בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#90 - טענה נישט מיט קיינעם און זיכער נישט מיט דיין ווייב
שלום בית, חסידות ברסלב, מחלוקת, וויכוחים, היכל הקודש, התנגדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טענה נישט מיט קיינעם און זיכער נישט מיט דיין ווייב; וואס איז זי שולדיג אז מען העצט איר אויף קעגן דעם הייליגן רבי'ן...? דו גיי דיין וועג, און אז מען רעדט אויפ'ן הייליגן רבי'ן, און מען רעדט אויף מוהרא"ש - זאלסטו זיך נישט טענה'ן.


ווער רעדט אויפן רבי'ן? ווער רעדט אויף היכל הקודש? נאר בעלי עבירה, און אפילו זיי זעען אויס פון אינדרויסן ווי גרויסע מענטשן - זאלסטו וויסן דאס זענען אלע בעלי עבירה.


אזוי מוז זיין. דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה ז') איידער זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אויב די נשמה קומט אראפ אויף די וועלט - פארוואס האסטו מיך באשאפן?!" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקן, זיי האבן געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה, און דאס איז די עצה פונעם סמ"ך מ"ם, מען לאכט פונעם רבי'ן און מען שפעט אפ פון ברסלב'ער חסידים.


אבער באמת איז דאס נישט אמת; די אלע לשון הרע'ס וואס מען רעדט אויפ'ן רבי'ן - איז נישט אמת. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


טענה נישט מיט דיין ווייב; דו בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען זיין ראש השנה ביים רבי'ן, אבער נישט טענה'ן מיט איר. זי איז נישט שולדיג, שולדיג זענען די מנהיגים וואס שפעטן פון רבי'ן, זיי האבן מורא אז זיי וועלן בלייבן אן מנין, זיי האבן מורא אז זיי וועלן נישט האבן ראש השנה קיין חסידים. עס וועט זיי סיי ווי נישט העלפן, ביים סוף וועלן אלע קומען צום רבי'ן, אלע וועלן זוכה זיין צו די תיקונים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#89 - איר זאלט שפילן מיט די וואס ווילן שפילן מיט אייך
כיבוד אב ואם, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ, מחלוקת, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


       יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


צו די טייערע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לאכט זיך אויס, מאכט זיך נישט וויסנדיג. געדענקט דעם כלל וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט: 'אויב איינער וויל מיך נישט - דארף איך אים טויזנט מאל נישט'. אויב די שכנים מיידלעך ווילן נישט שפילן מיט אייך - זאלט איר זיך נישט צוטון מאכן פון דעם, איר זאלט שפילן מיט אלעמען, איר זאלט שפילן מיט די וואס ווילן שפילן מיט אייך.


איר קענט שפילן מיט יונגערע קינדער, מיט די אלע וואס מאכן נישט קיין מחלוקות.


העלפט אייער מאמע, איר האט זייער א טייערע מאמע, אייערע עלטערן זענען זייער טייער.


אויך הער איך פון די מנהלת תחי' אויף אייך זייער שיינע זאכן, איר זענט פון די קינדער וואס פירן זיך מיט דרך ארץ, איר זענט צופרידן מיט אלעס וואס מען מאכט אין סקול, איר רעדט זיך נישט אפ.


יישר כח פאר אייער גוטע אויפפירונג, איר מאכט מיר נחת.


 

#88 - געראטעוועט צו ווערן פון מחלוקת, איז די עצה צו לערנען מסכת סוכה
מחלוקת, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ז' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר דיין סיום פון הונדערט און איין מאל מסכת מגילה; די בלעטער גמרא וואס דו לערנסט וועט דיר באגלייטן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


יעצט אז דו האסט שוין מסיים געווען הונדערט און איין מאל פינף מסכתות פון ש"ס; מסכת תענית, מסכת חגיגה, מסכת ראש השנה, מסכת תמיד און מסכת מגילה - זאלסטו נעמען מסכת סוכה, און דאס איבערגיין הונדערט און איין מאל.


יעדע מאל איידער דו הויבסט אן לערנען די מסכתא, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט נישט האבן צוטון מיט קיין מחלוקות, און עס זאל נישט זיין קיין מחלוקות צווישן אידן. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות מריבה, סימן נז): "לְמַחֲלֹקֶת יִלְמַד מַסֶּכֶת סֻכָּה", געראטעוועט צו ווערן פון מחלוקת - איז די עצה צו לערנען מסכת סוכה; בסוד "תִּצְפְּנֵם בְּסֻכָּה מֵרִיב לְשֹׁנוֹת" (תהילים לא, כא), אז מען באהאלט זיך אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן - ווערט מען באשיצט פון אלעם שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#87 - אכטונג געבן אויף די קינדער אין די ערב פסח טעג
פחדים, חינוך הילדים, קברי צדיקים, מחלוקת, שלום, לימוד התורה, יענער, ראש ישיבה, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היט זיך פון מחלוקת און פון פיינט האבן א צווייטן איד. מוהרא"ש זאגט, ווילאנג א מענטש האט אין זיך א פיינטשאפט צו א צווייטן איד - איז א סימן אז ער איז נאך גארנישט מקורב צום רבי'ן. נאך זאגט מוהרא"ש, ווען איינער פאלט אראפ רחמנא לצלן אין די איסור פון עסן נבילות וטריפות, אויב עסט ער א כזית חזיר איז ער עובר אויף די כזית - איין מאל א לאו, עסט ער נאך א כזית - איז ער עובר נאך איין לאו, אבער דער וואס האט פיינטשאפט אויף א צווייטן - איז ער עובר יעדע רגע נאכאמאל און נאכאמאל אויף די לאו פון "לֹא תִשְׂנָא אֶת אָחִיךָ" (ויקרא יט, יז).


געב זיך אכטונג אין די ערב פסח טעג - ווען מען איז פארנומען אריינצוברענגען דעם הייליגן יום טוב - פון כעס און מחלוקות; עס איז נישט אינטערעסאנט אלע הכנות אויב עס גייט צו מיט כעס און מחלוקות.


אויך זאלסטו אין די טעג אכטונג געבן אויף דיינע קינדער. נעם זיי אריין אין די הייליגע הכנות, נעם זיי צום מצה בעקעריי, נעם זיי מיט איינקויפן, רוף זיי ווען דו מאכסט דיין קאר וכו'; זיי זאלן זיין באשעפטיגט מיט גוטע זאכן און זיך נישט דרייען פריי אן קיין השגחה. קינדער וואקסן נישט פון זיך אליינס, וויפיל מען אינוועסטירט אין זיי און וויפיל מען בעט דעם אייבערשטן - איז מען זוכה צו שיינע ערליכע דורות.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, הער אויף מיט דיינע דמיונות; קיינער קוקט נישט אויף דיר, קיינער טראכט נישט פון דיר; יעדער האט זיין פעקל צרות, א שאד צו דמיונ'ען פון דעם און יענעם. קום אין שול דאווענען די דריי תפילות און לערן דיינע שיעורים קבועים אין מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה. די וואך ענדיגן מיר מסכת נזיר בבלי, און מסכת דמאי פון ירושלמי; זיי דו אויך פון די וואס לערנען יעדן טאג. לערן אן פארשטיין, לערן פארן אייבערשטנ'ס וועגן.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיין יום טוב פסח אין שטעטל, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פארן זונטאג נאך פסח פאר צוויי טעג קיין פוילן אויס'פועל'ן ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#86 - לאז שוין אפ די מחלוקת, קנאה און שנאה, הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן
שמחה, תודה והודאה, שלום בית, מחלוקת, שבת קודש, קנאה, שלום, ביקור חולים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי אזוי מען איז מקבל שבת - אזוי וועט מען מקבל זיין די נשמה ווען מען וועט נפטר ווערן; אז מען איז מקבל שבת מיט שמחה, מיט ליבשאפט - וועט מען אויפנעמען די נשמה אויך מיט שמחה און ליבשאפט, סיי דער מאן און סיי די ווייב. און חס ושלום אז מען איז בעצבות און מרה שחורה - איז וויי און ביטער בזה ובבא. אזוי זאגט דער הייליגער זוהר (תיקוני זוהר, דף כג): "מָאן דִּמְקַבְּלִין אוּשְׁפִּיזִין", ווער עס נעמט אויף די געסט, "דְּאִינוּן נִשְׁמָתִין יְתֵרִין", דאס מיינט מען די נשמה יתירה, "דְּאִינוּן מַרְכִּיבִין עֲלַיְיהוּ בְּעֶרֶב שַׁבָּת", וואס קומט צום מענטש יעדן ערב שבת - "בְּאַנְפִּין צְהוּבִין", מיט א ליכטיגע פנים, "בְּחֶדְוָה", מיט פרייד, "בְּעִנּוּגָא", מיט א פארגעניגן - "בְּהַאי עָלְמָא", אויף די וועלט. "כַּד נִשְׁמָתָא וְרוּחָא וְנַפְשָׁא נָפִיק מִן גּוּפֵיהּ מֵהַאי עָלְמָא", ווען עס וועט קומען די צייט וואס זיין נשמה וועט ארויפגיין פון די וועלט - "הָכִי מְקַבְּלִין לוֹן בְּעָלְמָא דְאָתֵי", אזוי וועט מען איר מקבל זיין אויף יענע וועלט, "וְאִתְּמַר בְּהוֹן", אויף דעם שטייט אין פסוק (תהלים פד, ד) "גַּם צִפּוֹר מָצְאָה בַיִת וכו'".


על כן זאלסטו זיך אנגרייטן גענוג פרי, גיי אין מקוה אין צייט, זיי גרייט אין שטוב ווען דיין ווייב צינדט אן די שבת ליכט. העלף ארויס אז עס זאל זיין רואיג אין שטוב, און עס זאל חס ושלום נישט זיין קיין כעס און קיין מחלוקות.


נעכטן נאכט נאכן שיעור בין איך געווען מבקר חולה זיין א אינגערמאן. ווען איך בין געזיצן דארט האב איך געטראכט נאר פון דיר, דו ביסט אזא רחמנות, דו הערסט נישט אויף קרעכצן, דו פירסט חשבונות מיט דעם און מיט יענעם; וואלסטו געזען וואס פאסירט מיט א מענטש, וואלסטו געזען וואס איך האב נעכטן געזען... א אינגערמאן געזונט און שטארק, יונגער פון דיר, וואס פירט א ביזנעס, ער איז מצליח מער פון דיר און פון איין טאג אויפ'ן צווייטן קען ער זיך נישט רירן, ער ליגט איינגעפאלן, א פחד דאס צו זען, די דאקטורים שרעקן אים אן מיט דאס ערגסטע, איך האב נאר געוואלט זיך אויפשטעלן און דיר אנרופן זאלסט אריבערקומען זען וואס גייט פאר. איך זאג דיר נאכאמאל: "איך האב אזוי רחמנות אויף דיר, דו כאפסט נישט וואס דאס לעבן איז; לאז שוין אפ די מחלוקות, לאז שוין אפ די קנאה שנאה, הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און נעם אויף דעם גאסט - דעם שבת קודש - מיט שמחה".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


א פרייליכן שבת.


 

#85 - פון אייער זייט זאל זיין שלום
קינדער, שידוכים, מחלוקת, שלום, משפחה, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר די שידוך פון אייער זון ..., דער אייבערשטער זאל אייך געבן נחת פון אלע קינדער.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט אנטייל נעמען אין די שמחה פון אייער קינד, ווייל עס טוט זייער וויי פאר א קינד ווען די מאמע וויל נישט קומען צו די לחיים און צו די תנאים, עס לאזט איבער א גאנץ לעבן א שלעכטע טעם; וויל איך אייך זייער בעטן איר זאלט זיך מבטל זיין צום אייבערשטן און זיך לאזן פירן פונעם אייבערשטן.


נעמט א טייל אינעם שידוך און זעט אז פון אייער זייט זאל זיין שלום, ווייל אין היכל הקודש ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען שלום - דאס ערשטע און דאס וויכטיגסטע, מוהרא"ש שרייבט: "איך האב פיינט מחלוקות".


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל שוין מקוים ווערן (מלאכי ג, כג-כד): "הִנֵּה אָנֹכִי שֹׁלֵחַ לָכֶם אֵת אֵלִיָּה הַנָּבִיא וְגוֹ', וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים".

#84 - עס דארף זיין א גוטע אטמאספער אין חדר, נישט ווי א פעקטארי
מלמדים, מוסדות, מחלוקת, שלום, ראש ישיבה, חדר, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, י"ח שובבי"ם, ג' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, מלמד בקרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב אזא הנאה צו הערן אז עס איז צוריק דא ליבשאפט אין חדר אין שטעטל צווישן די מלמדים און די איינגעשטעלטע. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, די סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט קומען צו ענק איז נאר צוליב דעם, איך קען נישט סובל זיין ווען מען איז אחד בפה ואחד בלב, עס עקלט מיר, איך גיי נאר דארט וואו איך שפיר אז מען האט זיך ליב. יעצט אז דו זאגסט מיר אז נעכטן איז געווען א גוטע לופט אין חדר - פריי איך זיך זייער.


איך בעט דיר זייער, "בִּקְהָלָם אַל תֵּחַד כְּבֹדִי" (בראשית מט, ו), מיש נישט אריין מיין נאמען צווישן די מחלוקות, איך וויל נישט האבן צוטון מיט מחלוקות, איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש אז איך וועל נישט האבן מיט מחלוקות, איך וויל נאר ליבשאפט.


מוהרא"ש זאגט, עס איז דא אן אויסדרוק: "הימל מענטש", מען דרוקט זיך אויס אויף א העכערער סארט מענטש, יענער איז א הימל מענטש; ווער איז טאקע א הימל מענטש? דער וואס קען זיך אויסקומען מיט א פארקערטע נאטור. די הימל - זאגן חכמינו זכרונם לברכה (חגיגה יב.) - איז צאמגעשטעלט פון צוויי פארקערטע זאכן, פייער און וואסער; פייער טריקנט אויס וואסער און וואסער לעשט פייער, און די הימל איז וואסער און פייער אינאיינעם, צו טון די ווילן פונעם אייבערשטן, אזוי אויך, דער וואס קען לעבן מיט א פארקערטער נאטור - דער איז א הימל מענטש.


אז מען בויט א חדר; מלמדים, מיט א מענידזשער, מיט אפיס ארבעטער, באס דרייווערס, קעכער, לאנטש רבי וכדומה, און איך האב איין וועג ווי צו לעבן, ווי צו רעדן און ווי אזוי צו טראכטן, און דא שטייט פאר מיר איינער וואס מאכט מיך נערוועז און טראכט אנדערש, רעדט אנדערש און טוט אנדערש, און דאך קען איך מיט אים לעבן - בין איך א הימל מענטש.


איך בעט דיר זייער, זע די מוסד וואס איך שטעל אויף מיט בלוט און שווייס זאל נישט ווערן א פעקטארי, עס זאל נישט פארלירן די הארץ, די געפיל; קום אין חדר מיט הארץ, מאך זיך א חשבון 'וואס טו איך? וואו גיי איך? צו וועם קום איך? איך קום לערנען תורה מיט אידישע נשמות, איך פלאנץ אמונה און מידות טובות, איך לייג אריין קדושה אין אידישע קינדער' - וועסטו זיך קענען אויסקומען מיט יעדן איינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#83 - נאך אביסל וועלן די עלטערן זאגן אז ענק זענען זייער גרעסטע נחת
כיבוד אב ואם, שלום בית, מחלוקת, שווער און שוויגער, נסיונות, גמרא, מניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מחזק דיין ווייב און דאנק דעם אייבערשטן אז זי איז מיט דיר, זי איז פאר דיר אן "עזר". חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "זָכָה, עוֹזַרְתּוֹ", עס איז א געווינס ווען מען האט א ווייב וואס שטייט מיטן מאן; און אז דיין שוויגער טשעפעט איר וכו' - זאלסטו איר מחזק זיין און נישט מאכן קיין מחלוקות.


וועסט זען, נאך אביסל וועלן דיינע עלטערן און אירע עלטערן זאגן מיט א פילע מויל אז ענק זענען זייער גרעסטע נחת. זייער אסאך תלמידי היכל הקודש זענען דאס אריבער, מען האט זיי געטשעפעט אין אנהויב און ביים סוף האבן זיי אלע מודה געווען אז דיקא תלמידי היכל הקודש פירן שיינע ערליכע משפחות.


לערן יעדן טאג דעם בלאט גמרא.

#82 - געב יעדן איינעם מזל טוב, און זיי נישט אריינגעמישט אין מחלוקת
מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, משפחה, שמחות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דעם בריוו.


אז מען האט ענק איינגעליידנט צו די חתונה - זאלן ענק גיין; וואס האסטו צו קוקן אויף א צווייטן? וואס האט עס מיט דיר אז מען האט נישט איינגעליידנט אנדערע פון די משפחה? וואס דארפסטו זיין אריינגעמישט אין מחלוקות? דו גיי מיט דיין ווייב און געב יעדן איינעם שלום, געב יעדן איינעם מזל טוב, און זיי נישט אריינגעמישט אין מחלוקות.


אנטלויף פון מחלוקות, האב נישט מיט קיין מחלוקות. בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר וויי טון מחלוקות און חס ושלום נישט זיך פרייען און הנאה האבן צו הערן מחלוקות.


היינט נאכט איז דער יארצייט פון אונזער רבי - רבי נתן זכותו יגן עלינו, ער פלעגט זאגן: "ווען איך זע צוויי אידן קריגן זיך - שפיר איך ווי עס שטעכט מיר אין די זייט"; אז מען הערט ווי מען קריגט זיך ביי אידישע קינדער, קהילות צעטיילן זיך - דארף מען וויינען, און אז מען וויינט נישט דארף מען וויינען אויף דעם אליינס אז מען איז אזוי פארגרעבט; מען פריידט זיך, מען האט הנאה צו הערן די סארט זאכן.


קענסט ווייזן דעם בריוו פאר דיין שווער און שוויגער.


 רבי נתן האט מען אמאל געזען זייער לעבעדיג טאנצן ביי א חתונה, האט ער געזאגט: "איך האב געטאנצן נישט לכבוד החתונה, איך האב געטאנצן ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; אין שטוב איז שווער צו טאנצן אזוי לעבעדיג, ביי א א חתונה איז גרינגער".


אזוי אויך האט מען אים געזען זייער שטארק וויינען ביי א לוי', האט ער געזאגט: "איך האב געוויינט צום אייבערשטן אויף מיינע זאכן, איך האב געוויינט מיט מיינע תפילות, גארנישט מיט די לוי; נאר ביי א לוי' איז א גוטע צייט ווען מען קען וויינען".

#81 - זינגען מיט די קינדער די "אני מאמין" מיט טייטש
חינוך הילדים, מוסדות, מחלוקת, אידיש, אני מאמין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, טבריה


איך האב זייער הנאה צו באקומען פון דיר יעדן טאג א באריכט.


שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן פון קיין שום זאך. מוהרא"ש פלעגט מיר זאגן: "אז מען קריגט אויף דיר ווייס איך אז דו ביסט גוט, וואלט מען נישט געקריגט אויף דיר - וואלט איך חושש געווען אז עפעס איז נישט גוט מיט דיר".


דו גיי אן מיט א שטארקייט, לייג אריין אין די קינדער אמונה. דער מנהל האט מיר געשיקט א רעקארדירונג ווי דו זינגסט מיט די קינדער די "אני מאמין" מיט טייטש; דו זאגסט פאָר די לשון הקודש אין די קינדער ענטפערן אין אידיש, איך האב זיך זייער מחי' געווען; הלואי זאלן אלע מלמדים דאס טון.


איך שיק דיר די אני מאמין'ס מיט טייטש, איך האב עס געטייטשט לויט ווי די אידישע שפראך גייט אין אמעריקע; אז ביי ענק גייט אנדערש די שפראך - זאלסטו דאס זינגען מיט זיי לויט ווי מען רעדט ביי ענק.


איך פריי זיך אז דער קינד ... הויבט אן בעסער רעדן אידיש. איך בעט דיר זייער, האב סבלנות - וועסטו זען שיינע זאכן.


דא האסטו די אני מאמין:


1) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא בּוֹרֵא ער באשאפט, וּמַנְהִיג און פירט, לְכָל הַבְּרוּאִים אלע באשעפענישן. וְהוּא לְבַדּוֹ און ער אליין, עָשָֹה האט געטון, וְעוֹשֶֹה און טוט אלעס אויף דער וועלט, וְיַעֲשֶֹה און וועט ווייטער אלעס טון, לְכָל הַמַּעֲשִֹים אלעס וואס פאסירט.


2) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא יָחִיד ער איז איינער, וְאֵין יְחִידוּת און עס איז נישטא נאך א זאך וואס זאל זיין איינס, כָּמוֹהוּ, בְּשׁוּם פָּנִים אזוי ווי דער אייבערשטער וואס איז איינס. וְהוּא לְבַדּוֹ און ער אליינס, אֱלֹהֵינוּ איז אונזער באשעפער, הָיָה ער איז אייביג געווען, הֹוֶה ער איז שטענדיג דא, וְיִהְיֶה און וועט אייביג זיין.


3) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, אֵינוֹ גוּף איז נישט קיין קערפער, וְלֹא יַשִֹּיגוּהוּ מַשִֹּיגֵי הַגּוּף און ער האט נישט קיין שום זאך וואס האט צו טון מיט א קערפער, וְאֵין לוֹ שׁוּם דִּמְיוֹן כְּלָל און מען קען אים נישט צוגלייכן צו קיין שום זאך.


4) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, הוּא רִאשׁוֹן ער איז דער ערשטער, וְהוּא אַחֲרוֹן און ער וועט זיין דער לעצטער.


5) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, לוֹ לְבַדּוֹ נאר צו אים אליין, רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל דארף מען בעטן, וְאֵין רָאוּי און עס איז נישט ווערד, לְהִתְפַּלֵּל צו בעטן, לְזוּלָתוֹ פון קיינעם אנדערש.


6) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁכָּל דִּבְרֵי נְבִיאִים אֱמֶת אז אלע ווערטער פון די נביאים זענען אמת'דיג.


7) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁנְּבוּאַת מֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם אז די נבואה פון משה רבינו, הָיְתָה אֲמִתִּית איז אמת'דיג, וְשֶׁהוּא הָיָה אָב לַנְּבִיאִים און אז משה רבינו איז געווען די טאטע פון אלע נביאים, לַקּוֹדְמִים לְפָנָיו די וועלכע זענען געווען פאר אים, וְלַבָּאִים אַחֲרָיו און פאר אלע וואס זענען געקומען נאך אים.


8) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁכָּל הַתּוֹרָה אז די גאנצע תורה, הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ וואס מיר האבן היינט, הִיא הַנְּתוּנָה האט דער אייבערשטער געגעבן, לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם פאר משה רבינו.


9) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁזֹּאת הַתּוֹרָה אז די תורה וואס מיר האבן, לֹא תְהֵא מֻחְלֶפֶת וועט נישט פארטוישט ווערן, וְלֹא תְהֵא און עס וועט נישט זיין, תוֹרָה אַחֶרֶת קיין אנדערע תורה, מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ פונעם אייבערשטן.


10) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵֹה בְנֵי אָדָם ווייסט אלעס וואס מיר טוען און וואס אנדערע טוען, וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם און אלעס וואס מיר טראכטן און וואס אנדערע טראכטן, שֶׁנֶּאֱמַר אזוי ווי עס שטייט (תהלים לג, טו): 'הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם' דער אייבערשטער האט באשאפן אלע הערצער, 'הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵֹיהֶם' און ער ווייסט אלעס וואס מען טוט.


11) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ אז דער אייבערשטער, גּוֹמֵל טוֹב באצאלט שכר, לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו פאר די וואס טוען די מצוות, וּמַעֲנִישׁ און ער באשטראפט, לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו די וואס פאלגן נישט זיינע מצוות.


12) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, בְּבִיאַת הַמָּשִׁיחַ אז משיח וועט קומען, וְאַף עַל פִּי שֶׁיִּתְמַהְמֵהַּ און אפילו עס נעמט שוין אזא לאנגע צייט, עִם כָּל זֶה אֲחַכֶּה לּוֹ בְּכָל יוֹם מיט דעם ווארט איך יעדן טאג, שֶׁיָּבוֹא אז ער זאל קומען.


13) אֲנִי מַאֲמִין איך גלייב, בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה מיט א שטארקע אמונה, שֶׁתִּהְיֶה תְּחִיַּת הַמֵּתִים עס וועט זיין תחית המתים, בְּעֵת שֶׁיַעֲלֶה רָצוֹן מֵאֵת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ ווען דער אייבערשטער וועט דאס טון, וְיִתְעַלֶּה זִכְרוֹ לָעַד וּלְנֵצַח נְצָחִים און עס וועט דערהויבן ווערן זיין נאמען פאר אייביג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#80 - פארוואס רעדט מען אויף ברסלב?
תפילה והתבודדות, מוסדות, חסידות ברסלב, מחלוקת, וויכוחים, שטעטל, סיום, אומאן, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, לשון הרע, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס קען מען טון אז מען רעדט אויף אונז? וואס קען מען טון אז עס איז דא לשון הרע און הוצאת שם רע? דער רבי האט שוין געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "מען קריגט נישט אויף מיר, מען האט זיך אויסגעשניצט א מענטש און אויף אים קריגט מען, און אויף דעם מענטש וואס מען האט זיך אויסגעשניצט - קריג איך אויך" - זאגט דער רבי, "דאס האט נישט מיט מיר".


אזוי מוז עס גיין, אזוי גייט דעם רבינ'ס זאך. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס טאכטער אדל ווען זי האט גע'חלומ'ט א שרעק פון א חלום, ווי אלע אנשי שלומינו האבן געמאכט אן אויפשטאנד קעגן איר טאטע - דער הייליגער רבי. מען האט זיך אפגעשמועסט אז מען גייט נישט אריינלאזן דעם רבי'ן אין שול, אלע האבן זיך אויסגע'שורה'ט און זיך אנגעכאפט האנט ביי האנט, אז ווען דער רבי קומט - וועט מען אים נישט אריינלאזן.


זי חלומ'ט זיך ווייטער ווי דער רבי קומט אריין אין שול און אלע שטייען האנט ביי האנט, זיי כאפן זיך אן פעסט, און ווי נאר דער רבי געבט א טרעט א טריט נענטער און קומט אן צו די ערשטע שורה - עפענען זיי אויף און דער רבי גייט שיין אריבער, און די שורה פון הינטער זיי רעגן זיך פארוואס מען האט אריבערגעלאזט דעם רבי'ן, און זיי שמועסן זיך אפ אז זיי גייען נישט אריבערלאזן דעם רבי'ן, אבער ווי דער רבי קומט נאנט צו זיי - עפענען זיי די בלאקאדע.


אדל וועקט זיך אויף מיט א שרעק און לויפט צו רבי נתן ער זאל איר פותר חלום זיין. זאגט איר רבי נתן: "אזוי גייט דעם רבינ'ס זאך, מען זעט נאר איין טריט, מען זעט נישט דעם קומענדיגן טריט".


וואס קען מען טון אז מען רעדט אויפ'ן רבי'ן און אויף זיינע תלמידים אלע שלעכטס, ברסלב'ער חסידים זענען ללעג ולקלס; אזוי מוז דאס גיין. דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) ווען עס איז געקומען די צייט אז זיין נשמה זאל אראפקומען אויף די וועלט, האט דער סמ"ך מ"ם געשריגן: "רבונו של עולם, אז דער נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, פארוואס האסטו מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, דו גיי און זוך דיר אן עצה". איז ער אוועקגעגאנגען און שפעטער איז ער צוריקגעקומען מיט אן אלטיטשקן אן איינגעבויגענעם, זיי האבן געלאכט און געזאגט: "די נשמה קען שוין אראפגיין, מיר האבן שוין אן עצה", די עצה פון לאכן, די עצה פון שפעטן.


דיר בעט איך, ענטפער נישט און גיי נישט אריין אין קיין וויכוחים מיט קיינעם, און אז דו אליינס ביסט צעמישט - זאלסטו זיך מתבודד זיין, ווייל אזוי ווי אין א ביזנעס איז דאס וויכטיגסטע זאך צו האבן א רואה חשבון, א בוכהאלטער; עס קען זיך דאכטן אז מען מאכט געלט, מען איז מרוויח, און נאר דער רואה חשבון ווייסט די קלארע פאקטן, אויב מען איז דא מרוויח אדער מען דערלייגט, אזוי איז ברוחניות; עס קען זיך דאכטן אז מען לערנט, מען דאווענט, אבער נאר מיט התבודדות קומט ארויס די קלארע פאקטן; אזוי אויך דורך התבודדות ווערט מען קלאר וואס איז גוט און וואס איז נישט גוט.


בקרוב וועלן מיר עפענען דעם נייעם שטעטל, דאס איז אביסל ווייטער פון די יעצטיגע שטעטל. מענטשן פרעגן, וואס גייט דא פאר? פארוואס דארף מען שוין גיין צו א נייע געגענט? דער ענטפער איז פשוט, די שכנים ווילן זייער אסאך געלט פאר די הייזער, זיי זעען אידן קומען - ווילן זיי מאכן אויף אונז געלט, איך וויל נישט מען זאל ארויפברענגען די פרייזן; מיר איז גוט צו גיין אין א פרישע געגענט.


מוצאי שבת חנוכה וועלן מיר מאכן א חנוכת הבית פאר די נייע חדר, איך ליידן איין אלע משפחות, די חנוכת הבית וועט פארקומען אינעם בנין התלמוד תורה. די מסיבה וועט זיין אינאיינעם מיט א סעודת הודאה אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, אז מיר זענען אנגעקומען אין היכל הקודש און אונזערע קינדער האבן א חדר און א סקול וואו מען לערנט אמונה און קדושה, מען לאכט נישט פון רבי'ן.


איך טראכט אלץ פון די נס אז מען האט ארויסגעווארפן מיינע קינדער און איך האב געדארפט עפענען א מוסד פאר זיי, אזוי האבן מיינע קינדער א ריינע חינוך. אפהיטן זאל איך זיין אויב וואלטן מיינע קינדער נישט געווארן ארויסגעווארפן, וואלטן זיי מן הסתם היינט נישט גערעדט מיט מיר, זיי וואלטן זיך געשעמט אז זיי זענען קינדער פון מיר. אזוי איז געווען מיט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און אזוי איז געווען מיט די קינדער פון די מפיצים וד"ל.


די חברי הנהלה ארבעטן זייער געטריי פאר אונז, מען גרייט זיך יעצט צו קויפן נאך אפאר בנינים פאר די קומענדיגע יאר פאר די חדר און סקול, ווייל ווי עס זעט יעצט אויס וועלן די צוויי בנינים זיין גוט פאר די יאר, אבער קומענדיגע יאר וועט דאס שוין זיין קליין און אויסגעוואקסן.


אויך וועט זיין די מסיבה אינאיינעם מיט סיומים; אינגעלייט, בחורים און קינדער וועלן ענדיגן ש"ס און מסכתות. מוהרא"ש זאגט, ווען מען קומט צום רבי'ן קיין אומאן - קומט מען נישט מיט ליידיגע הענט, יעדער ברענגט א סיום. מיר האבן געמאכט אין אומאן די יאר ביים לעצטן מלוה מלכה א מעמד סיומים, ווי בחורים, אינגעלייט און קינדער האבן מסיים געווען יעדער איינער זיינע סיומים, יעצט שבת חנוכה איז דאך אויך א צייט וואס מען קומט צום רבי'ן, וועלן מיר מאכן די מעמד סיומים אינאיינעם מיט די סעודת הודאה און חנוכת הבית.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכער שיעור, איך האף דיך צו זען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - מאך נישט קיין מחלוקת וועגן חנוכה מתנות
כיבוד אב ואם, חנוכה, מחלוקת, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג אויף כיבוד אב ואם. חכמינו זכרונם לברכה רופן אן די מצוה "חמורה שבחמורות" (ירושלמי פאה א, א). רוף דיינע עלטערן, און אז דו קענסט אריבערגיין צו זיי - איז דאס זייער א גרויסע מצוה.


בנוגע חנוכה מתנות וכו'; מאך נישט קיין מחלוקת, און אז דיינע געשוויסטער נעמען צאם געלט צו קויפן א חנוכה מתנה פאר טאטע און מאמע וכו' - זאלסטו נישט מאכן מחלוקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - אנשטאט זאגן 'ניין' אדער 'יא', דארף מען אויסשמועסן און פארשטיין
מחלוקת, שטעטל, שלום, רעדן, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, י"ג מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה


עס איז וויכטיג פאר דיר און פאר די אנדערע חברי הנהלה צו זיין אפן מיט אנשי שלומינו; אנשטאט זאגן 'ניין' אדער 'יא' - זאלט איר רעדן און שמועסן, מען זאל פארשטיין וואס דא גייט פאר. צום ביישפיל, אז אינגעלייט ווילן אינוועסטירן, קויפן אלטע בנינים אין די ווילידזש, און מיר ווילן נישט עס זאלן קומען געוויסע געשעפטן אין אונזער געגנט, און נישט אויפהייבן די פרייזן, איז אנשטאט זאגן "ניין", "מען קען נישט קויפן" - דארף מען דאס אויסשמועסן, און אלע זאלן וויסן וואס יא צו טון און וואס נישט צו טון.


וויסן זאלסטו, די אלע משפחות וואס זענען געקומען וואוינען אין שטעטל, קיינער איז נישט געקומען דא וואוינען זיך צו קריגן מיט מיר. מיר אלע ווילן איין זאך, מיר ווילן לעבן מיט ליבשאפט איינער מיט'ן צווייטן, און מחנך זיין אונזערע קינדער מיט אמונה און קדושה. מען דארף זיך אויסשמועסן.


איך האב שוין זייער אסאך מאל ענק געבעטן ענק זאלן זיך צאמנעמען און אויסשמועסן וואס מען טוט און פארוואס מען טוט, אזוי וועט איר אראפנעמען אלע טענות וואס מען האט אויף מיר.


געב איבער א גרויסן יישר כח פאר אלע חברי הנהלה, פאר'ן טון טאג און נאכט פאר אונזער קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#77 - האלט קאפ נישט אריינצופאלן שבת אין גיהנום
מחלוקת, שבת קודש, אידישע שטוב, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ענדליך קומט שוין דער הייליגער שבת, וואס מיר וועלן זיך נאכאמאל קענען צוקלעבן צום אייבערשטן. דער הייליגער זוהר זאגט (יתרו פח.): "מַהוּ שַׁבָּת" וואס איז דאס שבת? זאגט דער הייליגער זוהר: "שְׁמָא דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא", שבת איז דער אייבערשטער; שבת איז א צייט וואס מען ווערט פאראייניגט מיט'ן אייבערשטן, שבת איז א צייט וואס מען קען אביסל קומען צו זיך פונעם וואכנדיגער געיעג.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק א): "לְעוֹלָם יַשְׁכִּים אָדָם וְיִשְׁנֶה בְּשַׁבָּת, וְיֵלֵךְ לְבֵּית הַכְּנֶסֶת וּלְבֵית הַמִדְרָשׁ, יִקְרָא בַּתּוֹרָה וְיִשְׁנֶה בַּנְּבִיאִים", א מענטש זאל אויפשטיין שבת גיין אין שול לערנען און דאווענען, "וְאַחַר יֵלֵךְ לְבֵיתוֹ וְיֹאכַל וְיִשְׁתֶּה", און נאכדעם אהיים גיין מאכן די סעודה, "לְפִי שֶׁאֵין לוֹ מְנוּחָה לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא, אֶלָא עִם עוֹשֵׂי תּוֹרָה בִּלְבַד", ווייל דער אייבערשטער האט א נחת רוח פונעם מענטש ווען ער לערנט תורה.


קריג זיך נישט שבת מיט קיינעם, האלט קאפ נישט אריינצופאלן אינעם גיהנום שבת. דער סמ"ך מ"ם וויל אריינשלעפן מענטשן שבת אין גיהנום, אין די פייער פון מחלוקות; דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז שבת זאל מען זיין פרייליך, נאר טאנצן און זינגען.


דאנקען גאט איך שפיר זיך שוין אסאך בעסער; א גרויסן יישר כח פאר דיינע תפילות.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג. פרשת חיי שרה וועל איך אויך נישט זיין אין וויליאמסבורג, איך גיי מיט די בחורים - די געציילטע בחורים וואס העלפן מיר ארויסגיין פון די חובות פאר די מוסד. גיי דו אויך נאך געלט, העלף מיר ארויסגיין פון די שווערע חובות וואס איך האב פאר אונזערע מוסדות.


א גוט שבת.

#76 - דארפסט נאכנישט דערציילן אז דו פארסט קיין אומאן אויף ראש השנה
מחלוקת, שלום, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג נאך גארנישט פאר קיינעם, אז דו האסט געקויפט א טיקעט; וואס דארפסטו מאכן מחלוקת? ווען עס וועט קומען נענטער צו ראש השנה וועסטו דעמאלט זען וואס צו טון.


שטארק זיך, ווער נישט פארלוירן; דער אייבערשטער וועט דיר העלפן, וועסט געהאלפן ווערן בקרוב.

#75 - נעם נישט קיין צד אין מחלוקת, נישט לכאן און נישט לכאן
מחלוקת, שווער און שוויגער, שלום, משפחה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אריבער מיט דיין ווייב צו אירע עלטערן, רעדט מיט זיי, דערציילט זיי שיינע זאכן פון אייערע קינדער; דאס איז וואס עלטערן דארפן און ווילן, איין זאך - נחת פון די קינדער און אייניקלעך.


דו קענסט זיך נישט און דו זאלסט זיך נישט אריינמישן ביי דיין שוואגער און שוועגערין; מען קען נישט פארטרייבן טונקלקייט, מען קען אבער יא ליכטיג מאכן; אז זיי ווילן נישט רעדן מיט דיין שווער און שוויגער, זיי האבן אפגעהאקט וכו' - זאלסטו פון היינט אן מער רעדן צו זיי.


שטיי ווייט פון מחלוקת, נעם נישט קיין שום צד, נישט לכאן און נישט לכאן, מחלוקת איז א סכנה; אך און וויי ווער עס נעמט א טייל אין מחלוקת.

#74 - נעם נישט קיין אמט פון ארויסשיקן מענטשן
שידוכים, מוסדות, מחלוקת, שלום, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין זכות איז זייער גרויס מיט'ן העלפן די מוסד וואס איז על שם רבינו, וואו מען לערנט מיט די קינדער די ריינע אמונה על טהרת הקודש.


איך בעט דיר זייער, נעם נישט קיין אמט פון ארויסשיקן מענטשן, פארטרייבן מענטשן - בפרט מיינע טייערע מלמדים.


אז מען זאגט דיר: "לאז נישט אריין קיין מלמדים אין קאך" זאלסטו שיינערהייט זאגן אז דאס איז נישט פאר דיר, דו ווילסט ענדערש העלפן קאכן און רייניגן; לאז א צווייטן טון די ארבעט.


אויך ווען דו וועסט גיין ארבעטן וואו אימער און מען וועט דיר מכבד זיין מיט די ארבעט פון פארטרייבן מענטשן אדער אפזאגן ארבעטערס - זאלסטו דאס בשום אין אופן טון.


נאך אביסל ווערסטו א חתן און מן הסתם וועסטו שיקן דיינע קינדער ביי אונזער מוסד, נו, ווי אזוי וועסטו קענען קומען צו דיין זון'ס מלמד און רעדן מיט אים, ווען דו האסט אים נעכטן ארויסגעווארפן פון קאך...


ברענג אריין ליבשאפט אין תלמוד תורה, מען זאל זיך ליב האבן, מען זאל ארבעטן אינאיינעם, מען זאל געדענקען 'פארוואס און פארוועם ארבעט איך דא? איך בין דא משמש דעם רבי'ן, איך בין דא אין בית המקדש'; איין כהן איז אויפ'ן מזבח, איין כהן איז אין קאך, איין כהן מאכט תרומת הדשן, ער טראגט ארויס די מיסט, און אלע קומען זיך צאם אין לשכת הגזית ליינען קריאת שמע, אויסשרייען אז עס איז דא איין באשעפער (תמיד ד, ג).


 

#73 - מיט חכמה קען מען מאכן א גוטע לופט, עס זאל זיין אמת'ע שלום
מוסדות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


שלום עליכם פאר'ן זיך ארויסציען אין אונזער הערליכע שטעטל "קרית ברסלב". איך פריי זיך זייער אז דו ביסט געקומען וואוינען דא, אויך פרייען זיך אלע אז דו ביסט געקומען וואוינען דא, זיין מלמד פאר אונזערע קינדער.


בנוגע וואס דו פרעגסט מיר וואס גייט פאר דא אין חדר, דו ווילסט אביסל זאלץ פאר די קינדער - שרייט מען דיר אן: "גיי ארויס פון קאך", נאכדעם קומסטו מיט די קינדער צום באס - שרייט מען אויף דיר, אז דו קומסט נישט - לאזט מען דיר איבער וכו' וכו'.


וויל איך דיר בעטן דו זאלסט מיט חכמה אריבערגיין די אלע זאכן. דו ביסט גענוג קלוג צו קענען כאפן די מוחות און הערצער פון אלע קינדער ביי דיר אין כתה, אלע עלטערן זענען זייער צופרידן פון דיין ארבעט, דארפסטו אויך קענען מאכן א גוטע לופט אין חדר צווישן אלעמען.


אז דו וועסט דאס טון וועסטו מיר מאכן א גרויסע נחת, איך וויל נישט קיין מחלוקות, און אויך וויל איך נישט עס זאל ווערן שלום; אוודאי וויל איך שלום, איך וויל אבער נישט די סארט שלום ווען יעדער ווערט איינגעגעסן אין זיך און פון אינדרויסן זאגט מען אז אלע זענען בשלום.


איך האלט אז דו קענסט דאס באווייזן.


 

#72 - נישט נוצן מיינע שיעורים וויי צו טון אנדערע מענטשן
מחלוקת, דרשות, שלום, חיזוק יומי

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו פארשפרייטסט די עצות און חיזוק פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, סיי מיט די הערליכע גליונות און סיי מיט די האט-ליין, שיעורים, חיזוק יומי וכו' וכו'.


געב אכטונג ווען דו ביסט מפרסם די שיעורים - עס זאל נישט ארויסקומען פון דעם קיין מחלוקת, נישט אלעס וואס מען רעדט צווישן די פיר ווענט פון ישיבה דארף מען מפרסם זיין. האלט קאפ וואס די נקודה פונעם גליון און חיזוק יומי איז, די נקודה איז נאר צו מחזק זיין אידישע קינדער; ווי לאנג דו ביסט מפרסם חיזוק און אמונה - איז גוט, אז מען איז מפרסם אנדערע זאכן אדער ביטול צו אנדערע פלעצער - איז דאס נישט "חיזוק יומי", נאר "פליקן יומי", "שטעכן יומי"; איך בעט דיר זייער, געב אכטונג מען זאל נישט נוצן מיינע שיעורים וויי צו טון אנדערע מענטשן.


מוהרא"ש האט מיר געשריבן מיט יארן צוריק איך זאל זיך זייער אכטונג געבן מען זאל נישט פארשפרייטן שיעורים וואס מען רעדט וועגן אנדערע חסידות'ן, פון אנדערע רבי'ס, ווייל דאס מאכט נאר מחלוקת, עס איז נישט מקרב קיינעם, נאר מרחק.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו אליהו הנביא, וואס די הייליגע חכמים זאגן (עדיות ח, ז): "אֵין אֵלִיָּהוּ בָא לֹא לְרַחֵק וכו', אֶלָּא לַעֲשׂוֹת שָׁלוֹם בָּעוֹלָם".


 

#71 - ווען דו זעסט א מחלוקת-פייער צינדט זיך אן, דערשטיק עס
מוסדות, הכרת הטוב, מחלוקת, שטעטל, שלום, סכנה, גמרא, גבאי, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט יעדן פרט; עס איז אזוי געשמאק צו זיין דא אין שטעטל צווישן אנשי שלומינו.


אינדערפרי אום 8:00 לערן איך פאר דעם בלאט גמרא הונטערן בית המדרש, צווישן די ביימער. עס קומען אנשי שלומינו מיט האלטן דעם שיעור גמרא, עס איז א מחי', עס האט אלע טעמים. איך זאג פאר די אינגעלייט אז דאס איז טעם גן עדן, פרעגט מיך איינער: "דער ראש ישיבה איז שוין געווען אין גן עדן, צו זאגן אז דאס איז טעם גן עדן?" זאג איך אים: "איך מיין צו זאגן אז איך האף צו שפירן דעם טעם אין גן עדן; די טעם פון לערנען גמרא מיט אנשי שלומינו הונטער ביימער"; נישטא עפעס בעסערס.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט פאררעכטן די לעקטער ביי די פארקינג לאט; עס איז וויכטיג, ווייל מען זעט נישט קיין מענטשן און קארס פארן. בפרט מאנטאג נאכט ביי די פרויען צאמקום, איז א סכנה.


אויך אויב דו קענסט ארויפלייגן א ספרינג אויף די טירן אין ישיבה, ווייל עס ארבעט די עירקאנדישן, עס קאסט אזויפיל די לעקטער; עס איז ממש א שאד אידיש געלט.


נאך א וויכטיגע זאך; ברענג אריין צווישן אנשי שלומינו ליבשאפט. ווען דו זעסט א פייער צינדט זיך אן - גיס וואסער אדער ווארף זאמד, דערשטיק די פייער עס זאל זיך נישט פארשפרייטן.


ווען אלע וואלטן אזוי געטון - וואלט גוט געווען; בפרט די וואס העלפן, די גבאים - די דארפן האלטן קאפ אויף דעם; דעמאלט וועלן מיר זייער מצליח זיין.

#70 - איך קען נישט אויסהאלטן פיינטשאפט, איך ווער פון דעם קראנק
בחור, מחלוקת, שלום, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר'ן מוסד, דו העלפסט מיר זייער געטריי, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס דו טוסט.


הבחור ... נרו יאיר זאגט מיר אז דו האסט אים היינט געשלאגן, אים אראפגעווארפן. איך האב אים געזאגט אז איך גלייב דאס נישט, זאגט ער מיר אז דאס איז נישט די ערשטע מאל, האסט אים שוין געשלאגן אפאר מאל.


איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען, איך וועל נאך רעדן מיט דיר, הערן דיין זייט פון די מעשה. אבער איך בעט דיר זייער, און אויך זאלן אלע וואס הערן און ליינען וואס איך זאג, הערן: "איך קען נישט אויסהאלטן געשלעג, איך קען נישט אויסהאלטן פיינטשאפט, איך ווער פון דעם קראנק".


פאריגע וואך האב איך געהאט אזא מעשה, צוויי אינגעלייט האבן זיך צעשלאגן; איך בין פון דעם ממש קראנק געווארן. ענדערש זאל מען מיר נישט העלפן, ווי איידער דארפן שלאגן א איד.


די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין נח:): "הסוטר לועו של ישראל כאילו סוטר לועו של שכינה", ווער עס שלאגט א איד איז אזוי ווי ער שלאגט כביכול דעם אייבערשטן; איך ווייס זייער גוט ווי שווער עס איז מיט בחורים, איך האב דעם פארגאנגענעם פרייטאג געגעבן א פאטש פאר א בחור, ער האט אנגעצינדן א פייער ממש נעבן די ישיבה; מיר האט עס זייער וויי געטון אז איך דארף פאטשן א איד, אבער וואס זאל איך טון אז נאר די שפראך רעדט צו אים...


אבער דיר בעט איך זאלסט זיך נישט קריגן מיט קיינעם, אויב מען פאלגט דיך נישט - קום צו מיר, איך וועל דיר מחזק זיין.


איך זיץ מיט בחורים קרוב צו צוואנציג יאר, מען דארף האבן אייזערנע נערווען צו קענען זיין מיט זיי, איך האב צו דיר אויך געהאט אסאך סבלנות אלס בחור.


בפרט דער בחור וואס זאגט מיר אז דו שלאגסט אים, ער קומט פון א צעבראכענע שטוב, עס איז א וואונדער אז ער איז נאך ביים זינען; אים דארף מען מחזק זיין און פרייליך מאכן.


 

#69 - ווער קען אויפקומען מיט א וועג, מען זאל זיך קענען אויסקומען
מוסדות, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר איינמעלדן וואס טוט זיך אין די מוסד; איר דארפט נישט מורא האבן מיר צו שרייבן אזעלכע זאכן, איך וויל וויסן פינקטליך וואס טוט זיך.


יעצט אויף למעשה.


מיר האבן אויפגענומען דעם אינגערמאן ... נרו יאיר ער זאל מענידזשן די מוסד; ער איז מיר זייער געטריי, ער טוט די ארבעט אזוי ווי עס דארף צו זיין.


פון די אנדערע זייט דארף איך אייך נישט זאגן וואס דער אינגעמאן ... טוט פאר אונזער מוסד; ער האט א חלק אין אלעס וואס מיר האבן, ער האט געבויט די ישיבה, ער האט געבויט די קעמפס אלע יארן, און יעצט די שטעטל האט ער געבויט, און בויעט עס ווייטער.


... ווייסט ווי געטריי ... איז, און ... ווייסט אז ... איז געטריי.


איך שטיי אין די זייט, איך ווארט צו זען ווער וועט זיין דער העלד און אויפקומען מיט א וועג אז ביידע זאלן קענען ארבעטן אינאיינעם.


זייט נישט דערשראקן, די מוסד צעפאלט נישט; איך לאך זיך גוט אויס, איך געב זיך איבער צום אייבערשטן.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס איך גיי אריבער טאג טעגליך; איך האב שוין מיטגעהאלטן אן א שיעור פייערן וואס האט אויסגעבראכן צווישן מענטשן וואס האבן געהאט אייגענע אינטערעסן; דער וואס האט נישט קיין אייגענע נגיעות - דער בלייבט געטריי.


נעכטן האט אויך אויסגעבראכן א קריג צווישן די וואס דרוקן די וועכנטליכע ספרים; איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אונז, און שוין שיקן דעם גואל צדק.


אין שטעטל איז נישט מעגליך צו וואוינען נאר אז מען ארבעט אויס די מידות; ווען מען וואוינט צווישן פרעמדע מענטשן קען מען טראכטן 'דער איז שולדיג', 'יענער איז שולדיג', 'מיין לענדלארד איז א חי'', דער שרייט 'דער טענענט איז א רשע', איינער זאגט 'מיין שכן איז פאני', אבער אין שטעטל - דער לענדלארד מיט'ן טענענט מיט'ן שכן - אלע זענען פון די זעלבע מנין, אלע קומען זיך צוזאם אינאיינעם בייטאג און ביינאכט - איז נאר מעגליך צו וואוינען אויב מען ארבעט אויס די מידות.


ווערט נישט דערשראקן; איר קענט ווייזן דעם בריוו פאר אלע וואס ארבעטן אין מוסד.


עס וואלט נישט געווען געפערליך ווען ... וואלט געפרעגט ... וואס צו טון, און עס וואלט געווען שענער ווען ... וואלט צו אים שיין גערעדט.


נאכאמאל, ווערט נישט דערשראקן.

#68 - נישט האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקת און פאליטיק
חינוך הילדים, חסידות ברסלב, מחלוקת, רעדן, בית המדרש, שבת טיש, פאליטיק

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך צו הערן די גוטע גרוס פון אונזער שול אין ירושלים; דו שרייבסט אז דו ביסט זיך מחי' צו דאווענען דארט, מען רעדט נישט ביים דאווענען, מען דאווענט מיט א זיסקייט; דאס איז פאר מיר א גרויסע פארגענוגן.


בנוגע וכו'; געב אכטונג נישט צו האבן קיין שום שייכות מיט מחלוקות. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות מריבה, סימן סו): "בִּמְקוֹם מְרִיבָה שָׁם הַשָּׂטָן", דער שטן געפונט זיך דארט וואו מען קריגט זיך; זיי קלוג, אנטלויף פון מחלוקות, נעם נישט קיין טייל.


דער רבי זאגט (שם אות פחד חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון פראבלעמען - איז קלוג; נישטא נאך אזא צרה ווי מחלוקות, עס רייסט דאס הארץ צו זען ווי אידישע קינדער קריגן זיך איינער מיט'ן צווייטן; פארוואס זאל מען זיך קריגן? פארוואס זאל מען זיך פיינט האבן? זאל יעדער איינער גיין צו זיין אמת, זאל יעדער איינער זאגן אז זיין רבי איז א חד בדור; מוהרא"ש זאגט, ווען מענטשן קריגן זיך צווישן זיך, דער זאגט "מיין רבי איז א חד בדרא", דער אנדערערע שרייט: "מיין רבי איז א חד בדרא"; וואס דארף מען זיך קריגן? וואס איז שלעכט מיט צוויי חד בדרא'ס? דריי חד בדרא'ס? לאז יעדן איינעם גיין צו א פלאץ וואו עס ציט אים, א פלאץ וואס ברענגט אים נאנט צום אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער, רעד נישט אין שטוב פון מחלוקות; קינדער ווערן דערשראקן און צעמישט ווען זיי הערן וועגן מחלוקות, אין שטוב זאלסטו נאר רעדן פון אייבערשטן, פון צדיקים; בפרט ביי די סעודות שבת - דעמאלט איז די צייט פון חינוך הבנים והבנות, דעמאלט רעדט מען פון די גרויסקייט פון צדיקים, פון די גרויסקייט פון היטן די מצוות; די אלע וואס רעדן ביי סעודות שבת פון פאליטיק, פון מחלוקות ביי חסידים, פון ליצנות אויף דעם רבי'ן, אויף יענעם רבי'ן - די קינדער ווערן צעמישט, עס קען פירן צו דאס ערגסטע.


לצערינו איז דא מחלוקות אויך צווישן אונז, מענטשן וואס פאררופן זיך חסידי ברסלב; מען דארף זיך אכטונג געבן נישט צו האבן צו טון מיט קיינעם, מיר זענען געקומען צום רבי'ן נישט צו באלעבאטעווען אויף אנדערע, מיר זענען געקומען צום רבי'ן לטהרינו ולקדשינו - זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן, מיר זענען געקומען צום רבי'ן מיר זאלן זיך אויסארבעטן אונזערע מידות, נישט אויסארבעטן יענעמ'ס מידות.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער פאלגט דעם רבי'ן - וועט ער זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויפ'ן ערד מיט די פיס אויסגעדריידט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#67 - סדר הנסיעה קיין מירון, ל"ג בעומר תשפ"ב
שכר לימוד, קינדער, תפילה והתבודדות, חברים, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, לערערין, קאמפלימענטס, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, בחור, תיקוני זוהר, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, הפצה, סגולות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, חסידות ברסלב, מחלוקת, הדפסה, שטעטל, עבודת השם, שבת קודש, שבת ליכט, דרשות, נסיעה, סמארטפאון, מאוויס, בית המדרש, היכל הקודש, משמש דעם רבי'ן, מוהרא"ש, מוסר, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, בריוו, עצתו אמונה, ישיבה, חתונה, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, שמחות, נחת, חדר, הדרכות, רבינו ז"ל, סיום הש"ס, פירושים, גליון, ארץ ישראל, חומש רש"י, מנין, ירושלים, גבאי, אחדות, חתן, טאנצן, פרויען צאמקום, געפילן, מוהרנ"ת ז"ל, בלבולים, תיקון הכללי, התנגדות, איש אמונות, ל"ג בעומר, מירון, אפשערן, יום החופה, ספר תורה, ותיקין, זוהר הקדוש, דף גמרא, הדסים, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער אהרן וועבערמאן נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


חסדי השם יתברך איך האב זוכה געווען צו זיין די יאר נאכאמאל ביי די הילולא פון רבי שמעון בן יוחאי אין מירון.


מיר זענען ארויסגעפארן מאנטאג נאכט, איך מיין ווייב מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. מיין זון האב איך געגעבן א נאמען שמעון נאך התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה האט מיר דעמאלט געבעטן איך זאל א נאמען געבן "שמעון", ממשיך צו זיין די זכות פון רבי שמעון בר יוחאי אויף אים, ער זאל האבן א רפואה שלימה, ער איז דעמאלט געווען זייער אפגעשוואכט. ער האט נישט געהאט קיין כח צו זיין דער מוהל ביי זיין ברית, איך האב גענומען דער ווינער רב שליט"א פאר מוהל.


איך האב מיטגענומען מיין זון שמעון לכבוד זיין סיום הש"ס, איך טו דאס מיט אלע מיינע קינדער; איך וויל זיי זאלן לערנען ש"ס און דאס מסיים זיין פאר די בר מצוה – זאג איך זיי צו א נסיעה קיין ארץ ישראל.


האברך אלי' קנאלל האט אונז גענומען צום עירפארט, מיר האבן געדאווענט מעריב און געציילט ספירה אין עירפארט. די וועג איז געווען זייער איינגענעם, האברך אברהם רוטמאן נרו יאיר האט געזארגט פאר די נסיעה, ער האט מיר געמאכט דאס בעסטע וואס קען זיין.


ער האט אונז באשטעלט צו זיצן אין ביזנעס קלאס, די אלע וואס זיצן אין ביזנעס קלאס באקומען א קארטל צו קענען גיין אין עירפארט אין די לאונטש, מיין זון שמעון און מיין ווייב האבן זייער געוואלט גיין, דו ווייסט דאך ווי עס גייט, אז מען הערט רעדן לאונטש, לאונטש, און אז נאר געציילטע קענען גיין – ווילן אלע גיין... איך האב געזאגט עס פעלט נישט אויס, למעשה זענען מיר געגאנגען, איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך האב געזאגט פאר מיין ווייב און זון: "נאך א מזל מיר זענען יא געקומען, אזוי קענט איר זען די גאנצע גליק פון עולם הזה, א טונקעלע פלאץ, נישטא גארנישט דארט..."


די וועג איז געווען א רואיגע וועג; איך בין געשלאפן אביסל, געשריבן בריוון אביסל און זיך מתבודד געווען. דו ווייסט די אונטערשייד צווישן א ברסלב'ער חסיד און אנדערע, דער ברסלב'ער חסיד, וואו דו וועסט אים נאר לייגן, וואו ער געפונט זיך – האט ער וואס צו טון; ער דינט איבעראל דעם אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד, ער רעדט צום באשעפער אויפ'ן פשוט'ן שפראך, אויף זיין מאמע לשון.


איך האב געדאווענט שחרית אויפ'ן פליגער.


מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דינסטאג נאכמיטאג, האברך הנ"ל האט צוגעשטעלט מען זאל אונז טראגן אין א באזונדערע פלאץ. דארט האב איך געטראפן די גבאים פון ירושלים, שמעון עוזר פערל און יצחק פאפנהיים.


שמעון עוזר ברענגט מיר די נייע קינדער מעשה ביכל: "מעשה'לעך פאר קינדערלעך", סיי אין אידיש, סיי אין לשון הקודש; עס איז הערליך שיין, איך האב זייער הנאה געהאט דאס צו זען. מיין נישט איך בין צופרידן, איך ווער נישט צופרידן ווען איך זע א ספר, איך וויל שוין זען נאך חלקים, איך וויל שוין זען חלק ב, ג, ד, ה און אזוי ווייטער.


אויך האט ער מיר באוויזן ספר איש אמונות חלק א' פון שנת תשפ"א, דאס איז עפעס אזוי שיין; שמעון עוזר נרו יאיר מיט זיין ווייב תחי', זיי לייגן אריין זייער לעבן אין דעם, זיי זענען דאס מתרגם מידי שבוע בשבוע. אויך איז דא א משפחה אין צפת, משפחת קעניג וואס זענען דאס מגיה. דער ספר איז אזוי שיין, עס וועט זיכער צוריק ברענגען טויזנטער מענטשן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט דאווענען מנחה, זאגן זיי מיר אז עס ווארטן אפאר אינגעלייט אינדרויסן פון עירפארט, אין געז סטעישן. זענען מיר אהין געפארן, דארט שפרינגען צו מיר די בני ברק'ע חבורה, שרייען אויס א ברכת שהחיינו מיט א שמחה. איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי, די זענען גרויסע מפיצים, זיי רוען נישט קיין איין מינוט, טאג און נאכט האבן זיי אינזין נאר איין זאך: "הפצה, הפצה, הפצה!"


פאריגע מאל ביסטו דאך מיטגעקומען מיט מיר, האסטו געזען דער חילוק פון די ארץ ישראל'דיגע מקורבים; זיי זענען אזוי פארקאכט פאר אנדערע, זיי טראכטן נישט פון זיך טאג און נאכט, פון זייער באקוועמע לעבן, זיי טראכטן 'ווי קען מען נאך א איד געבן פונעם יין המשומר'.


אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א קאר מיט א גוטע דרייווער, עס איז געווען זייער א געשמאקע וועג, א גאנצע וועג האב איך געשעפשעט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף אונז אנקומען אין מירון בשלום". די יאר איז געווען א בהלה, מען האט דערשראקן פון פאראויס אז מען גייט פארשפארן מירון, מען קען נאר אריינקומען אין מירון מיט באשטעלטע טיקעטס פון פאראויס. ווען מיר זענען געקומען נענטער האבן מיר געזען פאליציי שטייען ביי די וועגן, מיר האבן געבעטן און געבעטן, תפילה עפנט דאך אלע טויערן.


מיר זענען שוין אין מירון, מען האט אונז אבער נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך געדריידט אהין און צוריק, צוריק און אהין. אברהם האט אונז דארט אפגעווארט, אין געז סטעישן, אונטן פונעם בארג, ביים אריינגאנג. אין געז סטעישן זאגט מיר דער דרייווער שטרענג: "פארמאך דיין פענסטער!" איך פרעג אים: "וואס גייט פאר?" זאגט ער נאכאמאל: "פארמאך!" און ער הויבט אן פארן שנעל. איך בין געווארן אביסל דערשראקן, איך זע דער דרייווער איז אנגעצויגן, איך כאפ נישט וואס גייט פאר, ער געבט א שטעל אפ די קאר און שפרינגט ארויס, ער לויפט אריבער די גאס צו א קאר רעדן אפאר מינוט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר, ער קומט צוריק, און אברהם זאגט אים מען קען נאכאמאל פרובירן אריינצופארן אין מירון. מיר קומען אן דארט, אברהם שטייט דארט מיט איינעם, יענער ווייזט מען זאל אריינלאזן. הודו לה' כי טוב, מיר זענען אנגעקומען צו א שיינע דירה, אהערגעשטעלט מיט אלע באקוועמליכקייטן. קענסט דאך אברהם, ווען ער מאכט עפעס – איז דאס מיט די גאנצע הארץ. מיר האבן זיך אויסגעפאקט, דערנאך בין איך אריבערגעגאנגען צו מיינע עלטערן געבן שלום.


נאכדעם דערציילט מיר אברהם וואס האט פאסירט. דער דרייווער האט באמערקט אין געז סטעישן ... דעריבער האט ער מיר געבעטן צו פארמאכן די פענסטער כדי ער זאל נישט זען אז איך בין אין קאר. למעשה האט ער מיך יא געזען, און ווי נאר דער דרייווער פארט אוועק זעט ער ווי ... פארט אים נאך, ער דריידט זיך אהער – פארט ער אהער, ער דריידט זיך אהין – פארט ער אהין, ער פארט שנעל – פארט ער שנעל, איז ער געגאנגען רעדן מיט אים, זאגט ער: "איך וויל יעצט ערלעדיגן דעם ראש ישיבה, איך וויל אים יעצט שלאגן צום טויט" ה' ישמרינו, האט אים דער דרייווער געזאגט: "טראג זיך אפ פון דא, איך ווארן דיך!" ער האט זיך דערשראקן און אוועקגעפארן, שפעטער איז ער צוריק געקומען און מיך שיעור דער'הרג'עט; איך וועל דאס שרייבן שפעטער אינעם בריוו, איך וויל זיך האלטן אין א סדר.


איך האב געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע אין בית המדרש קארלסבורג. שלאפן האב איך נישט געקענט דארט, אין מירון איז אזוי פרייליך - מען קען נישט שלאפן, איך בין אויפגעבליבן ביינאכט אין די דירה, איך האב געלערנט מיינע שיעורים.


מיטוואך אינדערפרי פיר אזייגער פארטאגס בין איך זיך געגאנגען טובל'ן ביי מיין טאטע'ס מקוה. איך האב געדאווענט שחרית מיט מיין טאטע שליט"א ותיקין. מיין זיידע זכרונו לברכה פלעגט אין מירון דאווענען ותיקין; אזוי פירט זיך מיין טאטע שליט"א, ער דאווענט ותיקין. געווענליך דאווענט ער אין די מערה, אבער ערב ל"ג בעומר, ל"ג בעומר און א טאג נאך ל"ג בעומר – דאווענט ער אין זיין בית המדרש מראה יחזקאל, אונטן פונעם בארג. בפרט היי יאר, נאכדעם וואס די מדינה של גיהנום האבן געווארנט און געמאכט אזעלכע פחדים – האבן מיר געדאווענט אונטן.


איך בין ארויף צום מערה מיט מיינע זין שמעון און הרב אלחנן חיים, ער איז אויך געקומען קיין מירון מיט זיין ווייב, ער איז געפארן א טאג פריער. די גאנצע וועג ארויף צום מערה איז געווען רואיג.


אריינקומענדיג אין די מערה איז מיר גוט געווארן, די גאנצע מערה איז אנגעפילט מיט פאליציי, עס איז ליידיג, מען לאזט נישט קיינעם בלייבן שטיין, מען קען נאר גיין. בלית ברירה בין איך אריבער די מערה. פון איין זייט האט עס מיר געגעבן א קליינע ציפ אין הארץ: 'היתכן, וואס איז די חוצפה וכו''; איך האב אבער שנעל געדריידט די מחשבות אויף פארקערט, איך האב זיך געפריידט, געלויבט דעם באשעפער איך בין ביי רבי שמעון בר יוחאי.


ארויסקומענדיג פון אונטער די מערה, דארט זענען געווען הונדערטער אידן און געזאגט תהלים, א טייל האבן זיך געקריגט מיט די פאליציי, איך האב גענומען א תהלים און אנגעהויבן זאגן תהלים. עס איז געווען א ברענעדיגע זון, איך האב געזוכט א שאטן, אונטערן שאטן איז געווען פיין. איך האב געטראכט צו זיך: 'וואס האב איך מיט די סדרנים? וואס גייט מיך אן וואס זיי טוען?' אין אנדערע זמנים ווען מען האט יא געקענט זיין אין די מערה – וואלט איך זיך אויך געזוכט א רואיגע ווינקעלע וואו צו זאגן תהלים.


איך האב אנגעהויבן תהלים מיט א שמחה, פלוצלונג האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זיך געקענט גוט מתבודד זיין. מען קען זיך נישט פארשטעלן די הרהורי תשובה וואס מען שפירט אין מירון, בפרט ל"ג בעומר און ערב ל"ג בעומר. בשעת'ן זיך מתבודד זיין האב איך פארגעסן אז עס איז הייס, אז איך שוויץ, אז איך בין נישט געשלאפן און נישט געגעסן; אזוי איז עס, ווען מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט צום אייבערשטן – פארגעסט מען פון אלעס, מען וויל גארנישט, נאר אביסל דביקות בה', נאר אביסל קרבת אלקים.


איך האב מסיים געווען ספר תהלים און מזכיר געווען אלע קוויטלעך, בקשות פון אנשי שלומינו. אויפ'ן וועג אראפ און א גאנצע צייט זייענדיג אין מירון, זענען צוגעקומען מענטשן, זקנים ונערים, חסידי'שע, אשכנזי'שע און ספרדי'שע, פון אלע סארט, פון אלע קרייזן – זיך באדאנקען פאר די שיעורים און בריוו.


א בחור ברענגט מיר א מתנה, א פארמאכטע דיקע ענוועלאפ; איך בין שוין צוגעוואוינט צו די סארט מתנות, איך ווייס וואס ליגט אינעווייניג נאך פאר'ן עפענען – א צעבראכענע סמארטפאון, מיט א בריוול וואס שטייט: "בזכות די שיעורים פון קו ברסלב, בזכות די גליונות און בריוו – האב איך מחליט געווען אוועק צו ווארפן די טעלעפאן".


הונדערטער האבן שוין אוועק געווארפן זייערע מאוויס וכדומה פון הערן חיזוק און יראת שמים פון רבי'ן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלב): "אֲנִי נָהָר הַמְטַהֵר מִכָּל הַכְּתָמִים", איך בין א טייך וואס רייניגט פון אלע שמוציגע פלעקן, אזוי אויך (שם, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם", איך בין אן אוצר פון יראת שמים; די וועג פון רבי'ן איז א זיסע וועג, די מוסר פון רבי'ן איז א זיסע מוסר.


די אלע וואס שרייען אויף בחורים און מיידלעך וואס האבן נישט א גוטע טעלעפאן: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" - דאס מאכט גארנישט אויס, עס טוט גארנישט אויף, עס מאכט נאר ערגער, עס איז מבאיש ריח, אויף דעם זאגט אונז דער הייליגער תנא רבי עקיבא (ערכין טז:): "תָּמֵהַּ אֲנִי, אִם יֵשׁ בַּדּוֹר הַזֶּה מִי שֶׁיָּכוֹל לְהוֹכִיחַ", איך וואונדער זיך אויב איז דא אין אונזער דור איינער וואס קען זאגן מוסר, ווייל אז מען ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן מוסר (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "לֹא דַּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל בְּתוֹכַחְתּוֹ", נישט נאר ער טוט נישט אויף מיט די מוסר, "אַף גַּם הוּא מַבְאִישׁ רֵיחַ שֶׁל הַנְּשָׁמוֹת הַשּׁוֹמְעִים תּוֹכַחְתּוֹ", ער מאכט נאך א שלעכטע גערוך אויף די מענטשן; עס האט נאך קיינער נישט אוועקגעווארפן א טעלעפאן וואס מען קען קוקן עבירות – דורכדעם וואס מען האט אים געזאגט מוסר אויף די וועג: "שגץ!" "שיקסע!" "גיהנום!" "רשעים!" אבער די תוכחה פון רבי'ן, פון משה רבינו – געבט א גוטע גערוך, נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ.


דער אייבערשטער האט געהאלפן, זייט די ישיבה שטייט האבן שוין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידן תשובה געטון דורך די מוסר פון רבי'ן, וואס ער געבט אריין אין אידישע קינדער א ריח טוב, ווען מען הערט: "דער אייבערשטער האט דיך ליב", "דער אייבערשטער ווארט אויף דיר", "דער אייבערשטער איז מיט דיר" - די ווערטער זענען שטערקער פון די שטערקסטע זאך, דאס פועל'ט אז דער מענטש זאל צוריק קומען.


א פרוי דערציילט פאר מיין ווייב, זי איז א באהאלטענע מקורב, זי מיט איר מאן לעבן שטילערהייט אויפ'ן רבינ'ס וועג, זי פרעגט אלע אירע פראגעס, זי הערט די שיעורים. זי געבט שיעורים פאר עלטערע מיידלעך, אסאך סקולס רופן איר רעדן; זי רעדט פון רבי'ן, פארשטייט זיך אן דעם רבינ'ס נאמען.


דערציילט זי אז א מיידל רופט איר אן פאריגע וואך און זאגט איר: "איך וויל דיר זאגן א גרויסן יישר כח, האסט געראטעוועט מיין לעבן!" זי דערציילט פאר די פרוי: "געדענקסט פאריאר ביסטו געקומען געבן א שיעור אין מיין סקול, ביסט צוגעקומען צו מיר, האסט מיך געפרעגט ווי אזוי איך הייס, האסט מיר געזאגט די פאר ווערטער 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד', האסט געשמייכלט צו מיר אזוי זיס, דו האסט מיר דעמאלט געראטעוועט; איך בין שוין געווען אפגעמאכט ביי מיר שטילערהייט אז איך לאז אלעס אפ, און ווען דו האסט מיר געזאגט 'איך זע אין דיר א שיינע עתיד' – האט דאס מיר צוריקגעהאלטן פון טון שלעכטס, די ווערטער שרייט אין מיר, 'איינער זעט אין מיר אן עתיד'".


מיין ווייב פרעגט די פרוי: "וואס עפעס ביסטו צוגעגאנגען צו די מיידל, און וואס עפעס האסטו איר דאס געזאגט?" זאגט די פרוי: "ווען איך בין אריינגעקומען אין סקול געבן די שיעור פאר די עלסטע כתה, רופט מיר די מנהלת צו און זאגט מיר 'איך וויל דיר ווייזן די ערגסטע מיידל פון סקול, זי ווייזט מיר אויף די מיידל', מער האב איך נישט געדארפט, זאגט די פרוי, די שיעורים פון ישיבה האבן אנגעהויבן שפילן אין מיין קאפ, איך האב זיכער געמאכט אריבער צו גיין צו די מיידל און איר געבן א גוט ווארט, און יעצט א יאר שפעטער איז פון די ערגסטע מיידל געווארן די בעסטע מיידל"; קומט אויס אז די מנהלת דארף זיך זוכן אן ארבעט ביי די מיסט, קומט אויס אז אידישע קינדער, בחורים און מיידלעך – ווילן יא זיין גוט, נאר די בעלי מוסר זענען מבאיש ריח.


איך האב מיטגעהאלטן ביי די נסיעה צענדליגער פעלער ווי עס האט אויסגעבראכן א געשלעג ביי די הדלקות וכדומה, ווען א בחור, א אינגערמאן נעמט ארויס זיין סמארטפאון כאפן בילדער אדער ווידיאו, מען הויבט אן שרייען: "שגץ!" "גיהנום!" "רשעים!" – דאס העלפט נישט, דאס מאכט נאר ערגער; וואלט יענער געגעבן א גוט ווארט פאר א בחור, א שמייכל – וואלט די שמייכל און גוט ווארט מער אויפגעטון.


לכתחלה האט געהייסן עס וועט זיין אן הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א ליל ל"ג בעומר, למעשה האט מען אביסל מורא געהאט, די מדינה של גיהנום האט נישט געלאזט מאכן הדלקות, האט מען דאס אפגעשטופט אויף די צווייטע נאכט, דאס הייסט ל"ג בעומר נאכמיטאג, פון זעקס אזייגער ביז אין די נאכט אריין; אפילו די פאליציי וועלן קומען וועט מען העכסטנס דעמאלט ענדיגן. אזוי האט מען טאקע געטון, מען האט געדאווענט מעריב און געציילט ספירה. נאכן דאווענען האט מען געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי און געטאנצן "בר יוחאי", עס איז געווען א סעודה ביי מיין טאטע שליט"א. מיין טאטע שליט"א האט גערעדט; איך בין אביסל אויסגעמאטערט יעצט פון די נסיעה, געדענק איך נישט פינקטליך.


מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין צום מערה טאנצן לכבוד די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב נישט געהאט קיין טיקעט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל מיך אריבערלאזן אן קיין טיקעט, אויך האב איך נישט געוויסט צי מען קען בכלל גיין, יעדע מינוט איז געווען אנדערע נייעס, מען לאזט יא, מען לאזט נישט; מיר האט זייער געברענט ארויפצוגיין.


איך בין ארויף מיט מיין זון שמעון; אזוי ווי איך הויב אן גיין זע איך שוין אנשי שלומינו, בחורים און אינגעלייט – גייען מיר נאך, מען האט נישט געבעטן קיין טיקעט, די גאנצע וועג איז געווען מיט פאליציי, יעדע פאר טריט האט מען אפגעשטעלט, איך האב מיטגענומען דעם ספר תקוני זוהר, איך האב געלערנט אויפ'ן וועג און אין די מערה האב איך מסיים געווען תקוני זוהר. מען האט זיך נישט געקענט אפשטעלן, מען האט געטריבן.


אינדרויסן, אונטערן בנין, האב איך געזוכט וואו צו טאנצן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן ביז עס איז געווארן פרייליכע טענץ, מיר האבן געטאנצן פאר צוויי שעה.


וואס זאל איך דיר זאגן, אזעלכע טענץ, אזא שמחה, אזא קדושה – האב איך שוין לאנג נישט געשפירט. די אחדות; אלע אידן טאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן פרייען זיך אינאיינעם, מען איז פול מיט הרהורי תשובה. איך קען נישט שרייבן וואס איך שפיר נאכאלץ אין מיין הארץ, איך וועל סיי ווי נישט קענען ארויסברענגען וואס איך שפיר, וועל איך זיך אפשטעלן פון שרייבן.


א גאנצן טאנצן האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים און פאר'ן מיך מקרב זיין צום נ'חל נ'ובע מ'קור ח'כמה, אויך האב איך אסאך געבעטן פאר דיר און פאר אלע אידן.


אויפ'ן וועג אראפ איז שוין געווען א גרויסער עולם אנשי שלומינו וואס זענען מיט געקומען, מען האט זיך מחזק געווען מיט די מתנה וואס מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון רבי'ן.


פלוצלונג אינמיטן וועג ווארט מיך אפ דער ... וואס איז מיר א טאג צוריק נאכגעפארן, איך האב שוין געשריבן אנהויב בריוו, און הויבט אן שרייען אויף מיר: "שגץ!" "רשע!" "מנוול!" ער האט מיך געוואלט שלאגן, ער איז געשפרינגען אין די לופט מיט א רציחה, בחסדי ה' האט מען אים צוריקגעהאלטן, עס איז געווארן א געשלעג, אבער מיר האט דער אייבערשטער געהיטן. אנהויב, אויפ'ן וועג ארויף צום מערה, האב איך געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מיך נאכגעלאפן: "לאזט מיר אפ, לאזט מיר גיין אליין, וואס ווילט איר פון מיר?" איך האב ליב צו גיין צו רבי שמעון בר יוחאי אן קיינעם, ווי א פשוט'ער מענטש גייט, אן קיין באגלייטער, למעשה זע איך, א נס אז עס זענען יא מיט געקומען מיט מיר בחורים און אינגעלייט, אזוי בין איך געראטעוועט געווארן.


האברך ... איז געווען מיט מיר, איך האב אים געבעטן: "טו מיר א טובה, ראטעווע מיר, דו ביסט דאך א בעל כח, האלט אים אפ", איז ער צוגעלאפן צו אים און אים אנגעכאפט מיט כח ביז איך בין אראפ צו מיין דירה. שפעטער זאגט ער מיר אז זיין טאטע ר' ..., א תלמיד פון מוהרא"ש - האט אים געגעבן א פסק פארוואס ער האט דאס געטון, זיין טאטע געדענקט וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ער האט אים געזאגט: "היתכן דו האסט אים נאר אפגעהאלטן, וואלסט אים געדארפט שפאלטן זיין קאפ, אזא מענטש וואס איז א רוצח – דארף מען אים צעברעכן זיינע ביינער".


ל"ג בעומר ביינאכט האב איך נישט געקענט שלאפן פון גרויס שמחה, איך האב געלערנט זוהר. איך האב געדאווענט ותיקין ביי מיין טאטע שליט"א. נאכן דאווענען האב איך זיך געזעצט לערנען זוהר מיט האברך ישראל יוסף שניצלער, איך האב א שיעור מיט אים יעדן שבת אינדערפרי אין ספר הזוהר, מיר האבן זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן זוהר, אויסער איין פרשה, פרשת פנחס, עס איז א לאנגע פרשה. מיר האבן געלערנט זוהר פאר לאנגע שעות, בערך זעקס שעה, נאך עטליכע אינגעלייט האבן זיך צוגעזעצט לערנען די הייליגע זוהר.


האברך בערל לעווי איז אנגעקומען אין מירון, ער האט נישט געהאט וואו איינצושטיין, ער איז געקומען על דעת צו שלאפן אויף א בענקל אין בית המדרש. איך האב זייער הנאה געהאט, געווענליך אמעריקאנער מענטשן זארגן קודם פאר די בעט וכו', דא זע איך א אינגערמאן קומט פון אמעריקע צו רבי שמעון בר יוחאי אן גארנישט, נאר צו זיין ביי רבי שמעון בר יוחאי. איך האב אים אריינגענומען אין מיין דירה, זיי האבן זיך איינגעטיילט, ער מיט יוסי האבן געהאט איין בעט; ווען ער איז געשלאפן איז ער געווען אין די מערה, און אזוי פארקערט.


עס זענען געקומען משפחות מאכן חאלאקע; האברך ברוך נוסבוים, אויך אן אייניקל פון הרב אברהם שושן פון בני ברק.


נאכמיטאג איז געווען די הדלקה ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט פייערדיגע טענץ, מען האט געטאנצן לכבוד רבי שמעון בר יוחאי מיט א העכערע שמחה.


פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז דער מנהג אז אלע גיסן אויל לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, מען לייגט וואטע מיט אויל, מען זינגט נגוני דביקות. איך האב זיך גוט מתבודד געווען.


עס איז גאר אנדערש ווען מען קען מאכן א כלי פון די דערהויבענע צייטן, מען קען זיך מתבודד זיין. קענסט זען יעדע מאל ביי א חופה ווען מען זינגט נגוני התעוררות, אויב איז דער חתן מקורב צום רבי'ן, וועסטו קוקן אויף זיינע ליפן ווי ער נוצט אויס די מינוטן פאר תפלה והתבודדות, און אז נישט, שטייט מען מיט א פארמאכטע מויל, און עס בלייבט גארנישט פון די דערהויבנקייט.


קענסט פרעגן די אינגעלייט ישראל יוסף שניצלער און בערל לעווי, זיי וועלן דיר דערציילן אביסל וואס דארט האט זיך געטון.


פרייטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט ותיקין, איך האב געטראפן ר' יונה אונזער דיין, נאכן דאווענען איז ער געקומען צו אונז אין די דירה, מיר האבן געענדיגט אינאיינעם זוהר. איך האב זייער שטארק געוואלט מאכן די סיום ל"ג בעומר, אבער נאכן לערנען אזויפיל שעה האט מיר די קאפ אנגעהויבן שווינדלען, איך האב זיך געדארפט אפשטעלן; מיר האבן געלערנט אינאיינעם אפאר בלאט זוהר און געמאכט א סיום, מיין ווייב האט אנגעגרייט אביסל ירקות מיט ברויט, עס איז געווען א שיינע סיום.


שפעטער בין איך ארויף צו מיין זיידע און באבע זכרונם לברכה, זיי ליגן העכער די ציון פון רבי יוחנן הסנדלר. איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים, נאכדעם בין איך געגאנגען צו די מערה.


איך האב אויסגעלאזט א פרט וואס האט פאסירט ל"ג בעומר נאכמיטאג אין די מערה, דער עולם האט זיך געשטארקט קעגן די פאליציי, מען האט זיי מנצח געווען און זיי זענען אנטלאפן. מען האט ארויסגעווארפן אלע אייזענעס וואס זיי האבן געמאכט אין די מערה נישט צו לאזן מענטשן קומען, פון נאכמיטאג איז אלעס צוריק געווארן אזוי ווי אלע יארן. איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון ארויפגיין ל"ג בעומר נאכמיטאג צו די מערה, ווייל א גאנצע צייט איז געווען שמועות אז עס איז דא מהומות וכו'. פרייטאג בין איך געווען אין די מערה, איך האב געזאגט תיקון הכללי מיט די תפילה פון רבי נתן צו רבי שמעון בר יוחאי (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז).


שבת בין איך געווען אין מירון, איך האב אלעס מיט געהאלטן מיט מיין טאטע שליט"א; די תפילות און די סעודות. מנחה ערב שבת האבן מיר געדאווענט אונטן אין קארלסבורג, קבלת שבת זענען מיר ארויף דאווענען אין די מערה, מען האט געטאנצן "לא תבושי", אויך "בר יוחאי"; א גאנץ יאר איז דער מנהג אין מירון צו טאנצן "בר יוחאי" נאך קדיש יתום, פאר כגוונא. (אגב, מוהרא"ש פלעגט זינגען יעדע שבת ביי די באטע "בר יוחאי").


שבת אין מירון זענען געווען טויזנטער משפחות, עס האט זיך געשפירט ווי א יום טוב'דיגער שבת. ליל שבת האב איך געגעסן ביי מיין טאטע שליט"א, אויך דער דיין ר' יונה און ישראל יוסף שניצלער נרו יאיר מיט נאך אנשי שלומינו. מיין טאטע האט מכבד געווען ר' יונה מיט'ן זינגען "אשת חיל"; ער האט אויסגערופן: "ברסלב'ער דיין אשת חיל", ער האט אים געזאגט ער זאל זינגען דעם ברסלב'ער "אשת חיל".


ביי די סעודה האט מיין טאטע שליט"א גערעדט פון די מעשה (פסחים קיב.) רבי שמעון בר יוחאי האט געבעטן רבי עקיבא זאל אים לערנען תורה, רבי עקיבא האט נישט געוואלט, האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "רַבִּי, לַמְּדֵנִי תּוֹרָה, וְאִם לָאו, אֲנִי אוֹמֵר לְיוֹחַאי אַבָּא וּמוֹסֶרְךָ לַמַּלְכוּת", איך וועל זאגן פאר מיין טאטע יוחאי און מען וועט דיר איינשפארן אין תפיסה; מיין טאטע שליט"א האט נאכגעזאגט די ווערטער פון רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ס) וואס איז פשט, אזוי רעדט מען צו א רבי? מען סטראשעט אים אז מען גייט אים איבערגעבן פאר די רעגירונג?! נאך איז שווער, רבי עקיבא איז דאך שוין געווען אין תפיסה, וואס זאגט ער אים "איך וועל דיך פאר'מסר'ן און לייגן אין תפיסה?" זאגט דער רבי, מען דארף אכטונג געבן נישט צו לערנען מיט תלמידים שאינם מהוגנים וכו', עיין שם.


עס זענען געווען אסאך אנשי שלומינו, זיי האבן געוואלט מאכן א באטע, עס איז געווען זייער שפעט, מען האט געענדיגט די סעודה צוויי אזייגער, עס איז נישט געווען שייך. אברהם איז אריבערגעקומען נאך די סעודה צו מיר מיט זיין משפחה פאר אפאר מינוט, עס איז געווען זייער שיין.


 שבת אינדערפרי האב איך געהאט א מעשה מיט א שיכור ואכמ"ל.


איך האב געלערנט מיט ישראל יוסף נרו יאיר זוהר חדש אויף רות, אלס הכנה פאר די הייליגע יום טוב שבועות.


דער דיין ר' יונה האט געדאווענט פסוקי דזמרה, איך האב געדאווענט שחרית און מיין טאטע שליט"א האט געליינט קריאת התורה פרשת בהר מיט בחוקותי, עס איז געווען א חוץ לארץ'דיגער עולם וואס האבן נאכנישט געהערט ליינען פרשת בהר, האט ער אנגעהויבן בהר ביז בחוקותי שני.


מיין טאטע שליט"א האט מיר געבעטן צו זאגן דברי תורה ביי די סעודה פון צופרי, איך האב גערעדט פון דאס גרויסקייט פון אידישע קינדער.


מיר געפונען אין זוהר הקדוש, רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס דאס טייערקייט פון אידישע קינדער, דאס גרויסקייט פון מצוות ומעשים טובים וואס מיר טוען. מיר געפונען (שבת לג:), ווען רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס פון די מערה און געזען א איד גייט מיט הדסים לכבוד שבת, איינס פאר זכור און נאך איינס פאר שמור – האט רבי שמעון בר יוחאי געמאכט א גרויסע עסק פון דעם, אונז צו ווייזן דאס גרויסקייט פון יעדע גוטע זאך, אדער גוטע מנהג וואס א איד טוט פאר'ן אייבערשטן, אז דאס איז זייער חשוב אין הימל. היינט צו טאגס ווייסן מיר דאס חשיבות פון די זאך, איידער רבי שמעון בר יוחאי האט דאס מגלה געווען וואלט מען געלאכט פון אזא מענטש, מען וואלט אים געזאגט: "היינט איז נישט יום טוב סוכות, מאך זיך נישט נאריש, וואס איז דאס שבת מיט הדסים?!" רבי שמעון בר יוחאי האט אבער אנדערש געקוקט, ער זעט א איד טוט א שיינע זאך פאר שבת, זאגט ער: "חזי כמה חביבין מצות על ישראל", קוק ווי אידישע קינדער ליבן די מצוות.


אינטערעסאנט, דער מהרש"א זאגט (שם חדושי אגדות, דיבור המתחיל חד כנגד זכור): "וכמו שבנרות זוכין לבנים חכמים", אזוי ווי שבת ליכט איז מסוגל פאר קינדער תלמידי חכמים, "הכי נמי הדסים", אזוי אויך, ווער עס שמעקט הדסים שבת וועט האבן "בנים צדיקים, שנקראו הדסים", עיין שם; די זעלבע ווערטער זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן נט): "עַל יְדֵי הֲדַסִּים בְּשַׁבָּת זוֹכֶה לְבָנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים".


אויך האב איך געזאגט וואס איך האב געהערט פון מוהרא"ש, אויף דעם מאמר חז"ל (ברכות לה.): "הַרְבֵּה עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי וְלֹא עָלְתָה בְּיָדָן", אסאך האבן פרובירט נאכצומאכן רבי שמעון און זיי האבן נישט מצליח געווען, פארוואס טאקע נישט? ווייל "'הַרְבֵּה' עָשׂוּ כְּרַבִּי שִׁמְעוֹן בֶּן יוֹחָאי", אסאך טון, אסאך נאכמאכן איז שווער, אבער אז מען פרובירט צו טון קלייניקייטן, זאכן וואס מען קען - דעמאלט איז מען יא מצליח.


די ווערטער איז א מצוה צו רעדן מיט מענטשן, מען זאל וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער, דאס איז דער גאנצער זוהר; יעדע בלאט, און פאר יעדע שטיקל - זאגט ער נאכאמאל און נאכאמאל: "וואויל איז פאר אונז אידישע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער, ער האט אונז ליב", דאס איז סודות התורה, עס איז באהאלטן פון אונז; מען דריידט זיך ארום צעקלאפט און דערשלאגן, מען חזר'ט זיך ליגנט, מען קלאפט זיך; ווער רעדט נאך אז מען הערט תורות פון שֵׁדִין יְהוּדָאִין (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כח) וואס קלאפן דעם מענטש מיט ליגנט, אז 'דער אייבערשטער איז ברוגז אויף מיר', 'ער דארף נישט מיינע מצוות', 'ער דארף נישט מיין דאווענען' וכו' וכו'; דאס דארף מען זאגן פאר אנדערע, די ווערטער פון זוהר: "דער אייבערשטער האט ליב אידישע קינדער".


מוצאי שבת קודש בין איך געפארן קיין יבנאל צו די שבע ברכות פון ר' עזרא בוים מיט הרב אליעזר איידלשטיין. לכתחלה האב איך געוואלט גיין צו די חתונה, אבער עס איז געווען אזוי פארהאקט אין מירון, מען האט נישט געקענט ארויספארן און אריינפארן פון מירון נאר מיט א באס. איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי די שמחה. יעצט מוצאי שבת קודש בין איך געפארן, עס איז געווען זייער געפיליש צו זיצן מיט אזעלכע גרויסע צדיקים, הרב רבי יצחק שליט"א, הרב רבי דניאל שליט"א, אויך דער מחותן הרב ר' אליעזר שליט"א, מיט ר' עזרא נרו יאיר.


הרב רבי יצחק שליט"א האט דערציילט זייער אינטערעסאנטע זאכן פון די השתלשלות פון יבנאל. מוהרא"ש האט געהאט פלענער צו קויפן אין מאנסי, אויך האט מוהרא"ש שוין כמעט געקויפט א חלקה אין ניו דזשערסי. איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט די שיינע דיבורים.


אויך האט ער דערציילט שיינע אינטערעסאנטע זאכן פונעם גר צדק אברהם זכרונו לברכה, דער זון פונעם גראף פאטאצקי. מען האט באהאלטן פון אים ספר ויקרא, ווייל דאס איז דער יסוד פון א איד, ביז ער איז דערגאנגען אז חומש איז פינף, עס פעלט איין באנד. אויך די סיפור פון די שריפה, אז דער בעל יסוד ושורש העבודה האט זיך באהאלטן נאנט צום פייער צו קענען זאגן "אמן" אויף די ברכה וואס ער האט געמאכט ביים ווערן פארברענט, און נאך אסאך שיינע זאכן.


נאכדעם האט מען מיר געבעטן רעדן. איך האב גערעדט קורץ און שארף, איך האב גערעדט צום חתן, אז ער קומט יעצט קיין יבנאל דארף ער וויסן מען מוז האבן שייכות מיט ערליכע אידן, "וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם" (אבות א, ד), מען מוז ליב האבן ערליכע אידן. נאר די וואס זענען צוגעקלעבט צו ערליכע אידן, צדיקים – די האבן ערליכע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן", דער וואס האט ליב ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", דער וועט האבן קינדער ערליכע אידן, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן", דער וואס איז מכבד ערליכע אידן, "הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", וועט אויך האבן איידעמער ערליכע אידן, "דְּדָחִיל מֵרַבָּנָן", דער וואס האט הכנעה פאר ערליכע אידן, "הוּא גּוּפֵיהּ הֲוֵי צוּרְבָּא מֵרַבָּנָן", וועט ער אליינס ווערן א גרויסער צדיק. איך האב זיך געבעטן צום חתן, זיי נישט ווי די נארישע מענטשן וואס זאגן "אמאל זענען געווען צדיקים, היינט איז נישטא", דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגן פאר'ן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן קצב): "שֶׁאֵין הָעוֹלָם רוֹצִים לְהַאֲמִין שֶׁיִּהְיוּ נִמְצָאִים עַכְשָׁו צַדִּיקִים גְּדוֹלִים בְּמַעֲלָה מְאֹד כְּמוֹ בַּדּוֹרוֹת הָרִאשׁוֹנִים", מענטשן זאגן אז היינט איז נישטא קיין גרויסע צדיקים אזוי ווי אמאליגע טעג, האט דער הייליגער רבי געזאגט: "בְּוַדַּאי נִמְצָאִים צַדִּיקִים בְּכָל דּוֹר וָדוֹר", און די אלע וואס זאגן אז היינט זענען נישטא קיין צדיקים זענען כופרים.


מוהרא"ש דערציילט, עס איז געווען א טיפש אין ברסלב, ער האט נישט געשיקט זיינע קינדער אין חדר ווייל עס איז נישט געווען קיין ברסלב'ער חדר, ביים סוף זענען אלע ארויס לתרבות רעה. און אזוי וועט זיין מיט די אלע וואס שפעטן פון ערליכע אידן, די קינדער גייען אלע ארויסגיין לתרבות רעה; וואויל איז דער וואס האט ליב ערליכע אידן און איז זיי מכבד.


איך האב געבענטשט און געזאגט די שבע ברכות, מען האט געטאנצן. איך בין געווען זייער פרייליך זיך צו טרעפן מיט תלמידי היכל הקודש, צדיקים אמיתיים שבדורינו.


פון דארט בין איך ארויף צום ציון פון מוהרא"ש. עס איז געווען די יום הולדת פון מוהרא"ש, כ"א אייר – חסד שביסוד. איך האב געזאגט תיקון חצות, תיקון רחל זיצנדיג און תיקון לאה שטייענדיג, אויך תיקון הכללי, און זיך מתבודד געווען.


איך האב געבעטן פאר יעדן איינעם בפרטיות, אויך פאר דיר אהרן בן פיגא און פאר דיין שותף אהרן ישראל בן רות נעמי, איר זאלט מצליח זיין העלפן די מוסד זיך פארברייטערן אין אלע זייטן.


דער זון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, הרב נחמן שליט"א - איז געווען דארט ביים ציון, ער האט זיך מתבודד געווען, איך האב אים נישט געוואלט שטערן. מוהרא"ש האט מיר אמאל געזאגט: "מיין זון איז אן אמת'ער לב נשבר". ער איז געזעצן ביים ציון און געוויינט אויפ'ן קול מיט א צעבראכנקייט.


מיר זענען צוריק געקומען קיין מירון פארטאגס, איך האב באגעגנט מיין טאטע ארויפגיין מיט טלית ותפילין צו די מערה, איך האב זיך שנעל איבערגעטון די בגדי שבת לבגדי חול, און ארויף דאווענען שחרית כוותיקין.


נאך שחרית האב איך געזאגט די תיקון הכללי ביי רבי שמעון בר יוחאי און די תפילה פון רבי נתן (לקוטי תפילות חלק ב', סימן מז), א הארצרייסנדע תפילה, ווי מען בעט רבי שמעון בר יוחאי ער זאל העלפן עס זאל נישט זיין קיין שכחת התורה.


עס איז נישט שייך איבערצושרייבן די זעלבע זאך יעדע פאר מינוט, וואס האט זיך אפגעטון ביי יעדע פלאץ וואו מיר זענען געווען, איבעראל קומען זיך מענטשן באדאנקען פאר זייער לעבן, זייט זיי האבן אנגעהויבן הערן די דרשות און ליינען די בריוון האט זיך אלעס ביי זיי געטוישט.


מיר זענען געפארן קיין טברי', האברך חיים מאיר ערפס נרו יאיר האט מיך ארום געטראגן. קודם זענען מיר געפארן צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, איך האב זיך דארט מתבודד געווען, אויך געצינדן א ליכט מיט שמן לעילוי נשמת רבי מאיר בעל הנס. אויך געדאווענט מנחה.


פון דארט זענען מיר געפארן צום ציון הרמב"ם, און צום ציון השל"ה און נאך צדיקים. ביים ציון השל"ה האבן מיר געזאגט די תפילת השל"ה, פון דארט זענען מיר געפארן צום קבר רבי עקיבא, נאכדעם צו קבר רבי חייא ובניו. פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים.


איך בין אנגעקומען אין אונזער בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, די שול איז געווען איבערגעפולט קעפ אויף קעפ. די גבאים האבן מיך געפרעגט וואו צו מאכן די שיעור, זיי האבן געוואלט ארויסדינגען א זאל, איך האב נישט געוואלט, איך האב ענדערש געוואלט ביי אונז אין בית המדרש, איך געפון זיך זייער גוט דארט, די לופט דארט איז זייער געשמאק און איינגענעם.


ביים סוף שיעור זענען ארויפגעקומען אויפ'ן בימה א בחור דוד שמעון לעווינסאן, און הילד יהודה בן ר' מרדכי ברילל, ביידע האבן געמאכט א סיום הש"ס, דער טאטע פונעם קינד האט געזאגט אפאר ווערטער. עס איז גאר אנדערש צו זען מיט די אויגן ווי יונגע קינדער און בחורים לערנען און ענדיגן גאנץ ש"ס אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געלערנט א וועג ווי אזוי מיר זאלן אויסנוצן די טעג מיט לערנען כסדרן דיקא, אפילו אן פארשטיין, בגירסא בעלמא (שיחות הר"ן, סימן עו).


מעריב און ספירת העומר האב איך געדאווענט אין שול, האברך משה ראזענבערג נרו יאיר האט געדאווענט פאר'ן עמוד, ער איז אין יאר נאך זיין טאטע ר' יצחק עליו השלום.


נאך מעריב האט גענומען צייט ביז איך בין ארויס, דער עולם האט געגעבן שלום.


פון דארט בין איך געגאנגען צום אכסני', אברהם הנ"ל האט צוגעשטעלט א באקוועמע דירה מכל טוב וטוב.


בשעת די שיעור האבן זיך די ווייבער פון אנשי שלומינו צאמגענומען ביי משפחת פערל אין שטוב זיך צו באקענען מיט מיין ווייב תחי', זיי האבן איר שיין אויפגענומען. זי האט מיר דערציילט אז זי איז זייער איבערגענומען פון די פרויען, זיי זענען זייער איידל און פריינטליך, זייער צום זאך, זי איז אהיימגעקומען פון דארט זייער פרייליך.


אברהם האט צוגעשטעלט א געשמאקע מאלצייט, איך האב גערופן חיים מאיר מיט שמעון פיש נרו יאיר זאלן קומען מיט עסן, זיי האבן נאך גארנישט געגעסן פון אינדערפרי.


שפעטער ביינאכט זענען אריבערגעקומען די גבאים פון ירושלים, מיר האבן גערעדט ביז שפעט ביינאכט ווי אזוי מיר זאלן פארברייטערן די חדר, מיר גייען זוכן א גרעסערע פלאץ, מיר דארפן שוין נאך א מלמד.


איך האב געבעטן דעם גבאי יצחק נרו יאיר ער זאל ווערן מנהל רוחני פונעם חדר, איך האף ער וועט עס אננעמען. איך האב נישט צו שטארק געבעטן, כדרכנו, מיר זאגן נישט יענעם וואס צו טון, מען העלפט נאר יענעם טראכטן גוטע מחשבות און אז יענער וויל אזוי טון – טוט ער, און אז נישט – נישט, אויך האבן מיר גערעדט וועגן עפענען א ישיבה אין ארץ ישראל; דאס איך נאך א פראגע, עס איז נישט קיין גרינגע זאך.


איך בין געבליבן אויף ביז פיר אזייגער פארטאגס, מיין זון הרב אלחנן האט געדארפט אהיים פארן, איך האב נישט געוואלט ער זאל פארפאסן די פליגער.


מאנטאג אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין אונזער בית המדרש, נאכן דאווענען איז געווען א סיום, הבחור שמעון פאללאק האט מסיים געווען ש"ס. עס איז געווען אזוי שיין, אזוי איינגענעם צו זיין צווישן אנשי שלומינו, וואו יעדער איינער לערנט אזוי פלייסיג. ביים סיום האב איך גערעדט אביסל חיזוק פון דאס גרויסקייט פון לערנען תורה.


נאכדעם איז געווען קבלת קהל, איך בין געזיצן אין שול און אויפגענומען. מענטשן זענען אריבער איינער נאכן צווייטן, יעדער מיט זיינע בקשות, מיט זיינע זאכן. בערך צוועלף אזייגער האב איך געמאכט אן הפסקה, איך בין אריבער צום תלמוד תורה מיט יצחק.


דארט אין חדר ביי משפחת פערל אין שטוב; ווען איך קום אהין כאפט מיר אן אזעלכע געפילן וואס איז שווער ארויס צו שרייבן אויפ'ן פאפיר. עס טראגט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט די ערשטע תלמוד תורה חסידי ברסלב אין אמעריקע, אסרו חג פסח שנת תש"ע האבן מיר געעפנט די חדר אין א דירה אין וויליאמסבורג, דו געדענקסט זיכער אלעס וואס איך געדענק, דו ביסט דאך פון די ערשטע פינף משפחות וואס האבן אנגעהויבן די חדר, עס איז געווען קליין און בא'טעמ'ט.


דער מלמד יושע ראבינאוויטש איז א גאר פיינער מלמד, ער לייגט אריין אין די קינדער אמונה און יראת שמים, עס זענען צוגעקומען נאך צוויי משפחות אין חדר, משפחת לעווינסאן און משפחת גאטליב.


איך בין אריין צו משפחת פערל רעדן מיט זיי בענין עצתו אמונה און איש אמונות, זיי ארבעטן יומם ולילה לא ישבותו ארויסצוגעבן וועכנטליך די קונטרסים איש אמונות און עצתו אמונה, איך ווייס נישט ווי זיי נעמען די כוחות און די צייט, עס איז ביי מיר א גרויסע וואונדער, איין משפחה זאל אריינלייגן אזויפיל שעות א וואך פאר הפצה... אשרי להם, וואויל איז זיי! עס איז די גאנצע שטוב זייערע; אלעס איז דארט, די חדר, די הדפסה, דער בית המדרש האט זיך דארט אנגעהויבן.


פון דארט בין איך צוריק אין שול ווייטער אויפנעמען מענטשן, מחזק זיין אידישע קינדער, אויסהערן אידישע הערצער – ביז שפעט נאכמיטאג. עס איז געווען אינטערעסאנט צו זען ווי אלע שטייען אין די שורה מיט א ספר אין די האנט און לערנען זייערע שיעורים כסדרן, קיינער האט נישט מבטל געווען קיין צייט, דאס איז דאך איינע פון די מעלות פונעם סדר דרך הלימוד, מען קען אלץ לערנען, מען דארף נישט אנברענגען קיין צייט.


נאכדעם איז געווען נאך א סיום הש"ס, הבחור שמואל אייזיק בן ר' שמעון עוזר פערל האט מסיים געווען ש"ס, או איז דאס געווען שיין, וואס איז דא שענער ווי א סיום הש"ס פון א יונגער בחור... איך בין ממש געפאלן פון מיינע כוחות פון ארבעטן ארום די זייגער, טאג און נאכט, אן עסן, אן שלאפן. מענטשן האבן מיר געפרעגט ווי נעמט מען די כוחות? דער ענטפער איז, ווען מען זעט בחורים, אינגעלייט און קינדער לערנען די הייליגע תורה – דאס געבט כח, זיצן ביי א סיום הש"ס – דאס איז פאר מיר עסן און שלאפן.


מיר האבן געדאווענט מנחה מעריב, ספירת העומר. נאך מעריב האט מען אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה פאר "בית המדרש היכל הקודש סטעטן איילענד", ר' יעקב היילפרין האט אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה ביים סופר ר' נחמן יאקאבאוויטש, מאנשי שלומינו; איך האב געשריבן דעם גאנצן ווארט "בראשית".


נאכדעם בין איך אהיים זיך צאמפאקן די פעקלעך, מיר זענען געפארן צום הר המנוחות. מיין ווייב האט דארט א זיידע און באבע, זיי ליגן די ערשטע רייע ביי די בעלזא נייע חלקה, פינקט אנטקעגן די ציון פון הייליגן חיד"א זכותו יגן עלינו.


מיין זיידע, הרב החסיד רבי יצחק דוד הכהן פריעדמאן זכרונו לברכה איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א תלמיד פון פאפא רב זכרונו לברכה, א בעלזער חסיד, אויך א מוקיר רבנן. איך האב געהאט די זכי' צו לערנען נאך מיין חתונה בחברותא מיט אים יעדע נאכט אין פאפא שול אין וויליאמסבורג מסכת שבת, איך האב אסאך קונה געווען פון אים.


יעדע יאר פאר ראש השנה, ווען איך האב זיך געזעגנט פון אים - האט ער מיט טרערן אין די אויגן מיר געבעטן איך זאל מתפלל זיין פאר אים וכו' וכו', אויך די באבע, רחל בת הרב החסיד ר' שלמה גפן ליגט דארט, זי איז געווען א גרויסע צדקת.


איך בין אריין ביים אוהל פונעם חיד"א, איך האב מתפלל געווען און זיך מתבודד געווען. אויך דארט האבן מיר ספרדי'שע אידן באפאלן מיט שכוח'ס פאר די שיינע חיזוקים וואס זיי זענען מקבל.


אין עירפארט האב איך גערעדט מיט די גבאים פון ירושלים וויכטיגע זאכן, עניני קהילה, זאכן וואס מען קען נאך מער טון; דאס וועל איך נישט שרייבן, איך וועל דאס רעדן מיט דיר פריוואט.


די וועג איז געווען גאר גוט ברוך ה', איך בין געשלאפן רוב וועג, פארטאגס האב איך געוואשן נעגל וואסער, געזאגט ברכת התורה און זיך מתבודד געווען.


האברך שמואליק בלעדי האט מיך אפגעווארט, איך בין אהיים געגאנגען העלפן ארויפטראגן די פעקלעך, העלפן מיין ווייב, גלייך געגאנגען אין מקוה און געלאפן אין ישיבה. אנקומענדיג אין ישיבה איז נאך דער בית המדרש געווען ליידיג, איין קינד איז דארט געזעצן און געלערנט, הילד שמעון פארקאש א זון פון ר' מאיר דוד נרו יאיר; ער איז א פלייסיג קינד, ער לערנט יעדן אינדערפרי שעות אין בית המדרש.


גלייך נאכדעם זענען די בחורים געקומען, איך האב פארגעלענט א שיעור גמרא, די היינטיגע בלאט. אויך האב איך אנגעגרייט א שיעור פאר די פרויען, איך געב נישט שיעורים פאר פרויען דירעקט, איך זאג אריין א שיעור אין א מאשין און דאס שפילט מען נאכדעם אויף פאר אנשי שלומינו, יעדן דינסטאג איז דא א פרויען צאמקום אין שטעטל, די פרויען קומען זיך צאם, מען הערט א שיעור; דארף איך יעדע וואך אנגרייטן א שיעור פאר זיי.


נאך שחרית בין איך ארויסגעפארן אין שטעטל, צום ערשט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בנין קרן הדפסה, איך זע ווי מוהרא"ש שמייכלט אויבן אין "גן עדן" ווען ער קוקט אראפ און זעט דעם בנין הדפסה, וואו מען דרוקט טויזנטער ספרים טעגליך.


איך האף בקרוב וועט זיין דער חנוכת הבית. איך וויל ווייזן פאר אנשי שלומינו די גרויסע אפעראציע וואס טוט זיך דארט אפ, איך וויל אז יעדער איינער זאל האבן א חלק אין הדפסה און א חלק אין הפצה, מען קען נישט זיצן ווי א מחותן מיט פארמאכטע הענט, נאר יעדער איינער זאל האבן א חלק אין ברענגען משיח.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די קינדערלעך; דאס איז דאך מיין זאך, חינוך הבנים והבנות. איך האב געגעבן דריי שיעורים, איינס פאר די מיידלעך, צוויי פאר די סטעף – מלמדים און טישטערס וכו', און פאר די אינגלעך. אויך בין איך געגאנגען מיט די אינגלעך א שפאציר, זיי ווייזן די נייע בנין התלמוד תורה וואס מען בויט יעצט.


איך בעט דיר זייער טייערער אהרן בן פיגא, העלף מיר רעדן מיט אנשי שלומינו, אלע זאלן נעמען א טייל אינעם קאמפיין וואס מיר מאכן נאך שבועות. איך דארף רחמי שמים נישט אריינזינקען אין א טיפע לאך פון חובות, די מוסד האט שרעקליכע חובות. די יאר האבן מיר געבויט שולן און מקוואות, מצה בעקעריי, יעצט האט מען געקויפט א פלאץ פאר די קינדער פאר זומער, פון אלע זייטן האב איך חובות, איך בעט דיר זייער זאלסט אנווארעמען אנשי שלומינו.


אפשר יעצט וועט מקוים ווערן דאס וואס מוהרא"ש האט דיר געבעטן זאלסט זיין פאנדרעיזער פאר זיינע מוסדות; אזוי ביסטו דאך מקורב געווארן, מען האט דיך געברענגט פאר א פאנדרעיזער פאר די מוסדות אין יבנאל, יעצט וועט דאס מקוים ווערן.


פון חדר בין איך געפארן צום שטוב פון ישראל חיים נרו יאיר, ער האט מיך איינגעליידנט צו א שבע ברכות פאר זיין טאכטער מיט החתן אלי' בן ישראל שלום נרו יאיר. איך זאג דיר דעם אמת, מיין קאפ האט שוין געשווינדלט פון זיין אויף אזוי לאנג, אבער איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביי זייער שמחה. ערשטנס, די מחותנים זענען ביי מיר זייער טייער, דער אבי הכלה איז אן איידעלער מענטש, ער פירט אן איידעלע ריינע שטוב, און אזוי אויך דער אבי החתן פירט א שיינע ערליכע אידישע שטוב; איך שטאלציר מיט אזעלכע טייערע משפחות.


צווייטנס, דער חתן נרו יאיר איז געווען אלע יארן אין ישיבה, ער האט אלץ געהאלפן די ישיבה, ער האט אלץ צוגעלייגט א האנט, אויך די כלה איז פון די חשוב'ע תלמידות.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב געזאגט וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן ביי שבע ברכות. מען זאגט אין די ברכות: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח רֵעִים הָאֲהוּבִים, כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן מִקֶּדֶם"; דאס איז די נשמה פון חתן כלה וואס אין הימל זענען זיי געווען איינס, יעצט ווען זיי טרעפן זיך איינער דעם צווייטן וואונטשט מען זיי: "שַׂמֵּחַ תְּשַׂמַּח וְגוֹ', כְּשַׂמֵּחֲךָ יְצִירְךָ בְּגַן עֵדֶן", זיי זאלן לעבן מיט ליבשאפט, מיט פרייד אזוי ווי זיי האבן געלעבט אויבן אין גן עדן, זיך נישט קריגן, זיך נישט באשולדיגן, און אז דער חתן וויל אז זיין ווייב זאל אנערקענען אין חתן דומה למלך, דארף ער רעדן צו איר ווי מען רעדט צו א מלכה, וועט זי רעדן צו אים ווי מען רעדט צו א מלך.


איך האב געזאגט הויך אויפ'ן קול וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש. מוהרא"ש האט מיר געגעבן די זאך אז ווען מיין ווייב רופט מיר אויפ'ן טעלעפאן הייב איך אויף אן ווערן נערוועז, זאל זי רופן הונדערט מאל א טאג, איך הייב אויף, איך הער איר אויס; דאס איז איינע פון די מיליאנען פינטלעך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


פון דארט בין איך געגאנגען נעמען מיינע קינדער, איך האב צעטיילט מיינע קינדער פאר די נסיעה, א טייל ביי מיין זון הרב שלמה, א טייל ביי משפחות אין וויליאמסבורג, ביי ר' מרדכי אינדיג, און ביי שבתי מזרחי.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי די נייע פארפאלק.


איך בין יעצט צוריקגעקומען פון די נסיעה, איך האב גערופן א מנין בחורים צו מיר אין שטוב פאר א מנין מעריב, יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך גיי זיך צולייגן, מען דארף אביסל שלאפן צו קענען ווייטער אנגיין מיט עבודת השם.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיינע קינדער, איך האב געטראפן דיינע קינדער היינט אין שטעטל. דיין זון פנחס דוד נרו יאיר קאכט אין בית המקדש פאר די צאן קדשים, דיין איידעם אברמי האבן איך געטראפן אין בנין קרן הדפסה, ער ארבעט אויפ'ן אלבוים "טאנץ מיט אמונה #4", דיין איידעם הערשל נרו יאיר איז דאך א מלאך המושיע פאר אונזערע קינדער, ער זיצט מיט א כתה קינדער, לעבעדיגע קינדער וואס יעדע רגע ווילן זיי ארויסטאנצן פון די הויט, ער האלט זיי מיט אזא סבלנות. רפאל נרו יאיר, דער אדמיניסטראטאר זאגט מיר היינט, דיין איידעם הערשל נרו יאיר זאגט אים, ער האט א גוטע פראומאושן ווי אזוי צו איינקעסירן שכר לימוד, אזוי טוען דאך אלע מוסדות, מען רופט אויס ווער עס צאלט שכר לימוד גייט אריין אין א גורל וכו', זאגט ער, מען זאל אויסרופן, ווער עס קען אריינקומען אין זיין כתה האלטן די כתה פאר איין שעה און די קינדער וועלן אים נישט ארויסטראגן, דער דארף נישט צאלן שכר לימוד פאר א יאר; אזוי וועלן עלטערן האבן א געפיל און צאלן שכר לימוד, מען זאל קענען באצאלן פאר די מלמדים די מינימאלע געהאלט וואס עס קומט זיי.


ווען דו רעדסט מיט אנשי שלומינו זיי זאלן זיך אנשליסן אינעם קאמפיין, זאג זיי צוויי זאכן. איינס, זיי זאלן נישט געבן זייער געלט, זיי זאלן ברענגען געלט פון חברים, משפחה, באקאנטע וכדומה, צווייטנס, וואס רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן געלט פאר'ן קלויז אין אומאן און ער האט געקווענקלט, האט ער אים געזאגט די ווערטער: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר אויך, נאר שענער און בעסער וועט זיין אז דו וועסט העלפן"; נאך די ווערטער האט ער געגעבן צדקה, אזוי זאלסטו זאגן פאר אנשי שלומינו: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אן דיר, נאר שענער און בעסער וועט זיין אויב דו וועסט צולייגן א האנט, העלפן די הייליגע מוסד, די הייליגע קהילה".


איך שלאף שוין איין, זיי מיר געזונט.

#66 - דער וואס רעדט דיך צו זיך אפצוטיילן, קען דאס אליינס מקיים זיין
שלום בית, חסידות ברסלב, מחלוקת, חשבון הנפש, התנגדות, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' בהר, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


הער נישט אויס די וואס רעדן צו דיר פון זיך אפטיילן חס ושלום פון דיין ווייב, דער וואס רעדט פון זיך אפטיילן – קען דאס אליינס מקיים זיין, אויב האט ער א ווייב. נאר דער סמ"ך מ"ם רעדט צו זיך צו צעטיילן, צעברעכן משפחות, זיין זאך איז המשל ופירוד, ביי די קדושה איז נאר דא שלום, דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.), "ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם" (תהלים כט, יא).


דו זאלסט פאלגן דעם רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) מיר דארפן מכבד זיין די ווייב, איר האלטן טייער, רעדן מיט דרך ארץ, בלאז אריין האפענונג אין איר, וועט זי ווערן שטארק, וועט זי האבן כח פאר קינדער.


בנוגע די מחלוקות וואס דו גייסט אריבער יעצט צוליב ברסלב; מאך זיך א חשבון, וואס האסטו באקומען אין די האלבע יאר ביים רבי'ן און וואס האסטו באקומען צוואנציג יאר – אדער מער – ביי דיין וכו'? וואלסט געקענט אויסלעבן דיין לעבן דארט אן ענדיגן איין מאל חמשה חומשי תורה, ששה סדרי משנה, בבלי וכו', און אן די אלע גוטע זאכן; נאכן זיך מאכן א חשבון מיין איך איז מער נישטא קיין בחירה.