בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#62 - יונגע בחורים דארפן לערנען אסאך גמרא און חומש רש"י
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים, התחזקות, סיפורי צדיקים, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי נישט ברוגז אז איך זאג דיר ווי אזוי צו זיין א מלמד, איך וויל דו זאלסט טון א גוטע ארבעט.


איך בין געווען אין שטעטל, איך האב זיך אונטערגעהערט ווי דו לערנסט מיט די בחורים. מען דארף זיין אנגעגרייט פאר'ן טאג - וואס צו לערנען, מען קען נישט א גאנצן טאג רעדן חיזוק, חיזוק - חיזוק. יונגע בחורים דארפן לערנען אסאך גמרא און חומש רש"י, צו דעם, בנוסף לזה - געבט מען חיזוק, אבער מען קען נישט רעדן א גאנצן טאג חיזוק, די קינדער דארפן לערנען.


גרייט זיך אן וואס דו גייסט לערנען; די ערשטע זאך, די וויכטיגסטע זאך - זאלסטו לערנען מיט זיי חומש רש"י. צעטייל די פרשה אויפ'ן וואך, אז במשך די וואך זאלסטו ענדיגן מיט זיי די גאנצע פרשה מיט רש"י. חומש רש"י איז זייער א וויכטיגער לימוד, לערן עס פאָר מיט א געשמאק, מאך עס אינטערעסאנט פאר זיי, קוק זיך פאָר די פרשה מיט מדרשים; קינדער האבן זייער ליב מעשיות, מאך עס פאר זיי עס זאל זיין א געשמאק.


אויך לערן מיט זיי גמרא, רש"י און תוספות.


נאכדעם דערצייל זיי יעדן טאג אביסל מעשיות פון צדיקים, דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ צו וועלן זיין צדיקים.


גיי פארטאגס אביסל אין פעלד, זיי זיך מתבודד; בעט דעם אייבערשטן פאר אלע תלמידים, אלע זאלן אויסוואקסן צדיקים.


נאכאמאל, מען דארף חיזוק, אבער א גאנצן טאג חיזוק - האט נישט קיין זין.


קויף זיך א נייע הוט; א מלמד דארף גיין אנגעטון שיין.


 

#61 - מ'דארף רעדן צו קינדער פון אמונה און פון צדיקים
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, מדות טובות, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו לערנסט מיט זיי, דו לייגסט אריין אין זיי תורה און יראת שמים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד - אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת". איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט.


דער עיקר זאלסטו רעדן צו זיי פון גוטע מידות, פון בין אדם לחבירו; דערצייל זיי מעשיות פון דאס הארבקייט פון טשעפען א צווייטן און די שכר פון די וואס געבן אכטונג אויף אנדערע.


דערצייל זיי מעשיות בכלליות פון צדיקים, אלע מעשיות פון צדיקים איז סם החיים. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", וויסן זאלסט אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט אויפגעפלאמט דאס הארץ, מען באקומט א מורא'דיגע בענקעניש צו ווערן אן ערליכער איד. ווען מען הערט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך זוכה זיין צו דעם און ווערן א צדיק.


אויך זאלסטו רעדן צו זיי פון יראת שמים, זיי זאלן זיך היטן די אויגן און זיך היטן בקדושת היסוד; אבער אלץ זאלסטו רעדן מער פון עשה טוב, מען דארף רעדן פון סור מרע, אבער די עיקר דארף מען רעדן פון אמונה און פון צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#60 - די מלמדים דארפן א מנהל וואס זאל זיי מחזק זיין
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חבר, מחותני הר"ר ... שליט"א, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש


איך פריי זיך זייער צו הערן פון די מלמדים אז דו האסט נאכאמאל אנגעהויבן דיין וועכנטליכע שיעור פאר זיי, דו ביסט מחזק די מלמדים זיי זאלן ממשיך זיין מיט זייער ארבעט.


זיין א מנהל איז זייער א גרויסע אחריות; די מלמדים לערנען טאקע מיט די קינדער, זיי זיצן מיט די קינדער, אבער איינער דארף זיי מחזק זיין, איינער דארף זיי געבן א גוט ווארט, אן עצה, אביסל הילף וכו' וכו'; אז דער מנהל האט אינזין די מלמדים, זיי צו שטארקן און מחזק זיין, אז דער מנהל קוקט זיך אום אויב די מלמדים זענען צייטליך, צי זיי לערנען געניט חומש רש"י, משניות און גמרא, יעדער איינער וויפיל זיי דארפן לערנען - דעמאלט גייט די זכות אויפ'ן מנהל; די לימוד התורה - אלעס גייט אויף זיין חשבון.


איך דאנק דיר פאר'ן מחזק זיין די מלמדים. וויסן זאלסטו, אונזער זאך איז די קינדער; אז מיר וועלן אריינלייגן די קאפ און מח אין די חינוך הילדים - וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען פון אלע צדיקים, מיר וועלן האבן מיט וועם אנטקעגן גיין משיח צדקינו במהרה בימינו, אמן.

#59 - א מלמד בויט כלל ישראל
חינוך הילדים, מלמדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי קדושים, ט' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נישטא קיין ווערטער וואס זאל ארויסברענגען דאס גרויסקייט פון א גוטע מלמד; אלע תורה און תפילה וואס די תלמידים גייען לערנען און דאווענען זייער גאנץ לעבן, אלעס גייט אויפ'ן זכות פונעם מלמד. א מלמד בויט כלל ישראל; די אלע קינדער גייען אויפוואקסן ערליכע אידן, אלעס בזכות דעם מלמד.


לייג אריין אין די קינדער אמונה; יונגע קינדער האבן אין זיך א שטארקע תמימות, זיי נעמען אריין יעדעס ווארט, די קינדער וועלן זייער גאנץ לעבן געדענקען זייער מלמד, עס וועט בלייבן איינגעקריצט אין זיי די ריינע אמונה.


מוהרא"ש דערציילט, ער האט געהאט א מלמד א ברסלב'ער חסיד, ער פלעגט אריינלייגן אין די קינדער זייער שטארקע אמונה. די חדר איז געווען אין א שול און ווען א קינד האט עפעס געדארפט פלעגט דער מלמד נעמען דאס קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דאס קינד קישן דעם פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריינגעברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.


נאך האט מוהרא"ש דערציילט, אז דער מלמד רבי יעקב האט געלערנט מיט זיי נ"ך, ספר יהושע, שופטים, שמואל א', שמואל ב' און ספר מלכים ביז קאפיטל ח'; מוהרא"ש איז געווען דעמאלט א קינד פון זעקס זיבן יאר און ער פלעגט זאגן אלע יארן אז ער געדענקט יעדעס ווארט פונעם מלמד, ווייל ער האט דאס אריינגעלייגט אין די קינדער מיט א מורא'דיגע קלארקייט, מיט גאר א שטארקע אמונה. מוהרא"ש האט נאכנישט געוויסט דעמאלט פון ברסלב און אז דער מלמד איז א ברסלב'ער חסיד, יארן שפעטער ווען מוהרא"ש איז מקורב געווארן האט ער זיך דערוויסט אז דער ר' יעקב קאלמענאוויטש איז געווען א ברסלב'ער חסיד.


בנוגע דער קינד וואס איז דיר געקומען דערציילן אויף א צווייטע אינגל אז ער האט גערעדט צו אים נישט איידל; זאג פאר'ן קינד וואס האט דאס דערציילט: "זייער גוט אז דו דערציילסט מיר, זאלסט אלץ קומען דערציילן"; און דעם אנדערן קינד זאלסטו נעמען אין א זייט און אים זאגן ער זאל נישט רעדן אזוי, זאלסט אים זאגן די הארבקייט פון ניבול פה.


ווען דו דארפסט געבן מוסר פאר א קינד זאלסטו דאס טון אזוי ווי מען געבט מעדעצין; אזוי ווי קינדער ווילן נישט נעמען קיין מעדעצין, אזוי ווילן זיי נישט הערן מוסר. וואס טוט מען ווען דארף געבן פאר א קינד מעדעצין? עס איז שווער צו נעמען די שארפע מעדעצין, וואס טוט מען? מען געבט זיי צו טרינקען א זיסע געטראנק פארדעם און נאכדעם און אינדערמיט שמוגלט מען אריין די שארפע מעדעצין, אזוי איז אויך מיט מוסר; ווען א מלמד וויל זאגן מוסר פאר'ן תלמיד, דארף מען אנהייבן מיט שיינע ווערטער, אויסרומען דעם תלמיד, ווי טייער ער איז, ובתוך הדברים זאגט מען אים אז מען רעדט נישט קיין ניבול פה, מען זאגט אים די הארבקייט דערפון און מען ענדיגט מיט גוטע חיזוק, ווי חשוב ער איז, ווי טייער ער איז און ווי שיין ער וועט אויסוואקסן אויב וועט ער זיך פירן גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - לערן מיט די קינדער אסאך חומש רש"י
חינוך הילדים, מלמדים, סיפורי צדיקים, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ"ה ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


טייערער מלמד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש


היינט איז א גרויסער טאג, דער יארצייט פון הייליגן צאנזער רב זכותו יגן עלינו.


עס איז באוויסט אז דער הייליגער דברי חיים האט געבעטן די מלמדים פון זיינע קינדער, זיי זאלן דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון הייליגן רבי אלימלך און פון זיין ברודער, דער הייליגער רבי זושא זכותו יגן עלינו; ווייל דאס איז די שטערקסטע מוסר, דאס פלאמט אויף די הערצער פון די קינדער.


זאלסטו זיך מאכן א סדר יעדן טאג צו דערציילן מעשיות פון די צדיקים; היינט איז דא א שפע פון מעשה ביכלעך גוט אראפגעלייגט פאר קינדער.


אויך בעט איך דיר זייער, לייג אריין מער כח אין חומש רש"י, מער פון אלעס. די קינדער גייען באלד ארויס פון חדר, זיי גייען מער נישט לערנען חומש רש"י; אין ישיבה און אין כולל לערנט מען גמרא און הלכה, וויפיל זיי וועלן לערנען יעצט - דאס וועלן זיי האבן.


קינדער וואס קענען גוט חומש רש"י - קענען שוין נאכדעם אלעס; וואו זיי לערנען האבן זיי ידיעות התורה, בנוסף - די יראת שמים.

#57 - גארנישט איז נישט העכער פון מחנך זיין אידישע קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש


לייג אריין דיין קאפ אין חדר; ביי מיר איז דער חדר און סקול דאס וויכטיגסטע, גארנישט איז נישט העכער פון מחנך זיין אידישע קינדער.


אויב איז דא זאכן צו פאררעכטן - זאלסטו רעדן מיט'ן מנהל ר' ... נרו יאיר; האב נישט מורא צו רעדן מיט אים, האב נישט מורא צו באמערקן, און אויב דו זעסט אז עס ווערט נישט מסודר - זאלסטו רעדן צו מיר, טראכט נישט 'איך וויל נישט שטערן דעם ראש ישיבה', מיט דעם וואס מען באמערקט נישט, מען פאררעכט נישט - מיט דעם שטערט מען מיר, מיט דעם טוט מען מיר וויי. איך וויל וויסן יעדע פרט וואס טוט זיך ביי מיר אין מוסד.


נעכטן נאכט האט מען גערוקט דעם זייגער; מיר גייען אריין אינעם צווייטן חלק יאר, דער זומער זמן. יעצט ווערן די קינדער מער פארשפילט, דארף מען זען ווי מער מען קען אין זיי אריינלייגן יראת שמים און ריינע אמונה מיט א זיסקייט און געשמאק.

#56 - זיי מתפלל מיט די קינדער מ'זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע
תפילות אויף אידיש, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ער מלמד ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך! זיין א מלמד איז פון די העכסטע זאכן ביי אידישע קינדער. מלמדים ציען אויף דורות פאר'ן אייבערשטן, בפרט די מלמדים וואס געבן אכטונג אויף יעדן איינציגסטן קינד, זיי געבן זיך אפ מיט די קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער און געבן זיי ליבשאפט און ווארעמקייט - די זענען זייער חשוב ביים אייבערשטן.


איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל קענען די וואך באצאלן אלע מלמדים, איר וועט קענען אנגרייטן דעם יום טוב מיט הרחבת הדעת.


איך דארף האבן גרויסע ניסים, בעט איך דיר, זיי מתפלל מיט אלע קינדער יעדן טאג די ווערטער: "הייליגער באשעפער, העלף די מוסד זאל האבן גרויס שפע, מען זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע צייטליך".


בזכות די תפילות פון תינוקות של בית רבן וועלן מיר האבן ניסים.

#55 - קינדער ווערן צעשניטן טאג טעגליך
חינוך הילדים, מלמדים, חדר

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, מברכים אדר, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס ציטערט צו הערן אזעלכע שענדליכע מעשיות וואס איר שרייבט, וואס דער מלמד האט געטון מיט אייער קינד ... נרו יאיר; ער האט אים פארשעמט פאר אלע קינדער ווען ער האט זיך בטעות נאס געמאכט, ער האט אים פארשעמט, ער האט געזינגען מיט אלע קינדער: "שעם שעם בעבי" און דאס האט אים זייער צעקלאפט השם ישמרינו.


די גרעסטע צרה איז, ווען מען וויל רעדן פון דעם וואס מלמדים טוען מיט קינדער זאגט מען מיט שפאט: "היינט טוט מען שוין נישט אזוי", "היינט איז שוין נישטא די מעשיות"; מען וויל נישט גלייבן אז ביזן היינטיגן טאג ווערן קינדער צעשניטן טאג טעגליך פון מענטשן וואס וואלטן געדארפט ארבעטן ביי די מיסט. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן: "די מלמדים וואס נוצן זייערע הענט, די מלמדים וואס פארשעמען - די דארפן ארבעטן ביי די מיסט, זיי טארן נישט ארבעטן מיט קינדער".


איך בעט אייך זייער, פארלירט זיך נישט, איר וועט נאך האבן פון דעם קינד אסאך נחת. שטייט אין דער זייט, לאזט אים וואקסן זיין וועג. געבט אים ווייטער גוטע ווערטער און פרובירט אים אויפהייבן מיט גוטע ווערטער; אז ער ווארפט עס צוריק, ער וויל דאס נישט אננעמען - מיינט נישט אז ער נעמט עס טאקע נישט אן, נאר דאס איז א וועג ביי קינדער, זיי ווילן נישט מען זאל זען ווי עס שמעקט זיי גוטע ווערטער, אבער אלע דארפן גוטע ווערטער, אלע בויען זיך מיט גוטע ווערטער.


קינדער זענען אזוי ווי ביימעלעך, מען דארף ארבעטן מיט זיי; עס איז א שווערע ארבעט, דער עיקר שוועריקייט איז אז מען זעט נישט גלייך די פירות; מען פלאנצט, מען אקערט און מען זייט, אבער מען זעט נישט גלייך די פירות, דאס איז אבער זיכער, אז די ארבעט גייט נישט לאיבוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - אז די עלטערן ווילן נישט מיטארבעטן, זאלן זיי זיך אליין אפגעבן מיט'ן קינד
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו געבסט זיך אפ מיט אזא שטארקע סבלנות, דו האסט א געפיל פאר יעדן איינציגסטן קינד.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; דא בזה העולם איז א מלמד נישט דער חשוב'סטער, אבער אין הימל איז א מלמד זייער חשוב. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט'ן קינד אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד, א טיטשער, געבן אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן אלע תפילות.


בנוגע דעם קינד וכו'; אז די עלטערן ווילן נישט מיט ארבעטן, זיי ווילן נישט געבן פאר'ן קינד אביסל ריטעלין - איז נישטא וואס צו טון, זאלן זיי זיך אליינס מטפל זיין מיט'ן קינד. ער איז נישט קיין בן יחיד אין כיתה, עס איז דא א גאנצע כיתה און אז אלע כאפן מכות פון אים און ער רעדט ניבול פה, ער שלאגט יעדן איינעם, ער שלאגט דעם מלמד; דו אליינס האסט געכאפט מכות - זאלן זיי זיך אליינס מטפל זיין מיט אים.


קוק די צענדליגער בריוו אין אשר בנחל ווי מוהרא"ש שרייבט פאר די מלמדים אין יבנאל וואס ליידן פון אזעלכע קינדער וואס קומען פון עלטערן וואס ווילן נישט מיט ארבעטן; צענדליגער און הונדערטער בריוו פאר משפחות אין יבנאל וואו מוהרא"ש שרייבט זיי און ווארנט זיי, זיי זאלן מיט ארבעטן מיט די מוסד, אז נישט וועלן די קינדער נישט קענען קומען אין חדר.


דעריבער זאלסטו רופן די עלטערן און זיי זאגן קלאר אז דער קינד קען קומען אין חדר נאר אויב ער רעדט נישט קיין ניבול פה און אז ער וועט נעמען אביסל ריטעלין זיך צו בארואיגן.


בנוגע דיין שוואגער וכו'; איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל טרעפן א גוטע שידוך. ער איז א טייערער בחור, ער האט גוטע מידות, איך האף אז ער וועט בקרוב טרעפן זיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - דער עיקר הצלחה מיט תלמידים איז סבלנות
תפילות אויף אידיש, מלמדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


אז דו ווילסט מצליח זיין מיט די תלמידים זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן; בעט אים דו זאלסט זיין רואיג, דו זאלסט האבן געדולד צו די קינדער, ווייל דער עיקר הצלחה מיט תלמידים איז סבלנות; ווי מער סבלנות מען האט - אלץ מער איז דא הצלחה.


 אין שטעטל קען מען זיך מתבודד זיין צווישן פעלדער און וועלדער, מען קען זיך גוט אויסשרייען; מען קען שרייען ע' קלין ביז מען איז זוכה אריינצוקומען אין די קדושה (עיין ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב).


דא האסטו א קליינע תפילה, מיט דעם זאלסטו אנהייבן דעם טאג:


"רבונו של עולם, איך לויב דיר און איך דאנק דיר אז איך האב די זכי' צו לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר איך זאל האבן סבלנות צו די קינדער, העלף מיר איך זאל זיין רואיג. איך בין אזוי נערוועז; שטענדיג בין איך נערוועז, איך בין אנגעצויגן פון גארנישט מיט נישט, אלץ בין איך אנגעצויגן, איך האב מורא אז איך געב דאס אויס אויף די קינדער.


הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל וויסן ווי אזוי צו רעדן צו די קינדער, זיי זאלן אננעמען וואס איך זאג; העלף מיר איך זאל זיי אויפבויען, זיי זאלן ליב האבן צו לערנען און דאווענען. העלף מיר איך זאל זיי אלע ליב האבן, איך זאל זען זייערע מעלות".


אז דו וועסט בעטן אויף דעם וועסטו מצליח זיין.

#52 - א גוטער מלמד מעסט זיך נישט מיט וויפיל צעטלעך ער שיקט אהיים
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, כ"ג טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה קרית יואל


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט; א גוטער מלמד, א גוטע תלמוד תורה מעסט זיך נישט מיט וויפיל צעטלעך די קינדער קומען אהיים, נישט דאס מאכט דעם מלמד בעסער אדער ערגער, אויב דער מלמד איז א נערוועזער, אנגעפילט מיט נערוון וועט אים נישט נוצן די צעטלעך וכו'.


מיר קען מען נישט פארקויפן וואס א מלמד איז, איך בין געווען א מלמד מיט יארן צוריק; די אלע קונטרסים, צעטלעך, טשארטס וכו', וכו' - איז לא מעלה ולא מוריד, דער עיקר דארף מען האבן מלמדים וואס געבן אכטונג אויף די קינדער, מלמדים וואס זענען רואיג, מלמדים וואס זענען נישט נערוונדיג ה' ירחם.


אין די וויליאמסבורג'ע חדר פלעגט מען אריינלייגן כוחות אין די זאכן, מען פלעגט פרובירן צו ווייזן פאר די עלטערן וויפיל בעסער די תלמוד תורה איז, אז מען איז געלונגען מיט ארט"ס ענ"ד קרעפט"ס, ביז איך האב געבעטן מען זאל אלעס אפלאזן, מען זאל אריינלייגן די קאפ, מח, מחשבה, הארץ און געפיל אין די קינדער, לערנען מיט זיי און זיי אויפהייבן, אויפבויען.

#51 - א גוטער מלמד בויט אויף די קינדער, און האט געדולד צו די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, שובבי"ם, כ"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מלמד


זיין א מלמד איז א גרויסע אחריות; א גוטער מלמד איז נישט ווער עס מאכט בעסערע צעטלעך אהיים צו שיקן וכו', א גוטער מלמד געבט אכטונג אויף די קינדער, ער בויט אויף די קינדער, ער האט הלל'ס געדולד צו די קינדער.


אמאל פלעגסטו מיר רופן אפאר מאל א טאג פרעגן: 'איך האב גוט געטון אזוי?' 'איך האב גוט געטון אזי?' האסט מיר דערציילט יעדע פרט ופרט, דעמאלט בין איך געווען זייער רואיג, איך האב מיטגעהאלטן וואס טוט זיך, איך האב געוויסט אז דו וועסט מיר זיכער דערציילן ווען דו ביסט ארויס פון די כלים וכו'. לעצטנס רופסטו מער נישט, איך הער נישט פון דיר; בין איך אביסל באזארגט אויב אלעס איז בסדר גמור.


נישט אז איך זוך זיך ארבעט נאר איך וויל דו זאלסט זיין א געדולדיגער מלמד, נישט שרייען וכו'; אז מען דארף שרייען איז שוין ביטער, אז די קינדער כאפן טאג און נאכט פסקים איז נישט גוט.


איך זע דיין צעטל וואס דו מאכסט וועכנטליך, אבער דאס מיינט פאר מיר גאר ווייניג, איך וויל וויסן וואס טוט זיך הונטערן צעטל, אויב דארט ליגט א מלמד וואס האט געדולד - איז גוט, אויב ליגט א נערוונדיגער נערוועזער מלמד - איז נישט גוט.


איך ווארט צו הערן וואס טוט זיך.

#50 - א מלמד דארף אכטונג געבן אויף די געפילן פון די קינדער
חינוך הילדים, מלמדים, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, פארנדיג קיין אומאן


 


לכבוד אונזער טייערער מלמד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


משפחת ... האט מיר גערופן, זיי האבן ממש געוויינט פון שמחה אז זייער זון האט אזא מלמד. זיי דערציילן מיר ווי דו געבסט אכטונג אויף די געפילן פון זייער קינד, זייער קינד דערציילט אז דו נעמסט אים מיט ווען דו גייסט ארויס פון כתה מאכן קאפי"ס, דו געבסט אכטונג אויף זיינע פחדים; ער זאגט פאר זיינע עלטערן: "מיין רבי איז אזוי גוט צו מיר, ער ווייסט אז איך האב מורא - געבט ער אכטונג אויף מיר, אבער איך שעם זיך פון אים", ער ווייסט אז ער האט א פראבלעם.


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו לויבן, איין זאך קען איך זאגן: "כמותך ירבו בישראל!" א מלמד וואס גייט ארויס פון זיין וועג, ער געבט אכטונג אויף די טייערע ריינע נשמה'לעך - איז א יקר המציאות.


בעט מיט די קינדער פאר מיר; יעצט האט זיך אנגעהויבן א פרישע קול הברה, מען רעדט צו רבנים לשון הרע אויף אונזער קהילה; מיר פערזענליך גייט עס נישט אן, אבער א שאד די אלע צעבראכענע בחורים וואס האבן חיות, חיזוק און לעבן פון די ישיבה וועלן האבן פרישע שוועריקייטן.


בעט פאר מיר, יואל בן ריצא רעכיל; איך בעט פאר דיר און דו בעט מיט די קינדער פאר מיר.


 

#49 - די יאר 'כתה א'' איז קריטיש וויכטיג פאר'ן לעבן
חינוך הילדים, מלמדים, עברי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה קרית ברסלב ליבערטי


איך ווארט דו זאלסט מיר רופן לכל הפחות איינמאל א וואך, איך וויל הערן א באריכט פון חדר; איך וויל זיין ביי דיר אין כתה, איך וויל מיטהאלטן ווי די קינדער לערנען.


די יאר 'כתה א'' איז קריטיש וויכטיג פאר'ן לעבן, עס איז זייער א וויכטיגע יאר. דו טראגסט א ספעציעלע אחריות אז יעדע איינציגסטע קינד זאל קענען גוט די עברי, אלע זאלן קענען ליינען.


איך בעט דיר זייער, גיי שלאפן פרי זאלסט זיין גוט אויסגערוט, גוט מוטיג, רואיג און געלאסן. עס ווערט גע'פסק'נט (יורה דעה סימן רמה, סעיף טז): "וְאֵין לַמְלַמֵּד לִנְעוֹר בַּלַּיְלָה יוֹתֵר מִדַּאי שֶׁלֹא יִּהְיֶה עָצֵל בַּיוֹם לִלְמֹד", א מלמד דארף שלאפן גוט; א מלמד קען נישט גיין און קומען ביינאכט דא און דארט, מען דארף זיין גוט אויסגערוט צו די קינדער.


אינדערפרי זאלסטו גיין אביסל התבודדות, וועט דיר די גאנצע טאג גיין אנדערש.

#48 - א שמייכל פונעם מלמד קען מאכן דאס קינד אויסוואקסן אן ערליכער איד
חינוך הילדים, מלמדים, אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש, זיין א מלמד איז די גרעסטע זאך; דו בויסט אויף כלל ישראל, דו שטעלסט אוועק אידן פאר'ן קומענדיגן דור, דו פלאנצט איין אידישקייט.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות. איך ווייס אז עס דיר ביטער שווער, נישט אלע קינדער און בחורים הערן אויס, נישט אלע פאלגן; בעט איך דיר, פרוביר זיך אריינצולייגן אין זייער מצב. דו האסט קינדער און בחורים וואס קומען פון אזעלכע צעבראכענע שטובער השם ירחם, דיין תלמיד הבחור ... האט שוין געהאט פיר מאמעס השם ירחם, יעצט איז זי אויך אנטלאפן, באלד קומט א פיפטע מאמע; עס גייט נישט אריין אין קאפ די צער און יסורים פון אזא קינד. איין גוט ווארט, איין שמייכל פונעם מלמד קען אים טראגן ביז ער וועט אויסוואקסן אן ערליכער איד.


איך וויל דיר בעטן אויב דו וועסט מיר ווייטער קענען העלפן מיט די חתונות אין ישיבה. קומענדיגע וואך, מאנטאג ויגש וועט זיין א חתונה, די זיבעצנסט'ע חתונה אין ישיבה; איך האף דו וועסט מיר העלפן מיט די תלמידים, אלעס זאל זיין צוגעשטעלט גענצליך בחנם.

#47 - ס'איז וויכטיג צו האבן קשר מיט'ן מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


אז אייער קינד קומט אהיים פון חדר צעווילדעוועט, ער שלאגט אייך און דריידט איבער, דארפט איר אדער אייער מאן - רעדן צום מלמד; מיר האבן אויסערגעווענליכע מלמדים, זיי וועלן בעזר השם העלפן אייער קינד.


בכלל איז וויכטיג צו האבן קשר מיט'ן מלמד, זיך אינטערעסירן כסדר און זיך באדאנקען; די מלמדים ארבעטן מיט מער חשק ווען זיי זעען אז די עלטערן אינטערעסירן זיך און באדאנקען זיך.


איך בין גרייט צו העלפן, צו טון אלעס פאר אייערע קינדער, איך זוך זיך נישט ארויסצודרייען, אבער די ריכטיגע וועג איז אז איר אליינס אדער אייער מאן זאל רופן וועכנטליך דעם מלמד איבערשמועסן אלעס לטובת די קינדער.

#46 - רעד פון אמונה, תפילה און גוטע מידות, וועט קיינער נישט האבן קיין טענות
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


                                יום ד' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זוכסטו זיך קאפ וויי? דו ווייסט דאך אז ביי אונז איז מען זייער מקפיד אויף דעם, אינגלעך זאלן נישט קוקן אין שפיגל; פארוואס דארפסטו אריין גיין אין שמועסן וואס וועט דיר ברענגען פראבלעמען? פאר איין אזא ווארט קענסטו פארלירן דיין פרנסה, מען וועט דיר פארשיקן פון די מלמדות, וואס פעלט עס אויס?! בפרט ביי ענק אין מוסד, דארט איז מען זייער שטרענג קעגן קוקן אין שפיגל.


אנשטאט אריין גיין אין הייקעלע שמועסן זאלסטו רעדן פון זיכערע זאכן; רעד פון אמונה, רעד פון תפילה און פון גוטע מידות. אז דו וועסט רעדן צו די קינדער פון אמונה, פון תפילה און פון גוטע מידות וועט קיינער נישט האבן קיין טענות, די קינדער וועלן ווערן צוגעקלעבט צו דיר, די עלטערן וועלן דיר נאר אויסלויבן.


שטארק זיך ווייטער מיט די מלמדות; א מלמד האלט די וועלט, א מלמד היט די שטאט. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי חגיגה א, ז) דער הייליגער רבי חייא, רבי אסי און רבי אמי זענען ארום געגאנגען אין שטעטלעך אין ארץ ישראל אוועק שטעלן מלמדים זאלן לערנען מיט די קינדער חומש און משניות, זיי זענען אנגעקומען אין א שטאט וואו עס איז נישט געווען קיין חדר, "אֲמָרִין לוֹן אַיְיתּוּן לָן נָטוֹרֵי קַרְתָּא", האבן זיי געפרעגט פון די מענטשן אין די שטאט, וואו זענען די היטערס פון שטאט? מיר ווילן רעדן צו זיי, "אֲזַלוּ וְאַיְיתּוּן לוֹן סַנְטוֹרֵי קַרְתָּא", האבן די שטאט מענטשן געברענגט די שומרים, "אֲמָרִין לוֹן, אִלֵּין אִינוּן נָטוֹרֵי קַרְתָּא, לֵית אִלֵּין אֶלָּא חֲרוֹבֵי קַרְתָּא", האבן די הייליגע צדיקים געפרעגט - די היטן די שטאט? די מאכן חרוב די שטאט! מענטשן פארלאזן זיך אויף זיי און מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, "אֲמָרִין לוֹן, וּמַאן אִינוּן נָטוֹרֵי קַרְתָּא", האבן זיי געפרעגט, וועם ווילט איר טרעפן, ווער זענען ביי אייך די היטערס פון שטאט? "אֲמָרִין לוֹן, סַפְרַיָּיא וּמַתְנֵיינָיא", האבן זיי געזאגט מיר זוכן די מלמדים, מלמדים - זיי היטן די שטאט, זיי בויען די שטאט.


איך האף דו וועסט פאררעכטן, דו וועסט רעדן צו די קינדער נאר וואס איז וויכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - רעד מיט דיין זון'ס מלמד לכל הפחות איין מאל א וואך
חינוך הילדים, מלמדים, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין ווייב'ס בריוו.


זע צו רעדן מיט דיין זון'ס מלמד לכל הפחות איין מאל א וואך און אים געבן געלט פאר'ן זיך אפגעבן מיט דיין זון נרו יאיר.


בנוגע קומען קיין אמעריקע; נישטא וואס צו טון אין אמעריקע, בלייב אין ארץ ישראל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - א מלמד זאל נישט הערן די נייעס, ער דארף האבן ריינע געדאנקען
חינוך הילדים, מלמדים, מחשבות, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


זיי זיך מקבל נישט צו האבן מיט די נייעס און נישט הערן קיין נייעס; די אלע וואס הערן נייעס זענען זייער דערשראקן פון וואס עס גייט זיין וכו', די וואס הערן נישט קיין נייעס זענען רואיג, פרייליך און צופרידן.


איך האף דו וועסט אויפהערן הערן נייעס; פון אנשי שלומינו תלמידי הישיבה קען איך נאר בעטן אבער פון דיר קען איך עס פארלאנגען, ווייל דו ביסט א מלמד אין אונזער הייליגע חדר, וויל איך דו זאלסט האבן ריינע געדאנקען, דו זאלסט איבערגעבן פאר די ריינע נשמות ריינקייט, זויבערקייט און הייליגקייט.


דיין נייעס זאל זיין די חומש, די בלאט גמרא; די נייעס זאלסטו איבערגעבן פאר די קינדער; חס ושלום רעדן צו די קינדער פון פאליטיק, חס ושלום זיך איינרעדן אז דער פרעזידענט וועט זיין א ישועה און פארקערט; א ישועה זעט מען ווען מען בעט דעם אייבערשטן, נאר דער אייבערשטער - ער פירט אלעס און מאכט אלעס.

#43 - אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט מיט תינוקות של בית רבן
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד המלמד ... נרו יאיר.


אשריך ואשרי חלקיך אז דו לערנסט מיט תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, קליינע ריינע קינדער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אֵין הָעוֹלָם מִתְקַיֵּם אֶלָּא בִּשְׁבִיל הֶבֶל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן", די וועלט שטייט אויף די תורה פון די תינוקות של בית רבן.


מיין זון ... נרו יאיר האט געקענט די חומש רש"י כזקן ורגיל, איך האב זיך מחי' געווען ווי גוט ער האט געזאגט און פון זיין הבנה.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח זאלסט קענען ווייטער אנגיין מיט דיין הייליגע ארבעט.


זיי מיר מוחל, איך האף מיר וועלן קענען בקרוב באצאלן דיר און אלע מלמדים.

#42 - יישר כח פאר די געטרייע ארבעט מיט מיינע טייערע קינדער
מלמדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד דער חשוב'ער מלמד הר"ר ... שליט"א.


איך בין זייער צופרידן פון די געטרייע ארבעט וואס דו לייגסט אריין אין מיינע טייערע קינדער ... נרו יאיר און ... נרו יאיר.


איך האב געלערנט מיט זיי נעכטן ביי 'אבות ובנים' חומש רש"י; זיי האבן זייער גוט געקענט און קלאר פארשטאנען.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח צו קענען ווייטער משפיע זיין אויף די תלמידים און זען נחת פון זיי און פון דיינע קינדערלעך.


 

#41 - רעד קלאר צו די קינדער זיך צו היטן פון מנוולים
קדושה, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט מיט קינדער, דו ביסט א מלמד; עס איז נישטא קיין חשוב'ערע זאך ווי א מלמד וואס לערנט בנאמנות מיט אידישע קינדער.


איך וויל דיר דערמאנען דו זאלסט רעדן צו די קינדער פון "קדושת הברית"; האב רחמנות אויף אידישע נשמות, ראטעווע אידישע דורות. אז מען רעדט נישט צו די קינדער פון קדושת הברית איז א גרויסע רחמנות אויף זייער עתיד; א שאד צו בויען א בנין אויב מען גיסט נישט א יסוד, אזוי איז א שאד פאר אלע דיבורים און ארבעט וואס מען לייגט אריין אין זיי, אויב מען גרייט זיי נישט אן זייער יסוד.


ווען דו רעדסט פון קדושת הברית זאלסטו רעדן מיט א ברען, מיט א פייער; עס זאל אריינגיין אין די קינדער'ס הערצער. רעד נישט מיט רמזים, רעד קלאר אין דייטליך, זאג זיי מיט פייער: "מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש", "מען טאר נישט קוקן אויפ'ן אות ברית קודש"; נאכדעם זאלסטו זיין אנזאגן: "אויב איינער ציט אראפ דיין הויזן און כאפט דיר אן דעם אות ברית קודש זאלסטו אויסזאגן פאר דיין טאטע מאמע", זאג זיי: "אויב א אינגל רופט דיר אין בית הכסא אדער אין א זייט און עפנט דיר אויף די הויזן און אונטער-הויזן זאלסטו שרייען 'חזיר!'".


איך בעט דיר זייער, טו וואס איך זאג דיר; האב פון קיינעם נישט מורא, אפילו אנדערע זאגן אנדערש. מיר פאלגן די צדיקים פון די פריערדיגע דורות, מיר גייען אין זייערע וועגן, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (שיר השירים א, ז): "צְאִי לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן"; אזוי האט מוהרא"ש אונז געלערנט, אזוי האט דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו געזאגט פאר די מלמדים, מען דארף אנגרייטן די קינדער זיי זאלן זיין הייליג, זיי זאלן נישט אריינפאלן אין די הענט פון מנוולים.


פאריגע וואך דערציילט מיר א אינגערמאן, ער איז געווען אין א מקוה אין וויליאמסבורג און ער זעט אין א ווינקל ווי אן עלטערער משוגע'נער בחור נעמט א יונגער בחור און טוט מיט אים מעשה תועבה. ער איז געגאנגען צום משמש, א חסידישער אינגערמאן - דער מקוה איד, און אים דערציילט וואס ער האט געזען, ער זאל פארטרייבן דעם מנוול; אנשטאט דער מקוה איד זאל טון צו דער זאך, הייבט ער אן מיט זיינע תורות, אהער מיט אהין, דער אינגערמאן האט געשפירט ווי עס ווערט אים שלעכט, האט ער אליינס מקיים געווען (דברים כא, כא): "וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ", ער האט געמאכט א ויצעקו אויף דעם מנוול; אלע זענען זיך צאמגעלאפן קוקן וואס עס גייט פאר, און וואונדער איבער וואונדער, פלאי פלאים, אלע האבן געפרעגט: "וואס דארפסטו שרייען? זאג אים שטילערהייט!"


דער אינגערמאן קומט מיר פרעגן וואס איך זאג, האב איך אים געזאגט, א שאד די צייט זיך אויפצועסן, נישטא צו וועם צו רעדן, איין זאך קענען מיר טון, רעדן צו די קינדער; אנגרייטן די קינדער זיי זאלן נישט אנקומען צו די מנוולים.


אז דו וועסט רעדן אונטער די נאז וועסטו ערגער מאכן, מען קען נישט זאגן פאר קינדער: "אויב איינער רירט דיר אן, זאלסטו שרייען", ווייל די קינדער ווייסן נישט פשט אין דעם, זיי וועלן שרייען יעדעס מאל איינער וועט זיי געבן שלום עליכם וכו'; אז מען רעדט אונטער די נאז איז דאס גארנישט ווערד, עס מאכט ערגער, די קינדער ווערן דערשראקן פון זאכן וואס דארף נישט דערשרעקן. רעד צו זיי מיט גדלות, רעד צו זיי קלאר, שטאמל נישט, זאג זיי: "מען טאר נישט אנרירן דעם אות ברית קודש און קיינער אין די וועלט קען נישט אנרירן קיין שום פלאץ אונטער דיינע אונטער-וועש".


דער בריוו איז וויכטיג א גאנץ יאר, בפרט יעצט פאר יום טוב ווען די קינדער האבן אזויפיל פרייע צייט; זיי זאלן נישט אנקומען אונטער די הענט פון מנוולים - ה' ישמרינו.


ווייז דעם בריוו פאר אלע מלמדים פון אנשי שלומינו און פאר אלע מלמדים וואס ווילן ראטעווען אידישע דורות פון שלעכטס.


שרייב מיר כסדר וואס טוט זיך ביי דיר אין קלאס.

#40 - דער יסוד פון מלמדות איז דרך ארץ
חינוך הילדים, מלמדים, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד דער טייערער מלמד אין מוסדות היכל הקודש ... נרו יאיר.


וואויל איז דיר אז דיין פרנסה איז צו זיין א מלמד; עס קען זיין אז עס זענען דא בעסערע פרנסות, מענטשן פארדינען מער געלט, אבער תכלית איז דאס. וואס בלייבט פונעם מענטש? נאר דאס וואס מען כאפט אריין תורה ותפלה און אז מען בויט אויף אידישע קינדער, דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט.


דער יסוד פון מלמדות איז דרך ארץ; קינדער מוזן האבן דיסציפלין, קינדער קענען נישט ארומטאנצן א גאנצן טאג. דאס ווענדט זיך אינעם מלמד, דער מלמד דארף אויסלערנען די קינדער דרך ארץ; אז מען מוז פאלגן, מען מוז זיצן אויפ'ן פלאץ ווען מען דארף זיצן (יעדע כתה לויט זיין שטייגער).


דעריבער בעט איך דיר זייער, יעצט נאך סוכות ווען מען הייבט אן די נייע זמן, מען גייט אריבער פון איין כתה צום צווייטן, זאלסטו איינפארעמען די קינדער זיי זאלן מיט דרך ארץ; אויב דו וועסט אריינלייגן כוחות אין דעם, בפרט אנהייב זמן - וועט די גאנצע יאר גיין גרינגער.

#39 - אז מ'שלאגט אייער קינד אין חדר, רעדסט מיט'ן מלמד און מנהל
חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר רעדן מיט'ן מנהל פונעם מוסד פון אייער קינד, אים דערציילן שיינערהייט וואס אייער קינד דערציילט אייך, פון די פחד וואס ער האט פונעם מלמד וואס שלאגט השם ישמרינו.


איך ווייס נישט וואס די שיטה איז דארט אינעם מוסד, ווער עס שטעלט אוועק די גדרים וואס צו טון, ווייל מוהרא"ש זאגט אז א מלמד וואס שלאגט - טאר נישט זיין קיין מלמד, אזא איינער דארף ארבעטן ביי די מיסט; דארט וועט ער זיך קענען אויסגעבן זיינע נערוון, ער וועט ווארפן די מיסט קאנעס מיט רציחה, אזא ארבעט איז גוט פאר אים; קאנעס אז מען ווארפט צעברעכט זיך עס און מען קען קויפן א נייע, אבער א קינד וואס מען ווארפט, מען שלאגט אים - אזא קינד ווערט א בעל מום פאר'ן גאנצן לעבן השם ישמרינו.


פאר איר רופט דעם מנהל זאלט איר רעדן צום מלמד און ווען איר רעדט מיט אים זאלט איר רעדן זייער רואיג נישט צוהיצט, זאגט אים שיינערהייט וואס אייער קינד דערציילט; זאגט אים אז אייער קינד האט מורא צו קומען אין חדר, ער ווערט זייער דערשראקן פון פעטש, און אפילו ער שלאגט נישט אייער קינד זאל ער בארואיגן אייער קינד, אים זאגן אז ער זאלן נישט מורא האבן.


איר זענט נישט די איינציגסטע מאמע וואס שרייבט מיר בריוו וואס צו טון ווען די קינדער קומען אהיים דערציילן ווי די מלמדים שלאגן אין חדר, און נאכדעם קען מען הערן מענטשן זאגן: "היינט שלאגט מען שוין נישט"; ווען היינט און נעכטן און מארגן ווערן קינדער צעשלאגן און צעקלאפט פון מלמדים.


זייט אייך מתוודה צום אייבערשטן וועט איר האבן פאר אייערע קינדער גוטע ערליכע מלמדים; די עצה זאגט דער רבי, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות דרך חלק ב', סימן א): "עַל יְדֵי וִדּוּי דְּבָרִים", דורך דעם וואס מען איז זיך מתודה צום אייבערשטן, "גּוֹרְמִין, שֶׁהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַזְמִין מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת שֶׁלּוֹמְדִים בֶּאֱמוּנָה", העלפט דער אייבערשטער מען זאל האבן גוטע ערליכע מלמדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר .

#38 - מיר גרייטן יעצט אן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר
מלמדים, מוסדות, נחת, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר.


א גריס פון דיינע ליכטיגע קינדער; אלע זענען ערליך און פירן זיך מיט יראת שמים, בפרט דיין בחור ... נרו יאיר בטל'ט נישט די צייט, אדער לערנט ער, אדער העלפט ער אדער איז ער מפיץ; איך האף אז ער וועט בקרוב א חתן ווערן.


איך וויל וויסן וואס דיין פלאן איז פאר קומענדיגע יאר, מיר גרייטן יעצט אן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר - הבא עלינו לטובה.


 מיר וועלן זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיין דער כתה א' מלמד, מיר קוקן ארויס אויף דעם; ביטע לאזן וויסן דעם מנהל ר' ... נרו יאיר דיינע פלענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.