בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#48 - ווי ווייט מען דארף זיך אכטונג געבן פון לצים
שלום בית, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, וויכוחים, מוהרא"ש, לימוד התורה, לצנות, תמימות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


ווען מען לערנט די פרשה, פרשת בשלח; ווי די תורה דערציילט וואס האט זיך געטון מיט די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, זעט מען א שרעקעדיגע זאך, א זאך וואס מען קען נישט פארשטיין, מוהרא"ש פלעגט רעדן פון דעם יעדעס יאר ביים ליל שישי שיעור.


די תורה זאגט (שמות יג, יז): "וְלֹא נָחָם אֱלֹקִים דֶּרֶךְ אֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים כִּי קָרוֹב הוּא", דער אייבערשטער האט נישט געוואלט אריינטראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די לאנד פלשתים, ווייל עס קען זיין אז די אידן וועלן צוריקגיין קיין מצרים; עס איז זייער שווער, ווי קען זיין די אידן זאלן וועלן צוריקגיין קיין מצרים? נאכן לערנען די סדרות פון פרשת שמות וארא ווי די תורה דערציילט די שרעקליכע פיין וואס די אידן האבן געליטן אין מצרים, מען האט זיי געפייניגט מיט שרעקליכע גזירות, זיי האבן געוויינט און געשריגן צום אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויסגעהערט זייערע תפילות און געשיקט משה רבינו זאל זיי אויסלייזן, ווער זאל וועלן צוריקגיין צו שלעק? ווער זאל וועלן מען זאל אריינווארפן זיינע קינדער אין וואסער? מען זאל שלאגן מיט מכות רצח?!


פלעגט מוהרא"ש זאגן: די פלשתים זענען געווען גרויסע לצים, ליצנות פארשטעלט אלעס; דו קענסט אריינברענגען אינעם מענטש גילוי אלקות, קענסט אים ווייזן די גרעסטע זאכן, מיט דעם אלעם, אויב קומט א לץ - קען ער יענעם אוועקרייסן פון דעם אלעם! לצנות איז שטערקער פון אלעמען! דעריבער האט דער אייבערשטער נישט געוואלט טראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די פלשתים ווייל מיט לצנות וועלן זיי באווייזן חוזק צו מאכן פון משה רבינו און פונעם אייבערשטן; דערפון דארפן מיר ארויסלערנען אכטונג צו געבן פון לצים.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, שֶׁאָמַר, אוֹי וַאֲבוֹי! כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס ער האט געזאגט: "גיוואלד! די וועלט איז פול מיט ליכט, פול מיט וואונדערליכע סודות, און דער קליינער האנט פארשטעלט אלעס"; מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן מיט אונז, ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לעבן, מען הערט די וואונדערליכע עצות פון רבי'ן, מען האט חיזוק אנצוגיין אין לעבן, מען האט כח אריבערצוגיין אלע שוועריקייטן, שוועריקייטן פון פרנסה, שוועריקייטן מיט א ווייב, מיט קינדער, שוועריקייטן פון וכו' וכו', - ביז עס קומט דער קליינער הענטעלע און פארשטעלט אלעס, מען טרעפט א לץ, ער פרעגט: "וואו דרייסטו זיך?" נאכן ענטפערן: "איך דריי זיך אין היכל הקודש", מאכט דער לץ מיט די האנט אזא תנועה פון ביטול, דער מענטש באקומט פון דעם חלישות הדעת, דער קליינער מאך מיט די האנט פארשטעלט אלעס, אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "געוואלד!" און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: "געוואלד!"


מוהרא"ש פלעגט זיך וואונדערן, ווי קען זיין א מענטש זאל אפלאזן די הערליכע לעבן וואס ער האט געפונען ביים רבי'ן צוליב א מאך מיט די האנט? צוליב א דריי מיט די נאז, ווי קען זיין אזא זאך?! עס האט דאך נישט קיין שכל! דו געדענקסט דאך ווי אזוי דו האסט געטראכט, ווי אזוי דו האסט געלעבט, בעסער געזאגט נישט געלעבט; ווי אזוי איז געווען דיין גוסטע? דיין שלום בית, דיין כיבוד אב ואם, דיין מהלך מחשבה, און וואס נישט... און ווען דו האסט געטראפן דעם הייליגן רבי'ן האט זיך געגעבן א דריי איבער אלעס לטובה, וואס זאלסטו אפילו קוקן אויף די קליינע הענטעלע? וואס זאלסטו קוקן אויף יענעמ'ס נאז ווי אזוי ער מאכט א פאקס?


רבי נתן זאגט, ליצנות איז אבי אבות הטומאה; ווייל עס נישטא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט גילוי אלקות פונעם מענטש ווי די טומאה פון ליצנות, אזוי ווי מען זעט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל אוועקגיין פונעם אייבערשטן, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועקגיין, שנאמר (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ", זאגט רבי נתן, וואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ און ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


טייערע חברים פרישע מקורבים, שטארקט אייך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, הן בתורה; יעדער איינער פון אייך מיט זיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה וכו' וכו'. הן בתפילה והתבודדות, און מיט שמחה, און געבט אכטונג אין שטוב מכבד זיין די ווייב, אזוי ווי דער רבי האט אונז געזאגט.


טענה'ט נישט מיט קיינעם און שטייט נישט אין ווארט מיט לצים - וועט איר האבן א חיים טובים. מוהרא"ש האט מיר געזאגט הונדערטער מאל: "יואל, מאך נישט די טעות וואס איך האב געמאכט, טענה נישט מיט קיינעם"; מוהרא"ש האט געזאגט: "אין אנהייב האב איך געמיינט אז אויב איך וועל צוריק טענה'ן, איך וועל אויפווייזן, איך וועל מסביר זיין - וועלן זיי אננעמען, ביים סוף האב איך געזען אז עס א שאד די צייט, הנצחון אינו סובל את האמת, עס איז נישט כדאי צו ענטפערן, נאר טון וואס מען האט צו טון".


די שמחה ביי אונז איז זייער גרויס אז מען האט געעפנט א חדר אין ירושלים; מיר האבן אזוי געעפנט אונזער חדר שנת תש"ע מיט געציילטע קינדער. דעמאלט איז דאס געווען דער גרעסטער חוזק; נישט חוזק פון די גאס, חוזק פון היכל הקודש! קיינער האט נישט אריינגעשיקט די קינדער, איך האב געפרעגט מוהרא"ש אויב איך קען אויפהענגען א צעטל אין בארא פארק שול ביי מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט די שליסל פון די בולעטי"ן באר"ד וואו מען הענגט די צעטלעך, מוהרא"ש האט געעפנט די טיר און מיט א שמייכל מיר געהייסן אריינלייגן די צעטל, מוהרא"ש האט פארראכטן צוויי ווערטער; איך בין געווען זיכער אז אלע גייען אריינלייגן די קינדער, איך בין געווען צו שאנד און צו שפאט, אלע האבן געלאכט...


איך האב אויף קיינעם נישט געקוקט, איך האב סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, איך האב געדארפט א מוסד פאר מיינע קינדער; היינט קוק איך צוריק, זאג איך איין ווארט: "שכוח אייבערשטער!"


די וואך קומט אויס דער יארצייט פון מוהרא"ש, גייט קיין יבנאל צום ציון, גייט מיט אייערע קינדער; עס איז נישט קיין ביטול תורה, גיין צו א ציון פון א צדיק איז קיום התורה.


זייט אויך מתפלל פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל; דערציילט פאר'ן אייבערשטן איין גוטע זאך וואס איר האט באקומען דורך מיר, עס זאל זיין א זכות פאר מיר.


אויך זאלט איר מאכן א סעודה ביי אייך אין שול, זיך מחזק זיין מיט די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, די וועג וואס ער האט אונז אויסגעפלאסטערט, די שכל וואס ער האט אונז געגעבן.


א פרייליכן שבת.

#47 - די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב
שמחה, תודה והודאה, חינוך הילדים, חנוכה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, הפצה, צדיקים, שטעטל, שערן די האר, שבת קודש, אומאן, מוהרא"ש, מסורה, ישיבה, ראש ישיבה, שמחות, חדר, קשיות, וואקאציע, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בין יעצט צוריק פון די הערליכער שבת חנוכה אין קרית ברסלב.


איז דאס געווען א שבת! מיר האבן זיך אזוי שטארק אויפגעפרישט מיט'ן רבינ'ס לימודים, א שאד דו ביסט נישט געקומען; עס זענען זיך צאמגעקומען צענדליגער משפחות אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש.


איך וועל דיר שרייבן אביסל פון דעם שבת.


מיטוואך נאכט נאכן צינדן די מנורה בין איך געווען ביי א בר מצוה אין ישיבה פון הבחור ... נרו יאיר, דארט האב איך געטראפן מוהרא"ש'ס זון, הרב נחמן שליט"א, ער האט גערעדט לכבוד דער בר מצוה בחור. בתוך הדברים האט ער געזאגט אז ער מוז זאגן ברבים וואס ער געדענקט, ווי שטארק זיין טאטע - מוהרא"ש זכרונו לברכה - האט ליב געהאט דעם ראש ישיבה. ער האט דערציילט אז ער האט אליינס מיט געהאלטן וויפיל מענטשן זענען געקומען רעדן שלעכטס צו מוהרא"ש אויף די ישיבה און אויף מיר, אבער מוהרא"ש האט נישט געוואלט מקבל זיין, מוהרא"ש האט זייער געהאלטן פונעם ראש ישיבה.


נאך די בר מצוה בין איך ארויסגעפארן מיט מיין משפחה צום שטעטל, דאנערשטאג צופרי ניין אזייגער האב איך געדאווענט שחרית מיט די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, דער מלמד האט מיך מכבד געווען צו זאגן הלל, מיר האבן אינאיינעם געזאגט הלל מיט אונזער נוסח בקול; עס איז געווען א פארגענוגן.


נאך שחרית האב איך פארגעלערנט דעם דף גמרא פאר די עלסטע כתה פון תלמוד תורה, די קינדער האבן פיין מיט געהאלטן. איינער פון די קינדער האבן געזאגט א חידוש, מען זעט ביי די מעשה פון אבא אומנא (תענית כב.), ווען אביי האט געשיקט זיינע תלמידים בודק זיין אבא אומנא און זיי האבן אוועק גענומען זיינע קישענעס און דעקעס - האט ער זיי גארנישט געזאגט, ווייל ער האט געוויסט אז תלמידים פון א צדיק וואס קומען בשליחות דעם צדיק, מן הסתם האבן זיי עפעס א כוונה דערין; דאס איז געווען זיין גרויסקייט, ער האט געוויסט אז א צדיק האט זיכער זיינע טעמים.


גלייך נאכדעם האבן מיר געהאט א שבע ברכות פאר החתן ... נרו יאיר, דער מחותן הרב ר' ... נרו יאיר איז געקומען צו פארן, איך האב גערעדט אפאר ווערטער און ארויסגעברענגט דאס גרויסקייט פון די חתן כלה, זיי זענען גרויסע מפיצים און ווען איך האב אנגעטראגן דעם שידוך, דער מחותן האט געהערט אז דער בחור/חתן - גייט הפצה, האט ער מיר גלייך געזאגט אז ער וויל ענדיגן דעם שידוך, ער דארף שוין גארנישט מער פון דעם.


נאכדעם האט דער מחותן ר' ... גערעדט אפאר ווערטער, אויך זיין טאטע, הרב החסיד ר' ... האט גערעדט. מען האט געבענטשט, איך האב מכבד געווען ר' ... מיט א ברכה, אויך ר' ...; ביי מיר זענען מפיצים די גרעסטע מיוחסים.


פון דארט בין איך גלייך געפארן צום תלמוד תורה, איך בין אריין אין אלע כיתות, אנגעהויבן ביי כתה א'. איך האב פארהערט די קינדער די עברי, איך בין ארויס פון התפעלות צו זען ווי אונזער נייער מלמד ... נרו יאיר זאל האבן אזעלכע כוחות.


איך האב געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה אין כתה א', איין קינד, א טייער קינד – האט יעדע זאך צוריק געווארפן. צום ביישפיל, איך האב געטיילט א קענדי, האט ער דאס נישט געוואלט נעמען, איך האב געגעבן א שפילצייג – האט ער עס מיר צוריק געווארפן, ער האט געזאגט: "איך דארף נישט די קארעלע", האב איך אים געזאגט ער זאל דאס געבן פאר זיין שוועסטער, און איך פרעג אים: "ווי אזוי הייסט דיין שוועסטער?" זאגט ער מיר אז זי האט נישט קיין נאמען; אזוי מיט יעדע זאך וואס איך האב געזאגט האט ער צוריק געווארפן. איך האב געוויזן פאר'ן מלמד ווי אזוי מען דארף האנדלען מיט אזא קינד; נישט זוכן ווי אזוי אים צו מאכן פאר א מחוצף, נאר ווי אזוי מען קען אים פארדרייען, עס זאל ווערן אלעס גוט.


דער מלמד האט זיך ממש מחי' געווען צו זען די מעשה, ווייל ער האט געמיינט אז נאר ביי אים פאסירט דאס, ער האט נישט געקענט טראכטן אז אזוינס פאסירט אויך ביים ראש ישיבה.


איך בין געווען ביי קינדערגארטן, כתה ב' און כתה ה'; אלע מלמדים האבן געהאט חיזוק.


פון דארט בין איך געפארן קוקן די נייע דירות, געלאפן אין מקוה און געדאווענט מנחה, מעריב.


ביים צינדן זענען געקומען אלע בחורים, מען האט געזינגען אינאיינעם די זמירות, נאכדעם האב איך יעדן געווינטשן זיי זאלן זוכה זיין צו טרעפן זייער שידוך, די בחורים האבן אלע געצינדן אין שול.


נאכדעם זענען מיר געגאנגען א שפאציר צום בית הדפסה; עס זענען דא אפאר פרישע תלמידים וואס האבן נאכנישט געזען דעם בית הדפוס אין שטעטל, איך האב זיי געוויזן דעם בנין, זיי האבן אלע געזאגט אז זיי קענען נישט טראכטן אז דער בנין האבן געבויט בחורים.


אויפ'ן וועג צוריק האט אנגעהויבן רעגענען, איך האב זיך זייער געפרייט אז עס רעגנט; אפילו עס איז געווען שווער צוריק צו גיין, אבער מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אנצופולן די נייע מקוה ביים בית המדרש עצתו אמונה.


די בחורים האבן געגעסן א פיינע סעודה, מיר האבן געשמועסט פון רבי'ן און מוהרא"ש, גלייך נאכדעם איז געווען די ליל שישי שיעור, עס איז געווען זייער א שיינע שיעור, עס איז כדאי דו זאלסט עס אויסהערן.


מיר האבן גערעדט פון אסאך שיינע נקודות, פון "יְמֵי חֲנֻכָּה הֵם יְמֵי הוֹדָאָה", חנוכה איז טעג פון דאנקען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "וְזֶה בְּחִינַת שַׁעֲשׁוּעַ עוֹלָם הַבָּא", דאס איז די געשמאקע, זיסע און איינגענעמער טעם וואס מען שפירט אויף יענע וועלט; און ווער עס טוט דאס, ער געוואוינט זיך איין צו דאנקען דעם אייבערשטן - דער שפירט די זיסע טעם, ער דארף שוין נישט קיינעם.


מיר האבן גערעדט פון דעם וואס מענטשן זאגן אז מיר גייען אוועק פון די מסורה, אז דאס איז נישט אמת. אז מען זאגט משניות, מען זאגט גמרא - איז דאס נישט קעגן די מסורה, פארקערט, דאס איז מסורה; אז מען איז מזלזל אין צניעות - דאס הייסט אוועקגיין פון מסורה! אז מען שניידט זיך די בארד און פיאות - דאס איז אוועקגעגאנגען פון די מסורה!


אויך האבן מיר גערעדט וועגן דאס גרויסקייט פון די פרויען וואס שערן זיך אפ די האר, און אפילו אויב מען קומט פון א משפחה וואס מאמע און באבע שערן זיך נישט די האר, זאל מען נישט מורא האבן דאס צו טון, דאס הייסט נישט אוועק גיין פון מסורה, פארקערט, אויב וועט זיך די פרוי שערן די האר וועט זי צוריק גיין צו די מסורה; נישטא קיין גרעסערע זאך וואס א פרוי קען טון פאר זיך און פאר אירע דורות ווי גיין אנגעטון איידל.


ביים שיעור האבן מיר דערמאנט וואס רבי נתן האט געזאגט פאר זיינע תלמידים אויף דער וואס איז געפארן צו זיין רבי נאכן הערן פון רבי נתן אז מען דארף האבן א רבי: "פרעה איז קלוגער פון דעם מענטש"; ווייל ווען יוסף האט געזאגט פאר פרעה אז מען דארף זוכן אן איש חכם צו ראטעווען דאס לאנד, האט פרעה אנגעכאפט יוסף און געזאגט (בראשית מא, לט) "דו ביסט דער קלוגער מענטש; אז דו זאגסט מיר מען דארף זוכן א קלוגער מענטש - ביסטו דער קלוגער".


רבי נתן זאגט ווייטער: "איך זאג אים א שיינע שמועס איבער דאס גרויסקייט פון האבן א צדיק; ער האט אזעלכע דיבורים נאך פון קיינעם נישט געהערט, וואלט ער געדארפט זאגן 'איך בלייב דא; דו ביסט דער צדיק, דו ביסט מיין לעבן', אנשטאט דעם איז ער געפארן צו זיין רבי".


נאכן שיעור האב איך אנגעגרייט ביי מיר אין שטוב, מיט אפאר בחורים - די עסן פאר שבת. אינמיטן אנגרייטן די עסן האבן די בחורים נישט באמערקט אז איך האב געמאכט א בעשאו, א בחור פון ישיבה, א טייערער תלמיד, הבחור ... מיט א תלמידה, א טאכטער פון ר' ...; מען האט געמאכט די לחיים ביי מיר אין שטוב, עס איז געווען אזא שמחה, אלע בחורים און א טייל משפחות פון שטעטל זענען געקומען ווינטשן "מזל טוב".


ביי מיר איז דאס א גרויסע שמחה, צו מאכן א שידוך; אבער די שמחה איז נאר פאר יענע מינוט, גלייך נאכן לחיים בין איך שוין פארנומען צו מאכן נאך שידוכים, איך ווער נישט זאט מיט וואס איך טו.


ביז אהער איז אלעס פון איין טאג; דאס איז ביי מיר יעדן טאג, ווען איינער פון די תלמידים וואלטן אפגעשריבן מיין סדר היום – וואלטן זיי געקענט ארויסגעבן א דיקע קונטרס פון יעדן טאג.


פרייטאג אינדערפרי האבן מיר געדאווענט, נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, די גמרא מסכת תענית (דף כב). קודם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון שמחה, די מעשה מיט רב ברוקא חוזאה, וואס אליהו הנביא האט אים געזאגט: "די צוויי מענטשן וואס מאכן יעדן איינעם פרייליך – זיי זענען בני עולם הבא"; דא זעט מען דאס גרויסקייט פון מחי' זיין מענטשן.


נאכדעם האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נישט האבן קשיות אויף די אמונה; יאשיהו המלך איז געלעגן טויט קראנק, מען האט אים געשאסן, מען האט אים געלעכערט מיט צענדליגער פיילן, ער איז געווארן געלעכערט ווי א זופ. ירמיהו הנביא האט געזען ווי ער זאגט עפעס צו זיך שטילערהייט, האט ער זיך צוגעבויגן צו הערן וואס ער זאגט, האט ער געהערט ווי ער זאגט (איכה א, יח): "צַדִּיק הוּא ה' כִּי פִיהוּ מָרִיתִי", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב אין אים ווידערגעשפעניגט, האט ירמיהו הנביא געזאגט דעם הספד אויף דעם צדיק יאשיהו (שם ד, כ): "רוּחַ אַפֵּינוּ מְשִׁיחַ ה'", דאס איז אונזער אטעם, אונזער משיח; דאס איז א צדיק, ער ליגט געלעכערט מיט פיילן און האט נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן.


די ווערטער דארפן אונזערע ליפן שטענדיג שעפשען: "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט; וואס עס זאל נאר זיין, וואס מען זאל נאר אריבערגיין, דארף מען וויסן אז "צַדִּיק הוּא ה'", דער אייבערשטער איז גערעכט, איך האב נישט קיין קשיות, איך האב נישט קיין טענות אויף אים.


נאכמיטאג האבן מיר געהאט א מיטינג מיט די געטרייע אינגעלייט וואס העלפן מיר ראש השנה אין אומאן. מיר גרייטן זיך שוין אויף ראש השנה הבא עלינו לטובה; ראש חודש שבט הויבט מען אן צאמנעמען געלט פאר די בעטן, די אלע וואס וועלן באצאלן זייער בעט ביז יום טוב פסח – וועט די פרייז זיין אזוי ווי אלע יארן, 750$, נאך פסח וועט די פרייז זיין טויזנט דאלער.


פרייטאג צו נאכטס זענען מיר געגאנגען דאווענען אין בית המדרש עצתו אמונה. צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין שליט"א, ער איז געקומען דאווענען אינאיינעם מיט אונז. קבלת שבת האב איך געדאווענט. נאכן דאווענען האבן די גבאים מיר געבעטן צו זאגן אפאר ווערטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן, די קשר פון שבת חנוכה צו פרשת מקץ. אין די פרשה זעען מיר אז אלעס איז פונעם אייבערשטן; דא זעט אויס ווי זאכן ווערן געטון פון זיך אליינס, עס איז דא א חלום מיט א פתרון, יוסף ווערט קעניג, יעקב אבינו שיקט קויפן עסן, מען שפארט איין שמעון און בנימין אין תפיסה, עס זעט אויס ווי מענטשן טוען, מענטשן מאכן, אבער אלעס האט א חשבון, יעקב אבינו דארף אנקומען קיין מצרים, א גאנצע וועלט דריידט זיך איבער וועגן די סיבה.


דאס ווערט נתגלה חנוכה, עס איז נישטא קיין טבע, מקרה און מזל; אויל וואס ברענט נאר איין טאג ברענט פאר אכט טעג, געציילטע חשמונאים באזיגן הונדערטער טויזנטער גבורים; צו ווייזן אז עס איז נישטא קיין נאטור, עס איז אלעס בהשגחה.


מיר האבן צוריק שפאצירט ביז די שול אויף האשקע; פאר די שפאציר אליינס האט זיך שוין אלעס געלוינט, די געשמאקע שיחות ביים שפאציר; די וועג האט גענומען א שעה.


די סעודה האבן מיר געגעסן אינאיינעם מיט די בחורים אין שול, נאך די סעודה זענען געקומען אסאך משפחות, מען האט געזינגען און זיך מחזק געווען מיט די ווערטער פון מוהרא"ש, די ווערטער: "כל זמן א מענטש רעדט זיך איין דער וועט אים העלפן, יענער וועט אים העלפן – איז ער א גרויס רחמנות"; ווייל ווען מען זעט נאכדעם ווי אלע דרייען זיך ארויס ווערט מען אזוי אנטוישט, מען ווערט אזוי צעבראכן; א רחמנות אויף דער וואס פארלאזט זיך אויף אנדערע, די איינציגסטע עצה צו האבן א גוט לעבן, איז זיך צו פארלאזן אויפ'ן אייבערשטן.


מיר האבן גע'חזר'ט וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן, די ווערטער פון רש"י. די פרשה ענדיגט זיך מיט "וישכחהו"; יוסף הצדיק האט געבעטן דעם שר המשקים ער זאל אים העלפן, ער זאל אים טון א טובה און אים דערמאנען פאר פרעה, ער האט צוגעזאגט פאר יוסף אז ער גייט אים העלפן, אבער דער פסוק זאגט (בראשית מ, כג): "וַיִּשְׁכָּחֵהוּ", ער האט פארגעסן פון יוסף, און רש"י זאגט צוויי ווערטער: "בו ביום", נאך יענעם טאג האט ער פארגעסן פון יוסף; דא זעט מען די נארישקייט פון בעטן פון א צווייטן הילף, יענער האט זיין אייגענע לעבן, ער טראכט נישט פון דיר, ענדערש דארף מען גיין צום אייבערשטן.


שבת אינדערפרי האב איך געוועקט די בחורים, מיר האבן געלערנט ספר פעולת הצדיק, די מעשה פון עולם התוהו (סימן תתמו), ווי דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען די דריי מאל צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות – וועט ניצול ווערן פונעם עונש פון עולם התוהו.


פסוקי דזמרה האט געדאווענט דער גבאי ... נרו יאיר, שחרית האב איך געדאווענט, מיר האבן געזאגט הלל אינאיינעם, מיט'ן נוסח, בקול; איך האב זיך גוט אויסגעוויינט ביי די שטאטע ניגון, ביי פתחו לי; נישטא עפעס בעסערס ווי זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, מען דעקט זיך איבער מיט'ן טלית, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ערה), אונטערן טלית איז אזוי ווי א חדר מיוחד להתבודדות. דער גבאי ... האט געליינט.


ביי סיפורי מעשיות האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון נאכגיין א צדיק, דער בן מלך האט זיך דערשראקן פון די שלענג און עגדיסן, ער האט געפרעגט דעם מענטש פון וואלד (סיפורי מעשיות, מעשה יא): "ווי אזוי וועל איך קענען אריבערגיין די שלענג?" האט דער מענטש פון וואלד געזאגט: "וואס פרעגסטו? וואס האסטו מורא? ווי אזוי וועסטו אריינקומען צו מיר אין שטוב?" ער ווייזט אים אז זיין שטוב איז אין די לופט, "ווי אזוי וועסטו קענען אריינקומען צו מיר? פרעג נישט, קום מיט מיר, גיי מיך נאך". דער בן מלך האט אזוי געטון, ער איז נאכגעגאנגען דעם מענטש פון וואלד, ער האט אים אריינגעברענגט צו זיך אין שטוב, אים געגעבן צו עסן און צו טרינקען.


דער מענטש פון וואלד – דאס איז דער רבי וואס זאגט אונז צו גיין אין וואלד מאכן התבודדות; אז מען גייט נאך דעם רבי'ן – קען מען אריבערגיין אלע שלענג, אלע קליפות און אלע נסיונות, אויך קען מען האבן א שטוב, אבער אז מען האט נישט דעם מענטש פון וואלד – איז נישט מעגליך צו האבן א שטוב, עס איז אזוי ווי א זאך פון די לופט, וואס מען קען נישט אנקומען צו דעם.


די סעודה האב איך געגעסן אין שול מיט די בחורים. נאך די סעודה זענען מיר געגאנגען שפאצירן, מיר זענען אריבער צום מנהל, ער האט דערציילט פאר די בחורים אלטע מעשיות פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, מעשיות וואס מיר האבן געהאט מיט מוהרא"ש, פון דארט זענען מיר געגאנגען צו האברך ... נרו יאיר, דארט האבן מיר געטראפן נאך אנשי שלומינו.


ביי שלש סעודות האבן מיר געלערנט די מעשה פונעם "אורח", די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן פה), דער אורח – דאס איז דער צדיק, אזוי ווי עס שטייט (משלי ד, יח): "וְאֹרַח צַדִּיקִים", דער צדיק קומט צום מענטש, ער וויל אים ברענגען צום אייבערשטן. קודם רעדט ער צום מענטש לויט דעם מענטשנ'ס מח, ער פרעגט אים פון פרנסה: "מֵאַיִן פַּרְנָסָתְךָ", ווי אזוי איז פרנסה? נאכדעם פרעגט ער אים: "מָה אַתָּה לוֹמֵד", וואס לערנסטו? ביז זיי זענען אריין אין א שמועס, אין "שִׂיחַת דְּבָרִים הַיּוֹצְאִים מִן הַלֵּב", דא זעט מען די וועג צו מאכן התבודדות, אפילו אין אנהייב האט מען נישט קיין הארץ, אויב מען רעדט דיבורים – וועט זיך ביים סוף עפענען דאס הארץ.


ביז דער בעל הבית האט אנגעהויבן בענקען און וועלן זיין אן ערליכער איד, "אָמַר לוֹ הָאוֹרֵחַ אֲנִי אֶלְמַד עִמְּךָ", האט אים דער צדיק געזאגט, איך וועל לערנען מיט דיר; דער רבי לערנט דעם מענטש ווי אזוי צו דינען דעם אייבערשטן, דער רבי זאגט (עיין הקדמת השתפכות הנפש): "תנו לי את לבכם", ברענגט מיר ענקער הארץ, איך וועל ענק פירן בדרך אבותינו הקדושים; דער רבי דארף נאר מען זאל וועלן זיין גוט, מען זאל האבן גוטע רצונות און כיסופים.


איך בין אפגעמאטערט, איך דארף מקצר זיין.


מוצאי שבת איז געווען א שיינע מלוה מלכה, א סעודת הודאה אז מיר זענען נאך ביים רבי'ן.


זונטאג אינדערפרי פאר'ן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם בלאט גמרא, מען האט געדאווענט אינאיינעם. רוב טאג האב איך אויפגענומען משפחות, נאכמיטאג האב איך גערעדט פאר אלע טיטשערס חיזוק אויף חינוך הבנות, נאכדעם האבן מיר געלערנט נאך א בלאט גמרא; מוצאי שבת האב איך נישט פארגעלערנט, האב איך געדארפט לערנען זונטאג צוויי בלאט גמרא. נאכן צינדן איז געווען א לחיים פון צוויי חשוב'ע משפחות אין שטעטל.


איך האף צו זיין מארגן אינדערפרי צוריק אין ישיבה מיט פרישע כחות; מענטשן מיינען מען באקומט כח ווען מען פארט אוועק אויף וואקאציע, עס איז נישט אזוי, ווען מען פארט זיך אפרוען דארף מען זיך נאכדעם נאכאמאל אפרוען; וואס מער מען טוט - אלץ מער כח באקומט מען. יעצט נאכן זיין די פיר טעג אין שטעטל, פון טון און טון און טון – האב איך פרישע כוחות צו קענען ווייטער טון מיט די בחורים און קינדער.


איך האב דיר נאך גארנישט געשריבן; רעד צו די חברים וואס האבן מיט געהאלטן, וועלן זיי דיר דערציילן שיינע זאכן.

#46 - באדינען דעם צדיק אויף די וועלט, און אויך אויף יענע וועלט
צדיקים, משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען זוכה צו משמש זיין דעם רבי'ן. דער רבי זאגט, די אלע וואס זענען זוכה צו העלפן דעם צדיק דא בזה העולם וועלן האבן די זכי' אויבן אין הימל צו משמש זיין דעם צדיק.


כאפ אריין דאס ביסל צייט וואס דו ביסט אין ישיבה צו העלפן די ישיבה, חדר, בית פיגא, חתונות וכו' וכו'; באלד האסטו חתונה - וועסטו ווערן פארנומען מיט דיינע זאכן.


שטארק זיך, נאך אביסל ביסטו א חתן.

#45 - וואס מיינט "שלעכטע תפילות" וואס מ'טאר נישט בעטן?
תפילה והתבודדות, צדיקים, הכנסת אורחים, פירושים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט, וואס איז פשט וואס רבי נתן בעט אין די תפילה (לקוטי תפילות, עד): "וְתִשְׁמְרֵנִי וְתַצִּילֵנִי מִתְּפִלּוֹת רָעוֹת", דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון שלעכטע תפילות, און דא הערסטו ביי די שיעורים אין ישיבה אז מען קען אלעס בעטן; דו ווילסט פארשטיין וואס מיינט שלעכטע תפילות, עס איז יא משמע אז אויף עפעס זאל מען נישט בעטן?


קוק אריין אין די תורה אויף וואס די תפילה גייט ארויף, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רט): "כִּי יָדוּעַ שֶׁיֵּשׁ לְכָל אָדָם תְּפִלּוֹת רָעוֹת", יעדער מענטש האט נישט גוטע תפילות וואס ער בעט, אזוי ווי מיר געפונען, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סג.): "גַּנָּבָא עַל מַחְתַּרְתָּא רַחֲמָנָא קַרְיָא", דער גנב איידער ער ברעכט זיך איין, בעט ער א שטילע תפילה פונעם אייבערשטן: הייליגער באשעפער, העלף מיר די גניבה זאל זיך גוט אויסארבעטן, קיינער זאל מיך נישט כאפן, "נִמְצָא אַחַר כָּךְ כְּשֶׁעוֹמֵד לְהִתְפַּלֵּל תְּפִלָּה הָרָאוּי לְהִתְפַּלֵּל, אֲזַי בָּא הַתְּפִלָּה רָעָה וּמְבַלְבֶלֶת אוֹתוֹ", ווען דער מענטש וויל דאווענען צום אייבערשטן, ער וויל בעטן אויף גוטע זאכן, קומען די נישט גוטע תפילות און שטערן דעם מענטש; מען ווייסט נישט וואס איז א גוטע תפילה און וואס איז א שלעכטע תפילה, אדער חס ושלום א מענטש ליגט אין זיינע תאוות רעות, ער זוכט א שלעכט תאווה, בעט ער דעם אייבערשטן ער זאל קענען אויספירן זיינע שלעכטע זאכן.


וואס איז די עצה? זאגט דער רבי: "וְהַתִּקּוּן לָזֶה, הַכְנָסַת אוֹרֵחַ תַּלְמִיד חָכָם", די עצה אויף דעם איז אריינצונעמען תלמידי חכמים ביי זיך אין שטוב, אז מען נעמט אריין אין שטוב תלמידי חכמים דעמאלט פאררעכט מען אלעס; ווייל דער צדיק לערנט אויס וואס צו בעטן און וויאזוי צו בעטן, דער צדיק לערנט אויס וואס איז גוט, וואס איז וויכטיג.


אויף די תורה בעט רבי נתן די תפילה: יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹקֵינוּ וֵאלֹקֵי אֲבוֹתֵינוּ, שֶׁתַּעַזְרֵנִי בְּרַחֲמֶיךָ הָרַבִּים, וּתְזַכֵּנִי לְהַכְנִיס אוֹרְחִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים בְּתוֹךְ בֵּיתִי, וְאֶזְכֶּה לְקַבְּלָם בְּכָבוֹד גָּדוֹל וּלְכַבְּדָם בְּכָל עֹז וּפְאֵר, עַד שֶׁיַּעֲלֶה לְפָנֶיךָ מִצְוָה זוֹ שֶׁל הַכְנָסַת אוֹרְחִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים כְּאִלּוּ הִקְרַבְתִּי תְּמִידִין כְּסִדְרָן, וּבִזְכוּת זֶה תַּעַזְרֵנִי שֶׁאֶזְכֶּה לְהִתְפַּלֵּל תְּפִלָּתִי לְפָנֶיךָ בְּכַוָּנָה גְדוֹלָה בְּכָל לֵב וָנֶפֶשׁ, וּבְמַחֲשָׁבָה זַכָּה וּנְכוֹנָה לְשִׁמְךָ הַגָּדוֹל לְבַד בֶּאֱמֶת, וּבְלִי שׁוּם בִּלְבּוּל וְעִרְבּוּב הַדַּעַת, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת כְּלָל, וְתִשְׁמְרֵנִי וְתַצִּילֵנִי מִתְּפִלּוֹת רָעוֹת, וְלֹא יְבַלְבְּלוּ הַתְּפִלּוֹת רָעוֹת אֶת תְּפִלָּתִי הַקְּדוֹשָׁה, וּתְתַקֵּן וּתְזַכֵּךְ אֶת תְּפִלָּתִי, וְתִהְיֶה תְפִלָּתִי שְׁלֵמָה וּסְדוּרָה בְּפִי, וְיִהְיוּ נָא אֲמָרַי לְרָצוֹן לִפְנֵי אֲדוֹן כֹּל, וְתַעֲלֶה תְפִלָּתִי לְפָנֶיךָ לְרָצוֹן לְמַעְלָה לְמַעְלָה, וְתַעֲלֶה וְתִנָּשֵׂא לִהְיוֹת כֶּתֶר לְרֹאשְׁךָ, וּתְמַלֵּא כָּל מִשְׁאֲלוֹתַי לְטוֹבָה בְּרַחֲמִים, הַאֲזִינָה ה' תְּפִלָּתִי וְהַקְשִׁיבָה בְּקוֹל תַּחֲנוּנוֹתָי, וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן, אֱלֹקִים בְּרָב חַסְדֶּךָ עֲנֵנִי בֶּאֱמֶת יִשְׁעֶךָ, יֶעֱרַב עָלָיו שִׂיחִי, אָנכִי אֶשְׂמַח בַּה' יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם, בָּרְכִי נַפְשִׁי אֶת ה', הַלְלוּיָהּ".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ארייננעמען דעם רבי'ן ביי אונז אין שטוב, די גאנצע שטוב זאל זיין געבויט אויף צדיקים; אז מען לעבט מיט א צדיק - דאס הייסט אריינגענומען תלמידי חכמים אין שטוב, דעמאלט ווייסט מען שוין וואס צו בעטן, מען ווייסט ווי אזוי צו בעטן, עס בעט זיך איין זאך: "טאטע איך וויל זיין גוט, טאטע איך וויל זיין ערליך, טאטע איך וויל זיין דבוק צו דיר בתכלית השלימות", מען וויל גארנישט, מען וויל גארנישט אויסער דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - מען דארף גיין צו די עלטערן, אפילו עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט
כיבוד אב ואם, שלום בית, הפצה, צדיקים, מורה דרך, עלטערע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאס וואס האט פאסירט ביי דיינע עלטערן, עס האט אויסגעבראכן א מחלוקת אויף דער עלטער און יעצט זאגט דיין ווייב אז זי וויל מער נישט אהינגיין, זי קען נישט אויסהאלטן די פאר'סמ'טע לופט פון מחלוקת; דו פרעגסט וואס דו זאלסט טון, אויב דו זאלסט רעדן צו דיין מאמע אדער מער נישט גיין.


דו רעד גארנישט צו דיין מאמע, חס ושלום זיך אריינמישן אדער וויי טון; זיי מסביר דיין ווייב שיינערהייט 'מיר דארפן גיין צו די עלטערן אפילו עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט', יעצט זענט איר יונג גייט מען מער צו די עלטערן, שפעטער ווען די קינדער וואקסן אונטער גייט מען אביסל ווייניגער, מען דארף טון וואס איז ריכטיג, אפילו עס איז נישט געשמאק.


דו שטארק זיך מיט'ן רבינ'ס עצות; גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו ווערן בטל ומבוטל פאר אים. קוק וואס פאסירט אויף דער עלטער ווען מען לעבט אן א צדיק, עס איז אזוי שרעקעדיג צו זען ווי מענטשן גייען צוגרינד, מען קריגט זיך, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


דאס דארף דיר געבן חיזוק פאר הפצה; וועסט קיינמאל נישט וויסן וואס איין קונטרס טוט ראטעווען א גאנצע משפחה.

#43 - קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם צדיק
צדיקים, אומאן, ראש השנה, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


פאר פרשת כי תבוא וויל איך לייגן א מעשה פון אומאן; איך שיק דיר די מעשה וואס איז געווען ביים רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה, ווי דער רבי האט געזאגט פאר'ן רב ער זאל נישט קומען און נאכדעם האט דער רבי געקרעכצט: "וואו איז דער רב? פארוואס איז ער נישט געקומען?"


דאס איז זייער א וויכטיגע זאך צו וויסן אין לעבן; ווען מען פרעגט א צדיק וואס צו טון - ענטפערט דער צדיק לויט יענעמ'ס מח, דער צדיק זאגט נישט אנדערש ווי יענער וויל הערן, ווייל מען קען נישט זאגן דעם מענטש ער זאל טון אנדערש ווי יענער וויל הערן.


מאך א בילד ווי איינער שטופט אוועק א צווייטן מיט א דיקע שטעקן און יענער כאפט זיך אן, ער גייט נישט אוועק; מאך די בילד עס זאל זיין אינטערעסאנט, די קינדער זאלן דאס גוט איינקריצן אין זיך, זיי זאלן בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן זייער גאנץ לעבן, אפילו עס וועט איבערגיין וואס וועט איבערגיין.


מעשה:


קינדער, ווער פון ענק קומט קיין אומאן?


שוין וואכן פאר ראש השנה גרייטן זיך ברסלב'ער חסידים אויף די נסיעה קיין אומאן, קיינער וויל נישט פארפאסן א ראש השנה ביים רבי'ן, די גאנצע וועלט איז דאך אנגעהאנגען אין רבינ'ס ראש השנה. יעדער מאכט זיינע הכנות, מען גרייט זיך אויף די נסיעה, אבער דער רב, דער ברסלב'ער רב, רבי אהרן זכרונו לברכה - ער ווייסט נישט וואס צו טון; די ראשי הקהלה פון ברסלב בעטן אים יעדעס יאר ער זאל זיי נישט איבערלאזן, זיי האבן א טענה: "ווער וועט דאווענען פאר'ן עמוד? ווער וועט בלאזן שופר?" זיי זאגן פאר'ן רב: "איר קענט דאס נישט טון פאר אונז, איר קענט אונז נישט איבערלאזן, די יאר בלייבט דער רב מיט אונז!"


דער רב זכרונו לברכה ווייסט נישט וואס צו טון, פון איין זייט וויל ער נישט פארפאסן דעם רבינ'ס ראש השנה, ער וויל זיין אין אומאן, פון די צווייטע זייט האט ער אסאך דרוק פון די ראשי קהילה. רבי אהרן איז מחליט אז ער גייט פרעגן דעם רבי'ן, דער רבי זאגט פאר'ן רב: "אודאי זאלסטו נישט קומען, ווי אזוי קענסטו קומען ראש השנה קיין אומאן? דו קענסט דאך נישט איבערלאזן דיין קהילה", רבי אהרן זאגט דעם רבי'ן: "אבער רבי, איך האב דאך געהערט פון רבי'ן אז זיין ראש השנה ביים רבי'ן איז גרעסער פון אלעם", זאגט אים דער רבי: "דעמאלט פארוואס קומסטו נישט?" ענטפערט דער רב: "איך קען נישט איבערלאזן די קהילה", "אויב אזוי" - זאגט דער רבי "בלייב מיט דיין קהילה".


רבי אהרן איז געבליבן אין ברסלב, ער איז נישט געקומען צום רבי'ן קיין אומאן. ראש השנה פרעגט דער רבי: "וואו איז דער רב, רבי אהרן?" דעם רבי'ן האט זייער וויי געטון אז ער איז נישט געקומען, דער רבי האט געזאגט: "אלעס דארף מען פאלגן א צדיק, אויסער ווען דער צדיק זאגט מען זאל נישט קומען צו אים אויף ראש השנה, דעמאלט טאר מען נישט פאלגן, נאר מען דארף קומען צו אים".


שפעטער ווען דער הייליגער רבי נתן האט געטראפן דעם רב רבי אהרן, פרעגט אים רבי נתן: "אהרן, וואו ביסטו געווען? פארוואס ביסטו נישט געקומען צום רבי'ן?" האט דער רב געענטפערט: "דער רבי האט מיר געזאגט איך זאל נישט קומען", זאגט אים רבי נתן: "נישט זיין ביים רבי'ן ראש השנה?! ווען דער רבי זאל נעמען א דראנג און האקן אויף מיר און מיר אוועק שטופן וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען פון אים".


טייערע קינדער, מיר לערנען ארויס פון די מעשה צוויי זאכן, איינס אז אלעס דארף מען פאלגן א צדיק, אויסער ווען דער צדיק זאגט מען זאל נישט קומען צו אים, דעמאלט טאר מען נישט פאלגן; דער צדיק דארף ענטפערן לויט וואס יענער וויל, לויט יענעמ'ס מח, א צדיק ענטפערט וואס יענער וויל הערן.


צווייטנס, דאס גרויסקייט פון זיין ביים רבי'ן ראש השנה. אפילו דער צדיק שטופט אוועק, ער האקט מיט א האלץ - זאל מען זיך גוט אנכאפן און נישט אוועקגיין. בפרט מוז מען קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, ווייל דער רבי האט געזאגט אז יעדער דארף קומען קיין אומאן, קיינער טאר נישט פעלן. ראש השנה גייט מען דן זיין יעדן מענטש וואס וועט זיין מיט אים דעם קומענדיגן יאר, ראש השנה איז דער גרויסער יום הדין, אלע ציטערן, אלע טוען תשובה. דער רבי האט געזאגט: "אלע זאלן קומען קיין אומאן, איך וועל יעדן איינעם מתקן זיין.


אלע קינדער זינגען: "אומאן אומאן, ראש השנה; אומאן אומאן, ראש השנה; אומאן אומאן ראש השנה!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#42 - מקושר מיט'ן רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט
צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, סיפורי צדיקים, בריוו, אמונת חכמים, רבינו ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע הארציגע בני ברק'ער חברים, אנשי שלומינו, וואס זענען זוכה צו טרינקען פונעם נחל נובע מקור חכמה.


איך באקום כמעט יעדן טאג בריוו פון בחורים און אינגעלייט פון חבורת בני ברק וואס בעטן זיך אז דער ראש ישיבה זאל שרייבן א בריוו ספעציעל פאר די חבורה. ווען איך ליין די בריוו וואס איר בעט טראכט איך צו מיר 'היינט גיי איך שרייבן א בריוו פאר זיי, איך מוז שרייבן'; אבער עס פאסירט דאס וואס פאסירט, איך שרייב נישט. גלייבט מיר, איך בין זייער אנגעשטרענגט, איך קום נישט אן צו וואס איך דארף טון, דעריבער ווערט עס אפגעשטופט נאכאמאל און נאכאמאל; יעצט האב איך אפאר מינוט, די בחורים פארן היינט אהיים פון שטעטל - קען איך יעצט שרייבן.


טייערע ברידער, שטארקט אייך מיט די עצות פון רבי'ן; דער וואס איז מקושר מיט'ן רבי'ן דא - דער וועט זיין אויבן אין הימל מקושר מיט'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן קא) עס איז געווען א איד, א תלמיד פון הרב הקדוש רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק זכותו יגן עלינו, ווען ער איז נפטר געווארן זענען געקומען די מלאכי חבלה און אים איינגערעדט אז ער לעבט נאך און ער איז עוסק אין מסחר, מען האט אים אריינגעשלעפט אין עולם התוהו, כאילו ער טוט ביזנעס, ער האט אנגעהויבן דמיונ'ען אז ער פארט צום יריד וכו'. דער איד איז געווען זייער דבוק צום גרויסן צדיק, ער פלעגט כסדר פארן צום הייליגן צדיק, אויפ'ן וועג צום יריד זאגט דער איד: "איך וויל גיין צו מיין רבי, הרב הקדוש רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו", האבן אים די ארבעטערס - וואס זענען געווען מלאכים - אפגערעדט; זיי האבן אים געזאגט: "מען וועט גיין שפעטער וכו'", אזוי איז געווען אפאר מאל, ער האט געוואלט גיין צו זיין רבי און די מלאכים האבן אים אפגערעדט, ביז ער האט זיי געזאגט: "יעצט גיי איך ענק שוין נישט פאלגן, איך גיי צו מיין הייליגער רבי", און וויפיל זיי האבן אים געזאגט אז עס לוינט זיך נישט פאר די געשעפטן, האט ער געזאגט: "עס גייט מיך גארנישט אן, זאל איך פארלירן מיינע געשעפטן, איך פאר צו מיין רבי!" און ער האט זיך אנגעפאנגען שלאגן מיט זיי, ער האט געשריגן: "איר זענט מיינע ארבעטערס און איר דארפט מיר פאלגן!" האבן זיי אים אויסגעזאגט דעם אמת: "זאלסט וויסן אז דו ביסט א מת - א טויטער מענטש און דו גייסט נישט אין ערגעץ, דו קומסט מיט אונז", האט ער געשריגן: "איך וויל גיין צו מיין רבי!" האבן זיי אים געזאגט: "מה דאך פריער ווען מיר האבן געשפילט מיט דיר, מיר האבן דיר איינגערעדט א גאנצע מעשה כאילו דו לעבסט, דו ארבעטסט און מיר זענען דיינע ארבעטערס האבן מיר דיך נישט געלאזט גיין, יעצט וואס דו ווייסט שוין דעם אמת אז דו ביסט טויט און מיר זענען מלאכי חבלה - דארפן מיר דיך זיכער נישט פאלגן", עס איז געגאנגען קולות ביז דער בית דין של מעלה האט געפרעגט וואס די קולות זענען, האט מען זיי געזאגט וואס עס גייט פאר, האט בית דין של מעלה גע'פסק'נט אז זיי מוזן אים לאזן גיין צו זיין רבי וויבאלד ער פלעגט כסדר גיין צו זיין רבי, און דער הייליגער רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו האט אים געגעבן א תיקון.


האט דער רבי אויסגעפירט די מעשה, אז א מענטש איז שטארק דא אויף די וועלט מיט א צדיק - וועט אים דער צדיק מתקן זיין.


גייט א טענצל: "אומאן אומאן, ראש השנה! אומאן אומאן, ראש השנה!!" מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר פארן שוין קומענדיגע וואך צום רבי'ן קיין אומאן; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "מִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך זייער פרייען, אזוי ווי עס שטייט (נחמיה ח, י): "אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַּקִּים", עסט גוטע זאכן און טרינקט זיסע געטראנקען, "כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", אונזער שטארקייט איז - זיך פרייען מיט'ן אייבערשטן.


איך האף אייך אלע צו זען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#41 - לאז זיך נישט נאך, דיין ישועה וועט זיכער אנקומען
שידוכים, אמונה, התחזקות, צדיקים, אומאן, התחדשות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ..., איך בעט דיר דערהאלט זיך, איך בעט דיר פון מיין הארץ געב נישט אויף, לאז זיך נישט נאך. איך ווייס אז דו ביסט זייער צעבראכן, דו ווארטסט שוין אזוי לאנג אויף דיין שידוך, דו האסט שוין געטון אלע סגולות און אזויפיל גוטע זאכן, דו האסט שוין נישט קיין כח צו גלייבן אז עס גייט טאקע געשען, אז דו גייסט יא טרעפן דיין שידוך. דאך בעט איך דיר פון מיין הארץ, בלייב גלייבן, בלייב שטארק, ווער צוריק שטארק; האב נישט קיין טענות אויפ'ן אייבערשטן, האב נישט קיין ספיקות אין אמונה, אידישע קינדער בלייבן שטארק אפילו זאל זיין וואס זאל זיין.


דער הייליגער בעלזא רב זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געזיצן שבעה נאך זיין ברודער דער בילגורייער רב זכרונו לברכה איז געווען ביי אים איינער פון די גרויסע רבי'ס, נאכן זאגן דעם נוסח "המקום ינחם אתכם" וכו', האט ער צוגעלייגט: "מען זאל נישט וויסן פון קיין צער", דער הייליגער בעלזא רב איז געווארן זייער צוקאכט און זיך אנגערופן: "צער?! דער אייבערשטער האט מיר נאך קיינמאל נישט מצער געווען"; ער האט דאס איבערגעזאגט אפאר מאל: "צער?! דער אייבערשטער מאכט נישט קיין צער".


דאס איז די גרויסקייט פון די צדיקים, ביי זיי איז אלץ גוט, זיי גלייבן אזוי שטארק (ברכות ס:): "כָּל מַה דְּעָבֵיד רַחְמָנָא לְטָב עָבֵיד"; און דאס איז די זאך פון הייליגן רבי'ן, ער ברענגט דאס אריין אין אונז פשוט'ע מענטשן, פארגרעבטע און מגושמ'דיגע מענטשן, מיר זאלן אויך האבן אן השגה אין איידלקייט, מיר זאלן וויסן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, לאז זיך נישט נאך. מיר פארן יעצט צום רבי'ן, דארט וועסטו פועל'ן דיין שידוך, אבער געדענק, דאס וועט נאר געשען אז דו וועסט זיך נישט נאכלאזן, דו וועסט ארומגיין פרייליך, דו וועסט זיך אנטון שיין, פרישע וועש; גיין אין שול דאווענען שחרית, מנחה און מעריב; זיך קובע זיין שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן ע"ו); זיין פרייליך, נישט ארומגיין מיט א זויערקייט.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב און ווארט אויף דיין ישועה.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#40 - נישט אפלאזן די חשק און ברען פון אנהייב התקרבות
צרות, התחזקות, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, בית המדרש, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן-נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך שעם זיך אביסל פון אייך; שוין א לאנגע צייט וואס איך האב אייך נישט געשריבן קיין בריוו. איך באקום כסדר בריוון פון אייך ווי איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן, זייט נישט ברוגז אויף מיר, גלייבט מיר איך וויל אייך נאך מער שרייבן, אבער איך ווער כסדר פארנומען מיט אנדערע זאכן און דאס ווערט אפגעשטופט. יעצט האט מיר איינער פון די גבאים, ... נרו יאיר נאכאמאל געבעטן איך זאל שרייבן, האב איך אלעס געלייגט אין דער זייט אייך צו שרייבן אפאר ווערטער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט אפלאזן די חשק און ברען פון אנהייב התקרבות. בדרך כלל ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן - גייט דאס מיט א שטארקע ברען, מיט א שטארקע פייער, און במשך די צייט ווערט מען אפגעקילט, מען דארף כסדר צולייגן אויל צום פייער כדי די פייער זאל ווייטער ברענען. וואס איז די אויל וואס מאכט אז די פייער זאל ווייטער ברענען? דאס זענען די עצות פון רבי'ן; כל זמן מען איז שטארק מיט די שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, יעדער איינער אויף זיין פארנעם - איז דאס אויל צום פייער, אז די פייער זאל ווייטער ברענען; כל זמן מען גייט התבודדות, מען רעדט צום אייבערשטן - האט מען כח ווייטער אנצוהאלטן, מען ווערט פרישער און פרישער, אבער אז מען לאזט אפ דעם דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מען הערט אויף גיין התבודדות - דעמאלט ווערט מען אלט און קאלט.


איך געדענק ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, האט מוהרא"ש געזאגט: "וואס איז דער חילוק צווישן תלמידי היכל הקודש און אנדערע? בדרך כלל ווען א בחור טרעפט א משפיע, ער האט שייכות מיט א גוטן איד, ווילאנג ער איז נעבן דעם משפיע - האט ער שייכות מיט אים, ער ברענט פאר אים, ער איז אים משמש וכו' וכו' אבער ווען ער גייט אוועק פון יענעם, ער האט חתונה, ער ציט זיך צו אן אנדערע פלאץ וכו' וכו' - ענדיגט זיך אלעס, דאס איז צוגעגליכן צו א פייער וואס פלאקערט אויף, אבער נאך א שטיק צייט פארלעשט זיך דאס", און מוהרא"ש האט אויסגעפירט און מיר געזאגט, אויב איך וועל אריינלייגן דעם סדר דרך הלימוד אין די תלמידים - וועט זיך קיינמאל נישט פארלעשן די פייער, "אפילו זיי וועלן אוועק גיין פון דיר וועלן זיי אלץ האבן אויל פאר זייער פייער, ווייל די וועג פון רבי'ן איז אויל, עס פארלעשט זיך נישט; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט 'מיין פייער'ל וועט שוין ברענען און טליען ביז משיח וועט קומען'".


איך בעט אייך טייערע חברים, שטארקט אייך מיט אלע כוחות; עס גייט איבער אויף יעדן איינעם ביטערע שווערע נסיונות, יעדן איינעם פרובירט מען אויס מיט אן אנדערע וועג. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא אזא זאך מען זאל נישט האבן קיין יסורים, אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן און צו די תורה, נעמען די פלאג פאר גוטע זאכן, דער רבי האט קלאר געזאגט: "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישט דא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליין, ווייל יעדער איז פול מיט יסורים, נישטא קיין עצה פטור צו ווערן פון פראבלעמען, נאר אז מען אנטלויפט צום אייבערשטן.


א שאד אויף די וואס קענען זיך נישט דערהאלטן, זיי לויפן אוועק אינמיטן עסן די מרור; וואלטן זיי געווארט נאך אביסל וואלטן זיי געהאט פון די גוטע שלחן עורך. אזוי ווי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים): עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז באלד קומט דער יום טוב פסח; דער גוי האט זיך אינטערעסירט וואס איז פסח, מען האט אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר, און אלע אידן - אפילו ארעמעלייט - עסן א געשמאקע רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט, מען טרינקט און מען איז פרייליך. דער גוי טראכט צו זיך 'איך מוז דאס אויספרובירן; איך וועל זיך פארשטעלן ווי א איד אז איך זאל כאטש איין מאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'.


פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צום סדר; מען הייבט אן די סדר, ער ווארט צו עסן די פיינע געשמאקע עסן, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער האט שוין נישט אויסגעהאלטן זיין הונגער, האט ער געטראכט צו זיך: 'מען האט מיר דא אויסגעשפילט, די אידן האבן מיר פארנארט, איך ווארט שוין אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט מיר', ער האט זיך אויפגערעגט און איז אנטלאפן פאר שלחן עורך.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן ביז מען האט אריינגעברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א געשמאקע סעודה", דער רבי האט דאס דערציילט כדי אונז מחזק זיין מיר זאלן נישט אפלאזן די שווערע ארבעט וואס מיר דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן אויסווארטן, ווייל אז מען ווארט אויס מיט געדולד, מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו זייער שיינע זאכן.


טייערע חברים, איך בעט ענק, געדענקט די ווערטער וואס די בת מלך האט געזאגט פאר'ן שני למלכות (ספורי מעשיות, מעשה א): "עס איז א גרויסע רחמנות אויף דיר און אויף מיר, נאך אזוי לאנג וואס דו זוכסט מיר, נאך אזויפיל יגיעות און טרחות וואס דו האסט זיך אזויפיל געפלאגט און געמוטשעט מיר ארויסצונעמען פון די נישט גוטע, און יעצט וועגן איין נסיון האסטו מיר פארלוירן", עיין שם; לאזט נישט אפ די רצון, די בענקעניש; אפילו מען זעט ווי עס רוקט זיך נישט, עס גייט נישט, עס איז אזוי שווער די נסיונות - זאלט איר ווייטער זוכן די בת מלך; זוכן עצות, וויינען און שרייען - ארויסצוגיין פון די נישט גוטע.


יעצט איז א יאר פון ווען מיר האבן געטראפן אונזער בית המדרש אין ירושלים עיר הקודש, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז דאס נאר די אנהייב, עס וועט נאך צואוואקסן ווערן אין א גרויסע קהילה; בעט איך אייך טייערע ברידער, האלט אייך אינאיינעם, פארלייגט זיך אויף די איין נקודה, זיך ליב האבן, זען דאס שיינקייט ביי אנדערע; אפילו איר זענט אלע אנדערש, יעדער האט אן אנדערער טעם, אן אנדערער שכל - קען מען באווייזן צו זיין אינאיינעם בשלום.


זייט מתפלל מיר זאלן אלע זיין אין אומאן ביים רבי'ן ראש השנה; תפילה איז שטערקער פון אלעס, מיט תפילה וועלן מיר זיין אין אומאן ראש השנה.


איך דארף ענדיגן ווייל די בחורים שטייען און ווארטן אויף מיר, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק; איך האף אז די פאר שורות וועט אייך געבן אביסל כח אויף ווייטער.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#39 - אז מען געבט אכטונג אויף אנדערע, איז מען מצליח
צדיקים, שטעטל, פרנסה, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויסן זאלסטו אז דו טראגסט אן אחריות; וואס דו טוסט, דיין אויפפירונג, דיינע דיבורים – אלעס גייט אויף מיר.


דו העלפסט מיר זייער בויען דעם שטעטל, טאקע דערפאר דארפסטו מער אכטונג געבן ווי אזוי דו רעדסט מיט מענטשן, ווי אזוי דו באנעמסט זיך מיט יעדן איינעם.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", דער וואס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק", דארף אכטונג געבן אויפ'ן צדיק, "שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", אז עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויף אים; עס איז א גרויסע זאך צו העלפן בויען די מוסדות, די שטעטל, די הדפסה וכו' וכו', אבער אין די זעלבע צייט איז דאס א גרויסע אחריות.


דערפאר בעט איך דיר זייער, שטארק זיך אויף די נקודה 'רעדן שיין צו אנדערע, רחמנות האבן אויף אנדערע'; אז מען פירט א קהלה דארף מען זיך רעכענען מיט יעדן איינעמס געפילן, נישט מזלזל זיין אין קיינעם.


זאג אלע דיינע ארבעטערס זיי זאלן זייער אכטונג געבן אויף דעם פרט, רעדן שיין צו אלעמען; נאר אזוי וועסטו האבן הצלחה, נאר אז מען געבט אכטונג אויף אנדערע – איז מען מצליח.


עס איז אזוי קלאר די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז, מען דארף זיין בלינד נישט צו זען וואס דא טוט זיך. יעצט איז געווארן צוויי יאר פון ווען מיר האבן מייסד געווען דעם שטעטל און עס זעט שוין באלד אויס ווי א שטאט; עס קומען נאך און נאך משפחות וואוינען דא אין שטעטל, וויפיל הייזער עס וועט זיין – וועט נישט זיין גענוג פאר די אלע משפחות וואס ווילן זיין א חלק אין אונזער קהלה.


יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר.

#38 - די סגולה פון וויין וואס א צדיק האט געקוקט דערויף
תפילות אויף אידיש, סגולות, רפואה, צדיקים, וויין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געהאט אזא מעשה נאך איינער פון מיינע קינדער, איך האב געבעטן מוהרא"ש אז איך דארף א ברכה פאר מיין ווייב, וויפיל זי פרובירט – האקט זיך עס אפ וכו'; מוהרא"ש האט מיר געזאגט אויפ'ן טעלעפאן: "איך קום היינט נאכט קיין וויליאמסבורג, איך וועל דיר עפעס ברענגען", איך האב נישט פארשטאנען וואס מוהרא"ש זאגט, 'עפעס ברענגען? וואס?' איך האב איבערגעפרעגט, און מוהרא"ש זאגט מיר: "איך ברענג דיר א סגולה פון רבי'ן", איך האב נישט געהאט קיין שום אנונג וואס מוהרא"ש זאגט.


ביינאכט האב איך געטראפן מוהרא"ש ביי די חתונה, מוהרא"ש האט מיר געגעבן א באטל גרעיפדזשוס און מיר געזאגט: "דער רבי זאגט דאך (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): 'אִשָּׁה שֶׁדָּמֶיהָ מְרֻבִּים וְאֵין לָהּ וֶסֶת, אַף שֶׁיַּיִן מַזִּיק לָהּ וְכוּ', עִם כָּל זֶה רְפוּאָתָהּ עַל יְדֵי יַיִן שֶׁהִסְתַּכֵּל בּוֹ צַדִּיק אֲמִתִּי'", און מוהרא"ש זאגט מיר: "געב דיין ווייב צו טרינקען אביסל פון די גרעיפדזשוס וועט זי האבן א ישועה", וכך הוה.


איך שרייב דיר דאס ווייל דו ווילסט אן עצה וואס צו טון, עס נעמט שוין עטליכע וואכן; די פראגע איז נאר 'וואו נעמט מען א צדיק אמת?' מיר דארפן וויינען און שרייען: "רבונו של עולם, וואו איז מען זוכה צו טרעפן דעם אמת'ן צדיק וואס קען אונז העלפן?"


אינטערעסאנט, מיר האבן דאס געהאלטן פאר א לאנגע צייט; מיין ווייב האט געגעבן דערפון פאר נשות אנשי שלומינו, אלע האבן גלייך געזען ישועות.


ביי מיר איז געווען א חידוש וואס מוהרא"ש ברענגט מיץ ענבים (גרעיפדזשוס), אז דאס איז וויין.

#37 - מיר קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש
תפילות אויף אידיש, אמונה, בין המצרים, הפצה, צדיקים, אומאן, ראש השנה, צייטונגען, פאליטיק, תשעה באב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש בני ברק, ה' עליהם יחיו


זייט מיר מוחל, איך דארף ווען שרייבן פאר אייך יעדן טאג א בריוו, כאטשיג איין מאל א וואך; וואס זאל איך טון, איך קום נישט אן, איך האב אזויפיל זאכן וואס ליגט אויף מיר צו טון, זייט מיר דן לכף זכות; איך וועל פרובירן פון יעצט צו מאכן צייט צו שרייבן פאר די טייערע אנשי שלומינו פון ארץ ישראל.


מיר זענען יעצט אריין אין די דריי וואכן, די טעג זענען טעג וואס מיר קלאגן אויפ'ן חורבן בית המקדש; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סז) אז דער עיקר חורבן בית המקדש איז אז מען ווייסט נישט פונעם צדיק, די צדיקי אמת זענען פארשטעלט פון די וועלט, ווער איז גרויס? ווער איז חשוב? טאָטערן, זאכן וואס זענען גארנישט, דאס איז שריפת בית המקדש; אויף דעם וויינען מיר, אויפ'ן צדיק וואס איז פארשטעלט פון דער וועלט. ווייל ווען דער צדיק וואלט ווען נישט געווען פארשטעלט, וואלט נישט געווען דער חורבן בית המקדש. קוקט דעם לשון פון רבי'ן: "וְעַל זֶה נֶאֱמַר: 'תִּשְׁתַּפֵּכְנָה אַבְנֵי קֹדֶשׁ בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת, בְּנֵי צִיּוֹן הַיְקָרִים הַמְסֻלָּאִים בַּפָּז' וְכוּ' (אֵיכָה ד), דְּהַיְנוּ שֶׁיִּשְׂרָאֵל קְדוֹשִׁים מִתְגַּלְגְּלִים, חַס וְשָׁלוֹם, בְּרֹאשׁ כָּל חוּצוֹת, כִּי נִסְתַּלֵּק וְנִתְעַלֵּם הָרֹאשׁ בַּיִת, דְּהַיְנוּ הַצַּדִּיק הָאֲמִתִּי, וְנִתְגַּבֵּר, חַס וְשָׁלוֹם, הַהֵפֶךְ, שֶׁהוּא בְּחִינַת שֵׁם שֶׁל הַטֻּמְאָה שֶׁל הַחִיצוֹנִים, בְּחִינַת רֹאשׁ כָּל חוּצוֹת כַּנַּ"ל", אידישע קינדער וואלגערן זיך אין די גאסן, נישטא קיין הויז פאר זיי; דער צדיק, דער ראש בית - איז פארהוילן.


מיר דארפן אין די טעג זיך שטארקן אין פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, ביתר שאת וביתר עוז, דאס איז בנין בית המקדש. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לג.): "כָּל אָדָם שֶּׁיֶּשׁ בּוֹ דֵּעָה כְּאִילוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו", ווער עס האט שכל, ביי אים איז אזוי ווי דער בית המקדש איז אויפגעבויט, ער שפירט יעצט וואס מען האט געשפירט אין בית המקדש; אין בית המקדש איז געווען א שטארקע גילוי אלוקית, א פלאץ וואו מען האט געשפירט דעם אייבערשטן. ווען מען האט דעה, מען האט שכל, מען ווייסט, מען גלייבט און מען לעבט מיט 'מְמַלֵּא כָּל עַלְמִין, וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עַלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם', מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער און דער אייבערשטער איז אלעס - איז מען נישט אין גלות, דער גוף איז אין גלות, אבער דער קאפ, דער מח - איז נישט אין גלות, די נשמה איז נישט אין גלות. ווען מען פאלט אונטער טבע, מקרה און מזל - דעמאלט איז מען אין גלות בגוף ונפש; אין די טעג דארף מען מער עוסק זיין אין הפצה, אריינברענגען אין אלעמען 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער פירט די וועלט'.


טייערע ברידער, טייערע חברים, אנטלויפט פון פאליטיק, עס זאל ענק נישט אינטערעסירן די זאכן; אלע פארטייען, פון אנהייב ביזן ענדע - איז נאר שררה, כבוד און געלט. איך האב נישט מורא דאס צו זאגן און צו שרייבן, קען זיין איר זענט נישט צוגעוואוינט צו די שפראך, קען זיין עס זענען דא צווישן אייך וואס טראכטן אז די פארטיי איז א ישועה, די פארטיי איז א גאולה וכו' וכו'; זאלט איר וויסן אז אלעס איז פאליטיק, אלע פארטייען זענען איין שטיק ליגנט, אך און וויי ווער עס האט שייכות מיט זיי.


ליינט נישט קיין צייטונג, בפרט די פרומע צייטונג; פון דעם זאלט איר זיך זייער היטן, זיך נישט איינרעדן אז דאס איז א חלק פון די תורה. אנשטאט ליינען די צייטונג זאלט איר לערנען די הייליגע תורה, מאכט אייך שיעורים אין כל התורה כולה. מאכט א שיעור אין חומש רש"י יעדן טאג, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער. נאך א שיעור זאלט איר מאכן אין משניות, יעדער איינער וויפיל ער קען, פון איין פרק משניות אדער צוויי דריי, אכצן אדער מער, וויפיל צייט איר האט. מאכט זיך א שיעור אין גמרא, לערנט דעם בלאט גמרא יעדן טאג, עס איז דאך א מחי' א טאג וואס מען לערנט דעם בלאט גמרא. מאכט א שיעור אין הלכה, אין מדרש, זוהר און אזוי ווייטער.


גרייט אייך צו קומען קיין אומאן אויף ראש השנה. ווי אזוי גרייט מען זיך? מיט תפילה והתבודדות. נעמט יעדן טאג א מינוט צוויי צו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, זאגט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אין אומאן דעם יאר ראש השנה, איך וויל א תיקון פאר מיין נפש, רוח ונשמה. הייליגער באשעפער, אלע שפעטן פון מיר, אלע מאכן חוזק פון מיר אז איך פאר קיין אומאן, מען ווארנט מיר אז מען וועט מיר שלעכטס טון אויב איך פאר קיין אומאן, הייליגער באשעפער, דו ווייסט דאך דעם ריינעם אמת, פארוואס פאר איך קיין אומאן? פארוואס גיי איך צום רבי'ן? נאר ווייל איך וויל מתקן זיין וואס איך האב פוגם געווען, קיינער ווייסט נישט ווער איך בין, דו רבונו של עולם, דו ווייסט דאך אז איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין גוט; איך האב אזא יצר הרע וואס ברענט אין מיר, ער ווארפט מיר אראפ אן א שיעור מאל, און דא איז דא א רבי וואס קען מיר העלפן, איך וויל פארן צו אים, העלף מיר איך זאל טאקע אנקומען צו אים".


איך בענק זיך צו אייך, איך באקום בריוו פון א טייל פון ענק, איך ווארט אויף בריוו פון יעדן באזונדער; איך קום נישט אן צו ענטפערן, אבער איך ליין אלע בריוו, איך בין זיך מחי' ווען איר שרייבט מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן צו בלייבן ביים צדיק
קדושה, שידוכים, צדיקים, חסידות ברסלב, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט צוריק געקומען אין ישיבה, האסט בוחר געווען בטוב; איך האף דו וועסט שוין בלייבן דיין גאנץ לעבן אין היכל הקודש.


מען דארף גרויס רחמים פון הימל צו בלייבן ביים צדיק, ווייל די קליפות פארלייגן זיך זייער אויף יעדן איינעם אוועק צו שלעפן פון צדיק; מען דארף אסאך בעטן אויף דעם פרט יעדן איינציגסטן טאג, מען זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן. דער רבי קען יעדן איינעם מתקן זיין, דער רבי איז אזוי גרויס, ער קען יעדן איינעם פאררעכטן; רבי נתן האט געזאגט: "דער גרעסטער בעל עבירה, אויב וועט ער זיך האלטן ביים רבי'ן - וועט ער ביים סוף תשובה טון און אלעס פאררעכטן".


געב אכטונג עס זאל נישט זיין קיין בחורים ביי דיר אין דארמיטארי וואס האבן טעלעפאונס אדער אנדערע כלים וואס מען קען זען עבירות. אויב דיין דארמיטארי וועט זיין ריין פון די כלים וועלן אלע בקרוב טרעפן שידוכים, אבער אויב מען וועט האבן די כלים - וועט אייך זיין ביטער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פז) אז מען איז מתקן אות ברית קודש ברענגט מען נענטער און נענטער די שידוך, ווידעראום אז מען זינדיגט אין פגם הברית פארלירט מען דעם שידוך.


הלוואי וועסטו פאלגן דיין ראש ישיבה, וועסטו - נאר דו פארדינען פון דעם.

#35 - זוך דיר וועגן וואס דו קענסט טון אז דו זאלסט בלייבן מקושר צום רבי'ן
צדקה, צדיקים, משמש דעם רבי'ן, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה פון דיר, איך זע ווי שיין דו פירסט זיך; סיי דיין דאווענען, סיי דיין לערנען און דיין שלום בית; דו געבסט מיר כח מיט דיין שיינע התנהגות.


פאריאר האסטו זייער שטארק ארויסגעהאלפן ביים קאמפיין, עס איז געווען א גרויסע הצלחה; וויל איך דיר בעטן אויב דו וועסט מיר העלפן די יאר ביים קאמפיין. איך נויטיג זיך אין גרויס געלט, די מוסד וואקסט גרעסער און גרעסער, מיר דארפן הילף צו קענען אנגיין. בעט איך דיר, פארבינד זיך מיט האברך ... נרו יאיר, ער האט שוין חזקה, שוין אלע יארן האט ער גענומען אויף זיך די יערליכע קאמפיין, דאס איז אונזער דינער השנתי, פרעג אים וואס דו קענסט אים העלפן.


האסט חתונה געהאט - דארפסטו זיך אריינשטופן צוריק אין ישיבה; זוך דיר וועגן וואס דו קענסט טון אז דו זאלסט בלייבן מקושר צום רבי'ן, בלייבן א שמש פאר'ן רבי'ן, באדינען דעם רבי'ן; ווייל וואס מען טוט אויף די וועלט - טוט מען אויף יענע וועלט, ווער עס איז מקורב צו א צדיק אויף די וועלט - וועט זיין מקורב צום צדיק אין עולם העליון, אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו, הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם".

#34 - א פרייליכע געשמאקע בית המדרש
מקוה, שמחה, הפצה, צדיקים, דרך ארץ, מחלוקת, מדות טובות, בית המדרש, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, חומש רש"י, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, מנהיגים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי - מברכים סיון, כ"ה אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


חזק, חזק, ונתחזק! אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! חסדי השם יתברך מיר האבן מסיים געווען ספר ויקרא, דעם קומענדיגן זונטאג הייבן מיר אן ספר במדבר; יעצט איז א גוטע צייט פאר א פרישע התחלה, אנהייבן לערנען יעדן טאג אביסל חומש רש"י מיט'ן תרגום מידי יום ביומו; אז מען איז מעביר סדרה טאג טעגליך איז מען זוכה צו ענדיגן די פרשה יעדע וואך.


איך געדענק נישט א שיעור ביי מוהרא"ש וואס מוהרא"ש זאל נישט רעדן פון דאס גרויסקייט פון מעביר סדרה זיין. איבער צען יאר האב איך זוכה געווען צו זיין יעדע וואך ליל שישי ביים שיעור, איך האב כמעט נישט פארפעלט קיין איין שיעור, און יעדע וואך האט מוהרא"ש געשפירט פאר וויכטיג נאכאמאל צו רעדן פון די גרויסע מצוה פון מעביר סדרה זיין.


אינטערעסאנט פארוואס מוהרא"ש האט זיך פארלייגט דוקא אויף די מצוה, עס איז דא צענדליגער סימנים אין הלכות שבת, פארוואס פונקט פון די הלכה אין סימן רפ"ה, דאס האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט? מען קען פרעגן נאך אסאך מער, מען זעט ביי ערליכע אידן איז מען זייער מקפיד אויף געוויסע זאכן, צום ביישפיל מען איז זייער מקפיד אויף מקוה, מען איז זיך מוסר נפש אויף מקוה; אז די מקוה איז קאלט וועט מען אריינשפרינגען אין א קאלטע מקוה וכו'. אזוי אויך נעגל וואסער, דאס איז ביי ערליכע אידן ממש ווי פון די וויכטיגסטע זאכן, וואס איז די פשט אז צדיקים האבן גענומען געוויסע זאכן און פון דעם געמאכט א גרויסער עסק?


אלא מאי איז געדרונגען אז דער קשיא איז דער תירוץ, זעט אויס אז די זאכן זענען זייער וויכטיג פאר'ן מענטש; אפילו מיר פארשטייען נישט וואס עפעס די זאכן, דאס איז ווייל מיר זענען זייער ווייט, מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען צו עסן, צו טרינקען און צו געשמאקע זאכן. די צדיקים - זיי זעען וואס טוט זיך אין הימל, זיי זעען וואס טוט זיך מיט א נשמה, זיי זענען אונז מודיע אויף וואס מיר זאלן זיך מוסר נפש זיין.


נישט נאר מוהרא"ש האט געמאכט אן עסק פון מעביר סדרה זיין, אלע צדיקים האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון לערנען חומש רש"י. דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווער עס לערנט יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י"; אויך זאגט מען נאך פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה. דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט א סדר פאר זיינע תלמידים אז זיי זאלן יעדן טאג לערנען חומש מיט רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, און אזוי האבן זיך געפירט אלע רבי'ס פון חב"ד, און אזוי פירן זיך היינט אויך חסידי חב"ד; יעדן טאג צו לערנען חומש רש"י איינגעטיילט אויפ'ן וואך, ווייל דאס ברענגט יראת שמים.


איך געדענק ווען איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז מען זאל שוין אנהייבן פון אנהייב וואך מעביר סדרה זיין, האב איך געטראכט אז דאס איז אפשר פאר אנדערע, דאס איז נישט פאר מיר; איך טו וואס דער אריז"ל זאגט (פרי עץ חיים, שער הנהגת הלימוד [עמוד שנז]) אז מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת, אבער מוהרא"ש האט מיר אויפגעעפנט די אויגן און געוויזן זיך נישט צו נארן, 'קוק אויף זיך, אויב ביסטו טאקע מעביר סדרה וועכנטליך'; א מענטש טאר זיך נישט נארן, מען דארף קוקן צי מען טוט טאקע יעדע וואך אזוי ווי די הלכה פארלאנגט, ווי דער שולחן ערוך פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַך חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין. און דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגן גר"א זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער. אז מען גייט אויף דעם וועג, דעמאלט קען מען זיין זיכער אז מען וועט ענדיגן יעדע וואך די פרשה, און אזוי פיר איך זיך, בעט איך אייך איר זאלט זיך אויך אזוי פירן, איר זאלט אנהייבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין.


טייערע חברים, ליבע ברידער, נעמט נישט קיין חלק אין קיין שום מחלוקות, ווי עס איז דא מחלוקות זאלט איר אנטלויפן; בפרט ווען עס רעדט זיך פון מחלוקת לשם שמים, די מחלוקת לשם שמים איז זייער ביטער; דארט קען מען איינזינקען אין די גרעסטע טומאה. ליידער אין ברסלב איז דא פלעצער וואס איז א פלאץ פון מחלוקות, אנשטאט מען זאל רעדן דיבורי אמונה, דיבורי תכלית - רעדט מען אויף דעם און אויף יענעם; דער איז א מפורסם של שקר, דעם דארף מען רודפ'ן, ער איז נישט די ריכטיגע ברסלב, ער איז נישט פון אונזערע לייט, איך ווייס נישט אויב יענער איז פון אונזער לייט אדער נישט, אבער דו וואס דו רעדסט קעגן דעם און יענעם - דו ביסט זיכער נישט פון אונזערע לייט. וואס וועסטו ענטפערן ווען דער מלאך מיט די טויזנט אויגן וועט קומען און דיר געבן א קנאק און אוועק נעמען דיין נשמה? וואס וועסטו אים זאגן, דו ביסט יא דער מלאך המות, דו ביסט נישט דער ריכטיגער מלאך המות, דער מלאך המות איז פון אונזער לייט, אדער איז ער נישט פון אנזערע לייט, וואס וועסטו דעמאלט טון? וועסט דאך נישט וויסן וואס צו טון פאר בושה, וועסט נישט וויסן וואס צו טון פון פחד!


בעט איך ענק טייערע ברידער, אז מיר האבן זוכה געווען צו נתקרב ווערן צום רבי'ן - טארן מיר נישט זיין פארנומען מיט אנדערע, אדער חס ושלום אונטער שרייבן א צעטל קעגן אנדערע. מוהרא"ש זאגט, דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "המגביה ידו על חבירו [...] נקרא רשע", דער וואס הייבט אויף זיין האנט אויף זיין חבר - איז א רשע; וואס איז די זאך אז מען הייבט נאר אויף די האנט איז מען שוין א רשע? מען האט דאך נאכנישט געשלאגן? נאר דאס גייט ארויף אויף דער וואס הייבט אויף זיין האנט צו אונטער שרייבן א צעטל קעגן זיין חבר, ער הייבט אויף די האנט מיט א פענע צו חתמ'נען קעגן א צווייטן דער איז "נקרא רשע".


בעט איך מיינע טייערע ברידער פון ירושלים, איר האט א בית המדרש אין מאה שערים; דארט איז א פלאץ פון גאר ערליכע אידן, דארט וואוינען זייער חשוב'ע משפחות, אויך איז דארט פארהאנען זייער אסאך וואס זענען פארנומען מיט אנדערע, דארט איז דער פלאץ וואס מען איז דן ווער איז פון אונזערע און וועם דארף מען אויסשפייען; איר זאלט נישט האבן קיין שייכות מיט רודפ'ן א צווייטן, נאר האבן שייכות מיט מקרב זיין יעדן איינעם. אז איר וועט זיך אזוי פירן וועט איר נאך אביסל דארפן האבן גאר א גרויסער שול, ווייל מענטשן האבן נישט קיין כח צו מחלוקת, מענטשן זוכן א בית המדרש וואו מען לאזט דאווענען, א בית המדרש וואו מען קען הערן א גוט ווארט, א בית המדרש וואו מען זעט מענטשן שמייכלען. איר האט געזען וויפיל הונגעריגע מענטשן זענען געקומען צו גיין די וואך מאנטאג צום שיעור, וואס קומט מען? וואס וויל מען? מען וויל פשוט א גוט ווארט, א ווארט מיט וואס מען וועט קענען צוען נאך א טאג דינען דעם אייבערשטן.


ביי אונז אין אמעריקע איז דא אסאך פלעצער וואו עס איז פארבאטן צו שמייכלען, אויב איינער שמייכלט איז א סימן אז ער איז נישט קיין ערענסטער אינגערמאן; אין א סאך שולן לאזט מען נישט שמייכלען, מען מוז זיין זייער דערביטערט. איך ווייס נישט ווי אזוי עס איז ביי ענק, איך מיין אז אין ירושלים, בפרט אין מאה שערים - איז אויך דא געוויסע שולן וואס מען טאר נישט שמייכלען דארט, אויב מען שמייכלט איז מען שוין א קאליקער. בעט איך ענק, אויב איינער וויל זיין דערביטערט זאל ער גיין אין א צווייטע פלאץ, מיר דארפן טון וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך.


ביים דאווענען זאלט איר נישט רעדן, איך בעט אייך, אלע זאלן אכטונג געבן נישט צו רעדן ביים דאווענען, נישט עסן און טרינקען ביים דאווענען; אויב דו שפירסט אז מען דאוונט צו שטייט פאר דיר - קענסטו זיך מתבודד זיין, קיינער זאל זיך נישט מישן ווי אזוי צו פירן דעם שול. איך האב ממנה געווען גבאים - זיי פירן דעם שול אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט, אויב איינער האט עפעס וואס צו זאגן - קען ער מיר שרייבן, איך ליין אלע בריוו, איך ווארט אויף יעדן איינעם פון אנשי שלומינו זאל מיר שרייבן לכל הפחות איין מאל א וואך, אבער זיך נישט מישן אין שול, נישט רעדן ביים דאווענען און זיך פירן מיט גרויס דרך ארץ.


איך וויל נישט אונזער שול זאל אויסקוקן ווי ביי די הפקר'דיגע ברסלב'ע שולן וואו קיינער טאר נישט זאגן, און אויב איינער וועט זאגן ווי אזוי זיך צו פירן קען מען חס ושלום נכשל ווערן און ווערן א בחינה פון א מפורסם של שקר השם ישמרינו, נאר אויב דו קענסט אונטער שרייבן קעגן א צווייטן - דאס איז מותר, דאס איז נישט פון די בחינה פון זיין א מפורסם של שקר, אויך אויב דו קענסט רעדן א דרשה קעגן א צווייטן - דאס איז כשר, אויב דו וועסט זאגן חיזוק, אדער ווי אזוי זיך צו פירן - דאס טאר מען נישט, דער שול אין ירושלים וועלן מיר פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט דאס אוועקגעשטעלט, עס מוז זיין דרך ארץ; אלע מתפללים און בחורים זאלן זיך צושטעלן לויט ווי די גבאים פירן די שול, אויב איז דא וואס צו פאררעכטן, אויב איז דא וואס איז נישט גוט - קענט איר מיר שרייבן.


איך בעט אייך איבער אז איך בין נישט געקומען אין שול צו אייך, איינער א צעבראכענער איד מיט זיין צעבראכענע ווייב זענען געקומען דארט, זיי האבן געוואלט מאכן א טומל וכו' וכו', איך האב מקיים געווען וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", דער וואס אנטלויפט פון א צרה - איז קלוג.


ווער עס וויל זיך אננעמען פאר מיר, ווער עס וויל מוחה זיין אויף די וואס טשעפען מיר - זאל נעמען נאך גליונות, נאך קונטרסים און דאס פארשפרייטן; מער פון דעם זאל קיינער זיך נישט קריגן פאר מיר, דער אייבערשטער העלפט מיר, ער קריגט פאר מיר.


א פרייליכן שבת.

#33 - א שאד זיך צו טענה'ען, ענדערש אריינברענגן אמונה אין נאך א איד
הפצה, צדיקים, וויכוחים, בריוו, עצתו אמונה, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דו וועסט אריינקוקן אין בריוו פון פריערדיגע צדיקים, וועסטו זען ווי זיי שרייבן; זיי חתמ'נען זיך: "הדורש שלומך באהבה רבה", אדער: "ידידך האוהב אותך מכל הלב", וכדומה; פארוואס איז דאס נישט קינדיש – ווייל עס איז לשון הקודש?! וואס איז אזוי געפערליך אז א ראש ישיבה זאל שרייבן פאר זיין תלמיד "איך האב דיר ליב"? פארוואס איז דאס מער קינדיש ווי הדו"ש באה"ר - ווייל עס איז לשון הקודש געשריבן אין ראשי תיבות איז דאס מער ערוואקסן?


הקץ לדברי רוח? א שאד צו רעדן, א שאד צו ענטפערן; אין די צייט קען מען מזכה זיין נאך בחורים און אינגעלייט מיט תורה, תפלה, תשובה ומעשים טובים.


די וואס מאכן ליצנות פון די בריוו פון עצתו אמונה אינעם גליון, אז עס איז א גליון פאר קליינע קינדער; מען רעדט פון שלום בית, פון קינדערישע זאכן; פרעג זיי אויב זיך קריגן איז יא דערוואקסן... רעדן שיין, אויסלערנען אינגעלייט א' ב' פון לעבן דאס איז קינדיש, זיך קריגן איז וואס? – דערוואקסן.


שטארק זיך אין דיין עבודת הקודש, זיי ממשיך מיט דיינע תלמידים ביתר שאת וביתר עוז בדרך אהבה ורחמנות.


איך האב דיר ליב.


הדוש"ט [הדורש שלומו וטובתו] באה"ר [באהבה רבה] בלו"נ [בלב ונפש]


 

#32 - גיין צו די עלטערן אויף פסח
צדיקים, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, י"ג אדר, תענית אסתר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


פסח איז נישט קיין צייט צו פארן צו רבי'ס און עס איז נישט קיין יום טוב וואס מען גייט עסן סעודות דא און דארט, פסח מישט מען זיך נישט; דעריבער זאלסטו גיין צו דיינע עלטערן און צו דיין ווייב'ס עלטערן.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט טייערע עלטערן, דיין ווייב האט טייערע עלטערן; דו האסט וואו צו גיין. בלייב נישט אין שטעטל עסן ביי דעם און ביי יענעם, נאך אביסל ווען דיינע קינדער וועלן אונטערוואקסן וועסטו מאכן אליינס דעם סדר.


חול המועד וועט זיין שיעורים; אינדערפרי וועל איך פארלערנען דעם דף גמרא, פארנאכטס וועלן מיר רעדן פון רבי'ן, וועסטו קענען קומען זיך מחזק זיין, אבער די ערשטע טעג און די צווייטע טעג זאלסטו זיין ביי דיינע עלטערן.

#31 - אין היכל הקודש איז נישטא קיין חילוק צווישן ספרד'ישע און אשכנז'ישע
צדיקים, מחלוקת, היכל הקודש, מוהרא"ש, משיח, עצתו אמונה, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך ליין יעדע וואך די בריוו פון עצתו אמונה בלשון הקודש, דו ביסט דאס זייער שיין מתרגם; עס ליינט זיך זייער געשמאק, איך בין זיך מחי' מיט דעם. שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


פאריגע וואך איז געווען א בריוו איבער דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר נאך די חתונה, אין די בריוו שטייט: "מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען פאר אונז אין אמעריקע: 'איך האב א שטאט פון טייערע ספרד'ישע משפחות וואס אלע שערן זיך אפ די האר'"; אין אידיש ווען מען זאגט "טייערע ספרד'ישע משפחות" - הערט זיך דאס שיין, געב אכטונג אז ווען דו ביסט דאס מתרגם זאלסטו שרייבן די שענסטע וועג אויף די ספרד'ישע אידן, מער פארזיכטיג.


ליידער זענען דא וואס קוקן אויף זיי מיט א זלזול און ביטול השם ישמרינו; אפשר שרייב משפחות פון עדות המזרח, ספרד'ישע טייערע אידן; עס זאל זיך ליינען מיט די גרעסטע מאס כבוד. ביי תלמידי היכל הקודש איז נישטא קיין אונטערשייד צווישן אשכנז'ישע אידן און די טייערע ספרד'ישע אידן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג וויינען אויף מחלוקת, ער פלעגט זאגן: "דער גאנצער גלות איז אז עס איז דא פירודים צווישן אידישע קינדער"; די אשכנזים ווילן נישט די ספרדים, און צווישן זיך איז מען אויך צעריסן און צעשלאגן וכו' וכו', אזוי אויך ביי די ספרדים, צווישן זיך האט מען זיך פיינט איינער דעם אנדערן. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיר זענען אלע אויף איין שיף, די אומות העולם מאכן לעכער אינעם שיף און ווילן אונז חס ושלום דערטרענקען, דארפן מיר זיך העלפן איינער דעם צווייטן".


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט באוויזן א חידוש אין די ברסלב'ע שטאט יבנאל, מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם אנדערן אפילו מען שטאמט נישט פונעם זעלבן אפשטאם. אויך ראש השנה אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ האט מוהרא"ש געמאכט אז סיי אשכנז'ישע אידן און סיי ספרד'ישע אידן פון אלע עדות - זאלן קענען דאווענען אונטער איין דאך. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר מכבד געווען צו זיין בעל תפילה און מיר געבעטן איך זאל זינגען די ספרד'ישע פיוטים; עס איז געווען א מחזה הוד צו זען ווי אלע זיצן צוזאמען, ספרד'ישע אידן זיצן און הערן ווי מיר זאגן אונזערע שטיקלעך ביים דאווענען - 'ונתנה תוקף', 'לקל עורך דין', 'וכל מאמינים', וואס דאס איז זייער חשוב ביי אונז, און מיר פלעגן אויסהערן ווי די ספרד'ישע אידן זינגען זייערע שטיקלעך, ווי למשל: 'עת שערי רצון', 'בחצוצרות וקול שופר', וואס דאס איז ביי זיי זייער חשוב, אזוי ווי ביי אונז 'ונתנה תוקף'.


ביים רבי'ן קענען אלע זיין אינאיינעם, עס איז דא פלאץ אין הארץ פאר אלעמען. דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יג, פון די זיבן בעטלערס): "עס איז דא א בוים וואס אונטער יענעם בוים וואוינען אלע סארט חיות, אויך אלע פייגלעך האבן זייערע נעסטן אויף יענעם בוים, און דער תענוג וואס דארט איז דא - איז עד אין שיעור"; אזוי ווי עס שטייט ווען משיח וועט קומען וועט זיין (ישעיה יא, ו): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", דער וואלף מיט'ן לעמעלע דער לעמפערט מיט'ן ציגעלע - וועלן זיצן צוזאמען, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו, וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א יונגע קאלב מיט א יונגע לייב וועלן גיין צוזאמען, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה יַחְדָּו יִרְבְּצוּ יַלְדֵיהֶן, וְאַרְיֵה כַּבָּקָר יֹאכַל תֶּבֶן", דער קוה מיט'ן בער וועלן צוזאמען פאשען, דער לייב וועט עסן שטרוי צוזאמען מיט די בהמות, "וְשִׁעֲשַׁע יוֹנֵק עַל חֻר פָּתֶן, וְעַל מְאוּרַת צִפְעוֹנִי גָּמוּל יָדוֹ הָדָה", קינדער וועלן זיך שפילן מיט גיפטיגע שלענג, "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי", קיינער וועט נישט שטערן דעם צווייטן און קיינער וועט נישט שלעכטס טון פאר'ן צווייטן, ווייל עס וועט זיין: "כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה', כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", אלע וועלן וויסן פונעם אייבערשטן, מען וועט לעבן מיט אמונה.


דער בוים - דאס איז דער הייליגער רבי, אזוי ווי עס שטייט אין תיקוני זוהר (תיקון נב): "עֵץ דָא צַדִּיק", דער צדיק ווערט אנגערופן א בוים; אזוי ווי מיר זעען ביי משה רבינו, ווען ער האט געשיקט די מרגלים קיין ארץ ישראל האט ער זיי געזאגט זיי זאלן קוקן (במדבר יג, כ): "הֲיֵשׁ בָּהּ עֵץ אִם אַיִן", זאגט רש"י (שם): "אִם יֵשׁ אָדָם כָּשֵׁר לְהָגֵן עֲלֵיהֶם", זיי זאלן קוקן אויב עס געפונט זיך אין ארץ ישראל אן ערליכער איד וואס קען מגין זיין אויף זיי; ביים צדיק איז דא פלאץ פאר אלעמען.


ווען מען קומט קיין אומאן צום רבינ'ס קיבוץ קען מען זען ווי אזוי עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען; עס קומען זיך צאם אלע סארט מענטשן, אלע סארט חיות און פייגל און קיינער קוקט נישט אויפ'ן צווייטן מיט א ביטול, קיינער האלט זיך נישט גרעסער פונעם צווייטן, ווייל ווען מען קומט צום רבי'ן באקומט מען שפלות (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#30 - כח הצדיק, נישט חתונה מאכן ביליג, נאר גענצליך בחינם
צדיקים, אידיש געלט, מוהרא"ש, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אם ירצה ה' מאנטאג ויגש איז דא א חתונה אין ישיבה, לאז מיר וויסן אויב דו קומסט אריין און אויב דו פירסט די חתונה.


לאז וויסן די מחותנים אז מיר האבן א פרוי צו מאכן די פנימ'ער וכו' - בחנם. איך האב באצאלט פאר איינע פון די תלמידות זי זאל זיך לערנען די פאך בתנאי אז זי וועט דאס טון בחינם פאר די חתונות אין ישיבה.


אלע רעדן פון חתונה מאכן ביליג, אלע מאכן אסיפות; מען שרייבט, מען רעדט - אבער גארנישט אויף למעשה. דער מאכט א כח היחיד, א צווייטער מאכט א כח הרבים און א דריטער מיט אן אנדערע נאמען.


מיר האבן כח הצדיק, דער כח פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, מיר האלטן ביי די זיבעצנסטע חתונה, נישט ביליג - נאר גענצליך בחינם; עס קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, יעצט וועט נישט קאסטן אפילו די זייטיגע זאכן - די האר פאר די מיידלעך און פאר די וואס מאכן די פנים וכו'.


לאז מיר וויסן דיינע פלענער.

#29 - מיר טארן זיך נישט אפשטעלן פון דרוקן די הייליגע ספרים
הפצה, צדיקים, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פונעם רבי'ן, ער האט זייער פיינט דעם רבי'ן; ער האט נישט קיין פראבלעם עס זאלן זיין טויזנט און איין רבי'ס, נאר נישט דער רבי. דער רבי איז לוחם מיט אים, דער רבי האט א שפראך מיט אלע זיינע קליענטן, מיט אלע בחורים און אברכים וואס פאלן אראפ אין עבירות; בפרט די אלע וואס פאלן אראפ אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, די אלע איז דער רבי מחזק זיי זאלן צוריק קומען צום אייבערשטן.


מיר טארן זיך נישט אפשטעלן פון דרוקן די הייליגע ספרים און דאס פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט, פארשטייט זיך אז דער סמ"ך מ"ם וועט פרובירן זיינ'ס - דאס צו שטערן, יעדן טאג מיט א צווייטע מעשה, אבער מיר וועלן זיך נישט אפשטעלן פאר גארנישט אויף דער וועלט.


יעצט פרובירט ער מיט א פרישע וועג, עס האט פאסירט א שטיקל רייבעריי צווישן ... נרו יאיר און ... נרו יאיר; בעט איך דיר זייער דו זאלסט זען די הדפסה זאל אנגיין, מען זאל נישט אונטערברעכן און זיך קיינמאל נישט באגנוגן מיט וויפיל מען טוט, אלץ גיין מוסיף והולך, כשיטת בית הלל.


דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר - הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", ווער איז רייך? דער וואס איז צופרידן; דאס איז נאר ביי פריוואטע נכסים, נישט ווען עס קומט צו רוחניות.

#28 - פארוואס איז יעקב אבינו ברוגז געווען אויף רחל אז זי האט געבעטן קינדער?
קינדער, תפילה והתבודדות, צדיקים, אמונת חכמים, קשיות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע קינדער שיחיו פון שטעטל, וואס לערנען ביי ר' ... שליט"א.


איך פריי זיך זייער צו הערן פונעם מגיד שיעור אז איר לערנט פלייסיג.


איך וויל אייך פרעגן א פראגע פון די פרשת השבוע, עס שטייט אין פסוק (בראשית ל, א): "וַתֹּאמֶר אֶל יַעֲקֹב הָבָה לִּי בָנִים", רחל האט געבעטן יעקב אבינו 'געב מיר קינדער', "וְאִם אַיִן - מֵתָה אָנֹכִי", ווייל אויב איך האב נישט קיין קינדער בין איך אזוי ווי א טויטער מענטש. רש"י זאגט, זי האט געבעטן יעקב אבינו ער זאל דאווענען זי זאל האבן קינדער, אזוי ווי יצחק אבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן פאר רבקה זי זאל האבן קינדער. שטייט ווייטער (שם שם, ב): "וַיִּחַר אַף יַעֲקֹב בְּרָחֵל", יעקב אבינו האט זיך זייער אויפגערעגט אויף רחל.


עס איז מיר זייער שווער צו פארשטיין פארוואס האט יעקב אבינו זיך אויפגערעגט אויף רחל, זי האט דאך געטון וואס א איד דארף טון! ווען מען דארף א ישועה דארף מען גיין צו א צדיק אים בעטן ער זאל מתפלל זיין, די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא קטז.): "כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ חוֹלֶה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווען מען האט א צרה אין שטוב, איינער איז קראנק, "יֵלֵךְ אֵצֶל חָכָם וִיבַקֵּשׁ עָלָיו רַחֲמִים", זאל מען גיין צו אן ערליכן איד ער זאל דאווענען צום אייבערשטן פאר אים; דאס האט רחל געטון, זי האט נישט געהאט קיין קינדער האט זי געבעטן יעקב אבינו דער צדיק פונעם דור: 'בעט פאר מיר קינדער'; פארוואס האט יעקב אבינו איר אוועק געמאכט?


איך האב אן ענטפער, וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן; איך וויל הערן פון אייך אויב איר קענט טראכטן אן ענטפער.


לערנט ווייטער מיט התמדה, פירט זיך ווייטער מיט יראת שמים, וועט איר מיר מאכן א נחת רוח.

#27 - א שטוב וואס גייט אין די וועג פון צדיקים
שידוכים, צדיקים, תהלים, אמונת חכמים, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א שידוך האט נישט מיט קיינעם, א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, די תורה זאגט (בראשית כד, נ): "מֵה' יָצָא הַדָּבָר", דער נביא זאגט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים געפונען מיר (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז נאר דער אייבערשטער געבט שידוכים.


איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן אן ערליכער בחור, א ירא שמים מיט גוטע מידות און א בר דעת; בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט קענען האבן א שטוב וואס גייט אין די וועג פון צדיקים, ווייל דער גרונד פון א אידישע שטוב דארף זיין געבויט אויף צדיקים, אז נישט איז זייער ביטער; אויב מען גייט אליינס, מיט די אייגענע שכל - איז ביטער, דעריבער דארף א בחור און א מיידל אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א שטוב געבויט אויף וואס צדיקים זאגן.


איך האף איר נוצט דעם תהילים וואס איך האב אייך געשיקט קיין ארץ ישראל; זאגט וויפיל איר קענט, אז איר קענט זאגן דעם יום תהילים איז זייער גוט און אז איר קענט זאגן נאר אביסל - זאלט איר זאגן וויפיל איר קענט. דער עיקר, וואו איר גייט און וואו איר שטייט זאלט איר מיט נעמען אייער תהילים מיט זיך.


  דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - אזוי שנעל האסטו פארגעסן וואס די בריוו האבן דיר געהאלפן?
צדיקים, מחלוקת, מוהרא"ש, בריוו, אמונת חכמים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך ווייס נישט אויב איך זאל לאכן אדער וויינען; דו אליינס ווייסט דאך ביי דיר ווי שטארק די בריוו פון ספר עצתו אמונה האבן דיר געהאלפן, ווי עס האט דיר ארויסגענומען פון דיינע יסורים, יעצט קומסטו זאגן אז די בריוו טאר מען נישט געבן פאר בחורים און אינגעלייט?! יעצט זאגסטו אז די בריוו ברענגען שלעכטע מחשבות?! אזוי שנעל האסטו פארגעסן וואס די בריוו האבן דיר געהאלפן, אזוי שנעל האסטו פארגעסן ווי די בריוו האבן דיר ארויסגענומען פון ביטערע עבירות רחמנא לצלן, אזוי שנעל האסטו פארגעסן וואס דו האסט נעכטן געטון?!


איך האב אלע מיינע יארן געהערט פון מוהרא"ש אז דאס פאסירט ווען מען נעמט ארויס א מענטש פון די קליפות, מען נעמט ארויס א מענטש פון זיינע עבירות, מען איז מקרב אידישע קינדער צום אייבערשטן - אז ביים סוף דריידט זיך אלץ איבער, יענער הייבט אן זאגן אויף דעם וואס האט זיך געפארעט מיט אים - אז מען טאר נישט אזוי רעדן, מען טאר נישט אזוי שרייבן, מען האט נישט געהאלטן פון אים, ער איז א בעל דמיון וכו' וכו'; יעצט זע איך וואס מוהרא"ש האט אלץ גערעדט און וואס מוהרא"ש איז אלץ אריבער.


שכל'דיג איז דאס נישט, מען קען דאס נישט פארשטיין; מוהרא"ש זאגט אז דאס איז דער חק פון פרה אדומה, דער כהן וואס שפריצט דעם מי חטאת אויפ'ן טמא'נעם מענטש - ער ווערט טמא און דער טמא'נער מענטש ווערט ריין, דאס איז א זאך וואס איז אומפארשטענדליך, דאס איז א חק בלי טעם. מוהרא"ש זאגט מען קען דאס זען בחוש, עס קומט א טמא'נער מענטש, א טמא מת; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמב): "הִרְהוּרִים שֶׁל נִאוּף הֵם בְּחִינַת אֲבִי אָבוֹת הַטֻּמְאָה", טראכטן מחשבות פון ניאוף איז די גרעסטע טומאה, "בְּחִינוֹת מֵת", מען ווערט טמא בטומאת מת, ווער רעדט נאך ווען מען איז פוגם בברית - דאן איז גאר ביטער, ווען אזא איינער קומט צום צדיק און דער צדיק פארעט זיך מיט אים, ער לאזט זיך אראפ, ער רעדט זיין שפראך, ער דריידט ארום אזוי שטארק מיט אים ביז ער פועל'ט ביי אים ער זאל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, ער שפריצט אויף אים די מי חטאת, די מים טהורים, ער ווייזט יענעם א וועג ווי אזוי מען לערנט און ווי אזוי מען דאווענט, ער ווייזט אים די רחמנות פונעם אייבערשטן, וואס פאסירט נאכדעם? יענער הייבט אן זאגן אויפ'ן כהן: "אזוי רעדט מען? אזוי שרייבט מען? אזוי פירט מען זיך?"


געוואלד און געשריגן, ווי קען זיין אזא זאך? ווי קען מען אזוי שנעל פארגעסן וואס מען האט נעכטן געטון? צו קומען זאגן פאר'ן צדיק וואס האט דיר ארויסגעשלעפט פון וואס נאר איין איינציגער באשעפער ווייסט וואס מען האט געטון, "שֶׁאֵינוֹ לֹא מַזֶּה וְלֹא בֶּן מַזֶּה יֹאמַר לְמַזֶּה בֶּן מַזֶּה", ווי קען זיין דער וואס איז נישט קיין כהן און נישט קיין זון פון א כהן קומט און זאגט פאר'ן כהן (ברכות כח.): "מֵימֶיךָ מֵי מְעָרָה וְאֶפְרֶךָ אֵפֶר מִקְלֶה", דיינע וואסער זענען נישט קיין כשר'ע וואסער און דיין אש איז נישט קיין כשר'ע אש?!


זאת נחמתי, מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "מיר קענען זיך בארימען אז מיר האבן קיינעם נישט פארפירט"; כמה פעמים האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "אלע וואס האבן געהאט שייכות ביי מיר און אלע וואס האבן שייכות מיט דיר האבן זוכה געווען צו לערנען משניות און ענדיגן לכל הפחות איין מאל ששה סדרי משנה און לערנען און מסיים זיין מסכתות אין ש"ס; מיר האבן קיינעם נישט אפגענארט, אפילו מען רעדט אויף אונז כל דבר אסור, אפילו מען שלאגט אונז וכו'".


אמאל ווען איך האב זיך אויסגעשמועסט פאר מוהרא"ש מיינע יסורים, איך האב אים דערציילט אז איך בין געגאנגען אין גאס און מען האט מיר נאכגעשריגן: "ביסט שטאט'ס משוגע'נער", (היינט טראכט איך: 'וואס האט מיר דאס בכלל געבאדערט? וואס אינטערעסירט מיר וואס מען רעדט? אבער דעמאלט האט מיר עס יא וויי געטון), האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "דו ביסט שטאט'ס משוגע'נער און איך בין וועלט'ס משוגע'נער"; מיר צו טרייסטן און זאגן: 'וואס גייט דיר אן וואס מענטשן רעדן, וואס מענטשן זאגן? אויף מיר רעדט מען אויך'; און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "דער עיקר זאלסטו ווייטער פועל'ן ביי די תלמידים זיי זאלן לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, זיי זאלן דורך שפאצירן כל התורה כולה; מקרא, משנה, גמרא, מדרש און הלכה".


זאת נחמתי, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה פד, ו) אויפ'ן פסוק (בראשית לז, ב): אֵלֶּה תֹּלְדוֹת יַעֲקֹב יוֹסֵף - "כָּל מַה שֶׁאֵרַע לְיַעֲקֹב אֵרַע לְיוֹסֵף", אלץ וואס איז אריבער אויף יעקב אבינו איז אויך אריבער אויף יוסף; די זעלבע זאך, וואס איז אריבער אויף מוהרא"ש חזר'ט זיך יעצט איבער, מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען, אלעס אוועק געגעבן צוריק צו ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, און זייער אסאך פון די וואס מוהרא"ש האט זיי א טובה געטון האבן גערעדט אויף מוהרא"ש, עד היום הזה זענען דא מפורסמים אין ברסלב וואס מוהרא"ש האט זיי מקרב געווען צום רבי'ן, מוהרא"ש האט זיי אויפגעהויבן פון וואו זיי זענען געלעגן און זיי שטייען און בארעדן די ספרים, אז מען טאר דאס נישט לערנען וכו' וכו', אזוי ווי דו שרייבסט, אז דאס מאכט מחשבות רעות.


דאס אלעס חזר'ט זיך איבער היינט; מען רעדט אויף די בריוו, מען שרייט אז מען טאר נישט רעדן און שרייבן אזוי, פלוצלונג ווערט (שמות א, ח): "וַיָּקָם מֶלֶךְ חָדָשׁ ... אֲשֶׁר לֹא יָדַע אֶת יוֹסֵף", אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה יא.) ער האט זיך געמאכט ווי ער קען נישט יוסף, ער האט פלוצלונג פארגעסן וואס יוסף הצדיק האט אים געטון, ווי ער האט אים געראטעוועט זיין לעבן; 'יוסף' - דאס איז דער צדיק וואס ער שפייזט יעדן, ער האט חיזוק פאר יעדן, ער ווייזט פאר דרי מעלה אז זיי האבן נאך א לאנגע וועג צו גיין און פאר דרי מטה ווייזט ער 'דער אייבערשטער איז מיט דיר; אפילו דו זינדיגסט, אפילו דו ביסט אראפגעפאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, קענסטו נאך אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן'; און מען מאכט זיך ווי מען האט פארגעסן וואס די בריוו האבן געהאלפן.


איך האב נאך נישט אנגעהויבן שרייבן, איך דארף מקצר זיין; איך לויף אריין צו די בחורים וואס ווארטן אויף מיר.

#25 - אז איר וועט פאלגן דעם רבי'ן, וועט עס זיין א שיינע רואיגע שטאט
צדיקים, קעמפ, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי.


איך פריי זיך זייער צו זיין דא אין שטעטל אויפ'ן זומער; עס האט זיך אזוי געפירט פון הימל אז מיר זאלן נישט האבן קיין קעמפ, אזוי זענען מיר אין שטעטל.


איך בין זייער איבערגענומען פון די ערליכקייט פון דעם פלאץ און בעיקר פון די אחדות וואס הערשט דא; די משפחות לעבן אזוי שיין אינאיינעם, יעדער העלפט זיך ארויס איינער דעם צווייטן, יעדער זוכט צו טון גוטס פאר אנדערע - מען שפירט דעם רבי'ן אין די לופט, אלע דיבורים דריידט זיך ארום דעם רבינ'ס ווערטער.


מען שפירט ווי דער רבי איז דא; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט, ווען דער רבי איז אוועק געפארן פון ברסלב קיין אומאן האט דער רבי געלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם". אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז)".


אז איר וועט פאלגן דעם רבי'ן וועט זיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן קמח): "עִיר שֶׁהִיא צַיָת אֶת הַצַּדִּיק", א שטאט וואס מען פאלגט דעם צדיק, "אֵין מִלְחָמָה נִשְׁמַעַת בָּהּ", הערט מען נישט אין איר קיין מלחמות, "וְאֵין מְהוּמָה", עס איז נישטא קיין פארלוירנקייט, "וְאֵין שְׁמוּעָה רָעָה", און מען וועט נישט הערן קיין שום שלעכטע נייעס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - ענדיגן די שענק אין בית המדרש
צדיקים, בית המדרש, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן בויען די ספרים שענק אין בית המדרש אין קרית ברסלב; אז מען ארבעט פאר'ן רבי'ן איז דאס א גרויסע טובה צו פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן.


דו קענסט דאך די מעשה מיט'ן בענקל, א איד האט אמאל געברענגט א בענקל פאר'ן רבי'ן פאר א מתנה, האט אים דער רבי געפרעגט: "וויפיל צייט האט דיר גענומען צו מאכן דעם בענקל?" האט ער געענטפערט: "א האלבע יאר", האט אים דער רבי געפרעגט: "דו האסט געארבעט א גאנצן טאג במשך א האלבע דאס צו מאכן?" האט ער געענטפערט: "ניין, יעדן טאג א שעה צייט האב איך געבויט דעם בענקל", האט זיך דער רבי אנגערופן: "אזוי! דו האסט מיר אינזין געהאט א האלב יאר אלע טאג א שעה..." דער רבי האט מער הנאה געהאט פון דעם פרט אז דער איד האט געטראכט פון אים מער ווי ער האט הנאה געהאט פונעם בענקל אליינס; דאס אליינס אז מען טראכט פון א צדיק - ברענגט פאר'ן מענטש אלע ישועות.


דאס זעלבע בעט איך דיר אויב דו קענסט ענדיגן די שענק, עס דארף נישט זיין אין איין טאג, קענסט מאכן יעדן טאג אביסל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.