בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו ב', שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ד לפ"ק
לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו
איך האב זיך זייער געפרייט צו אייך אלע טרעפן ביים רבי'ן אין אומאן, עס איז געווען א הערליכע יום טוב, מלא טעם. יעצט גרייטן מיר זיך אויף יום הקדוש; דער אייבערשטע געבט אונז א טאג וואס ער איז אונז מוחל אלע עבירות, מיר דארפן נאר תשובה טון, חרטה האבן און זיך פארנעמען אז מיר גייען שוין זיין וואויל.
ערב יום הקדוש ביי חצות טוען מיר זיך שוין אן בגדי שבת און מיר מאכן א סעודה; מען עסט פיש און פלייש, מען פרייט זיך פאר די גרויסע טאג וואס קומט, און מען דערציילט פאר די קינדער אז דער אייבערשטער האט אונז זייער ליב, ער וואשט אונז אפ פון אלע שווארצע פלעקן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה א, לו) אויפן פסוק (שיר השירים א, ה) "שְׁחוֹרָה אֲנִי", 'שְׁחוֹרָה אֲנִי כָּל יְמוֹת הַשָּׁנָה', איך בין שווארץ א גאנץ יאר, אבער 'וְנָאוָה אֲנִי בְּיוֹם הַכִּפּוּרִים', איך בין שיין יום כיפור, ווען דער אייבערשטער וואשט מיך אפ; מען דערציילט פאר די קינדער ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב אידן, אז ער איז אונז מוחל אלע עבירות אום יום כיפור.
רוף דיינע עלטערן זאגן גוט יום טוב, און אז דו וואוינסט אין זייער שטאט זאלסטו אריבערגיין זאגן גוט יום טוב און נעמען ביי זיי א ברכה, זיי זאלן דיך בענטשן; דיך און דיינע קינדער, און בעט דיינע עלטערן זאלן דאווענען פאר דיר, זיי זאלן בעטן פאר דיר דו זאלסט האבן א זיסע יאר.
טשעפע נישט קיינעם, זארג נישט פאר יענעמ'ס רוחניות, טו קיינעם נישט וויי. מען זעט אלע יארן ווי מענטשן לויפן ארום איבערבעטן דעם, יענעם; עס איז א געלעכטער, יעדעס יאר זעט מען די זעלבע מענטשן לויפן ארום: "זיי מיר מוחל, זיי מיר מוחל"; ענדערש געב אכטונג א גאנץ יאר נישט וויי צו טון קיינעם, דעמאלט דארף מען קיינעם נישט איבערבעטן.
אז איינער האט דיר געטון א טובה - זאלסטו יענעם מכיר טובה זיין און חס ושלום בארעדן. מוהרא"ש פלעגט אויף דעם אזוי וויינען, ער האט זיך אזוי אוועקגעגעבן פאר אידישע קינדער און ביים סוף זענען די געגאנגען אים בארעדן, מוציא שם רע זיין אויף אים. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "אויף דעם איז נישטא קיין מחילה, אויף מוציא שם רע" (רמ"א אורח חיים סימן תרו, סעיף א), בפרט ווען יענער האט דיר געטון א טובה, ער האט אוועקגעגעבן זיין צייט, זיין געזונט - איז ווי קענסטו רעדן אויף יענעם...
מען דארף נישט בלייבן אין היכל הקודש, מען קען גיין וואו מען וויל, אבער אז דו ביסט געזיצן אין היכל הקודש, דו האסט מקבל געווען אזויפול גוטס, יעצט גייסטו בארעדן - איז דאס אן עוולה וואס מען באקומט אויף דעם א גרויסע שטראף. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יז, יג): "מֵשִׁיב רָעָה תַּחַת טוֹבָה לֹא תָמוּשׁ רָעָה מִבֵּיתוֹ", ווער עס באצאלט שלעכטס פאר גוטס - וועט זיך נישט אפטון שלעכטס פון יענעמ'ס שטוב.
איך געדענק איינער, א גאר נאנטער, איז געקומען פרעגן אויב ער קען אוועקגיין פון היכל הקודש, אויב מוהרא"ש וועט מקפיד זיין אויף אים? האט מען אים געזאגט: "קענסט גיין וואו דיין הארץ באגערט, און אדרבה, א מענטש דארף אלץ זוכן וואו זיין פלאץ איז, און מוהרא"ש וועט אויף דיר נישט האבן קיין שום קפידא, אבער אז דו וועסט אנהויבן רעדן שלעכטס אויף מוהרא"ש, אויף די פלאץ וואו דו האסט גענומען דיין חיות, אויף די פלאץ וואס מען האט דיר געטון נאר גוטס - דעמאלט וועסטו כאפן ביטערע קלעפ".
מען דארף אויף דעם אסאך בעטן דעם אייבערשטן, מען זאל זוכה זיין צו בלייבן צוגעבינדן צום צדיק, צום הייליגן רבי'ן וואס געבט אונז אזויפיל גוטס, ער געבט אונז א וועג צו לערנען תורה, א וועג צו זיין צוגעבינדן צום אייבערשטן און צו געדענקען אז מיר זענען דא נישט פאר לאנג, מיר זענען דא פאר א קורצע צייט; די לעבן איז כצל עובר, ווי א שאטן וואס גייט אריבער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב): "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", נישט ווי די שאטן פון א וואנט, נישט ווי א שאטן פון א בוים נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליעט - אזוי שנעל גייט דאס לעבן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו טייטשט מיט דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כח.), אז דער הייליגער צדיק, דער הייליגער תנא יונתן בן עוזיאל, "בְּשָׁעָה שֶׁיּוֹשֵׁב וְעוֹסֵק בַּתּוֹרָה", ווען ער האט געלערנט תורה - "כָּל עוֹף שֶפּוֹרֵחַ עָלָיו מִיָּד נִשְׂרַף", יעדע פייגל וואס איז אריבערגעפלויגן האט זיך גלייך פארברענט; זאגט מוהרא"ש, נישט די פייגל האט זיך פארברענט, נאר ווען דער תנא האט געזען א פייגל פליט האט ער גלייך ארויסגענומען פון דעם וואס איז די לעבן... די גאנצע לעבן גייט אזוי שנעל ווי א פייגל וואס פליעט, און דאס האט אים אזוי צוגעברענגט צום אייבערשטן, אז 'מִיָּד נִשְׂרַף', ער איז געווארן אזוי צעפלאקערט פון דעם אז ער איז גרייט געווען אויף מסירות נפש, צו פארברענט ווערן פארן אייבערשטן.
נישט אומזיסט האט דער הייליגער רבי נתן געבעטן: "רבי, בינד מיך צו אין דיין זאק איך זאל קיינמאל פון דיר נישט אוועקגיין"; דאס דארפן מיר בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך האב שוין טועם געווען פון די גוטע וויין, פון די יין המשומר, העלף מיר איך זאל נישט הערן קיין לשון הרע, איך זאל נישט הערן קיין שלעכטס, איך זאל שטענדיג קוקן אין מיינע הענט 'וואס באקום איך פון רבי'ן?' 'צו וואס ברענגט מיך דער רבי צו?' און נאר טון די עצות און זיך מחזק זיין מיט גוטע חברים".
איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך בין נאכאלץ אפגעמאטערט פון די לאנגע נסיעה פון הייליגן רבינ'ס ראש השנה.
א פרייליכן שבת.
א גמר חתימה טובה.