בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#4 - יישר כח פאר'ן העלפן פאר די פלעי, מיט תפלה קען מען זיך דערהאלטן
תפילה והתבודדות, מלמדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן אהער שטעלן די פלעי אזוי שיין; געב איבער אויך א דאנק פאר דיין ווייב תחי' וואס זי האט אזוי געטריי געהאלפן אז אלעס זאל קלאפן.


עס איז געווען א קידוש השם צו זען ווי יונגע מיידלעך רעדן אזוי אפען פון אמונה; די גאנצע פארשטעלונג איז געווען געשטעלט אויף איין זאך: "אמונה, אמונה, און נאכאמאל אמונה".


מיינע משפחה מיטגלידער שתחיו זענען געווען ביי די פלעי, זיי זאגן אלע: "אזאנס האבן זיי נאך נישט געזען אין זייער לעבן". איך האב א שוועסטער וואס איז געקומען צו פארן פון לעיקוואד - א וועג פון צוויי שעה מיט צו האלטן די פלעי; אלע זאגן זיי אז זייער גאנצע לעבן איז דער רבי, זייער גאנצע התחזקות איז נאר דעם רבינ'ס דיבורים.


דעריבער וויל איך דיר שטארקן דו זאלסט מיר ווייטער העלפן; סיי מיט מלמדות, סיי מיט דעם וואס דו נעמסט צוזאם די קינדער ביי שלש סעודות צו זינגען מיט זיי צוזאמען און סיי מיט יעדע זאך וואס מען דארף נאר עפעס הילף שטייסטו מיר צו מיין האנט; בעט איך דיר דו זאלסט מיר ווייטער שטיין צו הילף.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך נישט אפשוואכן; נאר מיט תפילה קען מען זיך דערהאלטן, אזוי ווי מוהרא"ש טייטשט דעם מאמר חז"ל (ברכות כו:): "אֵין עֲמִידָה אֶלָּא תְּפִילָה"; זאגט מוהרא"ש, מען קען נישט בלייבן שטיין נאר מיט תפילה, דאס הייסט: "אֵין עֲמִידָה" - מען קען זיך נישט דערהאלטן, "אֶלָּא תְּפִילָה" - נאר מיט תפילה; אז מען איז מתפלל, מען מאכט התבודדות און מען געדענקט וואס דער רבי טוט מיט אונז, מען געדענקט ווי אזוי מען האט אויסגעזען אן דעם רבי'ן, דעמאלט קען מען זיך דערהאלטן.


איך האף אז דיין ווייב וועט ממשיך זיין קומענדיגע יאר צו זיין א לערערין פאר אונזערע קינדער; איך ווייס אז עס איז שווער, אוי ווי איך ווייס... איך טו דאס שוין כמעט פופצן יאר, איך זיץ מיט קינדער און בחורים, איך ווייס גאנץ גוט ווי שווער עס איז, אבער אז מען טראכט אריין זעט מען אז די גאנצע וועלט מוטשעט זיך, עס איז נישט דא בזה העולם א מענטש וואס זאל זיך נישט מוטשען, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן איז קורץ און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; דער איינציגסטער זאך וואס מען קען טון, אז מען נעמט דעם פלאג און מען טוט דערמיט גוטע זאכן, אז מען שטעלט אויף תלמידים און תלמידות, מען איז מחזק אידישע קינדער, וועט כאטש איבער בלייבן פון דעם פלאג גוטע זאכן; א צווייטער לייגט אריין זיין פלאג אין ביזנעס וכו', פון דעם וועט גארנישט איבערבלייבן.


האברך ... נרו יאיר האט מיר איבער געגעבן אז דו האסט געגעבן פאר די רענט פון חודש ... למספרם ...; אין זכות וואס דו העלפסט די מוסד זאלסטו זוכה זיין צו האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#3 - ווי אזוי א מלמד דארף באטראכטן די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ל' כסליו, א' דר"ח טבת, ו' דחנוכה, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האסט מיר פארציילט אז דו האסט באקומען בטעות א מעסידזש פון א פרוי וואס זי האט געמיינט צו שרייבן פאר איר מאן; זי שרייבט אים אז ער פירט זיך נישט אויף ווי א מענטש, נאר ווי א חי'. ער מאכט זיך פאר מענטשן כאילו ער האט שלום בית, אבער באמת ביסטו שלעכט צו מיר; דו פארציילסט מיר אז נאכדעם האט דער מאן דיר גערופן זאגן אז זיין ווייב איז פארשעמט געווארן אז עס איז אנגעקומען בטעות צו דיר וכו', דו ביסט ארום געגאנגען אזוי צעטומלט פון די מעשה וואס די פרוי מאכט מיט פון איר מאן.


עס איז גארנישט קיין טעות; די טעקסט מעסידזש איז אנגעקומען צו דיר אז דו זאלסט ארויסנעמען פון דעם א לימוד. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן א): א מענטש דארף זיך צוגעוואוינען ארויס צו נעמען פון יעדע זאך - וואס ער זעט, אדער ער הערט - אז מען וויל אים עפעס ווייזן מיט דעם, ער זאל ארויס נעמען שכל פון דעם.


היות דו ביסט א מלמד, האט דער אייבערשטער דיר געוואלט ווייזן וואס אידישע קינדער מאכן נעבעך מיט. קינדער ווען זיי קומען צו דיר אין חדר לערנען די הייליגע תורה, קומען אסאך מאל פון צעדרייטע שטובער; דארפסטו אויף זיי רחמנות האבן, רעדן צו זיי שיין, ווייל קינדער וואס זעען ווי די עלטערן קריגן זיך, ווערן זייער דערשראקן. זייער מח ווערט פארמאכט, און זיי קענען שוין נישט מיט האלטן גמרא רש"י תוספות. א קינד דארף סיי זיין טאטע און סיי זיין מאמע; ווען ער זעט ווי זיי קריגן זיך, ווערט ער זייער צעבראכן, זיין מח פרעגט אים 'ווער איז גערעכט?' זיין מח באזשעוועט: 'מיט וועם האלסטו?' ביז עס בארירט זיי אינגאנצן, השם ירחם.


פאריגע וואך דערציילט מיר א בחור אזא מעשה; ער איז אויפגעשטאנען צופרי צו קומען אין ישיבה, אבער ער האט געהערט פון קאך ווי זיין טאטע מאמע קריגן זיך ארום, מען טענה'ט זיך, עס האט אים אזוי וויי געטון אז ער האט זיך צוריק געלייגט שלאפן, און ער איז אזוי געשלאפן ביז נאכמיטאג. דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך הער דאס פון בחורים, ווי זייער לעבן ווערט זיי זייער נמאס ווען זיי זעען ווי זייערע עלטערן קריגן זיך ארום.


יעצט אז דו ביסט אזוי צעטומלט אז עס איז אנגעקומען צו דיר בטעות טעקסט מעסידזש פון א פרוי ווי זי שרייבט צו איר מאן וכו'; דאס איז דיר געקומען צו ווייזן וואס אידישע קינדער גייען אריבער. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות כח.): רבי יהושע האט געזאגט פאר רבן גמליאל - ווען ער האט אים געזאגט אז עס זעט אויס ווי ער איז א 'שמיד' - "אוֹי לוֹ לְדוֹר שֶׁאַתָּה פַּרְנָסוֹ, שֶׁאִי אַתָּה יוֹדֵעַ בְּצַעֲרָן שֶׁל תַּלְמִידֵי חֲכָמִים, בַּמֶּה הֵם מִתְפַּרְנְסִים וּבַמֶּה הֵם נִזּוֹנִים", וויי איז פאר דער דור וואס דו ביסט דער מנהיג, ווייל דו ווייסט נישט וואס עס גייט איבער אויף אידישע קינדער, דו ווייסט נישט זייער צער, ווי זיי מוטשען זיך וכו'; א מלמד איז א מנהיג ישראל, ער שטעלט אויף אידישע דורות, דארף ער וויסן וואס עס גייט אריבער אויף די קינדער פאר זיי קומען אין חדר.


זאלסט געבן גוטע ווערטער פאר אלע קינדער - נישט נאר פאר די מצוינים; אסאך מאל כאפט מען זיך נישט, און מען געבט גוטע ווערטער נאר פאר אפאר קינדער, מען דארף געבן פאר אלע קינדער גוטע ווערטער. ווען איך בין געווען א מלמד האב איך געהאט א בוך מיט די נעמען פון אלע קינדער, איך פלעג דארט פארצייכענען יעדעס מאל איך האב געגעבן א גוט ווארט פאר א קינד, סוף טאג האב איך געקוקט אינעם בוך צי ביי אלע קינדער איז דא א צייכן, אזוי האב איך זיכער געמאכט אז איך האב יעדן טאג געגעבן פאר אלע קינדער גוטע ווערטער. דו אליינס האסט געלערנט ביי מיר פאר פופצן יאר צוריק, געדענקסטו זיכער דעם בוך וואו איך פלעג פארצייכענען וכו'. די קינדער פלעגן מיר פרעגן וואס דער בוך איז, וואס צייכענט מען, א פינטל מיינט שלעכטס אדער גוט, זיי האבן נישט געקענט אויס טרעפען וואס דער בוך איז.


איך דאנק דיר אז דו נעמסט צוזאמען די קינדער ביי שלש סעודות און דו זינגסט מיט זיי. ווען איך דארף ווען נישט פארלערנען ביי שלש סעודות וואלט איך געזיצן צוזאמען מיט דיר ביי די קינדער טיש, ווייל דאס איז ביי מיר דער עיקר פון אלעמען - אויפצושטעלן א נייע דור קינדער יראים ושלמים וואס וועלן זיך פירן בתמימות ופשיטות. לייג אריין אין זיי נארמאלקייט, זיי זאלן וויסן זמן תורה לחוד וזמן תפילה לחוד - ווען מען זינגט זמירות דעמאלט זאגט מען נישט משניות, און ווען מען דאווענט דאווענט מען.


איך האב זייער הנאה אז אלע מלמדים קומען זיך צוזאמען יעדן דינסטאג און מען גייט איבער וואס מען קען בעסער מאכן, יעדער איינער פרעגט עצות פונעם צווייטן, מקבלין דין מן דין.


דו קענסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע מלמדים; פארצייל זיי די מעשה וואס דו האסט געהאט מיט די מאמע וכו' (פארשטייט זיך אן א נאמען), זאלן זיי וויסן וואס גייט אריבער אויף אידישע קינדער, וועלן זיי זיין מער פארזיכטיג וכו'.


איך בין מתפלל פאר דיר און פאר דיין ווייב איר זאלט זוכה זיין צו בָּנֶיךָ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֶךָ, בזכות וואס ביידע פון אייך העלפן מיר אזוי געטריי.

#2 - ווי אזוי א מלמד דארף זיך אפגעבן מיט די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

  בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד פאר קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, וואס אויף זייער תורה שטייט דער וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש איכה, פתיחתא ב): "מָאן אִינוּן נְטוּרֵי קַרְתָּא? אֵלּוּ סוֹפְרִים וּמְשַׁנִּים, שֶׁהֵם הוֹגִים וּמְשַׁנִּים וּמְשַׁמְרִין אֶת הַתּוֹרָה בַּיוֹם וּבַלַּיְלָה", ווער זענען די וואס היטן אפ די שטאט פון שלעכטס? די מלמדים וואס לערנען תורה מיט קינדער, זיי היטן אפ די שטאט פון אלעס שלעכטס.


א מלמד דארף זייער אכטונג געבן וואס ער רעדט און ווי אזוי ער רעדט צו די קינדער; עס זענען דא מלמדים וואס מיינען אז מיט דעם וואס זיי וועלן פארציילן פאר די קינדער זייערע קינדער יארן וועלן די קינדער זיי ארויף קוקן, אבער באמת איז נישט גוט אז א מלמד זאל דערציילן זיינע קינדער יארן, אדער סתם שמועסן מיט די קינדער זאכן וואס ברענגען נישט ארויס מידות טובות און יראת שמים. דערפאר זאלסטו דערציילן פאר די קינדער נאר מעשיות פון צדיקים, ווי זיי האבן געדינט דעם אייבערשטן, און זיך געפירט מיט מידות טובות. קינדער זענען נאך ריין און הייליג, און ווען מען דערציילט זיי מעשיות פון צדיקים פלאקערט דאס אויף זייער הארץ, זיי טראכטן: "איך וויל אויך זיין א צדיק".


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות אהבה, סימן ז): "כְּשֶׁתְּחַזֵּק אֶת הָאָדָם בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, הוּא יֹאהַב אוֹתְךָ", ווען דו וועסט מחזק זיין א מענטש ער זאל זיך שטארקן אין עבודת השם, וועט ער דיר ליב האבן; דאס איז דער וועג צו געווינען קינדער. נארישע מלמדים און טיטשערס מיינען, אז מיט דעם וואס מען וועט געבן פאר קינדער אסאך נאש אדער מתנות, וועט דער קינד ליב האבן דעם רבי'ן אדער טיטשער; עס איז מעגליך אז אויף די מינוט האסטו געכאפט דעם קינד, אבער נאך א שטיק צייט וועט דאס קינד דיר בכלל נישט ארויף קוקן. דער ריכטיגער וועג צו געווינען די קינדער אז זיי זאלן באקומען א שטארקע געפיל צו זייער מלמד אדער טיטשער, איז דורך דעם וואס מען איז זיי מחזק אויף עבודת השם, מען רעדט צו זיי פאזעטיוו: "דו קענסט יא", "דו וועסט עס באווייזן".


די בריוו שרייב איך פאר דיר און פאר אלע דיינע חברים מלמדים, ווייז עס פאר זיי אלע, (אלע בריוו וואס איך שרייב פאר יחידים, שרייב איך פאר אלע מיינע תלמידים), אויך זאלסטו ווייזן דעם בריוו פאר דיין ווייב תחי' וואס איז א טיטשער ביי אונז אין סקול, זי זאל וויסן אז די וועג ווי אזוי מען געווינט די קינדער זיי זאלן ליב האבן סקול איז נישט אז מען געבט נאש יעדן טאג, אדער מתנות וכו', נאר דער וועג צו מצליח זיין מיט קינדער איז דורך רעדן פאזעטיוו. זאג איר אז זי זאל אויך ווייזן דעם בריוון פאר אלע טיטשערס.


אז מען רעדט שוין פון רעדן פאזעטיוו, דארפסטו וויסן, אז ווען מען רעדט פון שכר ועונש צו קינדער, דארף מען רעדן פון ביידע, מען קען נישט רעדן צו קינדער פון יראת הרוממות, נאר קינדער דארף מען מחנך זיין מיט יראת העונש. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ה) "אַשְׁרֵי מִי שֶׁהוֹלֵךְ בִּתְמִימוּת וְיֵשׁ לוֹ יִרְאַת הָענֶשׁ, כִּי עִקַּר הָעֲבוֹדָה בִּתְחִלָּה הִיא רַק מֵחֲמַת יִרְאַת הָעֹנֶשׁ, וּבְלִי יִרְאַת הָעֹנֶשׁ אִי אֶפְשָׁר לְהַתְחִיל כְּלָל בַּעֲבוֹדַת ה'", וואויל איז דעם מענטש וואס דינט דעם אייבערשטן בתמימות, ער האט מורא פון די שטראף וואס דער אייבערשטער געבט אויב מען טוט עבירות, ווייל אויב א מענטש האט נישט קיין יראת העונש קען מען בכלל נישט דינען דעם אייבערשטן (קוק נאך די גאנצע שיחה). דער רבי זאגט אלע צדיקים וואס דינען דעם אייבערשטן מיט יראת הרוממות אדער מאהבת השם האט זיך דאס קודם אנגעפאנגען מיט יראת העונש, ווייל ווען א מענטש איז נאך בקטנות הדעת פארשטייט ער נאך נישט וואס יראת הרוממות איז, נאר יראת העונש.


דערפאר דארף א מלמד רעדן פשוט פון יראת העונש; איינע פון די י"ג עיקרים איז צו גלייבן אין שכר ועונש: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ גּוֹמֵל טוֹב לְשׁוֹמְרֵי מִצְוֹתָיו, וּמַעֲנִישׁ לְעוֹבְרֵי מִצְוֹתָיו", דער אייבערשטער געבט שכר פאר ווער עס היט אפ זיינע מצוות, און ער באשטראפט דעם וואס היט נישט אפ זיינע מצוות.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן פז) אז מען קען נישט צוקומען צו אמונה נאר דורך יראת העונש; דערפאר דארף מען אריין לייגן אין די קינדער פון ווען זיי זענען נאך יונג, זיי זאלן מורא האבן פונעם אייבערשטן; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון די הייליגע חכמים ווי דער אייבערשטער העלפט ווען מען רעדט צו אים, ווי דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריק קערן צו אים, און ווען ער זעט ווי מען וויל אים נישט פאלגן געבט ער א שטראף.


קינדער האבן זייער ליב מעשיות; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", וויסן זאלסט אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט אויף געפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א מורא'דיגע בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד. ווען מען הערט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך זוכה זיין צו דעם און ווערן א צדיק. בפרט א קינד, ווען ער הערט א מעשה פון א צדיק ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.


דער הייליגער רבי האט דערציילט אז ער האט אנגעפאנגען דינען דעם אייבערשטן ווען ער איז געווען א קליין קינד, ער האט באקומען זיין התעוררות דורך די מעשה וואס ער האט געהערט דערציילן פון די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דעם גאנצן סיפור ווי אזוי דער בעל שם טוב זי"ע האט גערעדט צום אייבערשטן בלייבנדיג אן עלנדער יתום פון טאטע מאמע, יעדע זאך וואס ער האט געדארפט האט ער געבעטן נאר פונעם אייבערשטן. ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: "געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן וועל איך אויך ווערן א צדיק". גלייך ווען דער רבי האט געהערט דעם סיפור איז ער ארויס פון שטוב און געגאנגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו'", ביז ער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


פון דעם אלעם זעט מען אז ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק פלאקערט דאס אים אויף זיין הארץ צום אייבערשטן.


עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט די מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.


נאך א כלל דארפסטו וויסן, אז א מלמד דארף לעבן מיט די כתה; א מלמד קען נישט זיין מלמד בלויז מיט דעם אז ער לערנט וואס מען דארף לערנען אין חדר, א מלמד דארף וויסן וואס טוט זיך צווישן די קינדער, א מלמד דארף בודק חמץ זיין אויב עס איז דא א קינד וואס טרעט אויף אנדערע קינדער, אפשר האבן אלע קינדער מורא צו קומען אין חדר מיט אזא און אזא העמד אדער הויזן אדער מאנטל ווייל איינער שפעט אפ פון אים. אזוי אויך דארף א מלמד זייער אכטונג געבן אז די קינדער זאלן זיך נישט נעמען איין קינד פאר א קרבן לעזאזל, דאס איז דער עיקר שבעיקרים - אויס לערנען פאר די קינדער מידות טובות.


איך דארף דיר באמת שרייבן יעדן טאג א בריוו, ווייל דו דארפסט אסאך חיזוק, אבער איך קום פשוט נישט אן מיט מיין ארבעט; איך בעט דיר זייער, שטארק דיר, זאלסט נישט נאכלאזן קיין איין טאג. שטארק דיין ווייב זי זאל אויפהייבן די מוט פון די מיידלעך, בפרט די צעקלאפטע קינדער וואס באקומען נישט קיין ליבשאפט אין שטוב; די אלע קינדער וואס מען קלאפט שטענדיג אראפ - אין זיי דארף מען אריין בלאזן לופט פון לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - א מלמד דארף זיין גוט אויסגערוט
מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע תלמיד ... נרו יאיר


מיר האבן נעכטן געמאכט אין ישיבה א שבע ברכות לכבוד החתן ברוך יאקאבאוויטש בן ר' נתן נרו יאיר, פאר אלע מפיצים; עס איז געווען זייער א גרויסער חיזוק פאר די מפיצים.


די סיבה פארוואס איך האב דיר נישט געלאדענט צו די שבע ברכות, ווייל דו ביסט א מלמד, און א מלמד טאר נישט זיין אויף ביינאכט; א מלמד מוז זיין גוט אויסגערוהט ווען ער גייט אריין אין כתה. עס ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד, וְכֵן לֹא יִתְעַנֶּה", א מלמד טאר נישט אויף זיין שפעט ביינאכט, כדי ער זאל נישט זיין מיד; אויך טאר א מלמד נישט פאסטן. דערפאר האב איך נישט גערופן די מלמדים צו די שמחות, ווייל איך וויל אז אלע מלמדים ביי אונז אין מוסד זאלן נישט גיין צו קיין שמחות, נאר גיין שלאפן צייטליך כדי זיי זאלן האבן כח צו די קינדער.


איך האב שוין אסאך גערעדט מיט דיר וועגן דעם, און איך האף אז דו גייסט טאקע שלאפן צייטליך; ווייל א מלמד וואס שלאפט נישט געהעריג, אדער עסט נישט געהעריג - טאר נישט זיין קיין מלמד, ווייל ער קען שעדיגן די קינדער. ווייל ווען א מענטש איז מיד אדער הונגעריג, און איינער רעגט אים אויף, ווערט מען זייער בכעס רחמנא לצלן.


עס איז כדי אז דו זאלסט אויסהערן די שיעור פון די שבע ברכות, וועסטו האבן זייער אסאך חיזוק עוסק צו זיין אין הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.