בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - ביסט א מקדש שם שמים מיט דיין אויפפירונג
ניבול פה, דרך ארץ, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער תלמיד ... נרו יאיר.


איך שרייב דיר יעצט דעם בריוו פון הימל; איך פלי יעצט קיין ארץ ישראל וואו איך וועל בעטן פאר דיר און פאר דיין משפחה ביי אלע מקומות הקדושים וואו איך וועל זיין, בפרט ביי מוהרא"ש.


איך וועל דערציילן פאר מוהרא"ש אלעס וואס דו העלפסט מיר און אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר; איך גלייב אז בקרוב וועסטו האבן א ישועה שלימה.


רק חזק אחי היקר! שטארק זיך ווייטער מיט דיין איידעלע התנהגות; דו ביסט א מקדש שם שמים מיט דיין אויפפירונג. וואו זעט מען היינט אינגעלייט וואס ארבעטן א גאנצן טאג זאלן האב א ריין מויל? וואו זעט מען היינט אינגעלייט ארבייטערס מיט ריינע אויגן וכו' וכו'? נאר ביים הייליגן רבי'ן.


איך דאנק דיר פארן העלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; אין דעם זכות זאל דיר דער אייבערשטער העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דיין ראש ישיבה.

#1 - א קידוש ה' אז דו רעדטס איידל
חנוכה, ניבול פה

בעזהשי"ת - מוֹצָאֵי שַׁבָּת קוֹדֶשׁ פַּרְשַׁת וַיִשְׁלַח, שְׁנַת תשע"ה לפ"ק


לְכָבוֹד מֵיין טַייעֶרֶע ... נ"י


אַ גְרוֹיסֶער יְיַשֵׁר כֹּחַ פַאר אַלֶעס וָואס דוּ הֶעלְפְסְט מִיר, אוּן אִיך הָאבּ אַסַאך נַחַת פוּן דִיר; דוּ מַאכְסְט אַ קִידוּשׁ הַשֵׁם פַאר בְּרֶסְלֶב אוּן פַאר מוֹהַרָא"שׁ אוּן דִי יְשִׁיבָה. מֶענְטְשְׁן זָאגְן אַז דוּ בִּיסְט דֶער אֵיינְצִיגְסְטֶער אִינְגֶערמַאן וָואס קוּמְט אַרַיין אִין לָאמְבֶּער אוּן דוּ שֶׁעלְטְסְט נִישְׁט אוּן דוּ רֶעדְסְט נִישְׁט קֵיין נִיבוּל פֶּה רַחְמָנָא לִצְלָן, וָואס מֶען הֶערְט הַיינְט לַיידֶער הֵיימִישֶׁע חַסִידִי'שֶׁע אִינְגֶעלַייט רֶעדְן זֵייעֶר נִישְׁט שֵׁיין אוּן רֶעדְן שְׁמוּצִיג, אָבֶּער בָּרוּך הַשֵׁם אַז דוּ פִירְסְט זִיך עֶרְלִיך, אוּן מֶען קֶען דֶערְקֶענֶען אַ מֶענְטְשׁ אוֹיף זַיין רֶעדְן וָואס עֶר אִיז.


יֶעצְט קוּמְט דֶער יוֹם טוֹב חֲנוּכָּה, דַארְפְסְטוּ זִיך בַּאנַייעֶן אוּן זִיך פְלַייסְן אִין לֶערְנֶען, יֶעדְן טָאג חוּמָשׁ מִיט אַפָּאר פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת אוּן כָאטְשִׁיג אַ דַף גְמָרָא, וַוייל דָאס הִיט אָפּ דֶעם מֶענְטְשׁ פוּן שְׁלֶעכְטְס. אוֹיך זַיי מְחַזֵק דַיין וַוייבּ אַז זִי זָאל וַוייטֶער רֶעדְן אוֹיף דִי פְרוֹיעֶן הָאט-לֵיין; זִי רֶעדְט זֵייעֶר גוּט, אוּן זִי אִיז פִיל מִיט אֶמוּנָה אוּן הָאט אַ רַייכֶע שְׁפְּרַאך.


שְׁטַארְק דִיך ... אִיך הָאבּ הֲנָאָה וֶוען דוּ קוּמְסְט אִין יְשִׁיבָה, אָדֶער צוּ מְלַוֶה מַלְכָּה מִיט דַיין מִשְׁפָּחָה, אוֹיך וַוארְט אִיך אַז דוּ זָאלְסְט קוּמֶען אַ שַׁבָּת צוּ מִיר, הַצְלָחָה.