בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#140 - מנהגים פון ערב יום כיפור
שלום בית, מחלוקת, ראש השנה, מנהגים, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה א', ח' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בין אזוי פרייליך אז מיר האבן זוכה געווען די יאר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיר האבן זוכה געווען צו באקומען די תיקונים פון הייליגן רבי'ן וואס האט מבטיח געווען אז ראש השנה קען ער יעדן איינעם מתקן זיין, און ווער עס איז געווען ביי אים ראש השנה דארף זיין פרייליך כל השנה.


איך וויל זיך באדאנקען פאר אלע פון אנשי שלומינו וואס האבן געהאלפן ראש השנה אז אונזער קיבוץ זאל זיין אזוי שיין און אזוי גוט; נאר מיט די הילף פון יעדן איינעם האבן מיר געהאט אזא שיינע איינגענעמע יום טוב.


מאך זיך א חשבון וועם דו האסט וויי געטון, וועם דו האסט מבזה געווען, אדער מצער געווען, און אויב דו האסט איינעם געטשעפעט, וויי געטון, אדער פארשעמט - זאלסטו יענעם אנרופן איבערבעטן, ווייל אויף אלע עבירות איז דער אייבערשטער מוחל יום כיפור, אויסער אויף עבירות שבין אדם לחבירו (יומא פה:), און זיי זיך מקבל מער נישט וויי טון קיינעם, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קיינעם נישט זאגן קיין שלעכט ווארט.


בעיקר וואו מען דארף זיך מאכן די חשבון - איז אין שטוב; מען דארף איבערבעטן די ווייב פארן איר וויי טון, פארן איר מאכן וויינען, און איר צוזאגן אז מען גייט מער נישט וויי טון.


היינט וועט זיין די שיעור אין שטעטל, און אז דו קענסט נישט קומען - זאלסטו עס הערן אויפן טעלעפאן. עס איז זייער וויכטיג צו הערן די שיעורים, אז נישט ווערט מען אלט, און דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אן אלטער חסיד איז נישט גוט צו זיין, און אן אלטער צדיק איז נישט גוט צו זיין"; מען דארף זיך שטענדיג אויפפרישן און זיך באנייען.


מארגן ערב יום הקדוש פארטאגס מאכט מען די מנהג פון כפרות, עס איז מיר א גרויסע שמחה אז די יאר האבן מיר זוכה געווען צו שוחטים אנשי שלומינו, ערליכע אידן. עס וועט זיין אין שטעטל כפרות מיט שוחטים, מען וועט קענען מקיים זיין די מנהג ישראל. די געלט פון די כפרות גייט פאר די מוסד, און די פלייש גייט אויך פאר די מוסד.


אויך איז דער מנהג אז אלע גייען אין מקוה, אויך די פרויען; צו זיין ריין און הייליג, און ביי חצות היום טוט מען זיך אן בגדי שבת, מען עסט א סעודה מיט די משפחה. מען טינקט איין די חלה אין האניג, און מען דערציילט פאר די קינדער ווי שטארק דער אייבערשטער האט אונז ליב, ער וואשט אונז אפ פון אלע עבירות, ער איז אונז מוחל אלע עבירות, און מען רעדט צו די קינדער פון אכטנג געבן נישט צו טשעפען אנדערע, ווייל אויף דעם העלפט נישט יום הקדוש, ביז מען בעט זיך איבער.


מען פירט זיך צו צינדן א ליכט אין שטוב וואס ברענט א גאנצן טאג, א גאנצן יום כיפור.


יום כיפור גייט מען ווייס, אויך די פרויען גייען ווייס; א ווייסע טיכל און א ווייסע שירצל.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#139 - וויפיל די הנהלה אין שטעטל געבט זיך אוועק פאר יעדן איינעם
מחלוקת, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל זייער זאלסט כאטשיג איין מאל א וואך ארויפקומען אויף קול ברסלב געבן א קורצע באריכט מהנעשה והנשמע ביי די הנהלה, וואס ענק טון אלץ אין שטעטל; ווייל דער סמ"ך מ"ם שלאפט נישט, ער זוכט ווי צו מאכן רייבערייען, ער מאכט מען זאל האבן קנאה, און איך בין זיכער אז אויב די איינוואוינער פון שטעטל וואלטן געוואוסט וויפיל די חברי הנהלה טוען פאר די שטעטל בכלל, און פאר יעדן מענטש בפרט - וואלט מען נישט געהאט קיין טענות, מען וואלט זיך מער ליב געהאט.


דערצייל וויפיל מענטשן דו האסט פריוואט געראטעוועט פון אנקומען אין תפיסה און פון ווערן פארפלאנטערט מיט רעגירונג זאכן, וויפיל נעכט דו און די אנדערע חברים האבן אוועק געגעבן פאר די טובה פון פריוואטע מענטשן, און וויפיל טובות ענק טוען פאר די קהילה און פאר אנדערע קהילות.


בזכות וואס דו טוסט פאר אידישע קינדער - וועסטו האבן א זיסע יאר; דו, דיין ווייב, מיט די גאנצע משפחה.


א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#138 - דיינע עלטערן זענען טייערע עלטערן
כיבוד אב ואם, מוסדות, חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע ווייטאגליכע בריוון.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט פארלירן, קוק צוריק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר ביז אהער, דו און דיין ווייב מיט דיין גאנצע משפחה זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, ענק לעבן בשלום ובשלוה, א יאר צוויי צוריק האסטו אויך געמיינט אז די וועלט ענדיגט זיך וכו' , אלעס האט זיך אזוי שיין געענדיגט; נאר די איין זאך, אז דיינע עלטערן האבן יעצט אנגעהויבן א מלחמה פארן חטא אז דו האסט געלייגט דיינע קינדער אין ברסלב'ע מוסדות.


ווער נישט צעבראכן פון דעם, און חס ושלום זיך אויפפירן צו זיי נישט מיט דרך ארץ, דיינע עלטערן זענען טייערע עלטערן, זיי זענען דערשראקן פון די פילע לשון הרע אויף ברסלב בכלליות, און אויף היכל הקודש בפרטיות, ובפרטי פרטיות וכו', אז אונזערע מוסדות זענען נישט קיין מוסדות וכו' וכו', דעריבער זענען זיי לוחם, אבער אז דו וועסט זיי ווייטער מכבד זיין און זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן; גארנישט וועלן, נאר דביקות, נאר ביטול - וועסטו זען ווי דיינע עלטערן וועלן זאגן פאר אלעמען "פון דעם זון האבן מיר דאס מערסטע נחת".


דאנק דעם אייבערשטן אז דו און דיין ווייב לעבן בשלום און מיט אהבה, זייט אייך מחזק אינאיינעם מיט די מצוה פון כיבוד הורים ומורים, און ביז א קורצע צייט וועלן דיינע עלטערן זיך איבערדרייען, און זיך פרייען אז ענק זענען מקורב ביים רבי'ן.


חס ושלום אפהאקן מיט די עלטערן, דו זאלסט ווייטער גיין צו זיי און רעדן מיט זיי, און אויב זיי ווילן נישט רעדן - זאלסטו אביסל ווארטן, "חֲבִי כִמְעַט רֶגַע עַד יַעֲבָר זָעַם" (ישעי' כו, כ).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#137 - אוועקגיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה
כיבוד אב ואם, שלום בית, מחלוקת, שווער און שוויגער, אומאן, ראש השנה, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל דו שרייבסט מיר, איך וויל האבן מיט דיר א קשר, און מיט די הילף פון באשעפער דיר העלפן אוועק שטעלן א שיינע שטוב.


בנוגע די טענות וואס דו האסט אויף מרת..., אז זי לערנט דיין ווייב דיך צו מאכן שפירן ווי א שמאטע, דו ווילסט איר אנרופן וכו'; איך ווייס נישט אויב עס איז א גוטע עצה, ענדערש זאלסטו מיר שרייבן אדער דערציילן וואס דיין ווייב טוט נישט גוט צוליב מרת ..., וואס זי מאכט דיר שאדן, און איך וועל מיטן אייבערשטנ'ס הילף איר עס איבערגעבן און זען וואס מען קען בעסער מאכן, זי איז נישטא צו העצן פרויען אויף מענער, זי איז דא נאר צו העלפן אוועק שטעלן שטיבער זיך פירן מיט שלום און שלוה.


אויף דיין פראגע אויב דו גייסט קענען יוצא זיין ביי אונזער קיבוץ אין אומאן תקיעת שופר, היות מען רופט אויס פאר די תקיעות אז ווער עס האט איינעם פיינט זאל ארויסגיין פון בית המדרש; וואס זאל איך דיר זאגן, מוהרא"ש האט אזוי געטון און אזוי טוט מען ביי אונזער מנין, אויב מען האט איינעם פיינט קען מען נישט זיין אין שול ביי תקיעת שופר, מען מוז ארויסנעמען אלע פיינטשאפט פון הארץ, יעדן איינעם ליב האבן און אויף יעדן איינעם רחמנות האבן.


אויב דו שפירסט נאכאלץ אז דיין ווייב קוועטשט דיך אויס מיט אירע געוויינען, כהיום (נישט אלטע זאכן) - זאלסטו מיר עס שרייבן און איך וועל איר מחזק זיין זי זאל דאס נישט טון, זי זאל דיך נישט צעקוועטשן און צעדרוקן.


אויף דיין פראגע וויפיל מאל מען זאל גיין צו עלטערן אויף שבתים; ווען מען איז יונג, מען האט נאכנישט קיין גרויסע ווירטשאפט - איז גוט צו גיין צו עלטערן מער אפט, ווייל שפעטער מיט די צייט ווען די משפחה צואוואקסט זיך - איז שווער דאס פארן און קומען.


בנוגע רעדן מיט א שוויגער וכו'; דארפסט נישט רעדן מיט דיין שוויגער, איך רעד אויך נישט מיט מיין שוויגער. אז מען גייט צו א סעודה באדאנקט מען זיך, מען זאגט שכוח, און ווען מען קומט אריין אין שטוב באגריסט מען, אזוי אויך ביי א שמחה ווינטשט מען מזל טוב, אבער אזוי דורכן יאר פעלט נישט אויס צו רעדן.


דאס וואס דו שרייבסט אז צווישן אנשי שלומינו זענען דא וואס מאכן דיר נערוועז און דו ווילסט וויסן אויב דו זאלסט ענדערש אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש וכו'; טייערער ברודער, היינט איז עס דאס, מארגן איז עס א צווייטע זאך, אוועק גיין דאווענען ערגעץ אנדערש איז נישט קיין עכטע עצה, וואס וועסטו טון ווען דו וועסט ווערן היימיש אין יענעם שול און דארט וועלן דיר זאכן אנהויבן באדערן? וואו וועסטו דעמאלט גיין? די עכטע עצה איז - קוקן אויף יעדן מיט רחמנות אויגן, און וויסן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, יעדער טראכט אנדערש, און יעדער איז הייליג, יעדער איד איז א קינד ביים אייבערשטן, און אז זאכן באדערן און זאכן שטערן - דארף מען זיך אליין אויסוואשן מיט הייסע טרערן, מען דארף גיין אין פעלד און וויינען צום אייבערשטן, מען זאל זיך אזוי אויסלייטערן ביז מען האט יעדן איינעם ליב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#136 - ארויסנעמען פון הארץ די פיינטשאפט אויף א צווייטן
מחלוקת, שלום, ראש השנה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן. ביי אונזער ד' אמות קען מען נאר קומען אז מען לאזט אפ אלע שנאה, אלע פיינטשאפט.


איך בעט דיר זייער זאלסט ארויסנעמען פון הארץ די פיינטשאפט וואס דו האסט צו א צווייטן, איך פארלאנג נישט פון דיר זאלסט האלטן ווי יענעם, און זיצן מיט יענעם וכו' וכו'; דו האסט דיין וועג, אן יענער האט זיין וועג וכו'; אבער די פיינטשאפט, דאס וועלן יענעם צערייסן און אויפעסן - דאס דארפסטו ארויסנעמען פון דיר, נאר אזוי קענסטו זיין אין אונזער חבורה, היכל הקודש. מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט די תקנה אז מען קען נישט זיין אין שול ביי תקיעת שופר אויב מען האט א שנאה אויף א צווייטן.


אז דו וועסט מוחל זיין אנדערע - וועט מען דיר מוחל זיין, אז דו וועסט קוקן גוט אויף אנדערע - וועט מען קוקן אויף דיר גוט, און אז דו וועסט גיין התבודדות יעדן טאג - וועסטו זען נאר גוטס.


"ווען איך זע א חסרון ביי א צווייטן, איז דאס אדער ווייל האב איך נישט געהאט יענעם טאג התבודדות, און אז איך האב יא געמאכט התבודדות, איז דאס געווען ווינציג" - האט רבי נתן געזאגט.


איך ווארט זיך זען מיט דיר און מיט די גאנצע חבורת היכל הקודש ביים רבי'ן אין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#135 - אז מיר וועלן זיך ליב האבן, וועלן מיר זען ישועות
הכרת הטוב, מחלוקת, שלום, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך אין די פרשה האבן מיר די פרשה פון ביכורים, דאס איז די מצוה פון הכרת הטוב, דאס איז די שענסטע מידה, און אז מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן - דארפן מיר האבן הכרת הטוב און צוריק טון פאר מוהרא"ש וואס ער בעט.


מוהרא"ש בעט אין די צוואה איין זאך; מיר זאלן זיך נישט קריגן, מיר זאלן נישט האבן צו טון מיט מחלוקת, מיר זאלן זיך נאר ליב האבן, ווייל דאס איז די שליסל צו אלעס, אונזער הצלחה איז אנגעהאנגען נאר אין די איין זאך; אויב עס וועט בלייבן די ליבשאפט צווישן אונז, כל זמן מיר וועלן זיך פארגינען און ליב האבן - וועלן מיר האבן א ריזיגע הצלחה, אויך וועלן מיר ווייטער שפירן א טעם אין די התקרבות לרבינו, מען קען שפירן אז דער רבי איז מיט אונז, אבער נאר אז די ליבשאפט וועט אנהאלטן; חס וחלילה אויב עס וועט געלונגען פארן סמ"ך מ"ם צו מאכן קנאה און שנאה צווישן אונז - וועט די קהילה, די מוסד און די שיינע חבורה צעפאלן, היה לא תהיה, און מען וועט שוין נישט שפירן די זיסע טעם פון התקרבות לצדיק, ווייל (בראשית מט, ו): "בִּקְהָלָם אַל תֵּחַד כְּבֹדִי", דער צדיק גייט אוועק ווען מען קריגט זיך און מען האט זיך פיינט.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין ראש השנה, דער רבי נעמט נישט אן קיין בעלי מחלוקת, און אז מען האט איינעם וויי געטון, מען האט איינעם פארשעמט - העלפט גארנישט; עס העלפט נישט קיין תיקון הכללי אויף דעם ביז מען בעט יענעם איבער, וואויל איז דעם וואס איז מרבה שלום.


אז מיר וועלן זיך ליב האבן - וועלן מיר זען ישועות אין אלעס וואס מיר ווארטן. מוהרא"ש ברענגט זייער אסאך מאל דעם סיפור, אז דער הייליגער רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו: "מיט וואס האסטו זוכה געווען אז מען זעט ביי דיר אזעלכע גרויסע מופתים?" האט דער הייליגער רבי אלימלך געזאגט: "ברודער, איך האב אריינגעברענגט א שטארקע ליבשאפט צווישן מיינע תלמידים, מען האט זיך זייער ליב איינער דעם צווייטן און מען רעדט שיין איינער צום צווייטן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#134 - פארוואס איז מען נישט מחשיב די וואס העלפן בויען די מוסדות?
מחלוקת, לשון הרע, קאמפיין, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


עס טוט מיר זייער וויי אז עס איז דא קנאה און שנאה צווישן אנשי שלומינו, האברך ארי נרו יאיר זאגט מיר אז ער האט מער נישט קיין כח צו מאכן קומענדיגע יאר דעם יערליכן אנשי חיל קאמפיין ווייל דו און נאך אפאר אינגעלייט - צאפן אים אויס זיין בלוט; אנשטאט מחשיב זיין דעם אינגערמאן פארן העלפן בויען אונזערע מוסדות - פארשעמסטו אים און דו צאפסט אים אויס דאס בלוט.


פארוואס זאל זיין אזא זאך ביי אונז? פארוואס זאל מען נישט מחשיב זיין די וואס העלפן בויען די מוסדות? דו ווייסט ווי איך פלאג זיך טאג טעגליך צו קענען דעקן די מוסדות? דו ווייסט אז דער אינגערמאן נעמט אראפ פון מיר אזויפיל לחץ, אנשי שלומינו וואלטן ווען געדארפט האבן אביסל געפיל, אביסל הכרת הטוב - פאר איינער וואס שטייט א גאנץ יאר און העלפט די מוסד.


פון וועלכע געלט האבן מיר געבויט אונזער מקוה טהרה, אונזער עירוב, בית הוראה, קעמפ, באזאר, אונזער בנין אין אומאן, און נאך אסאך זאכן? פארוואס זאל מען זיך נישט פארגינען איינער דעם צווייטן?!


איך שרייב דיר דעם בריוו ווייל דו זאגסט מיר כסדר אז דו ווילסט הערן וואס דו קענסט מיר העלפן און דו ביסט מיר טאקע געטריי; קען זיין דו כאפסט נישט וואס פאר א שאדן דו מאכסט מיר, ווען דו שטייסט אין שול און דו מאכסט חוזק פון די קאמפיין און פון דעם אינגערמאן.


עס איז דא נאך אינגעלייט וואס קראצן אים אויס די קישקעס, פאר זיי שרייב איך נישט, זיי זאג איך נישט, זיי מאכן פון מיר אויך ליצנות; די סיבה פארוואס איך שרייב דיר, ווייל דו זאגסט מיר שטענדיג אז דו ווילסט מיר העלפן און גרינגער מאכן; אויב ווילסטו מיר גרינגער מאכן זאלסטו שעצן יעדן איינעם וואס העלפט מיר אין די מוסד.


איך בין זייער פארווייטאגט פון וואס דו האסט געטון, דו דארפסט מיך איבערבעטן.

#133 - די עבודה פון חודש אלול
מחלוקת, מנהגים, חודש אלול, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך מאנטאג ערב ראש חודש אלול - איז א טאג וואס אלע קומען אין שול זאגן יום כיפור קטן; אפילו די וואס זאגן נישט יעדן ערב ראש חודש יום כיפור קטן, אבער ערב ראש חודש אלול זאגן אלע יום כיפור קטן.


ביי אונז איז דער מנהג אז מען הויבט אן זאגן קאפיטל (כז) "לדוד ה' אורי וישעי" - ביי מנחה פון ערב ראש חודש אלול נאך יום כיפור קטן, פאר קדיש תתקבל.


די ספרדי'שע אידן זאגן גאנץ חודש אלול סליחות, מיר זאגן נאר די וואך פון ראש השנה, אבער מיר האבן אויך א קליינע סליחות וואס מיר זאגן יעדן טאג. קאפיטל (כז) "לדוד ה' אורי וישעי", די קאפיטל איז א מורא'דיגע קאפיטל, מען קען זיך גוט אויסוואשן דאס הארץ מיט די קאפיטל; "לְדָוִד" דוד המלך זינגט צום אייבערשטן, "ה' אוֹרִי וְיִשְׁעִי" דער אייבערשטער איז מיין ליכטיגקייט און מיין העלפער, "מִמִּי אִירָא" פון וועם זאל איך זיך פארכטן? "ה' מָעוֹז חַיַּי" דער אייבערשטער איז דער שטארקקייט פון מיין לעבן, "מִמִּי אֶפְחָד" פון וועם זאל איך ציטערן? אזעלכע שיינע ווערטער, "אִם תַּחֲנֶה עָלַי מַחֲנֶה לֹא יִירָא לִבִּי" אויב וועלן אויפשטיין אויף מיר א גאנצע באנדע שלעכטע מענטשן - האב איך אויך נישט מורא, "אִם תָּקוּם עָלַי מִלְחָמָה בְּזֹאת אֲנִי בוֹטֵחַ" און אויב וועט מען מאכן אויף מיר א מלחמה - פארלאז איך זיך אויפן אייבערשטן.


מיר פירן זיך צו בלאזן שופר גאנץ חודש אלול נאך קדיש דרבנן, פאר מען זאגט עלינו לשבח. דעם הייליגער אריז"ל זאגט, די ראשי תיבות פון שופ"ר איז (דברים כט, יז): "שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה", דו ווייסט אודאי וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן, לכאורה וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? נאר רש"י זאגט, וואס איז דאס שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם" ווען מען הערט דעם שופר - דארף דאס אויפוועקן מען זאל תשובה טון, ארויסנעמען פון זיך דאס רשעות און מען זאל אנהויבן קוקן גוט אויף אנדערע, און טון נאר חסד מיט אנדערע.


מוהרא"ש זאגט, אלע עבודות וואס מען דינט דעם אייבערשטן, אויב האט מען פיינט א צווייטן איד - לאכט מען אין הימל פון דעם איד. יעצט אלול מוז מען דאס פאררעכטן, די דורשי רשומות זאגן, אלול איז ראשי תיבות (אסתר ט, כב): "אִ'ישׁ לְ'רֵעֵהוּ וּ'מַתָּנוֹת לָ'אֶבְיוֹנִים", מוהרא"ש זאגט, די עבודה פון אלול איז מרבה זיין ליבשאפט, זיך מוחל זיין, זיך איבערבעטן, זיך פארגינען; כל זמן מען האט פיינט א צווייטן איד - איז מען זייער ווייט פון תשובה, מוהרא"ש זאגט: "אדם יכול לקום בחצות", א מענטש קען אויפשטיין זאגן תיקון חצות, "ולהתבודד", און רעדן צום אייבערשטן, "וללמוד", און לערנען, "לעשות עבודות קשות", און טון שטארקע עבודות בעבודת השם יתברך, "אבל הוא שונא את הזולת", אויב האט ער פיינט א צווייטן, "על לא דבר", פאר גארנישט, "אזי למעלה בשמים צוחקים מכל עבודות הקשות שלו", אין הימל לאכט מען פון אלע זיינע עבודות, "והקדוש ברוך הוא אומר לו", און דער אייבערשטער זאגט אים, "איך אקבל את העבודות שלך", ווי אזוי ווילסטו איך זאל אננעמען דיינע עבודות, "בשעה שאתה שונא את הזולת", ווען דו האסט פיינט א צווייטן, "ועובר על (ויקרא יט, יז) 'לֹא תִשְׂנָא אֶת אָחִיךָ בִּלְבָבֶךָ'", (אשר בנחל חלק לט, מכתב ו'תשט).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#132 - מען האלט נישט פאָר א שוויגער, מען שרייט נישט אויף די שוויגער
מחלוקת, שווער און שוויגער, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות מסעי, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט איבער דיין שוויגער און מער זאלסטו נישט טון אזוינס; זאלסט קיינמאל נישט פארהאלטן דיין שוויגער אויף וואס זי טוט, זי האט גארנישט שלעכט געמאכט, זי מעג ברענגען פאר דיין ווייב די מעדיצין איר צו בארואיגן און קיינער ווייסט נישט וואס די מעדעצין איז, און אפילו מען ווייסט - איז אויך גארנישט, מען האלט נישט פאָר קיין שוויגער, מען שרייט נישט אויף די שוויגער, און מען וויינט נישט פאר א שוויגער.


אפילו נאך די גאנצע געראטשקע וואס האט פאסירט - קענסטו נאך אלעס פאררעכטן; מהיום והלאה זאלסטו נאר געבן גוטע ווערטער און נאר זיך באדאנקען.


אז זאכן באדערן דיר, דו קענסט נישט נעמען די וועג ווי אזוי דיין שוויגער באנעמט זיך מיט דיין ווייב וכו' - זאלסטו גיין התבודדות און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר עס זאל מיר גארנישט באדערן, עס זאל מיר גארנישט שטערן, איך זאל נאר וועלן דיך, נאר טראכטן פון דיר, זיין בטל צו דיר".



 

#131 - צוריק גיין אין ישיבה מיטהאלטן די סדרים
בחור, חסידות ברסלב, מחלוקת, ישיבה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד הרב ... שליט"א


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט איבער אין מיין נאמען פארן בחור ... נרו יאיר, ער זאל צוריק גיין אין ישיבה מיטהאלטן די סדרים, ער זאל נישט מאכן קיין צער פאר זיינע עלטערן.


ברסלב איז נישט קיין הפקר פלאץ, ברסלב איז עצות און חיזוק צו ווערן נענטער צום אייבערשטן און צו קיום המצוות, און אז ער וויל לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון ברסלב, קען ער דאס טון אין די זייטיגע צייטן, נישט שטערן די סדר הישיבה.


הצלחה וברכה.

#130 - איבערגעבעטן דעם וואס האט מיר זייער וויי געטון
מחלוקת, שלום, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מארגן איז א תענית. אינדערפרי זאגן מיר סליחות, מיר פאסטן (די בחורים און די מענער), און מיר בעטן דעם אייבערשטן זאל רחמנות האבן אויף כלל ישראל, אונז אויסלייזן פון גלות; אינאיינעם מיט משיח גיין קיין ארץ ישראל.


מיר דארפן תשובה טון אויף שנאת חינם, זוכן ווי מיר קענען שלום מאכן איינער מיטן צווייטן, קיינמאל נישט האבן מיט מחלוקת, און אודאי נישט מיט מחלוקת לשם שמים; דער בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב שנאת חינם.


דעם פארגאנגענעם ערב שבת האב איך איבערגעבעטן איינעם וואס יענער האט מיר זייער וויי געטון, איך האב אפילו געוויינט ווען יענער האט מיך געטשעפעט און וויי געטון; דאך האב איך זיך מתבודד געווען און געטראכט 'יענער האלט אז איך האב אים וויי געטון און איך האלט אז יענער האט מיך וויי געטון, איז ווי קען מען זיך איבערבעטן?' איך האב געבעטן דעם אייבערשטן, זיך געשטארקט און יענעם איבערגעבעטן, און עס איז געווארן שלום ושלוה.


איך שרייב דיר דאס ווייל איך ווייס דו האסט אויך אזעלכע מעשיות, דו ביסט פארשעמט געווארן און דו ווארסט יענער זאל דיך איבערבעטן; פארשטיי אז יענער האט אויך טענות, סברות און ראיות אז דו האסט אים וויי געטון, זיי זיך מתבודד און בעט איבער די וואס האבן דיך וויי געטון, אבי עס זאל זיין שלום.


התבודדות קלארט אויס די מעשה, אָן התבודדות קען מען זיך גוט אפנארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#129 - דאס גרויסקייט פון מאכן שלום צווישן מענטשן
מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט נישט קיין השגה דאס גרויסקייט פון מאכן שלום צווישן מענטשן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פאה א, א): "וַהֲבָאַת שָׁלוֹם בֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ", מאכן שלום צווישן איינעם מיטן אנדערן – איז פון די גרעסטע זאכן אויף די וועלט.


איך בין דיר זייער דאנקבאר אז דו העלפסט מיר, דו מאכסט שלום צווישן אנשי שלומינו, דאס איז די וויכטיגסטע זאך פאר מיר, ווייל איך האב א צוזאג וואס איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש, אז איך וועל נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת וכו'.


אלע ברכות קומט נאר אויב איז דא שלום. די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה יא, ט): "גָּדוֹל שָׁלוֹם, שֶׁאֵין כְּלִי מְקַבֵּל בְּרָכָה אֶלָּא שָׁלוֹם", בזכות שלום קומען אלע ברכות; נאך זאגן די הייליגע חכמים (שם): "גָּדוֹל הַשָּׁלוֹם, שֶׁלֹא בָּרָא הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִדָּה יָפָה כְּמוֹ הַשָּׁלוֹם", די שענסטע מידה איז שלום.


שכוח נאכאמאל.

#128 - זיי מיר מוחל אז איך האב גערעדט צו דיר נישט שיין
מחלוקת, סדר דרך הלימוד, חשבון הנפש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דארף דיך איבערבעטן, שוין איבער א יאר וואס איך טראכט אז איך דארף דיך איבערבעטן, איך טראכט אלץ אויב איך האב וועל דיך זען וועל איך דיך איבערבעטן. יעצט מאך איך זיך א חשבון הנפש זע איך אז איך קען נישט ווארטן דיך צו טרעפן, נאר איך דארף דיר שרייבן, איך האף דו וועסט מיר מוחל זיין.


זיי מיר מוחל אז איך האב גערעדט צו דיר נישט שיין, איך האב געשריגן אויף דיר, זיי מיר דן לכף זכות, איך בין א מענטש, איך האב אסאך אויף מיר, איך בעט דיך איבער און איך ווארט צו הערן פון דיר אויב דו ביסט מיר מוחל אדער אויב דו פארלאנגסט פון מיר עפעס.


אויך יעצט ווען דו ביסט אויף מיר ברוגז בעט איך דיר זאלסט זיך דערמאנען וויפיל צייט איך האב אוועקגעגעבן פאר דיר פאר דיין שלום בית, עס איז געווען צייטן וואס דו ביסט געווען פארלוירן וכו' וכו', בין איך געזיצן מיט דיר און דיין ווייב און ענק מחזק געווען אן קיין געלט, אן גארנישט.


אויך בעט איך דיר זאלסט צוריק אנהויבן זאגן משניות און גמרא, דאס היילט אויס די מח, עס מאכט שטארקע נערווען און וואשט אויס די נשמה פון אלע שמוץ.



 

#127 - שלום מאכן מיט די שכנים, וועט ברענגען א נס
קינדער, מחלוקת, שלום, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דער דאקטער האט ענק גוט אנגעשראקן אז ער זעט שלעכטע זאכן אין די בלוט פון דיין ווייב, און דאס גייט שאטן פארן קינד חס ושלום, און ענק זענען דערשראקן און פארלוירן, ענק בעטן א ברכה.


איך זאג דיר אזוי, אויב דו וועסט שלום מאכן מיט דיינע שכנים, דו וועסט זיי מער נישט פיינט האבן, דו וועסט זוכן שלום מיט זיי, דו מיט דיין ווייב וועלן נאר זוכן דאס גוטס ביי זיי – זאג איך דיר צו דו וועסט זען א נס; סיי דיין ווייב וועט זיין געזונט און שטארק, און סיי דאס קינד וועט זיין געזונט און שטארק.


קום מיר נישט זאגן אז דו ביסט גערעכט, איך ווייס דו ביסט גערעכט, און פון דעם רעדט מען יעצט; ווען דו און דיין ווייב זענען גערעכט, און די שכנים טוען אזוי און אזוי, זאלסטו נאר זען גוטס און זוכן שלום.


געדענק, א געשעפט איז א געשעפט.



 

#126 - זיך גוט אויסלאכן, און נישט נעמען קיין פרעמדע זארג
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, סגולות, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס ווייסן אלע פרויען אז ווען מען איז אנגעצויגן נעמט דאס אוועק די מילך; קען זיין פון די גאנצע פרשה וואס איז יעצט אריבער וכו' - זענט איר אנגעצויגן, דאס נעמט אוועק די מילך.


זאלט איר זיך גוט אויסלאכן און נישט נעמען קיין פרעמדע זארג; לויבט און דאנקט דעם אייבערשטן אז איר זענט געזונט און איר האט אן ערליכער מאן מיט א געזונטע בעבי, און מער פון דעם זאל אייך נישט אינטערעסירן, און אז די גאנצע משפחה קאכט א קעסל מיט מחלוקת, יעדער האט א דעה ווער עס איז גערעכט - זאל דאס אייך נישט אינטערעסירן, איר דארפט נישט זיין אויפן טעלעפאן, נישט זיין אויף די גרופס, נישט מיטהאלטן, נישט הערן - וועט די גאנצע מילך צוריק קומען.


דער  רבי זאגט א סגולה צו האבן מילך, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן (ספר המידות אות בנים, סימן סה).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#125 - ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין פרייליך און זיין בשלום מיט זיך אליין?
קינדער, שמחה, אמונה, התחזקות, הפצה, מחלוקת, מנהגים, נחת, קשיות, שבועות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת במדבר, ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


איך וויל אייך שרייבן אביסל פון די שיינע חיזוקים וואס מיר האבן געשמועסט די וואך ביים ליל שישי שיעור אין אמעריקע. מיר שטייען שוין ביים בארג סיני, מיר גייען שוין זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה, און ביי קבלת התורה שטייט (שמות יט, ב): "וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל נֶגֶד הָהָר", זאגט רש"י, פארוואס שטייט א לשון יחיד? ווייל איבעראל איז געווען תרעומות און מחלוקת, און ביים בארג סיני איז געווען אָן מחלוקת.


האבן מיר גערעדט אז דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לג): "הכלל הוא, שצריך לבקש שלום", מען דארף שטענדיג זוכן צו זיין בשלום, "שיהיה שלום בין ישראל", סיי מיט מענטשן, עס זאל זיין שלום צווישן אידישע קינדער, "ושיהיה שלום לכל אדם במדותיו", און סיי מיטן מענטש אליין, דער מענטש זאל זיין בשלום מיט זיך, "היינו שלא יהיה מחלק במדותיו ובמאורעותיו", ער זאל נישט זיין ברוגז ווען זאכן גייען נישט ווי ער וויל, "שלא יהא לו חילוק בין בטיבו בין בעקו", 'סיי ווען עס גייט מיר גוט און סיי ווען עס גייט מיר פארקערט', "תמיד ימצא בו השם יתברך", 'ווייס איך אז דער אייבערשטער איז דא מיט מיר און ער מאכט מיר נאר גוטס, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים נו, יא) 'בה'', ווען דער אייבערשטער געבט מיר חסדים, 'אהלל דבר', דאנק איך אים, 'באלקים', און ווען עס קומט דער מידת הדין, 'אהלל דבר', דאנק איך אים', דאס זאגט אונז די תורה, ווען די אידן זענען געקומען צום בארג סיני איז נישט געווען קיין מחלוקת מיט זיך אליין, מען איז נישט געווען ברוגז אויפן אייבערשטן, מען האט נישט געהאט קיין טענות; דאס מיינט דער פסוק: "וַיִּחַן שָׁם יִשְׂרָאֵל, 'כאיש אחד בלב אחד'", מיט איין הארץ, אן קיין תרעומות.


טייערע חברים, מען קען גיין אנגעטון מיט די שמונה בגדים, אבער אויב מען האט איין פינטעלע טענות אויפן אייבערשטן, איין פינטעלע תרעומות - איז מען ביי די טומאה רחמנא לצלן; מען טאר נישט האבן קיין קשיות און טענות אויפן אייבערשטן, מען דארף האבן אמונה אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, ער פירט אלעס בצדק ובמשפט בחסד וברחמים.


איך האב פינקט געשמועסט מיט איינעם פארן שיעור, יענער האט זיך זייער אפגערעדט, יענער איז נעבעך אריינגעפאלן אין א קטנות הדעת, אין די טומאה רחמנא לצלן; פול מיט קשיות אויפן אייבערשטן און אויף צדיקים פון ווייטאג אז זיינע קינדער ברענגען אים נישט נחת, זיי טוען זיך נישט אן ווי אים. האב איך דערציילט ביים שיעור, איך געדענק יארן צוריק בין איך איינגעשטאנען ביי א ברסלב'ער חסיד, א גרויסער צדיק, איך האב געגעסן ביי יענעם די שבת סעודות, און דארט אין שטוב זענען דא קינדער וואס זענען ביז דערווייל נישט אזוי ווי עס דארף צו זיין, די קינדער זענען געקומען צום שבת טיש זייער נישט מסודר, איך האב געזען דעם ברסלב'ן חסיד ווי די פנים שיינט אים מיט אזא שמחה, מיט אזא הייליגקייט, איך האב געטראכט צו מיר 'ווי איז מען זוכה צו האבן א ריינעם הארץ, נישט האבן קיין טענות און תרעומות, ווייטער ליב האבן די קינדער, ווייטער טון וואס מען האט צו טון...'


עס איז כדאי ענק זאלן אויסהערן די שיעור נאך פאר יום טוב שבועות; בפרט די וואס האבן א שטוב מיט קינדער זאלן וויסן אז די שטוב, די סעודות שבת ויום טוב – דארף זיין איין שטיק שמחה, איין שטיק געשמאק, נאר אזוי קען מען זוכה זיין די קינדער זאלן ווייטער גיין אויף די וועג פון די תורה, ווייל אז קינדער זעען ווי מען וויינט, מען שרייט, מען קריגט זיך, טאטע מאמע קוקן זיך נישט אין די אויגן, יעדער האט אנדערע טענות - ווילן די קינדער נאר אנטלויפן.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן אבער עס ווערט שוין דער זמן, איך בעט ענק זייער ענק זאלן זיך אויפפרישן מיט הפצה, איך בעט די אלע גבאים פון הדפסה זאלן מיר שיקן וועכנטליך א באריכט וויפיל אלע זענען מפיץ, איך וויל ארויפריקן די נומערן, און יעדער איינער פון אנשי שלומינו זאל אנהויבן מער טון אין הפצה. מיר פארן שוין נאך אביסל צום רבי'ן אויף ראש השנה, און באֵלו פנים וועלן מיר קומען צום רבי'ן אָן מזכה זיין נשמות ישראל... ווייל דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן אמאל: "אויב דו קומסט צו מיר פארוואס קומען נישט אלע? און אז אלע קומען נישט - פארוואס קומסטו יא?" בכן זאלן די גבאים פון די הדפסה אין יעדע פלאץ וואו מען דרוקט - מיר שיקן וועכנטליך א באריכט וויפיל אלע באשטעלן, און איך האף אז די נומערן וועלן זיך ארויפריקן ביי יעדן.


איך שרייב אייך אין קורצן די מנהגים פון שבועות ביי אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש. ווען עס ווערט דער זמן פון יום טוב שבועות איז מען זייער פרייליך, מען גייט דאווענען, נאכן דאווענען בלייבט מען נישט שמועסן, מען גייט אהיים צו די ווייב און קינדער און מען מאכט א סעודה. ביי די סעודה איז מען זייער פרייליך, מען רעדט צו די קינדער ווי גליקליך מיר זענען, מיר זענען אידן נישט קיין גוים. ביינאכט איז מען זייער פרייליך, מען זאגט די תיקון און מען גייט אין מקוה, און ביידע טעג איז מען זייער זייער פרייליך אז מיר זענען אידן.


איי וועסטו פרעגן, זייער שיין געשריבן און זייער שיין גערעדט, אבער ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין פרייליך און זיין בשלום מיט זיך אליין? קוק אריין די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן, שם), דער רבי פרעגט די פראגע: "ועל ידי מה ימצא השם יתברך בין בטיבו בין בעקו", ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו דעם, עס זאל נישט זיין קיין חילוק פון גוט און שלעכט, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און אלעס איז נאר גוט? "על ידי התורה הנקראת שלום", דורך לערנען תורה איז מען זוכה צו דעם, די תורה מאכט דעם מענטש צופרידן. אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, יז): "וְכָל נְתִיבוֹתֶיהָ שָׁלוֹם", די תורה ברענגט שלום, "ועל ידי צדיקים", אויך דורך די צדיקים; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט די עצות און חיזוק פון צדיקים - ווערט מען א צופרידענער, "ומחמת זה יכול לאהוב את השלום בכל מקום, הן בטיבו הן בעקו", אז מען איז מקורב צום צדיק, מען פאלגט די עצות און מען לערנט תורה - ווערט מען א צופרידענער מענטש, מען האט זיך אליין ליב, "ויכול להיות שלום בין ישראל, ולאהוב זה את זה", און אויך האט מען ליב יעדן איד.


א גוט שבת.

#124 - משיח קען נישט קומען צוליב די מחלוקת צווישן אונז
שלום בית, מחלוקת, בריוו, משיח, ספרי ברסלב, חסידות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


קודם כל וויל איך איבער בעטן פארן נישט ענטפערן גלייך, איך בין אזוי פארנומען אז איך קום ניטאמאל אן צו ליינען די בריוו; רוב בריוו וואס קומען אן צו מיר קום איך ניטאמאל אן צו ליינען, און אז איך ליין יא - דארף מען נאך האבן צייט צו קענען ענטפערן, דעריבער פארשלעפט זיך עס.


איך האב געליינט דיינע בריוו מיט גרויסע צער און ווייטאג, מיר רייסט ביים הארץ די מחלוקת וואס האט אויסגעבראכן ביי ענקער חסידות; עס איז געווען אזוי שיין, אזוי באחדות - ביז דער שטן האט זיך אריינגעמישט און עס האט אויסגעפלאצט אזא פיינטשאפט. וואס זאל איך דיר זאגן, די מחלוקת צווישן אידישע קינדער, צווישן חסידים און צווישן קרייזן - דאס איז מעכב די גאולה, משיח קען נישט קומען צוליב די מחלוקת צווישן אונז; וואלט מען זיך נישט פיינט געהאט - וואלט משיח שוין לאנג געקומען.


עס זיך נישט אויף, און באשולדיג נישט קיינעם, און זיכער נישט דיין ווייב, און אז מען רודפ'ט דיר זאלסטו נישט ווארפן די שולד אויף קיינעם, געב אכטונג דיין שטוב זאל נישט צעבראכן ווערן, ווארף נישט די שולד אויף דיין ווייב, זיי זיך מסדר אין א שול וואו מען לאזט דיך יא דאווענען, און גיי נאר אין פלעצער וואו מען רודפ'ט דיר נישט.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים, וועסטו זיך גוט אויסלאכן פון אלעס אנדערש. אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספר ליקוטי מוהר"ן זעט מען אז עס איז דא אמת, עס איז דא עפעס העכערס פון די אלע סארט שטותים והבלים. דער רבי וועט דיך פירן חוץ לישוב, ער וועט דיר געבן אנדערע מוחין, טראכטן פונעם אייבערשטן, זיך בענקען צום אייבערשטן און לעבן מיט תכלית, מיט עלמא דאתי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#123 - נישט ווערן אריינגעדרייט אין די פרשה
כיבוד אב ואם, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קדושים, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב גרויס צער פון די גאנצע פרשה, עס איז אזוי שרעקעדיג צו זען ווי אזא שיינע משפחה צעפאלט דורך מחלוקת; אייערע עלטערן האבן געלעבט אזוי שיין אלע יארן, און יעצט וועגן א מחלוקת צעפאלט אלעס.


איר זאלט ווייטער מחזק זיין אייער מאמע, און זיין זייער שטארק נישט צו ווערן אריינגעדרייט אין די פרשה. אויך זאלט איר רעדן מיט אייער טאטע, און נישט ווערן אריינגעדרייט אין די פרשה.


איך בעט דעם אייבערשטן פאר אייך איר זאלט האבן קינדער, און הצלחה, ובזכות די מצוה פון כיבוד אב ואם, און בזכות שלום – זאלט איר האבן זרע של קיימא מיט אלעס גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - עס זאל זיין שלום ביי ענק אין שטיבל
מחלוקת, שלום, בית המדרש, אחדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קדושים, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן און זיך נישט צוריק האלטן פון זאגן, דו זאגסט דו ווילסט הערן וואס בעסער צו מאכן וכו', וועל איך דיר שרייבן.


זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות עס זאל זיין שלום ביי ענק אין שטיבל; אז דו האסט זאכן וואס שטערן דיך פון דעם און פון יענעם וכו' וכו' - זאלסטו דאס דערציילן נאר פארן אייבערשטן ביי התבודדות, אבער אין שול זאלסטו נישט מאכן קיין שום עסק דערפון; אפגעזען אויב מען דאווענט שפעט אדער פרי, שנעל אדער שטייט, דאס איז נישט דיין זאך, דיין זאך איז קומען אין שטיבל מיט א שמייכל, אויפזוכן אין יעדן איינעם דאס גוטס.


מוהרא"ש זאגט, ביי יעדע שטיבל היכל הקודש איז דא אינדרויסן קליפות ומזיקין וואס האלטן צוריק מענטשן פון קומען דאווענען; דאס איז נישט נאר פאר פרישע מקורבים, דאס איז ביי יעדן איינעם, מען קען זיין יארן אין היכל הקודש און פלוצלונג ווערט מען פארכאפט ביי די קליפה פון מחלוקת, מען ווערט פארנומען מיט דעם און מיט יענעם, מען פארגעסט פארוואס מען איז בכלל געקומען קיין ברסלב, פארוואס מען איז געקומען צום רבי'ן.


אויב דו וועסט זיך שטארקן, דו וועסט נישט מאכן קיין עסק פון קיין שום זאך, דו וועסט נאר שמייכלען - וועלן ענק האבן הצלחה מיט די קינדער, און אויב מען וועט זיך בייסן - איז א גרויס רחמנות אויף ענקערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - ווילסט בלייבן אין היכל הקודש, שטיי ווייט פון מחלוקת
מחלוקת, היכל הקודש, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


ביסט א פרישער מקורב אין היכל הקודש און אז דו ווילסט בלייבן מקושר אין די הייליגע חבורה - זאלסטו שטיין ווייט פון מחלוקות, שטיי ווייט פון די וואס טראגן און ברענגען לשון הרע; סיי די וואס ברענגען דיר לשון הרע וואס מען רעדט אויף דיר, און סיי דער וואס דערציילט דיר פון וואס דער רעדט אויף יענעם. זאלסט וויסן אז דאס איז פון די פרינציפן אין היכל הקודש, די ערשטע און וויכטיגסטע זאך; נישט האבן צוטון מיט לצים וואס זיצן אין אונזערע ד' אמות.


דא האסטו א שטיקל וואס מוהרא"ש האט מיר געלאזט צוואה, די צוואה איז פאר מיר פריוואט און דו זאלסט דאס אויך נעמען פאר דיר פריוואט (צוואת מוהרא"ש, אות י):


מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן, אִיר זָאלְט נִישְׁט הָאבְּן קַיין שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם סָארְט פָּאלִיטִיק.


כְּלַל יִשְרָאֵל אִיז אֵיין גְרוֹיסֶער גֶעשְׁטֶעל, אוֹיבּ הֵייבְּט מֶען אָן זוּכְן חֶסְרוֹנוֹת אוֹיף אִידְן, צוּבְּרֶעכְט מֶען מִיט דֶעם חֲלָקִים פוּנֶעם גַאנְצְן גֶעשְׁטֶעל, אוּן דַאן קֶען צוּפַאלְן דֶער גַאנְצֶע בִּנְיָן, מֶען קֶען אִינְגַאנְצְן אַוֶועק פַאלְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַרַיינְפַאלְן חַס וְשָׁלוֹם אִין כְּפִירוֹת אוּן אַפִּיקוֹרְסוּת. אוּן פַארְקֶערְט וֶוען מֶען הַאלְט זִיךְ בְּשָׁלוֹם בְּרֶענְגְט דָאס אַלֶע גוּטֶע זַאכְן, שָׁלוֹם אִיז דִי כֵּלִי וָואס בְּרֶענְגְט פַארְן מֶענְטְשׁ אַלֶע גוּטֶע בְּרָכוֹת אוּן יְשׁוּעוֹת.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת, אִיר זָאלְט אֵייבִּיג שְׁטֵיין פוּן דִי זַייט אוּן אַנְטְלוֹיפְן נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אֲפִילוּ אוֹיבּ מֶען וֶועט אַייךְ וֶועלְן אַיינְרֶעדְן אַז עֶס אִיז מַמָשׁ אַ מִצְוָה אוּן אַ חוֹב קָדוֹש צוּ רוֹדְפְ'ן אַ גֶעוִויסְן מֶענְטְשׁ, זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן דִי סָארְט מִצְוֹת, אִיר זָאלְט אַייךְ הַאלְטְן נָאר בְּשָׁלוֹם מִיט יֶעדְן אֵיינֶעם. אוּן זִיכֶער זָאלְט אִיר קֵיינְמָאל נִישְׁט אוּנְטֶערְשְׁרַייבְּן קֶעגְן קַיין שׁוּם אִיד, וֶוער עֶס שְׁרַייבְּט אוּנְטֶער קֶעגְן אַ אִיד גֵייט אַרַיין אִין כְּלַל וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (סַנְהֶדְרִין נח:) "הַמַּגְבִּיהַּ יָדָיו עַל חֲבֵירוֹ נִקְרָא רָשָׁע" - אֵיינֶער וָואס הֵייבְּט אוֹיף אַ הַאנְט אוֹיף זַיין חַבֶר הֵייסְט אַ רָשָׁע. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט נְקָמָה נֶעמֶען אִין דֶעם וָואס טוּט דָאס, עֶר וֶועט וֶוערְן אוֹיסְגֶערִיסְן פוּן דִי וֶועלְט רַחֲמָנָא לִיצְלָן.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן אַלֶע עֶרְלֵיי מַחְלוֹקֶת, רַייבֶּערֵייעֶן אוּן טַעֲנָה'רַייעֶן וָואס מַאכְט זִיךְ צְוִוישְׁן חֲסִידוּת'ן אָדֶער צְוִוישְׁן אַנְדֶערֶע גְרוּפֶּעס אוּן פַּארְטֵייעֶן. אִיר זָאלְט זֶען צוּ מְכַבֵּד זַיין יֶעדְן אִיד, צוּ הַאלְטְן טֵייעֶר אוּן חָשׁוּב יֶעדְן אִיד. אִיר זָאלְט מִתְפַּלֵל זַיין אוּן בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם צְוִוישְׁן אִידְן אוּן אַז אַלֶע אִידְן זָאלְן צוּרִיק קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִין דֶעם זְכוּת וָואס אִיר וֶועט נָאר זוּכְן שָׁלוֹם אוּן אִיר וֶועט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אִידְנְ'ס וֶועגְן, אִין דֶעם זְכוּת וֶועלְן אַייעֶרֶע תְּפִלוֹת וֶוערְן אָנְגֶענוּמֶען אִין הִימְל אוּן עֶס וֶועט אַרָאפּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע גוּטֶע הַשְׁפָּעוֹת, וַוייל בַּיים אֵייבֶּערְשְׁטְן אִיז זֵייעֶר חָשׁוּב וֶוער עֶס פְּרוּבִּירְט זִיךְ צוּ הַאלְטְן בְּשָׁלוֹם מִיט אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אוּן עֶר בֶּעט אוּן אִיז מִתְפַּלֵל פַאר אִידִישֶׁע קִינְדֶער.


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - לאמיר שלום מאכן און זיך פארגעבן איינער דעם צווייטן
מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בענק זיך צו דיר, שוין אזוי א לאנגע צייט וואס איך זע דיר נישט און איך הער נישט פון דיר.


איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי דיינע חברים וואס דו מאכסט און וואס עס הערט זיך, האבן זיי מיר געזאגט אז דו ביסט זייער פארווייטאגט אויף מיר, היתכן איך האב נישט געמאכט קיין צייט פאר דיר וכו' און דו ווילסט מער נישט האבן קיין שייכות מיט מיר.


וויל איך דיך איבערבעטן, און איך וויל דו זאלסט מיר דן זיין לכף זכות; ווי נישט ווי האב איך דיר אויך אסאך טובות געטון, איך האב דיך אריינגענומען אין ישיבה ווען קיינער האט נישט געוואלט קוקן אויף דיר, איך האב דיר געעפנט א טיר ווען אלע האבן פארהאקט די טירן אויף דיר, איך האב דיך אויפגעהאדעוועט כאשר ישא האומן את היונק, איך האב דיך אסאך יארן מקרב געווען און דיך געלערנט חכמת החיים, אויסגעלערנט שיינע זאכן פארן לעבן.


זיי נישט בייז אויף מיר און לאמיר שלום מאכן און זיך פארגעבן איינער דעם צווייטן, וועט דער אייבערשטער אונז פארגעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#119 - ווי אזוי פאסירט אן ערד ציטערניש?
אמונה, מחלוקת, תשובה, נייעס, ערד ציטערניש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תזריע, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פרייטאג אינדערפרי בשעת'ן לערנען, פלוצלונג שפיר איך ווי דער גאנצער בנין הישיבה שאקלט זיך, די ערשטע פאר סעקונדעס האב איך געטראכט 'וואס קען דאס זיין?' ביז איך האב געטראכט אז דאס איז אן ערד ציטערניש.


די בחורים וואס זענען געווען אין ישיבה פרייטאג אינדערפרי האבן גלייך אנגעהויבן פרעגן "פון וואס קומט אן ערד ציטערניש?" האב איך געלערנט מיט זיי די גמרא אין ברכות. די גמרא פארציילט, עס איז געווען אן ערד ציטערניש און רב קטינא האט געזאגט פאר די תלמידים פון וואס די ערד ציטערניש פאסירט, "בשעה שהקדוש ברוך הוא זוכר את בניו ששרויים בצער בין אומות העולם, מוריד שתי דמעות לים הגדול וקולו נשמע מסוף העולם ועד סופו" (ברכות נט.), ווען דער אייבערשטער זעט ווי די אידישע קינדער ליידן פון די אומות העולם וויינט דער אייבערשטער, און די טרערן טראפן אינעם ים הגדול, און פון דעם פאסירט די ערד ציטערניש. אויך האב איך געוויזן פאר די בחורים, די ירושלמי זאגט (ברכות פרק ט, הלכה ב): "מפני המחלוקת", ערד ציטערניש קומט פון מחלוקת, מיר זאלן תשובה טון.


פרייטאג צו נאכטס נאכן דאווענען האבן אלע גערעדט פונעם ערד ציטערניש, האב איך געזאגט די אינגעלייט זאלן שמועסן ביי די סעודה מיט די משפחה ווי אזוי פאסירט אן ערד ציטערניש, ווען דער אייבערשטער וויינט פאר די צרות פון די אידן. עס איז א גוטע געלעגנהייט אריין צו לייגן אמונה אין די נייעס, אלע אויערן זענען אפן, אלע ווארטן צו הערן וואס גייט פאר, וואס פאסירט, ווי אזוי עס פאסירט; פרעדיגן אמונה, אז אלעס איז נאר פונעם אייבערשטן.


הער נישט אויס די אידישע נייעס וואס רעדן פון טבע מקרה מזל, זיי געבן איבער די נייעס אין אידיש אן מזכיר זיין שם השם, צענדליגער אינטערוויוס פונעם ערד ציטערניש, אלעס אינעם טבע, כאילו נישטא קיין בעל הבית. קוק אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים וואס זאגן אונז ווי אזוי פאסירן די זאכן, נאר אונז אויפצואוועקן פון שלאף, קוק אין די ווערטער פון רבי'ן (ספורי מעשיות מעשה ג', מחיגר) די ערד ציטעניש קומט אז די בוים זאל ווערן אנגעטרינקען, אידישע קינדער זאלן תשובה טון, זיך אויפהייבן די קאפ צום אייבערשטן און זאגן: "הייליגער באשעפער היט מיך, הייליגער באשעפער איך טו תשובה".


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - זיך אויסשמועסן מיט'ן מוסד, נישט העצן
מוסדות, מחלוקת, רעדן

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת תזריע, ב' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן מחזק זיין דיין ווייב זי זאל רופן די מנהלת זיך אדורכשמועסן ווען עס שטערט איר עפעס פון 'בית פיגא' און נישט מאכן א העצעריי צווישן די עלטערן.


מיר ארבעטן זייער שווער צו געבן די בעסטע חינוך וואס איז שייך, און מיר זענען גרייט צו הערן וואס מען קען פאררעכטן, און אז מען באמערקט זאכן וואס מען האלט עס איז נישט ריכטיג - איז ריכטיג צו קומען אויסשמועסן מיט די מנהלת, און אז מען שמועסט אויס און מען שפירט נאכאלץ אז זאכן זענען נישט ריכטיג - בין איך גרייט צו הערן און פרובירן צו מאכן גוט, אבער אז מען רופט אן די עלטערן איינער דעם צווייטן און מען העצט אויף די מוסד - דאס איז זיכער נישט ריכטיג; עס מאכט קאליע סיי פאר די מוסד און אויך פאר די קינדער.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות, הויב אן דיין טאג מיט א קליינע שפאציר, רעדן צום אייבערשטן - וועסטו שפירן טעם גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#117 - גבאים דארפן ארבעטן אינאיינעם, אן קיין אייגענע חשבונות
תפילות אויף אידיש, מחלוקת, גבאי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ד אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, עס טוט מיר וויי צו הערן אז צווישן די גבאים איז דא חשבונות מיט אייגענע אינטערעס, ענק האבן קוים מנין, קארגע צען מענטשן, און אזויפיל חשבונות איינער מיטן צווייטן.


א שאד, א שאד אז ענק זענען פארהאסט, א שאד, א שאד אז ענק זוכן נישט תכלית, מען איז פארנומען 'מי בראש' ווער איז גערעכט; פרעגסט מיר ווער איז גערעכט? איך האלט אלע גבאים זענען גערעכט, דו ביסט גערעכט פארן אראפרייסן די צעטל היות מען האט נישט געפרעגט וכו', און די אנדערע גבאים זענען גערעכט פארן אויפהענגען א צעטל צו מוטיגן די קינדער צו ענטפערן אמן יהא שמיה רבא, און די קינדער זענען אויך גערעכט פארן זיך חוצפה'נען, ווייל דאס איז די תוצאה פון מחלוקת; ווען קינדער זעען מחלוקת ווערן זיי זייער צעווילדעוועט און זיי פארלירן זייער דרך ארץ, זייער יראת שמים.


וואס איז די פראגע, אויב דו ביסט גערעכט אדער וואס איז ריכטיג? גערעכט ביסטו סיי ווי, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי ... ווען ער איז געקומען דערציילן אז ער האט געגעבן א פאטש, און ער האט מסביר געווען דעם רבי'ן פארוואס ער איז גערעכט, האט אים דער רבי געזאגט: "און גערעכט זאלסטו אויך נישט זיין? אודאי ביסטו גערעכט, אבער מיט דעם אלעם וואלסטו נישט געדארפט געבן דעם פאטש".


די פראגע איז אויב דו ווילסט וויסן וואס איז ריכטיג? ריכטיג איז - זיך אדורך שמועסן איידער מען טוט עפעס, און דאס מאכן אינאיינעם, און אויב מען האט קאכעדיגע בלוט איז ריכטיג צו גיין אין פעלד שרייען: "טאטע ראטעווע מיך, טאטע וואס וועט זיין מיט מיר? טאטע נאך אביסל לייגט מען מיך אין דער ערד און וואס וועל איך האבן פון פירן און פון זיין בראש? טאטע ראטעווע מיך, עס קאכט אין מיר בלוט פון נצחון, פון שררה, פון קנאה וכו' וכו'"; דאס איז ריכטיג.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב שוין א לאנגע צייט געשפירט אז ביי ענק איז דא חשבונות צווישן די גבאים, און דאס טוט מיר וויי, ווייל איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש ביים זיך געזעגענען ביי די הסתלקות אז איך וועלך נישט האבן צוטון מיט מחלוקת, עס שטייט מיר פאר די אויגן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט געשריבן אינעם טאג פון זיין הסתלקות: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דו ווייסט און דו געדענקסט פון יארן צוריק, אז עס איז געווען א גבאי ביי אונז אין שטיבל אין וויליאמסבורג וואס האט גערעדט אין שול קעגן מיר, קעגן די ישיבה; איך בין געזיצן און געשוויגן, איך האב געווארנט די בחורים אויב איינער וועט עפעס טון, איך האב גארנישט געזאגט פאר מוהרא"ש, אלעס נאר נישט צו האבן מיט מחלוקת; פארשטיי איך נישט פארוואס ביי ענק קען נישט זיין שלום און אהבה.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#116 - די וואס רייצן אן אנדערע, ווילן אויפמערקזאמקייט
תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מחלוקת, קנאה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, כ"ב אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אלע ווערן נערוועז פון די סארט מענטשן וואס רעדן טאג און נאכט פון זייער שיינע שלום בית, און ווי נאנט זיי זענען אין ברסלב, און זיי פרעגן און מען ענטפערט זיי; איר זענט נישט די איינציגסטע וואס ווערט נערוועז, אלע ווערן נערוועז פון זיי, אבער איך בעט אייך, דאס זאל נישט מאכן קיין פיינטשאפט צווישן אייך מיט איר; מיט די שכל פון רבי'ן, וואס לערנט אונז אויס צו קוקן אויף יעדן איינעם מיט רחמנות - איז דא א וועג צו לעבן מיט יעדן איינעם.


זייט נישט מקנא - נישט איר און נישט קיינעם, קוקט מיט רחמנות אויף איר, זי איז א רחמנות, זי דארף אויפמערקזאמקייט; די אלע וואס דערציילן און רייצן אן אנדערע - די ווילן אטענטשן, די זוכן תשומת לב.


עס איז נישט וואר דאס וואס איר זאגט אז פאר אנדערע הייב איך די טעלעפאן און פאר אייך און אייער מאן נישט; איך ענטפער אלעמען גלייך, ווען איך האב צייט ענטפער איך אלעמען, און ווען איך בין פארנומען מיט די מוסדות אדער קהל'ישע זאכן - ענטפער איך נישט פאר זיי אויך נישט.


אז איר וועט רעדן צום אייבערשטן - וועט איר נישט ווערן אנטוישט; דער אייבערשטער ענטפערט אלעמען, דער אייבערשטער מאכט נישט קיין אויסנאם, מען דארף נישט קיין פראטעקציע, ווער עס קומט צו אים און בעט אים - ווערט געהאלפן, "קָרוֹב ה' לְכָל קֹרְאָיו", דער אייבערשטער איז נאנט צו יעדן איינעם וואס רופט אים, "לְכֹל אֲשֶׁר יִקְרָאֻהוּ בֶאֱמֶת", און נאך מער צו די וואס רופן אים מיט אן אמת (תהלים קמה, יח).


דער וואס גייט מיט די וועג פון רבי'ן, די וועג פון התבודדות ותפילה - דער לאכט זיך גוט אויס פון יעדן איינעם, ער באקומט מוחין דגדלות, ער איז מער קיינעם נישט מקנא און קוקט אויף יעדן מיט רחמנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.