וואס היכל הקודש איז, זיי וועלן זאגן פאר אלעמען: "נאר מיינע קינדער פון ברסלב זענען אונזער נחת".

#42 - דיינע קינדער זאלן נישט רעדן פון ברסלב אינעם מוסד
חינוך הילדים, מוסדות, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארף דיין טאכטער זאגן אז זי הערט די האטליין? וואס פעלט אויס זי זאל דאס דערציילן פאר אנדערע, וואס דארף זי דערציילן פאר די חבר'טעס פון ברסלב?!


פאר'ן מוסד גייט נישט אן אז דיינע קינדער הערן די שיעורים און לעבן פון רבי'ן, זיי קענען זיך נישט מישן אין דעם און זיי ווילן נישט האבן מיט דעם, זיי ווילן אבער נישט אז עס זאל ווערן א גערודער ביי זיי, ווען אנדערע קינדער וואס זייערע עלטערן זענען נישט ברסלב וועלן אהיים קומען און זאגן פאר די עלטערן אז זיי דארפן ברסלב'ע שידוכים.


גיי דו אריבער צו די הנהלה, זאג זיי אז דיינע קינדער וועלן נישט רעדן צו אנדערע פון רבי'ן, זיי וועלן פאלגן די לערערינס, זיי וועלן מיט האלטן די שיעורים, וועסטו זען אז זיי וועלן דיר נישט מאכן קיין פראבלעמען. לערן אויס דיינע קינדער זיי זאלן זיך נישט רייצן מיט אנדערע, נישט רעדן פון ברסלב, אזוי וועסטו נישט האבן קיין פראבלעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - אשרינו טויזנט מאל, אז מיר זענען ביי א רבי וואס נארט אונז נישט
חסידות ברסלב, מחלוקת, חסידות, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל פארשטיין, דו ווייסט דאך אביסל וואס טוט זיך אין אנדערע חסידות'ן, דו קענסט דאך די פאליטיק וואס טוט זיך אין אנדערע פלעצער וואו מען קריגט זיך ארום ווי קליינע קינדער; פאר אביסל כבוד, פאר אביסל דמיון איז מען גרייט יענעם אויפצועסן לעבעדיגערהייט; איך וויל דיר פרעגן, וואס האבן מיר זיך צו שעמען פון אנדערע פלעצער? וואס איז אזא בושה צו זיין א ברסלב'ער?!


עס איז א בושה צו א ... חסיד, א ... חסיד - וואס די גאנצע עקזיסטענץ פונעם פלאץ איז נאר תאוה, שררה, קנאה און שנאה; וואס איז אזא בושה צו זיין א תלמיד היכל הקודש, וואס די גאנצע קאפ, מח מחשבה איז נאר רצונות און כיסופים צו זיין אן ערליכער איד, מען גייט התבודדות, מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט לאזן נארן.


וואס פארקויפט ... רבי? וואס?! וואס פארקויפט ... רבי? וואס?! שטייט מיט א פארמאכטע האנט, אלע חסידים לויפן זיי נאך און ווילן זען וואס דער רבי האט אין זיין האנט, און ביים סוף, ווען דער מלאך המות וועט קומען וועט דער רבי עפענען זיין ליידיגע האנט און עס וועט גארנישט נוצן.


אשרינו טויזנט מאל, אז מיר זענען ביי א רבי וואס נארט אונז נישט.