בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#87 - שריי אויס יעדע קינד'ס נאמען הויך מיט א גוט מארגן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרייוון, חדר

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער ביי דיר אין כתה, אויך אין די גאנצע תלמוד תורה, און אויך א שטארקע דיסציפלין.


מלמדות איז א חכמה, די חכמה איז עס זאל זיין סיי דרך ארץ און סיי פרייליך; די מלמדים וואס ווארפן א שטארקע פחד און שרעק - די זענען נישט קיין גוטע מלמדים, און די וואס לאזן אלעס אויף הפקר - די זענען בכלל נישט קיין מלמדים; די חכמה איז ביידע אינאיינעם, סיי פרייליך און סיי דרך ארץ, אזוי ווי דו האסט געזען אלע יארן אין ישיבה; אלע בחורים האבן ליב די ישיבה, עס איז א לופטיגע מצב, און פון די אנדערע זייט איז דא א שטארקע יראה און דרך ארץ.


ווען דו דרייווסט זאלסטו האלטן דיינע אויגן אפן, קוקן וואס טוט זיך אויפ'ן באס, די קינדער זאלן זיין ערליך; ווען דו זעסט קינדער בייגן זיך אראפ ביי א ווינקל, עס זעט אויס פארדעכטיגט - זאלסטו דאס איבערגעבן פאר די מלמדים.


אויך זאלסטו געבן א ריזיגע שמייכל פאר יעדן קינד, שריי אויס יעדע קינד'ס נאמען הויך מיט א "גוט מארגן!" דאס איז זייער געזונט און וויכטיג פאר קינדער, ווייל אסאך קינדער כאפן אזעלכע קולות און יללות פאר זיי קומען אין חדר און אין סקול. ביי א טייל משפחות שטייט מען אויף נאך די לעצטע מינוט און מען טרייבט ארויס די קינדער פון שטוב אזוי ווי מען טרייבט בהמות און חיות ה' ישמרינו; דארף מען געדענקען צו געבן א שמייכל מיט א גוט מארגן פאר יעדן באזונדער.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, איך פריי זיך צו האבן אזא גוטער סאלדאט ווי דיר אין מיין ארמיי.

#86 - ברענג אריין א שמחה און אמונה אין די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג


אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא; די גאנצע וועלט, תבל ומלואה, שטייט אויף זייער תורה (שבת קיט:). קומט אויס אז די וועלט שטייט בזכות דיר, ווייל אן א מלמד איז נישטא קיין תורה פון תינוקות של בית רבן.


שטארק זיך ברודער, זיי פרייליך מיט דיין הייליגע ארבעט. ברענג אריין א שמחה און אמונה אין די קינדער; די קליינע ריינע קינדער נעמען אן די ווערטער פונעם מלמד מיט אזא שטארקע תמימות ופשיטות און דאס וועט מיטגיין מיט זיי זייער גאנצע לעבן.


יישר כח און נאכאמאל יישר כח.

#85 - דערצייל שיינע מעשיות פאר די קינדער, מאך עס אינטערעסאנט
חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


לעת עתה האב איך נאכנישט קיין מנהל אין תלמוד תורה אין שטעטל, "וּבְמָקוֹם שֶׁאֵין אֲנָשִׁים, הִשְׁתַּדֵּל לִהְיוֹת אִישׁ" (אבות ב, ה), בעט איך דיר, העלף מיר אין תלמוד תורה.


דו ביסט א געטרייער מלמד פאר דיין כתה בפרטיות, וויל איך דיר בעטן זאלסט זיך אומקוקן אויך אויף אלע כיתות בכלליות.


דער מענידזשער האברך היקר ... נרו יאיר ארבעט ביטער שווער אלעס זאל קלאפן אין תלמוד תורה, זאלסטו איינשפאנען די קינדער מען זאל אים העלפן, אים גרינגער מאכן.


ער זאגט מיר אז היינט האט א קינד געווארפן א שטיין און אויסגעשאסן א פענסטער פון די באס; איך ווייס אז די קינדער אין שטעטל זענען - געלויבט דעם אייבערשטן - לעבעדיגע קינדער, געזונטע ווילדע קינדער; דאך דארף מען אויסלערנען דרך ארץ און מענטשליכקייט. איך בין אויך געווען ווילד, איך האב אויך אויסגעשאסן פענסטערס, ביז מען האט מיך געכאפט און מיך גוט אויסגעלערנט.


נעם צאם די קינדער ביי לאנטש און ביי פרישטאג, דערצייל זיי שיינע מעשיות. מאך עס אינטערעסאנט, מאך עס לאכעדיג - עס זאל זיי אריינגיין אין די ביינער (ודעת לנבון, עס איז נישט כדאי צו מאכן סתם ליצנות פאר קינדער, נאר אויב די ליצנות איז קעגן עבודה זרה און עבירות, ווי צום ביישפיל מענטשן וואס שערן זיך די פיאות, די בארד און מענטשן וואס טוען עבירות).


שטארק זיך ליבער ברודער; איך האף דו וועסט בלייבן דיין גאנץ לעבן אין אונזער ארמיי. איך וויל אויפשטעלן אן ארמיי פון אינגעלייט וואס וועלן טון מיט קינדער לשם שמים; אויפבויען קינדער, ליב האבן יעדן קינד און זוכן אין יעדן איינעם דאס גוטס.


איך בין יעצט ארויסגעקומען אין שטעטל, איך וועל דא צינדן פיר לעכטלעך, ביז זאת חנוכה.


יעצט איז שוין שפעט ביינאכט, איך האב זיך גלייך געזעצט שרייבן בריוו פאר אלע מלמדים, איך האף צו קומען אין חדר ענק מחזק זיין. מארגן אינדערפרי וועט זיין א שבע ברכות פאר החתן ... נרו יאיר, נאכדעם וויל איך קומען אין חדר.


 

#84 - מאך יעדן קינד פאר א העלד, האב ליב יעדן קינד
חינוך הילדים, מלמדים, סבלנות, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


ווער נישט פארלוירן פון קיין שום זאך. געדענק דיינע קינדערישע יארן, געדענק וואס מוהרא"ש לערנט אונז; אז קינדער זענען קינדער, קינדער זענען ווילד, קינדער ווילן נישט לערנען, קינדער ווילן נאר שפילן, און אונזער ארבעט איז זיי צו מאכן לערנען, אונזער ארבעט איז זיי צו מאכן פאלגן.


ווער נישט דערשראקן ווען א טאטע זאגט דיר אז די קינדער זאגן: "די יאר האבן מיר נישט מורא, ווייל דער רבי איז נישט שטרענג, דער רבי שלאגט נישט, דער רבי טוט גארנישט"; ווער נישט אויסער זיך פון וואס די קינדער זאגן, און זיכער נישט וואס עלטערן זאגן דיר.


ווען עלטערן רופן דיך מיט טענות - זאלסטו אויסהערן וואס זיי זאגן; הער פון זיי אינפארמאציע, הער צו יעדעס ווארט, און נאכדעם זאלסטו טון וואס דו האסט צו טון; זאלסט נעמען די לימודים וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה, די לימודים פון מוהרא"ש און מיט אסאך סבלנות און ליבשאפט ווייטער זיי מחנך זיין.


איך בין יעצט ארויסגעקומען אין שטעטל. יעצט איז אינמיטן נאכט, איך שרייב דיר יעצט נאכן פארן א לאנגע וועג; איך האף מארגן צו מאכן א באזוך ביי דיר אין כתה, דיר מחזק זיין.


בנוגע דעם קינד הילד ... נרו יאיר וואס דו זאגסט אז ער איז דיר נישט גורס, ער איז קאלט, טרוקן וכו' וכו'; וויל איך דיר פרעגן, וואס וואלסטו געטון ווען ער איז דיין זון? וואס וואלסטו געטון ווען ער איז דיין ברודער? חס ושלום זאגן אויף א אידיש קינד ער איז א קאלטער, א טרוקענער וכו' וכו', די אלע נעמען; דו רעדסט אזוי ווי די פלישתים וואס האבן פארשטאפט אלע ברונעמס וואס די הייליגע אבות האבן געגראבן, אונזער עבודה איז צו גראבן ביי יעדן איד און טרעפן א ברונעם וואסער, מים חיים; נישט פארשטאפן חס ושלום.


אז א קינד איז פארמאכט, פארשלאסן - איז א סימן אז ער גייט אריבער עפעס א שוועריקייט אין לעבן. פערצופאל האלט איך מיט וואס טוט זיך ביי אים אין שטוב, ער קומט פון א צעבראכענע שטוב, די עלטערן זענען ערגעץ אין א צווייטע פלאץ, די קינדער גייען אריבער זייער שווערע יארן; אלע ברידער און שוועסטער זענען אזוי געווען, איך האב אסאך געארבעט מיט די געשוויסטער.


דעריבער בעט איך דיר זייער, מיין טייערער ליבער תלמיד, איך האב דיר אויסגעוועלט צו זיין פון אונזער ארמיי - זאלסטו זיין א גוטער סאלדאט, א בראווער גענעראל און נישט לאזן חס ושלום קיין איין קינד בלייבן פארשטאפט. זוך א גרובעלע ביי אים אין הארץ, זוך וואסער. קום מיר דערציילן די גוטע בשורה וואס די עבדי אבות האבן דערציילט (בראשית כו, לב): "מָצָאנוּ מָיִם!" זוך אין אים א פלאץ, מאך אים א העלד, מאך יעדן קינד פאר א העלד, האב ליב יעדן קינד, ובפרט די קינדער וואס עס דארף נאך אריינגיין אין זיי אסאך ארבעט - זאלסטו נאכמער ליב האבן.


לייג אוועק אלעס, לאז אפ דיינע שיעורים, לאז אפ אלעס; יעצט זאלסטו נעמען מלמדות פאר דיין עבודת השם. זיי פעלזן פעסט, ווער נישט צעפאלן פון קיינעם, אל תירא ואל תחת מאף אחד שבעולם! לערן אויס די קינדער זיי זאלן זיך נישט טשעפען, לערן זיי אויס צו זיין הייליג.


איין שיעור זאלסטו נישט מוותר זיין, עצתו אמונה; דאס זאל זיין דיין וועג ווייזער, דיין חיזוק, דיין מוסר ספר, דיינע שיעורים כסדרן.


איך בעט פאר דיר שטענדיג.

#83 - איך וויל מיטהאלטן אלעס וואס טוט זיך אין תלמוד תורה
חינוך הילדים, מלמדים, חדר, עברי

בעזרת ה' יתברך


ד' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר מלמד היכל הקודש ברסלב, ליבערטי


איך דאנק דיר פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד, געלויבט דעם אייבערשטן אלע זענען זייער צופרידן פון דיין ארבעט.


איך בעט דיר זייער, איך וויל מיט האלטן אלעס וואס טוט זיך ביי דיר אין כתה בפרטיות און אלעס וואס טוט זיך אין תלמוד תורה בכלליות; איך וויל דו זאלסט מיר דערציילן אלעס וואס טוט זיך און אלעס וואס מען דארף פאררעכטן.


די יאר "כתה א'" איז זייער א וויכטיגע יאר פאר קינדער; אויב חס ושלום א קינד פאלט ארויס פון די עברי - בלייבט ער א גאנץ לעבן א קאליקער חס ושלום. זאלסטו זיין זייער פארזיכטיג מיט יעדן קינד, אלע קינדער זאלן גוט קענען.


זע צו רעדן צו המלמד ... נרו יאיר, ער איז א מומחה אין מלמדות בכלל און אין עברי בפרט; דו קענסט אסאך לערנען פון אים.

#82 - יישר כח אויף די שווערע ארבעט וואס איר טוט מיט אונזער זון
מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד הר"ר ... נרו יאיר


מיר האבן נישט קיין ווערטער אויסצודרוקן אונזער הכרת הטוב אויף די שווערע ארבעט וואס איר טוט מיט אונזער זון ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה וסייעתא דשמיא אין אייער ארבעט, און נחת פון די קינדער און תלמידים.

#81 - רעד צו די קינדער אפענע ווערטער זיי זאלן זיך פירן הייליג
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה סיגעט


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מלמד קרית ברסלב


איך האב באקומען דיין מעסידזש.


ווער נישט פארלוירן, די ערשטע זאך פרעג אויס די קינדער, יעדן איינעם פריוואט – וואס איז געווען; אויך דעם קינד וואס דער טאטע האט דיר גערופן דערציילן.


אויב איז אמת אז זיי טוען דאס, זיי באהאלטן זיך און ציען זיך אראפ די הויזן, זיי שפילן זיך און טוען עבירות – זאלסטו רעדן צו זיי באזונדער זייער שטרענג, און זאגן אז אויב דו וועסט הערן נאכאמאל אז מען טוט דאס וכדומה – וועסטו באשטראפן, און אויב דו וועסט כאפן א קינד טון דאס מיט אנדערע קינדער – זאלסטו אים געבן א פאטש.


דאס דארף דיר מחזק זיין צו רעדן צו די קינדער פון קדושת הברית, קדושת היסוד. רעד צו זיי קלארע ווערטער, מען קען נישט זאגן: "קיינער טאר דיר נישט אנכאפן"; קינדער פארשטייען נישט מאמר סתום. די הייליגע חכמים זאגן (שבת קד.): "מ"ם פתוחה מ"ם סתומה, מאמר פתוח מאמר סתום", עס זענען דא פעלער וואס מען דארף רעדן קלאר אפן, זאג זיי: "קיינער קען נישט אראפציען דיין הויזן, דיר אנכאפן ביים אות ברית קודש; עס איז א גרויסע עבירה צו לייגן די הענט אויפ'ן ברית און זיכער נישט זיך באהאלטן מיט אנדערע קינדער, זיך אנכאפן, זיך שפילן מיט'ן ברית".


אויב דו ווערסט געוואר אויף א קינד אז ער טוט דאס – זאלסטו דאס אפשטעלן ווי פריער.


איך קום דעם שבת אין שטעטל, איך וועל רעדן מיט דיר פנים בפנים.

#80 - זיין א מלמד מיט שטארקייט אבער מיט געשמאק
תודה והודאה, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, חנוכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


מיר זענען זייער צופרידן פון דיין מלמדות, די קינדער קענען זייער גוט די לימודים. זיי ווילן גיין אין חדר, זיי גייען מיט א שמחה; עס איז דא ביי דיר אין כתה א געשמאקע לופט, א פרייליכע לופט.


מלמדות איז א חכמה ואינה מלאכה; פון איין זייט דארף זיין א שטארקע דרך ארץ, א ווארט פון א מלמד דארף זיין א ווארט, מען מוז פאלגן, מען מוז זיין מיט דרך ארץ. פון די אנדערע זייט טאר אבער נישט זיין קיין שרעק, עס דארף זיין איינגענעם; נאר אזוי קענען די קינדער אויפכאפן די לימודים.


רעד צו די קינדער פון קדושה, רעד צו זיי קלאר וואס מען טאר נישט טון; קליינע קינדער קען מען נישט זאגן "אות ברית קודש", זיי ווייסן נישט וואס מען רעדט, מען דארף רעדן צו זיי קלארע ווערטער לויט זייער פארשטאנד.


יעצט קומט חנוכה, זאלסטו זיצן ביי די הייליגע ליכט און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט דיר.


איך האב דיר זייער ליב.

#79 - א גרויסן יישר כח פאר דיין איבערגעגעבנקייט פאר אונזערע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר


מיינע קינדער ... נרו יאיר און ... נרו יאיר האבן זייער גוט געקענט חומש רש"י מיט גמרא.


איך זע ווי זיי שטייגן טאג טעגליך בתורה ויראת שמים און מידות טובות. זייער כיבוד אב ואם איז זייער גוט, זיי פאלגן טאטע מאמע און זיי פירן זיך ערליך.


א גרויסן יישר כח פאר דיין איבערגעגעבנקייט פאר אונזערע קינדער.

#78 - האב ליב די קינדער אפילו זיי מאכן זיך קינדיש
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך וויל דיר שטארקן דו זאלסט האבן כח אנצוגיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


זיין א מלמד איז פון די הייליגסטע זאכן, די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא (שבת קיט:); דעריבער בעט איך דיר ליבער ברודער, טראכט נישט פאר קיין איין רגע אפצולאזן די הייליגע ארבעט, טראכט נישט 'אנדערע ארבעטן נישט אזוי שווער ווי א מלמד'; יעדער מוטשעט זיך, יעדער פלאגט זיך; איינער ביי די ארבעט, א צווייטער מיט די קינדער, איינער מיט די ווייב און א פערטער - מיט זיך אליינס; יעדער איינער בזה העולם מוטשעט זיך, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו פלאגן, "בְּזֵעַת אַפֶּיךָ תֹּאכַל לֶחֶם" (בראשית ג, יט), מען דארף אסאך שוויצן ביז מען ברענגט אהיים פאר די משפחה ברויט, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה" (ברכות יז.), וואויל איז אונז וואס אונזער פלאג גייט אוועק מיט גוטע זאכן, זאכן וואס בלייבן; אויפבויען אידישע קינדער.


האב רחמנות אויף די קינדער; מען דארף טאקע זיין שטרענג, בפרט אנהייב יאר דארף מען אוועקשטעלן א שטארקע דיסציפלין, א דרך ארץ, אבער זיי מטה כלפי חסד, מאך נישט יעדן איינעם פאר א מחוצף. געדענק דיינע קינדערישע יארן, דו ביסט אויך געווען א קינד, איך בין אויך געווען א קינד, מיר זענען אלע געווען אמאל נישט דערוואקסן. האב ליב די קינדער אפילו זיי מאכן זיך קינדיש וכו', מלמדות איז א חכמה ואינה מלאכה.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט מצליח זיין מיט יעדן תלמיד, בעט דעם אייבערשטן פאר זייער הצלחה.


איך האב דיר זייער ליב.

#77 - דיין ציל זאל זיין אז אלע קינדער זאלן האבן א שטארקע קלארע אמונה
תפילה והתבודדות, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד, דיין לעבן גייט אריבער מיט אזעלכע גרויסע זאכן; דיין ארבעט, פלאג און מי - איז אין זאכן וואס וועט בלייבן; יעדע ווארט וואס מען רעדט צו קינדער - בלייבט אויף אייביג, יעדע ווארט תורה, יעדע ווארט יראת שמים, יעדע שמייכל - בלייבט.


דער עיקר שבעיקרים זאלסטו צילן אויף איין נקודה, דיין ציל זאל זיין אז אלע קינדער זאלן האבן א שטארקע קלארע אמונה. מען דארף רעדן פון אלעמען, מען דארף רעדן פון גוטע מידות, פון יראת שמים, פון מצוות ומעשים טובים, אבער דער עיקר איז אמונה! די גאנצע תורה האט דער אייבערשטער געגעבן נאר אז מיר זאלן וויסן אז עס איז דא איין איינציגער באשעפער וואס ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס און ער האט אלעס באשאפן.


רעד אויך פון צייט צו צייט צו די קינדער פון קדושה. ווען דו רעדסט צו די קינדער פון קדושה - זאלסטו רעדן מיט א שטארקייט; אז די קינדער פרעגן דיר ווי אזוי מען פירט זיך ווען מען באדט זיך, ווען מען נעמט א שויער, ווי אזוי מען פירט זיך ווען מען גייט ארויס - זאלסטו זיי קלאר ענטפערן אז מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש. האב נישט מורא אז די עלטערן זענען מער מאדערענע; זיי גייט נישט אן פון וואס דו רעדסט, זיי ווילן איין זאך, די קינדער זאלן אהיים קומען צופרידן, פרייליך און לעבעדיג.


רעד צו די קינדער פון תפילה, דערצייל זיי מעשיות פון תפילה. א ברסלב'ער חסיד האט יעדן טאג מעשיות פון תפילה, ווייל יעדע זאך בעט מען פונעם אייבערשטן, צוביסליך וועסטו זען אז די קינדער וועלן דיר אנהייבן דערציילן מעשיות פון תפילה. רעד צו זיי פון תפילה פון זייערע זאכן, נישט פון הויכע זאכן. ברענג אריין אין זיי אז 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז דארט, דער אייבערשטער איז איבעראל; אלעס וואס מען וויל, אלעס וואס מען דארף - איז דא נאר איין עצה, אים בעטן אויף די אייגענע שפראך'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#76 - מ'דארף שטיצן אנשי שלומינו, אבער מ'דארף זיך אליינס אויך שטיצן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, פרנסה, אידיש געלט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האף אז דו ציסט נישט ארויף די פרייזן, דו פארקויפסט פאר די געהעריגע פרייז. געב אכטונג אויף אנשי שלומינו, איך וויל מען זאל שטיצן אנשי שלומינו, אבער מען דארף זיך אליינס אויך שטיצן.


בנוגע דיינע קינדער; זאג פאר'ן מלמד ער זאל דיר זאגן דעם אמת. אויך די טיטשערס; זאג זיי זאלן דיר זאגן דעם אמת. איך ווייס אז זיי זאגן אלע די זעלבע נוסח פאר אלע עלטערן, עס איז שווער פאר מלמדים צו זאגן דעם טאטן אין פנים אריין: "דיין זון איז א מחוצף", דעריבער זאגן זיי אלע די זעלבע ליגנט. עלטערן דארפן אבער דרוקן די מלמדים צום וואנט, העלפן די קינדער אויסוואקסן בעלי דרך ארץ, בעלי מידות.


ווען די מלמדים זאגן מיר אויף מיינע קינדער גוטע גרוסן, זאג איך זיי אפאר מאל: "זאג מיר דעם אמת", און איך שטיי זייער שטארק אויף דרך ארץ.

#75 - זע מען זאל באצאלן לכבוד יום טוב אלע מלמדים און איינגעשטעלטע
מלמדים, מוסדות, הדפסה, דרשות, אומאן, חדר

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


חסדי השם יתברך מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, איך בין יעצט אין עירפארט אויפ'ן וועג אהיים, דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אנקומען אהיים בשלום.


איך וויל דיר בעטן זאלסט איבערגיין מיט האברך ... נרו יאיר אלע דרשות וואס מען האט גערעדט ראש השנה. עס איז א שאד עס זאל פארלוירן גיין די דיבורים, עס איז געווען אזעלכע שיינע דיבורים, אזעלכע התחזקות; אז מען וועט דאס אפשרייבן און דרוקן וועלן אסאך מענטשן זיך מחי' זיין.


אין היכל הקודש איז דא אזעלכע דיבורים וואס מען הערט נישט ערגעץ אנדערש; מוהרא"ש געבט אונז אזעלכע התחזקות און אזא שכל וואס יעדער איינער קען זיך באנייען און צוריק קומען צום אייבערשטן.


גיי איבער מיט אים סיי די תקיעת שופר דרשה פון ביידע טעג און סיי די דרשות פון ראש השנה און פון שבת; טו עס ווי פריער, איידער עס ווערט פארגעסן.


אויך בעט איך דיר זייער, זע מען זאל באצאלן לכבוד יום טוב אלע מלמדים און איינגעשטעלטע אין די מוסד; מאך א התעוררות ביי אנשי שלומינו זיי זאלן דיר העלפן זאלסט קענען באצאלן אלע מלמדים, טיטשערס און איינגעשטעלטע.


אלע האבן געזען ווי די מלמדים האבן געארבעט מיט אזויפיל פלאג און מי אין אומאן מיט די קינדער, זיי האבן דאס געטון בהתנדבות לבם. מיר האבן געהאט ביי אונז אין בנין די יאר איבער הונדערט קינדער כן ירבו, די מלמדים האבן געמאכט יעדן טאג חדר, זיי האבן גענומען די קינדער צום רבינ'ס ציון, אויך האבן זיי געדאווענט מיט זיי אלע תפילות, בשעת די עלטערן זענען אויסגעמוטשעט, קוים וואס מען האט כח אליינס צו דאווענען, האבן זיי געארבעט מיט די קינדער אויסגעמוטשעטערהייט. עס קומט זיי מען זאל זיי כאטשיג צאלן זייער ארעמע געהאלט וואס קומט זיי.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.

#74 - מסדר זיין א חדר פאר די קינדער אין אומאן
חינוך הילדים, מלמדים, אומאן

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת נצבים, כ"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן, אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר זענען אריבער אלע מניעות, מיר זענען אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן - נאך אזויפיל מניעות, נאך אזויפיל געגעועים און כיסופים. מען קען נישט מסביר זיין וואס אנשי שלומינו טוען, וויפיל מסירות נפש מען גייט אריבער אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה.


א גאנץ יאר ביסטו אזוי געטריי, דו ביסט א געטרייער מלמד, די קינדער האבן דיר אזוי ליב; דו האסט א געפיל פאר די קינדער, די קינדער האבן דיר ליב, וויל איך דיר זייער שטארק בעטן, די פאר טעג וואס מיר זענען אין אומאן זאלסט מסדר זיין א חדר פאר אונזערע קינדער. מיר האבן די יאר אינעם בנין אין אומאן איבער הונדערט קינדער כן ירבו, תלמידי היכל הקודש קומען צום רבי'ן נאר מיט די קינדער, ווי שווער עס איז, ווי שטארק די קאפ וויי איז - קוקט מען נישט אויף גארנישט.


בעט איך דיר זייער, נעם צאם אלע קינדער פון מארגן ערב שבת, מאך מיט זיי א סדר פאר אפאר שעה. הייב אן מיט דאווענען, דערצייל זיי מעשיות פון צדיקים, זאג מיט זיי די תיקון הכללי, אויב דו קענסט גיין מיט זיי צום ציון, עס מוז נישט זיין דוקא אינעם ציון, קענסט גיין ארום דעם ציון, לערן מיט זיי ווי אזוי צו בעטן דעם אייבערשטן, זאג פאר תפילות און זיי זאלן דיר נאכזאגן.


אויב דו דארפסט הילף, נאך מלמדים, זאג מיר; איך וועל זיי אויך מחזק זיין.


טייערער ... נרו יאיר, ביי מיר איז דער עיקר ארבעט - די קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה מב, ג): "אִם אֵין גְּדָיִים אֵין תְּיָשִׁים", עס איז גרינגער ווען מען ברענגט אויף די קינדער לכתחלה אריבער, מיט'ן הייליגן רבינ'ס הקדמות, ווי זיך מוטשען שפעטער.


כתיבה וחתימה טובה.

#73 - הלואי זאל זיין ביי כלל ישראל נאך אזעלכע מלמדים ווי דיר
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אפשר קענסטו אריבער רופן איין טאג דעם מלמד ... ער זאל זען אביסל ווי אזוי מען געבט ליבשאפט פאר קינדער; ער איז זייער א געלונגענער מלמד, אבער עס איז אויסגעלאשן, עס איז נישטא קיין חיות ביי אים אין כתה. איך האלט אז ווען ער וועט הערן ווי אזוי דו רעדסט מיט די קינדער, די ווארעמקייט וואס דו גיסט, די ליבשאפט, דאס פארגינען; יעדער קינד איז א צדיק, יעדער קינד איז טייער, יעדער קינד איז דער בעסטער - וועט ער קענען אביסל משפיע זיין פאר זיינע תלמידים ווארעמקייט און ליבשאפט.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט. דו געדענקסט וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן פון הייליגן רבי מענדל וויטעבסקער זכותו יגן עלינו, ער איז געווען ביי זיך אזוי צעבראכן, ער האט ממש נישט געקענט אנגיין, האט אים זיין רבי דער גרויסער מגיד זכותו יגן עלינו געזאגט: "מענדל מענדל, ווען דו גייסט אין גאס, יעדן מענטש וועם דו זעסט - ביסטו מער פון אים"; דאס זעלבע זאג איך דיר, יעדער מלמד וועם דו זעסט - ביסטו מער.


דו ווייסט אז ביי מיר איז נישטא קיין חנופה, איך זאג וואס איך האלט, אויב דארף מען עפעס זאגן - זאג איך; איך בין נבהל ונשתומם פון די ווארעמקייט און ליבשאפט וואס דו לייגסט אריין אין די קינדער.


הלואי זאל זיין ביי כלל ישראל נאך אזעלכע מלמדים ווי דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#72 - זאגט וואס ס'שטערט אייך, מ'קען אלעס פאררעכטן און מסדר זיין
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, מחלוקת, שטעטל, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך שפיר זייער שלעכט; איך בעט אייך איבער, זייט מיר מוחל; עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז איר זענט געווארן וויי געטון פון אונזער מוסד. איך האב פריער גערעדט מיט איר, זי שפירט זיך אזוי שלעכט, אין איר חלום האט זי נישט געמיינט אייך וויי צו טון. זי איז אן אויסנאם פרוי, זי האט זיך אוועקגעגעבן פאר אונזערע קינדער; דער טיטל זאגט מען אויף אסאך, אבער ביי איר איז דאס טאקע אזוי, זי גייט אייך רופן און רעדן מיט אייך.


זייט מיר מוחל וואס איך גיי אייך זאגן, זייער אסאך מאל איז דא וואס מענטשן ווערן וויי געטון אבער עס איז דער מענטש אליינס, אסאך מאל קען דער מענטש אויסטראכטן אז מען האט עפעס קעגן אים, מען האט ראיות, מען בויט א בנין, מען זעט עס קלאר מיט די אויגן, ביז ווען יענער זאגט א ווארט שפירט מען א שטעך, א פליק וכדומה, מען שפירט זייער וויי געטון, ווען באמת איז אלעס דער מענטש אליינס, דער דמיון. איך זאג אייך דעם אמת, ווי נאר איך האב געליינט דעם בריוו האב איך איר גלייך געזאגט, איך האב איר געפרעגט אויב זי געדענקט די ווערטער וואס זי האט געזאגט, די ווערטער וואס איר האט מיר געשריבן אינעם בריוו; זי האט דאס נישט געדענקט, איין זאך האט זי געזאגט: "אוי וויי, זי איז וויי געטון געווארן? איך גיי איר איבערבעטן, איך גיי רעדן מיט איר".


איר שרייבט אינעם בריוו אז דאס איז נאר איין פרט וואס טוט זיך דא אין שטעטל, ווי מען טוט זיך וויי, אויב איר האט נאך מעשיות בעט איך אייך זייער איר זאלט מיר שרייבן די מעשיות; איך וויל נישט מענטשן זאלן זיין פארווייטאגט, אויב איז דא זאכן וואס איך אדער איינגעשטעלטע אינעם מוסד אדער אנשי שלומינו דארפן פאררעכטן - וויל איך דאס וויסן און פאררעכטן, און אויב איז דאס נישט וואר - איז דאך א שאד סתם זיך אויפצועסן.


איין זאך וויל איך אייך מיטטיילן פון מיין פריוואטע לעבן, איך האב אויך געהאט מעשיות אין סקול מיט מיינע טעכטער; מיין טאכטער פלעגט אהיים קומען מיט יארן צוריק פון סקול אז מען האט איר גע'קנס'עט, זי האט געוויינט אז מען האט איר אנגעשריגן, מען האט איר געהייסן איבערבעטן, מען האט איר בא'עולה'עט וכו' וכו', מעשיות וואס פאסירט ביי לעבעדיגע קינדער וכו', און ווי ביי יעדע אזא פאל איז די נאטור פון א מאמע אז זי נעמט זיך גלייך אן פאר'ן קינד, די מח מחשבה ווערט פארמאכט, די הארץ און די געפילן נעמען איבער דעם מענטש, די טאכטער איז שטענדיג גערעכט. איך פלעג זיך בעטן שטילערהייט ביי מיין ווייב: "טו מיר א טובה, רעד נישט; טו מיר א טובה, בארעד נישט די טיטשער; עס איז נישט געזונט אונזערע קינדער זאלן הערן ווי מען שענדט זיי"; עס איז געווען אסאך מאל זייער שווער, דאך האבן מיר געטון וואס דער מח זאגט, די זאך איז ביי מיר פון די שטערקסטע עבודות, צו קענען האלטן דעם מח העכער די הארץ.


אזוי אויך ביי מיינע זין; נישט איינמאל און נישט צוויי מאל האב איך זיי געדארפט געבן א פאטש אין חדר ווען דער מלמד האט מיר דערציילט אז דער קינד איז חוצפה'דיג, איך האב געזאגט מיין קינד זייער שטרענג: "מען מוז זיין דרך ארץ'דיג!" און בשעת מעשה האב איך געדארפט בייסן מיין ליפן נישט צו זאגן דעם מלמד וואס איך האב אים צו זאגן, איך וואלט אים געקענט פרעגן: "וואס חוצפה? ווי חוצפה? ווען חוצפה? וואס מאכסטו זיך נאריש?" א מלמד קען פון יעדע זאך מאכן אן עסק, יעדער קינד קען זיין א מחוצף, און א קלוגער מלמד קען פארווישן די גרעסטע מעשה עס זאל נישט זיין קיין חוצפה; דאך האב איך גענומען די פארשטאנד פון מוהרא"ש אז קינדער טארן נישט הערן ווי די עלטערן רעדן און לאכן זיך אונטער אויף די טיטשערס. אינעווייניג האט מיין הארץ געוויינט, אבער פון אינדרויסן האב איך געדארפט געדענקען דער תכלית פון דאס קינד.


בעט איך דאס פון אייך און איך רעד צו אלע אנשי שלומינו, אויב ווילט איר מצליח זיין מיט אייערע קינדער - זאלט איר אויסלויבן די טיטשערס און די מנהלת פאר די קינדער, די קינדער זאלן וועלן מקבל זיין פון זייערע לערערינס; די קינדער זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ, און אז מען האט עפעס וואס שטערט, קען מען דאס דורך רעדן, און אויב מען שפירט אז עס איז נישטא צו וועם צו רעדן, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג, דארף מען נישט ווארטן ביז עס זאל אזוי אויפעסן דאס געזונט, מען קען מיר גלייך שרייבן, און אויב איך בין דער פראבלעם, מען האט פון מיר חלישות הדעת, מען ווערט באליידיגט פון מיר - בין איך גרייט צו הערן און פאררעכטן.


איך בין נישט געקומען דא עפענען א שטעטל צו מאכן פאר מענטשן חלישות הדעת; איך בין א מענטש, איך קען מאכן טעותים און איך מאך טעותים, אבער איך בין גרייט צו הערן און פאררעכטן, אויסער אז עס איז זאכן אין פרינציפ, אין די וועג ווי אזוי מיר פירן זיך; צום ביישפיל, אז איינער וועט מיר קומען זאגן, עס שטערט אים אז מען רעדט אזוי סאך פון אייבערשטן, עס שטערט אים די זאך פון זאגן משניות, פון זיין פרייליך, פון פארן קיין אומאן - קען איך אים גארנישט טון, ווייל דאס איז די יסודות פון אונזער קהלה, אבער אז עס שטערט עפעס א זייטיגע זאך - בין איך גרייט צו הערן און פאררעכטן.


עס איז געקומען צו מיר א משפחה און זיך געבעטן, עס שטערט זיי זייער אז ביי די חתונות וואס מיר מאכן אין שול, פארוואס דער ראש ישיבה עקשנ'ט זיך אזוי שטארק אז עס זאל זיין פלעסטיק טישטוכער ביי די ווייבער, פארוואס קען נישט זיין סחורה'נע טישטוכער? וואס מיינט איר, איך האב זיי ארויסגעווארפן? איך האב גלייך געזאגט פאר די גבאים אז פון היינט און ווייטער לייגט מען ביי די ווייבער שיינע ווייסע סחורה'נע טישטוכער; דאס איז א קליינע פרט וואס ליגט מיר יעצט אויפ'ן זכרון. אזוי טו איך כסדר, איך בין גרייט צו הערן אויב איז דא זאכן וואס שטערט.


איך פריי זיך זייער אז איר האט געשריבן און איך ווארט איר זאלט ווייטער שרייבן.


א גוט געבענטשט יאר.

#71 - זייער אכטונג געבן קינדער זאלן נישט ווערן צוטרעטן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ראה – מברכים אלול, ערב ראש חודש אלול, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין זייער דערשראקן און דערציטערט אז ביי אונז אין תלמוד תורה זאל זיין אזוינס אז א קינד זאל נישט וועלן גיין אין חדר.


מרת ... תחי', די מאמע פון הילד הנחמד ... נרו יאיר זאגט אז איר קינד וויל נישט גיין אין חדר ווייל מען טשעפעט אים, ער האט שוין דערציילט פאר'ן מלמד און דער מלמד זאגט "יא יא, איך גיי טון", און גארנישט, כאילו לא הי'. די מאמע זאגט מיר אז זי האט שוין גערופן דעם מלמד, דער מלמד זאגט "יא יא, זיכער, איך גיי שוין טון" און מפטירין כדאתמול; יעצט קומט זי וויינען צו מיר וואס זי קען טון.


בעט איך דיר און איך בעט דיר זאלסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע מלמדים ביי אונז אין תלמוד תורה, עס ליגט אן אחריות אויפ'ן מלמד אכטונג צו געבן מען זאל נישט צוטרעטן די קינדער, מען טאר נישט לאזן עס זאל אזוינס פאסירן, מען קען נישט זאגן "יא יא, איך וועל טון", און נישט טון, אויב דו קענסט נישט טון, דו האסט נישט קיין עצה, דארפסטו זיך ווענדן צום מנהל, און אז דער מנהל זינגט אויך דעם ניגון "יא יא, זיכער, איך גיי שוין טון", און למעשה איז גארנישט געטון געווארן, זאלסטו קומען צו מיר, איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דיר פרובירן צו העלפן.


איך וויל נישט עס זאל זיין אזא זאך ביי אונז אין תלמוד תורה אז קינדער זאלן ווערן צוטראטן, איך האב נישט געעפנט די תלמוד תורה אז מיר זאלן האבן א מוסד מיט'ן נאמען 'ברסלב', איך האב געעפנט די תלמוד תורה מיט מסירת נפש אז עס זאל זיין 'ברסלב' נישט פאר די נאמען, נאר טאקע אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט עס זאל זיין.

#70 - נישטא קיין שום תירוץ פאר א מלמד צו קומען שפעט אין חדר
מקוה, חינוך הילדים, מלמדים, גניבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב געהערט דיין מעסידזש.


גיין אין מקוה איז זייער א גרויסע זאך; ברסלב'ער חסידים זענען זייער מקפיד צו גיין אין מקוה יעדן טאג, ווייל דער הייליגער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון דאס גרויסקייט פון מקוה, נאכמער דארפן מלמדים זייער מקפיד זיין אויף טבילה; מוהרא"ש זאגט אז מלמדים, שוחטים און סופרים דארפן נאכמער נזהר זיין אין דעם.


אוודאי דארף מען זיך מסדר זיין א סדר אויפצושטיין פרי גיין אין מקוה, דאווענען און עסן פת שחרית איידער מען גייט אין חדר, אבער אז מען איז פארשלאפן קען מען נישט לאזן די קינדער אויף הפקר חס ושלום. די קינדער קומען פאר אלעמען, נישטא קיין שום תירוץ צו קומען שפעט אין חדר. אז מען האלט נישט זמנים, מען קומט נישט צייטליך – איז דאס א מעוות לא יוכל לתקון, א זאך וואס מען קען נישט פאררעכטן (עיין שיחות הר"ן, סימן רמ).


ווען מען בא'גנב'עט א צווייטן, פון א שוה פרוטה ביז א מיליאן דאלער – קען מען דאס באצאלן, אבער אז מען קומט אין חדר שפעט, אדער מען קומט צייטליך און מען גייט אוועק, מען גייט שמועסן אדער מען איז עוסק אין אנדערע זאכן – איז מען אין די כלל פון אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָּה (עיין רמב"ם פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ד).


דעריבער, אז מען איז פארשלאפן לייגט מען אלעס אין די זייט און מען גייט צו די קינדער, שפעטער קען מען גיין אין מקוה וכו'.


איך האף אז אלע מלמדים זענען צייטליך אין חדר; איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן אויב מלמדים קומען נישט צייטליך, וועל איך זיי פארשיקן.

#69 - אלע קינדער פון קלאס דארפן באקומען גוטע ווערטער
קאמפלימענטס, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו האסט די זכי' צו זיין א מלמד פאר קינדער - תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש איכה, פתיחתא ב): "מָאן אִינוּן נְטוּרֵי קַרְתָּא, אֵלּוּ סוֹפְרִים וּמְשַׁנִּים, שֶׁהֵם הוֹגִים וּמְשַׁנִּים וּמְשַׁמְרִין אֶת הַתּוֹרָה בַּיוֹם וּבַלַּיְלָה", ווער זענען די וואס היטן אפ די שטאט פון שלעכטס? די מלמדים וואס לערנען תורה מיט קינדער, זיי היטן אפ די שטאט פון אלעם שלעכטס.


אויף דיין פראגע וכו'; קוקן אויף בא'חנ'טע קינדער איז נישט קיין תאוה, חן ווייזט אויף א ריינע נשמה. א בא'חנ'טער מענטש האט א ליכטיגע נשמה, עס איז דא וואו די ברכה זאל חל זיין; אדרבה, לייג אריין אסאך אין דעם קינד.


געב אבער אכטונג אז אלע קינדער זאלן באקומען גוטע ווערטער; עס קען פאסירן ביי מלמדים מען זאל זיך נישט כאפן, מען געבט גוטע ווערטער פאר די בא'חנ'טע קינדער און מען פארזעט די אנדערע. אזוי אויך קען מען פארזען ווען א קינד קומט שפעט; אויב האט דער קינד חן באקומט ער נישט קיין פסק, און די אנדערע - טשעפעט מען און מען שפעט פון זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#68 - מען דארף וויסן ווי אזוי צו כאפן די הערצער פון די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


מלמדות איז א 'חכמה ואינה מלאכה', מען דארף וויסן ווי אזוי צו כאפן די הערצער פון די קינדער – זיי זאלן פאלגן און טון וואס מען דארף.


בנוגע די צוויי קינדער וואס זיי האבן דיר געשטערט און נישט געפאלגט; איך ווייס נישט וואס איז פשט, ווייל די צוויי בחורים זענען א גאנץ יאר אזוי ליכטיג און טייער; זיי פאלגן, עס איז נישטא קיין ארבעט מיט זיי.


עס קען זיין זיי זוכן א שמייכל פון זייער נייער מלמד, א גוט ווארט, אביסל אויפמערקזאמקייט וכדומה; זאלסטו מיט חכמה געבן פאר אלע קינדער פריוואט ווארעמקייט, בפרט פאר הבחור ... נרו יאיר. ער האט שוין געהאט פיר מאמעס, פרוביר צו טראכטן ווי זיין הערצעלע איז צעריסן, יעצט האט זיך זיין טאטע גע'גט צום פערטן מאל. ער איז א טייער קינד, א שטיק גוטס; ער שטערט דיר בשעת'ן לערנען נאר ווייל ער וויל דיין גוט ווארט, דיין שמייכל.


איך בעט דיר און איך פארלאנג פון דיר זאלסט נוצן חכמה, נישט ארבעטן שווער.

#67 - עס איז טאקע שווערע ארבעט מיט קינדער, אבער עס איז אלץ כדאי
חינוך הילדים, מלמדים, זומער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בקעמפ היכל הקודש ברסלב


די גוטע גרוסן הייבן אן קומען, די עלטערן זאגן אז זיי הערן פון די קול פון זייערע קינדער ווען זיי רופן אהיים – ווי צופרידן זיי זענען.


שטארק זיך אין די הייליגע ארבעט, עס איז טאקע שווערע ארבעט מיט קינדער, אבער עס איז אלץ כדאי, עס צאלט זיך אויס, די ארבעט גייט נישט לאיבוד. וואס וואלסטו געטון ווען דו ארבעטסט אין בויען הייזער? יעצט בויסטו אידישע שטובער, בויסט אויף אן ארמיי פאר'ן אייבערשטן.


איך וויל זייער שטארק קומען צו ענק לכל הפחות איינמאל א וואך, לאז מיר וויסן ווען עס איז א גוטע צייט, ווען עס איז געאייגנט צו קומען רעדן צו די קינדער.

#66 - גיי מיט די קינדער התבודדות
חינוך הילדים, מלמדים, הפצה, ריינקייט, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


גיי מיט די קינדער התבודדות.


מאך זיך א סדר צו גיין מיט די קינדער הפצה.


אויך זאלסטו מיר שרייבן די נעמען פון די קינדער, ווער עס העלפט רייניגן די שול.

#65 - די חינוך וואס מ'לייגט אריין אין די פיצלעך קינדער
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דער באס מלמד דערציילט מיר, ער האט אונטערגעהערט א שמועס פון צוויי קליינע פיר יעריגע קינדער אויפ'ן באס, איינער זאגט דעם צווייטן: "קום קוקן אויפ'ן הימל, ווייל דער רבי זאגט אז מען קוקט אויפ'ן הימל באקומט מען אמונה".


איך בין זייער נתעורר געווארן פון דעם, וואס פאר א חינוך דו לייגסט אריין אין די פיצלעך קינדער; זיי זאלן קוקן אויפ'ן הימל, זיי זאלן רעדן פונעם אייבערשטן, פון אמונה.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


זומער וועלן זיין מער קינדער, עס קומען אסאך משפחות פון שטאט; זאלסטו ארבעטן אינאיינעם מיט ...

#64 - א מלמד דארף אהיים גיין שלאפן און זיין גוט אויסגערוט
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


... חזק ואמץ אין דיין הייליגע ארבעט.


איך וויל מיטהאלטן וואס טוט זיך אין חדר, דו דערציילסט מיר מער נישט; איך וויל דו זאלסט מיר שרייבן לכל הפחות איינמאל א וואך אלע פרטים וואס טוט זיך ביי דיר אין כתה, און אויך וואס דו זעסט ביי די אנדערע קינדער.


איך בעט דיר זייער און איך ווארן דיר, בלייב נישט ביינאכט אין שול שמועסן; דו ביסט א מלמד, דארפסטו אהיים גיין שלאפן, זיין גוט אויסגערוט.

#63 - זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין חדר
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב באקומען א שיינע גרוס אויף דיר. פאריגע וואך האסטו גענומען די קינדער ליינען קריאת שמע ביים וואכטנאכט למשפחת ... שיחיו, זיי דערציילן ווי שיין דו האסט געליינט קריאת שמע מיט די קינדער, נאכדעם האסטו געזינגען ניגוני אמונה און צוזאמען געבעטן דעם אייבערשטן ווארעמע תפילות; די משפחה זענען ארויס פון התפעלות.


שטארק זיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד, א געדולדיגער מלמד, א פרייליכער מלמד. לייג אריין אין די קינדער שמחה; זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין חדר, מען זאל זינגען, טאנצן און שפרינגען: "אה מחי' קאפל! אה מחי' ציצית! אה מחי' פיאות! אה מחי' מזוזה!" די קליינע קינדער זאלן ארייננעמען די מצוות אין זיך מיט שמחה.


איך האב דיר געגעבן א מתנה, דעם ספר תיקוני זוהר; זע צו זאגן יעדן טאג אביסל תיקונים, דאס רייניגט די נשמה פון אלע פלעקן, עס ברענגט טהרה.