בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#9 - ווי אזוי זיך צו שטארקן איבער די נסיון פון כעס
פרנסה, ספרי ברסלב, סגולות, כעס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, כ"ו אייר, מברכים החודש, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן ביידע בריוו.


בנוגע זוכן א נייע ארבעט וכו'; איך האלט אז דו זאלסט בלייבן ביי די פלאץ וואו דו ארבעסט יעצט. אפילו זיי ציען זיך אוועק וכו' און עס וועט דיר נעמען מער צייט צו פארן און קומען וכו' דארפסט אויך קוקן אויף די אנדערע זייט, ווי צופרידן דו ביסט וכו'. א ברסלב'ער חסיד האט שטענדיג וואס צו טון און מען קען זיין דבוק צום אייבערשטן בשעת'ן פארן, מען קען זיך מתבודד זיין אינטערוועגנס.


מזל טוב פאר דיין סיום אויף 'מסכת יבמות'; יעדעס מאל דו שרייבסט מיר דיינע סיומים מאכסטו מיר פרייליך.


בנוגע זיך האלטן רואיג אין שטוב און אין ארבעט וכו' און נישט ווערן בכעס; פאלג דעם רבי'ן און פון היינט אן זאלסטו מקפיד זיין אויף 'פת שחרית'. יעדן אינדערפרי גלייך נאכ'ן דאווענען, פאר דו גייסט ארבעטן - זאלסטו זיך וואשן אויף פרישטאג. אנשי שלומינו זענען זייער מקפיד צו עסן פת שחרית גלייך נאכ'ן דאווענען, דאס וועט דיר ראטעווען פון די שלעכטע מדה פון כעס. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות כעס, סימן יז): "סְגֻלָּה לְכַעַס - שֶׁיֹּאכַל פַּת שַׁחֲרִית", פת שחרית איז מסוגל מען זאל נישט קומען צו כעס; נאך זאגט דער רבי (ספר המידות, אות לימוד, סימן מח): "עַל-יְדֵי פַּת שַׁחֲרִית תַּלְמוּדוֹ מִתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְזוֹכֶה לִלְמֹד וּלְלַמֵּד", פת שחרית איז מסוגל מען זאל קענען לערנען, געדענקען דאס לערנען און אויך צו האבן הצלחה מיט'ן פארלערנען פאר תלמידים.


נאך א עצה האב איך פאר דיר, לערן יעדן טאג די תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן סח) וואו דער רבי איז זייער שיין מסביר וואס עס פאסירט ווען מען רעגט זיך אויף. אז דורך כעס פארלירט מען די געלט, ווייל כעס און געלט קומען פון די זעלבע פלאץ; יעדעס מאל עס איז באשערט עס זאל קומען אויף א מענטש א רייכטום קומט דער יצר הרע – וואס וויל נישט דער מענטש זאל רייך ווערן – און ברענגט אים א נסיון פון כעס, און ווען דער מענטש רעגט זיך אויף פארלירט ער די גאנצע עשירות וואס ער האט געדארפט באקומען, און דער רבי איז ממשיך אז כעס איז אזא שטארקע נסיון אז אפילו דער מענטש ווייסט אז דורך די כעס וועט ער פארלירן זיין עשירות - דאך רעגט ער זיך אויף; לערן יעדן טאג די תורה, זאלסט זיך גוט מתבודד זיין אויף די תורה און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, וועט דיר שוין נישט גליסטן זיך אויפצורעגן.


טייערער ליבער ... נרו יאיר, וויסן זאלסטו אז אלע רפואות, עצות און סגולות ליגן אינעם רבינ'ס תורות - אין ליקוטי מוהר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וְאָמַר בְּזוּ הַלָּשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען"; און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; דערפאר זאלסטו לערנען די תורה פון כעס (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סח) און זיך גוט אויסוויינען דערביי צום אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו האבן סבלנות.


א גריס פון דיינע זיסע קינדער.

#8 - הויב שוין אן צו ארבעטן אויף די לוח פון קומענדיגע יאר
ספרי ברסלב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין דעם זכות זאלסטו מצליח זיין אין אלע ענינים.


איך האב צער פון דעם "לוח" אז דאס איז פול מיט גרייזן; יעדן טאג ווען איך נעם דעם "לוח" צו זען די שיעורים כסדרן ב'בלי, י'רושלמי, ת'וספתא, נ"ך, וכו', האב איך נאכאמאל צער פארוואס דאס איז אזוי פארגרייזט, ממש א שאד אז דאס איז ארויסגעגעבן געווארן אזוי גרייזיג.


בעט איך דיר זייער, אויב דו קענסט שוין אנהייבן צו ארבעטן אויף די לוח לשנת ה'תש"פ און מיר ברענגען עטליכע העתקות אז איך זאל דאס קענען געבן פאר אפאר תלמידים זיי זאלן דאס איבערגיין, אזוי וועט דאס נישט זיין גרייזיג.


זיי נישט ברוגז אז איך שרייב דיר דאס, ווייל עס איז ממש א שאד אז עס איז אזוי צעפארן בשעת עס ווערן נתרבה – כן ירבו – אזויפיל תלמידים וואס לערנען בהתמדה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, לויט ווי מוהרא"ש האט דאס אויסגעשטעלט.

#7 - ווער ס'נעמט חיות פון רבי'ן, האבן אנדערע חיות פון אים
חסידות ברסלב, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ג טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


וויסן זאלסטו אז איך בעט פאר דיר כסדר און איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז ביי דיר גוט.


דערמאן זיך די ברען און חיות וואס דו האסט געהאט אלץ בחור ווען דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן; עס איז געווען ביי דיר ביטול הבחירה. דו ביסט געווען אזוי פרייליך אז דו האסט יעדן איינעם פרייליך געמאכט; אלע בחורים האבן באקומען חיות פון דיר, מיט וועם דו האסט גערעדט האסטו יענעם מחזק געווען, זאלסטו היינט אויך אזוי טון; אפילו עס גייט אריבער אויף דיר וכו' זאלסטו ווייטער מחזק זיין יעדן איינעם.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו זייער א שיינע געדאנק. אז א מענטש איז פונקט ווי א ווייער, אויב איז ער מחובר צו לעקטער קען ער ווייטער טראגן לעקטער, דאס הייסט אז אלע מענטשן וואס וועלן זיך אנכאפן אין אים וועלן לייכטן און זיין לעבעדיג, אבער אויב ער איז זיך מנתק, ער טשעפעט זיך אפ פון די לעקטער, דאן איז ער א פשוט'ע שטיקל טויטע ווייער וואס מען קען גארנישט האבן נוצן פון אים.


אזוי אויך, ווען א מענטש איז מחובר צום רבי'ן, ער לערנט דעם רבינ'ס ספרים דעמאלט האט ער אין זיך לעקטער – חיות, קען ער געבן פאר אלעמען חיות, אזוי ווי דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן ריח): "כָּל מִי שֶׁיִּיגַע וְיִתְחַבֵּר לְאֶחָד מֵאַנְשֵׁי-שְׁלוֹמֵנוּ, בְּוַדַּאי יִהְיֶה אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת", יעדער מענטש וואס וועט זיך באהעפטן מיט אנשי שלומינו וועט זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, "וְלֹא אִישׁ כָּשֵׁר בִּלְבַד אֶלָּא אֲפִלּוּ צַדִּיק גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁאֲנִי רוֹצֶה", נישט סתם אן ערליכער איד נאר אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד; נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכב): "מִי שֶׁיִּתְקָרֵב לְאַנְשֵׁי שְׁלוֹמִי, וַאֲפִלּוּ מִי שֶׁרַק יִגַּע בָּהֶם, בְּוַדַּאי יִהְיֶה אִישׁ כָּשֵׁר בֶּאֱמֶת", ווער עס וועט מקורב ווערן צו איינער פון אנשי שלומינו, אפילו ער וועט נאר אנרירן - דאס הייסט ער וועט נאר האבן עפעס שייכות מיט אים - וועט ער שוין זיין אן ערליכער איד.


דאס זעט מען ממש בחוש ביי ווער עס לערנט די ספרים פון הייליגן רבי'ן, בפרט די ספרים פון מוהרא"ש וואס האט גענומען די ספרים פון רבי'ן און דאס אזוי אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, אזעלכע שיינע פשוט'ע ליכטיגע דיבורים וואס מען הערט נישט ביי קיינעם אין דער וועלט, דער מענטש ווערט ממש ווי א ווייער וואס איז מחובר צו לעקטער, יעדער וואס האט נאר שייכות מיט אים באקומט חיות פאר זיין זאך; זאל דער מענטש זיין דער פשוט'סטער איד, אויב איז ער אנגעהאנגען אין א צדיק, ער טראכט פונעם צדיק, ער לעבט מיטן צדיק - איז ער אזוי ווי א ווייער וואס טראגט לעקטער פאר טייערע מאשינען. אלע זענען זיך מחי' מיט דעם ווייער; דער ווייער פאר זיך איז טאקע גארנישט מיט נישט, א פשוט'ע שטיקל דראט ארום גענומען מיט א צודעק פון פלעסטיק, אבער אז ער איז מחובר לטהור האבן אלע נוצן פון אים.


דערפאר בעט איך דיר מיין ליבער ברודער, קום אמאל ארויף אין ישיבה וואו דו האסט פארברענגט דיינע יארן און קום הערן ווארימע ווערטער פון רבי'ן. באניי זיך; דערמאן זיך די צייטן ווען משניות איז געווען א חלק פון דיין לעבן, ווען תהילים איז געווען א חלק פון דיין לעבן.


דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם וואס איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן שטו): "תָּמֵהַּ אֲנִי אֵיךְ מַשְׁלִיכִים חֲבוּרָה אֲהוּבָה וַחֲבִיבָה כָּזוֹ", עס וואונדערט מיר ווי אזוי א מענטש קען אפלאזן אזא באליבטע חבורה ווי מיר האבן.


נעם אן מיינע ווערטער וואס קומט ארויס פון מיין הארץ - צום גוטן.

#6 - לערן די גרינגע ספרים פון רבי'ן, דאס וועט דיר מאכן אן ערליכער איד
אמונה, התחזקות, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיר זייער צו הערן פון דיר ווי דו שטארקסט זיך בלימוד התורה, אז דו לערנסט אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


עס איז כדאי זאלסט אנהייבן מיטן לערנען קודם די שיחות פון רבי'ן, דאס וועט דיר זיין גרינגער צו פארשטיין; מאך דיר א שיעור אין 'חיי מוהר"ן', און 'שיחות הר"ן' און אין 'ספר המידות', די ספרים וועסטו פארשטיין און דו וועסט טרעפן דערין גרויס חיזוק און ווערן אן ערליכער איד, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, און אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן; אן ערליכער איד מיין איך אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", נאך האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ): "כָּל מִי שֶׁיְּצַיֵּת אוֹתִי וִיקַיֵּם כָּל מַה שֶּׁאֲנִי מְצַוֶּה, בְּוַדַּאי יִהְיֶה צַדִּיק גָּדוֹל יִהְיֶה מַה שֶּׁיִּהְיֶה", ווער עס וועט מיר פאלגן און ער וועט טון אלעס וואס איך הייס וועט זיכער ווערן א גרויסער צדיק - זאל עס זיין ווער עס זאל נאר זיין.


שטארק דיר און שטארק דיין ווייב תחי'; איר וועט נאך זען גרויסע ניסים מיט אייער זון ... נרו יאיר.


די גאנצע פרשה וואס דו גייסט אריבער מיט אים וכו' איז נאר געווען דיר אויף צו וועקן פון שלאף אז דו זאלסט אנהייבן לעבן מיט אמונה.


א כתובה וחתימה טובה.


איך שיק דיר דא א בריוו פאר דיין זון.

#5 - מ'דארף אנגרייטן ספרים און קונטרסים פאר אומאן
הפצה, ספרי ברסלב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק אין הדפסה; דו דרוקסט די קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן צוזאמגענומען פון רבינ'ס ספרים און פון ר' נתן'ס ספרים, געשריבן אויף א גרינגע שפראך אז מען זאל דאס פארשטיין און לעבן מיט דעם.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס איז דיין זכות אין הימל מיט דעם וואס דו דרוקסט די ספרים פאר די מפיצים זיי זאלן דאס קענען פארשפרייטן צווישן אידישע קינדער; דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכח:): "א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, איז זוכה ארויף צו גיין צו א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט, ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט און ער איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. דער מענטש איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט; קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט. ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן".


מיט דעם טייטש דער חיד"א זכותו יגן עלינו (ספר פני דוד) דעם פסוק (דברים טז, כ): "צֶדֶק צֶדֶק תִּרְדֹּף, לְמַעַן תִּחְיֶה וְיָרַשְׁתָּ אֶת הָאָרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לָךְ"; זאגט ער "צֶדֶק" - עס איז נישט גענוג אז מען איז אליינס א צדיק, נאר "צֶדֶק תִּרְדֹּף" – מאך נאך צדיקים, "לְמַעַן תִּחְיֶה" – וועסטו זוכה זיין צו חיים נצחיים, דו וועסט נישט אראפפאלן אין עבירות, ווייל (אבות ה, יח): "כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים - אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ"; "וְיָרַשְׁתָּ אֶת הָאָרֶץ" – דו וועסטו זוכה זיין צו האבן עולם הבא, "אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לָךְ" – וואס דער אייבערשטער געבט דיר שוין יעצט 'אויף די וועלט', דורך דעם וואס מען ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן איז מען זוכה צו האבן א גוט לעבן, עיין שם.


זע אנצוגרייטן גענוג ספרים און קונטרסים פאר די מפיצים פאר אומאן, ווייל מען פארט שוין אם ירצה ה' אין דריי וואכן ארום קיין אומאן; רעד מיט דעם גרויסן מפיץ ר' ... נרו יאיר, פרעג אים וואסערע ספרים און קונטרסים ער דארף און דו זאלסט עס דרוקן שוין יעצט כדי עס זאל זיין גרייט אין צייט.


אזוי אויך דארף מען דרוקן אלע קונטרסים וואס רעדן זיך פון די מעלה פון 'פארן ראש השנה צו צדיקים'; מיין נישט אז עס פעלט נישט אויס אין אומאן די סארט קונטרסים וכו' וויבאלד אלע זענען שוין סיי ווי אין אומאן, עס איז נישט אזוי, ווייל זייער אסאך מענטשן קומען קיין אומאן און ווייסן נישט וואס זיי האבן צו טון דארט, זיי זוכן א ספר, א קונטרס וואס  זאל זיי זאגן וואס צו טון וכו', דעריבער איז עס זייער וויכטיג.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט נישט אפשטעלן דאס דרוקן די קונטרסים און ספרים אפילו פאר איין טאג, ווייל דאס איז פיקוח נפש - דאס ראטעוועט צענדליגער טויזנטער מענטשן פון שלעכטס. עס איז כדאי דו זאלסט אביסל שמועסן מיט ר' ... און .., זיי וועלן דיר דערציילן מעשיות ווי די ספרים ראטעווען בחורים און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך וכו' וכו' פון די ערגסטע זאכן רחמנא לצלן.


די מפיצים בעטן זייער מען זאל דרוקן עצתו אמונה; זיי זאגן אלע אז אינגעלייט ווארטן אויף דעם, דאס געבט זיי אסאך חיזוק, דעריבער זע צו דרוקן פון דעם.


איך בעט פאר דיר דו זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע ענינים, ובעיקר אז דו זאלסט ווייטער ממשיך זיין און חס ושלום נישט אפלאזן די הייליגע ארבעט.


זיי געזונט.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#4 - שטארקט אייך אין די הייליגע ארבעט צו דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים
הפצה, ספרי ברסלב, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים ... נרם יאיר.


איך האב ערהאלטן בילדער ווי מען ארבעט אין ישיבה ביים דרוקן די ספרים; איר מאכט מיר אזא נחת רוח יעדעס מאל ווען איך זע בילדער פון דעם "בית הדפוס" וואו אינגעלייט ארבעטן טאג און נאכט צוצוגרייטן ספרים פאר די מפיצים. ווער עס העלפט דרוקן די ספרים נעמט א חלק אין הפצה.


איך בעט ענק זייער, ווען די מפיצים קומען קויפן ספרים זאלט איר זיי אויפנעמען שיין, ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א מפיץ; דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכ"ח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין צו א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין די דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


ווער עס טוט פאר אידישע קינדער, ער ברענגט צוריק נשמות ישראל צום אייבערשטן, דער קען ארויף גיין אין הימל בעטן וואס ער וויל און זיינע ברכות ווערן מקוים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא פה.) אויפן פסוק (ירמיהו טו, יט): וְאִם תּוֹצִיא יָקָר מִזּוֹלֵל - כְּפִי תִהְיֶה, "כָּל הַמְלַמֵד אֶת בֶּן עַם הָאָרֶץ תּוֹרָה, אֲפִילוּ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא גוֹזֵר גְזֵירָה - מְבַטְּלָהּ בִּשְׁבִילוֹ", אפילו דער אייבערשטער אליינס האט געמאכט א גזירה איז עס דער אייבערשטער מבטל צוליב דעם מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צו אים.


דערפאר בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים, שטארקט אייך ווייטער מיט ענקער הייליגע ארבעט, און אז איר קענט מיר שיקן יעדן טאג בילדער וואס מען דרוקט וועט איר מיר זייער מחי' זיין.


איך וועל אם ירצה ה' ווייטער מקיים זיין די צוואה וואס דער חכם האט אונז באפוילן, ווי דער רבי הייבט אן די מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.


אזוי אויך וועל איך מיטן אייבערשטנס הילף ווייטער מקיים זיין די צוואה וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן (צוואת מוהרא"ש אות ו; יז) אז מען זאל דרוקן זיינע ספרים און זיי פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#3 - די גרעסטע זאך איז צו העלפן א צווייטן איד
ספרי ברסלב, הדפסה, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ה' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר מזרז זיין דו זאלסט ענדיגן דעם "לוח ברסלב" לשנת תשע"ט הבא עלינו לטובה.


די מפיצים זאגן אז פון חמשה עשר באב הייבן מענטשן אן בעטן דעם לוח פארן קומענדיגן יאר; א לוח נעמט יעדער איינער. דעריבער בעט איך דיר דו זאלסט מיר שיקן דעם לוח איך זאל דאס קענען מגיה זיין אז מען זאל דאס קענען דרוקן די וואך אין ישיבה.


שטארק דיך און גיי אן מיט דיין הייליגע ארבעט פון אויסשטעלן די ספרים עס זאל זיין גרייט צו דרוקן, עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי עוסק זיין מקרב צו זיין אידישע קינדער זיי זאלן צוריק קומען צו האבן אמונה.


מוהרא"ש האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק ר' יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואספארא גוטע מעשים טוט אייערע זון ר' מיכעלע זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע ר' יצחק מדראביטש געענפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ר' יצחק מדראביטש געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז ר' יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


איך ווארט צו באקומען די לוח וואס שנעלער.

#2 - אויסשטעלן די קונטרסים לויט ווי דער עולם האט ליב
הפצה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע זאך איז אז יעדעס מאל ווען דו ווילסט מאכן א נייע דיזיין פאר א ספר, קונטרס, סידי וכדומה, זאלסטו פרעגן בחורים און אינגעלייט וואס זיי זאגן דערצו, און וואס רוב זאגן - אזוי זאלסטו טון.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט, ווען ער האט אנגעפאנגען שרייבן קונטרסים האט ער עס געגעבן פאר בחורים צו ליינען, זיי זאלן אים זאגן צי עס איז גוט געשריבן, און מוהרא"ש האט מיר געפרעגט צי איך ווייס פארוואס ער האט דאס געטון? איך בין געבליבן שטיל און געווארט צו הערן פון מוהרא"ש, האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "איך שרייב דאך דאס פאר זיי, און אז זיי פארשטיין דאס נישט פארוואס זאל איך דאס ארויסגעבן?" דאס זעלבע זאג איך דיר, יעדעס מאל דו מאכסט א נייע דיזיין פאר א סידי אדער קונטרס און מען האט אפאר אפציעס, איז כדאי זיך נאכצופרעגן ביי בחורים אדער אינגעלייט און הערן פון זיי וואס איז שענער און וואס כאפט מער דעם אויג.


מען ווערט נישט ווייניגער חשוב ווען מען פרעגט א יונגערן מענטש, אזוי ווי די הלכה איז אז ווען מען האט א ספק אויף אן אות אין א ספר תורה, תפילין און מזוזה צי דאס איז א יו"ד אדער א וא"ו פרעגט מען א קליין יונגעלע, און ווי אזוי ער זאגט אזוי פסק'עט מען (טור אורח חיים, סימן לו), וועט איינער קומען זאגן: "וואס ווייסט א קינד אנטקעגן א חשוב'ער סופר?" מיט דעם אלעם זעט מען אז מען פרעגט א קינד.


איך האף מיטן אייבערשטנ'ס הילף אז די סידי "טאנץ מיט אמונה - 3" וועט ארויס קומען פאר ראש השנה הבא עלינו לטובה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#1 - מ'מוז זיך שטארקן אין הדפסה און הפצה
הפצה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע הנהלה פון "קרן הדפסה היכל הקודש" כל אחד בשמו הטוב יבורך.


וואויל איז ענקער חלק אז איר זענט זוכה צו מקיים זיין בשלימות די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, מיר זאלן דרוקן און דרוקן זיינע ספרים.


מוהרא"ש שרייבט עטליכע מאל אין זיין צוואה אז ער איז מבטיח אז ווער עס וועט האבן א חלק אין דרוקן זיינע ספרים וועט זען גרויסע ניסים ביי זיין לעבן.


אזוי ווי עס פארמערט זיך די ארבעט אין בית הדפוס, און אין הקומץ משביע את הארי, ווייל געלויבט דעם אייבערשטן עס קומען צו מער און מער מפיצים און מען דארף זיי צושטעלן ספרים, קונטרסים, סידיס, גליונות, וכו' וכו', דארף מען זען וואס מען טוט ווייטער אז עס זאל זיך נישט אפשטעלן די הדפסה פאר קיין איין רגע, דעריבער וויל איך בעטן אויב איך קען האבן א מיטינג מיט אייך דעם קומענדיגן וואך.


איך ווארט אויף אן ענטפער.