בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#15 - איך בין גוט מיט דיר, אבער מאך נישט חוזק פון מיין רבי'ן
שלום בית, זיכוי הרבים, חסידות ברסלב, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט האט איר געטון און אזוי זאלט איר ווייטער טון; ווען איינער קומט אייך אונטעררייסן און מאכט חוזק פונעם הייליגן רבי'ן וואס געבט אייך לעבן, זאלט איר שיין זאגן: "מיר קענען שמועסן און זיין גוטע פריינט נאר אז מען רעדט נישט פון דער נושא און קיינער מאכט נישט אוועק דעם צווייטן; איך מאך נישט חוזק פון דיין חסידות און דו מאך נישט קיין געשפעט פון מיין פלאץ".


בויטס אויף אייער מאן; ער איז א טייערער אינגערמאן, ער האט זייער גוטע מידות און ער איז א ירא שמים, וויבאלד זיינע עלטערן זענען געגאנגען מיט אים זייער שטרענג איז ער דערשראקן וכו'. ער דארף אביסל שטארקייט; איר מיט אייער חכמה קענט איר אים אזוי שיין אויפבויען ער זאל זיין א שטארקער מענטש.


זייטס מקרב נאך פרויען און מיידלעך צום הייליגן רבי'ן; דאס איז אונזער תיקון, דאס וועט מתקן זיין וואס מיר דארפן אלץ פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - דאס שטעטל איז נאר אינטערעסאנט אויב ס'איז דא שלום און פריינטשאפט
מחלוקת, שטעטל, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב געהערט דיינע טענות.


וויסן זאלסטו אז מיר טוען אלעס וואס מיר קענען אז די וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל זאלן זיין צופרידן; איך געב אוועק טעג און נעכט זיצנדיג מיט די חברי הנהלה נאר לטובת די איינוואוינער.


עס לוינט נישט צו קומען וואוינען אין שטעטל אויב עס קומט ארויס פון דעם א פיינטשאפט צו אנשי שלומינו, עס לוינט נישט צו קויפן און בויען א הויז אז מען ווערט אנגעגעסן וכו', נישט פאר דעם בוי איך דעם שטעטל, נישט דאס איז די מטרה; די מטרה איז איין זאך, מיר זאלן האבן א פלאץ וואו מען וועט לעבן איינער מיט'ן צווייטן בשלום, מען וועט לעבן מיט'ן אייבערשטן און טון חסד.


די אלע לשונות ווי 'מיין בלוט איז רויט', יענעמס בלוט איז רויט, בלוי, וכו', קומט נישט דא אריין, קיינעמס בלוט איז נישט רויטער אדער שווארצער, אלע זענען חשוב, אלע זענען אייניג; דאס וואס מען בויט נאכנישט ביי דיר איז דא א סיבה דערצו, אז די שטאט געבט נישט יעצט בזמן קאראנע קיין רשות צו בויען, און די אנדערע האבן שוין באקומען פון פארדעם.


עס איז א שאד זיך אויפצועסן און טראכטן אז מען בא'עוולה'ט דיר וכו'; זאלסט וויסן אז דער אינגערמאן וואס בויט די הייזער אין שטעטל איז מיר זייער געטריי, ער האט מיר זייער געהאלפן אלע יארן, פון אנהויב, אן קיין אינטערעסע; ער האט געבויט די ישיבה און איז אריין אין הונדערטער טויזנטער דאלער חובות, קיינער האט מיר נישט געהאלפן, נאר ער.


איך דערמאן זיך יעצט א מעשה וואס איך האב געהאט אין שנת תשע"א, בשעת מיר האבן געדארפט ענדיגן דעם בנין הישיבה, האט מיר דער אינגערמאן געזאגט: "עד כאן, איך קען מער נישט", ער האט נישט געקענט בלייבן ארבעטן בחנם מיט א גאנצע קאמפעני ארבעטערס וכו', בין איך געקומען צו מוהרא"ש מיט אים, איך האב געזאגט פאר מוהרא"ש אז איך ווייס נישט וואס צו טון, ער וויל אנטלויפן; ער זאגט אז ער גייט אוועק, ער בלייבט נישט ארבעטן. האט זיך מוהרא"ש אויסגעדרייט צו אים און אים געזאגט: "איך קען דיר נישט זאגן וואס צו טון ווען דו וויינסט אז מען צאלט נישט וכו', אבער אז דו וועסט בלייבן העלפן די ישיבה וועסטו זוכה זיין צו שיינע זאכן וכו'". יעצט העלפט ער מיר בויען די שטעטל, ער העלפט מיר זייער, ער איז מיר באמת געטריי. ער וויל ענדיגן דיין דירה מער ווי דו אליינס ווילסט דאס ענדיגן, עס איז נאריש צו טראכטן אז דעמס בלוט איז רויטער, יענעמס בלוט איז רויטער וכו', וכו'.


דאס וואס דו שרייבסט אז דו וויינסט א גאנצע נאכט וכו', דאס איז גוט; הלוואי זאלן אלע זוכה זיין צו דעם, זיך צו מתבודד זיין גאנצע נעכט. די שאלה איז אויף וואס מען וויינט; וויינען דארף מען צום אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו תיקון המדות, מען זאל ליב האבן יעדן איינעם, מען זאל נישט פיינט האבן איינער דעם צווייטן, מען זאל געדענקען ווער מען איז און וואס מען דארף אלץ פאררעכטן.


אז דו פרעגסט מיר וואלט איך דיר געזאגט: "בוי נישט, ענדערש בלייב וואוינען וואו דו וואוינסט ווי איידער עס זאל ארויסקומען פיינטשאפט".


געב איבער פאר אלע וואס ווילן קומען וואוינען אין שטעטל אז עס איז א שאד צו קומען וואוינען אין די פאר מייל אין ליבערטי; די וועלט איז זייער גרויס, עס איז דא אזויפיל פלעצער וואו צו קויפן א הויז, פארוואס זאל מען זיך ארויסשלעפן ביז ליבערטי? אז מען וויל זיין מיט'ן ראש ישיבה זאל מען העלפן דעם ראש ישיבה; על כל פנים נישט אונטערברענגען.


איך וויל מען זאל בויען דוקא דורך די הנהלה, אז דו פארשטייסט בעסער איז דאך דא שענערע פלעצער וואו צו וואוינען. איך וויל מען זאל רעדן שיין צו די חברי ההנהלה און מען זאל זיי מחזק זיין; אז דו פארשטייסט בעסער פארוואס זיך שלעפן צו אזא פארשלעפטע פלאץ?


אז מען האט א טענה אויף איינעם קען מען דאס דורכרעדן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף לויפן צו די בחורים.

#13 - קוק מיט רעספעקט און שעצונג אויף מפיצים
הפצה, מחלוקת, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס עס שטערט דיר אז איינער לייגט ארויס אויף זיין אקאונט וכו' חיזוק אויף צו לערנען און דאווענען...


איך כאפ נישט פון וועם דו ווערסט פארשעמט; ווער מאכט חוזק? די אלע וואס מאכן חוזק וכו' מאכן אין די זעלבע צייט חוזק פון דיר ווען דו הערסט נישט; די אלע וואס מאכן ליצנות פון דעם רבינ'ס ווערטער זענען נישט צופרידן מיט זייער לעבן, וואלטן זיי געהאט א טעם אין לעבן וואלטן זיי נישט חוזק געמאכט פון אנדערע, בפרט פון הפצה.


איך בעט דיר זייער, מאך נישט אוועק קיין מפיצים, קוק מיט רעספעקט און שעצונג אויף זיי. דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז א גרויסע מדריגה ווען א מענטש זעט אז ער קען נישט זיין אן ערליכער איד, אז ער זאל נישט חוזק מאכן פון אן ערליכער איד"; אז דו ביסט נאכנישט גרייט צו פארשפרייטן פאר אנדערע מאך נישט חוזק פון די אינגעלייט וואס גייען יא הפצה.


זיי נישט ברוגז אז איך ענטפער דיר אזוי; איך קען עס פשוט נישט אויסהאלטן ווי אייגענע תלמידים זאלן אזוי רעדן וכו', וכו'. האב נאר שייכות מיט אנשי שלומינו וואס מאכן נישט ליצנות.


מיין גאנצע הצלחה ווי אזוי איך האב זיך דערהאלטן ביז אהער איז ווייל איך האב נישט געהאט קיין שייכות מיט לצים, איך האב נאר גערעדט מיט חברים וואס האבן תמימות. אזוי ווי דעם רבינ'ס תלמיד רבי שמעון האט געזאגט פאר'ן רבי'ן: "אני איש תם וחפץ בתמימות", איך בין א תם און איך האב ליב תמימות (פעלת הצדיק, סימן סז).


פארשטיי וואס איך מיין...

#12 - מ'רודפ'ט און מ'רצח'ט א בחור בלויז ווייל ער וויל זיין אן ערליכער איד
בחור, צרות, מחלוקת, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


זיי ווייטער מחזק דעם בחור ... נרו יאיר; דו קענסט אים דאס מערסטע מחזק זיין, ווייל מיט דיר האט מען געטון די זעלבע זאך און נאך אסאך מער - פאר צען יאר צוריק ווען מען האט דיר איינגעשפארט אין תפיסה, מען האט דיר גע'הרג'ט און געשלאגן צוליב דיין עבירה פאר'ן קומען לערנען אין ברסלב. קיינער האט דיר נישט געהאלפן, קיינער האט נישט געקענט רעדן מיט דיר, נאר איין צדיק, דער היינטיגער ... רבי; ער האט זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, דיר צו ברענגען תפילין, ד' מינים, וכו' וכו'. דו קענסט שרייבן אפאר ביכער פון וואס דו ביסט אריבער ווען דו ביסט געקומען צום רבי'ן.


יעצט האט מען זיך גענומען אויף אן אומשולדיגער בחור; ער וויל גארנישט, ער וויל איין זאך, ער וויל זיין א איד און זיין מאמע הרג'עט אים און שלאגט אים מיט מכות אכזריות. זי האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב און ער שלאפט מיט היימלאזע גוים, טונקעלע גוים וואס זענע חשוד אויף מעשה תועבה, ער קען דארט פארלירן זיין לעבן פון די וועלט און פון יענע וועלט.


בעט איך דיר, האב רחמנות אויף אים; רוף אן זיין גאנצע משפחה, דערצייל פאר אלע פעטער'ס און מומע'ס, זיידע'ס און באבע'ס, שכנים וכו' - וואס די עלטערן טוען מיט'ן בחור; אזוינס הערט מען נישט, עלטערן זאלן שיקן זייער קינד שלאפן מיט היימלאזע טונקעלע נישט אידן! דערצייל אז מען הרג'עט אים און מען רצח'ט אים, זיי זאלן רחמנות האבן אויף אים. מיר זאלן קענען זאגן (דברים כא, ז): "יָדֵינוּ לֹא שָׁפְכוּ אֶת הַדָּם הַזֶּה".

#11 - מ'שלאגט א בחור מכות אכזריות פאר'ן קומען אין ישיבה
בחור, מחלוקת, ישיבה, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שמות, כ' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב געהאט די נאכט יום טוב אינדערוואכן; די פאליציי האט מיר אויפגעוועקט אינמיטן די נאכט אויב איך האב באהאלטן א בחור. עס איז דא א בחור וואס די עלטערן הרג'נען אים און שלאגן אים מכות אכזריות ווייל ער לערנט דעם רבינ'ס ספרים און ווייל ער קומט ארויף אין ישיבה, דער בחור שלאפט נעבעך צווישן היימלאזע גוים, די עלטערן ווילן אים נישט האלטן אין שטוב ווייל ער קומט אין ישיבה.


וואס זאלן מיר טון אז מען רעדט אויף אונזער פלאץ לשון הרע'ס און דאס איז גורם אז עלטערן זאלן נישט לאזן די קינדער קומען; עלטערן וועלן ענדערש הרג'נען די קינדער אבי זיי זאלן נישט קומען קיין ברסלב, ווייל דער רבי איז זייער פארשעמט.


רבי נתן איז אמאל געקומען צום רבי'ן און געזען ווי דער רבי וויינט זייער שטארק און קען זיך נישט בארואיגן, ער האט געפרעגט דעם רבי'ן פארוואס דער רבי וויינט אזוי שטארק, האט אים דער רבי געענטפערט: "ווי קען מען אויסטראכטן אויף מיר אזעלכע שקרים וכו' וכו'?!" ווייל דעמאלט האט דער זיידע פון ש. ארויסגעלאזט א שרעקליכע ליגנט רחמנא ליצלן אויפ'ן רבי'ן, אז דער רבי געהערט צו וכו'. שרייבט רבי נתן: "איך האב נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט, וואס גייט אן דעם רבי'ן וואס יענער רעדט אויף אים? האט ער געזאגט, איז וואס?!" שפעטער ווען רבי נתן האט געהאט זיין מחלוקת און מען האט אים געוואלט הרג'נען רחמנא לצלן האט ער פארשטאנען פארוואס דער רבי האט געוויינט; עס איז נישט אגעגאנגען פאר'ן רבי'ן אז יענער רעדט אויף אים, עס האט וויי געטון פאר'ן רבי'ן אז מענטשן וועלן נישט מקורב ווערן; קינדער, בחורים און מיידלעך וועלן אוועק פאלן פון דעם דרך התורה צוליב די לשון הרע'ס.


עס איז אריבער אויף אונז אסאך רדיפות און אסאך שפיכות דמים; מענטשן האבן געטון אלעס וואס זיי האבן געקענט צו פארמאכן דעם הייליגן פלאץ, אבער בזכות הצדיקים האבן מיר זיך דערהאלטן און מיר וועלן זיך ווייטער דערהאלטן און אנגיין מיט די הייליגע ארבעט, אריין צו ברענגען אין אידישע קינדער די ריינע אמונה און מקרב זיין וואס מער נשמות צום אייבערשטן אן קיין שום פריוואטע חשבונות, אן קיין שום אייגענע אינטערעסע.


א גוט שבת.

#10 - נאר קוקן גוט אויף אלעמען
מחלוקת, שטעטל, מדות טובות, נקודות טובות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט קוקן מיט א גוט אויג אויף אלע איינוואוינער אין שטעטל; איך ווייס אויך אלעס וואס דו שרייבסט מיר, איך ווייס נאך מער וואס דו ווייסט נישט און וואס דו ווילסט נישט וויסן וכו'.


נאר מיט גוט'ן וועסטו פועל'ן, און נאר מיט קוקן גוט אויף אלעמען וועסטו מצליח זיין. אנשטאט שרייען אויף האברך ... נרו יאיר זאלסטו שיין רעדן צו אים; ער איז נעבעך אויפגעוואקסן אין אזא חינוך, ביי זיי אין שטוב איז דאס די וועג ווי אזוי מען רעדט. אלעס גייט מיט שטעכן, פליקן, פארשעמען און וויי טון; דאס איז ביי זיי דער: "גוט מארגן", "גוטן טאג" און "גוטע נאכט", שטעכן, פליקן, פליקן און שטעכן. ווען דו וואלסט ווען געהאט אזא חינוך ווי אים וואלסטו געווען אסאך ערגער, ווען דו וואלסט ווען געהאט זיינע יונגע יארן וואלסטו געפליקט און געשטאכן אסאך מער.


דעריבער זאלסטו שיין רעדן צו אים און צו די אנדערע אינגעלייט, זיי זאלן אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט איינער צום צווייטן. זאג זיי אז אויב זיי ווילן מיר געבן כח זאלן זיי רעדן שיין איינער מיט'ן צווייטן, ווייל איך שפיר אויך וואס רבי נתן האט געשפירט, רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע צוויי 'טרעגערס' קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; מיר שטעכט ביים הארץ ווען מען קריגט זיך און מען רעדט נישט שיין איינער צום צווייטן.


חזר איבער מיט זיי וואס מיר האבן גערעדט שבת אינדערפרי, "אויב מען וועט זיך האלטן איינאיינעם וועט איר מצליח זיין און דער שטעטל וועט זיין א גוטע פלאץ פאר אונזערע קינדער און איינקלעך זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - נישט דערציילן פאר'ן קינד לשון הרע אויף איר טאטע
קינדער, כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן די הודעה.


עס טוט זייער וויי צו הערן אזעלכע שרעקליכע מעשיות; עס איז אזוי שרעקעדיג ווען מען הערט ווי מענטשן וואס שטעלן זיך אהער ווי שיינע מענטשן זאלן שטילערהייט טון אזעלכע רשעות השם ישמרינו. עס איז נישט דא וואס צו טון, מיר קענען נאר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז, מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פונעם ביטערן גלות, עס זאל שוין זיין (ישעיהו יא, ט): "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים".


בנוגע דערציילן פאר'ן קינד; איר זאלט חס ושלום נישט דערציילן פאר'ן קינד אלע פאליטיק און לשון הרע אויף איר טאטע, וואס וועט איר האבן פון דעם אז זי וועט וויסן וואס דער טאטע האט געטון מיט איר מאמע עליה השלום? זי דארף אים דאך סיי ווי מכבד זיין, דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן מענטש אז ער מכבד זיין די עלטערן, אפילו די עלטערן פירן זיך נישט ווי עס דארף צו זיין. איך פארשטיי אייך זייער גוט, איר שפירט ווי איר ווילט שרייען אין די גאסן מען זאל וויסן אז מען האט דא געפייניגט אן אומשולדיגע מענטש און מען האט איר אזוי דערביטערט ביז זי איז נעבעך אוועק פון די וועלט; אבער וואס וועט איר האבן ווען די קינדער וועלן דאס וויסן? עס וועט ארויס קומען פון דעם נאר עגמת נפש.


אז איר ווילט טון א טובה פאר אייער שוועסטער'ס נשמה זאלט איר נאר אויפבויען אירע קינדער; איר זאלט קיינמאל נישט רעדן צו זיי שלעכטס אויף א צווייטן און זיכער נישט אויף זייערע עלטערן, וועלן זיי אויפוואקסן ערליכע אידן און זיי וועלן מאכן א נחת רוח פאר זייער מאמע.

#8 - אויב ער וועט נישט תשובה טון וועט ער פון זיך אליינס אראפפאלן
צרות, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לב.): "שַׁבְקֵיהּ לְרַוְיָא דְּמִנַּפְשֵׁיהּ נָפִיל", לאז אפ דעם שיכור, דו דארפסט אים נישט אראפווארפן ווייל ער וועט ממילא אליינס אראפפאלן; דאס זעלבע איז ביי דיין מעשה, דו דארפסט גארנישט טון מיט אים, אויב ער וועט נישט תשובה טון וועט ער פון זיך אליינס אראפפאלן; איינער וואס טשעפעט א צווייטן באקומט ביים סוף א גרויסער עונש.


דו זיי מחזק דיין מאמע תחי', דערצייל איר נאר שיינע זאכן; האב נישט צו טון מיט אים. שלמה המלך, דער חכם מכל אדם זאגט (משלי כו, ד): "אַל תַּעַן כְּסִיל כְּאִוַּלְתּוֹ פֶּן תִּשְׁוֶה לּוֹ גַם אָתָּה", האב נישט צו טון מיט א נאר א מניוול, ווייל ווער עס האט צו טון מיט א נאַר ווערט אליינס א נאַר.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין שלום ביי אייך אין די משפחה.

#7 - נישט אריינמישן אין מחלוקת צווישן עלטערן
כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, מחלוקת, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי א', י' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב געוויינט ווען איך האב געליינט דיין בריוו.


קיינער אין די וועלט וועט נישט פארשטיין וואס דו גייסט אריבער; דו ביסט א יונג קינד וואס האלט אינמיטן וואקסן און דיין לעבן איז דיר אזוי פארפלאנטערט... נאר דער אייבערשטער קען דיר העלפן, נאר ער פארשטייט דעם מענטש אין א צרה. דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו בעטן דעם אייבערשטן יעדע זאך וואס דו דארפסט און פארצייל אים אלעס וואס באדערט דיר, וועסטו זען גרויסע ניסים.


דאס וואס דו שרייבסט אז דיינע עלטערן שלאגן זיך הענט און פיס, עס גייט מכות אין שטוב און דיין מאמע פרעגט דיר אויב זי זאל זיך גט'ן וכו', דו פרעגסט מיר וואס דו זאלסט איר ענטפערן; דאס בעסטע זאך פאר דיר וואלט געווען ווען דו קענסט גיין שלאפן ביי דיין באבע אז דו זאלסט נישט דארפן ווערן אריינגעדרייט אין די מחלוקת. דו האסט א וואוילע באבע אין ..., זי פירט א וואוילע שטוב איז גוט פאר דו זאלסט איינשטיין ביי איר, דארט וועסטו זען א ביישפיל פון א אידישע מאמע.


איך וועל שרייבן פאר דיין מנהלת תחי' זי זאל דאס אויסארבעטן מיט דיר, אז דו זאלסט איינשטיין ביי דיין באבע.


איך שרייב דיר דא א תפילה וואס דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר מַיין לֶעבְּן, אִיךְ דַאנְק דִיר אַז אִיךְ בִּין גֶעזוּנְט אוּן אִיךְ דַאנְק דִיר פַאר אַלֶעס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר. אִיךְ בֶּעט דִיר אֵייבֶּערְשְׁטֶער הֶעלְף אַז מַיינֶע עֶלְטֶערְן זָאלְן לֶעבְּן בְּשָׁלוֹם, זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט קְרִיגְן אוּן זֵיי זָאלְן זִיךְ נִישְׁט שְׁלָאגְן. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ קֶען נִישְׁט צוּקוּקְן דִי קְרִיגֶערַייעֶן צְוִוישְׁן מַיין טַאטֶע אוּן מַאמֶע; יֶעדֶע נַאכְט קוּמֶען פָאר טַעְנֶה'רֵייעֶן אוּן קְרִיגֶערַייעֶן צְוִוישְׁן זֵיי בִּיז זֵיי שְׁלָאגְן זִיךְ רַחְמָנָא לִצְּלָן, אִיךְ וֵוייס נִישְׁט וָואס צוּ טוּן וֶוען אִיךְ זֶע וִוי זֵיי קְרִיגְן זִיךְ, אִיךְ הָאבּ לִיבּ מַיין טַאטֶע אוּן אִיךְ הָאבּ לִיבּ מַיין מַאמֶע, אִיךְ וֶוער אַזוֹי דֶערְשְׁרָאקְן, אִיךְ וֶוער מַמָּשׁ צֶערִיסְן צְוִוישְׁן זֵיי; וֶוען מַיין מַאמֶע הֵייסְט מִיר עֶפֶּעס טוּן זָאגְט מִיר מַיין טַאטֶע אַז אוֹיבּ אִיךְ גֵיי עֶס טוּן גֵייט עֶר מִיר שְׁלָאגְן, אוּן וֶוען מַיין טַאטֶע הֵייסְט מִיר עֶפֶּעס טוּן שְׁרַייט מַיין מַאמֶע אִיךְ זָאל עֶס נִישְׁט טוּן; הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער רַאטֶעוֶוע מִיר, אִיךְ וֶוער צֶערִיסְן אִינְדֶערְמִיט, אִיךְ קֶען נִישְׁט מֶער, אִיךְ הַאלְט עֶס נִישְׁט אוֹיס".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ביז דו וועסט זען דיין ישועה; ווען עס ווערט א קריגעריי אין שטוב זאלסטו נישט בלייבן שטיין דארט, נאר זע צו לויפן צום אייבערשטן וועסטו זען גרויסע נסים.


איך האב דיר געגעבן א מתנה א 'ספר תהילים'; זע צו זאגן תהילים ווייל אין דעם ליגט אלע ישועות. זאג אין א סדר יעדן טאג תהילים, אויב דו האסט צייט צו זאגן דעם 'יום תהילים' זאלסטו זאגן דעם 'יום תהלים' און אז דו האסט נישט קיין צייט זאלסטו זאגן וויפיל דו קענסט.


שרייב מיר כאטש איין מאל א וואך א בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#6 - נאר זיין גוט צו יעדן איינעם
הכרת הטוב, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט מיר וואס דו קענסט מיר צוריק טון פאר אלעס גוטס וואס דו באקומסט וכו'; אז דו וועסט טון חסד פאר א צווייטן מיט דעם וועסטו מיט מחי' זיין. איך קען נישט סובל זיין די וואס מאכן מחלוקות, זאלסטו זען נישט צו האבן קיין שום שייכות מיט איינער וואס טוט וויי א צווייטן איד; דו זאלסט נאר טון גוטס און נאר זיין פאזעטיוו צו אלעמען. געב א גוט ווארט פאר יעדן איינעם וועסטו מיר אויפלעבן.


זע צו לערנען לכל הפחות א דף גמרא יעדן טאג, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ס'שטעכט ביים הארץ צו זען ווי אידישע קינדער קריגן זיך
מחלוקת, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנשטאט דו זאלסט מיר שרייבן לשון הרע אויף דעם און אויף יענעם שרייב מיר ענדערש דיינע סיומים; שרייב מיר וויפיל דו לערנסט און וויפיל צייט דו ביסט זיך מתבודד וכו'.


איך וויל נישט קיין מחלוקת, און איך וועל נישט צו לאזן עס זאל מחלוקת אין אונזערע ד' אמות; איך וועל זיכער מאכן אז אונזערע ד' אמות איז ריין פון מחלוקות.


שרייב מיר וויפיל אידן דו האסט היינט מחי' געווען מיט ספרים און קונטרסים; עס איז מיר נמאס צו הערן שלעכטס פון דעם און פון יענעם, איך האב נישט קיין כח פאר קריגערייען.


דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגט: "ווען איך זע צוויי 'טרעגערס' קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; מיר שטעכט ביים הארץ צו זען ווי אידישע קינדער האבן זיך פיינט.


איך ווארט צו זען גוטע זאכן אין דיינע בריוון.

#4 - עס איז נישט דא נאך א שיינע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל ווי "יבנאל"
שלום בית, יבנאל, מחלוקת, בין אדם לחבירו, לשון הרע, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.


איך בין יעצט אויפן וועג אהיים פון ארץ ישראל וואו איך בין געווען אין יבניאל; וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, עס איז נישט דא נאך א שיינע פלאץ אין גאנץ ארץ ישראל ווי "יבנאל" סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.


אויב דו זוכסט א פלאץ וואו צו פארן מיט דיין ווייב וואלט איך דיר גע'עצה'ט צו פארן קיין יבנאל; נעם ארויס א דירה דארט, עס איז דא מנינים פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט מיט א מקוה, און א ציון וואו מען קען גיין פיר און צוואנציג שעה א טאג רעדן מיט מוהרא"ש און פועל'ן ישועות.


דאס וואס מענטשן רעדן אז מען קריגט זיך דארט וכו' איז שקר וכזב, דאס איז סתם הוצאת שם רע; עס איז ליידער דא א מיעוט דמיעוטא וואס זוכן מחלוקת וכו', דאס איז איבעראל דא און דאס איז אויך אנגעגאנגען בחיים חיותו פון מוהרא"ש. רוב רובם ככולם זענען ריינע וואוילע מענטשן – אמת'ע תלמידי היכל הקודש אן מחלוקת און אן פאליטיק.


מען שטייט אויף אינדערפרי צו גיין מאכן התבודדות אויפן בארג און ביים ציון, נאכדעם זענען זיי זיך קובע עתים לתורה און רוב טאג גייען זיי הפצה, זיי פארפלייצן די ספרים לאורכה ולרחבה פונעם גאנצן לאנד.


איך האב דארט תלמידים פון ישיבה, זיי זענען זיך מחי' דארט צו וואוינען; זיי גייען הפצה רוב טאג און מאכן אין איין טאג וואס א צווייטער אינגערמאן מאכט פון זיין פרנסה א גאנצע וואך – בלי גוזמא.


איך וועל אם ירצה ה' פארן דעם ווינטער מיט די בחורים און וויילן דארט א שבת, ווייל די לופט דארט איז זייער א קלארע ריינע לופט; ביי מיין יעצטיגע נסיעה בין איך געווען אין ירושלים און אין מירון וכו' וכו', אבער אזאנס ווי יבנאל איז נישט דא אין די גאנצע וועלט.


קיינער זאל מיר נישט פארקויפן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט שלעכטס אויף דעם פלאץ; כאילו עס צעפאלט וכו' (הי' לא תהי'); איך געדענק ווען איך בין דאס ערשטע מאל געווען אין יבנאל האב איך ממש געשפירט וואו איך בין אין "גן עדן העליון", איך האב זיך נישט געקענט פארשטעלן אין וויסטן חלום אז מען קען נעמען מענטשן און זיי ארויסטראגן פון דער וועלט זיי זאלן לעבן און אטעמען נאר אלוקית.


דעמאלט זענען צוגעקומען צו מיר די "מלאכי חבלה" און געזאגט: "זה לא פשוט מה שקורה פה", איז מיר גלייך אויפגעקומען אין געדאנק וואס די הייליגע חכמים זאגן (שקלים יד:) אז אין בית המקדש זענען געווען זיגלעך אויף די קרבנות פון די נסכים מיטן דאטום צוליב די פאפערס; לכאורה איז דאס שווער צו פארשטיין, 'אין בית המקדש זאלן מענטשן נישט האבן עפעס בעסערס וואס צו טון ווי צו גנב'נען אפאר שקלים פון הקדש, פון ממון גבוה?' אדער די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (משנה יומא ב, א) אז א כהן האט אראפגעשטיפט זיין חבר פון מזבח און יענער האט זיך צעבראכן די פוס; שטעלט זיך די קשיא: 'ער איז דאך יעצט אויפן הייליגן מזבח, מען דארף דאך זיין משוגע זיך אזוי אויפצופירן אויפן מזבח! ווי אזוי קען מען דאס פארשטיין?!' נאר פון דעם זעט מען אז מען קען זיך געפונען אין בית המקדש, אינעם עזרה, און אויפן הייליגן מזבח און מיט דעם אלעם זיין פארנומען מיט גנב'ענען געלט און זוכן כבוד; אזוי אויך קען מען זיין ביי א צדיק און זוכן כבוד, געלט און תאוות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז אנשי שלומינו זאלן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, יעדער איינער מעג טראכטן אויף זיין וועג, מען קען נישט צווינגען א צווייטן 'צו האלטן אזוי ווי מיר', יעדער זאל נעמען דעם רבינ'ס עצות אויף זיין וועג און זיך מחזק זיין דערמיט, דער עיקר מען זאל זיך נישט פיינט האבן.


דו געדענקסט אוודאי ווי מען פלעגט גיין טאג און נאכט צו מוהרא"ש רעדן שלעכטס אויף מיר און אויף מיינע תלמידים; געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב קיינמאל נישט פארציילט פאר מוהרא"ש וואס מען טוט מיט מיר, אפילו ווען ר' ... שליט"א האט געהאלטן א פייערדיגע דרשה ביי שלש סעודות און מיר אראפגעקלאפט ברבים אינאיינעם מיט אלע תלמידים מיטן אונז אנרופן "די שוואכע חבורה"; ער האט מסביר געווען ביים פארלערנען פאר א פולע בית המדרש אז "לעצטנס האט זיך היכל הקודש אויסגעשטעלט אלץ צוויי חבורות". עס איז אמת אז עס זענען געווען צוויי גרופעס וכו', אבער ער האט אויסגעפירט מיט די ווערטער: "איין חבורה עובדי ה'", מיט דעם האט ער זיך געמיינט, "און די צווייטע חבורה, די אינגעלייט מיט די בחורים, זיי זענען מער די שוואכערע חבורה"; אלע בחורים און אינגעלייט זענען באליידיגט געווארן, זיי האבן אלע געקוקט אויף מיר ווי אזוי איך רעאגיר, איך האב געלייגט דעם פינגער אויף מיין מויל ווי זיי צו ווייזן אז זיי זאלן גארנישט טון. קיינער פון אונז האט דאס נישט דערציילט פאר מוהרא"ש, נאר ר' ... נרו יאיר איז אליינס געגאנגען פארציילן פאר מוהרא"ש ווי אזוי ער האט גערעדט – ער האט דאך פארט געהאט אביסל אמת אין זיך – האט אים מוהרא"ש אנגעשריגן וכו' ואין כאן המקום להאריך; על כל פנים איך בין קיינמאל נישט געגאנגען צו מוהרא"ש קער צו נעמען פון אנדערע וכו'.


איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל ווייטער ליב האבן יעדן תלמיד היכל הקודש און עס זאל ביי אונז מקוים ווערן דעם ווארט וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך ווינדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; מוהרא"ש האט געשריבן אן א שיעור בריוון און געוויינט אז יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן אבער דער דיבור נאכנישט, וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט און געבעטן אז אין "היכל הקודש" זאל מען מקיים זיין דעם דיבור. איך האב אסאך מעשיות צו דערציילן ווי שטארק איך האב אכטונג געגעבן נישט צו מאכן קיין שום עסק פון די מחלוקת וואס איז אריבער אויף מיר, נאר טון ווייטער וואס מוהרא"ש האט מיר געהייסן.


איך האף אז דו וועסט זיך אריבערכאפן קיין יבנאל מיט דיין ווייב תחי'; גיי נישט מיט חברים, גיי נאר מיט דיין ווייב. די חברים וועם דו טאנצט נאך וועלן דיר די ערשטע באגראבן (אויב זיי האבן דאס נאכנישט געטון...); נעם דארט ארויס א דירה און יעדן טאג זאלסטו גיין צום ציון; זאלסט לערנען דיינע שיעורים און דאווענען ביים ציון אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (סימנים ד-ה) אז ער וועט האבן א נחת רוח צו זען ווי מען לערנט און דאווענט ביי זיין ציון.


טייערער ברודער לעב מיט דיין ווייב מיט ליבשאפט; דו האסט א טייערער ווייב, זי איז דיר זייער געטריי; אז זי שרייט אמאל איז נישט עק וועלט, אז זי שרייט איז א סימן אז עס באדערט איר אז דו געבסט איר נישט וואס זי דארף וכו'.


דערפאר בעט איך דיר טייערער הארציגער ברודער, זיי קלוג; קום אהיים צו איר מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט. א פרוי האט מער ליב דעם שמייכל פון איר מאן מער פון אלע טייערער מתנות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:): "רוֹצָה אִשָּׁה בְקַב וְתִפְלוּת מִתִּשְׁעָה קַבִּין וּפְרִישׁוּת", א פרוי האט מער הנאה פון א גוט ווארט ווי פון טייערער צירונג וכו' וכו'.


זיי מיר  מוחל אז די שריפט איז נישט אזוי מסודר; דער פליגער שאקלט זיך און איך זיץ אויף דעם לעצטן זיץ נעבן די בית הכסא וואו מענטשן שטופן וכו'.


איך האב דיר ליב.


...

#3 - מ'דארף שיקן אין א גוטע חדר; יעדער מענטש האט זיין באשטימטע פלאץ
חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב מיך זייער געפריידט צו זען אייער בריוו וואו איר שרייבט אז איר האט זיך מחי' געווען מיט די בריוו וואס איך האב אייך געשריבן.


אלע בריוו וואס איך שרייב זענען נישט מיינע ווערטער, איך שרייב דאס וואס איך האב געהערט אלע יארן פון מוהרא"ש וואס האט אונז איבערגעגעבן דעם רבינ'ס ווערטער אזוי ווי עס שטייט און גייט; אן קיין דריידלעך, חכמה'לעך און פשעטלעך. איך פריי מיך אז איך קען עס ווייטער איבער געבן און מחי' זיין אידישע קינדער.


ברסלב איז נישט קיין פארטיי וואו מיר מוזן געהערן און דארט שיקן אונזערע קינדער; איך זאג שטענדיג פאר מיינע תלמידים: "אויב אייערע קינדער קומען אהיים פון אונזער חדר/מיידל שולע אן קיין אמונה, אדער אויב איר זעט אז די תלמוד תורה און סקול פירט זיך נישט אזוי ווי דער רבי האט געוואלט, זאלט איר אלע ארויס נעמען די קינדער; מיר שיקן די קינדער אין ברסלב נישט ווייל מיר געהערן צו די פארטיי, נאר ווייל אין די מוסדות לערנט מען מיט די קינדער אמונה, יראת שמים און מידות טובות אזוי ווי דער רבי האט געוואלט".


דעריבער אז עס געפונען זיך דארט מלמדים וואס טוען מעשי תועבה, און די הנהלה מיט די רבנים ווייסן דערפון און זיי ווילן נישט אוועק שיקן דעם מלמד, דאן זאלט איר ארויס נעמען אייערע קינדער פון דארט וואס שנעלער און זיי לייגן אין א ערליכע מוסד וואו עס געפונען זיך נאר ערליכע מלמדים; עס איז נישט ווערד זיך צו עקשנ'ען דוקא צו שיקן קיין ברסלב וכו'.


מוהרא"ש האט דערציילט אז עס איז געווען א איד וואס האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען דעמאלט קיין 'ברסלב'ע תלמוד תורה' און אלע זיינע קינדער זענען ארויס לתרבות רעה רחמנא לצלן.


אזוי אויך, אויב האדעוועט מען אויף קינדער מיט מחלוקת, מען פרעדיגט אין זיי שנאת חינם וועלן אלע קינדער ארויסגיין לתרבות רעה. זוכט א חדר וואס האט נישט קיין שייכות מיט מחלוקת, קנאה, שנאה און רשעות - דארט וועלן אייערע קינדער מצליח זיין.


דאס וואס איר שרייבט אז איר געפונט זיך נישט דאס פלאץ וכו'; וויסן זאלט איר אז יעדע זאך איז פונעם אייבערשטן – גענוי וואו א מענטש דארף וואוינען, וואו א מענטש דארף גיין און שטיין, און אזוי ווייטער.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (עיין שיחות הר"ן, סימן ג; אשר בנחל ח' תקע"ח): "גאט איז גרויס, גרויס, גרויס, מען ווייסט גארנישט"; מיר ווייסן נישט דעם אייבערשטנ'ס דרכים. א מענטש קען צומאל טראכטן: 'פארוואס דארף איך וואוינען דוקא דא און דער וואוינט דארט?!' 'פארוואס האב איך חתונה געהאט מיט אזא איינעם?' 'פארוואס האב איך די סארט קינדער?' אויף די און אויף אלע פראגעס און קשיות איז דא איין תירוץ: "דער אייבערשטער פירט די וועלט".


א איד איז אמאל געקומען צום רבי'ן און אים דערציילט אז מען טראגט אים אן א שידוך וואס דער שידוך אליינס געפעלט אים זייער, אבער היות ער דארף גיין וואוינען דארט וכו' וויל ער נישט דעם שידוך ווייל ער וועט זיך נישט געפונען דארט דאס פלאץ. האט אים דער רבי געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן נו; שיחות הר"ן סימן קלט): "כְּשֶׁיֵּשׁ לְהָאָדָם לֵב אֵין שַׁיָּך אֶצְלוֹ מָקוֹם כְּלָל, כִּי אַדְּרַבָּא, הוּא מְקוֹמוֹ שֶׁל עוֹלָם וְכוּ'"; א מענטש דארף צוקומען צו לעבן מיטן אייבערשטן, דעמאלט וועט אים גוט זיין וואו ער איז נאר, ווייל דער אייבערשטער איז איבעראל.


גלייבטס מיר, מען קען זיין פון דערווייטנס און מען איז פיל נענטער ווי די וואס דרייען זיך פון דער נאנט, און מען קען זיין נאנט און נישט האבן קיין שייכות וכו'; דער עיקר איז אז די הארץ זאל זיין וואך.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן כח צו אייערע קינדער און ווייטער קענען פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס דיבורים פאר אלע אידישע קינדער.

#2 - ביי מחלוקת פארלירן אלע זייטן
מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בה"ב, כ"א אייר, יום הולדת מוהרא"ש זי"ע, ל"ו לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו דעם כלל אין לעבן: "ווען דו זעסט צוויי מענטשן קריגן זיך, לייג נישט אריין דיין קאפ צווישן זיי, ווייל דו וועסט נאכדעם ליידן פון ביידע און דו וועסט זיין שולדיג פאר אלעמען".


שלמה המלך זאגט (משלי כו, יז): "מַחֲזִיק בְּאָזְנֵי כָלֶב עֹבֵר, מִתְעַבֵּר עַל רִיב לֹּא לוֹ", ווען א מענטש מישט זיך אריין אין א פרעמדע מחלוקת איז ער צוגעגליכן צו איינער וואס כאפט אן א הינט ביי זיינע אויערן; דו פארשטייסט אליין אז ווען איינער דערנענטערט זיך צו א הונט און ציט אים זיינע אויערן וועט ער כאפן א ביס פונעם הונט, אזוי אויך אויב דו וועסט זיך אריינמישן אין די מחלוקה וועט נאכדעם די גאנצע מחלוקה פאלן אויף דיר.


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות נו.): רבא איז געזיצן אין בית המדרש, פלוצלינג האט ער געהערט א געשריי, צוויי בלינדע מענטשן האבן זיך געקריגט, איז רבא צוגעגאנגען און אפגעטיילט איינער פונעם צווייטן, האבן זיי זיך גענומען שלאגן רבא; זעט מען פון דעם אז עס איז נישט כדאי צו זיין פארמישט אין א קריגעריי. געדענק וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה איז א קלוגער מענטש.


מיט דעם וואס דו וועסט זיך פירן ווי עס דארף צו זיין וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן, דו וועסט זיי צוגעבן יארן צום לעבן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן מב): "בָּנִים הַטּוֹבִים - רְפוּאָה גְּדוֹלָה לָאָבוֹת", גוטע קינדער היילן אויס די עלטערן; לאז אפ דיינע געשוויסטער וכו' וועט דיר דער אייבערשטער העלפן אז דו וועסט האבן נחת ביי דיינע קינדער.


זע צו זאגן יעדן טאג אביסל תהלים; אלע ישועות ליגן אין תהילים, ווער עס זאגט תהילים ווערט זיין אמונה שטארק. עס ליגט א גרויסע קדושה אין די ווערטער פון תהילים, און ווען מען זאגט תהילים איז אזוי ווי דוד המלך האט דאס געזאגט.


וואויל איז דעם מענטש וואס פירט זיך בתמימות ופשיטות, ער טרינקט אפאר קאפיטלעך תהילים יעדן טאג (שיחות הר"ן, סימן כג); וועט אים גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - שטיי ווייט פון מחלוקת, ענדערש זיץ אין די זייט
מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ו אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן פון מחלוקת בכלל, און בפרט ביי אונז אין בית המדרש תלמידי היכל הקודש.


וויסן זאלסטו אז דער ס"מ וויל אונז אויסרייסן פון דער וועלט און פון יענע וועלט; ער קען נישט ליידן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, דערפאר זוכט ער נאר ווי ער קען מאכן א פירוד צווישן אנשי שלומינו.


מיש דיר נישט אין זאכן וואס האבן נישט מיט דיר; אז מען וועט דיר צו שיקן צום עמוד זאלסטו אודאי צו גיין און דאווענען שיין וכו', אבער שטופ דיר נישט וואו מען דארף דיר נישט. געדענק וואס די הייליגע חכמים האבן געזאגט פאר אלכסנדר מוקדן (תמיד לב.) ווען ער האט געפרעגט וואס זאל א מענטש טון ער זאל האבן א שיינע לעבן, האבן זיי אים געזאגט: "יָמִית עַצְמוֹ", ער זאל זיך נישט גרויסן, און "יַסְנֵי מַלְכֵי וְשֻׁלְטָן", ער זאל שטיין ווייט פון געוועלטיגן; ווייל דער וואס שטופט זיך וכו' דער ווערט נאכדעם אוועק געשטופט.


מוהרא"ש פלעגט חזר'ן וואס דער צדיק רבי אליעזר מקאמארנא זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן בשם זיין מאמע: "אז מען זיצט אונטער די מזוזה, ווערט מען נישט מבוזה"; דאס זעלבע זאג איך דיר: "זיץ אין דער זייט און זוך נאר ווי דו קענסט צוגעבן פארן שול". דאס וואס איך האב דיר געזאגט אז דו זאלסט רעדן ביי סיפורי מעשיות און ביי שלש סעודות, ווייל איך האב פארשטאנען אז דו ביסט גבאי וכו', אבער יעצט אז דו זאגסט מיר אז עס איז דא א גבאי אין בית המדרש זאלסטו זען צו זיין א חלק פון די חבורה און נישט שטערן.


אז מיר וועלן זיך האלטן צוזאמען מיט ליבשאפט וועלן מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה, אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (זוהר חדש נח, דף כג) אז משיח וועט קומען בזכות איין שול וואו מען וועט זיך האלטן בשלום; דו ווייסט דאך וואס דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט פאר זיין גרויסער תלמיד ר' חיים ויטאל זכרונו לברכה (ספר שבחי האר"י ז"ל) אז עס איז שוין געווען די צייט משיח זאל קומען, נאר אלעס האט זיך אפגעהאלטן ווייל עס איז געווארן א מחלוקת צווישן די ווייבער פון די תלמידים, און אויך האט דאס גורם געווען אז דער אריז"ל איז נאכדעם נפטר געווארן; דערפאר דארפן מיר אכטונג געבן זייער שטארק אז מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי וועלן מיר ברענגען די גאולה.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל נישט ווערן אפגעקילט פון הייליגן רבי'ן, ווייל דער ס"מ טוט אלעס אויף דער וועלט אז דער מענטש זאל זיך אפקילן פון רבי'ן, אזוי ווי עס איז געווען מיט ר' ליפא דעם רבינ'ס תלמיד. ער איז געווען א גרויסער סוחר, און דער הייליגער רבי האט אים אמאל מרמז געווען וואס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן און שפעטער הרג'עט דאס דעם מענטש; מיט דעם האט אים דער רבי געוואלט מרמז זיין אז נישט אלעס איז געלט וכו'. אבער ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם און ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען. יארן שפעטער האט אים ר' נתן געטראפן און ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, עמנו הייתם?" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, האט אים ר' נתן געזאגט: "ליפא! פון אזא רבי'ן גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן וועל איך אויך נישט אוועק גיין"; דאס איז געווען ר' נתן. ער איז געווען צוגעבינדן צום רבי'ן מיט א מורא'דיגע שטארקייט, 'אפילו דער רבי אליין זאל מיר וועלן אוועק טרייבן, וועל איך נישט איבער לאזן אזא רבי'.


מוהרא"ש האט מיר געשריבן א בריוו יארן צוריק איך זאל מתפלל זיין יעדן טאג אז איך זאל נישט קריגן אויף מוהרא"ש; דאס טו איך יעדן טאג. איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז איך זאל געדענקען ווי אזוי איך האב אויסגעזען פאר איך האב געטראפן מוהרא"ש, אזוי ווי דער רבי שרייבט אינעם בריוו פאר אנשי שלומינו, "דערמאנט אייך איטליכער ווי איך האב אייך געפונען", דער רבי בעט אונז אז מיר זאלן געדענקען ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען ווען מיר האבן געטראפן דעם רבי'ן; ווער עס פאלגט דעם רבי'ן און הייבט אן לערנען אויפן "סדר דרך הלימוד" ווערט ער ביז א קורצע צייט א גרויסער תלמיד חכם, אזוי אויך ווען מען פאלגט דעם רבי'ן און מען מאכט התבודדות יעדן טאג ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן און מיט די צייט פארגעסט מען ווי אזוי מען האט אויסגעזען פאר דעם.


איך בעט דיר טייערער ..., שטארק דיר און ווער נישט צעבראכן אז מען האט מכבד געווען א צווייטן צו רעדן; געדענק וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות סג.): "הִלֵל הַזָּקֵן אוֹמֵר, בִּשְׁעַת הַמַכְנִיסִין - פַּזֵר", ווען עס איז נישט דא ווער עס זאל איבער געבן דברי תורה זאלסטו רעדן דברי תורה, "בִּשְׁעַת הַמְפַזְּרִים - כַּנֵּס", אבער אויב זענען דא תלמידי חכמים וואס זענען מרביץ תורה זאלסטו זיך נישט זוכן אריין צו שטופן וכו'.


א מענטש דארף שטענדיג געדענקען וואס איז געווען מיט אים פאר ער האט זיך דערוואוסט פון הייליגן רבי'ן, וואס דער רבי האט מיט אים געטון און וואס ער האט באקומען פון רבי'ן, דעמאלט וועט ער שוין נישט האבן קיין חלישות הדעת.


דער הייליגער רבי זאגט אויפן פסוק (דניאל א, ד): "וַאֲשֶׁר כֹּחַ בָּהֶם לַעֲמֹד בְּהֵיכַל הַמֶּלֶךְ", דאס הייסט אז אפילו דער צדיק אליינס קריגט אויף אים, דאך גייט ער נישט אוועק פונעם צדיק (שיחות הר"ן, סימן ק"ה).


איך האף אז דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער אויף א פאזעטיווער וועג; איך וויל גארנישט, איך וויל נאר עס זאל זיין שלום צווישן אונז.


איך וועל נאך רעדן מיט דיר פנים אל פנים.