בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#179 - אנגרייטן פאראויס וואס מען וועט לערנען מיט די קינדער די גאנצע וואך
לערערין, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', סעקרעטערי בית פיגא ברסלב ליבערטי


איך וויל בעטן פון די סעקרעטעריס, אויב די לערערינס בעטן צו מאכן צעטלעך וכדומה; דאס קען נישט געטון ווערן בשום אין אופן אין די צייט וואס די לערערינס דארפן זיין אין קלאס.


מען קען קומען זיצן אין אפיס פארברענגען די צייט - אין די אייגענע צייט, אבער ווען די לערערין דארף זיין אין קלאס - קען מען נישט קומען זיצן אין אפיס, און אז א לערערין זאגט 'איך האב נישט וואס צו טון מיט די קינדער' - זאל זי אהיים גיין; מען קען זיין א לערערין נאר אז מען איז אנגעגרייט פון פאראויס וואס מען וועט לערנען מיט די קינדער די גאנצע וואך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#178 - א קינד שפירט גלייך אויב דער מלמד האט אים ליב אדער נישט
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי לאנג דו האסט אים נישט ליב - איז א שאד דיין צייט, ווייל א קינד שפירט גלייך אויב דער מלמד האט אים ליב אדער נישט.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן א געפיל צום קינד, זאלסט טרעפן אין אים גוטס, אים אויפבויען.


מוהרא"ש זאגט, דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ" - איז אן התחייבות, מען פארלאנגט פונעם מלמד 'קוק אויף די תלמידים כאילו דאס זענען דיינע קינדער; וואס וואלסטו געטון מיט דיינס א קינד? וואלסט זיך געבראכן קאפ צו טרעפן א וועג מיט אים, וואלסט אלעס געטון דיין קינד זאל מצליח זיין; דאס טו מיט די תלמידים.


גיי התבודדות איידער דו הייבסט אן דיין טאג און בעט דעם אייבערשטן אויף אלע תלמידים, דו זאלסט מצליח זיין מיט זיי - וועסטו זען וואונדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#177 - זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך, אפאר מינוט פאר די צייט
לערערין, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל היכל הקודש ירושלים


איך בעט דיר זייער, זיי מחזק די מלמדים און די לערערינס זיי זאלן זיין צייטליך, מען קען נישט זיין א מלמד אויב מען קומט שפעט. (אז עס מאכט זיך אמאל אן אונס - איז איין זאך, אבער יום יום קומען שפעט - איז נישט גערעכט), ווי געלונגען דער מלמד זאל נאר זיין, ווי געלונגען די לערערין זאל זיין; זאלסטו נעמען א צווייטער מלמד און א צווייטע לערערין וואס איז נישט אזוי געלונגען, און זיי וועלן מער מצליח זיין.


זיי מחזק די מלמדים זיי זאלן זיין צייטליך, צייטליך מיינט אפאר מינוט איידער מען דארף זיין, נאר אזוי וועט זיין הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#176 - א מלמד און א לערערין דארפן זיין גוט אויסגערועט
לערערין, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע וואס מיר האבן גערעדט וכו'; איך בעט דיר זייער זאלסט גיין שלאפן צייטליך און קומען צייטליך אין חדר, א מלמד מוז זיין גוט אויסגערוט, אז נישט בא'עוולה'ט ער די קינדער, אזוי אויך א לערערין מוז זיין גוט אויסגערוט.


דער מנהל יצחק נרו יאיר זאגט מיר, ער האט איין טאג געזען א קינד אינדרויסן פון כיתה, ער פרעגט דעם קינד: "וואס גייט פאר?" זאגט ער אז דער מלמד האט אים ארויסגעשיקט. דער קינד וויינט, ער זאגט: "איך האב נישט געטייטלט מיט די פינגער, איך האב געדארפט נעמען די ציצית איידער קריאת שמע, און דער מלמד האט מיך ארויסגעשיקט". דער מנהל האט זיך אביסל דערשראקן וואס גייט פאר, קודם האט ער גענומען דעם קינד אין דער זייט און אים געמאכט באשעפטיגט אין אפיס, שפעטער טרעפט ער דיך און ער פרעגט דיר: "ווען ביסטו געגאנגען שלאפן?" זאגסטו דעם אמת: "זייער שפעט", האט דער מנהל געזאגט, יעצט שטימט שוין אלעס; ווייל אז מען גייט שלאפן שפעט איז יעדע קליינע זאך וואס מען זעט ביי די קינדער - געפערליך.


איך בעט דיר זייער, גיי שלאפן צייטליך און עס גוט צו דער זעט, זאלסט זיין גוט פרייליך און גוט אויסגערוט; וועסטו זיין דער בעסטער מלמד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#175 - די נסיעה קיין ארץ ישראל, פסח שני און ל"ג בעומר תשפ"ג
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, לערערין, שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, ניגונים, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, קברי צדיקים, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, חסידות ברסלב, שווער און שוויגער, רצונות, סיום, דרשות, הכנסת אורחים, משפחה, אידיש געלט, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, מנהגים, ראש ישיבה, שמחות, הלכה, פירושים, דאווענען, ברכת המזון, בר מצוה, מעביר סדרה, ירושלים, תפלין, תיקון הכללי, מנהיגים, ל"ג בעומר, מירון, פסח שני, אפשערן, זוהר הקדוש, דף גמרא, בילדער, אריז''ל, חאלאקע, כבוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט הויבן מיר אן א נייעם ספר פון חומש, ספר במדבר. איך בעט דיר זייער זאלסט זיך באנייען, אנהויבן לערנען יעדן טאג חומש מיט תרגום שנים מקרא ואחד תרגום. טייל איין די פרשה לויט די טעג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער; אזוי וועסטו קענען ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע.


איך פריי זיך זייער אז איך בין שוין צוריק געקומען, איך האב מתפלל געווען פאר דיר, פאר דיין משפחה און פאר אלע חברים. איך בין געווען בעיקר אין מירון, אויך אין יבנאל ביי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, אין טבריה ביי תלמידי המגיד און אין צפת ביי די הייליגע צדיקים; דער אריז"ל, בית יוסף און נאך.


איך בין געווען אין ירושלים באזוכן אונזער ישיבה קטנה, אונזער חדר און אויך בית פיגא, איך האב אזוי שטארק הנאה צו זען ווי די מלמדים און לערערינס פלאנצן א פרישער דור. עס דערמאנט מיך, נישט לאנג צוריק, האבן מיר אנגעהויבן אין וויליאמסבורג פלאנצן קערעלעך און עס איז שוין היינט דא שיינע גרויסע ביימער; די קינדער, סיי אינגלעך און מיידלעך וואס מיר האבן געפלאנצט - זיי זענען שוין היינט מגידי שיעורים, מלמדים, טיטשערס, זיי געבן שוין איבער ווייטער די זיסע עצות פון רבי'ן מיט אזא ווארעמקייט. עס איז אזוי שיין צו זען די קליינע חדר, די קליינע שולע, מיט אזויפיל ליבשאפט און ווארעמקייט.


איך בין שיעור נישט געבליבן שטעקן אין ארץ ישראל, איך האב געמיינט אז מיין פליגער פארט איינס אזייגער ביינאכט, למעשה ווען איך בין אנגעקומען אין לופט פעלד, זאגן זיי מיר, אז עס פארט צוועלף דרייסיג, מען האט אונז שוין נישט געוואלט ארויף לאזן. אבער תפילה איז שטערקער פון די שטערקסטע זאכן, ברוך ה' מיר זענען ארויסגעפארן און אנגעקומען אין צייט.


טבריה


אויך בין איך געווען מיטוואך נאכט פרשת אמור אין טבריה, אין אונזער שול. איך בין אהין געפארן גלייך פון עירפארט, איך בין זיי שולדיג א באזוך. פאריגע מאל ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל זענען זיי געשטאנען און געווארט אויף מיר ווען מען האט מיך אויפגעהאלטן אין עירפארט וכו', ברוך השם דאס מאל האט מען מיך נישט אויפגעהאלטן, אלעס איז געווען פיין.


איך האב געדאווענט מעריב מיט אנשי שלומינו; מיטן מלמד און גבאי יוסל נרו יאיר, אויך דער גבאי שלמה נרו יאיר. נאך מעריב זענען מיר געגאנגען א טענצל אזוי ווי דער מנהג פון אנשי שלומינו, אז יעדעס מאל מען דאווענט, מען איז זוכה צו דאווענען נאך א תפילה צום אייבערשטן - גייט מען ארויס אין א טענצל. דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיא) ווען מען וואלט ווען געגעבן די מעגליכקייט פאר א טויטער מענטש ארויס צו קריכן פון קבר צו דאווענען איין תפילה, אוי ווי שיין וואלט ער געדאווענט, און אז מיר זענען טאקע נישט טויט, אבער אויך נישט לעבעדיג, און מיר זענען זוכה צו דאווענען א תפילה - גייען מיר א טענצל.


מען האט מיר געוויזן ווי מען קען זען פון אונזער שול - יבנאל, מען קען זען דעם ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; עס שפירט זיך ממש ווי מיר זענען ביי מוהרא"ש אין שטוב, בפרט מיט די עצות, מיט די חיזוק - פון מוהרא"ש.


עס איז נישט געווען א שיעור אין טבריה, מיר האבן געשמועסט אינאיינעם אין שול, מען האט גערעדט ווי אזוי די שול זאל זיך פירן, שיינע נקודות פאר גבאים, און שיינע זאכן ווי אזוי צו פירן א שול, פירן א חדר.


מירון


מיר זענען פון דארט געפארן קיין מירון; איך מיין ווייב מיט מיינע צוויי קינדער. מיין זון שמעון נרו יאיר, ער הייסט נאך דעם הייליגן תנא רבי שמעון. ווען ער איז געבוירן האט מיין זיידע זכרונו לברכה געזאגט איך זאל אים געבן 'שמעון', ווייל ער האט געדארפט עפעס א גרויסע ישועה, האט ער מיר געבעטן צו געבן דעם נאמען שמעון, עס זאל זיין א זכות פאר אים. און מיין זון דער בר מצוה בחור נחמן נתן. אויך מיין זון הרב שלמה מיט זיין ווייב זענען מיט געקומען מיט זייער זון נחמן נתן; ביי אונז אין די משפחה רופט מען אים 'נחמן נתן שטעטל' מיר זאלן זיך נישט פארמישן מיט אונזער נחמן נתן. זיי זענען געקומען מאכן אן אפשערן פאר זייער קינד נחמן נתן אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי.


מירון ווערט פארמאכט אפאר טעג פאר ל"ג בעומר, ווען מיר זענען אנגעקומען האט מען שוין נישט אריינגעלאזט, מיר האבן זיך באנוצט מיט אונזער פראטעקציע, תפילה והתבודדות, מיר האבן געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עפן אונז אן עפענונג, א וועג אריין אין מירון". פלוצלונג זע איך אן עפענונג, איך זאג דעם דרייווער: "פאר דא אריין"; איך קען זיך אביסל אויס אין מירון פון אלס בחור, אזוי זענען מיר אנגעקומען בשלום.


מיר זענען איינגעשטאנען אין מירון הינטן פונעם בארג, אנטקעגן מיין זיידע'ס בית המדרש, אברהם נרו יאיר האט געזארגט פאר מיר איך זאל האבן פון דאס שענסטע און בעסטע. דאנערשטאג אינדערפרי האב איך געדאווענט שחרית אויבן אין די מערה, נאכדעם בין איך געגאנגען מיט מיין משפחה צו מיין זיידע'ס ציון, מיין זיידע ליגט אויפן בארג, העכער דעם הייליגן תנא רבי יוחנן הסנדלר; איך פלעג אלע יארן גיין מיט אים מתפלל זיין דארט ביי זיין חלקה, ער פלעגט גיין ערב שבת מתפלל זיין, זאגן קאפיטלעך תהילים ביי זיין חלקה וואס ער האט זיך אנגעגרייט. ער פלעגט מיר זאגן, ער האט הנאה אז ער וועט קענען ליגן אין אזא הייליגע מקום, סמוך ונראה פון די הייליגע תנאים רבי יוחנן הסנדלר און דער הייליגער רבי שמעון.


בר מצוה


דאנערשטאג ביינאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון מיין זון נחמן נתן אינעם חצר פון מיין טאטע שליט"א. מיין שווער הרב מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז אויך געקומען צו פארן, ער איז געקומען די זעלבע צייט וואס מיר זענען געפארן, ער איז אבער געפארן מיט אן אנדערע פליגער, ער איז מקפיד נישט צו פארן מיט די קאמפעני אל-על.


איך דאנק אלע וואס האבן מיר געהאלפן מיט די נסיעה, און אויך די וואס האבן מיר געהאלפן מאכן באקוועם פאר מיין שווער; מיט די דירה אין ירושלים און מיט די טראגן און ברענגען. פאר מיר איז דאס געווען זיער א גרויסע שמחה אז מיינע עלטערן און מיין ווייב'ס עלטערן זענען ביי די שמחה, עס איז געווען א גאנצע שמחה.


מיין פעטער ר' בעריש פרידמאן פון אנטווערפן, דער בן יחיד פון מיין שווער'ס שווער, הרב רבי יצחק דוד פרידמאן זכרונו לברכה איז געקומען צו די בר מצוה, אסאך אנשי שלומינו זענען געקומען.


איך האב גערעדט אפאר ווערטער ביי די בר מצוה פון דאס וויכטיגקייט פון וויסן די הקדמה פון הייליגן רבי'ן, צו זיין א איד סיי ווען מען איז אויבן און סיי ווען מען איז אונטן. זיין בקי ברצוא און בקי בשוב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), און דאס איז וואס רש"י זאגט (ויקרא כא, א): "אמור, ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים", מען דארף זיך אליינס אנגרייטן, סיי די גוטע טעג ווען מען איז ביי 'מוחין דגדלות', און סיי ווען מען איז אין 'מוחין דקטנות', מען איז פארלאשן מען שפירט נישט, מען ווייסט נישט, מען טוט גארנישט - זאל מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן, דאס איז וואס רש"י זאגט: "להזהיר גדולים על הקטנים".


דאס איז זייער וויכטיג צו וויסן אין לעבן; ווייל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט און מען פלאמט - דאס קען יעדער, דער קונץ איז - מען זאל דינען דעם אייבערשטן ווען מען שפירט נישט, און ווען עס גייט אריבער וואס גייט איבער.


איך האב דערציילט די מעשה, דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד וואס האט געהייסן רבי שאול טעפליקער זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגער ברען. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות האט ער אים געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאכנישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי שאול פאלט אראפ און הייבט זיך צוריק אויף און דינט ווייטער דעם אייבערשטן, דאמאלט וועל איך הנאה האבן"; רבי נתן האט אים געוואלט אנגרייטן פארן לעבן. ווייל נישט אייביג קען מען ברענען צום אייבערשטן ברציפות, עס קומט אמאל א צייט ווען מען פאלט אראפ און דעמאלט - אויב מען איז שטארק - איז מען א ריכטיגער העלד.


עס איז געווען מצה ביי די בר מצוה צוליב פסח שני. מיר האבן גערעדט פון פסח שני, אז ווען א איד פרעגט (במדבר ט, ז): "לָמָּה נִגָּרַע" פארוואס בין איך אנדערש? "לְבִלְתִּי הַקְרִיב אֶת קָרְבַּן ה'" ווען א איד בענקט זיך צום אייבערשטן, ער זאגט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין גוט - באקומט ער א פסח שני, ער איז זוכה מען עפנט אים א וועג צוצוקומען צום אייבערשטן.


דער בר מצוה בחור האב געזאגט זיין פשעטל, מען האט אריינגעזינגען, מיין שווער שליט"א האט גערעדט און מיין טאטע שליט"א האט גערעדט, עס איז געווען א הערליכע בר מצוה.


אסאך פון אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן, מיט די גאנצע משפחה, מיט די קינדער. די קינדער זענען געקומען אנגעטון מיט שיינע שבת'דיגע בגדים, איך האב זייער הנאה געהאט און זיך געפרייט צו יעדן וואס איז געקומען זיך משתתף זיין.


חסדי השם יתברך, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, דאס איז די ערשטע שמחה וואס איך האב זוכה געווען צו מאכן אין ארץ ישראל.


הנחת תפילין


פרייטאג האב איך געדאווענט וותיקין ביי די מערה. מיין טאטע שליט"א האט אנגעטון תפילין פארן בר מצוה בחור, איך האב אים געקויפט צוויי פאר תפילין, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געוואלט, מען זאל אנטון ביידע תפילין, רש"י ורבינו תם.


איך האב געבעטן מיין שוואגער - דעם סופר - א ברודער פון מיין ווייב, הרב יואל צבי מייזליש שליט"א - זאל מיר באשטעלן די בעסטע בתים, די טייערסטע תפילין; ביי מיר איז דאס דער עיקר פון די בר מצוה. איך האב אים געקויפט א רעקל מיט א בעקיטשע, א הוט האב איך אים נישט געקויפט, ער גייט מיטן הוט פון אלס קינד; א שאד אויסצוגעבן געלט פאר צייטווייליגע זאכן. אויך געבן מיר נישט אויס פאר די סעודה, מיר מאכן דאס פשוט. דא אין מירון האט עס אברהם נרו יאיר צוגעשטעלט; חלה, געפילטע פיש און טשאלנט, אויך ביי מיינע פריערדיגע זין האב איך געמאכט פשוט. נעבעך פאר די מענטשן וואס מאכן זיך משוגע, זיי געבן אויס געלט פאר שמחות. יעצט איז געווען אין די נייעס, איינער האט געמאכט אן אפשערן פאר זיין דריי יעריג קינד פאר צוויי מיליאן דאלער, השם ישמרינו. די צרה איז אז די רבי'ס - זיי זענען משוחד פאר די געלט, און אנשטאט זי זאלן ארויסווארפן די מענטשן פון זייער קהילה, געבן זיי נאך כבוד פאר די עשירים, און דאס ברענגט דער חורבן אז אלע מאכן דאס נאך און מען ווערט גע'הרג'עט פון די חובות.


ברוך השם אנשי שלומינו, תלמידי מוהרא"ש - מאכן שמחות פשוט, מען געבט נישט אויס קיין געלט פאר כבוד המדומה, אפילו חתונות מאכן מיר אין ישיבה, אזוי שיין, אזוי זיס. יעצט נאך שבועות וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה פאר אומזיסט.


אויך מאכן מיר נישט קיין שבע ברכות אין זאלן, קיינער דארף עס נישט, עס האט נישט קיין טעם; מען מאכט די שבע ברכות אין שטוב מיט אלע טעמים. אבער ווען עס קומט צו מצוות, צו תפילין, מזוזות וכדומה - דארט קויפט מען דאס שענסטע און דאס בעסטע.


קברי צדיקים


נאך שחרית בין איך געפארן מיט מיין שווער שליט"א קיין טבריה צום אלטן בית החיים, צו די הייליגע חבריא, תלמידי המגיד, רבי מנחם מענדל פון וויטעפסק זכותו יגן עלינו, רבי נחמן האראדענקער, דער זיידע פון רבי'ן זכותו יגן עלינו, רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו, מיט נאך הייליגע צדיקים. איך האב זיך דערמאנט די שיינע שמועסן פון הייליגן רבי'ן, וואס ער האט געהאט מיט די הייליגע חבריא. ווען דער רבי איז געווען אין ארץ ישראל און האט ער זיך געטראפן מיט זיי, הרב הקדוש רבי אברהם קליסקער זכותו יגן עלינו, רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זכותו יגן עלינו, רבי זאב וואלף מטשערני-אוסטרהא זכותו יגן עלינו, און מיט נאך גרויסע צדיקים. זיי האבן דערציילט פארן רבי'ן אז פאר זיי זענען געקומען קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך נישט געקענט אויסמאלן אז ארץ ישראל איז א חלק פון די וועלט, זיי האבן געמיינט אז ארץ ישראל איז עפעס א וועלט אויבן אין הימל, ווייל אלע ספרים רעדן פון איר גרויסקייט, און די תורה אליינס פארציילט גאר פון איר הייליגקייט וכו'; ביז זיי זענען ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געזען אז ארץ ישראל איז א פלאץ דא אויף די וועלט, זיי האבן געזען אז עס איז נישטא קיין שום חילוק אינעם חיצוניות צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער, נאר דער פנימיות פון ארץ ישראל איז גאר הייליג און גאר הויך.


רבי נתן זכרונו לברכה זאגט, דער רבי האט דאס דערציילט ווייל זייער אסאך מענטשן זענען זיך טועה אין דעם ענין. מענטשן מיינען אז מען קען אנזען א חילוק צווישן א צדיק און סתם א מענטש, און אזוי אויך אנדערע הייליגע זאכן - אויפן פנים אדער אויפן אויסקוק פון די זאך; מען מיינט אז דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן אנדערש פון סתם מענטשן, אבער באמת איז נישט אזוי, ווייל דער צדיק זעט אויס פון אינדרויסן גענוי ווי א צווייטן, עס איז נישט דא קיין שום חילוק - "וְאַף עַל פִּי כֵן הוּא עִנְיָן אַחַר לְגַמְרֵי", אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "עס קען זיך דאכטן אז דער ערליכער איד האט די זעלבע קישקעס ווי א צווייטן, אבער באמת איז ער אינגאנצן אנדערש"; אזוי אויך איז מיט ארץ ישראל, זי איז אינגאנצן אנדערש פון אלע אנדערע לענדער, עס איז דא א אנדערע הימל אין ארץ ישראל אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש (ויקהל, דף רט); מיר פשוט'ע מענטש קענען דאס נישט זען, אבער ווער עס גלייבט אין איר הייליגקייט קען זען א שטיקל חילוק צווישן ארץ ישראל און אנדערע לענדער (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קטז; שיחות הר"ן, סימן יד עיין שם).


מיר האבן געהאט בדעה צו גיין צום תנא רבי מאיר בעל הנס, מיר האבן געטראכט עס איז גוט צו גיין פסח שני אינעם טאג פונעם יארצייט, למעשה איז דארט געווען א שווערע טרעפיק, מיר זענען געזיצן אין די קאר א לאנגע צייט ביז מיר האבן מחליט געווען אז עס איז נישט כדאי צו פארברענגען פרייטאג ערב שבת אזויפיל צייט, מיר זענען געפארן קיין צפת.


צפת


מיר זענען געפארן מיט צוויי קארס. איך בין געפארן מיט חיים מאיר, און מיין שווער מיט מיינע זין - מיט א צווייטע קאר, מיט הבחור שמעון שמואל זאנוויל. מיר זענען זיך געגאנגען טובל'ן אין מקוה אריז"ל, און נאכדעם געגאנגען מתפלל זיין ביי די הייליגע צדיקים; ביים אריז"ל און ביים בית יוסף. ווען דער אייבערשטער העלפט און מען קען האבן א גוטע התבודדות - איז דאך אזוי גוט, איך האב געהאט א גוטע התבודדות ביי די צוויי הייליגע מקומות, איך האב זיך שטילערהייט גוט אויסגעוויינט. יעדע מאל איך גיי צו קברי צדיקים הויבט מיר אן די הארץ אזוי צו בענקען, איך הויב אן וויינען צום אייבערשטן: "איך וויל אויך זיין א איד".


מיר זענען אריינגעקראכן אינעם הייל פונעם הייליגן באר מים חיים זכותו יגן עלינו, אויך אינעם הייל פונעם הייליגן בת עין זכותו יגן עלינו מיט נאך הייליגע צדיקים. הינטן פונעם בארג ליגט דער הייליגער תנא רבי פנחס בן יאיר, דארט איז דא א מנהג אז מען גייט ארום דעם ציון.


שבת קודש מירון


מנחה ערב שבת האב איך געדאווענט ביי מיין טאטע שליט"א, און צו קבלת שבת זענען מיר אלע ארויף צו די מערה, מען האט געדאווענט און געטאנצן "בר יוחאי", "אמר רבי עקיבא" צווישן קדיש און כגוונא.


נאכן דאווענען גייט מיין טאטע שליט"א ביים מרפסת כהנים ביזן סוף, פון דארט קען מען זען מיין זיידע'ס ציון און ער זאגט דארט: "גוט שבת!" מיין טאטע שליט"א איז אין כיבוד אב ואם אן אויסנאם, איך האב נישט געזען נאך מענטשן זאלן זיין אזוי אויסגעצייכנט אין כיבוד אב ואם אזוי ווי מיין טאטע שליט"א, מוהרא"ש האט מיר געזאגט דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט ביי אנדערע.


אויפן וועג אראפ פון דאווענען, אין די מערה, איז געווען שיינע שמועסן מיט מיין טאטע שליט"א מיט אונזער דיין שליט"א. מען האט גערעדט פארשידענע הלכות, איינע פון די שאלות פונעם בר מצוה בחור, היות ער האט שוין מעביר סדרה געווען פון זונטאג אזוי ווי עס שטייט אין הלכה (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וָאֵילָךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", וויל ער וויסן אויב ער דארף איבערגיין נאכאמאל די פרשה יעצט פרייטאג ווען ער איז געווארן א גדול; מיין טאטע שליט"א האט געזאגט אז ניין, ער דארף נישט איבערגיין די פרשה.


שבת אינדערפרי ביים ליינען, ווען דער בר מצוה בחור האט עולה געווען - האב איך געמאכט די ברכה: "ברוך שפטרנו". מיין זיידע פסק'נט מען זאל זאגן די ברכה אויף דעם נוסח: "ברוך אתה מלך העולם שפטרנו מעונשו של זה", נישט בלויז "ברוך שפטרנו".


עס האבן אויך געגעסן מיט אונז אנשי שלומינו. מיין טאטע שליט"א געבט עסן פאר ווער עס וויל, די הכנסת אורחים איז עפעס אויסערגעווענליך, ווער עס וויל קומט דארט עסן.


מיין שווער שליט"א האט גערעדט ביי די צופרי סעודה, ער האט מחזק געווען מען זאל אכטונג געבן נישט צו רעדן די שפראך פון די ערב רב.


מענטש זאגן מיר, זיי באוואונדערן ווי איך זיץ לאנגע שעות בי די סעודות אן גארנישט טון; וואס ווייסן זיי וואס איך טו? איך האב דאך די מתנה פון רבי'ן, פון קענען זיצן צווישן מענטשן, בענקען צום אייבערשטן און מאכן מיט די ליפן אן דעם וואס מען זאל אפילו זען. מיט די מתנה קען מען זיין וואו מען זאל נאר זיין, מען איז זיך מחי', מען זיצט אין גן עדן, מען שפירט דעם אייבערשטן.


מוצאי שבת


מוצאי שבת נאך הבדלה בין איך אריין אין קאך ביי מיין טאטע שליט"א אין חצר מיט אפאר בחורים און אינגעלייט פון אנשי שלומינו אנגרייטן די עסן פאר די חתונה פון רבי שמעון, מיר האבן געארבעט אפאר שעה און אלעס אנגעגרייט. איך האב זיך אזוי געפריידט צו קענען שיילן גרינצייג פאר די זופ, און אנגרייטן אלע עסן וואס מען טיילט אויס ביי מיין טאטע אין חצר, פאר טויזנטער מענטשן.


מענטשן האבן א טעות, מען מיינט אז ל"ג בעומר איז א צייט פון וויינען און בעטן; אמת, מען קען ל"ג בעומר פועל'ן ישעות, אבער דער עיקר פון ל"ג בעומר איז די שמחה, די הילולא, דאס עסן, טרינקען און טאנצן.


זונטאג בהר בחקותי


איך האב געהאט א פלאן צו גיין געבן שיעורים אין יבנאל, צפת, בית שמש, בראכפעלד און אלעד, אין די שטעט וואו איך בין נאכנישט געווען. למעשה בעט איך אלע איבער, איך האב נישט געוואלט אוועק גיין פון מיין שווער שליט"א, מיין שווער איז איינגעשטאנען ביי מיר; מכבד זיין מיינע עלטערן און מיין ווייבס עלטערן איז ביי מיר חשוב'ער ווי זאל זיין וואס זאל זיין.


מיין שווער שליט"א איז אהיימגעפארן זונטאג, ער האט א קבלה פון זיין טאטע דער ווייצענער רב הרב יוסף משה זכרונו לברכה, וואס איז א תלמיד פון הרב דושינסקיא זכרונו לברכה – אז מען זאל נישט גיין ל"ג בעומר קיין מירון. מען האט פרובירט אים משכנע זיין אז היינט איז אנדערש, אפילו, אבער מיין שווער איז זייער שטארק אין זיך נישט אוועק רירן פון זיינע עלטערן.


איך בין געגאנגען דאווענען אין די מערה, ביי די צווייטע זייט, ביי רבי אלעזר. נאך שחרית בין איך דארט געבליבן לערנען זוהר, איך האב געלערנט תיקון ע' מיט אפאר חברים און געמאכט א סיום אויף תיקונים. אויך האב איך געלערנט מיינע שיעורים, מקרא, משנה און גמרא. איך בין אראפגעקומען באגלייטן מיין שווער אהיים.


ל"ג בעומר


מאנטאג נאכט האב איך געדאווענט מעריב ביי מיין טאטע שליט"א. נאך מעריב האט מען אנגעצינדן די הדלקה, עס איז געווען אזעלכע פרייליכע טענץ. איך האב געטאנצן מיט התבודדות, איך האב זיך גוט אויסגעשמועסט ביים טאנצן מיטן אייבערשטן. איך האב געשפירט א שטארקע שמחה, ווער עס איז נישט געווען אין מירון ל"ג בעומר - וועט נישט פארשטיין וואס מען שפירט דארט, עס ווערט זייער ליכטיג אין הארץ און זייער פרייליך.


איך האב געהאט אביסל חלישות הדעת פון די פאר בחורים און אינגעלייט וואס האבן נישט קיין שכל, זיי שטייען ארום מיר און שטופן זיך ארום מיר ביי מיין טאטע שליט"א; מילא ביי אונז אין שול, ביי אונזערע ד' אמות - איז איין זאך, אבער אז איך גיי ביי מיין טאטע - שטערט מיר אז מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך צו פירן ביי יענעם.


נאכדעם האט מען זיך געוואשן צו א סעודה און נאך די סעודה בין איך ארויף מיט מיין טאטע שליט"א צו די מערה. די יאר האבן די סדרנים מסדר געווען מען זאל קענען אריבערגיין אין א שורה, איך בין אריבער ביי די שורה. א גאנצע וועג האב איך געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים, מיר קענען האבן א שייכות מיט זיי.


נאכדעם האב איך געטאנצן אין די חצר. די הרגשה וואס מען שפירט דארט - קען מען נישט באשרייבן, דאס איז כל אחד כפום מה דמשער בליביה, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין די ערשטע שיחה אין שיחות הר"ן. דוד המלך זאגט (תהלים קלה, ה): "כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים", פרעגט דער רבי, וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי', איך ווייס? זאג, כִּי גָּדוֹל ה', דער אייבערשטער איז גרויס, וואס דרוקט ער 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי'? זאגט דער רבי: "כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל", מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליינס קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן. דערפאר זאגט דוד המלך: "כִּי 'אֲנִי' יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', איך ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, 'אֲנִי יָדַעְתִּי דַּיְקָא', איך פאר מיר ווייס אז דער אייבערשטער איז גרויס, ער פירט די וועלט און ער הערט מיר אויס ווען איך רעד צו אים', דער רבי ברענגט דארט אראפ וואס שטייט אין זוהר (פרשת וירא, קג:) אויפן פסוק (משלי לא, כג): "'נוֹדָע בַּשְּׁעָרִים בַּעְלָהּ' – כָּל חַד, לְפוּם מַה דִּמְשַׁעֵר בְּלִבֵּהּ", יעדער איינער האט זיין וועג ווי אזוי ער שפירט דעם אייבערשטן ביי זיך אין הארץ.


ביי מיר ל"ג בעומר ווארט איך אויף טאנצן און זינגען; איך פריי זיך, איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיר האבן צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר אונז מיר זאלן נישט פארלוירן גיין, מיר זאלן אלעס קענען פאררעכטן, אז מיר האבן צדיקים וואס זאגן אונז וואס טוט זיך אין הימל, וואס איז חשוב אין הימל, וואס איז מיט אונזערע מצוות וואס מיר טוען, ווי עס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן ווען מיר לערנען און דאווענען.


איך האב געמאכט אביסל הכנסת אורחים ביי מיר, איך האב אריינגענומען אפאר געסט וואס האבן נישט געהאט וואו צו שלאפן. ברוך השם מיינע קינדער האבן אוועק געגעבן זייערע בעטן, זיי זענען געשלאפן אויף א שטיקל מאטראץ אויף דער ערד פאר אנדערע אידן. מיין טאטע שליט"א האט מיך אזוי מחנך געווען, ער האט אריינגענומען יעדע שבת געסט, און איך האב געדארפט אוועק געבן מיין בעט, איך בין געשלאפן אויפן קאוטש, מיר זענען אזוי אויפגעוואקסן, מיט הכנסת אורחים.


ל"ג בעומר אינדערפרי האבן מיר געלערנט אין די חצר פון מיין אכסניא - תיקונים, אינאיינעם מיט חברים תלמידי היכל הקודש, בערל פון בלומינגראוו, ישראל יוסף דער מלמד אין שטעטל און מנחם שטיינבערג, אויך אפאר חברים פון ארץ ישראל. מיר האבן אנגעהויבן פון די צווייטע הקדמה, ביז תיקון טו. מיר האבן געלערנט תיקון יד, דארט זאגט רבי שמעון בפירוש אז תשובה העלפט אויף אלעס, אפילו אויף די חטאים וואס שטייט אין זוהר נח און ויחי אז עס העלפט נישט תשובה, שטייט בפירוש אז ושב ורפא לו.


אפשערן


איך בין אריבער צו מיין טאטע אין די דירה מיט מיינע קינדער און מיר האבן געמאכט אן אפשערן, מיין טאטע האט אפגעשוירן און געזאגט די א' ב' און געלייגט די האניג וכו'.


איך האב געטראפן ר' גמליאל ראבינאוויטש שליט"א, ער איז געקומען צו מיין טאטע שליט"א, איך האב אים געגעבן שלום. ער האט געזען ווי איינער כאפט א בילד, האט ער געזאגט: "אויבן אין הימל כאפט מען אויך בילדער, אבער דארט כאפט מען בילדער פון זאכן וואס מען וויל נישט דא כאפן בילדער".


איך האב געוואלט ארויפגיין נאכאמאל ל"ג בעומר צו די מערה, למעשה האב איך זיך מקשר געווען ביי מיר אין חצר.


יבנאל


מיטוואך פארטאגס האב איך געדאווענט ותיקין, זיך צאמגעפאקט און ארויסגעפארן קיין יבנאל. מען האט זייער שיין געמאכט דעם אריינגאנג צום ציון, מען קען שוין צופארן מיטן קאר ביזן ציון. איך האב געטראפן דער וואס באשעפטיגט זיך מיטן שיין מאכן דעם ציון, איך האב אים מחזק געווען ער זאל נישט מורא האבן פון קיינעם.


איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען דארט. איך האב געבעטן פאר דיר און פאר אלע תלמידים, איך האב אסאך געבעטן פאר אונזערע קינדער, טעכטער און זין.


איך האב געהאט א פלאן צו זיין מיט מיין ווייב א טאג צוויי אין יבנאל, איך האב געוואלט איבערנעכטיגן דארט, אבער עס האט זיך געפירט אנדערש.


איך בין אנגעקומען אינדערפרי ווען די קינדער גייען אין חדר, זיי האבן דארט אז עס צינדט זיך אן די מייק און עס זינגט די ווערטער פון מוהרא"ש: "גם אני רוצה להיות צדיק", אויף די ניגון וואס די וועלט זינגט אויף "אדיר אוים ונורא", די באבוב'ער ניגון. מוהרא"ש האט געמאכט ווערטער אויף דעם ניגון, מוהרא"ש פלעגט רופן דעם ניגון: "ניגון יום המיתה". די הויכע פאל גייט: "גם אני רוצה להיות צדיק, גם אני רוצה להיות צדיק"; אוי, עס רייסט די הארץ ווען מען זינגט דאס, ווען מען דערמאנט זיך נאר די קול פון מוהרא"ש. עס איז אזוי שיין צו הערן אינדערפרי ווי די קינדער הויבן אן דעם טאג מיט די ניגון "איך וויל אויך זיין א צדיק". אשרינו אז מיר האבן א צדיק וואס וועקט אונז אויף און ווייזט אונז אז מיר זאלן אויך בענקען צו דעם.


פון דארט בין איך געפארן קיין ירושלים, איך האב זייער געוואלט פארן מיטן וועג בקעה. איך גלייך צו פארן אויף דעם וועג, מען זעט דארט די בערג פון מדבר יהודה, עס אז א רואיגע וועג. אבער מיין ווייב האט מיר געבעטן נישט צו פארן דעם וועג, היות עס איז נישט רואיג צווישן די אראבער. איך האב אודאי געטון איר ווילן און געפארן מיטן אנדערע וועג, די שש. עס איז געווען א טרעפיק, מיר זענען אנגעקומען קיין ירושלים האלב צוועלף.


בית פיגא ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער מיידל שולע. די קינדער זענען אזוי גליקליך, זיי ווייסן ניטאמאל וואס זיי האבן, א פלאץ וואו מען לעבט און מען לערנט נאטירליך, אן ווערן צעדריקט פון דארפן זיין אזוי ווי די און די מיידלעך, און דארפן גיין אנגעטון אזוי ווי די און די קינדער, און אזוי ווייטער; אלע קינדער לעבן און לערנען אזוי ווי עס איז גוט, לויט זייער וועג.


ביז דערווייל איז אונזער שולע אין שטוב ביי משפחת פערל שיחיו, איך האב געבעטן דעם מנהל יצחק נרו יאיר ער זאל זוכן א צווייטע פלאץ פאר די שולע, איך וויל שוין האבן א געהעריגע פלאץ. אויך האב איך גערעדט מיטן מנהל נרו יאיר, איך וויל מאכן חדר און אויך שולע אלע טעג, נישט לאזן די קינדער הפקר. איך האב אים דערציילט ווי אזוי ביי אונז אין אמעריקע איז, מיר האבן חדר יעדן טאג אין יאר, אויסער ערב ראש השנה, ערב יום כיפורים, ערב סוכות, פורים און שושן פורים, ערב פסח, בדיקת חמץ און ט' באב; אפילו ערב ט' באב איז דא חדר ביז חצות, און אויך ביי די מיידלעך וויל איך מאכן פרייטאג שולע פאר די יונגערע קינדער, איך וויל נישט די קינדער זאלן זיך דרייען פריי אזויפיל טעג אין יאר.


תלמוד תורה ירושלים


איך בין געווען אין חדר, איך בין אנגעקומען נאכן עסן מיטאג. איך האב געבענטשט מיט די קינדער, איך האב זיי געוויזן אויסצושטרעקן די הענט ביי די ערשטע ברכה, פון הזן, ביי די ווערטער "פותח את ידיך". מוהרא"ש האט אזוי געמאכט, ער האט גענומען דעם מנהג פון די ספרדי'שע אידן.


איך האב געזינגען מיט זיי די ברכת המזון און נאכן עסן האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן פאר די ברויט און פאר די חמס. איך האב געזאגט פאר די מלמדים זאלן אויך געבן טרינקען פאר די קינדער, מען קען נישט געבן נאר עסן, מען דארף טרינקען ווען מען עסט.


איך האב זיי דערציילט שיינע מעשיות פון אמונה. די מעשה פון דוד מיט גלית, ווי דוד המלך האט נישט מורא געהאט פון דעם קליפה גלית וואס האט געוואלט אויסרייסן די אמונה, ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ד) אז גלית האט געוואלט אויסרייסן די אמונה.


דף גמרא ירושלים


איך בין געגאנגען דאווענען מנחה מיט אנשי שלומינו אין אונזער שול. איך געפון זיך זייער גוט אין אונזער שול, עס איז זייער א ריינער פלאץ און א פרייליכער פלאץ. איך האב פארגעלערנט א בלאט גמרא, איך וויל אזוי שטארק דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, אונזער פלאץ זאל נישט זיין קיין ליידיגע פלאץ. ליידער איז דא פלעצער וואס רופן זיך מיט די נאמען 'ברסלב', מען געבט כלומר'יש חיזוק, אבער אויב איז דאס אן תורה און אן תפילה - איז דאס א באלון פון לופט וואס פלאצט און גארנישט בלייבט, דעריבער ווען איך קום צווישן אנשי שלומינו פרוביר איך פארצולערנען א בלאט גמרא, זיי געבן צו פארזוכן א געשמאק ווי אזוי מען קען לערנען גמרא, און שפירן א געשמאק אפילו מען פארשטייט נישט פינקטליך.


נאכן פארלערנען האב איך געטיילט פאר די בחורים און אויך פאר אינגעלייט 'ספר תיקוני זוהר' פאר אלע וואס לערנען סדר דרך הלימוד. איציק איז געווען ביי מיר אין מירון, ער האט מיך געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה טיילט נאר אין חוץ לארץ פאר די בחורים תיקוני זוהר, מיר אנשי ארץ ישראל דארפן אויך א שטופ און חיזוק צו לערנען זוהר. איך האב טאקע אזוי געטון, איך האב זיי געגעבן א מתנה און אריינגעשריבן פאר אלע אפאר ווערטער, די נאמען ועוד.


ישיבה קטנה ירושלים


איך בין געגאנגען באזוכן אונזער ישיבה קטנה. איך האב גערעדט אפאר ווערטער פאר די בחורים, זיי האבן א גוטער מגיד שיעור, משה שמואל. איך האב גערעדט צו אים ווי אזוי ער זאל זיך פירן מיט די בחורים, און ווי אזוי ער זאל מחזק זיין אינגעלייט צו קומען צום שיעור גמרא.


פון דארט בין איך געגאנגען צו אן אכסניא. אברהם האט מיר צוגעגרייט א דירה פאר די פאר שעה, איך האב זיך געכאפט אז עס איז שוין פינף נאכמיטאג, עס איז שוין צוועלף שעה פון אויפשטיין פינף אינדערפרי, און איך האב נאך גארנישט געגעסן. איך האב געגעסן א קיכל און אויפגענומען אינגעלייט מיט זייערע משפחות, ביז מעריב.


מעריב


עס איז געווארן שפעט, איך בין צוריק אין שול דאווענען מעריב. נאך מעריב האבן מיר גערעדט אביסל חיזוק, די שיעורים אין ירושלים איז גאר אנדערש, עס איז כדאי זאלסט דאס אויסהערן. דער רבי זאגט, די דיבורים ווענדט זיך לויט די צוהערער, און אז עס קומען אסאך דורשטיגע מענטשן איז דא בעסערע דיבורים.


אויך האבן קינדער פון אונזער תלמוד תורה אין ירושלים געמאכט סיומים. הילד היקר משה ברילל האט מסיים געווען האלב ש"ס 'מסכת קידושין'. הילד היקר משה רוטמאן האט מסיים געווען 'מסכת יבמות'. הילד היקר מרדכי פערל האט מסיים געווען 'מסכת יומא'. הילד היקר שלמה לעווינזון האט מסיים געווען 'מסכת עירובין'. נאך קינדער האבן דארט געמאכט סיומים, הילד היקר שמעון יאקאבאוויטש האט מסיים געווען 'מסכת פסחים', אויך מיין זון הבחור שמעון האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס.


מיר האבן גערעדט פון אכטונג געבן אויף די ווייב, פארוואס זאל זיין אזוי אז ווען די ווייב בעט "נעם מיך מיט די קאר", "טראג מיך דא", "טראג מיך דארט" - ווערט מען אזוי ברוגז, מען האט נישט קיין כח, מען טראכט, אדער גאר מען זאגט: "איך בין עפעס א קאר סערוויס דרייווער?" "איך בין דיין שלאק?" און ווען א חבר בעט א טובה, טראגט מען און מען ברענגט, מען מאכט און מען טוט; ביסט דאך אן אכזר, אדער גאר א שוטה, דאס איז דאך דיין ווייב!!!


פארוואס ווען מען זעט די שכינה שלעפט זיך אראפ די טרעפ מיט א וועגעלע, לויפט מען העלפן, מען טראכט גלייך פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:) ווער איז א חסיד שוטה? דער וואס זעט א פרוי דערטרענקט זיך און גייט נישט העלפן, און ווען די ווייב בעט: "טראג מיך ארויף די וועגעלע מיט די קינדער", אדער "העלף מיר אראפגיין די טרעפ", ווערט מען גערעגט, מען לויפט אוועק; וואס איז מיט דיר, ביסט דאך א שלעכטער מענטש, דאס איז דאך דיין ווייב!


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן פון די נסיעה, איך האב אבער נישט קיין סאך צייט. יעצט קומט פאר א ברית אין ישיבה, איך דארף שוין מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#174 - די ריכטיגע וועג ווי אזוי מען מעג באשטראפן א קינד
חינוך הילדים, מלמדים, שבת ליכט, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי קדושים, ה' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס איז נישט די וועג, מען טאר נישט באשטראפן א קינד מיט נישט געבן עסן; דאס וואס איר זאגט, איר האט געהערט אז איך טו דאס מיט מיין קינד, איך באשטראף מיט נישט געבן עסן - איז נישט ריכטיג, איך טו דאס נישט; מען טאר נישט באשטראפן א קינד מיט נישט געבן עסן, מען קען באשטראפן מיט נישט געבן א נאש, אן איבריגע זאך אין לעבן - אבער נישט מיט עסן; בפרט ווען דאס קינד האט נאך גארנישט געגעסן א גאנצן טאג.


מען קען נישט דרוקן אויפן קינד. עס איז דא פון הייליגן רבי'ן א גאנצע קאפיטל אין ספר חיי מוהר"ן (סימנים תל-תלה) פון זיך נישט עקשנ'ען און נישט דרוקן אויף קינדער; וואס ווייסט איר פארוואס ער האט נישט געוואלט גיין אין חדר, אפשר מאכט דער רבי א געשפעט ווען א קינד קומט שפעט אין חדר, און אז איר האט אים באצווינגען צו גיין אין חדר - איז ער ניטאמאל געגאנגען אין חדר, ער האט זיך געדריידט אין גאס, דאס איז דאך א גרויסע סכנה.


עס איז היינט דא מלמדים וואס זענען רוצחים. מענטשן מיינען, אמאל האט מען גע'רצח'ט די קינדער, היינט איז גוטע צייטן; עס איז נישט וואר, עס איז היינט דא מלמדים וואס צעקלאפן קינדער אויף א וועג אז דאס קינד זאל בלייבן צעקלאפט זיין גאנצע לעבן.


א מלמד דערציילט, ער האט מיטגעהאלטן יעצט א מעשה אין א תלמוד תורה וואס האט א גאר גוטע נאמען, די בעסטע משפחות שיקן דארט. א קינד פון כיתה א' האט אנגעהויבן בעטן זיין מלמד ער וויל אהיים גיין, דער מלמד זאגט אים: "אויב דו ווילסט אהיים גיין - גיי צום מנהל". ער גייט צום מנהל און זאגט: "איך וויל אהיים גיין". דער מנהל קומט אריין אין כיתה, ער מאכט שטיל די כיתה און פרעגט: "ווער האט א דאלי אין שטוב?" אלע קינדער שרייען אויס: "איך!" פרעגט דער מנהל די קינדער: "א דאלי גייט אין חדר?" שרייען אלע: "ניין!" פרעגט דער מנהל: "ווער גייט אין חדר? נאר וואוילע קינדער!" און דער מנהל דריידט זיך אויס צום אומשולדיגן קינד, און הויבט אן לאכן פון אים: "דו ווילסט אהיים גיין ווייל דו ביסט א נישט וואוילער קינד, ווייל נאר וואוילע קינדער ווילן זיין אין חדר".


וואס מיינט איר? דעם קומענדיגן טאג - דערציילט דער מלמד, נישט דער כיתה א' מלמד, א מלמד פון אן אנדערע כיתה, ער הערט ווי די קינדער מאכן חוזק פון דעם קינד, זיי שפעטן, אלע באזינגען אים: "דו ביסט א דאלי, דו ביסט נישט א וואוילער קינד"; פרעג איך אייך, מעג אזא איינער זיין א מנהל אין א חדר? נעמען א קליין קינד, אן אומשולדיג קינד און אים צעקלאפן און אים צונאר מאכן?!


אגב, אין שטעטל, אונזער קינדערגארטן מלמד דערציילט מיר, ער האט א קינד אין כיתה וואס פון אנהויב יאר יעדן טאג, פון מיטאג צייט - הויבט ער אן קוועטשן: "רבי, איך וויל אהיים גיין"; זאגט מיר דער מלמד: "איך זאג אים, 'מען גייט שוין כמעט אהיים', און דער קינד בארואיגט זיך", א שעה שפעטער הויבט ער נאכאמאל אן קוועטשן: "איך וויל שוין אהיים גיין", און דער מלמד ווערט נישט נערוועז, ער ציט אים נישט ביים אויער, ער מאכט נישט קיין געשפעט פון אים, ער זאגט אים נאכאמאל מיט א שמייכל: "נאך אביסל גייט מען אהיים".


בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער, ביי די שבת ליכט זאלט איר בעטן פאר זיי, און גייט אום מיט זיי מיט ליבשאפט און געדולד - וועט איר האבן נחת פון זיי אלע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#173 - רעד מיט די קינדער אסאך דיבורי אמונה, וועלן זיי זיין געזונט און רואיג
חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, טערעפי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מסכת כלה רבתי, פרק ב): "בְּכָל יוֹם מַלְאָךְ יוֹצֵא מִלִּפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא לְחַבֵּל אֶת הָעוֹלָם", יעדן טאג גייט ארויס א מלאך פון הימל און וויל חרוב מאכן די וועלט, "כֵּיוָן שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִסְתַּכֵּל בְּתִינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן, מִיָּד נֶהְפַּךְ כַּעֲסוֹ לְרַחֲמִים", און ווען דער אייבערשטער זעט ווי די קינדער, די תינוקות של בית רבן לערנען די הייליגע תורה - לאזט ער נישט דעם מלאך זאל חרוב מאכן; זעט מען אז די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן.


רעד מיט די קינדער אסאך דיבורי אמונה, וועלן זיי ווערן געזונט אין אלע בחינות. ווי מער דער מלמד רעדט און שמועסט פון אמונה און פון מעשיות פון השגחה פרטית, מעשיות פון אמונה ובטחון - ווערט אין כיתה א רואיגע לופט, א זיסע לופט; די קינדער ווילן קומען אין חדר, זיי ווארטן צוריק צו קומען אין חדר.


אן אינטערעסאנטע זאך קענען מלמדים זען; די קינדער וואס קומען פון שטובער וואו מען רעדט פון אסאך אמונה - זיי האבן נישט קיין פחדים, זיי דארפן נישט די טיפולים פון די אומות העולם, די קינדער זענען פרייליכע קינדער, עס פעלט זיי גארנישט, און די וואס קומען פון שטובער וואו מען רעדט נישט קיין אמונה - די דארפן האבן טערעפי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#172 - נעם אן די מלומדות, דארפסט גארנישט זאגן וועגן ברסלב
חינוך הילדים, מלמדים, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג נישט וועגן ברסלב, רעד נישט וועגן פארן אויף אומאן ראש השנה, און ווען עס וועט קומען פאר ראש השנה - וועסטו איינמעלדן אז דו וועסט פעלן פאר צוויי דריי טעג, אזוי וועסטו איינשפארן מחלוקת און עגמת נפש.


נעם אן די מלומדות און לייג אריין אין די קינדער אהבת השם יתברך, יראת שמים און שטארקע אמונה.


זאג נישט פאר די קינדער אז דאס קומט פון רבי'ן, דער רבי האט אונז בפירוש געזאגט מען זאל רעדן זיינע דיבורים אן זאגן אז דאס קומט פון אים, דער רבי האט געזאגט: "וואס ארט דאס מיר אז א איד וועט בענטשן אן ערליכע ברכת המזון אן וויסן אז דאס קומט פון מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#171 - די ריכטיגע וועג ווי אזוי אפצוהיטן קינדער פון מנוולים און קראנקע מענטשן
קינדער, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, שבת ליכט, משפחה, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער א שווערע שאלה. פון איין זייט, ווי קען מען זאגן פאר א טאטע 'קום נישט צו מיר אין שטוב'? ווי קען מען ארויסווארפן א טאטע פון שטוב?! פון די אנדערע זייט זאגט איר דאך אליינס אז ער איז נישט געזונט, ער האט געטון עבירות מיט די אייגענע טעכטער השם ישמרינו, ער איז שוין געזיצן אין תפיסה; קען מען אים נישט לאזן דאס טון מיט אייערע טעכטער.


הדבר הראשון דארפט איר וויסן, מען דארף אנגרייטן קינדער זיך אכטונג געבן פון מניוולים, קראנקע מענטשן. איך זאג פאר מיינע קינדער, און איך זאג פאר די מלמדים ביי אונז אין מוסד און אזוי אויך די לערערינס אין בית פיגא - זיי זאלן רעדן מיט די קינדער קלארע ווערטער: "קיינער קען נישט אנרירן דיין גאנצע פאדערשטע חלק קערפער, פון די בויך ביז די פיס; קיינער מיינט קיינער, נישט טאטע, נישט מאמע, נישט א ברודער, נישט א שוועסטער, נישט א זיידע און נישט א באבע, אפילו א דאקטער קען דיך אויך נישט אנרירן אדער דיר אויסטון דיינע קליידער, נאר אז דיינע עלטערן וועלן זאגן 'דער דאקטער קען דיך באקוקן', און אויב איינער וויל דיך אנרירן זאלסטו טון דריי זאכן 'אנטלויפן', 'שרייען' און 'דערציילן'; ערשטנס אנטלויפט מען, צווייטנס, זאלסט שרייען און מאכן א געוואלד, אז יענער זאל דיך אפלאזן, דריטנס, גיי דערצייל דיינע עלטערן, דיינע מלמדים, דיינע לערערינס, זיי זאלן זיכער מאכן אז דו ווערסט נישט געטשעפעט נאכאמאל".


דאס לערנט מען מיט אונזערע קינדער, און דאס דארפן אלע עלטערן לערנען מיט זייערע קינדער. ווייל אויב מען גרייט נישט אן די קינדער - איז לא ימלט אז די קינדער זאלן זיך נישט פארטשעפענען רחמנא לצלן. ביי אייך איז דאס אייער טאטע און ביי א צווייטן איז דאס א ברודער, א שוואגער, א שכן, אן ארבעטער וכדומה; מען דארף רעדן צו קינדער קלארע ווערטער, נישט זיי דערשרעקן, אבער גוט אנגרייטן.


נאכן רעדן מיט די קינדער ווי אזוי זיך אכטונג געבן פון נישט געזונטע מענטשן, דארפן די עלטערן וויסן אז דאס איז נאכנישט גענוג, די קינדער דארפן נאכאלץ אסאך שמירה, און ווען עלטערן זענען חושד איינעם, א נישט געזונטער דריידט זיך נעבן דאס קינד - וועלן דאך עלטערן נישט זיין רואיג. איז די עצה איר זאלט אים איינליידענען פאר א מלוה מלכה אדער א ראש חודש סעודה און אלע וועלן זיצן אינאיינעם, אין די ביסל צייט איז נישט צו שווער פאר די עלטערן צו עומד זיין על המושמר.


נישט לאנג צוריק האט מיך א אינגערמאן געפרעגט אן ענליכע פראגע. ער גייט צו זיין טאטע אויף שבת, זיין טאטע איז גע'גט, ער לעבט אליינס און עפעס שמעקט נישט גוט. ער זעט זיין טאטע גייט מיט זיין קינד אין שטילע ווינקלען און ווען ער קומט דארט אן ווערט דער טאטע דערשראקן, בקיצור דער אינגערמאן זאגט ער קען נישט גיין מער צו זיין טאטע אויף שבת, ער איז נישט רואיג וועגן זיינע קינדער.


פון איין זייט איז ער גערעכט, מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די קינדער, אבער פון די אנדערע זייט, ווי קען מען אפהאקן מיט עלטערן... איך האב אים געגעבן אן עצה ער זאל גיין צו א מלוה מלכה אדער א נאכטמאל; אז מען גייט פאר א קורצע צייט און מען זיצט אלע אינאיינעם - איז כמעט נישט שייך עפעס שלעכט זאל פאסירן, אזוי איז מען יוצא די מצוה פון כיבוד אב ואם, און אזוי זענען די קינדער אפגעהיטן.


מיט אלע עצות, מיט אלע חכמה'לעך, מיט אלעס וואס מען טוט - איז מען נישט פארזיכערט, נאר אז מען בעט דעם אייבערשטן. עלטערן דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער און פאר די אייניקלעך. ווען איר צינדט די ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייך, פאר אייער מאן און פאר אייערע קינדער; תפילה איז די עצה פאר אלעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#170 - די איינציגסטע וועג איז צו רעדן צו די קינדער נאכאמאל און נאכאמאל
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן א בילד אז מען האט פארבויט הינטער די טרעפ אין תלמוד תורה. עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפן אז הינטער די טרעפ וועלן קינדער זיך נישט קענען באהאלטן, ווייל אויב דו וועסט נישט רעדן צו די קינדער פון קדושה, אויב מען וועט נישט רעדן נאכאמאל און נאכאמאל פון קדושת הברית - וועלן זיי נכשל ווערן אויף די טרעפ און אין די כתה רחמנא לצלן.


פאלג וואס אונזערע צדיקים האבן אונז געלערנט, מען זאל רעדן צו די קינדער, זיי אנגרייטן, סיי פאר זיך אליינס; זיי זאלן וויסן נישט אנצורירן, און סיי אויב חס ושלום א צווייטער וויל אנרירן - זאל מען טון דריי זאכן: אנטלויפן, שרייען און דערציילן.


טייערער ברודער, זוך נישט קיין פוילע וועגן, רעד צו די קינדער; נאר דאס איז די וועג.


נאך א זאך, איך האב דיר שוין געשריבן גאר אסאך בריוו; עס איז כדאי זאלסט דאס צאמנעמען און דאס דורכגיין כאטש איין מאל א חודש און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען טון אלעס וואס שטייט דארט.


 

#169 - רעד אסאך צו די קינדער פון רעדן איידל
חינוך הילדים, מלמדים, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס שטייט (זוהר חדש, לך לך) ווען רבי שמעון בר יוחאי איז געקומען אין א שטאט, האט ער געזאגט: "אֲזַלְנָא לְמֶחֱמֵי אַפֵּי שְׁכִינְתָּא", ערשט וויל איך גיין מקבל זיין פני השכינה, האבן די תלמידים געפרעגט, וואו איז די שכינה? האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "ביי די תינוקות של בית רבן".


וואויל איז דיר אז דו זיצט מיט די שכינה הקדושה, דו לערנסט מיט די קינדער; איך בין דיך מקנא.


איך וויל דיר בעטן, פאריגע וואך ווען איך בין געווען אין תלמוד תורה ביי ענק, איז צוגעקומען דער קינד ... נרו יאיר מיט א שרעק אויפן פנים, אז עס איז דא א קינד וואס רעדט מיאוס'ע ווערטער, ווי 'איך גיי דיך הרג'ענען', 'איך גיי דיך שחט'ן'; איך פרעג אים: "פארוואס רעדסטו נישט צום מלמד?" זאגט ער: "איך האב שוין גערעדט און מען טוט גארנישט".


איך בעט דיר, רעד אסאך צו די קינדער פון רעדן איידל, און בראק אריין אין זיי 'הקול קול יעקב', אידישע קינדער נוצן די קול צו רעדן צום באשעפער, 'והידים ידי עשיו', עשיו נוצט די הענט, 'ועל חרבך תחי'; שווערד, שפיזן, שלאגן, שעכטן, הרג'ענען; מיר אידן זענען ווייט פון די זאכן.


איך האף צו קומען צו דיר אין כיתה רעדן פון דעם צו די קינדער, אבער מיינע פאר דרשות וועט נישט אזוי סאך אויסמאכן. דער עיקר זאלסטו רעדן און רעדן אן א שיעור ביז די ווערטער וועלן אריינגיין אין זייערע הערצער.


 

#168 - אז דו ביסט נישט צייטליך, קענסטו נישט זיין א מלמד
מלמדים, מוסדות, פרנסה, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


זיין א מלמד איז נישט קיין קינדער שפיל, עס איז א גרויסע אחריות. איך מוז דיר זאגן, פון איין זייט בין איך זייער צופרידן פון דיין ארבעט, אבער אז דו ביסט נישט צייטליך - קענסטו נישט זיין א מלמד.


דאס איז די לעצטע מאל וואס איך פרוביר מיט דיר, אויב דו וועסט ווייטער קומען שפעט - קענסטו מער נישט זיין ביי אונז א מלמד. ווייל אז דו בארגסט געלט פון מענטשן, אדער דו גנב'עסט געלט - קענסטו פאררעכטן און באצאלן, אבער אז דו קומסט שפעט און דו לאזט די קינדער הפקר - אויף דעם איז נישטא קיין כפרה.


מיר האבן מלמדים וואס איז נישטא אין אנדערע מוסדות, טייערע הארציגע וכו' וכו'; אבער די הפקירות פון קומען שפעט - דאס איז אויך נישטא אין ערגעץ, איך מוז יעצט אראפשטעלן א פוס און דאס פאררעכטן.


 

#167 - דארפסט רעדן צו די קינדער פון קדושה וטהרה
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דארפסט רעדן צו די קינדער פון קדושה וטהרה, בפרט אין כתה ...; דער מלמד איז ניי און ווייסט נישט ווי אזוי צו רעדן און איך ווייס אז עס זענען דא קינדער דארט וואס שפילן זיך נישט ערליך.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר זיין אין שטעטל א שטיקל מנהל פאר אלע קלאסן, פאר אלע קינדער, נאך די פאר וואכן.


נעם אפיר די קינדער ..., ... און ... און רעד צו זיי פון די הארבקייט פון אנרירן דעם אות ברית קודש. יעצט זענען זיי נאך יונג, יעצט איז די צייט זיי אוועק צו שטעלן אויף די ריכטיגע וועג, זיי זאלן וואקסן צדיקים.


ברודער, אלע ארבעטן שווער, אלע מוטשען זיך, וואויל איז דעם מענטש וואס עס וועט בלייבן פון זיין מוטשען, עס וועט ארויסקומען כבוד שמים.


 

#166 - עס איז נארמאל אז א קינד פארטראכט זיך אדער פארשפילט זיך
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל-פקודי, כ' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מלמד היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען איך לערן פאָר אין ישיבה פאר די בחורים די בלאט גמרא בבלי און ירושלמי - קומען צומאל אריין מלמדים פון תלמוד תורה (די חדר און די ישיבה געפונען זיך אינעם זעלבן בנין), און האלטן מיט די גמרא. ווען איך זע ווי א מלמד פארטראכט זיך, זאג איך אים: "זעסט, אפילו א מלמד קען זיך פארטראכטן", ביז דער מלמד געבט א שמייכל און פארשטייט שוין, און נעמט דאס פאר חיזוק נישט צו ווערן פארלוירן ווען מען זעט ווי די קינדער ווערן פארטראכט און פארשפילט.


א מלמד טאר נישט נעמען פערזענליך ווען א קינד פארטראכט זיך אדער פארשפילט זיך, מיר אלע פארטראכטן זיך און פארשפילן זיך. וועסט זען ביים דאווענען אין שול ווי ערוואקסענע, און אמאל גאר מלמדים - שפילן זיך ביים דאווענען, נישט מיט קיין קליינע שפילצייג אזוי ווי קינדער, נאר מיט גרויסע שפילצייג; נעמען א גליון אינמיטן דאווענען איז אזוי ווי א שפילצייג. קען מען דען זאגן אז מען איז שלעכט? קען מען דען טראכטן 'דער אינגערמאן האלט ביי גארנישט'? ניין, חס ושלום; ער איז פארטראכט, ער איז פארשפילט. איז דאך אודאי קליינע קינדער, דארף מען זיי צוריקשלעפן מיט רחמנות און מיט ליבשאפט.


איך קען נאך אסאך שרייבן, איך דארף אבער אהיים לויפן העלפן מיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער.


א גוטע נאכט.


 

#165 - גיי התבודדות אינדערפרי, וועט דער טאג אין חדר זיין גאר אנדערש
חינוך הילדים, מלמדים, שטעטל, חדר, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל-פקודי, י"ט אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בקרית ברסלב היכל הקודש ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט גיין התבודדות אינדערפרי, איידער דו גייסט אין חדר - וועט דער טאג זיין גאר אנדערש, און אז דו וועסט זיך גוט אויסרעדן דאס הארץ און זיך גוט אויסשמועסן - וועט דיר אלעס גיין גרינגער.


בנוגע די דירה וכו'; רעד צו האברך מרדכי אהרן נרו יאיר, איך האב אים געשטעלט ער זאל צושטעלן דירות פאר אנשי שלומינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#164 - איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד
מלמדים, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד פאר אונזערע קינדער, פאר'ן אריינלייגן אין זיי אזא שטארקע אמונה און שמחה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא, זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#163 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן לערנען מיט מיינע צדיקים
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, דער מלמד פון מיינע צוויי טייערע קינדער ... און ...


איך שיק דיר די משלוח מנות, איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן לערנען מיט מיינע צדיקים די אמונה, אמונת חכמים און די תורה הקדושה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח און סייעתא דשמיא און אלעס גוטס.

#162 - איך בין דיר זייער דאנקבאר פאר'ן אריינלייגן אזויפיל גוטס אין מיינע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, הכרת הטוב, פירושים, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


נעם אן די משלוח מנות וואס איך שיק דיר פון גרויס דאנקבארקייט פאר'ן זיין די מלמד פון אלע מיינע קינדער. פאר'ן אריינלייגן אין זיי יראת שמים, נעגל וואסער, קריאת שמע של אריז"ל, קישן די מזוזה, שמירת עיניים, תפילה בכח ובכוונה, שמחת המצוות, ליב האבן צו זיין א איד, זיך עקלען פון גויים וכו' וכו'.


פורים איז אזוי הייליג, מען קען פועל'ן זוכה זיין צו (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן", מען זאל זיך אזוי עקלען פון המן, "לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", און צוקומען צו וויסן אז מען ווייסט נישט ווי גרויס און ווי גוט איז צו זיין א מרדכי הצדיק.

#161 - היינט וועל איך דיר אויסזאגן דעם סוד פונעם שטעטל
קינדער, חינוך הילדים, מלמדים, רפואה, שטעטל, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר, פורים, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך שיק דיר משלוח מנות פון די טיפעניש פון מיין הארץ פאר'ן מיר העלפן אין שטעטל מיט די קינדער.


היינט פורים קען מען זיין מער אפן פון א גאנץ יאר, היינט וועל איך דיר אויסזאגן דעם סוד פונעם שטעטל, וואס איך וויל מיט'ן שטעטל. איך וויל וויל נישט מער נאר די איין זאך, אונזערע קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט בנפש מיט א שטארקע אמונה און מיט א געפיל, א ליבשאפט - צו אידישקייט. אויב קען איך דאס האבן האט מיר אלעס געלוינט, און אז נישט - דארפן מיר אנהויבן פון פריש דאס צו טון.


אויף דעם שיק איך דיר משלוח מנות, ווייל דו העלפסט מיר אזוי געטריי. דו פילעוועסט אן די קינדער מיט אמונה, אמונת חכמים, קדושה וטהרה און גוטע מידות.


ליבער ברודער, היינט איז זייער א גרויסער טאג, מען קען פועל'ן זוכה זיין צו קומען אויף אזא הויכע דרגא - ליב האבן די תורה און די וועג פון די תורה, און זיך פאר'מיאוס'ן, פארעקלען - פון עבירות. דאס איז פשט (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", מען וויל נאר זיין מיט מרדכי הצדיק.


נעם די חדר, דאס זאל זיין דאס וויכטיגסטע זאך, העכער אלע עבודות. זיי מחזק די טייערע מלמדים מיט די קינדער, און לאך זיך גוט אויס, ווייל באלד וועלן מיר ליגן אין פעלד ביים עק, און נאר דאס וועט אונז באשיצן.

#160 - א פרייליכע גיסטע ביי די קינדער
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון לערנען תורה מיט די קינדער. קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד, אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב.


איך הער צוריק גוטע גרוסן פון די עלטערן, ווי צופרידן זיי זענען פון דיין איבערגעגעבנקייט. אויך האבן מיר כמה מענטשן דערציילט, זיי האלטן מיט ווי דו ווארטסט אפ די קינדער, דו שטייסט ביים טיר און באגרוסט יעדן איינציגסטן קינד ביים נאמען מיט א הויכע פרייליכע: "גוט מארגן!" עטליכע האבן מיר געזאגט אז עס טוישט אויך זייער מאָ"ד, עס מאכט זיי פרייליך; איז דאך זיכער אז די קינדער ווערן פרייליך און אויפגעלעבט.


מוהרא"ש פלעגט מיר שטענדיג מחזק זיין אויף די איינע זאך, ער האט מיר אלץ געזאגט די זעלבע ווערטער: "זע עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער צווישן די בחורים", ווייל וואו עס איז דא שמחה איז דא קדושה.


יהי חלקי עמכם.

#159 - א מלמד דארף האבן א געפיל צו מלמדות
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל נישט זיין ברוגז אז דו לאזט אפ די מלמדות, איך וועל נישט האבן קיין שום שווערע הארץ; אויב איז דיר די מלמדות אן אפקומעניש - איז ענדערש אפלאזן. ווייל א מלמד וואס האט נישט די געפיל צו מלמדות - איז א שאד זיין צייט און א שאד די צייט פון די קינדער; נאר מיט א געפיל איז דא הצלחה, אן געפיל קען מען קאליע מאכן, שרייען און געבן שארפע בייסיגע מוסר וכו' וכו'.


דאס וואס דו שרייבסט אז האסט דאס דורכגעשמועסט מיט ...; וואס ווייסט ער פון מלמדות צו זאגן? שמועס עס דורך מיטן מנהל ר' יצחק.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות; זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, זיי ממשיך מיט התבודדות און בעיקר מיט שמחה. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך - האט הצלחה; דורך שמחה קען מען אנקומען צו די העכסטע דרגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#158 - א מלמד דארף קענען האלטן א כיתה אן שרייען און ארויסשיקן
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, ל"ח שובבי"ם, כ"ד שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, מלמד אין שטעטל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר די גוטע גרוסן פון חדר; זאלסט זיין געבענטשט מיט אלע ברכות פארן זיך אזוי אוועקגעבן פאר די חדר.


בנוגע א מנהל; איך האף דו וועסט קענען אנציען נאך אפאר וואכן אן א מנהל, ווייל מיטן אייבערשטנ'ס הילף הייסט עס יעצט אז ר' מרדכי נרו יאיר ציט זיך צום שטעטל אויף יום טוב שבועות. ער וועט ענק העלפן מיט אלעס, ער וועט צוגעבן צום חדר אלעס זאל זיין ווי עס דארף צו זיין. יעצט איז דא נאך זעקס וואכן ביז יום טוב פסח און נאך פינף וואכן צווישן פסח און שבועות; איך האף צום אייבערשטן איר זאלט זיך קענען געבן אן עצה.


בנוגע דער מלמד ... נרו יאיר; איך האף אז ער זאל זיך אויסלערנען ווי צו האלטן א כיתה, אויב וועט ער עס אויפכאפן, ווי מען שטעלט אוועק א גוטע דרך ארץ איז גוט, אז נישט - וועל איך דארפן אריינברענגען א נייעם מלמד. הלואי זאל ער דאס אויפכאפן, ווייל ער האט אלע מעלות פון זיין א מלמד; א גוטע ווייכע הארץ, א ירא שמים און אן ערנסטער, נאר די איין זאך; ער דארף וויסן צו זיין שטארק ביי זיך אז קינדער דארפן פאלגן א רבי, און אן שרייען, אן ארויסשיקן פון כיתה - דארף מען דאס קענען באווייזן.


שטארק זיך און שטארק די אנדערע מלמדים, און זע עס זאל זיין א פאזעטיווע לופט צווישן די מלמדים, א פרייליכע אטמאספער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#157 - א מלמד דארף האבן א שטארקע אחריות צו זיין צייטליך
מלמדים, מוסדות, שטעטל, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, ל"ו שובבי"ם, כ"ב שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש


איך האב הנאה אז דו שרייבט מיר וואס טוט זיך אין חדר אין שטעטל.


איך וויל דיר בעטן זאלסט קומען צייטליך, און אפאר מינוט פריער. זיין א מלמד איז א גרויסע אחריות, און אז מען נעמט אראפ אפילו איין מינוט פון די צייט וואס מען דארף געבן פאר די קינדער - קען מען דאס נישט באצאלן.


דיין ברודער ר' ישראל יוסף נרו יאיר זאגט מיר, עס איז אים זייער שווער אינדערפרי אליינס ווען די מלמדים קומען נישט אין צייט. איך בעט דיר זייער, שטיי אים צו די האנט, ער זאל נישט פאלן פון די כוחות. איך האף בקרוב וועט איר האבן א גוטע מנהל, ר' מרדכי, וואס וועט ענק קענען מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#156 - די ליצנות נעמט ארויס יעדע ברעקל יראת שמים
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, חדר, יראת שמים, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בקרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו שרייבסט מיר יעדע פרט וואס טוט זיך אין חדר.


איך וויל דיר בעטן זאלסט נישט הערן די רעקארדינגס פון די לצים... א מלמד דארף האבן יראת שמים, די ליצנות נעמט ארויס יעדע ברעקל יראת שמים און וואס וועסטו שוין קענען אריינלייגן אין די קינדער מיט די ריינע נשמות?


זיי מכבד דיין ברודער הרב ר' יוסף און זיי זיך מיט אים מחזק, ער ווייסט גוט וואס איך וויל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - אז דו האסט הנאה פון די מלמדות, וועסטו מצליח זיין
מלמדים, מוסדות, דרך ארץ, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בשלח, כ"ג שובבי"ם, ט' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט הנאה צו זיין א מלמד, ווייל נאר אזוי קען מען מצליח זיין; אויב די קאפ ליגט ערגעץ אנדערש און מען קומט צו די קינדער אבי געזונט, מען האט נישט קיין געדולד - איז נישטא קיין הצלחה און דאס איז גניבה וגזילה. איך האב אמאל געדארפט פארשיקן א מלמד ביי אונז וואס זיין קאפ און מח איז געווען קויפן און פארקויפן, און די קינדער זענען געווען די צווייטע פריאריטעט.


איך בעט דיר זייער, לייג זיך אריין אינגאנצן פאר די קינדער, דעמאלט וועט דיר זיין גרינגער די ארבעט. אויך די דרך ארץ, ווייל די קינדער שפירן גלייך אויב זייער רבי איז מיט זיי בגוף ונפש, אדער ער איז נאר דארט בגוף אן קיין נשמה. קינדער ווילן נישט זיין חוצפה'דיג, קינדער פרובירן אויס זייער מזל, און ווען זיי זעען אז דער רבי איז ערנסט מיט די ארבעט, דער מלמד איז אינגאנצן מיט זיי - ווערן זיי צוגעקלעבט צו אים און די ארבעט גייט גרינג און געשמאק.


שרייב מיר יעדן טאג עפעס א נקודה פון חדר, איך וויל וויסן יעדע פינטל און יעדע האר פון חדר; די חדר איז מיר דאס טייערסטע און וויכטיגסטע פון אלעס אינעם מוסד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.